☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

488 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5499
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 1:46 am

· #170051
איר שטימע איז גאנץ אראוזינג גראדע. יש"כ

רויטע וואנצעס » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 1:48 am

· #170052
ווער איז די זיסקייט שפתים קישאק רעבעצין? זי מאכט מיר מחשבות רעות.

יואליש » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 1:51 am

· #170053
"די מאמע רחל איז געווען יאטשי"

(בראשית כ"ט י"ז)

יואליש » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:01 am

· #170055
[ציטאט אראפגענומען]


זיכער, צניעות איז שיין. און דאס וואס ס'שטייט אז לאה איז נישט געווען שיין, מיינט אז לאה איז געווען אום-צניעות'דיג.

יואליש » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:03 am

· #170056
אז מ'הערט גיט אויס די רעבעצין ווערט נולד א חידוש, אז אן אשת איש מעג זיך קליידן פראוואקאטיוו, ווארום קיינער וועט נישט ווערן אנגערייצט צו "חתונה האבן" מיט איר.

שטילע אינגערמאן » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:11 am

· #170057
איך לאז נישט מיין ווייב גיין צו די אלע מיטונג'ס הערן פארוויי-טוגטע פרויען וואס זעהן אויס ווי טאמעיטא'ס רעדן קרעפ,

איין מאל איז זי געגאנגען אין אהיים געקומען מיט א מעסטער צו מעסטען ווי פיהל אינטשיס די סקירט דארף צו דעקן די קני, איך זאג צו, איך ווערטעל מיך נישט, פון דעמאלטס אן זענען די דרשות אסור ביי מיר אין דערהיים, א פריש געשעפט, טאמער ווארט איך נישט גענוג לאנג פאר זי ווען מיר גיין ארויס פון שטוב, דארף זי זיך נאך יעצט אויך מעסטען?

אונז האבן מיא א דיעל. זי לאסט מיך נישט גיין אויף ק''ש אין איך לאז זי נישט גיין צו די דרשות, זי האלט אן די דיעל, איך האלט אן מיין זייט פון די דיעל יעדער שבת

חזקיהו המלך » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 6:43 am

· #170061
*פאר אלעם וויל איך שרייבען מיין מיינונג אז פין א פסיכאלאגישען שטאנדפונקט איז דאס א דעסטראקטיוו דרשה געצילט (לאו דוקא קאנטשעסלי) צי ציברעכען די פעמיניזם פין די ווייבלעך*

סארי דאס איז נישט די וועג צי מחנך זיין צי צניעות


למעשה איז צניעות א טריקי נושא, ס'איז זייער שווער צי מאכען א "וואן סייז פיט אלל" סיסטעם,
ס'דא ווייבלעך וואס זענען שיין אן זיך שמירען, אין ס'דא וואס מיזען עס האבען, (אין בכלל אסאך מעיקאפ איז לאו דוקא שיין...), ס'דא ווייבלעך וואס מעגען זיין אביסעל מער באשיידען, אין ס'דא וואס זענען שוין צי באשיידען, שוין מער ב'שדים'מט... ,

ס'דא וווייבלעך וואס האלטען זיך נישט ביים אנטוהן נארמאל חאטשיג זיי האבען חתונה געהאט צי א מאן צי וועם זי האט א פליכט זיך צי צישטעלען, אין זי האט נאך א גרייטע תירוץ... וואסהייסט... צניעות .... , אין ס'דא ווייבלעך וואס ציען שוין אביסעל איבער איז זיי מיינע אז זיי דארפען זיין די מאדעל פין שטאט מיט א פנים חדשות יעדע מאנטיג אין דאנערשטאג,

סאו ווען מען רעדט ברבים דארף מען זאגען די תורה'דיגע גדרי הצניעות, אין דאס מחזק זיין אן סטראשענען מיט אראפווארפען פין די באן ממש פאר משיח קומט, אין אן מישען א קאשע מיט אז רחל איז געווען יאנטשי אין אז קיוט איז פריצות, סארא ווילדע רעטאריק צי ניצען אויף שוואכע ווייבלעך ?!

אזא פאבליק דרשה מיט אנשרעקען די נאיווע ווייבלעך אז מיט האבען א שמאנטשקעלע אויף די שיך מיינט אז מען טאנצט אראפ פין די באן ממש פאר משיח קומט, עפעס קלינגט עס נישט גוט, נעבעך ווי מען שרעקט זיי אן, ס'איז א סארט פין סעקסואלע אביוז, וואס וויל מען פין די ווייבלעך,

ס'דא א תורה אין ס'דא גדרי הצניעות, אין דאס דארף מען מחזק זיין, מיט נארמאלע וועגען, נישט האקען א טשייניק א "קיוט" איז פריצות, אין אז רחל אמינו איז געווען יאנטשי..... , אין אז טאמער איז מען קיוט הארגעט מען מענער אויף אלע גאסען.... אזוי צי מאכען די פרויען שפירען ווי מאסען מערדער....., כ'מיין קאם אן....

