☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » ספרים היפך שיטת ויואל משה

ספרים היפך שיטת ויואל משה

506 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2617
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11

הקטן » מיטוואך אפריל 24, 2013 1:08 pm

· #108355
גאלד
יואליש
I always had difficulty grasping the logic of Maimonides' words, if used in the context of him addressing legitimate or illegitimate wars:

אם עשה והצליח ונצח כל האומות שסביביו ובנה מקדש במקומו וקבץ נדחי ישראל הרי זה משיח בודאי. ואם לא הצליח עד כה או נהרג בידוע שאינו זה שהבטיחה עליו תורה


If a Jew has a question as to the Halachic legitimacy of a military campaign, whether one should join the cause or not, how could such an immediate and practical question that needs an imediate and practical answer be hinging on an event in the future, namely the eventual success or failure of the endeavor. It's almost as if Maimonides is labeling the legitimacy of a current action, say to join the IDF, as "TBD" (to be determined.)

Now, to begin with, I don't think Maimonides is addressing the legitimacy of a military campaign against the nations. The war seems to be a kosher act regardless. He's only providing a formula by which to determine whether that war was lunched by the Anointed or simply by a Jewish king.



דער רמב"ם האט נאך א קאנדישן פאר דעם,

"הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה"

דאכט זיך אז טעאדאר הרצל און לוי אשכול זענען דערווייל גאר ווייט פון דעם קאנדישן


מעג אן ערליכע איד, א הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד, עובר זיין אויף די שלש שבועות???
די רמב"ם האט נישט קיין פראבלען מיט אינזער ציוני על פי תורה חאטש ער איז קלאר נישט משיח נאר אן איינפאכע looser

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 12:00 am

· #108561
דא דעת מרן מבריסק ז"ל בנוגע צו זאגן אז ניסים קומען פון דעם שטן רח"ל. און כידוע וואס דער צנז-קלוזנבורגער רבי האט גאר שטארק דאס קריטיקירט (ווער קען ארויפשטעלן?)

לעיקוואד » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 8:40 am

· #108619
איך האב באמערקט אויך אין אגרות משה חלק ח' איז דא א תשובה וועגן ניסים פון די מדינה ווי ער זאגט כנגד דעת על הגאולה ועל התמורה, אין לי כעת נערוון נאכקוקען און צוצייכענען ווי, ומראה מקום אני לכם.

smartinof » זונטאג אפריל 28, 2013 6:13 pm

· #109501
און די הקדמה פון עלה נעלה, ברענגט א תשובה פון הרב הרציל הענקין, אייניקל פון הגאון ר' יוסף אליהו ז"ל, צו מען מעג באטיטלען סאמאר רב מיט אדמו"ר, זצ"ל וכדו', דארט ברעגט ער אויך א מעשה אז בשעת עס האבן זיך ארומגעשלאגן, סאטמר מיט הרב פיינשטין בנוגע די מחיצות, האט זיך רב קוק אנגערופן: הגם געווענליך דינגען מיר זיך, אבער מיט דעם האלט איך ווי אים, די מעשה שטימט מיר עפעס נישט, ערשטענס די יארן, און צווייטענס, און מיינע אויגן איז רב קוק געווען א דרגה העכער וואו אזאלכע זאכען זאלן אים באדערן

מאיר » מאנטאג מאי 13, 2013 12:52 pm

· #114634
smartinof
און די הקדמה פון עלה נעלה, ברענגט א תשובה פון הרב הרציל הענקין, אייניקל פון הגאון ר' יוסף אליהו ז"ל, צו מען מעג באטיטלען סאמאר רב מיט אדמו"ר, זצ"ל וכדו', דארט ברעגט ער אויך א מעשה אז בשעת עס האבן זיך ארומגעשלאגן, סאטמר מיט הרב פיינשטין בנוגע די מחיצות, האט זיך רב קוק אנגערופן: הגם געווענליך דינגען מיר זיך, אבער מיט דעם האלט איך ווי אים, די מעשה שטימט מיר עפעס נישט, ערשטענס די יארן, און צווייטענס, און מיינע אויגן איז רב קוק געווען א דרגה העכער וואו אזאלכע זאכען זאלן אים באדערן


הרב קוק האט שוין לאנג נישט געלעבט דעלמאץ. אפשר אן אנדערע רב הראשי

smartinof » מאנטאג מאי 13, 2013 6:19 pm

· #114729
אפשר מיינט מען דארט רב צבי יהודה, יש לעי' עוד הפעם

chosen people » דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:12 pm

· #117442

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 20, 2013 2:20 pm

· #126706
אינעם נייעם המעיין, פון דעם חודש.
<a class="postlink" href="http://www.shaalvim.co.il/uploads/files/13-D-13-63-66.pdf">http://www.shaalvim.co.il/uploads/files ... -63-66.pdf</a>

היימישער ליטוואק » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 3:02 pm

· #225068
א דאנק אייך ב@אשטעטיגט פארן שרייבן דאס אין דא
באשטעטיגט
מאיר
באשטעטיגט

די רמב"ם רמב"ן בית יוסף אבני נזר זענען נישט מתיר. ביטע לאמיר זאך האלטען צים אמת. די אור שמח (אין די בריוו שנדפס לאחר פטירתו) איז יא מתיר, אבער ער רעדט פין שבועות שלא ימרדו באומות (אז וויבאלד די אומות זענען מסכים אין כאן מרידה) אבער לכאורה נישט פין שלא ידחקו את הקץ (נעמען א מלוכה ברשות האומות).

