☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » די וועלט איז רונדיג, אדער פלאך?

די וועלט איז רונדיג, אדער פלאך?

50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2282

יידל » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 4:44 pm

· #58465
די וועלט איז רונדיג, אדער פלאך?
איך הייב דא אן א באשרייבונג איבער אן אינטערעסאנטע קאפיטעל אין די היסטאריע, אין וועלכע די פשוט'סטע יסוד אין וויסנשאפט - די פארעם פון די וועלט - איז געקומען אונטער א פראגע צייכן. איך האב אין אנהייב געפלאנט צו שרייבן בלויז איבער די חלק, וויאזוי מענטשן האבן געוואלט אויפווייזן אז קרום איז גראד און רונדיג איז פלאך, אבער נאכן דורכליינען און דורכטון די נושא, האט זיך עס ביי מיר פיל פארברייטערט איבער די גאנצע היסטאריע און וויסנשאפט וואס האט מיט די וועלטס פארעם. איך האב צעטיילט וואס כ'האב געשריבן אין אפאר קאפיטלעך, און איך לייג יעצט ארויף די ערשטע טייל, האפענטליך וועלן די קומענדיגע טיילן נאכפאלגן בקרוב, כפי מסת הפנאי.

איך וועל דא צולייגן לינקס צו די טיילן וועלכע וועלן נאכפאלגן, ווי נאר איך פאוסט זיי.
ערשטער טייל - מראש צורים אראנו
צווייטער טייל - קריסטענטום און וויסנשאפט (סייענס)

צוויי הערות במקום הקדמה:
לינקס: כדי נישט צו באמיטשענען דעם ליינער האב איך נישט געלייגט כמעט קיין לינקס, בלויז ביי די נעמען פון מענטשן האב איך געלייגט א לינק צו זייער וויקיפעדיע בלאט אין ענגליש אדער העברעאיש כדי מ'זאל האבן אן אהנונג פון וועם מ'רעדט, און נאך געציילטע פעלער ווי כ'האב געפילט אז מען וועט ווילן וויסן מער איבער וואס כ'שרייב.
בילדער: כ'האב געלייגט בילדער פון כמעט אלע מענטשן וועם כ'דערמאן (פארוואס? ווייל אזוי שמעקט מיר און אויך ווייל אזוי טוען די אויסגאבעס אנצופילן זייערע פעידזשס...), און אזוי אויך האב איך געלייגט בילדער פון זאכן וועלכע העלפן ארויס להבנת הענין כאשר עיניכים תיחזנה מישרים. אונטער די בילדער האב איך אין איטעליקס געשריבן די הסבר וואס מ'זעהט אין בילד.


ערשטער טייל

מראש צורים אראנו

וויאזוי האט מען אמאל אנגעקוקט די וועלט? ווער און ווען איז געקומען צו די הכרה אז די וועלט איז א גלאבוס? וואס זענען געווען די הוכחות? ליינט מיט שפאנונג...


יעדער ווייסט אז אמאל פלעגט זיין די אנגענומענע מיינונג אז די וועלט איז פלאך. צו טענה'ן אז די וועלט איז רונדיג האט מען געדארפט זיין אן אויבערחכם, ווייל ווי-נישט-ווי האט מען נישט מער ווי געדארפט ארויסגיין אויף די גאס און זען מיט די אייגענע אויגן אז די וועלט איז טאקע פלאך. די מיטאס (myth) גייט, און אזוי 'ווייסט' יעדער איינער, אז ביז קריסטאפער קאלאמבוס איז נישט געפארן קיין אמעריקע, האט יעדער איינער געמיינט אז די וועלט איז פלאך און אז אויב וועט מען אריינפארן אינעם אקעאן וועט מען אראפפאלן פונעם ערד-פלאך. קאלומבוס האט אבער געהאלטן אז די וועלט איז רונדיג, און כדי אויפצווייזן אז ער ווייסט וואס ער רעדט האט ער אונטערגענומען א נסיעה ארום די וועלט און אזוי ארום האט ער אנדעקט אמעריקע. לאמיך ציטירן פון די ווערטער פון הידען המופלג "לכתחילה אריבער" פון אייוועלט ווי ער שרייבט אין אן אשכול מיטן קעפל "אנדעקט אמעריקע! "קריסטעפער קאלומבוס"":

לכתחילה אריבער
אנדערשט ווי רוב וואס האבן נאך געמיינט אז די וועלט איז פלאך, האט "קריסטעפער קאלומבוס" געהאלטן אז די וועלט איז רונדעכיג, און וויבאלד די "גרויסקייט פון די וועלט" האט ער אינטערגעשאצט, האט ער געהאלטן אז מען קען אנקומען פון שפאניע וואס איז אויף די לינקע עק פון אייראפע, צו די לענדער פון אינדיע, כינע, יאפאן ועוד, וואס איז אויף די רעכטע עק פון אזיע, דורכ'ן ים, וויבאלד פון די קאנטינענט פון אמעריקע האט מען דאך אין יענע צייט נישט געוואוסט, האט ער געהאלטען אז די וואסער וואס פאנגט זיך אן ביי די גרעניץ פון שפאניע, גייט גראד צו די עק פון אזיע.


עד כאן וואס יעדער איינער 'ווייסט'. דאס איז אבער א מיטאס. קרוב צו צוויי טויזענט יאר בעפאר קאלאמבוס האט שוין כמעט קיינער שוין נישט געהאלטן אז די וועלט איז פלאך. דער אמת'ער אמת איז מען קען נישט וויסן וואס דער המון עם האט געהאלטן, פשוט ווייל די המון עם האט נישט ארויסגעגעבן קיין ביכער (אויב יא זענען זיי דאך נישט פון די המון עם...). אבער די עליטע, די חכמים, די עדיוקעטעד, האבן אן איבערוויגענדע רוב געהאלטן אז די וועלט איז א גלאבוס. און מיר ווייסן אויך ווער איז שולדיג אין דעם מיטאס, און וויאזוי עס איז געווארן פאפולער, אבער דאס איז נישט פאר יעצט. אפשר אלץ עפילאג וועל איך עס באשרייבן אין קורצן.


קריסטאפער קאלאמבוס



לכתחילה אריבער'ס אוועטער


(הערה בעלמא: איך מיין חלילה נישט אונטערצורייסן החכם המושלם והמופלג לכתחילה אריבער. אייגענטליך, אינעם ערשטן דרעפט פון דעם פאוסט האב איך אליינס געשריבן ווי פאלגנד: "יעדער ווייסט אז אמאל פלעגט זיין די אנגענומענע מיינונג אז די וועלט איז פלאך. דער ערשטער אויפצווייזן אז די וועלט איז רונדיג איז געווען קריסטאפער קאלאמבוס." אבער נאכן אנהייבן נאכזוכן די זאך בין איך סורפרייזט געווארן אז כ'האב געלעבעט אין א טעות. מיין צוצייכענען צו לכתחילה אריבער'ס ווערטער איז נאר אנצווייזן ווי שטארק די מיטאס איז פארשפרייט אז אפילו אזעלכע ידענים מופלגים ווי ער זענען זיך טועה.)

איז אויב נישט קאלאמבוס, ווער יא? לאמיר אלזא זען ווען איז די וועלט געקומען צום שכל איבער איר אייגענעם פארעם. די אור-אלטע בבליים און מצריים האבן אלע פארשטאנען פאר א פשטות אז די וועלט איז פלאך ווי א פאפן דעקל און די הימלען זענען איבערגעצויגן איבערן ערד ווי א שלאק. (וואס האבן די אידן געהאלטן? אויף דעם קוק שפעטער). ווי מ'זעט פון אלע זייערע געשרייבאכצער האבן זיי אנגעקוקט די וועלט ווי א דריי-סלייס קוכן. פון אויבן די הימל וואס איז ווי א שלאק אדער ווי א דאום, פון אינמיטן די וועלט, פלאך און רונדיג (ווי א האנט-מצה), און פון אונטען דער טיפער אפגרינד, ווי אלע נישט-גוטע (שדים, רוחות, מתים, אפגעטער און ווער ווייסט וואס נאך) געפונען זיך.


ווי איר קענט זען אויף דעם בילד, אויבן געפונט זיך די הימל (אדער הימלען בלשון רבים לויט טייל אור-אלטע טראדיציעס), אינדערמיט געפינט זיך דער פלאכער ערד, און אונטער דעם געפינט זיך די אפגרינד.


דער ערשטער חכם אויפצוקומען מיט די טעאריע אז די וועלט איז גאר רונדיג איז געווען דער באקאנטער גריכישער מאטעמאטיקער און פילאזאף פיטאגאראס (געלעבט בערך ג' ק"צ – ג' רס"ה אין די תקופה פון סוף בית המקדש הראשון). פיטאגאראס איז ברייט באקאנט פאר זיין "פיטאגארישער פרינציפ" וועלכע ווערט דערמאנט אין חז"ל (אן פיטאגאראס' נאמען) און דער ר"ש אין כלאים (פ"ה מ"ה) ברענגט עס אראפ בשם "חכמי המדות". לויט א לעגענדע איז ער גאר דער וואס איז אויפגעקומען מיטן ווארט "פילאזאפיע" וועלכער איז א צוזאם שטעל פון צוויי גריכישע ווערטער, פילא – ליבשאפט און זאפיע - חכמה.


פיטאגאראס


עס איז אינטערעסאנט צוצולייגן כבדרך אגב רעדנדיג פון פיטאגארס, אז דער איטאליענישער פילאזאף, טיאלאג, אסטראלאג און פאעט טאמאסא קאמפאנעלאהאט געשריבן בשם אמבראזיאס (אמבראזיאס איז געווען דער ארכי-בישאף פון מילאן, איטאליע) אז פיטאגאראס האט געשטאמט פון אידן און אז זיינע חכמות זענען אלע געקומען פון אידישע מקורות. פארשטייט זיך אז עס איז אוממעגליך דאס צו באשטעטיגן אדער אפפרעגן, עס איז אבער דאך אן אינטערעסאנטע קיריאז.

