☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » ספרים היפך שיטת ויואל משה

ספרים היפך שיטת ויואל משה

506 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2617
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11

יהושע חיים » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 10:10 am

· #304004
ליטוואק פון בודאפעסט
מ'מעג נעמען געלט פון די אמעריקאנער רעגירונג וויבאלד ס'איז אונזערע שטייערען וואס מ'נעמט צוריק. [WINKING FACE]

פרעגט דער.... איי אין א"י קען מען זאגן די זעלבע? און ער בלייבט טאקע מיט א וצע"ג ומצוה ליישב

יהושע חיים » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 10:12 am

· #304005
אדער ואפילו אין צריך ליישב (בפרט כשאין מה ליישב ודו"ק)

גאלד » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:18 am

· #304023
פרייוויליג
איינער ווייסט אויב הרה"ק מסטאמאר האט געזען דעם שטיקל, אויב יא וואס ענטפערט ער אויף דעם:

בספר זרע שמשון: כתוב במגילת אסתר ביום אשר שברו אויבי היהודים לשלוט בהם ונהפוך הוא אשר ישלטו היהודים המה בשונאיהם, הוצרך לומר ונהפוך הוא אשר ישלטו משום דאל"ה לא היה להם לישראל לשלוח יד באומות העולם אבל עתה שהאומות בקשו להרגם לכן הותר אף לישראל דאמרינן בפי"ג דכתובות ג' שבועות הללו למה א' שהשביע הקב"ה את ישראל שלא ימרדו באו"ה וא' שהשביע את אומות העולם שלא ישתעבדו בישראל יותר מדאי, ואיתא בש"ע יו"ד סימן רנ"ו סעיף ו' שנים שנשבעו לעשות דבר א' ועבר א' מהם על השבועה השני פטור ואין צריך התרה, לפיכך איש ואשה וכו' ואף כאן מקרי שישראל והאומות נשבעו זה לזה והשתא שעברו האומות על שבועתם ובקשו להשמיד את ישראל שאין לך שעבוד יותר מדאי גדול מזה, גם הב' פטור ואין צריך התרה כלומר שישראל מותרים להרגם ואינם בכלל השבועה שלא ימרדו באומות העולם. עכ"ל.


איך האב געזען דעם שטיקל, און איינער א בהמה, האט אריינגעלייגט א הערה וועגן די שיטה פון סאטמאר רב אינעם ספר. א חוצפה נוראה!!! איך הער אז מען האט שוין איבערגעדריקט דעם ספר, און ארויסגענומען די שטיקל, גענוי וואס די צענזור פלעגט טאן.


יא סאטמאר רבי זצ"ל אדרעסירט דעם טענה אין ספה"ק ויוא"מ מאמר ש"ש סי' ע"ה

וזה תוכן מענתו, וואס האט לכאורה קיין שום פירכא, אדרבא, לכו נא ונוכחה,

(איך בין מעתיק מה שכתבתי במק"א, עיין פה)

גאלד
לאמיר זעהן,
שלמה המלך זאגט אין שיר השירים,
השבעתי אתכם בנות ירושלם בצבאות או באילות השדה אם תעירו ואם תעוררו את האהבה עד שתחפץ,
כידוע איז ביי שיר השירים עקזיסטירט נישט אזא מין זאך ווי "פשוטו של מקרא", ס'אלעס בדרך מליצה בדרך משל,
דער פשוטו של מקרא איז דער נמשל פונעם משל, דאס מיינט שיר השירים איז אלעס בדרך רמז,
אנדערש ווי דאס איבעריגער תנ"ך איז מיינסטס יא דא א פשוטו של מקרא, דאס מיינט דער טריקענער אפטייטש ווארט פאר ווארט, און אלע אנדערע רמזים זענען דער מדרשו,
אשר ע"כ ווען דער הייליגער רמב"ם שרייבט צו די אנשי תימן איבער די שבועות ברענגט ער דעם פסוק, און ער דריקט זיך אויס "על צד משל",
מיינענדיג צו זאגן אז איר זאלט זיך נישט וואונדערן אז דער פסוק קוקט עפעס אינגאנצן נישט אויס ווי שלמה המלך זאל רעדן איבער גלות וגאולה,
אויף דעם זאגט דער רמב"ם אז שלמה המלך האט געשריבן שיר השירים "על דרך משל" און מיר ברויכן צו אפלערנען דער נמשל דערפון,
ממילא דאס וואס מאנכע אמעראצים הענגן זיך אויף די ווערטער אינעם אגרת "על צד משל"
כאילו דער רמב"ם זאל האלטן אז די עצם שבועות איז בלויז א משל, איז אין להם שחר כלל וכלל,

