א ברייטע שלום עליכם פאר ר' איש עברי. א גרויסן שכח פאר אייער געשמאקע התחלה וואס איז נישט בלויז רייך אין תוכן נאר אויך שיין געשריבן. קיעפ איט אפ!
צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
488 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5499
פיש כאפער: נאט ריעללי! עכט נישט! 🙄 😎 😕 😂 😠
איש עבריליידער קען מען זעהן אז די נעראטיוו ארבעט אויך ביי א חלק פון די חברי הפארום, וואס מיט קעלבערנע תמימות שרייבן זיי אז די עיקר דארף מען זיין שיין פאר די מאן, דאס איז א תוצאה פון דעם וואס מיר קוקן אהן חתונה האבן ווי א זנות אינדוסטרי און נישט ווי א אינטימע קשר וואס שאפט זיך צווישן צווי יומען ביאינגס.
מיר קוקן נישט אויף פרויען וואס זענען בארעכטיגט צו זייער אייגענע לעבן אייגענע געפיהלן, און פונקט ווי א מאן האט ליב צו גיין אנגעטוהן עלעגאנט איז כש"כ א פרוי. און איר מאן קומט אינגאנצן נישט אריין אין פיקטשער.
די אידישע רעליגיע איז זיך עטוואס מחולק מיט אייך, נישט מיט דעם יסוד אז חתונה האבן איז אינטימע קשר (ודבק באשתו והיו לבשר אחד), נאר מיט דעם ענין פון א פרוי'ס (צו) שיין אנטון אויף די גאס. האסט שוין געהערט אמאל פון אזא זאך ווי צניעות? באשיידנקייט? פון דעם פסוק כל כבודה בת מלך פנימה? דוקא ווייל חתונה האבן איז א אינטימע קשר, פארלאנגט די תורה (און קאמאן סענס) אז איר שיינקייט זאל בלייבן בינו לבינה. גיין אנגעטון עלעגאנט איז אנדערע מין זאך און נישט דאס מיינט מען מיט צניעות אז מען זאל נישט גיין עלעגאנט אנגעטאן.
איך האב קיינמאל פארשטאנען פארוואס ביי פרויען איידער זיי גייען ארויס שאפינג טיהן אהן די שייטעל מיט מעקאפ. פארוואס? ענדריש אין גאס גיין מיט א בירקע אין און שטוב זאל זיין פאפיצט אין פערפיאם.
אזוי, אינדערהיים פיצט זי זיך יא אויס??????
עס איז דא אזא לעגענדע ביי די וואס פארופן זיך אויף אלטרא צניעות קוד, (עס איז דא דערמאנט עטליכע מאהל אין דעם אשכול) אז פאר די מאן מעג מען און דארף מען זיין אויסגעפיצט, אבער אין די גאס, מוז מען זיין צניעות'דיג/יאנטשי. דאס איז א פאלטשע תירוץ פאר די גאנצע זאך. ווייל די מציאות איז אז די היימישע פרויען פיצן זיך נישט פאר די מענער. אינדערהיים זייענדיג א מטופל בבנים, איז מען פארנומען מיט ארבעט, און מען גייט אהנגעטוהן א טארבאן מיט א דאסטער, וזהו. זיי גייען אין די גאס יאנטשי ווען דו טענה'ט זיך מיט זיי, זאגן זיי אז פאר די מענער מאכט מען זיך שיין. לא דובים ולא יער! אדרבה דוקא דער פרוי וואס גייט אין גאס אהנגעטוהן מענטשליך, און אביסל באפיצט, האט נאך די סענס, זיך צו באפיצן פארן מאן. ביי די פרומע, וויבאלד זיי סורפרעסן די סענס פון וועלן געפעלן מענטשן, וועלן זיי נישט מעהר האבן די סענס זיך אהנטוהן שיין פאר זייערע מענער. זיל ובדוק.
שפתיים ישק ראש ישיבה טייערער
איך וויל צולייגן צווי נקודות
א יעדער נארמאלע מאן וויל זיין פרוי זאל ערשיינען עלעגאנט אין די עפנטליכקייט [און די וואס דרייען מיט די פינגער עלעגאנט יא! אבער צניעות'דיג, איז נישט מער ווי א פאלנע ליגנט] און עס גייט אריין אין שלא תתגנה על בעלה
צווייטנס א פרוי איז נישט א שטיק האלץ ואס מען קען אויסוועהלן ווען זי זאל זיך פוצן טאמער וועט מען איר נישט לאזן זיין אנגעטוען עלעגאנט אין די עפענטליכקייט פארלירט זי די טעם אין לעבן און וועט נישט גיין אנגעטוהן עלעגאנט אינדערהיים

דו גייסט אריין און דעם וואס איז די רצון הבעל. וואס דאס אליינס איז א וויכטיגע נקודה.
אבער איך רעד לשיטתם וואס זיי טענה'ן אז פאר דער מאן פיצט מען זיך אויס, איז נישט אמת. ווייל די פרויען וויבאלד זיי סורפרעסן זייער אייגענע נאטיר פון וועלן אויסקוקן אטראקטיוו, זיכן זיי שוין נישט צו געפעלן זייערע איידענער מענער. ממילא פיצן זיי זיך נישט אויס אינדערהיים. ועוד והוא העיקר, אז אפילו די אזוי גערופענע פרומער פרויען, ווען עס קומט צו א שוועסטערס חתונה וכדומה וועלן זיי זיך אויספיצן בכל התוקף, מיט א קלייד פון לכל הפחות א טויזענעטער ויותר. פארוואס פארשטייט זי נישט אז לכבוד די מאן דארף זי זיך אויך אויספיצן. אלא מאי, זיי פארלירן די גלייכגעוויכט אין דער סענעס, פון וועלען אויסקוקן שיין.

