☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » ספרים היפך שיטת ויואל משה

ספרים היפך שיטת ויואל משה

506 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2617
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11

אוהב דעת » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 5:14 pm

· #72853
ספרים היפך שיטת ויואל משה
אין סאטמאר לערנט מען אויס די קינדער (אויך די טאטעס) אז קיינער האט נאך קיינמאל נישט אפגעפרעגט אפי' א חלק פונם ויואל משה. ס'איז נעבעך דא הונדערטער אידען וואס גלייבן טאקע אזוי. וואלט ווען כדאי געווען דא צו מאכן א ליקוט פון אלע ספרים און מאמרים וואס זענען ארויסגעקומען וועגן די נושא

דא איז דא זייער אסאך ספרים וועגען די ענינים
עס איז דא זייער א שטארקע ספר פון מנדל כשר.
אפשר קען איינער ברענגען די מאמארים וואס איז געלאפן אין די מחנה החרדי
עס איז דא א ספר פון הרב טייכטאהל וואס איז געווען א תלמיד פון מנחת אלעזר, אבער נאך די מלחמה האט ער געטוישט זיין מיינונג.

אוהב דעת » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 5:31 pm

· #72862
וואס הייסט, ס'איז דאך דא א ווידיא ווי מ'זעט ווי די רבי שרייבט די ויואל משה, ניין?
אין תוך גערעדט איך האב אדורך געבליקט די ספר, די חברה זענען אייזען, לצנות אויפן גרעסטן פארנעם. איז היינט דא איינער, וואס האלט באמת אז די רבי האט נישט געשריבען די גאנצע ספר?
ס'איז אבער א גוטע יסוד אויף שפעטערע יארען, אויב די סאטמערע וועלן וועלן לייקענען אויב ס'וועט אויסקומען בעסער אזוי.... 

אוהב דעת » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 5:59 pm

· #72872
ווייסט איינער פשוט היסטערי, איז מעגליך אזא זאך אז מענטשען האבן צוגעלייגט שטיקלעך אינעם ויואל משה און די רבי האט עס נישט געזען?
וואס האט מנשה געזאגט אז ר' משה געזאגט אז ר' יהודה החסיד האט געזאגט???

אוהב דעת » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 6:03 pm

· #72874
איז נישט געווען נאך א דרוק א פאר יאר שפעטער מיט פרישע שטיקלעך?

משה געציל » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 6:23 pm

· #72878
מענין לענין, האביך געהערט אמאל אז סאטמאר רב זצ"ל האט געפרעגט ר' פישל פעלדמאן (א אנטוניא חסיד, וואס איז געווען פון די ראשי קהילה אין שטאט סאטמאר. ער איז געווען פון די וואס האבן זיך קעגנגעשטעלט צו די נאמינאציע פון סאטמאר רבי'ן אלטס שטאטס רב, למעשה זענען זיי געווארן זייער נאנט) וואס ער זאגט צו זיין חיבור ויואל משה. האט ר' פישל גענטפערט, לויט ווי איך קען דעם רבי'ן וואלט ער געקענט מאכען א חיבור פון פינעף בענדער אויף פארקערט...

אוהב דעת » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 6:32 pm

· #72881
און די מעשה גייט אז דער רבי האט גענטפערט אז אפי' איך אליין זאל זאגען פארקערט זאל מען מיך נישט פאלגען (ס'איז זייער נוגע ווייל איך עקספעקט אז ס'גייט נאך ארויסקומען כתבים פונעם רבי'ן ווי ער אליין שרייבט אנדערש).

משה געציל » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 6:48 pm

· #72883
אוהב דעת
און די מעשה גייט אז דער רבי האט גענטפערט אז אפי' איך אליין זאל זאגען פארקערט זאל מען מיך נישט פאלגען .

דאס איז די סאטמארע נוסח, די וועלטס נוסח איז אז סאטמאר רב האט זיך צושמייכלט, און די ב"י נוסח איז אז סאטמאר רב האט זיך שטארק געבייזערט.

היימישער ליטוואק » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 6:58 pm

· #72886

היימישער ליטוואק » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 7:12 pm

· #72889
דא האסטו נאך א ספר פון עמיצן וועלכע איז עט ליעסט אין סאטמער רבינס זצ"ל רעינדש. "בעיות הזמן" פון הגאון ר' ראובן גרוזובסקי זצ"ל ראש ישיבת קאמעניץ ואח"כ בית מדרש עליון און תורה ודעת, פון מנהיגי יהדות החרדות בארה"ב נאך דעם לעצטן קרוג. דער ספר איז, אגב, אסאך מער פארשטענדליכער און גלאטער ווי דער ויואל משה. און דוכט זיך אז רוב רובם פון פרומע אידן זענען זיך נוהג על פי דעם ספר ווי על פי דעם ויואל משה.
עיין בו ותמצא נחת.

אוהב דעת » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 7:18 pm

· #72893
טייכטאהל איז יא זיין רעינדזש, האסט שוין אמאל אריינגעקוקט אין מנחם כשר׳ס ספר? סאיז זייער שטארק, אלנספאלס זיי זאגען שטארקע זאכען , יעצט אז סאטמער וויל אז איינער זעל זיי אויסהערן מוזען זיי אדורך לערנען אלע ספרם שכנגדם און אפפרעגן, סתם זינגען אז קיינער האט נאך נישט אפגעפרעגט, איז לצנות געמאכט פון זיך אליינס, און די וועסט און ערגעץ נישט אנקומען. (נישט אז איך האלט אז די סאטמערע ווילען ערגען אנקומען just for the seck of the discussion(

יידל » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 7:24 pm

· #72894
[ציטאט אראפגענומען]

קבל את האמת, האט דע רבי זכותו יגן עלינו געזאגט, ממי שאמרו (נישט די ניק) (וואו איז ער טאקע?) (די ניק.)

