☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וואו קען מען היינט זען אפענע מופתים אדער נסים גלויים?

וואו קען מען היינט זען אפענע מופתים אדער נסים גלויים?

67 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15316
בלאט: 1 2

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 26, 2022 1:58 am

· #500956
וואו קען מען היינט זען אפענע מופתים אדער נסים גלויים?
אין א דערנעבענדיגע אשכול רעדט מען ארום איבער מעשיות פון מופתים וואס צדיקים האבן פארציילט, און וויפיל די עולם דא גלייבט דערין.

עס איז דא א באקאנטע רמב"ן אין פרשת בא (י"ג ז') וז"ל הרמב"ן הק':
ועתה אומר לך כלל בטעם מצות רבות. הנה מעת היות עבודת גילולים בעולם מימי אנוש החלו הדעות להשתבש באמונה מהם כופרים בעיקר ואומרים כי העולם קדמון כחשו בה' ויאמרו לא הוא..."
"וכאשר ירצה האלהים בעדה או ביחיד ויעשה עמהם מופת בשנוי מנהגו של עולם וטבעו יתברר לכל בטול הדעות האלה כלם כי המופת הנפלא מורה שיש לעולם אלוה מחדשו ויודע ומשגיח ויכול וכאשר יהיה המופת ההוא נגזר תחלה מפי נביא יתברר ממנו עוד אמתת הנבואה כי ידבר האלהים את האדם ויגלה סודו אל עבדיו הנביאים ותתקיים עם זה התורה כולה... אם כן האותות והמופתים הגדולים עדים נאמנים באמונת הבורא ובתורה כולה"
"ובעבור כי הקב"ה לא יעשה אות ומופת בכל דור לעיני כל רשע או כופר יצוה אותנו שנעשה תמיד זכרון ואות לאשר ראו עינינו ונעתיק הדבר אל בנינו ובניהם לבניהם ובניהם לדור אחרון והחמיר מאד בענין הזה כמו שחייב כרת באכילת חמץ ובעזיבת הפסח והצריך שנכתוב כל מה שנראה אלינו באותות ובמופתים על ידינו ועל בין עינינו ולכתוב אותו עוד על פתחי הבתים במזוזות ושנזכיר זה בפינו בבקר ובערב כמו שאמרו אמת ויציב דאורייתא ממה שכתוב למען תזכור את יום צאתך מארץ מצרים כל ימי חייך ושנעשה סכה בכל שנה וכן כל כיוצא בהן מצות רבות זכר ליציאת מצרים והכל להיות לנו בכל הדורות עדות במופתים שלא ישתכחו ולא יהיה פתחון פה לכופר להכחיש אמונת האלהים.
דער רמב"ן זאגט דא אז היות דער באשעפער האט געוואלט ווייזן זיין עקזיסטענץ, האט ער געמאכט מורא'דיגע זאכן שלא כדרך הטבע בימי יציאת מצרים אזוי אז יעדער האט געזען אז יש אלוקים בעולם, אבער היות אז דער באשעפער גייט נישט יעצט ארומגיין יעדן טאג פון איין כופר צום אנדערן משנה זיין די טבע, האט ער אונז וועגן דעם אנגעזאגט אז מען זאל כסדר געדענקן יציאת מצרים,
דאס איז די סיבה פארוואס אזוי פיל מצוות זענען זכר ליציאת מצרים, ווייל דאס איז די יסוד פון אמונה בה'.

למעשה איז טאקע נישט געווען צופיל נסים גלוים זייט יציאת מצרים, אבער דאך טרעפן מיר אפילו שפעטער, סיי אין תנ"ך און סיי אין די גמרא, זאכן וואס זענען געווען גרויסע אותות ומופתים, דער באשעפער האט זיך געלאזט הערן פון צייט צו צייט און דערמאנט אז "אני ה' לא שניתי", איך בין נאכאלץ דא...

אנגעהויבן מיט די שפאלטן די ירדן און אפשטעלן די זון בימי יהושע, דערנאך די פייער וואס איז אראפ פון הימל ביים הר הכרמל, וכהנה רבות, די מנורה האט געברענט גאנצע אכט טעג, אזוי אויך איז געווען גרויסע ווינדער מיט די מלחמות דורך די מכבים, הגם מען קען אריינדרייען פשטים אז דאס איז נישט געווען אזא גרויסע נס ווייל זיי האבן געהאט א גוטע סטראטעגיע, און געווארפן א פחד אויף די יוונים וכדומה, אבער דאך איז עס א גרויסע ווינדער געווען, און מען האט געזען א שטארקע יד ה' דערביי,

אפילו שפעטער בימי התנאים ואמוראים, איז דא די באקאנטע מעשה פון מי שאמר שמן וידליק וכ' אז עסיג האט געברענט, און די גמרא פארציילט פארשידענע זאכן סיי גרעסערע זאכן אין סיי קלענערע, למשל אז די אייזל פון ר' פנחס בן יאיר האט נישט געוואלט עסן קיין טבל, דאס איז אויך א שיינע מופת טאקע נישט קיין ריזיגע, מען קען זאגן ער איז "פונקט" נישט געווען הונגעריג, אבער עפעס איז עס.

יעצט ביז דארטן גלייבן נאך רוב אידן דא אז די מעשיות זענען אמת, פשוט ווייל עס שטייט אין די "תורה", אבער די מעשיות פון דעם בעש"ט און ווייטער, זענען שוין סאך מער סקעפטיש דערין, ווי מען זעט אינעם אשכול הנ"ל ,
הגם לויט ווי איך האב געשריבן דארטן, דארף צו קענען זיין אזעלכע זאכן,
דער באשעפער דארף טאקע נישט משנה זיין די טבע יעדן טאג פאר נאך א כופר, אבער מזמן לזמן מעג ער ווייזן אז ער איז דא, און פארוואס זאל מען זאגן אז ער האט געסטאפט בימי התנאים ואמוראים? עס איז פשוט נישט מסתבר.

און אידן וואס לעבן נאך מיט אונז פארציילן טאקע פונעם ריבניצער, און ר' פון ישעיה'לע געוואלדיגע זאכן וואס זיי האבן אליין בייגעוואוינט, אבער... די צדיקים לעבן שוין נישט, איך קען עס נישט וועריפייען, איך מוז ווייטער גלייבן א עדות, איך וויל אבער "אליין" עפעס זען!!!

יעצט איך זוך שוין עד היום איבער די גאנצע וועלט וואו מען קען זען אפענע מופתים, ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל האב איך איבערגעדרייט יעדע שטיינדל צו טרעפן סיי וועלכע באבא אדער צדיק וואס קען זיין בבחינת צדיק גוזר והקב"ה מקיים, און גאט זאל משנה זיין די טבע דורך אים אדער פאר אים,

אבער חפשתי ולא מצאתי, איך האב געטראפן געוויסע אינטערסאנטע פערזאנען, ווי די "חסידים" פארציילן אפיציעל אז "מען זעט" זאכן, אבער איך בין געקומען מיט א זעלבסשטענדיגע בליק, לאמיך זען צו "איך" זע עפעס.. און..
למעשה... שוואכע מעשיות, די בעסטע וואס איך האב געהאט איז געווען א "תפיסת מחשבה" פון איינעם, וואס האט געוויסט פשוטע זאכן וועגן מיר... זאכן וואס ער זאגט צו יעדעם און איז רוב מאל אמת ביי רוב מענטשן... בקיצור, נישט דאס האב איך געזוכט..

למעשה מורי ורבותי... איך זוך נאך...

ווער איז גרייט מיר צו העלפן מחזק זיין מיין אמונה?

ווער עס ווייסט פון א צדיק/גדול/באבא וואס פראוועט "אפענע" מופתים אדער "אפענע" רוח הקודש, איז מכובד צו פארציילן,

יעצט צו פארציילן בשם איינעם איז מיר נישט אינטערסאנט, איך וויל דוקא הערן א מעשה וואס איז געשען ביי "דיר" אליינס, און נישט אז איך גיי דיר גלייבן ביים ווארט, פאר דעי געלט קען איך דאך שוין גלייבן די ריבניצע מעשיות, נאר אזוי וועל איך כאטש קענען אליין אהין גיין און מברר זיין אויף די אייגענע הויט!!!