ראש הישיבהעס איז דא אזא לעגענדע ביי די וואס פארופן זיך אויף אלטרא צניעות קוד, (עס איז דא דערמאנט עטליכע מאהל אין דעם אשכול) אז פאר די מאן מעג מען און דארף מען זיין אויסגעפיצט, אבער אין די גאס, מוז מען זיין צניעות'דיג/יאנטשי. דאס איז א פאלטשע תירוץ פאר די גאנצע זאך. ווייל די מציאות איז אז די היימישע פרויען פיצן זיך נישט פאר די מענער. אינדערהיים זייענדיג א מטופל בבנים, איז מען פארנומען מיט ארבעט, און מען גייט אהנגעטוהן א טארבאן מיט א דאסטער, וזהו. זיי גייען אין די גאס יאנטשי ווען דו טענה'ט זיך מיט זיי, זאגן זיי אז פאר די מענער מאכט מען זיך שיין. לא דובים ולא יער! אדרבה דוקא דער פרוי וואס גייט אין גאס אהנגעטוהן מענטשליך, און אביסל באפיצט, האט נאך די סענס, זיך צו באפיצן פארן מאן. ביי די פרומע, וויבאלד זיי סורפרעסן די סענס פון וועלן געפעלן מענטשן, וועלן זיי נישט מעהר האבן די סענס זיך אהנטוהן שיין פאר זייערע מענער. זיל ובדוק.
וואס פארשטייסטו נישט? זיי ווילן אז די פרוי זאל זיין אינדערהיים, קעיר נעמען פון זיבן קליינטשיגע, קאכן, באקן, רוימען, טוילעט טרעינען, אפווישן ברעכאץ, אלעס מיט הויכע היל'ס, לאנגע שייטל, און צוגעפאסטע טייערע קליידער. פראביר עס אמאל אויס, ס'זייער גרינג.
איש עבריא יעדער נארמאלע מאן וויל זיין פרוי זאל ערשיינען עלעגאנט אין די עפנטליכקייט [און די וואס דרייען מיט די פינגער עלעגאנט יא! אבער צניעות'דיג, איז נישט מער ווי א פאלנע ליגנט] און עס גייט אריין אין שלא תתגנה על בעלה
צווייטנס א פרוי איז נישט א שטיק האלץ ואס מען קען אויסוועהלן ווען זי זאל זיך פוצן טאמער וועט מען איר נישט לאזן זיין אנגעטוען עלעגאנט אין די עפענטליכקייט פארלירט זי די טעם אין לעבן און וועט נישט גיין אנגעטוהן עלעגאנט אינדערהיים
חוץ מזה, וואס ביוטי איז נישט קיין פראדוקט וואס מ'קען קויפן איז קליידער סטאר אדער גראסערי, דאס מוז קומען מיט געפיל. די פרויען וואס זייער פעמיניסטישע נאטורן זענען נישט בנמצא קענען זיך אנטוהן שיין ביז איבערמארגן, ס'וועט אויסזעהן ווי א נזם זהב באף חזיר.
דעת תורהאיש עבריליידער קען מען זעהן אז די נעראטיוו ארבעט אויך ביי א חלק פון די חברי הפארום, וואס מיט קעלבערנע תמימות שרייבן זיי אז די עיקר דארף מען זיין שיין פאר די מאן, דאס איז א תוצאה פון דעם וואס מיר קוקן אהן חתונה האבן ווי א זנות אינדוסטרי און נישט ווי א אינטימע קשר וואס שאפט זיך צווישן צווי יומען ביאינגס.
מיר קוקן נישט אויף פרויען וואס זענען בארעכטיגט צו זייער אייגענע לעבן אייגענע געפיהלן, און פונקט ווי א מאן האט ליב צו גיין אנגעטוהן עלעגאנט איז כש"כ א פרוי. און איר מאן קומט אינגאנצן נישט אריין אין פיקטשער.
די אידישע רעליגיע איז זיך עטוואס מחולק מיט אייך, נישט מיט דעם יסוד אז חתונה האבן איז אינטימע קשר (ודבק באשתו והיו לבשר אחד), נאר מיט דעם ענין פון א פרוי'ס (צו) שיין אנטון אויף די גאס. האסט שוין געהערט אמאל פון אזא זאך ווי צניעות? באשיידנקייט? פון דעם פסוק כל כבודה בת מלך פנימה? דוקא ווייל חתונה האבן איז א אינטימע קשר, פארלאנגט די תורה (און קאמאן סענס) אז איר שיינקייט זאל בלייבן בינו לבינה. גיין אנגעטון עלעגאנט איז אנדערע מין זאך און נישט דאס מיינט מען מיט צניעות אז מען זאל נישט גיין עלעגאנט אנגעטאן.
די אלע וואס קריטיקירען אז איינמאל די פרוי פארטוישט דעם בליק,
אין אויפען גאס זיכט זי נישט צו געפעלן בעיני ה'גאס, רח''ל די פרויען זענען נעבעך פארפאלענע און וועלן שוין פארלירען אויף אייביג דעם טעם פון זיין אהערגעשטעלט און עלעגאנט אפי' ווען עס פעלט אויס,
נו! אדרבה נעמט אייך ''האקען'' אויף דעם פארדרייטען סיסטעם אז אויב אין 'גאס' וויל מען נישט ציען אן אויג דאן פארלירען זיי רח''ל זייער יסודות'דיגע ווילען זיך אהערצושטעלן, כמדומה, איז דאס א קארעפטירטער מהלך המחשבה,
שטעל דיר פאר ווען די רבנים און בתי חינוך זאלען ווען פרעדיגען אזא מהלך המחשבה....
וואלטען אלע קארפען קעפ דא שוין געשריבען איטליכע פאוסט ארטיקלען קעגן די רבנים, ו'הסיסטעם.
וואלטען אלע קארפען קעפ דא שוין געשריבען איטליכע פאוסט ארטיקלען קעגן די רבנים, ו'הסיסטעם.
נולד מאוחר
איך האב דאס געוואלט פאסטען.
זייער גוט געזאגט דברי אמת. אין נישט קיין חדשות פאר די חשובע קאווע שטיבעל טרינקערס
[ציטאט אראפגענומען]
אוודאי נישט! ווייסט פארוואס? ווייל די הייליגע רבי המושל בוויליאמסבורג אין יענע טעג האט אנגעטון זיינע אייגענע קינדער אפילו מער פריצות'דיגע קליידער. ווען ער לעבט ווען היינט וואלטן זיינע קינדער נישט אנגענומען געווארן אין קיין שום היימישע מוסד.
א גוטן. ווי איר זעט אלע, בין איך נאך א נייע באנוצער אבער מיט אלטע מיינונגען. איך מיין אז ווען מען וואלט גערעדט אלע יארן פון צניעות און מען וואלט אויך אויסגעלערנט די פרויען ווי אזוי זיך צושטעלן צו מענער וואס זיי דארפן וואלט געווען אסאך ווייניגער זונות און ממזרים אויף די וועלט.
