צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
488 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5499
berlbalagulehיואליש: ס'איז א שיינער בריעף. נאר איך ווייס נישט אויב ס'איז אויטענטיש. 😎 ❓ 🙄 😮 😂
וואס הייסט נישט אוטענטיש? ערצייג אן הכחשה...
[ציטאט אראפגענומען]
מי הם?
...
דעת תורהפארשטייט זיך אז בילדער פון בעפאר אונזער עולם איז געקומען קיין וויליאמסבורג איז נישט רעלעוואנט ווי ערקלערט במקום אחר.
וויפיל גייסטו דיך פראבירן צו דוחק'ן זיך מתעלם צו זיין פונעם מציאות? אזוי האבן אונזערע באבעס אויסגעזעהן, ווער ס'האט נאר געזעהן זייער משפחה אלבום ווייסט דאס, און די בילדער וואס איך האב געברענגט זענען גענומען געווארן אין די זעכציגער יארן אין וויליאמסבורג, ס'איז גענומען פון א סעריע פון בילדער פונעם ברוקלין פובליק לייברערי וואס הייסט '
חסידים אין וויליאמסבורג', קוק דא אויפן גאנצע סעריע וועסטו זעהן אז דאס איז חסידישע קינדער.

אגב: שמעתי איש מפי איש מפי אשה די באבע נחמה'לע בת הדברי חיים אז איינמאל אלס מיידעל האט איר פאטער דער הייליגער צאנזער רב געפרעגט: נחמה'לע פארוואס איז ביי דיר די האר צו-פלויגען (נוסח אחר יאנטשי) האט זי גע'ענטפערט, טאטע ס'איז דאך שבת! האט דער רב איר גע'זאגט, האסט דאך געקענט מאכען די האר פאר שבת מיט 'באבעלע' (וואסער מיט פאטעטע סטארטש-וואס מ'האט גענוצט פאר מ'האט ערפונדען האר דזשעל). עד כאן
געפילטע, צי וואס שרייען אז דו קענסט רעדן שיין? אז דאס בילד איז פון די חסידים אין די זעכציגער יארן מיינט עס דאך יא אונז. (א סקול בילד איז נאך אלס מער נוגע, ווייל עס האט די אויטאמאטישע הסכמה פון ר' בנימין הערש'ן בשם דעם רבי'ן..)
דעת תורהגעפילטע, צי וואס שרייען אז דו קענסט רעדן שיין? אז דאס בילד איז פון די חסידים אין די זעכציגער יארן מיינט עס דאך יא אונז. (א סקול בילד איז נאך אלס מער נוגע, ווייל עס האט די אויטאמאטישע הסכמה פון ר' בנימין הערש'ן בשם דעם רבי'ן..)
סארי, נישט געמיינט צו שרייען, און נישט געמיינט דוקא דיר, נאר ס'באדערט ווען מ'זעט מענטשען פראבירן כל תצדקי ואמתלא זיך ארויסצודרייען פון זען די ראיות ברורות און הוכחות נוקבות, נאר צו קענען אנגיין מיט די אלטע איינגעזעסענע הנחות קדומות, און די איינרעדענישן אז "אמאל" איז געווען בעסער, אונזערע מאמעס און באבעס זענען אלע געגאנגען אראפגעבונדען וכו'.
יונה כהןאגב: שמעתי איש מפי איש מפי אשה די באבע נחמה'לע בת הדברי חיים אז איינמאל אלס מיידעל האט איר פאטער דער הייליגער צאנזער רב געפרעגט: נחמה'לע פארוואס איז ביי דיר די האר צו-פלויגען (נוסח אחר יאנטשי) האט זי גע'ענטפערט, טאטע ס'איז דאך שבת! האט דער רב איר גע'זאגט, האסט דאך געקענט מאכען די האר פאר שבת מיט 'באבעלע' (וואסער מיט פאטעטע סטארטש-וואס מ'האט גענוצט פאר מ'האט ערפונדען האר דזשעל). עד כאן
די צאנזער רב האט גראדע יא פארלאנגט אין געבעטן זיינע אייניקלעך זאלן גיין אראף געבונדען, אבער נישט קיין סתירה מיט די מעשה.
אקיצור ס'איז דא א גרויסע נפק''מ פון צופלויגען אין גיין אראפגעבינדען (יאנטשי).