עניוועי אזוי ווי שטילע אינגערמאן זאגט, מען דארף בויקאטירען אזאלכע העצע דרשות, די רעדנער זאלען אנקומען צי א ליידיגע זאל,

ס'וואלט געווען זייער אינטערעסאנט צי וויסען פינקליך וועמעס געדאנק די דרשה איז געווען אין פינקלעך ווער ס'האט מסדר געווען וואס מען זאל רעדען,

ודי בזה למשכיל,

ודי למבין » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 6:53 am

· #170062
די אמהות זענען געווען יאנטשי! ווען אלע אונזערע פרויען וואלטן געווען אזוי יאנטשי ווי די אמהות, וואלטן אסאך יונגעלייט געהאט ווייניגער פראבלעמען.

דער עולם כאפט אז די שמועס איז געבויעט נישט אויף תורה, נישט הלכה און ניטאמאל מנהג, נאר אויף א שמועס פון רב וואקסמאן!!! נישט מער און נישט וויניגער! מיט דעם שטאפט מען זיי! אינטעלעקטיול עביוז!

העלא » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 7:22 am

· #170063
מ'דארף רעדן וועגן צניעות, מ'מוז,
צניעות איז היינט אסאך ערגער ווי 20-30 יאר צוריק און עס ווערט ליידער ערגער,
פרויען גייען היינט ליידער זייער אויפרייסעריש און אום איידל,
מ'דארף רעדן וועגן צניעות ווי מער,

עס איז דא הלכות אין שולחן ערוך וויזוי מ'דארף גיין אנגעטוהן,
אונזערע רבנים האבן גע'פסק'ט אז די קלייד דארף זיין עטליכע אינטשעס אראפ פון די קני,

וואטס די פראבלעם אז א פרוי נעמט א אינטש מעסטער,
פריי דיר אז דיין ווייב וויל זיין ערליך,
ווי לאנג דו האסט נישט געפרעגט קיין דיין און ער האט דיר גע'פסק'ט אנדערש ביזטו נישט גערעכט

יואליש » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 9:16 am

· #170074
ווייסט איינער די דעסטינאציע פון די באן פון ווי די פרויען שפירנגען פירט? בורקע געשעפטן?

ברוך שאמר » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 9:27 am

· #170075
צניעות
ביטע לייג עס אויף פ.ד.ף.

ברוך שאמר » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 9:35 am

· #170076
צניעות
איך האב שוין לאנג געהערט אז מאנסי איז א שטאהט מיט מאסטלי דיפרעסטע מענטשן אלזא נאר דארט קאן פארקימען אזא אסיפה 😛

שפתים ישק » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 10:02 am

· #170083
דער באשעפער זאל שומר ומציל זיין!...

זי זאגט: "דאס אז מ'דארף רעדן פון מעטורנעטי ברבים איז אליינס א סימן אז ס'איז ימות המשיח"...

זאג נאר, דרשן'טע טייערע, דיין פאסט קעסטל האסטו לעצטנס באקוקט? בוני עולם בראשורען? מחריבי עולם פאשקעווילן? עי טיים אדעווערטייזמענטס?

וואס האקסטו אין קאפ?

זאת ועוד. דו האסט די חוצפה צו רעדן פון "אביסעלע קאלירן, א טראפקעלע קאליר אויף די שיך אדער סקירט" ווי שלעכט דאס איז בלא בלא בלא. זאג נאר דו מגלה'טע פנים'טע שלא'טע כהלכה'טע וואס דו ביזט, פון בגדי צבעונין וואס א מאן דארף קויפן פאר זיין פרוי >>אויף אנציטוהן<< האסטו שוין געהערט?

דער סארט רעדעריי איז גורם, אז מענער ווערן דערנאך שטארק אויפגעגעסן אויף די ווייבער, ווייל געווענדלעך די סארט פרויען פארעקלען אויף אנדערע וועגן אויכעט, ווי נישט שערן די האר פון די לייב, זיך נישט שויערן געהעריג טעגלעך, וכו' וכו', און עס איז גורם שטארקע שלום בית פראבלעמען, ווארום דיה שמצילתו מן החטא איז נאר געזאגט געווארן אויב זי קען גיין אין קאמפעטישן מיט וואס עס איז דא אינדרויסן אין דער גאס.

די סארט דרשות זענען לבסוף מרבה זימה, זנות, ורעות רוח אין אונזער ציבור, און עס איז א חוב קדוש צו ערקלערן די ווייבער אינדערהיים אז לא זו הדרך ולא זו העיר.

פוןדעסטוועגןדאך » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 10:07 am

· #170085
אנאנים,
ווי עס שיינט זענען נישט אלע פרויען אזעלעכע תמימות. הער אויס די ריקארדינג וואס דו האסט מיטגעטיילט מיט אונז. ביי 3:45 ווען די הויכעשעצטע רעבעצען איז מבזה די אמהות און רופט זיי יאנטשי און נעבבי, קען מען הערן ווי א פרוי זאגט שטילערהייט WHO SAYS?
ובזכות וואס זי האט מוחה געווען אויף עלבון האמהות, זאל זי זוכה זיין נישט נאכגעשלעפט צו ווערן נאך די רשעי ישראל וואס ווילן אוועקנעמן יעדע זיק של יופי וחן פון אונזערע ווייבער.