אפשר וואלט איך געווען אביסל מער נארמאל ווען די חתן רבי צו וועם איך בין געגאנגען וואלט געווען מער ווי "מגלה טפח" ער וואלט אביסל מגלה געווען וואס יא נישט נאר וואס נישט
איך גלייב ס׳וועט קומען אֿ טאג ווען זיי (???) אלע וועלן אמאל קלוגער ווערן֚ און מ׳וועט אנזאגן און טרענירן די חתן ־און כלה טיטשערס אד"ג צו אויסלערנען די ענינים לויט די ריכטיגע השקפה.
האַ, ווען טראכט איר גייט דאס פאסירן??! 🙄
האַ, ווען טראכט איר גייט דאס פאסירן??! 🙄
פאטעטא טשיפסאיך גלייב ס׳וועט קומען אֿ טאג ווען זיי (???) אלע וועלן אמאל קלוגער ווערן֚ און מ׳וועט אנזאגן און טרענירן די חתן ־און כלה טיטשערס אד"ג צו אויסלערנען די ענינים לויט די ריכטיגע השקפה.
האַ, ווען טראכט איר גייט דאס פאסירן??! 🙄
פאר די ריכטיגע השקפה דארף מען נישט אפילו פאשן אין פרעמדע פעלדער מען קען פשוט לערנען אלע אויסגעלאזט [דקדוק 😉 ] רשי"ס, און שיר השירים מיט נאך אפאר קאפיטלעך אין תנ"ך מיט פשוטע עברי טייטש
וליתר פרטים נא לבוא מאחורי הפרגוד ותראה נפלאות מתורתינו הקדושה
[ציטאט אראפגענומען]
מיין באבע א באוויסטע רביצ"ן פלעגט זאגן איך לאז ענדערש לאזן מיינע קינדער זיך ארומדרייען זומער בארוועס אן שטרימפ ווי איידער גיין מיט קורצע שטרימפ
Fascinating conversation you have going on here. I'm sorry for writing in English but it's much easier for me to express myself in English.
Here's the thing. Within our social construct there's no acknowledgement at all of the women's needs. Even the way you guys are suggesting tznius should be taught is warped. She should dress for her husband? She should שטעל זיך צי at home? Her need are never ever addressed in this approach at all. Only her husband's needs are acknowledged and given validity. It simply doesn't exist in this context. Because it's not acknowledged, no one thinks of enforcing men's tznius even though הצנע לכת applies to both genders. And all of you who say women should dress up for their husband's, do you dress up for your wives?
Another point, women don't always dress to attract male attention. They dress for themselves. To feel good about themselves. I think this obsession that women dress to make men sin is the male's projection of what they're thinking when They see a nicely dressed woman. Not necessarily is it her intention at all.

עס דערמאנט מיך פון די משל וואס דער רבי זי"ע פלעגט שטענדיג זאגען לגבי די ציונים המצילים, אז ווען נישט די פייער אנצינדער ברויך מען ווען נישט קיין פייערלעשער, די זעלבע זאך לענינינו, ווען נישט די שמאלע געפאסטע קליידער וואלט נישט געשען דער עקסידענט ...
מעשה שטן הצליח,
אפילו בהסתרה שבתוך ההסתרה אני עומד
אפילו בהסתרה שבתוך ההסתרה אני עומד
venusFascinating conversation you have going on here. I'm sorry for writing in English but it's much easier for me to express myself in English.
Here's the thing. Within our social construct there's no acknowledgement at all of the women's needs. Even the way you guys are suggesting tznius should be taught is warped. She should dress for her husband? She should שטעל זיך צי at home? Her need are never ever addressed in this approach at all. Only her husband's needs are acknowledged and given validity. It simply doesn't exist in this context. Because it's not acknowledged, no one thinks of enforcing men's tznius even though הצנע לכת applies to both genders. And all of you who say women should dress up for their husband's, do you dress up for your wives?
Another point, women don't always dress to attract male attention. They dress for themselves. To feel good about themselves. I think this obsession that women dress to make men sin is the male's projection of what they're thinking when They see a nicely dressed woman. Not necessarily is it her intention at all.
please understand that this opinion is דעת בעל הבתים
אזוי ליינענדיג אין די מגילה איז מיר נולד (מאוחר) געווארן א שטארקע סברא.
אין אסתר מגדת מולדתה וכו'...
אחשורוש זאגן חז"ל מלך טיפש הי'.
וואס איז די טיפשות?
האב איך געטראכט בדרך אפשר, ווי איז מעגליך ער האט נישט געוואוסט אז אסתר די צדיקת איז א אידענע? האט ער נישט געקענט נעמען א ראלער און אפמעסטן די לענג פון די סקירט אונטער די קניען? אדער מעסטן די דיקקייט פון די שטרימפ? ס'ארא טיפש דער.

שטימט נישט, מעשים בכל יום אז טיפשים קענען דאס זייער גוט.
נאך מער, ער האט אפילו געקענט קוקן אויב זי גייט מיט פאלם טייטס, אדער מיט א סיעם און גאר געוואר ווערן צו וועלכע חסידות זי געהערט
This shows that tznios was the norm for all the the women, it changed in the last few 100 years.
outspokenThis shows that tznios was the norm for all the the women, it changed in the last few 100 years.
שטימט טאקע מיטן מדרש וואס זאגט אז אחשורוש האט געוואלט ושתי זאל קומען ערומה.
שטימט טאקע ווייל זיי זענען אלע געווען ערומות און דער בזיון איז נאר געווען מצד די קרעץ און די וויידל.
און דאס אז אונזערע באבעס אין מצרים האבן ארויסגעשיינט מיט זייערע איידעלע קליידער פון צווישן די אלע "צניעות'דיגע" מצרי'שע פרויען.
לעיקוואד
שני תשובות בדבר :
1) אבי גערעדט, ווען זי וואלט ווען... ווען מיין באבע וואלט געהאט רעדער.. די דאקטאר איז אזוי זיכער וואס וואלט ווען געוועהן? איך בין זיכער אז מיטן גיין בדרך התורה איז מען מצליח און ווען נישט נישט! דאס ראטעוועט נישט דער מענטש גיין אין געפאסטע קליידער
2) והשנית קאן זיין א גויטע וואס איז נישט מצווה ועושה צי גיין בצניעות קען זיין ביי איהר האט עס אויסגעמאכט משא"כ ביי א אידיש קינד וואס איז באפוילען פון גאט ב"ה נישט צי גיין אזוי!
