☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'

שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'

161 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16774
בלאט: 1 2 3 4

ששון ושמחה » מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 11:28 pm

· #542655
שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
שוין א שטיק צייט גייט אהן א מיאוס'ע מערכה קעגן די שיעורים פון מרת בולגריי, און היינט איז ארויסגעקומען נאך דריי בריוון
📎 IMG_20231227_164037_955.jpg 📎 IMG_20231227_163848_012.jpg

קליינע צדיק » מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 11:30 pm

· #542656
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
איך האב עס היינט געשריבן אין אנדערע אשכול
אבער יעצט לייג איך עס דא


מיין בלוט קאכט!
עס איז שוין די דריטע מאל אין די לעצטע דריי וואכן, וואס איך זע הענגן אין שולן נאכאמאל און נאכאמאל קול קורא'ס פון רבנים
אקעגן די גוטע שיעורים פון מרת בילגריי תחי' וואס איז כאטש א ישועה פורתה אין די היינטיגע מדבר שממה איבער קדושת הבית און הנהגת הבית,
און עס גייט מיך ממש נישט אין קאפ אריין, וואס ווילן די אינטערדרייערס??? זיי זעהען נישט די חורבן?
אזויפיל יונגערלייט סטראגלען, קאפלס זיכן הילף און יועץ, און דער ביסל וואס עס יא דא וויל מען צונעמען?
על מי נטשת הצאן? האסט עפעס אנדערש צו אפפערן??

ברוך שפינוזה » מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 11:35 pm

· #542657
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
מיך שטערט דעם בריוו זייער שטארק ווייל איך פלעג קענען אפאר פון די אונטערשרייבערס און ס'טוט מיך וויי אז מענטשן וואס איך האב געקענט אלץ היומען ביאינגס זאלן טוהן אזעלכע געמיינע טאהטן, איך פיל ווי זיי האבן בוגד געוועהן אין די מענטשליכע קאננעקשן און טראסט וואס איך האב געהאט אין זיי. ווען איך וואלט נאך געהאט שייכות מיט זיי היינט וואלט איך זיי פארגעהאלטן דערויף.

קא משמע לן » מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 11:50 pm

· #542659
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
קען איינער געבן א שטיקל בעקראונד מי הוא זה, וואס פארקויפט זי און ווי מען קען הערן די שיעורים,

ים של שלום » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 12:03 am

· #542663
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
קליינע צדיק #
איך האב עס היינט געשריבן אין אנדערע אשכול
אבער יעצט לייג איך עס דא


מיין בלוט קאכט!
עס איז שוין די דריטע מאל אין די לעצטע דריי וואכן, וואס איך זע הענגן אין שולן נאכאמאל און נאכאמאל קול קורא'ס פון רבנים
אקעגן די גוטע שיעורים פון מרת בילגריי תחי' וואס איז כאטש א ישועה פורתה אין די היינטיגע מדבר שממה איבער קדושת הבית און הנהגת הבית,
און עס גייט מיך ממש נישט אין קאפ אריין, וואס ווילן די אינטערדרייערס??? זיי זעהען נישט די חורבן?
אזויפיל יונגערלייט סטראגלען, קאפלס זיכן הילף און יועץ, און דער ביסל וואס עס יא דא וויל מען צונעמען?
על מי נטשת הצאן? האסט עפעס אנדערש צו אפפערן??
זארג זיך נישט. טאקע צוליב דעם איסור וועלן אסאך מער מענטשען הערן פון די שיעורים און אויסהערן די שיעורים. אפשר גאר איז די גאנצע זאך אונטערגעשטעלט טאקע אז מער מענטשן זאלן הערן וועגן אירע שיעורים.😀

נאך א שמויגער » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 12:26 am

· #542665
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
ווי קען מען הערן וואס זי האט צו זאגען?

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 2:27 am

· #542672
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
נאך א שמויגער #
ווי קען מען הערן וואס זי האט צו זאגן?

עס איז א האטליין וואס קאסט געלט.

גראדע האט מען שוין גערעדט דערפון א האלב יאר צוריק, ווייסעך נישט וואס האט פאסירט יעצט אז די זאך איז געווארן חוזר וניעור.
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=531431#p531431

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 2:33 am

· #542673
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
צוויי שאלות:
1 - וואס איז איר גרעסטע עבירה? כ'מיין ווי שלעכט קען שוין זיין וואס זי זאגט דארט? מאקסימום זאגט זי אז מדארף הנאה האבן וכדומה, נו, איז דאס אסור. איך גלייב נישט אז זי איז מתיר עניטינג וואס איז אסור על פי הלכה ושו"ע. סא אויב אזוי פרעג איך על מה יצא הקצף הגדול הזה?
2- האט מען איר געגעבן א טשאנס זיך צו פארענטפערן? האט מען גערעדט מיט איר איידער מ'האט אונטערגעשריבן קעגן איר און אירע שיעורים? אויב נישט זענען אלע חתימות ראוי לצור על פי האסלא.