צוריק צו די וועלט'ס פארעם. מיינטס נישט אז פיטאגאראס האט געוויסט אז די וועלט איז רונדיג ווייל ער איז עפעס געווען קליגער ווי אלע חכמים אין זיין צייט. בכלל נישט. פיטאגאראס' סברא אז די וועלט איז רונדיג איז געווען באזירט אויף אן אינטערעסאנטע פילאזאפיע וועלכע האט געלויטעט אז די וועלט דארף לכאורה האבן די איידעלסטע, שלימות'דיקע פארעם וואס איז שייך. א גלאבוס איז לויט פיטאגאראס געווען די מערסט-געאייגענטע קאנדידאט פאר דעם פארעם, וויבאלד עס פארמאגט נישט קיין עק.

פיטאגאראס' סברא איז אבער בכלל נישט געווארן פאפולער. זיינע אייגענע תלמידים האבן ווייטער גע'טענה'ט אז זייער רבי איז נישט גערעכט און די וועלט איז א פלאכע דיסק (דאס הייסט רונדיג אבער פלאך, ווי א האנט מצה). למעשה אבער האט פיטאגאראס' שיטה אזויפיל אויפגעטון אז די חכמים פון יענע צייט האבן אנגעהויבן שפעקולירן אז מעגליך איז די וועלט נישט פלאך נאר רונדיג, כאטש רוב האבן עס טאקע אפגעווארפן.

דער בארימטער גריכישער חכם השלם (וועם די רמב"ם לויבט אויס ביזן הימל) אריסטו (געלעבט אין די צייטן פון חורבן בית ראשון) איז געווען דער ערשטער צו ברענגן קלארע הוכחות אז די וועלט איז רונדיג. די געדאנק אליינס אז די וועלט איז רונדיג האט אריסטו גע'ירש'נט פון זיין רבי'ן אפלאטון, און מעגליך אויך די הוכחות. אבער למעשה איז ער געווען דער ערשטער אראפצושרייבן מיט א קלארקייט הוכחות ברורות, און נישט סתם סברות, אז די וועלט איז יא א רונדיגע טאבע.


דער רבי, אפלטון



דער תלמיד המחכים את רבו, אריסטו


אריסטו'ס הוכחות זענען געווען גאר פשוט'ע. די ערשטע הוכחה וואס אריסטו האט געברענגט איז פון א ליקוי לבנה. ווען עס איז דא א ליקוי לבנה, קען מען זען די וועלט'ס שאטן אויף די לבנה און עס איז קלאר רונדיג. דאס אז די שאטן וואס מען זעט אויף די לבנה איז טאקע פון די וועלט איז געווען באזירט אויף וואס ער האט געהאט מקובל פון טעלס פון מילעטוס (געווען גראדע א רבי פון פיטאגאראס) וועלכער האט גע'טענה'ט (אזוי ווי עס איז טאקע דער פאקט) אז א ליקוי לבנה געשעהט ווען די וועלט שטעלט זיך צווישן די זון און די לבנה און די וועלט'ס שאטן שלאגט זיך אפ אויף די לבנה.


א ליקוי לבנה. מערקט דעם רינדיגן שאטן וואס די וועלט לאזט אויפן לבנה


די צווייטע הוכחה פון אריסטו איז געווען פון די שיפן וואס פארן אינעם אקעאן. ווען א שיף פארלאזט דעם בארטן פארט עס א לאנגע שטרעקע ביז עס ווערט פארשוואונדען אויפן האריזאנט. אריסטו האט אבער באמערקט אז די שיפן ווערן נישט פארשוואונדען אויף האריזאנט פון איין סעקונדע אויפן צווייטן נאר צוביסלעך. קודם ווערט די אונטערשטע ווענט פון די שיף פארשוואונדען. דערנאך ווערט די דעק פארשוואונדען. און צום לעצט ווערן די זעגלען פארשוואונדען. דאס האט געפירט אריסטו צום מסקנא אז די וועלט איז רונדיג, ווייל אויב איז עס פלאך וואלט דער גאנצער שיף געדארפט פארשוואונדען ווערן אויף איינמאל.


א שיף גייט איבער'ן האריזאנט, די אויבערשטע חלק איז נאך זעהבאר, די אונטערשטע חלק איז שוין נישט זעהבאר


די דריטע הוכחה זיינער איז געווען פון די שטערנס און זייער לאקאציע. אריסטו האט גע'טענה'ט אז ווען די וועלט איז ווען פלאך וואלטן מיר איבעראל געדארפט זען די זעלבע שטערנס. פארוואס? ווייל פונקט ווי ווען מיר זענען אין א גרויסן זאל, קענען מיר זען דעם גאנצן דאך פון אלע עקן פונעם זאל, אזוי וואלטן מיר ווען געדארפט זען די זעלבע הימל פון אלע פלעצער. דערווייל, ווי נאר מיר גייען אפאר מייל זעהן מיר א נייער הימל מיט הונדערטע נייע שטערנס וואס מען זעט נישט אפאר מייל ארויפצו. דאס, האט ער גע'טענה'ט, איז נאר מעגליך אויב די וועלט איז רונדיג, און ווען מ'גייט אפאר מייל זעט מען שוין א נייע חלק פון די הימל וואס מ'האט נישט געקענט זען פריער ווייל פריער איז מען געווען אוועקגעבויגן דערפון.

אלע גריכישע פילאזאפן האבן אנגענומען אריסטו'ס הוכחות, און פון אפלטון ביז ארכימעדעס האבן אלע פה אחד געשריבן אז די וועלט איז א גלאבוס. עס איז שווער צו וויסן וואס די המון עם האט געהאלטן, פשוט ווייל די המון עם האט נישט איבערגעלאזט קיין שריפטן פון וואו מ'קען זען וואס זיי האבן געהאלטן. עס איז גאנץ מעגליך אז די פשוטי העם האבן ווייטער געהאלטן אז די וועלט איז פלאך. אבער דאס ווייסן מיר זיכער אז פון אריסטו'ס צייטן און ווייטער, איז ביי די חכמי אוה"ע שוין בכלל נישט געווען קיין שמועס איבער וואס די פארעם פון די וועלט איז. די שמועס איז געווען איבער די סייז פון די וועלט, די ווייטקייט פונעם זון וכדומה. די אלע גריכישע חכמים וואס האבן פרובירט צו מעסטן די סייז פון די וועלט מיט פארשידענע חשבונות, למשל דורך מעסטן ווי שנעל די זון פארט פון איין פלאץ צום צווייטן און אזוי ווייטער, האבן אלע אריינגענומען דעם וועלט'ס פארעם – א גלאבוס – אין זייערע חשבונות.

נאך יארן וואס מען האט שטודירט, געמאסטן, אפגעפרעגט און פארראכטען, איז געקומען דער גריכישער גיאגראף, מאטעמאטיקעער און אסטראנאם קלאודיאוס תלמי (געלעבט אין די תקופה פון גלייך נאכן חורבן בית שני) און צוזאמגענומען און אויסגעארבעט אלע שיטות און חשבונות צו איין מעכטיגער, אויסגעארבעטע מהלך און האט דאס פובליצירט אין זיין גאר בארימטען בוך באוואוסט מיטן אראבישען נאמען "אלמאגעסט" (דער מעכטיגסטע). תלמי'ס שיטה איז באקאנט היינט צו טאגס אלס געאצענטריזם, וואס באדייט אז דאס לייגט די וועלט (געא אין גריכיש) אינמיטן (צענטר אין גריכיש) פון די גאנצע יקום, און די זון מיט אלע פלאנעטן און שטערנס דרייען זיך ארום איר. די סיבה פארוואס עס ווערט גערופן מיט דעם נאמען איז ווייל יארן שפעטער איז געקומען קופערניקוס און ער איז אויפגעקומען מיט א נייע מהלך אז די זון איז אינדערמיט און אלעס דרייט זיך ארום איר. אבער פארשטייט זיך אליינס אז תלמי'ס עיקר חידוש איז נישט געווען נאר די חלק אז אלעס דרייט זיך ארום די וועלט. זיינע חידושים זענען אויך באשטאנען פון די סייזעס פון אלע פלאנעטן, זייערע ארביטס (די וועג וויאזוי זיי דרייען זיך ארום די וועלט און ווי לאנג עס נעמט) און אזוי ווייטער און ווייטער מיט אלע דעטאלן.


תלמי דער אסטראנאם



תלמי'ס גיאצענטרישן שיטה, מיט דער רינדיגער וועלט אינדערמיט פונעם יקום


המשך יבוא אי"ה.

חאצקל » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 6:39 pm

· #58525
א הערליכער ארטיקל, עס איז שפאנענדע אינפארמאטיוו און אינטעליגענט. יש"כ.

איך וויל דא קאמענטירן לגבי די ערשטע צוויי באווייזן פון אריסטו אז דער וועלט איז רונדעכיג.

די ערשטע סברה אז דער שאטן פון דער וועלט זעט זיך אויף די לבנה געבויגן איז פאר מיין המון עם'דיגע אויגן נישט קיין באווייז כפשוטו, ווייל וויאזוי וואלט דען דער שאטן פון א פלאכע וועלט (רונדיג צו אפילו פיר קאנטיג) געדארפט אויסזען אויף דעם לבנה וואס איז א גלאוב?

ווידער דער צווייטער באווייז פון די שיפן אויפן ווייטן האריזאנט מוז אויך נישט זיין קיין ראיה, וויבאלד ס'איז פארצייטנס געווען אנגענומען -טאקע צוליב דער סיבה- אז דאס וואסער איז נידריגער ווי דער יבשה (אזוי ווי די גמרא ברענגט א ראיה פון דעם פסוק "יורדי הים באניות"; אויך ר' יונתן אייבשיץ וועלעכע האט שוין געוויסט פון דער רונדיגקייט פון דער וועלט שרייבט אז די וואסער איז נידריגער פונעם יבשה).

sunbar » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 6:43 pm

· #58527
יידל, אז די פלאנסט צו שרייבן נאך ארטיקלען אויף זעם, אפשר וואלט געווען כדי אז די זאלסט מאכן א באזונדערע אשכול פאר הערות, אזוי וועט דער אשכול בלייבן ריין...

געפילטע פיש » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 6:49 pm

· #58530
חאצקל
די ערשטע סברה אז דער שאטן פון דער וועלט זעט זיך אויף די לבנה געבויגן איז פאר מיין המון עם'דיגע אויגן נישט קיין באווייז כפשוטו, ווייל וויאזוי וואלט דען דער שאטן פון א פלאכע וועלט (רונדיג צו אפילו פיר קאנטיג) געדארפט אויסזען אויף דעם לבנה וואס איז א גלאוב?