איינער » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 7:35 pm

· #72900
אוהב דעת

עס איז דא א ספר פון הרב טייכטאהל וואס איז געווען א תלמיד פון מנחת אלעזר אבער נאך די מלחמה האט ער געטוישט זיין מיינונג


למען הפונקליכקייט. ער האט געטוישט זיין מיינוג ביי די צווייטע וועלט קריג.

היימישער ליטוואק » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 7:37 pm

· #72901
עטליכע אשכולות אין בחדרי, דורך "באטשי" ז"ל.
ויואל משה תמוה מאד
לכבוד די יארצייט. פירכא על ספר ויואל משה
פארוואס די שלש שבועות זענען נישט בבל תוסיף

באטשי איז נישט אין דעם רעינדש, ער איז אבער גוט און זיס.

הציץ ונפגע » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 7:49 pm

· #72906
איך וויל יעצט נישט עוסק זיין אין "באטשי"'ס פירכות, דעריבער איז מעגליך אז מיין פאלגענדער פראגע איז שוין געפרעגט געווארן דורך אים. איך האב א ראיה ברורה פון רמב"ם אין יד וואו מ'זעט קלאר אז שלש שבועות זענען נישט גע'פסק'נט להלכה. פאלגנד איז דער רמב"ם,

ואם יעמוד מלך מבית דוד הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה, וילחם מלחמות ה', הרי זה בחזקת שהוא משיח, אם עשה והצליח ונצח כל האומות שסביביו ובנה מקדש במקומו וקבץ נדחי ישראל הרי זה משיח בודאי. ואם לא הצליח עד כה או נהרג בידוע שאינו זה שהבטיחה עליו תורה והרי הוא ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו.
(רמב"ם הלכות מלכים פרק יא הלכה ד)

שטעלט זיך די פראגע, אויב איז ער גע'הרג'ט געווארן און עס שטעלט זיך ארויס אז ער איז נישט משיח, וויאזוי קען דער רמב"ם שרייבן אז ער איז ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו, אמער ער האט דאך עובר געווען אויף די שלש שבועות?

היימישער ליטוואק » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 7:54 pm

· #72909
באטשי פרעגט דאס אין דעם אשכול "לכבוד די יארצייט...".
אדרבה, עפן א פרישע אשכול אויף דעם נושא און מיר וועלן דן זיין פאוינט ביי פאוינט...

הציץ ונפגע » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 7:59 pm

· #72912
וואס איז שלעכט מיט דעם אשכול?

גאלד » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 8:42 pm

· #72922
הציץ ונפגע
איך וויל יעצט נישט עוסק זיין אין "באטשי"'ס פירכות, דעריבער איז מעגליך אז מיין פאלגענדער פראגע איז שוין געפרעגט געווארן דורך אים. איך האב א ראיה ברורה פון רמב"ם אין יד וואו מ'זעט קלאר אז שלש שבועות זענען נישט גע'פסק'נט להלכה. פאלגנד איז דער רמב"ם,

ואם יעמוד מלך מבית דוד הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה, וילחם מלחמות ה', הרי זה בחזקת שהוא משיח, אם עשה והצליח ונצח כל האומות שסביביו ובנה מקדש במקומו וקבץ נדחי ישראל הרי זה משיח בודאי. ואם לא הצליח עד כה או נהרג בידוע שאינו זה שהבטיחה עליו תורה והרי הוא ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו.
(רמב"ם הלכות מלכים פרק יא הלכה ד)

שטעלט זיך די פראגע, אויב איז ער גע'הרג'ט געווארן און עס שטעלט זיך ארויס אז ער איז נישט משיח, וויאזוי קען דער רמב"ם שרייבן אז ער איז ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו, אמער ער האט דאך עובר געווען אויף די שלש שבועות?


דער מגדול עוז וואס איז אריינגעדריקט אינעם רמב"ם אדרעסירט דער קשיא, ער לערנט פשט אינעם רמב"ם אז ווען איינער האט אלע שטריכן פון משיח, דהיינו ער איז "הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה" דאן איז שוין קיין שום נפק"מ צו עווענטועל פאלט ער דורך מיט זיין מיסיע צו אויסלייזן כלל ישראל, א מענטש ווערט נישט נידון למפרע צוליב די תוצאה פון א הצלחה, און דאס וואס דער רמב"ם פירט אויס "הרי הוא ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו" מיינט אז אפי' די מיסיע פאלט דורך און ליידער פאלן דער עם ישראל תחת יד האומות מיטדעם אלעם איז דער אינדיווידועלער מענטש ווערט מוזכר לשבח בדורות הבאים,

שטערן » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 8:56 pm

· #72924
[ציטאט אראפגענומען]




הרב אברהם יעלין זצ"ל בעל מחבר ספר "ארך אפים" אויף כעס וואס האט דע הסמכה פון די חפץ חיים זצ"ל און נאך..
האט אין שנת תרפ"ח לפ"ק ארויסגעגעבן א ספר מיטן נאמען גאולת ישראל בעניני ארץ ישראל וישובה צווישען אנדערע שרייבט אויך בענין השלש שבועות ועוד.
http://www.yeshiva.org.il/wiki/index.php?title=%D7%92%D7%90%D7%95%D7%9C%D7%AA_%D7%99%D7%A9%D7%A8%D7%90%D7%9C#section_1