וויאזוי גייען נאר די אלע מעשיות?
בעצם איז ער געווען א מתנגד... אבער ער האט געזען אז אלע דאקטורים האבן שוין אויפגעגעבן... האט אים זיין אשת חיל צוגערעדט... קוק.. יעדער רעדט פונעם צדיק וואס וואוינט אינעם דערנעבענדיגע דערפל..וואס באווייזט מופתים... פאר צו אים... אפשר... בלא בלא בלא...

די עולם ווערט געבעטן אריינצוקומען קלאר מיט ערשטהאנטיגע מעשיות.

מרדכי מרדכי » דאנערשטאג מאי 26, 2022 10:35 am

· #500964
און עטליכע יאר ארום אדער מער וועט מען רעדן אז אמאליגע צייטן און די תש"ע/פ יארן האט זיך געוואלגערט מופתים אין די גאסן אפילו פשוטי עם האבן נאר ארויסגעזאגט א נאמען פון א צדיק ווי למשל ר' ישעי בן ר' משה און גלייך געהאלפן געווארן

קבצו זקנים » דאנערשטאג מאי 26, 2022 12:35 pm

· #500974
וכאן הבן שואל וואס איז א גרעסערע מדרגה, א ׳אות׳ אדער א ׳מופת׳? מען דערציילט אז די חסידים אין די שטאט סלונים האבן גישטעפנט דעם מרא דאתרא רבי אייזיל אז ער איז א רב אבער קען נישט באווייזען קיין מופתים אין זייער אדמו״ר רבי אברהם זצ״ל איז א גרויסער בעל מופת! האט רבי אייזל גיענטפרט צי זיי; כך נאה לי וכך נאה לו, כלומר מי שטייט אין פסוק כִּי יָקוּם בְּקִרְבְּךָ נָבִיא אוֹ חֹלֵם חֲלוֹם וְנָתַן אֵלֶיךָ אוֹת אוֹ מוֹפֵת (דברים יג, ב) לכאורה דארף שטיין ׳אות ומופת׳ אונד נישט ׳אות או מופת׳? נאר דאס קימט צי ווייזען א כלל פאר דעם וואס קען לערנען אונד פארשטייט אן ׳אות׳, ער מאכט נישט קיין מופתים אונד איינער וואס מאכט מופתים פארשטייט נישט צי לערנען אפילו איין ׳אות׳!

שאלתיאל » דאנערשטאג מאי 26, 2022 12:58 pm

· #500976
איך האב מיטגעהאלטן מיט מיין אייגענע אויגן עטליכע סיפורים ביי מיין רבי'ן ווי אויך קען איך עטליכע אזעלכע פונדערנאנט וואס מען קען נישט אויסטייטשן (לענ"ד) נאר אלץ אפענע רוח הקודש.

בְּתוֹךְ עַמִּי » דאנערשטאג מאי 26, 2022 1:27 pm

· #500978
ווי מער אפען ווילסטו דער רבוש״ע זאל דיר זאגן אז מיין רצון איז זיך צו באהאלטן ווייל איך וויל אז דו אליין זאלסט מיר טרעפן אין דיין הארץ? איז דען נישט גענוג בולט די צומישעניש?? כ׳מיין אז ס׳נישטא קיין איין (פשוט׳ע) מענטש וואס קען זאגן אז ער האט קלאר משיג געווען מיטן שכל סיי וועלכע עספעקט פון די (שורש/סוד/יסוד ה)בריאה.

אין א געוויסע זין איז מיר די פאקט אליין א שטארקע חיזוק פאר די אמונה. איזעס נישט משוגע פאני די עצם פאקט אז איך (ווער, וואס איז דאס ׳איך׳ בכלל?? א מוריטשקע אדער אפילו א טיגער האט אויך אזא מושג פון ׳איך/קאנטשעסנעס׳...?) עקזיסטיר בכלל? און נאכמער פון דעם... מיין טאג טעגליכן לעבן איז מיר גאנץ גוט פארשטענדליך (זוי רעדעך מיך איין) פארוואס ווען ס׳קומט צו חקרנ׳ען (מיטן פשוט׳ן שכל) בעמקי הבריאה איז אלעס אזוי פארנעפלט, פול מיט קשיות און סתירות?

הלא דבר הוא!

כרם זית » דאנערשטאג מאי 26, 2022 1:59 pm

· #500979
דער רמב''ן זאגט דאך אז גאט וועט נישט מאכן נסים צו איבערצייגן יעדע שמויגער, סאו געב אויף.

אגב, רוב נסים פון גמרא קען מען אפלערנען בדרך אגדה און נישט ליטערלי.

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 26, 2022 2:04 pm

· #500980
שאלתיאל
איך האב מיטגעהאלטן מיט מיין אייגענע אויגן עטליכע סיפורים ביי מיין רבי'ן ווי אויך קען איך עטליכע אזעלכע פונדערנאנט וואס מען קען נישט אויסטייטשן (לענ"ד) נאר אלץ אפענע רוח הקודש.
נו געב ארויס.. כ"ק מרן אדמו"ר מ..?

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 26, 2022 2:08 pm

· #500981
בְּתוֹךְ עַמִּי
ווי מער אפען ווילסטו דער רבוש״ע זאל דיר זאגן אז מיין רצון איז זיך צו באהאלטן ווייל איך וויל אז דו אליין זאלסט מיר טרעפן אין דיין הארץ? איז דען נישט גענוג בולט די צומישעניש?? כ׳מיין אז ס׳נישטא קיין איין (פשוט׳ע) מענטש וואס קען זאגן אז ער האט קלאר משיג געווען מיטן שכל סיי וועלכע עספעקט פון די (שורש/סוד/יסוד ה)בריאה.

אין א געוויסע זין איז מיר די פאקט אליין א שטארקע חיזוק פאר די אמונה. איזעס נישט משוגע פאני די עצם פאקט אז איך (ווער, וואס איז דאס ׳איך׳ בכלל?? א מוריטשקע אדער אפילו א טיגער האט אויך אזא מושג פון ׳איך/קאנטשעסנעס׳...?) עקזיסטיר בכלל? און נאכמער פון דעם... מיין טאג טעגליכן לעבן איז מיר גאנץ גוט פארשטענדליך (זוי רעדעך מיך איין) פארוואס ווען ס׳קומט צו חקרנ׳ען (מיטן פשוט׳ן שכל) בעמקי הבריאה איז אלעס אזוי פארנעפלט, פול מיט קשיות און סתירות?

הלא דבר הוא!
צעמישעניש, טרעפן אין הארץ, בקיצור איך ווייס נישט פינקטליך וואס די ווילסט, איך וויל פשוט זען קלאר אז עס איז דא א מנהיג לבירה, ווער קען מיר ווייזן, פילן אין הארץ קען איך פינקט פארקערט, און איך האב שוין "געפילט" אסאך נישט ריכטיגע זאכן

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 26, 2022 2:14 pm

· #500982
כרם זית
דער רמב''ן זאגט דאך אז גאט וועט נישט מאכן נסים צו איבערצייגן יעדע שמויגער, סאו געב אויף.

אגב, רוב נסים פון גמרא קען מען אפלערנען בדרך אגדה און נישט ליטערלי.
גערעכט, איך גיי נישט האבן קיין טענות אויב גאט גייט נישט משנה זיין די טבע פאר מיר, איך פארשטיי אים, ער מוז נישט שפאלטן די ים סוף פאר מיר,
אבער דאך איז "אפיציעל" דא אידן מיט אפענע רוח הקודש, אדער וואס באווייזן מופתים, (רוח הקודש איז נישט קעגן די טבע, אפילו א שטארקע מופת מוז נישט אייביג מיינען אז מען האט משנה געווען סדרי בראשית) נו איז דאך א שאד אז איך זאל נישט אהינגיין מחזק צו זיין מיין אמונה,
קומטס מיר נישט פארציילן נאך ער גייט אוועק פון די וועלט, אז עס האבן זיך געווארפן מופתים אינטער די פיס, אויב באווייזט ער פלאים, דאן לאמיר עס יעצט זען, לכתכילה אפכאפן אויף א ווידיא...

אגב, אפשר קען מען אויך אפלערנען די מעשיות אין די תורה בדרך אגדה נישט ליטערילי?

כרם זית » דאנערשטאג מאי 26, 2022 2:21 pm

· #500985
Re: וואו קען מען היינט זען אפענע מופתים אדער נסים גלויים?
עצי שטים
כרם זית
דער רמב''ן זאגט דאך אז גאט וועט נישט מאכן נסים צו איבערצייגן יעדע שמויגער, סאו געב אויף.