בן תמליון » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 10:14 am

· #170088
וויפיל מענער זענען שוין ג'הרג'ט געווארן פון אביסל עקסטערע מעיקאפ.


די פראבלעם באמת איז אז מכאפט נישט אז דאס וואס הייסט קיוט, זיס, אדער יונג-ווייבלדיג, איז באמת פריצות....

שומו שמים! ווי שטעלט מען אויף אזאנס פרעדיגן פאר אונזערע ווייבער? ווער איז די רעביצין בעק? ווער איז איר מאן? והוקע אותה נגד השמש.

טיטאניק » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 10:45 am

· #170101
העלא
'דארף רעדן וועגן צניעות, מ'מוז,
צניעות איז היינט אסאך ערגער ווי 20-30 יאר צוריק און עס ווערט ליידער ערגער,
פרויען גייען היינט ליידער זייער אויפרייסעריש און אום איידל,

צדיק'ל זיסער, מיט 20 30 יאר צוריק ביסטי געווען אין רחם אדער קוים ארויס פון דארט, ביסט נישט געווען קיין מבין, און היינט רייצט דיר יא א פרוי, איך פארשטיי דיר, ביסט א בשר ודם
אבער מיט דעם וואס די ביסט א בשר ודם ביסטי נישט קיין בעל עבירה, ביסט א נארמיילער מענטש, און די ווייבער וואס גייען אנגעטיען שיין זענען אויך געמאכט פון די זעלבע מאטריאלען, און בדרך הטבע האט א פרוי ליב צי גיין אנגעטין שיין, דאס איז נישט קיין עבירה, אדרבה, מיין שיטה איז אז ווען אין קרית יואל אדער אין ווילי, זאלען אלע פרויען גיין אנגעטיען שיין וואלטען נישט געווען אזויפיל בית רחל פרייע שיקסעס אין יואלי מחללי שבתות, ס'האט איין חשבון איין גלגל החוזר, ווען דער טאטע קימט אהיים אין זעט א פרוי אנגעטיען ווי א מכשפה, זיין ווייב מיט א נאניקע זעען אויס די זעלבע, אזא יונגערמאן ווערט פארעקעלט אין פארמיאויסט פון זיין ווייב, ער גייט אין גאס אין זעט שיינע זאכען, סא וואס ליבשאפט קען ער געבען זיין ווייב? איז ער דען פון אייזען אדער פון בליט אין פלייש?
זיין ווייב וויל אויך נישט גיין אנגעטיען ווי א מכשפה, נאר איר מאמע אין איר חסידות צווינגט איר צי דעם, זי פילט ווי זי שפרינגט ארויס פון איר הויט, איר מאן געבט איר נישט קיין לאוו, זי האט זיך פיינט צי קיקען אין שפיגעל, וואס טראכט זי די גאנצע טאג? פאזעטיוו אדער נעגעטיוו? איז דא ארים איר א לרוהיגער אטמאספערע אדער א אנגעצויגענע פיינטליכע ליפט?
סיי זי און סיי איר מאן, ביידע חלומען פון אנדערע, כאטש די קינדער הערען נישט זייערע מחשבות פילען זיי דאס, די שנאת הדת גייט אריין אין די קינדער, אפילו די עלטערען האבען נישט געוואלט, און די תוצאות פון די איבערגעטריבענע פרימע שטיק זעט זיך ליידע ראן אין די גאסען, ליידער ליידער
פינקט ווי עס איז דא א איסור פון גורע זיין פון די מצוות איז דא א הארבע הארבע איסור פון בל תוסיף! נישט אימזיסט זאגט מען ימים נוראים "את אשר אסרת התרתי ואת אשר התרת אסרתי", עס ליגט א איסור גמור צי זיין פרימער פון די תורה!
דאס ברענגט נישט קיין גיטס!
אינדערהיים זענען "אלע" אינזערע באבעס געגאנגען מיט אסאך מער קערצערע מלבושים ווי די מאדערענע פרויען גייען היינט!
90 % פרויען זענען אמאל געגאגנען מיט אייגענע האר, איינער מער אין איינער ווייניגער
די גאנצע "צניעות" קרענק איז נישט געווען אמאל, און איך גלייב אז היינט צי טאגס ווערען פראדעצירט אסאך אסאך מער ממזרים ווי אמאל

זאלען יונגעלייט נישט זיצען אין זיך רייבען אין מקוה, און זאל זיך זיין ווייב אנטיען מער צי די זאך אז ער זאל זיין מער אינטערסירט צי קיקען אויף זיין ווייב ווי אויף זיין חבר!
מיר זענען בני אדם, מיט די טבעיות פון בני אדם, מיט דעם וואס מען צוימט איין א בן אדם, פלאצט ער אסאך ערגער ווי מען וויל!
ממש ווי א ראבער בענד! צי נישט איין ציפיל וועט ער נישט שפרינגען אזוי ווייט!