<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/20460">http://www.hebrewbooks.org/20460</a>

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 9:05 pm

· #72926
גאלד, אפשר קענסטו ברענגען דעם לשון פונ'ם מגדל עוז און דער מקור, ווייל איך טרעף עס נישט אינ'ם רמב"ם.
איך מיין אז דער רמב"ם איז נישט נוגע צו די ענין פון שלש שבועות לגבי ציונות. דער רמב"ם רעדט ווען עס איז דא אן ערנסטע צד אז ער איז משיח, און ער גייט אויף דעם ציל, אלס אנגעגעבענער משיח, ווען לדעתו איז שוין געקומען דעם קץ, צוריקנעמען ארץ ישראל. אויב וועט מען נישט לאזן אפילו משיח אייננעמען ארץ ישראל צוליב די שלש שבועות וועט ער דאך קיינמאל נישט קענען קומען, לויט'ן רמב"ם אז משיח דארף נישט באווייזן קיין שום מופתים. אבער ווען ציונות איז אויפגעקומען איז דאך דאס געווען פאר די פארקערטע ציל, און אויף דעם איז לכאורה יא חל די שלש שבועות נישט צו אייננעמען ארץ ישראל פאר משיח קומט.

לעמאן דזשוס » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 9:13 pm

· #72927
הערליכער אשכול, אבער אביסל מעורבב, לאמיר פרובירן קלאר מאכן

עס זענען פאראן כמה וכמה שאלות און השקפות מה שנוגע זינט תרנ"ו עד ימינו, עס איז נישט איין שאלה און איין מחלוקה.

א' - שלש שבועות, ומסתעף לכמה סעיפים: א', אי למדין הלכה מפי אגדה. ב', אי כבר בטל מחמת שהאומות לא קיימו את שבועתם. ג', אם יש ראי' מהרמב"ם. ד', דברי המהר"ל בזה.

ב' - ישוב ארץ ישראל. א', מצותה. ב', למי שייך המצוה. ג', לאחר השואה. ד', עלי' בחומה. ה', שלימות הארץ. ו', חיוב להעביר הגלולים. ז', מלחמת מצוה. ח', האם לבטוח בצה"ל. ט', במחשבת כוחי ועוצם ידי. י', חיוב להיות בגלות בבלה יבואו ועוד.

ג' - איך לייחס אל 'מדינת ישראל' אחרי שנעשה למציאות. א', להשתתף בכנסת שלה ולפעול למען הדת. ב', להתנגד מבחוץ. ג', להשתתף בבחירות עיריית. ד', להשתתף במחאות נגד גזירות קשורים לדת. ה', חיוב לפרסם לאומות העולם היחס. ו', לבקש מאנשי ממשלת ארה"ב לפעול נגד מדינת ישראל.

ד' - ענין הכספים שהמדינה מחלק, א' ליחידים, ב' מוסדות ציבוריים ותורה, ג' כספים שמדינת חו"ל מחלקים, ד' כח הפועל בהנפעל, ה' כספי גרמניה, ו' כסף ממחללי שבת ופושעי ישראל.

און אזוי ווייטער, די אלע ענינים ווערן מבואר אין די אלע ספרים, אבער נישט אין אלע רעדט מען פון אלע נושאים, והשבוש מצוי.

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 9:19 pm

· #72928
לעמאן דזשוס. דער פראבלעם איז אז אין ויואל משה זענען די אלע ענינים גוט צומישט, דער מחבר שפרינגט פון איין נושא צום צווייטן, ער מישט אויס אגדתא, הלכה, און השקפה מיט איין קאכלעפל. ער בויט אויף גאנצע מגדלים אויף קלייניקייטן, כמו שסמך בזה על אבותי ורבותי יוצאי הונגריה והגלילות.

היימישער ליטוואק » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 9:20 pm

· #72929
לעמאן דזשוס
הערליכער אשכול, אבער אביסל מעורבב, לאמיר פרובירן קלאר מאכן

עס זענען פאראן כמה וכמה שאלות און השקפות מה שנוגע זינט תרנ"ו עד ימינו, עס איז נישט איין שאלה און איין מחלוקה.

א' - שלש שבועות, ומסתעף לכמה סעיפים: א', אי למדין הלכה מפי אגדה. ב', אי כבר בטל מחמת שהאומות לא קיימו את שבועתם. ג', אם יש ראי' מהרמב"ם. ד', דברי המהר"ל בזה.

ב' - ישוב ארץ ישראל. א', מצותה. ב', למי שייך המצוה. ג', לאחר השואה. ד', עלי' בחומה. ה', שלימות הארץ. ו', חיוב להעביר הגלולים. ז', מלחמת מצוה. ח', האם לבטוח בצה"ל. ט', במחשבת כוחי ועוצם ידי. י', חיוב להיות בגלות בבלה יבואו ועוד.

ג' - איך לייחס אל 'מדינת ישראל' אחרי שנעשה למציאות. א', להשתתף בכנסת שלה ולפעול למען הדת. ב', להתנגד מבחוץ. ג', להשתתף בבחירות עיריית. ד', להשתתף במחאות נגד גזירות קשורים לדת. ה', חיוב לפרסם לאומות העולם היחס. ו', לבקש מאנשי ממשלת ארה"ב לפעול נגד מדינת ישראל.

