צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
488 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5499
נולד מאוחרסאיז באקאנט פונעם סאטמער רב זצ''ל א מימרא וואס ברענגט ארויס די אמתע מכיון פון צניעות פון די פרומע.
א בעדינג סואט איז אסור פאר א פרוי צי אנטון ביים שווימען. אפי מענער זעען נישט. פארוואס ? ווייל סאיז א בגד פרוצת. ליין סמאכט די פרוי פילען גוט מיט זיך.
סא הייסט אז די סאטמארע רעבעצין אלטע פייגע איז געגאנגען חסידישע גאטשעס? נישט קיין ווייבערישע אינטערוועש?
אהא כ'הער
נאך א מזל אז מיין ווייב הייסט נישט אלטע פייגע
טיטאניקגעפילטע פישוואסארא טובה האב איך פון דעם אז פרויען גייען אנגעטוהן יאנטשי ווי שרה אימנו?
ווי עס איז משמע, איז שרה בכלל נישט געווען יאנטשי, זי איז געווען א model א עכטע שיינע פרוי, הער אויף מיט דעם לאזינג

פרימקייט די קליפה פון די דור
איינער שרייבט מיר היינט אין אישי צי איך בין א גרוש אדער א פרוי,
מיסט פארשטיין, דער עולם קען נישט אראפשלינגען די פאקט אז א נארמאטיווער יונגערמאן זאל זיצען אין שרייבען אזעלכע שרעקליכע תגובות, 24\7, עס מיז זיין אז ער איז אדער א פרוי אדער א גרוש, הא? נישט אזוי? ניין! עס טיט מיר פשוט וויי, איך קען צי נאנט אסאך אזעלכע פעלער דעריבער רעד איך אזוי, און אלע וואס לייקען מיר קענען אויך אזוי ווי איך אסאך אימגליקליכע נשמות!
חברה לאמיר רעדען אפענע דיבורים,
די כותל איז אלע יארען געווען געהייליגט ביי יעדעם? אין דער סאטמארער רב וואס האט געהאלטען אז "ער פארשטייט" האט ער נישט געהאט די פראבלעם עס צי מאכען פאר די מקור הקליפות! פארוואס? ווייל ער האט געהאלטען אז ער האט דאס ריכטיג דארעך געטיען מכל הצדדים, דעריבער האט ער רעכט צי אסערען א מקום וואס די שכינה איז נישט אוועק פון דארט,
איך בין א בעל גאווה, און איך האב די "זעלבע כח!" יא!
איך האב אויך דארעך געטין די נושא מדאשקע לדאשקע, איין זאך איז זיכער אז איך קען די היינטיגע דור בעסער פון דער סאטמארערר רב קען עס, ער לעבט שוין נישט היינט, ער הערט נישט די טענות פון די יונגע דור, ער זעט נישט די תוצאות פון די פרימקייטען, ער זעט נישט די פילע יואלי'ס מיט זייערע פראבלעמען, אבער איך יא, איך לעב מיט דער היינטיגער דור, און איך זע די שרעקליכע תוצאות פון די אלע פרימע שטיק, די אלע חומרות, איך זע די חורבן, דעריבער ווען איך זע אז די אכשול האט טויזענטע ליינער גיבט עס מיר אסאך חיזוק, יא, ב"ה דער עולם ליינט, דער עולם זעט אז אויב איז מען פרים איז עס א חורבן לדורי דורות, און דאס איז פיינע נייעס!
פרימקייט איז געווען הייליג די לעצטע 200 יאר? און יעצט גייען מיר קימען דאס אסערען! יא! אויב דער סאטמארערער רב האט געהאט די כח האיסור ווייל ער האט לדעתו "געקענט" די נושא, זענען מיר גארנישט נישט ווייניגער! מיר קענען אויך די נושא פון פרימקייטען, און מיר אסערען דאס!
רבותי פון היינט און ווייטער דארף ווערען אויסגעשפיגען יעדע פרימע משוגעת! יעדער וואס קימט באנטעווען וועגען פרימקייטען וועגען רחל אימנו איז געווען יאנשטי רח"ל, די אלע ברויך מען פארדאמען בכל התוקף,
מיר האבען געניג אימשילדיגע אידישע נשמות געלייגט אויפען מזבח פון פרימקייטען, געניג יונגע וואוילע קינדערלעך האבען אפגעלאזט די דרך התורה נאר וועגען די פרימיטשיגע שטיק, געניג אידישע פארפעלקער האבען זיך נעבעך געגעט וועגען די אלע רשעות, געניג געניג געניג! לאזט אייך נישט מער! אינזערע דורות זענען נישט הפקר!
אויס דור עיקש ופתלתול!
טיטאניק איך וויל דיר סורפרייזן,
סאטמאר רב איז נישט געווען קיין פרומער און ער איז געווען קעגן פרומקייט,
מ'האט ארויפגעלייגט אלע פרומע זאכן אויף זיין נאמען ס'איז פאלש,
ער פלעגט זאגן:
א פרומער אליין איז נאכנישט אזא גרויסע פראבלעם, אויב קען ער לערנען איז עס א חורבן,
באקומען אויף וואטסעפפ
📎 image.jpg
טיטאניק,
כה לחי מיט דיין עבודת הקודש.
אויב איז אמת וואס פינטעלע האט געשריבן אז 17 יעריגע מיידלעך פלעגן גיין מיט סקורטס העכער די קני, איז גאר שטארק כדאי אהערצושטעלן בילדער.
כמאמר העולם a picture is worth a thousand words.
בכלל דארף מען גוט מעיין זיין אין די גאנצע מהלך וואס מען האט אוועקגעשטעלט די ענין פון צניעות דא ביי אונז.
מען ארבייט אויף אלע פראנטן אז די חסידישע פרויען זאלן זיין אומבחנט דאס רוב פון זייער לעבן. מען שרייט קלאר אז מען דארף זיין יאנטשי.
ואלעס כדי דער הייליגער מאנסביל זאל נישט האבן קיין הרהורים.
אבער גאטעניו אין הימל, ווייסן זיי דען נישט אז רוב מענער ארבעטן אין פלעצער ווי די פרויען זענען נישט שומעי לקחם פון די יאנטשי פרעדיגער?
פארוואס פארשטייען זיי נישט אז מיטן מאכן יאנטשי אונזערע ווייבער, מאכן זיי די רייץ פאר די 'אנדערע' אסאך אסאך גרעסער?
נאכן זיין אין מאנהעטן אגאנצען טאג, קומט מען אהיים צו א ווייב וואס ער האט איר מעולם נישט געזעהן שיין און רייצענד. אייביג מיט די זעלבע אנדרוגניס, נישט-געפאסטע, בגדים, וואס מען קען ב"ה כמעט נישט וויסן אז זי איז א פרוי. ווי שפירט זיך דער אינגערמאן דעמאלט? וואסארא שלום בית איז שוין דא דארט ווען דער מאן שפירט זיך אזוי באקריוודעט פון זיין אייגענע ווייב?