שיין א לייט אויף א מצה אדער פריזבי פון די זייט וועט די שאטן אויפן וואנט זיין א גראדע ליניע.

יאיר » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 7:06 pm

· #58533
א דאנק, יידל, פאר די אינטערעסאנטע אינפארמאציע. פון דא נעמט זיך אויך דער באקאנטער מיטאס אז חז"ל האבן שוין געוואוסט אז די וועלט איז רינדיג איידער די חכמי העולם, ווען באמת איז פונקט פארקערט. אפילו נאכדעם וואס אין די וויסנשאפטליכע וועלט האבן שוין אלע געהאלטן אז די וועלט איז רינדיג, זענען נאכאלס געווען געוויסע פון אונזערע חכמים וואס האבן געהאלטן אנדערש, אפילו נאכדעם וואס מען האט שוין אנטדעקט אמעריקע. אבער וואס דארפן מיר כאפן הייסע לאקשן? דו וועסט זיכער שרייבן וועגן דעם.

יידל » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 7:11 pm

· #58534
חאצקל

ווידער דער צווייטער באווייז פון די שיפן אויפן ווייטן האריזאנט מוז אויך נישט זיין קיין ראיה, וויבאלד ס'איז פארצייטנס געווען אנגענומען -טאקע צוליב דער סיבה- אז דאס וואסער איז נידריגער ווי דער יבשה (אזוי ווי די גמרא ברענגט א ראיה פון דעם פסוק "יורדי הים באניות"; אויך ר' יונתן אייבשיץ וועלעכע האט שוין געוויסט פון דער רונדיגקייט פון דער וועלט שרייבט אז די וואסער איז נידריגער פונעם יבשה).

אפילו אויב די וואסער איז נידריגער ווי דער יבשה, וואלט נאך אלץ די גאנצע שיף געדארפט פארשוואונדען ווערן אויף איינמאל און נישט צוביסלעך, נישט אזוי?

יאיר
פון דא נעמט זיך אויך דער באקאנטער מיטאס אז חז"ל האבן שוין געוואוסט אז די וועלט איז רינדיג איידער די חכמי העולם, ווען באמת איז פונקט פארקערט. אפילו נאכדעם וואס אין די וויסנשאפטליכע וועלט האבן שוין אלע געהאלטן אז די וועלט איז רינדיג, זענען נאכאלס געווען געוויסע פון אונזערע חכמים וואס האבן געהאלטן אנדערש, אפילו נאכדעם וואס מען האט שוין אנטדעקט אמעריקע. אבער וואס דארפן מיר כאפן הייסע לאקשן? דו וועסט זיכער שרייבן וועגן דעם.

יא, לאמיר נישט כאפן קיין לאקשן...

משה געציל » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 8:37 pm

· #58556
Wow יידל! דו ביזט ריזיג! מ׳גיימיר אי״ה דורכליינען (בעסער געזאגט דורכלערנען...) בעיון רב, פאר יידל׳ס א שיעור טוט מען זיך אן דעם גארטל!

יידל » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 10:04 pm

· #58568
די וועלט איז רונדיג אדער פלאך? (צווייטער טייל)
צווייטער טייל

קריסטענטום און וויסנשאפט (סייענס)

וויאזוי די קאטוילישע קירכע האט אנגענומען דעם פאקט אז דער וועלט איז רונדיג


איידער מיר גייען צום קומענדיגן קאפיטעל, ווי איך וועל באשרייבן די מענטשן וועלכע האבן אנגעהויבן לייקענען אז די וועלט איז א גלאבוס אין א צייט וואס קיינער האט נישט געהאט קיין הווא אמינא אז די וועלט איז פלאך, מוז איך א מאכן א שטיקל הקדמה איבער קריסטענטום און וויסנשאפט במשך די מיטל אלטער. (די מיטל-אלטער איז די יארן פון נאך די צוזאם פאל פון די רוימישע אימפעריע אין די 5'טע יאר-הונדער למס' ביז די רענאסאנעס וועלכע האט זיך אנגעהויבן אין די 15'טע יאר-הונדערט. דאס גייט בערך פון די אנהייב פון תקופת הגאונים ביז נאך די תקופה פון די ראשונים).

אין די ערשטע טייל האבן מיר גערעדט פון א מיטאס אז קריסטאפער קאלאמבוס איז געווען דער ערשטער צו אויפווייזן אז די וועלט איז רונדיג. ווי געשריבן איז דאס פאלש, און אין אמת'ן אריין איז אריסטו וועלכער האט געלעבט קרוב צו 2,000 יאר בעפאר קאלאמבוס געווען דער ערשטער אויפצואווייזן אז די וועלט איז א גלאבוס. דער מיטאס קומט אבער האנט ביי האנט מיט נאך א מיטאס. די צווייטע, איז נישט ממש פאלש, עס איז אבער דאך נישט אינגאנצן אמת. די צווייטע מיטאס איז אז די קריסטען וועלכע האבן געוועלטיגט איבער א חלק ניכר פון אייראפע במשך רוב פונעם מיטל-אלטער, זענען געווען שולדיג אין דעם אז מ'האט געגלייבט אין אזעלכע שטותים ווי א פלאכע וועלט. דאס איז פאלש, ווייל ווי ערווענט האט כמעט קיין איין אינטעלעקטואל נאך אריסטו נישט געגלייבט אז די וועלט איז פלאך.

למעשה אבער שטאמט די מיטאס פונעם פאקט אז די קריסטן האבן מצמצם געווען וויסנשאפט און אונטערגעלייגט פיסלעך פאר וויסנשאפטלער און פארשער. פארוואס און וויאזוי די קריסטן האבן דאס געטון איז א שטיקל אריכות און כדי דאס צו פארשטיין מוזן מיר אביסל כאפן אן איבערבליק אויף דעם מצב פון סייענס אין די מיטל אלטער און וויאזוי עס האט זיך אנטוויקלט במשך היסטאריע.

זייט די גריכן האבן אנגעהויבן דורש זיין חכמה, איז רעליגיע (טעאלאגיע. טעא מיינט "גאט" אין גריכיש, לאגיע - לערע. דאס הייסט די לערע פון גאט) און וואס מיר רופן היינט "סייענס", דאס הייסט די שטודיע פון די וועלט און איר נאטור, געגאנגען געקניפט און געבינדן היינט ביי היינט. א חכם (וועלכע איז ווי אויבן דערמאנט גערופן געווארן א "פילאזאף") איז געווען איינער וואס האט פארשטאנען סיי צו טעאלאגיע און סיי צו וויסנשאפט. די סיבה דערצו איז קאמפלעצירט, אבער בקיצור נמרץ איז עס ווי פאלגנד: די אור-אלטע בבליים, מצריים, פרסיים א.א.וו. האבן נישט געהאט קיין הסברים פאר ערדישע געשעענישן. עס איז זיי נישט איינגעפאלן אז אונטער יעדע נאטורליכע געשעעניש זענען דא געזעצן וועלכע זענען די אורזאך פון דעם געשעעניש. דעריבער האבן זיי אלעס אנגעקלעבט אין אבער-נאטורליכע כוחות, אדער אפגעטער. זיי האבן געגלייבט אז עס זענען דא מלחמות צווישן די אפגעטער, און ווען זיי האבן מורא געהאט האבן זיי מתפלל געווען צו די אפגעטער. שפעטער, ווען דער אידישער רעליגיע איז צושטאנד געקומען, איז צום ערשטן מאל פארשפרייט געווארן דעם געדאנק אז די אלע כוחות וואס זענען דא אין נאטור זענען נישט צעשפליטערטע כוחות, נאר אלעס קומט פון איין גאט. עס איז אבער נאך אלץ געווען פארשטענדליך אז אלעס ווערט געפירט דורך א העכערן כוח. שפעטער, ווען די גריכן זענען געקומען און אנגעהויבן מסדר זיין און פארשן דעם נאטור, האבן זיי נאך אלץ דאס געטון פונעם רעליגיעזן קוק-ווינקל. דאס איז געווען די סיבה אז ביי די גריכן איז די העכערע כוחות געגאנגען געקניפט און געבינדען מיט די ערדישע געשעענישן און די נאטור. די ווארט פילאזאפיע, וועלכע ווערט היינט באניצט אויסשליסליך נאר פאר מעטאפיזישע פארשונגען איז אייגענטליך דורך די גריכן (און אפילו שפעטער) געניצט געווארן סיי פאר מעטאפיזישע ענינים און סיי פאר סייענס/נאטור.

ווען קריסטענטום איז באשאפן געווארן דורך יאשקע'ס תלמידים, איז עס געווען א פארהלעלטנמעסיג קליינע רעליגיע, אייגענטליך נישט מער ווי א אידישע סעקטע. געציילטע הונדערט יאר שפעטער האט דער קייזער פון רוים דער גרויסער קאנסטאנטין באשטעטיגט קריסטענטום אלס א רעליגיע וואס מ'מעג פראקטיצירן אין רוים און אפאר צענדליג יאר דערנאך האט דער רוימישער קייזער טעאדוסיוס דער ערשטער געמאכט קריסטענטום פאר די איינציגסטע אויטאריזירטער רעליגיע אין רוים, אין גלייכצייטיג פארבאטן צו פראקטעצירן געצנדינעריי. דאס האט גורם געווען אז טויזענטע גויים האבן זיך אפגעלאזט (עכ"פ לפנים) פון געצנדינעריי און אנגענומען אויף זיך קריסטענטום און מאנאטעאיזם (מאנאטעאיזם הייסט די גלויבן אז עס איז דא א גאט אחד יחיד ומיוחד לאפוקי שתי רשויות), און האט עווענטואל צוגעפירט דערצו אז קריסטנטום איז געווארן די גרעסטע און מאכטפולסטע רעליגיע אין אייראפע.
דאס איז געווען די סיבה אז אינעם אייראפעאישן מיטל-אלטער, האט די קאטוילישע קירכע געהאט די פולשטענדיגע בעלות איבער וואס מען האט געלערנט אין די שולעס און אין די אוניווערזיטעטן. און פארשטייט זיך אז ווי לאנג דאס וואס מ'האט שטודירט אין די אוניווערזיטעטן האבן זיך נישט סותר געווען מיט וואס די קירכע האט געהאלטן, איז אלעס געווען פיין און וואויל. איינמאל אבער וואס מ'האט זיך סותר געווען מיט די קירכע איז געווען צרות. א קלאסישער ביישפיל צו דעם איז ניקאלאוס קופערניקוס.