אויך ר' יהועשלע קוטנא (ישועות מלכו) רעדט פין ישוב א"י נישט פין מלוכה.

דעס אז מען האט עובר געווען איז ניטש קיין היתר, ממעג בלייבען וואוינען מיט אן אשת איש וויבאלד מהאט שוין עובר געווען?.

לויטען מהר"ל איז שלש שבועות ביהרג ואל יעבור. אויך מקען מאכען אופנים אז די יודען זאלן נישט געשעדיגט ווערן.


די אבני נזר יו"ד סימן תנד
איברא דכל זה הוא רק כשאין לו רשות מהממשלה לעלות. אבל אם השיג רשות לעלות ולהתיישב שמה שוב מחויב לעלות דמעתה ליכא הטעם דכל דליתא בציבור ליתא ביחיד שאם יותן רשות לכל ישראל לעלות לא יחשב שעולין בחומה. כי בחומה פרש"י ביד חזקה. גם י"ל כי אם יותן רשות לכולם יחשב פקודה...


אנטשילדיגט טייערע חבר, אבער ווי פריער שוין דערמאנט, די אבני נזר אין ישועות מלכו (אין לכאורה דער אור שמח) רעדן נאר פין די שבועה פין יעלו בחומה אז עס איז מותר ברשות (וויבאלד עס איז נישט בחומה, בחזקה), אבער זיי רעדן אינגאנצען נישט פין שלא ידחקו את הקץ, וואס אויף דעם זאגט דער מהר"ל עס איז אסור אפילו די אומות וועלן צווינגען די יודען צי נעמען א מלוכה. (אזוי ווי הימלער ימ"ש אין נאך געוויסע נאציס ימ"ש האבען געוואלט פין אנפאנג)


