☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

488 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5499
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

מילך טראק » דינסטאג מאי 23, 2023 10:39 am

· #525770
די פראבלעם הייבט זיך אהן סאך פריער.
נישטא גענוג 'סעלף לאוו' ביי אונזער קאמיוניטי.

מיט וואספארא רעכט נעמט מען אוועק די בחירה פון א בחור וועם ער זאל זיך אויסקלויבן מיט וועם צו חתונה האבן, וויאזוי זיין ווייב זאל גיין אנגעטון וכו' דאס איז ממש א קריים.

דוד שריפטליך » דאנערשטאג מאי 25, 2023 1:56 am

· #526072
גאלדמאן
צפרדע
שמערל
וואס איז אויב געט ער ליבשאפט צוויי מאל א וואך און זי פילט אז איר איז עס נישט גענוג
ליבשאפט דארף מען געבן מער ווי 2 מאל א וואך, מען דארף דאס געבן יעדעס מאל מען רעדט אויפן פאון צו איר..
ליבשאפט איז במחשבה, עס איז נישט עפעס וואס מען "געבן", אפשר קען מען עס ארויסווייזן אדער ארויסזאגן.
דו רעדטס וועגן ליבשאפט אדער געשלעכט?

דוד שריפטליך » דאנערשטאג מאי 25, 2023 1:59 am

· #526073
הלכה'דיג לויט ווי עס שטייט אין שלחן ערוך, אויב די ווייב פארלאנגט פונעם מאן ברויך ער דאס צושטעלן יעדע מאל ווייל אויב נישט איז עס א ווייעלעישאן פון עונה וואס איז געזאגט געווארן לא יגרע. מער פון דעם אין אישי אדער מאחורי.......

אבטח ולא אפחד » דאנערשטאג מאי 25, 2023 2:29 pm

· #526142
דוד שריפטליך
הלכה'דיג לויט ווי עס שטייט אין שלחן ערוך, אויב די ווייב פארלאנגט פונעם מאן ברויך ער דאס צושטעלן יעדע מאל ווייל אויב נישט איז עס א ווייעלעישאן פון עונה וואס איז געזאגט געווארן לא יגרע. מער פון דעם אין אישי אדער מאחורי.......
הלכה'יג טאר זי נישט פארלאנגען, זי דארף נאר מאכן אזא שפיל ביז דער מאן וועט כאפן. זייער אסאך מאל כאפן זיי נישט.

מילך טראק » זונטאג מאי 28, 2023 1:42 am

· #526181
אבטח ולא אפחד
דוד שריפטליך
הלכה'דיג לויט ווי עס שטייט אין שלחן ערוך, אויב די ווייב פארלאנגט פונעם מאן ברויך ער דאס צושטעלן יעדע מאל ווייל אויב נישט איז עס א ווייעלעישאן פון עונה וואס איז געזאגט געווארן לא יגרע. מער פון דעם אין אישי אדער מאחורי.......
הלכה'יג טאר זי נישט פארלאנגען, זי דארף נאר מאכן אזא שפיל ביז דער מאן וועט כאפן. זייער אסאך מאל כאפן זיי נישט.
דאכט זיך אז דאס אז די פרוי זאל נישט פארלאנגען איז משום דרך ארץ מער א חומרא/מנהג ווי א הלכה

דוד שריפטליך » זונטאג מאי 28, 2023 3:02 am

· #526188
מילך טראק
אבטח ולא אפחד
דוד שריפטליך
הלכה'דיג לויט ווי עס שטייט אין שלחן ערוך, אויב די ווייב פארלאנגט פונעם מאן ברויך ער דאס צושטעלן יעדע מאל ווייל אויב נישט איז עס א ווייעלעישאן פון עונה וואס איז געזאגט געווארן לא יגרע. מער פון דעם אין אישי אדער מאחורי.......
הלכה'יג טאר זי נישט פארלאנגען, זי דארף נאר מאכן אזא שפיל ביז דער מאן וועט כאפן. זייער אסאך מאל כאפן זיי נישט.
דאכט זיך אז דאס אז די פרוי זאל נישט פארלאנגען איז משום דרך ארץ מער א חומרא/מנהג ווי א הלכה
יא עס שטייט אויך פון דעם אז זי זאל זיך אנטוען שיין פאר דער מאן אים צו מרמז זיין וכו אבער עס ווערט אויך געברענגט אז ווער די ווייב איז תובע צו זיין צוזאמען וועט ער האבן אזאלעכע קינדער וואס זענען נישט געווען אפילו ביי די צייטן פון משה רבינו

שרייבען » זונטאג מאי 28, 2023 1:03 pm

· #526208
מילך טראק
די פראבלעם הייבט זיך אהן סאך פריער.
נישטא גענוג 'סעלף לאוו' ביי אונזער קאמיוניטי.

