☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » ספרים היפך שיטת ויואל משה

ספרים היפך שיטת ויואל משה

506 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2617
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11

צפור בודד » מאנטאג יולי 27, 2020 4:48 pm

· #455254
איבער ר' עקיבא און בר כוכבא וועסטו מוזן פרעגן די וואס זענען דוגל אין דער שיטה הקדושה אבער ביז דער חורבן בית שני איז אוודאי דא א חילוק. אז נישט איז גאנץ תנ"ך א סתירה צו דער שבועה שלא יעלו. נאך בית ראשון זעט מען אויך אין נחמיה אז ער האט זיך פארטיידיגט און געקעמפט קעגן דער באפעלקערונג.

גאלד » מאנטאג יולי 27, 2020 5:12 pm

· #455257
די חשמונאים זענען געווען בזמן הבית, און אפי' דאן האבן זיי געמעגט ווייל ס'געווען איבער אידישקייט, להשכיחם תורתך ולהעבירם מחוקי רצונך.

די שלש שבועות האט זיך אנגעהויבן תשעה באב ג'תתכ"ח.

בר כוכבא איז לכל הדעות געווען א צדיק אמת און ר' עקיבא האט געהאלטן אז ער האט די פארשריפטן פון משיח וואס דער רמב"ם לייגט פאר, די חכמים האבן זיך מחולק געווען ווייל ער איז נישט געווען קיין מורח וודאין, דאס איז עפעס גאר הויך,

גאלד » מאנטאג יולי 27, 2020 5:28 pm

· #455258
אגב עס דארף באטאנט ווערן, אז דער באוועגונג וואס האט מייסד געווען די מדינה און ציוניזם, איז בכל הזמנים נגד התורה, צו בזמן הבית צו שלא בזמן הבית, צו לעולם הזה צו ימות המשיח, סעט אלעמאל זיין מופרך, נישט דוקא אלס שלש שבועות נאר פשוט אלס עשרת הדברות, דער רעדע דא איז נאר איבער א הייפיטעטיקל מדינה וואס איז געפירט דורך אביי ורבא, זעמיר דא דן ווען און באיזה אופן איז גילטיג דער איסור של השבועות.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יולי 27, 2020 5:46 pm

· #455260
פאר מ'טענה'ט זיך ווייטער וואלט כדאי געוועזן דורכצוטוהן דעם אשכול דא, אגב האט מען שוין דארט אויפגעוויזן אז גאלדי ווייסט ניטאמאל פון וועלכע זייט מ'עפנט אויף א ויואל משה, ער זעהט אויס צו זיין א טראלל וואס איז ענג פארבינדן מיט קאך לעפל און buddy, יתכן אז ס'איז איין אוממענטש וואס שטייט אונטער די אלע דריי.

ליב צו וויסן » מאנטאג יולי 27, 2020 6:15 pm

· #455263
ס'איז פאראן א גאנצע תורה וואס איז מחייב א"י, קרבנות והמסתעף.
אין גאנץ תנ"ך (און משניות) ווערט נישט דערמאנט קיין כל שהוא פון א איסור צו בויען דעם ביהמ"ק/מלחמה האלטן מיט די פעלקער (אפילו נישט אין שיר השירים...).
במשך אלע דורות האט מען מלחמה געהאלטן מיט פעלקער, געמאכט אויפשטאנדן וכו וכו און קיינער האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט שלש שבועות..

פלוצים נאך א לענגערע תקופה וואס מען קען נישט מלחמה האלטן מיט פעלקער, ווערט געבוירן א איסור גאר, און די איסור איז אזוי שטארק אז ס'קען עוקר זיין צענדליגער עשה'ס און לא תעשה'ס..

בקיצור, ס'איז מיר פשוט נישט קלאר וואס דא טוט זיך..

גאלד » מאנטאג יולי 27, 2020 6:32 pm

· #455267
ר' איד, וויזוי צו מאכן א ביי-פעס אפעראציע זענט איר יא קלאר, וויזוי פלאנט איר צו זיין קלאר און סיי וועלכער נושא אז איר האט זיך נישט גענומען דאס מינדעסטע דאס צו שטודירן.

כרם זית » מאנטאג יולי 27, 2020 8:23 pm

· #455276
מפי השמועה אז ווען הגאון האדמו''ר ר' משה יחיאל הלוי אפשטיין מאוזרוב איז דורך געגאנגען די ספר ויואל משה, האט ער כדרכו צו געשריבן הערות, (ווי ער פלעגט זיך נוהג זיין אין אלע זיינע ספרים,) און טייל שטיקלעך האט ער גאר אויסגעקראסט מיט א גרויסע איקס (X). וואונדערט מיר, האט נאך איינער געהערט די שמועה? און ווייסט איינער וואו מקען באקומען די הערות?

