☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » דארווין

דארווין

258 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6933
בלאט: 1 2 3 4 5 6

שבת אחים » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 7:58 pm

· #383782
איך האב געטראפן א אמיש און אים געפרעגט פארוואס זיי האלטן נאכאלץ נישט קיין וואש מאשין מיט קיין סמאוק דיטעקטארס אין 2017 אין זייערע הייזער.

זייער תירוץ

קאנפארמיעשאן בייעסט.

איך האב געפרעגט א מארמאן פארוואס ער גייט מיט מארמאן גאטשעס האט ער גענטפערט

קאנפארמעישאן בייעסט.

איך האב געפרעגט א אפריקאנער פארוואס זיי שניידן אראפ די פנים של מטה פון קליינע מיידלעך (נאכדערצו אן קיין איינשפריץ)

די בליצידיגע ענטפער איז קאנפארמעישאן בייעסט.

איך האב געפרעגט די מוסלימענער פארוואס זיי דעקן צו די פרויען מיט שוואצע חלה דעקלעך און קוים לאזן א קליין לעכל פאר די אויגן
זייער געוואלדיגע ענטפער איז געוועהן קאנפארמעישאן בייעסט.

דער הקטן איז דאך אזוי גליקליך אז ער איז פונקט געבוירן געווארן אויף די ריכטיגע מקום און זיין רעליגיע מיט וואס ער איז געבוירן געווארן איז פונקט דעם ריינעם אמת. און וע״כ ער ליידט נישט פון קיין שמץ פון בייעסי, קיין איין טראפ פון די סחורה לויפט נישט אין זיינע אדערן, אלעס וואס זיינע עלטערין האבן געגלייבט אין איז די ״קריסטליך ריינע אמת״ דארט ליגט דעם אמת באגראבן. און אך און וויי איינער וואס זאגט/האלט אנדערש באקומט א גאנצע טוץ פון בייעסי און לאגיקעל פאליסיס שיעורים מיט לעסאנס וויאזוי ער האט איסגעפיגורט צו זיין ריין דערפון. ער פארטרייבט אלע פאליסיס מיט א פליגן כאפער- ער איז אויף די lookout.

הקטן » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 8:03 pm

· #383783
לולב, און געוויסע פעלער איז וויכטיג דאס צי האלטן פאר א סוד ביז נאכן ענעלעזירן די data און געוויסע פעלער נישט
למשל אויב data אויף וואס איך קוק, לאזט זיך טייטשען אויף פארשידענע וועגן איז דא א חשש אז דער ריסערטשער וועט טרעפן וואס ער וויל זען
למשל מיר וועלן וועלן בודק זיין anxiety אדער אפילה דיימענטש (פארגעסן) וואס דער דייגנאז לאזט זיך טייטשען, דעלמאטס איז וויכטיג דאס צי האלטן פאר א סוד פון דעם ריסערטשער
אבער און דער פאל וואו דער דייגנאז לאזט זיך קלאר מעסטען איז נאר וויכטיג אז דער נותן און דער מקבל זאלן זיין דאבעל-בליינד נישט דער חוקר, און זעכער נישט ביז נאכן ענעלעזירן די data

ס'איז אויך דא וואס זענען מקפיד אז דער חוקר זאל אויך נישט וויסען ביז נאך אלע data איז קאלעקטעט, כדי דער חוקר זאל נישט האבן אן השפעה אויף די נורס און די נורס אויפן חולה. און דעם פאל נאך וואס דער data is in חאטש מען האט נישט אנגעפאנגען צי ענעלעזירן די data איז שוין נישט קיין סוד פאר די חוקר. הגם אז ביי דער שלב פין ענעלעזירן די data דארט קימט דאך אריין די פאלעסיס - דאך אויף פאלעסיס זעמער נישט חושש. ופשוט

לולב הגזול » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 8:07 pm

· #383784
הקטן
דער גברא פין וועם ר בערל רעדט איז די פאציענט - נישט דער חוקר.

אהההה, זאג אזוי. 😉
הקטן

די מישט צאם fallacies מיט בייעס דאס זענען צוויי באזינדערע זאכן
אויף fallacies (וואו ער ווערט געריפן געווענליך), ארבעט שוין איינמאל זיין אויף די lookout.


לאמיר עס אינגאנצען ארויסמישען. לאמיר רעדען פון אונזער מוחות וואס זענען פראגראמט מיט מכשולות רבים ואדירים וואס איז מעכב דאס אמת.

אן קיין מאטעמאטישע הוכחות איז אלעס בדרך אפשר.

אונזער מוחות ארבייטען כמעט אינגאנצען נישט מיט לאגיק. היינו בייעס והיינו logical fallacies. קענסט זיין אויפען lookout שמונים שנה און נאכאלס בלייבען א צדוקי.

עניוועי. איך האב נישט דער ענטפער. איך האב געהאט א שטיקעל האפענונג אז די וועסט זיין דער רבש"ע'ס גוטע שליח. נו, טרם אקרא וועט שוין נישט געשען 'עט מען ווארטען פאר תשבי.

הקטן
איך בין פויל יעצט דיך צי לערנען, וועלן מיר עס לאזן פאר א צווייט מאל

חלילה. אפאר אויסגעהאלטענע לינקס איז גענוג. כ'קאן בעסער לייענען ווי אויסהערען. True story.

הקטן » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 8:08 pm

· #383785
וואס איך האב געמיינט מיט עטיקעל איז אזוי, נישט אינגאנצען וואו דו זאגסט דאס, קען זיין דו מיינסט דאס
דא איז דא א פאציענט וואס שטארבט פין קנעסער, ס'איז דא א קאמפעני וואס זאגט זיי האבן א רפאוה וואס קען אים היילן, און ראטעווען זיין לעבן, און דו גייסט און געסט אים א ציקערעל!?!
וואו אזוי שלאפסטו ביינאכט?!?

הקטן » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 8:14 pm

· #383786
לולב הגזול

אונזער מוחות ארבייטען כמעט אינגאנצען נישט מיט לאגיק. היינו בייעס והיינו logical fallacies. קענסט זיין אויפען lookout שמונים שנה און נאכאלס בלייבען א צדוקי.

מישט דאס נישט!
פין logical fallacies קען מען זיך היטן (און פין דעם האב איך גערעד!)
די קנעסט נאך זיכען logical fallacies און ניצען דיין אייגן טראכטער און קימען צי א מסקנה אויב איז שייך זיך צי היטען דערפין.
אז איך וועל האבן צייט וועל איך מאריך זיין און געבען משלים.

לולב הגזול » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 8:18 pm

· #383787
הקטן
לולב, און געוויסע פעלער איז וויכטיג דאס צי האלטן פאר א סוד ביז נאכן ענעלעזירן די data און געוויסע פעלער נישט
למשל אויב data אויף וואס איך קוק, לאזט זיך טייטשען אויף פארשידענע וועגן איז דא א חשש אז דער ריסערטשער וועט טרעפן וואס ער וויל זען
למשל מיר וועלן וועלן בודק זיין anxiety אדער אפילה דיימענטש (פארגעסן) וואס דער דייגנאז לאזט זיך טייטשען, דעלמאטס איז וויכטיג דאס צי האלטן פאר א סוד פון דעם ריסערטשער
אבער און דער פאל וואו דער דייגנאז לאזט זיך קלאר מעסטען איז נאר וויכטיג אז דער נותן און דער מקבל זאלן זיין דאבעל-בליינד נישט דער חוקר, און זעכער נישט ביז נאכן ענעלעזירן די data

ס'איז אויך דא וואס זענען מקפיד אז דער חוקר זאל אויך נישט וויסען ביז נאך אלע data איז קאלעקטעט, כדי דער חוקר זאל נישט האבן אן השפעה אויף די נורס און די נורס אויפן חולה. און דעם פאל נאך וואס דער data is in חאטש מען האט נישט אנגעפאנגען צי ענעלעזירן די data איז שוין נישט קיין סוד פאר די חוקר. הגם אז ביי דער שלב פין ענעלעזירן די data דארט קימט דאך אריין די פאלעסיס - דאך אויף פאלעסיס זעמער נישט חושש. ופשוט


אונז רעדען מיר בכלל פון די זעלבע זאך? דער דאקטאר פארשער מעדעצינען און וועלכע פאלאסיס מ'איז חושש זענען נישט דער נושא. אז אפילו א פארשער אויף דער lookout דארף נאכאלס סייעתא דשמיא דאס איז דער נושא.

אז דער אמת איז פארהוילען פון אונז מעיקרא פון דאס רעד איך.

אז מיר האבען נאכנישט אינגאנצען ארויס דער מוח'ס שטרוכלינגען דאס איז דער מדובר.

עס ווערט איעדען טאג קלארער און קלארער אז אונזער מוחות זענען געפראגרעמט נישט צו גיין מיט'ן אמת נאר מיט הונדרעטער לאגיקעל מכשולות. איך האב געמיינט אז דאס איז דיין פוינט ווען די ברענגסט עס כסדר ארויף. יעצט בין איך נאר נאך מער צומישט וואס דיין פוינט דערמיט איז.

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 8:20 pm

· #383788
אבער דו, שבת אחים מעגסט מאכן א ברכה. אשריך ואשרי חלקך שהבדילנו מן התועים. אז דו ביסט געווארן אן אטעאיסט, או.טי. די. אפגעפארענער מיט אלע אנדערע שמות הנרדפים. אצינד ביסטו א גליקליכער. דו קענסט שוין אריינכאפן א העם סענדוויטש מיט מעיאנעיז. און צו טרונקען א גלעזל מילעך. און דו קענסט שוין (ב"ה) רואיגערהעיט טועם זיין פון די געשמאקע טשיעז בוירגערס וואס דו קענסט באקומען ביי מעקדאנעלד'ס אדער ביי סאבוועי פאר גאנץ ביליג. נאר פארגעס נישט צו מאכן על המחיה. אויב מ'האט עס געלייגט אויף א מזונות ראלל. ווייל אנישט וועסטו דיך מוזן וואשן און בענטשן נאכדעים. און אויב ס'איז ראש חודש 'עסטו נאך מוזן זאגן יעלה ויבוא אויכעט...!

נאר איין בקשה האביך צו דיר. נאכדעים וואס דו האסט שוין טועם געווען פון די אלע גוטע זאכן. יא. שיער פארגעסן. און מוצש"ק מוזסטו נישט האלטן דעם ר"ת זמן. אפילו דעם וויזשניצער זמן אויכעט נישט. נאר נאך אלעמען. בעט איך דיך אז דו זאלסט נעמען א דזשענעראל עדזשוקעישן. ווייל דאס אפיקורסות אליינס וועט דיך נישט טראגן ווייט. נעם, למשל א קאורס אין א קאמיוניטי קאלידזש (כ'מעין נישט וויזניצער חעידער) אין ענגליש, סאושל סטאדיעס און היסטאריע פון אמעריקע און פון די וועלט. אויך א ביסל אידישע היסטאריע וועט דיר נישט שאטן. אזוי וואלט איך געטון. ווען איך בין ווען ח"ו אן או.טי.די. די ערשטע זאך וואלט איך געגאנגען און געקויפט מיר א העם סענדוויטש מיט מעיאנעיז...! און נאכדעים געטון די אנדערע, נוצליכע זאכן. לערן דיך אפ פון שלום דיען. ווען ער איז געווארן או.טי.די. איז ער די ערשטע זאך ארומגעגאנגען מיט שיקסעס. און נאכדעים האט ער גענומען אן עדזשוקעישן. און היינט איז ער איינער פון די גרויסע שרייבערס אין די מידיא...! אז ער עסט כשר'ס אויך ווייס איך פאר זיכער. ווייל ס'איז דא פיקטשערס פון איהם וואו ער באזוכט ביי גאטליעב'ס רעסטאוראנט אויף ראועבלינג...!

לולב הגזול » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 8:30 pm

· #383789
הקטן

פין logical fallacies קען מען זיך היטן (און פין דעם האב איך גערעד!)
די קנעסט נאך זיכען logical fallacies און ניצען דיין אייגן טראכטער און קימען צי א מסקנה אויב איז שייך זיך צי היטען דערפין.
אז איך וועל האבן צייט וועל איך מאריך זיין און געבען משלים.


דער פשוט'סטער פאלאסי, אננעמען עפעס וועגען עס האט א גוטע מקור argument of authority איז אזוי געפראגרעמט געווארען. אזוי זענען מיר אלע. רוב מאל איז עס א מעלה. ווילסט וויסען דער צייט? פרעג איינעם. קיינער פרעגט נישט "ווי אזוי ווייסטו" ספעציעל אויב האט ער געקוקט אויף זיין האנט זייגער.

