☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

488 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5499
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

טיטאניק » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 5:03 pm

· #170289
העלא
קיינער האט מיר דא נישט אפגעוואנדן דערווייל,
עס הייבט זיך נישט אהן,
אונזערע זענען געגאנגען לאנגע קליידער,

און קיין יומען העיר שייטלעך זענען נישט געווען,

עס איז געווען דעמאלט "עכטע שיינע האר", מען האט עס נאר ציגעדעקט, אבער מען איז לכתחילה געגאנגען שיינע לאנגע לאקען, יא דיינע באבעס
האסט אראפ געגאלט אירע האר, א פרוי'ס טבע איז צי ליב האבען אירע האר, האט זי זיך געמאכט יומען שייטלעך, ועל זה צווח הגה"ק רבינו עובדי' יוסף אז עס איז על פי הלכה אסאר מער מהודר צי גיין מיט לאנגע אבער ציגעדעקטע האר, ווי אפילו איין טראפ אויפגעדעקטע שייטעל (די נאן סענץ פון פריזעט אדער שפיצעל האט ער אויך געמיינט)

רואה ואינו נראה » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 5:03 pm

· #170290
.

למדן » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 5:05 pm

· #170291
ב"ה היינט זענען דא הייליגע יונגעלייט וואס געבן זיך א עצה אויף אנדערע אופנים און זענען זיך ממש מקריב אבי די פרויען זאלן גיין בצניעות

פוןדעסטוועגןדאך » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 5:52 pm

· #170299
17 - 18 יאר, מיט סקורטס העכער די קניען, פינטעלע?
דו דערציילסט גאר גרויסע חידושים. וואס זאל איך טוהן אז אן אנאמינער ניק אויף קאווע שטיבעל טראגט נישט ביי מיר געניג א נאמנות אז איך זאל דאס גלייבן. חבל

zurich » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 6:09 pm

· #170305
פוןדעסטוועגןדאך
17 - 18 יאר, מיט סקורטס העכער די קניען, פינטעלע?
דו דערציילסט גאר גרויסע חידושים. וואס זאל איך טוהן אז אן אנאמינער ניק אויף קאווע שטיבעל טראגט נישט ביי מיר געניג א נאמנות אז איך זאל דאס גלייבן. חבל

גראדע האב איך אויך געזעהן אזא פיקטשער סא יש דברים בגוי.

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 6:22 pm

· #170312
און איך אויכעט! נישט איינס, נאר אסאך בילדער! מען רעדט פון די פרומסטע משפחות!! די האלז מער אויסגעשניטן, די סקירט העכער די קניען... בעיני ראיתי!

מ גפני » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 6:31 pm

· #170314
גם אני בחלומי... קוק אויף די בילדער פון דיינע עלטערן'ס אדער זיידע - באבע'ס (ווענד זיך וועלכע דור די ביסט) חתונה, א חוץ ביי די גאר פרומע איז מען געגאנגען לאנג, רוב טיפיקעל אונגארישע זענען געגאנגען קורץ

חזקיהו המלך » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 6:38 pm

· #170315
די צעטליך פאר די אסיפה איז נישט געווען אינטערגעשריבען דורעך קיין שום נאמען !!!
סתם מוסדות החינוך פין מאנסי און סקווירא,
* די וואס האבען עס ארגאניזירט האבען מורא געהאט צי שרייבען זייער נאמען*


ס'איז געשטאנען אז ס'גייט זיין א חינוך צאמקום, למעשה איז עס געווען וועגען טאליבאנישע צניעות וואס פינקליך האט דאס מיט חינוך ???!!!

ממש דירעקט אריינגע'נער'ט די ווייבלעך, ס'איז א סקראו דזשאב, זיי האבען זיך מסתם געפילט גוט אז מען גייט צי א חינוך דרשה, דערווייל האט מען זיי פארקויפט זויערע עסיג וועגען מוסלעמענישע צניעות אין אז רחל איז גאר געווען יאנטשי .... און קיוט איז גאר פריצות אין אז זיי הארגענען מענער אין די מאסען .....

אין זיי האבען נאך געהאט די חוצפה צי בעטען צען דולר איינטריט געלט .....
ס'דערמאנט די 25$ פראסעסינג טשארזש פאר די מוסדות אינטערנעט אפליקעישען פראסעסינג.....

די גאנצע זאך שטינק פין סומאטוכע, מיטען באשעפער'ס הילף גיי איך געוואר ווערען ווער ס'איז געשטאנען דערונטער, אין כ'גיי עס עקספאוזען דא אויף קאווע שטיבל


כ'האב א חשד ווער ס'שטייט אינטער דעם, כ'וויל נאך נישט שרייבען פאר א שטיקעל אויפארשונג,
ווער ס'קען העלפען צי אויספארשען ווער ס'איז געשטאנען אונטער די דאזיגע סומאטוכע איז תבוא עליו ברכה,
ווען כ'וועל האבען רוזולטאטען פין די אויספארשונג וועל איך עס אי"ה באריכטען,

טיטאניק » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 6:54 pm

· #170320
חזקיהו המלך

כ'האב א חשד ווער ס'שטייט אינטער דעם, כ'וויל נאך נישט שרייבען פאר א שטיקעל אויפארשונג,
ווער ס'קען העלפען צי אויספארשען ווער ס'איז געשטאנען אונטער די דאזיגע סומאטוכע איז תבוא עליו ברכה,

למאי נפקה מינה וועלעכר רשע מרושע בדמות פרומער שטייט דערינטער, איין נפקא מינה,
די חברה אט די "עקסנים" די רבנים מיט דיינים וואס גייען מיט די שווארץ ווייסע גלעזער תרתי משמע, אט די חברה זענען שילדיג אין אלע סיפורי חילול ה' כדוגמת לעזר טווערסקי וואס מיר האבען געהאט צי לעקען די לעצטע צייטען, נעם יעדע חילול ה' מעשה באזינדער, גיי אדארעך די פרטים, וועסטי זען,
אוי גייען זיי בראטען, אוי גייט מען זיי גרילען די רבנים, שטייען מיט א "פעסטע עקשנות" נישט חלילה וחס צי עפענען די אויגען און טוישען די ציגאנג, משנה זיין, מען זעט דאך אז די אלטע מהלך ברענגט צים תהום רבה,
אבער די זעלבע דרעקישע דרשות הערט מען איבער און איבער

מיין ווייב האט געהערט דע דרשה זי זאגט מיר אז די זעלבע נוסחאות האט מען שוין געזאגט אין סקול אין אירע צייטען, און נאך יעדע אזא דרשה האט זי געוואלט זיך גיין אנטיען דוקא ווי א שיקסע, טאקע ציליב די גערעדעכץ,

חברה מען מיז אנהייבען צי הייבען די קעפ און זיך נעמען פרעדיגען די נושא ברבים, עס איז נישט קיין תכלית אזוי

טיטאניק » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 7:00 pm

· #170321
חזקיהו המלך
די צעטליך פאר די אסיפה איז נישט געווען אינטערגעשריבען דורעך קיין שום נאמען !!!
סתם מוסדות החינוך פין מאנסי און סקווירא,
* די וואס האבען עס ארגאניזירט האבען מורא געהאט צי שרייבען זייער נאמען*


ס'איז געשטאנען אז ס'גייט זיין א חינוך צאמקום, למעשה איז עס געווען וועגען טאליבאנישע צניעות וואס פינקליך האט דאס מיט חינוך ???!!!