יעצט אזוי,
לאמיר זעהן וויזוי חז"ל האבן אפגעלערנט דעם פסוק אין שיר השירים,
זאגט אונזער גמ' במס' כתובות קי"א, אז שלמה המלך האט פארגעזעהן, אז אידישע קינדער וועלן באורך הגלות פרובירן צו מיט געוואלד ארויסגיין פון גלות,
וואס דאס איז ביטער ווי א זית פארן אידישע פאלק, דאס העט זיי נאר ברענגען פיין און טויט,
אשר ע"כ האט ער מגלה געווען א שבועה וואס אונזער ליבער באשעפער האט משביע געווען די אידן נישט צו טאן קיין שום פעולה וואס טוט מעורר זיין די גאולה,
דאס איז פשט,
השבעתי אתכם איך טוה אייך באשווערן כלל ישראל, וואס "על דרך משל" ווערן זיי אנגערופן "בנות ירושלים"
בצבאות או באילות השדה, וואס דער עונש איז "אני מתיר את בשרכם כצבאות וכאיילות השדה"
אם תעירו ואם תעוררו את האהבה, איז ער זאלט נישט טאן קיין שום פעולה צו מעורר זיין די גאולה, עד שתחפץ ביז דער חפץ ורצון הקב"ה בב"א
קומען חז"ל און רעכענען אויס 3 (אדער 6 לויט מאנכע) ספיציפשע זאכן וואס דאס האבן זיי ברוב חכמתו איינגעזעהן אז אטער די פעולות איז מעורר די גאולה בלא עתו,
איינס, שלא יעלו ישראל בחומה,
צוויי, שלא ימרדו ישראל באומות,
דריי, השביע הקדוש ברוך הוא את העובדי כוכבים שלא ישתעבדו בהן בישראל יותר מדאי,
יעצט טראץ וואס דער דריטער שבועה איז פאר די גויים, איז עס אויך אלעס א ענין פון "אם תעירו ואם תעוררו"
דהיינו, אז דער פעולה מצד האומות פון משעבד זיין די אידן יותר מדאי איז אויך מעורר די גאולה קודם זמנו אזו ווי אין מצרים,
ממילא לפי הנ"ל איז דער גאנצער סברא אז די שבועות זענען תלוי הא בהא האט קיין שום פיס אויף וואס צו שטיין,
פשט פון די שבועות איז נישט אז אונז האמיר געמאכט א געשעפט מיט די אומות, איך טשעפע דיך נישט און די טשעפע מיך נישט,
לא מינהו ולא מקצתו, די שבועות זענען אך ורק לטובתינו, און צווישן אונז און הקב"ה, נישט מיט די אוה"ע,
די רוצחים וועלן זיך שוין באקומען זייער פאדינטער עונש בבוא היום הגדול,
אבער דאס האט קיין שום שייכות מיט די שבועות וואס מיר האבן פריוואט מיט הקב"ה,

כל הנ"ל האב איך בעק אפ אין אגרת תימן, רש"י שיר השירים, פני יהושע מהרש"א כתובות קי"א, וכל זה מובא בויואל משה



גאלד
עוה"פ:
סיבת הגלות ומטרתה היא לטובתינו, ואין זה בשביל שאנחנו מחויבים מישהו להאומות,
עצם הגלות הוא דבר הכרחי והגלות יגרום הגאולה האמיתית,
כמו שאמר השפת אמת ע"מ שאנו קוראים ליל פסח "סדר" לרמז שאפילו השעובוד הוא בעצם חלק הגאולה ו"הכל" בסדר,
אין השבועות כמו הסכם בינינו ובין האומות, לא מינהו ולא מקצתו
אין לנו שום עסק אם האומות, הם שבועות ביני לבין הקב"ה,
הקב"ה הישבע אתנו וגם השביע האומות, וזה דברים נפרדים לגמרי,
הקב"ה השביע אותנו שלא לעורר הגאולה ע"י עליית בחומה או למרוד באומות בשביל שהקב"ה חפץ בטובתינו,
וגם הישביע האומות שלא לשעבדנו יותר מדאי, זה גם כן לטובתינו,
אנחנו בכל אופן מחוייבים לקיים השבועות שהקב"ה הישביע אותנו,
והאומות שעוברים עליהם יקבלו ענשם בבא היום הגדול,
ולאמר שהשבועות תלויין זה בזה אין לו שום שחר וסברה



גאלד
אוי פליז! עשה עמי אות לטובה, ועצור לייצר קרעפיל פשעטיל רוגוצ'אווי על דברים פשוטים,

עוד הפעם חבר בבקשה,

יש כאן כמה שבועות שהקב"ה השביע ישראל והאומות, נכון?
וכולם מרומזת בפסוק השבעתי אתכם, נכון?
הצד השוה שבכל השבועות הללו, שהם מעוררים הגאולה שלא בעונותו, נכון?
שזה פי' הפסוק "אם תעיר אם תעוררו",
ואין רצון הקב"ה לעורר הגאולה שלא בעונותו,
בשביל שזה אינם טובים לנו,
והקב"ה חפץ אך ורק בטובתינו,
וזה בדיוק מה שאמר ריב"ח,
הקב"ה מזהיר האומות שלא ישעבדו ישראל יותר מדאי, בשביל שזה יגרום דבר לא טוב לעמו ישראל,
ומה זה הדבר הרע שאין אני [הקב"ה כביכול] רוצה להיות?
לגרום הקץ קודם זמנו!
שזה בדיוק לרעתינו!
תסביר לי, לשיטתך השבועות הללו ל"ל?
למה הקב"ה אינו רוצה בזה?
אדרבה יעודד ויחזק אותנו והאומות לעשות הפעולות הללו לעורר הגאולה!
אלא מאי הקב"ה יודע שזה רע לנו מאוד, נכון?
ובשביל זה הוא משביע אותנו שלא לעשותם, למרות שאפשר לפי ראות העין נראה שהוא הצלה וישועה
אבל הקב"ה יודע יותר טוב, מה לטובתינו,

אז מה אתה אומר, שבשביל שהאומות כבר עשו הפעולה הרע הזה וגרמו הגאולה שלא בעונתו,
גם אנו יוסיפו חטא על פשע וגם אנו יעברו על שבועותינו ויגרמו עוד לפעול בדיוק הדבר שהקב"ה מזהיר אתנו שזה רע לנו?


