☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » ספרים היפך שיטת ויואל משה

ספרים היפך שיטת ויואל משה

506 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2617
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11

לעמאן דזשוס » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 5:20 pm

· #73191
און א חיפוש אויף היברו בוקס ברענגט מיר צו אן אינצוקלופידיה פון מרדכי מרגליות ארויסגעגעבן שנת תש״י שרייבט דעם אויסדרוק אויף הרב שלמה אבן גבירול

<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/36620">http://www.hebrewbooks.org/36620</a>

אבער עס איז קלאר נישט די נארמאלע וועג צו באשרייבן א מענטש וואס איז אוועק ׳בלי זש״ק׳

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 5:28 pm

· #73194
דא (ביי 1289 לעסקוס דוכס מפולן) האט איר דעם אויסדרוק בספר צמח דוד הנדפס בשנת תנ"ב.

און דא אין א ספר שנדפס בשנת תרכ"ד ,ואידך זיל לחפש בהיברובוקס ואוצר החכמה.

positive.yid » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 5:41 pm

· #73199
די שמועס דרייעט זיך אוועק פון איר ציהל. באלד וועלן מאנכע א ראיה ברענגן אז אפילו אין כולל ויואל משה שמועסט מען.

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 5:55 pm

· #73207
אי משום הא קענן זיי ברענגן א ראיה אז אפילו אין כולל ויאל משה לערנט מען ספרים שהם היפך דעת רבינו זי"ע.

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:16 pm

· #73214
וואס איז טאקע פשט פונעם קעפל נאמען, "כולל ויואל משה"?

גאלד » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:17 pm

· #73215
איך וואונדער מיך אויך

אוהב דעת » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 11:39 pm

· #73300
א שיינע מעשה,
הרה"ץ מסקולען זצוק"ל רצה שהרב מסאטמאר זיע"א יחתום על קול קורא שלו, והביא את הגר"י קמנצקי שידבר עם הד"י שיסכים לחתום. כשנכנסו שאל הד"י את הרי"ק על מה בא, ענה רי"ק שבא לקבל חתימת הרבי על קול קורא בענין מסוים. ענה הד"י "מדוע אתם רוצים חתימתי? מי שומע אלי וסר אל משמעתי?" ענה הרי"ק "הלא אם קטון אתה בעיניך ראש שבטי ישראל אתה!". ענה הד"י "יש לי ראיה שאין זה נכון. ראה, גיליתי דעתי שאין ללכת לבחירות, ואתם חותמים שיש ללכת!... זה ראיה שאין לי כ"כ כח, והציבר לא שומע לי..." ענה הרי"ק "אני חתמתי שיש ללכת לבחירות? חתמנו שמי שכבר הולך לבחור, יצביע בעד אגודה." אמר הד"י "אזוי.. היינו שמי שאוכל דבר אחר, אתה רוצה שלפחות ישחטהו ואח"כ יאכלנו..." ענה רי"ק "לא, שמי שאוכל דבר-אחר, יאכל חצי שיעור..." והד"י נהנה וחתם על הקול קורא.

יאיר » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 12:35 am

· #73305
איך ווארט אז איינער פון די לומדים אין כולל הפך בה והפך בה ללמוד וללמד היפך שיטת מלך הפכפכן, זאל פארענטפערן מיינע קשיות.
יאיר
איך האב נישט קיין צייט צו נאכקוקן די אלע ספרים. איך וויל נאר אנמערקן עטליכע הערות. לדעתי, לדעתי, זענען די פירכות אויף די שלש שבועות פונקט אזוי גוט ווי די ראיות וואס מען בויט דערויף. דער בעסטער ענטפער איז אז שיקן א חבר הכנסת צו מאכן געזעצן בין אדם לחבירו אויף א לאנד וואס שטייט שוין ממילא, אדער גיין אין מלחמה מיט שונאים וואס זוכן צו אויס'הרג'ענען גאנץ כלל ישראל, האט נישט קיין שייכות מיט שלש שבועות. וואס איך וויל יא וויסן איז, וואס מען ענטפערט אויף די טענה פון סאטמארער רב ווי אזוי מען מעג שיקן אן ערליכער איד, צו זיין חבר הכנסת און מאכן געזעצן שלא על פי תורה. און לויט ווי הרב אלישיב האט גע'פס'קנט אז עס האט א דין פון א בית מינים, ווי אזוי האט ער אליין אהינגעשיקט חברי הכנסת?