שמערלראש הישיבה
נאך א משל, א פרוי וואס זייגט אין פאבליק, אפילו זי גייט מיט זיבן טיכלעך, איז זי נישט קיין צניעות'דיגע פרוי, כאטש עס שטייט נישט אין די צניעות קוד.
במחילת כבו"ת הראש ישיבה שליט"א, אויב שטייט עס נישט אינעם קוד דאן פארוואס האט איר עס צוגעלייגט? כמיין אין די אלגעמיינע וועלט איז דאס א גרויסע מחלוקת און זיי רעדן פון זייגן אויפגעדעקטערהייט בפני כל עם ועדה. פארוואס זאל זייגן א קינד אויף א צנועסדיגן אופן זיין א פראבלעם? אפשר איז ארגער פון א משתין בשוק וואס איז א הלכה מפורשת אז אויך א אשה מעג?
דאס האב איך טאקע געמיינט. עס קען זיין אז אל פי 'הלכה' (אויב עס איז דא אזעלעכע הלכות) מעג מען זייגן אין פאבליק, אבער א פרוי וואס איז א צניעה, זי האט סעלפ ריספעקט ווע עס נישט טוהן ברבים, ווייל עס פאסט איר נישט
קען מיר איינער געבן א עצה צי ארויס נעמן פין די פרוען די נאריש קייט פין צניעות איך האב איר שוין געקויפט א סמארט פאן מיט unlimited internet אן א פילטער אין עס ווער נאר ערגער אין ערגער קען מיר איינער העלפן
געלטקען מיר איינער געבן א עצה צי ארויס נעמן פין די פרוען די נאריש קייט פין צניעות איך האב איר שוין געקויפט א סמארט פאן מיט unlimited internet אן א פילטער אין עס ווער נאר ערגער אין ערגער קען מיר איינער העלפן
גיב איר געלט.
דמים תלתא משמע
געלטקען מיר איינער געבן א עצה צי ארויס נעמן פין די פרוען די נאריש קייט פין צניעות איך האב איר שוין געקויפט א סמארט פאן מיט unlimited internet אן א פילטער אין עס ווער נאר ערגער אין ערגער קען מיר איינער העלפן
צניעות איז די קרוין פון אידישע קינדער עס איז גארנישט קיין נארישקייט
אויב מיינסטו צו זאגן אז די ווילסט אז זי זאל דיר צופרידן שטעלן אינדערהיים
רעד צו איר און זיי איר מסביר און ווייז איר די גמרות ווי די פרויען האבן צופרידן געשטעלט די תנאים און אמוראים
קויפן א סמארט פאון איז בכלל נישט די סמארט מאוו
אויב ח"ו מיינסטו אין גאס
פארשטיי איך דיר נישט
די האסט א תשוקה אז דיין ווייב זאל געפעלן דיין שכן און דיין חבר?
יש לי ידיד טוב וואס האט געהאט די זעלבע בעיה, און ער האט זיך אריין געלייגט אין די מצב. ער האט איר געזאגט אז זי זאל וויסן אז ווען עס איז נוגע פאר שיינקייט איז געלט נישט קיין עיכוב. זי קען ספענדן וויפיל זי וויל אויף שיינע קליידער. אזוי אויך האט ער זיכער געמאכט צו אפראווען יעדער קלייד צו עס איז שיין, ביז זי איז געווארן אן אנדער מענטש.
פוןדעסטוועגןדאך17 - 18 יאר, מיט סקורטס העכער די קניען, פינטעלע?
דו דערציילסט גאר גרויסע חידושים. וואס זאל איך טוהן אז אן אנאמינער ניק אויף קאווע שטיבעל טראגט נישט ביי מיר געניג א נאמנות אז איך זאל דאס גלייבן. חבל
איך האב גזעהן מיין עלטערן חתונה בילדער, חסידישער שטוב. קליידער זענען ניטאמאל איין אינטש אינטער קני
[ציטאט אראפגענומען]
והמזבח יוריד דמעות,
ועוד יש תקנה, שיתחלף הזוג לחסידות אחרת, ואז הרבי יוריד דמעות.
סאו וואט זיין ערשטע רעבעצין איז בכלל נישט געוועהן א באלאבאסטע... ווען דער רבי האט חתונה געהאט בזיווג שני...