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג יולי 28, 2020 6:17 am

· #455293
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
רביה''ק זי''ע
פאר מ'טענה'ט זיך ווייטער וואלט כדאי געוועזן דורכצוטוהן דעם אשכול דא, אגב האט מען שוין דארט אויפגעוויזן אז גאלדי ווייסט ניטאמאל פון וועלכע זייט מ'עפנט אויף א ויואל משה, ער זעהט אויס צו זיין א טראלל וואס איז ענג פארבינדן מיט קאך לעפל און buddy, יתכן אז ס'איז איין אוממענטש וואס שטייט אונטער די אלע דריי.
אזוי ווענד מען אפ איינעם? מיט אראפ רייסן מיט לשונות של גנאי?
קום מיר נישט זאגן אז יענער טוא אויך אזוי, איר זענט דאך א אויפגעקלערטער פארשוין, נישט סתם א טראלל

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

ליב צו וויסן » דינסטאג יולי 28, 2020 7:12 am

· #455294
גאלד
ר' איד, וויזוי צו מאכן א ביי-פעס אפעראציע זענט איר יא קלאר, וויזוי פלאנט איר צו זיין קלאר און סיי וועלכער נושא אז איר האט זיך נישט גענומען דאס מינדעסטע דאס צו שטודירן.

מיין שאלה איז אויף רב זירא (און רב יהודה)..

ליב צו וויסן » דינסטאג יולי 28, 2020 7:15 am

· #455295
און כמובן אז פאר כ'וועל אננעמען אז ס'איז איינעם מחייב (און ס'איז נישט עפעס א שיינע אגדתא) וועט מען מוזן פארשטיין פון ווי דאס קומט וכו

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 28, 2020 7:21 am

· #455296
לכאורה איז די תירוץ 'א שיינע אגדתא' נישט גענוג. אגדתא איז אויך א חלק פון תורה און עס איז אויך מחייב. נאר עס איז נישט מחייב ווי א הלכה פסוקה. עס איז דא א מהלך הפסק וויאזוי ארויס צו נעמן די הלכה למעשה פון די גמרא, און די מהלך גילט נישט אויף סוגיות אין אגדתא, און ממילא איז עס נישט אין פלאטץ צו נוצן די סארט מהלכים צו פסקנ'ן למעשה. און דאס איז די סבה פארוואס רוב מנין ובנין פון ערליכע אידן האבן נישט אנגענומן די שיטה פון דער ויואל משה און דער אם הבנים שמחה אין איינעם, ווייל ביידער פון זיי זענען נישט געבויט אויף הלכה.

אבער אגדתא זעלבסט האט אויך א מהלך און מ'דארף עס אפלערנן און פארשטיין. טאמער די חכמים זאגן אונז אז עס זענען געווען שלש שבועות, דארף מען וויסן וואס דאס מיינט און וואס מיר דארפן טון דערוועגן. עס איס טאקע נישט קיין סוגיא פון בל יחל, אבער א סוגיא איז עס. א 'שיינע אגדתא' איז גוט פאר שאלעשידעס תורות, נישט פאר דברי חז"ל

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יולי 28, 2020 9:30 am

· #455301
א חסיד פון ווילנא
רביה''ק זי''ע
פאר מ'טענה'ט זיך ווייטער וואלט כדאי געוועזן דורכצוטוהן דעם אשכול דא, אגב האט מען שוין דארט אויפגעוויזן אז גאלדי ווייסט ניטאמאל פון וועלכע זייט מ'עפנט אויף א ויואל משה, ער זעהט אויס צו זיין א טראלל וואס איז ענג פארבינדן מיט קאך לעפל און buddy, יתכן אז ס'איז איין אוממענטש וואס שטייט אונטער די אלע דריי.
אזוי ווענד מען אפ איינעם? מיט אראפ רייסן מיט לשונות של גנאי?
קום מיר נישט זאגן אז יענער טוא אויך אזוי, איר זענט דאך א אויפגעקלערטער פארשוין, נישט סתם א טראלל

און ער איז ווידער צוריק...

סתם לידיעה בעלמא, איך בין בכלל נישט אויפגעקלערט, איך בין יא א טראלל, און כ'האב קיינעם נישט פרובירט אפצווענדן מיט דעם תגובה, כ'האב נאר געזאגט אז ער איז שוין געווארן אפגעוואנדן פון פריער, עיין באשכול הנ"ל.