ד' - ענין הכספים שהמדינה מחלק, א' ליחידים, ב' מוסדות ציבוריים ותורה, ג' כספים שמדינת חו"ל מחלקים, ד' כח הפועל בהנפעל, ה' כספי גרמניה, ו' כסף ממחללי שבת ופושעי ישראל.

און אזוי ווייטער, די אלע ענינים ווערן מבואר אין די אלע ספרים, אבער נישט אין אלע רעדט מען פון אלע נושאים, והשבוש מצוי.

דער עיקר איז אבער איין זאך, אויף די אלע אויבדערמאנטע זאכן איז יהרג ואל יעבור!

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 9:29 pm

· #72931
איך האב נישט קיין צייט צו נאכקוקן די אלע ספרים. איך וויל נאר אנמערקן עטליכע הערות. לדעתי, לדעתי, זענען די פירכות אויף די שלש שבועות פונקט אזוי גוט ווי די ראיות וואס מען בויט דערויף. דער בעסטער ענטפער איז אז שיקן א חבר הכנסת צו מאכן געזעצן בין אדם לחבירו אויף א לאנד וואס שטייט שוין ממילא, אדער גיין אין מלחמה מיט שונאים וואס זוכן צו אויס'הרג'ענען גאנץ כלל ישראל, האט נישט קיין שייכות מיט שלש שבועות. וואס איך וויל יא וויסן איז, וואס מען ענטפערט אויף די טענה פון סאטמארער רב ווי אזוי מען מעג שיקן אן ערליכער איד, צו זיין חבר הכנסת און מאכן געזעצן שלא על פי תורה. און לויט ווי הרב אלישיב האט גע'פס'קנט אז עס האט א דין פון א בית מינים, ווי אזוי האט ער אליין אהינגעשיקט חברי הכנסת?

אוהב דעת » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 9:46 pm

· #72933
יאיר ביזט נישט גערעכט ער האט יא גוט מסדר געווען די נושאים, דאס וואס ער האט געמאכט א קוגעל הלכה מיט דרש אויף דעם קען ער זיך נישט העלפען, ער האט נישט געלערנט ביים חזון איש, אין אונגערן האט מען אזוי געלערנט, ער מעג נאך אלס האבען א מיינונג, ניין?
לעמען דזושס, און פון די כותל רעדסטו גארנישט? א חוץ טאמער האלסטו אז דאס אז נישט א חלק פון די שיטה, נאר מער אזא עקסטרע קרעדיט פאר די אידען וואס ווילען זיין גאר אפגעהוטען, סאיזאבער נישט ביהרוג ....
און וואס איז מיט לשון קודש דאכט זיך סאיז דא א חת״ס ווי ער רעדט זייער שטארק אז מזאל רעדן נאר די הייליגע שפראך ( פארשטייט זיך אז פון די היינטיגע דרוק האט מען עס ארויגענומען לאמער דאס גיין טרעפען, הרב קורמאן רייסט שטיקער פון דעם)

אוהב דעת » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:09 pm

· #72937
דער חת"ס איז אין דרשות ח"א עמ' ק"א.

איינע פון די טעמים וואס די רבי ברענגט לאיסור איז ווייל די שפראך איז נתחבר געווארען דורך א פרייער איד אליעזר פרלמן בן יהודה, אבער דער אמת איז אז א אנדערע איד מיטן נאמען ר' יעקב - מ'האט אים גערופען "ר' יענקעלע בעל לשון הקודש", האט שוין אנגעהויבן צו ארבעטן, רעדן און פארשפרייטן די שפראך, ס'איז געווארען אזא צומישעניש ביי די היסטאריקער ווייל ער האט זיך געטוישט זיין משפחה נאמען צו "בן יהודה". ער איז געבוירען אין 1837, 22 יאר פאר אליעזר בן יהודה, ער איז שוין אלס אינגערמאן געווער רב אין שטאט רודעמי, ווען ער איז אלט געווען 23 יאר האט ער אנגעהויבען רעדן נאר לשה"ק, ווייל "אלע אלע אנדערע שפראכן זענען מטמא א מענטש". דעמאלס איז נאך דער בן יהודה אלט געווען איין יאר, און 22 יאר שפעטער ווען ער איז אלט געווען 23 יאר איז ער אויך ארויף קיין א"י און אנגעהויבן רעדן לשה"ק. ר' יעקב איז נפטר געווארען בשנת 1900, קומט אויס אז פאר א משך פון 19 יאר זענען געווען 2 "בן יהודה'ס" אין ירושלים, און ביידע האבן גערעדט און פארשפרייט לשה"ק, איינער ביי די ערליכע און איינער ביי די פרייע....

(מקור: מעריב, ה' טבת תשמ"ט)

היימישער ליטוואק » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:52 am

· #73057
בזאת תדעון כי א-ל חי בקרבכם
בנושא הויכוח הגדול אם הכיבוש של מלחמת השחרור ומלחמת ששת הימים היה ברצון הקב"ה או נגד רצון הקב"ה, ובעניני ארץ הקודש
<a class="postlink" href="http://www.rabbibrand.022.co.il/BRPortal/br/P102.jsp?arc=25015&kw=">http://www.rabbibrand.022.co.il/BRPorta ... =25015&kw=</a>מלחמת-השחרור,,מלחמת-ששת-הימים

positive.yid » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 12:10 pm

· #73096
יש מקום מוסיף צו זיין די פרישע ספר "בינת נבונים" פון ר' ברוכ'ל ממונקאטש.
גם במחנה החרדי פלעגט זיין א סעריע פון מאמרים איבער דעם.