ר' סאו
איך וויל טראסאן וואס דו שרייבסט וועגן משפחת פארטוגאל, אבער איין פראבלעם האב איך אז דו רעדסט וועגן א זיווג ראשן און שני, און אויף וויקיפעדיא זעה איך אז דער היינטיגער סקולענער רבי האט נאר געהאט איין רעביצין
[ציטאט אראפגענומען]
מוטב ימחה שמי, אבער כבוד הרבי איז סאך הארבער, מעבר לכל שיגעון. הגם דאס איז שאולזאהן און מ'קען נישט ממש גלייבן יעדעס ווארט זיינע.
עסקן בדבריםסאו וואט זיין ערשטע רעבעצין איז בכלל נישט געוועהן א באלאבאסטע... ווען דער רבי האט חתונה געהאט בזיווג שני...
ר' סאו
איך וויל טראסאן וואס דו שרייבסט וועגן משפחת פארטוגאל, אבער איין פראבלעם האב איך אז דו רעדסט וועגן א זיווג ראשן און שני, און אויף וויקיפעדיא זעה איך אז דער היינטיגער סקולענער רבי האט נאר געהאט איין רעביצין
טאקע אזוי? מוז זיין אז די ערשטע ווייב לעבט נאך, הלמאי וויקיפידיע ווייסט נישט דערפון. גיי ארויס אויף די גאס שטעל אפ א איד און פרעג אים וועט ער דיר זאגן.
אונטרעסאנט וויקי איז נישט אפדעיטעט, אבער יא. ער האט יעצט א זיווג שני. המפורסמות אין צריכה ראיה.
דעת תורה
טאקע אזוי? מוז זיין אז די ערשטע ווייב לעבט נאך
פארוואס?
סאו וואטאבער יא. ער האט יעצט א זיווג שני. המפורסמות אין צריכה ראיה.
ס' אמאל טאקע געווען א רומער אז ער גייט ווערן א חתן מיט זיין שוועגערן, אבער ווי ווייט איך ווייס איז עס קיינמאל נישט געווארן
אנאנים, הפלא ופלא.
קענסטי פליז פאסטען א מקור ושורש צים דעם ווארט פין גדול הרה״ק רב מיללער?
עס האט מיר באמת בארירט.
איך וויל באמת אויך בעטן אויב איינער ווייסט ווי אין שולחן ערוך שטייט וועגן לענג פין קלייד אין makeup and eye liner.
ווען דו טרעפסט סיטי לאמיר ווייסן.
[ציטאט אראפגענומען]
אויב די פרויען זענען פאר'מיאוס'ט אין די מענער'ס אויגן ברענגט עס אויך צו זנות.
[ציטאט אראפגענומען]
וועל איך נאכזאגען דעם מקור פין שיטה מקובצת. ל.א.ל.
[ציטאט אראפגענומען]
איי עם ווערי סארי אבער דאס איז נחומס שפראך
זאגט די הייליגע דף היומי מסכת יומא דף נד עמוד א: אמר רב קטינא, בשעה שהיו ישראל עולין לרגל מגללין להם את הפרוכת ומראין להם את הכרובין שהיו מעורים זה בזה ואמרו להם ראו חבתכם לפני המקום כחבת זכר ונקיבה. זאגט די הייליגע רש"י ד"ה הכרובים, מדובקין זה בזה ואוחזין ומחבקין זה את זה כזכר החובק את הנקיבה. רש"י ד"ה מעורים, לשון דיבוק.
ווי איז די וועד הצניעות ווען מ'דארף זיי?
אפשר וועגן דעם האט מען באהאלטן די ארון, די וועד הצניעות וואלט עס נאך געקענט צושטויסן...
פון וועלכע סקולענע רבי רעדט מען דא, דער איצטיגער אדער זיין פאטער זצ״ל?
הרה״ק מסקולען זי״ע האט דריי מאל חתונה געהאט (ער איז צוויי מאל נתאלמן געווארן ל״ע). אבער זיין זון, מעולם לא שמעתי אז ער האט געהאט א זיוויג שני, ס׳איז מיר באמת א נייעס. ווער איז געווען זיין זיוויג ראשון ?
כתר מלכותווער איז געווען זיין זיוויג ראשון ?
זיין רעביצין איז געווען רייזל בת הרב מנחם זאב שטערן הרב מגבעת שאול, בעמ"ח "תושבע"פ" על נ"ך
עסקן בדבריםכתר מלכותווער איז געווען זיין זיוויג ראשון ?