גאלד » דינסטאג יולי 28, 2020 10:50 am

· #455309
לגבי דעם ענין אז די שבועות איז נישט להלכה ווייל ס'איז א אגדתא, כאב געקלערט עפעס א רעיון, אינעם ספר ויואל משה אדרעסירט דער רבי כלערעליי טענות ומענות שונות ומשונות וואס ציונים האבן ערווענט בימיו צו שטיצן די מדינה וציונית, און דער רבי פארעט זיך מיט יעדער איינע דבר דבור על אופניו,
מאנכע וואונדערן זיך פארוואס אדרעסירט נישט דער רבי דער ברענעדיגע טענה אז ס'איז בלויז אגדתא?
אני הצעיר האט אבער יא געטראפן איין שורה אינעם ספה"ק הנ"ל וואס לפענ"ד באציעט זיך דער רבי זצ"ל אויף דעם טענה.

אין מאמר שלש שבועות סימן ע' הייבט אן דער רבי בזה הלשון:
הן הראוני עכשיו עלה נדפסת מא"י, שאיני יודע מי הוא, אך אני רואה בדבריו שהוא ציוני נלהב ומצדיק את האפיקורסים אף בדברים שאין בהם שום ממש...

דער "דברים שאין בהם ממש" זאגט נישט דער רבי וואס דאס איז, כקלער בדרך אפשר לפענ"ד אז דא ליגט באגראבן ברמיזא דער ענין. ווייל לפי האמת פארשטייט יעדער מינדעסטע בר בי רב אז דער טענה אין להם שחר כלל וכלל, אפי' אזא איינער ווי הגאון הרב עובדיה יוסף זצ"ל איז מעתיק דער ענין השבועות אז סאיז א זאך וואס איז להלכה און מאסגעבנד, (ער איז נישט הולך בשיטת הרבי צוליב פילע אנדערע סיבות).

עס איז נישט מוזכר בשום מקום דעם מין רעיון אז די שבועות איז נישט להלכה, אין ערגעץ, חז"ל, ראשונים, אחרונים, ספרי הלכה, תשובות, אין ערגעץ,
מאידך גיסא, ווי דער ענין השבועות איז יא מוזכר (טאקע נישט קיין סאך ווייל למעשה איז דאך די שלש שבועות כמעט א ענין ווי סורר ומורה, וואס כמעט לא הי' ולא יהי'), איז איבעראל בסיגנון אחד כולם כאחד פה אחד אז ס'איז להלכה למעשה גארנישט ווייניגער ווי סיי וועלכער איסור בתורה. פארשטייט זיך מיט אירע אייגענארטיגע הגדרות, אבער דער רעיון אז מקלאמפערשט היות ס'איז אגדתא איז עס נישט להלכה האט קיין שום מקור בכלל.

גאלד » דינסטאג יולי 28, 2020 11:33 am

· #455314
ליב צו וויסן
גאלד
ר' איד, וויזוי צו מאכן א ביי-פעס אפעראציע זענט איר יא קלאר, וויזוי פלאנט איר צו זיין קלאר און סיי וועלכער נושא אז איר האט זיך נישט גענומען דאס מינדעסטע דאס צו שטודירן.

מיין שאלה איז אויף רב זירא (און רב יהודה)..

אויב אייער שאלה איז אויף ר' זירא, דאן ביטע נעמט אפיר יענעם גמ' כתובות קי"א און שטודירט עס דורך לאורכה ולרחבה, אפשר אדרעסירט די מהרש"א אייער קשיא,
איינמאל איר האט עס מברר געווען ביטע קומט צוריק אונז מהנה זיין מיטן תירוץ.

א דאנק.

כרם זית » דינסטאג יולי 28, 2020 1:59 pm

· #455324
לפע''ד די סיבה פארוואס אין לומדים מאגדה, איז וויבאלד אינז ווייסן נישט ווי אזוי אפצולערנען די סודות התורה (וכמדומה לי דכך ראיתי מהאבני נזר).

אינטערעסאנט איז אבער ווי עקסטרעם הגאון ר' שלמה קלוגער ז''ל האט גענומען די כלל. די הלכה איז אז פאר כבוד המת מעג מען טון געוויסע איסורי דרבנן. ברענגט רש''ק א מדרש רבה וואו עס ווערט פארציילט א מעשה שהיה ביי איינע פון די תנאים, אז ער האט נישט מתיר געווען איסורי דרבנן פאר כבוד מת א רשע. מיט דעם אלעמען האט רש''ק א צד אז מנעמט נישט אן אזוי וויבאלד עס שטייט נאר אין מדרש ואין לומדים מאגדה, עד היכן הדברים מגיעים!

(איך שטעל זיך נאר פאר ווי אזוי רש''ק וואלט רעאגירט אויב ער וואלט געהערט אז עס זענען דא וועלכע באשולדיגן צענדליגע אידן אין אפיקורסות אויפן סמך פון עפעס א מדרש.)