גוטע פינטעלךעס דערמאנט מיך פון די משל וואס דער רבי זי"ע פלעגט שטענדיג זאגען לגבי די ציונים המצילים, אז ווען נישט די פייער אנצינדער ברויך מען ווען נישט קיין פייערלעשער, די זעלבע זאך לענינינו, ווען נישט די שמאלע געפאסטע קליידער וואלט נישט געשען דער עקסידענט ...
און ווען נישט די הייליגע, ערליכע אידן וועלכע באמערקן אז די פרויען גייען מיט שמאלע, געפאסטע קליידער וואלט מען נישט געמאכט דעם גאנצן טומל... 🙄
שלמה המלךלעיקוואד
שני תשובות בדבר :
1) אבי גערעדט, ווען זי וואלט ווען... ווען מיין באבע וואלט געהאט רעדער
סאיז אבער פינקט געניג צי ווייזן די ליצנות פין אנווייזן אויף א מענטש וואס האט געהאלטן תפילין אז לכבוד דעם איז ער האט אים די קויל נישט געכאפט...
א סוף צום ראסיזם
ווען רבי יהושוע'לע בעלזער זאל דאס זען וואלט ער געזאגט אז זי איז %100 גערעכט און מ'דארף איר פאלגן. און נאכדעם זאגן פאר די דרשנת 'אונז האבן דיר געפאלגט, יעצט דו פאלג אונז'....
כ'בין מוחה אויף דער מושג פין צניעות פאר מענער.
פאר די מיידלעך אין אונזערע שקאלעס זאגט מען אז צניעות איז גרעסער פין לערנען תורה, ווייל תורה קען מען נאר לערנען בשעת מען לערנט אבער מען קען נישט לערנען ווען מען טוט אנדערע זאכען וואס מען מוז בהכרח טוהן. משא"כ צניעות קען מען טוהן אייביג, ווען אימער, ממילא איז די מצוה וואס איז געגעבען געווארען פאר מיידלעך אסאך גרעסער ווי די מצוה וואס מען האט געגעבען פאר יונגלעך. עכ"ד הקדושים פין די מחנכות פין אונזערע באליבטע טעכטער ישמרם האל.
ממילא קומט די א פרוי א ספרדיה, און האקט אין טשייניק אז אונז מענער זענען אויך מחויב בצניעות, אנטשולדיגט, זעהט מיר בכלל אויס ווי א גיורת, אונז אבער האבן מיר מסורה, צניעות איז א חשובער הייליגער מצוה געגעבען געווארען פאר פרויען דוקא. ותו לא מידי.

נהורא נפישאדאס וואס די פודאמענטעליסטן פארשפרייטן בעו"ה אן איסור אויף זיך פארבן דעם פנים, און אין א פארזוך איבערצושרייבן היסטאריע שרייבן זיי בלי שום בושה אז ערליכע פרויען האבן זיך גאר קיינמאל נישט געפארבט, א חוץ פון דעם וואס דאס איז א שקר גס איז דאס נאך פארבונדן מיט פרעסעדענטלאזע איגנארענץ, די גאנצע טעמע איז משקר יסודה די גמרא לויבט שטארק אויס די פרוי פון אבא אומנא פארן זיך פארבן כדי שלא יתן עיניו על אשה אחרת, ווי אויך ציטירן זיי אלס א גמרא אז וועגן פארבן די אויגן בלוי זאל האבן די ביהמ"ק חרוב געווארן ווען מ'רעדט דארטן אז עס געטון געווארן צו פראוואצירן פרעמדע מענער.
מ'געפינט צענדליגע פלעצער כיחול ופירכוס און רבי עקיבא האט דאס מתיר געווען גם בימי נדותה כדי שלא תתגנה על בעלה.
א גאנצע פרק אין הלכות שבת רעדט פון דעם וואס פרויען גייען ארויס באצירט מיט כל ערליי תכשיטים אין רה"ר וואס מ'האט געאסרט טייל פון זיי אום שבת משום חשש הוצאה, און פארוואס גייען די פרויען באצירט נישט נאר וועגן די מענער נאר טאקע ווייל א פרוי בטבעה וויל זיך שיין מאכן אין זיך ארויסווייזן פאר אירע חברט'עס און דערפאר איז דא א חשש הוצאה דערביי.
ארויפגעברענגט צוליב די לעצטיגע פרישע קאפ-פארדרייעניש אין ליכט פון 'קאראנע' קעגן פארבן די פנים ביי פרויען, אזאך וואס איז במסורה שוין טויזענטער יאר ביי כלל ישראל.
אגב, די רעקארדינג אין די ערשטע תגובה איז נאך אקטיוו, סארא שטותים מיט הבלים.
איך פארשטיי גראדע אביסל די רבנים, איך גלייך אויך נישט דאס גאנצע ענין פון די שמירן זיך. מיין אידענע שמירט זיך אבער פאר אנדערע... זי ווייסט אז איך גלייך עס זייער נישט, איך בין אבער נישט פון די סארט מענטשן וואס פרובירן ארויפצווינגען זייער מיינונג אויף אנדערע מענטשן. די איינציגסטע חילוק צווישן מיר און די אנדערע רבנים איז אז איך מיש נישט אויס "איך וויל נישט" מיט "מ'טאר נישט"...
רביה''ק זי''עאיך פארשטיי גראדע אביסל די רבנים, איך גלייך אויך נישט דאס גאנצע ענין פון די שמירן זיך.
איז משמע פון דא אז איר גלייכט נישט סענין מחמת סזעלביגע פראבלעם וואס די רבנים האבן דערמוט...
אבל על זה יש לפרוך...
רביה''ק זי''עדי איינציגסטע חילוק צווישן מיר און די אנדערע רבנים איז אז איך מיש נישט אויס "איך וויל נישט" מיט "מ'טאר נישט"...
אז פון די סיפא איז משמע אז איר גלייכטאס נישט פשוט ווייל איר האט עס נישט ליב אד"ג, נאר וואסזשע דען איר ליידט נישט פון דעם קרענק וואס מאכט אלעס וואס סבייכל וויל נישט פאראן איסור חמור.
ולפי זה, דרייט אלע מיט דע גראבע, פארשטיי איך נישט מיט וואס אייער פארשטאנד איז איינשטומיג מיט די רבנים...
וילמדנו רבינו פשר הדברים.
