☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ציונות מה הוא?

ציונות מה הוא?

235 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1100
בלאט: 1 2 3 4 5

טעלעפאן » מאנטאג יולי 16, 2012 2:14 pm

· #24546
ציונות מה הוא?
אויפוואקסענדיג א סאטמארער, אין היבש אן עקסטרעמער ענווייראמענט, ליגט ביי מיר אין די ביינער אלץ אלעס איינס און דאס זעלבע. אגודה, מזרחי, חילונים.... (יא לאך נישט). עס וואלט געווען לטובת הענין דורכצוטוהן וואס איז ריכטיגע ציונות אלץ הלכה און וואס איז השקפה.

איך ווייס אז עס איז א קאנטרעווארסיעלע נושא, איך בין אויך מודה אז איך ווייס נישט צופיל איבער דעם, איך הער אסאך דעות לכאן ולכאן, איך האב אביסל געלערנט ויואל משה אבער די שאלה וואס איך האב איז אז מען קען אלץ טרעפן ראיות, ספעציעל אין השקפה, די שאלה איז וואס איז הלכה? וואו ווערט די שלש שבועות גע׳פסק׳ט? אויב התגרות באומות איז א פראבלעם פארוואס איז קרית יואל ווילעדזש נישט קיין פראבלעם? (דיסקלעימער; איך בין נישט פון נטורי קרתא אדער בני יואל....)

די מדינת ישראל האט שוין געטון אסאך שלעכטע זאכן, וויצב״ש ילדי תימן. אבער דאס גיבט נאכנישט קיין הלכה. ס״ה זענען זיי געווען ווילדע איזראעליס וואס האבן זיך נישט אפגעשטעלט פאר גארנישט צו עררייכן זייער ציל. פארשטייט זיך אז איך בארעכטיג נישט ח״ו, אבער הלכה מאכט נאכנישט אסור זייער לאנד וועגן דעם.

בקיצור ווי איר זעהט הערשט ביי מיר א שטארקע אומקלארקייט אין דעם ענין, אויב מען קען עס קלארער אויסשמועסן וואלט עס געווען שטארק בייהילפיג

משכיל » מאנטאג יולי 16, 2012 2:26 pm

· #24555
אין די אלע עוולות וואס סאטמאר האט געטועהן אלע יארען מאכט זיי וואס ?י
לויט סאטמאר איז דען די עוולה די מעשים פון די מדינה אפילו ווען זיי זאלען זיין וואויל און פיין איז עס דאך אסור,י
אבער לדעתי איז די ג' שבועות הלכה למעשה א נייע ערפינדונג, זייער אסאך גדולי ישראל האבען נישט געהאלטען אזוי,י
די אמת'ע טענה געקען סאטמאר איז אז אויב דער ויואל משה איז הלכה למעשה, איז אן פשרות, דאס וואס מען לייגט צו פירושים וואס מען האט אליין געהערט פון רבי'ן קען נישט אוועק מאכען וואס ווערט גע'פסק'נט מפורש אין ויואל משה, יבקע הדין את ההר, נישט נאר ווי איך וויל דהיינו "ויואל משה" און ער האט אזוי געוואלט,י
און דער רבי זי"ע אליין האט נישט אויסגעפירט למעשה וואס ער האט געשריבען, אויב איינער וואס גייט צו בחירות מיט בגדי שבת איז זיך משדך מיט זיין נעפיו וואלט ער געדארפט מוחה זיין, בפרט ווען ער האט גאנץ גוט געווסט אז יענער איז זיין איינציגער ממלא מקום,י
דאס איז דער פראבלעם אויב מען קען מאכען פשרות אין די שיטה, ווילן די אגודה אויך מאכען זייערע פשרות,י

אין מחנה החרדי איז געווען א סעריע פון ארום 50 ארטיקלען ווי ער האט צעקליבען דעם ויואל משה בדרך כבוד, און ווייזט דארט איבער די פילע פראבלעמען וואס איז דא אין דעם ספר, י
איך זעה נישט עס זאל פעלען עפעס פון הרב עובדיה יוסף שליט"א מיט זיין עדה הקדושה פון הונדערט'ער טויזענטער אידן ציונים, גלייבט איר טאקע אז זיי גייען אלע אין גיהנום אריין ?י,

זר זהב » מאנטאג יולי 16, 2012 2:50 pm

· #24570
משכיל

ער האט מוחה געווען

משכיל » מאנטאג יולי 16, 2012 2:57 pm

· #24578
זיי מפרש פליז, האט ער מוחה געווען ברבים אדער אין צייטונג?י

משה געציל » מאנטאג יולי 16, 2012 3:00 pm

· #24580
ציונות, איז אן אידיאלאגיע וואס אנטוויקעלט געווארען אין די סוף 19טע יאר הונדרעט אלץ א לייזונג צו די אנטעסעמעטיזים וואס די אידען אין אייראפע האבען זיך געהאט צוזאם געליטען (וועגען דעם איז אין פוילען געווען די באוועגונג פיל שטערקער ווייל דארטען האט מען אסאך מער געליטען), און איז געווארען א שטארקע באוועגונג אין 1897 ווען טעאדאד הערצעל האט געשריבען זיין באקאנטע בוך מיט׳ן נאמען דער אידען שטאט.

די אידילאגיע האט געהאלטען אז די אידען זאלען האבען זייער אייגען לאנד, אינטערעסאנט איז אז די ערשטע גרונדערס פון ציונות האבען נישט געהאלטען אז מען דארף דוקא גיין אויף ארץ ישראל, עס זענען געווען אזעלעכע וואס האבען געהאלטען אז עס וועט זיין אסאך גרינגער אפצוקויפען שטחים אין אפריקע און דארטען גרינדען א אידישע לאנד. למעשה זעענדיג אז מען קען נישט אויפטרייבען אזוי סאך שטיצע פארען באוועגונג האט מען זיך יא שפעטער אנגעפאנגען צו פארלייגען דוקא אויף ארץ ישראל.