קאנסטאנטין


ווי דערמאנט אין מיין פריערדיגע פאוסט, האט תלמי מסדר געווען א תורה שלימה איבער אסטראנאמיע וואס ווערט גערופן "געאצענטריזם". ניקאלאוס קופערניקוס איז אויפגעקומען מיט א נייע מהלך וועלכע רופט זיך העליאצענטריזם. העליא מיינט "די זון". צענטריזם מיינט ווי אויבן דערמאנט, "צענטער". ווי מען קען פארשטיין פון די נאמען אליינס איז קופערניקוס' חידוש געווען אז נישט די זון און אלע פלאנעטן דרייען זיך ארום די וועלט, נאר די וועלט צוזאמען מיט אלע פלאנעטן דרייען זיך ארום די זון און די זון שטייט גאר אינמיטן פון די וועלט. קופערניקוס האט אבער געוואוסט אז דאס אז אן "אפיקורס'ישער" מהלך. פארוואס אפיקורס'יש? ווייל פון די תורה איז קלאר משמע אין מער ווי איין פלאץ אז די וועלט איז אינמיטן פון די יקום און אז די זון דרייט זיך ארום די וועלט און נישט פארקערט. קופערניקוס האט אזוי מורא געהאט פארן קירכע אז זיין בוך וועלכע ער האט געשריבן איבער דעם נושא האט ער נישט פארעעפנטליכט. הערשט נאך וואס ער איז געשטארבן האט מען פארעפנטליכט דעם בוך, און פארשטייט זיך אז די קירכע האט תיכף פארבאטן צו ליינען דעם בוך. קופערניקוס שיטה איז נישט געווארן אויפגעכאפט ביז יארן שפעטער ווען דער אויסטרעפער פונעם טעלעסקאופ, גאליליאו גאלילי האט ארויסגעגעבן א בוך אין וועלכע ער האט זיך גאר שטארק אנגענומען פאר קופערניקוס. די קירכע (די אינקוויזיציע) האט געברויזט ווי א קעסל און פארארדענט גאליליאו צוריקצוציען פון זיינע אפיקורס'ישע מיינונגען. גאליליאו האט תיכף ומיד צוריקגעצויגן פון זיין מיינונג, אבער עס איז שוין געווען דערנאך, סיי פאר אים און סיי פאר די קירכע. די קירכע האט מורא געהאט אז ער מיינט עס נישט אמת'דיג האבן זיי אים איינגעשפארט אין הויז ארעסט כדי ער זאל נישט קענען פארשפרייטן זיינע "אפיקורסישע" דעות. לעמשה אבער איז עס געווען דערנאך פארן קירכע וויבאלד זיין בוך איז איבערגעדרוקט געווארן דורך א דרוקער אין האללאנד וועלכער איז נישט געווען אונטערגעווארפן אונטער די קירכע, און אזוי ארום איז העליאצענטריזם געווארן שטארק פארשפרייט אין אייראפע, צוויגענדיג די קירכע צו שלום מאכן מיטן מצב אז דער אמת איז נישט אויף זייער זייט און זיי האבן דעריבער באפרייט גאליליאו און אנגענומען די טעאריע אז די וועלט גייט ארום די זון און נישט פארקערט. דאס איז נאר איינס פון נאך פיל דוגמאות ווי דער קירכע האט דאמינירט וואס מ'זאל לערנען און וואס נישט. (עס איז געווען אין צייטשריפט ע"ה א הערליכער ארטיקל איבער קאפערניקוס אין זיין שיטה, אויב איינער קען לייגן א האנט דערויף און עס דא ארויפשטעלן מיט רשות ווערט ער פארבעטן דאס צו טון).


ניקאלאוס קאפערניקוס



גאליליאו גאלילי



קאפערניקוס' העליאצענטרישן שיטה, מיט דער זון אינדערמיט פונעם יקום


וויאזוי האט זיך די אונטערדריקונג אויפגעהערט? די קירכע'ס קאנטראל האט זיך אפגשטעלט ווען עס האט זיך אנגעהויבן די תקופה אין היסטאריע וועלכע רופט זיך די עפאכע פון ענלייטענמענט (אין אידיש: אויפקלערונג). עס האט זיך אנגעהויבן אין פראנקרייך און פון דארט איז עס אריבער צו אנדערע לענדער אין אייראפע. אין די אויפקלערונג'ס עפאכע האט מען זיך גענצליך אפגעריסן פון טראדיציאנאלע און רעליעגעזע וועגן פון טראכטן און מ'האט אלעס אנגעהויבן שטעלן אינעם כור הבחינה פון לאגיק. עס פארשטייט זיך אז א חלק פון די דענקער וועלכע האבן געפירט די מערכה פון אויפקלערונג האבן געזוכט ווי מער צו באשמיצן די קריסטן בפרט און רעליגיע בכלל כאילו דאס האט גורם געווען די חשכות און צוריקהאלט פון געהעריג שטודירן די וועלט און די נאטור, און עס איז דעריבער דעמאלטס באשאפן געווארן א נייע מציאות ווי אנשטאט גאט זאל שטיין אין צענטער פון די דיסקוסיע און רעליגיע מיט וויסנשאפט זאלן גיין האנט ביי האנט, איז געווארן א נייער מציאות ווי דער מענטש און זיין שכל זענען געווארן די געוועלטיגער איבער חכמה, און רעליגיע מיט וויסנשאפט זענען געווארן אויף מעסער-שטעך.

דאס איז די סיבה פארוואס דער מיטאס אז די רעליגעזע פאנאטיקער פונעם מיטל-אלטער זענען שולדיג אז מען האט זיך איינגערעדט פאר יארן לאנג אז די וועלט איז פלאך, איז געווען אזא גוט גייענדער מיטאס. די וויסנשאפטלער און די מאדערנע היסטאריקער האבן געקענט באשטיין אראפצולייגן א בילד ווי כאילו ביז די ענלייטמענט האט די וועלט געלעבט אין א חשכות אזש מ'האט געמאכט אזא טפשות'דיגן טעות צו זאגן אז די וועלט איז פלאך, און נאר די סעקולארע וויסנשאפטלער פון די ענלייטמענט עפאכע האבן געראטעוועט די וועלט פון איגנאראנץ און טפשות. עס איז גראדע אמת אז די קריסטן האבן געמאכט פראבלעמען פאר וויסנשאפט, אבער אין אונזער פאל – לגבי די שאלה צו די וועלט איז רונדיג אדער פלאך – איז עס בכלל נישט אמת, און עס איז קלאר אז רובא דרובא פון די קאטוילישע טעאלאגער, גלחים און דענקער האבן געהאלטן אז די וועלט איז א גלאבוס און דאס איז בכלל נישט קיין סתירה צו די תורה.

המשך יבוא אי"ה

דבילה » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 10:18 pm

· #58570
פששש... כמעשהו בראשון כך מעשהו בשני, אבער דא הערט מען שוין אביסל סאציאלאגישע הסברים אויף דעם סיבה פארוואס רעליגיע איז געווארן אפגעשטעמפעלט אלץ א קעגנער פאר וויסנשאפט, און דאס הערט זיך אביסל סתירה'דיג צום גיסט פון דעם באשרייבעכץ אז דאס איז נאר א מיטאס.

יידל » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 10:25 pm

· #58572
דבילה
פששש... כמעשהו בראשון כך מעשהו בשני, אבער דא הערט מען שוין אביסל סאציאלאגישע הסברים אויף דעם סיבה פארוואס רעליגיע איז געווארן אפגעשטעמפעלט אלץ א קעגנער פאר וויסנשאפט, און דאס הערט זיך אביסל סתירה'דיג צום גיסט פון דעם באשרייבעכץ אז דאס איז נאר א מיטאס.

ריכטיג, ווייל בעת רעליגיע (עכ"פ קריסטענטום) איז באמת ווערד געווען צו ווערן אפגעשטעמפלט אלץ קעגנער צו וויסנשאפט, איז עס אין דעם ספעציפישן פאל פון פלאכע/רונדיגע ערד געווען נישט מער ווי א מיטאס. אין אנדערע ווערטער, צו זאגן אז די קירכע האט אלץ געהאלטן אז די וועלט איז פלאך און נאר קאלאמבוס האט באוויזן צו משכנע זיין די קירכע אז עס איז רונדיג, איז א מיטאס געבויעט אויף א אמת'ער געשעעניש.

יאיר » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 10:26 pm

· #58573
[ציטאט אראפגענומען]

ווער דארף יידל אז מיר האבן דא אונזער קופערניקוס אליין בכבודו ובעצמו 😃

ונבנתה העיר » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 11:31 pm

· #58588
יידל
זייט די גריכן האבן אנגעהויבן דורש זיין חכמה, איז רעליגיע (טעאלאגיע. טעא מיינט "גאט" אין גריכיש, לאגיע - לערע. דאס הייסט די לערע פון גאט) און וואס מיר רופן היינט "סייענס", דאס הייסט די שטודיע פון די וועלט און איר נאטור, געגאנגען געקניפט און געבינדן היינט ביי היינט. א חכם (וועלכע איז ווי אויבן דערמאנט גערופן געווארן א "פילאזאף") איז געווען איינער וואס האט פארשטאנען סיי צו טעאלאגיע און סיי צו וויסנשאפט. די סיבה דערצו איז קאמפלעצירט, אבער בקיצור נמרץ איז עס ווי פאלגנד: די אור-אלטע בבליים, מצריים, פרסיים א.א.וו. האבן נישט געהאט קיין הסברים פאר ערדישע געשעענישן. עס איז זיי נישט איינגעפאלן אז אונטער יעדע נאטורליכע געשעעניש זענען דא געזעצן וועלכע זענען די אורזאך פון דעם געשעעניש. דעריבער האבן זיי אלעס אנגעקלעבט אין אבער-נאטורליכע כוחות, אדער אפגעטער. זיי האבן געגלייבט אז עס זענען דא מלחמות צווישן די אפגעטער, און ווען זיי האבן מורא געהאט האבן זיי מתפלל געווען צו די אפגעטער. שפעטער, ווען דער אידישער רעליגיע איז צושטאנד געקומען, איז צום ערשטן מאל פארשפרייט געווארן דעם געדאנק אז די אלע כוחות וואס זענען דא אין נאטור זענען נישט צעשפליטערטע כוחות, נאר אלעס קומט פון איין גאט. עס איז אבער נאך אלץ געווען פארשטענדליך אז אלעס ווערט געפירט דורך א העכערן כוח. שפעטער, ווען די גריכן זענען געקומען און אנגעהויבן מסדר זיין און פארשן דעם נאטור, האבן זיי נאך אלץ דאס געטון פונעם רעליגיעזן קוק-ווינקל. דאס איז געווען די סיבה אז ביי די גריכן איז די העכערע כוחות געגאנגען געקניפט און געבינדען מיט די ערדישע געשעענישן און די נאטור. די ווארט פילאזאפיע, וועלכע ווערט היינט באניצט אויסשליסליך נאר פאר מעטאפיזישע פארשונגען איז אייגענטליך דורך די גריכן (און אפילו שפעטער) געניצט געווארן סיי פאר מעטאפיזישע ענינים און סיי פאר סייענס/נאטור.