ווער רעדט נאך פון דעם אז מען לערנט אויס די מיידלעך פון די דריי יאר אהן, ממאס צו זיין אין זייער גוף. וויפיל מאל איך זעה אן עלטערע שוועסטער זאגן פאר א דריי פיר יעריג מיידל 'נא פעך שלעפ אראפ דיין סקורט'.
אדער ווען טיטשערס און פרינסיפלס זאגען אז ארויסזעהן די פיס איז "עקעלדיג" און "ווער וויל זעהן דיין גראבע פוס".
מען רייסט ארויס יעדעס ביסל נאטורליכע פעמיניניטי פון די פרויען.
ועוד לאלקי מילין...
טיטאניקאיינער שרייבט מיר היינט אין אישי צי איך בין א גרוש אדער א פרוי,
מיסט פארשטיין
גד החוזה קומט דיר א לייק 😂
איך זע דא גארבידזש
דער (פינטעל) אידטיטאניקאיינער שרייבט מיר היינט אין אישי צי איך בין א גרוש אדער א פרוי,
מיסט פארשטיין
גד החוזה קומט דיר א לייק 😂
איך זע דא גארבידזש
זע די "סטראשע" וואס איך האב באקימען אין אישי
זייטס מוחל איך האב נישט געוויסט פון די תקנה אז מען מעג נישט פובליצירען א פריוואטע בריוועל, איך האב עס אראפ גענימען)ס'האט מיר געזאגט א איד, אז א רבי האט אמאל געשאלטען א מתנגד אז ער "וועט נישט מוצי שנתו זיין" עס איז געקימען סוף יאר און דער מתנגד איז געלאפען צי זיין רבי פרעגען וואס ער קען טיען זיך צי ראטעווען, זאגט עם זיין רבי "איך האב איין עצה פאר דיר, ביי די ענדע פון די יאר דריי דיר נישט אין שיכון"
😂 😂 😂
קודם ווילאיך אנווייזן אז פון הלכה זעט אויס אז די ווייב קען אפילו צווינגן דעם מאן צו באצאלן פאר מעיקאפ.
שולחן ערוך אבן העזר הלכות כתובות סימן עג
שחייב בכסות ומדור וכלי בית לאשתו, ובו ט' סעיפים.
סעיף א
כסותה כיצד, חייב ליתן לה בגדים הראויים לה א (א) א] בימות הגשמים ובימות החמה, ב] בפחות שלובשת כל אשה בעלת בית שבאותה המדינה. ג] ואם באותו מקום אין דרך לצאת אשה לשוק עד שיהיה עליה רדיד החופה את כל גופה, נותן לה רדיד הפחות שבכל הרדידין. (ד] ואשה לא תרגיל עצמה לצאת הרבה, שאין יופי לאשה אלא (ב) לישב בזויות ביתה) (טור). ה] ובכלל הכסות, שהוא חייב ליתן לה כלי בית ו] ומדור שהיא יושבת בו. ומה הם כלי בית, ב [א] מטה מוצעת ומפץ (פי' כעין מחצלת) או מחצלת לישב עליה, וכלי אכילה ושתיה כגון קדרה וקערה וחבית ופך ונר וכוס ובקבוק וכיוצא בהן.
סעיף ב
המדור ששוכר לה, בית של ארבע אמות על ארבע אמות, ותהיה רחבה חוצה לו, ויהיה לו בית הכסא חוץ ממנו.
סעיף ג
ז] ומחייבין אותו ליתן לה תכשיטיה, כגון בגדי צבעונין להקיף על ראשה ופדחתה, ופוך (פי' כחול שחור) ושרק הגה: (פי' צמר גפנים שצובעים אותו בחריע ומעבירין אותו על פני כלות שתתראנה אדומות, ערוך), וכיוצא בהן.
סעיף ד
בד"א, בעני שבישראל. אבל בעשיר, (ג) כל דברים הללו נותן לה לפי עשרו.
סעיף ה
ח] אם קצרה ידו ליתן לה אפילו בעני שבישראל, כופין אותו להוציא, (ותהיה הכתובה חוב עליו עד שיעשיר). (טור ג (ד) וע"ל סימן ע' סעיף ג').
פון חסידות זעט מען קלאר אז עס איז נישט קיין עוולה זיך צו באפוצן, עס ווענדט זיך נאר אין די כוונה. שלום בית איז זיכער א גוטע כוונה ווי אונז זעה מיר טאקע אז גאט האט געוואלט מען זאל אויסמעקן זיין נאמען פאר שלום בית. אבער דאס זעה מיר קלאר אז שרה איז נישט געווען יאנטשי.
נועם אלימלך בראשית פרשת חיי שרה
ויהיו חיי שרה כו' (כג, א). פירש"י בת ק' כבת ך' כו' כבת ז' ליופי. ולכאורה מה נפקא מינה שהיתה כבת ז' ליופי. ונראה דרש"י ז"ל כיון בדבריו לרמז על ב' מדרגות שמחויב האדם להתנהג בהם כל ימי חייו: דהיינו האחד, להזהר ולהשמר במאוד מאוד מכל חטא ועון שלא יעבור ח"ו על שום מצות עשה ולא תעשה: ומדרגה ב', דהיינו גם דברים המותרים כמו אכילה ושתיה ומלבושים וכדומה צריך להכניס הכל אל הקדושה לכוין בהם לשמים, דהיינו אדם שמלביש עצמו ומקשט את עצמו במלבושים וקישוטים יפים ונאים. יהיה כוונתו לקשט דיוקנא דמלכא כמבואר בגמרא (עי' ויק"ר לד, ג): וכן בכל דבר יהיה כוונתו לשמים, וכאשר יתנהג כך אזי כל מה שיהיה לו הן ממון והן מלבושים יספיק את עצמו במה שיש לו וישמח בהם וחייו חיים שלו, אבל אם אין כוונתו בכל הנ"ל לשמים אזי תמיד יחסר לו ולא יהיה לו די וסיפוק לעולם: ונמצא חייו אינן חיים ואין החיים שלו. וזה רמז פשוט בת קו"ף כבת ך', שלא היה בה שום חטא ממצות עשה ולא תעשה: ובת ך' כבת ז' ליופי, רמז למדרגה ב', דהיינו כמו תינוק שהוא מקשט עצמו אין יודע להתפאר עצמו ולחשוק להתקשט בקישוט יקר, כך היתה שרה כשהיתה בת כ' שאז הוא עיקר התגברות לאדם לתאוות ליפות עצמו ולהתקשט ושאר עניני עולם והיא הי' כל כוונתה בכל קישוטיה והתיפותה רק לשמים:
איך וויל נאר זאגן איין זאך. אונז דארף מיר זיין אביסל דאנקבאר פארדי צניעות פרעדיגער ווייל זיי האלטן אונז אין ליין. נאטורליך גייט דער מעטש ווייטער און ווייטער, וואס איז ביי אים נעכטן נישט געווען צניעותדיג איז היינט יא. אבער דאס איז זיכער אז דורך ליגנט און זיין א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה איז א שייגעץ שטיק. עס שטייט פונקט אזוי לא תוסיפו ווי לא תגרעו.