אגב, רוב נסים פון גמרא קען מען אפלערנען בדרך אגדה און נישט ליטערלי.

אגב, אפשר קען מען אויך אפלערנען די מעשיות אין די תורה בדרך אגדה נישט ליטערילי?
אה''נ. עיין מורה הנבוכים ורלב''ג יהושע בפסוק והשמש לא אץ.

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 26, 2022 2:24 pm

· #500986
כרם זית
עצי שטים
כרם זית
דער רמב''ן זאגט דאך אז גאט וועט נישט מאכן נסים צו איבערצייגן יעדע שמויגער, סאו געב אויף.

אגב, רוב נסים פון גמרא קען מען אפלערנען בדרך אגדה און נישט ליטערלי.
אגב, אפשר קען מען אויך אפלערנען די מעשיות אין די תורה בדרך אגדה נישט ליטערילי?
אה''נ. עיין מורה הנבוכים ורלב''ג יהושע בפסוק והשמש לא אץ.
פיין אבער זיי לערנען יא אפ יציאת מצרים ליטערעלי, זיי האלטן אויך אז די מן איז ליטערילי געפאלן פון הימל וכדומה

בְּתוֹךְ עַמִּי » דאנערשטאג מאי 26, 2022 2:33 pm

· #500988
עצי שטים
בְּתוֹךְ עַמִּי
ווי מער אפען ווילסטו דער רבוש״ע זאל דיר זאגן אז מיין רצון איז זיך צו באהאלטן ווייל איך וויל אז דו אליין זאלסט מיר טרעפן אין דיין הארץ? איז דען נישט גענוג בולט די צומישעניש?? כ׳מיין אז ס׳נישטא קיין איין (פשוט׳ע) מענטש וואס קען זאגן אז ער האט קלאר משיג געווען מיטן שכל סיי וועלכע עספעקט פון די (שורש/סוד/יסוד ה)בריאה.

אין א געוויסע זין איז מיר די פאקט אליין א שטארקע חיזוק פאר די אמונה. איזעס נישט משוגע פאני די עצם פאקט אז איך (ווער, וואס איז דאס ׳איך׳ בכלל?? א מוריטשקע אדער אפילו א טיגער האט אויך אזא מושג פון ׳איך/קאנטשעסנעס׳...?) עקזיסטיר בכלל? און נאכמער פון דעם... מיין טאג טעגליכן לעבן איז מיר גאנץ גוט פארשטענדליך (זוי רעדעך מיך איין) פארוואס ווען ס׳קומט צו חקרנ׳ען (מיטן פשוט׳ן שכל) בעמקי הבריאה איז אלעס אזוי פארנעפלט, פול מיט קשיות און סתירות?

הלא דבר הוא!
צעמישעניש, טרעפן אין הארץ, בקיצור איך ווייס נישט פינקטליך וואס די ווילסט, איך וויל פשוט זען קלאר אז עס איז דא א מנהיג לבירה, ווער קען מיר ווייזן, פילן אין הארץ קען איך פינקט פארקערט, און איך האב שוין "געפילט" אסאך נישט ריכטיגע זאכן
וואס איך וויל, איז זייער קלאר. אז דו זאלסט אויפהערן צו עקספעקטן אז איינער זאל דיר אויפווייזן דאס וואס ג-ט האט בדוקא באהאלטן.... דעט׳ס איט פאָר נאוי...

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 26, 2022 3:59 pm

· #500995
איך הער וואס דו זאגסט, און גאט האט עס טאקע ספעציעל באהאלטן,
אבער עס איז היינט דא אזוי פיל אפיקורסים אויפן וועלט, וואס גלייבן בכלל נישט אין גאט, אפילו ביי די אידן זענען רוב פון אונז פריי אינגאנצן.
וואלט נישט געווען קיין גוטע עצה נאכאמאל איבערצופרישן די נסים פון יציאת מצרים? ער מוז עס טאקע נישט טון יעדע מינוט, אבער איין מאל אין טויזנט יאר מיין איך אז ער מעג אויפרישן די עולם צו גלייבן, נישט אזוי? פארוואס זאל איך דארפן גלייבן עפעס וואס מיין עלטער זיידע פיפציג דורות ארויף האט "געזען" א זאך וואס מען קען גרינגער לייקענען, הרוצה לשקר... וואלט נישט געווען א גלייכע זאך אז 2022 זאל נאכאמאל אראפקומען א פייער פון הימל, און די גאנצע וועלט וועט אויסשרייען "השם הוא האלוקים"???

moody » דאנערשטאג מאי 26, 2022 4:31 pm

· #500999
יאפ! גא"מ ס'וואלט זיכער געווען גאר א גלייכע זאך און וואלט בודאי ארויסגעהאלפן אזוי פול אינגעלייט וואס פלאגען זיך מיט ספיקות.

נו אפשר זאל צוזאם רופן א יום תפילה, אדער צוטיילן תהילם החיד"א דא צווישען שותי הקווה, אז דער אויבירשטער זאל אראפשיקן א פייער צו וואס?

היסטאריע » דאנערשטאג מאי 26, 2022 4:48 pm

· #501000
איך ווייס נישט אויב דו פרעגסט באמת אדער סארקאסטיש.
די ווילסט ווערען אויס מאמין?
אויב וואלט געוועהן א נס גלוי, וואלט נישט געוועהן קיין אמונה, עס וואלט געוועהן טבע.
אמונה מיינט גלייבען א זאך וואס איז נישט זיכער.
אידן וואס זענען געווען ביי יציאת מצרים און קריעת ים סוף האבן אויך געהאט א אפציע נישט צו גלייבן אז דאַ איז געוועהן א נס.

פין די אנדערע-זייט, געשעהט יעדעס טאג זאכן חוץ לדרך הטבע. קענסט נעמען קרעדיט לאחר המעשה אויב די ווילסט.
דער רמב"ן וואס דו ברענגסט שטייט א מוראדיגע נקודה, א נס איז נאר א נס אויב האט איינער געזאגט פריער אז עס גייט געשעהן.

בְּתוֹךְ עַמִּי » דאנערשטאג מאי 26, 2022 6:15 pm

· #501016
עצי שטים
בְּתוֹךְ עַמִּי
עצי שטים
בְּתוֹךְ עַמִּי
ווי מער אפען ווילסטו דער רבוש״ע זאל דיר זאגן אז מיין רצון איז זיך צו באהאלטן ווייל איך וויל אז דו אליין זאלסט מיר טרעפן אין דיין הארץ? איז דען נישט גענוג בולט די צומישעניש?? כ׳מיין אז ס׳נישטא קיין איין (פשוט׳ע) מענטש וואס קען זאגן אז ער האט קלאר משיג געווען מיטן שכל סיי וועלכע עספעקט פון די (שורש/סוד/יסוד ה)בריאה.

אין א געוויסע זין איז מיר די פאקט אליין א שטארקע חיזוק פאר די אמונה. איזעס נישט משוגע פאני די עצם פאקט אז איך (ווער, וואס איז דאס ׳איך׳ בכלל?? א מוריטשקע אדער אפילו א טיגער האט אויך אזא מושג פון ׳איך/קאנטשעסנעס׳...?) עקזיסטיר בכלל? און נאכמער פון דעם... מיין טאג טעגליכן לעבן איז מיר גאנץ גוט פארשטענדליך (זוי רעדעך מיך איין) פארוואס ווען ס׳קומט צו חקרנ׳ען (מיטן פשוט׳ן שכל) בעמקי הבריאה איז אלעס אזוי פארנעפלט, פול מיט קשיות און סתירות?