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 2:39 am

· #542674
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
מען קען נישט ענטפערן אויף אלע נייגעריגע שאלות, מען דארף האבן איינער וואס האט עקסעס צו אירע שיעורים צו געבן א שטיקל ביאור.
גראדע אויף אירע געווענליכע שלו' בית שיעורים (וועלכע איך האב שוין געהערט רוב דערפון יארן צוריק) האט זי באקומען הסכמות פון אסאך רבנים און ס'איז געווען שטארק רעקאמענדירט, אבער זייט זי האט לעצטנס אנגעהויבן מיט די מצוה ענינים האט זיך אנגעהויבן די התנגדות אקעגן איר.

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 2:50 am

· #542675
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
דא האסטו א חלק פון די מערכה אנטקעגן איר
📎 בולגריי-כתב.gif

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 8:09 am

· #542681
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
סוף טוב הכל טוב #
צוויי שאלות:
1 - וואס איז איר גרעסטע עבירה? כ'מיין ווי שלעכט קען שוין זיין וואס זי זאגט דארט? מאקסימום זאגט זי אז מדארף הנאה האבן וכדומה, נו, איז דאס אסור. איך גלייב נישט אז זי איז מתיר עניטינג וואס איז אסור על פי הלכה ושו"ע. סא אויב אזוי פרעג איך על מה יצא הקצף הגדול הזה?
2- האט מען איר געגעבן א טשאנס זיך צו פארענטפערן? האט מען גערעדט מיט איר איידער מ'האט אונטערגעשריבן קעגן איר און אירע שיעורים? אויב נישט זענען אלע חתימות ראוי לצור על פי האסלא.
איך האב נישא געהערט די שיעורים, און איך ווייס נישט פונקטליך על מה יצא קצפם (נישט אז פאשקעווילן דארפן א הסבר, עיין ערך רש"י כפשוטו)
פון וואס איך האב פארשטאנען איז:

אין די היימישע אלטרא ארטאדאקס וועלט איז די גאנצע ס***ס נושא א טאבו טאפיק, קיינער רעדט נישט דערוועגן, מ'מעג עס נישט זאגן הויעך, די מאקסימום וואס די מעינסטריעם מדריכים (נישט אלע, אבער 90%) לערנען אויס איז אז די מאן דארף זיין אויף די פרוי, און אז ס'איז דא א זאך וואס דארף אריין גיין אין א זאך, און פון די זאך קומט ארויס נאך א זאך, און דעיס דארף זיין אין די אנדערע זאך פאר 20 מינוט... (אקעי, אביסל איבערגעטריבן, באט יו געט דע פוינט).

די יונגעלייט האבן חתונה כהענער בבני אדם, און ווייסן היבש ווייניג פון מערידזש טיפס, און אפגערעדט פון ס***ס, און שומו שמים פון הנאה האבן!

יעצט אז זי קומט און זי נעמט אראפ די נאסע ליילעך, און פאנגט אן עדיוקעיטן דערוילעם אז ס'איז א מצוה צו הנאה האבן און ס'איז נישט סימפל וואנילע מכניס ומוציא, אדער אז ס'איז דא נאך א שיטה אז די געלע נומערן פון די עירקאנדישן דארף נישט זיין אויסגעלאשן, און מ'מוז נישט זיין כעיוור בין החוחים... האבן די רבנים געפילט, העי, איינער עפענט אויף די שטאל, דער עולם קען חס ושלום געוואר ווערן פון נייע מושגים וואס קען צוברענגען צו די ערגסטע!
די שאטן וואס ליגט פארווארפן אויף די נושא קען ווערן אנטפלעקט און אונטערברענגען אידישקייט!

אדרבה, איינער וואס האט געהערט די שיעורים און קען אריינקומען מיט מער אינפארמאציע.

טאמבל סאס » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:15 am

· #542685
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
נעקסט לעוול, יו אר קרעקינג מי אפ 😂
געלע נומערן פון די ערקאנדישען? מה זאת?

עמק הבכא » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:39 am

· #542686
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
זי זאגט אז זי האט פון גארנישט געוואוסט, קיינער האט איר נישט געמאלדן איבער דעם קול קורא איידער'ן גיין צום דרוק.

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 10:55 am

· #542694
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
טאמבל סאס #
נעקסט לעוול, יו אר קרעקינג מי אפ 😂
געלע נומערן פון די ערקאנדישען? מה זאת?
ומעשה שהיה כך היה,

א חבר מיינע פארציילט מיר אזוי מסיח לפו תומו,
געווען איז עס א שבת ביינאכט און ער מיטן בני בית גרייטן זיך בדחילו ורחימו ליחד זאך בזאך,
בקיצער אמייסע, מהאלט שוין כמעט ביים הויעך פונקט, קראך, ער יאגט ארויס מיט א ווילדע יו טורן!
אוואס איז געשען, עפענט ס'ווייבל צוויי גרויסע אויגן,
ער פוינטעוועט אויפן עירקאנדישן, די געלע נומערן וואס ווייזן די טעמפראטור איז נישט באדעקט, די שטוב איז נישט געווען שטאק טונקל כחושך מצרים!
מיד געו כל העם בבכיה...

די קעפעלע » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 11:00 am

· #542695
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
עמק הבכא #
זי זאגט אז זי האט פון גארנישט געוואוסט, קיינער האט איר נישט געמאלדן איבער דעם קול קורא איידער'ן גיין צום דרוק.
איך מיין אז דאס איז טיפעקיל פון די וואס שטיין אונטער די קול קורא. מען געט יענעם אפי' נישט די געלעגענהייט צו ארויסברענגן זיין שטעלונג, מען קויפט אפ אלע לשון הרע'ס פון יעדעם חוץ פונעם מדוברת, און דאס ווערט פארופן דעת תורה.

