☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » מרס ווידער און אנדערע געזונטהייט איינרעדענישען

מרס ווידער און אנדערע געזונטהייט איינרעדענישען

143 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1688
בלאט: 1 2 3

ידען » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:58 am

· #40817
מרס ווידער און אנדערע געזונטהייט איינרעדענישען
אין אנדערע אשכולות האט מען שוין דערמאנט דעם נאמען פון פרוי ווידער וואס איז א כמו דאקטער פון וויליאמסבורג וואס אסאך מענטשען שווערען זיך אין איר און אנדערע האלטען אז זי איז א סכנה פאר סאסייעטי.

איך געדענק נאך ווען מיין ווייב האט זיך אויך האלבוועיגס אריינגעלייגט ביי איר אבער ווייל איך בין סקעפטיק צו אזעלעכע שטותים און ספעציעל ווען עס קאסט קעש... האבעך זייער שנעל אראפגעשטעלט מיין פיס און נישט געלאזט גיין צו איר.

נאכדעם איז דא נאך אנדערע איינרעדענישען מיט קייטעלעך אדער וואן ברעין (עקזיסטירט נאך? זיי פלעגען עדוועטייזען אין די מעלות - א אויסגאבע ווי אלע חלומות טרעפען זייער גוט די פלאץ ויש להאריך בזה) וואס איינע פון די איז צו מיר אנגעקומען אהיים מיט א חודשלעכע קאסט פון אפאר הונדערט דאלער און נאך פאר כאב געכאפט וואס סע גייט פאר האט מיין ווייב מיט העלפ פון א קרוב זיך אויפגעסיינט צו מיין גרויס כעס. (גוגל האט מיר דעמאלטס געהאלפען ווען כאב יענעם קרוב געוויזען וואס זיי האבן צו זאגן אויף די נארישקייטען).

סע דא נאך זאכן ווי קייראפרעקטיק אבער צו דעם גיי איך עפענען א עקסטערע אשכול.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:06 am

· #40844
ס'איז א שאד צו עפענען אשכולות אויב דו ווילסטו זיך בלויז אויסקלארן, ווייל מיר האבן דא ניקס וואס וועלן זיך שווערן ווי גוט די זאכן העלפן, און ווידעראום אנדערע גרויסע מתנגדים און קאנספיראציע ליבהאבער.
GOOD LUCK

קלאר » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:40 am

· #40893
אני כשלעצמי האט נאך קיינמאל נישט געניצט די זאכען
איך בין איבערצייגט אז דער עולם וואס איז פארגלייבט וואלט נישט געווען פארגלייבט ווען נישט וואס זיי זעהן ריזאלטס
איך גלייב נישט אז מרס ווידער'ס כח איז א געשליפן צינגעל וואס קען מאכען אזויפיל מענטשן גלייבן אין איר
אין יא, איך ווייס פין 1 פאל פאר זיכער וואס אפי' די גרויסע מרס ווידער האט פארזעהן זייער א פשוט'ע זאך, דאך זעה איך אזויפיל מענטשן וואס געבן זייער לעצטע דאללער זיך צו היילן ביי איר

עס זענען זיכער דא אזוינע דאקטורים וואס זענען גארנישט ווערט, פינקט ווי יעדע אנדערע ליין
אבער אויף די וואס זענען גיט, זאגט מען אז זיי באווייזן צו היילן פראבלעמן וואס די מעדיקאל דאקטורים קענען נישט
בכלל א מעדיקאל דאקטער קען נאר זעהן א פראבלעם ווען דער פראבלעם איז שוין דא
אז די וועסט גיין צו א מעדיקאל דאקטער אין זאגען אז די ביזט שוואך וועט ער נאר קוקען אויב די האסט עפעס א קרענק, אין אויב ער זעהט נישט גארנישט זאגט ער גיי אהיים אין שלאף דיך אויס
אז די וועסט גייין צו א נאטורליכע דאקטער וועט ער דיר צייגן וואס מאכט דיר שוואך אין העלפן עס היילן

אפגערעדט אז אויף די מעדיקאל דאקטורים איז דא זייער גרויס קריטיק פין אפי' מענטשן וואס ניצן נישט נאטורליכע היילונגען צילוב זייער שטאפען מיט שאטס אין מעדיקעישאן'ס אנע רחמנות

DotCom » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:50 pm

· #40930
שמעקעדיג
ס'איז א שאד צו עפענען אשכולות אויב דו ווילסטו זיך בלויז אויסקלארן, ווייל מיר האבן דא ניקס וואס וועלן זיך שווערן ווי גוט די זאכן העלפן, און ווידעראום אנדערע גרויסע מתנגדים און קאנספיראציע ליבהאבער.
GOOD LUCK


נו וויזוי דען זאל מען זיך אויסקלארן אויב נישט הערן פון ביידע זייטן?

