דארווין
258 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6933
דארווין
דארווין טעאריע
זיין טיאריע פון אבילוציע, האט געמאכט אזא איבערקעריניש אין די וועלט, אזש אז ער איז געווארן דערקלערט אלס דער גרעסטער חקרן און די וועלט, זיין טיאריע האט זיך צישפרייט ווי ווילד פייער, אבער למעשה וויפיל איך טראכט דערין אריין איז עס דאך גאר לעכערליכער טיאריע, ער האט קשיות אבער זיינע נערישע קאנקלוזשען'ס זענען גאר ערגער ווי זיינע קשיות, ממש עס קומט צי לאכן פאר יעדע גלייך טראכטענדער מאן.
איך וויל נישט איבערקייען דא זיינע חידושים וואס כמעט יעדער דא ווייסט, און דער וואס ווייסט נישט זאל טאקע נישט וויסן, אבער ממש עס איז מיר שווער ווי אזוי חכמים גדולים זענען געפאלן דערפאר, איך האב איין תירוץ פארוואס, ווייל דא קימט א חכם וואס האט איבער געגעיבן זיין שטודיע פון אכצען יאר אין די ווילדערנישן און שרייט אבילוציע, לית דין ולית דיין, אלעס פאסירט דורך די ווילן צי מאכן בעסער די יוניווערס, טיען זיי פארבעסערן די גענעס, היות אז מען ברויך אויגן, האט זיך די גענעס פארבעסערט און באשאפן פון דאן און ווייטער אויגן פאר די קומענדיגע גענעראציעס, ווי נעריש איז אזוי צי זאגן, וויפיל רשעות ליגט און אזא סטעיטמענט קעיגן דער בורא עולם, איך האב געליינט אן א שיעור אפיקוריסישע קליפס וואס זענען מסביר דארווין טיאריע, קיין שום עוועדענץ צים טיאריע איז נישט פארהאן, נאר פאקטן פון מאדנע מינע וועיגן ווי אזוי באשעפענישן אדאפטירן צי געוויסע מצבים וואס זיי האבן זיך געפינען, ווי פיש אין וואסער אדער פייגל אין ימל, אנשטאץ צי זאגן אז זיי זענען באשאפן געווארן גענוי אזוי כדי צי סארווייוון אינעם מצב, מיז מען דאך זיין גאר לייכטזיניג.
למשל צי זאגן אז פיש האבן איוואלווד צי קענען איבערלעיבן אין וואסער, מיז זיין אז זיי האבן זיך ציזאמגענימען, און נאך א דרינגליכע גענע מיטינג, מיישב געוועין אז זיי מיזן האבן פליס פעידערן, אדער זייגן אקסעגען פון וואסער, וויפיל בהמה שטיק ליגט דערין, ווי אזוי האבן זיי געקענט איבער לעיבן די ערשטע פינף הינדערט מיליאן יאר, סארא פערד וועט פארשטיין אז מצב קען טוישן קומענדיגע גענעס, למשל אויב איך גיי אין וואסער און מחליט א החלטה גמירה צי בלייבן דארט וועלכע גענע בלייבט איבער מער ווי פינף מיניט, וויפיל שטותים קענען מיר דערהייבן, וועלכע מאן אויפן כדיר וויל נישט פליען, פארוואס האבן די גענעס נישט קאפירט פארן אדם גענע אז מיר זאלן האבן פליגל, עס איז דאך פשוט אז מיר קענען ניצן פליגל אזוי ווי פייגל, נאר דאס רשעות וואס ליגט אין די כופרים זעיט נישט די דבר פשוט מאוד,
זיי לויפן אין די טיפעניש, טרעפן די קאליר טוישענדע פיש, לעקטערישע פיש, טרעפן פליג עסענדע בלימען, זיכן די גיפט פין ספיידער'ס, זיכן ווי הערליך פינקטלעך און קינטס עס ליגט מביצי כינים עד די מלחמות פון לייבן, בערן וועלף, שלעינג, אלעס וועלן זיי זעין נאר נישט יד השם, נאר עבדא בהפקירא ניחא ליה, דעריבער זעיען זיי נישט דאס אויבערפלעכליכע, דאס פשוטע, און נעמען ענדערש אן דאס לעכירליכסטע, פאר די אמת, דאס וואס עס קען נישט זיין פאר פשוט.
אבער מיר וואס ווייסן יא פון יד השם, זענען מיר זיך מחיה פון זייערע שווערע הארעוואניע צי לייקענען אין מציאות הבורא ברוך הוא וברוך שמו, מיר וועלן אויסריפן מה רבו מעשיך השם, און דאנקען דעים בורא ווי אזוי ער האט פאר יעדען ציגעפאט זיינע מעטאדן צי לעיבן אין די טיפסטע פלעצער פינעם אפגרינד, וואס אפילו זיי קענען נישט פארשטיין הלמאי דאס ווערעמעל ווערט נישט צידריקט פינעם אימגעהוירן דריק פון וואסער, אבער חלילה איבערטראכטן זייער נערישקייט, עס וועט דאך דאן נאגן די שאלה מה חובתי בעולמי, איז ענדערש צי בלייבן ביי תיקי.
און מיינע אויגן איז נאר חכמה וואס טוישט דעים אויפירינג פון א אדם, חכמה טוישט נישט קיין גענע'ס, חכמה טוישט נישט די בריאה, חכמה איז נאר פאר מענטשן, נישט פאר קיין בל חי, לדוגמה א מאן וואס געפינט אויס א חכמה ווי לעקטער, אדער די חכמה פון עראדינעמיקס, אדער פארמעקאלעדשי, איז פון דאן און ווייטער א נייע בריאה פאר דער מאן ספישי, ווייל ער בויט א עראפארט און בויט פליגער'ס און גייט מסוף עולם ועד סופו, לעיבט איבער א סטרעפט, טראץ וואס מיליאנען זענען געשטארבן, אבער חכמה האט געזיגט בס"ד, זיינע קימענדיגע גענעראציע'ס פליען שוין נאטראל אפילו אן וויסן גענוי ווי אזוי עס ארבייט, ער ברויך נאר אנצינדן די סוויטש און עס צינט אן א באלב, ער רעדט אויף א סעלפאן וכדומה, ווייל ער האט איוואלווד, א דאגי אדער א קי עסט ווייטער זיין שטרוי נישט קיין חיליק צי מיר האבן שוין היינט רעסטעראנטען, ער איוואלווד גארנישט, ער איז דער זעבער קי, וואס מיר האבן מקריב געוועין אויפן מזבח צוויי טויזענט יאר ציריק, אינז זענען אבער נישט די זעלבע, אינז זענען אנדער מיני בריאים, אבער אינזערע גענע'ס זענען נאך אלס די זעלבע, למשל אויב טרעפן מיר מענטשן אינעם עמעזאן דזשאנגל וואס איז דארט פארוואגעלט געווארן ביים דור הפלגה, זיי האבן נישט אויסגעפינען גארנישט איבער דברי חכמה, זיי זענען שטיין געבליבן ביי פייל אין בויגן, הגם זיי גיבן זיך פיין א עצה, אבער ווי איז די גענע מיטינג'ס, אלזא צי זאגן אז אלע פיש אינעם ים הגדול האבן מחליט געוועין אז זיי מיזן האבן א געוויסע נאטור, איז נישט מאנסגעיבענד, און דערפאר רשעות'דיג הפקר'דיג, און דעריבער כאפט מען זיך צי דערצי ווי צי געבראטענס.
ווי אזוי ליינט מען קליפס?
דו מאכסט דיך, יא?
דא איז עס שוין ברייט אויסגעשמועסט געווארן קלאר, קוק עס דורך גרונטליך.
איך האב שוין דערמאנט ערגעץ אנדערש, אז מורינו רבי גדליה נדל האט אויך געהאלטען אז מיסודי האמונה דארף מען האלטען אז אלעס וואס עס ווערט אנדעקט דורך סייענטיסטען און פארשער, איז אמת בנוגע בריאת העולם, און אז מען גלייבט נישט אזוי גלייבסטו נישט ריכטיג, און דעם אויבען דערמאנטען אשכול האט איינער שיין מבאר געווען די רמב"ם/נדל שיטה.