מיט וואספארא רעכט נעמט מען אוועק די בחירה פון א בחור וועם ער זאל זיך אויסקלויבן מיט וועם צו חתונה האבן, וויאזוי זיין ווייב זאל גיין אנגעטון וכו' דאס איז ממש א קריים.
מיט די חלק פין סעלף לאוו פין ווי נעמסטו אז אונזער קאמיוניטי איז מער געשלאגן ווי אנדערע

צומישט און צוחישט » זונטאג מאי 28, 2023 6:31 pm

· #526247
מילך טראק
אבטח ולא אפחד
דוד שריפטליך
הלכה'דיג לויט ווי עס שטייט אין שלחן ערוך, אויב די ווייב פארלאנגט פונעם מאן ברויך ער דאס צושטעלן יעדע מאל ווייל אויב נישט איז עס א ווייעלעישאן פון עונה וואס איז געזאגט געווארן לא יגרע. מער פון דעם אין אישי אדער מאחורי.......
הלכה'יג טאר זי נישט פארלאנגען, זי דארף נאר מאכן אזא שפיל ביז דער מאן וועט כאפן. זייער אסאך מאל כאפן זיי נישט.
דאכט זיך אז דאס אז די פרוי זאל נישט פארלאנגען איז משום דרך ארץ מער א חומרא/מנהג ווי א הלכה
עי' נדרים סוף פרק ב', איינס פון די ט' מידות איז התובעת בפה, און ס'איז געפסק'נט להלכה אין או"ח סי' ר"מ, און אבהע"ז סי'כ"ה.

מילך טראק » זונטאג מאי 28, 2023 8:18 pm

· #526264
צומישט און צוחישט

וועלכע סעיף ?

מילך טראק » זונטאג מאי 28, 2023 9:26 pm

· #526277
שרייבען
מיט די חלק פון סעלף לאוו, פון ווי נעמסטו אז אונזער קאמיוניטי איז מער געשלאגן ווי אנדערע?
פון די וואס ווייסען.

דאס איז אויך זייער פשוט, ווי מער סטריקט מ'איז, אלס שווערער איז צו פילן סעלוו לאוו (פארשטייסט אז איינער פון לב טהור האט ווייניגער סעלף לאוו). דאס מיינט נאך נישט אז מ'קען נישט האבן סעלף לאוו ווען מ'האט ריסטריקשאנס, דרכיה דרכי נועם. וואס דען, קוק אריין אין די תורה וועסטו זעהן שטייט זייער אסאך מאל, אז דער אייבערשטער וויל פון אונז איז צו אים דינען מתוך אהבה. מיין אהבה צו גאט איז אזוי שטארק אז איך וויל עפעס טוהן פאר אים, אדער איך פארשטיי אז אויב איך טוה די עבירה גייט קראנק ווערן מיין נשמה, ממילא וויל איך עס נישט טוהן .
ליידער אסאך פון אונזערע עלטערען האבן נישט מחנך געווען די קינדער אויף די וועג, נאר מיט מער א געצווינגענע מהלך,
למשל אז דיין בחור וויל נישט אויף בלייבן אויף תיקון ליל שבועות, וועלן רוב טאטעס געבן א פסק פארן קינד, דו שעמסט זיך נישט, א חסידישע בחור שלאפט שבועות, ווי איז דאס געהערט געווארן, אפילו דעי ליידיגייער איז געווען אין שוהל, וואס וועט שוין אויסוואקסן פון דיר וכו'.
פארשטייסט אז ער הרג'עט יעצט זיין סעלף לאוו?