דער יצר הרע איז געניג שטארק, געב עם נישט נאך סחורה, לאז לעבען, די תורה איז געגעבען געווארען "וחי בהם, ולא שימות בהם" א איד זאל ליב האבען אידישקייט נישט אז פון ער ווערט געבוירען עד יומו האחרון זאל ער זיך בייסען די ליפען פארוואס ער איז געבוירען מיט אזא ביטער מזל צי זיין א איד!
רוב פון אינזערע בחורים מיידלעך יונגעלייט אין ווייבלעך האבען פיינט אידישקייט נאר ציליב אים ריכטיגע חומרות, אשר לא שערום אבותינו ורבותינו,
די פאנאטישע משוגעים די אפגעריסענע חומרות זיי זענען איינע פון די גרעסטע גורמים צי די היינטיגע מצב!

איחוד פעלד » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 10:47 am

· #170102
העלא
'דארף רעדן וועגן צניעות, מ'מוז,
.....................
מ'דארף רעדן וועגן צניעות ווי מער,

עס איז דא הלכות אין שולחן ערוך וויזוי מ'דארף גיין אנגעטוהן,

אונזערע רבנים האבן גע'פסק'ט אז די קלייד דארף זיין עטליכע אינטשעס אראפ פון די קני,

..........................
ווי לאנג דו האסט נישט געפרעגט קיין דיין און ער האט דיר גע'פסק'ט אנדערש ביזטו נישט גערעכט



ביטע טרעף מיר די הלכות אין שולחן ערוך.

איך האב געזוכט אין הלכות צניעות, און איך האב נאר געטראפען דארט הלכות וואס איך מעג אלץ טוהן מיט מיין ווייב.....

וועלכע רבנים האבען "געפאסקענט" אז עס מוז אראפ גיין אינטשעס אונטער די קני? און אויב יא, פין ווי האבען זיי אויסגעבויט דער פסק?

שפתים ישק » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 10:50 am

· #170103
טיטאניק

[...]

שפתים קישאקTM!

טיטאניק » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 10:55 am

· #170106
אלעס הייבט זיך אן מיט די רשעים די חתנים מדריכים
פארשאלטען זאל זיי זיין
זיי וואלטן געוואלט ארויסרייסן דעם "והתיר לנו... על ידי חופה וקידושין"
ניין, דו מעגסט נישט מאכען א לעבן מיט דיין ווייב! חלילה! מגלה נאר א טפח, חלילה נישט מער, גיב איר גארנישט, נעם נישט גארנישט, זיי א הארטע שטיק קלאץ אייזן, אויס בן אדם, אויס געפילען, אויב האסטו געפילען ביסטו א רשע, א מנובל,

וואס קומט ארויס פון דעם? דער יונגערמאן ווערט א מלמד, זיין תאווה וואס ער האט באקומען אלץ א "בן אדם" צושפילט זיך ווייל זיין ווייב מעג עם נישט געבן וואס ער דארף, און ווען א מענטש הונגערט, פאסט משבת לשבת, אזא איינער וועט אויך עסן פארשימעלטע פערדן פלייש אזוי ווי אונזערע זיידעס ביים קריג, מילא קומט ער צו צו דעם אז ער גייט עס מאכען מיט קליינע קינדער!
עס ווינדערט יעדעם פארוואס דאס געשעט, אבער ליידער זענען די דיינים די חתנים מדריכים שולידיג דערינען, צוימסט עם איין ווי משוגע, אוודאי פלאצט ער ווי א חיה רעה,
גיב עם וואס די תורה הייסט עם געבן, געב איר וואס די תורה הייסט איר געבן, זאלען זיי זיך אויסגעבען כדבעי, וועסטו זען אז די פראבלעמען פון מאלאסטעישאן וועט דראפען צו די ערד!

גיי צו די ווייבעל, זי אלץ בשר ודמ'טע דארף זי א זאך וואס הייסט "LOVE" און אויב דער מאן טאר דאס נישט געבן וועט זי עס איין טאג גיין נעמען ערגעץ ווי מען געבט עס יא!!!
דור עקש ופתלתול!!!!!!!
פרום איז ראשי תיבות, פיל רשעות ווייניג מצוות

לויפטץ מיר נישט אין מקוה, גיבט מיר נישט קיין צניעות דרשות און ניצט אביסעלע קאפ, זייט מיר נישט מער פרום פון די תורה הקדושה, און דאן וועלן מיר האבען אסאך אסאך אסאך א שענער דור, מער צופרידענע אידען, ווייניגער מחללי שבתות, און ווייניגער ממזרים.

רויטע וואנצעס » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:06 am

· #170112
איך האב אלץ געמיינט די @טיטאניק האט געזינקען, איך זעה ס'איז גאר בתוקפו!

טישו באקס » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:15 am

· #170119
די פאוסטערס און עדווערטייזונג אליין איז א שטיק שקר!
ס'ווערט נישט דערמאנט א ווארט אז דאס איז וועגן צניעות, נאר אן אסיפה וועגן חינוך. עס קומען צו גיין תמימותדיגע מאמעס אדער יונגע ווייבלעך וואס טראגן שוין, מיינענדיג אז זיי גייען דא הערן אביסל נוצבארע עצות וויאזוי צו ערציען די קינדערלעך, און דערווייל פארדרייט מען זיי דעם קאפ מיט'ן סטראשענען און אנשרעקן.