אוי טאטי » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:07 pm

· #40963
איך ווייס נישט וועגן אנדערע, אבער וואן ברעין האט מיך ב׳ה זייער פיין געהאלפן מיט א קנאפע 7-8 יאר צירוק.

שרגא » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 8:23 pm

· #41137
די חברה זענען אומגלויבליך. אבער גערעכט זענען זיי אז דער עולם לויפט זיי נאך באלד מער ווי מקובלים. דא האסטו א לעצטיגע עד פון נאך אזא פרוי (זעט אויס נישט נאר דריי טויזנט יאר צוריק זענען די פרויען געווען די הויפט מחותנים אין כישוף מאכעריי...) מרת ערבלאך.
📎 121.jpg
קוק נאר וויפיל זאכן זי קען העלפן, אלע פיזישע און עמאציאנאלע פראבלעמען, סטרעס, אימיון סיסטעם, און וואס נישט. דאס אליין איז א גוטער כלל צו געדענקען: ווי מער זאכן א מענטש זאגט דיר צו, גלייב ווייניגער אז ער קען דאס באווייזן. דאס איז ביי יעדע זאך אין לעבן, און אויך ביי מעדיצין. אויב א טאבלעט שרייבט אז עס היילט אלעס, העלפט עס אויף גארנישט. אינטערעסאנט ווי דער נארמאלער דאקטער וועט אויף אזויפיל זאכן זאגן אז ער ווייסט נישט זיכער די פראבלעם, ער ווייסט נישט זיכער צי די מעדיצין וועט העלפן און ער ווייסט נישט זיכער אויב עס וועט נישט צוריקקומען. אמאל וועט ער זאגן אז דאס איז נישט זיין פעלד און זאלסט גיין צו אן אנדערן דאקטער וואס איז א ספעציאליסט אין דעם ספעציפישן פעלד.
ווידער דער נאטוראליסט ווייסט אייביג גלייך די שורש פונעם פראבלעם, נישט קיין חילוק פון וועלכע חלק, און ער ווייסט עס אייביג מיט'ן פולסטן זיכערקייט, און ער איז אויך פונקט אזוי זיכער אז עס וועט העלפן. און די זעלבע זיכערקייט האט ער ווען איינער קומט מיט בויך ווייטאג, ווען איינער האט אן אויסשלאג אויף די פיס, אדער ווען איינער האט אלצהיימערס אדער פארקינסאנס. אויף אלעם איז ער א מומחה נפלא און אייביג ווייסט ער פונקטליך די שורש פון די גאנצע פראבלעם. קען א נארמאלער מענטש אים/איר טאקע גלייבן? גלייבסטו ענדערש א מענטש וואס זאגט דיר אז ער קען אלעס אויף דער וועלט אדער א מענטש וואס זאגט איך קען גארנישט נאר דאס און דאס, און אין יענץ אליין ווייסט ער אויך נישט זיכער אלעס. גלייבסטו ענדערש איינעם וואס זאגט דיר צו ארבעטן פונדערהיים און דערביי פארדינען 5000 דאלאר א וואך אדער איינער וואס זאגט דיר צו 200 א וואך? און איך גיי שוין נישט אריין דערין וואס איינער האט זיך געלערנט זיבן יאר צו קענען אנרירן א מענטש און דער אנדערער האט אויף עפעס א מיסטעריעזן אופן באקומען א ידיעה אין די גרעסטע סודות פון דעם מענטשליכן צוזאמשטעל (נאר צופעליג גנב'עט ער טערמינען און יסודות וואס די סייענס וועלט האט מחדש געווען און ער דערקלערט אז ער ווייסט בעסער וויאזוי דאס ארבעט און וואס מען דארף טון).