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 12:47 am

· #73309
אהן נאכקוקן די אלע ספרים... איז דער פשוט'ער תירוץ אויף דיין קשיא און סאטמאר רבי זי"ע'ס טענה אז א קהל און שטאטסראט מעג, און איז מחוייב, צו מאכן געזעצן לטובת בני המקום. אין לגבי דיני ממונות איז דאס אפילו איבערוועגנד די הלכות פון די תורה, כידוע. אזוי אויך אלע אנדערע געזעצן זענען געציהלט אויף צו בויען א מצב פון קענען וואוינען בשלום מיט די שכנים, און אויב מ'קען נישט איינפירן חוקי התורה, זאל כאטש זיין סתם חוקים נישט איש את רעהו חיים בלעו.

אוהב דעת » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 10:45 am

· #73338
מענין לענין, איך האב אין מיין באזיץ א קאסעטע וואס ס'דארף צו זיין א גרויסע מציאה. ס'איז פון יענע וואך פרשת נשא ביי די 6 טעג מלחמה, ווי אפאר מענטשען האבען זיך מתווכח געווען מיטן רבי'ן (איך מיין הערץ פרענקל און סנדר דייטש און נאך), מ'האט עם גוט אויפגעהעצט, און ער האט געשריגען און געקאכט אז ס'איז געגאנגען פייער, ער האט חוזק געמאכט פון אלע גדולים, ועוד, סאיז בערך 90 מינוט לאנג.

ווייסט איינער פון דעם שמועס צו זאגען? איז דעס באקאנט אין גאס, אדער דאס איז פרישע נייעס?

יואליש » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 12:49 pm

· #73361
איז דאס ווי דער צדיק שרייט ארויס מיט ווייטאג "די גור'ע זאלן צוזעצט ווערן"?

אוהב דעת » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 1:08 pm

· #73366
כ'ווייס נישט, עפעס הער איך ווי א שרייט אויף חיים קניבסקי, יעקב קמנבסקי, משה פיינשטיין, בקיצור ס'איז לעבעדיג. די טעיפ איז דא אויפן גאס???  

יואליש » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 1:25 pm

· #73368
שרייב אפ א טראנסקריפ און פאסט עס אויף יוא טוב. תורה הוא וללמוד אני צריך.

אוהב דעת » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 1:30 pm

· #73369
דא הייבט זיך אן די פראבלעם, איך פארשטיי נישט דעם רבי'נס שפראך, און ס'איז אביסל אומקלאר. איך זוך איינעם וואס איז זיך גרייט מתנדב זיין עס אראפצושרייבן. ס'דארף צו זיין גוטע סחורה.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 2:01 pm

· #73374
אן א טראנסקריפט. לייג עס סתם ארויף.

אוהב דעת » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 2:06 pm

· #73375
גוטע פלאן. געב מיר א פאר טאג, ס'גייט זיין פאן.

שרייבער » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 2:40 pm

· #73379
יואליש
ויאמר אברם אד*י מה תתן לי ואנכי הולך ערירי

Not to mention how Satmer is referring to Kook himself.

די שם הוי"ה נעם ביטע ארויס ביי דיין תגובה

a1b2 » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:13 pm

· #73405
איך האב א גרויסע קונטרס וואס עטליכע סאטמארע יונגעלייט פון ווילי כולל האבען געמאכט און געשיקט צו אלע גרויסע דיינים, און קיינער האט עס נישט געענטפערט.

a1b2 » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:16 pm

· #73407
אז כעל האבן צייט וועל איך עס אריינסקענען.

positive.yid » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 5:13 pm

· #73427
אלע וואס האב א שיח ושיג אין תורת הנסתר (אל"ף שמו"ת) ווייסען צו זאגן אז "מרשעים יצא רשע" איז נישט קיין "יסוד איתן"
ס'איז דא בחינה פון להוציא יקר מזולל, די גואלים דורכאויס כלל ישראל, זענען ארויסגעקומען פון לאו דוקא לכתחילה'דיגע מקורות.
די סיבה דערפון איז כדי צו פארמיידען קטרוג פון די כוחות שלעכטע,
און דאס איז געווען די כוונה עמוקה של אותו צדיק, זיין שרייען און וויינען איז נאר געווען צו מודיע זיין דעם שטן אז ניין, דאס איז נישט קיין גאולה, נישט דאס דארפען מיר.
בדרך זה האט ער מעורר געווען אין הימל, מ'זאל משפיע זיין פון דארט נאך און נאך. און אוודאי איז ער עדיין עומד ומתפלל.
אבער אוודאי האט סאטמאר'ע רב זצ"ל נישט געלייקענט אין די השגחה וואס איז מצמיח ישועה אין קליינע טרעפלעך כמבואר בחז"ל.
איז דען שייך צו זאגן אז ייסוד מדינת ישראל איז נישט קיין טובה געווען פון הימל?
זיכער האט סאטמאר'ע רב געקוואלן נחת פון די תושבי ארץ הקודש וואס האבן נאר געברענגט כבוד פאר מיין פאלק מיט זייערע ערייכונגען אין מעשים טובים און אין תורה.