עיין ביוא"מ שכ"ז אינו רק סברות עצמיות, רק מבוסס על הרמב"ם וחז"ל, ע"פ כמה וכמה מקורות,

דער זרע שמשון ברענגט נישט דער רבי, אבער לכאורה קוקט אויס דער זרע שמשון ווי א פליאה עצומה,

ירא שמים » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:22 am

· #304024
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
האב אינזינען ביי אתה חונן …

געוואלדיג » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:29 am

· #304029
@ירא שמים ענטפער צו דער זאך, אטאקיר נישט פרעזענליך הקב"ה האט משביע געווען צוויי אנדערע, און נישט די אידן מיט די גוים האבן זיך משביע געווען איינער דעם צווייטן, און עס קומט אינגאנצן נישט אריין קיין נשבעו זה לזה.

ירא שמים » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:40 am

· #304032
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
איך האב קיינעם נישט אטאקירט פערזענליך , ער זאגט נאר אז די זרע שמשון איז א פליאה עצומה זאל ער אינזינען האבן ביי אתה חונן ער זאל פארשטיין .

בראשית » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 12:23 pm

· #304046
איך האב נישט געטראכט מער מגיב זיין דא אבער וויבאלד איך זעה עס איז יא דא אפאר ערענסטע דענקער וועל איך מיר ערלויבן אריינווארפן נאך א ווארט. און קובץ גינות ורדים כ דף קכ איז דא א שיינעם ביאור על הזרע שמשון עיי"ש. למעשה להלכה בלייבט סייווי איבער די שבועה פון דחיקת הקץ איז ממילה נישטא קיין נפק"מ לנידן דידן.

גאלד » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 12:25 pm

· #304047
מיר איז נישט קיין פראבלעם צו לאזן דעם זרע שמשון ביי א פליאה עצומה,
ביי אתה חונן בין איך מתפלל צו פארשטיין דעם ויואל משה, דערווייל ארבעט עס ווי א פידעל

גאלד » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 12:34 pm

· #304048
בראשית
איך האב נישט געטראכט מער מגיב זיין דא אבער וויבאלד איך זעה עס איז יא דא אפאר ערענסטע דענקער וועל איך מיר ערלויבן אריינווארפן נאך א ווארט. און קובץ גינות ורדים כ דף קכ איז דא א שיינעם ביאור על הזרע שמשון עיי"ש. למעשה להלכה בלייבט סייווי איבער די שבועה פון דחיקת הקץ איז ממילה נישטא קיין נפק"מ לנידן דידן.


ווי קען איך זיך איינהאנדלען דעם קובץ?

ירא שמים » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 12:37 pm

· #304049
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
די קובצים זענען דא אויף אוצר החכמה

דעת תורה » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 1:10 pm

· #304050
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
גאלד אפשר איז דער ויוא"מ א פליאה עצומה און דער זרע שמשון שטימט?

גאלד » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 1:26 pm

· #304054
דעת תורה
גאלד אפשר איז דער ויוא"מ א פליאה עצומה און דער זרע שמשון שטימט?


מכח וואס?

איך ברענג דאך סברות ומקורות צו מיין החלטה (בשם הויאל משה), עיין לעיל

פרייוויליג » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 4:38 pm

· #304087
@גאלד למעשה איז דיין גאנצע תשובה א שיינע תורה/דרוש. א שטייגער ווי ספר ויואל משה. אבער דער זרע שמשון לערנט אפ פשט אין פילן בוכשטעבליכן זין פון ווארט, אן קיין פשטים, תירוצים, אדער איינזעצונגען. איך גלייב נישט אז מען קען זיך טועה זיין אין די ווערטער פונעם גדול. און איך גלייב אז מען וועט אננעמען זיינע ווערטער אלס מער ריכטיגער און ווייניגער פלא'דיג, ווי פון א גדול וואס האט געלעבט מיט צענדליגע דורות שפעטער.

גאלד » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 5:28 pm

· #304097
פרייוויליג
@גאלד למעשה איז דיין גאנצע תשובה א שיינע תורה/דרוש. א שטייגער ווי ספר ויואל משה. אבער דער זרע שמשון לערנט אפ פשט אין פילן בוכשטעבליכן זין פון ווארט, אן קיין פשטים, תירוצים, אדער איינזעצונגען. איך גלייב נישט אז מען קען זיך טועה זיין אין די ווערטער פונעם גדול.


אבי געשאסן,

רעגסט מיך אויף,

דער פשט ע"פ הויואל משה איז פשוט בתכלית הפשטות,

איך וואלט פרובירו צו reason 'ען מיט דיר אויב זאל איך וויסן אז די זוכסט צו פארשטיין,

פרייוויליג
און איך גלייב אז מען וועט אננעמען זיינע ווערטער אלס מער ריכטיגער און ווייניגער פלא'דיג, ווי פון א גדול וואס האט געלעבט מיט צענדליגע דורות שפעטער.


הרשות בידך,

אבער להוי ידוע זרע שמשון איז "אפציעל" א "דרוש" ספר, אזא גאטונג ווי פרשת דרכים, וכדומה,
ווידער ויואל משה איז א הלכה ספר, ווי דער מחבר שרייבט אינעם שער בלאט (איך ווייס די מתנגדים ווילן זאגן אז נישט)