רוב חרד'ישע אידן אין פוילן, אונגערן, און רוסלאנד זענען אין אלגעמיין געווען שטארק דערגעגן דער געדאנק פון ציונות. הויפטזעכליך אין דער התנגדות געווען צוליב זייער מיינונג אז די תורה ערלויבט נישט איינצונעמען ארץ ישראל פאר ביאת המשיח. אין פוילן האט זיך דעמאלטס געגרינדעט די אגודת ישראל ארגאניזאציע וואס האט געפירט א שטארקע קאמפיין אנטקעגען די באוועגונג, ווי אויך אין דייטשלאנד האט הרה״ג ר׳ שמשון רפאל הירש ז"ל עפנטליך פארשריגען די באוועגונג, ווי אויך זענען אסאך חסידישע רבי׳ס געווען שטארק אנטקעגען די באוועגונג ווי, בעלזער רב זי״ע, דער מהרש״ב פון ליבאוויטש זי״ע, מונקאטשער רב זי״ע, סאטמאר רב זי״ע, ועוד ועוד.

ע״כ בקיצור נמרץ וואס עס איז געווען די רעיון הציונות. יעצט, איבער וואס מען האט מיט דיר געלערענט אין חדר אז כמעט די גאנצע חרדישע אידענטום אחוץ סאטמאר זענען נאכען קריג פארכאפט געווארען אין ציונות בין איך גענצליך אומאיינשטימיג, ווען איך וועל האבען אביבעל מער צייט וועל איך אי״ה מער מסביר זיין.

משכיל » מאנטאג יולי 16, 2012 3:08 pm

· #24586
ר' געציל מען האט דיר פארציילט שיינע מעשיות, די איינגיצע סיבה וואס מען איז געווען קעגען ציונות איז געווען ווייל זיי זיינען געווען פרייע, איך בעט די זאלסט מיר ווייזען איין ווארט וועגען די שלש שבועות פאר די מלחמה, איך בין נישט זיכער אז אפילו דער סאטמאר'ער רב מיט מונקאטשער האבען גערעט וועגען דעם און יענע צייט

ווען די ציונים וואלטען פאר די קריג נאר רעדען וועגען בויען ישיבות וואלטען אפשר א פאר עקסטרעמע רבנים געווען קעגען זיי, דאס איז א פאקט וואס יעדער איינער ווייסט [ווי מען זאגט ביי אונץ] , מען האט אבער ליעב דעם סלאגאן "פארכאפט אין ציונות", י

Java » מאנטאג יולי 16, 2012 3:43 pm

· #24604
היות מען האט געעפנט דעם אשכול אין תורה און מחשבה פארום, בעטן מיר מען זאל זיך האלטן צו א הויעכע ניווא און געדענקן אז דא איז נישט פארברענגן.

הרב_שלום » מאנטאג יולי 16, 2012 4:58 pm

· #24726
קענסט גיין צו
<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.drushes.com">www.drushes.com</a><!-- w -->

משכיל » מאנטאג יולי 16, 2012 5:33 pm

· #24740
דאס וואס דער ויואל משה ברענגט און נאמען פון אפיקורסים, ווערט געברענט מפורש און א הייליג ספר פון אפאר הונדערט יאהר צוריק "זרע שמשון" וואס ער שרייבט דארט מפורש אזוי אויפן פסוק אין מגילת אסתר ביום אשר שברו אויבי היהודים לשלוט בהם, דער ספר האט ר' ראובן שארף איבערגעדרוקט, און דערנאך האבען עס אפאר קנאים איבעגעזעצט אויפס ניי און געמאכט א ווילד שטיקל ארבעט עיי"ש

אבער מען דארף טאקע וויסען ווער פון די אפיקורסים וויל אזוי זאגען ?י

משה געציל » מאנטאג יולי 16, 2012 8:33 pm

· #24801
וואס ציונות איז האב איך שוין פריער געשריבן, ווי אויך האב איך דערמאנט אז רוב גדולים פארען קריג זענען געווען אנטקעגען ציונות.

עס איז געקומען נאכען קריג ווען עס איז געלונגען צו באקומען אנערקענונג פאר א אידישע מדינה דורך די יו. ען., איז נולד געווארען א פרישע שאלה, וואס טוט זיך בנוגע בחירות? האבען אייגענע פארטרעטער אין די כנסת? סאטמאר רב האט געהאלטען אז עס איז די גרעסטע הכרה בציונות וואס נאר שייך. רוב אנדערע לוחמי הציונות ווי בעלז און נאך האבען געהאלטען אז גיין צו בחירות איז נישט קיין שום הכרה אין ציונות, אדרבה מען דארף פרובירן אריינצושטעלן אייגענע פארשטייער אין די כנסת אזוי ארום וועט מען קענען אויפטון אסאך מער פון אינדעוויינדיג. אבער דאס איז קלאר אז די שטעלונג פון רוב גדולים האט זיך גארנישט געטוישט בנוגע די רעיון הציונות בעצם.

למעשה האט מען אין סאטמאר אנגעפאנגען פראפעגאנדירן אז רוב גדולים זענען פארכאפט געווארן אין ציונות, איי בעלז? אויף דעם פאנגט מען אן קראצען, מען האט אים געדרייט א קאפ, עס איז העכערע זאכען וואס מיר פארשטיין נישט, וכו׳ וכו׳, פארשטייט זיך אלעס מיטן הנחה אז די אלע וואס גיין צו די בחירות האבען צוריק געדרייט פון זייער התנגדות לציונות.

פארשטייט זיך נאכן ווערן אויפגעצויגן מיט די סארט דעמעגאגישע רעדעס איז קלאר ווי די טאג אז איינער וואס גייט צו בחירות אדער נעמט געלט פון די מדינה איז פארכאפט אין ציונות, ווען אין אמת׳ן אריין איז דאס א צווייטע זאך אינגאנצען.