עמרם » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 11:13 am

· #542699
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
נעקסט לעוועל #
אין די היימישע אלטרא ארטאדאקס וועלט די גאנצע ס***ס נושא איז א טאבו טאפיק, קיינער רעדט נישט דערוועגן, מ'מעג עס נישט זאגן הויעך, די מאקסימום וואס די מעינסטריעם מדריכים (נישט אלע, אבער 90%) לערנען אויס איז אז די מאן דארף זיין אויף די פרוי, און אז סאיז דא א זאך וואס דארף אריין גיין און א זאך, און פון די זאך קומט ארויס נאך א זאך און דעיס דארף זיין און די אנדערע זאך פאר 20 מינוט...(אקעי, אביסל איבערגעטריבן, באט יו געט דע פוינט).
קודם כל ס'איז נישט ממש ווי דו זאגסט!
אפשר אמאל, אבער היינט איז אנדערש,
איך בין געגאנגען צו א מעינסטריעם מדריך (אדער אפי' פון די מער פרומע) און האט נישט אזוי גערעדט
(איך האב אים אפי' געפרעגט וועגן א זייגער וואס שיינט האט ער געזאגט אז ס'איז נישט קיין פראבלעם)
ער האט קלאר געזאגט אז די מצוה איז הנאה צו האבן, און אז מיט די צייט לערענט מען זיך אויס...
און רוב היימישע אינגעלייט כאפן נאך די חתונה וואס מ'האט צו טון....

קליינע צדיק » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 11:21 am

· #542701
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
נעקסט לעוועל #

אין די היימישע אלטרא ארטאדאקס וועלט איז די גאנצע ס***ס נושא א טאבו טאפיק, קיינער רעדט נישט דערוועגן, מ'מעג עס נישט זאגן הויעך, די מאקסימום וואס די מעינסטריעם מדריכים (נישט אלע, אבער 90%) לערנען אויס איז אז די מאן דארף זיין אויף די פרוי, און אז ס'איז דא א זאך וואס דארף אריין גיין אין א זאך, און פון די זאך קומט ארויס נאך א זאך, און דעיס דארף זיין אין די אנדערע זאך פאר 20 מינוט... (אקעי, אביסל איבערגעטריבן, באט יו געט דע פוינט).

די יונגעלייט האבן חתונה כהענער בבני אדם, און ווייסן היבש ווייניג פון מערידזש טיפס, און אפגערעדט פון ס***ס, און שומו שמים פון הנאה האבן!

יעצט אז זי קומט און זי נעמט אראפ די נאסע ליילעך, און פאנגט אן עדיוקעיטן דערוילעם אז ס'איז א מצוה צו הנאה האבן און ס'איז נישט סימפל וואנילע מכניס ומוציא, אדער אז ס'איז דא נאך א שיטה אז די געלע נומערן פון די עירקאנדישן דארף נישט זיין אויסגעלאשן, און מ'מוז נישט זיין כעיוור בין החוחים... האבן די רבנים געפילט, העי, איינער עפענט אויף די שטאל, דער עולם קען חס ושלום געוואר ווערן פון נייע מושגים וואס קען צוברענגען צו די ערגסטע!
די שאטן וואס ליגט פארווארפן אויף די נושא קען ווערן אנטפלעקט און אונטערברענגען אידישקייט!

אדרבה, איינער וואס האט געהערט די שיעורים און קען אריינקומען מיט מער אינפארמאציע.
די חידוש איז אז ביודעי ומכירי פון אפאר אמת'דיג פרומע פארמאכטע ווייבלעך וואס האבן עס געהערט
און אוודאי האט עס זיי אביסל אויפגעמאכט, אבער דאס איז נאר אביסל, מ'דארף נאך אסאך מער
און אפי' אויף דעם האבן די צולאזטע הינט זיך צובילט אינגאנצן

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 11:23 am

· #542703
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
עמרם #
קודם כל ס'איז נישט ממש ווי דו זאגסט!
אפשר אמאל, אבער היינט איז אנדערש,
איך בין געגאנגען צו א מעינסטריעם מדריך (אדער אפי' פון די מער פרומע) און האט נישט אזוי גערעדט
(איך האב אים אפי' געפרעגט וועגן א זייגער וואס שיינט האט ער געזאגט אז ס'איז נישט קיין פראבלעם)
ער האט קלאר געזאגט אז די מצוה איז הנאה צו האבן, און אז מיט די צייט לערענט מען זיך אויס...
און רוב היימישע אינגעלייט כאפן נאך די חתונה וואס מ'האט צו טון....

ס'האט לאו דווקא מיט פרומקייט, ס'איז דא בעצם א מצווה הנאה צו האבן.
יש ויש, סאיז נאך אסאך וואס זענען אונטערן ליילעך און געבן די מינימום אינפארמאציע, איינער מער איינער ווייניגער, אבער ווייט נישט גענוג פאר א בחור'ל צו קומען מיט א בעיס פון נאלעדש וואסער קען "יא" טוהן.
כאפ מיר נישט ביים ווארט 'זייגער', סאיז די קאנצעפט אז אסאך זאכן זענען אנגענומען אז ס'איז אסור בתכלית האיסור, ווען ס'איז נישט מער ווי א שיינע מנהג אדער גוטע זאך אויב מקען מחמיר זיין.
וויאזוי פונקטליך ווילסטו דער אינגערמאן זאל זיך אליינס אויסלערנען וואס צו טוהן?