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 5:33 pm

· #304098
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
ווען דיין סברא איז א ריכטיגע, דארפסטו נאך אלס אויפווייזען אז ס'איז א מוכרח'דיגע. דערווייל איז עס ווייט פון דעם און פון דעם. ס'איז מעגליך צוויי מהלכים אין די אגדתא, וואס פון ביידער האסטו קיין ראיה נישט.
דער אויבישטער האט אונז געשיקט אין גלות מיט געוויסע תנאים. דאס הייסט, אז הגם ער איז בעלעבאס און מ'וועט איהם קיינמאל נישט מצליח זיין זיך אקעגענצושטעלען, מ''מ האט ער, פאר זיין סבות, נישט געוואלט אז מ'זאל מורד זיין. דעריבער האט ער אזוי משביע געווען. אבער יעצט זע'מיר אין פלאנטער, ווייל דער גוי קען שוין טוהן וואס ער וויל, און מער דארפען בייגען קאפ. דעריבער האט ער געזאגט 'איין מינוט, נאר טאמער ס'שטימט אלס צוזאמען, ביסטו פארווערט פון זיך ראטעווען און מורד זיין קעגען זיי'. און לעניינינו קען מען נישט פאדערען פון די אידען צו היטען זייער שבועה, בשעת אז ס'איז נאר געמאכט געווארען מיט'ן שמירה פון דער גוי'ס שבועה. אז דער גוי זאל אונז לייגען אין גאז קאמערען און מיר דארפען שווייגען איז נישט קיין חלק פונ'ם פלאן. דאס איז איין מעגליכער מהלך.
א צווייטער מהלך איז גאר פארקערט. באמת האט נישט אויסגעפעלט קיין שבועה צו די אידען. מ'קען יוצא זיין גלות אן א שבועה. נאר דער אויבישטער האט נישט געוואלט מ'זאל אזויפיל ליידען אין גלות, דעריבער האט ער משביע געווען די גוים. אבער מ'קען זיי נאר משביע זיין טאמער די אידען וועלען נישט אויסנוצען די 'גוט'ס' פון די גוים. דעריבער האט ער אונז אויך משביע געווען. טאמער די גוים היטען נישט זייער חלק, דארפען מיר גארנישט היטען אונזערע, ווייל דער תכלית איז אז דער גוי זאל נישט ליידען פון היטען זיין שבועה.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 5:38 pm

· #304100
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
כפול בטעות

פרייוויליג » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 7:39 pm

· #304116
גאלד
פרייוויליג
@גאלד למעשה איז דיין גאנצע תשובה א שיינע תורה/דרוש. א שטייגער ווי ספר ויואל משה. אבער דער זרע שמשון לערנט אפ פשט אין פילן בוכשטעבליכן זין פון ווארט, אן קיין פשטים, תירוצים, אדער איינזעצונגען. איך גלייב נישט אז מען קען זיך טועה זיין אין די ווערטער פונעם גדול.


אבי געשאסן,

רעגסט מיך אויף,

דער פשט ע"פ הויואל משה איז פשוט בתכלית הפשטות,

איך וואלט פרובירו צו reason 'ען מיט דיר אויב זאל איך וויסן אז די זוכסט צו פארשטיין,

פרייוויליג
און איך גלייב אז מען וועט אננעמען זיינע ווערטער אלס מער ריכטיגער און ווייניגער פלא'דיג, ווי פון א גדול וואס האט געלעבט מיט צענדליגע דורות שפעטער.


הרשות בידך,

אבער להוי ידוע זרע שמשון איז "אפציעל" א "דרוש" ספר, אזא גאטונג ווי פרשת דרכים, וכדומה,
ווידער ויואל משה איז א הלכה ספר, ווי דער מחבר שרייבט אינעם שער בלאט (איך ווייס די מתנגדים ווילן זאגן אז נישט)

קינד און קייט ווייסן אז עס איז נישט פארהאנען קיין גרעסערע ספר הדרוש ווי ספר ויואל משה. ודי בזה. אודאי אויף די דרוש בויעט מען הלכות.

בראשית » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 10:41 pm

· #304136
חפץ חיים: התורה תלמדנו לבלי לעמוד נגד האומות "אפילו בשעה שמתגרות בנו" - פ' דברים
שואל ומשיב: היה בידם ללחום בעד נפשם ובפרט אחרי...והיו שוחטים ק"ן ילדים בכל יום כדרשת חז"ל ... ואין ללחום עד שיעירו אותו מן השמים. ויעו"ש על הג' שבועות - דברי שאול פ' שמות ד"ה הבה.
רבי אלחנן וואסערמאן: וכיון שצרה זו של מדינה יהודית, אם תהיה, היא צרה גדולה אשר כמוה לא נהיתה - ילקוט מאמרים ומכתבים דף קל"ג
הגרי"ז מבריסק: היכן כתוב בגמרא או בשו"ע שרעיון הציונות פסול הוא? אמר לו מרן גמרא? שו"ע? תביא סידור ואראה לך היכן זה כתוב. והראה לו בשמו"ע ותחזינה עינינו "בשובך" לציון, והיינו כשהשי"ת יחזור ויתגלה, ולא נחפוץ להיגאל מעצמינו - עו"ש שאף אם היו מעמידים את החפץ חיים בכבודו ובעצמו בראשית המדינה הדבר היה אסור מצד עצמו. - עובדות והנהגות לבית בריסק חלק ד' עמ' קצה-ו.
אברבנאל: שראה אברהם אורך הגלות הזה וצרותיו העצומות...ואין ספק שעל זה עצמו אמר שלמה...שלא ימרדו באומות. - ישועות משיחו חלק א' דף י"א ע"ב.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 10:47 pm

· #304137
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
אויף מער קוקט'ס אין 'על משכנות הרועים'.

דעת תורה » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 10:48 pm

· #304138
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
ס'איז מיר גוט. האמיר באקומען א 'פאר הדור' פון די סאטמארע זייט אויכעט...

איך פארשטיי נישט, וואס הייסט די מצריים האבן געבראכן קאנטראקט עס שטייט דאך פארקערט אין פסוק, ועבדום ו'ענו' אותם. אפשר איז די רעדע וועגן קושי השעבוד מער ווי 'ו'ענו'? עכ"פ מהיכי תיתי אז אין מצריים איז אויך געווען א שבועה אויף די מצריים? אויף די אידן זעהט אזוי אויס אין מדרש.