פון די אנדערע זייט זאל זיך קיינער נישט איינרעדן אז די איינצוגסטע זאך וואס האלט צוריק זיין שלום בית איז צניעות. וועסטערן קולטור בכלל והאליוואד בפרט יוכיח. נאר וואס דען, עס איז פונקט אזוי ווי אנדערע אישוס אין א מערידזש. ווילאנג מאן און ווייב זענען אויפן זעלבן דרגא אין צניעות איז נישט קיין פראבלעם וואס די דרגא איז ארויף אדער אראפ.
דעי וואך אין די קאנעקשענס,
📎 111.jpg 📎 222.jpg 📎 333.jpg
אינטערסאנט זיי פארקויפן נישט א שלאס פאר אותו מקום.
חזקיהו המלךדעי וואך אין די קאנעקשענס,
ליבי ליבי על חלליהם על אלה אני בוכי' עני עני יורדה מים על שבר בת עמי
א פחד א שרעק 😢
די צדוקים ווערען מיר דא גרעסערע און גרעסער
אפשר דאס מיינען חז"ל אויף ר' יוחנן אז ביי די 80 האבען זיינע קינדער עם געמאכט פאר א צדוקי אזוי ווי די קינדער פון דער סקולענער רבי?
נולד מאוחראינטערסאנט זיי פארקויפן נישט א שלאס פאר אותו מקום.
די שליסעל וועט מען קענען אויפפיקען ביים סקולענער רבי שליט"א
אדער פאר א מינימאלע פרייז ביי איינע פון זיינע קינדער,
קלוגהאפט איז די מערסט עוועליבעל
תקנות השליסלעך:
נאר ליל ט', נאר א טפח, די קלענסטע שיעור טפח פארשטייצעך
מיט די תנאי אז מען גיסט עס קוידעם אן מיט פעפער און זאלץ אז מען זאל חלילה נישט האבען קיין הנאה פון די מצוות אז עס זאל זיין בלתי לה' לבדו
חברה
לאמיר לאזן מאחורי ענינים ווי עס באלאנגט.
ואין מגלין אותן אלא לצנועין...
וואס איז זייער מטרה? שני חזירים בדבר
1. ווער עס קען אביסעלע היסאטאריע ווייזט, אז דער הייליגער סקולענער רבי איז ביז 15 יאר ציריק געווען אביסל א שטיקל חוזק פון א רבי, כ'מיין איך רעד נישט פון זיין צדקות, איך רעד פון די גרויסקייט ביי די אויגען פון די המון עם, ער איז טאקע א הייליגער איד, אבער ביי די המון עם איז ער געווען אזא שטיקעל לאזערישע רבי
די לעצטע יארען זענען נפטר געווארען פון גרויסע פארצייטישע אדמורים, און זיינע קינדער און שטיב מענשטען האבען זיך ארויף געכאפט אויף דעם באן פון "זקן האדמורים", ווייל דער טאהשער רבי איז קראנק, און ער זעט אויס היבש עלטער ווי ער איז, מאכט א האלי אימפרעשאן, און שוין
פארוואס האבען זיינע שטוב מענשטען זיכער געמאכט זיך ארויף צי כאפען דערויף? לחאר מאה ועשרים זאלען זיי זיין גרויסע רבי'ס.
מילא מאכען זיי זיכער אז ביז די 120 זיינער זאל הייסען אז ער איז דער צווייטע גדול הדור נאכען סאטמארערר רבי ר' יואל
וועסט זען אז אלע קנאות שטיק, פון די סארט שיט, קימט פון זיי.
2. פשוט ביזנעס, ביזנעס לשם ביזנעס, עס איז א ביזנעס באטראכט אין די זייט פון די דריטע עד, שטייט דארט אין קליינע אותיות אלעס וואס זיי פארקויפן אלס, א וועג פון אדווערטייסמענט אויפן נוסח פון shaklee און נאך אזעלכע קאמפאניס וואס באסטן זייער פראדאקטס דארעך קאנפרענצען וואס מען באצאלט זיך ציבאטייליגען
געלט כבוד כבוד געלט, ועל זה נאמר נבל ברשות התור"א"
תורא נישט תורה ווייל די תורה איז דאס נישט
טיטאניקנולד מאוחרסאיז באקאנט פונעם סאטמער רב זצ''ל א מימרא וואס ברענגט ארויס די אמתע מכיון פון צניעות פון די פרומע.
א בעדינג סואט איז אסור פאר א פרוי צי אנטון ביים שווימען. אפי מענער זעען נישט. פארוואס ? ווייל סאיז א בגד פרוצת. ליין סמאכט די פרוי פילען גוט מיט זיך.
סא הייסט אז די סאטמארע רעבעצין אלטע פייגע איז געגאנגען חסידישע גאטשעס? נישט קיין ווייבערישע אינטערוועש?