מיר נוצען authority טאג טעגליך. נאר וואס דען, עס מוז נישט זיין אמת. קענסט זיין אויף דער lookout ביז מוצאי ראש השנה אבער ווען דיין קינד פרעגט דיר פארוואס מ'מעג נאר עסען אונזער הכשר וועסטו עם ניצען אן authority. אויב האסטו דער יכולת דיר אליין צו פרעגען פארוואס טוהסטו דאס וועסטו אויך אנקומען צו אן authority.

דאס איז מיין פוינט מיט מישען ביידע. אבער למען הסר ספק ולמען השלום ולמען אנקומען צום אמת וועל איך נאר שרייבען דא פון בייעסעס. אי"ה.

לולב הגזול » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 8:34 pm

· #383790
berlbalaguleh
אבער דו, שבת אחים מעגסט מאכן א ברכה. אשריך ואשרי חלקך שהבדילנו מן התועים. אז דו ביסט געווארן אן אטעאיסט, או.טי. די. אפגעפארענער מיט אלע אנדערע שמות הנרדפים. אצינד ביסטו א גליקליכער. דו קענסט שוין אריינכאפן א העם סענדוויטש מיט מעיאנעיז. און צו טרונקען א גלעזל מילעך. און דו קענסט שוין (ב"ה) רואיגערהעיט טועם זיין פון די געשמאקע טשיעז בוירגערס וואס דו קענסט באקומען ביי מעקדאנעלד'ס אדער ביי סאבוועי פאר גאנץ ביליג. נאר פארגעס נישט צו מאכן על המחיה. אויב מ'האט עס געלייגט אויף א מזונות ראלל. ווייל אנישט וועסטו דיך מוזן וואשן און בענטשן נאכדעים. און אויב ס'איז ראש חודש 'עסטו נאך מוזן זאגן יעלה ויבוא אויכעט...!

נאר איין בקשה האביך צו דיר. נאכדעים וואס דו האסט שוין טועם געווען פון די אלע גוטע זאכן. יא. שיער פארגעסן. און מוצש"ק מוזסטו נישט האלטן דעם ר"ת זמן. אפילו דעם וויזשניצער זמן אויכעט נישט. נאר נאך אלעמען. בעט איך דיך אז דו זאלסט נעמען א דזשענעראל עדזשוקעישן. ווייל דאס אפיקורסות אליינס וועט דיך נישט טראגן ווייט. נעם, למשל א קאורס אין א קאמיוניטי קאלידזש (כ'מעין נישט וויזניצער חעידער) אין ענגליש, סאושל סטאדיעס און היסטאריע פון אמעריקע און פון די וועלט. אויך א ביסל אידישע היסטאריע וועט דיר נישט שאטן. אזוי וואלט איך געטון. ווען איך בין ווען ח"ו אן או.טי.די. די ערשטע זאך וואלט איך געגאנגען און געקויפט מיר א העם סענדוויטש מיט מעיאנעיז...! און נאכדעים געטון די אנדערע, נוצליכע זאכן. לערן דיך אפ פון שלום דיען. ווען ער איז געווארן או.טי.די. איז ער די ערשטע זאך ארומגעגאנגען מיט שיקסעס. און נאכדעים האט ער גענומען אן עדזשוקעישן. און היינט איז ער איינער פון די גרויסע שרייבערס אין די מידיא...! אז ער עסט כשר'ס אויך ווייס איך פאר זיכער. ווייל ס'איז דא פיקטשערס פון איהם וואו ער באזוכט ביי גאטליעב'ס רעסטאוראנט אויף ראועבלינג...!


ביסט דאך שוין ערגער פון מאסטער. מאסטער לא גזר אלא על הילדים און די ווילסט עלטערען אויך?

@שלום דין, שיקסעס? אזוי גאר?

שבת אחים » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 10:34 pm

· #383797
berlbalaguleh
אבער דו, שבת אחים מעגסט מאכן א ברכה. אשריך ואשרי חלקך שהבדילנו מן התועים. אז דו ביסט געווארן אן אטעאיסט, או.טי. די. אפגעפארענער מיט אלע אנדערע שמות הנרדפים. אצינד ביסטו א גליקליכער. דו קענסט שוין אריינכאפן א העם סענדוויטש מיט מעיאנעיז. און צו טרונקען א גלעזל מילעך. און דו קענסט שוין (ב"ה) רואיגערהעיט טועם זיין פון די געשמאקע טשיעז בוירגערס וואס דו קענסט באקומען ביי מעקדאנעלד'ס אדער ביי סאבוועי פאר גאנץ ביליג. נאר פארגעס נישט צו מאכן על המחיה. אויב מ'האט עס געלייגט אויף א מזונות ראלל. ווייל אנישט וועסטו דיך מוזן וואשן און בענטשן נאכדעים. און אויב ס'איז ראש חודש 'עסטו נאך מוזן זאגן יעלה ויבוא אויכעט...!

נאר איין בקשה האביך צו דיר. נאכדעים וואס דו האסט שוין טועם געווען פון די אלע גוטע זאכן. יא. שיער פארגעסן. און מוצש"ק מוזסטו נישט האלטן דעם ר"ת זמן. אפילו דעם וויזשניצער זמן אויכעט נישט. נאר נאך אלעמען. בעט איך דיך אז דו זאלסט נעמען א דזשענעראל עדזשוקעישן. ווייל דאס אפיקורסות אליינס וועט דיך נישט טראגן ווייט. נעם, למשל א קאורס אין א קאמיוניטי קאלידזש (כ'מעין נישט וויזניצער חעידער) אין ענגליש, סאושל סטאדיעס און היסטאריע פון אמעריקע און פון די וועלט. אויך א ביסל אידישע היסטאריע וועט דיר נישט שאטן. אזוי וואלט איך געטון. ווען איך בין ווען ח"ו אן או.טי.די. די ערשטע זאך וואלט איך געגאנגען און געקויפט מיר א העם סענדוויטש מיט מעיאנעיז...! און נאכדעים געטון די אנדערע, נוצליכע זאכן. לערן דיך אפ פון שלום דיען. ווען ער איז געווארן או.טי.די. איז ער די ערשטע זאך ארומגעגאנגען מיט שיקסעס. און נאכדעים האט ער גענומען אן עדזשוקעישן. און היינט איז ער איינער פון די גרויסע שרייבערס אין די מידיא...! אז ער עסט כשר'ס אויך ווייס איך פאר זיכער. ווייל ס'איז דא פיקטשערס פון איהם וואו ער באזוכט ביי גאטליעב'ס רעסטאוראנט אויף ראועבלינג...!

ר׳ בערל היקר
דו כאפסט נישט וואס דו שלאגסט פאר. אז איך זאל זיין פונקט ווי יענעם? דאס האבן דאך מיינע עלטערן געוואלט פון מיר ״איך זאל זיין א געוויסע וועג״ און דעס האט זיך נישט אויסגעארבעט. כקען שלום דין, איך זעה נאכנישט פארוואס איך זאל נאכטוהן שלום דין, פארוואס? ווייל ער האט געשריבן א בוך? זייער גיט. ער איז א געוואלדיגע שרייבער א חכם מחוכם. אבער איך בין אנדערש פון אים מיט אסאך זאכן. און איך בין איך און איך וועל לכאורה בלייבן די זעלבע מיך און אפילו אז איך וועל אפשר עוועאלווען צוזיין שרייבער איין טאג, וועט עס רוב זיכער בלייבן ״מיין וועג״ (פול מיט emotions)און נישט שלום דין׳ס וועג וואס איז פול מיט אינטעלעקט.

איך האלט אז מיין מעשה איז אסאך מעהר אינטערסאנטער ווי שלום דין׳ס מעשה, פאר אסאך סיבות וואס איך וועל נישט יעצט אריינגיין אין דעם. די ערשטע סיבה פארוואס איך שרייב גארנישט איז וועגן מיינע עלטערן און מיין משפחה. שלום דין האט נישט די פראבלעם.

ר׳ בערל. כמיין אז שלום דין זאל מיך נאכמאכן. מיין לעבן גייט נאך אזוי גיט ווי זיין. מיינע קינדער זענען FULLY מיט מיר. ער האט ניטאמאל א שייכות מיט זיין פאמילע. איך האב נאך אזויפיל אין מיין באנק קאנטע ווי אים-איך דארף מיך נישט שעמען פאר אים. ער איז מעהר געלערנעט פון מיר? קודם כל, וואספארא פארגלייך איז דאס? ער האט אנגעהויבן 15 אדער 20 יאהר פאר מיר? זייער נעריש און אלטמאדיש צופארגלייכן איינעם צום צווייטן. שלום דין איז אינגאנצן א אנדערע כארקאקטער פון מיר און נישט די זעלבע געפאורמעט.

איך האב גארנישט קעגן אים-חוץ אז איך האלט אז זיין ארגאנזאציע פודסטעפס וואס ער איז אויף די באורד סרחט פון קאפ ביז פוס. אבער פערזענליך איז ער א נייס גיי, קלוג, פארגעשריטן מיינט נאכנישט אז יעדער OTD מוז אויסקוקן ווי אים. דאס האט דאך מיין טאטע געשריגן פארוואס קענסטו נישט זיין אזויווי בערל דאוודאוויטש און חיים יענקל קארנרייך? זיי קענען איינזיצן א גאנצן דאווענען און דו נישט?
גענוג געוועהן מיט די ש*ט...

נ״ב איך עס נישט קיין העם. איך פראביר בכלל נישט צועסן אזוי סאך פלייש. און אפילו יא איז עס רובא דרובא כשר. איך עס נאכטמאל כמעט יעדע נאכט ביי מיין מאמע אינדערהיים. איך שרייב די תגובה פון א גלאט כשרע הויז... מיין מאמע קען מען געבן קוויטלעך. יעדע פינף מינוט געט זי צועסן פאר א צווייטע ארחי פרחי. די טירן זענען אפען פאר הכנסת אורחים פונקט ווי ביים אהבת ישראל און ווי ביי אברהם אבינו.

הקטן » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 10:39 pm

· #383798
berlbalaguleh
אז דו ביסט געווארן אן אטעאיסט, או.טי. די. אפגעפארענער מיט אלע אנדערע שמות הנרדפים. דו קענסט שוין אריינכאפן א העם סענדוויטש מיט מעיאנעיז. און צו טרונקען א גלעזל מילעך. און דו קענסט שוין (ב"ה) רואיגערהעיט טועם זיין פון די געשמאקע טשיעז בוירגערס וואס דו קענסט באקומען ביי מעקדאנעלד'ס אדער ביי סאבוועי פאר גאנץ ביליג.

בערל וואס מאכט דיך מיינען אז איינער וואס ריפט זיך עטיעסט מעג שוין?
איך האב נישט געטראפן אזא היתר

הקטן » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 10:47 pm

· #383800
לולב הגזול


דער פשוט'סטער פאלאסי, אננעמען עפעס וועגען עס האט א גוטע מקור argument of authority איז אזוי געפראגרעמט געווארען. אזוי זענען מיר אלע. רוב מאל איז עס א מעלה. ווילסט וויסען דער צייט? פרעג איינעם. קיינער פרעגט נישט "ווי אזוי ווייסטו" ספעציעל אויב האט ער געקוקט אויף זיין האנט זייגער.


די מישט ווייטער

אן argument איז נישט די זעלבע וואו אן הנהגה
ווען איינער זאגט איך פיר זיך אזוי, איך גלייב אזוי, אדער איך נעם אן אזוי, ווייל... authority זאגט אזוי איז כל הכבוד thats ok
ווידער ווען איינער ארגיאד זיין case סך הכול אויף authority דאס איז שוין יא פאלעסי - און א ידער בר דעת קען דאס באמערקען און זיך היטן דערפין

וואו דו אליין שרייבסט ווייטער "מיר נוצען authority טאג טעגליך. נאר וואס דען, עס מוז נישט זיין אמת."
און היות עס מיז נישט זיין אמת איז דאס א פסול אין אן argument

לולב הגזול

קענסט זיין אויף דער lookout ביז מוצאי ראש השנה אבער ווען דיין קינד פרעגט דיר פארוואס מ'מעג נאר עסען אונזער הכשר וועסטו עם ניצען אן authority.

זאג מיר צי איך פארשטיי וואס דו זאגסט
היות איך זאג פאר מיין קינד אז מען דארף פאלגן authority, ע"כ קען מען נישט זיין אויף די lookout אויב א טענה וואס איינער זאגט דיר אדער וואס דו זאגסט, זאל נישט ליידען פין circular logic וכדומה ???
דאס איז דאס? 🙄
איך פארשטיי נישט דיין reasoning
איך שמעק א fallacy!!