דא איז וואס דער רמב"ם שרייבט אין א בריוו קעגן אסטראלאגיע:

דעו רבותי שכל אותם דברים של גזירת הכוכבים, שהם אומרים יארע כך ולא יארע כך, ומולדו של אדם ימשוך ויהי' כך ויארע לו כך ולא כך, כל אותם הדברים אינם דברי חכמה כלל אלא טפשות וכו', ומעולם לא נתעסק בענין זה ולא חיבר בו ספר אחד מחכמי יון שהם חכמים ודאי, ולא חיברו אותם בחיבוריהם, ולא עשו אותה הטעות שקראוהו חכמה כי אם חכמי הכשדים והכלדיים והמצריים והכנעניים, וזו היתה אמונתם ודתם באותן הימים, אבל חכמי יון והם הפילוסופים שחברו בחכמות ונתעסקו בכל חכמה השתדלו בראיות ברורות לבטל כל דבריהם שורש וענף, עכ"ל.

יידל
קופערניקוס שיטה איז נישט געווארן אויפגעכאפט ביז יארן שפעטער ווען דער אויסטרעפער פונעם טעלעסקאופ, גאליליאו גאלילי האט ארויסגעגעבן א בוך אין וועלכע ער האט זיך גאר שטארק אנגענומען פאר קופערניקוס. די קירכע (די אינקוויזיציע) האט געברויזט ווי א קעסל און פארארדענט גאליליאו צוריקצוציען פון זיינע אפיקורס'ישע מיינונגען. גאליליאו האט תיכף ומיד צוריקגעצויגן פון זיין מיינונג, אבער עס איז שוין געווען דערנאך, סיי פאר אים און סיי פאר די קירכע. די קירכע האט מורא געהאט אז ער מיינט עס נישט אמת'דיג האבן זיי אים איינגעשפארט אין הויז ארעסט כדי ער זאל נישט קענען פארשפרייטן זיינע "אפיקורסישע" דעות.

א צוויי שעה'דיגע דאקיומענטערי אויף גאלילעאו, מיט א שטארק'ן דגוש אויף זיינע פראבלעמען מיט די קירכע.

[דא איז עס קלארער אבער עס מאכט פראבלעמן ביי מיר].

יידל » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 1:37 pm

· #58691
ייש"כ פאר די באלערנדע ווידעא.

ונבנתה העיר
יידל
זייט די גריכן האבן אנגעהויבן דורש זיין חכמה, איז רעליגיע (טעאלאגיע. טעא מיינט "גאט" אין גריכיש, לאגיע - לערע. דאס הייסט די לערע פון גאט) און וואס מיר רופן היינט "סייענס", דאס הייסט די שטודיע פון די וועלט און איר נאטור, געגאנגען געקניפט און געבינדן היינט ביי היינט. א חכם (וועלכע איז ווי אויבן דערמאנט גערופן געווארן א "פילאזאף") איז געווען איינער וואס האט פארשטאנען סיי צו טעאלאגיע און סיי צו וויסנשאפט. די סיבה דערצו איז קאמפלעצירט, אבער בקיצור נמרץ איז עס ווי פאלגנד: די אור-אלטע בבליים, מצריים, פרסיים א.א.וו. האבן נישט געהאט קיין הסברים פאר ערדישע געשעענישן. עס איז זיי נישט איינגעפאלן אז אונטער יעדע נאטורליכע געשעעניש זענען דא געזעצן וועלכע זענען די אורזאך פון דעם געשעעניש. דעריבער האבן זיי אלעס אנגעקלעבט אין אבער-נאטורליכע כוחות, אדער אפגעטער. זיי האבן געגלייבט אז עס זענען דא מלחמות צווישן די אפגעטער, און ווען זיי האבן מורא געהאט האבן זיי מתפלל געווען צו די אפגעטער. שפעטער, ווען דער אידישער רעליגיע איז צושטאנד געקומען, איז צום ערשטן מאל פארשפרייט געווארן דעם געדאנק אז די אלע כוחות וואס זענען דא אין נאטור זענען נישט צעשפליטערטע כוחות, נאר אלעס קומט פון איין גאט. עס איז אבער נאך אלץ געווען פארשטענדליך אז אלעס ווערט געפירט דורך א העכערן כוח. שפעטער, ווען די גריכן זענען געקומען און אנגעהויבן מסדר זיין און פארשן דעם נאטור, האבן זיי נאך אלץ דאס געטון פונעם רעליגיעזן קוק-ווינקל. דאס איז געווען די סיבה אז ביי די גריכן איז די העכערע כוחות געגאנגען געקניפט און געבינדען מיט די ערדישע געשעענישן און די נאטור. די ווארט פילאזאפיע, וועלכע ווערט היינט באניצט אויסשליסליך נאר פאר מעטאפיזישע פארשונגען איז אייגענטליך דורך די גריכן (און אפילו שפעטער) געניצט געווארן סיי פאר מעטאפיזישע ענינים און סיי פאר סייענס/נאטור.

דא איז וואס דער רמב"ם שרייבט אין א בריוו קעגן אסטראלאגיע:

דעו רבותי שכל אותם דברים של גזירת הכוכבים, שהם אומרים יארע כך ולא יארע כך, ומולדו של אדם ימשוך ויהי' כך ויארע לו כך ולא כך, כל אותם הדברים אינם דברי חכמה כלל אלא טפשות וכו', ומעולם לא נתעסק בענין זה ולא חיבר בו ספר אחד מחכמי יון שהם חכמים ודאי, ולא חיברו אותם בחיבוריהם, ולא עשו אותה הטעות שקראוהו חכמה כי אם חכמי הכשדים והכלדיים והמצריים והכנעניים, וזו היתה אמונתם ודתם באותן הימים, אבל חכמי יון והם הפילוסופים שחברו בחכמות ונתעסקו בכל חכמה השתדלו בראיות ברורות לבטל כל דבריהם שורש וענף, עכ"ל.

פארשטייט זיך אז די גריכן זענען געווען פיל מער פארגעשריטענער אין זייערע חכמות ווי די אור-אלטע כשדיים, מצריים, כלדיים און כנעניים, דאך אבער איז מעטאפיזיקס געווען א שטארקע חלק פון די גריכישע פילאזאפיע.
אגב, ס'בכלל נישט אזוי פשוט דאס וואס דער רמב"ם זאגט אז די גריכישע פילאזאפן האבן נישט אנגענומען אסטראלאגיע. זע צבי לאנגמאן'ס ארטיקל אויף דעם נושא.

פינטל » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 8:10 pm

· #59137
צוריק צו די וועלט'ס פארעם. מיינטס נישט אז פיטאגאראס האט געוויסט אז די וועלט איז רונדיג ווייל ער איז עפעס געווען קליגער ווי אלע חכמים אין זיין צייט. בכלל נישט. פיטאגאראס' סברא אז די וועלט איז רונדיג איז געווען באזירט אויף אן אינטערעסאנטע פילאזאפיע וועלכע האט געלויטעט אז די וועלט דארף לכאורה האבן די איידעלסטע, שלימות'דיקע פארעם וואס איז שייך. א גלאבוס איז לויט פיטאגאראס געווען די מערסט-געאייגענטע קאנדידאט פאר דעם פארעם, וויבאלד עס פארמאגט נישט קיין עק.

אינטרעסאנט צו באמערקן וואס ר' אברהם בו הרמב"ם שרייבט אין פרשת תרומה אויף די קרנות המזבח אז זיי זענען געעווען א רונדיגע פארם "מפני שהעיגול היא היפה שבין הצורות"

חאצקל » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 9:07 pm

· #59148
האבן די אור אלטע גריכן געהאלטן אז מ'קען ארום רינגלען די וועלט, אדער האבן זיי געהאלטן אז מיר ואווינען נאר אין דער אויבישטער זייט פון די וועלט?.

אויב האבן זיי געהאלטן אז מ'ואוינט אינעם גאנצן ארום דאן איז שווער צוויי זאכן:
1) וויאזוי האבן זיי ערקלערט דאס אז מ'פאלט נישט אראפ פון די וועלט.
2) פארוואס האבן די גריכן און די רוימער נישט פראבירט ארום צו רינגלען די וועלט טאמער האבן זיי געוואוסט אז עס איז רונדיג?

און בכלל וויאזוי האבן זיי ערקלערט דאס אז דער וועלט קוקט אויס גראד למראית העין?

אויב איז עס געווען אנגענומען אלס אזא דבר פשוט ביי די חכמי יון דאן פארוואס ווערט דער מאדעל נישט דערמאנט אין אונזערע מקורות (אויסער אין ספר הזהר), איבער הויפט ביי די וואס ברענגען נאך די ספרי היונים והערבים ווי דער רמב"ם וכדומה?

ביטע הרב יידל מאכט קלאר די זאכן און ווי אויך צו ברענגען א מאדעל פו א רונדיגע וועלט פון די יונים. ישר כח

יידל » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 3:07 pm

· #59407
חאצקל
האבן די אור אלטע גריכן געהאלטן אז מ'קען ארום רינגלען די וועלט, אדער האבן זיי געהאלטן אז מיר ואווינען נאר אין דער אויבישטער זייט פון די וועלט?.

