☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

488 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5499
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

אספקלריה » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 10:15 am

· #464349
הרב @געלט
קודם שכח פאר'ן ארויפברענגען די נושא,
דו ביסט נישט דער איינציגסטע וואס סטראגעלט מיט דעם, הונדערטער פון אונזערע יונגעלייט מוטשען זיך מיט די נושא.

איך וויל צולייגן אפאר נקודות פון מיין שטאנדפונקט.

ס'איז ידוע פונעם גר"א אז סאיז דא א יצה"ר מבפנים ומבחוץ, ס'איז דא אן אינערליכע געברויך וואס די מאן וויל אז די ווייב זאל ווייזן אינטערעסע אין איהם, און אים וועלן אנרייצן, א מאן האט ליב צו פילן וויכטיג און די גרעסטע הנאה איז ווען ער פילט ווי זיין פרוי וויל אים, און נישט סתם זי וויל אים, זי וויל אים.... יא.

ממילא ווען די פרוי באפוצט זיך פאר אים, פילט ער ווי זי האט באמת אן אינטערעסע אין אים, (זי האט נישט מורא צו ווייזן איהר נאטורליכע געפילן, און זי שפילט נישט ווי זי דארף עם נישט האבן).

פארשטייט זיך אז אנצוקומען צו דעם דארף די מאן טוהן זיין דזשאב צו מאכען די ווייב זאל גיין פאר אים, וואס איז נישט קיין גרינגע מעשה ווייל ווייבער זענען אין די נושא אסאך מער עכט, זיי גייען נישט פאר קיין טייטע קורצע ראמאנטישע סחורה, זיי האבען ליב קאנעקשאן, זיי האבן ליב ווען די מאן ווייזט ארויס זיין וואנליריביליטי, די מאן ווייזט באמת אז ער קעהרט פאר איהר, זי פילט באמת אז זי איז די מאנ'ס איינציגסטע, און די מאן איז אלל אין מיט איר, אויב זי פילט דאס, געווענטליך וועט זי פרובירן אלעס צו טוהן צו כאפן די מאן ווייל די מאן האט איהר געכאפט.

ס'איז אבער דא די יצה"ר מבחוץ, מ'גייט אויף די גאס, מ'קוקט, און בפרט אין די היימישע שטעט ווי מ'וואוינט אזוי צוזאמען, איז געווארען די שגעון אז מ'טוט זיך אן אין א גרינע דינסטאג אזוי ווי מ'זאל ווען גיין צו א חתונה, מ'גייט שאפינג, און מ'קויפט זיך שיינע קארס, און אנשטאט אויפבויען א אינערליכע הויז מיט אפענע געפילן און קאנעקשאן איינעם צום צווייטן, בויעט מען אויף אזוי דרויסענדיגע ראמאנטישע אימעדזש, אזא אחיזת עינים, מ'רייצט זיך אהן דורך ווייזן פאר יענעם ווי ראמאנטיש אונז זענען, און דער נארמאלער יונגערמאן וואקט אדורך און זעהט דעם הייסן קאפעל וואקט אדורך און ס'גייט אריין און עם דעם "ארס של נחש", ער מיינט אז דארט ליגט די גליק, און מ'הייבט אהן צו גליסטן און זאגן פאר די ווייב איך וויל אהער איך וויל אהין...

ס'איז א שווערע מעשה,

בפרט אויב איינער איז פארט פון א קראוד און ס'איז דא סטענדערדס ווי א שטארקע רייסער די פרוי דארף זיין, און די פרוי האלט נישט ביים זיין איהר מאנ'ס רייסער.

און אויב די פרוי איז פניומית'דיג און א עכטע מענטש גייט עס קייינמאל נישט ארבעטן, ס'איז דא פרויען וואס האבען נישט געגעסן פון די עץ הדעת, זיי דארפן די עכטע זאך, ס'אינטערעסירט זיי נישט קיין רייצענדיגע ראומענס, זיי דארפן עכטע קאנעקשאן.

אסאך מענטשן טענה'ען אז ס'איז זיי גרינגער געווארן מופענדיג צו די סובערבס און וואוינענדיג מער פאר זיך, דארטן קומט מען צוריק צו די הויז, צו די אייגענקייט, צו די אינערליכע חלק פון די סטראגל.

בת קול קומט פון א נייע שטאנדפונקט, די פרישע יונגען האבן די משוגעת פון פעמיניזם, כאילו א פרוי דארף נישט קיין מאן, און זיי נעמען זיך ארום מיט אזא מאסק כאילו זיי זענען נישט קיין פרויען און זיי גייען קעגן זייער פרויענישע נאטור, און שמירן זיך נישט, א טייל פון זיי זענען מחליט שפעטער אז אפשר זענען זיי מענער און טוישן דזשענדער..

מיין לימיטעד שכל זאגט מיר אז די מאוומענט איז א מאוומענט פון מענטשן וואס זענען דיסקאננעקטעד מיט זייער אמת'ע הרגשות און זיי געבן ארויס א פאלשע איידענטיטי, און זיי ווערן אזוי דיסקאננעקטעד מיט זיך און זיי ווילן אנטלויפן פון זיך אזוי ווייט אז זיי ווילן טוישן זייער דזשענדער.

איך האף אז איך האב דיר עפעס צוגעלייגט אין די נושא.

חוץ מזה איז דא אסאך מחלות הנפש וואס דרייען זיך ארום ביי אונז, אונז האמיר אסאך מעניאקס און נארסעסיסטישע טאטעס און מאמעס, קינדער פון מלחמה איבערלעבער, און זייערע טעכטער זענען אסאך מאל גאר פארמאכט פון זייערע אייגענע געפילן, זיי זענען פארנומען יענטענען מיט די שוועסטערס און שוועגערין און שכנים, און זיי דעוועלאפן בכלל נישט זייער אייגענע פערסאנעליטי און אוודאי נישט זייערע אינערליכע געפילן, ס'איז זייער א ווייטאגליכע נושא, סיי ביי די פרומערע משפחות און סיי די ביי די מער מאדערנע משפחות, די אמת'ע פערסאנאליטי פון די פרויען קומען גאר ווייניג ארויס, ס'קומט ארויס אדער בתורת רעבעצין אדער בתורת מאדערן לעידי, אבער א נארמאלע פרוי זאל דעוועלאפן אמת'ע טיפע הרגשות איז ליידער זייער ווייניג, ממילא איז אסאך מאל גאר שווער אנצוקומען בכלל צו אונזערע פרויענ'ס הארץ.

בת קול » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 10:23 am

· #464350
נישט מסכים מיט די לעצטע 3 פאראגראפן, אבער זאגסט גוט.

אספקלריה » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 10:27 am

· #464352
אדרבה,
עלאבערעט וואס די ביסט נישט מסכים.

בת קול » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 10:44 am

· #464354
אז פעמעניזמם איז א movement פון מענטשן וואס זענען disconnected פון זיך.

Chuchem » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 12:08 pm

· #464362
געלט
‏

אינז זעמער מער ווייניגער אויף איין פעיטש (מעגליך מען קען דאס ריפן שלום ביית)
די private לעבען קען איך אויך זאגן אז בה עס גייט אויף א גיט וועג
נאר ביי איין זאך פין זיך אןטון זענען מיר אויף מעסער שטעך
אינז קימער ביידע פין א ווליאמסבורגע סאטמער קאווערט שייטעל פעיס מעקאף וכו׳! איי וואט קאל איט סעמי בעל באטיש
פאר עפעס א סיבה מיין ווייב האט נישט צויפיל געפיל צום גאנצען זאך פין זיך אןטון אין אויז זעין גוט נישט אז פארקערט יא אבער זי וואלט גע מעגט צו לייגען מער געפיל
למשל לעצטענס האט זי אן געהויבן צי לייגען ווייניגער מעיקאף אין בלאש מיטן תיריץ אז מען זעיט אויס בעסער אזוי (גיי פארשטיי )
אייביג גייט זי מיט דארק קאליר אין ווען איך זאג איר אז זאל אויך קויפן אנדערע קאלערס זאגט זי אז זי האט נישט קיין פראבלעים אבער זי האט נישט געטראפען וואס זאל איר שטיין גיט ׳ א יעדער טרעפ נאר נישט זי ???
גראדע איר עלטערע שוועסטערס אין מאמע פאר שטייען יא גאנץ גוט אין האבן טאקע פין מאל צו מאל טענות אויף מיין וויב אז זי געטזיך נישט געניג אף ,

שוין פאר 10 יאר פראביר איך מיט שיינעם אז עס מיר זייער וויכדיג זי זאל זיך מער א הערהשטעלן פרנסה איז בה דא סא זי קען שפענדען, אבער פאר סאם ריזען איז שוין געווארען א שטיקל פייט זי וויל נאר קיין ווי מער סימפל אין עס מיר כסדר
איך בעט איר בכל נישט זי זאל טוישען לבוש נאר דאס אנטון זאל נישט זיין קיין עול אין טין א גאנצע טובה איך וויל זי זאל אריין לייגען מער קאף אין אזאך וואס נאר זי קען מיר צו שטעלן
אנשאלדיגט פאר מיין ספעלינג אין לשון אבער איך קען בכל נישט שרייבען איך זיך שוין אזוי לאנג הילף אן קיין ריזאלטס פריביר איך דא

Is Anyone with me?
I would appreciate to hear comments from you
and also if you know of someone Specialize in this (of course im ready to pay)



אוי, ר' געלט.


ווי נעמט מען די פעדער און האנט, נאכן ליינען די קאמענטארן און דאן געליינט דיין שאלה.




האמת אגיד, די דארפסט נישט קיין דאקטאר אדער א שליש, די אוצר ליגט ביי דיר אונטערן אויוון. די זאגסט אז דיין אשת חיל איז אן אויסגעצייכנטע ווייבל און אלע ענינים, חוץ דעם איין ענין פון לבוש. אבער איך שפיר דא נעמסט דאס אלעס 'פאר גרענטעד', די האלסט אז אלעס וואס זי טוט, אזוי קומט עס און דאס איז דאס.