הקטן » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 11:41 pm

· #383803
שטעל דיך פאר דו פרעגסט א דארוועניסט וואו אלט איז די fossil?
דארוועניסט: 80 מיליען יאר!
לולב: פין וואו ווייסטו אז דאס איז 80 מיליען יאר?
דארווין: וואס טייטש מען האט דאס געטראפן אין א שטיין וואס איז 80 מיליען יאר!
לולב: נו ווער זאגט דיר אז די שטיין איז 80 מיליען יאר?
דארווין: וואו אזוי דען קימט דארט אן א fossil וואס איז אלט 80 מיליען יאר?! (קארבען דעטינג ארבעט נישט, אפילו לשיטתם, אזוי לאנג ציריק)


בשום לב, וואלסטו נישט באמערקט אז דאס איז סירקילער ריזעניג?

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 1:00 am

· #383804
שבת אחים: איך מוז (אוןן איך ווילל) דיך דא מפייס זיין ברבים. איך האב א ביסל מגזים געווען (אויף די היימישע שפראך...מע-גא-זעם). דו ביסט א טייערער איד. איך האב נישט געמיינט צו זאגן פאר א פאקט אז דו עסט ח"ו העם און טשיעז בורגערס. מיין עיקר נקודה איז געווען אז ס'איז וויכטיג צו באקומען א וועלטליכע, פראקטישע עדיוקעישן. וואס דו (און נאך טויזנטער אידישע קינדער) האסט ליידער נישט באקומען אין חעידער. איך בין דיך נישט חושד ח"ו אז דו ביסט א מחלל שבת. כ'האב נאר געמאכט א ווערטל...! נאכאמאל. איך בעט דיר דא איבער ברבים. ס'איז נאר געווען געשריבן אין א הומאריסטישן וועג. אבער איך האב זיכער נישט געמיינט דיך ח"ו צו באשולדיגן מיט די אלע נעגאטיווע זאכן...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 1:05 am

· #383805
הקטן
berlbalaguleh
אז דו ביסט געווארן אן אטעאיסט, או.טי. די. אפגעפארענער מיט אלע אנדערע שמות הנרדפים. דו קענסט שוין אריינכאפן א העם סענדוויטש מיט מעיאנעיז. און צו טרונקען א גלעזל מילעך. און דו קענסט שוין (ב"ה) רואיגערהעיט טועם זיין פון די געשמאקע טשיעז בוירגערס וואס דו קענסט באקומען ביי מעקדאנעלד'ס אדער ביי סאבוועי פאר גאנץ ביליג.

בערל וואס מאכט דיך מיינען אז איינער וואס ריפט זיך עטיעסט מעג שוין?
איך האב נישט געטראפן אזא היתר

או.קעי. דאמאלס קענמען הייסן א פרומער אטעאיסט. א פרומער אפיקורס. אבער די אלע זאכן גייען נישט ארויף אויף שבת אחים. איך האב נאר געמאכט א ווערטל. מיין נקודה צו איהם איז געווען אז ער זאלל באקומען א וועלטליכע עדיוקעישן...!

שבת אחים » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 5:27 am

· #383811
berlbalaguleh
שבת אחים: איך מוז (אוןן איך ווילל) דיך דא מפייס זיין ברבים. איך האב א ביסל מגזים געווען (אויף די היימישע שפראך...מע-גא-זעם). דו ביסט א טייערער איד. איך האב נישט געמיינט צו זאגן פאר א פאקט אז דו עסט ח"ו העם און טשיעז בורגערס. מיין עיקר נקודה איז געווען אז ס'איז וויכטיג צו באקומען א וועלטליכע, פראקטישע עדיוקעישן. וואס דו (און נאך טויזנטער אידישע קינדער) האסט ליידער נישט באקומען אין חעידער. איך בין דיך נישט חושד ח"ו אז דו ביסט א מחלל שבת. כ'האב נאר געמאכט א ווערטל...! נאכאמאל. איך בעט דיר דא איבער ברבים. ס'איז נאר געווען געשריבן אין א הומאריסטישן וועג. אבער איך האב זיכער נישט געמיינט דיך ח"ו צו באשולדיגן מיט די אלע נעגאטיווע זאכן...!


דארפסט מיך נישט איבערבעטן. איך פרעג נאר פאר איר שטעלט מיך ארויף אויף איין שעלף מיט אים? פארוואס מוז איך אים נאכמאכן? איך בין שבת אחים און ער איז שלום דין. צוויי אנדערע מענטשען וואס קומען פון אנדערע בעיקראונדס, איך בין אויפגעוואקסן אין א היימישע אונגארישע ווארימע שטוב, שלומ׳ס טאטע איז ניטאמאל געוועהן א איד! ער איז געוועהן א פאלנער גוי וואס האט געהאלטן פון די אידישע רעליגע און זיך געפירט ווי א פרומע איד. איך בין פון אביסל א אנדערע טייג געקענטן ווי אים. איך האב אביסל א אנדערע פראספעקטיוו פון לעבן ווי אים.

יעדער איז unique אין זיין אייגענע וועג. קיינער דארף נישט נאכמאכן קיינעם. ער זאל בלייבן שלום דין און איך וועל בלייבן די אומ-געלערנטע שבת אחים פון גרויסווארדיין, א מארמישע פויער, א חסיד פונעם אהבת ישראל און אויף די אנדערע פוס א האלבע בודהיסט, סאיז מיר זייער גיט אזוי...



וועגן מיין עדזשיוקעישאן איז אמת וואס דו זאגסט. איך וואלט געקענט ביישטיין צו גיין קיין קאלאמביע אבער באמת איך האב נישט געדודלט און קיין נערווען דערצי, דעס וואלט איך געדראפט טוהן יונגערהייט אנשטאט זיצן אין גיבערס פאר דריי יאהר און טאנצן אויף ר׳ מאטלע׳ס פארענטשער בשעת ער עפענט זיך די פאסיג פאר קה אכסוף. אבער יעצט בין איך דאך שוין א בן ארבעים ל׳אַרטרייטס (arthritis) און זיך יעצט ביי די פערציג מיט א שטוב מיט קינדער זיך גיין לערנען טאנצן א נייע טאנץ? מיט אזא ADD פאציענט ווי מיר וואס קען נישט איינזיצן אויף איין זאך מעהר ווי דריי מינוט? למעשה וואס איך וויל וויסן ווייס איך זייער גיט. איך דארף עס נישט פאר קיין פרנסה. איך לייען אסאך און איך פראביר צו ענדזשוין לייף די מערסטע וואס איך קען.

חוץ מזה מיינסט אז שלום דין איז קלוג געווארן אין איין טאג. פון ניו סקווירא ביז כל באי׳ לא ישובון האט די וועלט זיך ארומגעדרייט די זון אזא גיטע צוואנציג מאהל. איך גלייב אז לויט די ראטע וואס איך גיי יעצט די לעצטע פינף יאהר, אז איך גיי אן מיט די טעמפאו אין 15 יאהר ארום וועל איך מיר קענען פארמעסטן מיט אונזער ר׳ שלום.

לולב הגזול » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 8:32 am

· #383816
@הקטן

הנהגות מן דכר שמיה? דו שמעקסט וואס דיין בייעס הייסט דיר שמעקען...

לאז אפ אלע משלים פליז. דו זאג מיר נאר ווי אזוי דו דרייסט דיך ארויס פון אונזער מוחות וואס זענען פראגראמט מיט מכשולות רבים ואדירים וואס איז מעכב דאס אמת.

"עס ווערט איעדען טאג קלארער און קלארער אז אונזער מוחות זענען געפראגרעמט נישט צו גיין מיט'ן אמת נאר מיט הונדרעטער לאגיקעל מכשולות. איך האב געמיינט אז דאס איז דיין פוינט ווען די ברענגסט עס כסדר ארויף. יעצט בין איך נאר נאך מער צומישט וואס דיין פוינט דערמיט איז."

הקטן » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 10:57 am

· #383820
לולב הגזול

הנהגות מן דכר שמיה?


לולב הגזול

ווען דיין קינד פרעגט דיר פארוואס מ'מעג נאר עסען אונזער הכשר וועסטו עם ניצען אן authority.

ווען ענעפרן פאר מיין קינד וואו אזוי זיך נוהג צי זיין וואלט ווען ביי מיר געהאט א שיכות מיט argument of authority וואלט איך אויך געווען אזוי צימישט וואו דיר.

למעשה גייסטו אריין אין ביזנעס א יעדען טאג, און פירסט זיך וואו אזוי דיין שכל זאגט דיר, חאטש ביסט aware אז אלע דיינע החלטות זענען באגלייט מיט בייעס
וויסען אז דער מענטש איז באגלייט מיט בייעס איז בכלל נישט קיין תירוץ אויף נישט ניצען דעם אייגן שכל - וכן אנו נוהגין
ועל זה יבוא אלוהים במשפט.

ביסט גערעכט ביסט גוט צימישט, איך האלט אבער נישט אז וועגן דעם דארף דער ציבור דא ליידן
איז אז דו ווילסט נאך אלץ עפעס וויסען פערסענל וועגן מיר, פרעג אן אין אישי, און אז איך וועל זיין אין די מאד וועל איך זיך מטפל זיין מיט דיר.

לולב הגזול » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 1:19 pm

· #383840
הקטן

ווען ענעפרן פאר מיין קינד וואו אזוי זיך נוהג צי זיין וואלט ווען ביי מיר געהאט א שיכות מיט argument of authority וואלט איך אויך געווען אזוי צימישט וואו דיר.

למעשה גייסטו אריין אין ביזנעס א יעדען טאג, און פירסט זיך וואו אזוי דיין שכל זאגט דיר, חאטש ביסט aware אז אלע דיינע החלטות זענען באגלייט מיט בייעס
וויסען אז דער מענטש איז באגלייט מיט בייעס איז בכלל נישט קיין תירוץ אויף נישט ניצען דעם אייגן שכל - וכן אנו נוהגין
ועל זה יבוא אלוהים במשפט.

מענטשען מאכען מיסטעיקס אין ביזנעס טאג טעגליך. טאקע ווייל אונז האבען נישט דער ריכטיגע כלים צו פארשען וואס אונז דארפען.

איז דאך חלילה שבת אחים נישט מער ווי גערעכט, לשיטתך. אויב בייעס איז נישט קיין תירוץ איז דאך דער מארמען גאטשעס, מוסלעמענער פרויען ברית'ן מיט שווארצע חלה דעקלעך אזוי חשוב ומקובל ווי דעם כפרות שלעגער אדער אייסיס מערדערער.

על זה יביא אלוהיך למשפט. דאס איז דאך כפירה בעיקר ממש! איך האב א שטיקעל תאווה אריינצוווארפען אן עפ"ל פאר דיר אויך. רח"ל מהאי דעתא.

הקטן

ביסט גערעכט ביסט גוט צימישט, איך האלט אבער נישט אז וועגן דעם דארף דער ציבור דא ליידן
איז אז דו ווילסט נאך אלץ עפעס וויסען פערסענל וועגן מיר, פרעג אן אין אישי, און אז איך וועל זיין אין די מאד וועל איך זיך מטפל זיין מיט דיר.



וואס איז מיט דיין ותן טל ומטר אותיות? ווער ליידט? וואס אישי? ווער דארף א טיפול?

אינגערמאן, קענסטו דיך מסביר זיין, על תמנע טוב מבעליו. קענסטו נישט טוה וואס אלע אנדערע טוהען. פליז נעם מיך נישט פערסאנעל. איך בין נאר דא להגדיל תורה ולהאדירה.

לאז אפ אלע משלים פליז. דו זאג מיר נאר ווי אזוי דו דרייסט דיך ארויס פון אונזער מוחות וואס זענען פראגראמט מיט מכשולות רבים ואדירים וואס איז מעכב דאס אמת.

"עס ווערט איעדען טאג קלארער און קלארער אז אונזער מוחות זענען געפראגרעמט נישט צו גיין מיט'ן אמת נאר מיט הונדרעטער לאגיקעל מכשולות. איך האב געמיינט אז דאס איז דיין פוינט ווען די ברענגסט עס כסדר ארויף. יעצט בין איך נאר נאך מער צומישט וואס דיין פוינט דערמיט איז."