אהא כ'הער
נאך א מזל אז מיין ווייב הייסט נישט אלטע פייגע
ווען מ'זאלל זיך האלטן צו די פרומקייט סטענדערדס פון די סאטמאר'ער רבי און רביצין וואלט נאך גאנץ גוט געוועין. די "פרומקייט" משוגעת'ן האבן זיך אנגעהויבן נאך זיי. דו קענסט זעען אויף אלע אלטע פיקטשערס אז די רביצין אלטע פייגע איז געגאנגען אנגעטון זייער מענטשליך. ווייט פון די טאליבאן משוגעת'ן. 😃 🙄 😮 😳 😢
ארויף געלייגט אויף א פייל דאס וואס איינער האט פריער געשריבען, יעצט דארף איינער הענגען די צעטלעך אין מאנסי, און אריין לייגען אין די קאמיונעטי קאנעקשענס,
📎 444.jpg 📎 444.pdf
טיטאניקדער (פינטעל) אידטיטאניקאיינער שרייבט מיר היינט אין אישי צי איך בין א גרוש אדער א פרוי,
מיסט פארשטיין
גד החוזה קומט דיר א לייק 😂
איך זע דא גארבידזש
זע די "סטראשע" וואס איך האב באקימען אין אישי
זייטס מוחל איך האב נישט געוויסט פון די תקנה אז מען מעג נישט פובליצירען א פריוואטע בריוועל, איך האב עס אראפ גענימען)ס'האט מיר געזאגט א איד, אז א רבי האט אמאל געשאלטען א מתנגד אז ער "וועט נישט מוצי שנתו זיין" עס איז געקימען סוף יאר און דער מתנגד איז געלאפען צי זיין רבי פרעגען וואס ער קען טיען זיך צי ראטעווען, זאגט עם זיין רבי "איך האב איין עצה פאר דיר, ביי די ענדע פון די יאר דריי דיר נישט אין שיכון"
😂 😂 😂
טיטאניק: דעיס איז א גוט ווארט... איך האב געהערט א ביסל אן אנדערן נוסח. ווען דער איד האט זיך אפגערעדט פאר איינעם אז ער איז באזארגט ווייל דער רעבע האט איהם פארשאלטן אז ער זאל נישט מוציא שנתו זיין, האט איהם יענער געזאגט. "אויב די חסידים האבן נישט געהערט האסטו גארנישט וואס צו זארגן". מ'זאגט נאך (כ'מיין בשם ר' יענקעלע פשעווארסקער זצ"ל) אז ווען מ'האט איהם פארציילט אויף א געוויסן אדמו"ר פון א באקאנטע רעבישע גזע אז מ'דארף ציטערן פאר זיין הקפדה ווייל "ער האט שוין אנגעפילט א האלבן בית החיים". האט ער געענטפערט. "אויב אזוי איז ער א מאסן מערדער." 😂 🙄 😳 😢
berlbalagulehטיטאניקדער (פינטעל) אידטיטאניק
טיטאניק: דעיס איז א גוט ווארט... איך האב געהערט א ביסל אן אנדערן נוסח. ווען דער איד האט זיך אפגערעדט פאר איינעם אז ער איז באזארגט ווייל דער רעבע האט איהם פארשאלטן אז ער זאל נישט מוציא שנתו זיין, האט איהם יענער געזאגט. "אויב די חסידים האבן נישט געהערט האסטו גארנישט וואס צו זארגן". מ'זאגט נאך (כ'מיין בשם ר' יענקעלע פשעווארסקער זצ"ל) אז ווען מ'האט איהם פארציילט אויף א געוויסן אדמו"ר פון א באקאנטע רעבישע גזע אז מ'דארף ציטערן פאר זיין הקפדה ווייל "ער האט שוין אנגעפילט א האלבן בית החיים". האט ער געענטפערט. "אויב אזוי איז ער א מאסן מערדער." 😂 🙄 😳 😢
אלו ואלו דברי אלוקים חיים, צדיקים האבען געהאט פארשידענע דרכים אין עבודת ה'
איינער איז געווען א מאסען קילער, דער צווייטער א "פרימער" ובעצם היינו הך, די זעלבע מדרגות
😂
טיטאניק: א ייש"כ. אויף דיר קענמען זאגן "שפתיים קישאק". אינטרעסאנט. איך האב געהאט די זעלבע מחשבות זרות איבער דעם סקולענער רבי'ן שליט"א און זיינע קינדער און חסידים און אלץ וואס דרייצעך ארום איהם. ער איז א בטלנ'יש אידל. ווילאנג ר'איז געזיצן אין זיינע ד' אמות און נישט געשטערט קיינעם, אחוץ זיינע שכינים מיט די שפעיטע טישן און מלוה מלכה'ס און שמחת בית השואבה סעודות, וועלכע האבן זיך אנגעהויבן נאך איינס אזייגער ביינאכט און זיך געצויגן ביז זיבן אזייגער אינדערפריה, שטערנדיג דעם שלאף ביי די שכינים. איז נאך גאנץ גוט געוועין. אבער זייט זיינע אנשי ביתו האבן מחליט געווען אז ס'איז געקומען די צייט ער זאל ארויפגיין אויף די מאפע אלס וועלט'ס רבי, האט ער אנגעהויבן רודער'ן. קודם מיט'ן עירוב. וואו ר'האט זיך געטוישט זיין מיינונג עטליכע מאל. היינט איז עס מותר. מארגן, אסור. אהין און צוריק. כאילו ר'איז דער גרויסער מורה הוראה אויפ'ן לעוול פון ר' יחזקאל ראטה אדער סאמבאטהעלער רב, אדער ר' פישעלע הערשקאוויטש. נאכדעים מיט'ן אינטערנעט. כאילו איינער האט איהם געפרעיגט. יעצט מיט די צניעות דרשות פון זיין טאכטער די רעבעצין קלוגהויפט שליט"א. וועלכע ארבעטן זייער שווער זיך ארויף 🙄 😳 😮 😂 צו דראפען אויף די מאפע אלס גדול ומנהיג הדור.
גם אני מצטרף צום בליק פון טיטאניק איבער סקולענער רעבי, א וואוילע יוד, קאן זיין פאר זיך איז ער ערליך און פיין, אבער דו אלע ברכות וואס מענטשען כאפען זיך אן אויף דעם, ליהוי ידוע, ס'איז נוסח בנו שמואל מרדכי וואס זוכט גרויס צו ווערן. גארנישט מיט זיין טאטע, און זיין טאטע ווייסט ניטאמאל וואס ווערט אלס ארויפגעלייגט אויף אים, כלפי מיר מאכט עס נישט קיין נפק"מ, ס'קען זיין, זיין אייגענע נוסח אויך, מיינט עס גארנישט פאר מיר, נאר פאר דו רעקארדס.
ווי אויך איז ידוע ווער ס'האט געלערנט מיט דו סקולע'נעס טעכטער און סקול, זיי זענען אלעמאל געוועהן מעין עקטערס און דו פלעיס, און יעצט עקטען זיי אויף אן אנדערע אופן, צו מאכען א געהאלט אויף דו טאטע'ס ערליכקייט. א חוץ דו פאקט אז דו טאכטער קלוגהופט איז א כלה טיטשער, און זי איז עתיד ליתן את הדין וואס זי לערנט אלס מיר אירע קליענטען, זי צוברעכט שלום בית אויף א מאסע פארנעם ווי קיינמאל ביפאר, זאל זי ענדערש עסען גחלי רתמים.
יעצט וויל איך מיט איר לערנען עפעס אונטרעסאנט, להרחיב הנושא בנוגע אמותיהם של ישראל.