אויב האבן זיי געהאלטן אז מ'ואוינט אינעם גאנצן ארום דאן איז שווער צוויי זאכן:
1) וויאזוי האבן זיי ערקלערט דאס אז מ'פאלט נישט אראפ פון די וועלט.
2) פארוואס האבן די גריכן און די רוימער נישט פראבירט ארום צו רינגלען די וועלט טאמער האבן זיי געוואוסט אז עס איז רונדיג?

און בכלל וויאזוי האבן זיי ערקלערט דאס אז דער וועלט קוקט אויס גראד למראיץ העין?

אויב איז עס געווען אנגענומען אלס אזא דבר פשוט סיי די חכמי יון דאן פארוואס ווערט דער מאדעל נישט דערמאנט אין אונזערע מקורות (אויסער אין ספר הזהר), איבער הויפט ביי די וואס ברענגען נאך די ספרי היונים והערבים ווי דער רמב"ם וכדומה?

ביטע הרב יידל מאכט קלאר די זאכן און ווי אויך צו ברענגען א מאדעל פו א רונדיגע וועלט פון די יונים. ישר כח


כאטשיג יאנקל האט דיר הערליך געענטפערט קורץ און צום פונקט האט ער איבערגעלאזט פאר אסאך מקום להתגדר בו. אלע דיינע הערות דארפן ווערן ברייטער אויסגעשמועסט און איך האף אז איך וועל צוקומען בקרוב דערצו.

יידל » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 3:49 pm

· #59440
וידום השמש - צייטשריפט ארטיקל איבער קאפערניקוס ושיטתו
יידל
(עס איז געווען אין צייטשריפט ע"ה א הערליכער ארטיקל איבער קאפערניקוס אין זיין שיטה, אויב איינער קען לייגן א האנט דערויף און עס דא ארויפשטעלן מיט רשות ווערט ער פארבעטן דאס צו טון).


בשורה טובה! עס איז מיר געלונגען צו פארשאפן דעם באקאנטן לענדמארק ארטיקל איבער העליאצענטריזם ווערסוס גיאצענטריזם וואס איז ערשינען אין צייטשריפט מיט עטליכע יאר צוריק לכבוד דעם היסטארישן קידוש החמה געשעעניש.

לייענט און האט הנאה!


תשואת חן חן צום חשוב'ן חבר הרוצה בעילום שמו וועלכע האט דאס צוגעשיקט כדי לזכות את הרבים, און אן עקסטערן ייש"כ פאר געפילטע פיש פארן קומען צוהילף מיט טעכנישע דעטאלן.


[ATTACHMENT NOT AVAILABLE]

יאיר » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 9:27 pm

· #59881
[ציטאט אראפגענומען]

עס איז כדאי נאכצוזאגן אן אלטע מעשה בשם מורינו (דער אמת'ער) קארל סעיגען. א יונגער פראפעסאר האט פארגעלערנט א לעקציע פאר פשוט'ע מענטשן און האט ערקלערט די מאדעל פון די וועלט, ווען אן אלטע פרוי האט זיך אויפגעשטעלט און זיך אנגערופן, "דו רעדסט שטותים, די וועלט איז א פלאכע זאך וואס שטייט אויף א גרויסע טשוכעפאכע!"
"און אויף וואס שטייט די טושכעפאכע", פרעגט איר דער פראפעסאר.
די פרוי טראכט אריין.
"א גוטע שאלה, פראפעסאר, אבער זיי זענען אלע טשוכעפאכעס ביז אראפ!".

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 9:39 pm

· #59886
יישר כוח, יידל, פאר דער געוואלדיגער ארבעט. קומט זיך דיר זעק און פעק מיט לייקס.

יאיר » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 9:43 pm

· #59890
[ציטאט אראפגענומען]

די מעשה פאסירט יעדן טאג. וויפיל מאל האסטו שוין געפרעגט א נארמאלע שאלה און באקומען אן ענטפער: "איך ווייס נישט, מיין באבע האט אזוי געטון און איר באבע האט אזוי געטון און מען טאר נישט משנה זיין." און וואג זיך נאר צו פרעגן פון וואו די ערשטע באבע האט עס גענומען. דערפאר האב איך אזוי ליב די מעשה, עס באצייכנט אזוי גוט די מענטאליטעט פון פונדאמענטאליסטן.

יואליש » פרייטאג נאוועמבער 9, 2012 11:24 am

· #60016
דאכט זיך אז סטיוו האקינס, זאל האבן א רפואה שלימה בקרוב, אין זיין באקאנטן בוך "א קורצע היסטארי פון צייט," הייבט אן מיט די סעיגן אנעקדאט.

יישר כח, ר' יידל. באמת א געשמאק צו ליינען די זייער מסודר'דיגע רייד.

יואליש » פרייטאג נאוועמבער 9, 2012 11:29 am

· #60018


באמערק אינעם דיאגרעם די "אקיינען פון די הימלען", הנקרא בלשון בני אדם, שדברה בו תורה: מים עליונים

לאדיך אפ » פרייטאג נאוועמבער 9, 2012 1:09 pm

· #60065
יואליש
[center][img]

באמערק אינעם דיאגרעם די "אקיינען פון די הימלען", הנקרא בלשון בני אדם, שדברה בו תורה: מים עליונים

און די "העווען אף העווענס" איז די שמי שמים?

קאווע טרינקער » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 11:09 am

· #60242
אינעם ערשטן דרעפט פון דעם פאוסט האב איך אליינס געשריבן ווי פאלגנד: "יעדער ווייסט אז אמאל פלעגט זיין די אנגענומענע מיינונג אז די וועלט איז פלאך. דער ערשטער אויפצווייזן אז די וועלט איז רונדיג איז געווען קריסטאפער קאלאמבוס." ... אנצווייזן ווי שטארק די מיטאס איז פארשפרייט אז אפילו אזעלכע ידענים מופלגים ווי ער זענען זיך טועה


כ'מיין דו מיינסט צו זאגן "אפילו אזעלכע ידענים ווי "איך".

דאס הייסט די שטודיע פון די וועלט און איר נאטור, געגאנגען געקניפט און געבינדן היינט ביי היינט.


צריך לומר: האנט ביי האנט

KEEP IT UP

ונבנתה העיר » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 11:50 am

· #60652
ר' יידל, מיר קוקען ארויס אויפן המשך.

יאיר » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 1:56 am

· #61980
איך האב געקלערט צו שרייבן דא וועגן די פלאכע ערד געמיינדע, אבער צום סוף האב איך באשלאסן אז זיי פארדינען זיך אן אייגענע אשכול.

a1b2 » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:53 am

· #62033
ונבנתה העיר
ר' יידל, מיר קוקען ארויס אויפן המשך.

יידל » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 3:01 pm

· #62129
איך וועל ממשיך זין אי"ה ווען מיין צייט וועט מיר ערלויבן.

ונבנתה העיר » מיטוואך יאנואר 16, 2013 11:18 pm

· #80450
היינט איז מיר איינגעפאלן נאך א ראי' אז די וועלט איז רונדיג פון א תופעה וואס מען זעהט צוויי מאל א טאג, און ממילא איז מיר א פלא ווי אזוי מען האט דאס פארשטאנען מיט די פלאכע-ערד מהלך.

יעדע פלאץ אויפן כדור [?] הארץ האט אן אנדערע זמן זריחה און שקיעה פונעם צווייטען, אויב וואלט די ערד געווען פלאך וואלט די זוהן געדארפט אויפשיינען און אונטערגיין אין די זעלבע צייט פאר די גאנצע וועלט.

-----

יידל, נישט צו באלמוטשען, אבער איך מיין אז שפירא וועט דיר מוחל זיין אויב דו וועסט דא ממשיך זיין ווען דו האסט אן איבריגע שעה אין טאג...

kliger » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 1:29 am

· #80467
עס ווערט טאקע קיינמאל נישט דערמאנט די ענין פון צוויי צייטן

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 1:32 am

· #80469
מען קען אבער נישט מכחיש זיין את החוש.

kliger » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 1:46 am

· #80474
זיי האבן דאס נישט געוויסט.
ווילאנג ער האט זיך געשלעפט איז שוין לאאאאאנג פארלוירן געווארן חשבון

געפילטע פיש » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 1:56 am

· #80478
ונבנתה העיר
היינט איז מיר איינגעפאלן נאך א ראי' אז די וועלט איז רונדיג פון א תופעה וואס מען זעהט צוויי מאל א טאג, און ממילא איז מיר א פלא ווי אזוי מען האט דאס פארשטאנען מיט די פלאכע-ערד מהלך.

יעדע פלאץ אויפן כדור [?] הארץ האט אן אנדערע זמן זריחה און שקיעה פונעם צווייטען, אויב וואלט די ערד געווען פלאך וואלט די זוהן געדארפט אויפשיינען און אונטערגיין אין די זעלבע צייט פאר די גאנצע וועלט.

זיי זאגן אז די זריחה און שקיעה איז אן "אפטיקעל אילוזשען" און א קליינע זון און א לבנה וואס איז 32 מייל ברייט און ציווישן 600 און 3000 מיין העכער די וועלט, תלוי אין א מחלוקת הפוסקים ביי זיי. און ממילא וועגן סאיז אזוי נאנט צום וועלט, זעט עס אויס ווי ס'גייט אונטער דעם האריזאנט.

תחכמוני » דינסטאג אפריל 16, 2013 9:06 am

· #105264
[ציטאט אראפגענומען]

די גריכן האבן געהאלטן אז די וועלט איז רונדיג פון אלע זייטן. די טעאריעס אויף וואס די וועלט שטייט זענען געקומען פון מיטאלאגיעס נישט פון די פיליזאפן. אריסטו האט נישט געהאלטן אז די וועלט שטייט אויף עפעס נאר אז אלעס פאלט צום צענטער פון די יוניבערס. מיט דעם ווערט פארענטפערט דיין קושיא פארוואס מען פאלט נישט אראפ פון די וועלט, ווייל אלעס פאלט צום צענטער נישט קיין חילוק פון וועלכע זייט דו פאלסט.
די סיבה פארוואס די וועלט זעהט אויס גראד למראית עין איז פשוט ווייל די וועלט איז זייער גרויס און עס דערקענט זיך נישט אז עס בייגט זיך.
דו פרעגסט פארוואס די רמב"ם דערמאנט דאס נישט. אוודאי דערמאנט ער דאס. אלע ספרד'ישע ראשונים האבן געהאלטן פון אריסטו'ס טעאריעס. איך וועל דיר ברענגן איין ציטאט: "כי כל דבר הידוע על סמך הוכחה מופתית - אין לגביו מחלוקת, התמודדות או סרבנות, אלא מצד בור אשר מגלה אותה עיקשות הקרויה "התעקשות לנוכח המוכח", כגון שאתה מוצא אנשים אשר סירבו בעקשנות לקבל שהארץ כדורית ושהגלגל סובב וכיוצא בזה. (מורה נבוכים, חלק א' פרק לא)"
עס איז מיר אינטערעסאנט אז יידל שרייבט נישט אז עראטאסטענעס (276 - 195 לפנה"ס)האט שוין געמאסן די היקף פון די וועלט און ער האט צוגעטראפן זייער פונקטליך.