מדארף קלאר מאכען ווי איך פארשטיי איז פליקערס נקודה געווען בעיקר אויף בורא חלק און נישט אויף דרך התפתחות הבריאה, וואס אויף צווייט דערמאנטע זעה איך נישט קיין בעיה צו אמונה, און עס איז נישט פארהאנען.
[ציטאט אראפגענומען]
נאך דיין לעצטען אויספיר, קוקט אויס אז די האסט נישט געזעהן רבי גדליהס ווערטער, ווייל ער האט אויף דעם פראגע פון נייע ערפונדונגען לאנגס און א ברייטס.
פאר ביסט דיך אזוי מתמקד אויף מיינע ווערטער זיי דיך אויף דיינע, די קשיא פון ערפונדונגען האסטו שוין געלעזט, כוועל דיר דערנאך ערקלערן פאר וואס עס איז א יסוד און אמונה
[ציטאט אראפגענומען]
איז דיין שאלה פארוואס איך וויל נישט אננעמען פרשת בראשית כפשוטו אדער פארוואס איך בעפארציג עוואלוציע איבער קרעציאניזם?
איך ווייס נישט וואס דאס מיינט "אזוי ווי אין אלע דורות", עס זענען דא אלע סארטן פשטים אויף די מעשה בראשית ע"פ נגלה ונסתר. אויב דו מיינסט דער חומש טייטש וואס מען לערנט אין חדר, איז דער תירוץ, ווייל עס שטימט נישט מיט די א"ב פון סייענס. (לדוגמא: עס איז נישטא קיין רקיע און קיין מים מעל לרקיע), פאר מער זע אין דעם אשכול וואס אחד העם האט שוין צוגעצייכנט.
@יאיר פון ווי ווייסטו אזוי גיט, די קלערסט אז דו ווייסט שוין אלעס, סייענס האט שוין אלעס געפינען, זיי האבן שוין פארשפארט זייערע פארש צענטערן, גלייב מיר זיי האבן נאך נישט בארירט אפס קצהו פון די חכמה פון די בריאה, זיי האבן נאך נישט געפארטיגט מיטן אלף און דו פארשטייסט שוין פשט און מים מעל, ווען די ווייסט נישט מים מתחת
איידער דו לערנסט זיך סייענס, נעם עטליכע קורסן אין ספעלינג, גראמאטיק, און יא, Punctuation.
פליקער , איר דארפט זאגן וואס פונקטליך איר מיינט , איר האלט די חוקרים זענען שקרנים? זיי טיען מאכן מסקנות וואס איז נישט ריכטיג.
זיי גייען מיט טעריא צי ווייט , וועלעכע חלק זענט איר מחולק מיט די גאנצע רעיון, אפילו מיט דעים אויך
למשל לאמיר אנכאפן איינע פון די דוגמאות וואס די חוקרים זאגן , אז זיי טרעפן ביינער פון אסאך באשעפענישן אין ווי עלטער די געביין איז זעעט מען עס מיט א שינו , איז דאך זייער נארמאל צי זאגן אז ווי שפעטער איז מיט זמן די צורה אביסל נשתנה גיווארן . יעצט אמת
אז די חוקרים ניצן עס פאר כפירה וואס דעם חלק איז נישט מוכרח
אבער די עצם רעיון דארפט איר אביסל מער מסביר זיין מיט וואס זיי זענען נישט גירעכט אדרבה לאז אונז הערן,
איך דינג זיך נישט אז מען טרעפט ביינער, איך דיך זיך מיט זייער מסקנה אז עס איז פינף און זעכציג מיליאן פינף הינדערט יאר איך וויל וויסן צי זיי קענען נישט האבן דארט עפעס א טעות מיט עטליכע הינדערט יאר, או אנדער מאל מאל מער מאריך זיין.
פליקער . איר דינגט זיך מיט דעטינג מעטאדן וואס מ׳נוצט למשל קארבן 14 וואס האלט איר פארוואס איז עס נישט ריכטיג , ?
איז אייער פראבלעם וויל זיי זאגן אז די וועלט איז עלטער ווי 6 טויזענט יאר ?
וואס דאס האט נישט אייגענטליך מיט עוואלוציע , צוטאן
וויאזוי קען זיך איינער דינגען מיט עפעס וואס ער הויבט נישט אן צו פארשטיין?
קודם זאגט מיר פארוואס גלייבן אז אונזער וועלט איז פיר אהאלב ביליאן יאר אלט איז כפירה, כפירה אין וואס?
כפירה אין חז"ל
משולם שטיינפעלדכפירה אין חז"ל
חכמה בגוים תאמין. (מדרש איכה רבה פרשה ב סימן יג)
.
משולם שטיינפעלדכפירה אין חז"ל
דו ביזט אויך כופר אין חז"ל אויב גלייבסטו נישט לדוגמא אז די זון גייט אריין אין הימלישע פענסטער ביים שקיעה.
משולם שטיינפעלדכפירה אין חז"ל
כפירה אין חז"ל אז וואס? כפירה אין זייער עקזיסטענץ? אין זייער גדלות? אין זייער קדושה? קום אריין קלארער, ביטע.
[ציטאט אראפגענומען]
העליאוסענטריזם און עוואלושאן? ביסט מדמה איינס צום צווייטן, דו ביסט נאריש אדער האלסט אונז פאר אזעלכע?
התאחדות הרבנים'ס קוריקולעם? לעיקוואוד, אנטווערפן, און בני ברק נעמען נישט דוקא אן התאחדות קוריקולעם, לעסט איי טשעקד, לערנט מען נישט התאחדות געאסרטע קוריקולעם אין קיין איינע פון די ארטיגע חרידישע לאקאציעס,
קענסט גלייבן וואס דו ווילסט, אבער שפילט נישט קאזאק הנגזל ווען אייוועלטניקס רופן אייך משכילים!
ישראל קאפקע
העליאוסענטריזם און עוואלושאן? ביסט מדמה איינס צום צווייטן, דו ביסט נאריש אדער האלסט אונז פאר אזעלכע
אין וואס פונקטליך איז טאקע די חילוק? ביידע זענען ברור כשמש בצהרים פאר די וואס האבן דורך געלערנט די ראיות. אין די וואס האבן נישט געלערנט פארשטייען נישט די ראיות פון קיין איינס נישט.
ישראל קאפקע
קענסט גלייבן וואס דו ווילסט, אבער שפילט נישט קאזאק הנגזל ווען אייוועלטניקס רופן אייך משכילים!
גערעכט. ועליהם אמר הכתוב והמשכילים יזהירו ״כזוהר הרקיע״ לרמז שחכמת המשכילים יזהירו כל כך עד שכל החכמות נדמה לחכמות הגלגלים ומלאו הארץ דעה בב״א.
דו זעסט אמתדיג נישט קיין חילוק? כ'קען דיר נישט העלפן,
סגייט מיר באמת נישט אן וואס דו אדער אנדערע דא גלייבן יא און נישט, סשטערט מיר יא ווען מען האלט אין איין קריטיקירן אייוועלטניקס ווען זיי באטיטלן אייך משכילים, לויט די אנגענומענע חרידישע חינוך איז געוויסע שיטות דא אויף קאווע שטיבל כפירה, סאיז אפשר יא, אפשר נישט, אבער שפילט נישט באטראפענע ווען מען באטיטלט אייך מיטן אקוראטן טיטל,
דאס נאכאנאנדע קוועטשן מאכט מיר נערוועז, און סאיז זייער נישט אויפריכטיג,
ישראל, איך זע באמת נישט קיין חילוק. (אגב, דאס איז ווייל ס׳איז באמת דא זייער א קליינער חילוק צווישן די צוויי.) אבער איך בין מסכים מיט דיר: קוועטשן פאסט נישט פאר חסידישע אידן. כאטש אפילו פערזענליך באדערט מיך מער די וואס ניצן דעם רבוש״ע׳ס נאמען צו פעלטשן הקב״ה׳ס חתימה (חותמו של הקב״ה אמת) ווי די וואס קוועטשן, אבער שוין. מיר ווארטן אלע אויפן תיקון השלום.