מצינו שהתורה משבחת את האמהות שהיו כולן יפות תואר וטובת מראה, כדכתיב (בראשית י"ב י"א) אצל שרה אמנו ע"ה כי אשה יפת מראה את. וכן כתיב אצל רבקה אמנו ע"ה (שם כ"ד ט"ז) והנערה טבת מראה מאוד (בספורנו פי' טובת מראה: יפת הצבע). וכן כתיב אצל רחל אמנו (שם כ"ט י"ז) ורחל היתה יפת תואר (ברש"י ד"ה תואר פי', תואר הוא צורת הפרצוף, [שיינע פיגאר], ובאבן עזרא ד"ה יפת תואר פי': כל אבר, כעין והאף והפה יפה [שיינע פיטשארס], וברשב"ם ד"ה יפת תואר פי': דפוס החוטם והמצח והפה והלחיים. ובספורנו ד"ה יפת תואר פי': יפת התמונה). ויפת מראה (ברש"י ד"ה מראה פי':מראה היא זיו קלסתר. ובאבן עזרא ד"ה יפת תואר פי': ומראה הכל יפה, או מראה על עין הפנים הנראה, וברשב"ם ד"ה יפת מראה פי': לבן ואדמדם. ובספורנו ד"ה ויפת מראה פי': בצבע העור, שהוא צח ואדום כי אמנם הצבע הוא מושג לחוש הראות. ובאור החיים הק' ד"ה יפת תואר פי': ויפת מראה שהיה לה חן שיתאוה לה כל רואה (סעקסי ניין? יא דו אמהות).
ואף מה דכתיב (שם) אצל לאה: ועיני לאה רכות, כתב הרשב"ם (ד"ה רכות) שפירושו של רכות הוא נאות, שהיו לה עינים נאות, ואמרו חז"ל (תענית כ"ד ע"א) כלה שעיניה נאות אין כל גופה צריכה בדיקה. וכן כתבו בדעת זקנים מבעלי התוס' (ד"ה ועיני לאה רכות) רכות מלשון רך וטוב (שם י"ח ז') שהיתה נראית יפה מחמת שהיו עיניה יפות, ונראית רכה וילדה. ועיין במסכת בבא בתרא (נ"ח ע"א) הכל בפני שרה כקוף בפני אדם, שרה בפני חוה כקוף בפני אדם. ועיין במס' מגילה (ט"ו ע"א) ארבע נשים יפיפיות היו בעולם, שרה רחב ואביגיל ואסתר.
והטעם שהיו האמהות יפות מראה, מצינו במדרש (לך פמ"ה ס"ד, שהש"ר פ"ב סל"ב) שרצה הקב,ה שיהיו נשותיהן של האבות יפות תואר, כדי שיהנו מהן בעליהן (נא? וואספארא שפראך איז דאס????). וכתב ביפה תואר על מדרש רבה שיר השירים (שם אות כ"ד) מפני שהיה האבות קדושים ופירושים מתענוגי העולם, היו צריכים יופי טפי בנשותיהם כדי שיתעורר לבם לדבר מצוה, ומהאי טעמא נמי לקח שלמה המלך נשים רבות, לפי שהיה לבו שקוע מאוד בחכמותיו, ועל ידי יופי כמה מיני הנשים יטה לבו לעסוק העולם.
ויסכר פי דוברי נבלה. סקולענער קינדער קיינער פרעגט ענק נישט וואס צו טוען, און האלטס אייער משוגענע דרשות און ענקער שול. און ליהוי ידוע ענק פרויען וואס נעמן אן צו שניידען שייטלען בחנם, ענק האבען נישט קיין שום זכות, אדרבא עטס זענען מכשיל דו מענער, ואתם בגדר חוטאים ומחטיאים.
סאו וואט
ויסכר פי דוברי נבלה. סקולענער קינדער קיינער פרעגט ענק נישט וואס צו טוען, און האלטס אייער משוגענע דרשות און ענקער שול. און ליהוי ידוע ענק פרויען וואס נעמן אן צו שניידען שייטלען בחנם, ענק האבען נישט קיין שום זכות, אדרבא עטס זענען מכשיל דו מענער, ואתם בגדר חוטאים ומחטיאים.
יפה אמרת חן חן יוצק על שפתותיך
יעצט אבער פארשטייסטי פארוואס מען אסר'ט אינטערנעט? ווייל אויף אינטערנעט קענען מענטשען ארויס ברענגען זייערע מיינוגען אן קיין מורא פון קיינעם
און טויזענטע אידען ארים די וועלט ליינען דאס און זייערע קאפ הייבט זיך אן צי עפענען, מען זעט אז די פארטוגאל פאמיליע (סקולען) מאכט א חורבן אויף די וועלט
און איך הער אז די נושא קאכט זיך איבער ארים איבעראל, אויף וואטצעפ און אויף טעקסט אויך, ממש א מחיה
און אטעדאס איז די סיבה פארוואס מען מעג נישט האבען די אלע זאכען
כדי אז אפאר חולאים סעקס קראנקע מענשטען זאלען קענען באצווינגען די גאנצע אידישע ווועלט מיט זייערע כופרה'ישע צדוקי'שע מיינוגען
ובערת הרע מקרבך
שמעקעדיגחברה
לאמיר לאזן מאחורי ענינים ווי עס באלאנגט.
ואין מגלין אותן אלא לצנועין...
און וואס וועט זיין מיט די פון אונז וואס האבן נישט קיין צוטריט אהין? אונז זענען טשאפט ליווער?
דער קליינטשיגע האט געמאלען א בילד, אבער דער טאטע איז שנעל געקומען ראטעווען דער סיטואציע אין אויסגעמעקט.
📎 געוואלד.png
געטוהן ווי געבעטן
גד החוזהלויט די לענג פון דער סקירט קען מען אפלעזן וואס עס טוט זיך מיט אייך.
גד נעם אראפ דעם בילד, דאס איז נבלות, ס'באלאנגט נישט אויף דעם פורום, די גייסט צי די אנדערע עקסטרים,
חוץ פין דעם, מיט אזא נישט איידעלע בילד וואס די לייגסט דא,(כ'זעה האסטעס שוין אראפגענומען) געבסטו שטאף פאר די עקסטרעמיסטען צי ארויף ווארפען א נאסען ליילעך אויף קאווע שטיבל אז מען רעדט דא גאר פין א באנדע לאו לייף'ס וואס ליגען אין שמוץ, אין די צייט וואס מיר זענען די פרושים אין זיי זענען די צדוקים,
סאו וואט און ליהוי ידוע ענק פרויען וואס נעמן אן צו שניידען שייטלען בחנם, ענק האבען נישט קיין שום זכות, אדרבא עטס זענען מכשיל דו מענער, ואתם בגדר חוטאים ומחטיאים.
און לכאורה די ווייבלעך וואס פירען זיך אויף בגדר יאנטשי כלשונם, און די צייט וואס זיי האבען די מעגליכקייט צי זיין שיין אין "קיוט" ווי עס פאסט פאר א אידישע טאכטער, לכאורה די ווייבלעך גייען אויך אריין אין די גדר פין חוטאים ומחטיאים, חאטשיג ס'קען זיין אז זיי זענען תנוקות שנשבו ....
