☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » דארווין

דארווין

258 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6933
בלאט: 1 2 3 4 5 6

שמן למאור » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 12:27 am

· #509890
איך האב מיך אנגעשטויסן לעצטנס אין א ווידיא פון א קריסטליכע פרעדיגער און מיסיאנער. ער איז גאנץ געריבן אבער רעדט אויך היבש שטותים. ער ברענגט אבער ארויס שטארקע נקידות.

וואס האט מיר געכאפט איז אז די גרויסע אוועלושן חכמים קענען נישט ברענגען קיין אבזערוועישונעל עווידענס אז איין מין זאל קענען ווערן א צווייטע מין. דהיינו, דאס אז אוועלושן פאסירט איז א דבר פשוט, און דאס אז דער די ען עי מאכט מיוטעישנס און אז עס איז דא א מושג פון נעטראל סעלעקשן איז אויך פארשטענדליך, און אויף קליינע שנוים איז טאקע יא דא אבזערוועישענעל עווידענס. אבער צו קענען פון דעם בויען דעם טעאריע פון קאמען ענסעסטער אויף דעם קענען זיי שוין נישט ברענגען קיין קלארע הוכחות. זיי קענען נישט אנצייגן אויף קיין פאסעל רעקארדס ווי מען זעט קלאר אז פון א פיש איז געווארן א הולך על יבשה.

בין איך דא טאקע אביסל אומקלאר. איז דאס א טריק ווידיא ווי דער קריסט האט געעדיט די אמת'ע אינטולעקטואלן וואס ער האט אנגעטראפן, און בלויז ארויפגעשטעלט אפאר טעמבלעך וואס שטאדירן פינקט בעאלאגיע, אדער איז טאקע נישטא קיין קלארע עווידענס פאר קאמען ענסעסטער.

איינער קען מיר ארויסהעלפן?

כאפט א בליק אויפן ווידיא די חלק צום סוף ווי ער רעדט זיך צאם נערישקייטן וועגן יוזיס קרייזט קענט איר איבערהיפן. ער רעדט דארטן זייער נעריש.. פליצלינג ווערט ער א נאר און ער גלייבט... נאכן אויפווייזן פאר די חכמי אוועלוציע אז זיי זענען נערנים פארן גלייבן...

מי אני » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 9:29 am

· #509897
ווי איך פארשטיי איז די טענה בנוגע טרענזישאן פאַסילס, והיינו פאַסילס פון געוועזענע בע״ח וועלכע זענען אזוי ״אינדערמיט״ פון איין מין צום צווייטן. איז ווי @יאיר האט אויבן צוגעברענגט זענען יא פארהאן אזעלעכע פאַסילס וממילא ראיות.

‏@יאיר האט טאקע ארויסגעברענגט אז קריעישאניסטס וועלן אלס טענה׳ן דערקעגן אז דאס איז א ״באזונדערע מין״ צי ״ס׳איז נישט ממש א טרענזישאן״ וכדומה, און וועלן אלס דארפן נאך קלארערע טרענזישאנס אויף יעדעס טריט און שריט ממש (״רוקן די goalposts״). דאס זעלבע שרייבט דר. דאנעלד פּראָטעראָ אין זיין בוך.

ואגב, לעצם השאלה הפרטית איז אויפ׳ן דעקל פון דר. פּראָטעראָ׳ס בוך דארט, דאס צווייטע עדישאן, דא א בילד פונעם טיקטאַליק פאַסיל, וואס איז כנראה א טרענזישאן פאַסיל פון מין פיש צו מין בע״ח ההולך על היבשה/טעטראָפּאַד.

שמן למאור » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 11:11 am

· #509900
מי אני

אינטערסאנט טאקע אז קיינער פון די שטודירטע חברה האבן אים נישט געקענט ציברענגען יאיר'ס פאסעלס און פיש וואס אטעמען.

מיין שאלה איז בעצם אזוי, ווי שטארק איז די פרופ צו קאמען אנסעסטער?
אויב וואלט געווען א קלארע יוחס מיט פאסעלס פאר יעדע שנוי וואלט עס געווען א שטארקע ראיה, אבער כמובן איז דאס דאך נישט שייך, מוז מען ארבייטן מיט וואס מען האט. די שאלה איז וויפול איז פארהאנען, און צו עס גייט אביסל אריין אין די גדר פון גלייבן אדער האפן.
איז דא ערגעץ צוזאמגענומען "אלע" טרענזישן געפינסן וואס מיר פארמאגן אז מען זאל קענען קלאר זען וויפול הארטע עווידענס עס איז דא, אפשר א וועבזייטל צו א באשרייבונג. איך וואלט געקענט באשטיין צו וויסן פאקטיש וויפול הארטע (טרענזישן פאסעל) באווייזן עס איז דא, און וויפול איז נאר ציגעלייגט מיט אימעדזשינעישן.

שמן למאור » מיטוואך יאנואר 25, 2023 6:34 pm

· #516242
https://youtu.be/lIEoO5KdPvg
בתוך הדברים אין דער ווידיא, ברענגט ער א בילד פון א פאסיל פון אן אמאליגע אינסטינקט basilosaurus whale. מען זעט אז די לעכער זענען נישט פון אויבן ווי די היינטיגע whales, אבער אויך נישט ביים עק אזוי ווי היינטיגע מעמעלס.