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 1:54 pm

· #383842
לולב הגזול: איבער אלע גוטע זאכן וואס דו רעכנסט דא אויס ביניך כמעט מסכים מיט דיר. אבער כפרה שלאגן. ספעציעל אזוי ווי ס'ווערט פראקטיצירט היינט איז גארנישט ווערד. און ס'איז שוין די העכסטע צייט אז מענטשן זאללן קומען צום שכל און סטאפן זיך נאריש צו מאכן. ערשטנס איז עס א מנהג. טאקע א מנהג קדמונים. אבער דער תכלית פונ'ם שלאגן כפרות מיט א טשיקן איז אז דער מענטש זאלל זיך באטראכטן וישוב אל ליבו אז די זעלבע וואס מ'טוט צו דעם הינדל וואלט מען געדארפט צו טון צו איהם. צווייטנס. אינדערהיים (אפילו נישט אזוי לאנג צוריק. אין א מער נארמאלע מדינה) פלעגט זיין איינגעפיהרט אז א יעדער האט באקומען זיין טשיקן אויף וואס ער האט געשלאגן כפרות. אדער האט מען עס אליינס אפגעקאכט און אויפגעגעסן. אדער האט מען עס אוועקגעגעבן פאר ארימעלייט און מקיים געווען מצות צדקה. אבער דא אין אמעריקע איז עס איין שטיק גניבה און שווינדל. ערשטנס. דו צאלסט פאר'ן טשיקן און דו באקומסט עס נישט. צווייטנס. די טשיקן סוחרים. (אפילו די העיליגע פון די מוסדות הקדושים) נוצן איבער און איבער די זעלבע טשיקן. און וואו איז נאך די צער בעלי חיים. וואס מ'לאזט די הינדלעך דארטן שמאכטן אין די גרויסע היצן אן א טראפ וואסער. און די געלטגייציגע סוחרים וויללן אריינכאפן וואס מער קאסטומערס. ס'איז עפעס געווארן א מין מאסן פסיכאוזע. וואו א יעדער לויפט כפרה שלאגן. ווייל יענער גייט. איך האב מורא אז איך האלט מיט די צער בעלי חיים'ניקעס וועלכע וויללן פארבאטן דעם וואנזיניגן פראקטיצירונג. ווער רעדט נאך אז ס'סרח'ט אן די גאסן. די אלע טרעילערלאודס פון הינדלעך און כפרה צענטערס וואס געפונען זיך ביי כמעט א יעדן קארנער...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 2:05 pm

· #383843
שבת אחים: איך האלט מיט דיר 100%. נאר איין נקודה. איך האב אייביג געוואוסט אז שלום דיען'ס טאטע איז געווען א בעל תשובה. נישט א גר...!

ווייל דאס שטימט מיט מיין טעאריע. (פארשטייצעך אז ס'דא אויסנאמען.) אז רוב פון די היינטיגע או.טי. די.'ס זענען סעקאנד דזשענערעישן בעלי תשובה. און שלום דיען איז אויך א סעקאנד דזשענ. ב.ט...!

איך וועלל דיר זאגן פון וואו מיין הערצה צו שלום דיען נעמט זיך. ווען די נבילה סרוחה וועלכע רופט זיך דעברא פעלדמאן. (עכט הייסט זי שרה'לע ברקוביק.) איז ארויסגעקומען מיט איהר סקאנדאליעזן און שקריות'דיגן בוך אקעיגן די אידישע רעליגיע און אידן בכלל. און זי איז געווען א סענזאציע אויף אלע נייעס סטאנציעס. האטציך שלום דיען געלייגט אין די לענג און די ברייט צוריקצושטויסן איהרע וואנזיניגע בילבולים און אטאקעס אויף אידישקייט...! ער האט פאררופן א ראונדטעיבל קאנפערענץ פון אלע אנדערע או.טי.די.'ס פון יענע צייט. און מ'האט זי שטארק פארדאמט צוזאמען מיט איהרע שקרים...!

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:27 pm

· #383844
Re: דארווין
מ׳רעדט דא פון דארווין, ניין?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שבת אחים » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 4:19 pm

· #383846
berlbalaguleh
שבת אחים: איך האלט מיט דיר 100%. נאר איין נקודה. איך האב אייביג געוואוסט אז שלום דיען'ס טאטע איז געווען א בעל תשובה. נישט א גר...!

ווייל דאס שטימט מיט מיין טעאריע. (פארשטייצעך אז ס'דא אויסנאמען.) אז רוב פון די היינטיגע או.טי. די.'ס זענען סעקאנד דזשענערעישן בעלי תשובה. און שלום דיען איז אויך א סעקאנד דזשענ. ב.ט...!



ר׳ בערל, ליטוואק איז גערעכט לאמיר נישט פאררדייען די נושא, אבער האסט שוין אפאר מאל געשריבן אויף ק״ש דיין אומריכטיגע טעיאריע, וואס איך ווייס נישט פון ווי איר נעמט אייער אינפראמאציע. אייער נומערן זענען זייער אומריכטיג. רוב היימשיע אטדס זענען נישט קיין סעקאונד דזשענערעישן בעלי תשובה. נאר אין חב״ד, חב״ד האט היינט צוטאגס בערך אכט טויזנעט אטדס, פון דעם זענען רובא דרובא פון בעלי תשובה הייזער. משא״כ ביי אונז היימישע וואס רעכענט אריין סאטמאר, בעלז, וויזניץ, באבוב, גור, קלויזנבורג, פאפא, טאהש, סקווירא, ראחמסטריווקא, באיאן, סטולין, סקלען, ספינקא, תולדות אהרן, קאשוי, וכו׳ איז פארהאנען אין אמעריקע בערך 2500 אטדס און פון דעם זענען נייציג פראצענט פון היימישע פרומע שטובער ניטאמאל קיין צעהן פראצענט קומען פון בעלי תשובה הייזער.

צוריק צו דארווין, ער איז אויך געוועהן א אט״ד. אויפגעוואקסן א קריסט, זיין גאנצע פאמילע פאר דורות זענען געוועהן געשוואוירע קריסטן. זיין ווייב וואס אויך געוועהן זיין פירסט קאזין איז פארבליבן א קריסט איר גאנצע לעבן. ווען טשארלס דארווין איז געגעאנגען מיט זיין רביצין און זיינע קינדער אין קירכע אויף די עלטערע יאהרן, פלעגט ער זיי באגלייטן ביז צו די טיר פון די קירכע, און ער איז קיינמאל נישט אריינגעגעאנגן אינעווענדיג, נאר געווארט זיין ווייב און קינדער אינדרוסן און געכאפט א שפאציר און באטראכט די וואונדערליכקייט פון נאטור.

הקטן » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 4:46 pm

· #383848
יא ציריק צי דארווין,
וואו האבן מיר נאר געהאלטן?
א יא, שבת אחים איז מסביר וואו אזוי מען זעט פין "אנטיבאטיק רעזיסטענס" אז איין מין קען ווערן א צווייטע -
נו, געגאנגען... זיי מסביר

שבת אחים » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 5:04 pm

· #383850
הקטן
יא ציריק צי דארווין,
וואו האבן מיר נאר געהאלטן?
א יא, שבת אחים איז מסביר וואו אזוי מען זעט פין "אנטיבאטיק רעזיסטענס" אז איין מין קען ווערן א צווייטע -
נו, געגאנגען... זיי מסביר


Wow כבין געפלעפט באמת. דעס איז די קלענסטע קשיא אויף עוואלציע לדעתי, מיט אסאך איגנארענץ. דעס פארשטייסטו אויך נישט? דעס איז קינדערגארטן סייענס. פשוט די ווייערס איז א בעל חי׳ פונקט ווי אלע בעל חי׳ ווען סקען נישט איבערלעבן מעהר ווייל די אנטיביוטאקס הארגענען זיי אויס און די מאסן טוישן זיי זיך זייער פארום און שעפ צו א נייע וויירוס. אדער ווערן זיי אמיונט און צוגעוואוינט צו די מעדיצען און סשאט זיי מעהר נישט- פאר די וואס האבן די נייע mutation אין זייער DNA וואס איז געפראוגרעימט אז די אנטיביוטיק זאל נישט ארבעטן אויף זיי לעבן איבער און געבן איבער פאר זייער offspring א DNA אין די באקטיריע וואס איז resistance צו יענע אנטיביוטיק, און נאר די וואס האבן זוכה געוועהן צו די מיוטעישאן לעבן איבער. דעס איז א חלק פון natural selection. א״ב פון עוואלאציע. אפשר קען לולב הגזול אדער שמערל דיר עס
בעסער מסביר זיין.

פונקט אזוי ווי וויירסוס טוישן זיך-עוואלווען זיך אין אנדערע שעפ אז די מעדיצינען זאלן נישט מעהר ארבעטן. אזוי זעהט מען אין יעדע בעל חי פון גרויס ביז קליין אז סקען זיך טוישן און עוואלווען צו א אנדערע פארום פון לייף, כדאי זיי פראטעקטן פון זייערע predators. צום ביישפיל טוישן די קאליר פון די האר צו ליכטיגער אדער טונקלער כדאי צו פארבלענדן די אויגן און זיי אויסמישן מיט זייער ענווייערמענט ארום זיך. סאיז דא אסאך אסאך ביישפילן און די פאסיל רעקארד באשטעטיגט דאס.

קורקלענד » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 5:32 pm

· #383854
איך האב פארשטאנען אז ער פרעגט וויאזוי א וויירוס איוואלווט זיך צו א ווארעם, און א ווארעם צו א מייז, און א מייז צו א מאנקי, און א מאנקי צו א האמאסעפיאן?

דאס אז זיי איוואלוון זיך פון שוואכערע צו א שטערקערע ווייזט נישט אויף אז א וויירוס קען זיך איוואלוון צו אן אנדערע ספעשי. אדער אפשר קענסטו ווייזן אז יא?

שבת אחים » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 5:47 pm

· #383856
קורקלענד
איך האב פארשטאנען אז ער פרעגט וויאזוי א וויירוס איוואלווט זיך צו א ווארעם, און א ווארעם צו א מייז, און א מייז צו א מאנקי, און א מאנקי צו א האמאסעפיאן?

דאס אז זיי איוואלוון זיך פון שוואכערע צו א שטערקערע ווייזט נישט אויף אז א וויירוס קען זיך איוואלוון צו אן אנדערע ספעשי. אדער אפשר קענסטו ווייזן אז יא?


במשך הונדרעטער מיליאנען יאהרן (למשל ווען פארשידנע נאטירליכע דיזעסטארס איז געשעהן) האבן זיי זיך צוביסלעך גערוקט און אויסגעמישט מיט פארשידנע אנדערע בעלי חי׳ און געווארן א נייע בעל חי׳. פון קאסוב איז געווארן וויזניץ, פון סיגוט איז געווארן סאטמאר, פון צאנז איז געווארן באבוב מיט קלויזנבורג, שפעטער אז מהאט זיך משדך געוועהן מיט א נייע דינאסטיע איז ארויסגעוואקסן א נייע צווייג, פון א געמישטע טשערנאבילער, רוזינער, און צאנזער אייניקל ביינאזאם וואס רופט זיך לאמיר זאגן ״פושטי״ און אז זיינע קינדער און אייניקלעך וועלן סורווייווען און ווייטער אנגיין וועט אין הונדערט יאר ארום זיין א נייע דינאסטיע וואס וועט זיך רופן פושטי, און דער היינטיגער פושטי וועט זיין דער טאטע פון אלע פושטיס-א הייבריד פון אפאר דינאסטיעס וואס ברענגט צום טיש א צאמגעמישטע סעט פון DNA פון אפאר באזונדערע מנהגים און טרעידס.

רוב פון אלע מיני לעבן וואס האט אמאל געלעבט אויף די וועלט אין אלע פארומס פון לייף זענען אויסגעשטארבן לעולם ועד Extinct בלעז. זיי האבן עס נישט געמאכט, ממש 99 פראצענט פון מיני לייף איז א פארגאגענהייט.

קורקלענד » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 5:55 pm

· #383857
דער ניגון קען איך. אבער ווי ווייט איך ווייס האט מען עס נאכנישט איבערגעוויזן אין א לעב. און ער ווארט אז איר זאלט איהם איבערצייגן מיט עווידענס. דערוויילע האט איר מיר אדער איהם נישט איבערצייגט. איך קען אייך זינגן דעם ניגון אז עס איז נישט מעגליך און עס זאל זיין פונקט אזוי איבערצייגנד.

שבת אחים » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 6:08 pm

· #383860
סאיז פונקט ווי פרעגן וויזאוי ווערט פון א פיצל קינד איבערנאכט א גרויסע טאטע? די ענטפער איז אז ס׳געשעט נישט איבערנאכט סגעשעט במשך צוואנציג יאהר, און פונקט ווי דו קענסט נישט זעהן וויאזוי א מענטש ווערט פיזיש גרעסער ווייל ער וואקסט צושטייטלעך יאהרן לאנג און טוישט זיך נאר א טראפקעלע מעהר און מעהר, די זעלבע איז ביי עוואלציע. אונז קענען נישט במציאות זעהן די פראסעס פון א משך פון מיליאנען יאהרן ווייל מיר לעבן נאר הונדרעט יאהר. משא״כ ביי וויירסוס וואס זייערע יאהרן איז אסאך ווייניגער ווי מענטשליכע יאהרן קען מען זיי זעהן ווי זיי עוואלווען זיך. די ניגון ווי דו רופסט עס איז טאקע געוועהן א ניגון אין דארווינס צייטן, אבער נישט אין היינטיגע צייטן מיט די היינטיגע טעכנאלגיע וויאזוי מפארשט פאסילס און DNA איז ״די ניגון״ באשטעטיגט געווארן אלץ א סייענטיפישע פאקט, עכ״פ לויט די סיינטיסטן און ספעציעליסטן זיכער, און יעדע געלערנטע מענטש אן קיין רעליגעזע בייעסי האלט אזוי. סאיז א חלק פון מאדערן סייענס און מעדיציען.

