☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » גאנגנאם סטייל

גאנגנאם סטייל

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2358

הציץ ונפגע » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 2:45 pm

· #61502
גאנגנאם סטייל
דער זיד-קארעאישער ארטיסט און זינגער פסי האט אין יולי היי-יאר פובליצירט א סינגל מיטן נאמען גאנגנאם-סטייל. דער ליד איז ארויסגערופן געווארן צוליב צוויי אורזאכן: עס האט גאר שטארקע ביעטס, און פסי האט דערויף פארפאסט א ספעציעלן טאנץ וועלכע מאכט נאך דאס גאלאפ פון פערדן. די ניגון איז געגאנגען וויירעל אויף יו-טוב און האלט שוין היינט ביי איבער 722 מיליאן וויוס, די צווייט מערסט-געקוקטע ווידעא אין יו-טוב'ס היסטאריע. די ווידעא האט געבראכן א רעקארד און איז פארצייכענט אין די גינעס וועלט-בוך פון רעקארדס מיטן זיין די מערסט-געלייקטע ווידעא אויף יו-טוב, איבער 5,100,000 לייקס! הונדערטע פעראדיעס זענען געמאכט געווארן פון דעם ליד, אזש די קאמוניסטישע צפון-קארעאישע רעגירונג האט ארויסגעגעבן א פעראדיע פון גאנגנאם סטייל ווי זיי שפעטן אפ פון די זיד-קארעאישע רעגירונג. די טאנץ-באוועגונגען פון גאנגנאם סטייל זענען שוין געווארן פערפארמד דורך גרויסע וועלטס פירער און ביזנעס-לייט אריינגערעכנט גוגל'ס עקזעקיוטיווע טשעירמאן עריק שמידט, דער בריטישער פריים-מיניסטער דעיוויד קאמעראן און יונייטעד-נעישאנס' טשעירמאן באן קי-מון. לויט די יונייטעד-נעישאנס איז די ליד גאר א "כוח פאר וועלט פרידן" און א אינטערנאציאנאלער סענזאציע. אין כינע האט די שטאט-קאנטראלירטע מידיא באטיטלט דעם ליד אלס "אינספארירט פון ג-ט".
די ליד איז א ביישפיל וויאזוי די אינטערנעט האט געמאכט דעם גאנצן וועלט פאר א גלאבאלען דערפל, אנשטאט עס זאל בלייבן א לאקאלער סענזאציע אין קארעא איז די ליד פארוואנדלט געווארן אין אן אינטערנאציאנאלער קולטוראלער סימבאל! אט איז די ליד (די אריגינעלע פארמאגט אומאיידעלע מראות, דערפאר האב איך געשטעלט א צווייטע ווי מ'ליינט נאר די ליריקס):

אין ישראל האט דער חזן און קאמפאזיטאר בועז דוידוף פארעפנטליכט א פעראדיע אונטערן קעפל "אומן נ-נח סטייל".

פיקציע » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 3:02 pm

· #61515
א דאנק פארן עפענען די אשכול, לדעתי באלאנגט עס אין מוזיק! אשכול.

איך האב פריער באקומען די בילד כ'האב מורא געהאט אז די ליינער וועלן נישט פארשטיין די פשט.
ביבי סטייל
📎 Bibi Style.jpg

הציץ ונפגע » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 3:08 pm

· #61520
עס איז דא א געוואלד מיט פעראדיעס. צוויי אינטערעסאנטע וואס איך האב געטראפן:

מיט ראמני סטייל

און ביבי נתניהו סטייל

הציץ ונפגע » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 3:15 pm

· #61524
פיקציע
א דאנק פארן עפענען די אשכול, לדעתי באלאנגט עס אין מוזיק! אשכול.

איך האב פריער באקומען די בילד כ'האב מורא געהאט אז די ליינער וועלן נישט פארשטיין די פשט.
ביבי סטייל

די אחראים זאלן רוקן צו אנדערע פארומס כרצונם הטוב.

די בילד וואס פיקציע האסט ארויפגעשטעלט איז א פעראדיע פון א מאמענט אין פסי'ס ווידעא
📎 Gangnam.PNG

קאווע טרינקער » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 7:48 pm

· #61596
איך הייב נישט אן צו פארשטיין א מילה אחת.
ס'איז מיכאל-שניצלער סטייל?
וואס איז די תוכן?