איך האב געזאגט פאר מיין זוהן, איך פארשטיי דו ביסט זייער מיד, גיי שלאפן, דער אייבערשטער איז נישט אזוי שלעכט, ס'איז נאר א מנהג, אנשטאט דעם דערצייל אז ס'שטייט גרויסע זאכן מיטן אויפבלייבן לערנען שבועות ביינאכט,
אזוי מיט יעדע זאך, די יודישקייט טאהר נישט זיין א סתירה מיט סעלף לאוו, דאס מיינט אויך נישט אז מ'דארף לאזן די קינדער טוהן וואס מ'וויל, אבער מ'דארף קודם וויסן וואס איז הלכה, א חומרה, א מנהג, וכו'

שנית, די פעיר פרעשור וואס הערשט אין אונזער קאמיוניטי איז א שטארקע שטער צו סעלף לאוו, אויך די לעבנס שטייגער ספעציעל אין די שטאט,
טראכט אריין וויפיל מאל שפּילט א בחור באל, וויפיל מאל גייט ער שווימען, גייט אויף וויקאציע איינמאל א יאר, אין יעדע קאלידזש גיט מען די סארט זאכן.

ווען א בחור קומט צו שידוכים וועט ער געווענטליך נישט האבן די ברירה וועלכער מין לעבנס שטייגער ער וויל לעבן, איך רעד נאר פון תורה'דיגן, פרומער מער בעל-בתיש וכו' ער קען נאר מתפלל זיין אז זי זאל זיין אויף די זעלבע פעידש.

די זעלבע מיט צניעות. אויב ווייסט זיין טאטע ווער זיין צדיק'ל איז, וועט ער קען זיין יא אויסקלויבן א מיידעל וואס טוט זיך אהן שיין, אפי' ס'איז נישט לױט וויאזוי די משפחה גייט אנגעטאן, וואס טוט זיך אויב די בחור בלאפט, וועט ער מוזן שלום מאכן מיט די מצב, פארוואס?? וואס הייסט, אזוי איז עס..

אוי וויי איין רגע איך בין פארפארן, וואס איז נאר געווען דיין שאלה

קורץ שארף צום פוינט! » דאנערשטאג יוני 22, 2023 1:52 am

· #529345
צומישט און צוחישט
מילך טראק
דאכט זיך אז דאס אז די פרוי זאל נישט פארלאנגען איז משום דרך ארץ מער א חומרא/מנהג ווי א הלכה
עי' נדרים סוף פרק ב', איינס פון די ט' מידות איז התובעת בפה, און ס'איז געפסק'נט להלכה אין או"ח סי' ר"מ, און אבהע"ז סי'כ"ה.
שטותים מיט באנאנע זאפט, א פרוי קען רופן איר מאן צו דין תורה אויב ער גיבט זי נישט עונה. דאס ווערט אנגערופן א מורד מתשמיש.

קליינע צדיק » מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 11:40 am

· #541315
Re:
צקון לחש #
לכבוד רעביצין פרימטשא לערנער תליט"א
שלום וברכה!

מורא'דיג!! פיל יעדע ווארט
וואס קען מען מען טאקע טוען צו טוישן די ווייב פון לאה צו שיינדי?

קליינע צדיק » מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 9:32 am

· #542533
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
מיין בלוט קאכט!
עס איז שוין די דריטע מאל אין די לעצטע דריי וואכן, וואס איך זע הענגן אין שולן נאכאמאל און נאכאמאל קול קורא'ס פון רבנים
אקעגן די גוטע שיעורים פון מרת בילגריי תחי' וואס איז כאטש א ישועה פורתה אין די היינטיגע מדבר שממה איבער קדושת הבית און הנהגת הבית,
און עס גייט מיך ממש נישט אין קאפ אריין, וואס ווילן די אינטערדרייערס??? זיי זעהען נישט די חורבן?
אזויפיל יונגערלייט סטראגלען, קאפלס זיכן הילף און יועץ, און דער ביסל וואס עס יא דא וויל מען צונעמען?
על מי נטשת הצאן? האסט עפעס אנדערש צו אפפערן??