ממש דירעקט אריינגע'נער'ט די ווייבלעך, ס'איז א סקראו דזשאב, זיי האבען זיך מסתם געפילט גוט אז מען גייט צי א חינוך דרשה, דערווייל האט מען זיי פארקויפט זויערע עסיג וועגען מוסלעמענישע צניעות אין אז רחל איז גאר געווען יאנטשי .... און קיוט איז גאר פריצות אין אז זיי הארגענען מענער אין די מאסען .....

אין זיי האבען נאך געהאט די חוצפה צי בעטען צען דולר איינטריט געלט .....
ס'דערמאנט די 25$ פראסעסינג טשארזש פאר די מוסדות אינטערנעט אפליקעישען פראסעסינג.....

די גאנצע זאך שטינק פין סומאטוכע, מיטען באשעפער'ס הילף גיי איך געוואר ווערען ווער ס'איז געשטאנען דערונטער, אין כ'גיי עס עקספאוזען דא אויף קאווע שטיבל


,

איך בין מיט דיר לכל אורך הדרך, דאס מיז מען אויסראטען דעם שורש פורה ראש ולענה, די חהרסים ומחריבים פון אינזערע דורות, נידערט מיט זיי!!! 😈 😈 😈

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 7:53 pm

· #170327
יואליש
"די מאמע רחל איז געווען יאטשי"

(בראשית כ"ט י"ז)

וואס-פארא שוטה?! דעיס זענען די תוצאות פון וועלן זיין אויפגעקלערט, פרום און הייליג. מיילא זי רעדט שטותים והבלים. דער עולם האט דאך געצאלט געלט. מוז מען עפעס פארקויפן. אבער אזעלכע פערדישע מושגים און אבסורדן. "די מאמע רחל איז געוועין יאנטשי" 😂 🙄 😮 😠 😛 😳

נולד מאוחר » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 7:54 pm

· #170328
טיטאניק האט געשריבען
מיין ווייב האט געהערט דע דרשה זי זאגט מיר אז די זעלבע נוסחאות האט מען שוין געזאגט אין סקול אין אירע צייטען, און נאך יעדע אזא דרשה האט זי געוואלט זיך גיין אנטיען דוקא ווי א שיקסע, טאקע ציליב די גערעדעכץ,

נו דארף מען מחזק זיין די סארט דרשות, נישט האקן דערויף

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 8:16 pm

· #170336
מ גפני
גם אני בחלומי... קוק אויף די בילדער פון דיינע עלטערן'ס אדער זיידע - באבע'ס (ווענד זיך וועלכע דור די ביסט) חתונה, א חוץ ביי די גאר פרומע איז מען געגאנגען לאנג, רוב טיפיקעל אונגארישע זענען געגאנגען קורץ

און אויך זייער האר איז געווען גאר אויפאלענד אויסגעזען. אפשר וועל איך קענען שאפן דאס בילד און ארויפלייגן אן דע פניםער.

המכריע » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 8:22 pm

· #170337
דער (פינטעל) איד
מ גפני
גם אני בחלומי... קוק אויף די בילדער פון דיינע עלטערן'ס אדער זיידע - באבע'ס (ווענד זיך וועלכע דור די ביסט) חתונה, א חוץ ביי די גאר פרומע איז מען געגאנגען לאנג, רוב טיפיקעל אונגארישע זענען געגאנגען קורץ

און אויך זייער האר איז געווען גאר אויפאלענד אויסגעזען. אפשר וועל איך קענען שאפן דאס בילד און ארויפלייגן אן דע פניםער.

יא יא איך ווייס וואס די מיינסט אבער עס איז נישט קיין שום ראיה זיי האבן נישט געהאט קיין מנהיגים פאר'ן קריג און אודאי נישט נאכ'ן קריג טא ווער עס איז נאך געגאנגן אנגעטוהן אידיש אפגעזעהן ווי שטארק אידיש איז שוין געווען א ערליכע צניעותדיגע אידענע

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 8:25 pm

· #170339
נישט געווען מנהיגים 40 יאר צוריק אין סאטמאר שולע?

המכריע » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 8:31 pm

· #170342
דער (פינטעל) איד
נישט געווען מנהיגים 40 יאר צוריק אין סאטמאר שולע?

נו אדרבה, זאג דו וועם די מיינסט, די רבי ז"ל? לויט ווי ער האט געקענט די דור און אירע פראבלעמען (האליקאוסט איבערלעבער) האט ער שטארק מחשיב געווען אז מען האלט זיך ביי אידישקייט סיי ווי אזוי, שפעטער האט די רבי אנגעהויבן צו פארשטארקערן די אלע ענינים
לפי עניית דעתי וואלט די רבי ז"ל געהאלטן היינט דרשות אז די פרויען זאלן זיך אנטון שייטליך לאנגע קורצע הומען סינטעטיק. פאר ווער עס ווייסט וואס עס גייט פאר מיט אייגענע האר למחצה לשליש ולרביע ביים היימישן עולם

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 8:31 pm

· #170344
איך הער.

המכריע » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 8:34 pm

· #170345
דער (פינטעל) איד
איך הער.

אז דו הערסט האלט מיר ערגעץ. הלואי זאלן די עומדים בראש מקהלות ישראל דאס הערן און איינזעהן מיט וואסערע סחורה מען האט דא היינט צו טוהן און וואס מען דארף יא/נישט פארלאנגן

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 8:45 pm

· #170350
געפילטע פיש
די אימהות זענען געווען יאנטשי? איך ווארט אויף א מוחאה ברבים קעגן די עלבון אימותינו.

די רעבעצין שתליט"א שטאמט מסתמא נישט פון אונזערע אימהות. איהר עלטער באבע איז געוועין הגר המצרית. 😂 🙄 😳

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 8:49 pm

· #170351
moti107
מסתם האט פרעה און אבימלך געהאט א "פעטיש" צו יאנטשי פרויען. און די אבות האבן געוואוסט ברוח קדשם.

און וויאזוי וועט די רעבעצין פארענטפער'ן די רש"י אויפ'ן פסוק "ועתה נא ידעתי כי אישה יפת מראה את". ❓ ❗ 🙄

נולד מאוחר » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 9:59 pm

· #170366
קען מיר איינער אנווייזען א ספר אדער קונטרוס פון אן ארטעדאקסישע רב אויף הלכות צניעות אן די אלע ציגעלייגטע משוגתן? אויב סעקזעסטירט בכלל הלכה אויף דעם.

געפילטע פיש » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 10:32 pm

· #170373
אין כזה דבר! נישטא אזא זאך ווי הלכות בגדי צניעות, ס'דא אפאר גדרים אין הלכות קרי"ש איבער מזכיר זיין שם שמים פאר א ערוה, און די גדר וואס פונקטליך הייסט א ערוה, אבער קיין הלכות אויף וואס א פרוי מעג גיין אין גאס איז נישטא קיין הלכות. פארשטייט זיך חוץ פון קאווערן די בעיסיקס.

ודי למבין » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 10:41 pm

· #170376
ווי שטייט וואס בעיסיקס מיינט?

חזקיהו המלך » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 10:48 pm

· #170377
נולד מאוחר
קען מיר איינער אנווייזען א ספר אדער קונטרוס פון אן ארטעדאקסישע רב אויף הלכות צניעות אן די אלע ציגעלייגטע משוגתן? אויב סעקזעסטירט בכלל הלכה אויף דעם.


עוז והדר לבושה פין רעביי פאלק פין ענגלאנג

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:15 pm

· #170384
דא האט מען גערעדט פון די הלכות:

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1745">viewtopic.php?f=13&t=1745</a><!-- l -->

קאווע טרינקער » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:29 pm

· #170387
חזקיהו המלך
נולד מאוחר
קען מיר איינער אנווייזען א ספר אדער קונטרוס פון אן ארטעדאקסישע רב אויף הלכות צניעות אן די אלע ציגעלייגטע משוגתן? אויב סעקזעסטירט בכלל הלכה אויף דעם.