לעיקוואד » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:22 am

· #170122
לויט וויקיפעדיע ווייזט אויס אז רחל אמנו איז טאקע געווען גאנץ יאנטשי

היסטארישע בילד: רחל מיט יעקב

טיטאניק » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:26 am

· #170124
יעצט באקימען אין אישי
"מיין ווייב האט באגעגענט א רעבעצין ביי א חתונה, די רעבעצין איז די ווייב פון א רב וואס פרעדיגט 24\7 וועגען צניעות, פון זיינע דרשות זעט אויס ווי עפעס קוועטשט עם וועגען צניעות, עפעס א הינט איז דארט באגראבען אין די קישקעס פון דער רב,
אבער מיין ווייב האט מגלה געווען דער "הינט" און וואס עס קוועטשט עם עכט,
זיין ווייב די הייליגע רעבעצין זעט אויס ווי די מלכת המכשפות אליינס, א גרויסע שווארצע וואנצע באדעקט איר הייליג געזיכט, דיקע לאנגע אויגען ברעמען, באפינטעלט מיט אלע מיני צרעת, גראב ווי א הויז, די מערסט אלטע קליידער וואס מען קען נאר געפינען אין די מאזיאומ'ס, בקיצור א עקל פון א פרוי,
מיין ווייב קימט אהיים זאגט זי מיר "א ווינדער אז דער רב רעדט אזויפיל פון צניעות? זיין ווייב איז גראליג, דערפאר ווערט ער אנגעצינדען פון יעדע נקבה וואס גייט עם אדארעך ווייל פארט איז ער א "בן אדם", מילא צי באראהיגען זיינע מחשבות באשילדיגט ער אז אלע ערליכע אידישע פרויען זענען פרוצות"
און זיין ווייב? זי וויל דאך אז ער זאל נאר "טראכטען פון איר", מילא איז די איינציגסטע וועג צי באשרעקען אינזערע ווייבער אז זיי זענען פרוצות"

ווידער, דור עיקש ופתלתול

טיטאניק » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:27 am

· #170125
לעיקוואד
לויט וויקיפעדיע ווייזט אויס אז רחל אמנו איז טאקע געווען גאנץ יאנטשי

היסטארישע בילד: רחל מיט יעקב


איך בין נישט אויסען אז יעקב ורחל זענען באמת געגאנגען אנגעטיען אנדערשט
פארוואס זאל איך מער גלייבען קנאפפלער'ס בילדער ווי דאס בילד?

יואליש » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:37 am

· #170130
לעיקוואד
לויט וויקיפעדיע ווייזט אויס אז רחל אמנו איז טאקע געווען גאנץ יאנטשי

היסטארישע בילד: רחל מיט יעקב



ס'בילד איז פארשטייט זיך איין שטיק שקר. וויאזוי ברויך א סקווירא חסיד קלערן דאס איז אמת ווען יעקב האט נישט קיין שטיוועל און שפאצירט נישט אויף די "מענער זייט"?

טאמבל סאס » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:41 am

· #170133
דו לויפסט שוין צום מאן יעקב, איך האלט נאך ביי איר אויסגעשניטן האלדז, פריצות'דיגע לאנגע קלייד און נאקעטע פיס!!

רויטע וואנצעס » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:42 am

· #170134
זעה איך גוט? א מקור פאר א קאלירטע בעקיטשע!

טאמבל סאס » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:42 am

· #170135
א מקור פון א נאקעטע בעקיטשע

טיטאניק » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:44 am

· #170136
וואס איז טאקע פשט אין פסוק
וישק יעקב לרחל? ווי מעג מען?
מיר האט מען מחנך געווען אז LOVE איז געהעריג לא יזכר ולא יפקד
כ'מיין אז מען האט מיר אויך געלערנט אז אין מקרא יוצא מידי פשוטו, סא ווי געט מען זעך א עצה?

דערפאר קימט הפסוק השלישי, וואס איך האב פריער געשריבען אז די היינטגיע נטורא חארטע וועלען מחזיר בתשובה זיין אינזערע אבות ואמהות

טאמבל סאס » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:47 am

· #170137
איך מיין אז אויף די גאנצע פסוק 'הבה את אשתי ואבואה אליה' טוט זיך אויף דעם.
מאנכע זאגן אז ס'איז א טעות, און באמת האט עס יעקב געזאגט צו רחל זעלבסט.
ווי אין דעם בילד אויבן

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:13 pm

· #170143
רש"י זאגט דאך שוין אויף די ווערטער "והלא אף קל שבקלים אינו אומר כן", אלא להעמיד תולדות אמר כן.

געפילטע פיש » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:21 pm

· #170146
די אימהות זענען געווען יאנטשי? איך ווארט אויף א מוחאה ברבים קעגן די עלבון אימותינו.

טאמבל סאס » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:36 pm

· #170149
שמעקעדיג
רש"י זאגט דאך שוין אויף די ווערטער "והלא אף קל שבקלים אינו אומר כן", אלא להעמיד תולדות אמר כן.

ריכטיג. רשי'ן האט נאר געבאדערט אז ער קען עס נישט קאנפארמירן מיט יעקב'ן. און יעקב האט געבאדערט אז מ'האט נישט גענוג קלאר געשריבן וואס ער האט געמיינט.