(נעבעך אויף די ווייבלעך, ווען זיי זענען נישט "יאנטשי" שרייען די עקסטרעמיסטען אז זיי זענען "חוטאים ומחטיאים", און ווען זיי זענען יא "יאנטשי" שריי מיר אונז אז זיי זענען "חוטאים ומחטיאים", נעבעך, וואס זיי טוען נאר זענען זיי פארפלאנטערט... בכלל שטייט אויף אלע סיינס אין ווילי אז אלע צרות קומען וועגען די פרויען..... אקעי נישט נאר וועגען פרויען אויך וועגען די אינטערנעט.... )
כ'טראכט יעצט אז דאס קען זיין פשט אין די ברכה שעשני
כרצונו, נישט שעשני
כרצונם, ווייל יעדער פרובירט צי איינטיילען פאר די פרוי, טוה אזוי, גיי אזוי, מאך אזוי, קומט די פרוי אין זאגט גייטס אלע פין דאנעט, איך האב א מאן און כ'טוה וואס איך טראכט אז
ער וויל, שעשני
כרצונו לשון יחיד, ואיזה אשה כשרה העושה רצון בעלה, לאפוקי מדעת הצדוקים אז די פרוי דארף נאכגיין אלע דעות פין פעדאפילישע עקסטרעמיסטען למיניהם,
ועוד י"ל אז כרצונו באציט זיך אויפן הייליגן באשעפער, און כידוע איז דאך נישטא קיין שתי רשויות חלילה מילא בהכרח מוז שטיין כרצונו נישט כרצונם, וצ"ע
berlbalagulehטיטאניק: א ייש"כ. אויף דיר קענמען זאגן "שפתיים קישאק". אינטרעסאנט. איך האב געהאט די זעלבע מחשבות זרות איבער דעם סקולענער רבי'ן שליט"א און זיינע קינדער און חסידים און אלץ וואס דרייצעך ארום איהם. ער איז א בטלנ'יש אידל. ווילאנג ר'איז געזיצן אין זיינע ד' אמות און נישט געשטערט קיינעם, אחוץ זיינע שכינים מיט די שפעיטע טישן און מלוה מלכה'ס און שמחת בית השואבה סעודות, וועלכע האבן זיך אנגעהויבן נאך איינס אזייגער ביינאכט און זיך געצויגן ביז זיבן אזייגער אינדערפריה, שטערנדיג דעם שלאף ביי די שכינים. איז נאך גאנץ גוט געוועין. אבער זייט זיינע אנשי ביתו האבן מחליט געווען אז ס'איז געקומען די צייט ער זאל ארויפגיין אויף די מאפע אלס וועלט'ס רבי, האט ער אנגעהויבן רודער'ן. קודם מיט'ן עירוב. וואו ר'האט זיך געטוישט זיין מיינונג עטליכע מאל. היינט איז עס מותר. מארגן, אסור. אהין און צוריק. כאילו ר'איז דער גרויסער מורה הוראה אויפ'ן לעוול פון ר' יחזקאל ראטה אדער סאמבאטהעלער רב, אדער ר' פישעלע הערשקאוויטש. נאכדעים מיט'ן אינטערנעט. כאילו איינער האט איהם געפרעיגט. יעצט מיט די צניעות דרשות פון זיין טאכטער די רעבעצין קלוגהויפט שליט"א. וועלכע ארבעטן זייער שווער זיך ארויף 🙄 😳 😮 😂 צו דראפען אויף די מאפע אלס גדול ומנהיג הדור.
סקולענער רבי האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידן, און געכאפט שלעק אין תפיסה פאר אידן. כבודו במקום מונח אפילו ער וואלט נישט געווען א ערליכע איד.
זיינע בני ביתו מיט די רשעים.. אנשולדיגס גבאים, ניצן זיין עלטער און increase אין value צומאכען געלט און באקומען power דורך פאמפען אידישקייט וכדומה.
ס'עסט מיר די געזונט ווייל איך ווייס זייער גוט וואס דארט גייט ליידער פאר. צימעס איז נישט מיין פאך וועל איך נישט זאגען מער.
דעת תורהועוד י"ל אז כרצונו באציט זיך אויפן הייליגן באשעפער, און כידוע איז דאך נישטא קיין שתי רשויות חלילה מילא בהכרח מוז שטיין כרצונו נישט כרצונם, וצ"ע
אוי אנטשולדיגט, כ'האב פארגעסען צי שרייבען אז ס'איז בדרך צחות.... 🙄
א פרישע תשובה אודות שערורייה יאנטשי-בעק
כך היא דרכה של תורה, בעק סותר וזה בונה:
לכבוד תלמידי אהובי היקר צנא מלא ספרא תפארתו בתורה נרו יאיר ויזרח כשמש במזרח...
אחרי דרישת שלומך הטוב באהבה, מכתבך קבלתי ע״י אימייל ומפני נחיצות הענין אני משיבך תיכף ומיד בלי שהיות.
תוכן שאלתך בקיצור נמרץ היא שאשתך שתחי׳ השתתפה במוצש״ק העבר באסיפת ״חינוך״ שבה הטיפו דרשנים ודרשניות בגודל מעלת הצניעות לנשים, וכדי לחזק הענין הכריזו שם שכל אשה שתקבל על עצמה קבלה בענין, הן למעט בתכשיטים והן למעט בבגדים נאים ומכובדים, תקבל בזכות זה ברכה מאת האדמו״ר מסקולען שליט״א. וכדי לקבל ברכת צדיק, אשתך היקרה ברוב תמימותה קבלה על עצמה שלא לכחול ולא לפקוס פניה. ושאלתך היא מה יש בידך לעשות.
האמת אגיד שנשתוממתי לשמוע שהיטיפו ברבים נגד הלכות פסוקות בשולחן ערוך, תחת מסוה של צניעות וקדושה. וזה סילוף חמור מאוד בדברי תורה שהשומעה צריך למחות ואקיים בזה לא תגורו מפני איש.
בשו״ע אבה״ע סי׳ עד נפסק, נדרה היא שלא תתקשט או שאמרה קונם תשמישך עלי אם אתקשט, ושמע הבעל ולא הפיר לה, יוציא ויתן כתובה. ובבית שמואל הסביר דלא מצי הבעל למימר לא איכפת לי, דכיון דלא הפיר גילה דעתו דסני לה, וחייב לגרשה מיד.
היוצא מזה לענינינו: בעל שלא איכפת ליה שאשתו לא תתקשט חייב לגרשה, מפני שברור ששונא אותה. ולכן, מטעם מצות לא תשנא את אחיך ומטעם ואהבת לרעך כמוך, אם לא החשיך היום מחויב אתה להפר נדרה וקבלתה תיכף ומיד.