ב"ויואל משה", "מאמר שלש השבועות", סעיף כ' כתב שדין השבועות הוא ייהרג ואל יעבור ולומד זאת מדברי המהר"ל בעניין השבועות ב"נצח ישראל" פרק כ"ד. בדברי הרבי מסטמר יש חמש בעיות קשות:
א. איך אפשר ללמוד הלכה כזו קיצונית שצריך להיהרג ולא לעבור על השבועות כמו דין גילוי עריות, שפיכות דמים וע"ז מדברי דרוש ומחשבה?
ב. נוסח דברי המהר"ל שעליהם מסתמך הרבי מסטמר אינו כפי הנוסח של דברי המהר"ל המופיעים לפנינו. בנוסח דברי המהר"ל בנצח ישראל פרק כ"ד כתוב: "אף אם יהיו רוצים להמית אותם בעינוי קשה, לא יהיו יוצאים ולא יהיו משנים בזה, וכן הפירוש אצל כל אחד ואחד ויש להבין זה", וכוונתו שאף במקום שמענים והורגים אותנו (כמו שהיה בגלויות רבות), בכל זאת, כל אחד ואחד מישראל שלא ימרוד באומות כיוון שאחת השבועות היא שלא למרוד באומות (כלומר המהר"ל פונה גם לכל אחד ואחד מישראל ולא רק לכלל). בנוסח שהביא הרבי מסטמר כתוב "וכן פירוש כל שבועה ושבועה משבועות הללו" במקום הנוסח המופיע בספר "נצח ישראל, וע"פ זה פירש שהמהר"ל אומר שגם אם מענים אותם ורוצים להמיתם אם לא יצאו מגלותם, עליהם למות ולא לצאת. כאמור לעיל, פירוש זה לא מסתדר עם נוסח דברי המהר"ל שלפנינו ב"נצח ישראל". (המשפט שכותב הרבי מסטמר בדברי המהר"ל מופיע כך במהדורות הראשונות: במהדורה הראשונה בתש"ך בעמ' נ"ג-נ"ד ובמהדורה השנייה עם הוספות [ללא ציון שנה] בסעיף כ', עמ' ל"ח. במהדורה החמשית, אלול תשל"ח, סעיף כ' עמ' ל"ח ובמהדורה הששית, ירושלים תשל"ב באותו מקום, "תוקן" הנוסח ל: "וכן הפירוש אצל כל אחד ואחד משבועות הללו". גם זה אינו נוסח המהר"ל שאין בדבריו את המילים: "משבועות הללו", ועוד שיש כן בעיה דקדוקית רצינית [ראה להלן סעיף ה']. לכן לא ייתכן שזו כוונת המהר"ל, מה שהבין בדבריו הרבי מסטמר).
ג. מדברי המהר"ל בעניין כיצד להתייחס לשבועות, לא רק שאי אפשר להבין שדין השבועות ייהרג ואל ייעבור, אלא אף א"א להבין שיש בשבועות איסור הלכתי כלשהו, אלא המהר"ל אומר שהשבועות הן גזירות אלוקיות כדי לשמר את המצב הגלותי שהוא לא טבעי לעם ישראל ולמנוע מעם ישראל לחזור למקומו הטבעי בא"י, וא"א בשום אופן להבין מדברי המהר"ל שיש כאן איזה שהוא איסור הלכתי. גם ה"שם משמואל" למשל הבין שהמהר"ל מפרש את השבועות בדרך רעיונית-מחשבתית (דבריו מופיעים בשו"ת אבני נזר", סימן תנ"ד. אמנם הוא הבין שהמהר"ל מפרש כאביו, וזה לא מדויק לגמרי כיוון שאביו מפרש את השבועות לישראל שנאמרו לשרשם של נשמות ישראל למעלה, ואת השבועה לאומות כשבועה לשורש נפשותיהם למעלה, שרי האומות שלא יסיתום להשתעבד בישראל יותר מדי, והמהר"ל מפרש את השבועות כגזירות אלוקיות, אך בכל מקרה ברור לפי ה"שם משמואל", שא"א לפרש את דברי המהר"ל על השבועות כאיסור הלכתי, ובוודאי לא כדין ייהרג ואל יעבור).
ד. מה שאומר הרבי מסטמר זה עצמו עברה על השבועה שלא למרוד בגויים. אם המלכות מאיימת עליך שתרצח אותך אם לא תצא מארצם ואתה מסרב לצאת, אין לך מרידה גדולה מזו, כך שלומר שהשבועות הן ייהרג ואל יעבור זה עצמו עברה על השבועה שלא למרוד בגויים. וכן אם מכריחים את כלל היהודים בגלות מסוימת שיעלו כחומה (ביחד) לא"י או שימותו, אם מסרבים לעלות כדי לקיים את השבועה שלא יעלו כחומה (לפי שיטת סטמר שהשבועה שלא לעלות כחומה זה גם ברצון האומות ונראה בסעיף 5 שרבים מחכמי ישראל לא סוברים כך), אז מורדים במלכות וזו עברה על השבועה שלא למרוד באומות, ולא ייתכן שקיום שבועה אחת יגרום לעברה על שבועה אחרת. וכן לגבי השבועה שלא לדחוק את הקץ, כלומר, שלא להרבות בתחנונים יותר מדי, כפי שמפרש רש"י, אז אם הגויים אומרים לישראל שירבו בתחנונים או שימותו אז הם צריכים למות ולסרב להרבות בתחנונים בגלל השבועה?! ולגרסה ברש"י "שלא ירחקו את הקץ בעוונם", כלומר שהעוונות יגרמו שהקץ יבוא מאוחר יותר, מה שייך כלל השבועה לדורו של שמד? וכן לגבי השבועה שלא יגלו מסטורין שלהם לגויים, אם הגויים אומרים להם או שתגלו או שתמותו, צריכים למות כדי לא לגלות מסטורין שלהם לגויים, בגלל השבועה?!
ה. בעיה לשונית: מדברי המהר"ל "וכן הפירוש אצל כל אחד ואחד", א"א להבין שהכוונה לשבועות כיוון שאז היה צריך להיות "וכן הפירוש אצל כל אחת ואחת", אלא כאמור לעיל הכוונה לכל אחד ואחד מישראל (ראה ב').
לכן, מכל זה ברור שלא ייתכן שהשבועות הן בדין ייהרג ואל יעבור לפי איזו דעה שהיא של חכמי ישראל עד הרבי מסטמר, גם לפי הסוברים שהן הלכה, ובוודאי שלא ייתכן שהמהר"ל סובר כך, שהשבועות הן לדעתו בכלל גזרות אלוקיות ולא הלכה. לכן דעה זו של הרבי מסטמר לא יכולה להיות יותר מדעת יחיד.

היימישער ליטוואק » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 4:03 pm

· #225083
ברענגט דער ויא"מ דעם "אם הבנים שמחה" באיזה מקום?
האט ער גזען דעם ספר?

מאטי » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 4:38 pm

· #225085
אפילו אויב די מהר"ל רעדט בלויז פון "שלא ימרדו" איז דאס אויך self refuting. וואס דארף מען טון אויב איין אומה צווינגט מיטן לעבן א מרידה אויף א צווייטע אומה? בכלל אפילו ס'איז נישט "ביהרג ועל יעבור" וועם דארף מען פאלגן?

chusid » פרייטאג דעצעמבער 5, 2014 2:36 am

· #238996
איך האב געלערנט אביסל ויואל משה (איך בין מיך מודה אז נישט בעיון), אויבן אויף בויט די רבי אויף די איסור פין יהרג ואל יעבור - הגם בשעתן גיין אין כנסת איז דער חרדי נישט כופר אין גארנישט, מכח א הוכחה אז עבודה זרה בכפיה איז ביהרג ואל יעבור הגם מעשה בכפיה איז נישט נחשב באמת אלץ דו האסט עס געטוען, ממילא זעט מען אז דעמאנסטרירן א מעשה כפירה הגם ס'איז נישט איז ביהרג ואל יעבר, האב איך גוט פארשטאנען? ווייל לכאורה איז דאס נישט קיין פארגלייך.