צקון לחש » מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 10:15 am

· #542537
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
קליינע צדיק #
מיין בלוט קאכט!
עס איז שוין די דריטע מאל אין די לעצטע דריי וואכן, וואס איך זע הענגן אין שולן נאכאמאל און נאכאמאל קול קורא'ס פון רבנים
אקעגן די גוטע שיעורים פון מרת בילגריי תחי' וואס איז כאטש א ישועה פורתה אין די היינטיגע מדבר שממה איבער קדושת הבית און הנהגת הבית,
און עס גייט מיך ממש נישט אין קאפ אריין, וואס ווילן די אינטערדרייערס??? זיי זעהען נישט די חורבן?
אזויפיל יונגערלייט סטראגלען, קאפלס זיכן הילף און יועץ, און דער ביסל וואס עס יא דא וויל מען צונעמען?
על מי נטשת הצאן? האסט עפעס אנדערש צו אפפערן??
"אויב אונז האבן געליטן דאן וועט עטס אויך ליידן" (וזו כל ההשקפה כולה על רגל אחת)

קליינע צדיק » מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 10:21 am

· #542539

ס'איז א פחד פון א בליק
און די רבנים גייען מיט (א טייל זענען מסתמא איינגערעדט מיט געשטיקעלטע ריקארדינגס)
קול דמי יונגערלייט צועקים

נחום הסופר » מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 5:39 pm

· #542589
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
כ'מיין אז דער מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך איז אז אסאך מענטשן ווערן שוין ב"ה נישט איבערגענומען פון די סארט קול קורא'ס.

כ'מיין אז מרת בילגעריי האט ארויסגעשטעלט אז זי האט א הסכמה פון הגאון ר' עמרם אופמן מו"צ העדה החרדית, דער פראבלעם איז אז די שרייערס און פארפירערס קענען בעסער די מלאכה (ע"ע פשוטו של מקרא, קברים בית שמש, ועוד)

האניג » מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 5:58 pm

· #542593
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
איינער האט די קול קורא?

קליינע צדיק » מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 8:59 pm

· #542633
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
נחום הסופר #
כ'מיין אז דער מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך איז אז אסאך מענטשן ווערן שוין ב"ה נישט איבערגענומען פון די סארט קול קורא'ס.

כ'מיין אז מרת בילגעריי האט ארויסגעשטעלט אז זי האט א הסכמה פון הגאון ר' עמרם אופמן מו"צ העדה החרדית, דער פראבלעם איז אז די שרייערס און פארפירערס קענען בעסער די מלאכה (ע"ע פשוטו של מקרא, קברים בית שמש, ועוד)
אבער אסאך פארלוירענע יונגערלייט וואס טאפן נאך אין די פינסטער צומישט עס און מאכט זיי מיינען אז העלפן די נושא איז אפגעפרעגט
(נישט יעדער איז דא אויף ק"ש)

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 11:58 pm

· #542661
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
האניג #
איינער האט די קול קורא?

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=16774

אברהם שנית מן השמים » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 10:46 pm

· #548911
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
סעאיז צייט איינער זאל ארויס געגבען א קונטרס /ספר מיט אמתדיגע הלכות צניעות אהן די א מיליאנען חומרות וואס יעדער רב׳ל אזכר גרויסע רב האט געזאגט בתורת המלצה אדער ענין און מעמאכט פון דעם אגאנצע תורה

אפטימיסטיש » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 11:28 pm

· #548916
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
אברהם שנית מן השמים #
סעאיז צייט איינער זאל ארויס געגבען א קונטרס /ספר מיט אמתדיגע הלכות צניעות אהן די א מיליאנען חומרות וואס יעדער רב׳ל אזכר גרויסע רב האט געזאגט בתורת המלצה אדער ענין און מעמאכט פון דעם אגאנצע תורה
זעה בייגעלייגט א קונטרס וואס טוט אביסל צאמנעמען הלכות צניעות במשנת הרב הנקין ז"ל
📎 צניעות במשנת הרב הנקין.pdf