שושן פורים » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:49 pm

· #170154
איחוד פעלד
העלא
'דארף רעדן וועגן צניעות, מ'מוז,
.....................
מ'דארף רעדן וועגן צניעות ווי מער,

עס איז דא הלכות אין שולחן ערוך וויזוי מ'דארף גיין אנגעטוהן,

אונזערע רבנים האבן גע'פסק'ט אז די קלייד דארף זיין עטליכע אינטשעס אראפ פון די קני,

..........................
ווי לאנג דו האסט נישט געפרעגט קיין דיין און ער האט דיר גע'פסק'ט אנדערש ביזטו נישט גערעכט



ביטע טרעף מיר די הלכות אין שולחן ערוך.

איך האב געזוכט אין הלכות צניעות, און איך האב נאר געטראפען דארט הלכות וואס איך מעג אלץ טוהן מיט מיין ווייב.....

וועלכע רבנים האבען "געפאסקענט" אז עס מוז אראפ גיין אינטשעס אונטער די קני? און אויב יא, פין ווי האבען זיי אויסגעבויט דער פסק?

כ'האב געזעהן אמאל אין פסקי תשובות, כ'געדענק נישט פונקטליך ווי, אז די גאנצע טעם פארוואס פרויען גייען טייטס איז נאר ווייל וויבאלד ווען מגייט ארויף סטעפס אדער ווען מזעצט זיך אראפ הייבט זיך די סקירט אויף העכער די קניען, איז כדי די אויבערשטע חלק פיס זאל נישט זיין אינגאנצן אויפגעדעקט, האט מען מתקן געווען טייטס.

לענינו האב איך געהערט אמאל, ס'שטייט יוחנן כהן גדול איז געווארן א צדוקי ביי די אכציג, כ'מיין ער'ט נישט געהאט בעסער וואס צו טוען אויף דער עלטער?
נאר באמת איז ער געבליבן די זעלבע ערליך, נאר זיינע קינדער און אייניקלעך מיט די יארן זענען געווארן פרומער און פרומער, ביז ביי די אכציג האט ער שוין געהייסן א צדוקי.

ברסלבער » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:58 pm

· #170159
שמעקעדיג
רש"י זאגט דאך שוין אויף די ווערטער "והלא אף קל שבקלים אינו אומר כן", אלא להעמיד תולדות אמר כן.

ונבנתה העיר האט געשריבן:
אין פרשת ויצא זאגט יעקב צו לבן: וַיֹּאמֶר יַעֲקֹב אֶל לָבָן הָבָה אֶת אִשְׁתִּי כִּי מָלְאוּ יָמָי וְאָבוֹאָה אֵלֶיהָ, זאגט רש"י: "מלאו ימי" - שאמרה לי אמי ועוד מלאו ימי שהרי אני בן פ"ד שנה ואימתי אעמיד י"ב שבטים וזהו שנאמר ואבואה אליה והלא קל שבקלים אינו אומר כן אלא להוליד תולדות אמר כך, נו, וואס טראכט איהר, פארוואס זאל א קל שבקלים נישט זאגן גיב מיר מיין ווייב ואבואה אליה? איז דער שפתי חכמים מסביר: שאין מדרך מוסר שיאמר השכיר תיכף ששלמו שני עבודתו הבה את שכרי...

ואתי שפיר..

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 1:30 pm

· #170167
מסתם האט פרעה און אבימלך געהאט א "פעטיש" צו יאנטשי פרויען. און די אבות האבן געוואוסט ברוח קדשם.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 1:34 pm

· #170170
יעדער איז גערעכט און אביסל אומגערעכט. ווייל וואס סאיז געווען אמאל איז נישט נוגע ווייל זאכן האבן זיך געטוישט היינט. אמאל זענען פרויען נישט געווען אזוי אטגאואינג ווי היינט , פרויען לעבן היינט אויפן גאס אין יור פעיס. מילא קען מען נישט נוצן וואס ''אמאל'' איז געווען. אמאל איז אויך געווען כל כבודה בת מלך פנומה וואטעווער ס'מיינט. און קורצע קליידער איז נאך געווען דא , איך האב געזען א קלאס בילד פון מיין מאמע'ס סקול אין ווילי איך האב נישט געגלייבט זיי האבן אלע געהאט קליידער ביז העכער דע קני און דאס איז שוין געווען שטייענדיג. און יעדער רעדט דא כאילו קליידער מיט מעק אפ מאכט דע זאך נעה, קענסט זיך נישט שלאגן מיט גאט ס'דא פרויען וואס זענען שיין נאטורליך און אנדערע וואס גארנישט וועט זיי נישט העלפן. מ'דארף מאכן טיי אווענטס פאר אינגעלייט זאלן קענען מאכן פלעסטיק סערדזשעריס פאר זייערע פרויען.

פוןדעסטוועגןדאך » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:21 pm

· #170213
ווי אלט זענען די מיידליך געווען ביי דעם בילד?

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:25 pm

· #170217
פוןדעסטוועגןדאך
ווי אלט זענען די מיידליך געווען ביי דעם בילד?