קליינע צדיק » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 11:27 am

· #542704
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
אין אסאך פעלער ווייסט דער יונגערמאן גאר גוט,
סיי ווייל די וועלט איז גאר אפן היינט, און סיי ווייל עס איז א פיזישע זאך ביי אים אויך, אזוי אויך זענען מענער רוב מאל נישט אזוי פארמאכט די נאטורן און רצונות.
מער פראבלעם איז פון די עזרת נשים לענ"ד.

עמרם » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 11:32 am

· #542705
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
קליינע צדיק #
אין אסאך פעלער ווייסט דער יונגערמאן גאר גוט,
סיי ווייל די וועלט איז גאר אפן היינט, און סיי ווייל עס איז א פיזישע זאך ביי אים אויך, אזוי אויך זענען מענער רוב מאל נישט אזוי פארמאכט די נאטורן און רצונות.
מער פראבלעם איז פון די עזרת נשים לענ"ד.

יא יא!!!
איך האב אים געפרעגט אין פנים וואס מעג מען טון? האט ער געענטפערט די לשון וואס שטייט אין שו''ע אה''ע,
לגבי די עזרת נשים דארף מען האבן עקסטרע ס''ד...

די קעפעלע » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 1:28 pm

· #542714
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
ר' עמרם אופמאן איז אן ערענסטע רב און ער נעמט אחריות אויף אלע אירע שיעורים. ווי קומט אז די חותמים אויפן יעצטיגע קול קורא זאלן ניטאמאל זיך רעכענען מיט זיין בריוו?

📎 בילגוריי--אופמן.jpg

קליינע צדיק » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 1:36 pm

· #542715
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
די קעפעלע #
ר' עמרם אופמאן איז אן ערענסטע רב און ער נעמט אחריות אויף אלע אירע שיעורים. ווי קומט אז די חותמים אויפן יעצטיגע קול קורא זאלן ניטאמאל זיך רעכענען מיט זיין בריוו?


בילגוריי--אופמן.jpg
כשהם יורדים יורדים עד התהום
מ'ווערט נעבעך פארבלענדעט

קליינע צדיק » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 1:45 pm

· #542716
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
ברוך שפינוזה #
מיך שטערט דעם בריוו זייער שטארק ווייל איך פלעג קענען אפאר פון די אונטערשרייבערס און ס'טוט מיך וויי אז מענטשן וואס איך האב געקענט אלץ היומען ביאינגס זאלן טוהן אזעלכע געמיינע טאהטן, איך פיל ווי זיי האבן בוגד געוועהן אין די מענטשליכע קאננעקשן און טראסט וואס איך האב געהאט אין זיי. ווען איך וואלט נאך געהאט שייכות מיט זיי היינט וואלט איך זיי פארגעהאלטן דערויף.

וויפיל צייט גייט אריבער און איך פראביר זיך צו בארוהיגן, און כאטש א טראפ פארשטיין די אנדערע צד, הייב איך עס נישט אן צו פארשטיין!

זעען זיי נישט די חורבן??
קומט נישט אן צו זיי די וויי געשריי פון יונגערלייט און ווייבלעך??
זייער הארץ גיייט נישט אויס??

האבן זיי כאטש יא עפעס צוגעשטעלט אויסגעהאלטן (לשיטתם)??
זיי האלטן טאקע אז אלעס פון אמאל ארבעט היינט??
זיי האלטן טאקע אז מיטן לאזן מענטשען אויסבלוטיגן וועט זיין די תיקון השלם??

זעהען זיי נישט ווי די מהרסים און אונטערדרייערס לייגן צוגרינד יעדע גוטע זאך אויף דער וועלט???
האבן זיי זיך פארבינדן מיט די בעלת השיעור אדער איר דיין??
האבן זיי פראבירט צו פאררעכטן די קלייניגקייטן וואס באדערט זיי ווי איידער באשמוצן און אסר'ן??

סביב העולם » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 2:21 pm

· #542719
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
מיר וואונדערט נאך מער. דא זענען דא גענוג חותמים וועלכע רעדן מיט מענטשן גענוג, און זענען געווען אינוואלווד אין גענוג שלום בית קעיסעס - וואס דאן קומט ארויס ריכטיגע בעדרום סטאריס לכל פרטיהם ודקדוקיהם, אזוי אז זיי ווייסן אלע וואס טוט זיך.

הגם ווען ס'קומט צו עניטינג וואס מ'טוט אין פאבליק, פארשטיי איך אז מ'דארף כאטש לפנים ווייזן אז מ'איז פרום, מ'מוז מאכן א סטאטוס קווא אז אינטערנעט איז אסור, ווייל אז נישט וועט די יוגנט אפפארן.