איש את רעהו » פרייטאג דעצעמבער 5, 2014 11:29 am

· #239018
איך האב שוין לאנג נישט געזען די ספר, ווען איך האב עס מיט יארן צוריק געלערנט האט מיר אנדערש אויסגעזען די כוונה

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 5:42 am

· #239171
chusid
איך האב געלערנט אביסל ויואל משה (איך בין מיך מודה אז נישט בעיון), אויבן אויף בויט די רבי אויף די איסור פין יהרג ואל יעבור - הגם בשעתן גיין אין כנסת איז דער חרדי נישט כופר אין גארנישט, מכח א הוכחה אז עבודה זרה בכפיה איז ביהרג ואל יעבור הגם מעשה בכפיה איז נישט נחשב באמת אלץ דו האסט עס געטוען, ממילא זעט מען אז דעמאנסטרירן א מעשה כפירה הגם ס'איז נישט איז ביהרג ואל יעבר, האב איך גוט פארשטאנען? ווייל לכאורה איז דאס נישט קיין פארגלייך.

דאס אלעס איז נאר טעארעטיש. ווייל למעשה האטציך נאכנישט געטראפן א סאטמאר'ער חסיד וואס די רעגירונג זאל איהם צווינגען אריינצוגיין אין כנסת, סטראשענדיג מיט א גאן, און האטציך קעיגנגעשטעלט.
למשל, קויפן פראפערטי אין ארץ ישראל אדער מדינת ישראל, וואס א סאך פארמעגליכע סאטמאר'ער חסידים טוען. און ס'איז אויכעט ביהרג ועל יעבור. ספעציעל פארשרייבן עס אין "טאבו". וואס די ממשלת הכופרים צווינגט נישט קיינעם צו טון. פונדעסטוועגן דאך וועט א יעדער נארמאלער מענטש עס טון. כ'בין סתם נייגעריג צו וויסן אויב דארט איז נישט חל דער ויואל משה?...!

יאיר » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 7:45 am

· #239175
chusid
איך האב געלערנט אביסל ויואל משה (איך בין מיך מודה אז נישט בעיון), אויבן אויף בויט די רבי אויף די איסור פין יהרג ואל יעבור - הגם בשעתן גיין אין כנסת איז דער חרדי נישט כופר אין גארנישט, מכח א הוכחה אז עבודה זרה בכפיה איז ביהרג ואל יעבור הגם מעשה בכפיה איז נישט נחשב באמת אלץ דו האסט עס געטוען, ממילא זעט מען אז דעמאנסטרירן א מעשה כפירה הגם ס'איז נישט איז ביהרג ואל יעבר, האב איך גוט פארשטאנען? ווייל לכאורה איז דאס נישט קיין פארגלייך.

דער סאטמארער רבי האלט אז דאס האבן א מדינה איז אסור ביהרג ואל יעבור (ער באזירט דאס אויף א חידושי אגדות מהר"ל), ממילא דאס עצם זיצן אין כנסת און מאכן חוקים אויף אן אידישע מדינה איז לויט אים כפירה.
אויסער דעם האלט ער אז זיך משעבד זיין צו מאכן דעמאקראטישע געזעצן איז כפירה.
בנוסף לזה האלט ער אז דער כנסת האט א דין ווי א בית המינים וואו מען טאר נישט אריינגיין אפילו במקום סכנה.
דאס זענען אלעס די הלכה'דיגע טעמים. אבער מסברא איז פשוט אז לויט זיין הבנה איז דער בלויזער פאקט פון פארמאגן א זעלבסטשטענדיגע מדינה וואו מען מאכט חוקים לויט'ן שכל הישר די גרעסטע סתירה צו די תורה, און איז דער תכלית ההיפך פון אידישקייט. דאס אריינגיין אין כנסת איז, לויט אים, ממש עקירת הדת בידים.

chusid » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 4:26 pm

· #239297
איך רעד פינעם עצם אריינגיין וואס די איסור ווערט געבויט דורך א צושטעל צו מעשה בכפיה

איש את רעהו » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 5:11 pm

· #239307
עס האט מערערע פרטים נישט נאר די פוינט, איך וועל פרובירען אפירצוזוכען דעם ספר און עס נאכאמאל איבערקוקען.

איש את רעהו » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 6:02 pm

· #239324
1
א יעדע חק ווערט מיט יעדענס צושטימונג, דאס מיינט אז די חסידישע און ליטווישע/ספרדישע מזרחי אלע זענען א חלק פון יעדע געזעץ

2
אריינגיין אין א בית מינים איז א איסור כמב' בש''ס ופוסקים

3
יעדער איז א שותף אינעם מלוכה וואס איז מורד בהקב''ה.