לולב הגזול » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 6:35 pm

· #383864
קורקלענד
איך האב פארשטאנען אז ער פרעגט וויאזוי א וויירוס איוואלווט זיך צו א ווארעם, און א ווארעם צו א מייז, און א מייז צו א מאנקי, און א מאנקי צו א האמאסעפיאן?

דאס אז זיי איוואלוון זיך פון שוואכערע צו א שטערקערע ווייזט נישט אויף אז א וויירוס קען זיך איוואלוון צו אן אנדערע ספעשי. אדער אפשר קענסטו ווייזן אז יא?


קיינער האט נישט געזען א ווארעם ווערען א מייז. אויב עפעס ווערט עוואלווד דארך DNA דאמעלטס מיז עס נעמען דורי דורות פאר איעדער קליינע טויש. אפילו פון א פערד צו אן אייזעל מיט קליינע DNA טוישונג נעמט אויך יארען.

קיין איין סייענטיסט וואס איך ווייס פון זאגט נישט אז עוועלאשען איז א must נאר אז לויט ווי עס קוקט אויס האט עס אזוי פאסירט. כ'מיין אז כ'האב געזען דאקינס אליין דאס עקלערען. אויב האבען זיי נישט קיין חזקה פון זייערע עלטערען אז אין אדם מוריש שקר, און זיי קוקען זיך אום אויף וואס מ'ווייסט יא, קוקט אויס ווי מיט קליינע טוישען און מיט מיליאנע יארען קען א מין זיך טוישען צו אן אנדערע מין. דאס האט דארווין איינגעזען בשעתו און היינט מיט DNA און פארגעשריטענע dating טעכנעלאגיע קוקט עס מער אויס אזוי.

אויב א טשימפאנזי מיט אונז האבען 98% דער זעלבע DNA און DNA קען זיך אמאל טוישען לתועלת, איז ווי שווער איז צו פארשטיין וואס זיי טענה'ן? אונזער וועלט קוקט אויס אזוי ווי עס וואלט געווען מיליאנען יאר אלט און עס קוקט אויס ווי מינים וואלטען זיך געקענט דעוועלאפען דארך שטייטע טוישען. נאך מער, כמעט איבעראל ווי מ'גראבט קוקט עס ווייטער אויס ווי טאקע, עוועלאשען איז געשען.

ס'מיינט נישט אז אזוי איז עס טאקע געשען. קיין איינער האט עס נישט ריקארדעד און קיין איינער קען נישט זאגען ער האט עס געזען. דער פאסיל רעקארד איז ווייט פון א דבר השלם. (די DNA רעקארד איז אביסעל א שטערקער טענה מיין איך).

ווען נישט מיר האבען א מסורה אויף פארקערט (לאו דוקא אונז, אויך רוב ערליי קריסטען, מוסלעמענער און מסתם נאך אסאך אנדערע) וואלטען אונז אלע עס לכאורה אנגענומען. נאר אונז האבען דאך א מסורה מיט אן אמונה. איך מיין נישט, ח"ו, אז דער קשיה איז גענוג אויף אפצופרעגען דער תורה, דאס איז קלאר אז דער וואס וויל גלייבען און דעם עוועלאשען און אויך גלייבען און באשעפער באמונה שלמה קען עס זייער גרינג טוהן. איך אליין קען גענוג חניאקישע אינגערלייט וואס זענען יוצא ידי שניהם.

הקטן » פרייטאג סעפטעמבער 1, 2017 1:20 am

· #383879
שבת אחים

פונקט אזוי ווי וויירסוס טוישן זיך-עוואלווען זיך אין אנדערע שעפ אז די מעדיצינען זאלן נישט מעהר ארבעטן. אזוי זעהט מען אין יעדע בעל חי פון גרויס ביז קליין אז סקען זיך טוישן און עוואלווען צו א אנדערע פארום פון לייף,[???] כדאי זיי פראטעקטן פון זייערע predators. צום ביישפיל טוישן די קאליר פון די האר צו ליכטיגער אדער טונקלער כדאי צו פארבלענדן די אויגן און זיי אויסמישן מיט זייער ענווייערמענט ארום זיך. סאיז דא אסאך אסאך ביישפילן און די פאסיל רעקארד באשטעטיגט דאס.

געב א קוק, מיינע קינדער האבן אלע איוואלוועד פין מיר, איינעם רינט די נאז מער איינער ווייניגער
איינער קוקט אויס אביסל אנדערש וואו דער צווייטער
איינער איז א ווישנצער און איינער א סאטמערער, אבער זיין זענען אלע פין די זעלבע form of life

איך האלט אויך און איין איוואלווען, א טאג בין איך מער אויסגעשטעלט צי כאפן א cold און איין טאג ווייניגער
אז איך האב געמאכט עקסערסייז האב איך מער מאסעלס
איך האב נעכטן געהאט מאסעלס היינט האב איך מער
ווען איך האב געהאט ווייניגער מאסעלס איז מיין חבר געווען שטערקער פין מיר, היינט בין איך שטערקער פין עם.


פארוואס לויפסטו דווקא צי ווייראס?
עם איי מיסינג סאמטינג?
מיט וואס איז ווייארס אנדערש וואו מיינע מאסעלס?

די ענזיים וואס איז נעכטן געווען איז אויך דא היינט, אמאל איז דאס מער און אמאל ווייניגער, גארנישט ניי איז דא ציגעקימען

דו ברענגסט א ראיה אז עוולאשען קען גיין און די לענג (מאקרא, טויש פין מין צים צווייטען) והא ראיה ס'קען דאך גיין און די ברייט (מייקרא, קליינע טוישענגען אין דעם זעלבע מין, וואו דער משל פין א ליכטיגער קאליר צי א טינקעלע קאליר )
איז דאס א fallacy?

דו האסט א תירוץ פארוואס דו קענסט נישט באווייזען אז א virus זאל זיך טוישן צי אן אנדערע סארט באשעפעניש, ווייל עס נעמט צו צו לאנג
איך פארשטיי און האב מיטלייט, אבער א [b]תירוץ [/b]וואו גוט ס'זאל נאר נישט זיין איז נישט קיין ראיה!

לולב וויל עפעס זאגן אז די גאנצער וויירעס געשעפט איז טאקע נישט קיין ראיה נאר ס'איז בדרך אפשר, קען זיין אז ס'קען געשען, קען אויך זיין אז ס'קען בכלל נישט געשען ווייל קיינער האט דאס נישט געזען.
דו האלסט אויך אזוי?

שבת אחים » פרייטאג סעפטעמבער 1, 2017 3:12 am

· #383880
איך פארשטיי נישט. לא זכיתי להבין וואס פונקטליך דו קוועטשסט דא. (חוץ אז איינע פון דיינע קינדער זענען א סאקמארער וואס שרייט שייגעץ ארויס און דער אנדערער א וויזניצער קוגל פרעסער מיט גרויסע שלייקעס און א פאק פון שליסלעך הענגט אים אראפ אויף די רעכטע-וויזניצע זייט) איך בין נישט ריספאונסביל פאר לולב׳ס תגובות. זאל ער זיך אליינס מסביר זיין.

בקיצור נמרץ:
קליינע מיוטשעישאונס במשך מיליאנען יאהרן ווערן א נייע מין. ביי גרויסע מעמעלס קען עס נעמען טויזנטער און מיליאנען יאהרן אלזא קענען אונז עס נישט זעהן בחוש נאר אין די געציילטע איבערגעבליבענע ביינער/פאסילס וואס אונז האבן זוכה געוועהן צוטרעפן. ווידער ביי וויירסוס קען מען יא זוכה זיין צוזעהן די פראסעס פון עוואלשען ווייל זייערע לייף ספען איז אסאך ווינציגער.

איך פארשטיי באמת נישט וואס דו ווילסט. פרעג איבער.

פאר מעהר:

וויקפידיע:
<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Viral_evolution">https://en.m.wikipedia.org/wiki/Viral_evolution</a>

קאהאן אקאדעמיע:
<a class="postlink" href="https://www.khanacademy.org/science/biology/biology-of-viruses/virus-biology/a/evolution-of-viruses">https://www.khanacademy.org/science/bio ... of-viruses</a>

לולב הגזול » פרייטאג סעפטעמבער 1, 2017 10:35 am

· #383890
הקטן
לולב וויל עפעס זאגן אז די גאנצער וויירעס געשעפט איז טאקע נישט קיין ראיה נאר ס'איז בדרך אפשר, קען זיין אז ס'קען געשען, קען אויך זיין אז ס'קען בכלל נישט געשען ווייל קיינער האט דאס נישט געזען.

מגלה פנים בתורתם שלא כהלכה!

עס קוקט אזוי אויס. פינטעל.

ווען איינער קוקט אן א איד מיט א לאנגע ווייסע בארד זאגט ער נישט אז דער איד איז שוין 'בדרך אפשר' עלטער ווי 10 יאר. טאמער וויל איינער מדייק זיין לאמת וועט ער זאגען "ער קוקט אויס ווי א עלטערע איד". אויב וויל א פארשער מדייק זיין לאמת וועט ער זאגען דער וועלט קוקט אויס אלט, און עס קוקט אויך אויס אז דער מסבב כל הסיבות האט אנגעדרייט א מין סיסטעם וואס זיי רופען עוועלאשען.

הקטן » פרייטאג סעפטעמבער 1, 2017 10:50 am

· #383891
תשואות חן פאר שבת אחים פאר אראפ ברעגן דעם סייט
אזוי ארים קען מען דארך טון דעם נושא וואו adults

פאר די וואס קענען נישט אזוי גוט קיין ענגליש וועל איך אראפ ברענגן די נקדות וואס דער סייט וואס שבת אחים האט געברענגט, ווער עס קען איז כדי דאס דארך ציקוקען, שבת אדער סיי ווער, אויב זאג איך עפעס נישט גוט אדער איך פארפעל עפעס וואס העלפט קלאר מאכן לעצם העיין פליז העלף ארויס למען יגדיל תורה ויאדיר.


א. דער ווארט evolution ווערט זייער אסך געניצט, אבער virus בלאבט virus -קיין איין מאל ווערט דאס נישט עפעס אנדערש
(1)
* אזוי ווערט דער ווארט געניצט און אלע text ביכער - און דאס איז א חלק פין דעם ברעין-וואשינג און האט נישט קיין שייכות צו נושא פין מאקרא-עוועלאשען
* א יעדער איינער איז מודה צי דעם, אפילה די סייענטיסטען וואס האלטן נישט מיט דארווין
* דאס איז ממש די זעלבע נקידוה וואו כשם שאין שני פרצופים שווים, און דער צישטעל צי דיינע און מיינע קינדער איז שוין איינמאל רעלעווענט!