בנוגע די ספר ויואל משה, האב איך געהערט פון א חקרן, אז לדעתו האט סאטמאר'ע רב נישט מחבר געווען דעם ספר.
איינס פון זיינע הויפט ראיות איז, אז דער רבי איז געווען א גרעסערע תלמיד חכם פון וואס מ'זעהט און דעם ספר.

אוהב דעת » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 12:27 pm

· #73599
היימישער ליטוואק
אן א טראנסקריפט. לייג עס סתם ארויף.

ווייסט איינער פון די שמועס צו זאגען? איך הער אז סאיז דא צובאקומען ? ( פאר איך דריי איבער מיין הויז צו טרעפן די טעפ , וויל איך וויסען...)

היימישער ליטוואק » מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 11:10 pm

· #73703
א קושיא וואס איך האב אמאל גהערט. ווער עס קען פארענטפערן די ווערטער פון הרה"ק מסאטמאר זצ"ל ווערט גבעטן עס צו טוהן דא אינעם כולל.
בייגלייגט זעהט דעם שטיקל ויואל משה.
דער פראבלעם איז, אז דער פסוק רעדט זיך נישט בלויז פון עבודה זרה, נאר אויך פון פארטרייבן די איינוואוינער. מיט דעם הייבט דער פסוק אהן, פסוק נב, און מיט דעם ענדיגט ער אין פסוק נ"ג.
(נא) דַּבֵּר אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְאָמַרְתָּ אֲלֵהֶם כִּי אַתֶּם עֹבְרִים אֶת הַיַּרְדֵּן אֶל אֶרֶץ כְּנָעַן:
(נב) וְהוֹרַשְׁתֶּם אֶת כָּל יֹשְׁבֵי הָאָרֶץ מִפְּנֵיכֶם וְאִבַּדְתֶּם אֵת כָּל מַשְׂכִּיֹּתָם וְאֵת כָּל צַלְמֵי מַסֵּכֹתָם תְּאַבֵּדוּ וְאֵת כָּל בָּמֹתָם תַּשְׁמִידוּ:
(נג) וְהוֹרַשְׁתֶּם אֶת הָאָרֶץ וִישַׁבְתֶּם בָּהּ כִּי לָכֶם נָתַתִּי אֶת הָאָרֶץ לָרֶשֶׁת אֹתָהּ:
און רש"י באציהט זיך אויך אויפן ווארט "והורשתם"
כי אתם עברים את הירדן וגו' והורשתם וגו' - והלא כמה פעמים הוזהרו על כך, אלא כך אמר להם משה כשאתם עוברים בירדן ביבשה, על מנת כן תעברו, ואם לאו מים באין ושוטפין אתכם, וכן מצינו שאמר להם יהושע בעודם בירדן:
איז קודם כל, נישט מוכרח די גאנצע בנין אין רש"י, ווייל עס קען זיין אז מרעדט פון פארטרייבן די אומות נישט פון עבודה זרה.

אבער, יעצט צום עיקר, קוקט אין די גמרא סוטה ל"ד וואס ווערט צוגצייכנט אין דעם שטיקל,
עודם בירדן, אמר להם יהושע: דעו על מה אתם עוברים את הירדן, על מנת שתורישו את יושבי הארץ מפניכם, שנאמר: והורשתם את כל יושבי הארץ מפניכם וגו', אם אתם עושין כן - מוטב, ואם לאו - באין מים ושוטפין אותיכם
זעט מען דאך אפן און קלאר אז מרעדט פון פארטרייבן די אומות, נישט פון עבודה זרה.
וצריך עיון גדול!
📎 vyoel moshe p 109.JPG

לעיקוואד » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 7:51 am

· #73808
יאיר
איך ווארט אז איינער פון די לומדים אין כולל הפך בה והפך בה ללמוד וללמד היפך שיטת מלך הפכפכן, זאל פארענטפערן מיינע קשיות.
יאיר
איך האב נישט קיין צייט צו נאכקוקן די אלע ספרים. איך וויל נאר אנמערקן עטליכע הערות. לדעתי, לדעתי, זענען די פירכות אויף די שלש שבועות פונקט אזוי גוט ווי די ראיות וואס מען בויט דערויף. דער בעסטער ענטפער איז אז שיקן א חבר הכנסת צו מאכן געזעצן בין אדם לחבירו אויף א לאנד וואס שטייט שוין ממילא, אדער גיין אין מלחמה מיט שונאים וואס זוכן צו אויס'הרג'ענען גאנץ כלל ישראל, האט נישט קיין שייכות מיט שלש שבועות. וואס איך וויל יא וויסן איז, וואס מען ענטפערט אויף די טענה פון סאטמארער רב ווי אזוי מען מעג שיקן אן ערליכער איד, צו זיין חבר הכנסת און מאכן געזעצן שלא על פי תורה. און לויט ווי הרב אלישיב האט גע'פס'קנט אז עס האט א דין פון א בית מינים, ווי אזוי האט ער אליין אהינגעשיקט חברי הכנסת?