4
עס האלט אפ פון אויפטון מבחוץ, דורך דעם וואס גרויסע טיילען קערן זיך אן צום כנסת

5
דער שבועת אמונים צו זיין געטריי די מדינה און אירע געזעצן איז א הארבע איסור.
נאך עטליכע נקודות ווערט ארויסגעברענגט, איך שרייב נאר לפום ריהטא וואס איך זעה יעצט לפני.

chusid » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 1:52 am

· #239481
איש את רעהו
1
א יעדע חק ווערט מיט יעדענס צושטימונג, דאס מיינט אז די חסידישע און ליטווישע/ספרדישע מזרחי אלע זענען א חלק פון יעדע געזעץ

2
אריינגיין אין א בית מינים איז א איסור כמב' בש''ס ופוסקים

3
יעדער איז א שותף אינעם מלוכה וואס איז מורד בהקב''ה.

4
עס האלט אפ פון אויפטון מבחוץ, דורך דעם וואס גרויסע טיילען קערן זיך אן צום כנסת

5
דער שבועת אמונים צו זיין געטריי די מדינה און אירע געזעצן איז א הארבע איסור.
נאך עטליכע נקודות ווערט ארויסגעברענגט, איך שרייב נאר לפום ריהטא וואס איך זעה יעצט לפני.

איך האב נישט פארשטאנען דעם צוגלייך צו מעשה בכפיה און אויף דעם בעט איך ביאור

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 15, 2015 1:10 pm

· #258657
אוהב דעת
און סאטמער לערנט מען אויס די קינדער (אויך די טאטעס) אז קיינער האט נאך קיינמאל נישט אפגעפרעגט אפי' א חלק פונם ויואל משה, ס'איז נעבעך דא הונדערטער אידען וואס גלייבן טאקע אזוי.
📎 ויואל משה.jpg

איש את רעהו » זונטאג מערץ 15, 2015 2:44 pm

· #258674
קיינע פון די וואס שטייען בראש צו שלעפן דעם עולם האבן דערווייל נישט מברר געווען דאס פארקערטע אויף א סדר וויאזוי אלע חילוקי דעות זענען עד היום געשריבן געווארן

diff » זונטאג מערץ 15, 2015 4:25 pm

· #258705
איז שיין פאר א רבי (אויסער סאטמאר) צומאכן ליצנות פון א אנדערע רבי. און רעדן האט מען נישט געקענט. כידוע

איש את רעהו » זונטאג מערץ 15, 2015 5:21 pm

· #258717
פשוט שרייבן א בירור אויף א היתר קענען זיי נישט?

ירח בן יומו » זונטאג מערץ 15, 2015 5:55 pm

· #258732
ווען ר' ברוך שמעון שניארוסון האט געבעטען די טשיבינער רב זאל שרעעבן א תשובה להלכה ארויסצוברענגען די לעכערליכקייט פון די ויואל משה
האט די טשיבינער רב געזאגט "ווען ער וואלט געשריבן א תשובה להלכה כדרכו של תורה וואלט איך עם געענטפערט, אבער אז ער שרייבט אפיקורס כופר און מין, גיי איך זיך נאך פארענפערען פאר עם?"

איש את רעהו » זונטאג מערץ 15, 2015 5:58 pm

· #258734
אויף טשעבינער רב שטייט אפיקורס מין ?? חלילה
צווייטענס פארענטפערן דארף מען זיך נישט פאר קיינעם

נאר אין אלע דורות איז געווען דער האט געשריבן א בירור לכאן און דער צווייטער לכאן

אפילו ווען עס איז נוגע געווען גאר גאר הארבע שאלות

בראשית » פרייטאג אקטאבער 9, 2015 5:18 pm

· #303755
אינטערסאנט אז קיינער צייכענט נישט דא צי ספר דת הציונת פון יואל אלחנן ווי ער צושמעטערט שלמה אבינר לעבעדיגערהייט.
און וואס איז מיט ספר והאמת עד לעצמו וואס צונעמט מנדל כשר און אויך דעם אם הבנים שמחה? אתמהה.

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 8:31 pm

· #303761
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
טאמער איינער וויל נוצען דער 'דת הציונות' אלס א ראיה צו שיטת סאטמאר, זאל ער נישט באשולדיגען אנדערע אין שפעטען אויפ'ן סאטמאר רב. אזא מאס קטנות און טפשות איז זעלטען ,אפילו אינ'ם היינטיגע דור ווען דרוקען איז אזוי ביליג און לייכט.

יהושע חיים » מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 8:38 pm

· #303762
יא נוצען די דת הציונית אדער נישט, בלייבט למעשה אז עס איז יא דא ספרים ביי ביידע צדדים און דאס וואס מען פארקויפט אין סאטמער אז "קיינער" האט נישט אפגעפרעגט דער ויואל משה איז שקר און על הכלל כלו יצא

בראשית » מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 9:01 pm

· #303767
איך בין נישט אינטערסירט אריינגיין אין דעם נושא אבער נאכן ליינען 6 זייטן דא און יא דערמאנען אלע דברי בלע אקעגן די ויואל משה מיט א מקור צו אהן. און נישט דערמאנען די ספרים וואס טיען זיי אפען טשעלענדשען ווי למשל והאמת עד לעצמו ברענגט 10 דוגמאות ווי כשר פעלטשעוועט איז עס זיין נישט אמת'דיג. איך רעדט שוין נישט פון ספר אפס בלתך גואלנו.

mevakesh » מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 9:12 pm

· #303770
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
אנטשולדיגט הרב בראשית די נושא דא איז נישט ווער עס איז גערעכט נאר צו עס איז דא ספרים אקעגן ודוק והבן היטב

בראשית » מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 11:12 pm

· #303782
ספרים אדער פעלשער? און טאקע דאס איז געווען מיין נקודה.
און איך זאג נישט אז ס'איז נישטא אבער אויף אידיש זאגט מען שקרנים doesn't count.