מ'דארף מחלק זיין צווישען די עניני דרוש - וואס איז כעין שטח הפקר, און טאקע דערפאר "אין למידין מן האגדות" - וואס דאס איז א שיין חלק פון ויואל משה. (והראיה, אין סאטמאר איז מען מכנה דעם ספר "ספה"ק", און דאס איז נישט צוליב די בירורים מצד ההלכה, ווייל אויב יא, וואלט דאך שו"ת דברי יואל אויך געווען "שותה"ק". - קיינער רופט נישט דעם תשובה ספר פונעם מייסד השלשלת ספה"ק השיב משה, אבער יא "ספה"ק ישמח משה". זעהט אויס אז דרוש איז הייליגער ווי הלכה (אפשר איז דאס נשתרבב געווארן פונעם מאמר הטיפוש "א מנהג איז שטערקער ווי אן הלכה"? אדער ווייל דרוש קומט אראפ פון הימל אין די טונקעלקייט פון רעוא דרעווין?) - עכ"פ צוליב דעם וואס די שלש שבועות זענען מיסודו אין חלק האגדה, וויפיל מ'זאל נאר וועלען דאס מחזק זיין פון תורת ההלכה, בלייבט נאך אלץ א טעם אגדה אין דעם.
על כן, די אלע קללות און גידופים ווי "חמור משלש עבירות" אדער "אין לו חלק לעולם הבא" "מינות" "אפיקורסת", זיי שטאמען פון די דרוש אפטיילונג, וואס ס'איז ניטמאל א הכרח אפצופרעגן ווען ס'איז נוגע למעשה.
בלייבט נאר איבער די חלק ההלכה, וואס - וואו אויבן דערמאנט אין די תגובות - זענען געווען - און דא - גענוג און נאך גדולי ישראל, מורי הוראה, וואס האבן מברר געווען להיפך, נישט נאר אויף להלכה, נאר אויך אויף למעשה.

סאטמארע חסידים האבן איין פראבלעם, אחת שהן הרבה.
מען האט זיי מחנך געווען אז דער רבי איז געווען דער "איינציגסטער"; "ערשטער"; "גרעסטער"; "בעסטער"; "שטערקסטער" וכו'. ממילא ווען זיי גייען אריין אין ספרים געשפעט מחוץ לגבולי ברוקלין ווערען זיי צומישט, אביסעל מער ווי אביסעל, ס'ווערט נתגלה ספרי קודש פון א נייע סארט. אזעלכע ספרים וואס מ'טרעפט נישט אין "בית חיה" אדער "היכל ראזענבערג". והוא הדבר בנוגע ספרו ויואל משה. זיי האבן א פראבלעם צו הערן א רעיון, אז בית שמאי און בית הלל האבן זיך אויך חולק געווען, און אין מער חמור'דיגע ענינים. יא, מ'ווערט נישט אויס "איד"; "צדיק"; "עהרליך"; ווען מ'האלט אנדערשט, כל זמן די תורה איז א מקור פאר זיי. און יא ס'איז דא א בחינה פון "אלו ואלו דברי אלקים חיים".
די פראבלעם איז נישט נאר בנוגע עניני מדינת ישראל, נאר אפילו לגבי "אויספאסטען" מוצאי צום-גדליהו איידער די זייגער קלאפט צוויי-און-זיבעציג, איז שווער פאר זיי צו-צוקוקען ווי א צווייטער שלינגט מארנצען זאפט שוין לאנג נאך מעריב.

שרייבער » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 12:20 pm

· #73099
positive.yid

די פראבלעם איז נישט נאר בנוגע עניני מדינת ישראל, נאר אפילו לגבי "אויספאסטען" מוצאי צום-גדליהו איידער די זייגער קלאפט צוויי-און-זיבעציג, איז שווער פאר זיי צו-צוקוקען ווי א צווייטער שלינגט מארנצען זאפט שוין לאנג נאך מעריב.

לאו דוקא סאטמאר
יעדע חסידות האט דעם פראבלעם
א וויזשניצער קען נישט צוקוקן ווי מען פארט מיט די קאר ווען ער כאפט קוים דעם אטעם נאך די ב"ב ליכט צינדן
אדער ווי מען דאוונט מנחה מיט א רואיגקייט ווען ער האט שוין באלד געענדיגט מעריב

א סקווירא'ר קען נישט צוקוקן ווי מען פארט קיין אומאן

ועוד ועוד

איך קען נישט אזוי יעדעם'ס קפידא'ס, אבער יבואו הקענערס ויחשבו

positive.yid » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 12:42 pm

· #73101
ביזט גערעכט. בפרט די משל בנוגע סקווירא, און טאקע צוליב דעם וואס מ'האט דארט געמאכט א תורה שלימה פון עניני ברסלב.
אין סאטמאר האט מען אבער פארברייטעט דעם חינוך אויף דעם רבי'ן בכללית, און אויף "יעדעס" ווערטעל שפלט מפיו. ממילא איז היבש שווער זיך אומצוגיין מיט נייע השקפות וואס זענען פארפרעמדט אין שווער צו פארדייען.