ב. צוויי מהלכים וואו אזוי א virus טוישט זיך פין אביסל מער אדער ווייניגער ענזיימס וכדומה

a - איין ווייראס האט חתונה מיט אן אנדערע וויירס און אביסל פין ווייראס A קלעבט זיך אן און דעם צווייטען - און ווערט א טשאלענט
* גארנישט ניי איז ציגעקימען!
* וואו דו זאלסט אריין לייגן אביסל זאלץ אין אן אייער-שפייס -ס'איז אייביג געווען אייער און אייביג געווען זאלץ -
* און דער פאל איז דאס נאך ווייניגער און virus בלאבט virus -קיין איין מאל ווערט דאס נישט עפעס אנדערש
(2)

b - פינקט וואו מיינע קינדערלעך קיינע-הארע איז א יעדער איינער עטוואס א ביסעלע פיצקי אנדערש, די זעלבע זאך מאכט זיך אויך ביים ווייראס אז נישט אלע זענען ממש ממש גלייך.
* דאס געשעט נישט ווייל די virus האט עפעס א חשבון ער וויל זיך איבער-קליגען איבער דער אנטי-בייאטיק, בכלל נישט! די פראסעס איז at random און אן קיין שום חשבון!
* נישט נאר אז גארנישט ניי איז דא ציגעקימען, דער שטערקערע ווייראס האט פניקט אזוי געקענט דא זיין נאך אסך פאר דער אנטי-בייאטיק איז געגעבן געווארן, דו שוואכע האט דער אנטי בייאטיק אן געבראכן די ביינער און דער שטערקער האט זיך נישט געלאזט - דאס איז אויך געשען צי מיינע זיסע קינדערלעך ווען זיי האבן געשפילט חאפצעם אין חדר.
(3)


ג. דער HIV ווייראס גייט דארך און א 52 שעה בערך וואס א מענטש גייט דארך און א 20 יאר!
* שוין דא א 50 יאר וואס דער ווייראס איז דא און האט שוין אנגעשטעקט מיליאנע מיליאנע מענטשען, און פין דעם נערישען ווייראס איז געבליבן, וואס סך הכול? אן HIV ווייראס!!!
* virus בלאבט virus -קיין איין מאל, אפילו נאך אסך אסך צייט ווערט דאס נישט עפעס אנדערש
(4)


ד. א ווייראס קען זיך נאר טוישן נאר און א קליינע שטח, און קען נישט גיין צי ווייט פון זיין מקור, ווען יא הערט ער אויף צי קענען זיין פרה ורבה - דער קליינער שטח ווערט געריפן בלשונם Genetic variation
* פינקט וואו ביי א מענטש איינער קען זיין שווארץ איינער בלאנד און נאך טויזענטער קליינע חליקום, אבער דאס אלס
* אויב דער חילוק איז אבער א גרויסער זאל דער אייבישטער שומר ומציל זיין! וואו גרעסער דער חילוק אלס קלענער איז דער CHANCE אז דער קינד זאל דאס איבער לעבן. ס'קימט א פוינט וואס ס'איז נישט מעגליך דאס זאל בלייבן לעבען

בקיצר:
* א קליינער טויש האלט א יעדער האלט און איין געשען
* א גרויסער טויש, פין איין סארט צים צווייטען, האט קיינער קיינמאל נישט געזעהן אין קיין ווייראס
* א ווייראס וואס טוישט זיך זייער שנעל וואלט שוין יא געווען א פלאץ דאס צי דארפן זען, אבער ביז דערווייל - גארנישט!
* א ביסעל א גרעסערע טויש, נאך אין זעלבן מין, קען זיך אויך נישט האלטן
און אנדערע ווערטער, א גרויסער טויש, צי א צווייטער סארט, נישט נאר מען האט דאס נאך נישט געזען אין קיין איין virus נאר ס'איז בכלל נישט מעגליך!
(5)

* שבת אחים'ס חבירים וואס זענען אין מעדיקעל סקאל זענען נאך נישט אנגעקימען צי fitness costs, ועוד חזון
* אחוץ מזה קוקט טאקע אויס אז מיר האבן איוואלווד - אבער די ראיה ליגט ערגעץ אנדערש, נישט אין virus
אפשר DNA





----
(1)

Viruses undergo evolution and natural selection, just like cell-based life, and most of them evolve rapidly.


(2)
When two viruses infect a cell at the same time, they may swap genetic material to make new, "mixed" viruses with unique properties. For example, flu strains can arise this way.


(3)
We've seen how recombination can affect virus evolution, but what about mutation? A mutation is a permanent change in the genetic material (DNA or RNA) of a virus. A mutation can happen if there is a mistake during copying of the DNA or RNA of the virus.


(4)

the HIV virus goes through its lifecycle in just 525252 hours, as compared to roughly 202020 years for the human lifecycle!^{15}
​15
​​

(5)
Natural selection can only happen when it has the right starting material: genetic variation. Genetic variation means there are some genetic (heritable) differences in a population.

שבת אחים » פרייטאג סעפטעמבער 1, 2017 11:57 am

· #383894
און דיין סייענס נעמסטו פון די קריסטן?

יעצט פראבירסטו צוגיין מיט ליגענט. קודם האסטו געלייקענט, און יעצט גייט שוין ליגענט.

כהאב שוין נישט קיין כח זיך צו טענהן מיט דיר. סאיז נישט פאר מיינע נערווען מעהר.
Influenza Viruses

Influenza viruses are simple entities belonging to one of three types: A, B, or C. They consist of no more than seven or eight RNA segments enclosed within an envelope of proteins. Mutations in viral RNA and recombinations of RNA from different sources lead to viral evolution.

Antigenic Drift

Influenza viruses can evolve in a gradual way through mutations in the genes that relate to the viral surface proteins hemagglutinin and neuraminidase (HA and NA in shorthand).
These mutations may cause the virus’s outer surface to appear different to a host previously infected with the ancestor strain of the virus. In such a case, antibodies produced by previous infection with the ancestor strain cannot effectively fight the mutated virus, and disease results. (Hemagglutinin and neuraminidase lend their first initials to flu subtypes. For example, the 2009 influenza pandemic was caused by an influenza A H1N1 virus.) As mutations accumulate in future generations of the virus, the virus “drifts” away from its ancestor strain.

Antigenic drift is one reason that new flu vaccines often need to be created for each flu season. Scientists try to predict which changes are likely to occur to currently circulating flu viruses. They create a vaccine designed to fight the predicted virus. Sometimes the prediction is accurate, and the flu vaccine is effective. Other times the prediction misses the mark, and the vaccine won’t prevent disease.

Antigenic Shift

Antigenic shift is a process by which two or more different types of influenza A combine to form a virus radically different from the ancestor strains. The virus that results has a new HA or NA subtype. Antigenic shift may result in global disease spread, or pandemic, because humans will have few or no antibodies to block infection. However, if the new influenza A subtype does not easily pass from person to person, the disease outbreak will be limited.

Antigenic shift occurs in two ways. First, antigenic shift can occur through genetic recombination, or reassortment, when two or more different influenza A viruses infect the same host cell and combine their genetic material. Influenza A viruses can infect birds, pigs, and humans, and major antigenic shifts can occur when these virus types combine. For example, a pig flu virus and a human flu virus could combine in a bird, resulting in a radically different flu type. If the virus infects humans and is efficiently transmitted among them, a pandemic may occur.

Second, an influenza A virus can jump from one type of organism, usually a bird, to another type of organism, such as a human, without undergoing major genetic change. If the virus mutates in the human host so that it is easily spread among people, a pandemic may result.

In all cases, antigenic shift produces a virus with a new HA or NA subtype to which humans have no, or very few, preexisting antibodies. Once scientists are able to identify the new subtype, a vaccine can generally be created that will provide protection from the virus.

Why does antigenic shift occur only with influenza A, and not influenza B and C? Influenza A is the only influenza type that can infect a wide variety of animals: humans, waterfowl, other birds, pigs, dogs, and horses. Recombination possibilities, therefore, are very low or nonexistent with influenza B and C.

A pandemic had the potential to occur in the bird flu outbreaks in 2003 in Asia. An H5N1 influenza A virus spread from infected birds to humans, resulting in serious human disease. But the virus has not evolved to be easily spread among humans, and an H5N1 pandemic has not occurred.

HIV

The virus that causes Acquired Immune Deficiency Syndrome (AIDS) is a highly genetically variable virus, for several reasons. First, it reproduces much more rapidly than most other entities. It can produce billions of copies of itself each day. As it makes rapid-fire copies of itself, it commonly makes errors, which translate into mutations in its genetic code. The more beneficial the mutations are to the virus’s survival, the more likely that mutated virus will be to reproduce itself.

Another cause of the variability in HIV results from the virus’s ability to recombine and form new variants within an individual. This happens when a host cell is infected with two different variations of HIV. Elements of the two viruses may combine to result in a new virus that is a unique combination of the two parents.

The rapid rate of HIV evolution has important consequences. HIV can quickly develop resistance to anti-HIV drugs. Additionally, targeting a vaccine to a rapidly changing virus is challenging. To date, researchers have developed several candidate HIV vaccines, but none has performed well enough in clinical trials to warrant licensure. Read the article Development of HIV Vaccines to learn more about the challenges and promise.

<a class="postlink" href="https://www.khanacademy.org/partner-content/stanford-medicine/stanford-influenza/v/genetic-shift-and-drift">https://www.khanacademy.org/partner-con ... -and-drift</a>

הקטן » פרייטאג סעפטעמבער 1, 2017 12:26 pm

· #383895
ביטע זיי מער ספעסיפק, וואס איז ליגענט?!?
דו זעסט ערגעץ און דיין לאנגער מגילה וואו א ווייראס ווערט אויס ווייראס?
אויב יא צייכן ביטע אן.

שרייב דער שורה אין טייטש דאס איבער אויף אידיש, פליז
נישט האף אז דער ליינער פאשטייט נישט דעם ענגליש און וועט ווערן צימישט
איך לויף נישט אין ערגעץ - ליגענט איז ליגענט

איך וועל יא אביסל מסביר זיין וואס שבת אחים האט געמאכט באלד - שבת אחים take a deep breath און לייג צי קאפ
וואו מיר ווייסען פין דעם נפלאות הבורא האט דער אייבישטער געמאכט א מענטש מיט א אימיאן סיסטעם וואס שלאגט זיך מיט דער שונא דער ווייראס, דארך אנטי-באדיס
איז היות וואו אינז האמער שוין ערווענט, און קיינער זאגט נישט אנדערש, מאכט זיך כסדר קליינע טוישענגען אין דעם ווייראס זעלבסט, ע"כ מאכט זיך אמאל אז די אנטיבאדי דערקענט פשוט נישט דעם שונא ווייל ער האט א דרויסענדיגער שלייער
נישט נאר א ווייראס בלייבט א ווייראס נאר flu virus בלייבט flu virus, ותו לא מידי!!!
שכח שבת אחים, איך בין זיכער דעם זכות וועט דיר ציניץ קימען.


Influenza viruses can "evolve" in a gradual way through mutations in the genes that relate to the viral surface proteins hemagglutinin and neuraminidase (HA and NA in shorthand). These mutations may cause the virus’s outer surface to appear different to a host previously infected with the ancestor strain of the virus. In such a case, antibodies produced by previous infection with the ancestor strain cannot effectively fight the mutated virus, and disease results. (Hemagglutinin and neuraminidase lend their first initials to flu subtypes. For example, the 2009 influenza pandemic was caused by an influenza A H1N1 virus.) As mutations accumulate in future generations of the virus, the virus “drifts” away from its ancestor strain.

באמערק וואו דער ווארט "evolve" ווערט געניצט בקשר צי מייקרא-עוועלאשן

אזוי וואו איך האב געשריבן, דער נייער ווייראס האט אויך געקענט זיין פאר דעם אנטיבאטיק, און איז בכלל נישט ניי אפלו אין די ווייראס משפחה
H1N1 איז נישט קיין ניי קינד אויפן בלאק ער איז דער swine flu

קורקלענד » פרייטאג סעפטעמבער 1, 2017 12:40 pm

· #383896
.

שבת אחים » פרייטאג סעפטעמבער 1, 2017 3:53 pm

· #383902
הקטן

פארוואס לייגסטו אריין ווערטער אין מיין מויל? ווי האב איך געזאגט אז דו וויירוס עוואלוועט זיך אין א צווייטע מין? איך האב געזאגט אז די וויירוסוס טוישט פארומס און קען עס מאכן אויסקוקן פאר א צווייטע מין וויירוס און דעס קענען מיר זעהן בחוש. ווילאנג מ׳ווייסט אז DNA קען זיך טוישן צו א אנדרע פאורם, נעם די אלע קליינע מיוטעשאונס און Add it up -קען עס מיט די יאהרן ווערן א אנדרע ספישע. דו ווילסט זעהן א בער ארויסקומען פון א וויירוס. אויב וואלטן מיר דעס געקענט זעהן איז נישטא קיין שום ארגעיומענטס. די זעלבע ווען דו קענסט מיר ווייזן גאט, אדער לכה״פ סייענטיפיקלי ווייזן אז דו וועלט איז יא חרוב געווארן פיר טויזנט יאהר צוריק, אדער אז די וועלט איז אינטער 6000 יאהר אלט. למעשה איז עס detective work, ווייל אונז לעבן נישט אזוי לאנג און די גאנצע איידיע פון עוואלאציע איז נאר 200 יאהר אלט. However מיר קענען צאמשטעלן א פאזעל. און די ערשטע זאך דארפסטו מודה זיין אז קליינע מיוטעשאונס געשעהן-וואס דעס ווייסט מען זיכער, פלאוס מיליאנען יאהרן פון נאטיריליכע סעלעקציע. יעצט נעם צאם אלע עווידענס פאר דעם סיי די מיליאנען יאהרן ביי די מיוטעישאונס, קען מען זייער גרינג פארשטיין וויאזוי פון שווארצע בערן איז געווארן ווייסע בערן, וכו׳ וכו׳. סייענטיסטן האבן גענומען אסאך מיני חיות, ליזארדס, פויגלעך, רעפטיילס, און געלייגט אויף אנדערע אינזל און זיי אריינגעלייגט אין א אנדערע ענווייערמענט אדער געגעבן אנדערע עסען און ביז אפאר דורות האבן זיי זיך געטוישט זייער אינדורסנדיגע אויסזעהן. מיר קענען זעהן בחוש די אנפאנג, דארפסט נאר א קאלקאלעיטאר צוזאמען צורעכענען וואס געשעהט ווען די קליינע מיוטעישאנס ADD UP אין 50 מיליאן יאהר.

