@לולב הגזול פרעגסט גוט
די מצאות איז א רוב וואס לערען דארווין (לייף סייענס) האבן נישט קיין שוועריקייט דערמיט
.
ס'איז נישט דא קיין אנדערע קעריקעלם אין לייף סייענס אויסער עוועלאש. א סדאדענט האט נישט קיין אנדערע אפציע ער זאל קענען בוחר זיין.
איז דאס א באווייז אז יש דברים בגו, אלע
(?!?) האלטן אזוי!
אפשר
אדער אפשר נישט, אפשר זאגט דאס ממש גארנישט, אפשר נעמען מענטשן אן די
dogma וואס ווערט אנגענימען ביי
אלע אלס
ריכטוג און דאס איז וואס זיי "פארשטייען" און נעמען אן אלס אמת.
אפשר די כלל פין צי-גיין מיט א "קריטעקל מיינד" צי סייענס איז דער
רצוי אבער פארט נישט דער
מצוי - ווען עס קימט צי וואס איז אנגענימען וואו די "יסודות", וויפעל סייענטיסטען מיינסטו שטעלן זיך ערנעסט פרעגן "אפשר איז נישט דא קיין גרעוועטי"? איי איך זעה וואס איך זעה דאס קען מען אנדערש מסביר זיין.
אפשר ווען דו פרפעגאנדע פין עוועלאשען איז אזוי גרויס, האט די צייטאנגען, רעגיראנג, און נאך איז בכלל נישט ערווארטעט אז רוב תלמידום זאלן האלטן אנדערש.
רוב גוים וואקסן היינט אויף פין אלס קליין קינד מיט די נערישקייט, אויב איז דא עלטערן וואס האלטן נישט אזוי אבער אין סקאל ווערט דאס געברען וואשט כסדר, און אויב די עלטערן ווילן נישט זיין אינטערשטעליג זאלן שנעל אנפאנגען צי גלייבן.
די טאריע פין עוועלאשן ווערט נישט נאר געלערענט מיט דעם ינגען מוח אלס א לימוד בפני עצמו נאר ווערט כסדר איבער געחזרט אלס א פאקט-אף-לייף
(איך און דו זעמער געניג גרויס מברר צי זיין איז דאס טאקע א פאקט-אף-לייף)
אלס וואס דער ינגער קאלידש סטדענט הערט איז אין א שפראך ס ה'אט evolved - developed - adapted
ער באקימט דאס וואו זיין מאמעס מילך.
וואו אזוי מיינסטו האבן געלערנעט קליגע דיישע גוים געקימען צי א מסקנה אז נישט נאר ס'איז נישט אזוי געפערליך צי הארגענען דעם איד, סאיז גאר א גיטע זאך!
אלע דייטשע דאקטורים, סייענטיסן דענקערס, פילאסעפארס, געלערנטע, נאטורליסטן, זואליגסטן, ענטראפאליגסטן, אין גאנץ דייטשלאנד, וואס האבן גענוצט זייער שכל און געזעהן די עווידענס אגעגען די ידען, האבן עס גלייך געכאפט, אין "פארשטאנען"
נאך אלץ איז אפשר די שאלה א וועליד שאלה - איז פארוואס נישט ניצען דעם סייענטיפיק מעדאד דאס מברר צי זיין?
כדי דאס מברר צי זיין וועלן מיר אויף שטעלן דריי באזינדערע שטעטליך וואס איינס וועט נישט וויסן פין די אנדערע
חדר_א, חדר_ב, חדר_ג
און אלע חדרים וועט מען ער רענדעם אריינלייגן 10000 קינדער
כדי נישט צי muddy the waters וועלען זיך די קינדער נישט טרעפען ביז די 70
חדר_א לערנעט שיטות עוועלאצעי, סערווייוויעל אף די פיטעס, רענדעם מיאטעשן, קאמען ענסעסטער
חדר_ב לערנעט אז עליענס פין אן אנדער עולם האבן מורא געהאט אז זיי וועלן ווערן דיסטינגט, ס'וועט נישט בלייבן פין זיי זענען זיי אויפגעקימען מיט אן המצאה, זיי זענען אין די פינסטער אראפ געקראכן צי דעם עולם השקר און איבער געלאזט זייער זרע דא אויף דעם עולם, למען יעמדו ימים רבים!