הקטן » דינסטאג אפריל 14, 2015 7:40 pm

· #266041
[ציטאט אראפגענומען]


ובספרא דרב המנונא סבא פריש יתיר, דהא כל ישובא מתגלגלא בעיגולא ככדור, אלין לתתא ואלין לעילא, וכל אינון בריין משניין בחזווייהו, משינויא דאוירא, כפום כל אתר ואתר, וקיימין בקיומייהו כשאר בני נשא.

ועל דא אית אתר בישובא, כד נהיר לאלין חשיך לאלין, לאלין יממא ולאלין ליליא, ואית אתר דכוליה יממא, ולא אשתכח ביה ליליא בר בשעתא חדא זעירא. והאי דאמר בספרי קדמאי ובספרא דאדם הראשון הכי הוא, דהכי כתיב (תהלים קלט יד) אודך על כי נוראות נפליתי נפלאים מעשיך, וכתיב (שם קד כד) מה רבו מעשיך ה', ועל דא כלא שפיר, ורזא דא אתמסר למאריהון דחכמתא.

זוהר פרשת ויקרא דף י עמוד א

יאיר » דינסטאג אפריל 14, 2015 9:56 pm

· #266076
הקטן, דער יעב"ץ נוצט דעם ציטאט אלס ראיה אז דער זוהר איז געשריבן געווארן אין דער מיטלאלטער.

הקטן » מיטוואך אפריל 15, 2015 12:18 am

· #266135
אדער קען מען זאגן - ורזא דא אתמסר למאריהון דחכמתא

ציבעלע-קיגל » דינסטאג יוני 23, 2015 1:30 pm

· #284590
וועם גייט עס אן? איז עס פלאך, איז עס רונדיג, האט עס הערנער מיט צוויי וויידלעך

טאמבל סאס » זונטאג יוני 5, 2016 7:31 pm

· #336644
היינט שפאצירענדיג מיט מיין קליין אינגעלע האב איך אים מסביר געווען אויף זיין שפראך וויפיהל כ'האב געקענט, דער גאנצער ערשטער טייל פון דעם אשכול וואס איז געדרוקט געווארן אין דער וועקער. ער האט געשלונגען מיט דורשט. אזוי בדרך אגב איז אינטרעסאנט צוצולייגן אז אזוי גייענדיג, איז אדורכגעגאנגען עפעס א אינגע פרוי שטופענדיג א קערידזש. אויפכאפענדיג צוויי ווערטער פון אונזער שמועס 'אינציקלאפידיע בריטאניקע' (מיר האבן געשמועסט פון נאך נושאים) האט זי גענומען מאכן קולות אויף מיר פארנט פון מיין זוהן, "זיי שטיהל! רעד נישט צו דיין זוהן!" און צו מיין קינד שרייט זי, "הער נישט אויס וואס דיין טאטע זאגט, מען טאר נישט צוהערן" פארשטייט זיך, איך האב געברענט פאר כעס, אבער כ'האב ב"ה איינגעהאלטן זיך פון פארלירן גלייכוויכט. כ'האב איר מיט קענטליכע אויפרעגונג צוריקגעשמיסן, "שווייגט שטיהל אידענע, מישט אייך אין אייער קינד'ס געשעפטן. ווי שעמט איר זיך נישט קומען מיך טיילן דעות וואס איך זאל יא אדער נישט רעדן צו מיין קינד. ווי האט איר די חוצפה צו קומען איינטיילן מיין זוהן וועם ער זאל יא אדער נישט צוהערן. שפעטער זאגט מיך מיין זוהן אז יענע האט א קינד וואס קעקעצט געפערליך, איך האב געזאגט מיין קינד זאל חלילה נישט טראכטן אז דאס מאכט גאט צוליב וואס זי טיילט איין אנדערע וואס יא אדער נישט צורעדן. גאט שטראפט נישט קינדער וועגן די זינד פון זייערע עלטערן, קוים וואס ער שטראפט עלטערן צוליב זייערע אייגענע זינד. כ'האב אים נאר שיינערהייט ערקלערט, אז פון די ערגסטע עוולות איז נישט צולאזן מענטשן רעדן זייערע מיינונג. שטעל דיך פאר זאג איך אים, דו ווילסט מיר פארציילן עפעס וואס האט פאסירט מיט דיר אין חדר און עמיצער פארשרייעט דיך, און ווארענט מיך נישט צוצוהערן צו דיר? ווי אזוי וואלסטו געפיהלט? נאכמער זאג איך אים. אויב לאזט מען נישט מענטשן רעדן זייער מיינונג, געשעהט נאכדעם אז מענטשן הרגנען זיך איינער די אנדערע צוליב שטותים, ווייל יענער זאגט נישט די זעלבע זאך ווי מיר אדער דאוונט נישט צו די זעלבע גאט אין וואס איך גלייב. אויך ווערט מען קיינמאל נישט געוואויר דעם אמת, למשל אז די וועלט איז עכט רינדעכיג ווייל אויב מיינען אלע מענטשן אז די וועלט איז פלאך און ס'קומט איינער און זאגט אז ס'איז נישט, פארשרייעט מען אים און מען לאזט נישט קיינער זאל אים אויסהערן. כ'האב אים געזאגט, אז ווען ער באגעגנט יענע מאמע נאכאמאל און איך בין נישט דארט, איז די בעסטע ער זאל איר איגנארירן ווייל עס איז געווענטליך מענטשן וואס זענען נעראנים וואס האבן נישט ליב אז אנדערע ווייסען מער ווי זיי און זוכן צו קאנטראלירן וואס יעדער ווייסט און הערט.

נחזור לענינינו, איז מיר פונקט איינגעפאלן, בשייכות צום אשכול פון מר ענגלאנד, אוואו שבת אחים און שמערל מיט די אנדערע טענה'ן זיך איבער וואס ס'איז גובר, און אויב ס'איז בכלל א פארגלייך, פיליזאפיע אדער סייענס, טראכט איך אז אינטרעסאנט דאס פיטאגרוס האט פארשטאנען אז די וועלט מוז רונדעכיג זיין פון א פיליזאפיע און ס'איז טאקע שפעטער אזוי מוכיח געווארן פון אבזערוואציע. אבער בשעת ער האט געטענה'ט מחמת פיליזאפיע האבן די וואס האבן אים אפגעפרעגט אויך אפגעפרעגט מחמת אבזערוואציע. ד.ה. אז ס'איז דא א מציאות אז פיליזאפיע קען פאראויס זאגן עפעס וואס אבזערוואציע דערווייל קען דייקא קאנטרעדיקטען. גוט, איך שטעל מיך פאר אז די פלאכע ערדניקעס האבן אויך געהאט פיליזאפיעס אונטערצושטיצן זייער טענה און פיטאגרוס איז פונקט לאקי געווען אז זיין פיליזאפיע האט זיך ארויסגעשטעלט פאר די ריכטיגע און בכלל נישט פאר די ריזען וואס ער האט געגיבן. אויך, די אבזערוואציע פון די פלאכע ערד געמיינדע (נישט דער היינטיגע "געמיינדע") איז נישט געווען אן אבזערוואציע וואס האט קלאר סותר געווען פיטאגרוס' סברא, ס'האט נאר נישט סומך געווען און אינטואיטיוולי האט עס אויך נישט קיין סענס געמאכט אז די ערד איז ככדור אין די לופטן.

זבולון » זונטאג יוני 5, 2016 8:11 pm

· #336654
די ערשטע חלק פון דיין תגובה קומט אריין אין די אלטע אשכול "קאנפיוזן די קינדער - עד היכן?"

עס קומט ממש צו לאכן און צו וויינען ביינאזעם, ווי נאריש און שלעכט מענטשן ווערן ווען עס קומט צו אזעלכע נושאים, איז עס טאקע ווייל זיי פיהלן זיך באדראעט דערפון? אדער עפעס מער אן אינערליכע געדראנג וואס איך האב נאכנישט תופס געווען.

(... אקעי, איך פיהל אז די נושא איז שוין אן ענין פון אבסעשן ביי מיר, איך מוז זיך נעמען צו אנדערע נושאים אויך...)

טאמבל סאס » זונטאג יוני 5, 2016 8:55 pm

· #336669
Re: די וועלט איז רונדיג, אדער פלאך?
ס'איז לכאורה די אמת וואס דרוקט איר. יעדער מיינט די אמת ליגט ביי אים. בפשטות איז עס אויך א גרופ סוירווייוועל מעקאניזם צו עפעס אזוי. ס'איז מער אינסטינקטיוו ווי איבערגעטראכט. אזוי ווי מיין צוריקענטפערן איז געווען.
אבסעסיע איז נישט פאזאטיוו אדער נעגאטיוו. מען ברויך אבסעסן איבער דברים הצריכין חיזוק. משוגענע מאמעס דארף מען לאזן טרינקען מארטיני קאקטעילס און נאאיווע אידעלאגישע טאטעס דארף מען לאזן שרייבן אויף קאווע שטיבל ווערן פאעטס און פרובירן פארריכטן די וועלט. דערווייל זאל מען לאזן אלע קליינע קינדער איינשלאפן.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

זבולון » זונטאג יוני 5, 2016 10:55 pm

· #336694
איך מיין איך וועל שוין בעסער גיין שלאפן מיט די קליינע קינדער, און חלומ'ען פון אן עולם מתוקן.