זיין רעביצין איז געווען רייזל בת הרב מנחם זאב שטערן הרב מגבעת שאול, בעמ"ח "תושבע"פ" על נ"ך
דאס איז די רעבצין וואס איז אוועק, נאכאמאל האט נישט חתונה געהאט, דאן וואס הייסט זיוויג ראשון, אויב סאיז נישטא א שני?
והיא ראשון ואין שני להמשיל לו להחבירה
@ראש הישיבהראש הישיבהשמערלראש הישיבה
נאך א משל, א פרוי וואס זייגט אין פאבליק, אפילו זי גייט מיט זיבן טיכלעך, איז זי נישט קיין צניעות'דיגע פרוי, כאטש עס שטייט נישט אין די צניעות קוד.
במחילת כבו"ת הראש ישיבה שליט"א, אויב שטייט עס נישט אינעם קוד דאן פארוואס האט איר עס צוגעלייגט? כמיין אין די אלגעמיינע וועלט איז דאס א גרויסע מחלוקת און זיי רעדן פון זייגן אויפגעדעקטערהייט בפני כל עם ועדה. פארוואס זאל זייגן א קינד אויף א צנועסדיגן אופן זיין א פראבלעם? אפשר איז ארגער פון א משתין בשוק וואס איז א הלכה מפורשת אז אויך א אשה מעג?
דאס האב איך טאקע געמיינט. עס קען זיין אז אל פי 'הלכה' (אויב עס איז דא אזעלעכע הלכות) מעג מען זייגן אין פאבליק, אבער א פרוי וואס איז א צניעה, זי האט סעלפ ריספעקט ווע עס נישט טוהן ברבים, ווייל עס פאסט איר נישט
הייסט ווען דו האסט גערעדט פון צניעות און גוטע חינוך, האסטו זאך הכל געמיינט אלגעמיינע סעלף רעספעקט, וואס האט גארנישט מיט יידישקייט?
פארוואס זאל מען נישט מעגן טוהן אזאך וואס איז מותר על פי הלכה, און אנגענומען בנימוסי המדינה, בלויז ווייל עס "פאסט" נישט? זייט ווען איז דא אזא דערהער אין יידישקייט?
טראץ דעם וואס איך בין נישט זיכער וואס די עוולה פון געבן צו זייגן ברבים איז (צוגעדעקט פארשטייצעך) דאך איז ראש הישיבה גערעכט מיט זיין יסוד. "אידישקייט" איז נישט הלכה און ראבאטישע קאודס, "אידישקייט" איז א מהות. צניעות איז די זעלבע סארט ענין. היות אבער עס נעמט צייט ביז מען אנקומען צו די שלימות אין די מהות האט זיך איבער די יארן געשאפן מנהגים און גיידליינס. מיט די צייט איז מען געבליבן נאר מיט די גיידליינס אן די מהות און דאס לערנט אונז די הייליגע הרב פאלק, און דאס לערנט מען אין אונזערע שולעס.
די הלכות פון ערוה, תפלה כנגד ערוה וכדו' האט נישט מיט צניעות.
צניעות האט נישט דוקא מיט הלכה ס'האט מיט הבנה און זיך נישט נער'ן
די כלל איז יעדע זאך וואס קען רייצן מענער איז אסור יעדע זאך וואס איז פארקערט פון באהאלטנקייט און איידעלקייט פון פנימה איז אסור
א אידישע פרוי דארף זיין א איינגעוויקעלטע איידלקייט און הייליגע נשמה
דאס אלעס איז אויפ'ן גאס אבער אינדערהיים איז פארקערט זי דארף זיך אהער שטעלן ווי שענער און בלוםדיג ס'דארף זיין מראיך נאוה
גאנצלצניעות האט נישט דוקא מיט הלכה ס'האט מיט הבנה און זיך נישט נער'ן
די כלל איז יעדע זאך וואס קען רייצן מענער איז אסור יעדע זאך וואס איז פארקערט פון באהאלטנקייט און איידעלקייט פון פנימה איז אסור
א אידישע פרוי דארף זיין א איינגעוויקעלטע איידלקייט און הייליגע נשמה
דאס אלעס איז אויפ'ן גאס אבער אינדערהיים איז פארקערט זי דארף זיך אהער שטעלן ווי שענער און בלוםדיג ס'דארף זיין מראיך נאוה
יעדער מאן ווערט אנדערש אהנגערייצט. די פרוי דארף זיין אהנגעטוהן באטעמ'ט מיט א חן. דער מאן וואס האט פראבלעמען זאל ארבעטן פאר זיין שמירת עינים. לדעתי איז א חילול השם ארויס אין גאס אהנגעטוהן יאנטשי. א אידישע איז א בת מלך. א בת מלך גייט אהנגעטוהן אויף די העכסטע סטאנדארד (אין די ראמען פון באשיידנקייט).