שרגא » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 8:30 pm

· #41138
און קוקט נאר די מאדנע זאכן וואס זי שעמט זיך נישט צו שרייבן און ארויסלייגן פאר יעדן איבער דעם גרויסן רוצח "דער אומזעבארער פיינט". לייענט מיט שרעק:
📎 124.jpg

הציץ ונפגע » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 8:36 pm

· #41141
פארשטייט זיך אז ווען עס העלפט איז עס נישט מער ווי די פלאצעבא אפעקט וואס ארבעט. ווען מען פרובירט אויס די הייל-מעטאדן מיטן סייענטיפשען מעטאד ווייזט זיך גלייך אז עס איז נישט מער ווי א פלעצעבא.

אייגענארטיג » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 8:54 pm

· #41147
קודם האב איך געטראכט נישט צו רעדען אבער נאכדעם דיסיידיט אז אל תמנע טוב גייט דא אויך אן.........

איך בין איינע פון די שווערע הינדרעטע וואס האבן יא געזען ריזאלטס ביי מרס. ווידער. אין איך זאג איר טאקע א גרויסן ישר כח א יעדען טאג וואס איך לעב אן די שוועריקייט וואס זי האט מיר געהאלפן.

נישט בחינם נעמט צייט ציבאקומען א אפוינטמענט ביי איר.

הציץ ונפגע » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 9:08 pm

· #41151
אייגענארטיק זאגט עדות אז אז פלאצעבא ארבעט? מיר ווייסן דאס.

DotCom » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 9:12 pm

· #41152
אייגענארטיג
קודם האב איך געטראכט נישט צו רעדעןץ אבער נאכדעם דיסיידיט אז אל תמנע טוב גייט דא אויך אן.......
נישט בחינם נעמט צייט ציבאקומען א אפוינטמענט ביי איר.


אויב זי איז טאקע אזוי ביזי פארשטיי איך נישט פארוואס זי עדווערטייזט זיך יעדע חודש אין די מעלות?

דבילה » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 9:14 pm

· #41153
שמעקעדיג
ס'איז א שאד צו עפענען אשכולות אויב דו ווילסטו זיך בלויז אויסקלארן, ווייל מיר האבן דא ניקס וואס וועלן זיך שווערן ווי גוט די זאכן העלפן, און ווידעראום אנדערע גרויסע מתנגדים און קאנספיראציע ליבהאבער.
GOOD LUCK


תיקון טעות. קאנספיראציע ליב האבער זענען בדר"כ דער וואס שטיצן נאטירליכע מעדעצין, נישט די געגנערס פון די מכשפות!

DotCom » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:32 pm

· #41183
מיר האט אן הצלה מעמבער דערציילט אז אמאל האט ער אריינגעטראגן א קינד אין עמערדזשענסי רום מיט זייער הויעך פיבער, אבער די מאמע האט אים געזאגט אז זי האט ערשט גערופן הצלה דערנאך וואס זי האט נישט געקענט ריעטשן מרס. וויעדער... ואם אין דעת הבדלה מנין.

נולד מאוחר » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 1:09 am

· #41273
מען זאל נישט צימישן נוטרישניסט מיט ענערדזשי הילינג . די ערשטע מיין איך איז סייענטיפיקלי פראווען די צווייטע איש נישט.
איך וואלט אריינגעליגט מרס ווידער אין די קאטאקאריע פין סגולת. מען קען הערן הונדרעטער מענטשען איו די מעלות זאגן ''אמרתי שיר השירים ארבעים יום ו......
שטעלט אייך פאר ווען די וואס ווערן נישט געהאלפן דארפען דאס שרייבן אין די מעלות. זיי וואלטן געהאט אפאר בענדער יעדע חודש.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:41 am

· #41288
DotCom
מיר האט אן הצלה מעמבער דערציילט אז אמאל האט ער אריינגעטראגן א קינד אין עמערדזשענסי רום מיט זייער הויעך פיבער, אבער די מאמע האט אים געזאגט אז זי האט ערשט גערופן הצלה דערנאך וואס זי האט נישט געקענט ריעטשן מרס. וויעדער... ואם אין דעת הבדלה מנין.