ירא שמים » מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 11:17 pm

· #303783
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
אינטערעסאנט טאקע , דאס אליין איז מיין תירוץ אויף די קשיא פארוואס סאיז נישט אריס קיין ערנסטע ספרים נגד הויואל משה , ודו״ק היטיב …

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 11:33 pm

· #303787
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
אז כשר איז א זייפן איז מבואר בענין קו התאריך ועוד. אבער גענוג נארמאלע ספרים זענען ארויס קעגען ויואל משה, וכמבואר מהטשעבינער רב לעיל, אז ס'פאדערט נישט קיין ענטפער. און אנרופען ריכטיגע טענות 'דברי בלע' איז א ווארף צוריק צו די צייטען ווען סאטמאר האט זיך געמאכט פאר נרדפים אקעגען די וועלט, און מ'רעדט דברי בלע אויף זיי ווייל מ'קען נישט דערהייבען דער אמת. דערווייל לאזט זיך אויס קלאר ווער קען נישט דערהייבען דער אמת, ווער לייקענט היסטוריא, הן פונ'ם אונגארישען טיילונג, הן פונ'ם אויפטוהן וואס גייען אין כנסת האט געברענגט, כולל טויזענטער בוגרי חינוך עצמאי וואס פיהרען שטיבער פון תומ''צ און א ריזיגע פערצענט חרדים גמורים, אדאנק מדינה שטיצע, און אויך דאס היטען ישיבה'לייט פון מיליטער יארען לאנג ועוד ועוד. היינט פראבירט מען צו פארדרייען פאקטען מיט דברי בלע אקעגען גדולי ישראל, וויבאלד איין רעבע אין נ''י האט אויפגעבויט אן עמפירי''ע מיט'ן זיך שלאגען מיט אלע גדולי ישראל.

בראשית » זונטאג אקטאבער 11, 2015 12:06 am

· #303795
אגען איך גיי נישט אריין און דעם נושא און אז איר האט א אינטערעסע אין אראפרייסן דעם איין רבי פון נ. י. איז כה לחי ניץ מיר נישט. און דו ווערטער פון טשעבינער דארף א מקור. אויפן בית ישראל זאגט מען אז ער האט נישט געלאזט ארויסקומען ווייל מיסודו האט ער געהאלטן דארף זיין אזא אזאך און אז נישט סטמר וואלט ער עס געדארפט זיין.

בראשית » זונטאג אקטאבער 11, 2015 1:17 am

· #303806
smartinof
און די הקדמה פון עלה נעלה, ברענגט א תשובה פון הרב הרציל הענקין, אייניקל פון הגאון ר' יוסף אליהו ז"ל, צו מען מעג באטיטלען סאמאר רב מיט אדמו"ר, זצ"ל וכדו', דארט ברעגט ער אויך א מעשה אז בשעת עס האבן זיך ארומגעשלאגן, סאטמר מיט הרב פיינשטין בנוגע די מחיצות, האט זיך רב קוק אנגערופן: הגם געווענליך דינגען מיר זיך, אבער מיט דעם האלט איך ווי אים, די מעשה שטימט מיר עפעס נישט, ערשטענס די יארן, און צווייטענס, און מיינע אויגן איז רב קוק געווען א דרגה העכער וואו אזאלכע זאכען זאלן אים באדערן

דברי בלע האב איך געמיינט כגון דא.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 11, 2015 2:56 am

· #303815
ניין. דא איז נישט דא קיין שום דברי בלע. די איינציגסטע זאך וואס דו קענסט זאגן איז מסופק זיין אז רב קוק זאל דאס האבן געזאגט וועגן די יארן. ווייל ער איז נפטר געווארן א סאך פריער. אבער דער פאקט וואס אין סאטמאר האט מען געזאגט אויף איהם ימח שמו. און אז ער איז אן אוהב יאשקע און נאך אנדערע בזיונות. אט דאס איז דברי בלע פון דעם ערגסטן סארט. ווייל א סאך נייטראלע מענטשן אפילו וועלכע האבן נישט געהאלטן פון זיינע שיטות איבער ציוניזם האבן אויך עדות געזאגט אז ער איז געווען אן ערליכער איד, א ירא שמים...!