און אז מ'זוכט שוין עצות פאר די פרויען אז זיי זאלן טון פעולות צו העלפן די lusty מענער וואלט נישט געקענט זיין עפעס בעסערס ווי איינפירן אז אלע היימישע פרויען זאלן דרייווען און נישט שפאצירן אין די גאסן.
מתאמרי משמיה פון די אמשינוב'ער רבי אז ער האט אפגערעדט א חסיד זיינער פון מאכן לייסענס זאגנ'דיג דערביי, "א יונגערמאן דארף זיך היטן די אויגן און ביים דרייווען איז שווער אראפ צו קוקן און זיך היטן די אויגן, ענדערש זאל דיין ווייב דרייווען אזוי אז דו זאלסט זיך קענען היטן און אין איינוועגס וועט זי אלעמאל קענען מקיים זיין די כבודה בת מלך פנימה און זיך נישט דרייען אין די גאס. דאס איז די spirit פון צניעות וואס די ראש הישיבה רעדט.
פארוואס פרעדיגען נישט די טויבער'ס קלוגהאפט'ס און ביק'ס אז אלע פרויען זאלן דרייווען? די תירוץ איז, ווייל עס גייט זיי ווייניג אהן צניעות, it's all about control און דערנידערן די תמימות'דיגע ווייבעלעך.
הגאון רבי יהושע בנימין זילבר זצ"ל אין ספר אז נדברו חלג י"ג סימן פ' שרייבט אויך אז סאיז מער צניעותדיג אז פרויען זאלן דרייוון פאר די זעלבע טענה.
@ נהורא נפישא און הוגה,
איר ווייסט וואס זיי (די היימישע רבנים) וואלטען געזאגט אויף די פסקים פון דער אמשינאווער רבי און ר' יהושע זילבער, "נע היינטיגע לינקע רבנים, א מין גערעדעכץ"
זיי די אלע וואס ניצן "קאפ און סענץ" און פראבירען מיטען גאנצע ווילען צי מקיים זיין די הייליגע תורה, די זענען "לינקע" אבער די אלע אדמורים ורבנים וואס פאשנענען זיך אן מיט יענעמס געלט און פירען א פריצישען לעבען, זיי זענען רעכטע....... פרעג איך, איז דאס נישט עיקש ופתלתול?
און אין איינוועגס וועט זי אלעמאל קענען מקיים זיין די כבודה בת מלך פנימה און זיך נישט דרייען אין די גאס.
ווייל ווען פרויען דרייוון וועלן זיי נאר גיין אין גראסערי און צוריק זיי וועלן נישט גין ערגעץ אנדערש ווי זיי דארפן נישט אנקומען?
אין קאר קענען פרויען נישט עפענען די פענסטער און טון צולאזטע פירונגען?
אין קאר קען זיך מען נישט אנגעטון נאר נארמאל אז די מענער פון די אנדערע קאר זאלן נישט זעהן הא?
איך ווייס נישט קען זיין אז פרויען זאלן דרייוון איז א רפואה אבער מ'דארף קוקן אויף ביידע זייטן פון די מטבע
אהא, הייסט אז מענער קען מען טראסטן אז זיי וועלן אוודאי נישט גיין וואו מען טאר נישט, נאר פרויען קען מען נישט טראסטן... Please...
פאקט איז אז מאנסי, וואו מער פרויען דרייווען, נוצן קאר סערוויסעס און באסעס זענען דא ווייניגער פרויען אין די גאסן ווי אין ב"פ אדער וויליאמסבורג, אסאך אסאך ווייניגער. און עס איז אסאך גרינגער זיך צו היטן די אויגן. ווי אויך איז נישט פארהאן אזא תחרות פון ווער עס קען גיין מיט די שענסטע קליידער, boots, קערידזשעס וכדומה. אדרבא, זאלן די מאנסיער איינוואוינער באשטעטיגן אז וואס איך זאג איז ריכטיג.