גאלד » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 1:00 pm

· #73104
דער ספה"ק ויואל משה איז אויסדרוקליך נישט קיין דרוש ספר, עס איז א "בירור הלכה" אזוי ווי דער ספר אשל אברהם, פרי מגדים, מחצית השקל, כרתי ופלתי, ועוד, ער איז מברר ומסדר הלכות מפוזרים על בריו,

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 1:00 pm

· #73105
positive.yid
סאטמארע חסידים האבן איין פראבלעם, אחת שהן הרבה.
מען האט זיי מחנך געווען אז דער רבי איז געווען דער "איינציגסטער"; "ערשטער"; "גרעסטער"; "בעסטער"; "שטערקסטער" וכו'. ממילא ווען זיי גייען אריין אין ספרים געשפעט מחוץ לגבולי ברוקלין ווערען זיי צומישט, אביסעל מער ווי אביסעל, ס'ווערט נתגלה ספרי קודש פון א נייע סארט. אזעלכע ספרים וואס מ'טרעפט נישט אין "בית חיה" אדער "היכל ראזענבערג". והוא הדבר בנוגע ספרו ויואל משה. זיי האבן א פראבלעם צו הערן א רעיון, אז בית שמאי און בית הלל האבן זיך אויך חולק געווען, און אין מער חמור'דיגע ענינים.


איך טראכט נאר הויך, אויב אין די "מער חמור'דיגע ענינים" (אויב עס איז דא מער חמור ווי אמונה און אפיקורסות) האבן די ב"ש וב"ה אויך אזוי פארפירט און זיך געגעסן דאס געזונט א גאנץ לעבן?
ביי די ר"ת זמן, און אנדערע נושאים ווי אתרוגי א"י, שמיטה, האט ער נישט פארגאסן אזויפיל טרערן ווי אויף ציונות. עס איז נישט געווען בלויז א "שיטה", א מחלוקת הפוסקים. ער האט קלאר געהאלטן אז דאס איז א יסוד היסודות און איז מעכב ביאת המשיח.
דאס איז נישט קיין פארגלייך צו קיין שום אנדערע "קפידא". דאס איז עפעס מער ווי א "קפידא". פון סתם א קפידא באקומט מען נישט קיין סטראוק ה"י.

positive.yid » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 1:20 pm

· #73112
עס איז נישט געווען בלויז א "שיטה", א מחלוקת הפוסקים. ער האט קלאר געהאלטן אז ....


אזויווי אלע מחלוקת, יעדער איז "קלאר" ביי זיך.

און יא, בנוגע די סטראוק, קיינער זאגט נישט אז דער רבי איז נישט געווען אמת פאר זיך. יא, ס'האט אים געקרענגט.
ס'שמעקט מיר ווי די גייסט באלד מגיב זיין אז דער רבי האט געהאט "דער גרעסטער סטראוק, דער גרעסטער דאקטער וכו'".

אוהב דעת » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 1:22 pm

· #73113
הרב גאלד, אפשר דארפסטו נאכאמאל אריינקוקען אין דעם ספר, א גרויס חלק איז דרוש. די סיבה פארוואס ער אזוי געטון איז, ווייל ער האט געוואלט אז מ'זאל אים אויסהערן, ווען ער זאל ווען שרייבען בלויז הלכה און מארגן קומט א צווייטער און שרייבט פארקערט, וואלט מען אים נישט אנגענומען אזוי שטארק, מיט'ן כח הדרוש זיינער האט ער אנגעווארעמט די הערצער פון זיינע חסידים (צופיל לומדים האט ער נישט געהאט אין זיין ביהמ"ד) און זיי אזוי ארויסגעשיקט אויפ'ן פראנט אנטקעגן די אידישע וועלט (די זעלבע זאך האט ער געטון מיט ר' משה ביי זרעוית מלכתיות, ער הייבט אן מיט'ן רמב"ן פון קדש עצמך במותר לך, און נאכדעם טרייט ער צו בויען א תשובה לאיסור) און אזוי האט ער מצליח געווען (יש גורסים "געוואלט מצליח זיין", וי"א אזוי האט ער זיך חרוב געמאכט...) 

די שאלה איז אויך, מאנכע טענה'ען אז די גאנצע ענין פון שלש שבועת איז נאר א ענין פון דרוש נישט הלכה, אויף דעם האט דער רבי גענטפערט אז די פאקט אז ס'שטייט געשריבען אין די גמרא מיט ברייטע שורות מאכט עס נאך נישט פאר דרוש.... (גיי פארמעסט זיך מיט זיינע ווערטלעך)

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 3:01 pm

· #73139
ר' פאזאטיוו-איד דו האסט גוט ארויס דעם עסק. ד"א דיין דער גרעסטער סטראוק, דער גרעסטער דאקטער וכו' האט מיר געקאסט א אויספלאץ.

positive.yid » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 3:16 pm

· #73145
איך אויך
ר' פאזאטיוו-איד דו האסט גוט ארויס דעם עסק. ד"א דיין דער גרעסטער סטראוק, דער גרעסטער דאקטער וכו' האט מיר געקאסט א אויספלאץ.

ייש"כ.
ס'איז מיר א זכיה, אז צוליב מיר ביסטו עלה לגדולה.
מזל טוב "שר האלף".
מ'זאגט נאך פון מגיבים, אז די צווייטע 1000 גייט שוין גרינגער.