אין בעיות הזמן פון הרב ראובן גראזאווסקי טענה'ט ער כמדומה אז דאס איז א בחינה פון עבירה לשמה וואס איז מותר להצלת ישראל. בכלל איז דאס דער ערנסטעסטע ספר ע"פ הלכה פארענטפערון די טענות פון ויוא"מ, געשריבען דורך א חשובער ראש ישיבה. [מפי השמועה שיש עוד בירורים ממנו בנושאים אלו ומתעצלים/מפחדים להוציאם לאור] .
אויך דארף מען צייכענען די בריווען פון סטייפלער וואס ער האט געשריבען צו הרב מונק, געדרוקט אין "קריינא דאגרתא", ווי אויך אין הרב מונק'ס ספר "באין חזון", נמצא בה"ב כמדומה, עם תשובות הרב מונק. כמו"כ ר"מ פילאף כתב מענה לאגרות אלו.

איחוד פעלד » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:47 am

· #73837
איך געדענק זעהן א ספר פין רב מענדעלסאהן פין קוממיות וואס ער ווארפט אפ דער שיטות פין רבי זי"ע, איך וועל עס אפירזוכען בקרוב.

יאיר » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 10:21 pm

· #73943
לעיקוואוד
אין בעיות הזמן פון הרב ראובן גראזאווסקי טענה'ט ער כמדומה אז דאס איז א בחינה פון עבירה לשמה וואס איז מותר להצלת ישראל. בכלל איז דאס דער ערנסטעסטע ספר ע"פ הלכה פארענטפערון די טענות פון ויוא"מ, געשריבען דורך א חשובער ראש ישיבה. [מפי השמועה שיש עוד בירורים ממנו בנושאים אלו ומתעצלים/מפחדים להוציאם לאור] .

אויב איז דאס די סיבה דעמאלט דארף מען ערנסט דן זיין אויב עס איז נאך שייך היינטיגע צייטן, ווען מאנכע זאגן אז מען וואלט פיל מער אויפגעטאן אויב מען האט נישט קיין אייגענע דעפוטאטן. וואס איז דער פחד צו ארויסגעבן? און בכלל, איינער האט נאך מורא פון סאטמאר היינט צו טאגס?

יאיר » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 10:23 pm

· #73944
פארגעסט נישט די ספר וואס בעלזער רבי האט אפגעשריבן און ער גרייט זיך ארויסצוגעבן שוין דרייסיג יאר...

ברזלי הגלעדי » זונטאג יאנואר 13, 2013 11:37 am

· #79450
יאיר
איך ווארט אז איינער פון די לומדים אין כולל הפך בה והפך בה ללמוד וללמד היפך שיטת מלך הפכפכן, זאל פארענטפערן מיינע קשיות.
יאיר
איך האב נישט קיין צייט צו נאכקוקן די אלע ספרים. איך וויל נאר אנמערקן עטליכע הערות. לדעתי, לדעתי, זענען די פירכות אויף די שלש שבועות פונקט אזוי גוט ווי די ראיות וואס מען בויט דערויף. דער בעסטער ענטפער איז אז שיקן א חבר הכנסת צו מאכן געזעצן בין אדם לחבירו אויף א לאנד וואס שטייט שוין ממילא, אדער גיין אין מלחמה מיט שונאים וואס זוכן צו אויס'הרג'ענען גאנץ כלל ישראל, האט נישט קיין שייכות מיט שלש שבועות. וואס איך וויל יא וויסן איז, וואס מען ענטפערט אויף די טענה פון סאטמארער רב ווי אזוי מען מעג שיקן אן ערליכער איד, צו זיין חבר הכנסת און מאכן געזעצן שלא על פי תורה. און לויט ווי הרב אלישיב האט גע'פס'קנט אז עס האט א דין פון א בית מינים, ווי אזוי האט ער אליין אהינגעשיקט חברי הכנסת?