איך זעה אז פאר יארן מוטשעסטו די בני בית צי מאכן א קליינע שינוי אבער עס גייט נישט. אפשר איז כדי צו מאכן א טויש און צוגאנג.


איז קודם כל, קיבלתי ממורי Jordan B Peterson, אז די וועג וויאזוי צו טרעינין א שותף/חבר איז נאר אויב מען 'כאפט' דעם שותף טוהן א גוטע זאך וואס מען האט ליב, ווייסט מען ארויס ווי צופרידן און פריילעך מען איז פאר דעם, און מען קאמפלימענטירט די זאך. דאן מטבע האדם וועט די מענטש וועלן טוהן די זאך נאכאמאל, וכן להלן.


מיר זעהט אויס אז עס פעלט אסאך 'האנעסט' קאמפלימענט וואס עס קומט זיך איר, וואס זי באקומט נישט. חוץ פון קאמפלימענטן זעהט עס אויס ווי זי האט גענומען די לבוש זאך אלס א בארג צי שטארבן אויף, קען זיין עס איז א מעסעדזש צי דיר אז זי וויל אביסל אטונומיה, זי וויל עפעס א 'זיך'. און אויב דעס איז די מציאות, איז אפשר כדי פאר דיך צי נעמען אפאר טריט אויף צוריק און איר אויפבויען באזירט אויף אירע אייגנשאפטן און טאלאנטן.


נאך מער, ווען משפחה מיטגלידער דרייען איר א קאפ וועגן לבוש, נעם איר זייט, און לאז וויסן פאר זיי אז דיין אשת חיל ווייסט וואס איז ריכטיג פאר איר, איז גענוג קליג און גייט מאכן די באשליסן אליין.


עס קען נעמען אסאך געדולד, אבער די מער די וועסט אריינלייגן און בויען דיין שותפות, וועסט די מער ארויסנעמען. זי דארף אנפאנגען פילען אז די פארשטייסט איר באמת, א מתנה איז נישט אפאר אפאר אלפים, און היידא א צירונג, לייג אריין אסאך מחשבה, ווייז איר ווי וויכטיג זי/אירע 'אפיניאן' איז. ווען זי פרעגט וואס מען זאל טוהן לגבי א וויכטיגע נושא, זאג איר איך וואלט געוואלט הערן דיין 'אפיניאן', און אויב איר דעה איז גארעכט זאג איר איך האב עכט געקלערט צי טוהן אנדערש אבער וועגן די ביסט אזוי וויכטיג פאר מיר און לעבן וויל איך טוהן אזוי ווי די זאגסט. די נושא פון הערן/אויסהערן האפנטלעך וועט גיין ביידע וועגן און אין רוב פעלער וועט מען ביידע זיך אויסהערן איינעם די צווייטע, און אננעמען באשלוסן וואס בענעפיטן די שותפות.


סה''כ עס איז צייט צו מאכן א חשבון הנפש פון דיין רילעשענשיפ. אויב איז אזוי גיט, דארפסטו טוהן צוויי זאכן, איינס, שטענדיק ארויסברענגען /קאמפלימענטירן ווי גיט זי איז/טוהט, והשנית, זיכען צי בויען די 'רילעשענשיפ', און מער ארויסברענגען איר פערזענלעכקייט.


כנלע''ד


ויה''ר שיאירו עיני שותי הקאווע

מפיל קינד » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 12:21 pm

· #464364
כ'ווייס נישט ווער דיין 'שמעתי ממורי' איז, אבער דאס האט מיין ראש ישיבה מיר געזאגט פאר מיין חתונה.

קריטיק איז וויכטיג, אבער ס'קען ווארטן. ביז ווען? ביז ס'וועט אמאל עפעס אויסקומען גאר גוט, דעמאלטס שיס אריין די קאמפלימענטן ווי גוט דאס איז. אזוי וועט זיך שוין אלעס טוישן אויטאמאטיש.

טרעף די גוטע נקודות אין איר, ווי אויך די חלק הטוב אין יעדע זאך פון איר, געב איר צו שפירן די טעם פון קאמפלימענטן, און זיי וועט נאכלויפן זיי צו כאפן.

ב"ה אז מיט אביסל שכל הישר האט מען אויפגעטון וועלטן מיט דעם מהלך.

Chuchem » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 1:03 pm

· #464368
מפיל קינד
כ'ווייס נישט ווער דיין 'שמעתי ממורי' איז,


Jordan B Peterson איז אן קאנאדישע אינטעלעקטואל.

זעה איוף יו טוב, די נקודות וואס כ'האב אויסגעשמועסט.

<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=17fRzsbcME0">https://m.youtube.com/watch?v=17fRzsbcME0</a>

אספקלריה » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 4:03 pm

· #464376
בת קול
אז פעמעניזמם איז א movement פון מענטשן וואס זענען disconnected פון זיך.

פעמיניוזים איז א גרויסע שם הכולל וואס מקען מאכען דערפון פארשידענס.

איך רעד פון דיע נקודה פון פעמיניוזים אז סאיז דא געוויסע פרויען וואס שפילען מענער און זיי קאננעקטין נישט צו זייער פרויערישע חלק, איך רעד נישט דא חס וחלילה פון אווקנעמען רעכטען פון פרויען,

און אנדערע ווערטער ווען א מאן שפירט אז זיין פרוי איז נישט פרויעריש, און ער האט חתונה געהאט מיט א פרוי און ער וויל זי זאל זיין א פרוי, זאל זי נישט מאכען קיין נדרים שבינו לבינה, ווייל סעפעקט די מערידזש, אויב וויל זי נישט זיין א פרוי אדער פרויעריש, זאל זי זיך אפגעטען און גיין וואונען קיין בושוויק צו און סאן פראנציסקא, דארט קען זי באקומען א מאן וואס וועט וואטשען די קינדער און זי וועט ארבעטען, וכ״ו

אדרבה איך וויל פארשטיין די געדאנקען גאנג פון די עקסטרעמע פעמיניסטס,
צו האלטסטו אז פרויען און מענער איז נאר א גופניות׳דיגע זאך סאיז נישט קיין עמאשינעל זאך?

בת קול » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 5:25 pm

· #464381
דו מישט צאם א קוגל. נישט זיין פעמעניסטיש און זיין א לעסביען זענען צוויי באזונדערע זאכן.
קיין איינס ווייזט נישט אויף זיין disconnected פון זיך. פארקערט. עס ווייסט אויף א ריזיגן לעוועל פון סעלף awareness.

אספקלריה » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 9:39 pm

· #464394
און לאמיר פארשטיין
טוישען דזשענדער ווייזט אוכט אויף א גרויסען לעוועל און סעלף עווערנעס?

בת קול » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 10:26 pm

· #464401
איך האלט אז יא.

moneyminded » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 10:47 pm

· #464403
ס'איז נישט דא קיין איין לייסענסד דאקטאר אדער פסיכאלאג וואס זאגט אז טוישן זשענדער איז א עכטע זאך, מיינענדיג אז מענטשן זענען געבוירן אין א ראנג באדי. נאר וואס יא, ס'דא זייער אסאך וואס סופפארטען עס. איך האב גערעדט מיט א היפנעטייזער וואס האט געזען טויזענטער קליענטען וואס ווילן טוישען זשענדער די לעצטע 20 יאר און האט געמאכט שווערע געלטער פון זיי און טענה'ט ס'איז פאלש, אבער דאס איז אמת אז ס'איז דא מענער וואס האבן מער א פרויענ'ישע נאטור וואס רופט זיך א פעמעניסט ענערזשי וכן להיפוך אבער באמת אז ס'איז ראנג באדי איז חלומות.

בת קול » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 10:56 pm

· #464404

געלט » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 5:14 am

· #464410
מפיל קינד
כ'ווייס נישט ווער דיין 'שמעתי ממורי' איז, אבער דאס האט מיין ראש ישיבה מיר געזאגט פאר מיין חתונה.

קריטיק איז וויכטיג, אבער ס'קען ווארטן. ביז ווען? ביז ס'וועט אמאל עפעס אויסקומען גאר גוט, דעמאלטס שיס אריין די קאמפלימענטן ווי גוט דאס איז. אזוי וועט זיך שוין אלעס טוישן אויטאמאטיש.

טרעף די גוטע נקודות אין איר, ווי אויך די חלק הטוב אין יעדע זאך פון איר, געב איר צו שפירן די טעם פון קאמפלימענטן, און זיי וועט נאכלויפן זיי צו כאפן.

ב"ה אז מיט אביסל שכל הישר האט מען אויפגעטון וועלטן מיט דעם מהלך.

איך פארשטיי די פוינט פין געבען קאמפלעמענטס און געפיל, אזוי באקומט זי געפיל צו דיר, אבער ביי מיר איז עס שוין געווארן א קאלטע קריג אין די נושא, סא זי האט שוין גענומען א זייט, סא ווי אזוי דיעלט מיט די past ?

פאליטיקאנט » מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 11:45 pm

· #464596
זייער פשוט.
You put the past behind.

פון יעצט הייב אן געבן קאמפלימענטס לרחצה, אנהייב וועלן ענק ביידע טאקע שפירן אומבאקוועם דערמיט און זי גייט עס פשטות נישט אננעמען, אבער מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן....
און אז דו געבסט שוין קאמפלימענטס, פארגעס נישט פון דיינע קינדער אויך....

קהל'ס נער » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 6:16 pm

· #481930
[ציטאט אראפגענומען]
מקורות:
רש"י ד"ה הנה נא ידעתי כי אשה יפת מראה את: יפת תואר יאנטש"י בלע"ז ויפת מראה נעב"י בלע"ז.