הלא דבר הוא!
צעמישעניש, טרעפן אין הארץ, בקיצור איך ווייס נישט פינקטליך וואס די ווילסט, איך וויל פשוט זען קלאר אז עס איז דא א מנהיג לבירה, ווער קען מיר ווייזן, פילן אין הארץ קען איך פינקט פארקערט, און איך האב שוין "געפילט" אסאך נישט ריכטיגע זאכן
וואס איך וויל, איז זייער קלאר. אז דו זאלסט אויפהערן צו עקספעקטן אז איינער זאל דיר אויפווייזן דאס וואס ג-ט האט בדוקא באהאלטן.... דעט׳ס איט פאָר נאוי...
איך הער וואס די זאגסט, און גאט האט עס טאקע ספעציעל באהאלטן,
אבער עס איז היינט דא אזוי פיל אפיקורסים אויפן וועלט, וואס גלייבן בכלל נישט אין גאט, אפילו ביי די אידן זענען רוב פון אונז פריי אינגאנצן
וואלט נישט געווען קיין גוטע עצה נאכאמאל איבערצופרישן די נסים פון יציאת מצרים? ער מוז עס טאקע נישט טון יעדע מינוט, אבער איין מאל אין טויזנט יאר מיין איך אז ער מעג אויפרישן די עולם צו גלייבן, נישט אזוי? פארוואס זאל איך דארפן גלייבן עפעס וואס מיין עלטער זיידע פיפציג דורות ארויף האט "געזען" א זאך וואס מען קען גרינגער לייקענען, הרוצה לשקר... וואלט נישט געווען א גלייכע זאך אז 2022 זאל נאכאמאל אראפקומען א פייער פון הימל, און די גאנצע וועלט וועט אויסשרייען "השם הוא האלוקים"???
דאס אז דו פארשטייסט אז דער ׳בורא׳ וואלט געדארפט טון כך וכך און ס׳געשעט נישט, איז כלל נישט קיין סיבה צו כופר זיין בעיקר ח״ו. ס׳איז עפעס וואס דארף אונז ברענגען צו רילייזען אונזער סטאטוס אלץ ׳נברא׳...

גלייבן אין א בורא מיינט אז דו פארשטייסט אז דיין גאנצע לאדזשיק איז געסטראקטשערד און לימיטעד לפי רצונו ב״ה. ס׳איז בכלל נישט שווער מכיר צו זיין אין די לימיטס פון אונזער שכל, בכמות ובאיכות, ווי אויך זעמער לימיטעד צו מצומצים׳דיגע דיימענשאנ׳ס, ואכמ״ל.

ולהבדיל נישט גלייבן ח״ו אין א בורא מיינט אז דו דארפסט גרינטליך ארויסהאבן די כפירה און עס פארשטיין פון אלע עספעקטס.

שאלתיאל » דאנערשטאג מאי 26, 2022 7:04 pm

· #501022
עצי שטים
שאלתיאל
איך האב מיטגעהאלטן מיט מיין אייגענע אויגן עטליכע סיפורים ביי מיין רבי'ן ווי אויך קען איך עטליכע אזעלכע פונדערנאנט וואס מען קען נישט אויסטייטשן (לענ"ד) נאר אלץ אפענע רוח הקודש.
נו געב ארויס.. כ"ק מרן אדמו"ר מ..?
איך וועל נישט זאגן ווער איז דער אדמו"ר, זיכער נישט דא בפומבי, און נישט אלעס קען איך דערציילן איך וועל יא דערציילן איין עפיזאד וואס איך האב עס געהערט פונעם בעל המעשה.
י.ה. א איד אין די זעכציגער יארן איז פארעכנט אויף די מתנגדים פון דעם רבי'ן, אייגנטליך האט ער אים קיינמאל נישט געטראפן פאר דעם, ער וואונט נישט אין דעם זעלבן לאנד בכלל. יענער טאג איז ער געווען ביי א חופה ווי דער רבי איז געווען און ער האט אים געגעבן דאס האנט, דער רבי האט אים געזאגט ' א רפואה שלימה', ער איז געווען אין שאק. עטליכע טעג פארדעם האט ער באקומען דער דיאגנאזע פון דאקטאר אז ער ליידט אויף קענסער ל"ע, ער האט עס געהאלטן בסוד און נאכנישט פארציילט קיינעם חוץ זיין נאנטע משפחה, און דא וואנטש ער אים א 'רפואה שלימה'. ווער ס'קען מיר מסביר זיין דעם סיפור אויפן דרך הטבע איז מכובד.

עסקן בדברים » דאנערשטאג מאי 26, 2022 7:40 pm

· #501025

זייער פשוט, איינער פון די נאנטע משפחה האט מזכיר געווען ביים רבין אדער געזאגט פאר א צווייטן וואס האט מזכיר געווען

שאלתיאל » דאנערשטאג מאי 26, 2022 7:43 pm

· #501026
עסקן בדברים

זייער גאנצע משפחה פון אויבן ביז אונטן זענען פון די וויסטע שונאים פון דעם רבי'ן.

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 26, 2022 7:58 pm

· #501027
איך מיין אז די 'רפואה שלימה' איז געווען אזא טשעפע פונעם רבין, ווי צו זאגן פאר זיין שונא, "האב מיר א רפואה שלימה"
פינקט האט זיך ארויסגעשטעלט א מופת...

מי אני » דאנערשטאג מאי 26, 2022 8:18 pm

· #501028
במושכל ראשון וואלט איך געזאגט אז ס'איז יתכן אז ער האט אויסגעקוקט שוואך צום רבי'ן אדער אז דער רבי איז שוין געוואור געווארן ווייל חברך חברא אית ליה (וידוע מאמרו של בענדזשאמין פרענקלין: "דריי מענטשן קענען האלטן א סוד אויב צוויי פון זיי זענען טויט". ובעל כנפים יגיד דבר).

אדער קען מען זאגן ענליך צום בּאַרנום עפעקט, וואו מ'זאגט עפעס מער ברייט וואס אסאך מענטשן, ווען זיי הערן דאס, קענען עס מאכן חל זיין אויף זיך ["אָהּ! טאקע!"]. בפרט ווען זיי זענען אין אַן עידזש בּרעקעט וואס ס'איז מצוי אז זיי זאלן ליידן אויף "עפעס".

הכלל, איך גלייב אז עס איז מער ראציאנאל און פשוט צו זאגן (ועפ"י אקאם'ס רעיזאר הידוע) אז ס'איז מער מסתבר איינע פון די הסברים, ווי איידער א(ן אומדעפינירטע פארנעפעלטע מושג פון) רוה"ק. (פארשטייט זיך אז מ'קען נאך אלס גלייבן אין די מושג, אבער קיין ראיה איז דאס לכאורה נישט. וכמובן פארמינערט דאס נישט אינעם גדלות פון דעם מענטש). ועיין באשכול זו.

שאלתיאל » דאנערשטאג מאי 26, 2022 8:38 pm

· #501030
מי אני : איך הער וואס די זאגסט אבער דארפסט נעמען אינאכט אז 1. דער מענטש וואונט אין אן אנדערע קאנטינענט פון דעם רבי'ן און ער האט זיך נאך קיינמאל געטראפן פערזענליך, צופעליג האט ער זיך געפינען אלץ גאסט אין זעלבן שטאט.
2. דער רבי פירן אן א ריזיגע חסידות פון טויזענטע מענטשן, קוים ער קען זיינע אייגענע מענטשן
3. דער מענטש איז באקאנט אלץ שארפע מתנגד צום רבי'ן אזוי ווייט אז ער טרעט נישט אריין אין די שטיבל פון די חסידות אין שטאט ווי ער וואנט
4. בלויז ער און זיינע בני בית האבן געוויסט דערפון
5. עס איז דעמאלט געווען אין אנהייב פון דעם מחלה און ס'איז נישט געווען ניכר אויף אים בכלל. דער מענטש אליין האט מיר געזאגט אז ס'נישט מעגליך אז ער האט געקענט וויסן דערפון.
6. איך ווייס נישט פונקט וואס איז דאס רוח הקודש, איך האב בעיקר געמיינט צו זאגן אז עס (קוקט אויס עכ"פ) נישט בדרך הטבע.

דערפאר איז מיר שווער אנצונומען דיינע הסברים (טראץ וואס ס'באגלייט מיט מראי מקומות און ציטאטן פון הויכגעשעצטע פערזענליכקייטן)

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 26, 2022 8:59 pm

· #501034
עצי שיטים: א ייש"כ פאר אויפמאכן דעם גאר אינטרעסאנטן אשכול.

איך וועל אנהייבן מיט א שטיקל מילתא דבדיחותא. ס'איז געווען אינדערהעים אין א געוויסע געגנט אידן, אפילו פשוט'ע אידן וועלכע האבן זייער שטארק געגלייבט אין זייער רבי'ן. איז זיך פארלאפן א מעשה אז א איד אין שטעטל האט געהאט גאר א גרויסע ישועה, צי אין ענייני רפואה אדער אנדערע זאכן. די גאנצע שטאט האט גערעדט פון דעם. האט געפרעגט א פשוט'ער איד, "ווער האט געמאכט דעם מופת"? האט מען איהם געזאגט "דער אייבישטער"...! רופט ער זיך אן "כ'האב געוויסט אז די רבי קען באווייזן מופתים. אבער אז דער אייבישטער קען אויך מאכן א מופת. דאס האביך נישט געוויסט"...!