נא להודיעני תיכומ״י שעשית כמו שכתבתי, ואחר כך נקבע זמן בו אפגש עמך ביחד עם אשתך היקרה שתחי׳ ואשתדל להסביר לה את ענין הצניעות בלי סילופים וממקורות נאמנים כי ברור אצלי שכוונתה לטובה ויראת שמים היא ועוד תזכו לחיות באהבה אמיתית בעונג תמידי.
ידידך המצפה לתשובתך
א ביישפיל פון א פרימער
מיט א אראבקע מעג מען יא
דור עיקש ופתלתול
הרבנים לבית וואזנער מיט די ווייבער אויף איין באנק!
געבט א קיק! הרב וואזנער שליט"T זיצט מיט זיין שניר אויף איין באנק!!!!!!!! דאס איז דעת תורה יא!!!! כל הכבוד לו
וואס פרים קען נעבעך מאכען פון א מענטש ה"י
א פחד צי זען דאס בילד
רויטע וואנצעס: לאמיך מאכן קלאר. איך האב אויף איין רגע נישט מסופק געווען אדער אוועקגענומען פונ'ם מסירת נפש פון סקולענער רבי שליט"א און להבחל"ח זיין טאטע זצ"ל. איך האב א סאך געהערט און געליינט איבער דעים." זיי זענען טאקע פון די צדיקי הדור וואס אונז קענמיר נישט שטיין אין זייער מחיצה. אבער, אלס מנהיג הדור. דאס איז שוין אן אנדערע זאך אינגאנצן. ס'איז אפילו נישט זיין רצון. נאר פון די ארומיגע בני ביתו ומשפחתו. וועלכע ווילן ארויפקומען אויף די וועלט'ס ארענע אלס מנהיגי הדור. און זיי טוען די נישט ריכטיגע, שעדליכע זאכן. 🙄
berlbalagulehרויטע וואנצעס: לאמיך מאכן קלאר. איך האב אויף איין רגע נישט מסופק געווען אדער אוועקגענומען פונ'ם מסירת נפש פון סקולענער רבי שליט"א און להבחל"ח זיין טאטע זצ"ל. איך האב א סאך געהערט און געליינט איבער דעים." זיי זענען טאקע פון די צדיקי הדור וואס אונז קענמיר נישט שטיין אין זייער מחיצה. אבער, אלס מנהיג הדור. דאס איז שוין אן אנדערע זאך אינגאנצן. ס'איז אפילו נישט זיין רצון. נאר פון די ארומיגע בני ביתו ומשפחתו. וועלכע ווילן ארויפקומען אויף די וועלט'ס ארענע אלס מנהיגי הדור. און זיי טוען די נישט ריכטיגע, שעדליכע זאכן. 🙄
גם אני מצטרף לדברי הגה"צ ר' בערל בעלעגלה שליט"א
כל מילה - זהב!
ווילאמסבורג פון אמאל
האט דען נישט דער רבי געזאגט אז ער וועט נאך קאליע מאכן אמעריקע? (צריך לומר פינף גאסן אין אמעריקע).
berlbalagulehרויטע וואנצעס: לאמיך מאכן קלאר. איך האב אויף איין רגע נישט מסופק געווען אדער אוועקגענומען פונ'ם מסירת נפש פון סקולענער רבי שליט"א און להבחל"ח זיין טאטע זצ"ל. איך האב א סאך געהערט און געליינט איבער דעים." זיי זענען טאקע פון די צדיקי הדור וואס אונז קענמיר נישט שטיין אין זייער מחיצה. אבער, אלס מנהיג הדור. דאס איז שוין אן אנדערע זאך אינגאנצן. ס'איז אפילו נישט זיין רצון. נאר פון די ארומיגע בני ביתו ומשפחתו. וועלכע ווילן ארויפקומען אויף די וועלט'ס ארענע אלס מנהיגי הדור. און זיי טוען די נישט ריכטיגע, שעדליכע זאכן. 🙄
לאמיר מאכען א סך הכל פון משפחת פארטוגאל, א קליינע ראן דאון.
אבער תחילה למקראי קודש דארף איך מסביר זיין דברי בעל עגלה, מ'פרעגט א סקולענער פארוואס ביסטו א סקולנ'ער: ווייל ער איז געזעצן און ראמענישע תפיסה.
א ראחמיסטריווקא: ווייל ער טראגט אליינס ארויס דו גארביטש (גד'ל ביסט נאך דא מיט אונז? קענסט עס באשטעטיגען?...), וכו' וכו', זיי זענען פיינע וואוילע מענטשען,
אבער בלאז עס נישט אויף, ווייל קוק וואס איז געשעהן, דו באבעל האט געפלאצט.
ראש משפחת פארטוגאל, רבי אליעזר זוסיא ז"ל געוועהן א רב'עלע און קרוינהייטס, א וואוילע שטילע מענטש, נישט געהאט חסידים גארנישט, נישט געדארפט, נישט געוועהן אן עסק, ווען ער האט געזינגען און דער אנוועזענהייט פון אנדערע רבנים בימים ההם, האט מען זיך אונטערגעשמייכעלט, מ'דארף פארשטיין, בימים ההם איז נגינה נאך נישט געוועהן אן עסק, מ'האט נאך דעמאלס די רבנים געקענט פיין לערנען, נגינה איז נאך נישט געוועהן אין סטייל.
יעצט זיין זוהן די היינטיגע איז א קאפי פונעם טאטע, פיין און שטיל, קיינעם געבאדערט אדער געשטערט, זיין ערשטע רעבעצין איז בכלל נישט געוועהן א באלאבאסטע, און ממילא די קינדער האבען זיך געוואלגערט אויף דו גאסן, נישט געווען זייער צוזאמענגענומען, קיינער האט זיך נישט אומגעקוקט אויף זיי, מען האט זיך געמוטשעט צו טרעפן שידוכים פאר זיי, וכו', עפטער אלל וואס איז געוועהן? דעיס יא, ווי נעבעכס זיי זענען געוועהן, זענען זיי געוועהן מורא'דיגע עקטערס, פיסקעס. און יעצט ווען מ'האט עולה געוועהן לגדולה עקטען זיי אויף אן אנדערע אופן, ס'איז אלס א שאו שפיל, און קומען ווייטער צו גיין מיט זייערע מיאוס'ע חינוך זיי האבען באקומען, און צווינגען עס ארויף אויף יענעם, מיט א מסוה אז דאס מיינט צניעות. ניין, דאס מיינט מיאוס, גארנישט צו טוען מיט צניעות.
וואס דארף מען מער פון דער פאקט, אז ווען דער רבי האט חתונה געהאט בזיווג שני, האט זי געפאדערט ער זאל זיך אראפלאזען און שיין מאכען די פיאות, כנראה אז זי איז מער באלעבאסטע און ווייסט יא וואס שיין מיינט...