גאלד » דינסטאג יולי 17, 2012 10:51 am

· #25014
דער בעלזער אין וויזניצער חסיד, איז 90% מיטן שיטת ויואל משה, זיי האלטן זיך פאר קנאים, זיי האלטן אויך אז די מדינה איז טרייף, זיי האלטן אויך אז א אידישע מדינה איז אסור קודם ביאת משיח, נאר וואס דען זיי האלטן אז אמעריקע און פראנקרייך איז אויך טרייף, און מיטדעמאלעם וואוט מען דארט און אידן זענען אין די רעגירונג, מיינט עס דען אז מ'איז ציפרידן צי זיין אין גלות און מ'איז נישט מצפה לגאולה? ניין, ווען מ'איז מתפלל ושבור עול הגוים ועול הגליות האבן זיי פונקט אזוי אינזין די ציוניסטישע רעגירונג

גאלד » דינסטאג יולי 17, 2012 11:02 am

· #25019
משכיל
אויב איינער וואס גייט צו בחירות מיט בגדי שבת איז זיך משדך מיט זיין נעפיו וואלט ער געדארפט מוחה זיין, בפרט ווען ער האט גאנץ גוט געווסט אז יענער איז זיין איינציגער ממלא מקום,י
דאס איז דער פראבלעם אויב מען קען מאכען פשרות אין די שיטה, ווילן די אגודה אויך מאכען זייערע פשרות,י

אויף שידוכים פרעגט מען נישט קיין קשיות, דאס איז נישט קיין הודאה, אדער פשרות, איבערהויפט אז דער אגדיסט איז דער צד הכלה, מיינט דאס פארקערט אז דער אגודיסט האט זיך געבויגן צום קנאי, דער אגודיסט איז גרייט געווען צו נאכגעבן זיינע פרינציפן נישט דער קנאי

וזה פשוט

משה געציל » דינסטאג יולי 17, 2012 11:30 am

· #25031
גאלד

דער אגדוסי׳ט האלט דאך נישט אז דער קנאי איז אפגעפרעגט מיט דעם וואס ער גייט נישט צו די בחירות, משא״כ דער קנאי האלט דאך יא אז דער וואס גייט צו בחירות איז פארפארען, אויב אזוי איז די קשיא אויפן קנאי.

גאלד » דינסטאג יולי 17, 2012 11:41 am

· #25036
דער קנאי איז דער צד החתן, דער סדר העולם איז אז דער פרוי איז הולך אחר דרכי בעלה בעניני יהדות וחסידות, וזה פשוט,
לעצטע מאל איך האב געטשעקט איז סאשע ט"ב סאטמאר רביצין נישט ר' אהרן וויזניצער רבי,

טעלעפאן » דינסטאג יולי 17, 2012 12:07 pm

· #25046
גאלד
דער בעלזער אין וויזניצער חסיד, איז 90% מיטן שיטת ויואל משה, זיי האלטן זיך פאר קנאים, זיי האלטן אויך אז די מדינה איז טרייף, זיי האלטן אויך אז א אידישע מדינה איז אסור קודם ביאת משיח, נאר וואס דען זיי האלטן אז אמעריקע און פראנקרייך איז אויך טרייף, און מיטדעמאלעם וואוט מען דארט און אידן זענען אין די רעגירונג, מיינט עס דען אז מ'איז ציפרידן צי זיין אין גלות און מ'איז נישט מצפה לגאולה? ניין, ווען מ'איז מתפלל ושבור עול הגוים ועול הגליות האבן זיי פונקט אזוי אינזין די ציוניסטישע רעגירונג

נו דעמאלטס וואס איז סאטמארער שיטה? פארוואס נישט? נאכדערצו אז פריוואט נעמען די סאטמארע אידן געלט פון די מדינה

און וואס איז שיטת גער?

משכיל » דינסטאג יולי 17, 2012 12:22 pm

· #25051
דער פאקט האט אבער באוויזען אז אין דעם פאל רעד די רעבעצין עברית, אין די שטוב איז נישט קיין קנאות'דיגע שטוב,י

בד"ו עטץ ווייסט גאנץ גוט אז עס איז א מאל געווען א אינסטראקשען בוק ווען יא קנאות און ווען נישט, עס איז נאר געווען א שיטה דאס הייסט וואס ווערט געפירט דורך די מנהיגים נישט קיין טרוקענע הלכה, נאך תשכ"ח איז נשתכח געווארען די וועגען פון קנאות, און איז אריינגעפאלען אין די הענט פון יחידים, יעדער איינער ווי אזוי ער וויל

גאלד » דינסטאג יולי 17, 2012 12:28 pm

· #25054
טעלעפאן
גאלד
דער בעלזער אין וויזניצער חסיד, איז 90% מיטן שיטת ויואל משה, זיי האלטן זיך פאר קנאים, זיי האלטן אויך אז די מדינה איז טרייף, זיי האלטן אויך אז א אידישע מדינה איז אסור קודם ביאת משיח, נאר וואס דען זיי האלטן אז אמעריקע און פראנקרייך איז אויך טרייף, און מיטדעמאלעם וואוט מען דארט און אידן זענען אין די רעגירונג, מיינט עס דען אז מ'איז ציפרידן צי זיין אין גלות און מ'איז נישט מצפה לגאולה? ניין, ווען מ'איז מתפלל ושבור עול הגוים ועול הגליות האבן זיי פונקט אזוי אינזין די ציוניסטישע רעגירונג

נו דעמאלטס וואס איז סאטמארער שיטה? פארוואס נישט? נאכדערצו אז פריוואט נעמען די סאטמארע אידן געלט פון די מדינה

און וואס איז שיטת גער?

דער סאטמאר רבי אין ויואל משה לייגט אראפ א שיטה אז א גויאישע מדינה איז נישט קעגן דת תורתינו און אפי' אויב יא איז כלל ישרא' איז נישט אחראי דערויף, ווידער א אידישער מדינה, וואס היות אידן זענען יא אחראי איינעם אויפן אנדערן און היות ביאת משיח איז דאך תלוי און תשובה ומעשים טובים, טאר מען נישט נהנה זיין פון אידישע עוברי עבירה אדער זיין א שיתוף מיט זיי,

גער איז איין אנדערע מעשה, דער אמרי אמת איז געווען פון די געציילטע רבי'ס איידער די קריג וואס האט יא מעודד געווען צו עולה זיין ארץ ישראל און זיך אנשליסן און די באוועגונג, דאכצעך אז איטשע מאיר איז געווען דער איינציגער חרדישע איד צו אינטערשרייבן די הכרזות העצמאי,

