☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » קאזעליטי און פיזיקס

קאזעליטי און פיזיקס

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16111

צקון לחש » מיטוואך אפריל 26, 2023 9:37 am

· #522779
קאזעליטי און פיזיקס
פאלגנד איז א שאלה פון א בעגינער;
שמעתי שהיו אומרים אז אין ניוטאניען פיזיקס איז נישט דא קיין קאזעליטי, וויל איך וויסן וואס דאס מיינט?
ווען מען עפלייט א פארס אויף מעטטער מאכט דאך דאס אז די מעטטער זאל זיך רוקן, איז דאס נישט קיין סיבה ומסובב?
@מי אני, @פארוואס?, וכל חכמי ורבני ביתנו, לאזט אייך ביטע הערן, א דאנק.

מי אני » מיטוואך אפריל 26, 2023 10:25 am

· #522784
לכאורה וואס מ'מיינט דערמיט איז אז אין ניוטאניען פיזיקס, זיינע געזעצן, איז נישטא די געדאנק פון קאָזעליטי אין דעם קאנטעקסט אלס א "הסבר". מיינענדיג, לדוגמא זיין צווייטע געזעץ זאגט דיר נאר די רילעישאנשיפּ ויחס פון צוויי זאכן אין טערמינען פון א פאָרס. זהו. ס'איז נישט אז די פאָרס איז די "סיבה/קאָז" פונעם עקסעלערעישאן; די געדאנק פון פאָרס איז נישט נובע פון די געדאנק פון קאָזעליטי. (ס'איז אביסל ענליך צו דוד הום'ס באקאנטע פילאזאפישע קשיא אויף קאָזעליטי בכלליות; די גאנצע מושג קען נישט זיין אז אונז ווייסן דאס עי פּריארי, ס'איז נאר דאס וואס אונז זעהן אלס אז די ספּעציפישע ב' קומט נאך די ספּעציפישע א'. ולא יותר.)

נאך מער איז געווען לגבי זיין געזעץ פון גראוויטי. והיינו, אז "וויאזוי" פונקטליך טוהט איין מאסע שלעפן דאס צווייטע איבער א מרחק? וואס פונקטליך איז די קאָזעליטי פון "action at a distance", אָן זיך פיזיש אָנרירן דורך אריינקראכן וכדומה? און אויף דעם האט ער טאקע געשריבן, "איך מאך נישט [דערויף] קיינע היפאטעזיעס." ער האט געהאלטן אז דאס גייט שוין אריין אין מעטאפיזישע חקירות, און עס האט נישט מיט פארמולירן פיזישע געזעצן וואס זענען דאך געבויט אויף עמפּיריסיזם ומה שניתן לברר בחוש ועקספּערימענט.

צקון לחש » מיטוואך אפריל 26, 2023 10:37 am

· #522786
יישר כחך.
האט דאס מיט דעם ענין פון רעווערסעביליטי? לא-פלאס'עס דימען? קאנסערוועישאן אוו אינפארמעישאן?
אויב יא, קענסטו אפשר תורם זיין א ווארט צוויי איבער דעם?
איך וויל פשוט וויסן צו דאס [אלעס] איז איין סוגיא אדער נישט, עס איז גענוג ראשי פרקים, אויב מעגליך.

מי אני » מיטוואך אפריל 26, 2023 10:54 am

· #522788
בעצם יא. לדוגמא, די געזעצן פון ניוטאן זענען נובע פון קאנסערוועישאן (פון מאָמענטום), וואס איז נובע פון נאָטער׳ס טעארעמס איבער סימעטרי (וואס פירט שוין, ווי-נישט, אריין אין צו לאַפּלאַס׳ שד און ריווערסיבּיליטי).