בראשית » זונטאג אקטאבער 11, 2015 5:10 am

· #303826
אסאך נייטראלע האבן געזאגט אזוי, און אסאך גדולים האבן אנדערש געזאגט. לגבי יאשקע שרייבט ער הן קרובים אל אור ד'. אדער הזרמתו הנפשית היתה גדולה... אבער דאס איז נישט מיין טעמע. די שארפע און קלארע ווערטער אז ס'איז נישט קיין דברי בלע דארף נאר האבן אויף וואס זיך אנצולאנען. אבער צוריק צום ענין, אויב איינער שרייבט אזוי אין זיין ספר איז זיכער ראוי והגון צו צייכענען ספר דת הציונת וואס עם עקש תתפתל רייסט ער שטיקער פון דעם אבינר. ואגב עיי"ש ליקוט דעת נייטראלע רבנים על הרב קוק...!

diff » זונטאג אקטאבער 11, 2015 8:23 am

· #303833
בראשית
אגען איך גיי נישט אריין און דעם נושא און אז איר האט א אינטערעסע אין אראפרייסן דעם איין רבי פון נ. י. איז כה לחי ניץ מיר נישט. און דו ווערטער פון טשעבינער דארף א מקור. אויפן בית ישראל זאגט מען אז ער האט נישט געלאזט ארויסקומען ווייל מיסודו האט ער געהאלטן דארף זיין אזא אזאך און אז נישט סטמר וואלט ער עס געדארפט זיין.

ער זאגט אז דו רייסט ווער ס'רייסט די רייסער
אויך, דער גערער מעשה דארף נישט א מקור?. און פ"ו טאקע האט נישט סטמר עס געלאזט פארן גערער

בראשית » זונטאג אקטאבער 11, 2015 10:09 am

· #303837
באמת האב איך שוקל געווען בפאר איך האב איך האב ארייגעווארפן מיין ערשטע הערה צי סאיז בעסער צי לאזן דעם אשכול אינטן אין לאזן פארגעסן אדער יא אריינווארפן א ווארט, ולפי דעתי יצאתי את חובתי. און איך וועל מיך בשום אופן נישט אריין לאזן אין זינלאזע ויכוחים. ועוד יותר הרב שך האט געזאגט ענליכעס ברבים ווען ער האט אים מספיד געווען. דארפסט א מקור אויף דעם אויך?

בראשית » זונטאג אקטאבער 11, 2015 10:29 am

· #303839
נאר פאר איך גיי וואלט איך געראטן אריין ציקוקן אין אשכול ספר חסידות על העליונה איינס פאר די לעצטע הערה מודעה 70 פון אינזערע ידיד @ליטפאק אויפן ענין פון כבוד ת"ח לגבי הרב שך ומשם תדרשנו לטוב סארי איך קען מיך נישט אויס און וויאזוי אריבער צוברענגן די קאץ איבערן וואסער ואתכם הסליחה.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אקטאבער 11, 2015 12:40 pm

· #303849
Here we go again...

פרייוויליג » זונטאג אקטאבער 11, 2015 5:32 pm

· #303880
איינער ווייסט אויב הרה"ק מסטאמאר האט געזען דעם שטיקל, אויב יא וואס ענטפערט ער אויף דעם:

בספר זרע שמשון: כתוב במגילת אסתר ביום אשר שברו אויבי היהודים לשלוט בהם ונהפוך הוא אשר ישלטו היהודים המה בשונאיהם, הוצרך לומר ונהפוך הוא אשר ישלטו משום דאל"ה לא היה להם לישראל לשלוח יד באומות העולם אבל עתה שהאומות בקשו להרגם לכן הותר אף לישראל דאמרינן בפי"ג דכתובות ג' שבועות הללו למה א' שהשביע הקב"ה את ישראל שלא ימרדו באו"ה וא' שהשביע את אומות העולם שלא ישתעבדו בישראל יותר מדאי, ואיתא בש"ע יו"ד סימן רנ"ו סעיף ו' שנים שנשבעו לעשות דבר א' ועבר א' מהם על השבועה השני פטור ואין צריך התרה, לפיכך איש ואשה וכו' ואף כאן מקרי שישראל והאומות נשבעו זה לזה והשתא שעברו האומות על שבועתם ובקשו להשמיד את ישראל שאין לך שעבוד יותר מדאי גדול מזה, גם הב' פטור ואין צריך התרה כלומר שישראל מותרים להרגם ואינם בכלל השבועה שלא ימרדו באומות העולם. עכ"ל.


איך האב געזען דעם שטיקל, און איינער א בהמה, האט אריינגעלייגט א הערה וועגן די שיטה פון סאטמאר רב אינעם ספר. א חוצפה נוראה!!! איך הער אז מען האט שוין איבערגעדריקט דעם ספר, און ארויסגענומען די שטיקל, גענוי וואס די צענזור פלעגט טאן.

ישראל קאפקע » זונטאג אקטאבער 11, 2015 5:48 pm

· #303883
האט דען סאטמארער רב געהאלטן אז אידן מעגן נישט קעמפן קעגן די נאציס (1940-1945) מכוח התגרות באומות?

קאווע טרינקער » זונטאג אקטאבער 11, 2015 8:18 pm

· #303897
@בראשית, איר מאכט ליצנות פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע ווען איר זאגט אז זיין "כנגדו" איז הרב אבינר, און יואל אלחנן איז דער מציל ומושיע.
סאטמאר האט א בלאקאידש, זיי פארשטייען נישט דעם קאנצעפט אז די תורה-וועלט האט געהאלטן אנדערשט, כאטש זיי זענען געווען באהאוונעט אין זיין גדלות.