איך האלט אז די מערכת דארף אראפ נעמען די רעקרדירונג פון די רע-ביצען, זי רעדט כפירה.[emoji3]

געדאנקן » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 1:07 am

· #485098
קען זיין סאיז שוין געווען דא
<a class="postlink" href="https://m.facebook.com/groups/761801687202428/posts/1227253023990623/">https://m.facebook.com/groups/761801687 ... 023990623/</a>

קהל'ס נער » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 1:35 am

· #485103
געדאנקן
קען זיין סאיז שוין געווען דא
<a class="postlink" href="https://m.facebook.com/groups/761801687202428/posts/1227253023990623/">https://m.facebook.com/groups/761801687 ... 023990623/</a>


זייער שטארק, מען דארף דאס איינבינדען אין א לעידערנע דעקל און עס געיבן פאר יעדע כלה ביים שבע ברכות.

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 7:40 am

· #485108
געדאנקן
קען זיין סאיז שוין געווען דא
<a class="postlink" href="https://m.facebook.com/groups/761801687202428/posts/1227253023990623/">https://m.facebook.com/groups/761801687 ... 023990623/</a>

קענסט ברענגען א קאפיע דא? איך האב נישט קיין פעיסבוק אקאונט.

צקון לחש » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 9:37 am

· #485114
שמעקעדיג
געדאנקן
קען זיין סאיז שוין געווען דא
קענסט ברענגען א קאפיע דא? איך האב נישט קיין פעיסבוק אקאונט.
לכבוד רעביצין פרימטשא לערנער תליט"א,
שלום וברכה!

איך שרייב צו אייך איבער אן ענין וואס איך ווייס אז איר וועט נישט פארשטיין קיין איין ווארט וואס איך רעד, און איר וועט האלטן אז איך בין א שגץ, אבער איך קען מיך נישט איינהאלטן, עס ברענט אין מיר און איך מוז מיך אויסגעבן.

לאמיך אייך דערציילן וואס ס'גייט פאר. ביי יענקעל און לאה (אומ)גליק איז ליידער זייער ביטער, יענקל - א וואוילער אינגערמאן, א נהנה מיגיע כפו, האט א שיעור יעדן טאג, באמת א חשוב'ער אינגערמאן - איז ליידער אדורכגעפאלן! ער האט נישט געקענט ביישטיין זיינע נסיונות און ער האט געטוהן אן עבירה מיט א פרעמדע פרוי! נאך ערגער, זיין ווייב לאה - א וואויל ערליך ווייבל מיט אלע מעלות, א בעלת מדות, קלוג, בא'טעמ'ט, גוד לוקינג - איז געוואר געווארן! און יעצט איז דארט חושך ואפלה, לאה וויל אים איבערלאזן, און יענקל שרייט אז אמת ער איז אדורכגעפאלן אבער פון היינט און ווייטער וועט ער שוין זיין וואויל.

יענקל איז מיין גוטע חבר און לאה איז מיין ווייב'ס חברטע, ממילא בין איך און מיין ווייב טיעף אריינגעמישט צוריקצושטעלן דאס אידישע שטוב. נאכן זיין פארנומען דערמיט אפאר וואכן בין איך געקומען צו די החלטה אז איר - יא, איר רעביצין פרימטשא - זענט שולדיג!

וועט איר אודאי פרעגן, איך? איך בין שולדיג? איך ווייס אפילו נישט ווער יענקל און לאה (אומ)גליק זענען! ווי אזוי קען איך זיין שולדיג אז יענקל האט זיך נישט געקענט איינהאלטן? איך גיי אנגעטוען צניעות'דיג, איך פיר מיך זייער איידל, ווי אזוי בין איך שולדיג?

א גוטע קשיא לכאורה, און וועל איך אייך טרייען צו פארענטפערן (און דא הייבט זיך אן די part וואס איר וועט נישט פארשטיין). לאה האט פאר די חתונה געהייסן לאה איידליס, איר געדענקט איר? זי איז געווען א פיין חשוב מיידל פון א פיינע משפחה. פאר איר חתונה האט איר טאטע - גאנץ א קנאפע פארדינער - ארויסגענומען אפאר שווער אויסגעהארעוועטע הונדערטערס און עס אייך געגעבן כדי איר זאלט געבן פאר זיין טאכטער "כלה שיעורים". יעצט געדענקט איר שוין ווער לאה איז?

לאה האט ביי אייך געדארפט לערנען ווי אזוי מ'דארף אויפשטעלן א אידישע שטוב, דערווייל אבער האבן אייערע שיעורים אונטערגעברענגט איר שטוב!

יענקל איז א מאן, און א מאן דארף די הייליגע מצוה! פשוטו כמשמעו, ביי לאה אין די אויגן איז ער א pig, פארוואס? ווייל איר האט געלערנט אז די הייליגע מצוה האט מען צוויי מאל א וואך, דינסטאג און שבת, און יענקל וויל אסאך מער פון דעם, און ער באקומט עס נישט פון זיין ווייב!

פרימטשא טייערע, אפשר קענט איר מיר געבן צו פארשטיין פארוואס איר לערנט דאס מיט כלות? דאס איז זאכן וואס ס'איז געזאגט געווארן פאר צדיקים וקדושים, נישט פאר ערליכע אינגעלייט וואס ארבעטן א גאנצן טאג אין מאנהעטן און זעהען זיך אן מיט שיינע נקיבות! וואס זאל א אינגערמאן טוהן ווען ער איז א גאנצן טאג ארומגענומען מיט הערליכע נקיבות און ער ווערט הייס? אין א נארמאלע וועלט וואלט ער אהיים געקומען צו זיין ווייב און זיך אויסגעגעבן, אבער לאה שרייט ניין! ס'איז מיטוואך היינט, דארפסט ווארטן נאך צוויי טעג! ומה יעשה הבן שלא יחטא???

בכלל, ווי קומט דאס געלערנט צו ווערן מיט מיידלעך? פארוואס לערנט איר נישט מיט זיי הלכות תפלין? זייט ווען איז דאס נוגע פאר פרויען? דאס איז א ענין פאר מענער, א מאן וואס קען, איז א מידת חסידות/חומרא/ענין אזוי צו טוהן, דאס דארף מען לערנען מיט מענער (אויב מיט זיי יא, אין די היינטיגע וועלט, אבער לאמיר זאגן אז יא) א מאן פארשטייט די חילוק פון א ענין, א חסידות, צו אן עבירה און א איסור כרת, משא"כ ביי רוב פרויען איז אלעס די זעלבע, א חומרא אדער א כרת ביידע טאר מען נישט קיינמאל, א מאן אויב ער קען וועט ער איינהאלטן חומרות זה בכה וזה בכה, יעדער האט זיך זיינע ענינים וואס ס'איז פאר אים געאייגענט, און אויב א מאן קען נישט איינהאלטן די חומרא פון צוויי מאל א וואך (וואס איך האלט אז היינט "טאר מען נישט" איינהאלטן די חומרא) האט ער אלע רעכטן (און ער איז מחויב) דאס נישט איינצוהאלטן!

יעצט אבער, די כלה טיטשער האט דאך געזאגט אז מען טאר נישט! דאס ווייב וויל נישט ברענען אין גהינם, אפשר זאגט איר מיר וואס אזא מאן זאל טוהן?

פאר רוב מענער איז די הייליגע מצוה צוויי מאל א וואך נישט גענוג, 4-5 מאל א חודש איז א געלעכטער, יא, א מאן דארף אסאך מער פון דעם, און ער האט אלע רעכטן עס צו באקומען!

איי וועט איר מיר זאגן "פאר מיין מאן איז עס גענוג, פארוואס קען נישט יענקל זיין אזוי ווי אים"? זאלט איר וויסן, אדער איז אייער מאן א צדיק גמור א פרוש א קדוש, אדער זענט איר א רשע'נטע אז איר געט נישט פאר אייער מאן וואס קומט זיך אים ערליך!


לאמיר גיין אביסל ווייטער, וואספארא חורבן איר מאכט. יענקל טענה'ט אז די הייליגע מצוה מיט זיין ווייב איז בארינג, נישט ער enjoyed און נישט זי, זי קוקט אן דאס גאנצע זאך פון די הייליגע מצוה ווי א גוי'אישע זאך, איר האט איר קיינמאל נישט געלערנט אז די הייליגע מצוה איז א גוטע זאך, די הייליגע מצוה ביי איר איז א זאך וואס מ'מוז "ליידער" טוען, ווי אזוי האט איר געזאגט ביי דעם שיעור? "מ'דארף אמאל טוהן זאכן וואס מ'פארשטייט נישט!" איר הערט ווערטער??? אנשטאט מסביר זיין אז די הייליגע מצוה איז א זאך וואס דער אייבערשטער האט געמאכט אז מאן און ווייב זאלן זיך ליב האבן, ס'זאל בויען א קשר צווישן זיי, ס'זאל ברענגען שלום בית, איז עס א זאך וואס איז גוי'איש און מ'פארשטייט נישט! איך האלט באמת אז איר האט טענות אויפן רבש"ע פארוואס ער האט באשאפן אזא מין עקלדיגע זאך ווי די הייליגע מצוה! ווען איר זענט ג-ט וואלט איר עס נישט געמאכט! נאך א מזל איר זענט נישט ג-ט...

