זייער שיין, א דאנק פאר'ן אהערברענגען. איך האב מיך טאקע אלץ געוואונדערט אויף דעם מהר"ל ווייל נאך אלעם איז עס גאר א מאדנע געדאנק אפילו אויב ס'זאל זיין אמת. איך האב מיך טאקע אמאל גענומען דורצוטון דעם ויואל משה אבער איך האב מיך אפגעשטעלט נאך צוויי בלעטער איינזעהענדיג מיט וועם איך האנדל און צו דעם מהר"ל בין איך קיינמאל נישט אנגעקומען.
יוי, איך געדענק עס נאך ווי היינט. ס'געוועהן ווען די גליון קדושת ציון האט אנגעפאנגען ארויסצוקומען און איך האב באשלאסן אז מ'גייט דורכטוהן די סוגיא איינמאל פאר אלעמאל. איך בין געוועהן א מירער בחור און ביינאכט פלעג איך אין יענע תקופה לערנען אין שטיבלאך בית ישראל אויבן, האב איך איין נאכט זיך אוועקגעזעצט און אנגעפאנגען מאמר יישוב ארץ ישראל וואו דער רבי ברענגט דארט די גמרא אין גיטין, איך האב נאכגעקוקט די גמרא און ראשונים, דאכצעכמער אז ס'דא א תוספתא דארט אויך. בקיצור, פון די סוגיא איז אויסגעקומען פונקט פארקערט ווי דעם רבינ'ס מסקנא, איך האב נישט געוואוסט וואס צו טוהן מיט זיך, כ'בין איבערגעגאנגען איינמאל און נאכאמאל, פרובירט צו קוועטשן אהער און אהין, נאכגעקוקט אלע מיני מפרשים צו זעהן צו אפשר האט נאך איינער אזוי פארשטאנען און איז זיך בעסער מסביר, און פארשטייט זיך אז ווי מער איך האב געקוועטשט אלץ זיכערער בין איך געווארן אז כי ניים ושכיב רב אמר להא שמעתתא. מיטאמאל רוקט זיך אן מיין קאזין אויך א שטיקל יודע ספר און איך זאג איהם איבער די גאנצע סוגיא און איך פרעג איהם פשט, ער איז פשוט אויפגעציטערט געווארן און געזאגט אז ס'קען נישט זיין, האב איך איהם געזאגט אדרבה קוק אליין אריין, אבער ער האט זיך געיאגט צו מנחה צו וואו אבער איין זאך איז ער זיכער געוועהן אז ס'קען נישט זיין אז דער רבי האט געמאכט א טעות. בכל אופן, זייט דעמאלטס האב איך מער צו דעם ספר נישט צוגערירט, מיט די צייט בין איך געווארן ממש א פלאמפייערדיגער ציוני און ס'האט אנגעהאלטן אזוי לאנג ווי מיין חרדישע אמונה האט אנגעהאלטן. איי, געשמאקע צייטן געוועהן.