איך, און א יעדער איינער, האט שוין געהאט מופתים טאג טעגליך. דו קענסט עס אנרופן השגחה פרטית, אדער א ישועה. נאר ס'איז מלובש אין די טבע. ווער ס'וויל גלייבן גלייבט. און דער וואס וויל נישט האט א פתחון פה צו זאגן אז ס'איז א צופאל, א מקרה. איך וועל נאר דערציילן איין עפיזאד (פון טויזנטער) וואס איך געדענק.

והנה, אין א געוויסע תקופה ווען מיינע קינדער זענען געווען קליין בין איך געווען איינגעשריבן אויף א שטאטישן פראגראם פאר הילף (אנרופן דאס קינד ביים נאמען פעלט נישט אויס, א יעדער ווייסט וואס מ'מיינט). ווען ס'איז געקומען די צייט צו באנייען מיין רעכט צו געניסן פון דעם פראגראם בין איך אראפגעגאנגען אין די שטאטישע אפיס, כ'האב מיטגעברעגנט עטליכע דאקומענטן וועלכע באווייזן דעם אמת פון מיינע סטעיטמענטס. דער באאמטער האט באמערקט אויף איינס פון די פאפירן אז ס'איז אריינגעקומען אין מיין אקאונט א טשעק אויפ'ן סכום פון $2,000 זאגט ער צו מיר, געב א קוק, דו ווייסט די רעגולאציע אז אויב מ'האט 2,000 דאלער אין אקאונט מוז איך פארמאכן דיין קעיס, נאר איך ווייס אז דו האסט א משפחה געב איך דיר א טשאנס דו זאלסט מיר ערקלערן וויאזוי דאס געלט איז אריינגעקומען אין דיין אקאונט. איך האב פרובירט זאגן אלערליי פוילע (באבישע, נארישע) תירוצים... זאגט ער צו מיר "איך געב דיר ביז מארגן דו זאלסט מיר זאגן א גוטע סיבה פון דעם געלט, אויב נישט מוז איך פארמאכן דיין קעיס, און דו גייסט פארלירן די שטאטישע הילף". איך בין ארויס פון זיין אפיס. אנקומענדיג אהיים האב איך אריינגעלייגט 18 דאלער אין די פושקע פון רבי מאיר בעל הנס.

דעם נעקסטן טאג ביניך צוריקגעגאנגען צו די שטאטישע אפיס, צו דעם זעלבן באאמטער. איך האב געוואלט זאגן אז איך וויל גיין צו א "היערינג"... זאגט ער צו מיר אז איך זאל נישט גיין ווייל זיי וועלן מיר תיכף אראפנעמען פון די קעיס, און ער אליין האט מיר געגעבן אן עצה וואס צו טון, וויאזוי זיך ארויסדרייען פון דעם פראבלעם. ווער ס'זעהט נישט א ישועת ה' אין דעם איז בלינד און טויב, אויך אין רוחניות'דיגן זין...!

איך קען ברענגען נאך צענדליגע זאכן וואס איך האב געהאט א ישועה אין די לעצטע מינוט, נאר ס'איז מלובש אין די טבע, אזוי ווי דער רמב"ן זאגט. פארשטייצעך אז אלע מעשיות פון די תורה זענען 100% אמת. און א סאך פון די אגדתות (מסתמא א מיעוט) פון ש"ס מוז מען נישט נעמען ליטערעלי, ווייל ס'איז נישט געמיינט ליטערעלי, אזוי ווי די אגדתות פון רבא בר בר חנא אין מס' בבא בתרא. אבער די היסטארישע מעשיות פון וואס מ'קען זיך אראפלערנען א מוסר השכל זענען 100% אמת. אזוי ווי די גמ' ברענגט א מעשה אז ר' יוחנן האט גע'דרש'נט אויפ'ן פסוק "ושמתי כדכוד שמשותיך", אז אין עולם הבא וועט זיין פענצטערס פון ריזיגע דיאמאנט שטיינער. זאגט די גמ' "ליגלג עליו אותו תלמיד"... דער תלמיד האט געשפעט פון זיין רבי'ן, ער האט געזאגט, "מה דאך א דיימאנט שטיין אזוי גרויס ווי אן איי איז קוים דא אויף די וועלט, וועט זיכער נישט זיין קיין דיאמאנט שטיינער אזוי גרויס ווי א פענצטער". ברענגט די גמ' אז דער תלמיד איז אמאל געפארן מיט א שיף אין א ווייטן אינזל, און האט געזעהן מענטשן (אדער מלאכים) זעגן ריזיגע דיימאנט שטיינער. איז ער צוריקגעקומען צו זיין רבי און ער האט געזאגט "רבי, לך נאה לידרוש... פאר דיר איז גוט צו דרשנ'ען, איך האב אליין געזעהן אז וואס דו האסט געזאגט איז אמת"...! זאגט די גמ' "נתן עיניו בו ונעשה גל של עצמות", דער רבי האט איהם אנגעקוקט (בייזערהייט) און ער איז געווארן א הויפן פון ביינער (געשטארבן).

פאר מיר איז אייביג שווער געווען, בלויז ווייל א מענטש גלייבט נישט א זאך וואס איז שווער צו גלייבן קומט איהם שוין אזא הארבע שטראף?! נאר די נקודה איז "ליגלג עליו"... ער האט געשפעט פון זיין רבי (כאילו די רבי רעדט נארישקייטן).

לענייננו: ווער ס'גלייבט נישט די אלע מעשיות און פאנטאזיעס וואס גייען ארום איבער די צדיקים תלמידי הבעש"ט הייסט נאכנישט קיין אפיקורס. למשל, דער ריבניצער רבי זי"ע איז געווען א איד א בעל מסירות נפש, אין קאמוניסטישן רוסלאנד האט ער אדורכגעפיהרט הונדערטער ברית'ן, א יעדעס מאל האט ער געשפילט מיט זיין לעבן, אויב די קאמוניסטישע רשעים וואלטן איהם געכאפט. זיכער האט ער געהאט א כח אנצו ווינטשן, און א סאך פון זיינע ברכות זענען מקויים געווארן, נאר די מעשיות פון רוח הקודש וואס מ'פארציילט אויף איהם נעם איך נישט אן אינגאנצן, ווייל איך האב כמה ראיות אויף פארקערט. אן אריינגיין אין פרטים קען איך זאגן אז אויב ער וואלט געהאט רוח הקודש (אין דעם זין פון ווארט וואס די וועלט האלט) וואלט ער געדארפט עפעס זאגן, און ער האט גארנישט געזאגט.

די זעלבע איז מיט די (נארישע) סגולה וואס די וועלט האלט אז די בילד פון ר' ישעי'לע קערעסטירער זי"ע איז א סגולה צו פארטרייבן מייז. אויסער דעם אינטרעסאנטן פאקט אז איך האב אמאל געזעהן אין בארא פארק אין א סטאר איז געווען א בילד פון ר' ישעי'לע, און א מייזל האט זיך שיין שפאצירט אין די דיספלעי קעיס, גראד אונטער זיין בילד... איך בין נאכגעגאנגען דעם מקור פון די מעשה, ס'איז אמת אז אין איין געוויסן פאל האט ער געגעבן די סגולה פאר א איד וואס ער האט געהאט א מאגאזין פון תבואה, און די מייז האבן זיך דארט אריינגעכאפט, האט ער איהם געהייסן אויפהענגען זיין בילד און מ'האט געזעהן מחנות פון מייז אנטלויפן. אבער די אלע מעשיות ארום דעם זענען הוילע פאנטאזיעס און באבע מעשיות.