איר האט מסביר געווען פאר לאה אז מ'דארף מתפלל זיין פאר מ'טוט די הייליגע מצוה אז מ'זאל האבן גוטע קינדער, אמת ס'איז דא אזא "ענין", אבער וואס זאל יענקל טוען אז א האלבע שעה פאר ער טוט די הייליגע מצוה נעמט זיך זיין ווייב זאגן אלע תפלות, זי וויינט ווי א ערליכע ווייבל... וויפיל חשק קען מען האבן צו די הייליגע מצוה נאכדעם? פארשטייט זיך אז זי פארלאנגט אז יענקל זאל אויך אזוי מתפלל זיין, איר האט דאך געזאגט אז ס'איז א בחינה פון זה עומד בזוית זו וזו עומדת בזוית זו, אבער יענקל קען נישט, ער איז יעצט הייס, ער דארף די הייליגע מצוה, ער האט יעצט נישט קיין געדולד מתפלל צו זיין... ער דאווענט דריי מאל א טאג און דעמאלס איז ער מתפלל, אבער דאס ווייב פארלאנגט, שטייט יענקל מיט א זאגער און זאגט זאכן וואס ער האלט נישט דערביי כדי זוכה צו זיין צו האבן די הייליגע מצוה! וואספארא טעם האט דאס נאכדעם? ומה יעשה הבן שלא יחטא???

לאמיר גיין ווייטער. לאה טוט זיך אויס אונטער די דאכענע און געט אכט אז ס'זאל נישט זיין אפן קיין איין אבר, נישט אזוי האט איר געזאגט? ס'איז געווען א צדיקת וואס האט געהאט גוטע קינדער ווייל די ווענט פון איר שטוב האבן קיינמאל נישט געזעהן איר בשר! what a turn on for a man!

אפשר פארציילט איר מיר אין וועלכע תורה דאס שטייט? ווי אין שו"ע ווערט עס געברענגט? סך הכל זאגט די גמרא אז רבי אליעזר היה מגלה טפח ומכסה טפח כדי זי זאל זיין צוגעדעקט, יעצט זייט מיר מסביר איז יענקל אזוי הייליג ווי רבי אליעזר אז איר האט געהאט די רעכטן אזוינס צו פארלאנגען פון זיין לאה?

ווער האט אייך געגעבן רשות איר איינצוטיילן וויאזוי זיך צו פירן אין איר פריוואטע לעבן? און אויב איר קענט שוין יא א שטיקל שו"ע, דאן פארוואס האט איר נישט פארציילט פאר לאה אז די שו"ע פירט דארט אויס 'ובעל נפש יזהר' אז איינער וואס קען און ער איז א געהויבענע איד זאל זיך אזוי פירן? פארוואס דרייט איר איר א קאפ אז "יעדער" "מוז" זיך אזוי פירן?

לאה האט איין וועג פון טוהן די הייליגע מצוה, זי האלט נישט ביים זיין א גוי'טע און טוהן זאכען וואס מ'טאר נישט, און די כלה טיטשער האט געזאגט אז די מאן קומט אויבן, that's it and that's all. יענקל וויל טרייען אנדערע זאכן, אבער ניין, די כלה טיטשער לאזט נישט!

קענט איר מיר אפשר זאגן פארוואס איר לערנט נישט מיט די כלות דעם רמב"ם אז א מאן מעג טוהן מיט זיין ווייב מה שלבו חפץ? אין אידיש מיינט דאס "וואס זיין הארץ באגערט", יא, אלעס!

ווען זענט איר געווארן אזא ת"ח צו פסק'נען אזאנע שאלות? פארוואס ווייסט איר נישט אז אסאך זענען מחולק מיט דעם? צו ווייסט איר נישט אז מיר פסק'נען אז נאר פאר'ן ווארטן איז מען אויף דעם מקפיד און אסאך האלטן אז ניטאמאל דעמאלס?

איך ווייס, ס'איז דא וואס האלטן אז מ'טאר נישט, אבער יענקל וויל נישט האלטן דעם חומרא, און ער איז נישט מחוייב! חומרות קען מען זיך וועלן וואס מ'וויל, פארשטייט זיך יענקל באקומט נישט וואס ער וויל, ומה יעשה הבן שלא יחטא???

לאה האט ביי אייך געלערנט אז מ'דארף טראכטן בשעת מעשה פון צדיקים וקדושים. איך ווייס אז ס'שטייט, אבער קענט איר מיר אפשר זאגן ווי אזוי מ'זאגט אזא זאך פאר א פשוט'ע תמימות'דיגע פרוי וואס נעמט אלעס אן בכל חומר? ווי אזוי קען זי הנאה האבן פון די הייליגע מצוה אזוי? ווי אזוי קען איר מאן הנאה האבן ווען ער ליגט מיט א פרוי וואס טראכט פון צדיקים? מיין ווייב טראכט בשעת מעשה פון איין צדיק, פון מיר! ווי אזוי זי קען מיך מאכן הנאה האבן מער, און איך טראכט פון איין צדיקת, פון מיין טייערע ווייב, אבער לאה טראכט פון גאר אנדערע זאכן! ומה יעשה הבן שלא יחטא???

מ'דערציילט אויף איינע פון די צדיקים אז ער האט זייער מקיל געווען יוהכ"פ פאר מענטשן וואס האבען זיך נישט גוט געשפירט און זיי געלאזט אויספאסטען, ווען מ'האט אים געפרעגט היתכן ער איז אזוי מקיל האט ער גענטפערט איך בין נישט מקיל, איך בין מחמיר אין די מצוה פון ונשמרתם מאוד לנפשותיכם!

ניין רביצין, איר זענט נישט מחמיר, איר זענט מקיל אינעם איסור פון "לא תנאף"!

איך וויל מיט אייך לערנען א שטיקל שו"ע בחברותא: די הייליגע שו"ע אין אבן העזר זאגט: ויכול לעשות עם אשתו כל מה שירצה, בועל בכל עת שירצה, ומנשק בכל אבר שירצה, בא אליה בין כדרכה ובין שלא כדרכה.

אה, איר קענט נישט קיין לשון קודש? העל איך אייך עס מסביר זיין אויף אידיש: א מענטש מעג טוהן מיט זיין ווייב וואס ער וויל, אין וועלכע צייט ער וויל, ער מעג קושן יעדער אבר פון איר, און ער מעג איר בועל זיין אויף יעדע סארט אופן!!!
און אזוי פסק'נט טאקע דער הייליגער רמ"א אויף וועם מיר פארלאזן זיך אויף אלע אונזערע הלכות!

איר הערט קלארע ווערטער פון שו"ע אדער איר זענט טויב???

ווייטער זאגט דער שו"ע, אפילו מען מעג די אלע אויבנדערמאנטע היתרים, אבער ווער עס הייליגט זיך מיט די זאכן וואס מען מעג דער איז הייליג. זאגן אויף דעם די ספרים הקדושים פשט, אז ווער עס וויל זיך הייליגן זאל טוהן אלעס וואס מען מעג און נישט מחמיר זיין!

און וואס לערנט איר מיט אונזערע קינדער? איר קריגט זיך מיט'ן הייליגן שו"ע ? איר קריגט זיך מיט אלע צדיקים וקדושים?

לאמיך אייך דערציילן אביסל ווי אזוי ס'גייט ביי מיר. איך בין א אינגערמאן וואס מ'רופט אן עווריטש, אפשר אביסעל ווייניגער פון עווריטש, ווען איר הערט אז איינער האט מזנה געווען וואלט איר געטראכט אז ס'איז איך און נישט יענקל, יענקל איז אסאך ערליכער פון מיר. אבער ניין, איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט צו טוהן מיט א צווייטן, און יא, כ'האב שוין געהאט די אפערטוניטי!

פארוואס טאקע? אלעס איז צו פארדאנקען מיין טייערע ווייב שיינדי תחי'.

איר געדעקט שיינדי'ן, ניין? זי האט אויך געלערנט ביי אייך, אבער שיינדי - sorry to disappoint you - האט ארויסגעווארפן אלעס וואס איר האט מיט איר געלערנט!

שיינדי מאכט זיכער אז איך בין העפי, אונז האמיר די הייליגע מצוה כמעט יעדע נאכט!

אונז שלאף מיר צוזאמען זייער אסאך (מיר האבן ליידער ליידער גרעסערע בעטן ווי די 42 inch וואס איר לאזט) איך ווייס איר האט געלערנט אז מ'טאר נישט, אפשר קענט איר מיר זאגן ווי עס שטייט? פארוואס טאר מען נישט? אה איך ווייס, שלאפן צוזאמען קען חלילה וחס צוברענגען אז מ'זאל האבן די הייליגע מצוה א גרינעם מיטוואך נאכט! ליידער האט עס שוין פאסירט ביי אונז... איר ווייסט אבער וואספארא נאנטשאפט עס ברענגט ווען מען שלאפט אינאיינעם? איר וועט אין אייער לעבן נישט פארשטיין וואספארא אהבה ס'ברענגט ווען מ'וועקט זיך אויף אינמיטן די נאכט און מ'האלט אינמיטן האבן די הייליגע מצוה ווען ביידע געדענקען ניטאמאל ווי אזוי ס'האט זיך אנגעהויבן, איר ווייסט וואס ס'מיינט צו באקומען 4 אזייגער אינמיטן שלאף פונעם ווייב א קוש מיט אן I love you סתם אזוי? און איר ווילט נאך פארשטיין ווי אזוי איך פאל נישט דורך?

ביי שיינדי איז נישט דא אזא זאך אז איך זאל אוועקגיין פון שטוב אוון נישט באקומען א האג און א קוש און מיר זאגן I'll miss you. איך ווייס איר האט געזאגט אז מ'טאר זיך נישט קושן סתם אזוי, טאקע א שיינע חומרא, אבער צו ווייסט איר אז אין שלחן ערוך שטייט אז ביום הוסת מעג מען האבן חיבוק ונישוק? חיבוק ונישוק איז טייטש האגן און קישן, יא, אזוי שטייט אין שולחן ערוך, פאר וועם מיינט איר אז ס'שטייט דארט? פאר גויים? איך ווייס ס'איז דא א ענין מ'זאל נישט, אבער איר ווייסט וואס ס'מיינט פאר מיר? איך ווייס איך האב א ווייבעלע וואס האט מיך ליב, וואס ווארט שוין קוים איך זאל אהיימקומען, וואס פייגערט פאר מיר, און איר ווילט נאך פארשטיין ווי אזוי איך פאל נישט דורך?