עוז והדר לבושה פין רעביי פאלק פין ענגלאנג

ער איז דאך נישט קיין היימישער.

קאווע טרינקער » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:30 pm

· #170388
לעיקוואד
לויט וויקיפעדיע ווייזט אויס אז רחל אמנו איז טאקע געווען גאנץ יאנטשי

היסטארישע בילד: רחל מיט יעקב


יעקב יעקב וואו דיין בארד?

יואליש » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:31 pm

· #170389
קול מחאה מאחד הרבנים
שוין, וואטסעפ האט אויפגעלאכטן ווי די הימל אים יולי 4 פארנאכטס:

בס״ד

שמועה שמעתי ותרגז בטני על חילול הקודש והשם שנעשה בפומבי במוצש״ק העבר בעירנו מונסי יע״א, על ידי איזה אנשי בליעל ,צבועים, הדוגלים בשם השם ותורתו, ומגלים פנים בתורה שלא כהלכה, לחרף ולגדף באמותינו ראשי האומה, במטרה לזייף דבר ה׳ ותורתו ולהשניאה על בניו ,היו לא תהיה.

בערמימיות ובאמתלאות של שקר הרעימו על בנות ישראל כשרות הצמאות לדבר ה׳ לבא לשמוע דבר התורה בעניני ״חינוך״ הנחוצים מאוד בדורינו. ובמקום להשמיע דברי חיזוק בענין המבוקש, עמדו דרשנים ודרשניות והיטיפו דברים כדרבונות כלפי מעלה, וחירפו וגידפו אמהותינו הקדושות תחת מסוה צבוע של ״צניעות״.

וכדי שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה דניחא להו, מגלה אני דעתי ברבים שכל דבריהם דברי דופי הם, וישראל כשרים ימנעו מלהשתתף בכנסיות רשעים ומלחזקם באיזה אופן שיהיה.

ובעצם הענין שבדו מלבם איזה ענין שלפיה יש לנשים למנוע מכיחול ופירקוס, וגם בדו שכדאי מאוד שלא להתלבש בבגדי צבעונין, והכל מטעם ״צניעות״: אצטט בזה דברי חז״ל שבת סד ע״ב:

אמר עולא כדי שלא תתגנה על בעלה כדתניא (ויקרא טו) והדוה בנדתה זקנים הראשונים אמרו שלא תכחול ולא תפקוס ולא תתקשט בבגדי צבעונין עד שבא ר"ע ולימד אם כן אתה מגנה על בעלה ונמצא בעלה מגרשה אלא מה ת"ל והדוה בנדתה בנדתה תהא עד שתבא במים. עכ״ל הגמרא.

והגע בעצמך: אם כנים הדברים שרצון הקב״ה היא שנשות ישראל ישלילו כיחול ופירקוס ובגדי צבעונים מטעם צניעות, הלא שיטת רבי עקיבא (שהיא מקורה של טבילת נדה ויסוד קדושת האומה) שגגה היא, חס מלהזכיר. ויש בזה כפירה בדברי חז״ל רח״ל. וכל זה היא מדרכי השטן להשיב לב בנים מאבותם, תחת מסוה של צידקות ופרישות.

והשם הטוב יתן חן ודעת בלב בניו להבחין בין צידקות לצביעות, בין טוב לרע, בין אמונה לכפירה.

ובזה יצאתי ידי חובתי
יום ד׳ לסדר ולא שמעו אל משה...
החותם בצער...

יואליש » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:35 pm

· #170390
וע"ד הנסתר
הם אמרו, אל תהי צדיק הרבה, והתורה אמרה כל המצוה, לא תוסיפון.
כתיב בגד חסר אלף, כי אלף מלשון לימוד, וכשיש חיסרון בחכמה מוסיפים בגדים, ובא גד לתקופות הימים, וסופו לבגוד בה.
וכלל ענין הלבושים צמצום האור, ונגרמה לבני אנשי מחומרי יתירתא, שחוה אמרה אל הנחש שנצטותה מלגעת בעץ וגרמה לויתפרו עלי תאנה, וע"י זה כבתה נרו של עולם וירדה חשכה.
ותיקון לזה להוסיף בחכמה, כי חכמת אדם תאיר פניו, לכן בספר תורה של ר' מאיר, מקור האור, כתיב כתנות אור. אבל להגיע לזה, צריכים כתנות עור דייקא, היפך הלבושין, וזהו אור פני מלך, מאן מלכי כל כבודה בת מלך, דר' יוחנן קרי למאני מכבדותא.
וע"י שהנשים משריקות עיניהן כחל זוכין לבחינת אור פני מלך, דבכחל האיר פני המזרח, בחינת עיניים, וזהו עד שבחברון, דמערת המכפלה נקנה מעפרון, לשון איפור, ולזה לא נקברה רחל בחברון, דהייתה יונצ'י.

נולד מאוחר » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:46 pm

· #170391
חזקיהו המלך
נולד מאוחר
קען מיר איינער אנווייזען א ספר אדער קונטרוס פון אן ארטעדאקסישע רב אויף הלכות צניעות אן די אלע ציגעלייגטע משוגתן? אויב סעקזעסטירט בכלל הלכה אויף דעם.


עוז והדר לבושה פין רעביי פאלק פין ענגלאנג

איז דאס נישט די יסוד פון אלע איסלאמישע מנהגים וואס איז נפרץ ביי אונדז?

הערשי » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:20 am

· #170401
באתי לדרש דרש, אם שככה רגז הבטן, ותשב לאיתנה כבראשונה, ומה הגיע אליה, אם בהשמעת קול, ואם ברוח קדים, אם נוזלים קפאו תהומות, ואם מקשה אחת.
המצפה לישוע, לביאה שניה, ולקדוש נוכל, עוגות אוכל, מצפון תפתח, מתנות הובטח
ליל שמורים,
פה מקום מגורים

דעת תורה » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:43 am

· #170410
פון א מענערישן שטאנדפונקט איין הערה'לע נאר(בהנחה אז רוב שרייבער דא זענען מענער) וועמען ארט אז די חבר'ס ווייב - אדער אפילו די אייגענע ווייב אין גאס - גייט אנגעטון יאנטשי און צניעות'דיג? איז דען נישט געשמאקער פאר א מאן צו וואקן אויפן גאס רואיגער אן קיין דיסטרעקשאנס, בפרט אויב מען קען נאך צוקומען צו הסתכלות און הרהורים לוינט זיך זיכער אז די פרויען זאלן גיין בצניעות.

אינדערהיים זאל זיך די פרוי אויסקליידן - אדער אנטבלויזן - כפי אוות נפשו הטהורה, אבער אין די גאס? עס איז אפילו מער, אין א קאמיוניטי וואס איז מער צניעות'דיג און צוריקגעהאלטן, די מענער האבן נישט קיין שייכות מיט פרעמדע פרויען, וועט א גוד לוקינג פרוי גארנישט פארדינען פון פרעמדע מענער, נאר סעקסועל אביוז, מענער וועלן זיך ממלא זיין זייערע תאוות אויף די פרוי'ס חשבון, עטליעסט א מעין פון סעקסועל אביוז איז עס.

נולד מאוחר » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:56 am

· #170411
אויפן גאס הרגע דיין סעלף קאנפידענס אבער און שטיב זיי קאנפדענט.
סארבעט נישט אזוי מיט אימאשענס. אז סאיז אפגעהרגט מיט די רשעתדיגע ברעינוואשינג איז עס טויט.