(לאך נישט אסך גרויסע סייענטיסטען הערן דאס און לאכן בכלל נישט!, ווער ביסטו צי לאכן?!?) חדר_ג וועט קימען צי א מסקנה אז קיין שים
קאמלעצירטע זאך וואס דינט א כוונה און איז געבויט אויף א וועג וואס פאבעסערט זיין כוונה מיז האבן א דיזיינער
דערנאך קימט קאלידש_א, קאלידש_ב, קאלידש_ג
און אלע 3 קאלידשעס איז דא א כיתה וואס לערענט לייף סייענס
למשל דער מענטש האט אין זיך דעם fight or flight mechanism
אין
קאלידש_א לערענט מען אנפאנג איז דאס נישט געווען, נאר וואס סאיז געווען מאנקיס וואס זענען געלאפן צי די טייגער, געווען וואס זענען האנטלאפן פין די טייגער געווען וואס זענען געבליבען אויפן פלאץ געווען וואס האבן זיך געגריקט מיט די טייגער - נא פרעג איך דיך ווער איז איבער געבליבן? נאר וואס האבן געפייט אדער אנטלאפען - פארשטאנען? יא?
פיין - באקימסט א 100 - יעצט איז שוין פארענפערט פין דעם נעמט זיך fight or flight
אן אנדער תלמיד פרעגט וואו אזוי האבן די חית געוויסט וואו אזוי צי האבן קינדער, דו פראפעסער פאנגט אן צי לאכן וואס מיינסטו די חית וואס האבן געשטיפט זייער פינגער און יענעמס נאז איז גארנישט געבליבען פין זיי - זיי זעט מען נאר אין די פאסיל רעקארדס!
און קאלידש_א ווערט אויך געלערנט אז ווער עס וויל זאגן אז ס'איז דא אן העכערע כח דער איז סתם אזוי אפגעפרעגט, נאר וואס מען זעט מיט די אויגן איז אמת.
קאלידש_א לאזט נישט טראכטן אינדרויסן פין materialism
די זעלבע שאלה איז געווען אין
קאלידש_ב און די פראפעסער איז מסביר אז די עליענס האבן פארשטאנען אז אן דעם וועט דא זיין א חרבן האבן זיי זיכער געמאכט אז fight or flight איז פארט פין די זאך און זייט דאן האבן מיר אלע דעם אייגענשאפט
קאלידש_ג זאגט דער פראפעסער, דאס אז מיר זען אז דער מענטש האט פארמאגט דעם fight or flight mechanism וואס מאכט ער זאל זיך קענען פראטעקטען און א מהלך וואו אזוי צי האבן קינדער דאס וייזט אינז אז סדא איינער וואס האט דאס דיזיינד.
און קאלידש_ג ווערט געוויזען אז דער מענטש האט אסך זאכן וואס מען קען נישט זען מיט די אויגן אבער נאך אלס ווייסט דער מענטש קלאר אז ס'איז דא, למשל די קאנשעסנס און נאך
so far so good
נישט אזוי שנעל, און א יעדער חדר און קאלידיש איז דא אפאר
אויבער חכמים חברה וואס ווייל מען לערענט אזוי זאגן זיי אנדערש, אדער חברה וואס טראכטן אליין ...
די סטאדי וויל זען צי אין איינע פין די 3 קלידשעס וועט זיין מער
אויבער חכמים וואו אין די אנדערע
אויב איין קאלידש האט מער וואס קרימען מיט די נאז, מעגליך, אז דאס זאגט אז דער מהלך איז נישט אמת
אויך פארקערט, דער קאלידש וואס האט דער וויינגסטער וואס פרעגן אפ וואס ווערט דארט גלערענט, אפשר זאגט דאס אז דאס אז זיי האבן דעם אמת
ס'אויך דא א דריטער outcome און אלע 3 קאלידשעס וועט זיין בערך די זעלבע סך וואס האלטן אנדערש.
וואס זאגט דאס דאן?
נאר איינע פין די 3 קענען זיין אמת!!
אויב וואלסטו געזאגט אז אין אלע 3 חדרים וועט זיין בערך די זעלבע סך
אויבער חכמים זאגט דאס אז דער
צאל פין
אויבער חכמים זאגט גארנישט אויף דער אמת פין דער מהלך.
מענטשען נעמען אן דאס וואס מען לערענט זיי!א יעדער וואס פירט דארך א סטדי האט געווענליך אן hypothesis פאר ער פאנגט אן זיין סטאדי
לולב הגזול איך בין נייגעריג וואס די טראכסט - און וועלכע group וועט זיין די מערסטע אויבער חכמים?
אויב בין איך נישט געניג קלאר, אדער פאר סיי וואספארא הערה, פליז קלאפ אריין צי מיר אין אישי