יואליש » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 3:23 pm

· #73146
I always had difficulty grasping the logic of Maimonides' words, if used in the context of him addressing legitimate or illegitimate wars:

אם עשה והצליח ונצח כל האומות שסביביו ובנה מקדש במקומו וקבץ נדחי ישראל הרי זה משיח בודאי. ואם לא הצליח עד כה או נהרג בידוע שאינו זה שהבטיחה עליו תורה


If a Jew has a question as to the Halachic legitimacy of a military campaign, whether one should join the cause or not, how could such an immediate and practical question that needs an imediate and practical answer be hinging on an event in the future, namely the eventual success or failure of the endeavor. It's almost as if Maimonides is labeling the legitimacy of a current action, say to join the IDF, as "TBD" (to be determined.)

Now, to begin with, I don't think Maimonides is addressing the legitimacy of a military campaign against the nations. The war seems to be a kosher act regardless. He's only providing a formula by which to determine whether that war was launched by the Anointed or simply by a Jewish king.

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 3:24 pm

· #73147
דער זכות זאל דיר ביישטיין. כ'האב גארנישט באמערקט אז איך האלט שוין דא ,וויל איך פרעגן חו"ר הפורום וואס איז די מנהג בכגון דא? איז א שני וחמישי קידוש גענוג אדער פעלט אויס א פול-און שבת קידוש?

גאלד » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 3:31 pm

· #73148
קומסט מיר פאר ווי איינער זאל זאגן
איך האלט אין תורת משה מסיני וחז"ל, און יענער האלט פון להבדיל יוזל, אלו ואלו דברי אלוקים חיים,
די גאנצע באוועגונג פון די ציונים איז א סעקולערע רעיון דורך פורקים מעול מלכות שמים, וואס פארקויפן א בלאפערישע גאולה דורך רשעי ישראל,
דאס איז נישט קיין קפידא אדער חומרא, דאס איז די עקרי אמונה,

גאלד » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 3:35 pm

· #73151
יואליש
I always had difficulty grasping the logic of Maimonides' words, if used in the context of him addressing legitimate or illegitimate wars:

אם עשה והצליח ונצח כל האומות שסביביו ובנה מקדש במקומו וקבץ נדחי ישראל הרי זה משיח בודאי. ואם לא הצליח עד כה או נהרג בידוע שאינו זה שהבטיחה עליו תורה


If a Jew has a question as to the Halachic legitimacy of a military campaign, whether one should join the cause or not, how could such an immediate and practical question that needs an imediate and practical answer be hinging on an event in the future, namely the eventual success or failure of the endeavor. It's almost as if Maimonides is labeling the legitimacy of a current action, say to join the IDF, as "TBD" (to be determined.)

Now, to begin with, I don't think Maimonides is addressing the legitimacy of a military campaign against the nations. The war seems to be a kosher act regardless. He's only providing a formula by which to determine whether that war was lunched by the Anointed or simply by a Jewish king.



דער רמב"ם האט נאך א קאנדישן פאר דעם,

"הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה"

דאכט זיך אז טעאדאר הרצל און לוי אשכול זענען דערווייל גאר ווייט פון דעם קאנדישן

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 3:52 pm

· #73153
יואליש, שרייבסט א גוטן ענגליש.
אבער כ'בענק זיך נאך דיין אידיש.
ס'איז מיר נאך אלץ שווער צו ליינען.

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 3:53 pm

· #73154
גאלד
קומסט מיר פאר ווי איינער זאל זאגן
איך האלט אין תורת משה מסיני וחז"ל, און יענער האלט פון להבדיל יוזל, אלו ואלו דברי אלוקים חיים,
די גאנצע באוועגונג פון די ציונים איז א סעקולערע רעיון דורך פורקים מעול מלכות שמים, וואס פארקויפן א בלאפערישע גאולה דורך רשעי ישראל,
דאס איז נישט קיין קפידא אדער חומרא, דאס איז די עקרי אמונה,

ר' גאלד דו כאפסט אליינס נישט ווי פארכאפט דו ביסט אין די סאטמארע שקר פראפאגאנדע מאשין.

אויב פארשטיי איך גוט איז דאס א הויפט נקודה אין וואס ר' פאזיטיוו שרייבט. מען האט געשטעלט סאטמאר אויף איין זייט און גאנץ כלל ישראל אויף די אנדערע ,אבער כמובן איז דאס שקר וכזב איז דען וויזניץ ציונים? קלויזענבארג? בעלז זענן ציונים? קויף אמאל א המחנה החרדי ,ישראל אייכלער האקט וועכענטליך אויף די ציונים מער ווי דער גוי/בלאט/צייטונג צוזאמען וכן רוב אנדערע חסידות און קרייזן (אולי אויף גער וואלט מען געקענט שרייען ציונים). נארוואדען ? די סאטמארע מאפיא האט פראבירט זיך משתלט צו זיין אויף די וועלט האבן זיי געמוזט מאכן כאילו עס איז צוויי צדדים און כמובן זענן זיי די גרעסטע/בעסטע/ערליכסטע/רייכסטע ווען דער אמת איז אז אלע ערליכע אידן בליטיגן מיט די מצב ,די מחלוקת איז נאר איבער וואס זענן די אפעקטיווע תכסיסי מלחמה.