17 -18

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:31 pm

· #170222
דער (פינטעל) איד
יעדער איז גערעכט און אביסל אומגערעכט. ווייל וואס סאיז געווען אמאל איז נישט נוגע ווייל זאכן האבן זיך געטוישט היינט. אמאל זענען פרויען נישט געווען אזוי אטגאואינג ווי היינט , פרויען לעבן היינט אויפן גאס אין יור פעיס. מילא קען מען נישט נוצן וואס ''אמאל'' איז געווען. אמאל איז אויך געווען כל כבודה בת מלך פנומה וואטעווער ס'מיינט. און קורצע קליידער איז נאך געווען דא , איך האב געזען א קלאס בילד פון מיין מאמע'ס סקול אין ווילי איך האב נישט געגלייבט זיי האבן אלע געהאט קליידער ביז העכער דע קני און דאס איז שוין געווען שטייענדיג. און יעדער רעדט דא כאילו קליידער מיט מעק אפ מאכט דע זאך נעה, קענסט זיך נישט שלאגן מיט גאט ס'דא פרויען וואס זענען שיין נאטורליך און אנדערע וואס גארנישט וועט זיי נישט העלפן. מ'דארף מאכן טיי אווענטס פאר אינגעלייט זאלן קענען מאכן פלעסטיק סערדזשעריס פאר זייערע פרויען.

עיין כאן ותמצא נחת

מ גפני » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:42 pm

· #170227
moti107
מסתם האט פרעה און אבימלך געהאט א "פעטיש" צו יאנטשי פרויען. און די אבות האבן געוואוסט ברוח קדשם.

פרעה איז געווען א שווארצער וואס פארשטייט א שחור אבי זי איז ווייס

מ גפני » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:49 pm

· #170228
דער (פינטעל) איד
יעדער איז גערעכט און אביסל אומגערעכט. ווייל וואס סאיז געווען אמאל איז נישט נוגע ווייל זאכן האבן זיך געטוישט היינט. אמאל זענען פרויען נישט געווען אזוי אטגאואינג ווי היינט , פרויען לעבן היינט אויפן גאס אין יור פעיס. מילא קען מען נישט נוצן וואס ''אמאל'' איז געווען. אמאל איז אויך געווען כל כבודה בת מלך פנומה וואטעווער ס'מיינט. און קורצע קליידער איז נאך געווען דא

כ'בין צומישט!! ווען זאגט מען "מ'טאר נישט משנה זיין פונעם דרך הישן" און ווען איז נשתנו העיתים??

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:53 pm

· #170230
ווען ס'איז נשתנו העיתים איז נשתנו העיתים. אויב וואלטן פרויען נישט געווען אויזפיל אויפן גאס ווי מ'איז היינט ווען ממש דע פרויען וואוינען אויפן ליע עוו און אויף 13 וואלסטע געקענט זיין אויך ווי אמאל. אבער אז 'מאיז נישט ווי אמאל קען מעו נישט זיין ווי אמאל.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:58 pm

· #170232
moti107
דער (פינטעל) איד
יעדער איז גערעכט און אביסל אומגערעכט. ווייל וואס סאיז געווען אמאל איז נישט נוגע ווייל זאכן האבן זיך געטוישט היינט. אמאל זענען פרויען נישט געווען אזוי אטגאואינג ווי היינט , פרויען לעבן היינט אויפן גאס אין יור פעיס. מילא קען מען נישט נוצן וואס ''אמאל'' איז געווען. אמאל איז אויך געווען כל כבודה בת מלך פנומה וואטעווער ס'מיינט. און קורצע קליידער איז נאך געווען דא , איך האב געזען א קלאס בילד פון מיין מאמע'ס סקול אין ווילי איך האב נישט געגלייבט זיי האבן אלע געהאט קליידער ביז העכער דע קני און דאס איז שוין געווען שטייענדיג. און יעדער רעדט דא כאילו קליידער מיט מעק אפ מאכט דע זאך נעה, קענסט זיך נישט שלאגן מיט גאט ס'דא פרויען וואס זענען שיין נאטורליך און אנדערע וואס גארנישט וועט זיי נישט העלפן. מ'דארף מאכן טיי אווענטס פאר אינגעלייט זאלן קענען מאכן פלעסטיק סערדזשעריס פאר זייערע פרויען.

עיין כאן ותמצא נחת

איך פארשטיי נישט דע שייכות. אפשר ביזט זיך מסביר? אויך פארשטיי איך נישט וואס רי"ע שרייבט דארט. ער זאגט פלגש זאל זיין מותר וועגן להרבות זרע ישראל.

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 3:03 pm

· #170236
פינטל, ביסט גערעכט! טעותי, נאדיר 93 לייקס.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 3:06 pm

· #170241
🙄 😕

יואליש » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 3:25 pm

· #170257
רויטע וואנצעס
זעה איך גוט? א מקור פאר א קאלירטע בעקיטשע!


דאס האמיר שוין פון עשיו'ס בגדי חמודות.

ראש הישיבה » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 4:49 pm

· #170285
טיטאניק
וישק יעקב לרחל? ווי מעג מען?
מיר האט מען מחנך געווען אז LOVE איז געהעריג לא יזכר ולא יפקד
כ'מיין אז מען האט מיר אויך געלערנט אז אין מקרא יוצא מידי פשוטו, סא ווי געט מען זעך א עצה?