מי אני » דאנערשטאג מאי 26, 2022 10:26 pm

· #501042
שאלתיאל
מי אני, איך הער וואס די זאגסט אבער דארפסט נעמען אינאכט אז:
1. דער מענטש וואוינט אין אן אנדערע קאנטינענט פון דעם רבי'ן און ער האט זיך נאך קיינמאל געטראפן פערזענליך. צופעליג האט ער זיך געפינען אלץ גאסט אין זעלבן שטאט.
2. דער רבי פירט אן א ריזיגע חסידות פון טויזענטע מענטשן, קוים וואס ער קען זיינע אייגענע מענטשן
3. דער מענטש איז באקאנט אלץ שארפע מתנגד צום רבי'ן, אזוי ווייט אז ער טרעט נישט אריין אין די שטיבל פון די חסידות אין שטאט וואו ער וואוינט
4. בלויז ער און זיינע בני בית האבן געוויסט דערפון
5. עס איז דעמאלט געווען אין אנהייב פון דעם מחלה און ס'איז נישט געווען ניכר אויף אים בכלל. דער מענטש אליין האט מיר געזאגט אז ס'נישט מעגליך אז ער האט געקענט וויסן דערפון.
6. איך ווייס נישט פונקט וואס איז דאס רוח הקודש, איך האב בעיקר געמיינט צו זאגן אז עס (קוקט אויס עכ"פ) נישט בדרך הטבע.

דערפאר איז מיר שווער אנצונומען דיינע הסברים
עס איז מיר נאך אלס מער מסתבר צו זאגן אז ער האט א חוש צו עפעס אזוי ווי קאָלד ריִדיִנג וכדומה, די טעכניק(ן) מיט וואס סייקיקס, מענטעליסטס ודכוותייהו באנוצן זיך מיט, ווי איידער זאגן ״רוה״ק״, אובערנאטורליך אא״וו.

עס איז סתם אזוי מן הראוי לציין אין דעם טעמע בכלל צו דוד הום׳ס באקאנטע מימרא לגבי אמונה בנס [פרטי] שמספרים.

שאלתיאל » דאנערשטאג מאי 26, 2022 10:57 pm

· #501046
און אויב גיי איך דיר ברענגען עטליכע סארטן מעשיות וואס איז שווער צו פארשטיין נאטורליך לאו דווקא פון דעם 'חוש' ? 😂

פערינא » פרייטאג מאי 27, 2022 1:52 am

· #501055
לאמיר זאגען די רבי נעמט אויף הונדרעטע מענטשען א טאג און ווען ער פרעגט איינעם וואס מאכט איר ערנפערט יעדע געזונטע מענטש ברוך השם און דער איד האט עס געזאגט מיט א קליינע קרעכץ. אדער איז ער געווען זייער פארקלאצט ווען ער האט גערעדט מיט אים וועגן זיין טאטע וואס איז אוועק אינג. וכו' וכו'

דאס איז רוח הקודש?. גאעטעניא.

רוח הקודש איז אויב זאגט ער מיר דריי מאל וויפיל דאללערס ליגט און מיין בערזעל.ַ

תוהו ובוהו » פרייטאג מאי 27, 2022 1:55 am

· #501056
שאלתיאל
און אויב גיי איך דיר ברענגען עטליכע סארטן מעשיות וואס איז שווער צו פארשטיין נאטורליך לאו דווקא פון דעם 'חוש' ? [emoji38]
און 'רוח הקודש' ווייסטו יא וואס ס'איז?! דאס פארשטייסטו יא?!

אז איינער האט גענומען א באנדע טשיקאווע, מאדנע און אומפארשטענדליכע פאסירונגען און זיי "פארענטפערט" מיט א נאכמער-אומקלארען קאוד גערופן 'רוח הקודש', ווערט דאס א צופרידענשטעלנדע הסבר?! קענסט דאך שוין בלייבן ביים קשיא פאר די געלט..

פ"וו אויף דיין אנגעבליכע פליאה איז דיר פארשטענדליך נאר די מערסט אומפארשטענדליכע הסבר?

מי אני » פרייטאג מאי 27, 2022 9:43 am

· #501063
ס'איז בעצם נאך טיפער. ווי @שאלתיאל זאגט:
שאלתיאל
איך האב מיטגעהאלטן מיט מיין אייגענע אויגן עטליכע סיפורים ביי מיין רבי'ן. ווי אויך קען איך עטליכע אזעלכע פונדערנאנט וואס מען קען נישט אויסטייטשן (לענ"ד) נאר אלץ אפענע רוח הקודש.
והיינו, מ'איז שוין דא previously inclined און מ'האט שוין דא בעצם א בּייעס מעיקרא אויף אויסצוטייטשן די סארט מעשיות אויף "הייליגס", "העכערס", "רוה"ק" וכדומה. דאס איז בנוגע דער וואס איז שוין א חסיד/אָנהענגער/מעריץ מעיקרא (טאמער נעמט מען אָן אז ער איז שוין געווען א חסיד/אָנהענגער/מעריץ מעיקרא, און נישט אז ער איז געווארן דערנאך א חסיד טאקע ווען ער האט געזעהן/געהערט די מעשיות).

ואפילו טאמער גייט מען זאגן אז "איך האב עס געהערט פון א שונא זיינס" איז אויך נישט קיין ראיה. והיינו, לו יצוייר טאמער וואלט געווען די מעשה מיט א פשוט'ע חבר זיינער וואס זאגט אים "רפואה שלימה", וואלט ער לכאורה דאס נישט אנגעהאנגען אין "הייליגס", "העכערס", "רוה"ק" וכו', נאר אין עפעס מער פשוט סערענדיפּיטאס - "פונקט געלונגען" וכדומה. איז דא אז ער איז עס שוין יא תולה אין דעם צייגט דאס לכאורה אז אפילו ביי אים, דער שונא, ליגט אבער דאך א הנחה קדומה אז דער האט עפעס "העכערס" מכח'ן ראלע זיינער פון רב איצטלא דרבנן אא"וו.

אגב, פון די עקספיריענס פון מיין טאטן הכ"מ איז טרעפט מען נישט די מחלה פונקט ביי סתם עפעס א יערליכע טשעק-אָפּ. מ'שפירט זיך נישט גוט מעיקרא און מ'גייט זיך אונטערזוכן ספעציעל; אפילו וואו עס איז אין די פריע סטעידזשעס. (מיין פאטער האט אויך געהאלטן אז מ'קען נישט זעהן גארנישט אויף אים, אבער מ'האט שוין געקענט זעהן א שטיק צייט פאר דעם אז "עפעס" איז נישט אינגאנצן בסדר.) קען זיין דאס האט דער רבי אויפגעכאפט. עכ"פ ביי מיר איז דאס מער מסתבר.

מרדכי מרדכי » פרייטאג מאי 27, 2022 3:02 pm

· #501103
פערינא
לאמיר זאגען די רבי נעמט אויף הונדרעטע מענטשען א טאג און ווען ער פרעגט איינעם וואס מאכט איר ערנפערט יעדע געזונטע מענטש ברוך השם און דער איד האט עס געזאגט מיט א קליינע קרעכץ. אדער איז ער געווען זייער פארקלאצט ווען ער האט גערעדט מיט אים וועגן זיין טאטע וואס איז אוועק אינג. וכו' וכו'

דאס איז רוח הקודש?. גאעטעניא.

רוח הקודש איז אויב זאגט ער מיר דריי מאל וויפיל דאללערס ליגט און מיין בערזעל.ַ
אויב זאגט ער נאר איינמאל איז נישט גוט?
איך דארף נישט ער זאל מיר זאגן וויפיל איך האב אין בערזל ענדערש זאל ער מיר זאגן די נומערן פון די לאטערי. סדאך דא אזעלכע מעשיות פון פריערדיגע צדיקים

ערנסט גערעדט רוח הקודש איז נישט קיין סייענס אויב איז דער צדיק א הייליגע איד האט ער רוח הקודש ער דארף נישט וויסן וויפיל געלט די האסט אין טייסטער

היסטאריע » פרייטאג מאי 27, 2022 5:16 pm

· #501107
זאל ער זאגן וויפיל געלט ער האט אין זיין בערזל...

הקטן » פרייטאג מאי 27, 2022 6:34 pm

· #501110
מרדכי מרדכי
פערינא
לאמיר זאגען די רבי נעמט אויף הונדרעטע מענטשען א טאג און ווען ער פרעגט איינעם וואס מאכט איר ערנפערט יעדע געזונטע מענטש ברוך השם און דער איד האט עס געזאגט מיט א קליינע קרעכץ. אדער איז ער געווען זייער פארקלאצט ווען ער האט גערעדט מיט אים וועגן זיין טאטע וואס איז אוועק אינג. וכו' וכו'

דאס איז רוח הקודש?. גאעטעניא.