הערשי » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:21 am

· #170414
יואליש
הם אמרו, אל תהי צדיק הרבה, והתורה אמרה כל המצוה, לא תוסיפון.
כתיב בגד חסר אלף, כי אלף מלשון לימוד, וכשיש חיסרון בחכמה מוסיפים בגדים, ובא גד לתקופות הימים, וסופו לבגוד בה.
וכלל ענין הלבושים צמצום האור, ונגרמה לבני אנשי מחומרי יתירתא, שחוה אמרה אל הנחש שנצטותה מלגעת בעץ וגרמה לויתפרו עלי תאנה, וע"י זה כבתה נרו של עולם וירדה חשכה.
ותיקון לזה להוסיף בחכמה, כי חכמת אדם תאיר פניו, לכן בספר תורה של ר' מאיר, מקור האור, כתיב כתנות אור. אבל להגיע לזה, צריכים כתנות עור דייקא, היפך הלבושין, וזהו אור פני מלך, מאן מלכי כל כבודה בת מלך, דר' יוחנן קרי למאני מכבדותא.
וע"י שהנשים משריקות עיניהן כחל זוכין לבחינת אור פני מלך, דבכחל האיר פני המזרח, בחינת עיניים, וזהו עד שבחברון, דמערת המכפלה נקנה מעפרון, לשון איפור, ולזה לא נקברה רחל בחברון, דהייתה יונצ'י.


ולכך, כאשר הייתה שרה באהל, נאמר באברהם ואנוכי אפר ועפר, דאמהות הווי יונצ'י כידוע ובת כ' כבת ק', אבל כשמתה נאמר ויקם השדה, שהייתה תקומה לאדמה מעפרון, בחינת עפר
ונהפכה פאר תחת אפר, ולכך למידין קיחה קיחה משדה עפרון דאשה נקנית בכסף, לשון כיסופין, דהיה לו כיסופין לאברהם ויקח אשה ושמה קטורה, שנאים מעשיה כקטורת, בבחינת נשים שביריחו א"צ להתבשם מריח קטורת, וקטורה זו הגר המצרית.
ולכך, וחברון שבע שנים נבנתה לפני צוען מצרים, בניין דייקא, בחינת ויבן את הצלע, דע"י שהעלה אברהם איפור של חברון זכה לקטורה. ובזכות שאמרה רחל אולי אבנה ממנה, זכתה לבדרך אפרת, היינו איפור הנ"ל.
כת"י

נהורא נפישא » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 7:55 am

· #170425
דאס וואס די פודאמענטעליסטן פארשפרייטן בעו"ה אן איסור אויף זיך פארבן דעם פנים, און אין א פארזוך איבערצושרייבן היסטאריע שרייבן זיי בלי שום בושה אז ערליכע פרויען האבן זיך גאר קיינמאל נישט געפארבט, א חוץ פון דעם וואס דאס איז א שקר גס איז דאס נאך פארבונדן מיט פרעסעדענטלאזע איגנארענץ, די גאנצע טעמע איז משקר יסודה די גמרא לויבט שטארק אויס די פרוי פון אבא אומנא פארן זיך פארבן כדי שלא יתן עיניו על אשה אחרת, ווי אויך ציטירן זיי אלס א גמרא אז וועגן פארבן די אויגן בלוי זאל האבן די ביהמ"ק חרוב געווארן ווען מ'רעדט דארטן אז עס געטון געווארן צו פראוואצירן פרעמדע מענער.
מ'געפינט צענדליגע פלעצער כיחול ופירכוס און רבי עקיבא האט דאס מתיר געווען גם בימי נדותה כדי שלא תתגנה על בעלה.
א גאנצע פרק אין הלכות שבת רעדט פון דעם וואס פרויען גייען ארויס באצירט מיט כל ערליי תכשיטים אין רה"ר וואס מ'האט געאסרט טייל פון זיי אום שבת משום חשש הוצאה, און פארוואס גייען די פרויען באצירט נישט נאר וועגן די מענער נאר טאקע ווייל א פרוי בטבעה וויל זיך שיין מאכן אין זיך ארויסווייזן פאר אירע חברט'עס און דערפאר איז דא א חשש הוצאה דערביי.

טיטאניק » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 8:35 am

· #170426
דעת תורה
פון א מענערישן שטאנדפונקט איין הערה'לע נאר(בהנחה אז רוב שרייבער דא זענען מענער) וועמען ארט אז די חבר'ס ווייב - אדער אפילו די אייגענע ווייב אין גאס - גייט אנגעטון יאנטשי און צניעות'דיג? איז דען נישט געשמאקער פאר א מאן צו וואקן אויפן גאס רואיגער אן קיין דיסטרעקשאנס, בפרט אויב מען קען נאך צוקומען צו הסתכלות און הרהורים לוינט זיך זיכער אז די פרויען זאלן גיין בצניעות.

אינדערהיים זאל זיך די פרוי אויסקליידן - אדער אנטבלויזן - כפי אוות נפשו הטהורה, אבער אין די גאס? עס איז אפילו מער, אין א קאמיוניטי וואס איז מער צניעות'דיג און צוריקגעהאלטן, די מענער האבן נישט קיין שייכות מיט פרעמדע פרויען, וועט א גוד לוקינג פרוי גארנישט פארדינען פון פרעמדע מענער, נאר סעקסועל אביוז, מענער וועלן זיך ממלא זיין זייערע תאוות אויף די פרוי'ס חשבון, עטליעסט א מעין פון סעקסועל אביוז איז עס.

זאגסט עפעס,
אבער לאמיר דיר פרעגען, איז דען דאס גאנצע לעבען ארים דער "מאן'ס תאוות"??? די ווייב'ס געפילען זענען זערא? זאלסט וויסען ר' דעת תורה אז יעדער פרוי וואס איז ציזאמענגעשטעלט פין בליט אין פלייש האט ליב, סתם אזוי ליב, אן קיין סעקס אריינגעמישט, זי האט זייער ליב צי גיין אנגעטין שיין, איז פארוואס ווייל זי איז א אידישע טאכטער מיז מען איר דאס צינעמען?
שנית, ווער זאגט אז "שיין" מיינט "פריצות'דיג"? פון גיין שיין אנגעטיען צי גיין אנגעטין ווי א זונה איז דא א שטיקעל וועג צי גיין
די חורבן הייבט זיך אן ווען דאס וואס מען מעג יא, דאס נעמט מען אויך צי, מילא ווען דער "בשר ודם"דיגער נאטאר וועקט זיך אויף שפרינגט עס שוין צי ווייט,
לדוגמא: עפ"י הלכה איז נישט דא קיין שים פראבלעם צי גיין שפארצירען זייט ביי זייט מיט די ווייב, אוסיגעהאלטען לכל הדיעות, קימען די סקווירא צדיקים, און לערנען אויס די יוגנעלייט אז דאס ווייבעל ברויך צי גיין אפגעריקט א מייל ווייט, ני, דאס ווייבעל האט דאס פיינט דער מאן האט דאס פיינט, ווען ער אדער זי אדער ביידע וועלען נעמען די גאטטס צי גיין זייט ביי זייט, וועלעןזיי פילען אז זיי האבען געבראכען די הלכות, די גדרים, מילא גייען זיי שוין אלעס ברעכען, מה לי קטלה כולה ומה לי קטלה פלגא, איינמאל א מענטש שפירט אז ציליב זיינע "תאוות" מיז ער טיען "נישט אנגענימענע זאכען" ברבים, פילט ער שוין ווי א גאנצע "שייגעץ" אין ער גייט טיען נאך זאכען וואס דאס איז שוין טאקע נשיט אויסגעהאלטען על פי תורה.
אדער נעם די ביישפיל פון מקיים זיין די מצוה, מען לערנט אויס, אין להוי ידיעה אז אין זייער אסאך פלעצער איז דאס נאך אזוי עד היום הזה, אז מען מיז מקיים זיין די מצוה נאר נאך חצות ביינאכט, נאר אין די טינקל, נאר א טפח, און מען טאר נישט האבען קיין שום סעקסואלישע קאנטאקט אין לויף פון די טאג, וועגען קושי השיעבוד, וד"ל
וואס געשעט ווען א יונגערמאן גלייך נאך די חתונה קען נישט נאכטאנצען די משוגעתן? אויב לויפט זיין מזל נישט גיט און זיין ווייב איז געלערנט געווארען אז דאס איז תורת משה, וועט זי עם אפגעטען ווייל ער איז "א שייגעץ" רח"ל, אבער אויב שפילט זי יא מיט מיט עם, פילען זיי ביידע ווי זיי זענען גרויסע בעלי עבירה, און זיי טיען נאך זאכען וואס דאס איז שוין טאקע נישט אויסגעהאלטען על פי תורה.
און אט דאס איז די חורבן, דאס איז דער שעכט מעסער פון די היינטיגע דור, מען האט גענימען דערהויבענע חומרות וואס צדיקים בעלי מדרגה האבען קוים געקענט האלטען, און דאס אויסגעטיילט פאר די המון עם אלץ תורת משה!