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 28, 2020 2:24 pm

· #455327
איך וואלט געוואלט וויסן איין מראה מקום פאר דער רבי פון סאטמאר וואס ברענגט די שלש שבועות להלכה. נישט אלס א מליצה, נישט בתוך השמועס, נאר א שאלה צו מ'מעג עפעס טון, מיט אן ענטפער פון יא צו ניין, צוליעב די שלש שבועות.

איך ווייס נישט דערפון.

און די סבה איז ווייל מ'לערנט נישט קיין הלכה פון אגדה, א זאך וואס איז באשטעטיגט אין טויזענטער ערטער אין די פוסקים. פאר דער רבי פון סאטמאר האט עס יעדער געוואוסט. ער האט ערפינדן א נייעם דרך אין פסק, און אין צווישן האט עס קיין שום אפהענגיגע פוסק נישט אנגענומן.

גאלד » דינסטאג יולי 28, 2020 2:33 pm

· #455330
כרם זית
לפע''ד די סיבה פארוואס אין לומדים מאגדה, איז וויבאלד אינז ווייסן נישט ווי אזוי אפצולערנען די סודות התורה (וכמדומה לי דכך ראיתי מהאבני נזר).

אינטערעסאנט איז אבער ווי עקסטרעם הגאון ר' שלמה קלוגער ז''ל האט גענומען די כלל. די הלכה איז אז פאר כבוד המת מעג מען טון געוויסע איסורי דרבנן. ברענגט רש''ק א מדרש רבה וואו עס ווערט פארציילט א מעשה שהיה ביי איינע פון די תנאים, אז ער האט נישט מתיר געווען איסורי דרבנן פאר כבוד מת א רשע. מיט דעם אלעמען האט רש''ק א צד אז מנעמט נישט אן אזוי וויבאלד עס שטייט נאר אין מדרש ואין לומדים מאגדה, עד היכן הדברים מגיעים!

(איך שטעל זיך נאר פאר ווי אזוי רש''ק וואלט רעאגירט אויב ער וואלט געהערט אז עס זענען דא וועלכע באשולדיגן צענדליגע אידן אין אפיקורסות אויפן סמך פון עפעס א מדרש.)

זייער א שיינער רש"ק. שכוח.

ס'אבער וויכטיג צו באטאנען אז די שלש שבועות איז נישט קיין מדרש, ס'איז א גמרא אין תלמוד בבלי, כתובות קי"א. תלמוד בבלי איז דער יסוד פון תורה שבע"פ, אזוי ווייס מיר וויזוי צו זיין א איד.
ווען מ'זאגט אין למידין מן אגדה מיינט טאקע מדרש, ספרא, ספרי, פסיקתא, וכדומה.

גאלד » דינסטאג יולי 28, 2020 2:37 pm

· #455331
ליטוואק פון בודאפעסט
איך וואלט געוואלט וויסן איין מראה מקום פאר דער רבי פון סאטמאר וואס ברענגט די שלש שבועות להלכה. נישט אלס א מליצה, נישט בתוך השמועס, נאר א שאלה צו מ'מעג עפעס טון, מיט אן ענטפער פון יא צו ניין, צוליעב די שלש שבועות.

איך ווייס נישט דערפון.

און די סבה איז ווייל מ'לערנט נישט קיין הלכה פון אגדה, א זאך וואס איז באשטעטיגט אין טויזענטער ערטער אין די פוסקים. פאר דער רבי פון סאטמאר האט עס יעדער געוואוסט. ער האט ערפינדן א נייעם דרך אין פסק, און אין צווישן האט עס קיין שום אפהענגיגע פוסק נישט אנגענומן.

יא, סאיז דא מער ווי איינס, די פראמינענטסע איז דער רמב"ם וואס שרייבט להלכה למעשה צו די אנשי תימן נישט צו רעוולטירן קעגן די רעגירונג, צוליב די שלש שבועות, סאיז אין אגרת תימן.

סדא נאך, אויב איר ווילט הערן נאך.

גאלד » דינסטאג יולי 28, 2020 2:49 pm

· #455334
אויב איר עפנט אויף דער ערשטער מס' פון ש"ס בבלי, מסכת ברכות, וועט איר טרעפן בלי גוזמא הונדערטער הלכות פון הל' ק"ש ותפילה וואס אפציעל איז אגדתא (סאיז אריינגעדרוקט אין ספר עין יעקב) אין זיי אלע ווערן מוזכר אין טור שו"ע אלס הלכות פסוקות. ווייל בבלי הייסט נישט אגדה, אחוץ אויב ס'דא א מקור פון אןיף א ספעציפישער ענין אז סאיז נישט להלכה איז א אנדערע מעשה. אבער די שלש שבועות גייט לגמרי נישט אריין אין דעם קאטעגאריע פון "אגדה", סאיז א געהעריגע שקלא וטריא צווישן אמוראים מיט סברות לכאן ולכאן פון פסוקים. אשר ע"כ וועט איר נישט טרעפן קיין איין מקור וואס זאל זאגן אז די ש"ש איז אגדה, אין גם אחד.