איבערן טאג שיקט מיר שיינדי - און איך שיק איר - שיינע texts און emails, ווי שטארק זי האט מיך ליב וכו', אמאל א שיינע פיקטשער, איך ווייס אז איר האט געזאגט אז מ'טאר נישט רעדן ניוול פה מיט די אפילו מיט די מאן, אבער קענט איר זיך פארשטעלן וואס ס'מיינט פאר מיר אינמיטן א שווערע טאג ארבעט צו באקומען א text פון מיין ווייב אז זי קען קוים ווארטן איך זאל אהיימקומען? איר ווייסט וואס ס'מיינט פאר מיר ווען מיין ווייב קאלט מיך אן אינמיטן דיעלן מיט א שווערע קאסטומער און זי זאגט מיר אז זי איז הייס פאר מיר? און איר ווילט נאך פארשטיין ווי אזוי איך פאל נישט דורך?

ווען איך קום אהיים ווארט מיך שיינדי אפ אנגעטוהן שיין און שמעקעדיג, מיט א מעכטיגע האג און קיש, וואס אסאך מאל ענדיגט זיך עס מיט א הייסע הייליגע מצוה (יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס מ'טאר זיך נישט קושן סתם אזוי...) יא איך ווייס, זומער איז נאך ליכטיג ווען איך קום אהיים און איר האט געזאגט אז מ'טאר נישט האבן קיין הייליגע מצוה בייטאג (פון וואו איך ווייס? ווייל יענקל זאגט אז ווען איין דינסטאג האבן זיי נישט געטון די הייליגע מצוה ביינאכט משום איזה סיבה, און ער האט געוואלט האבן די הייליגע מצוה מיט זיין ווייב צופרי, האט זי גע'טענה'ט אז די כלה טיטשער האט געזאגט אז מען טאר נישט... נעבעך יענקל, יענע וואך האט ער געהאט נאר איינמאל די הייליגע מצוה). אבער ס'איז דא אן עצה דערצו, אין שולחן ערוך שטייט תלמיד חכם מאפיל בטליתו! פארוואס האט איר עס נישט אויסגעזאגט פאר לאה??? בכלל יענקל איז נישט קיין תלמיד חכם, סא וואו שטייט אז ער טאר נישט אפילו אפענערהייט? נאך מער, יעדער וואס לערנט אביסל ווייסט אז ס'איז בטל געווארן דין תלמיד חכם! און אפילו ווען נישט, שטייט עפעס תלמידות חכמת? ס'איז אן הלכה פאר'ן מאן נישט פאר די פרוי, און פונקט ווי איר לערנט נישט מיט די כלות קיין הלכות תפלין, אזוי דארפט איר נישט לערנען הלכות די הייליגע מצוה בייטאג!

קענט איר מיר מסביר זיין פארוואס איר לערנט נישט מיט די כלות זיך אנצוטון שמעקעדיג פאר די מאן? - איך גיי נישט יעצט אריין אין הלכות צניעות אויפן גאס - אבער אין שטוב? א מאן זיצט מיט שיינע באפוצטע פרויען יעדן טאג אנגעטון הערליך און ער קומט אהיים צו א פרוי מיט א דאסטער און טורבאן, וואס ווילט איר פון אים נאך האבן? ווי אזוי קען ער נישט דורכפאלן? לערנט מיט אייערע כלות זיך צו קויפן שיינע אומ'צניעות'דיגע קליידער פאר'ן מאן, א יעדע פרוי, נישט קיין חילוק צי זי גייט אויפ'ן גאס מיט א שפיצל, פראנט, שייטל, העט וכו', זאל זיך קויפן א שיינע שייטל פאר'ן מאן, דאס דארף זיין אייער שיעור! נישט אז מ'דארף זיין צניעות'דיג אפילו אין שטוב...

מיין ווייב שיינדי פירט זיך טאקע אזוי, און איר מעגט וויסן, איך ווארט שוין קוים יעדן טאג אהיימצוקומען! איך ווייס אסאך פון מיינע חברים קענען נעבעך ענדערש באשטיין צו בלייבן אין די ארבעט און נישט אהיימגיין צי זייערע פארשלאכעטע ווייבער וואס ווייסן נישט בעסער... אבער איך קען קוים ווארטן אהיימצוגיין, און ס'מאכט זיך אפילו טעג וואס איך לאז אלעס איבער און איך גיי אהיים פריער פון די ארבעט סתם ווייל איך וויל שוין אהיימגיין, און איר ווילט נאך פארשטיין ווי אזוי איך פאל נישט דורך?

שיינדי און איך גייען ארויס לכה"פ איין מאל א וואך. אמת, איר האט געזאגט א גאנצע שיעור איבער "אשרי יושבי ביתך", א ערליכע קאפל גייט נישט ארויס סתם אזוי וכו', איך רעד נישט דא צו גיין אין טיאטער (וואס אסאך מענער גייען אליין ווייל זייערע ווייבער ווילען נישט מיטגיין) אבער פארוואס נישט גיין צו א כשר'ע רעסטוראנט מיט א גוטע הכשר? גיין שפילן באולינג וכו'? וואס איז די איסור? ארויסגיין אינאיינעם ברענגט נאנטשאפט! פארוואס? איך ווייס נישט, אבער אזוי איז עס! אונז גיי מיר ארויס at least איין מאל א וואך, און ווען מען קומט אהיים גייט א רויך (אפשר טאקע וועגן דעם טאר מען נישט ארויסגיין ווייל מ'קען ח"ו צוקומען צו טוהן די הייליגע מצוה א פלעינע מאנטאג, אבער איר קענט מאכן א תקנה אז מ'מעג נאר ארויסגיין דינסטאג...) און איר ווילט נאך פארשטיין ווי אזוי איך פאל נישט דורך?

שיינדי און איך גייען וויקעשאן פון צייט צו צייט, ס'מוז נישט זיין פלארידע, אמאל מער לאקעל אמאל ווייטער. איך ווייס אז איר לאזט נישט, אשרי יושבי ביתך וכו', אבער איר וועט קיינמאל נישט פארשטיין וואספארא נאנטשאפט ס'ברענגט אוועקצוגיין פאר צוויי טעג מאן און ווייב אן קיינעם, אן אלע יעדע טאגעדיגע דאגות, just me and her, מ'פארברענגט א גאנצן טאג אינאיינעם, מ'שמועסט, מ'שפילט, מ'גייט שאפינג, און יא, מ'טוט די הייליגע מצוה, און מ'קומט אהיים אויסגערוהט מיט א שטערקערע קשר! און איר ווילט נאך פארשטיין ווי אזוי איך פאל נישט דורך?

שיינדי וויל נישט נעמען ניין פאר אן ענטפער! זי פארלאנגט די הייליגע מצוה כמעט יעדן טאג, אבער נאך ווי! יעדע מין וועג, יעדע פאנטאזיע, אלעס! יא אויך "אלע" זאכן וואס איר לאזט נישט, און איך קען נישט זאגן ניין!

אוי איז שיינדי א קלוגע פרוי. יא, זי האט זייער ליב די הייליגע מצוה - א יעדע פרוי האט ליב ווען דער מאן ווייסט וואס צו טוהן, און די פרוי פארגעסט אלע שטותים וואס איר האט געלערנט - אבער מער פון אלעס מאכט זי אז איך זאל נישט אדורכפאלן, צוליב צוויי סיבות:
איינס, נאך א נאכט פון א געלונגענע מצוה וועט קיין שום נארמאלע מענטש נישט גיין זינדיגן, ער איז סעטיספייט, ער האט באקומען וואס ער דארף, ער האט עס בדרך היתר, פארוואס גיין זוכן בדרך איסור? שיינדי וועט אסאך מאל מיך מאכן קומען 2-3 מאל א נאכט, נא? מיינט איר אז איך האב נאך כח דעם נעקסטן טאג צו גיין מיט א צווייטן?
צווייטענס, ווען איך זעה וואספארא אשת חיל איך האב, און ווען איך פיל אזא הכרת הטוב צו איר, און ווען איך האב איר ליב מער פון אלעס, "קען" איך נישט גיין מיט א צווייטן, אפילו ווען איך וויל! ניין, איך קען נישט!

אויף איר זאגט די גמרא נשים במאי קא זכיין וכו' שמצילות את בעליהן מן החטא!
"די" גמרא דארפט איר לערנען מיט די כלות, און נישט סתם לערנען, לערנט עס שיעור עיון!

איך ווייס אז איך האב זייער שטארק מאריך געווען, אבער יענקל און לאה'ס פרשה ברענט אין מיר, ס'ברענט אין מיר מיינע אנדערע חברים וואס טוען וואס מ'דארף נישט (און זייערע ווייבער ווייסן - דערווייל - נאכנישט) חשוב'ע אינגעלייט, באמת חשוב'ע, אבער ליידער ליידער פאלן זיי אדורך ווייל זיי האבן ווייבער וואס איר - און אייערס גלייכן - האט זיי געלערנט, און איר מעגט וויסן, די אינגעלייט וויינען! זיי ווייסן אז זיי זענען ראנג, אבער זיי קענען זיך נישט העלפן, אסאך פון זיי ווענדן זיך צו מיר פאר הילף, אבער וואס קען איך זיי זאגן? האב נישט קיין הייליגע מצוה? זיי זענען מענער און זיי דארפן דאס ווי לופט צום אטעמען, איך טריי זיי טאקע מסביר צו זיין אז ס'איז נישט קיין תירוץ - און ס'איז באמת נישט קיין תירוץ, א מענטש דארף זיך קענען איינהאלטן, א מענטש איז נישט קיין בהמה, אבער וויפיל העלפט עס?