קהל'ס נער » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 11:38 pm

· #548919
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
אברהם שנית מן השמים #
סעאיז צייט איינער זאל ארויס געגבען א קונטרס /ספר מיט אמתדיגע הלכות צניעות אהן די א מיליאנען חומרות וואס יעדער רב׳ל אזכר גרויסע רב האט געזאגט בתורת המלצה אדער ענין און מעמאכט פון דעם אגאנצע תורה
ס׳קען נישט געשעהן אזא זאך, צניעות איז א מידה און ס׳נישט שייך צי מגדיר זיין, לאמיר געבן א משל,
א פול פלעדשעד חסידישע פרוי פיר אינטשעס נאך די קני קורצע שייטל וכו׳. ווען זי גייט קיין איראן אזוי איז זי נישט צניעות׳דיג, זי איז נישט באשיידן זי שטארצט ארויס, איי וועסטו פרעגן, וואס הייסט די חשוב׳סטע רעבעצין גייען אזוי אנגעטוהן? נו ווייל אין א חסידישע שטאט שטארצט עס נישט ארויס.
וכן להיפך, א פרוי אין וויליאמסבורג וואס וועט ווילן זיין הייליג, זי וועט זיך אנטוהן א hijab, ס׳מוראדיג צניעות׳דיג ס׳באדעקט פון קאפ ביז פיס, איז ווייטער נישט צניעותדיג ווייל זי שיינט ארויס.
מילא צניעות האט זייער א סימפל טייטש באשיידן, און אין איעדע פלאץ אוןאין א יעדע צייט מיינט עס עפעס אנדערש, וואס אויף דעם דארף מען ניצען די jelly אין קאפ.

פונדאַמענטאַל » פרייטאג פעברואר 9, 2024 12:10 am

· #548921
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
אברהם שנית מן השמים #
סעאיז צייט איינער זאל ארויס געגבען א קונטרס /ספר מיט אמתדיגע הלכות צניעות אהן די א מיליאנען חומרות וואס יעדער רב׳ל אזכר גרויסע רב האט געזאגט בתורת המלצה אדער ענין און מעמאכט פון דעם אגאנצע תורה
Reclaiming dignity פון Anthony Manning מיט Bracha Polliakoff איז גאר גוט.

מנחם מנדל » דאנערשטאג מאי 30, 2024 2:21 pm

· #563793
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

שטארק!

מנחם מנדל » מאנטאג יוני 3, 2024 11:12 pm

· #564228
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
📎 Screenshot_20240603_230646_WhatsAppBusiness.jpg וואספארא חרבנות עס קען ארויסקומען ווען די באס דרייווער וועט הערן די גוט מארגן פין דעי דזשונסקי מיידלעך איך וויל אפילו נישט טראכטן..

צוויי » מאנטאג יוני 3, 2024 11:53 pm

· #564232
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
נישט דוקא הערן גוט מארגן, נאר זעהן די קוש פון די מאמע פאר די קינדער, און אויך באמערקן די סטייל האר-שייטל, און די קליידונג פון זיי...

איך האב יעצט א תאווה צו זעהן ווער עס זענען די דושינסקי שוועסטער...

מנחם מנדל » דינסטאג יוני 4, 2024 12:16 am

· #564234
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
צוויי #
נישט דוקא הערן גוט מארגן, נאר זעהן די קוש פון די מאמע פאר די קינדער, און אויך באמערקן די סטייל האר-שייטל, און די קליידונג פון זיי...

איך האב יעצט א תאווה צו זעהן ווער עס זענען די דושינסקי שוועסטער...
פאר דיר וואלט געווען די בעסטע צו וואוינען אין איראן אדער אפגאניסטאן.. דארט גייט יעדער מיט הידזשאבס אין שווארץ באקליידעדט פין קאפ ביז פיס נאר די אויגן שטעקן זיך ארויס,

אזוי וואלסטו קיינמאל געהאט קיין פראבלעמען, נישט פין די מאמעס וואס קישן דאס קליין קינד ביים באס, נישט פין די לעכער פין די ווייבער שוהל וואס מען קען אדורכזעהן די קאליר פין די רעבעצינ'ס טורבאן. לייף וואָלד בי סא איזי...

אייביג פרייליך » דינסטאג יוני 4, 2024 11:45 am

· #564259
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
איך האב א גוטע עצה ווי נישט מכשיל זיין די באס דרייווערס מיט קוקען אויף די הייליגע דושינסקי שוועסטערס אין ח״ו קריגען שלעכטע מחשבות ביים זעהן ווי א מאמע קושט איר קינד, די רבנים אין ווילי זאלען אסרן מענער באס דרייוערס , מען קען דינגען א פרוי באס דרייווער אין הכל יבא בשלום בלי שום מכשול

א גוט יאר » דינסטאג יוני 4, 2024 1:39 pm

· #564277
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
אייביג פרייליך #
איך האב א גוטע עצה ווי נישט מכשיל זיין די באס דרייווערס מיט קוקען אויף די הייליגע דושינסקי שוועסטערס אין ח״ו קריגען שלעכטע מחשבות ביים זעהן ווי א מאמע קושט איר קינד, די רבנים אין ווילי זאלען אסרן מענער באס דרייוערס , מען קען דינגען א פרוי באס דרייווער אין הכל יבא בשלום בלי שום מכשול
אבער וואס וועט זיין מיט די "דושינסקיא ברודער" וואס לייגן די קינדער אויפן באס ווען ס'אידענע קען נישט?