איך גיי אייך געגעבן נאך א משל, עס איז דא צווישען אינז א זינגער, א גרויסער סטאר, וואס אסאך גדולים האבען עם מחרים געווען ווייל ער איז נישט אקעי מיט זיין דרך, א נייע אויפגעריסענע מהלך וואס מען האט נישט געזען ביז יעצט,
דער זינגער, זיין טאטע איז גאר א פרימער, מיט אלע שמונה מלבושים, אבער זיין טאטע'ס טאטע איז געגאנגען אנע בארד בכלל, פארען קריג, דער טאטע האט נאכען קריג זיך אנגעטשעפעט אין א חסידות, דארט האט מען עם מגייר געווען, אבער דער זין זיינער איז נישט געווען גרייט אויף די שרעקליכער צימצום, און וואס האט פאסירט? מיר האבען א בארדוועי!

יוד יוד גיי אנע בארד, אזוי ווי די זיידע, אבער היט שבת, עס כשר'ס, אפילו אנע בארד, בארד איז נישט די תורה, די תורה האט תרי"ג מצוות, און אויב שניידסטי די בארד ווייל די האסט עס נישט ליב, ביסטי נאך נישט קיין גוי! ווייל א ריזיגער חלק כלל ישראל וואס גייען היינט לאנגע בערד, זענען זייערע זיידעס געווען מגולחים, און די באבעס "נישט".... וד"ל


ווערטס מיר נישט פרימער, וועלען מיר נישט ווערען פרייער, לערנט אויס וואס איז דאס באמת יודישקייט און לערען נישט אויס אז איסלאם איז יוידישקייט

טיטאניק » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 8:44 am

· #170429
אין איין ווארט, לא ניתנה תורה למלאכי השרת אלא לאדם
ביסט א מענטש? א מענשט איז באשאפען געווארען מיט פארדישענע הנאות תאוות און אזוי ווייטער!
דעם רבוש"ע רצון איז נישט צי דערשטיקען די טבע פון א מענטש, פארקערט, נעמען דער מענטש'ס טבע און עס ניצען כשר'דיג און ערליך
מעגסט עסען, עס געזינטערהייט, אבער כשר'ס, (און אלע מומחים זענעןמודה אז כשרות איז פשוט א געזינטע זאך און א טובה פאר א מענטש) מעגסט ארבעטען און מאכען געלט, אבער נישט שבת, (וועקעישאן איינמאל א וואך!) מעגסט האבען א ווייב, אפילו מער ווי איינס, (אבער טאנץ נישט ארים, און אלע זענען מודה אז ווען מען פארלירט קאנטראל איז מען אויס בן אדם, כ'רעד פון די דעת הגויים אפילו) און אזוי ווייטער
די תורה איז נישט א מיטעל צי פארביטערען דאס לעבען פון מענטשען! ניין! די תורה איז א מיטעל צי פארבעסערען און דערהייבען די לעבען פון א מענטש, ער זאל לעבען א "בעסערישע" לעבען, א לעבען מיט "מאנירען", און אויף א הויעכע לעוועל

זענען געקימען רשעים, האבען פארדרייט די יוצרות, ציזאמען געשלעפט אלע זאכען וואס האט נישט קיין שים נארמיילער הסבר על פי תורה, און דאס געמאכט פאר תורת משה,

יעצט, דער מענטש בלייבט מענטש, זיינע נאטירליכע רצונות ווערען נישט נעלם, און פינקט ווי א חיה אין א זו איז אסאך מער עגרעסעוו זייעדניג פארשפארט אזוי אויך דער מענשט, פארשפארסט עם? וועט ער זיין אסאך מער ווילד אסאך מער עגרעסעוו!

ווארפט אוועק אלע חומרות, לאזט דאס אפ, האלט אייך צים די תורה אין נישט צי משוגעתן

געפילטע פיש » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:51 am

· #170453
דעת תורה
פון א מענערישן שטאנדפונקט איין הערה'לע נאר(בהנחה אז רוב שרייבער דא זענען מענער) וועמען ארט אז די חבר'ס ווייב - אדער אפילו די אייגענע ווייב אין גאס - גייט אנגעטון יאנטשי און צניעות'דיג? איז דען נישט געשמאקער פאר א מאן צו וואקן אויפן גאס רואיגער אן קיין דיסטרעקשאנס, בפרט אויב מען קען נאך צוקומען צו הסתכלות און הרהורים לוינט זיך זיכער אז די פרויען זאלן גיין בצניעות.

אינדערהיים זאל זיך די פרוי אויסקליידן - אדער אנטבלויזן - כפי אוות נפשו הטהורה, אבער אין די גאס? עס איז אפילו מער, אין א קאמיוניטי וואס איז מער צניעות'דיג און צוריקגעהאלטן, די מענער האבן נישט קיין שייכות מיט פרעמדע פרויען, וועט א גוד לוקינג פרוי גארנישט פארדינען פון פרעמדע מענער, נאר סעקסועל אביוז, מענער וועלן זיך ממלא זיין זייערע תאוות אויף די פרוי'ס חשבון, עטליעסט א מעין פון סעקסועל אביוז איז עס.


פון א מענטשליכע שטאנדפונקט, פארוואס טוסטו זיך אן דיין גוטע הוט\רעקל ווען דו גייסט ארויס אין גאס אדער צו א שמחה? ס'דאך נישט דיר, ס'איז דיין הוט. וואס פעלט דיר אויס די דאגה פון דיין שיינע הוט זאל קאליע ווערן פון די רעגן אדער פליען אין די ווינט? איז דען נישט געשמאקער צו וואקן אויפן גאס רואיגער אן קיין דיסטרעקשענס? בפרט אויב די הוט קען נאך אראפ פליען, לוינט זיך נישט צו גיין מיטן שמאטע הוט?

אינדערהיים טו דיך אן די שיינע הוט, כפי אוות נפשו הטהורה, אבער אין די גאס? א שאד די טירחה.