@הוגה, ס'איז מיר אינטערסאנט ווען און וויאזוי די מיטונג צווישן די טויבער'ס ביק'ס איז פארגעקומען, און ווער עס איז געווען די לעצטע ווארט דארט אז מען זאל אנהייבן דערנידערן יודישע ווייבלעך.
אויסער דעם, שטעל דיך פאר די רבנים קומען ארויס מיט א קול קורא צו אסר'ן מענער פון דרייוון משום שמירת עינים, וויפיל אשכולות וואלט דא געווען אראפצורייסן די פאנאטישע רבנים, און דו הוגה וואלסט זיכער געווען דער ראש המדברים, איינע פון דיינע טענות וואלט זיכער געווען, שמירת עינים באלאנגט פאר יעדן יחיד, וואס נאך דארף מען טהון וועגן די lusty מענער. מהיכן דנתני? פון איינע פון דיינע תגובות, וואס לפי רוח הטענה איז דיר גוט אויסגעקומען אזוי צו זאגן (מעק עס שנעל אויס).
איים סארי, צוויי מענטשן האבן מיר שוין געענטטפערט, און איך האב נישט פארשטאנען, העל איך טרייען נאך איינמאל.
איך זע יעדער איז מסכים אז צניעות האט נישט קיין הלכות, און נאכמער אפילו דו אלע הלכות פון ערוה האט אויך נישט מיט צניעות, אזאך וואס מען קען זיך לכאורה מחולק זיין אבער לאמיר זיך נישט שטעלן אויף דעם.
סך הכל איז צניעות א געוויסע געפוהל וואס שטייט נישט אין ערגעץ אראפגעשריבן, און מען קען דאס נאר געוואר ווערן אין די בית רחלס און אין בית יעקבס, (אין דו בית מושקעס איז עס מחמת אורך הגלות פארגעסן געווארן).
אבער געוואלד און געשריגן, ווער זאגט אז אין דו אידישע רעליגיע עקזיסטירט אזא זאך ווי צניעות =אינערליכע איידעלקייט עפעס ספעציעל ביי פרויען, ווי ווערט דאס דערמאנט, אויב האט עס נישט קיין מקור, ווער זאגט אז עס איז בכלל דא אזא מין זאך?
ווען פרויען דרייוון ברענגט עס צו כעס און מחלוקת און ניבול פה. איך בין נישט איינמאל געזיצן אין א קאר און מיין דרייווער האט זיך גענומען זידלען מיט מיאוסטע לשונות און כעס צוליב וואס א קאר פון פארנט איז געפארן צו שטייט אדער א קאר פון פארנט האט גענומען א יובל אריינצופארקן אין ספאט און יעדעס מאל איז דער דרייווער א פרוי!
דער (פינטעל) אידווען פרויען דרייוון ברענגט עס צו כעס און מחלוקת און ניבול פה. איך בין נישט איינמאל געזיצן אין א קאר און מיין דרייווער האט זיך גענומען זידלען מיט מיאוסטע לשונות און כעס צוליב וואס א קאר פון פארנט איז געפארן צו שטייט אדער א קאר פון פארנט האט גענומען א יובל אריינצופארקן אין ספאט און יעדעס מאל איז דער דרייווער א פרוי!
אויף דעים איז דא א גוט ווארט מיט א ראשי תיבות. מ'איז מתפלל "והסר שט"ן מלפנינו". די ר"ת איז : ש-אניטעישן, ט-עקסי, נ-שים. 😂 😂 😂
א גוטן טייערע חברים דאס איז מיין ערשטע פאסט דא אין דעם הערליכען פארום ווי איך די ערשטע מאל באגעגענט אונזער היימישע'ן ציבור און געזעהן אז מיר זענען נישט עכט אזוי נאריש און קליינקעפיג ווי מיר פרובירן זיך צו מאכן אין בית מדרש,
לעניינינו פון צניעות
מקען נישט באהאנדלען די נושא פון צניעות אהן צו באהאנדלען בכלל די הימל-שרייענדע נארישע וועג וויאזוי מיר דיעל'ן מיט די גאנצע טאפיק פון סעקס, די קלוגהויפטס מיט די טויבער'ס זענען בלויז קליינע שרייפלעך אין די ריזיגע בנין פון נאנ-סענס וואס עס האט זיך אויפגעבויט.