איך פארשטיי פארוואס זיי גלייכן עס נישט, איך בין אבער נישט איינשטימיג מיט דעם וואס זיי צווינגען ארויף זייערע דעות אויף אנדערע מענטשן און זיי שטעלן אן א בלעכענעם פנים ווי צו זאגן "וואס ווילסטו פון מיין לעבן האבן? איך זאג נאר נאך וואס שטייט אין די תורה!". כאילו זיי געבן א דעמן אויף וואס שטייט אין די תורה, זיי שטעלן אן א פנים ווי א תם און שטויסן ווי א מועד.
ודי למביןדי אמהות זענען געווען יאנטשי! ווען אלע אונזערע פרויען וואלטן געווען אזוי יאנטשי ווי די אמהות, וואלטן אסאך יונגעלייט געהאט ווייניגער פראבלעמען.
דער עולם כאפט אז די שמועס איז געבויעט נישט אויף תורה, נישט הלכה און ניטאמאל מנהג, נאר אויף א שמועס פון רב וואקסמאן!!! נישט מער און נישט וויניגער! מיט דעם שטאפט מען זיי! אינטעלעקטיול עביוז!
ביי די וועי, דו נעמסט ארויס אירע ווערטער פון קאנטעקסט. זי זאגט גלייך דערנאך "אויב צניעות מיינט יאנטשי", עסקאדע שטעלט צו זייער שיינע בעל בתישע סקירטס וואס האט נישט קיין שמץ פון פריצות און פארט וועלן עס מאנכע רופן יאנטשי פארן בלויזער חטא אז די פענטי ליין ווערט נישט דערקענט פון די שטייפע שטארקע סחורה.
אז מען זוכט פון אונטער דער ערד צו בארעדן א פשוט'ע פאקטישע צניעות אויפמערקזאמקייט וועט מען כסדר טרעפן. אנטשולדיגט מיר טייערע חברים פון ק"ש, אין כאן לא אביוז, ולא אנטי פעמעניזעם. איך פארשטיי אז הפקירות איז מער ניחא ליה לאיניש. פריצות איז א פשוטער הרגשה פון הפקירות וואס דאס איז זייער זיס און דאס איז סה"כ וואס די חשוב'ע רביצין ברענגט דא ארויס. זייט נישט קיין הפקר יונגען ווייל עס איז גורם אז עס זאל ציען צו אויגן וואס דארפן דאס נישט זעהן. נעם סיי וואספארא טויזענט דולער'דיגער ווארדראוב וואס איז נישט יאנטשי וועסטו זעהן אז דאס איז ווייט פון פריצות'דיג. (איך רעד נישט פון סליוולעס טאפס וכדו'), אבער די עצם שניט איז בעלבתיש און באשיידן. אפי' די ברוסטן שניט איז געשניטן אויף אן איידעלע אויפן אז עס זאל נישט זיין מער בולט וויפיל עס פעלט אויס. די פריצות לאז איבער פאר דיר אין בעדרום ענד אינדזשוי איט טא די מעקס. אבער, אין גאס זיי באשיידן און בעלבתיש שיין. ווילסטו עס רופן יאנטשי כדי צו פארגיטיגן דיין טאקט, בי איט, אבער וויסן זאלסטו אז עס האט גארנישט מיט יאנטשי, עס האט מיט דיין הפקירות. און דאס האט זי געמיינט ארויסצוברענגען כלפי די אמהות, זיי זענען געגאנגען קלעסי אבער צניעות'דיג וואס די הפקר אינגען רופן יאנטשי.
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
שפתים ישקרבוש״ע די נעמסט אויך ארויס אירע ווערטער פון קאנטעקסט. איך זעה אז די אלע וואס ווילן אז זייערע ווייבער זאלן אויסזעהן ווי די קאווער פון עיטש ענד עם וועלן ארויס נעמען פון אירע ווערטער זאכן וואס זי האט בכלל נישט געזאגט.דער באשעפער זאל שומר ומציל זיין!...
זי זאגט: "דאס אז מ'דארף רעדן פון מעטורנעטי ברבים איז אליינס א סימן אז ס'איז ימות המשיח"...
זאג נאר, דרשן'טע טייערע, דיין פאסט קעסטל האסטו לעצטנס באקוקט? בוני עולם בראשורען? מחריבי עולם פאשקעווילן? עי טיים אדעווערטייזמענטס?
וואס האקסטו אין קאפ?
זאת ועוד. דו האסט די חוצפה צו רעדן פון "אביסעלע קאלירן, א טראפקעלע קאליר אויף די שיך אדער סקירט" ווי שלעכט דאס איז בלא בלא בלא. זאג נאר דו מגלה'טע פנים'טע שלא'טע כהלכה'טע וואס דו ביזט, פון בגדי צבעונין וואס א מאן דארף קויפן פאר זיין פרוי >>אויף אנציטוהן<< האסטו שוין געהערט?
דער סארט רעדעריי איז גורם, אז מענער ווערן דערנאך שטארק אויפגעגעסן אויף די ווייבער, ווייל געווענדלעך די סארט פרויען פארעקלען אויף אנדערע וועגן אויכעט, ווי נישט שערן די האר פון די לייב, זיך נישט שויערן געהעריג טעגלעך, וכו' וכו', און עס איז גורם שטארקע שלום בית פראבלעמען, ווארום דיה שמצילתו מן החטא איז נאר געזאגט געווארן אויב זי קען גיין אין קאמפעטישן מיט וואס עס איז דא אינדרויסן אין דער גאס.
די סארט דרשות זענען לבסוף מרבה זימה, זנות, ורעות רוח אין אונזער ציבור, און עס איז א חוב קדוש צו ערקלערן די ווייבער אינדערהיים אז לא זו הדרך ולא זו העיר.
זי האט נישט געזאגט אז עס איז דא אן עצם פראבלעים פון רעדן פון די מציעות המינטערנעטי, זי האט געזאגט אז היינט איז נישטא קיין אינטערשייד פון מינטערנעטי קליידונג און נארמאלער קליידונג, ווייל די טייפ אפ סחורה וואס מען טראגט היינט איז סטרעדזשעבל ממילא טוען זיך היינט די פרויען נישט אן ספעציעלע מיטערנעטי קליידונג וואס דאס ווייזט ווי געפאסט די קליידער זענען היינט, דערפאר איז עס ימות המשיח. לאפיקו די וואס ווילן אפלערנען אז דאס דערמאנען די ווארט מיטערנעטי איז ימות המשיח.
דריי נישט אויס אירע ווערטער ביטע און זיי אויפריכטיג אויף דיין וויטאג פון די דרשה פאפ זיך נישט אליינס און אוואדאי נישט יענעם.