גאלד » דינסטאג יולי 17, 2012 12:36 pm

· #25057
משכיל
דער פאקט האט אבער באוויזען אז אין דעם פאל רעד די רעבעצין עברית, אין די שטוב איז נישט קיין קנאות'דיגע שטוב,

דאס וואס ס'מעגליך אז זי רעדט צימאל עברית צו געוויסע משפחה אדער פריינד פון ארץ ישרא', דאס מאכט זיך ביי יעדע סאטמארע חסיד וואס קומט פון ארץ ישראל, עס האט זערא מיט דעם וואס אירע עלטערן זענען אגודיסטן, דו"ק ותשכח,

און וואס מיינט איר מיט דעם "די שטוב איז נישט קיין קנאות'דיגע שטוב", דאס איז גרויס נייעס פאר מיר, איך קען אירע אלע קינדער איך ווייס נישט קיין איינע פון זיי זאלן זיין ווייניגער קנאים ווי סיי וועלכער סאטמארער חסיד,

משה געציל » דינסטאג יולי 17, 2012 2:01 pm

· #25091
גאלד
דער קנאי איז דער צד החתן, דער סדר העולם איז אז דער פרוי איז הולך אחר דרכי בעלה בעניני יהדות וחסידות, וזה פשוט,
לעצטע מאל איך האב געטשעקט איז סאשע ט"ב סאטמאר רביצין נישט ר' אהרן וויזניצער רבי,

פיין און וואויל ווען מען רעדט פון מינדערוויכטיגע זאכען, אבער לויט ווי סאטמאר רב זצ״ל האט אוועק געשטעלט זיין שיטה אז ציונות איז מינות גמור וואס איז שייך צו זאגען אז די פרוי ווערט נמשך נאכען מאן? איז ביי השכלה אויך גילטיג געווען די כלל? כפי ידיעתי זעכער נישט.

גאלד » דינסטאג יולי 17, 2012 2:08 pm

· #25093
ר' סענדר דייטש ע"ה שרייבט אז דער רבי האט איהם פערזענליך געזאגט אז די חסידישע אידן וואס זענען נישט 100% אין איינקלאנג מיט די שיטה זענען אין א בחינה פון אומר מותר אנוס הוא, מ'קען זיי נישט פארעכענען אלס עבריינים אויפן זעלבן שטייגער ווי די וואס טרייבן די עצם ציונית באוועגונג

משה געציל » דינסטאג יולי 17, 2012 2:13 pm

· #25096
ערגעץ געדריקט אין זיינע ספרים? איך מיין אזא קולא וואלט ווען געדארפט זיין קלאר געשריבען, עס כאפט דאך א ריזיגע נפק״מ ווען בפשטות קוקט אויס אז זיי ווערן פארעכנט ווי מינים, משא״כ לפי המימרא פון ר׳ סענדר׳ן איז רוב רובם פון כלל ישראל כשר כדת משה וישראל בלי שום פקפוק כלל וכלל.

גאלד » דינסטאג יולי 17, 2012 2:19 pm

· #25100
משה געציל
ערגעץ געדריקט אין זיינע ספרים? איך מיין אזא קולא וואלט ווען געדארפט זיין קלאר געשריבען, עס כאפט דאך א ריזיגע נפק״מ ווען בפשטות קוקט אויס אז זיי ווערן פארעכנט ווי מינים, משא״כ לפי המימרא פון ר׳ סענדר׳ן איז רוב רובם פון כלל ישראל כשר כדת משה וישראל בלי שום פקפוק כלל וכלל.

דער מימרא איז געדריקט אין איינע פון די ביאגראפיע ספרים פון סאטמאר רבי'ן זצ"ל, ס'איז אזאך וואס איך האב קלאר געזעהן (נישט געהערט פון איינעם) בלי נדר כעל עס נאכקוקן

יידל » דינסטאג יולי 17, 2012 2:20 pm

· #25101
ביי אידן שומרי תו"מ זענען דא נאר דריי פראקציעס וועלכע האבן א קלארע מהלך לגבי ציונות. פון איין זייט איז דא די ממשיכי דרכו פון הג"ר יואל מ'סאטמאר (און אין א געווסין זין אויך ממשיכי דרכו פון הגרי"ז סאלאווייטשיק פון בריסק) וואס זענען עקסטרעם אנטקעגן אלעס וואס האט מיט די אמאליגע חובבי ציון און איז פארבינדען באופן כל שהוא מיט די אמאליגע ציונים וממשיכי דרכם. צו זאל דאס זיין עולה זיין לארץ ישראל, אידן זאלן זיין בראש פון א מדינה, גיין צו די בחירות, רעדן אדער לייענען עברית, נעמען געלט פון די מדינה, גיין אין מיליטער אדער שירות לאומי, פארן מיט א פליגער וועלכע האט אויף זיך דעם דגל הציוני, לייגן דעם מגן דוד אויף אן ארון קודש, גיין צו א רב וועלכע גייט צו די בחירות וכו' וכו'.
פון צווייטע זייט איז דא די ממשיכי דרכו פון הג"ר אברהם יצחק קוק וואס האט געהאלטן אז עס איז א מצוה עולה צו זיין לא"י און אז ס'איז א מצוה אז אידן זאלן זיין די בעלים פון די קרקעות בא"י. זיינע תלמידים האלטן אז דאס אז אידן פירן ארץ ישראל איז א סימן אז די גאולה איז נאענט (אתחלתא דגאולה אדער סיפא דגלותא) און אז מ'טאר נישט אוועקגעבן קיין קרקע וואס מ'האט שוין פאר א גוי. פארשטייט זיך אז פון דעם קומט שוין נאך אלע אנדערע זאכן ווי גיין אין מיליטער, גיין צו די בחירות וכו'.
די דריטע פראקציע איז חב"ד ממשיכי דרכו פון הג"ר מנחם מנדל שניאורסאהן מ'ליובאוויטש וועלכע האלטן אז מ'טאר נישט נעמען קיין מדינה פאר די צייט, אבער איינמאל א איד האט שוין קרקע בא"י טאר ער עס נישט אוועקגעבן פאר קיין גוי, ווי זיי רופן דאס "ארץ ישראל השלימה".
אלע אנדערע פראקציעס צו זאלן דאס זיין די ליטווישע, צו זאלן דאס זיין חסידישע ווי גור, בעלזא, וויזניץ וכו', האבן נישט עכט קיין קלארע מהלך לגבי ציונות. זיי נעמען געלט, גייען צו די בחירות, פיל פון זיי טוען שירות לאומי, אסאך פון זיי האלטן אז בעצם איז מיליטער נישט קיין פראלבעם, די פראלבעם איז אדער: טעכניש נישט אויסגעשטעלט פאר חרדים, אדער: ס'דארף זיין אויך תורה (באמערק דעם ווארט "אויך"), רעדן עברית איז אמאל געווען ביי טייל א בדיעבד, היינט כמעט ביי יעדן א לכתחילה וכו' וכו' כמעט אלע פראקטישע חלקים פון ציונות האבן זיי אנגענומען. דאך די עיקר חלק אויף וואס ציונות איז געבויעט, דהיינו האבן א מדינה אין ארץ ישראל, אידן זאלן האבן די בעלות אויפן קרקע, מ'זאל אויפארבעטען ארץ ישראל וכו' דאס זענען זיי עפ"ר זיך מתנגד, זה בכה וזה בכה. א ביישפיל אויף די צומישקייט פון די חרדים: ווען ס'געקומען צו גירוש גוש קטיף. טייל זענען געווען פרא, טייל זענען געווען אנטי, טייל האבן געהאלטן אז מ'דארף עס שטיצן, טייל האבן נישט געהאט קיין מיינונג און טייל זענען געגאנגען פראטעסטירן קעגן דעם. דאס איז א דירעקטע תוצאה פונעם צומישטן מהלך לגבי ציונות ביי די אלגעמיינע חרדים.