אבער ווען ס'קומט צו דעם, ווייסן זיי פונקט ווי מיר און ווי דיר אז דער עולם האקט א לעבן, כאטש דאס איז טאבו ביותר. פון די געציילטע ווידעאס וואס האבן געליעקט במשך השנים ווייסן מיר גאנץ גוט אז קיינער געט נישט קיין קרעפל פאר עניטינג און מ'ענדזשויט חיי אישות טו די מעקס, און מיט א שמוץ אריבער. אינגעלייט מיט די שמונה בגדים ברעכן יעדן גדר ביהיינד קלאוסד דאורס, און שבת אינדערפריה שרייען זיי ווייטער שבח מיטן טלית ביז נאך די נאניע. סאו וואס פונקטליך טרייבט זיי צו סטאפן וואס? דא גענוג וואס זענען געווען ביי די גאר אולטרא מדריכים און האבן נישט קיין שום גדר מיט זייער לעבנס שותף (לאמיר זאגן טאקע נאר בזמן המותר), סאו וואס פונקטליך שטערט זי זיי?

בעיאנד מי...

די קעפעלע » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 2:22 pm

· #542720
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
קליינע צדיק #
וויפיל צייט גייט אריבער און איך פראביר זיך צו בארוהיגן,
און כאטש א טראפ פארשטיין די אנדערע צד הייב איך עס נישט אן צו פארשטיין!

זעען זיי נישט די חורבן??
קומט נישט אן צו זיי די וויי געשריי פון יונגעלייט און ווייבלעך??
זייער הארץ גיייט נישט אויס??

האבן זיי כאטש יא עפעס צוגעשטעלט אויסגעהאלטן (לשיטתם)??
זיי האלטן טאקע אז אלעס פון אמאל ארבעט היינט??
זיי האלטן טאקע אז מיטן לאזן מענטשען אויסבלוטיגן וועט זיין די תיקון השלם??

זעהען זיי נישט ווי די מהרסים און אונטערדרייערס לייגן צוגרינד יעדע גוטע זאך אויף דער וועלט???
האבן זיי זיך פארבינדן מיט די בעלת השיעור אדער איר דיין??
האבן זיי פראבירט צו פארעכטן די קלייניגקייטן וואס באדערט זיי ווי איידער באשמוצן און אסר'ן??

עפעס קלעבט נישט דא, ווייל עס איז דא אפאר חותמים ערנסטע רבנים וואס ווייסן גאר גוט וואס טוהט זיך.

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 5:21 pm

· #542745
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
[ציטאט אראפגענומען]

דאס דארף צו זיין א תירוץ אדער דו מאכסט נאר שטערקער די קשיא?

קליינע צדיק » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 6:17 pm

· #542751
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
[ציטאט אראפגענומען]

טיילמאל ברענגט מען זיי געשטיקעלטע ריקארדינגס
און טיילמאל חתמ'ט מען ווייל דער און דער רב האט אונטערגעשריבן, איז מן הסתם איז עס טאקע וויכטיג, עס איז א דאמינאו עפעקט
אבער די הימל געשריי איז ווייטער קביעי וקיימי

ים של שלום » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 6:24 pm

· #542752
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
ווער זאגט אז די אלע האבן טאקע גע'חתמ'עט?

whatever » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 7:18 pm

· #542764
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
מה כל הרעש?? רוב רבנים גע'חתמ'ט דארט זענען ערענסטע רבנים, און זענען גענוג אויסגעקאכט אינ'ם כלל, און זיי ווייסן נאך אזוי גוט ווי די אלע אויפגעקלערטע דא אויף ק"ש וואס שטערט פאר יודישקייט און וואס נישט, זיי ווייסן אויך אז 'היינטיגע צייטן' איז אנדערש און מ'קען נישט אזוי מחמיר זיין, ספעציעל צו די אלע וואס זוכן נאך אזעלכע סארט שיעורים, וכו' וכו'
איז פארוואס טראסט מען זיי נישט אביסל אז זיי ווייסן וואס זיי טוען??

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 7:19 pm

· #542765
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
אז זיי וועלן דעליווערן עפעס וועט מען זיי טראסטן

תניא בניחותא » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 7:31 pm

· #542767
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
whatever #
מה כל הרעש?? רוב רבנים גע'חתמ'ט דארט זענען ערענסטע רבנים, און זענען גענוג אויסגעקאכט אינ'ם כלל, און זיי ווייסן נאך אזוי גוט ווי די אלע אויפגעקלערטע דא אויף ק"ש וואס שטערט פאר יודישקייט און וואס נישט, זיי ווייסן אויך אז 'היינטיגע צייטן' איז אנדערש און מ'קען נישט אזוי מחמיר זיין, ספעציעל צו די אלע וואס זוכן נאך אזעלכע סארט שיעורים, וכו' וכו'
איז פארוואס טראסט מען זיי נישט אביסל אז זיי ווייסן וואס זיי טוען??

ס’איז סאך גרינגער to play it safe און שפילן פרום, קיינער גייט דיך נישט אראפרייסן, משא”כ נעמען א שטעלונג ארויס פון די קאמפארט זאון איז זייער ריסקי, עיין ערך הרב שמואל ניימאן וכדו’

נאר וואס דען? דער עולם דארף אליינס האבן שכל און אריינקוקן אין שולחן ערוך וואס מ’מעג אלץ יא, אין בית המדרש קען מען ווייטער שפילן פרומאק, פונקט ווי יעדער טוט בנוגע טעכנעלאגיע, ביידע זענען זאכן וואס מ’דארף האלטן בצינעא.