סקעפטיקער » מיטוואך יאנואר 25, 2023 6:37 pm

· #516243
שמן למאור
https://youtu.be/lIEoO5KdPvg
בתוך הדברים אין דער ווידיא, ברענגט ער א בילד פון א פאסיל פון אן אמאליגע אינסטינקט whale, מען זעט אז די לעכער זענען נישט פון אויבן ווי די היינטיגע whales, אבער אויך נישט ביים עק אזוי ווי היינטיגע מעמעלס.
https://evolution-outreach.biomedcentral.com/articles/10.1007/s12052-009-0135-2
טרענזישאנאל פאסילס זענען דא לרחצה, נישט קיין חילוק וויפיל מאל מ'גייט חזר'ן אז מ'האט גארנישט געטראפן

סקעפטיקער » דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 2:57 pm

· #516292
שמן למאור
מי אני
ווי איך פארשטיי איז די טענה בנוגע טרענזישאן פאַסילס, והיינו פאַסילס פון געוועזענע בע״ח וועלכע זענען אזוי ״אינדערמיט״ פון איין מין צום צווייטן. איז ווי @יאיר האט אויבן צוגעברענגט זענען יא פארהאן אזעלעכע פאַסילס וממילא ראיות.

‏@יאיר האט טאקע ארויסגעברענגט אז קריעישאניסטס וועלן אלס טענה׳ן דערקעגן אז דאס איז א ״באזונדערע מין״ צי ״ס׳איז נישט ממש א טרענזישאן״ וכדומה, און וועלן אלס דארפן נאך קלארערע טרענזישאנס אויף יעדעס טריט און שריט ממש (״רוקן די goalposts״). דאס זעלבע שרייבט דר. דאנעלד פּראָטעראָ אין זיין בוך.

ואגב, לעצם השאלה הפרטית איז אויפ׳ן דעקל פון דר. פּראָטעראָ׳ס בוך דארט, דאס צווייטע עדישאן, דא א בילד פונעם טיקטאַליק פאַסיל, וואס איז כנראה א טרענזישאן פאַסיל פון מין פיש צו מין בע״ח ההולך על היבשה/טעטראָפּאַד.
אינטערסאנט טאקע אז קיינער פון די שטודירטע חברה האבן אים נישט געקענט ציברענגען יאיר'ס פאסעלס און פיש וואס אטעמען.

מיין שאלה איז בעצם אזוי, ווי שטארק איז די פרופ צו קאמען אנסעסטער?
אויב וואלט געווען א קלארע יוחס מיט פאסעלס פאר יעדע שנוי וואלט עס געווען א שטארקע ראיה, אבער כמובן איז דאס דאך נישט שייך, מוז מען ארבייטן מיט וואס מען האט. די שאלה איז וויפול איז פארהאנען, און צו עס גייט אביסל אריין אין די גדר פון גלייבן אדער האפן.
איז דא ערגעץ צוזאמגענומען "אלע" טרענזישן געפינסן וואס מיר פארמאגן אז מען זאל קענען קלאר זען וויפול הארטע עווידענס עס איז דא, אפשר א וועבזייטל צו א באשרייבונג. איך וואלט געקענט באשטיין צו וויסן פאקטיש וויפול הארטע (טרענזישן פאסעל) באווייזן עס איז דא, און וויפול איז נאר ציגעלייגט מיט אימעדזשינעישן.
http://tolweb.org/tree/home.pages/browsing.html
https://paleobiodb.org/
די איז די מערסטע Updated אבער איז דערווייל פארמאכט https://explorer.phylogenyexplorerproject.com

באמת דארף מען נישט צוקומען צו Transitional Fossils, די ברואים וואס מיר האבן ווייזן אונז גענוג קלאר Common Ancestry. די פעלד פון Taxonomy קלאסיפיצירט אלע ברואים אין גרעסערע און קלענערע משפחות, און א זעלטענע Trait וואס האט זיך developed אין איין משפחה וועט מען קיינמאל נישט טרעפן אין אן אנדערע משפחה. למשל די געשטעהל פון פליגלען וואס פייגל האבן זענען נאר דא ביי אלע פייגלען וואס זענען Dinosaurs, און ביי די אנדערע ברענטשעס טרעפט מען עס נישט. Bats וואס זענען Mammals מיט פליגלען האבן גאר אנדערע סארט פליגלען. א Mammal מיט פליגלען ווי א פייגל גייט Disproven Common Ancestry right away, און האט נישט קיין סיבה נישט צו פאסירן אויב אלע ברואים זענען עקסטער באשאפן געווארן. (פארשטייט זיך אז דאס איז נאר א קאמפלאצירטע Trait וואס האט נישט קיין שאנסן נאכאמאל זיך איבערשפילן ערגעץ אנדערש). אלעס ארויס פון די סדר פון Evolution וואלט אויפגעוויזן Creation, א מייז מיט הערנער, Pegasus, א מעממעל מיט פעדערן, א בעל חי וואקסן פון א בוים א.א.וו. (עפן א אוצר פלאות התורה און ליין דארט איבער אלע מיסטישע באשעפענישן)

די גאנצע פאקט אז אלע ברואים פאסן אריין אין די Evolutionary Tree האט נישט קיין הסבר אויב מ'רעדט פון עקסטערע באשאפענע ברואים, און פארוועם דאס איז נישט קיין ראי' וועט Transitional Fossils נישט צופיל העלפן, ווייל אפילו מיר זאלן טרעפן "אלע" Transitions אויף טריט און שריט קען ער אייביג טענה'ן אז זיי זענען עקסטערע ברואים וואס זענען עקסטער באשאפן געווארן אזויווי @מי אני האט שוין מסביר געווען. און ווי Kent Hovind שרייט אייביג "You don't know if that fossil ever gave birth, and surely not if it gave birth to a different kind"

אלפא » מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 7:28 pm

· #541355
Re: דארווין
א קלארע שיעור איבער נאטורליכע און ארטיפישעל סעלעקשאן.

שמן למאור » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 7:11 pm

· #541496
Re: דארווין
[ציטאט אראפגענומען]
נאטור.
בלאט: 1 2 3 4 5 6