דיין קשיא וויאזוי מען מעג אריין גיין אין א בית מינים איז א גיטע אבער די פרומע חכים שטימען דאך קעגן די חוקים וואס זענען כנגד די תורה אין די טענה אז וויבאלד אן 120 חכים קעגן מען נישט אדוירעך פירען קיין חוק בממילא איז כאילו זיי האבן געשטימט דערפאר איז אף פאר דיבעט

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 13, 2013 1:07 pm

· #79495
עוד מספר שם אחד מחברי הפאנל, עובדא ששמע מראש ישיבת בעלזא הגה''צ רבי שמואל רוזנגרטן שליט''א אודות הבריסקער רב זצ''ל שהתארח פעם לפני תקופת בחירות בבית דודו הרב וועלוול רוזנגרטן שהיה ליטאי והתגורר בשוויץ, כשחזר האדמו''ר בעל ה'דברי יואל' מסאטמאר מביקור בישראל נכנס לביקור אצל הבריסקער וסיפר לו כי הוא רוצה להוציא כרוז לאסור את ההשתתפות בבחירות, ומבקש ממעלת כבודו שיצרף את חתימתו, ענה לו הבריסקער: סאטמע'ר רב לפני שאתה שואל אותי אם אני מצטרף תשאל אותי אם אני אוסר, אני אוחז שאין איסור בדבר
מקור: דא

היימישער ליטוואק » מאנטאג יאנואר 14, 2013 2:21 am

· #79738
שיטת הגרי"א הענקין זצ"ל
"נרתעתי לקרות בחומותינו (העלון של הנטורי קרתא) מיום ה' מרחשוון תשי"ט דברי בלע שצריך למסור נפש שלא לעזור למדינת ישראל נגד הקמים עליהם להכחידם, ופוסקים דין זה עפ"י תורה"ק על סמך מה שאסרו חז"ל "למרוד באומות". והוא גלוי פנים בתורה שלא כהלכה להביא בסכנה מיליונים יהודים. חז"ל הזהירו שלא למרוד באומה שכבר כבושים תחת ידם משום סכנה אבל לאחר שפרקו עול המלוכה אף שעברו על האזהרה צריך לעזרם במסירת נפש.

..וכל הרבנים שהיו נגד הציונות ויסוד המלוכה היה זה קודם הקמתה אבל אחר שכבר קמה ונהיתה המשתדל לספות ביד אומות העולם אפילו לא היה בזה סכנה הריהו מוסר גמור ורודף כלל ישראל. וכל שכן כפי המצב שממ'ש סכנת כליה בזה.

ועבירה זו נגררת מעבירה אחרת שדנים את כל הציונים והמזרחים והאגודאים ורבנים לכופרים ואפיקורסים וכבר אמרו חז"ל איזהו אפיקורוס? המבזה ת"ח

..כי הערבים ושותפיהם משתמשים בדבריהם, והימים ימי הרת עולם וסכנה נוראה מבחוץ וגם מבפנים בזה.

..שכתבתי בשם אחד הגדולים (הגאון ר' חיים עוזר גרודזינסקי זצ"ל) שאומה הישראלית גם כן אומה היא ואין למרוד בה.. אמנם דבר זה היא מפורסם שבזמן שהכריזו "באיקאט" על הנאצים פנה הגר"א ווסרמן הי"ד להג"ר חיים עוזר (גיסו) למה אינו מוחה בהם, שהרי הזהירו חז"ל שלא למרוד באומות . והשיב שגם אומה הישראלית אומה היא."

(כתבי הגרי"א הענקין זצ"ל,תשובות איברא סימן קט')

דעתי הענייה » דינסטאג יאנואר 15, 2013 1:27 pm

· #80074
א גאר פריוואטען שמועס וואס איך האב מיטגעהאלטן ביי תלמידו כ''ק אדמו''ר מוויזניץ שליט''א ד' דברים תש''ע בביתו בקרית וויזניץ קייאמישא לעיק, מלה במלה פון א טעיפ:
השואל: די רבי האט אמאל געהערט עפעס אויסדריקן פון סאטמערער רב בנוגע עברית? (הרב השואל כיוון צו די מימרא וואס מען זאגט נאך בשמו, וואס ווערט ווייטער דערמאנט)
רבינו: איך האב כמה פעמים געהערט פון אים לשונות.
השואל: עפעס פרטיםדיגע לשונות?
רבינו: איך געדענק נישט קיין ספעציעלע אויסדריק.
בן השואל: עפעס זאגט מען נאך אז ער האט געזאגט זיך ענדערש ביקן צו א צלם... (רבינו הפסיקו, אחזו בידו, התלהב ואמר:)
רבינו: "איך גלייב עס נישט".
בן השואל: אפשר נאר אלס א ווערטל.
רבינו: שווער צו זאגן, אזוי ווארט איז כמעט כפירה.
(צחק ואמר) אויב וויפיל איך ווייס איז דער רב נישט געווען קיין כופר....
השואל: אין ויואל משה שרייבט ער אויך גאר שארף וועגן עברית.
רבינו: אין ערשטען חלק? (כוונתו למאמר שלש שבועות שנדפס ראשון).
השואל: ניין בעיקר און מאמר לשון קודש.
רבינו: נא, איך בין נישט זיכער ער האט עס געשריבען.
בן השואל: וואס הייסט מען האט.... (הפסיקו)
רבינו: איך האב מיר אסאך געדרייט ביי אים, און איך מיין אז מען האט אריינגעלייגט פרעמדע זאכן. (תיכף עבר לנושא אחר)

און דאס איז איינער וואס זאגט אז עס איז נישטא קיין נושא אין אידישקייט וואס איך האב נישט געשמועסט מיט סאטמערער רב!!