שמערל » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:02 pm

· #304140
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
פארוואס דיסקאסט מען דא ציונות, ווען דער אשכול איז אויף 'ספרים' בעד ציונות, לאזט ענק נישט פארפירן פון די טראלס און האלט אייך צום נושא, איז יא דא ספרים צו נישט?

בראשית » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:11 pm

· #304142
[ציטאט אראפגענומען]

זייער שיין מסביר געווען מיינע ווערטער פון פריער אז למעשה לענינינו מאכט עס נישט קיין חילוק ווייל נידן דידן רעדט מען פון דחיקת הקץ אויך ווייל שמואל זאגט דאך אין בין ימות הזה לימות המשיח אלא שעובד מלכיות. איז וואס ווילט איר סתם ספינען?.
לאמיתת הדברים די קשיא פונם זרע שמשון איז נישט שווער ווייל דארט איז געווען ברשות המלכות וכן מבואר בצרור החיים ר' אברהם אב"ד עמדין ועוד רעדט מען דארט אחר שבעים שנה דגלות בבל (אבל לפני השבעים של חורבן הבית) ויכול להיות דכלפי שמיא בבבל כבר יצאנו מהשבועה ולכן השבועה היה אז מזה לזה אבל ממילה משמע שכל דבריו שם היה בדרך דרוש כיון ששאלתו היא בדוחק ולא קשה מידי.

בראשית » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:13 pm

· #304144
ליטוואק פון בודאפעסט
אויף מער קוקט'ס אין 'על משכנות הרועים'.

קוק ווי די ווילסט אבער די מאמרים זאגן קלאר אנדערש ווי דיינע בעלי בתישע הסברים בענינים אלו.

בראשית » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:17 pm

· #304145
דעת תורה
ס'איז מיר גוט. האמיר באקומען א 'פאר הדור' פון די סאטמארע זייט אויכעט...

איך פארשטיי נישט, וואס הייסט די מצריים האבן געבראכן קאנטראקט עס שטייט דאך פארקערט אין פסוק, ועבדום ו'ענו' אותם. אפשר איז די רעדע וועגן קושי השעבוד מער ווי 'ו'ענו'? עכ"פ מהיכי תיתי אז אין מצריים איז אויך געווען א שבועה אויף די מצריים? אויף די אידן זעהט אזוי אויס אין מדרש.

די זאכן גייען נאך צוריק פאר מצרים ביי יעקב אבינו פרשת וישלח ווי אלע ראשונים זאגן אז פון דא לערנט מען די ענין פון גלות

בראשית » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:19 pm

· #304146
שמערל
פארוואס דיסקאסט מען דא ציונות, ווען דער אשכול איז אויף 'ספרים' בעד ציונות, לאזט ענק נישט פארפירן פון די טראלס און האלט אייך צום נושא, איז יא דא ספרים צו נישט?

גערעכט באט איינער האט געהאלטן מיט זיין קשיא וועט ער לייגן אלע גדולי ישראל שהזכרתי לעיל אין קרקע

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:20 pm

· #304147
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
הייסט'ס אן עמטליכע תירוץ האסטו נישט

בראשית » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:22 pm

· #304149
עניוועי נייס טאקינג טו יו גייס סי יו נעקסט טיים.

גאלד » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:02 pm

· #304220
חבל על דאבדין!!!!!!!!


כאב אפגעשריבן א לאנגס און א גוטס,


אלעס פארלוירן, ווען ס'האט מיר געהייסן נאכמאל אריינלאגירן,,


😠 😠 😠 😠 😠 😠 😠 😠 😠 😠 😠 😠 😠 😠 😠 😠 😠 😠 😠 😠 😠 😠 😠 😠

בראשית » דינסטאג אקטאבער 20, 2015 11:52 am

· #305236
על הגות דדית קיצונית: משנתו הרדיקלית של האדמו"ר מסאטמר איך קען מיך נישט אויס מיטן סיסטעם צו לינקן אבער אויב אינטערסירט און א מזרחיסטישן אבזערוואציע איבער דעם ענין דאן דארפט איר דאונלאודען ד"ר רפאל קדוש יונעווערסעטי טהעסיס. די PDf לאט מען מיר נישט ארויפלייגען דא ווייל סאיז צו גרויס זאגן זיי. בערך 250 זייטן. הצלחה.

cictim » דינסטאג אקטאבער 20, 2015 2:25 pm

· #305257
<a class="postlink" href="https://www.scribd.com/fullscreen/3197890?access_key=key-1jqvjkxzy3s7kjfwpncp">https://www.scribd.com/fullscreen/31978 ... s7kjfwpncp</a>

בראשית » דינסטאג אקטאבער 20, 2015 3:38 pm

· #305263
קודם זאל זיך איינער מרחם זיין ארויפריקען א נערמאלע לינק צו רפאל קדוש טהעסיס.
נאכדעם א דאנקן פארן לינקען צו יואל כהן'ס מאמר איך האב עס שוין לאנג געזיכט הגם אביסעלע נאן סענס קען מען באלד זעהן אין פרק י"ד איך האף אז ער אליינס האט געגלייבט אין וואס ער האט גגעשריבן.
יעצט אויף זייט ע"ג צונעמט ער פיין דעם תקופה הגדולה, ושפתיים יישק.
די בריווען פונעם קוממיות רב וואס ער ברענגט און אויכעט פוקח עוורים האבן זיינע קינדער שוין לאנג פארלייקענט ער זאל האבן געשריבן אזא זאך. בלייבט נאר איבער צו וואונטשען. ווייל איך בין נישטא פאר ויכוחים. הצלחה.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אקטאבער 20, 2015 6:26 pm