ווייס איך שוין פארוואס זיי מאכן נישט קיין הבדלה...

יידל » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:50 am

· #41359
געהערט היינט א גוט ווארט פון טים מינטשקין:
וויאזוי רופט מעןאלטערנאטיווע מעדעצין וואס עס איז אויפגעוויזן געווארן אז עס ארבעט?
מעדעצין...

נולד מאוחר » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 11:30 am

· #41375
יידל
געהערט היינט א גוט ווארט פון טים מינטשקין:
וויאזוי רופט מעןאלטערנאטיווע מעדעצין וואס עס איז אויפגעוויזן געווארן אז עס ארבעט?
מעדעצין...

איך גלייך די וארט. ווער איז טים מימטשקין?

יידל » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 11:40 am

· #41377
נולד מאוחר
יידל
געהערט היינט א גוט ווארט פון טים מינטשקין:
וויאזוי רופט מעןאלטערנאטיווע מעדעצין וואס עס איז אויפגעוויזן געווארן אז עס ארבעט?
מעדעצין...

איך גלייך די וארט. ווער איז טים מימטשקין?

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Tim_Minchin">http://en.wikipedia.org/wiki/Tim_Minchin</a>

אייגענארטיג » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 3:51 pm

· #41497
אנטשולדיגט,
איך האב אפגעשריבן א גאנצע ארטיקל איבער מיין עקספיריענס מיט מרת ווידער, און מיין פיינע טעלעפאן האט באשלאסן אז ער האט מיר גענוג געדינט היינט, ער דארף זיין לאנטש ברעק, און ער האט אוועקגעלייגט מיין ארבעט פון כמעט א שעה.

ממילא האף איך ביינאכט איבערצושרייבן די גאנצע (אויב איך וועל האבן אזויפיל צייט) ארטיקל.

DotCom » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 4:01 pm

· #41508
אייגענארטיג
אנטשילדינגט.
איך אפגעשריבן א גאנצע ארטיקל איבער מיין עקספיריענס מיט מרת ווידער אין מיין פיינע טעלעפון האט באשלאסן אז ער האט מיר גענוג געדינט היינט ער דארף זיין לאנטש ברעק, אין ער האט אוועקגעלייגט מיין ארבעט פון כמעט א שעה.

מיילה האף איך ביינאכט איבער צישרייבן די גאנצע (אויב איך וועל האבן אזויפיל צייט) ארטיקל


המקום ימלא לך חסרונך במהרה.

ידען » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 5:13 pm

· #41559
אייגענארטיג
אנטשילדינגט.
איך אפגעשריבן א גאנצע ארטיקל איבער מיין עקספיריענס מיט מרת ווידער אין מיין פיינע טעלעפון האט באשלאסן אז ער האט מיר גענוג געדינט היינט ער דארף זיין לאנטש ברעק, אין ער האט אוועקגעלייגט מיין ארבעט פון כמעט א שעה.

מיילה האף איך ביינאכט איבער צישרייבן די גאנצע (אויב איך וועל האבן אזויפיל צייט) ארטיקל

איך ווארט.

אייגענארטיג » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 5:14 pm

· #41560
DotCom
אייגענארטיג
אנטשילדינגט.
איך אפגעשריבן א גאנצע ארטיקל איבער מיין עקספיריענס מיט מרת ווידער אין מיין פיינע טעלעפון האט באשלאסן אז ער האט מיר גענוג געדינט היינט ער דארף זיין לאנטש ברעק, אין ער האט אוועקגעלייגט מיין ארבעט פון כמעט א שעה.

מיילה האף איך ביינאכט איבער צישרייבן די גאנצע (אויב איך וועל האבן אזויפיל צייט) ארטיקל


המקום ימלא לך חסרונך במהרה.


אמן ואמן

אייגענארטיג » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 8:32 pm

· #41630
געזאגט און געטון!!!!!!

ווי אסאך אנדערע, האב איך זיך געטראפן אין א קאנדישאן וואס איז נישט היילבאר בדרך הטבע. איך בין געווען אין שפיטאל, האט מען ווי פארשטייט זיך געטראפן נאך זאכן.
בקיצור המעשה, איך בין אהיים בין איך דורך פראטעקציע אנגעקומען צו איר.