בקע לגלגולת » דינסטאג יוני 4, 2024 2:53 pm

· #564284
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
א גוט יאר #
אייביג פרייליך #
איך האב א גוטע עצה ווי נישט מכשיל זיין די באס דרייווערס מיט קוקען אויף די הייליגע דושינסקי שוועסטערס אין ח״ו קריגען שלעכטע מחשבות ביים זעהן ווי א מאמע קושט איר קינד, די רבנים אין ווילי זאלען אסרן מענער באס דרייוערס , מען קען דינגען א פרוי באס דרייווער אין הכל יבא בשלום בלי שום מכשול
אבער וואס וועט זיין מיט די "דושינסקיא ברודער" וואס לייגן די קינדער אויפן באס ווען ס'אידענע קען נישט?
לכאורה איז שאכמאט. איך זעה נישט קיין וועג ארויס

מנחם מנדל » דינסטאג יוני 4, 2024 6:03 pm

· #564299
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
אייביג פרייליך #
איך האב א גוטע עצה ווי נישט מכשיל זיין די באס דרייווערס מיט קוקען אויף די הייליגע דושינסקי שוועסטערס אין ח״ו קריגען שלעכטע מחשבות ביים זעהן ווי א מאמע קושט איר קינד, די רבנים אין ווילי זאלען אסרן מענער באס דרייוערס , מען קען דינגען א פרוי באס דרייווער אין הכל יבא בשלום בלי שום מכשול
📎 Screenshot_20240604_180143_X.jpg ער מעג דיר ווען קרעדיטירן..

yesiknow » מיטוואך יוני 5, 2024 12:31 am

· #564344
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
[ציטאט אראפגענומען]
א שאד א שאד אזויפיל קאפעלס האבען זיך פשוט נישט ליב אין האבען כמעט נישט קיין שייכות.
די נשים זענען ביזי שאפען באקען קאכען מאכען פסחדיק שעלאכמנות מאכען אשר יצר קישען די מזוזה אין די מאן גייט נעבעך אראפ פון זינען.אבער אין קאנטרי מיז זי למען השם גיין אזוי ציען זיך די דורות זי מיינט אז זי קויפט אינטער גאט מיט איר הנהגה מיןווייל ווערט איר מאן עראיזט אפילו פון א קאטץ אדער הינט אדער די דושינסקי שוסטר סיק סוסייעטי

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 5, 2024 12:53 am

· #564345
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
הרב יעס איי קנאו - קען זיין דו ווייסט (קנאו) אבער אז דו וועסט שרייבן תגובות מיט נח מיט 28 גרייזן וועל איך בלייבן unknown.
קענסט ביטע פאררעכטן דיין תגובה? ווייל איך פארשטיי נישט

yesiknow » מיטוואך יוני 5, 2024 9:20 am

· #564374
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
טייערע שמעקעדיק עס איז אזוי געשריבען אז נאר די וואס זענען זוכה זאלען עס קענען אפטייטשען אין פארשטיין כדי להרחיק את האדם שאנה ראוי לו ואתכם הסליחה

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 5, 2024 9:43 am

· #564375
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
אקעי, יעצט פארשטיי איך.... 😂

מרדכי מרדכי » פרייטאג יוני 14, 2024 6:06 pm

· #564935
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
מען קען מאכן 2 באסעס
1 פאר די דושינסקי שוועסטער מיט פרויען דרייווערס
2 פאר די דושינסקי ברודיר מיט מענער דרייווערס.

מחונך » זונטאג יוני 16, 2024 12:22 pm

· #565043
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
אדער זאל מען לאזן די מענער דרייווען נאר זיי זאלן אנטוען אויף די אויגן א דיקע שטיק סחורה אזוי ווי טייל רבי'שע כלות ביי מצוה טאנץ

א גוט יאר » זונטאג יוני 16, 2024 2:34 pm

· #565068
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
ווער די מענער...?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10