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
בן תמליוןמעיקאפ מיט איי ליינער זענען צוויי אנדערע זאכן און עס איז קלאר זי האט נישט געמיינט געהעריגע מעיקאפ אפי זי האט גענוצט די ווארט מעיקאפ ווייל גלייך דעראויף האט זי געזאגט א משהוא קאליר. געמיינט צו זאגן האט זי פארבן די אויגן בלוי אדער שווארץ אדער סיי וואספארא קאליר אבער ניט נייטראלער מעיק אפ וואס איז ממש סקין קאלאר וואס מאכט עס נאר סמוטער.וויפיל מענער זענען שוין ג'הרג'ט געווארן פון אביסל עקסטערע מעיקאפ.
די פראבלעם באמת איז אז מכאפט נישט אז דאס וואס הייסט קיוט, זיס, אדער יונג-ווייבלדיג, איז באמת פריצות....
שומו שמים! ווי שטעלט מען אויף אזאנס פרעדיגן פאר אונזערע ווייבער? ווער איז די רעביצין בעק? ווער איז איר מאן? והוקע אותה נגד השמש.
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
טיטאניקזייער גערעכט אבער נישט פון דעם רעדט זי.העלא'דארף רעדן וועגן צניעות, מ'מוז,
צניעות איז היינט אסאך ערגער ווי 20-30 יאר צוריק און עס ווערט ליידער ערגער,
פרויען גייען היינט ליידער זייער אויפרייסעריש און אום איידל,
צדיק'ל זיסער, מיט 20 30 יאר צוריק ביסטי געווען אין רחם אדער קוים ארויס פון דארט, ביסט נישט געווען קיין מבין, און היינט רייצט דיר יא א פרוי, איך פארשטיי דיר, ביסט א בשר ודם
אבער מיט דעם וואס די ביסט א בשר ודם ביסטי נישט קיין בעל עבירה, ביסט א נארמיילער מענטש, און די ווייבער וואס גייען אנגעטיען שיין זענען אויך געמאכט פון די זעלבע מאטריאלען, און בדרך הטבע האט א פרוי ליב צי גיין אנגעטין שיין, דאס איז נישט קיין עבירה, אדרבה, מיין שיטה איז אז ווען אין קרית יואל אדער אין ווילי, זאלען אלע פרויען גיין אנגעטיען שיין וואלטען נישט געווען אזויפיל בית רחל פרייע שיקסעס אין יואלי מחללי שבתות, ס'האט איין חשבון איין גלגל החוזר, ווען דער טאטע קימט אהיים אין זעט א פרוי אנגעטיען ווי א מכשפה, זיין ווייב מיט א נאניקע זעען אויס די זעלבע, אזא יונגערמאן ווערט פארעקעלט אין פארמיאויסט פון זיין ווייב, ער גייט אין גאס אין זעט שיינע זאכען, סא וואס ליבשאפט קען ער געבען זיין ווייב? איז ער דען פון אייזען אדער פון בליט אין פלייש?
זיין ווייב וויל אויך נישט גיין אנגעטיען ווי א מכשפה, נאר איר מאמע אין איר חסידות צווינגט איר צי דעם, זי פילט ווי זי שפרינגט ארויס פון איר הויט, איר מאן געבט איר נישט קיין לאוו, זי האט זיך פיינט צי קיקען אין שפיגעל, וואס טראכט זי די גאנצע טאג? פאזעטיוו אדער נעגעטיוו? איז דא ארים איר א לרוהיגער אטמאספערע אדער א אנגעצויגענע פיינטליכע ליפט?
סיי זי און סיי איר מאן, ביידע חלומען פון אנדערע, כאטש די קינדער הערען נישט זייערע מחשבות פילען זיי דאס, די שנאת הדת גייט אריין אין די קינדער, אפילו די עלטערען האבען נישט געוואלט, און די תוצאות פון די איבערגעטריבענע פרימע שטיק זעט זיך ליידע ראן אין די גאסען, ליידער ליידער
פינקט ווי עס איז דא א איסור פון גורע זיין פון די מצוות איז דא א הארבע הארבע איסור פון בל תוסיף! נישט אימזיסט זאגט מען ימים נוראים "את אשר אסרת התרתי ואת אשר התרת אסרתי", עס ליגט א איסור גמור צי זיין פרימער פון די תורה!
דאס ברענגט נישט קיין גיטס!
אינדערהיים זענען "אלע" אינזערע באבעס געגאנגען מיט אסאך מער קערצערע מלבושים ווי די מאדערענע פרויען גייען היינט!
90 % פרויען זענען אמאל געגאגנען מיט אייגענע האר, איינער מער אין איינער ווייניגער
די גאנצע "צניעות" קרענק איז נישט געווען אמאל, און איך גלייב אז היינט צי טאגס ווערען פראדעצירט אסאך אסאך מער ממזרים ווי אמאל
זאלען יונגעלייט נישט זיצען אין זיך רייבען אין מקוה, און זאל זיך זיין ווייב אנטיען מער צי די זאך אז ער זאל זיין מער אינטערסירט צי קיקען אויף זיין ווייב ווי אויף זיין חבר!
מיר זענען בני אדם, מיט די טבעיות פון בני אדם, מיט דעם וואס מען צוימט איין א בן אדם, פלאצט ער אסאך ערגער ווי מען וויל!
ממש ווי א ראבער בענד! צי נישט איין ציפיל וועט ער נישט שפרינגען אזוי ווייט!
דער יצר הרע איז געניג שטארק, געב עם נישט נאך סחורה, לאז לעבען, די תורה איז געגעבען געווארען "וחי בהם, ולא שימות בהם" א איד זאל ליב האבען אידישקייט נישט אז פון ער ווערט געבוירען עד יומו האחרון זאל ער זיך בייסען די ליפען פארוואס ער איז געבוירען מיט אזא ביטער מזל צי זיין א איד!
רוב פון אינזערע בחורים מיידלעך יונגעלייט אין ווייבלעך האבען פיינט אידישקייט נאר ציליב אים ריכטיגע חומרות, אשר לא שערום אבותינו ורבותינו,
די פאנאטישע משוגעים די אפגעריסענע חומרות זיי זענען איינע פון די גרעסטע גורמים צי די היינטיגע מצב!