איך וואלט אייך ואלו כמותך שטארק רעקאמאנדירט דורך צוטוהן די נקודה בעיון, איינמאל איר האט עס קלאר ארויס וועט זיך אייך עפענן א נייע וועלט.

positive.yid » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 3:56 pm

· #73156
אין דעם נייעם ספר, עת לחננה פון מוסד ע"ש הרב קוק זצ"ל ווערט מבורר, בדרך קצרה, תמצית פון די שיטות הפוסקים בנוגע מצות ישוב ארץ ישראל בזמן הזה והמסתעף.
אין די ביאוגרופיה אויף בעל מחבר ויואל משה (אין א לאנגע הערה) שרייבט ער צווישען די שורות: "הוא מת ערירי בביתו במאנראו" – אין אידיש (פריי איבערזעצונג): "ער איז געשטארבען עלענד אליין, אין זיין קליינע חאדקע, אין אפסטעיט ניו יארק".
ערירי מיינט טאקע "מת בלא בנים", אבער איך וואלט נישט גענוצעט דעם לשון אויף א רבי פון 1000'ער חסידים וואס האט געהאט מער POWER פון א טאטע מיט 17 קינדער.

יואליש » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 3:58 pm

· #73159
שמעקעדיג
יואליש, שרייבסט א גוטן ענגליש.
אבער כ'בענק זיך נאך דיין אידיש.
ס'איז מיר נאך אלץ שווער צו ליינען.


Sorry. New computer at work doesn't have Hebrew yet.

יואליש » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 4:01 pm

· #73160
positive.yid
אין דעם נייעם ספר, עת לחננה פון מוסד ע"ש הרב קוק זצ"ל ווערט מבורר, בדרך קצרה, תמצית פון די שיטות הפוסקים בנוגע מצות ישוב ארץ ישראל בזמן הזה והמסתעף.
אין די ביאוגרופיה אויף בעל מחבר ויואל משה (אין א לאנגע הערה) שרייבט ער צווישען די שורות: "הוא מת ערירי בביתו במאנראו" – אין אידיש (פריי איבערזעצונג): "ער איז געשטארבען עלענד אליין, אין זיין קליינע חאדקע, אין אפסטעיט ניו יארק".
ערירי מיינט טאקע "מת בלא בנים", אבער איך וואלט נישט גענוצעט דעם לשון אויף א רבי פון 1000'ער חסידים וואס האט געהאט מער POWER פון א טאטע מיט 17 קינדער.



ויאמר אברם ה"א מה תתן לי ואנכי הולך ערירי

Not to mention how Satmer is referring to Kook himself.

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 4:04 pm

· #73162
positive.yid
אין דעם נייעם ספר, עת לחננה פון מוסד ע"ש הרב קוק זצ"ל ווערט מבורר, בדרך קצרה, תמצית פון די שיטות הפוסקים בנוגע מצות ישוב ארץ ישראל בזמן הזה והמסתעף.
אין די ביאוגרופיה אויף בעל מחבר ויואל משה (אין א לאנגע הערה) שרייבט ער צווישען די שורות: "הוא מת ערירי בביתו במאנראו" – אין אידיש (פריי איבערזעצונג): "ער איז געשטארבען עלענד אליין, אין זיין קליינע חאדקע, אין אפסטעיט ניו יארק".
ערירי מיינט טאקע "מת בלא בנים", אבער איך וואלט נישט גענוצעט דעם לשון אויף א רבי פון 1000'ער חסידים וואס האט געהאט מער POWER פון א טאטע מיט 17 קינדער.

ר' פאזיטיוו דאס איז א עקזעמפל פון כל המוסיף גורע ,הוא מת ערירי בביתו במאנראו מיינט ער איז געשטארבן אן קינדער אין זיין הויז אין מאנרא. לא פחות ולא יותר.

positive.yid » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 4:22 pm

· #73168
אויף וויפיל כ'האב מיך שוין צוזאמגעליינט, אזא אויסדרוק ווערט נישט גענוצט.

און יואל'יש, ווען ר' יואליש זאגט דאס אויף זעך, אזוי ווי זיידע אברהם, איז אן אנדערע פרשה.

לעמאן דזשוס » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 4:36 pm

· #73175
positive.yid
אויף וויפיל כ'האב מיך שוין צוזאמגעליינט, אזא אויסדרוק ווערט נישט גענוצט.
און יואל'יש, ווען ר' יואליש זאגט דאס אויף זעך, אזוי ווי זיידע אברהם, איז אן אנדערע פרשה.


זאל עס איינער פרובירן צו שרייבן אויפ'ן "מרן" החזון איש זי"ע,
אדער אויף הרה"ק בעלזא רב מהר"א,
אדער אויף הרה"צ דעם בית ישראל פון גור-ים

היימישער ליטוואק » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 4:59 pm

· #73181
דאס איז א טיפיקל עברית'ישע אויסשפראך אויף קינדערלאזע מענטשן. גארנישט נעגטיוו. נעם נישט אזוי פערסאנאל.

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 5:10 pm

· #73184
גערעכט, מען טרעפט עס אויף גדולים וטובים פון די פריערדיגע דורות.

positive.yid » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 5:16 pm

· #73188
היימישער ליטוואק
דאס איז א טיפיקל עברית'ישע אויסשפראך אויף קינדערלאזע מענטשן. גארנישט נעגטיוו. נעם נישט אזוי פערסאנאל.

איך אויך
גערעכט, מען טרעפט עס אויף גדולים וטובים פון די פריערדיגע דורות.

וויאזוי שטימט דאס?
אגב
א קליינע גוגל חיפוש אויף "מת ערירי", ברענגט ארויף די ווערטער "...מת ערירי ומר נפש..."
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11