מער ווייניגער האבן מיר בכלל נישט קיין סטראטעגיע וויאזוי צו העלפן אונזערע זכרים און נקבות זאלן זיך האלטן באשיידן און איינגעהאלטן, אלס וואס מיר טוען איז נאר אין די ריכטונג פון צודריקן צוקוועטשן, סטראשן, דעמאראליזירן, אראפקלאפן, מיר האבן אוועקגעווארפן יעדע ביסל לאגיק, פילינג, און נארמאלקיייט.
די סיסטעם ארבעט קודם ביי בחורים
מען פיטערט אים פון ווען ער איז געבוירן מיט שטותים איבער נישט "טאטשען" ווי מטאר נישט, און מפארציילט באבע מעשיות איבער געקויפטע בעיביס, עס ארבעט גאנץ פיין ביז א בחור קומט צו זיין עלטער ווי ער ווערט א עדאלט און זיינע הארמאנען הייבן אהן שפילן און ער ווייסט נישט וויאזוי זיך א עצה צו געבן מיט דעם "אבר קטן שיש באדם" ער פאלט אדורך אליין און פילט זיך שולדיג, ווייל ער הערט די שוידערליכע דרשות פון די מנהלים וואס לייגן אראפ דעם חומר העוון מיט זאפט און מיט אלע פארבן [אויך א סעקסועלע רעליף פאר זייערע פארפייניגטע נשמות] דאן ווארפט ער זיך ארויף אויף אלע חסידישע און מוסר ספרים, הערט שובבים תורה אין שטאפט זיך מיט עצות און סגולות און פאלט דורך און נאכאמאל חרטה וחוזר חלילה.
ווען ער האט חתונה וואלט נארמאל געווען אז מען זאל מאכן א סוף צו די גרויליגע אביוס און אים שיין ערקלערן די לעכטיגקייט און שיינקייט פון ליבשאפט. און אים זאגן א גרויסע "קאלארוואר" אויף די אלע נארישע רייד מיט וואס מ'האט אים געשטאפט און אים זאגן "שמח באשת נעוריך" האק א לעבן און האלט דיך ביי אידישקייט, אנשטאט זוכט מען אפור שרעקעדיגע טעקסטן פון ראשית חכמה און אנדערע ספרי מוסר [איך מיין נישט מזלזל צו זיין והמבין יבין] און נאך פאר ער האט ארויס די קאנסעפט פון ליבע און ווארעמקייט אינטימליכקייט און ראמאנטישקייט האט מען אים שוין נאכאמאל געהרג'ט און געשטאפט מיט גילט פילינגס.
די אונטערשטע שורה מען לעבט אין דענייעל צו די גאנצע ענין פון יומען פילינגס, מלייגט אריין די אויגן אין זאמד און מברעטשעט שובבים תורה'ס, די רבוש"ע האט אונז באשטראפט מיט א אבר קטן וואס מאכן פראבלעמען און מדארף קעמפ'ן ווי א לייב צו אונטערדיקן יעדע פילינג, אונטערוועגנס דארף מען אויך פארשטייט זיך אויסמעקן א שיין חלק פון מקרא און א היבש ביסל גמרות און עס קאטעגאריזרן אלס עדאלט סטאף וואס איז נישט פאר קיין בחורים, [נאר פאר עלטערע וואס פארשטייען אז סנישט פשוט און סמיינט העכערע זאכן....]
אצינד לאמיר גיין אין ווייבער שול
מער ווייניגער האט מען נאך נישט אינגאנצן מצליח געווען צו רי-קאנסטראקטשערן אונזערע נקבות, רוב מיידלעך זענען מער עדיוקעטעד ווי בחורים בכלל, און אין די נושאים בפרט, א מיידל האט ליב זיך אהערצושטעלן, און איר נטייה צו ליבשאפט איז שטערקער,
און דא געשעהט די קרעש, די ראציגע בחור האט חתונה, און די מיידל וואס האט געחלומט פון שמעקעדיג'ע רויזן און א ראמאנטיש לעבן באקומט אנשטאט דעם א אפגעריסענע בחור, אויפגעפרעסן און אנגעגעסן, און אנשטאט ער זאל זיך אנטוויקלען א לאוו עפעיר אנטוויקלט זיך בלויז א סעקס אפעיר, די בחור האט ענדליך ווי זיך אויסצוגיסן די מעשה, ער איז פטור פון די צרה פון זרע לבטלה, אבער ליבשאפט וואס ווי ווען.