זי רעדט פון פריצות נישט פון שיינקייט
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
איחוד פעלדמיט דיין ווייב מעגסטו און זאלסטו טוהן וואס עטץ ביידע זענען מחליט ביי זיך אין בעדרום, עס גארנישט אנטקעגן די הלכה. אבער אין די גאס איז יא קלאר דא הלכה וואס און וויאזוי מען זאל אדער מעיג גיין.העלא'דארף רעדן וועגן צניעות, מ'מוז,
.....................
מ'דארף רעדן וועגן צניעות ווי מער,
עס איז דא הלכות אין שולחן ערוך וויזוי מ'דארף גיין אנגעטוהן,
אונזערע רבנים האבן גע'פסק'ט אז די קלייד דארף זיין עטליכע אינטשעס אראפ פון די קני,
..........................
ווי לאנג דו האסט נישט געפרעגט קיין דיין און ער האט דיר גע'פסק'ט אנדערש ביזטו נישט גערעכט
ביטע טרעף מיר די הלכות אין שולחן ערוך.
איך האב געזוכט אין הלכות צניעות, און איך האב נאר געטראפען דארט הלכות וואס איך מעג אלץ טוהן מיט מיין ווייב.....
וועלכע רבנים האבען "געפאסקענט" אז עס מוז אראפ גיין אינטשעס אונטער די קני? און אויב יא, פין ווי האבען זיי אויסגעבויט דער פסק?
דוק ותשכח איך בין נישט קיין הלכות צניעות מגיש שיעור איך זאל עס אנצייגען.
טאמער ווילסטו דוקא און די האסט נישט וועמען צו פרעגן שיק מיר אן אישי
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
טיטאניקשוין ווייטער ווער רעדט דא בכלל פון די והתיר לנו. דאס וואס מען האט אונז מתיר געווען לאזט מען דיך טוהן מיט א שמוץ אריבער טאמער דאס ווייבעלע דיינער איז מיט דיר אויף איין בלעטעל, אדרבה עס איז אפי׳ ענקארעדזשט. אבער אין די גאס פיר זיך אויף איידל און באשיידן, טאקע ווייל זי איז נאר מותר צו דיר און נישט צו נאך אנדערע.פארשאלטען זאל זיי זיין
זיי וואלטן געוואלט ארויסרייסן דעם "והתיר לנו... על ידי חופה וקידושין"
ניין, דו מעגסט נישט מאכען א לעבן מיט דיין ווייב! חלילה! מגלה נאר א טפח, חלילה נישט מער, גיב איר גארנישט, נעם נישט גארנישט, זיי א הארטע שטיק קלאץ אייזן, אויס בן אדם, אויס געפילען, אויב האסטו געפילען ביסטו א רשע, א מנובל,
וואס קומט ארויס פון דעם? דער יונגערמאן ווערט א מלמד, זיין תאווה וואס ער האט באקומען אלץ א "בן אדם" צושפילט זיך ווייל זיין ווייב מעג עם נישט געבן וואס ער דארף, און ווען א מענטש הונגערט, פאסט משבת לשבת, אזא איינער וועט אויך עסן פארשימעלטע פערדן פלייש אזוי ווי אונזערע זיידעס ביים קריג, מילא קומט ער צו צו דעם אז ער גייט עס מאכען מיט קליינע קינדער!
עס ווינדערט יעדעם פארוואס דאס געשעט, אבער ליידער זענען די דיינים די חתנים מדריכים שולידיג דערינען, צוימסט עם איין ווי משוגע, אוודאי פלאצט ער ווי א חיה רעה,
גיב עם וואס די תורה הייסט עם געבן, געב איר וואס די תורה הייסט איר געבן, זאלען זיי זיך אויסגעבען כדבעי, וועסטו זען אז די פראבלעמען פון מאלאסטעישאן וועט דראפען צו די ערד!
גיי צו די ווייבעל, זי אלץ בשר ודמ'טע דארף זי א זאך וואס הייסט "LOVE" און אויב דער מאן טאר דאס נישט געבן וועט זי עס איין טאג גיין נעמען ערגעץ ווי מען געבט עס יא!!!
דור עקש ופתלתול!!!!!!!
פרום איז ראשי תיבות, פיל רשעות ווייניג מצוות
לויפטץ מיר נישט אין מקוה, גיבט מיר נישט קיין צניעות דרשות און ניצט אביסעלע קאפ, זייט מיר נישט מער פרום פון די תורה הקדושה, און דאן וועלן מיר האבען אסאך אסאך אסאך א שענער דור, מער צופרידענע אידען, ווייניגער מחללי שבתות, און ווייניגער ממזרים.
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
טיטאניקעס איז גאר מעגליך אז דאס איז די קעיס, אבער געווענליך א איד וואס ליגט אין תוה״ק האט נישט קיין פראבלעים מיט די מהלך."מיין ווייב האט באגעגענט א רעבעצין ביי א חתונה, די רעבעצין איז די ווייב פון א רב וואס פרעדיגט 24\7 וועגען צניעות, פון זיינע דרשות זעט אויס ווי עפעס קוועטשט עם וועגען צניעות, עפעס א הינט איז דארט באגראבען אין די קישקעס פון דער רב,
אבער מיין ווייב האט מגלה געווען דער "הינט" און וואס עס קוועטשט עם עכט,
זיין ווייב די הייליגע רעבעצין זעט אויס ווי די מלכת המכשפות אליינס, א גרויסע שווארצע וואנצע באדעקט איר הייליג געזיכט, דיקע לאנגע אויגען ברעמען, באפינטעלט מיט אלע מיני צרעת, גראב ווי א הויז, די מערסט אלטע קליידער וואס מען קען נאר געפינען אין די מאזיאומ'ס, בקיצור א עקל פון א פרוי,
מיין ווייב קימט אהיים זאגט זי מיר "א ווינדער אז דער רב רעדט אזויפיל פון צניעות? זיין ווייב איז גראליג, דערפאר ווערט ער אנגעצינדען פון יעדע נקבה וואס גייט עם אדארעך ווייל פארט איז ער א "בן אדם", מילא צי באראהיגען זיינע מחשבות באשילדיגט ער אז אלע ערליכע אידישע פרויען זענען פרוצות"
און זיין ווייב? זי וויל דאך אז ער זאל נאר "טראכטען פון איר", מילא איז די איינציגסטע וועג צי באשרעקען אינזערע ווייבער אז זיי זענען פרוצות"
ווידער, דור עיקש ופתלתול
Sent from my iPhone using Tapatalk
צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
ראש הישיבה100% ריכטיג איך בין אויף דעם אויך מעיד, זייענדיג א טאטע פון קינדער וואס האט חתונה געמאכט אין די לעצטע פאר יאר זוהן און טעכטער. (מער פון איינס פון ביידע)טיטאניקפארשאלטען זאל זיי זיין
זיי וואלטן געוואלט ארויסרייסן דעם "והתיר לנו... על ידי חופה וקידושין"
ניין, דו מעגסט נישט מאכען א לעבן מיט דיין ווייב! חלילה! מגלה נאר א טפח, חלילה נישט מער, גיב איר גארנישט, נעם נישט גארנישט, זיי א הארטע שטיק קלאץ אייזן, אויס בן אדם, אויס געפילען, אויב האסטו געפילען ביסטו א רשע, א מנובל,
וואס קומט ארויס פון דעם? דער יונגערמאן ווערט א מלמד, זיין תאווה וואס ער האט באקומען אלץ א "בן אדם" צושפילט זיך ווייל זיין ווייב מעג עם נישט געבן וואס ער דארף, און ווען א מענטש הונגערט, פאסט משבת לשבת, אזא איינער וועט אויך עסן פארשימעלטע פערדן פלייש אזוי ווי אונזערע זיידעס ביים קריג, מילא קומט ער צו צו דעם אז ער גייט עס מאכען מיט קליינע קינדער!