נהורא נפישא » דינסטאג יולי 28, 2020 4:46 pm

· #455341
פאר מ'גייט אריין וואס די כלל אין למדין הלכה מפי אגדה מיינט דארף מען קודם מגדיר זיין וואס אגדה מיינט. דער אמת איז אז עס איז תלוי הא בהא די דעפינישן פון אגדה איז די טעם פארוואס דאס איז נישט הלכה. אבער דער ציל פון אגדה איז נישט אומזינסט, דהיינו אן אגדה וואס איז בלשון הוראה קומט קלאר זאגן עפעס, נאר די חלק האגדי שבו טוט נישט מגדיר זיין די הוראה להלכה. אגדה איז געשריבן הייפרעבאליק און איז נישט מכוון דאס אנצונעמען ליטערעלי לגבי תוקפן ההלכתי. דהיינו די שלש שבועות קומען קלאר זאגן אן הוראה בענין גלות וגאולה נאר די חלק השבועה איז לאו דוקא הלכהדיג צוליב משביע זיין דורות הבאים און נאך פראבלעמען. סאטמאר רב לייגט גראדע נישט קיין גרויס געוויכט אויף די חלק הלכה שבהלכות שבועה שבו. עכ"פ עס איז נישט קיין הלכה אינעם בחינה אז פאקטיש האבן זיך אנגעזאמעלט א גאנצער שקליא וטריא און פסקי דינים בפרטי פרטיות. נאר דאס איז בעסער באטראכט אלס אן הוראה כללית צום פאל ווען די עטיטוד איז א גלות עטיטוד. פאקטיש האט זיך ביי די מעינסטריעם חרדים געטוישט עטוואס דער עטיוד מפני הכרח הזמן ממילא איז עס פאקטיש נישט הלכהדיג פארן מעינסטריעם צוליב דאס וואס די שארפקייט האט אבגעווייכט. פארשטייט זיך אז אויך פאר זיי בלייבט דאס אן הוראה והדרכה לגבי וויאזוי זיך צו פירן בגלות כאטש טאקע נישט אזוי שארף ווי ביים סאטמאר רב. די רמב"ם באנוצט זיך טאקע אויך מיט די שלש שבועות לגבי אן הוראה נישט נמשך צו ווערן נאך א משיח שקר אין תימן וואס האט געברענגט סכנות. די יעב"ץ באנוצט זיך מיט די שלש שבועות אלס אן אטאקע קעגן עליית ר' יהודה החסיד צוליב זייער שבתאות.
טעאלאגיש גערעדט זענען זיך בעסער מסתדר די צוויי קעגנזייטיגע שיטות פון אתחלתא דגאולה אנטקעגן די נסיון האחרון. דער צעווישן וואס מאכט נישט קיין וועזן פון די גרויסע היסטארישע געשעעניש פון גרינדונג פון מדינת ישראל האט א פארטריקענטע בליק איבער מאורעות הזמן.

ליב צו וויסן » דינסטאג יולי 28, 2020 4:46 pm

· #455343
גאלד
ליב צו וויסן
גאלד
ר' איד, וויזוי צו מאכן א ביי-פעס אפעראציע זענט איר יא קלאר, וויזוי פלאנט איר צו זיין קלאר און סיי וועלכער נושא אז איר האט זיך נישט גענומען דאס מינדעסטע דאס צו שטודירן.

מיין שאלה איז אויף רב זירא (און רב יהודה)..

אויב אייער שאלה איז אויף ר' זירא, דאן ביטע נעמט אפיר יענעם גמ' כתובות קי"א און שטודירט עס דורך לאורכה ולרחבה, אפשר אדרעסירט די מהרש"א אייער קשיא,
איינמאל איר האט עס מברר געווען ביטע קומט צוריק אונז מהנה זיין מיטן תירוץ.

א דאנק.

ערעב איד וואס דרשנ'ט איר מיר דא? איך האב געפרעגט א שאלה, אז איר האט א תירוץ ענטפערט.. אז נישט האלטס אייך שטיל.

א דאנק.

ליב צו וויסן » דינסטאג יולי 28, 2020 4:57 pm

· #455346
ליטוואק פון בודאפעסט
לכאורה איז די תירוץ 'א שיינע אגדתא' נישט גענוג. אגדתא איז אויך א חלק פון תורה און עס איז אויך מחייב. נאר עס איז נישט מחייב ווי א הלכה פסוקה. עס איז דא א מהלך הפסק וויאזוי ארויס צו נעמן די הלכה למעשה פון די גמרא, און די מהלך גילט נישט אויף סוגיות אין אגדתא, און ממילא איז עס נישט אין פלאטץ צו נוצן די סארט מהלכים צו פסקנ'ן למעשה. און דאס איז די סבה פארוואס רוב מנין ובנין פון ערליכע אידן האבן נישט אנגענומן די שיטה פון דער ויואל משה און דער אם הבנים שמחה אין איינעם, ווייל ביידער פון זיי זענען נישט געבויט אויף הלכה.