מפוזרי » זונטאג אקטאבער 11, 2015 8:40 pm

· #303906
@ישראל קאפקע, וואס @פרייוויליג ברענגט צו איז א מקור אז די שלש שבועות זענען נישט אנקאנדישינאל נאר תלויים זה בזה ובתנאים מסוימים פג תוקפם. און דאס איז טאקע איינע פון די תשובות אויפן ויואל משה און דער סאטמארער רבי האט רעאגירט דערויף מיט צארן און סקארן.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 11, 2015 9:01 pm

· #303918
ישראל קאפקע
האט דען סאטמארער רב געהאלטן אז אידן מעגן נישט קעמפן קעגן די נאציס (1940-1945) מכוח התגרות באומות?

און אנדערע רבנים האבן געהאלטן אז די אידן מעגן קעמפן אקעיגן די שמוציגע, שטינקעדיגע אראבערס. און ס'גייט נישט אן התגרות באומות...! סארי נטורי חרתא ושאר פסולת אנושי...!

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 11, 2015 9:11 pm

· #303919
פרייוויליג
איינער ווייסט אויב הרה"ק מסטאמאר האט געזען דעם שטיקל, אויב יא וואס ענטפערט ער אויף דעם:

בספר זרע שמשון: כתוב במגילת אסתר ביום אשר שברו אויבי היהודים לשלוט בהם ונהפוך הוא אשר ישלטו היהודים המה בשונאיהם, הוצרך לומר ונהפוך הוא אשר ישלטו משום דאל"ה לא היה להם לישראל לשלוח יד באומות העולם אבל עתה שהאומות בקשו להרגם לכן הותר אף לישראל דאמרינן בפי"ג דכתובות ג' שבועות הללו למה א' שהשביע הקב"ה את ישראל שלא ימרדו באו"ה וא' שהשביע את אומות העולם שלא ישתעבדו בישראל יותר מדאי, ואיתא בש"ע יו"ד סימן רנ"ו סעיף ו' שנים שנשבעו לעשות דבר א' ועבר א' מהם על השבועה השני פטור ואין צריך התרה, לפיכך איש ואשה וכו' ואף כאן מקרי שישראל והאומות נשבעו זה לזה והשתא שעברו האומות על שבועתם ובקשו להשמיד את ישראל שאין לך שעבוד יותר מדאי גדול מזה, גם הב' פטור ואין צריך התרה כלומר שישראל מותרים להרגם ואינם בכלל השבועה שלא ימרדו באומות העולם. עכ"ל.


איך האב געזען דעם שטיקל, און איינער א בהמה, האט אריינגעלייגט א הערה וועגן די שיטה פון סאטמאר רב אינעם ספר. א חוצפה נוראה!!! איך הער אז מען האט שוין איבערגעדריקט דעם ספר, און ארויסגענומען די שטיקל, גענוי וואס די צענזור פלעגט טאן.

אבער סאטמאר'ע רב האט געהאלטן אז די ציונים זענען שולדיג אין די העברת ג' שבועות פון די גויים. אז די סיבה פארוואס די גויים האבן אויסגעהרג'עט די אידן איז ווייל די ציונים האבן מורד געווען באומות...!
פרעגט תוס' א קשיא. און וואס איז געווען מיט די קרייצצוגן. און גירוש שפאניע. און גזירת ת"ח ות"ט...אוואו זענען דאמאלס געווען די ציונים. נאר הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו פארענטפערט שוין די קשיא. אז די ציונים זענען די ערב רב וועלכע האבן געמאכט דעם עגל. און אויך די בריונים פון זמן חורבן בית שני. און זיי זענען אויכעט געווען ביי די גזירת ת"ח ות"ט. אויך אין קישינעוו'ער פאגראם זענען זיי (די ציונים) שולדיג. אויכעט אין ווארשא'ער געטא זענען זיי געווען די מורדים באומות. און אין דעם מלכות של חסד פון דעם דריטן רייך. און דעם הויכגעשצטן פיהרער/קאנצלער הער אדאלף שיקלגרובער יר"ה (אבער בן גוריון איז ימ"ש...(

ירא שמים » זונטאג אקטאבער 11, 2015 9:38 pm

· #303929
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
די אמעריקאנע זענען דאך די גרעסטע ציונים מילא מעג מען דאך מורד זיין קעגן זיי מעג און ממעג מאכן התגרות מיטן ענעקסעישען איי פרעגט דאך תוס׳ א קשיא וואו אזוי מעג מען נעמען געלט פון זיי בלייבט תוס׳ מיט א קשיא …

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 6:09 am

· #303993
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
מ'מעג נעמען געלט פון די אמעריקאנער רעגירונג וויבאלד ס'איז אונזערע שטייערען וואס מ'נעמט צוריק. [WINKING FACE]

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 9:41 am

· #304002
berlbalaguleh

נאר הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו

צום 7,000'סטן מאל...!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

😈 😈 😈 😈 🙄 🙄
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11