דערפאר קימט הפסוק השלישי, וואס איך האב פריער געשריבען אז די היינטגיע נטורא חארטע וועלען מחזיר בתשובה זיין אינזערע אבות ואמהות

עיין תניא פרק מ"ד אדער מ"ה. דארט איז ער מסביר די ענין על פי פנימיות הענינים.

העלא » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 4:57 pm

· #170287
קיינער האט מיר דא נישט אפגעוואנדן דערווייל,
עס הייבט זיך נישט אהן,
אונזערע זענען געגאנגען לאנגע קליידער,

און קיין יומען העיר שייטלעך זענען נישט געווען,

ראש הישיבה » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 5:02 pm

· #170288
אלעס הייבט זיך אהן מיט די רשעים די חתנים מדריכים?????
טיטאניק
פארשאלטען זאל זיי זיין
זיי וואלטן געוואלט ארויסרייסן דעם "והתיר לנו... על ידי חופה וקידושין"
ניין, דו מעגסט נישט מאכען א לעבן מיט דיין ווייב! חלילה! מגלה נאר א טפח, חלילה נישט מער, גיב איר גארנישט, נעם נישט גארנישט, זיי א הארטע שטיק קלאץ אייזן, אויס בן אדם, אויס געפילען, אויב האסטו געפילען ביסטו א רשע, א מנובל,

וואס קומט ארויס פון דעם? דער יונגערמאן ווערט א מלמד, זיין תאווה וואס ער האט באקומען אלץ א "בן אדם" צושפילט זיך ווייל זיין ווייב מעג עם נישט געבן וואס ער דארף, און ווען א מענטש הונגערט, פאסט משבת לשבת, אזא איינער וועט אויך עסן פארשימעלטע פערדן פלייש אזוי ווי אונזערע זיידעס ביים קריג, מילא קומט ער צו צו דעם אז ער גייט עס מאכען מיט קליינע קינדער!
עס ווינדערט יעדעם פארוואס דאס געשעט, אבער ליידער זענען די דיינים די חתנים מדריכים שולידיג דערינען, צוימסט עם איין ווי משוגע, אוודאי פלאצט ער ווי א חיה רעה,
גיב עם וואס די תורה הייסט עם געבן, געב איר וואס די תורה הייסט איר געבן, זאלען זיי זיך אויסגעבען כדבעי, וועסטו זען אז די פראבלעמען פון מאלאסטעישאן וועט דראפען צו די ערד!

גיי צו די ווייבעל, זי אלץ בשר ודמ'טע דארף זי א זאך וואס הייסט "LOVE" און אויב דער מאן טאר דאס נישט געבן וועט זי עס איין טאג גיין נעמען ערגעץ ווי מען געבט עס יא!!!
דור עקש ופתלתול!!!!!!!
פרום איז ראשי תיבות, פיל רשעות ווייניג מצוות

לויפטץ מיר נישט אין מקוה, גיבט מיר נישט קיין צניעות דרשות און ניצט אביסעלע קאפ, זייט מיר נישט מער פרום פון די תורה הקדושה, און דאן וועלן מיר האבען אסאך אסאך אסאך א שענער דור, מער צופרידענע אידען, ווייניגער מחללי שבתות, און ווייניגער ממזרים.

דו רעדסט צו די זאך. אבער עס זעהט אויס אז דו ביזט עלטער ווי דרייסיג יאר.

ווייל לויט מיין אינפארמאציע, האט זיך די זאך אסאך געטוישט. ווען איך האב חתונה געהאט האט מען מדריך געוועהן מיט ככפאו שד, עס דארף זיין אזוי ווי אין מקוה אריין און גלייך ארויס. נאר משבת לשבת וכו'. פארשטייט זיך אז מען האט נישט אויסגעלערנט קיין מעקאניזים ווי אזוי מען בויט עס אויף. אזוי אויך האט מען נישט אויס געלערנט וויאזוי די פרוי איז מקבל פון דאם. דער עיקר איז אז נאך דח חתונה לערן גוט אדורך סימן ר"מ אין ראשית חכמה שער קדושה פרק י"ז, אויב מעגליך לערן ספר קדושה וצניעות.

היינט איז די זאך אנדערש. עס איז דא אסאך היימישע מדריכים וואס זענען מדריך יעדער חתן כפי תכונת נפשו. מען באגלייט אים עטליכע חדשים (און אסאך עטליכע יאהר) ביז מען זעהט אז די שטוב איז גוט און קראנט אוועק געשטעלט.

ווער איז יא די פראבלעם היינט? די מדריכות!

זיי שפילן נאך כאילו די נשים זענען הייליג. די אינגעלייט וואס ווילן זיך ענדזשויען, זענען נישט אויסגעוואקסן. זיי זענען שולדיג אין אסאך שלום בית. דאס איז א ענין וואס ביודעי ומכירי קאמרינן.

מען דארף געבן קרעדיט ווי עס קומט די מדריכים ב"ה האבן געמאכט אסאך פארשריט. יעצט דארפן די מדריכות.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10