אבער אגדתא זעלבסט האט אויך א מהלך און מ'דארף עס אפלערנן און פארשטיין. טאמער די חכמים זאגן אונז אז עס זענען געווען שלש שבועות, דארף מען וויסן וואס דאס מיינט און וואס מיר דארפן טון דערוועגן. עס איס טאקע נישט קיין סוגיא פון בל יחל, אבער א סוגיא איז עס. א 'שיינע אגדתא' איז גוט פאר שאלעשידעס תורות, נישט פאר דברי חז"ל

שאלעשידעס צו נישט.. זייט ווען קען מען אויסרייסן צענדליגע חיובי דאוריתא צוליב א מעשה וואס מען טרעפט אין גמרא? בפרט ווען ס'איז נישטא קיין שום רמז אינעם דרש צו אז ס'האט צוטוהן מיט "חורבן בית שני"
בפרטי פרטיות ווען די דאזיגע דרש ווערט על פי פשטות אפגעפרעגט פון מרד התפוצות און מרד בר כוכבא..

ליב צו וויסן » דינסטאג יולי 28, 2020 5:00 pm

· #455347
אויף די שאלה קען מען באמת ענטפערן וואס מיינע רבי'ס פלעגן אסאך ענטפערן "מען פארשטייט נישט אלעס"... אדער "ס'איז אן אגדתא און נישט למעשה".. אבער לפי זה פאלט אוועק די גאנצע ענין ווען ס'קומט למעשה..

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 28, 2020 5:17 pm

· #455349
איך האב גארנישט אין דעם מכריע געווען. נאר אז מ'קען נישט סתם אזוי אוועק שטופן א גמרא, מ'דארף עס אויך פארשטיין און אריין נעמן אין באטראכט.

עס איז גאר מעגליך אז די שלש שבועות זענען נאר שלא באופן גאולה. דהיינו, עס איז מעגליך אז מ'מעג נעמן א גאולה פאר די באשטימטע צייט. אבער זיך מאכן שבת פאר זיך אן א גאולה, און אן אפילו אן אתחלתא דגאולה, איז א מרידה אין גזירת הגלות. ד.ה. די גלות מוז אנגיין ביז צום גאולה, און מיר זאלן נישט זוכן קיין סאבסטיטיוט אינדערמיט. פונקט ווי מאכן אן ענדגילטיגע אידישע ישוב אין אוגאנדא איז א פארלעץ פון מצות ישוב א"י (כמבואר ברמב"ן פרשת מסעי), אזוי אויך מורד זיין אין די רעגירונגן ווי מיר וואוינן איז א פארלעץ פון די גזירת גלות.
זיך צוריק קערן קיין א"י, און אויפבויען א גאולה פאר זיך, דאס איז נישט אריין גערעכענט אין די איסור, ווייל דעמאלס איז עס מיט די מהלך פון גלות און גאולה.
און אזוי שטימט די גמרא בעסער, אז די שבועות זענען געווען די הכנה צום ארויס גייען אין גלות, אז מיר זאלן וויסן אז מיר קומן דא צוריק, מיר זאלן זיך נישט קובע זיין דארט, נישט מאכן קיין מרידות און מדינות דארט, נאר צוריק קומן צו אונזער ארט אין א"י.

איך זאג דאס בדרך אפשר.

ליב צו וויסן » דינסטאג יולי 28, 2020 8:15 pm

· #455369

אויף שלא ידחקו את הקץ איז עס לכאורה נישט גוט.

גאלד » דינסטאג יולי 28, 2020 8:41 pm

· #455372
נאך א מראה מקום:

תשובת הרשב"ש סימן ב' (א פערטער דור אייניקל פון די רמב"ן, זוהן פון תשב"ץ, געוואוינט אין אלזשירע)

בהדירה בא"י א"ז הרמב"ן ז"ל מנה אותה מכלל מצות עשה כמו שנאמר וירשתם וישבתם בה, וכן היא דעת א"א הרשב"ץ ז"ל בספר זוהר הרקיע וכו' אמנה מצוה זה אינה מצוה כוללת לכל ישראל בגלות החל הזה, אבל היא נמנעת כלל, כמו שאמרו חז"ל בגמ' כתובות שהוא מכלל שבועות שהשביע הקב"ה את ישראל שלא ימהרו את הקץ ושלא יעלו בחומה וכו'