יאיר » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:04 pm

· #170458
רבותי, אפשר קען זיך דער עולם אביסל בארואיגן? גייט אהיים און לערנט אויס פאר אייערע ווייבער די הלכות פון צניעות וואס שטייען אין גמרא, זי זאל נישט גיין קיין טפח פון די פיס אויפגעדעקט, און א גוטן טאג. ידיעות איז מאכט. אזוי לאנג ווי מען וועט לאזן די פרויען זיין בלויז קעכערס און קינדער פראדוצירער וועלן זיי זוכן עפעס צו אנפילן זייער אידישקייט און סיפוק, לאו דוקא אויף א נארמאלער אופן. א פרוי וואס איז פארנומען מיט זאכן וואס גיבן איר סיפוק האט נישט קיין צייט פאר די אלע שטותים.

מאטי » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:29 pm

· #170466
יאיר זאגסט זייער גוט, דער פראבלעם ביי מאנכע איז, זיי טרעפן אן דאס פרוי. נאר נאך יארן וואס מ'האט זיי דיסעדיוקעטעד! אדער "עדיוקעטעד נישט צו ווערן עדיוקעטעד" טייל מאהל מיט אימארטל קאנסעקווענסן.

יאיר » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:05 pm

· #170478
moti107
יאיר זאגסט זייער גוט, דער פראבלעם ביי מאנכע איז, זיי טרעפן אן דאס פרוי. נאר נאך יארן וואס מ'האט זיי דיסעדיוקעטעד! אדער "עדיוקעטעד נישט צו ווערן עדיוקעטעד" טייל מאהל מיט אימארטל קאנסעקווענסן.

העי, יעצט גנב'סטו צו מיינע (אמאליגע) חתימות. האסט פארגעסן אז איך האב שוין אפדעיטעד מיין אומהאפענונג אין די היומען ראסע מאטא צו אן אהבת הבריות מאטא. און לאמיר זיך נישט נארן ביסטו אליין נישט געווארן דיסעדיוקעיטעד? און פונדעסטוועגן איז אויסגעוואקסן אזא מאטי, קיינעהארע.
דער אמת איז אז אויב מען האט א נאנטער קשר מיט די ווייב וועט עס זיכער מיט די צייט אריינדרינגען, בדוק ומנוסה. און אויב האט מען נישט קיין נאנטער קשר מיט די ווייב, וואס די העק מיט צניעות, קודם בוי דיין שלום בית.

ראש הישיבה » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:26 pm

· #170490
די נושא פון צניעות איז א מעסד אפ נושא.
צניעות וואס איז נוגע פאר א מאן איז נאר נוגע ווען ער וויל זאגן א דבר שבקדושה, דארף ער וויסן ווען הייסט עס טפח מגולה, און מען טאהר נישט זאגן א דבר שבקדושה, אדער אויב מען מעג יא זאגן א דבר שבקדושה. ווען העלפט צומאכן די אויגן ווען נישט. אזוי אויך איז נוגע ווען א מענטש גט זיך אין ער וויל זיך פטר'ן פון כתובה ווייל זי איז עובר אויף דת יהודית (כמעט שאינו במציאות).

א מאן וואס ווערט נתעורר יעדעס מאהל ער זעהט א פרוי אביסל מיט א בעסערע אויסזעהן, אדער אפילו פון א פרוי וואס גייט אביסל נישט אזוי צניעות'דיג, דארף העלפ! א מענטש דארף זעהן א פרוי ווי א יומען ביאינג, אין נישט ווי א וועג פון זיך ענדזויען. אויב ווערט ער פארדרייט מיינט איז אז ער איז מעסד אפ!

צניעות וואס איז נוגע פאר פרויען.

א יעדער אידישער פרוי דארף אויס זעהן שיין און אטראקטיוו. מען זעהט אזוי אין חז"ל ביי די הולכי גולה (אינני זוכר מקומו).
פראסטקייט און אויסגעלאסענקייט, איז אומצניעות. צניעות קען כמעט נישט האבן קיין הלכות אזוי מעג אזוי טאהר מען נישט. צניעות איז אינערליכע pride, וואס א פרוי וויל זיך נישט פרעזענטירן ווי א אויסגעלאסענע אומאיידעלער, פאר פרעמדע מענטשן (בפני מענער און פרויען אייניג). די תוצאה פון אזא אינערליכע געפיל איז אז די פרוי וועט זיך אנטוהן אויף א איידעלע אופן נישט וועלנדיג זיין פראסט. די אינערליכע געפיל באקומט מען נאטירליך און דורך א גוטע חינוך פון עלטערין (א מיעוט באקומען דאס פון סקול).
די צניעות קוד מיינט צו זאגן, אז אויב האסטו א אמת'ר צניעות געפיל וועט די תוצעה זיין אז דו וועסט דיך קליידן לויט די קוד. ברור כשמש, אז פרויען וואס פאלגען נאך דעם קוד פונקטליך, קענען נאך זיין ווייט פון א צנוע. זי קען נאך אלץ רעדן אדער וואקן אומ צניעות'דיג. נאך א משל, א פרוי וואס זייגט אין פאבליק, אפילו זי גייט מיט זיבן טיכלעך, איז זי נישט קיין צניעות'דיגע פרוי, כאטש עס שטייט נישט אין די צניעות קוד.

הלכות צניעות פאר פרויען איז מיסלידינג די גאנצע נושא.

ווייל עס מאכט נישט אויס וויפיל אינטשעס די סקורט איז. דער עיקר איז אז דו ביסט א צניעה פון אינעווייניג. ממילא וועסטו זיך אזוי אויפפירן, און דו וועסט דיך אויך אזוי קליידן.
זענען געקומען די סקולס אין געמאכט א דרעס קוד. פארוואס ווייל די טבע פון מענטשן אז מען וויל יענעם נאכמאכן. מען קען נישט ווארטן ביז די מיידל ווערט א אמת'ר צניעה, ממילא מאכט מען א דרעס קוד, אז ביז זי וועט קונה זיין די מדה פון צניעות זאל זי דערווייל גיין אהנגעטוהן ווי א צניעה.
וואס איז ליידער געשעהן, אז די סקולס האבן נישט געלערנט די מדה פון צניעות, נאר די אזויגערופענע הלכות. דאס האט גורם געוועהן אז נשים זענען נישט צנועות, נאר מען צווינגט זיי צו גיין אהנגעטוהן לפי א געוויסע קוד.

פארוואס רודפט מען די פרויען בענין צניעות?

לו יהא אז עס איז א געפערליכע פירצה, אבער האסט שוין אלעס מתקן געוועהן ביי די מענער, אז דו נעמסט דיך צו די אומבאהאלפענע פרויען? לדעתי מוז זיין אז די סיבה וואס מען באשולדיגט זיי צו אלע גזירות איז נאר ווייל זיי זענען פון די אומבאהאלפענע סאקטע פון מין אנושי. קיינער נעמט זיך נישט אהן פאר זיי.

בנוגע דער אסיפה און מאנסי:

שמעתי אז נאך די אסיפה האבן די פרויען זיך געקענט מקבל זיין אויף א צעטיל עפעס א זאך בענין צניעות און רעבעצין קלוגהאפט האט נאך יענער נאכט עס געברענגט פאר איר טאטע די סקולענער רבי. wow! ווער איז דארט געוועהן? די סקווירא די וויזניצער. זיי האבן א פראבלעם אין צניעות? וואס גייט דא פאר? די גאנצע זאך איז מעסד אפ.

דעת תורה » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 7:30 pm

· #170636
געפילטע פיש
דעת תורה
פון א מענערישן שטאנדפונקט איין הערה'לע נאר(בהנחה אז רוב שרייבער דא זענען מענער) וועמען ארט אז די חבר'ס ווייב - אדער אפילו די אייגענע ווייב אין גאס - גייט אנגעטון יאנטשי און צניעות'דיג? איז דען נישט געשמאקער פאר א מאן צו וואקן אויפן גאס רואיגער אן קיין דיסטרעקשאנס, בפרט אויב מען קען נאך צוקומען צו הסתכלות און הרהורים לוינט זיך זיכער אז די פרויען זאלן גיין בצניעות.