די מיידל שפירט עס און דאן שפלט עס אויף איינע פון צוויי וועגן, אדער ווערט זי אבסעסד מיט זיך אנטוהן אויפגעריסן און עלעגאנט, אדער פארלירט זי די טעם אין לעבן און טוט זיך אהן נאכגעלאזט און קוקט אויס ווי א שמוציגע פעמפער נעבעך.
דא קומען אריין די אלע שרייעדיגע רעבעצינ'ס וואס געבן די הארמאני פאר די עקל'האפטיגע קווייער, געווענליך זענען זיי מיטל-יעריגע פרויען אין די עידש וואס פארלירן די אורח כנשים, און דאס איז זייער קרעאטיווע וועג פון זיך ספראווען מיט די אלגעמיינע מיטל-עידש דעפרעשאן מיט וואס פרויען אין די עלטער מוטשענען זיך.
אנשטאט וואס מיר זאלן זיין נארמאל און עדיוקעטן די יוגנט, מדריך זיין חתנים, באגלייטן פרויען, און לאזן לעבן, האט מען אויפגעבויט א גאנצע אינדוסטרי פון צדיקים, שקצים, מנוולים, מאלעסטערס, מוכיחים, שלום בית מאכער'ס, שרייעדיגע רעביצינס, וואס הצד השווה שבהן אז זיי האבן זייער סעקסועלע הנאה אויף קרומע אופנים, און דאס איז בלויז א טיפה מן הים ווי ווייט מיר זענען נעבעך אפפ-טרעק אויף א מיאוסע אופן,
עס איז אלץ ווייל מיר זענען נעבעך מיאוס פארקראכן אין פארלוירן יעדע סענס וואס איז מענטשליך תורה'דיג אבער אידיש'ליך און סאיז נעבעך "נתערבו דם בחורים עם בתולות" הצד השווה אז אלע ליידן פון דעם קראנקן עקלהאפטיגן סיסטעם, וואס די ענדע דערפון זעהט זיך נאכנישט אויפ'ן האריזאנט.
זכיתי לתת לך הלייק הראשון.
איש עברי, סי רעדסט צי די זאך, די געהערסט אהער!
🙂
ליידער קען מען זעהן אז די נעראטיוו ארבעט אויך ביי א חלק פון די חברי הפארום, וואס מיט קעלבערנע תמימות שרייבן זיי אז די עיקר דארף מען זיין שיין פאר די מאן, דאס איז א תוצאה פון דעם וואס מיר קוקן אהן חתונה האבן ווי א זנות אינדוסטרי און נישט ווי א אינטימע קשר וואס שאפט זיך צווישן צווי יומען ביאינגס.
מיר קוקן נישט אויף פרויען וואס זענען בארעכטיגט צו זייער אייגענע לעבן אייגענע געפיהלן, און פונקט ווי א מאן האט ליב צו גיין אנגעטוהן עלעגאנט איז כש"כ א פרוי. און איר מאן קומט אינגאנצן נישט אריין אין פיקטשער.
דער (פינטעל) אידאיך בין נישט איינמאל געזיצן אין א קאר און מיין דרייווער האט זיך גענומען זידלען מיט מיאוסטע לשונות און כעס צוליב וואס א קאר פון פארנט איז געפארן צו שטייט אדער א קאר פון פארנט האט גענומען א יובל אריינצופארקן אין ספאט און יעדעס מאל איז דער דרייווער א פרוי!
האב איך נישט געוואוסט אז אונז האבן אזא רייכער (פינטעל) איד ביי אונז מיט אן אייגענער דרייווער. אפשר זאלסטו ארויסהעלפען @
חולם וואס וויל וויסן
"וויאזוי פילט עס צו זיין רייך"....
ערנסט גערעדט, סטאטיסטיקלי זענען פרויען בעסערע דרייווירס ווי מענער. <a class="postlink" href="http://abcnews.go.com/2020/story?id=3148281&page=1">http://abcnews.go.com/2020/story?id=3148281&page=1</a>