און וועגן דעם האלט איך אז איר זענט שולדיג אין די דורכפעלער פון די אלע מענער, און קום איך צו אייך, די שורש פון דעם פראבלעם, מיט א הייסע בקשה, ביטע! הערט דעם וויי געשריי פון די אלע חשוב'ע אינגעלייט - און זייערע חשוב'ע ווייבער - מאכט א סטאפ צו די אלע משוגעת'ן און הייבט אן צו לערנען נארמאלע זאכן מיט די כלות!

איר וועט אפשר פרעגן, מי אתה? ווער ביסטו אריינצורעדן אין אזעלכע האקעלע ענינים? אמת, איך בין נישט קיין רב אדער דיין, אבער איך האב עס דורכגעשמועסט מיט א חשוב'ע רב, און ער האט מיר געזאגט אז רבנים ווייסן פון דעם פראבלעם, און זיי האבן שוין אסאך מאל גערעדט צווישן זיך איבער דעם, און זיי האלטן אז מ'דארף עפעס טוען דערצו, אבער ליידער איז דא אפאר אזוי-גערופענע עסקנים וואס האלטן אז זיי זענען בעה"ב אויף כלל ישראל, און ווער ס'גייט נישט אין שפאן ווערט אויטאמאטיש א שגץ, ממילא האבן אלע רבנים מורא צו טוהן עפעס! אבער נאכאמאל א יעדע נארמאלער רב וואס ווייסט וואס ס'גייט פאר האלט אזוי! אדרבה גייט פרעגט!

לאמיך ענדיגן אזוי ווי איך האב אנגעהויבן: איך ווייס איר פארשטייט נישט קיין איין ווארט וואס איך רעד, אבער איך האב געטון מיין השתדלות. זאל דער אייבערשטער אייך געבן שכל און איר זאלט אייך כאפן וואס איר טוט.

הצלחה,
משה

נ"ב, איך און מיין ווייב ארבעטן זייער שווער מיט לאה'ן איר מסביר צו זיין וואס איך האב דא געשריבן, זי הייבט שוין אן אביסל צו פארשטיין - ניין זי איז נאכנישט גרייט מוחל צו זיין יענקל'ען, און מיט רעכט, זייער שלום בית וועט שוין לכאורה קיינמאל נישט זיין מורא'דיג, די ארבעט איז נאר אז זיי זאלן קענען עכ"פ לעבן צוזאמען - אזוי ווי איר זענט א גוטע בעל הסבר'טע, בעט איך אייך, אויב איר פארשטייט יא וואס איך האב געשריבן, ביטע העלפט מיר ארויס און זייט עס אויך מסביר פאר איר!

יישר כח,
הנ"ל
📎 Brenda Turtle's Kolel.pdf
📎 Brenda Turtle's Kolel.pdf

צעיר בישראל » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 9:46 am

· #485116
קהל'ס נער
געדאנקן
קען זיין סאיז שוין געווען דא
<a class="postlink" href="https://m.facebook.com/groups/761801687202428/posts/1227253023990623/">https://m.facebook.com/groups/761801687 ... 023990623/</a>


זייער שטארק, מען דארף דאס איינבינדען אין א לעדערנע דעקל און עס געבן פאר יעדע כלה ביים שבע ברכות.

<a class="postlink" href="https://youtu.be/U9Ru4-yPoOg">https://youtu.be/U9Ru4-yPoOg</a>

ברענגט אביסל באלאנס צו דעם פאוסט.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 10:30 am

· #485117
קהל'ס נער
מקורות:
רש"י ד"ה הנה נא ידעתי כי אשה יפת מראה את: יפת תואר יאנטש"י בלע"ז ויפת מראה נעב"י בלע"ז.

איך האלט אז די מערכת דארף אראפנעמען די רעקארדירונג פון די רע-ביצען, זי רעדט כפירה.[emoji3]

קהל'ס נער: ניין, זי רעדט נישט קין כפירה, זי איז סתם א צודרייטע פרוי, מסתמא א בעלת תשובה. דער בראך איז נאך גרעסער, זי פאררופט זיך אויף הרב טויבער, ער איז אויך א חלק פונ'ם פראבלעם. מילא, איהם פארשטיי איך (אז ער איז א היפאקריט), ער ארבעט אין די פעמילי ביזנעס...!

קיין שום נארמאלע פרוי דארף נישט און ווערט נישט נתפעל פון זייערע נארישע און היפאקריטישע רייד...!

ערבי נחל » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 5:13 pm

· #485149
באלאנגט נישט דא.

געדאנקן » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 6:53 pm

· #485160
באלאנגט נישט דא.

צעיר בישראל » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 9:01 pm

· #485168
באלאנגט נישט דא.

הדסים » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 10:00 pm

· #485175
געדאנקן
קען זיין סאיז שוין געווען דא
<a class="postlink" href="https://m.facebook.com/groups/761801687202428/posts/1227253023990623/">https://m.facebook.com/groups/761801687 ... 023990623/</a>

עס קומט ארגינעל פון מאחורי, געשריבן אין 2012.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2207">viewtopic.php?f=22&t=2207</a><!-- l -->

געדאנקן » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 10:15 pm

· #485177
וויאזוי באקומט מען ציטריט אהין?

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 10:51 pm

· #485178
געדאנקן: דער לינק איז מורא'דיג. מיין ווייב און איך האבן (ב"ה) קיינמאל נישט געדארפט אנקומען צו די שטותים און הבל ודברי רוח וואס די רעבעצין פרעדיגט...!

געדאנקן » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 10:53 pm

· #485180
berlbalaguleh
געדאנקן: דער לינק איז מורא'דיג. מיין ווייב און איך האבן (ב"ה) קיינמאל נישט געדארפט אנקומען צו די שטותים און הבל ודברי רוח וואס די רעבעצין פרעדיגט...!

וואס מיינסטו זי האט נישט געדארפט צוקומען? מקומט על כרחך אן.

נפה » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 11:02 pm

· #485184
געדאנקן
הדסים
געדאנקן
קען זיין סאיז שוין געווען דא
<a class="postlink" href="https://m.facebook.com/groups/761801687202428/posts/1227253023990623/">https://m.facebook.com/groups/761801687 ... 023990623/</a>

עס קומט ארגינעל פון מאחורי, געשריבן אין 2012.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2207">viewtopic.php?f=22&t=2207</a><!-- l -->


וויאזוי באקומט מען ציטריט אהין?

זע אין די אשכול אות כג און אויך אין די אשכול פאר מער

געדאנקן » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 11:29 pm

· #485190
ארבעט נישט די לינק?

נפה » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 11:35 pm

· #485193
יישר כח פארן זאגן שוין פארראכטען

בת קול » מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 7:23 pm

· #485245
צקון לחש

לכבוד רעביצן פרימטשא לערנער תליט"א
שלום וברכה!
איך שרייב צו אייך איבער אן ענין וואס איך ווייס אז איר וועט נישט פארשטיין קיין איין ווארט וואס איך רעד, און איר וועט האלטען אז איך
בין א שגץ, אבער איך קען מיך נישט איינהאלטן, עס ברענט אין מיר און איך מיז מיך אויסגעבן.
לאמיך אייך דערציילען וואס ס'גייט פאר, ביי יענקעל און לאה (אומ)גליק איז ליידער זייער ביטער.
יענקל - א וואוילער אינגערמאן, א נהנה מיגיע כפו, האט א שיעור יעדן טאג, באמת א חשוב'ער אינגערמאן - איז ליידער אדורך געפאלן! ער האט נישט געקענט ביישטיין זיינע נסיונות, און ער האט געטוהן אן עבירה מיט א פרעמדע פרוי! נאך ערגער, זיין ווייב לאה - א וואויל ערליך ווייבל מיט אלע מעלות, א בעלת מדות, קליג, באטאמט, גוד לאקינג - איז געוואר געווארן! און יעצט איז דארט חושך ואפלה, לאה וויל אים איבערלאזן, און יענקל שרייט אז אמת ער איז אדורך געפאלן אבער פון היינט און ווייטער וועט ער שוין זיין וואויל.


טיפישע וויקטים בלעימען.
A cheater is a cheater is a cheater.
ער וואלט געטוהן די זעלבע ווען זיין ווייב שטעלט זיך צו.
אויב זיין ווייב איז אים נישט גענוג זאל ער מוחל זיין זיך גט'ן פאר ער הייבט אן מיט א צווייטן.

קהל'ס נער » מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 7:44 pm

· #485248
קיינער האט נישט גערעכט געגעבן פאר די מאן, מען זאגט נאר אז ווען די פרוי וואלט נישט געווען ברעינוואשד דורך די כלה טיטשער וואלט עס נישט געשען.

און ס'אויכעט פאר די טובה פון די פרוי, צופרידן צו שטעלן די מאן אינדערהיים.

בת קול » מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 8:04 pm

· #485254
ס'וואלט יא געשעהן. די פרוי איז נישט אחריות אויפן מאן'ס תאוות. די אחריות איז אויפן מאן אליין.
זאל ער נעמען אחריות. פלוצלינג אז די ווייב איז געוואר געווארן וויינט ער קראקאדייל טרערן אז ס'איז נישט זיין שולד.

קהל'ס נער » מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 8:29 pm

· #485262
בת קול
ס'וואלט יא געשעהן. די פרוי איז נישט אחריות אויפן מאן'ס תאוות. די אחריות איז אויפן מאן אליין.

די פרוי האט יא חיוב זיך צוצושטעלן צו די מאן'ס תאוות, און אז נישט תצא שלא בכתובתה


זאל ער נעמען אחריות. פלוצלינג אז די ווייב איז געוואר געווארן וויינט ער קראקאדייל טרערן אז ס'איז נישט זיין שולד.

איך זאג נישט אז ס'איז נישט זיין שולד, ס'פונקט אזוי די פרוי'ס (און כלה טיטשערס) שולד.