גאלד » דינסטאג יולי 28, 2020 8:49 pm

· #455375
נאך איינס:

הרב עובדיה יוסף זצ"ל בתשובה אודות למסור שטחים,

ועל כל פנים כבר הבאנו דברי הרשב"ש, שאף זקנו הרמב"ן מודה בגלות החל הזה שאין להסתכן לכבוש את הארץ, ואדרבה, יש איסור בדבר שלא יעלו בחומה. וכן כתב בשו"ת חבלים בנעימים (סוף ח"ה סי' מה), שגם לדעת הרמב"ן הרי השביע הקב"ה את ישראל שלא יסכנו את נפשם לעלות בחומה. ומשום דהוה אמינא, שמכיון שמצות יישוב ארץ ישראל מצוה גדולה היא ושקולה ככל המצוות, יבואו למסור נפשם עליה, קא משמע לן על ידי השבועה הנ"ל שיזהרו שלא יסכנו נפשם, ע"ש. וכן כתב הגאון רבי צדוק הכהן מלובלין בספר דברי סופרים אות יד, שנראה לו עיקר כדעת המגילת אסתר, שאין כיום מצות עשה ביישוב ארץ ישראל, אלא רק בזמן בית המקדש, ע"ש. וכן הגאון רבי יוסף דוב הלוי סולובייצ'יק בשו"ת בית הלוי (ח"ב סוף סי' נ) מסכים הולך לדברי המגילת אסתר הנ"ל, ע"ש. ועיין עוד בשו"ת אבני נזר (יו"ד סי' תנד אות נב והלאה), ובשו"ת דברי יששכר (סי' קמט)

גאלד » דינסטאג יולי 28, 2020 8:58 pm

· #455379
בקיצור היוצא לנו מזה דער רעיון אז שלש שבועות איז בלויז אגדתא, איז עפעס א נייער אויסטרעף ללא סברה ומקור נגד כל פוסקים בלי שום יוצא מן הכלל.

נהורא נפישא » דינסטאג יולי 28, 2020 9:26 pm

· #455381
פילצאליגע פוסקים דערמאנען די שלש שבועות להלכה און אז דאס טוט דערמיט מצמצם זיין די מצוה פון ישוב ארץ ישראל אז דאס איז נאר שייך פאר טיילווייז פון עם ישראל אבער נישט משתדל זיין ארויפצוברענגן גאנץ כלל ישראל.
דוקא די וואס זענען זיך מפלפל אין די תוקף השבועות און איר חלות און לערנען די חלק השבועה אין הלכהדיגע טערמינען אויף דעים קען מען אפשר טענהן אין למדין הלכה מאגדה. הגם חת"ס אין שו"ת י"ד ר"כ לערנט יא ארויס א דין לגבי הלכות שבועות דערפין.

גאלד » דינסטאג יולי 28, 2020 10:34 pm

· #455392
נאדיר נאך א מראה מקום:

שו"ת מהרשד"ם חו"מ סימן שס"ד דף ס: (מגדולי חכמי סלוניקי יוון, אין די 1500 יארן)

ואחר שאנחנו משועבדים תחתם אנו מחויבים לקבל כל דינא דמלכותא כאשר נשבענו שלא נמרוד בהם כמוזכר בשלהי כתובות (קי"א) ובודאי לא ירצו לומר שנמרוד לצאת תחת רשותם שא"כ זוהי השבועה הראשונה שהזכירו שם האמר שלא יעלו בחומה

קיין זכר, קיין רמז, קיין צד, אז די שבועות זאל זיין בגדר אגדה, גארנישט, לא יזכר ולא ויפקד,

מי אני » דינסטאג יולי 28, 2020 10:52 pm

· #455398
יואליש
I always had difficulty grasping the logic of Maimonides' words, if used in the context of him addressing legitimate or illegitimate wars:

אם עשה והצליח ונצח כל האומות שסביביו ובנה מקדש במקומו וקבץ נדחי ישראל הרי זה משיח בודאי. ואם לא הצליח עד כה או נהרג בידוע שאינו זה שהבטיחה עליו תורה

If a Jew has a question as to the Halachic legitimacy of a military campaign, whether one should join the cause or not, how could such an immediate and practical question that needs an imediate and practical answer be hinging on an event in the future, namely the eventual success or failure of the endeavor. It's almost as if Maimonides is labeling the legitimacy of a current action, say to join the IDF, as "TBD" (to be determined.)

Quite literally reminiscent of Aristotle’s famous “Sea Battle Argument”, in the example he gave over his Problem of Future Contingents
😂

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יולי 29, 2020 2:24 am

· #455422
אז מ'רעדט שוין פונעם כלל פון אין למדין מן האגדות וויל איך צולייגן צוויי צענט.