· #305278
געלייקענט אהין געלייקענט אהער. ער מאכט א גוטע פאינ"ט, ער פרעגט אפ די גאנצע מסורה אין איינעם. און טאקע ווען מ'קוקט אריין אין מחנה חיים זעט מען וואס איז דער אמת'ער מעשה דארט, און מ'האט פארקויפט לגיונות לכבוד א פארטיי פאר דורות.
מ'האט קיינמאל נישט גע'אסרט זיצען מיט פרייע צו ראטעווען פון זייער פלענער, מ'האט קיינמאל נישט געהאלטען אז מ'דארף אויפגעבען די מערכה אונטער'ן דעקונג פון 'איסור התחברות לרשעים', מ'האט אלס געוואוסט אז זיצען אין דער זייט און זיך נישט שלאגען מיט זייער פלענער איז א הסכמה צו זיי, און גייען דארט זיך שלאגען מיט זיי איז דער ריכטיגע אי התחברות. אזוי האבען תלמידי חת"ס געהאלטען און געטוהן למעשה. נאר ווען מ'האט געזעהן אז מ'קען זיך נישט שלאגען איז מען געגאנגען צום קיסר מיט אן אנדערע פלאן.
טאמער מ'האט אן אנדערע פלאן וויאזוי זיך צו שלאגען מיט ציונים אן גייען אין כנסת, זאל מען זיך איינמעלדען, אבער דרשות פון שפירא מיט נידערמאן זענען נישט זוכה צו ווערען איינגערעכענט אינ'ם נאמען 'שלאגעריי', וכמו"ש החזו"א באגרותיו.

cictim » דינסטאג אקטאבער 20, 2015 6:46 pm

· #305279
<a class="postlink" href="http://bektzara.blogspot.com/2013/04/blog-post_4693.html">http://bektzara.blogspot.com/2013/04/bl ... _4693.html</a>

דעת תורה » דינסטאג אקטאבער 20, 2015 7:04 pm

· #305282
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
פונקט פארקערט. ס'איז ממש אינטערעסאנט ווי ערוואקסענע מענטשן זאגן עס נאך נאך.

ס'איז דאך מבואר דארט אז די ברעיקינג פוינט איז געווען ווען די רעפארמער האבן זיך נישט געוואלט פארפליכטן צו די אויטאריטעט פון די הלכה און דער שו"ע, דעמאלט'ס האבן די רבנים דערקלערט אז מ'קען און מ'טאר מיט אזאלכע מענטשן מער נישט זיצן צוזאמען.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אקטאבער 20, 2015 7:14 pm

· #305284
זיי האבען אין אנהייב געמיינט אז די 120 פארטרעטער'ס פון די נישט פרומער זענען פרום? זיי האבען געמיינט אז זיי ווילען תורה ומצוות אפילו ווען זיי זענען די רוב? זיי האבען געמיינט אז מ'וועט זיי אלס נאכגעבען?
טאמער דו האלסט דער מהר"ם שיק פאר א טיפש, גו"ד פא"ר י"ו. אבער איך קלער אז ער איז נישט אזוי געווען, און כמבואר במחנה חיים, אז מ'האט געוואלט אז די קהלות און די בתי מדרשים זאלען געפירהט ווערען לויט ווי ס'איז אלס געווען, און מ'זאל נישט קענען איבערדרייען א פרומע בית המדרש און קהלה פאר א פרייע, און מ'האט קיינמאל נישט געמיינט אז יעדער וועט בלייבען פרום און יעדער איד וועט מוזען היטען תורה צו זיין א חלק פון די קהלה. נאר אז די קהלות זאל מען לאזען ווייטער פיהרען פרום. און ווען זיי האבען געזען אז ס'געלונגט זיי גארנישט, האבען זיי פראבירט א צווייטע פלאן פון זיך ארויסציען פון די קאנצעליי וכידוע.
דאס עצם זיצען מיט זיי, וואס מ'פרעדיגט היינט לאיסור, איז זיכער נישט געווען אסור אין זייער אויגען. און אזוי ווי דער מהר"ם שיק זאגט, ווייל גייען ראטעווען הייסט נישט זיצען מיט זיי.

דעת תורה » דינסטאג אקטאבער 20, 2015 7:39 pm

· #305291
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
די לשון - טאלקינג פוינט בלע"ז - וואס די רבנים האבן גענוצט איז געווען אז מ'טאר מיט אזאלכע מענטשן נישט זיצן, 'אין שלום אמר ה' לרשעים'.

און יא, עס איז בכלל נישט געווען דערקלערט אז מען רעדט דא פון פורקי עול התורה והמצוות, די רעדע איז מתחילה געווען בלויז איבער רעפארמען אין די סדרי והנהגת הביהכ"נ וכדו'. עיין באסיפות מיהאלאוויץ איבער וואס די רעדע איז געווען. ווען די רבנים האבן אבער געזען אז זיי האלטן זיך נישט ביים פארפליכטן צו די טרוקענע הלכה (נאר חוזק געמאכט דערפון כידוע די מעשה איבער הל' בית כסא) האבן זיי אויסגעשריגן עד כאן!

ירא שמים » דינסטאג אקטאבער 20, 2015 7:47 pm

· #305293
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
כווייס נישט פון וואס איר רעדט אבער בנוגע לענין ,
אז מהאט געקענט מאכן א טיילונג פארוואס נישט , אבער אהן א טיילונג נאר נישט אהננעמען די קהלישע רעכטן לא שמעתי
חוץ מזה איז די טיילונג איז געווען בהסכמת כל הרבנים ?
בכל אופן אין פוילן רוסלאנד איז נישט געווען קיין טיילונג .