איך קען דיר נישט העלפן אז די קענסט נישט קאנעקטן די דאטס. קיינער האט נישט קיין ווידעא קליפ פון הונדרעט מיליאנען יאהרן אונז זאלן עס קענען שפילן ריוויינד (צוריקצווועגס) פאר מיליאנען יאהרן. וואס יא? מקען פארשטן פאסילס, וויירסוס, באקטיריע, די אלטקייט פון די פלאנעט, DNA. און נאכדעם צאמשטעלן די פאזל. אט דעס האבן סייענטיסטן טאקע געטוהן זינט דארווין (פון די גאנצע פארגעשריטנע וועלט) און אלע סימנים פוינטן אויף איין דירעקציע- עוואלציע ביי נאטורליכע סעלעקציע.

גיי צוריק וואס איך האב ארגעניעל געטעהנט די פראסעס פון עוואלציע קען מען היינט זעהן אין א לאבארטאריע אינטער א מיקראסקאפ.

שבת אחים » פרייטאג סעפטעמבער 1, 2017 6:42 pm

· #383910
א וויכטיגע נקודה וואס כהאב אויסגעלאזט, איז טאקע וואס כהאב געשריבן אויבן. די נאטראליסט עטענבארא אין זיין דאקיומענטרי איבער עוועלאושן ווייזט אן אויף פארשידנע טראנזישאונעל ספישיעס וואס לעבן היינט צוטאגס. זיי האבן סימני פיש און סימני פויגל. אזוי אויך איז דא פול מיט פאסילס פון פארשידנע מיני געמישטע מינים.

יעצט איז אזוי
אויב איז אמת אז מיוטעישאונס געשהען ביי אלע פארומס פון לעבן. און אין די לעצטע פערציג יאהר איז מען אויפגעקומען מיט Gene regulation און סייענטיסטן האבן אפילו אידינטפייד די סוויטשס אין די גענעטיקס וואס קען טושן אסאך זאכן אינעם בעל חי׳.

אויב איז עס אמת וואס גוגל, וויקיפידע און אלע סיינעטיפישע חוקרים זאגן אז די וועלט שטייט איבער פינף ביליאן יאהר.

אויב סאיז אמת אז סאיז דא אזא מציאות ווי האלבע פיש און האלבע רעפטיילס.

אויב עס אמת אז מיר הומאנס זענען 98 פראצענט די זעלבע ווי שימפאנזיס און באנאבאס. און אזוי אויך אלע לעבדיגע פארומס האבן אנדערע מינים וואס קוקן אויס גאר ענדליך-ווי פון די זעלבע משפחה.

די לעצטע פיר זאכן וואס כ׳האב אויסגערעכענט קען מען אויפווייזן אז סאיז א סייענטיפיש פאקט און אז סאיז אמת.

ווי שווער איז שוין צאמשטעלן די רעשט?


פונקט ווי סאיז נישט מעגליך דערווייל פאר אונז הומאנס צו טרעוולן צו די אנדערע עק יוניווערוס ווייל מיר לעבן נישט גענוג לאנג וואס נעמט אנצוקומען אפילו צו א הונדרעסטל פונעם וועג. מיינט נאכנישט אז ס׳עקזיסטירט נישט, מקען קוקן דורך אנדרע וועגן למשל מיט טעלעסקאופס און מיט פארשידנע אנדערע פארגעשריטנע טעכנאלגיע קענען מיר קוקן אפילו אויף א פלאץ וואס נעמט אהין צופארן מיליאנען יאהרן.

דו ווילסט מזאל דיך אהינפירן און אז נישט גלייבסטו נישט אין די גרויסקייט פון ספעיס. דו בעטס עפעס וואס איז דערווייל נישט מעגליך במציאות.

אבער יעדע סיינטעפישע טעסט פון שטודירן פאסילס ביז DNA, ראדיא אקטיוויטי און קארבאן דעיטינג, ווי מהאט נאר גענישטערט און געזוכט אויפן כדור הארץ פראופט אז דארווין איז גערעכט. און נישט סתם אזוי האט מען דעס אריינגעלייגט אלץ מעשה בראשית אין יעדע טעקסט-בוך פון יעדע פארגעשריטנע לאנד, פון די ערגסטע ביז די בעסטע שולעס אויף די וועלט לערנט מען מיט די קינדער אין סקול עוואלאציע. נישט ווייל דאוקינס און היטשענס זענען אטיעסטס אדער וועגן עפעס א קאנספירעסי נאר ווייל סייענס און מאטאמטיקס ווייזט אזוי. און אלע נאטריליסטן, זואלגיסטן, ביאלאגיסטן, פאלענטאליגסטן, געאלגיסטן, פון די גאנצע וועלט קלעימן אז דארווין בשעתו האט צוגעטראפן וואס זיי קענען היינט קלאר זעהן מיט די נייע מאדערן פארגעשריטנע טעכנאלגישע כלים פון היינטיגע צייטן וואס איז נישט געוועהן שייך צוטוהן אין דארווינס צייטן.

Charles Darwin and the Tree of Life- David Attenborough
<a class="postlink" href="https://www.dailymotion.com/video/xsxubk">https://www.dailymotion.com/video/xsxubk</a>

David Attenborough Origin of Life
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=dCeHQfCjgJM">https://www.youtube.com/watch?v=dCeHQfCjgJM</a>

הקטן » זונטאג סעפטעמבער 3, 2017 11:58 am

· #383931
שבת אחים
הקטן
פארוואס לייגסטו אריין ווערטער אין מיין מויל? ווי האב איך געזאגט אז דו וויירוס עוואלוועט זיך אין א צווייטע מין?


איך האב פארשטאנען אז את והב בסופה
אין דו ביסט אויך קלאר מודה אז קיינער האט נאך קיימאל נישט געזען אז א ווייראס זאל ווערן אויס ווייראס, טוישן life forms בלשנם אויך נישט מיט קיין סעפיסקירטע מייראסקאפ
און פין די אנדערע זייט איז א יעדער איינער מודה אז טוישינגען געשען.

פינקט וואו איך און די קענען אויסקיקען אנדערש אזוי איז מיט די ווייראס

ווייראס בלייבט ווייראס
בער בלייבט בער - ס'איז אייביג געווען שווארצע בערן און ווייסע בערן
ליזערד בלייבט ליזערד
פויגלעך בלייבן פויגלעך
רעפטיילס בלייבן רעפטיילס
אויף א יעדער אינזעל

וועל איך דיך נישט פארהאלטן פארן שרייבן

שבת אחים
פונקט ווי דו קענסט נישט זעהן וויאזוי א מענטש ווערט פיזיש גרעסער ווייל ער וואקסט צושטייטלעך יאהרן לאנג און טוישט זיך נאר א טראפקעלע מעהר און מעהר, די זעלבע איז ביי עוואלציע. אונז קענען נישט במציאות זעהן די פראסעס פון א משך פון מיליאנען יאהרן ווייל מיר לעבן נאר הונדרעט יאהר. משא״כ ביי וויירסוס וואס זייערע יאהרן איז אסאך ווייניגער ווי מענטשליכע יאהרן קען מען זיי זעהן ווי זיי עוואלווען זיך.

פארוואס דאס וואס א מענטש מאכט טוישינגען ריפסטו נישט עוואלציע איז מיר קיינמאל נישט אריין אין קאפ - ווער דארף דאן מייקראסקאפ?

שבת אחים

פונקט אזוי ווי וויירסוס טוישן זיך-עוואלווען זיך אין אנדערע שעפ אז די מעדיצינען זאלן נישט מעהר ארבעטן. אזוי זעהט מען אין יעדע בעל חי פון גרויס ביז קליין אז סקען זיך טוישן און עוואלווען צו א אנדערע פארום פון לייף,[???] צום ביישפיל טוישן די קאליר פון די האר צו ליכטיגער אדער טונקלער כדאי צו פארבלענדן די אויגן און זיי אויסמישן מיט זייער ענווייערמענט ארום זיך

טוישן די קאליר פון די האר הייסט נישט קיין אנדערע "פארום פון לייף"! אז דאס קען געשען איז א פאנטאזיע, קען זיין אז ס'קען קען זיין אז נישט אבער קיינער האט אזאנס נאך נישט ערגעץ געזען.



שבת אחים

בקיצור נמרץ:
קליינע מיוטשעישאונס במשך מיליאנען יאהרן ווערן א נייע מין. ביי גרויסע מעמעלס קען עס נעמען טויזנטער און מיליאנען יאהרן אלזא קענען אונז עס נישט זעהן בחוש ווידער ביי וויירסוס קען מען יא זוכה זיין צוזעהן די פראסעס פון עוואלשען ווייל זייערע לייף ספען איז אסאך ווינציגער.[/color]

ביי גרויסע מעמעלס קענען מיר טאקע נישט זוכה זיין צוזעהן וואו זיי ווערן א נייע מין ... ווידער ביי וויירסוס ???

דאס איז אלס א קליינער סעמפל
וואו געזאגט וועל איך דיך נישט פארהאלטן דערפאר, דו ביסט נישט שילדיג, די ליטאראטאר איז פיל מיט די סארט דיסעפשענס, און דו האסט דאס נישט געמישט כאפן

שבת אחים » זונטאג סעפטעמבער 3, 2017 12:03 pm

· #383932
איך פארשטיי נישט קיין ווארט פון דיין לעצטע תגובה און ווי דו צילסט.

איך האב אין מיין לעצטע תגובה געברענגט פיר סייענטיפישע פאקטן וואס יעדער סייענטיסט אויף די וועלט איז מודה היינטיגע צייטן. און ווען מ׳נעמט צאם די אלע פיר זאכן האסטו די גאנצע בילד פון עוואלציע קליפ און קלאר.

וועלכע פון די פיר זאכן איז נישט אמת. אדרבה לאמיר הערן?

הקטן » זונטאג סעפטעמבער 3, 2017 12:25 pm

· #383934
זיכער האסטו געברענגט פרישע פאקטן (וואס יעדער סייענטיסט אויף די וועלט איז מודה היינטיגע צייטן,) און קען זיין וען מ׳נעמט צאם די אלע פיר זאכן האסטו די גאנצע בילד פון עוואלציע קליפ און קלאר.

ווייראס? לא דוב ולא יער - נישטא קיין זכר פין קיין בער:
איך האב קודם געוואלט זיין זיכער, פאר מיר גייען ווייטער, אז איך פארשטיי די הארטע באווייז פין ווייראס וואס א יעדער סייענטיסט זעט מיט זיין אויגן
נאכדעם וואס מיר ביידע ווייסן שוין אז לא דוב ולא יער, ווייראס בלייבט ווייראס, מען ניצט פשוט א קאלקעלעטר און מען זאגט
"אויב א ווייראס בלייבט ווייראס דאן ווער זאגט אז א ווייראס קען נישט ווערן א בער און 50 בליאן יאר"?
וואו די האסט געזאגט דאס איז סך הכול detective work
אין יעצט קען מען זיך ארויסלאזן אויף די detective journey און זען איז דאס בכלל מעגליך אדער ס'איז גארנישט מעגליך אז די טעאריע זאל שטימען

די פיר פאקטן:
קען זיין וען מ׳נעמט צאם דיינע אלע פיר זאכן מיז מען זאגן דארווין אמת ותורתו אמת
קען אויך זיין אז א חלק פין די פאקטן זענען נישט אמת אדער proofed דאס גארנישט!
פארוואס זאלן מיר נישט זיין אפען צי די מעגליכקייט און דאס געהריג אדורך טון?

קען גאר זיין אז באשעפענישען וואס די האסטוך געוואלט איינרעדן אז זיי זענען transitional און מען טרעפט נאך היינט אויך זאגט קלאר אז זיי טרענזישענען נישט און ערגעץ
זיי זענען, און אייביק געווען, א מין בפני עצמו?