גלייבט מיר איך האב אזוי סאך געגלייבט אין איר, לכאורה ווייניגער ווי איר גלייבט אין איר היינט. ממילא ווען מען האט מיר געזאגט א מ'האט באקומען א אפוינטמענט צו איר האב איך געלאכט.
איך בין למעשה יא געגאנגען, און איך האב נישט חרטה נאר פארקערט.

אנגעהויבן האט זיך עס ווען זי האט פארגעלייגט מיינע מעלות און חסרונות, שטארקייטן און שוואכקייטן, א יעדע זאך צום פונקט.
למעשה האט זי מיר פארגעשריבן א דייעט און געוויסע האמעפעטיקס. און זי האט מיר קלאר פארגעשטעלט אז איך מוז אלעס איינהאלטן, נישט איין זאך יא און איינס נישט, עס ארבעט אדער אינגאנצן אדער גארנישט.

איך האב איר געפאלגט 10 יאר, איך קען איין זאך זאגן, אז ווילאנג איך האב איר געפאלגט בין איך געווען כאחד האדם, אבער זייט איך האב געסטאפט בין איך היבש צוריקגעפאלן, אבער איך בין פטור געווארן פון 2 אנדערע זאכן אינגאנצן.

יידל » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 8:38 pm

· #41631
אויב מעג מען פרעגן, וואס איז געווען די קאנדישאן, און וואס איז געווען די סובסקרייבד טריעטמענט?

נולד מאוחר » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 9:47 pm

· #41676
יידל האט געלינקט צי ר' טים וויקיפידעיא בלעטעל ,האב איך געפינען דארט א ווארט וואס איז כדי צי שערען.
In his beat poem, Storm, which centres on Minchin having an argument with a "hippie" who believes in various New Age alternatives in lieu of pharmaceutical medicine, he states: "Science adjusts its views based on what's observed. Faith is the denial of observation, so that belief can be preserved."

אייגענארטיג » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 2:14 am

· #41772
יידל
אויב מעג מען פרעגן, וואס איז געווען די קאנדישאן, און וואס איז געווען די סובסקרייבד טריעטמענט?


אזוי ווי איך האב שוין פריער געשריבן. איך פריפער נישט צו זאגן צילוב מענטשענס נאטור. און עס וועט זיך אנהייבן א געסעריי ווער איך בין.

שלמה_דיין » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 2:26 am

· #41776
איך מיין אז מ'קען זאגן מיט א זיכערקייט אז די אלע מחלות וואס מרס ווידער קען היילן קען אויך געהיילט ווערן פאר א סך ביליגער דורך אן איינפאכע עין הרע אפשפרעכעניש. און היות אז אפשפרעכן אן עין הרע קאסט בדרך כלל אונטער א הונדערטע זע איך נישט א סיבה א גלויבענדע איד זאל דארפן צוקומען צו מרס ווידער. ומצוה לפרסם.

שלמה_דיין » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 2:55 am

· #41782
[ציטאט אראפגענומען]


נע, אנאנים. נישט גוט אפגעלערנט! דער וואס גייען צו מרס ווידער זענען נישט ח"ו סקעפטיקער, נאר זיי האבן פשוט נישט די ידיעה אז מיט אפשפרעכן דעם עין הרע קענען זיי פארמיידן דעם באדערפעניש פון גיין צו מרס ווידער. דאס ליגט אין די ווערטער "ומצוה לפרסם".

אין גמרא בבא מציעא ק"ז שטייט קלאר:

תשעין ותשעה בעין רעה ואחד בדרך ארץ


און נישט נאר אין גמרא איז דאס קלאר ארויסגעברענגט, נאר אין מציאות איז דאס אויך באשטעטיגט געווארן אפילו בימינו אלה!

ידען » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 8:32 am

· #41790
אין מציאות?

באשטעטיגט געווארן?

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 8:44 am

· #41792
ידען, צינד אן דיין סארקאזם דיטעקטער, איך מיין ס'דארף נייע בעטערי'ס.

ידען » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 8:56 am

· #41793
געפילטע פיש
ידען, צינד אן דיין סארקאזם דיטעקטער, איך מיין ס'דארף נייע בעטערי'ס.