הציץ ונפגע » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 8:02 pm

· #61599
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב געשריבן אין מיין ערשטן הודעה צוויי סיבות.
הציץ ונפגע
דער ליד איז ארויסגערופן געווארן צוליב צוויי אורזאכן: עס האט גאר שטארקע ביעטס, און פסי האט דערויף פארפאסט א ספעציעלן טאנץ וועלכע מאכט נאך דאס גאלאפ פון פערדן.

דער אמת איז אז אן אינטערנעט meme איז נישט אייביג שייך מסביר צו זיין, אבער אין דעם פאל מיין איך אז דער טאנץ איז די עיקר אורזאך פארן פאפולעריטעט פון דעם ליד.

יידל » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 6:22 pm

· #63453
פאר די וואס האבן נישט קיין עלעקטעריציטעט:

הציץ ונפגע » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 6:26 pm

· #63884
א אידיש קינד טאנצט גאנגנאם סטייל

אברעמעל » מוצ"ש נאוועמבער 24, 2012 8:29 pm

· #64251
PSY געקרוינט אלץ יוטוב קעניג
ס'איז געווארן דעם שבת די נומער איינס מערסטע געקוקטע אויף יו טוב אנקומענדיג צו 806 מיליאן ווען ביבער'ס בעבי איז נאר 804 מיליאן, יו טוב זאגט אז ס'ווערט געקוקט א טאג צווישן 7-10 מיליאן מאל און ביבער'ס צווישן 350-500 טויזנט
http://www.cnn.com/2012/11/24/showbiz/g ... index.html
http://touch.latimes.com/#section/-1/ar ... -73438821/
צו טרייסטן די חסידי ביב'ס שרייבן זיי:
But don't feel too bad for the Biebs: On Sunday night he sits down for an interview with Oprah Winfrey on OWN, a chat Winfrey has called her biggest since a 1993 sit-down with Michael Jackson

פערינא » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 3:00 am

· #64370
א שפיזיגע אדלער אויגענדיגע אידישע טעלענט מענעדזער, סקוטער בראון מענעדזשט ביידע, זדשוסטין ביבער מיט פסי.

ווען דער קאריער פסי האט רעליסט די ווידיא און זיין היימלאנד איז עס גלייך געווארן פאפולער. בראון זאגט ער האט עס ערשט געזען ווען עס האט קוים געהאט א מיליאן קליקס.  זיין חבר האט עס אים געשיקט און געשריבען "טשעיק איט אוט" ס'איז זייער פאני. בראון האט אפאר מינוט שפעטער צוריק געשריבען.  זוך אים אויף, איך וויל אים שוין טרעפען!! יעצט אפאר חדשים שפעטער שארט ער אריין די פרוכט פון די אימעיל.

ווער גייט שיקען פאר בראון ליפא שמעלצער'ס לינקס?  איין טאג וועט אמעריקע ארום שפרינגען "סעקסי לעידי הייב אויף דיינע הענטלעך צום הימעל"

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 7:01 pm

· #64963
נ נח סטייל - גרסת ברסלב " The Hebrew " Gangnam Style

לאדיך אפ » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 11:16 pm

· #65035
הציץ האט שוין געפאוסט פריער. יעצט ווארט מען אויף ליפא...

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 1:02 am

· #65460
ביל אריילי/פאקס ניוז קאנאל פרובירט צו מאכן סענס אוט אוו די פאפולעריטי פון די גאנגנאם קליפ. ער זוכט די הילף פון א סייקייעטריסט. (...must've been a slow newsday today)

הציץ ונפגע » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 8:20 pm

· #65807
אריילי'ס גאסט האט א נקודה, אבער פון צווייטן זייט מוזן מיר אנווייזן אויף די הונדערטע פאראדיעס וואס ווייזט אונז אז פילע טוען שטרעבן אריינצולייגן אביסל מיינונג אין דעם ליד.