קול דודיישראל, איך זע באמת נישט קיין חילוק. (אגב, דאס איז ווייל ס׳איז באמת דא זייער א קליינער חילוק צווישן די צוויי.) אבער איך בין מסכים מיט דיר: קוועטשן פאסט נישט פאר חסידישע אידן. כאטש אפילו פערזענליך באדערט מיך מער די וואס ניצן דעם רבוש״ע׳ס נאמען צו פעלטשן הקב״ה׳ס חתימה (חתמו של הקב״ה אמת) ווי די וואס קוועטשן, אבער שוין. מיר ווארטן אלע אויפן תיקון השלום.
שוין געמוזט אריינווארפן איין קוועטש זע איך, 😂
העליאסענטריזם איז נישט בניגד צו וואס 'חרידישע אידן' האלטן אלס איינע פון די עקרי האמונה,
ישראל קאפקעדו זעסט אמתדיג נישט קיין חילוק? כ'קען דיר נישט העלפן,
סגייט מיר באמת נישט אן וואס דו אדער אנדערע דא גלייבן יא און נישט, סשטערט מיר יא ווען מען האלט אין איין קריטיקירן אייוועלטניקס ווען זיי באטיטלן אייך משכילים, לויט די אנגענומענע חרידישע חינוך איז געוויסע שיטות דא אויף קאווע שטיבל כפירה, סאיז אפשר יא, אפשר נישט, אבער שפילט נישט באטראפענע ווען מען באטיטלט אייך מיטן אקוראטן טיטל,
דאס נאכאנאנדע קוועטשן מאכט מיר נערוועז, און סאיז זייער נישט אויפריכטיג,
איך ווייס נישט ווי אזוי דאס קומט דא אריין, די "כפירה" פון קאווע שטיבל האט נישט קיין שייכות מיט די שאלה צו די ראיות אויף עוואלוציע זענען שוואכער אדער די זעלבע ווי פאר העליאצענטריזם.
בכל אופן, איך פערזענליך קריטיקיר בכלל נישט ווען מען באטיטלט מיר אלס משכיל, אדרבה, הלואי וואלט קאווע שטיבל געווען אויף די דרגה פון די אמאליגע השכלה, און איך האב אין אן אנדער אשכול אפילו געגעבן גערעכט פאר אייוועלט פאר'ן פארדאמען קאווע שטיבל. אבער לויט ווי איך זע פון אנדערע אשכולות איז מען נישט ברוגז אויף דעם וואס פאר פארשידענע אידן אויף אייוועלט גרעניצט זיך געוויסע אשכולות אויף קאווע שטיבל מיט כפירה, נאר אויף דער צוגאנג ווי אזוי זיי פארדאמען קאווע שטיבל, וואס איז לכל הדעות פאסיג פאר א קריגעריי אין קינדערגארטן, אדער העכסטנס דער בלאט-דער איד רעטאריק.
ישראל קאפקעקול דודיישראל, איך זע באמת נישט קיין חילוק. (אגב, דאס איז ווייל ס׳איז באמת דא זייער א קליינער חילוק צווישן די צוויי.) אבער איך בין מסכים מיט דיר: קוועטשן פאסט נישט פאר חסידישע אידן. כאטש אפילו פערזענליך באדערט מיך מער די וואס ניצן דעם רבוש״ע׳ס נאמען צו פעלטשן הקב״ה׳ס חתימה (חתמו של הקב״ה אמת) ווי די וואס קוועטשן, אבער שוין. מיר ווארטן אלע אויפן תיקון השלום.
שוין געמוזט אריינווארפן איין קוועטש זע איך, 😂
העליאסענטריזם איז נישט בניגד צו וואס 'חרידישע אידן' האלטן אלס איינע פון די עקרי האמונה,
לויט הגר"ז בלוך ביסטו א כופר און דיין וויין איז יין נסך כמבואר בספרו באמונה שלימה.
כעלמער דו הערסט נישט וואס איך זאג, איך רעד נישט צו סאיז בניגוד אדער נישט, וואס איז מער אדער ווייניגער, די פוינט דא איז וואס סאיז אנגענומען ביי חרידישע אידן, וויאזוי מען איז מחנך אין אלע חרידישע מוסדות, דו קענסט גלייבן אנדערש, אבער מען רעדט נישט איצט וואס דו גלייבסט,
ישראל קאפקע
העליאסענטריזם איז נישט בניגד צו וואס 'חרידישע אידן' האלטן אלס איינע פון די עקרי האמונה,
חרידי'שע אידן האבן אן אייגענע עיקרי אמונה? חרידים האבן א פיליזאפיע, און ווי אלע פיליזאפיעס איז עס פליסיג און טוישט זיך מיט צייט.
העליסענטריזים איז געווען קאנטרעווערסול פאר לאנגע יארן מחמת כמה סיבות. איינס די מקראי קודש וועלכע רעדן אין א גיאוסענטריק שפראך, צווייטענס ווייל מ'האט אלעמאל געוויסט אנדערש אזוי ביז קאפערניקוס האט מהפך געווען דברי ראשונים, און דריטענס צוליב די פיליזאפישע אימפליקאציעס פון העליסענטריזים דאס אז דער בן אדם איז דער תכלית און צענטער פון די בריאה. עוועלוציע ווערט אויך אטאקירט פון די דריי פראנטן.
אלס א רעזולטאט פון די השקפה'דיגע קעגנערשאפט, טרעפט מען אויך יענע יארן אין די דעבאטע א טייל פון די היינטיגע טענות קעגן עוועלוציע אויף די אויסגעהאלטנקייט פון סייענס: געניג סייענטיסטן זענען מחלוק, סייענטיסטן זאגן היינט אזוי און מארגן אזוי, די החלטה איז נישט מוכרח און מ'קען זאגן לכאן ולכאן, וכו'
אט האסטו אביסעל פון די אנטי קאפערניקוס סענטימענטן (גענימען פון
דא), הגם ס'זענען געווען אזוינע וועלכע האבן נישט געזעהן קיין פראבלעם דערמיט, און ס'איז אפי' געווען גדולים ווי דער יעב"ץ און חת"ס וועלכע האבן געשריבן סיי קעגן און סיי לטובת. כ'ברענג בלויז די צד שכנגד לאפוקי פון די וועלכע זאגן אז מיר טוישן זיך נישט מיט די צייט.
ר' טוביה הרופא בספרו מעשי טוביה:
ראוי לכל פילסוף אלקי שיבטל דעת קופירניקוש ונלוים עליו כי כל אותן ראוי‘ שהביא
הוא וחבריו הם נגד כתבי הקדוש ודברי נביאי אמת הנאמנים בדבריהם מפני שכתוב
בקהלת: והארץ לעולם עומדת, אבל כפי דעת קופירניקוש איננה עומדת כלל והשמש לא
יזרח ולא ישקע... ואם כדבריו כן הוא למה כתוב וזרח השמש ובא השמש... הנך רואה
שבכמה מקומות הפסוקים יתנו עידיהן ויצדקו שהשמש והלבנה ויתר הכוכבים מסבבים
סביב הארץ ולא שהארץ מסבבת סביב השמש ואם יבוא קופירניקוש בטענותיו וראיותיו
15 ומופתיו כזביות אף אתה הקהה את שניו... ודע מה שתשיב לו כי בכור שטן הוא...
ר' יהונתן אייבשיץ בספרו יערת דבשועבור זה נתטפשו הרבה מתוכנ' קופרניקוס וסייעתו באמרם שהארץ מסבב אבל שקר
נחלו והאמת עד לעצמו כי הארץ לעולם עומדת.