ווי זענען די דריי פינטעלעך נאכן דייןס ווערטער?

אונזער דיין זאגט געווענלעך זיינע פסקים מיט א ערענסטקייט.

קרעקער » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 8:59 am

· #41794
די אלע וועם זי העלפט פין קראנקהייטען זענען נאר איינגערעט און זי רעט זיי אויס

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 9:17 am

· #41800
ידען
געפילטע פיש
ידען, צינד אן דיין סארקאזם דיטעקטער, איך מיין ס'דארף נייע בעטערי'ס.

ווי זענען די דריי פינטעלעך נאכן דייןס ווערטער?

אונזער דיין זאגט געווענלעך זיינע פסקים מיט א ערענסטקייט.

די דיין הערט? די חוקת הגוי, פאו'ס געזעץ, גייט אן ביי אייך אויך.

אייגענארטיג » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 9:22 am

· #41802
אזוי ווי איך האב שוין געזאגט איך האלט נישט ביים זאגן איבער וועלעכע קאנדישאן איך רעד. אזויפיל קען איך יא זאגן. אז עס איז נישט שייך צו זיין אייגערעדט ביי דעים.

יידל » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 9:52 am

· #41808
דאן זאג אונז כאטש וויאזוי זי האט עס געהיילט.

אזוי גאר » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:29 am

· #41822
אייגענארטיג
אזוי ווי איך האב שוין געזאגט איך האלט נישט ביים זאגן איבער וועלעכע קאנדישאן איך רעד. אזויפיל קען איך יא זאגן. אז עס איז נישט שייך צו זיין אייגערעדט ביי דעים.

איך מיין אז מען דארף געבן פרידם אף ספיטש און ען קען קיינעם נישט הייסן זאגן וואס ער וויל נישט, איבערהויפט ווען מקען זען ווי מענטשען (לייען אוממענטשען) וועלן פריבירן געוואר ווערן ווער ער איז.

אבער לענ"ד הקטן אייגענארטיג וואלט געווען שטערקער ווען די זאגסט אלעס אזוי צו פארמאכן די מיילער

ידען » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:42 am

· #41826
אזוי גאר
אייגענארטיג
אזוי ווי איך האב שוין געזאגט איך האלט נישט ביים זאגן איבער וועלעכע קאנדישאן איך רעד. אזויפיל קען איך יא זאגן. אז עס איז נישט שייך צו זיין אייגערעדט ביי דעים.

איך מיין אז מען דארף געבן פרידם אף ספיטש און ען קען קיינעם נישט הייסן זאגן וואס ער וויל נישט, איבערהויפט ווען מקען זען ווי מענטשען (לייען אוממענטשען) וועלן פריבירן געוואר ווערן ווער ער איז.

אבער לענ"ד הקטן אייגענארטיג וואלט געווען שטערקער ווען די זאגסט אלעס אזוי צו פארמאכן די מיילער

ער מוז טאקע נישט זאגען (זעהט אויס אז ער האט געהאט א זעלטענע קאנדישען וואס אויב וועט ער יא זאגען וועט מען געוואר ווערן ווער ער איז) אבער אז ער זאגט נישט וועט מען נישט קענען ברענגען א ראי׳ אז מרס ווידער איז טויגלעך.

באמת » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 11:01 am

· #41830
איך מיש זיך נישט אריין אבער וואס איך ווייס אלץ פאקט איז
ר' וואלף'וויש קאפמאן איז אדעריך יסורים קיין 1 דאקטאר אויפן וועלט האט נישט ג'קענט טרעפן די פראבלעם
זי האט עס ג'טראפען נאך 1 וויזיט

באמת » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 11:03 am

· #41834
נאכדעם האב איך א חבר וואס יארן האט ער ג'ווארט פאר קונדער גארנישט האט נישט ג'ארבעט
זי איז ג'גאנגן צי אזא מין פרוי אין מאנסי אין ב'ה' ג'האלפען ג'ווארן

קרעקער » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 12:04 pm

· #41862
מענער קענען דעס אויכ? אדער נאר פרויען?