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אקטאבער 20, 2015 9:01 pm

· #305310
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
אויף צו פארשטייען טיילונג, דארף מען וויסען וואס ס'איז געווען פאר'ן טיילונג. וואס מיינט עס א קהלה, וואס מיינט אחריות פאר יעדער איד אין שטאט, וואס מיינט עס זיין אן עבד לעבדי ה' כולל דער גרעסטע עם הארץ און גראבע יונג. זינט מ'האט געמעגט באגרעניצען דאס חבר'שאפט אין קהלה נאר צו די וואס שטימען מיט א געוויסע לעבענשטייגער, זענען די זאכען אין גאנצען פארגעסען געווארען.
אגב, דאס וואס מ'זאגט אז ר' בנימין מנדלזוהן'ס בריוו איז פארפעלשט איז גאנץ נישט מסתבר. פארוואס זאל מען פעלשען פונקט פון איהם? אז מ'וויל פעלשען קען איך בעסערע אדרעס'ן. וויפיל מענטשען פאלגען זיין דעה? ער איז געווען א וואוילע איד, אבער פאר אן אונגארישע איד וואלט בעסער געווען אז מ'פעלשט פונ'ם פרעשבורגער רב וכדו'.

בראשית » דינסטאג אקטאבער 20, 2015 9:22 pm

· #305315
ליטוואק פון בודאפעסט
אויף צו פארשטייען טיילונג, דארף מען וויסען וואס ס'איז געווען פאר'ן טיילונג. וואס מיינט עס א קהלה, וואס מיינט אחריות פאר יעדער איד אין שטאט, וואס מיינט עס זיין אן עבד לעבדי ה' כולל דער גרעסטע עם הארץ און גראבע יונג. זינט מ'האט געמעגט באגרעניצען דאס חבר'שאפט אין קהלה נאר צו די וואס שטימען מיט א געוויסע לעבענשטייגער, זענען די זאכען אין גאנצען פארגעסען געווארען.
אגב, דאס וואס מ'זאגט אז ר' בנימין מנדלזוהן'ס בריוו איז פארפעלשט איז גאנץ נישט מסתבר. פארוואס זאל מען פעלשען פונקט פון איהם? אז מ'וויל פעלשען קען איך בעסערע אדרעס'ן. וויפיל מענטשען פאלגען זיין דעה? ער איז געווען א וואוילע איד, אבער פאר אן אונגארישע איד וואלט בעסער געווען אז מ'פעלשט פונ'ם פרעשבורגער רב וכדו'.

גיי זיי דיך מפלפל מיט זיינע קינדער. און הגם אז מקוקט אריין אינעם בריוו ווי ער שרייבט דארט אז דער ויואל משה איז זיכער געפעלשט געווארן זעהט גלייך אז דאס איז א געשריבענעם פאשקעוויל ותו לא מידי. בנוגע די טיילונג דארפסטו נאך פשוט זעהן קלארע ווערטער אינעם מהרם שי"ק. און מ'דארף נישט מער ווי דערמאנען די ספר בעיות הזמן פון הגאון ר' ראובן וואס כמעט רירט ער נישט אהן די מערהייט טענות אינעם ויואל משה אבער די התחברות טענה אליינס ברענגט אים צו דעם מסקנא פון עבירה לשמה! ...
און אגב ווער איך נתפעל פון ר' יואל כהן אז אין חבד איז מען סאך שטערקער קעגן ציוניזם ווי אין סאטמער אין דעם צווייטן לינק. איז ברויך איך נאר אנוואונטשן אז חזקו ואמצו גיבורי כח.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אקטאבער 20, 2015 9:35 pm

· #305317
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה

פארוואס זאל א מענטש זאגען שקר במילתא דעבידי לגלויי? אלע גדולי ישראל וואס האבען געהייסען גייען אין בחירות און נישט מיקל געווען אינ'ם מלחמה מיט די פרייע, האבען געזאגט די סברא אין זייער נוסח.

בראשית » דינסטאג אקטאבער 20, 2015 10:36 pm

· #305325
איך זעה נישט וואס די זעסט אין דעם קטע. נאר פליז סקרין אריין ווי ער טענה'ט אז אז דא איז א ענין פון עבירה לשמה און בלאז עס זיי מוחל אויף און קעיס קלאוסד.
דא האט איר לשון הקו"ק פונם מחנה חיים: אך דעו אם אנחנו משתתפים עמהם לבחור אנשים וכו' הרי כבר היינו מודים בזה שאנו מקבלים חוקי הקאנגרעס וכל המודה בחוקי הקאנגרעס כופר בשו"ע. ... לא ישתתף כלל בוואהלן האלה.
און ענין פון משתמע בתרי לישנא איז ביי אינזער פאל בכלל נישט שייך ווייל
1. מען שווערט צו די חוקי המדינה נישט צו א"י און אירע חוקי התורה
2. די בג"ץ האט קלאר געפסקנ'ט אויף דעם שבועות המונים אז חוקי מדינה איז העכער חוקי התורה
להוציא פונעם מענה לשון און פוקח עוורים וואס הערט נישט אויף צו טרומפייטערן דערמיט
ובזה אסיים שיחתי און ווי מזאגט ביי א דעבאטע איי וויל גיב יו דע לעסט ווארט. הצלחה.

diff » דינסטאג אקטאבער 20, 2015 11:07 pm

· #305336
ס'איז פאלש צו פעלשן ווער ס'זאגט אז דער ויואל משה איז זיכער געפעלשט געווארן
ווער ס'ליינט דער איד. זעט כסדר זייער פעלשונגען וה"ה כאן