איז מגעליך אז דיין עטענבארא אין זיין דאקיומענטרי הארגט אוועק די גאנצע טעאריע פין די פאסיל רעקארד
איינער דארף זאגן פאר דער פיש-פייגעל אז ער מאכט זייער א גרויסער טעות, ער דארף שוין זיין טויט מיליאנע יארן!!!
די גאנשער פאסיל-רעקארד בעלאני איז געבויט אז איינער קימט פריער און צייט פין דעם צווייטען, בא סנחריב ובלבל את הכול!

Argument from authority:
אפשר איז דאס טאקע נישט מעגליך, דארווין איז זיכער גערעכט, ווייל ווייל מען לערענט דאך אזוי אין אלע סקאלס 😈
קען אויך זיין אז דער פאקט אז מען לערענט דאס אין אלע סקאלס איבער דער וועלט איז גאר א סיבה צי זיין מער sceptic
אפשר דאס אז אלע קינדער וואקסען היינט אויף דערמיט און שטייט און א יעדע טעקסט-בוך פון יעדע פארגעשריטנע לאנד איז גאר א סיבה מסביר צי זיין פארוואס אזויפיל סייענטיסטען פאלן דערפאר?
און דאס דארך טון מיט דעם אייגן שכל.

logical fallacy
אפשר פירען דיינע פיר פאקטן אין בעסטן פאל צי Inductive reasoning
מיך ווינדערט אויך פארוואס די ברענגסט נישט embryology אז א חלק פין דיינע באווייזען, דארווין אליין האט דאס געניצט



------
while I have you on the line
זייט וויסען אז HIV און די flu האבן נישט קיין DNA
און קארבאן דעיטינג קען נישט ציריק קיין מער וואו 50000 יאר, לשיטתם

שבת אחים » זונטאג סעפטעמבער 3, 2017 3:46 pm

· #383946
מ׳קייט דא וואסער. מ׳גייט אין סירוקלס. און ביידע פון אונז רעדן צום וואנט. דו הערסט/דערהערסט נישט וואס איך זאג און איך הער נישט וואס דו זאגסט.

אפשר שפעטער וועל איך צונעמען דיין תגובה און דיר ווייזן וויפל שטותים און לאגיקל פאליסיס ס׳ליגט דערינען מיט א גאנצע טוץ פון בייעסט קאנפארמעשיאן.

@לולב הגזול
אפשר וועט ער האבן נערווען פאר די קינדערגארטן געמויזאכץ.

איך האב נאר איין קשיא פאר דיר פאר איך גיי.

וויפל חיות זענען געוועהן אויף די תיבה?

לאמיר זאגן די מערסטע 50,000 לויט די dimensions וואס די תורה געט אן פאר די תיבה איז נישט מעגליך במציאות-אבער לאמיר געבן א ברייטע נומבער.

וויפל חיות, ספישיעס איז דא היינטיגע צייטן? (אפילו אן קיין וויירסוס און באקטיריע)
אונז האבן נאכאלץ נישט קיין אהנונג, מהאלט אין איין טרעפן נאך און נאך-ס׳ענדיגט זיך נישט. אבער סאיז אין די שווערע צענדליגער מיליאנען זיכער.

לויט די חשבון:

וואלט יעדע וואך זייט די מבול ביז נעכטן געדארפט ארויסשפראצן איבער 10,000 נייע מיני ספישעס...! און קיין איין נאטראליסט האט עס נישט באמערקט? דערווייל איז פארקערט רוב ספישיעס שטארבן אויס. וועלכע 1200 נייע ספישעס זענען נעכטן געבוירן????
בערך א האלבע מיליאן נייע מיני חיות וואלט געדארפט ארויסשפראצן יערליך.

ס׳קען נישט זיין במציאות אז אין די לעצטע פיר טוינזט יאהר האבן ארויסגעשפראצט אזא variety of life, מ׳וואלט עס באמערקט.


תירוץ? חוץ ניסים ביטע.

שבת אחים » זונטאג סעפטעמבער 3, 2017 3:59 pm

· #383947
הקטן



------
while I have you on the line
זייט וויסען אז HIV און די flu האבן נישט קיין DNA
און קארבאן דעיטינג קען נישט ציריק קיין מער וואו 50000 יאר, לשיטתם


און וואס פונקטליך איז דער גרויסע חידוש דיינע?

מוראדיג! סארבעט אויף RNA. א צווייטע sequence פון קאודס פאר צאמשטעלן לייף. כאילו א אנדרע שפראך.

און וואס פונקטליך ווענדט עס אפ וואס איך זאג?

הקטן » זונטאג סעפטעמבער 3, 2017 4:28 pm

· #383949
.





ליידיג בכונה








-----
ביסט גערעכט!
די הערות אינטער די ---- זענען side notes אין נישט אייביג איז דאס נוגע לעצם העניין, אדער א גרויסע חידוש.
אמאל קען דאס שפעטר זיין נוגע, אדער איז דאס צי בארייכן דיינע ידיעות אדער די ידיעות פין די ליינער

למשל, יעצט וועל איך שרייבן "לידיעה בעלמא" HIV און flu הייסט נישט "לייף" און לעבט נישט, אנדערש וואו DNA

איך וואלט ווען מיעץ געווען אז לטבת די ליינער, און אויך כדי ס'זאל נישט אויסקיקען וואו דו זיכסט צי טוישען דעם סאבדשעקט שרייב וועגן די תיבה אין אן אנדער אשכול אדער פין אינטען
למען האמת איך פארשטיי נישט וואס די שרייבסט

לויט די חשבון:
וואלט יעדע וואך זייט די מבול ביז נעכטן געדארפט ארויסשפראצן איבער 10,000 נייע מיני ספישעס...!

איך פארשטיי אז די נעמסט אן אז זיי האבן געלעבט אין געשטארבן אלע און אנדערע צייטן אזוי וואו די פאסיל רעקארדס צייגן קלאר
איך מיין נישט ממש אלע א טייל פיש-פייגליך טרעפט מען נאך היינט א דאנק עטענבארא אין זיין דאקיומענטרי

אויב אבער די פאסיל רעקארדס זאגט אינז גארנישט וועגן זמן פארשטיי איך שטימט דיר אלץ, בין איך גערעכט? אדער איים מיסינג סאמטינג

דאס מאל האב איך גארנישט געשריבן פין אויווען ווייל די האסט גארנישט מיגוב געווען לעצם העניין.

שבת אחים » זונטאג סעפטעמבער 3, 2017 5:09 pm

· #383951
כפארשטיי נישט דיין ענטפער. אויב סאיז געוועהן א ענטפער בכלל. בקיצור איך האב שוין נישט וואס צוצולייגן אין די נושא. חוץ אז די האסט עפעס וואס מחדש צוזיין. מהאט שוין די אלע געטענהרייען איבער געבעבלט און איבער געקייט דא אין קאווע שטיבל גענוג און נאך. קיין חידושים ביסטו נישט מחדש. פשוטע סייענס נעמסטו נישט אן. דו ביסט מוראדיג בייעסט צו די וועג וויאזוי דו ביסט אויפגעוואקסן. דו הערסט נישט וואס מ׳רעדט צו דיר, דו הערסט נאר וואס דו ווילסט הערן. אין ביהמ״ד בלא חידוש, סתם קין-הבל 😛 איז נישט אינטערסאנט.

האסט א נארמאלע תירוץ ווען און ווי האבן ארויסגעשפראצט פופציג מיליון ספישיעס אין די לעצטע פיר טויזנט יאהר?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 3, 2017 8:25 pm

· #383959
Re: דארווין
עכ"פ זכינו לדין. ווען ספישיס קענען זיך טוישען, וואלטען וויירוסעס נישט געבליבען וויירוסעס אין די דורות וטאס מיר זע׳ען אויף זייערע לעבען. הקטן און שבת אחים האבען ביידע פיין ארויסגעברענגט די נקודה אז מעקרא-עוואלושען איז לכאורה אונטער א שטארקע פראגע סימבאל נאך די ראיה.

ייש"כ

לכאורה דארף מען דערפון אויסשפארען א סברא אז א מין איז פארבונדען מיט זיך, אויסער זיין די.ענ.עי. און דאס קען זיך נישט טוישען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שבת אחים » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2017 4:50 am

· #383972
ליטוואק פון בודאפעסט
עכ"פ זכינו לדין. ווען ספישיס קענען זיך טוישען, וואלטען וויירוסעס נישט געבליבען וויירוסעס אין די דורות וטאס מיר זע׳ען אויף זייערע לעבען. הקטן און שבת אחים האבען ביידע פיין ארויסגעברענגט די נקודה אז מעקרא-עוואלושען איז לכאורה אונטער א שטארקע פראגע סימבאל נאך די ראיה.

ייש"כ

לכאורה דארף מען דערפון אויסשפארען א סברא אז א מין איז פארבונדען מיט זיך, אויסער זיין די.ענ.עי. און דאס קען זיך נישט טוישען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


פון דעם אז יעדע בעל חי׳ האט נאנטע קרובים. און אז סאיז דא במציאות האלבע פיש און האלבע פויגל. האלבע פיש, האלבע רעפטיילס. איז א ראי׳ אז סטוישט זיך יא.

דו הערסט נאר וואס דו ווילסט הערן. עוואלציע מיינט נישט אז סטוישט איין ספישיע צו די אנדערע. נאר סאיז א קאלעקציע פון אסאך קליינע טוישענונגן, און במשך די יאהרן ווערן שימפאנזיעס און מענטשען אזוי אפגערוקט איינע פונעם צווייטן אז זיי ווילן זיך שוין נישט און קענען זיך שוין נישט משדך זיין איינער מיטן צווייטן. דעס אז א וויירוס בלייבט א וויירוס און ס׳ווערט נישט קיין אנדערע בעל חי׳ (לאמיר זאגן עס סאיז אמת-מיר ווייסן דאך נישט באמת וואס קען געשעהן במשך מיליאנען יאהרן) איז למעשה בכלל נישט קיין שום ראי׳ אז אייביג איז עס טאקע אזוי. יעדע מין לייף קען זיין אנדערש אין יעדע פאל. און אז די מין לייף טוישט זיך נישט מיינט נאך גארנשיט ווייל למעשה האבן סייענטיסטן אין אונזער לייף טיים גענומען פארשידנע חיות און זיי אריינגעלייגט אין אביסל א אנדערע ענווייערמענט און ביז אפאר דורות האבן זיי זיך געטוישט זייער אויסזעהן און זייער סייז. סאיז זייער נעריש צוטראכטן אז במשך מיליאנען יאהרן איז נישט קיין שום געשעהן קיין עקסטרעימע וועטער טוישענונגען. ס׳האלט אין איין געשעהן. און די נאטור פון חיות איז געוונעטליך צו מיגריאטן און גייען וואוינען אין אנדרערע פלעצער. די פאזעל איז פשוט וישוט פאר ווער ס׳האט נישט קיין רעליגעיזע בייעסי, און די קלארע עווידענס פאר דעם איז אריינגעקריצט אין צענגליגער טויזנטער פאסילס. און דעס איז וואס דו זאגסט אז עוואלאציע איז אינטער א שטארקע פראגע סימבאל, איז נאר אמת ביי מענטשען וואס זענען נישט באהאוואנט מיט קיין בעל חי׳ און פארשטייען נישט קיין סייענס. קיין נארמאלע סעקיולער אנ-בייעסט נאטראליסט וועט קיינמאל נישט זאגן עוואלאציע איז אינטער שטארקע פראגע צייכן פונקט ווי ער וועט נישט זאגן אז גרעיוועיטי איז אינטער שטארקע פראגע צייכן. די פרומע געלערנטע פרובירן עס אפילו אריינצוקוועטשן אין די תורה. קענסט אריינשטעקן די קאפ טיעפער ווי א בת היענה אבער קמח ישן איז אנדערש אינטער א פראגע צייכן ווי עוואלציע.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2017 4:57 am

· #383973
Re: דארווין
און ווידער צוריק צו די אטאריטעט ארגומענט, פארשטייט זיך אן קיין שום בייעס.....

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שבת אחים » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2017 5:09 am

· #383974
ליטוואק פון בודאפעסט
און ווידער צוריק צו די אטאריטעט ארגומענט, פארשטייט זיך אן קיין שום בייעס.....

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


נישט קיין שום אטאריטעט.

אז וויירוס טוישן זיך נישט איז נישט קיין ראי׳ ווייל אנדרע מעמעלס האבן זיך יא געטוישט... מיר האבן עס געזעהן זיך טוישן.

ס׳געפעלט מיר ווי דו גלייביגער מאכט חוזק פון מיר ווייל איך נעם אן סייענס, כאילו דו ביסט נישט איבערצייגט פון קיין שום אוטארעטי?

קשט עצמך. ביי דיר אז דיין ראש ישיבה זאגט א זאך איז עס קודש קדשים ביי דיפאולדט.
בלאט: 1 2 3 4 5 6