ר' יעקב עמדין בספרו לחם שמים:
חכמת התכונה של אומת העולם, רחוקה מכליותי לייחס דעת זו המגונה לרז"ל חלילה
וחס להו לרבנן קדישי שיתפארו בחכמת הגויים. רעיוני אנשי העולם הבודים מלבם
חכמה שאין לה עיקר ויסוד רק כפי העולה על רוחם נשענים על יסודות הנולדות במוחם
לקרב כל דבר אל השכל להוליכו במנהגי הטבע המוחש. ועם כל זה הם עצמן נבוכים
מאד ומודים שאין מציאות אמתי לגלגל יוצא מרכז וגלגל נושא והדומה להם... והרבה
כאלה קשות נמצאו באותה חכמה ונתחלקו לכתות כתות בהנחותיה ולא נחו ושקטו גלגלי
רעיוניהם, עד שהמציאו תכונה חדשה לגמרי מקרוב באה לא שערוה ראשוניהם (וי"א
שנמצא גם בקדמונים מאד מי שחשב עליה כזאת של קופירניקוס, יהי מה אינה ראויה
להקרא חכמה כלל. אחר שאינה אל דמיונות ורעיונות ודתיה שונות כפי מחלוקת לבב
בני אדם אשר חכמה מה להם...)
אפי' דער משכיל יהודה הורוויץ בספרו עמודי בית יהודה שרייבט:ו
יאמר חושי אבל מה תענה לאנשי כפירה אשר את השמש בגאוה הדמימו
באמרם איך מרכבה גדולה ורחבה וכבדה אלף ורבבה תתנועע מול נקודה דקה וקלה
קטנה ושפלה... ויען אתי ויאמר ולא תהי עדות תורתנו הקדושה יותר נאמנה משיחה
בטילה אשר לבעלי תכונה
ר' פנחס אליהו מווילנא בספור ספר הברית (די סייענס ספר פאר יעדע ישיבה קטנה בחור):
מי פתי יסור הנה לאשר ולקיים אולת וכסל כזה, ומי יאמין לשמועתו סכלות
גדולה כזאת הקדושה היא בעינים והארץ בשמים מי נתן השפל במרומים מה לילוד אשה
בין כוכבי השמים ומלאכי אש ומים וגבותם מלאות עינים, וזה בלי ספק דעה נפסדה
ולעג הרבה אולת היא לו וכלימה למאמין זאת...
למי אני שומע יותר, אם לקופערניקוס או למי אשר החכמה ומדע נתן לו מאת
ה' מן השמים ויחכם מכל האדם הוא שלמה המלך ע"ה אשר ידע בודאי הדבר באמת
והוא מכנה העולם הזה שלנו פעמים רבות תחת השמש, כאשר אמר הקהלת ראיתי את
כל המעשים שנעשו תחת השמש, אין כל חדש תחת השמש, ולפי דברי קופערניקוס אין
הארץ אשר אנחנו עליה אלא חצי שנה תחת השמש וחצי השנית מהשנה גם אדמתנו
למעלה מהשמש...
לכן אחי אל תפן
לדברי כזב אשר בפי קופערניקוס ומדבר שקר תרחק.
חת"ם סופר:
ראייותיו מכח השכל שאינו ראוי שישמש העליון לתחתון
הוא רק לפי דעות האומות העולם אבל לנו בני ישראל אדרבא הארץ אשר בה בני אדם
וישראל עם קדושו הם תכלית הבריאה ובעבורם נברא העולם תבל וכל אשר בה וגלגלי
השמים ושמי השמים לצורך האדם ואם כן ראוי שישמשו שאר חלקי העולם לעולם
התחתון שבו ישראל וגם עי"ז כל העולמות הם אחד ולתכלית אחד נברא דלא כדעת
האוה"ע שכל אחד הוא עולם בפני עצמו ולתכליתו נברא וזה שאמר אשר חלק ה' אותם
לכל העמים דאצלם הוא חלק משא"כ אצלנו הכל חד
ר' אליהו גוטמאכר בספרו צפנת פענח:
אנחנו בני ישראל תופסים התכונה רק כמו שהוא בהרמב"ם שהארץ לעולם עומדת...
הארץ אינה זז ממקומה לא כהתכונה החדשה של עתה שכבר מלעיג עליהם הספר
הברית, ויבא העת שיודו כולם לנו כפי פשטות בראשית ברא וגו‘ וכמאמר והארץ
לעולם עומדת...
(באמערק וויאזוי תלמי'ס קאזמאלאגיע ווערט דעם רמב"ם'ס)
ר' צדוק הכהן:
הא אין לנו אלא לסמוך
על המקובלים מפי נביאים וחכמינו ע"ה בעלי הופעה ברוח הקודש... ואני רואה
שלחכמינו ז"ל היה דרך אחר בחכמת התכונה כמו שיראה מדבריהם בכמה מקומות...
ר' חיים קניבסקי:
בשם ר' חיים קניבסקי מובא: "כי הנוקט כך הריהו כמכחיש מסורת וכופר
באמונתנו".
במכתב אחר הוא נשאל:
ידועה שיטת קופרניקס שהארץ מסתובב סביב השמש, ובאתי בזה לשמוע דעת התורה
הקדושה בענין, ובכל שאלתי בתרתי: א. לגוף הדבר מהי דעת התורה בענין, האם הדבר
ברור שהשמש מסתובב הארץ, או האם יש מקום לומר להיפך שהארץ מסתובב סביב
השמש? ב. את"ל דדעת התורה כנגד דעת קופרניקס, אם מישהו סובר ומאמין כמו
קופרניקס האם נחשב כופר?... והנה ראיתי שני דברים בשם מרן שליט"א בזה שנראים
סותרים זה את זה. בלוח דבר בעתו שנת תשס"ט עמוד 347 כותב ר' מרדכי גנוט בשם
מרן שליט"א כי אין איסור להחזיק בתפיסה ההילוצנטרית. ואילו בספר ברכת החמה
בתקופותיה עמוד 131 כותב בשם מרן שליט"א כי הנוקט כך הריהו כמכחיש מסורות
וכופר באמונתנו.
ר' חיים קניבסקי עונה:
בספר הברית כתב שהיא כפירה אבל ר' גדלי' ז"ל אמר שאין מוכרח שדברה תורה
כלשון בני אדם וכפי הנראה
הוא הדין מיט עוועלוציע, אין חדש תחת השמש, דור הולך ודור בא, און וואס איז נעכטן חס מלהזכיר איז היינט "קיינמאל" נישט געווען קיין פראבלעם מכתחילה. א ריכטיגע עוועלוציע בדעות.
איך רעד צום וואנט אדער צום לאמפ?
קיין לאנגע דרשות און קורצע לינקס זענען כלל נישט נוגע אהער,
ליין וואס איך שרייב און ענפער מיר נישט אויף זאכן וואס איך האב נישט געפרעגט,
פראבירט צו ליינען וואס יאיר שרייבט, אולי אולי,
ישראל, כ'בין נאכנישט איבערצייגט אז חרדים האבן אויפגעגעבן אויף גיאוצענטריזם. וואס זאפט א בחור איין אין חרדי'שע לאגערן איבער העלעצענטריזם? מאך א שטיקל אנקעטע די וואך שבת אין די קאנטרי צווישן פרקי אבות און מנחה. פרעג א פשוט'ע פראגע, די וועלט דרייט זיך ארום די זין אדער די זין ארום די וועלט? מיין געס איז אז זעקס פון צען גלייבן אין א גיאוצענטריסטיק מאדעל. און די אנדערע פיר נעמען זייער אינפארמאציע איבער העלעצענטריזם פון ספרים חיצונים און זענען נישט באקוועם צו רעדן דערפון ברבים אין א "חשוב'ע" אטמאספערע.