משה געציל » דינסטאג יולי 17, 2012 2:23 pm

· #25102
גאלד
משה געציל
ערגעץ געדריקט אין זיינע ספרים? איך מיין אזא קולא וואלט ווען געדארפט זיין קלאר געשריבען, עס כאפט דאך א ריזיגע נפק״מ ווען בפשטות קוקט אויס אז זיי ווערן פארעכנט ווי מינים, משא״כ לפי המימרא פון ר׳ סענדר׳ן איז רוב רובם פון כלל ישראל כשר כדת משה וישראל בלי שום פקפוק כלל וכלל.

דער מימרא איז געדריקט אין איינע פון די ביאגראפיע ספרים פון סאטמאר רבי'ן זצ"ל, ס'איז אזאך וואס איך האב קלאר געזעהן (נישט געהערט פון איינעם) בלי נדר כעל עס נאכקוקן

איך מיין אז אזא הוראה לדורות דארף פארנעמען א פלאץ אין זיינע הלכה ספרים, נשט סתם אין די ביאגראפיע ביכער פונעם רבי׳ן

גאלד » דינסטאג יולי 17, 2012 2:29 pm

· #25105
סדאך נישטא קיין געשריבענע הוראה אויף פארקערט, דאס גאנצע וואס איז געשריבן איז התחברות צו די עצם ציונים, אבער זיך משדך זיין מיט וויזניץ וואס איז שוין א שני לטומאה, שטייט אין ערגעץ קלאר און די ספרים, חוץ סברות כרסיות

משה געציל » דינסטאג יולי 17, 2012 2:31 pm

· #25107
וואס שטייט אויף התחברות לעצם ציונות?

גאלד » דינסטאג יולי 17, 2012 2:36 pm

· #25112
"התחברות" וואס דער סאטמארע רבי רעדט, איז ספעסיפיקלי זיין א חלק פון די רעגירונג, דאס הייסט א חבר הכנסת וכדומה, ער רעדט נישט פון גריסן "גוט מארגן" פאר א וויזניצער חסיד, אדער אפי' זיך משדך זיין

משכיל » דינסטאג יולי 17, 2012 2:50 pm

· #25119
די הלכה איז זייער קאמפליצירט און אפשר האט מען עס ספעציעל אזוי אוועק געשטעלט, סא ברצותו מרחיב וברצותו מקצר, י

משה געציל » דינסטאג יולי 17, 2012 3:14 pm

· #25128
גאלד
"התחברות" וואס דער סאטמארע רבי רעדט, איז ספעסיפיקלי זיין א חלק פון די רעגירונג, דאס הייסט א חבר הכנסת וכדומה, ער רעדט נישט פון גריסן "גוט מארגן" פאר א וויזניצער חסיד, אדער אפי' זיך משדך זיין

ויואל משה מאמר א׳ אות קמ״א

ומעתה נוכל להבין חומר האיסור לילך אל הבחירות, שמלבד שעוברים בזה על לפני עור על כל העבירות שעושין חברי הכנסת, כי אי אפשר
להם להיות חברי הכנסת אלא ע"י קולות הבוחרים, והמה באי כוחם של הבוחרים, נא"כ הבוחרים המה המביאים והגורמים לכל האיסורים שיש בהם ע"ז ומינות והעברה על השבועה לפני הקץ וכל המסתעף מאלה, אבל גם בזה עצמו שהולך אל הבחירות לשלוח באי כח אל השררה הטמאה הלזו בזה עצמו הוא מודה בע"ז הטמאה הלזו ונעשה ג"כ שותף באמצעות באי כוחם אשר המה יושבים שמה במקום הטמא, ומי לא ירא לנפשו להיות מודה בע"ז ולהשתתף באיסורין חמורים כאלה שחמורים מכל התורה כולה.

גאלד » דינסטאג יולי 17, 2012 4:13 pm

· #25142
פיין, אבער רעדט דאך נישט פון זיך מתחבר זיין מיטן הולך לבחירות,

משה געציל » דינסטאג יולי 17, 2012 4:17 pm

· #25146
איך האב קיינמאל נישט דורך געלערנט ויואל משה, אבער אין די שטיקעל שטייט קלאר אז דורך גיין צו בחירות ווערט מען א שותף אין די פעולות וואס די חברי הכנסת טוהן.