יידל » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 12:08 pm

· #41865
באמת
איך מיש זיך נישט אריין אבער וואס איך ווייס אלץ פאקט איז
ר' וואלף'וויש קאפמאן איז אדעריך יסורים קיין 1 דאקטאר אויפן וועלט האט נישט ג'קענט טרעפן די פראבלעם
זי האט עס ג'טראפען נאך 1 וויזיט

וואס און וואו זענען זיינע יסורים געווען? און וואס האט זי געזאגט איז די פראבלעם? און וויאזוי האט זי עס געהיילט?
באמת
נאכדעם האב איך א חבר וואס יארן האט ער ג'ווארט פאר קונדער גארנישט האט נישט ג'ארבעט
זי איז ג'גאנגן צי אזא מין פרוי אין מאנסי אין ב'ה' ג'האלפען ג'ווארן

וואס איז געווען דעם אינגערמאן'ס פראבלעם? און וויאזוי האט אים די פרוי געהאלפן?

באמת » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 12:16 pm

· #41868
מיר קענען שרייבן פערווייט אז עס איז דיר נוגע

באמת » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 12:19 pm

· #41869
וואס איך קען דיר זאגן ברבים איז
ר' וואלף'וויש קאפמאן פראבלעם ער האט ג'האט יסורים אין די בויך
זי האט ג'זאגט אז עפעס איז פארשטאפט
מען האט עס שוין גהאט עטליכע מאל ג'קטשעקט
ער האט עס נאכאמאל גטשעקט וכך הווא

יידל » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 12:32 pm

· #41874
עס איז מיר נוגע פונקט ווי עס איז נוגע די צענדליגע/הונדערטע/טויזענטע מענטשן וואס גייען זיך היילן ביי איר.

ידען » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 12:45 pm

· #41884
באמת
וואס איך קען דיר זאגן ברבים איז
ר' וואלף'וויש קאפמאן פראבלעם ער האט ג'האט יסורים אין די בויך
זי האט ג'זאגט אז עפעס איז פארשטאפט
מען האט עס שוין גהאט עטליכע מאל ג'קטשעקט
ער האט עס נאכאמאל גטשעקט וכך הווא

אפענע מופת.

ממש ווי א רבי.

מע האט גטשעקט עטליכע מאל און גארנישט געטראפען. מע איז געגאנגען צו איר און זי האט געהייסען נאך אמאל טשעקען און מע האט עס געטראפען פארשטאפט.

נאך איינער איז סקעפטיקל?

יידל » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 1:19 pm

· #41893
איך ווארט נאך אלץ אויף די פרטים. וואס הייסט יסורים אין בויך? צו וועלכע דאקטוירים איז ער געגאנגען? וואס איז געווען פארשטאפט? וכו'

באמת » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 1:34 pm

· #41901
ידען
באמת
וואס איך קען דיר זאגן ברבים איז
ר' וואלף'וויש קאפמאן פראבלעם ער האט ג'האט יסורים אין די בויך
זי האט ג'זאגט אז עפעס איז פארשטאפט
מען האט עס שוין גהאט עטליכע מאל ג'קטשעקט
ער האט עס נאכאמאל גטשעקט וכך הווא

אפענע מופת.

ממש ווי א רבי.

מע האט גטשעקט עטליכע מאל און גארנישט געטראפען. מע איז געגאנגען צו איר און זי האט געהייסען נאך אמאל טשעקען און מע האט עס געטראפען פארשטאפט.

נאך איינער איז סקעפטיקל?

וואס???

באמת » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 1:41 pm

· #41902
יידל
איך ווארט נאך אלץ אויף די פרטים. וואס הייסט יסורים אין בויך?
עס האט אים עפעס ג'קוועטשט וואס איז דיר אזוי שווער צו פארשטיין???
צו וועלכע דאקטוירים איז ער געגאנגען?
אלע ער איז ארימגעפארן אין די גאנצע וועלט
וואס איז געווען פארשטאפט? וכו'
ביזדערווייל בין איך נישט קיין דאקטער עפעס נעבן די לינגען

יידל » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 2:15 pm

· #41918
און וואס האט מרת ווידער געזאגט?
וויאזוי האט זי עס געוואוסט?

באמת » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 2:18 pm

· #41919
אז איך ווייס דארף מען דאך שוין נישט גיין צי איר
בלאט: 1 2 3