דעתי הענייה » דינסטאג יאנואר 15, 2013 1:30 pm

· #80077
איך מוז צולייגן:
קיינער זאל מיר נישט בעטן ארויסצוגעבן דעם טעיפ, ווייל דאס גאנצע אפטעיפן איז נישט ערלויבט דארט, און בפרט פריוואטע שמועסן, און טאקע פון דעם שמועס איז ארויסגערינען א פרט, און ווען ער איז געוואויר געווארען דערפון האט ער ברבים מוחה געווען אויף די וואס גיבן ארויס פריוואטע שמועסן.

היימישער ליטוואק » מיטוואך יאנואר 16, 2013 4:18 pm

· #80359
הגרי"י קנייבסקי, הסטייפלר
"עיקר טענת הרב הקדוש מסטמר שליט"א מחמת שלשת השבועות אינו מובן לענ"ד. בוודאי בתחילה היה שלא כדין, אבל עכשיו שאין שלטון אחר לכאורה ליכא איסור מצד הג' שבועות" (קריינא דאיגרתא, סימן ר"ה, עמ' רכ"ג).

היסטאריקער » מיטוואך יאנואר 16, 2013 4:52 pm

· #80374
שיין דערלעבט, אזוי רעדט דער תלמיד "חביב" פון רבי'ן ז"ל.

דער רבי האט עס געזאגט ברבים ביי א דינער פון מוסדות יט"ל, מען קען עס הערן אויף א טעיפ,
דאס יא, ער האט געזאגט "לערנען", נישט "רעדן".

און מ'האט אריינגעלייגט פרעמדע זאכן אין ויואל משה? וואט א דזשאוק

boxcover » מיטוואך יאנואר 16, 2013 5:45 pm

· #80389
עס איז שוין גארנישט קיין הלצה ליידער. ווען מ'רעדט פון יענעמ'ס רבי וואלט עס אפשר געווען א דזשאק.

קאווע טרינקער » מיטוואך יאנואר 16, 2013 7:38 pm

· #80417
היסטאריקער

דאס יא, ער האט געזאגט ״לערנען״ נישט ״רעדן״

אז דו האסט א מינוט, גיי אריין אין סאטמאר בית המדרש, קליימער, אנטקעגען די הויז פון צאנזע רב'ס ספר תורה, הענגט דארט א טאוועל: אין די בית המדרש טאר מען נישט רעדן עברית, כידוע די רבי האט געזאגט אז יותר טוב להשתחות לצלם מללמוד תיבה אחת עברית - דאס ווארט ללמוד דעקט צו א ווארט וואס ליגט אינטערדעם. וועלכע ווארט?
לכאורה "לדבר"

יתרו » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 2:54 pm

· #80547
קאווע טרינקער איך דאווען אויך אין קליימער
אפשר טרעפן מיר זיך דעם שבת אינדערפרי איבער א גלעזל שנאפס ?

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 20, 2013 10:11 am

· #80955
איך מעג נישט דאווענען דארט, ווייל איך דאווען אויף עברית.
כ'בין נאר אריין דארט פאר הכנות.

יידל » זונטאג יאנואר 20, 2013 10:19 am

· #80960
קאווע טרינקער
אז דו האסט א מינוט, גיי אריין אין סאטמאר בית המדרש, קליימער, אנטקעגען די הויז פון צאנזע רב'ס ספר תורה, הענגט דארט א טאוועל: אין די בית המדרש טאר מען נישט רעדן עברית, כידוע די רבי האט געזאגט אז יותר טוב להשתחות לצלם מללמוד תיבה אחת עברית - דאס ווארט ללמוד דעקט צו א ווארט וואס ליגט אינטערדעם. וועלכע ווארט?
לכאורה "לדבר"

ריכטיג. "מלדבר" איז געשטאנען.

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 20, 2013 6:03 pm

· #81089
קונטרס "דעת תורה" בענין החוב קדוש להצביע בבחירות. וקאפי של כל הקול קורא'ס שיצאו במשך השנים.
<a class="postlink" href="https://dl.dropbox.com/u/30943411/%D7%93%D7%A2%D7%AA%20%D7%AA%D7%95%D7%A8%D7%94%20%D7%91%D7%A2%D7%A0%D7%99%D7%9F%20%D7%94%D7%91%D7%97%D7%99%D7%A8%D7%95%D7%AA.pdf">https://dl.dropbox.com/u/30943411/%D7%9 ... %D7%AA.pdf</a>

לעיקוואד » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 7:45 pm

· #85445
[ציטאט אראפגענומען]

אין דער ארטיקל איז דא אויך א רשימה פון אלע ספרים ואוס זענען ארויס במשך די יארען אפווענדען דער ויואל משה.