גאלד » דינסטאג יולי 17, 2012 4:25 pm

· #25147
יא יא, דאס איז דער טעם הדבר פארוואס סאטמאר רבי האט גע'אסרט גיין צו די בחירות, די חולקים טענה'ן אבער אז דאס גיין צו די בחירות מיינט נישט אז איך בין מודה אין עפעס, דאס מיינט בלויז אז איך בין מציל את שלי, איך בין א שטייער צאלער ווי יעדעם און איך וויל בלויז ניצן מיינע רעכטן אפגעזעהן ווער דער רעגירונג איז צו די ענגלענדער, צו די אראבער, צו ליידער די ציונים, אבער דער צד השוה איז אז ביידע זענען מודה אז דער רעיון המדינה איז טמא,

אלנספאל איז דער מדובר דא נישט צו מ'מעג גיין צו די בחירות, דער מדובר איז צו מ'מעג זיך מתחבר צו מתחברים למתחברים, דהיינו הולכי בחירות, וואס פון דעם רעדט נישט דער ויואל משה, אבער א מעשה רב פון ר' סנדר דייטש ע"ה איז יא דא,

משה געציל » דינסטאג יולי 17, 2012 4:55 pm

· #25159

נאכאמאל א חבר הכנסת פארשטייסטו הייסט א מתחבר, איינער וואס גייט צו בחירות שטייט אז ער איז א שיתוף, נא אויב ער איז א שיתוף איז ער דאך א מתחבר ממש ווי נעמסטו אזעלעכע ווערטער ווי מתחבר למתחברים?

chasid » דינסטאג יולי 17, 2012 6:08 pm

· #25190
יידל
ביי אידן שומרי תו"מ זענען דא נאר דריי פראקציעס וועלכע האבן א קלארע מהלך לגבי ציונות. פון איין זייט איז דא...
אלע אנדערע פראקציעס צו זאלן דאס זיין די ליטווישע, צו זאלן דאס זיין חסידישע ווי גור, בעלזא, וויזניץ וכו', האבן נישט עכט קיין קלארע מהלך לגבי ציונות. זיי נעמען געלט, גייען צו די בחירות, פיל פון זיי טוען שירות לאומי, אסאך פון זיי האלטן אז בעצם איז מיליטער נישט קיין פראלבעם, די פראלבעם איז אדער: טעכניש נישט אויסגעשטעלט פאר חרדים, אדער: ס'דארף זיין אויך תורה (באמערק דעם ווארט "אויך"), רעדן עברית איז אמאל געווען ביי טייל א בדיעבד, היינט כמעט ביי יעדן א לכתחילה וכו' וכו' כמעט אלע פראקטישע חלקים פון ציונות האבן זיי אנגענומען. דאך די עיקר חלק אויף וואס ציונות איז געבויעט, דהיינו האבן א מדינה אין ארץ ישראל, אידן זאלן האבן די בעלות אויפן קרקע, מ'זאל אויפארבעטען ארץ ישראל וכו' דאס זענען זיי עפ"ר זיך מתנגד, זה בכה וזה בכה. א ביישפיל אויף די צומישקייט פון די חרדים: ווען ס'געקומען צו גירוש גוש קטיף. טייל זענען געווען פרא, טייל זענען געווען אנטי, טייל האבן געהאלטן אז מ'דארף עס שטיצן, טייל האבן נישט געהאט קיין מיינונג און טייל זענען געגאנגען פראטעסטירן קעגן דעם. דאס איז א דירעקטע תוצאה פונעם צומישטן מהלך לגבי ציונות ביי די אלגעמיינע חרדים.

ס'איז מיר אינטערסאנט פארוואס דו האסט אפגעמאכט אז ס'איז דא נאר 3 פראקציעס און דו ברענגסט אלס ראי' אז די איבעריגע זענען צומישט ווייל ביי גוש קטיף איז געווען עטליכע דעות, אפשר זענען די אנדערע אויך קלאר יעדער ביי זיין דעה, נאר ביי זיי האט די מדינה נישט פארנומען דעם אויבן אן פונם סדר היום אז זיי זאלן פילן פאר וויכטיג צו מפרסם זיין זייער דעה בכתב.

chasid » דינסטאג יולי 17, 2012 6:14 pm

· #25194
ס'איז אינטערסאנט אראפצוברענגען דא וואס כ'האב געזען יעצט אינעם "אוצרות" תמוז (סאטמאר-מהר''א) אין א באשרייבונג איבער סת''ם, אז בעל על הגאולה ועל התמורה זצ''ל האט געזאגט אז ס'איז נישט קיין פראבלעם צו קויפן סת''ם פון הולכי לבחירות על דעת רבם, ווייל זיי גייען נאר ווייל זייער רבי האט געהייסן (ווער ס'האט די לשון צום האנט זאל עס צוברענגען)

מיר איז עס געווען א חידוש

גאלד » דינסטאג יולי 17, 2012 6:25 pm

· #25202
יא יא, חאַסיד, עס שטימט מיט מיין סיפור פון ר' סענדר דייטש'ן, ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דאס געווען די מהלך פון סאטמאר רבי'ן זצ"ל

chasid » דינסטאג יולי 17, 2012 6:31 pm

· #25203
גאלד
יא יא, חאַסיד, עס שטימט מיט מיין סיפור פון ר' סענדר דייטש'ן, ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דאס געווען די מהלך פון סאטמאר רבי'ן זצ"ל

לענ''ד, אויב דו ביסט טאקע גערעכט אז דאס איז געווען זיין מהלך האט סאטמאר היינט בכלל נישט די רעכט די רעכט זיך צו פאררופן "הולכי בשיטה הקדושה".

משה געציל » דינסטאג יולי 17, 2012 7:40 pm

· #25224
גאלד
יא יא, חאַסיד, עס שטימט מיט מיין סיפור פון ר' סענדר דייטש'ן, ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דאס געווען די מהלך פון סאטמאר רבי'ן זצ"ל

עס שטימט נאך אלט׳ס נישט מיט וואס ער שרייבט אין ויואל משה.