רוח הקודש איז אויב זאגט ער מיר דריי מאל וויפיל דאללערס ליגט און מיין בערזעל.ַ
אויב זאגט ער נאר איינמאל איז נישט גוט?
ניין! ס'פעלט אויס דריי מאל, ווייל אויב זאגט ער נאר איין מאל וועט זיין אן אויבער חכם וואס וועט זאגן דאס די פראבעבילעטי דאס זאל פאסירען איז איינס און פיפצען ביליען - און דאס האט יעצט פאסירט

שאלתיאל » מוצ"ש מאי 28, 2022 3:54 pm

· #501114
תוהו ובוהו
שאלתיאל
און אויב גיי איך דיר ברענגען עטליכע סארטן מעשיות וואס איז שווער צו פארשטיין נאטורליך לאו דווקא פון דעם 'חוש' ? [emoji38]
און 'רוח הקודש' ווייסטו יא וואס ס'איז?! דאס פארשטייסטו יא?!

אז איינער האט גענומען א באנדע טשיקאווע, מאדנע און אומפארשטענדליכע פאסירונגען און זיי "פארענטפערט" מיט א נאכמער-אומקלארען קאוד גערופן 'רוח הקודש', ווערט דאס א צופרידענשטעלנדע הסבר?! קענסט דאך שוין בלייבן ביים קשיא פאר די געלט..

פ"וו אויף דיין אנגעבליכע פליאה איז דיר פארשטענדליך נאר די מערסט אומפארשטענדליכע הסבר?
ווי ערווענט פריער ווייס איך נישט וואס איז דאס 'רוח הקודש', וואס איך ווייס איז אז ס'דא אזא מושג פון צדיקים וואס קענען זעהן זאכן וואס פשוט'ע מענטשן קענען נישט זען.
ווען עס ווען וואלט געווען איין מאדנע עפיזאד וואלט איך אויך פראבירט אריינצוקוועטשן אן הסבר אבער ווען ס'זאמעלט זיך אן מיט די יארן צענדליגע מעשיות וואס א טייל פון זיי האב איך אליין בייגעוואונט קוקט מיך אויס מער מאדנע צו פראבירן קוועטשן הסברים פון אונטער דער ערד אויף יעדן אייינס עקסטער און אנעמען אז ער איז באמת אן magician, א כישוף מאכער, א קאלד רידער א דאקטער און א סי איי עי אגענט ביינעזאם נאר אנדערש איז מיר מער פארשטענדליך אנצונעמען אז די אלע זאכן צוזאמען ווייזן אן אויף עפעס אן העכערן כוח.

ביזט הייליג גערעכט אז יעדער זאך אויף דער וועלט קען מען ערקלערן און פארטייטשן אז ס'זאל שטימען מיט סייענס און אוועקמאכן יעדער זאך וואס איז נישט 100 פראצענט אמפיריש, סייענטיסטיש, און סטאטיסטיש
און דערפאר איז ידי על התחתונה אן א ביג וועי אבער דעמאלט ווערט מיר שווער פארוואס ווען רוב סייענטיסטן זאגן אז דער וועלט איז באשאפן געווארן פון זיך אליין און האבן זאגאר הסברים וויאזוי, פארוואס נעמסטו אן דעם מערסט אומפארשטענדליכען הסבר אז ס'דא א נאכמער-אומקלארן קאוד גערופן 'גאט' וואס איז העכער אלעם און ער האט באשאפן דער וועלט?! קענסט דאך שוין בלייבן ביים קשיא פאר די געלט....

כ'גלויב אויך אז די ניסים אין מצרים, קריעת ים סוף אדער סיי וועלעכ נס ס'שטייט אין תורה קען @מי אני אויך ערלערן פיל מער ראציאנל און פארשטענדליך (באגלייט מיט ציטאטן און פילאסאפן) ווי צו זאגן אז ס'איז ''עפעס העכערס''. און אז יעדער סייענסטיסט וועט דיר אפרעגן און א ליאדע מינוט אז ס'דא אזא פארנעפלטע זאך ווי 'מעל הטבע ' אדער 'נשמה' 'גאט', די קאלטע פארשטענדליגע ראצינאלע סייענס, לאגיק, און סטאטיסטישע ציפערן וועלן שטענדיג שטיין אויף זיין זייט.

הקטן » זונטאג מאי 29, 2022 1:49 am

· #501126
'מעל הטבע ' אדער 'נשמה' 'גאט', איז אזא גיטער הסבר וואו גרעוועטי איז א הסבר פארוואס א שטיין פאלט צי דער ערד
אבער דער וואס איז סטאק און קען נישט אננעמען אז בכלל עקזעסטירט דאס וואוס איז מאטא-פיזשיש דער האט מיט דעם א פראבלעם

שמעון וואלף » זונטאג מאי 29, 2022 3:11 am

· #501128
שאלתיאל
עצי שטים
שאלתיאל
איך האב מיטגעהאלטן מיט מיין אייגענע אויגן עטליכע סיפורים ביי מיין רבי'ן ווי אויך קען איך עטליכע אזעלכע פונדערנאנט וואס מען קען נישט אויסטייטשן (לענ"ד) נאר אלץ אפענע רוח הקודש.
נו געב ארויס.. כ"ק מרן אדמו"ר מ..?
איך וועל נישט זאגן ווער איז דער אדמו"ר, זיכער נישט דא בפומבי, און נישט אלעס קען איך דערציילן איך וועל יא דערציילן איין עפיזאד וואס איך האב עס געהערט פונעם בעל המעשה.
י.ה. א איד אין די זעכציגער יארן איז פארעכנט אויף די מתנגדים פון דעם רבי'ן, אייגנטליך האט ער אים קיינמאל נישט געטראפן פאר דעם, ער וואונט נישט אין דעם זעלבן לאנד בכלל. יענער טאג איז ער געווען ביי א חופה ווי דער רבי איז געווען און ער האט אים געגעבן דאס האנט, דער רבי האט אים געזאגט ' א רפואה שלימה', ער איז געווען אין שאק. עטליכע טעג פארדעם האט ער באקומען דער דיאגנאזע פון דאקטאר אז ער ליידט אויף קענסער ל"ע, ער האט עס געהאלטן בסוד און נאכנישט פארציילט קיינעם חוץ זיין נאנטע משפחה, און דא וואנטש ער אים א 'רפואה שלימה'. ווער ס'קען מיר מסביר זיין דעם סיפור אויפן דרך הטבע איז מכובד.
די רבי האט געמיינט ער רעדט צו א צווייטן וואס יענער האט געדארפט א ישועה. ער האט זיך פשוט פארמישט.
אנדערע ריפן דאס סינייל

berlbalaguleh » זונטאג מאי 29, 2022 9:01 pm

· #501173
שמעון וואלף: מ'פארציילט אן ענליכע מעשה. כ'מיין אין די שטאט סאטמאר איז געווען א דאקטאר וועלכער האט געקענט דיאגנאזירן די מחלה פון א מענטש דורך אנכאפן זיין האנט. איז ער אמאל געקומען צו א פאציענט און דער דאקטאר נעמט זיך שרייען...דער מענטש איז שיכור. ער האט געטרונקען בראנפן...! די מענטשן אין שטוב קוקן איהם אן מיט פארוואונדערונג. דער מענטש האט אפילו וואסער נישט געטרונקען. האבן זיי באמערקט ווי דער דאקטער האט אנגעכאפט זיין אייגענע האנט. ער איז געווען טויט שיכור...!

berlbalaguleh » זונטאג מאי 29, 2022 9:14 pm

· #501176
איינע(ר) אין מיין משפחה האט פאר עטליכע חדשים אויסגעזעהן בלאס. און פארלוירן וואג. איך האב עם (איהר) עטליכע מאל געפרעגט דו פיהלסט גוט? האט ער/זי אייביג געענטפערט. יא. זיכער. שפעטער האט מען איהם (איהר) ל"ע דיאגנאזירט מיט יענע מחלה. ס'איז שוין געווען צו שפעט. זי איז ל"ע אוועק. ווילסטו זאגן אז דער בעל עגלה האט רוח הקודש?!