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אקטאבער 21, 2015 8:49 am

· #305376
ס'איז נישט גוט ארויפגעקומען פון מיין סעלפאון, איז נא דיר א לינק צו היברובוקס. קוק פון דארט און ווייטער. פריער ברענגט ער עבירה לשמה, אבער דאס איז נישט די גאנצע סברא.
דער מחנה חיים איז נאר א קליין חלק פונ'ם תשובה זיינער. קוק די גאנצע וועסטו זען אז אך שקר נחלו אבותינו. ער זאגט להדיא גלייך פאר דעם אז וויבאלד מ'האט א ברירה נישט צו זיין א חלק פונ'ם קאנגרעס דעריבער איז דער בחירות אן איסור. ברגע מ'האט נישט קיין ברירה, ווייל בכל אופן איז מען משועבד צו זייער געזעצען. און קיין שום מקור קעגען דעם האט מען נישט געטראפען. נאר אין א פאל ווי מ'האט געהאט א ברירה. אלע גדולי ישראל זענען געבליבען אין קהלות און געטוהן אין די קהלות אין רוסלאנד מיט די פרייע, ווייל קיין ברירה פון אויסטריט איז נישט געווען. מ'האט געקענט שטייען אין די זייט אין קראקא, ווילנא ווארשא לעמבערג ועוד, און לאזען די פרייע טוהן וואס זיי ווילען און זיך צוזאמען נעמען אן קיין שום שייכות מיט זיי, אבער אזוי וואלט מען געבליבען צאלען שטייערען צו זייערע קהלה, זיך געמוזט פאלגען זייער געזעצען א.א.וו. זיי זענען נישט געשטאנען אין די זייט אזוי ווי די סאטמארער טוהן אין א"י, זיי האבען נישט געלזאט די פעלד פריי פאר די יעניגע.

דעת תורה » מיטוואך אקטאבער 21, 2015 9:19 am

· #305382
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
אהער מיטן מחנה חיים, לאמיר עס זען אינעווייניג.

די פאקטן אויפן שטח שטימען נישט. ווען דער מחנה חיים איז ארויף געשפרינגען אויפן טיש און געשריגן אז מען טאר מער נישט זיין דא, האט ער נישט געוויסט אויב עס וועט געלונגען פאר די רבנים צו פועל'ן א טיילונג אין ווין. אדער, זעט אויס ער האט געהאלטן אז לאזן די פעלד פאר די רעפארמער הייסט נישט אז מען האט נישט קיין אויסוואל.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אקטאבער 21, 2015 9:34 am

· #305388
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
איך האב געלייגט א לינק, ליין דארט.
אגב אורחא ,טיש שפרינגען בעידן ריתחא, הגם ביי מאנכע איז עס פון די יסודות פון זייער חינוך, איז א שוואכע הלכה'דיגע מקור

בראשית » מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:07 pm

· #305416
אבי געהאקט די מחנה חיים הייבט אהן מיט דעם אז די שרים צווינגען עס נישט ארויף צו זאגן אז זיך מתבדל זיין וועט נישט האבן קיין קאנסענקווענסעס. נאכדעם זאגט ער אז אפילו יא עס וועט אויפרעגן די שרים עס וועט ברענגן צו שפיכות דמים איז עס די גופים און אונז זארגן פאר די נשמה און מדארף גיין מיט מסירת נפש! ער ענטפערט פארן שאלת תם אז אונז בלייבן ערליך און למאי נפק"מ זיי די נעלויגן און אויף דעם זאגט ער דאס וועט זיין אן הודאה ולכן איז עס א איסור און כפירה ווער עס איז זיך משתתף אין די ואהלן און ער איז א כופר אין שו"ע און די גאנצע תורה. וזה הוא! און דאס איז נאר די שוואכסטע טענה אין די ויואל משה לגבי עניינים אלו.
די בעיות הזמן הייבט אהן צווישען אנדערע וועגן עבירה לשמה און ענדיגט דעם מאמר אז דו אנשי נטורי קרתא זענען מיסודו גערעכט.
קאמענטארן זענען איבעריג.

ירא שמים » מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:14 pm

· #305417
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
אבער די רבי האט דאך מתיר געווען צו וועלן פאר די עיריות ?

בראשית » מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:21 pm

· #305418
דעת תורה
אהער מיטן מחנה חיים, לאמיר עס זען אינעווייניג.

די פאקטן אויפן שטח שטימען נישט. ווען דער מחנה חיים איז ארויף געשפרינגען אויפן טיש און געשריגן אז מען טאר מער נישט זיין דא, האט ער נישט געוויסט אויב עס וועט געלונגען פאר די רבנים צו פועל'ן א טיילונג אין ווין. אדער, זעט אויס ער האט געהאלטן אז לאזן די פעלד פאר די רעפארמער הייסט נישט אז מען האט נישט קיין אויסוואל.

און די תשובה איז קלאר משמע אז ער ווייסט נישט וואס די response פונעם מלכות וועט זיין און גייט פארן ערגסטע ווייל שיתוף איז הודאה אין הודאה איז כפירה. שוין גענוג געוועהן יעצט וועל איך אים לאזן שפינען טעאריעס אונעם טיילונג וויאזוי ער האט געקענט באשטיין עס זאל זיין.

בראשית » מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:24 pm

· #305422
ירא שמים
אבער די רבי האט דאך מתיר געווען צו וועלן פאר די עיריות ?

אמת! אבער דארט איז נישטא קיין הודאה והכל על מקומו יבא בשלום ווער ס'וויל באמת פארשטיין.

בראשית » מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:26 pm

· #305424
בראשית
ירא שמים
אבער די רבי האט דאך מתיר געווען צו וועלן פאר די עיריות ?

אמת! אבער דארט איז נישטא קיין הודאה והכל על מקומו יבא בשלום ווער ס'וויל באמת פארשטיין.

און דאס איז טאקע די חילוק פון פולין קראקא פארלעמענט. והמבין יבין.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11