יאיר » פרייטאג פעברואר 8, 2013 2:01 am

· #85529
דער שטיקל געפעלט מיר דאס מערסטע, עס איז אביסל נוגע צו אונזער אנדערער שמועס.
However, true to form, Alo Na’aleh attempts to defend the Satmar Rebbe. Before discussing a particularly egregious misreading of a source in Vayo’el Moshe, Alo Na’aleh (pg. 172-3) claims that the misreadings of the sources exhibited in Vayo’el Moshe don’t stem from actual mistakes by the Satmar Rebbe. Rather, the Satmar Rebbe was convinced that Zionism was a terrible calamity, and was willing to twist sources in order to convince people that it is wrong. In other words, the ends justify the means. Alo Na’aleh finds a source permitting such tactics in the well-known Gemara in Pesachim 112a, where it says that הרוצה ליחנק היתלה באילן גדול, explained by the Rashbam there to mean that one is permitted to falsely quote his Rebbe if he knows the halacha to be true, and he won’t be listened to otherwise. However, Alo Na’aleh limits this heter to polemical works such as Vayo’el Moshe.

גלות יוד » מיטוואך פעברואר 20, 2013 9:15 pm

· #89367
היימישער ליטוואק
"נרתעתי לקרות בחומותינו (העלון של הנטורי קרתא) מיום ה' מרחשוון תשי"ט דברי בלע שצריך למסור נפש שלא לעזור למדינת ישראל נגד הקמים עליהם להכחידם, ופוסקים דין זה עפ"י תורה"ק על סמך מה שאסרו חז"ל "למרוד באומות". והוא גלוי פנים בתורה שלא כהלכה להביא בסכנה מיליונים יהודים. חז"ל הזהירו שלא למרוד באומה שכבר כבושים תחת ידם משום סכנה אבל לאחר שפרקו עול המלוכה אף שעברו על האזהרה צריך לעזרם במסירת נפש.

..וכל הרבנים שהיו נגד הציונות ויסוד המלוכה היה זה קודם הקמתה אבל אחר שכבר קמה ונהיתה המשתדל לספות ביד אומות העולם אפילו לא היה בזה סכנה הריהו מוסר גמור ורודף כלל ישראל. וכל שכן כפי המצב שממ'ש סכנת כליה בזה.

ועבירה זו נגררת מעבירה אחרת שדנים את כל הציונים והמזרחים והאגודאים ורבנים לכופרים ואפיקורסים וכבר אמרו חז"ל איזהו אפיקורוס? המבזה ת"ח

..כי הערבים ושותפיהם משתמשים בדבריהם, והימים ימי הרת עולם וסכנה נוראה מבחוץ וגם מבפנים בזה.

..שכתבתי בשם אחד הגדולים (הגאון ר' חיים עוזר גרודזינסקי זצ"ל) שאומה הישראלית גם כן אומה היא ואין למרוד בה.. אמנם דבר זה היא מפורסם שבזמן שהכריזו "באיקאט" על הנאצים פנה הגר"א ווסרמן הי"ד להג"ר חיים עוזר (גיסו) למה אינו מוחה בהם, שהרי הזהירו חז"ל שלא למרוד באומות . והשיב שגם אומה הישראלית אומה היא."

(כתבי הגרי"א הענקין זצ"ל,תשובות איברא סימן קט')

דאס איז א גאנצע בוך זיך באציענדיג אויף רב הענקין פון דער באקאנטער חיים ליבערמאן

ברסלבער » מאנטאג פעברואר 25, 2013 11:42 pm

· #90277
אין ויואל משה ווערט עטליכע מאל ארומגערעדט וועגן די גמרא, ער ברענגט פון די ראשונים אז די ערשטע קיבוץ גליות פון וואס די גמרא רעדט דא וועט נישט זיין צו ארץ ישראל, נאר צו די מדבר און פון דארט וועט מען שפעטער גיין צו ארץ ישראל, און דאס וואס עס שטייט אין די ברכה וקבצינו יחד מהרה מארבע כנפות הארץ לארצינו, קודם אז אין אסאך נוסחאות שטייט נישט לארצינו, און אפילו אויב יא, מיינט עס אז די ציהל פונעם קיבוץ איז שפעטער אנצוקומען לארצינו.

אז דו ביזט א שטארקע סאטמערער דארפסטו לערנען מער ויואל משה..

היימישער ליטוואק » דינסטאג פעברואר 26, 2013 12:02 am

· #90281
וואס מיינט קיבוץ גליות, אויב מ'איז נאך אין גלות (=נישט אין ארץ ישראל)?