מרדכי מרדכי » מיטוואך יוני 1, 2022 9:57 pm

· #501465
berlbalaguleh
איינע(ר) אין מיין משפחה האט פאר עטליכע חדשים אויסגעזעהן בלאס. און פארלוירן וואג. איך האב עם (איהר) עטליכע מאל געפרעגט דו פיהלסט גוט? האט ער/זי אייביג געענטפערט. יא. זיכער. שפעטער האט מען איהם (איהר) ל"ע דיאגנאזירט מיט יענע מחלה. ס'איז שוין געווען צו שפעט. זי איז ל"ע אוועק. ווילסטו זאגן אז דער בעל עגלה האט רוח הקודש?!
בבחינת ניבא ולא ידע מה ניבא

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 2, 2022 9:08 pm

· #501537
מרדכי מרדכי: לא ניבא ולא לא ידע מה ניבא. איך האב עס פון אנהייב חושד געווען אז זי האט יענע מחלה, ל"ע. נאר איך האב עס נישט געוואלט ארויסזאגן בפירוש. איך האב נאר מרמז געווען אז זי זאלל גיין אויסטשעקן דעם מצב. נאר זי האט געטענה'ט אז זי פיהלט (זייער) גוט. זי איז אפילו געגאנגען א יעדן טאג אין דזשאב. עד זיבולא בתרייתא.

תרמב » דינסטאג יוני 7, 2022 3:54 pm

· #501659
א רבי וואס האט משפחות פון וויסטע שונאים, און האט געירשענט א חסידות פון טויזענטער משפחות האט נישט קיין רוח הקודש, איך קען נישט אזא רבי וואס האט טויזענטער חסידים וואס האט רוח הקודש, ס'איז נישט דא אזאנס, די גרויסע אדמורי"ם האבן געירשענט זייערע חסידות'ן צוזאמען מיט די בילדינגס פון זייערע עלטערן אן גארנישט טון דערפאר חוץ געבוירן ווערן ביי די ראיעל פאמיליע'ס, און זיי באקומען שוין די רוח הקודש אינקלודעד אין די ירושה.....

שאלתיאל » דינסטאג יוני 7, 2022 6:54 pm

· #501671
תרמב
א רבי וואס האט משפחות פון וויסטע שונאים, און האט געירשענט א חסידות פון טויזענטער משפחות האט נישט קיין רוח הקודש, איך קען נישט אזא רבי וואס האט טויזענטער חסידים וואס האט רוח הקודש, ס'איז נישט דא אזאנס, די גרויסע אדמורי"ם האבן געירשענט זייערע חסידות'ן צוזאמען מיט די בילדינגס פון זייערע עלטערן אן גארנישט טון דערפאר חוץ געבוירן ווערן ביי די ראיעל פאמיליע'ס, און זיי באקומען שוין די רוח הקודש אינקלודעד אין די ירושה.....
דער רבי פון וועם איך רעד (דא בין איך כמעט מגלה בעל כורחי פון וועם מען רעדט) האט אויפגעבויעט זיך אליין און זיין חסידות מיט שווייס און בליט פון א' ביז ת'.

תרמב » דאנערשטאג יוני 9, 2022 11:36 am

· #501792

א ירושה פון א פעטער איז אויך נישט אוועקצומאכן....

פרנס החודש » דאנערשטאג יוני 9, 2022 3:03 pm

· #501821
Re: וואו קען מען היינט זען אפענע מופתים אדער נסים גלויים?
דער ספעציפישער רבי וואס דו ווילסט נישט פורש בשמו זיין, האט שוין איינמאל געירשנט א ברענד, רוח הקודש אריינגערעכנט.

כרם זית » דאנערשטאג יוני 9, 2022 3:23 pm

· #501824
Re: וואו קען מען היינט זען אפענע מופתים אדער נסים גלויים?
נא בינעך נייגעריג פון וועם מען רעד. קען איינער פורש בשמו זיין?

ברוך בענדיט » דינסטאג יוני 14, 2022 9:14 pm

· #502179
Re: וואו קען מען היינט זען אפענע מופתים אדער נסים גלויים?
שאלתיאל
תרמב
א רבי וואס האט משפחות פון וויסטע שונאים, און האט געירשענט א חסידות פון טויזענטער משפחות האט נישט קיין רוח הקודש, איך קען נישט אזא רבי וואס האט טויזענטער חסידים וואס האט רוח הקודש, ס'איז נישט דא אזאנס, די גרויסע אדמורי"ם האבן געירשענט זייערע חסידות'ן צוזאמען מיט די בילדינגס פון זייערע עלטערן אן גארנישט טון דערפאר חוץ געבוירן ווערן ביי די ראיעל פאמיליע'ס, און זיי באקומען שוין די רוח הקודש אינקלודעד אין די ירושה.....
דער רבי פון וועם איך רעד (דא בין איך כמעט מגלה בעל כורחי פון וועם מען רעדט) האט אויפגעבויעט זיך אליין און זיין חסידות מיט שווייס און בליט פון א' ביז ת'.
שוין אויסגעזאגט ווען די האסט געזאגט אז ער האט וויסטע שונאים...

Sent from my Pixel using Tapatalk

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 14, 2022 10:05 pm

· #502184
תרמב: א רבי קען ירשנ'ען בילדינגס , חסידים און אנדערע טשעטל/שאטטעל (נכסים). אבער ער קען נישט ירשנ'ען רוח הקודש. לי יצוייר/ את"ל אז דער אלטער רבי האט געהאט רוה"ק. אבער זיין יורש האט עס נישט.

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 14, 2022 10:11 pm

· #502187
יא. תפיסת המחשבה איז געווען ביי א סאך צדיקים. מיין רבי האט עס אויך. אבער איך בין עס נישט תולה אין רוח הקודש. נאר ענדערש אין פסיכאלאגיע. ער קען מיך. און ער ווייסט מיינע . משוגעת'ן. און ער טרעפט צו וואס איך וויל טון אדער זאגן.

שפילער » מיטוואך יוני 15, 2022 1:43 am

· #502216
אקעי סאיז דא א צדיק וואס עסט קנאבל מוצאי שבת איינמאל בין איך געזעסן ביי מלוה מלכה און בשעת ער האט זיך געגרייט צו עסן די קנאבל געט ער א ווארף די קנאבל צו איינער פון די חסידים ויהי לפלא.

שפעטער זאגט מיר דעי חסיד אז ער האט בשעת מעשה געטראכט פארוואס די רבי באקיקט נישט די קנאבל פון ווערם , ווי נאר ער האט דאס געטראכט איז געקימען צו פליען די קנאבל

שפילער » מיטוואך יוני 15, 2022 1:46 am

· #502217
.

מרדכי מרדכי » מיטוואך יוני 15, 2022 1:03 pm

· #502256
שפילער
אקעי סאיז דא א צדיק וואס עסט קנאבל מוצאי שבת איינמאל בין איך געזעסן ביי מלוה מלכה און בשעת ער האט זיך געגרייט צו עסן די קנאבל געט ער א ווארף די קנאבל צו איינער פון די חסידים ויהי לפלא.

שפעטער זאגט מיר דעי חסיד אז ער האט בשעת מעשה געטראכט פארוואס די רבי באקיקט נישט די קנאבל פון ווערם , ווי נאר ער האט דאס געטראכט איז געקימען צו פליען די קנאבל
איך וואלט געזאגט אז עס איז סך הכל געלונגען
פארוואס באקיקט ער טאקע נישט די קניבל פון ווערעם?

האט ער א מנהג פון ווארפן קנאבל? אדער איז דא געווען די ערשטע אין לעצטע מאל?

פצעי » מיטוואך יוני 15, 2022 2:01 pm

· #502266
וויזוי גייט די מעשה.... ד'רבי האט געהייסן די גבאי ער זאל לאזן אנגעצונדן די אינטערקאם צו הערן די בקשות וואס מען זאגט פארן גבאי'ן אין פארשטייט זיך אז נאכדעם האט ער עס איבערגעזאגט מיט ריין רוח הקודש....

פערצופאל שפרינגט מיר יעצט ארויף א מעשה אין קאפ פון אדמו"ר מסאטמאר מהר"א וואס ער האט געזאגט פאר מענדל שווימער אז ער זאל נישט אנרייצן דאס בער פון וואלד, אין גע'ענדיגט האט זיך עס ליידער שלעכט ווער עס ווייסט וואס ס'איז געשען מיטן אייניקל זיינע. אז מען קען שעלטן קען מען לכאורה בענטשן אויך ס'גייט דאך ביינאזאם נישט אזוי?

די גאנצע נושא דא קען מען ווען צוזאמשטעלן מיטן אשכול צו רשעים קענען ברענגען צו עבודת השם... זיי זענען דאך רשעים.. פארלאנגסטו אז זיי זאלן נאך מאכן מופתים אויך?
בלאט: 1 2