יואלמ » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 8:01 pm

· #542770
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
whatever #
מה כל הרעש?? רוב רבנים גע'חתמ'ט דארט זענען ערנסטע רבנים, און זענען גענוג אויסגעקאכט אינ'ם כלל, און זיי ווייסן נאך אזוי גוט ווי די אלע אויפגעקלערטע דא אויף ק"ש וואס שטערט פאר יודישקייט און וואס נישט, זיי ווייסן אויך אז 'היינטיגע צייטן' איז אנדערש און מ'קען נישט אזוי מחמיר זיין, ספעציעל צו די אלע וואס זוכן נאך אזעלכע סארט שיעורים, וכו' וכו'
איז פארוואס טראסט מען זיי נישט אביסל אז זיי ווייסן וואס זיי טוען??

איך בין נישט זיכער אז די mainstream רבנים ווייסן וואס ס'טוט זיך ביים עולם אין די דאזיגע נושא פון קדושת הבית. לויט ווי ס'זעהט אויס פון זייער צוגאנג זענען זיי disconnected פון די פראקטישע מציאות. איך זוך נישט צי אראפרייסן, אבער וויפיל קען מען טראסטן ווען זיי האנדלען זאכן אויף א וועג וואס ס'פארדינט נישט קיין טראסט?

נאך א נקודה, מ'זעהט אז רבנים ווי ר"ש ניימאן און ר"י דערבארעמדיגער וואס נעמען אן אנדערע מהלך ווערן אנגעטרעטן פונעם סיסטעם. במילא וויפיהל בחירה האבן די רבנים וואס גייען נאך יא מיט מיטן סיסטעם? ס'איז א סיסטעם וואס reinforced זייער אייגענע מהלך און זיי געבן נישט קיין פלאץ צו ווערן נשפע פון סיי וואס ס'איז אנדערש, און זיי ווילן נישט אויסהערן ווער ס'טשעלענדזשט זיי. אלץ א תוצאה איז עס שווער פאר זיי צו זיין מחובר צום מציאות. יעדע disfunction האט א וועג וויאזוי עס ווערט reinforced אהן ווערן געשטערט.

מענדל » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 8:11 pm

· #542773
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
איך זעה נישט וואס דער עולם קאכט אזוי, דעס זענען די טיפיקל חותמים, און רוב פון די רבנים זענען עלטערע. איך זעה נישט קיין חידושים.

די קעפעלע » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 8:25 pm

· #542782
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
עס זענען דא גאר ערענסטע רבנים חותמים אויפן קול קורא ווי ר' י.י. אייזענבערגער וואס ווייסט פון די נאנט גאר אסאך פראבלעמען און האט אסאך געטוישט די צוגאנג צו די אלע ענינים אין שטעטל. אבער אז איינער ווי ר' עמרם אופמן נעמט אחריות פארוואס רעכנט מען זיך נישט מיט דעם?

kolal1 » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 8:28 pm

· #542785
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
די קעפעלע #
עס זענען דא גאר ערענסטע רבנים חותמים אויפן קול קורא ווי ר' י.י. אייזענבערגער וואס ווייסט פון די נאנט גאר אסאך פראבלעמען און האט אסאך געטוישט די צוגאנג צו די אלע ענינים אין שטעטל. אבער אז איינער ווי ר' עמרם אופמן נעמט אחריות פארוואס רעכנט מען זיך נישט מיט דעם?
אבער מען וויל נישט מען זאל פאשן און פרעמדע פעלדער

קאצקער » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:03 pm

· #542800
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
גראדע זענען רוב חתימות נישט "טיפיקעל כמו רמ"מ זילבער וועלכע איז יא מער "אופען מיינדעד"

פינקע בלומען » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:06 pm

· #542802
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
איך וויל נישט שרייבען ווייל מיין בלוט קאכט מיר,
אזויפיל יונגע ווייבלעך מוטשענען זיך פאר "יארן" אין די שיעורים איז א עכטע הילף פאר זי
Ohel Miriam איז זייער א גוטע האט ליין פאר מענער און ווייבער

chaya@ohelmiriam.org

צומישט און צוחישט » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:16 pm

· #542811
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
איך האב געהערט פון צוויי אנדערע מקורות,- איינס פון א קרוב מיט איר, און איינס פון א אינגערמאן וואס האלט זיך פאר א שטיקל עסקן אין די ענינים, (א אויפען מיינדעד, וואס טוט אסאך צו ברענגן הילף אין אונזערע רייען איבער עניני קדושת הבית און האט שוין אסאך געכאפט פאר דעם) וואס האבן פרובירט איר צו העלפן און אפהאלטן די קו"ק פון ארויסקומען- אז אין דעם פאל איז זי אליינס שולדיג, נאכדעם וואס מ'האט פרובירט א לענגערע צייט זיך דורכצוקומען מיט איר, און מ'האט איר געבעטן זי זאל אויסוועלן איין רב אדער דעת תורה וואס צו אים וועט זי זיין כפוף, און ער זאל נעמען אחריות אויף די שיעורים, אבער ס'נישט געווען מיט וועם צו רעדן און זי האט נישט געהאלטן ביים זיך צושטעלן.
איך האב געזעהן איינעם דא ברענגען בשמה אז זי האט נישט געוויסט גארנישט פארדעם, אבער די אויבנדערמאנטע לייקענען דאס.