ברסלבער » דינסטאג פעברואר 26, 2013 12:05 am

· #90282
וואס האט קיבוץ גליות מיט ארויס גיין פון גלות?
קיבוץ גליות - צוזאמנעמען אלע גליות אויף איין פלאץ.

היימישער ליטוואק » דינסטאג פעברואר 26, 2013 12:59 am

· #90286
ברסלבער
וואס האט קיבוץ גליות מיט ארויס גיין פון גלות?
קיבוץ גליות - צוזאמנעמען אלע גליות אויף איין פלאץ.

לשון הגמרא
ומה ראו לומר קיבוץ גליות לאחר ברכת השנים דכתיב (יחזקאל לו, ח) ואתם הרי ישראל ענפכם תתנו ופריכם תשאו לעמי ישראל כי קרבו לבוא וכיון שנתקבצו גליות נעשה דין ברשעים שנאמר (ישעיהו א, כה) ואשיבה ידי עליך ואצרוף כבור סיגיך וכתיב (ישעיהו א, כו) ואשיבה שופטיך כבראשונה

קלאר אז מ'רעדט פון עם ישראל'ס צוריקקער פון דער פרעמד.
רש"י מערקט דאס אויך אן, שרייבענדיג אז מען וועט נאר נישט האבן ירושלים. ווייל דאס איז דאך מוכרח אז קבוץ גליות מיינט צוריקקומען קיין ארץ ישראל.
זעה אויך גמרא מס' תענית דף ח'
אמר רבי יוחנן: גדול יום הגשמים כיום קבוץ גליות, שנאמר (תהלים קכ"ו) שובה ה' את שביתנו כאפיקים בנגב, ואין אפיקים אלא מטר, שנאמר (שמואל ב' כ"ב) ויראו אפקי ים

ברסלבער » דינסטאג פעברואר 26, 2013 10:05 am

· #90360
איך זעה נאך אלץ נישט ווי די גמרא זאגט דא אז די ערשטע קיבוץ גליות וועט זיין צו ארץ ישראל.
און דער ויואל משה זאגט עס נישט פון זיך אליינ'ס, ער ברענגט עס פון די ראשונים, דאכטציך פונעם ראב"ד, אז קודם וועט זיין איין קיבוץ צו די מדבר און דארט וועט משיח מחזיר בתשובה זיין די אידן, און דערנאך גיין אויף ארץ ישראל.
פאר מער דיטעיל'ס קוק אריין אין ויואל משה, איך האב עס אויך נישט געלערנט ממש לעצטנ'ס, און איך האב נישט קיין געדולד יעצט נאכצוקוקן.

דעתי הענייה » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:45 am

· #90931
עלה נעלה
שמעתי אז עס איז נארוואס ארויסגעקומען א ספר עלה נעלה, ווי עס ווערט צולייגט און אפגפרעגט דער גאנצער ספר ענין נאך ענין.
איינער ווייסט מער דערוועגן?

קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:46 am

· #90932
דעתי הענייה
שמעתי אז עס איז נארוואס ארויסגעקומען א ספר עלה נעלה, ווי עס ווערט צולייגט און אפגפרעגט דער גאנצער ספר ענין נאך ענין.
איינער ווייסט מער דערוועגן?

דא

היימישער ליטוואק » מאנטאג אפריל 8, 2013 6:42 pm

· #102627
מרן רבי משה זצ"ל פיינשטין - מסורת משה
ורבינו קרא בעיתון של חוגי הקנאים שכותבים, כדרכם, שחב"ד אפיקורסים מצד שלא חוששים לענין של הג' שבועות, שלא לעלות בחומה וכדומה. ואמר רבינו שזה פליאה איך שאנשים משתמשים בשם "אפיקורס" כ"כ בקלות. הלא אם מישהו שומר המצוות ושומר להשקפות שמוזכר שמעכבים, מה שייך לקרותו אפיקורס בשביל דבר כזה! ובכלל מה שייך לעשות עסק גדול על דבר כזה שמוזכר רק בגמרא, בשו"ע לא מוזכר, ואפילו רוב הראשונים לא מזכירים אותו, רואים שאינו מעיקרי היהדות, ובכלל, זה דבר שאפשר לפרשו כמו שרוצים ומה שייך לעשות אפיקורס בשביל זה!
וגם על המזרחי שיש שקוראים להם אפיקורסים, א"א כך להגיד, דאינם עוברים על עיקרי היהדות, ואסור להשתמש כ"כ בקלות בשמות כאלו. וחשב רבינו ואמר שנדמה לו שבשיר השירים יש לרמב"ן פירוש על מושג זה שלא יעלו בחומה, וכדאי לעיין שם.

(מסורת משה ע' תקצ"א)
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11