מיסיס בת קול: די קענסט נישט פארשטיין א מאנ'ס געברויכן, דאס איז עפעס וואס א מאן מוז האבן, דו האסט נישט קיין אנונג וואס גייט פאר אין ישיבה, דעי יונגערמאן איז קרח מכאן ומכאן זיין ווייב שטעלט אים נישט צו, מיט בחורים קען ער שוין נישט ווייל ער גייט הייסן א מאלעסטער, גייט ער צו פראסטעטוטס.

איז נאכאמאל צי קלאר מאכן: איז ער גערעכט? ניין. איז זי אומשולדיג? ניין.

די כלה טיטשער איז זיכער שולדיג, און צו איר איז די בריוו געווידמעט.

בת קול » מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 9:17 pm

· #485267
די מאן איז זיך אליין שולדיג פונקט ווי ער וואלט שולדיג געווען ווען ער איז ווען אין ישיבה אדער א גרוש.
זיין פרוי איז נישט זיין זרע קעסטל ווען ער באקומט א תאוה. זי מעג און זי זאל זאגן ניין ווען זי וויל אזוי, פונקט ווי די מאן קען זאגן ניין.
(גלייב מיר ווען זי וויל ווען, וואלט זי שוין לאנג געבראכן די ק"ט רולס. זעהט אויס זי קען איר מאן כאטש אזוי גוט ווי דעם געטרייען "חבר".)

צעיר בישראל » מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 9:23 pm

· #485268
בת קול
די מאן איז זיך אליין שולדיג פונקט ווי ער וואלט שולדיג געווען ווען ער איז ווען אין ישיבה אדער א גרוש.
זיין פרוי איז נישט זיין זרע קעסטל ווען ער באקומט א תאוה. זי מעג און זי זאל זאגן ניין ווען זי וויל אזוי, פונקט ווי די מאן קען זאגן ניין.
(גלייב מיר ווען זי וויל ווען, וואלט זי שוין לאנג געבראגן די ק"ט רולס. זעהט אויס זי קען איר מאן כאטש אזוי גוט ווי דעם געטרייען "חבר".)

נישט איבער דעם איז די אזוי געריפענע בריוו, די געדאנק איז אז די פרוי פארשטייט אפילו נישט וואס די יונגערמאן וויל, זי ווייסט אפילו נישט וואס זי אליינס וויל, זי איז אומוויסענד, ער רעיפט זיין אייגענע ווייב, איז פשוט כדי מזאל בכלל אנהייבן דארפן די צוויי מענטשן זיין אויף איין פעידזש,

אין די בריוו שטייט אז כלה טיטשערס זענען שילדיג, איך האלט נישט אזוי, איך האלט אז די סיסטעם איז שולדיג.

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 1:20 am

· #485294
בת קול טייערע, דו האסט זיך שוין ערווארבן א רעפוטאציע דא אין שטיבל ארויסצונעמען נארמאלע מענטשן פון די כלים.

לערן דיך אויס א כלל: די וועלט איז א טו-וועי סטריט. מען קען נישט האבן אלעס פאר זיך און גארנישט געבן פאר יענעם! א מאן דארף א ז' קעסטל, און אויב זיין ווייב וויל נישט/מוז נישט זיין די קעסטל, קען זי נישט האבן קיין טענות אז ער זוכט א צווייטע קעסטל, פינטל!

לגבי תורה און גאט האט זי בכלל נישט וואס אריינצורעדן, דאס איז אויסשליסליך צווישן דעם מאן און באשעפער. זי קען נאר רעדן לגבי איר חלק, און טאמער שטעלט זי זיך נישט צו, זאל זי האלטן דאס פיסקל פארמאכט.

און לאמיתת הדברים ביסטו בכלל נישט גערעכט, לכה"פ תורה'דיג. ליידער אין די היינטיגע אטמאספערע, וואס האט זיך אריבערגעכאפט פון די גוי'אישע וועלט, און ווערט איבערגעקייעט דורך היימישע "איקוואל רייטס" פרויען טעראפיסטן שלא קראו ולא שמשו, ווערט כסדר גע'חזר'ט דעם פאלשן אויסרייד אז די פרוי איז גארנישט מחוייב. ווי @קהל'ס חכם האט פריער געשריבן, האט די פרוי אבסאלוטלי א תורה'דיגע חיוב דערויף, און אויב זי וויל נישט הייסט זי א מורדת און תצא בלא כתובה.

ויש להאריך, אבער דער אמת איז אז דער פלאץ איז נישט דא, עס באלאנגט אין מאחורי, ממילא וועל איך ענדיגן דא, און מען בעהט יעדן איינעם זאל אכטונג געבן וואס מען שרייבט.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 1:43 am

· #485295
די פלאץ דערפאר איז נישט דא און אויך נישט אין מאחורי, ס׳איז שוין אן אלטע שאלה וואס די גמרא רעדט שוין ארום אין סנהדרין קז. ווען דער באשעפער האט געזאגט פאר דוד המלך אז ער גייט איהם אונטערשטעלן א נסיון (איהם אויפצואווייזן אז ער איז נישט אויף די מדריגה פון די אבות אברהם יצחק און יעקב) איז ער געגאנגען זיך אויסגעבן מיט זיין ווייב כאילו גרייט צו זיין אויפ׳ן נסיון, למעשה איז ער דורכגעפאלן מיט בת שבע, און רב יהודה זאגט אז דאס וואס ער האט געמיינט אז ס׳וועט איהם העלפן ביישטיין די נסיון האט נאר געהאט די פארקערטע אפעקט, ס׳איז אויך משמע אביסל פון זיינע ווערטער אז דאס איז טאקע געווען די גורם פאר זיין דורכפאל. בת קול האלט ווי רב יהודה, שמעקעדיג וסייעתיה האלטן ווי דוד המלך.

לגבי וואס מ׳איז מחויב איז דאך פשוט אז ס׳ווענדט זיך וואס מ׳האט זיך אויסגענומען פאר׳ן חתונה, און אין א קראנקע געזעלשאפט וואס ליידט פון כראנישע miscommunication אויף א שטערבליכן פארנעם אין יעדן הינזיכט פון לעבן און שטארבן קוקט מען טאקע אזוי אויס.

צקון לחש » דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 8:25 am

· #485307
רביה''ק זי''ע
אין יעדן הינזיכט פון לעבן און שטארבן

😂

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 10:20 am

· #485318
רבינו, דו מאכסט מיר לאכן, דו דערמאנסט מיר פון די דרושים ווי מען טייטשט אריין אז פרעה האט געהאלטן ווי אביי אבער לבן האט געהאלטן ווי רבא וכדו'.... שיינע פשט'לעך אהער און אהין, אבער לאמיתו של דבר איז דאס נישט ריכטיג.

איך ווייס נישט פון וועלכע ר' יהודה דו רעדסט, איך רעד פשוט הלכה אין שו"ע סימן כ"ה (סעיף ב', רמ"א), ויכול לעשות עם אשתו מה שירצה, און אזוי פארציילט די גמ' אויך (נדרים דף כ'), און יעדער פארשטייט אז דאס איז די סיבה פון חתונה האבן, והכל יודעין כלה למה נכנסת לחופה, ס'איז פשוט קאממאן סענס, און טאמער א הונגעריגער מאן באקומט נישט עסן אינדערהיים און די פרוי האט טענות היתכן ער גייט אין רעסטוראנט איז זי א שלעכטע סעלפישע פארשוין און שוין.

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 10:21 am

· #485319
צעיר בישראל
בת קול
די מאן איז זיך אליין שולדיג פונקט ווי ער וואלט שולדיג געווען ווען ער איז ווען אין ישיבה אדער א גרוש.
זיין פרוי איז נישט זיין זרע קעסטל ווען ער באקומט א תאוה. זי מעג און זי זאל זאגן ניין ווען זי וויל אזוי, פונקט ווי די מאן קען זאגן ניין.
(גלייב מיר ווען זי וויל ווען, וואלט זי שוין לאנג געבראגן די ק"ט רולס. זעהט אויס זי קען איר מאן כאטש אזוי גוט ווי דעם געטרייען "חבר".)

נישט איבער דעם איז די אזוי געריפענע בריוו, די געדאנק איז אז די פרוי פארשטייט אפילו נישט וואס די יונגערמאן וויל, זי ווייסט אפילו נישט וואס זי אליינס וויל, זי איז אומוויסענד, ער רעיפט זיין אייגענע ווייב, איז פשוט כדי מזאל בכלל אנהייבן דארפן די צוויי מענטשן זיין אויף איין פעידזש,

אין די בריוו שטייט אז כלה טיטשערס זענען שילדיג, איך האלט נישט אזוי, איך האלט אז די סיסטעם איז שולדיג.

אבער די כלה טיטשערס מענעדזשן דעם סיסטעם.

שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 11:06 am

· #485323
בת קול
די מאן איז זיך אליין שולדיג פונקט ווי ער וואלט שולדיג געווען ווען ער איז ווען אין ישיבה אדער א גרוש.
זיין פרוי איז נישט זיין זרע קעסטל ווען ער באקומט א תאוה. זי מעג און זי זאל זאגן ניין ווען זי וויל אזוי, פונקט ווי די מאן קען זאגן ניין.
(גלייב מיר ווען זי וויל ווען, וואלט זי שוין לאנג געבראכן די ק"ט רולס. זעהט אויס זי קען איר מאן כאטש אזוי גוט ווי דעם געטרייען "חבר".)

מיט דעם אלעם איז פארהאן די ריכטיגע הדרכה וויאזוי דער מאן איז תובע. דהיינו אנשטאט צו בעהטן איך דארף עס. דארף עס צוגיין מיט א אופן איך וויל דיר מהנה זיין.... פארשטייט זיך אז קירוב לבבות הייבט זיך נישט אהן פונקט דעמאלטס והמכין יכין...