ערנסט גערעדט, איך בין נישט איינגערעדט אז איך קען פארריכטן די וועלט, און זיכער נישט מיט אפאר נארישע פאסט אין עפעס א סייט וואס קוים עטליכע הונדערט מענטשן (לכל היותר), לייענען עס. און רוב פון זיי זענען שוין ממילא מלכתחילה מסכים מיט מיר.

אבער, אז עס טוהט וויי שרייט מען. אז מ'זעהט רשעות, מ'זעהט פארשטאפטע הערצער, איינגעהילט מיט קנאות דקדושה, באדערט עס. און צוליב דעם שרייב איך.

מי אני » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 3:59 pm

· #438906
עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז טייכא בראהע האט געהאט א מאדעל אין דעם וואס האט פרובירט צאמצושטעלן סיי די קאפערניקן מאדעל, אז די פלאנעטן גייען ארום די זון, און די פטאלעמיק מאדעל, אז אלעס גייט ארום די וועלט. די אינקוויזיציע האט נישט פארבאטן זיינע ביכער (הגם ער איז געווען א לוטערן), ווייל זיי האבן געקענט באשטיין אז די דזשיאוסענטריק מאדעל זאל שטימען מיט די (מאדערנע, אין יענע צייט) אבזערוואציעס.

מי אני » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 7:22 pm

· #441673
Re: די וועלט איז רונדיג, אדער פלאך?
מענין לענין באותו ענין פון דאס אז די זון ״רוקט זיך״ און ארביט, טאקע נישט ארום די וועלט, אבער ארום די צענטער פונ׳ם מילקי וועג גאלאקסיע. די קליפ רעדט ארום בנוגע צו אונז קענען רוקן די זון (וממילא די פלאנעטן און די גאנצע סאלאר סיסטעם מיט איר) רעלאטיוו צום גאלאקסיע.
<a class="postlink" href="https://youtu.be/v3y8AIEX_dU">https://youtu.be/v3y8AIEX_dU</a>

מי אני » דינסטאג פעברואר 1, 2022 8:05 pm

· #493868
דער מאטעמאטיקער דר. קיִט דעוולין איז דא מסביר (ווי אויך אין די לעקציע [1:29:28-1:34:45]) די פּוֺינקארעי קאנדזשעקטשור אין טאפּאלאגיע אז די געדאנק איז פונקט וואו מ׳האט געקענט מברר זיין פון אונזער 2D פּערספּעקטיוו אז די 3D וועלט איז א ספיר, דאס זעלבע זאך קען מען טעארעטיש מברר זיין בתוך אונזער 3D יוּניווערס צו העכערע דיימענשאנס צי עס איז א ספיר אין יענע דיימענשאן. והיינו, דורכ׳ן נעמען א שטריק ארום די גאנצע זאך וואו דו ביסט געפארן, מאכן א לוּפּ/נוּס, עס צאמציען, און זעהן צי עס קומט זיך אינגאנצן צוריק צאם אָן פארהאנקערען. אויב יא איז דאס א ספיר אין יענע דיימענשאן.

מי אני » פרייטאג פעברואר 25, 2022 4:41 pm

· #495727
יאיר
[ציטאט אראפגענומען]

עס איז כדאי נאכצוזאגן אן אלטע מעשה בשם מורינו (דער אמת'ער) קארל סעיגען. א יונגער פראפעסאר האט פארגעלערנט א לעקציע פאר פשוט'ע מענטשן און האט ערקלערט די מאדעל פון די וועלט, ווען אן אלטע פרוי האט זיך אויפגעשטעלט און זיך אנגערופן, "דו רעדסט שטותים, די וועלט איז א פלאכע זאך וואס שטייט אויף א גרויסע טשוכעפאכע!"
"און אויף וואס שטייט די טושכעפאכע", פרעגט איר דער פראפעסאר.
די פרוי טראכט אריין.
"א גוטע שאלה, פראפעסאר, אבער זיי זענען אלע טשוכעפאכעס ביז אראפ!".

ומענין לענין באותו ענין האט דער מאטעמאטיקער אגוסטוס דע מארגען געמאכט א פאעזיע, גערופן סייפאַנעפּטעראַ ע״ש א מין כנה, איבער דעם ווי אזוי פּארטיקלען, אפילו די עלעמענטערי בּעיסיק פּארטיקלען, קענען מעגליך זיין צאמגעשטעלט פון נאך מער קלענערע פּארטיקלען אא״וו. ווי אויך אויף ארויף אז אונזער יוּניווערס קען זיין וואס שטעלט צאם גרעסערע פּארטיקלען אא״וו אויף ארויף:
Great fleas have little fleas upon their backs to bite 'em

And little fleas have lesser fleas, and so ad infinitum

And the great fleas themselves, in turn, have greater fleas to go on

While these again have greater still, and greater still, and so on

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/495726">viewtopic.php?p=495726#p495726</a><!-- l -->

מי אני » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 7:23 am

· #497281
שיטת קאפערניקוס און היִליִאוֺסענטריזם שרייבט הרב יעקב רייפמאן אין זיין פשר דבר: 📎 B5FFE592-4952-495C-8BF2-5466425D5A1C.jpeg

רשכבהג » דינסטאג אפריל 5, 2022 8:46 am

· #497548
.

סקעפטיקער » דינסטאג אפריל 4, 2023 8:17 pm

· #520751
יידל
ווי דערמאנט אין מיין פריערדיגע פאוסט, האט תלמי מסדר געווען א תורה שלימה איבער אסטראנאמיע וואס ווערט גערופן "געאצענטריזם". ניקאלאוס קופערניקוס איז אויפגעקומען מיט א נייע מהלך וועלכע רופט זיך העליאצענטריזם. העליא מיינט "די זון". צענטריזם מיינט ווי אויבן דערמאנט, "צענטער". ווי מען קען פארשטיין פון די נאמען אליינס איז קופערניקוס' חידוש געווען אז נישט די זון און אלע פלאנעטן דרייען זיך ארום די וועלט, נאר די וועלט צוזאמען מיט אלע פלאנעטן דרייען זיך ארום די זון און די זון שטייט גאר אינמיטן פון די וועלט. קופערניקוס האט אבער געוואוסט אז דאס אז אן "אפיקורס'ישער" מהלך. פארוואס אפיקורס'יש? ווייל פון די תורה איז קלאר משמע אין מער ווי איין פלאץ אז די וועלט איז אינמיטן פון די יקום און אז די זון דרייט זיך ארום די וועלט און נישט פארקערט. קופערניקוס האט אזוי מורא געהאט פארן קירכע אז זיין בוך וועלכע ער האט געשריבן איבער דעם נושא האט ער נישט פארעעפנטליכט. הערשט נאך וואס ער איז געשטארבן האט מען פארעפנטליכט דעם בוך, און פארשטייט זיך אז די קירכע האט תיכף פארבאטן צו ליינען דעם בוך. קופערניקוס שיטה איז נישט געווארן אויפגעכאפט ביז יארן שפעטער ווען דער אויסטרעפער פונעם טעלעסקאופ, גאליליאו גאלילי האט ארויסגעגעבן א בוך אין וועלכע ער האט זיך גאר שטארק אנגענומען פאר קופערניקוס. די קירכע (די אינקוויזיציע) האט געברויזט ווי א קעסל און פארארדענט גאליליאו צוריקצוציען פון זיינע אפיקורס'ישע מיינונגען. גאליליאו האט תיכף ומיד צוריקגעצויגן פון זיין מיינונג, אבער עס איז שוין געווען דערנאך, סיי פאר אים און סיי פאר די קירכע. די קירכע האט מורא געהאט אז ער מיינט עס נישט אמת'דיג האבן זיי אים איינגעשפארט אין הויז ארעסט כדי ער זאל נישט קענען פארשפרייטן זיינע "אפיקורסישע" דעות. לעמשה אבער איז עס געווען דערנאך פארן קירכע וויבאלד זיין בוך איז איבערגעדרוקט געווארן דורך א דרוקער אין האללאנד וועלכער איז נישט געווען אונטערגעווארפן אונטער די קירכע, און אזוי ארום איז העליאצענטריזם געווארן שטארק פארשפרייט אין אייראפע, צוויגענדיג די קירכע צו שלום מאכן מיטן מצב אז דער אמת איז נישט אויף זייער זייט און זיי האבן דעריבער באפרייט גאליליאו און אנגענומען די טעאריע אז די וועלט גייט ארום די זון און נישט פארקערט. דאס איז נאר איינס פון נאך פיל דוגמאות ווי דער קירכע האט דאמינירט וואס מ'זאל לערנען און וואס נישט. (עס איז געווען אין צייטשריפט ע"ה א הערליכער ארטיקל איבער קאפערניקוס אין זיין שיטה, אויב איינער קען לייגן א האנט דערויף און עס דא ארויפשטעלן מיט רשות ווערט ער פארבעטן דאס צו טון).
https://historyforatheists.com/2018/07/the-great-myths-6-copernicus-deathbed-publication/

סקעפטיקער » דינסטאג אפריל 4, 2023 8:20 pm

· #520752
יידל
אין די ערשטע טייל האבן מיר גערעדט פון א מיטאס אז קריסטאפער קאלאמבוס איז געווען דער ערשטער צו אויפווייזן אז די וועלט איז רונדיג. ווי געשריבן איז דאס פאלש, און אין אמת'ן אריין איז אריסטו וועלכער האט געלעבט קרוב צו 2,000 יאר בעפאר קאלאמבוס געווען דער ערשטער אויפצואווייזן אז די וועלט איז א גלאבוס. דער מיטאס קומט אבער האנט ביי האנט מיט נאך א מיטאס. די צווייטע, איז נישט ממש פאלש, עס איז אבער דאך נישט אינגאנצן אמת. די צווייטע מיטאס איז אז די קריסטען וועלכע האבן געוועלטיגט איבער א חלק ניכר פון אייראפע במשך רוב פונעם מיטל-אלטער, זענען געווען שולדיג אין דעם אז מ'האט געגלייבט אין אזעלכע שטותים ווי א פלאכע וועלט. דאס איז פאלש, ווייל ווי ערווענט האט כמעט קיין איין אינטעלעקטואל נאך אריסטו נישט געגלייבט אז די וועלט איז פלאך.
https://historyforatheists.com/2016/06/the-great-myths-1-the-medieval-flat-earth/

אגב, רבינו תם האט געהאלטן אז די וועלט איז פלאך כמבואר בשיטה מקובצת