משה געציל » דינסטאג יולי 17, 2012 7:49 pm

· #25227
יידל
ביי אידן שומרי תו"מ זענען דא נאר דריי פראקציעס וועלכע האבן א קלארע מהלך לגבי ציונות. פון איין זייט איז דא...
אלע אנדערע פראקציעס צו זאלן דאס זיין די ליטווישע, צו זאלן דאס זיין חסידישע ווי גור, בעלזא, וויזניץ וכו', האבן נישט עכט קיין קלארע מהלך לגבי ציונות. זיי נעמען געלט, גייען צו די בחירות, פיל פון זיי טוען שירות לאומי, אסאך פון זיי האלטן אז בעצם איז מיליטער נישט קיין פראלבעם, די פראלבעם איז אדער: טעכניש נישט אויסגעשטעלט פאר חרדים, אדער: ס'דארף זיין אויך תורה (באמערק דעם ווארט "אויך"), רעדן עברית איז אמאל געווען ביי טייל א בדיעבד, היינט כמעט ביי יעדן א לכתחילה וכו' וכו' כמעט אלע פראקטישע חלקים פון ציונות האבן זיי אנגענומען. דאך די עיקר חלק אויף וואס ציונות איז געבויעט, דהיינו האבן א מדינה אין ארץ ישראל, אידן זאלן האבן די בעלות אויפן קרקע, מ'זאל אויפארבעטען ארץ ישראל וכו' דאס זענען זיי עפ"ר זיך מתנגד, זה בכה וזה בכה. א ביישפיל אויף די צומישקייט פון די חרדים: ווען ס'געקומען צו גירוש גוש קטיף. טייל זענען געווען פרא, טייל זענען געווען אנטי, טייל האבן געהאלטן אז מ'דארף עס שטיצן, טייל האבן נישט געהאט קיין מיינונג און טייל זענען געגאנגען פראטעסטירן קעגן דעם. דאס איז א דירעקטע תוצאה פונעם צומישטן מהלך לגבי ציונות ביי די אלגעמיינע חרדים.

איך ווייס נאכנישט מיט וואס סאטמארע שיטה שטייט אויף פעסטערע יסודות ווי אלע אנדערע, רוב רבי׳ס האבן זיך זייער מיינונגען בנוגע ווי זייער ליניעס זענען, און אה״נ יעדער איינער האט צווייטע גדרים, אבער דאס נעמט נאך נישט אוועק פון זייער שיטה וויבאלד זיי זענען נישט ארויס געקומען מיט ספרים אדער רעדעס ווי עס איז געווען אין סאטמאר און אין ליבאוויטש. אדרבה אין סאטמאר האט יעדער צאציקעל א אנדערע שיטה אינעם רבינ׳ס שיטה און אין די ענד אף די געים איז נאך דא די גרעסטע צימישענש דארט, דו״ק ותשכח.

גאלד » דינסטאג יולי 17, 2012 7:53 pm

· #25229
משה געציל
גאלד
יא יא, חאַסיד, עס שטימט מיט מיין סיפור פון ר' סענדר דייטש'ן, ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דאס געווען די מהלך פון סאטמאר רבי'ן זצ"ל

עס שטימט נאך אלט׳ס נישט מיט וואס ער שרייבט אין ויואל משה.

אויסדריקליך יא, ער האלט טאקע אז ס'אסור חזיר טרייף, אבער ס'דא אזא מין רעיון ווי אומר מותר אנוס הוא, דאס מיינט אז דער מענטש ווערט נישט פסול,

גאלד » דינסטאג יולי 17, 2012 8:01 pm

· #25237
chasid
גאלד
יא יא, חאַסיד, עס שטימט מיט מיין סיפור פון ר' סענדר דייטש'ן, ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דאס געווען די מהלך פון סאטמאר רבי'ן זצ"ל

לענ''ד, אויב דו ביסט טאקע גערעכט אז דאס איז געווען זיין מהלך האט סאטמאר היינט בכלל נישט די רעכט די רעכט זיך צו פאררופן "הולכי בשיטה הקדושה".

יא יא, ליידער זענען דא פילע סאטמארע וואס האבן נישט קיין געדולד צו דורכלערנען שיטת סאטמאר על בריו, דער ספר ויואל משה איז צו אינטימידעטינג פאר זיי, מאכן זיי אזא שארט-קאט, זיי נעמען דעם גאנצן ויואל משה ווארפן עס אין גאביטש אריין, און ערזעצן עס מיט איין ווארט: "פוי!!!!!!!!!!!!!!"

משה געציל » דינסטאג יולי 17, 2012 8:02 pm

· #25238
גאלד
"התחברות" וואס דער סאטמארע רבי רעדט, איז ספעסיפיקלי זיין א חלק פון די רעגירונג, דאס הייסט א חבר הכנסת וכדומה, ער רעדט נישט פון גריסן "גוט מארגן" פאר א וויזניצער חסיד, אדער אפי' זיך משדך זיין

ווי פאלט ביים חבר הכנסת אוועק דעם היתר פון אומר מותר אנוס הוא?

גאלד » דינסטאג יולי 17, 2012 8:08 pm

· #25241
דאס קענסטו פרעגן אויף די אידישע מיסיאנערן אויך, זיי זענען אפשר אויך "אומר מותר אנוס הוא",
פאר דעם דארף מען פארשטיין דעם הגדרה פון "אומר מותר", וואס איז לכאורה זייער באגרעניצט,
איך וואלט געזאגט אז א בעלזער חסיד וואס האט געפאלגט דעם בעלזער רבי'ן זצ"ל, קען לכאורה אריינגיין אינעם גדר פון "אומר מותר"

משה געציל » דינסטאג יולי 17, 2012 10:36 pm

· #25343
גאלד
דאס קענסטו פרעגן אויף די אידישע מיסיאנערן אויך, זיי זענען אפשר אויך "אומר מותר אנוס הוא",
פאר דעם דארף מען פארשטיין דעם הגדרה פון "אומר מותר", וואס איז לכאורה זייער באגרעניצט,
איך וואלט געזאגט אז א בעלזער חסיד וואס האט געפאלגט דעם בעלזער רבי'ן זצ"ל, קען לכאורה אריינגיין אינעם גדר פון "אומר מותר"