ענן כבד » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 12:37 pm

· #68746

ניו יארק » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 3:24 pm

· #69355
לכבוד חנוכה סטייל 😂 😂 😂

ישר כח יידל פארן העלפן און אישית

דענקער » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 12:14 pm

· #69942
מאן כאפט א פאטאלע הארץ אטאקע טאנצנדיג גאנגנאם סטיל

http://www.ems1.com/cardiac-care/articl ... nam-Style/

הציץ ונפגע » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 9:18 pm

· #71337
יוטוב האט צוזאמען געשטעלט א ווידעא מיטן קעפל "ריוויינד יוטוב סטייל 2012". עס איז באזירט אויף אלע גאר-פאפולערע ווידעאס וואס זענען געווען אויף יוטוב במשך פון יאר 2012. די ווידעא איז ביסודו צוויי לידער, איינס פסי'ס "גאנגנאם סטייל" און די צווייטע "קאל מי מעיבי" וואס איז אויך געגאנגען גאר שטארק וויירעל אויף יוטוב און האט זוכה געווען צו ווערן איינע פון די פאפולערסטע אינטערנעט מימס במשך דאס יאר. די ווידעא בארירט געשעענישן ווי קאָני 2012, פעליקס באומגערטנער'ס היסטארישען שפרינג, דער פאטער וואס האט געשאסן זיין טאכטער'ס קאמפיוטער, די נייגעריקייט ראווער אויף מארס און נאך.

אויפן מוזיק ווידעא ערשיינען אקטיארן און שפילער פון אנדערע וויירעל ווידעאס און פאפולערע יוטוב קאנאלן, צווישן זיי: פסי בכבודו ובעצמו; קארלי ראע דזשעפּסען (די אריגינעלע זינגערין פון "קאל מי מעיבי" - אזהרה קול באשה); די "Walk Off The Earth" בענד פון די וויירעל ווידעא ווי זיי שפילן צוזאמען פון איין גיטאר; רעגי בראון - אבאמא'ס אימפערסאנעטאר וועלכער האט אויך געמאכט א פאראדיע פון גאנגנאם סטייל, "אבאמא סטייל"; עכט נערווענדירנדער מאראנץ און נאך.

אט איז א לינק צו די ווידעא. די ערשטע העלפט זינגט פסי. די צווייטע העלפט זינגט קארלי דזשעפּסען (קול באשה). (דא זענען די פאפולערע ווידעאס וועלכע ווערן געוויזן אין די "ריוויינד יוטוב סטייל" ווידעא.)

יידל » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 1:29 pm

· #71456
דאס איז פאני... נאסא האט זיך אויך ארויפגעכאפט אויף גאנגנאם וואגן... און געמאכט א פאראדיע, "נאסא דזשאנסאן סטייל" (דזשאנסאן איז די נאמען פון נאסא'ס ספעיס סענטער אין טעקסאס).

הציץ ונפגע » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 10:58 am

· #78960
איז דאס דער זעלבער ליפא וואס האט אזוי סוקסעספול נאכגעמאכט פרוי-גאַגאַ?!

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 2:23 pm

· #78998
איך בין קיינמאל נישט געווען צווישען די געלונגענע טאנצער'ס (כ'האב אנדערע מעלות, כ'קען ברוך-ה'-לעולם אויסוויינדיג).
אבער לעצטענסט, די וואס זעהן מיך טאנצען, זאגן אז ס'ענדעלט זייער צו גאנגנאם סטייל

לאליפאפ » זונטאג יאנואר 20, 2013 10:26 pm

· #81160
מאקקאביעטס קענען אויך
http://www.youtube.com/watch?v=FoclxN5A7IY&sns=em

אברעמעל » מאנטאג יאנואר 21, 2013 12:49 am

· #81179
אגב דער קליפ האט שוין לאנג אריבערגעשפרייזט דעם ביליאן נומער.

לאליפאפ » מאנטאג יאנואר 21, 2013 5:50 pm

· #81313
אין ישראל האט דער חזן און קאמפאזיטאר בועז דוידוף פארעפנטליכט א פעראדיע אונטערן קעפל "אומן נ-נח סטייל".
[/quote]

קען איינער צולייגן א Download link פאר דעם ניגון? נישט פונעם ווידאו, דאס בעסטע איז פון דראפבאקס!

יידל » מאנטאג יאנואר 21, 2013 7:02 pm

· #81332
http://vocaroo.com/i/s1EODNVqYw5D
דא האסטו א דאונלאוד לינק. סארי, כ'האב נישט דראפבאקס.

לאליפאפ » דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:04 pm

· #81518
שטים צעטלעך
📎 image.jpg

לאליפאפ » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 5:30 pm

· #89670
א פורים פאראדיע
http://youtu.be/f2n3sJONslQ
סהאט מעגליך קול אשה

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 3, 2013 10:37 am

· #92043