אמת אז ס'איז דא א חילוק פון עדיטוט כלפי קאפערניקוס און דארווין. בשעת קאפערניקוס איז נישט דיסקוסט לכאן או לכאן, וואס בהכרח בלייבט איבער פאר א בחור צו נעמען זיין אינפארמאציע פון הלכות קידוש בין שש לשבע, איז דארווין די שגץ. אין אנדערע ווערטער, לגבי קאפערניקוס - פינעף הונדערט יאר שפעטער - איז מען בדרך כלל פאסיוו, והבוחר יבחר, איז דארווין אקטיוולי אפגע'חוזק'ט און אויסגע'שגץ'ט. אבער די מציאות איז, אזוי צו אזוי, גיאצענטריזעם איז נאך היינט די באקוועמע און לכל הדעות כשר'ע שיטה. צו דערמאנען העלאוסענטריזים עז עי מעטער אוו פעקט אן קוואליפיצירן און כשר'ן מיטן אנמערקן אז ס'איז דא צדדים בין גדולי ישראל לכאן ולכאן טראגט מיט זיך די ריזיקע פון ווערן געלעיבעלט אויפגעקלערט וואס איז א קאצן שפרינג פון כפירה אין חרדיש'ע טערמינען.
ישראל קאפקע
העליאסענטריזם איז נישט בניגד צו וואס 'חרידישע אידן' האלטן אלס איינע פון די עקרי האמונה,
ישראל קאפקעכעלמער דו הערסט נישט וואס איך זאג, איך רעד נישט צו סאיז בניגוד אדער נישט, וואס איז מער אדער ווייניגער, די פוינט דא איז וואס סאיז אנגענומען ביי חרידישע אידן, וויאזוי מען איז מחנך אין אלע חרידישע מוסדות, דו קענסט גלייבן אנדערש, אבער מען רעדט נישט איצט וואס דו גלייבסט,
ישראל קאפקעאיך רעד צום וואנט אדער צום לאמפ?
קיין לאנגע דרשות און קורצע לינקס זענען כלל נישט נוגע אהער,
ליין וואס איך שרייב און ענפער מיר נישט אויף זאכן וואס איך האב נישט געפרעגט,
פראבירט צו ליינען וואס יאיר שרייבט, אולי אולי,
איך ווייס נישט וואס נאך דו ווילסט, דו זאגסט אז עוועלושאן\גיל העולם איז נישט דומה צו העליוצענטריזם, ווייל איינס איז אנגענומען ביי חרדיזם און די צווייטע נישט, זאגט מען דיר אז די איינציגסטע נ"מ איז אז דארוויניזם איז אינגאנצען הונדערט יאר אלט, בשעת העליוצענטריזם איז איבער פינף הונדערט יאר אלט, און אז ווען העליוצענטריזם איז געווען אזוי אלט ווי דארוויניזם איז היינט איז עס אויך נישט געווען אנגענומען ביי די פרומע אידן. נו, בין איך כופר אין דת החרדיזם מיט דעם וואס איך נעם אן וואס חרדיזם גייט סייווי אננעמען הונדערט יאר ארום?
אקעי,
לאמיר קלאר מאכן וואס איך האב געזאגט,
1)דער פאקט איז אז היינט צו טאגס איז העליאצענטריזם נישט קאנסידערט כפירה ביי די חרדישע וועלט, עוואלושאן איז יא,
דעריבער איז נישט אויפריכטיג צו קוועטשן ווען אייוועלטניקס באטיטלן אייך משכילים פארן אננעמען עוואלושאן טעאריע,
2)בדרך אגב האב איך געמאכט א חילוק ציווישן העליאצענטריזם און עוואלושאן, איך האלט אז סאיז בכלל נישט דומה איינס צום צווייטן,
ישראל קאפקעאקעי,
לאמיר קלאר מאכן וואס איך האב געזאגט,
1)דער פאקט איז אז היינט צו טאגס איז העליאצענטריזם נישט קאנסידערט כפירה ביי די חרדישע וועלט, עוואלושאן איז יא,
דעריבער איז נישט אויפריכטיג צו קוועטשן ווען אייוועלטניקס באטיטלן אייך משכילים פארן אננעמען עוואלושאן טעאריע,
2)בדרך אגב האב איך געמאכט א חילוק ציווישן העליאצענטריזם און עוואלושאן, איך האלט אז סאיז בכלל נישט דומה איינס צום צווייטן,
ווער איז די גודר גדרים פון "חרדישן ציבור"? אין סאטמאר ווערט העליאצענטריזם פאררעכנט ווי סעמי-כפירה, און הרב בנימין לאנדא, דומ"ץ טאהש ב"פ, ווערט פאררעכנט ווי אן אויפגעקלערטער ווייל ער האלט אז העליצענטריזם און גיאצענטריזם זענען ביידע די זעלבע אויסגעהאלטן פון א השקפה שטאנדפונקט. ביי די ישיבה'שע איז דא הרב זלמן בלאך וואס האט שוין איבערגעדרייט די וועלט מיט זיינע אנטי-העליאצענטרישע מלחמה, און זיין ספר באמונה שלימה פארמאגט הסכמות פון אסאך ארויפגעקוקטע מענטשן אין די ישיבישער געזעלשאפט.
וואס מיינסטו צו זאגן א חילוק צווישן העליאצענטריזם און עוואלושען? מכוח אידישקייט אדער מכח וויסנשאפט?
סודני
למשל לאמיר אנכאפן איינע פון די דוגמאות וואס די חוקרים זאגן , אז זיי טרעפן ביינער פון אסאך באשעפענישן אין ווי עלטער די געביין איז זעעט מען עס מיט א שינו , איז דאך זייער נארמאל צי זאגן אז ווי שפעטער איז מיט זמן די צורה אביסל נשתנה גיווארן . יעצט אמת
אז די חוקרים ניצן עס פאר כפירה וואס דעם חלק איז נישט מוכרח
אבער די עצם רעיון דארפט איר אביסל מער מסביר זיין מיט וואס זיי זענען נישט גירעכט אדרבה לאז אונז הערן,
פארוואס מישטי אויס macromutation מיט mutation micro
איך זעה און א געוויסע פוינט און די קליפ ווייזט ער אז די סטעק האט יא א פרשת דרכים.
איז נישט דא קיין קלארע חיליק פין איין סארט ספישי צו די אנדערע?
אויב יא, האט מען געטראפן ספישיס וואס מארפען איינס אריין אין די אנדערע ? (איך שטעל זיך פאר אז דאס וועט ווייזען macro)
אדער זאגט מען לא ראיתי אינה ראיה - ומכלל טעאריא לא יצא
Critics argue that the offer is merely a publicity stunt designed to be impossible to win because it requires the claimant to disprove all possible theories for the origin of species, no matter how ridiculous.[97] His FAQ states that claimants must "prove beyond reasonable doubt that the process of evolution ... is the only possible way the observed phenomena could have come into existence.
"]
פארוואס האב איך געמיינט אז די וואס זענען זיך תולה אויף עוועלאציע האבן נישט קיין פארבלעם צי ברענגען ראית אז דאס איז דער איינציגער וועג.
אויב גייען מיר דן זיין וואס איז אפשר מעגליך אבער זייער ridiculous וואלט איך געזאגט אז דאס ערשטע פלאץ נעמט אוועלאציע
לדעתי (ניין, איך האב נישט קיין phd) איז intelligent design פיל מער plausible אלס א מהלך וואו אזוי עס זאל ווערן סדר פין אי-סדר
איז דא ערגעץ א האלבע פיש אין א האלבע פייגעל? איך מיין 99% פיש און איין 1%פייגעל דערנאך 98% פיש א 2% פייגעל אביסל די לינג פין א פיש און א קליין ביסל די לינגען פין א פייגעל
- אדער די סארט פאסילס זענען פאלוירן געוארען און די שווערע גלות וחבל דאבדין ולא משתכחין
הקטןאיז דא ערגעץ א האלבע פיש אין א האלבע פייגעל? איך מיין 99% פיש און איין 1%פייגעל דערנאך 98% פיש א 2% פייגעל אביסל די לינג פין א פיש און א קליין ביסל די לינגען פין א פייגעל
- אדער די סארט פאסילס זענען פאלוירן געוארען און די שווערע גלות וחבל דאבדין ולא משתכחין
א גוטע שאלה, איינער האט אן ענטפער?
אויב פארשטיי איך וואס דו זאגסט, איז דאס אז עוועלאציע איז וואו א פילם מיט פיל פיל פרעמס וואס אין דעם ערשטע פרעם זעט מען דער מענטש שלאפט און 10000 פרעמס שפעטער טאנצט ער ביי א חתינה. גערעכט?