עס ווינדערט יעדעם פארוואס דאס געשעט, אבער ליידער זענען די דיינים די חתנים מדריכים שולידיג דערינען, צוימסט עם איין ווי משוגע, אוודאי פלאצט ער ווי א חיה רעה,
גיב עם וואס די תורה הייסט עם געבן, געב איר וואס די תורה הייסט איר געבן, זאלען זיי זיך אויסגעבען כדבעי, וועסטו זען אז די פראבלעמען פון מאלאסטעישאן וועט דראפען צו די ערד!
גיי צו די ווייבעל, זי אלץ בשר ודמ'טע דארף זי א זאך וואס הייסט "LOVE" און אויב דער מאן טאר דאס נישט געבן וועט זי עס איין טאג גיין נעמען ערגעץ ווי מען געבט עס יא!!!
דור עקש ופתלתול!!!!!!!
פרום איז ראשי תיבות, פיל רשעות ווייניג מצוות
לויפטץ מיר נישט אין מקוה, גיבט מיר נישט קיין צניעות דרשות און ניצט אביסעלע קאפ, זייט מיר נישט מער פרום פון די תורה הקדושה, און דאן וועלן מיר האבען אסאך אסאך אסאך א שענער דור, מער צופרידענע אידען, ווייניגער מחללי שבתות, און ווייניגער ממזרים.
דו רעדסט צו די זאך. אבער עס זעהט אויס אז דו ביזט עלטער ווי דרייסיג יאר.
ווייל לויט מיין אינפארמאציע, האט זיך די זאך אסאך געטוישט. ווען איך האב חתונה געהאט האט מען מדריך געוועהן מיט ככפאו שד, עס דארף זיין אזוי ווי אין מקוה אריין און גלייך ארויס. נאר משבת לשבת וכו'. פארשטייט זיך אז מען האט נישט אויסגעלערנט קיין מעקאניזים ווי אזוי מען בויט עס אויף. אזוי אויך האט מען נישט אויס געלערנט וויאזוי די פרוי איז מקבל פון דאם. דער עיקר איז אז נאך דח חתונה לערן גוט אדורך סימן ר"מ אין ראשית חכמה שער קדושה פרק י"ז, אויב מעגליך לערן ספר קדושה וצניעות.
היינט איז די זאך אנדערש. עס איז דא אסאך היימישע מדריכים וואס זענען מדריך יעדער חתן כפי תכונת נפשו. מען באגלייט אים עטליכע חדשים (און אסאך עטליכע יאהר) ביז מען זעהט אז די שטוב איז גוט און קראנט אוועק געשטעלט.
ווער איז יא די פראבלעם היינט? די מדריכות!
זיי שפילן נאך כאילו די נשים זענען הייליג. די אינגעלייט וואס ווילן זיך ענדזשויען, זענען נישט אויסגעוואקסן. זיי זענען שולדיג אין אסאך שלום בית. דאס איז א ענין וואס ביודעי ומכירי קאמרינן.
מען דארף געבן קרעדיט ווי עס קומט די מדריכים ב"ה האבן געמאכט אסאך פארשריט. יעצט דארפן די מדריכות.
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
טיטאניקדי האר ביזנעס איז גאר א צווייטער נושא, און עבדי׳ יוסף ז״ל איז גערעכט. אבער הני מילי ווען מען רעדט פון די ספרדישע חדר, און ער האט זיך נישט קיין רעכט צו מישן אין די חסידישע גדולים׳ס פסק וועגן די האר. די האר ביזנעס איז געמאכט געווארן וועגן א מכשול און עס איז געווען אן הוראות שעה און די רביס האבן דאן איינגעזעהן אז האלטן די גזירה פון האר פאר ווייטער אפי׳ דער ענין איז שוין נישט נוגע, איז וויכטיג פאר די אשכנעזישער אידענטום אוןנעס שטעלט זיך ארויס 200 יאר שפעטער אז זיי זענען אין א געוויסער זון גערעכט געווען (פאר ווער עס ווייסט. פאר די נושא קומט אן עקסטערע אשכול. איך וועל נישט יעצט אריין גיין דערינען.)העלאקיינער האט מיר דא נישט אפגעוואנדן דערווייל,
עס הייבט זיך נישט אהן,
אונזערע זענען געגאנגען לאנגע קליידער,
און קיין יומען העיר שייטלעך זענען נישט געווען,
עס איז געווען דעמאלט "עכטע שיינע האר", מען האט עס נאר ציגעדעקט, אבער מען איז לכתחילה געגאנגען שיינע לאנגע לאקען, יא דיינע באבעס
האסט אראפ געגאלט אירע האר, א פרוי'ס טבע איז צי ליב האבען אירע האר, האט זי זיך געמאכט יומען שייטלעך, ועל זה צווח הגה"ק רבינו עובדי' יוסף אז עס איז על פי הלכה אסאר מער מהודר צי גיין מיט לאנגע אבער ציגעדעקטע האר, ווי אפילו איין טראפ אויפגעדעקטע שייטעל (די נאן סענץ פון פריזעט אדער שפיצעל האט ער אויך געמיינט)
Sent from my iPhone using Tapatalk