אינדערהיים זאל זיך די פרוי אויסקליידן - אדער אנטבלויזן - כפי אוות נפשו הטהורה, אבער אין די גאס? עס איז אפילו מער, אין א קאמיוניטי וואס איז מער צניעות'דיג און צוריקגעהאלטן, די מענער האבן נישט קיין שייכות מיט פרעמדע פרויען, וועט א גוד לוקינג פרוי גארנישט פארדינען פון פרעמדע מענער, נאר סעקסועל אביוז, מענער וועלן זיך ממלא זיין זייערע תאוות אויף די פרוי'ס חשבון, עטליעסט א מעין פון סעקסועל אביוז איז עס.


פון א מענטשליכע שטאנדפונקט, פארוואס טוסטו זיך אן דיין גוטע הוט\רעקל ווען דו גייסט ארויס אין גאס אדער צו א שמחה? ס'דאך נישט דיר, ס'איז דיין הוט. וואס פעלט דיר אויס די דאגה פון דיין שיינע הוט זאל קאליע ווערן פון די רעגן אדער פליען אין די ווינט? איז דען נישט געשמאקער צו וואקן אויפן גאס רואיגער אן קיין דיסטרעקשענס? בפרט אויב די הוט קען נאך אראפ פליען, לוינט זיך נישט צו גיין מיטן שמאטע הוט?

אינדערהיים טו דיך אן די שיינע הוט, כפי אוות נפשו הטהורה, אבער אין די גאס? א שאד די טירחה.


פארשטייט זיך די איינציגסטע סיבה איך פאלג נישט דיין עצה, איז נאר ווייל איך וויל נישט זיין דער איינציגסטער. אבער אין הכי נמי, אוודאי וואלט מיר נישט געשטערט ווען מען מאכט אסיפות - און דער ציבור פאלגט עס ווען אויס - אנצוטון קעפ'ס למשל, אדער דאשיקלעך, אדער יעדער איינער זאל זיך אנטון א קוטשמע, א.א.וו. פארקערט, איך וואלט עס שטארק מעודד געווען.

דאס שרייב איך נאר צו פארענטפערן דיין שאלה, אבער בעצם כאפ איך נאכנישט פארוואס דו האסט גע'קוואוט מיין תגובה צו קענען פרעגן די שאלה. צו רע'פראזירן מיין שאלה, נניח אז מען רופט צוזאם די פרויען און מען איז דורש דרשות של דופי אז איר איינציגסטע תכלית איז צו זיין משועבד און נכנע צום מאן בכל יכולתה, זיך אראפבייגן למטה מעשרה פאר אים, יעצט אפילו דו זאלסט האלטן עס איז א אומרעכט און בעצם פרויען זענען גלייכע באשעפענישן א.א.וו. די גאנצע פעמיניסטישע צוגאנג, גלייב איך נישט אז למעשה וואלט דיר עס וויי געטאן. נאך אלעם, דו וואלסט ווען בענעפיטירט דערפון, עס וואלט דיר געווען געשמאקער. די זעלבע דא, לכאורה ברויכסטו דאך הנאה האבן אז פרויען גייען אנגעטאן בצניעות, עס איז דאך פאר דיר א טובה. סאו כאפ איך נישט וואס איז די גרויסע אנגעגעסנקייט ביי דיר איבער די צניעות איבערטרייבונג.

חוץ אויב דו ביסט אליין א פרוי 🙂

הערשי » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 8:31 pm

· #170648
ס'הייסט איר פארשטייט נישט ס'זאל באנק טאן אן עולה נאר אויב מ'ווערט אליין באקריוודעט. דאס איז א מדרגה אין סעלפישנעס. א שיינער דעת תורה.

דעת תורה » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 9:03 pm

· #170654
איך האב דאס נישט געשריבן, כאטש עס איז גאנץ זיכער אז איר קימערט זיך מער מיט היטלער'ס רציחות ווי מיט מילאסעוויטש'נס. איך האב גערעדט ווען מען פארדינט פון די עוולה, (און פארשטייט זיך מען רעדט ווען די עוולה איז נישט עפעס מורא'דיג) איז שווער צו זעהן א מענטש זאל באמת באדערן אז דער סיסטעם איז אויסגעשטעלט צו זיין בענעפיט, כאטש עס איז אויפן חשבון פון אנדערע. (למשל דיין רייכע מערב וועלט לעבנס סטיל וואס קומט אויפן חשבון פון כינעזער צוואנגס ארבעטער - וועלכע איז אגב, יא א געפערליכע עולה קעגן די מענטשהייט, אבער עס שטערט דיר נישט פון נוצן דיין אייפאון)

פוןדעסטוועגןדאך » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 10:19 pm

· #170689
ר' דעת,
שתי תשובות בדבר.
א- דיין עצה איז הלכתא למשיחא. די פאקטן על השטח איז אז מען טוט זיך נישט אהן קיין שיינע אוסגעצירטע בגדים אינדערהיים. מען קויפט מתחלה נישט קיין קליידער וואס זענען געמאכט צו גיין אין גאס, אויף אנצוטוהן אין שטוב, און אפילו אויב מען האט, באדערט מען זיך נישט עס אנצוטוהן. בכלל פארשטיי איך נישט ווען פונקטליך זי זאל זיך אנטאהן שיין, ווען זי איז אין שטוב מיט דריי פיצלעך אויף איר קאפ? ווען זי האלט אינמיטן קאכן נאכטמאל, אדער ווען זי גייט ארויס און אוועק פונעם גאנצען געטומעל?

ב- אמת עס שטייט אויף די נשים צדקניות אז תחת התפוח עוררתיך, אז זיי האבן געמאכט א לשם ייחד אנצורייצן דעם מאן, אבער דאס איז געווען און די שווערע צייטן מכח פרעה'ס גזירות. בנוהג שבעולם געשעהט דאס דוקא בהיסח הדעת, זעיר פה וזעיר שם. מען קוקט נישט אהן א ווייב פאר די נעקסטע האלבע שעה לשם מצות אין אשה אלא ליופי. מען האט הנאה פון א גוטע שמועס צוזאמען מיט א סאבקאנשעס הנאה פון איר בחנטע און באצירטע פנים און קליידונג. דאס ארבעט נישט מיט באשטימטע צייטן. אויב יעדעס מאל מען גייט ארויס איז זי דוקא נישט רייצענד, דעמאלט גייט אט די מראה אריין אין דעם מאנ'ס סאבקאנשעס.
איך מיין אז די גמרא אדער רש"י זאגט פארוואס דוקא בבית אפל, שמא יראה בה דבר מאוס ויתגנה. די גמרא זארגט זיך פאר אן איינמאליגע אומחן, על אחת כמה וכמה א כסדרדיגע בלאסע אומבאצירטע אויסזעהן.

שמערל » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 10:29 pm

· #170692
ראש הישיבה

נאך א משל, א פרוי וואס זייגט אין פאבליק, אפילו זי גייט מיט זיבן טיכלעך, איז זי נישט קיין צניעות'דיגע פרוי, כאטש עס שטייט נישט אין די צניעות קוד.

במחילת כבו"ת הראש ישיבה שליט"א, אויב שטייט עס נישט אינעם קוד דאן פארוואס האט איר עס צוגעלייגט? כמיין אין די אלגעמיינע וועלט איז דאס א גרויסע מחלוקת און זיי רעדן פון זייגן אויפגעדעקטערהייט בפני כל עם ועדה. פארוואס זאל זייגן א קינד אויף א צנועסדיגן אופן זיין א פראבלעם? אפשר איז ארגער פון א משתין בשוק וואס איז א הלכה מפורשת אז אויך א אשה מעג?