יעצט פרעג איך, זענען די 10000 פרעמס דא אין פאסילס?
אויב פעלט - וויפיל פעלט? און פארוואס?
הקטןאיז דא ערגעץ א האלבע פיש אין א האלבע פייגעל? איך מיין 99% פיש און איין 1%פייגעל דערנאך 98% פיש א 2% פייגעל אביסל די לינג פין א פיש און א קליין ביסל די לינגען פין א פייגעל
- אדער די סארט פאסילס זענען פאלוירן געוארען און די שווערע גלות וחבל דאבדין ולא משתכחין
עס איז קיינמאל נישט געווען א באשעפעניש וואס איז האלב פיש און האלב פייגל, ווייל זיי זענען אפגערוקט מיט הונדערטער מיליאנען יארן, און ציען גאנץ אן אנדער יחוס. די
אור עלטערן פון אונזערע פיש שטאמען נאך פון די קעמבריען עקספלאזיע, בעת פייגלעך זענען אייניקלעך פון די דיינעסארס. אבער אויב דו ווילסט דוקא עטליכע transition fossils, באקען דיך מיט דעם באפליגלטן, קליינעם דיינעסאר,
ארקעפטעריקס, דער ווארשיינליכער זיידע פון אונזערע פויגל. אויב א סקעלעטאן איז דיר נישט גענוג, מאך דיך היימיש מיט דעם
לונגפיש להבחל"ח, א פיש וועלכער קען אטעמען מיט די לונגען אינדרויסן פון די וואסער, אזוי ווי מאמאלס.
די פיש איז נאר דער משל.
פין מיין רעבעצן ביז צי רש"י'ס רעבעצן האב איך א ספר יוחסים
מיין שאלה איז צי די לינקס פין איין באשעפעניש וואס אינז ווייסען אז דאס איז געווען פאר א טרילען יאר ציריק, ביז צים היינטיגע אור אייניקעל, וואו למשל יארס טראלי, וויפיל פין די לינקס זענען פרעזערוועט
וויפיל פין די לינקס זענען דא
דאס איז א באזונדערע שאלה. פריער האסטו געוואלט וויסן אויב עס איז בכלל דא פאסילס וואס זענען אין די transition area, האב איך געגעבן עטליכע דוגמאות, און עס זענען פארהאן נאך. דיין יעצטיגע טענה איז אז ס'זענען דא צו גרויסע לעכער אין די פאסיל רעקארד, וואס דאס ווייזט אז אן אינטעליגענטער דעזיינער האט געמוזט אריינטאנצן יעדע פאר מיליאן יאר און פאראויס רוקן די באשעפענישן מיט נאך עטליכע טריט.
האמת אגיד אז כאטש איך האב שוין געליינט אסאך דערוועגן, קען איך נישט געבן קיין קלארע תשובה דערויף. איך ווייס נישט גענוי ווי מצוי פאסילס זענען בכלל, וואס אין דעם ווענדט זיך די עיקר שאלה. אויב דו האסט שוין דורכגעטון דעם ענין, אדרבה, איך בין נייגעריג צו הערן וואס דו ווייסט, וויפיל דורות עס דארף נעמען פאר א באשעפעניש זיך צו עוואלוון צו א צווייטער מין, לויט וואס מיר ווייסן פון די די ען עי, די מעגליכקייטן זיך צו רעפראדוצירן, דער קלימאט און אזוי ווייטער, און ווי גרויס די לעכער זענען אז צוליב דעם פיט נישט די דאטא.
קודם איך ברענג נישט קיין טענה איך וויל פשוט זעהן צו דאס קען מאכן סענס אין דערנאך אויב דאס איז דאס מערסטע פלאסעבל.
די פיש קען זיין א transition area וואו די ריפסט דאס, אדער קען דאס זיין א מין בפני עצמו.
(איך בין סתם נייגעריג, איז די לינג א שותפותדיגער אדער צוויי באזינדערע אפעראטען)
אפשר בין איך די transition area פין א בוים צי א פייגעל
איך האב א trunk וואו א בוים אין א מויל וואו א פייגל - און מיין רבי האט מיך געריפען א פויגל
די וועג וואו אזוי איך קען וויסן אז דאס איז א transition area איז נאר אז איך האב די אלע לינקס, נישט אז איך קים אויף מיט 1001 פאני נעמען פאר די אלע "פארגעסענע" דורת
הקטןקודם איך ברענג נישט קיין טענה איך וויל פשוט זעהן צו דאס קען מאכן סענס אין דערנאך אויב דאס איז דאס מערסטע פלאסעבל.
די פיש קען זיין א transition area וואו די ריפסט דאס, אדער קען דאס זיין א מין בפני עצמו.
(איך בין סתם נייגעריג, איז די לינג א שותפותדיגער אדער צוויי באזינדערע אפעראטען)
אפשר בין איך די transition area פין א בוים צי א פייגעל
איך האב א trunk וואו א בוים אין א מויל וואו א פייגל - און מיין רבי האט מיך געריפען א פויגל
די וועג וואו אזוי איך קען וויסן אז דאס איז א transition area איז נאר אז איך האב די אלע לינקס, נישט אז איך קים אויף מיט 1001 פאני נעמען פאר די אלע "פארגעסענע" דורת
דאס מיינט אז אויף יעדע "מיסינג לינק" וואס איך וועל דיר ברענגען וועסטו זאגן, "דאס איז א באזונדערע מין." יעצט וועל איך שוין מוזן ברענגען צוויי לינקס צו פארבינדן דעם געפינענעם מיסינג לינק מיט די מינים פארדעם און נאכדעם. אין אנדערע ווערטער, די איינציגע וועג ווי אזוי עוואלוציע וועט ווערן געפראווט לויט דיר איז נאר טאמער מיר וועלן טרעפן טריליאנען פאסילס אין א קלארער סדר, וואו מען זעט יעדע שינוי וואס האט פאסירט דורכאויס אלע יארן, וואס איז במציאות אודאי נישט מעגליך. דאס מיינט אז נאך פאר דו הייבסט אן דן זיין איבער די שאלה ווייסטו שוין אז עס האט נישט קיין ענטפער. אבער דאס איז שוין סתם פילאזאפיע 😉 לגופו של ענין איז דער כעלעמער גערעכט אז דו דארפסט בעסער דורכטון דעם ענין כדי צו פארשטיין פארוואס עוואלוציע זאגט נישט אז דו ביסט די טראנזישען צווישן א בוים און א פייגל.
כעלעמ׳ר ויאיר, אפשר טוט איר וויליגן אביסל מיט די ליינער דא , אין טאקע אביסל מרחיב בדיבור זיין , וויל יעדעס מאל איינער ברענגט די ארויף די נושא פריש , שטויסט. מ׳זיך ווידער אן , אז מ׳האט נישט גענוג דורכגעטוען דעים ענין, אין אגב איז אינטערסאנט אז שווערערע
עניינים פון דעים איז שוין אויסגעשמיסט גיווארן דא , א דוגמא ווי איינשטיין טעריא איבער זמן, אין עוואלוציע האט זיך ביזדערווייל קיינער נישט אינטערגענומען אויסצישמועסן איך האף אז עס זאל נישט זיין די סיבה חוסר הסברה איז מחוסר הבנה.
איך וויל טאקע פרעגן איז עוואלוציע די. בעסטע טעריא ווילאנג מ׳האלט אז די וועלט האט נישט קיין גאט איינמאל מ׳האלט אז עס איז דא א גאט איז שוין אפשר דא בעסערע טעריא׳ס אדער ניין ס׳איז נישט משנה מי די גלייבסט אין גאט אדער נישט , אין דעיס די מערסטע אויסגעהאלטנע מהלך
דאס מיינט אז אויף יעדע "מיסינג לינק" וואס איך וועל דיר ברענגען וועסטו זאגן, "דאס איז א באזונדערע מין."