צומישט און צוחישט » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:17 pm

· #542812
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
פינקע בלומען #
איך וויל נישט שרייבען ווייל מיין בלוט קאכט מיר,
אזויפיל יונגע ווייבלעך מוטשענען זיך פאר "יארן" אין די שיעורים איז א עכטע הילף פאר זי
Ohel Miriam איז זייער א גוטע האט ליין פאר מענער און ווייבער

chaya@ohelmiriam.org
די האטליין האט כמעט נישט קיין חומר פאר מענער, פון צייט צו צייט מאכט זי קורסעס פאר מענער פאר גוט געלט.
פאר פרויען איז עס טאקע גאר גוט.

די קעפעלע » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:21 pm

· #542814
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
יא, אויפן סייט איז דא סך הכל צוויי שיעורים, פון איינעם יהושע בערמאן געאייגענט פאר עלטערן פון עביוזד קינדער,

קליינע צדיק » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:55 pm

· #542821
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
פינקע בלומען #
איך וויל נישט שרייבען ווייל מיין בלוט קאכט מיר,
אזויפיל יונגע ווייבלעך מוטשענען זיך פאר "יארן" אין די שיעורים איז א עכטע הילף פאר זי
Ohel Miriam איז זייער א גוטע האט ליין פאר מענער און ווייבער

chaya@ohelmiriam.org

טעל מי אבאוט איט....
איז דא נאמבער צו דעם?

קליינע צדיק » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:59 pm

· #542822
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
און יעצט זעה איך אז דער עולם זאגט אז עס איז בעיקר פאר פרויען,
איך ווארט שוין פאר די טאג ווען עס וועט זיין פאר מענער.

סוף טוב הכל טוב » פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 1:31 am

· #542858
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
פינקע בלומען #
איך וויל נישט שרייבען ווייל מיין בלוט קאכט מיר,
אזויפיל יונגע ווייבלעך מוטשענען זיך פאר "יארן" אין די שיעורים איז א עכטע הילף פאר זי
Ohel Miriam איז זייער א גוטע האט ליין פאר מענער און ווייבער

chaya@ohelmiriam.org
צו וועם גייט דער אימעיל אדרעס?

קוקי מאנסטער » פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 2:21 am

· #542864
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
איך האב זיך געווינדערט אויף א געוויסע לעצטיגע אויפגעקלעטע כלה טיטשער פארוואס די רבנים האבן עס פארזען פון אסר'ן. און נאך גרונטלעכע אנאליז האב איך אנערקענט אז אלע טיטשערס און מדריכים וואס זענען גע'אסר'ט געווארן האבן געגעבן לעקציעס פאר א רבים. פון די אנדערע זייט זענען דא אזויפיל וואס זענען אסאך מער אויפגעקלערט אבער וויבאלד זיי טוהן עס נאר ביחיד האט מען זיי פארזען.

ודברת בם » פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 5:12 am

· #542868
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
קוקט אויס זי וויל קעטערן פאר די וואס א איסור באדערט נישט. אזוינע קאווע פרויען (כביכול) וואס א איסור האט די פארקערטע אפעקט.

צום ביישפיל פאר מיר, אויב די רבנים אסרן עפעס ווייס איך כאטש אז די נאראנים האבן עס נישט צענזורט. ס'איז א וואוט אויפ קאנפידענץ, נישט פארקערט.

ווען עפעס האט א הכשר קען מען טראכטען און די סובקאנשענס אז ס'איז רעדאקטירט/צענזורט דורך די עסקנים. און אזוינע אידן ווי מיר ווייסען אז מ'קען די עסטאבלישמענט נישט טראסטן אז זיי זאגן דיר אז ס'איז טאג און די זון שיינט. אזוי עולם השקר ליידער. מילא אז ס'איז דא א איסור שפירט זיך א גרעסערע טשאנס אז ס'איז תורה'דיגע תוכן'דיג השקפה.

נחום הסופר » פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 5:18 am

· #542869
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
קוקי מאנסטער #
איך האב זיך געווינדערט אויף א געוויסע לעצטיגע אויפגעקלעטע כלה טיטשער פארוואס די רבנים האבן עס פארזען פון אסר'ן. און נאך גרונטלעכע אנאליז האב איך אנערקענט אז אלע טיטשערס און מדריכים וואס זענען גע'אסר'ט געווארן האבן געגעבן לעקציעס פאר א רבים. פון די אנדערע זייט זענען דא אזויפיל וואס זענען אסאך מער אויפגעקלערט אבער וויבאלד זיי טוהן עס נאר ביחיד האט מען זיי פארזען.
יא, די רבנים ועושי דברם (לדוגמת דער ... [שרייב אריין וועלכע טיטלען דו ווילסט] יאנקעלע כהן מיט זיין האטליין) זענען פארנומען אז דאס געבן די שיעורים 'ברבים' איז א געפערליכע פראבלעם, אבער למעשה איז דאס לענ"ד בכח אבותיי הק' א הצלת הדור, נישט יעדער האט די קוראזש אדער שטארקייט צו גיין פערזענליך צו עמיצן און זיך באקלאגן איבער חיי אישות וכו', ממילא איז די ברבים שיעורים א הכרח.