געפילטע פיש » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:04 pm

· #170703
דעת תורה
פארשטייט זיך די איינציגסטע סיבה איך פאלג נישט דיין עצה, איז נאר ווייל איך וויל נישט זיין דער איינציגסטער. אבער אין הכי נמי, אוודאי וואלט מיר נישט געשטערט ווען מען מאכט אסיפות - און דער ציבור פאלגט עס ווען אויס - אנצוטון קעפ'ס למשל, אדער דאשיקלעך, אדער יעדער איינער זאל זיך אנטון א קוטשמע, א.א.וו. פארקערט, איך וואלט עס שטארק מעודד געווען.

דאס שרייב איך נאר צו פארענטפערן דיין שאלה, אבער בעצם כאפ איך נאכנישט פארוואס דו האסט גע'קוואוט מיין תגובה צו קענען פרעגן די שאלה. צו רע'פראזירן מיין שאלה, נניח אז מען רופט צוזאם די פרויען און מען איז דורש דרשות של דופי אז איר איינציגסטע תכלית איז צו זיין משועבד און נכנע צום מאן בכל יכולתה, זיך אראפבייגן למטה מעשרה פאר אים, יעצט אפילו דו זאלסט האלטן עס איז א אומרעכט און בעצם פרויען זענען גלייכע באשעפענישן א.א.וו. די גאנצע פעמיניסטישע צוגאנג, גלייב איך נישט אז למעשה וואלט דיר עס וויי געטאן. נאך אלעם, דו וואלסט ווען בענעפיטירט דערפון, עס וואלט דיר געווען געשמאקער. די זעלבע דא, לכאורה ברויכסטו דאך הנאה האבן אז פרויען גייען אנגעטאן בצניעות, עס איז דאך פאר דיר א טובה. סאו כאפ איך נישט וואס איז די גרויסע אנגעגעסנקייט ביי דיר איבער די צניעות איבערטרייבונג.

חוץ אויב דו ביסט אליין א פרוי 🙂

האסט נישט פארשטאנען מיין כוונה, דו האסט געפרעגט וואס גייט אן א מאן וויאזוי זיין ווייב זעט אויס אויפן גאס, אויף דעם זאג איך דיר אז ס'מיינס א זאך, און ס'גייט מיר אן וויאזוי ס'זעט אויס אפילו אין מיין אפוועזענדהייט. צו ס'איז מיין הוט, מיין מאן\ווייב, זון, טאכטער, זיידע, באבע, כ'וויל זיי זאלן אויסזעהן לייטיש אויפן גאס. דעטס איט.

און וואס פונקטליך וואלט געווען געשמאקער? דאס לעבן איז דיר טאקע אזוי שווער צו זען שיינע פרויען אויפן גאס? קאם אן! פארדעם גייסטו באקירדווען א האלבע מענטשהייט, אינקלודינג מחברתך הטהורה, דיינע קינדער און אייניקלעך? וואסארא טובה האב איך פון דעם אז פרויען גייען אנגעטוהן יאנטשי ווי שרה אימנו?

נולד מאוחר » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:23 pm

· #170709
סאיז באקאנט פונעם סאטמער רב זצ''ל א מימרא וואס ברענגט ארויס די אמתע מכיון פון צניעות פון די פרומע.
א בעדינג סואט איז אסור פאר א פרוי צי אנטון ביים שווימען. אפי מענער זעען נישט. פארוואס ? ווייל סאיז א בגד פרוצת. ליין סמאכט די פרוי פילען גוט מיט זיך.

טיטאניק » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:36 pm

· #170710
געפילטע פיש
דעת תורה
פארשטייט זיך די איינציגסטע סיבה איך פאלג נישט דיין עצה, איז נאר ווייל איך וויל נישט זיין דער איינציגסטער. אבער אין הכי נמי, אוודאי וואלט מיר נישט געשטערט ווען מען מאכט אסיפות - און דער ציבור פאלגט עס ווען אויס - אנצוטון קעפ'ס למשל, אדער דאשיקלעך, אדער יעדער איינער זאל זיך אנטון א קוטשמע, א.א.וו. פארקערט, איך וואלט עס שטארק מעודד געווען.

דאס שרייב איך נאר צו פארענטפערן דיין שאלה, אבער בעצם כאפ איך נאכנישט פארוואס דו האסט גע'קוואוט מיין תגובה צו קענען פרעגן די שאלה. צו רע'פראזירן מיין שאלה, נניח אז מען רופט צוזאם די פרויען און מען איז דורש דרשות של דופי אז איר איינציגסטע תכלית איז צו זיין משועבד און נכנע צום מאן בכל יכולתה, זיך אראפבייגן למטה מעשרה פאר אים, יעצט אפילו דו זאלסט האלטן עס איז א אומרעכט און בעצם פרויען זענען גלייכע באשעפענישן א.א.וו. די גאנצע פעמיניסטישע צוגאנג, גלייב איך נישט אז למעשה וואלט דיר עס וויי געטאן. נאך אלעם, דו וואלסט ווען בענעפיטירט דערפון, עס וואלט דיר געווען געשמאקער. די זעלבע דא, לכאורה ברויכסטו דאך הנאה האבן אז פרויען גייען אנגעטאן בצניעות, עס איז דאך פאר דיר א טובה. סאו כאפ איך נישט וואס איז די גרויסע אנגעגעסנקייט ביי דיר איבער די צניעות איבערטרייבונג.

חוץ אויב דו ביסט אליין א פרוי 🙂

האסט נישט פארשטאנען מיין כוונה, דו האסט געפרעגט וואס גייט אן א מאן וויאזוי זיין ווייב זעט אויס אויפן גאס, אויף דעם זאג איך דיר אז ס'מיינס א זאך, און ס'גייט מיר אן וויאזוי ס'זעט אויס אפילו אין מיין אפוועזענדהייט. צו ס'איז מיין הוט, מיין מאן\ווייב, זון, טאכטער, זיידע, באבע, כ'וויל זיי זאלן אויסזעהן לייטיש אויפן גאס. דעטס איט.

און וואס פונקטליך וואלט געווען געשמאקער? דאס לעבן איז דיר טאקע אזוי שווער צו זען שיינע פרויען אויפן גאס? קאם אן! פארדעם גייסטו באקירדווען א האלבע מענטשהייט, אינקלודינג מחברתך הטהורה, דיינע קינדער און אייניקלעך? וואסארא טובה האב איך פון דעם אז פרויען גייען אנגעטוהן יאנטשי ווי שרה אימנו?

ווי עס איז משמע, איז שרה בכלל נישט געווען יאנטשי, זי איז געווען א model א עכטע שיינע פרוי, הער אויף מיט דעם לאזינג, פוי פעך
מיר זענען א שיינע פאלק, מיר האבען געהאט שיינע מאמעס און באבעס, און אינזערע טעכטער שוועסטער און ווייבער זענען נאך שענער
איך זאג נישט מיר האבען ליידער אזא שאת וספחת פון גרים ובעלי תשובה וואס ציליב זייער געווזענע לייף אדער זייערע עלטערענס געוועזנע לייף טראגען זיי מיט זיך אזא מישען צי מיאוס מאכען כלל ישראל, אבער עפרא לפיהם, פוי פעך
כלל ישראל האט זייער ליב די ווארט "שיין" פשוט פשט, אלעס גייט ארים "הדר" און "שיינקייט", הערט אויף מיט דעם קרענק פון די ווארט יאנטשי, די אראבער מיט די כינעזיער זענען יאנטשי, אבער נישט אינז
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10