איך פרעג, וואס מאכט דיך זאגן אז דאס איז נישט א באזינדער מין - וואס ווערסטו אזוי עקסייטעט פון א לינג-פיש.
עט וואט פוינט
גייסטו זאגן אז
אפשר איז דאס א באזינדער מין
איך פרעג, און דאס האב איך געפרעגט פון אנפאנג, אויב ס'דא א תהליך פין המשכת הדורות. וואס איך קען זען וואו אזוי זאכן טוישן זיך אן ס'זאל נישט בלייבן א ספק ביי מיר.
אויב די זאגסט אז ס'פעלט לינקס פרעג איך פעלט 10 100 1000 10000 1000000X99 וואו סך?
וויפיל לינקס דארף צו פעלען אז דו זאלסט האבן ספיקות?
למשל איך וועל דיר ווייזען א match box קארעלע אין א 747 jet אין איך וועל זאגן אז די 747 jet איז אן אייניקל פין די קארעלע וועסטו דאס אננעמען?
אויב די מרחק פין די לינקס איז זייער זייער גרויס - הפרוץ מרובה על העומד -
וואו אזוי איז סייענס מסביר א וואו די אלע באשעפענישען זענען נעלם געווארן?
הקטן, איך כאפ נישט גענוי וואס דיין שאלה איז. פעלעאנטאלאגן זוכן שיריים פון אור אלטע באשעפענישן, אין די אויבערשטע לעיערס טרעפן זיי פייגל, אביסל טיפער טרעפן זיי באשעפענישן וואס ענדלען טיילווייז אין דיינעסארס און טיילווייז אין פייגל, אביסל טיפער טרעפן זיי דיינעסארס. עס זענען פארהאן צוויי אפציעס: אדער אז די זעלבע באשעפענישן האבן זיך עוואלווד, אדער אז גאט האט ספעציעל כסדר באשאפן מער און מער קאמפליצירטע באשעפענישן (וואס ענדלען איינע אין די צווייטע) כדי צו אפנארן די סייענטיסטן. אלע וואס גלייבן אין א יושר'דיגע גאט וועלן אויס די ערשטע אפציע.
הוא הדין מיט דער לונגפיש, אויב דו וועסט ליינען די לינק וואס איך האב צוגעשטעלט , וועסטו זען אז די סייענטיסטן טרעפן די באשעפענישן אין א סדר, וואס מער קאמפליצירט אלס שפעטער.
הקטןדאס מיינט אז אויף יעדע "מיסינג לינק" וואס איך וועל דיר ברענגען וועסטו זאגן, "דאס איז א באזונדערע מין."
איך פרעג, וואס מאכט דיך זאגן אז דאס איז נישט א באזינדער מין - וואס ווערסטו אזוי עקסייטעט פון א לינג-פיש.
עט וואט פוינט
גייסטו זאגן אז
אפשר איז דאס א באזינדער מין
אויב מען וועט אנהייבן טרעפן באשעפענישן אין א רענדאם סדר, דיינעסארס פריער, מיקראבן שפעטער, מענטשן אינצווישן. (און די באשעפענישן אליין זאלן אויך זיין רענדאם און מען זאל דאס נישט קענען איינטיילן אין א הערליכע פאמיליע בוים, וואס צייגט אז זיי ציען אן אייניגע יחוס, אבער דאס איז א שמועס פאר זיך).
אויב די זאגסט אז ס'פעלט לינקס פרעג איך פעלט 10 100 1000 10000 1000000X99 וואו סך?
וויפיל לינקס דארף צו פעלען אז דו זאלסט האבן ספיקות?
אויב די מרחק פין די לינקס איז זייער זייער גרויס - הפרוץ מרובה על העומד -
וואו אזוי איז סייענס מסביר א וואו די אלע באשעפענישען זענען נעלם געווארן?
זיי זענען געשטארבן און צוגאנגען. די באשעפענישן וואס מען טרעפט זענען איינציגע פון צענדליגער מיליאנען וואס זענען פערצופאל געווארן פרעזערווירט. יעצט דארפסטו קודם אפשאצן וויפיל פאסילס זענען בכלל מצוי, און לויט דעם זען אויב עס פעלן צופיל. איך ווייס נישט די נומערן, אויב דו ווייסט יא ביטע זיי מיר מודיע.
למשל איך וועל דיר ווייזען א match box קארעלע אין א 747 jet אין איך וועל זאגן אז די 747 jet איז אן אייניקל פין די קארעלע וועסטו דאס אננעמען?
ניין ווייל קארס קענען נישט געבוירן קינדער. (איך בין אליין אויפגעקומען מיט די ענטפער, מ'פלעגט טאקע זאגן אויף מיר אז כ'בין א עילוי).
סודניכעלעמ׳ר ויאיר, אפשר טוט איר וויליגן אביסל מיט די ליינער דא , אין טאקע אביסל מרחיב בדיבור זיין , וויל יעדעס מאל איינער ברענגט די ארויף די נושא פריש , שטויסט. מ׳זיך ווידער אן , אז מ׳האט נישט גענוג דורכגעטוען דעים ענין, אין אגב איז אינטערסאנט אז שווערערע
עניינים פון דעים איז שוין אויסגעשמיסט גיווארן דא , א דוגמא ווי איינשטיין טעריא איבער זמן, אין עוואלוציע האט זיך ביזדערווייל קיינער נישט אינטערגענומען אויסצישמועסן איך האף אז עס זאל נישט זיין די סיבה חוסר הסברה איז מחוסר הבנה.
איך וויל טאקע פרעגן איז עוואלוציע די. בעסטע טעריא ווילאנג מ׳האלט אז די וועלט האט נישט קיין גאט איינמאל מ׳האלט אז עס איז דא א גאט איז שוין אפשר דא בעסערע טעריא׳ס אדער ניין ס׳איז נישט משנה מי די גלייבסט אין גאט אדער נישט , אין דעיס די מערסטע אויסגעהאלטנע מהלך
איך האב שוין מערערע מאל געקלערט צו עפענען א אשכול דערוועגן. דער פראבלעם איז אז ס'איז פארהאן אזויפיל מיסאינפארמאציע איבער די יו טוב קליפס וואס רוב שרייבער דא האבן שוין געזען איבער דעם ענין, אז עס איז א ענדלאזע דזשאב צו פארענטפערן אלע קשיות וואס יעדער האט. אויב איינער וויל וויסן פארוואס ער איז נישט דער לינק צווישן א בוים און א פייגל, אדער פון וואו איך ווייס אז א קאר האט נישט געבוירן א עראפלאן, ווייס איך אפילו נישט ווי אים אנצוהייבן פאררעכטן זיינע טעותים. מה שאין כן איינשטיינ'ס טעאריע וואס קיינער זוכט נישט אפצופרעגן אין נארישע יו טוב קליפס און אין קירוב קורסעס.
פונדעסטוועגן, אויב עפעס איז דיר נישט קלאר אויף וואס איך האב געשריבן, אדרבה פרעג (דיין קשיא איבער גאט וכו' האב איך פרובירט צו פארענטפערן אין מיין פריערדיגע תגובה).
מיין טעאריע
איך וויל דא אראפ ברעינגען מיין טיאריע פון די אריגען אוו לייפ, ווי אזוי איך קלער האט פארסירט אזא הערליכע וועלט באשאפ, דאס איז דאך קלאר ווי דער טאג אז די וועלט האט געברויכט באשאפן ווערן דורך א מייסטער באשאפער, עס לייגט זיך נישט אויפן שכל מחמת טויזענט טעמים אז זאכן מיט מייסטער ארדענינג פארסירן אזוי מיר נישט דיר נישט, איך וויל דערין נישט אריין, אזוי ווי איך האב שוין געשריבן בראש האשכול.
נאר וואס דען, וואס עס ווינדערט מיר וואס איך האב נאך קיינעם נישט געזעין ברעינגען, אזא דבר פשוט מאוד, און פילע קשיות קענען דערמיט ווערן פארענטפערט.