קליינע צדיק » פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 9:45 am

· #542878
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
הונדערט פראצענט
קודם כל היות די זאכן זענען נישט אסור להלכה, וואס באדערט דיר אז ווייבלעך וואס מוטשענען זיך נישט וועלן עס הערן,
אין ערגסטן פאל וועט זייער לעבן אביסל בעסער ווערן, עס איז דאך אויסגעהאלטן, סתם פאר דיינע פרומקייטן?

און למעשה איז דא אסאך וואס סטראגלען אליינס, טייל ווייסן נישט אז נאך האבן די פראבלעם, טייל ווייסן נישט אז מ'קען פארעכטן א וועלט,
נישט יעדער איז קאמפטערבל צו גיין אליינס רעדן צו א יחיד, עכ"פ דערווייל, נישט יעדער ווייסט אז עס איז דא צו וועם צו רעדן, און אויב יא ווער יענער איז.

ספעציעל ביי ווייבלעך וואס געווענליך דיסקאסען זיי עס כמעט נישט צווישן זיך און זיי ליינען אויך עפ"י רוב נישט ק"ש
האבן נישט קיין עכטע וועג צו וויסן איבער די העלפ וואס איז דא און די ריכטיגע מענטשען וואס זענען דא
ממילא איז זייער נחוץ דער סעטטינג, און סתם האבן אפאר פריוואטע מענטשען וועט נישט ארבעטן.

קליינע צדיק » פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 11:34 am

· #542889
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
קוקי מאנסטער #
איך האב זיך געווינדערט אויף א געוויסע לעצטיגע אויפגעקלעטע כלה טיטשער פארוואס די רבנים האבן עס פארזען פון אסר'ן. און נאך גרונטלעכע אנאליז האב איך אנערקענט אז אלע טיטשערס און מדריכים וואס זענען גע'אסר'ט געווארן האבן געגעבן לעקציעס פאר א רבים. פון די אנדערע זייט זענען דא אזויפיל וואס זענען אסאך מער אויפגעקלערט אבער וויבאלד זיי טוהן עס נאר ביחיד האט מען זיי פארזען.
און מער פון דעם
אויב טאקע ווילן די רבנים ועסקנים העלפן און זיי ווייסן יא ווי שטארק די פראבלעם איז
ס"ה זיי ווילן נישט דער ברבים פארמאט
לאמיר זען זיי זאלן ארויסקומען מיט א רשימה פון אפענמיינדעד גוטע מענטשען צו רעדן צו סיי פאר מענער און פאר פרויען
(דאס וועט נישט העלפן אינגאנצען אזוי ווי איך האב פריער ארויסגעברענגט אבער כאטש עפעס)

פארווע חסיד » פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 12:11 pm

· #542899
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
איך פארשטיי אינגאנצען נישט.

די גאנצע דיסקאשען דא רעדט מען פון א פראבּלעם מיט א סעלושען,
פארוואס זאל מען נישט פּלעין לערנען אין ווילען זיין בּעסער? פּונקט אזוי ווי עני אנדערע הלכה/טאַפּיק.

כ״ש וכש״כ ווען מרעדט פין א טאַפּיק וואס אסאך פּלאָגען זיך, און זענען נישט אזוי אויסגעקאכט, אין עס גרעניצט זיך מיט גאר גרויסע זאכען ווי ליכטיגע דורות וכו׳
און מיט אומוויסענדקייט קען מען גרייזען זייער שטארק, אין זיך איינרעדען גאנצעטע כוונות מיט העכערע זאכען אין מ׳פארגעסט פון די עיקר (צו זיין א בעל תוקע דארף מען קודעם קענען בּלאָזען... (אךךךך כאפּ מיר נישט יעצט בּיים ווארט בּלאזען לאל (דאס אפשר אויכט) וואס קען ברענגען צו ערענסטע פּראבלעמען בזה ובבא ח"ו …

די אייבּישטער זאָל העלפען אז מ׳זאל האבען א חשק צו ווילן טיען מצוות ווי מבּרויך און אפי׳ לפנים משורת הדין

סוף טוב הכל טוב » פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 12:19 pm

· #542901
Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'
ודברת בם #
קוקט אויס זי וויל קעטערן פאר די וואס א איסור באדערט נישט. אזוינע קאווע פרויען (כביכול) וואס א איסור האט די פארקערטע אפעקט.

צום ביישפיל פאר מיר, אויב די רבנים אסרן עפעס ווייס איך כאטש אז די נאראנים האבן עס נישט צענזורט. ס'איז א וואוט אויפ קאנפידענץ, נישט פארקערט.

ווען עפעס האט א הכשר קען מען טראכטען און די סובקאנשענס אז ס'איז רעדאקטירט/צענזורט דורך די עסקנים. און אזוינע אידן ווי מיר ווייסען אז מ'קען די עסטאבלישמענט נישט טראסטן אז זיי זאגן דיר אז ס'איז טאג און די זון שיינט. אזוי עולם השקר ליידער. מילא אז ס'איז דא א איסור שפירט זיך א גרעסערע טשאנס אז ס'איז תורה'דיגע תוכן'דיג השקפה.
סאיז נישט ריכטיג.
ווייל די קאווע-ווייבלעך קענען גיין צו איינע וואס איז נישט א רביצין, און אפילו צו א נישט-אידישע טעראפיסט.
איר קלייענטעל איז דווקא יא די פרומע עולם.
בלאט: 1 2 3 4