א קורצע ס״ה וואס קומט מיר אויס פון דיינע ווערטער. א איד וואס גייט צו בחירות וועל זיין רבי׳-מנהיג הייסט איז כשר וישר, א חבר הכנסת וואס איז געלאפן צום פאזיציע ווייל זיין רבי׳-מנהיג האט פארלאנגט כשר וישר, א רבי׳ וואס האלט אז עס מותר ע״פ הלכה צו גיין צו די בחירות -הגם דו האסט נישט קלאר געשריבן- זע איך פארט נישט לשיטתך פארוואס ער זאל נישט נכלל ווערן אינעם גדר פון אומר מותר. און דאס אלעס איז געבויט אויפן מימראל׳ע וואס סאטמאר רב זאל האבען געזאגט פאר ר׳ סנדר׳ן, קומט אויס אז די גאנצע אלע פייערדיגע דרשות ווי סאטמאר רב האט זיך זייער שארף אויסגעדריקט אנטקעגן די פרימע ציונים, און די ספר ויואל משה ווי ער דריקט זיך כמה פעמים אויס זייער שארף אנטקעגן די וואס גיין צו בחירות איז כמעט נישט שייך הלכה למעשה, זייער אינטערעסאנט... דאס ערשטע מאל וואס איך הער אזא ליבעראלע שיטה אינצעווישן די טויזענטער שיטות וואס זענען פארהאן בשיטתו של רבינו...

randy_couture » דינסטאג יולי 17, 2012 11:35 pm

· #25381
טעלעפאן
גאלד
דער בעלזער אין וויזניצער חסיד, איז 90% מיטן שיטת ויואל משה, זיי האלטן זיך פאר קנאים, זיי האלטן אויך אז די מדינה איז טרייף, זיי האלטן אויך אז א אידישע מדינה איז אסור קודם ביאת משיח, נאר וואס דען זיי האלטן אז אמעריקע און פראנקרייך איז אויך טרייף, און מיטדעמאלעם וואוט מען דארט און אידן זענען אין די רעגירונג, מיינט עס דען אז מ'איז ציפרידן צי זיין אין גלות און מ'איז נישט מצפה לגאולה? ניין, ווען מ'איז מתפלל ושבור עול הגוים ועול הגליות האבן זיי פונקט אזוי אינזין די ציוניסטישע רעגירונג

נו דעמאלטס וואס איז סאטמארער שיטה? פארוואס נישט? נאכדערצו אז פריוואט נעמען די סאטמארע אידן געלט פון די מדינה

און וואס איז שיטת גער?

איך ווייס נישט אויב איינער האט שוין געשריבן. אבער די סיבה פארן נישט נעמען געלט פון די מדינה האט נישט מיט קיין ציונית נאר איז כדי זיי זאלן נישט האבן א ווארט און די מוסד. ווער עס נעמט זייערע פראגרעמס מוז אויך לערנען זאכן וואס זיי הייסן אזוי ווי דא און אמעריקע. אבער פריווייט נעמען געלט פון זיי איז קיינמאל קיין פראבלעם נישט געווען חוץ פאר די וואס ווילן נישט נהנה זיין פון מחללי שבתות אזוי ווי דא און אמעריקע זענען דא די וואס ווילן נישט נהנה זיין פון פוד סטעמפס וכדומה.

גאלד » דינסטאג יולי 17, 2012 11:36 pm

· #25382
מאך עס נישט מער קאמפליצירט ווי עס איז,
מ'רעד מיר פון א ערליך חסידישער איד מדקדק בקלה כבחמורה אבער גייט צו בחירות ווייל זיין רבי האט געהייסן, איז דער שאלה צו דער מענטש איז פסול ווי א ממזר און פארלירט זיין חזקות כשרות ונאמנות ער איז מנודה ומשוקץ חרם הוא? דער שאלה ווערט נישט ערווענט אין קיין שום ספר פון סאטמאר רבי זצ"ל, האב איך אויף דעם געברענגט א עובדא פון סאטמאר רבי'ן וואס ער האט געזאגט אז ער איז נישט פסול, ווייל ער איז א אומר מותר, הייבסטו מיך אן צו פארהערן וואס אומר מותר איז, זיי מוחל, זיל גמור, דער רעיון פון "אומר מותר" האט נישט סאטמאר רבי ערפינדן דאס איז א חז"ל, און זעלבסטפארשטענדליך עס האט א געוויסער הגדרה, און דער סאטמאר רבי האט געהאלטן אז בנידן דידן גייט עס אריין אינעם גדר פון אומר מותר, אנדערע פעלער לא שמענו,

גאלד » דינסטאג יולי 17, 2012 11:52 pm

· #25391
נאך א וויכטיגע נקודה, "פרומע ציונים" מיינט נישט וויזניץ און בעלזא, "פרומע ציונים" מיינט אזוי אזוי ווי רב קוק אדער רב עובדי' יוסף, וכדומה, וואס האלטן אז ציוניזם איז געשטיצט פונעם פרומען שטאנדפונקט, אבער דער וויזניצער און בעלזער שיטה איז לגמרי נישט אין דעם קאטעגאריע,
ואין לי זמן להאריך

לאדיך אפ » מיטוואך יולי 18, 2012 12:59 am

· #25420
שטייט נישט אין ויואל משה אז גיין צום בחירות איז יהרג ואל יעבור? וואלסטו דיך משדך געווען פאר איד וואס ביקט זיך צו א געטשקע יעדע פאר יאר ווייל זיין רביהאט אזוי געהייסן?

געפילטע פיש » מיטוואך יולי 18, 2012 1:02 am

· #25422
לאדיך אפ
שטייט נישט אין ויואל משה אז גיין צום בחירות איז יהרג ואל יעבור? וואלסטו דיך משדך געווען פאר איד וואס ביקט זיך צו א געטשקע יעדע פאר יאר ווייל זיין רביהאט אזוי געהייסן?

טשענסעס אר אז דו גייסט זיך משדך זיין מיר איינער וואס בוקט זיך צו עפעס וואס זיין רבי האט געהייסן.

משכיל » מיטוואך יולי 18, 2012 1:07 am

· #25425
הרב גאלד דו ביסטו נישט דא אין די בני יואל מקוה, דער נאמען איז הרב עובדיה יוסף,
בלאט: 1 2 3 4 5