ווען איינער זעיט א בעיבי ארויס קומען פון א טיפה סרוחה, ברויך ער זיך געיבן א שטעל אפ, עס ברויך ווערן שווער וואס איז אריין און וואס ארויס, אריין איז א גארנישט און ארויס איז א בעיבי, א עולם מלא, אלעס איז דערין פארהאן, לעקטער, פלאמבינג, א סופער קאמפיוטער, שיפינג, רעסיווינג, א ריזיגע קאמפעני, מיט אלע ארבייטער, אלעס איז ארויס פון איין טיפה סרוחה, איז דא צוויי וועיגן צו זאגן, איינס אז עס האט גענימען הינדערט מיליאן יאר עס זאל ארויס קימען מחמת אלע קאלקעלאציעס וואס עס וואלט גענימען צי פאסירן פון זיך אליין'ס, אבער מיר ווייסן אז דאס איז נישט אמת, והא ראיה מיר שפיאנירן נאך דעים פיטעס אויף טריט און שריט, מיר ווייסן יעדע ליאדע סקונדע וואס עס פאסירט, און מיר זעיען בחוש ווי עס ווערן פאשאפן זאכענעס מידי יום ביונה, מיר פרעיגן נישט ווי אזוי פאסירט דאס אזוי שנעל, ווייל מיר ווייסן די אמת, אז עס פאסירט ווי נומער צוויי.
צוויי, אז די צעלן האבן צוויי מהלכים עס איז דא סטעם סעלס, און געהעריגע צעלן, א סטעם סעל האט א וועיג צו ווערן יעדע אבר וואס דער גוף ברויך, ער קען ווערן א חלק פינעם הארץ, אדער הויט, דער ארגענייזט בעיבי פעקטארי טיט דיסיידן אויף יעדע סטעם סעל וואס ער זאל זיך טוישן צי, ווי ער זאל מעטשורן אין.
אבער איין מאל דער בעיבי איז פיניש, בעתו ובזמנו, רייסט ער-זי זיך אפ און פאלט ארויס, אלע זיינע צעלן קענען מער נישט זיך טוישן צי אנדערע זאכן, עס זענען פון דאן פארהאן לאמיר זאגן רויטע בליט צעלן, די גוף ברויך נאך, איז דא א קליינע רויטע בליט פעקטארי וואס טיט ריפלעיסן לויט די מוס וואס עס פעילט אויס, דער מענטש ווערט מיט די צייט גרעסער און גרעסער, אבער ער טוישט זיך שוין נישט, ער איז וואס ער איז נאר די פארם טוישט צורה מיט צייט אביסל.
די זעלבע זאך שפילט זיך אפ ביי יעדע בלעטעלע, יעדע פרוכט יעדע וועדזשטעבל, פון א קערל ווערט עפל, אינעם קערל ליגט צעלן וואס האט די מעיגליכקייט צי ווערן א פרוכט בוים מיט אלע איר פרוכט, מיט אלע צוגעהערן, אבער איינמאל עס איז דא א פרוכט קען דער מער נישט ווערן גארנישט, נאר עפעס גרעסער, נאר די קערל קען ווידער ווערן עפעס.
השתא אז מיר ווייסן שוין דאס קלער איך אז דער באשעפער וואס האט באשאפן די וועלט האט עס באשאפן אזוי ווי עס באשאפט א בעיבי, ער האט באשאפן די ערשטע וועלט סטעם צעל, וואס דערפין איז געווארן א וועלט, און איינמאל די וועלט איז געפארטיגט געווארן און זעקס טאג, איז דער וועלט געווארן א קאמפליט וועלט וואס פארט ווייטער אזוי שוין פאר עטליכע טויזענט יאר, אט אזוי שטייט אין פסוק, בראשית ברא אלקים את השמים ואס הארץ וכו', איי וואס זאג איך, איך זאג גארנישט, נאר איך זעי נישט פארוואס מען ברויך זיך מיטשען אז עס דארט אזוי לאנג, מיליאן טריליאן יאר, ווען מיר זעיען יעדע סקונדע ווי עס ווערן ווינדערלעך באשאפן זאכן וואס יעדע דערפין וואלט גענימען מיליאן מאל טריליאן יאר צו ווערן באשאפן בטעות, אבער עס האלט פארט און איין פאסירן און א קארצע צייט אפשניט ווייל אזוי ארבייט די בריאה, על כן זעי איך נישט פארוואס אויפן וועלט מיז מען אנדערש זאגן.
פליקער, איך האב א געוויסע פראדוקט וואס איך פארקויף פאר וואל-מארט, כ'האב מיך געמוטשעט אין אנהייב אנצוקומען צום בייער, גערופן, געלאזט מעסעזדשעס, אימיילס, אראפגעפארן, געגעבן שוחד. ענדליך נאך יארן פון ביטער שווערע ארבייט האב איך באוויזן ארויפצולייגן מיין פראדוקט אויפן שעלף.
היינט צוטאגס בין איך מיטן בייער אויף ספיד דייעל, איך בין א יוצא ונכנס ביי אים אין אפיס.
פונקט די וואך שפאציר איך מיט א חבר אויפן גאס, און דער בייער פון וואל-מארט קומט מיר אנטקעגן, ער שטעלט זיך אפ פאר מיר און מיר כאפן א פריינטליכן שמועס, בתוך הדברים זאגט ער מיר אז ער איז אויסגעליידיגט פון א געוויסע פלעוואר און ער וויל נאך א באשטעלונג. מיר האבן זיך געזעגנט, און מיין חבר געט מיר א פרעג: "ווער איז דאס?" זאג איך אים: "וואל-מארט". וואס? נע.... "ס'קען נישט זיין... וואל-מארט געט עפעס אזוי גרינג ארדערס? ווייסט ווי גרויס זיי זענען? דאס איז מסתם עפעס א קליין געשעפט, פון זיי קריגט מען ארדערס אזוי גרינג.
פליקער, דו ביסט סטאק, קענסט דאס נישט זאגן, ווייסט פארוואס? ווייל סייענס האט דיך אריין געלייגט און א box דו מעגס'ט נישט ניצן supernatural אלס א טעאריע.
איך האב נישט קיין רעליגעזע פראבלעם מיט עוויליאציע - אויב קבלה מעג זאגן השתלשלות העולמות און די רמב"ן מעג רעדן פין א כח היולי פארוואס זאל נישט דארווין מעגן טעארייזען אוועיליאציע?
אויב גאט האט באשאפן א דיינעסאר וואס קען ווערען א אדווקאט אדער א ברען סערדזען נאך טריליען יאר - קאדאס! wow
אבער פארוואס זיך אריין קוועטשן אין אז דוחק וואס האט נישט קיין קאנקלסיוו באווייז
יאיר אזוי איר זענט גוט באקאנט אין ארכילוגיה וויל איך טאקע פרעגן
איז עוואלוציע גענוג הסבר פארוואס די אלע בעלי חיים זענען נעלם גיווארן , אדער מיר דארפן אנקומען צי נאך אסאך אנדער הסברים ווי למשל עפעס א מורא׳דיגון חורבן וואס האט אלעמען אומגיברענגט ,
וויל אויב דארפן מיר אנקומען צי נאך הסברים איז מאן יימר אז די יעצטיגע ברואים זענען אייניקלעך .
אין בכלל איז פאר ווער עס איז באקאנט וויסט אז עוואלוציע איז נישט א פאקטאר אין מאכן בעסער אדער שענער סך הכל ווי איך פארשטיי טוט עס די פעולה אז די באשעפענישן זאלן קענען בעסער סערווייווען לויט אומשטענדן קלימאט ענוויארמענט וכ׳
למעשה איז דא א געוויסע הוכחה ווי עוואלוציע האט געוויזן אין מאכן קלוגער א בעל חי ? וואס אויף דעים וויל מ׳ען אלעס ארוף לייגן אדער אפילו עפעס בעסער. אין קורצן מיט מיין שווערע לשון פרעג איך די סייענטיסטן זאגן אז אדאנק עוואלוציע זענען מיר קלוג מער פארשטענדליך איז דא סיי וועלעכע מינדערסטע הוכחה דערויף