צעיר בישראל » דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 11:33 am

· #485327
שמחהלע קאפשטיק
פארשטייט זיך אז קירוב לבבות הייבט זיך נישט אהן פונקט דעמאלטס והמכין יכין...
איך האב אסאך קירוב לבבות פראבירט, און מיט דעם אלעם האט די פרוי אלעמאל אפגעזאגט, זאגענדיג - זארגסט דיך פאר מיר??? איך בין פיין, איך ברויך נישט מער, ס'איז די והותר, ווען אין מציאות האט זי קיינמאל גארנישט באקומען, ממש אזוי ווי די ווארים וואס עסט זיך אריין אין חריין,

און פון די כלה טיטשער האט זי מקבל געווען איין זאך מיט א געוואלדיגע שטארקייט, דאס אז מ'טאר קיינמאל נישט אפזאגן...

ליב צו וויסן » דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 11:35 am

· #485328
בת קול
ס'וואלט יא געשעהן. די פרוי איז נישט אחריות אויפן מאן'ס תאוות. די אחריות איז אויפן מאן אליין.
זאל ער נעמען אחריות. פלוצלינג אז די ווייב איז געוואר געווארן וויינט ער קראקאדייל טרערן אז ס'איז נישט זיין שולד.


ס'איז פשוט נישט צום גלייבן ווי קרום עס ארבעט די מח פון א פראגרעסיוו...

אחריות אויף וואס???
וועם האט ער ב'עוולט??

אויב פארשטייסטו אז אין די נושא האט א פרוי נישט קיין חיוב, דאן האט דער מאן נישט קיין חיוב פארן פרוי... עס גייט ביידע וועגן.

די פרוי האט נישט קיין שיעבוד פארן מאן אין די נושא.. איי פארוואס האט דער מאן חתונה געהאט מיט דיר?? א גוטע קשיא..
אבער וואגן זאל ער זיך צו פרובירן באפרידיגן פון עפעס אנדערש, ער האט דאך חתונה געהאט מיט מיר!

בקיצור, גענוי ווי אלע זייערער קרומע און נער'ישע דיעות.
(שרייען אז צייטליכקייט און פונקטליכקייט איז א "ווייסע" זאך איז גאר פראגרעסיוו, אבער די וואס זאגן אז הויט-קאליר זאגט נישט גארנישט אויף נאטור און איידיעס און א שווארצער מוז נישט אטאמאטיש זיין א לינקער זענען White supremacists...

פאליציי איז די שעדליכסטע זאך וואס איז פאראן, און זענען א באנדע רוצחים.. און מען דארף עס Abolish'ן, אבער געווער פארן ציווילן בירגער? ח"ו! נאר די פאליציי!)

בת קול » דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 12:07 pm

· #485330
שמעקעדיג
בת קול טייערע, דו האסט זיך שוין ערווארבן א רעפוטאציע דא אין שטיבל ארויסצונעמען נארמאלע מענטשן פון די כלים.

לערן דיך אויס א כלל: די וועלט איז א טו-וועי סטריט. מען קען נישט האבן אלעס פאר זיך און גארנישט געבן פאר יענעם! א מאן דארף א ז' קעסטל, און אויב זיין ווייב וויל נישט/מוז נישט זיין די קעסטל, קען זי נישט האבן קיין טענות אז ער זוכט א צווייטע קעסטל, פינטל!

לגבי תורה און גאט האט זי בכלל נישט וואס אריינצורעדן, דאס איז אויסשליסליך צווישן דעם מאן און באשעפער. זי קען נאר רעדן לגבי איר חלק, און טאמער שטעלט זי זיך נישט צו, זאל זי האלטן דאס פיסקל פארמאכט.

און לאמיתת הדברים ביסטו בכלל נישט גערעכט, לכה"פ תורה'דיג. ליידער אין די היינטיגע אטמאספערע, וואס האט זיך אריבערגעכאפט פון די גוי'אישע וועלט, און ווערט איבערגעקייעט דורך היימישע "איקוואל רייטס" פרויען טעראפיסטן שלא קראו ולא שמשו, ווערט כסדר גע'חזר'ט דעם פאלשן אויסרייד אז די פרוי איז גארנישט מחוייב. ווי @קהל'ס חכם האט פריער געשריבן, האט די פרוי אבסאלוטלי א תורה'דיגע חיוב דערויף, און אויב זי וויל נישט הייסט זי א מורדת און תצא בלא כתובה.

ויש להאריך, אבער דער אמת איז אז דער פלאץ איז נישט דא, עס באלאנגט אין מאחורי, ממילא וועל איך ענדיגן דא, און מען בעהט יעדן איינעם זאל אכטונג געבן וואס מען שרייבט.


K go ahead and rape your wife.
תורה'דיג מעגסטו דאך.

נישט נערמאל וואס מענטשן פארענטפערן אין נאמען פון תורה.

בת קול » דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 12:10 pm

· #485331
ליב צו וויסן
בת קול
ס'וואלט יא געשעהן. די פרוי איז נישט אחריות אויפן מאן'ס תאוות. די אחריות איז אויפן מאן אליין.
זאל ער נעמען אחריות. פלוצלינג אז די ווייב איז געוואר געווארן וויינט ער קראקאדייל טרערן אז ס'איז נישט זיין שולד.
ס'איז פשוט נישט צום גלייבן ווי קרום עס ארבעט די מח פון א פראגרעסיוו...

אחריות אויף וואס???
וועם האט ער ב'עוולט??

אויב פארשטייסטו אז אין די נושא האט א פרוי נישט קיין חיוב, דאן האט דער מאן נישט קיין חיוב פארן פרוי... עס גייט ביידע וועגן.

די פרוי האט נישט קיין שיעבוד פארן מאן אין די נושא.. איי פארוואס האט דער מאן חתונה געהאט מיט דיר?? א גוטע קשיא..
אבער וואגן זאל ער זיך צו פרובירן באפרידיגן פון עפעס אנדערש, ער האט דאך חתונה געהאט מיט מיר!

בקיצור, גענוי ווי אלע זייערער קרומע און נער'ישע דיעות.
(שרייען אז צייטליכקייט און פונקטליכקייט איז א "ווייסע" זאך איז גאר פראגרעסיוו, אבער די וואס זאגן אז הויט-קאליר זאגט נישט גארנישט אויף נאטור און איידיעס און א שווארצער מוז נישט אטאמאטיש זיין א לינקער זענען White supremacists...

פאליציי איז די שעדליכסטע זאך וואס איז פאראן, און זענען א באנדע רוצחים.. און מען דארף עס Abolish'ן, אבער געווער פארן ציווילן בירגער? ח"ו! נאר די פאליציי!)
בקיצור מען האט נאר חתונה פאר איין סיבה. ס***ס.
פוי.

קיין איין פרוי וויל נישט זיין דיין ס***ס אביעקט. גארנישט צו טוהן מיט כלה טיטשערס.

צעיר בישראל » דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 12:14 pm

· #485332
מ'האט נישט חתונה פאר ס*** אבער ער מעג גיין עסן אין א רעסטוראנט עסן ווייל מ'האט נישט חתונה פאר עסן און ער מעג גיין פאשען אין פרעמדע פעלדער ווייל מ'האט נישט פארדעם חתונה,

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 12:41 pm

· #485336
שמעקעדיג
רבינו, דו מאכסט מיר לאכן, דו דערמאנסט מיר פון די דרושים ווי מען טייטשט אריין אז פרעה האט געהאלטן ווי אביי אבער לבן האט געהאלטן ווי רבא וכדו'.... שיינע פשט'לעך אהער און אהין, אבער לאמיתו של דבר איז דאס נישט ריכטיג.

איך ווייס נישט פון וועלכע ר' יהודה דו רעדסט, איך רעד פשוט הלכה אין שו"ע סימן כ"ה (סעיף ב', רמ"א), ויכול לעשות עם אשתו מה שירצה, און אזוי פארציילט די גמ' אויך (נדרים דף כ'), און יעדער פארשטייט אז דאס איז די סיבה פון חתונה האבן, והכל יודעין כלה למה נכנסת לחופה, ס'איז פשוט קאממאן סענס, און טאמער א הונגעריגער מאן באקומט נישט עסן אינדערהיים און די פרוי האט טענות היתכן ער גייט אין רעסטוראנט איז זי א שלעכטע סעלפישע פארשוין און שוין.

נאכאמאל, דער שרייבער פון יענעם פאוסט זאגט אז דאס נישט ״באקומען״ (א מין עקל פון אן אויסדרוק אבער כ׳האב נאכנישט געטראפן קיין בעסערן) אינדערהיים האט גורם געווען אז ער זאל זוכן אינדרויסן, בת קול שרייט צוריק אז דער וואס זוכט אינדרויסן זוכט צו ער ״באקומט״ יא אינדערהיים צו נישט, ביז דא שטימט? (פארגעס פון די מחלוקת צווישן דוד המלך און רב יהודה און די ״קאממאן סענס״ פון משביעו רעב ווייל דו קענסט דאך נישט די גמרא אין סנהדרין.)

יעצט אויב ס׳איז אמת וואס בת קול זאגט קען מען נישט באשולדיגן אין איר מאנ׳ס טשיטן, זי קען אפשר זיין שולדיג בבחינת כ׳האב איהם געגעבן א זעץ אין פנים ווייל ער האט געקוקט אויף מיר, אבער אין עדאלט שפראך איז זי אומשולדיג. (הגם ווען מ׳האנדלט למעשה מיט אזעלכע קעיסעס ווערט גערעדט אסאך בעיבי שפראך צווישן ביידע זייטן אבער דער וואס שטייט אין דער זייט דארף האלטן דאס קאפ גראד און וואוסן וואס איז א בעיבי ארגומענט און וואס איז א פאקטישע ארגומענט.)
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10