שקר החן והבל היופי האט אויך א שיעור....און איך נעם אן א גרויסע שיעור כשיעור חזון איש...
עכ"פ ווי האבען דו סקווירא בחורים און שיכון סקווירא געשריגן אויף ארי ראטטענבערג: סטאפ די טערראר נאו....
@יאיר יא, און אזוי האט ער טאקע געטהון ב״ה.
אגב, ס׳איז אסאך מער ווי פינף גאסן. און איך גלייב אז די ווייסט וואס ער האט געמיינט דערמיט.
טיטאניקגעבט א קיק! הרב וואזנער שליט"T זיצט מיט זיין שניר אויף איין באנק!!!!!!!! דאס איז דעת תורה יא!!!! כל הכבוד לו
פאר ווער עס ווייסט נישט, דאס איז דער זעלבער רב וואוזנער וואס האט געאסר׳ט די הייליגע אינטערנעט. (א מין צידוקי דער רב וואזנער).
כתר מלכות@יאיר יא, און אזוי האט ער טאקע געטהון ב״ה.
אגב, ס׳איז אסאך מער ווי פינף גאסן. און איך גלייב אז די ווייסט וואס ער האט געמיינט דערמיט.
וויאזוי שטייט אין על הגאולה? שטנא נצח!
פארשטייט זיך אז בילדער פון בעפאר אונזער עולם איז געקומען קיין וויליאמסבורג איז נישט רעלעוואנט ווי ערקלערט במקום אחר, אינטערעסאנט וואלט געווען די בילדער פון סקול גראדועישאן וואס דער פינטעל איד האט אונז מבטיח געווען (דאס איז באמת די מערסטע רעלעוואנט, ווייל עס צייגט אז די שולע האט צו דעם מסכים געווען, און אין דעם גלייבן מיר דאך אלע באמונה שלימה אז אלעס איז געווען בהוראת דעם רבי'ן ז"ל).
געפילטע פישכתר מלכות@יאיר יא, און אזוי האט ער טאקע געטהון ב״ה.
אגב, ס׳איז אסאך מער ווי פינף גאסן. און איך גלייב אז די ווייסט וואס ער האט געמיינט דערמיט.
וויאזוי שטייט אין על הגאולה? שטנא נצח!
עס גיסט זיך חכמה פון דיר, לאז דיך הערן אפטער.
יואליש: ס'איז א שיינער בריעף. נאר איך ווייס נישט אויב ס'איז אויטענטיש. 😎 ❓ 🙄 😮 😂
טיטאניק: ייש"כ פאר ברענגען דעם בילד פונ'ם הייליגן איד מיט די אראבקע ימ"ש. ס'זעהט אויס אז אין די פאלעסטינער עשרת הדיברות שטייט עפעס אנדערש. ס'איז דא נאך אן אנדער בילד פון די אזוי-גערופענע אידישע פאלעסטינער, המכונים נטורי קרתא, ביי אן הפגנה אין טאראנטא וואו א "אידיש-פאלעסטינער" אינגערמאן האלט א דרשה אקעיגן ציונות און נעקסט צו איהם ממש שטייט א פאלעסטינער שיקסע און קוקט אויף איהם מיט גרויס הערכה, (און אפשר ליבשאפט, אויכעט.). און דאס אז זיי גייען אום שב"ק ,מיט די שטריימלעך, אנגעטון די פאלעסטינער שמאטע און רעדן פאר די טעלעוויזיע. דאס מעיג מען אויכעט. 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😲
berlbalagulehטיטאניק: ייש"כ פאר ברענגען דעם בילד פונ'ם הייליגן איד מיט די אראבקע ימ"ש. ס'זעהט אויס אז אין די פאלעסטינער עשרת הדיברות שטייט עפעס אנדערש. ס'איז דא נאך אן אנדער בילד פון די אזוי-גערופענע אידישע פאלעסטינער, המכונים נטורי קרתא, ביי אן הפגנה אין טאראנטא וואו א "אידיש-פאלעסטינער" אינגערמאן האלט א דרשה אקעיגן ציונות און נעקסט צו איהם ממש שטייט א פאלעסטינער שיקסע און קוקט אויף איהם מיט גרויס הערכה, (און אפשר ליבשאפט, אויכעט.). און דאס אז זיי גייען אום שב"ק ,מיט די שטריימלעך, אנגעטון די פאלעסטינער שמאטע און רעדן פאר די טעלעוויזיע. דאס מעיג מען אויכעט. 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😲
איינמאל מען היט נישט די תורה זאגען שוין חז"ל עבירה גוררת עבירה, היום אומר לך זיי פרים, מחר אומר לך פייניג די ווייב און קינדער, מחר אומר לך גיי זיי מחלל שם שמים ברבים, מחר אומר לך גיי געב חיזוק פאר שונאי ישראל אז זאלען הרגענען נאך אידען אן קיין גילטי פילינג (ווייל דע ראיד איז דאך מודה אז מיר זענען ok מיטען קוילען קליינע קינדער אין איתמר הי"ד) מחר אומר לך גיין מחלל שבת זיין, מחר אומר לך גיי מזנה זיין מיט אראבקעס, ומחר אומר לך אז די זאלסט ארגאנזיריען א הערליכע "חינוך אווענט" אין מאנסי
עבירה גוררת עבירה
עבודה זרה גילוי עריות ושפיכת דמים, ידיהם דמים מלאו, זאלען מיר שוין זוכה זיין בקרוב צי זען מיט די אויגען דעם "ובערת הרע מקרבך" אלע שונאי ישראל, סיי גויאישע שונאים און סיי אידישע שונאים, אלע וואס ווילען עוקר זיין דעם הייליג פאלק זאלען האבען א ביטערע מפלה, במהרה בימינו אמן!!!!!
געפילטע: אויף די בילדער קענמען זאגן, ר"ל. אדער ווי מיין ראש ישיבה ז"ל האט נאכגעזאגט בשם אן אלטע אידענע. "ראחמאאנעס יאצילייני". 😂 🙄 😳 😮
דעת תורהפארשטייט זיך אז בילדער פון בעפאר אונזער עולם איז געקומען קיין וויליאמסבורג איז נישט רעלעוואנט ווי ערקלערט במקום אחר, אינטערעסאנט וואלט געווען די בילדער פון סקול גראדועישאן וואס דער פינטעל איד האט אונז מבטיח געווען (דאס איז באמת די מערסטע רעלעוואנט, ווייל עס צייגט אז די שולע האט צו דעם מסכים געווען, און אין דעם גלייבן מיר דאך אלע באמונה שלימה אז אלעס איז געווען בהוראת דעם רבי'ן ז"ל).
איך האב נישט צוגעזאגט.
געפילטע'ס לעצטע בילד פון פרויען מיט קליידער העכער דע קני ענדעלט שטארק ווי דער בילד וואס איך האב געזען