א. די סיבה פארוואס מ'קען נישט ארויסלערנען קיין הלכות פון אגדות איז לדעתי ווייל ס'פעלט אונז קאנטעקסט, ווען חז"ל פארציילן אונז א מעשה פארציילן זיי נישט אלע פרטים ארום און ארום, ממילא קען מען גארנישט ארויסלערנען. צ.ב. ס'דא די באוואוסטע מדרש אז די אבות האבן געהיטן די גאנצע תורה נאך פאר ס'איז געגעבן געווארן, פארשטייט יעדער אליינס אז מ'קען נישט יעצט מנתח זיין אלע מעשה'לעך אין די תורה און גמרא איבער די אבות און זיך ארויסלערנען הלכות דערפון פשוט ווייל אין די מדרש שטייט נישט וואס פונקטליך ס'מיינט צוזאגן. ס'טוט זיך שוין אויף דעם, דער רמב"ן זאגט אז ס'נאר געווען אין ארץ ישראל, אנדערע ראשונים האבן אנדערע מהלכים, אויף למעשה קען מען גארנישט ארויסלערנען ווייל אונז ווייסן נישט וואס ס'מיינט, פארוועם ס'געזאגט געווארן, וכו' וכו'. אנדערש איז אבער הלכות וואס דארט האבן חז"ל אונז געזאגט פונקטליך וואס אונז האבן צוטון, אז אין די תורה שטייט אז מ'דארף לייגן תפילין האבן חז"ל שוין זיכער געמאכט אז אונז ווייסן פונקטליך וואס דאס מיינט און וויאזוי מ'טוט דאס למעשה בכל פרטיה ודקדוקיה ממילא קען מען ארויסלערנען דערפון למעשה. די שלש שבועות איז אויך א גוטע ביישפיל דערפאר, אין גמרא אין כתובות שטייט טאקע אז גאט האט באשוואוירן זעקס שבועות, קומט די מדרש היכלות דרבי ישמעאל און זאגט אז ס'פעלט אונז קאנטעקסט און די שבועות איז נאר געווען פאר 1000 יאר (הגם דער רבי אין ספר פארענטפערט עס, אבער ס'איז פארשטענדליך נאר א באבע תירוץ), די גמרא אין כתובות האט עס נישט געפונען פאר וויכטיג צו זאגן ווייל ער פארציילט דיר נאר א מעשה און ער פארציילט דיר נאר די פרטים וואס זענען נוגע פאר די פוינט וואס מ'וויל ארויסברענגען. ביי הלכות וואלט דאס נישט געקענט געשעהן, דארט וואלטן חז"ל שוין זיכער געמאכט אז דו ווייסט פונקטליך וואס דו האסט צוטון.

ב. מ'טרעפט שוין אזא זאך אז מ'זאל פסק'נען פון אגדות, דער חפץ חיים אין זיין ספר פסק'נט פון אגדות (און דאס איז טאקע איינס פון די גרויסע טענות וואס מ'האט געהאט קעגן זיין ספר). יעדער פארשטייט אליינס אז ווען ס'קומט צו שטופן אן אגענדע פאלן אוועק די אלע כללים, דער חפץ חיים האט געוואלט אויפבויען אן איסור פון לשון הרע האט ער פאר א נויט אפירגעקראצט אפאר מדרשים און אגדות געמישט מיט מוסר פון שערי תשובה און הופה! מ'האמיר א תורה חדשה. די זעלבע זאך איז אויך געווען ביים ויואל משה, רבינו הקדוש האט נישט געוואלט אז ערליכע אידן זאלן זיך אידענטיפיצירן מיט א זאך וואס ווערט געפירט דורך מחללי שבת און אוכלי נבילות וטריפות בפרהסיא האט ער צאמגעשטעלט אפאר אגדתאס מיט אפאר שטיקלעך מאור ושמש געמישט מיט מהר"ל און יגעת ומצאת תאמין, ס'האט זיך שוין עפעס געמאכט.

גאלד » מיטוואך יולי 29, 2020 6:03 am

· #455426
די שלש שבועות איז נישט קיין אגדה.
סנישטא קיין איין מקור וואס זאגט אז סאיז אגדה.
אין גם אחד.

שטייט אין ערגעץ אז די שבועות איז נאר 1000 יאר.
דאס וואס דער רבי ערווענט איז פון ר חיים ויטאל בהקדמה לספר עץ חיים,
און ווי דער רבי ווייזט אויף איז רח"ו רעדט לגמרי נישט איבער אונזערע שבועות,
(אגב לשיטתך אויב איז עס אגדה וויזוי קען עס זיין 1000 יאר, מיטאמאל איין מינוט וואלט עס געדארפט זיין, אמער סדאך אגדה)

ליב צו וויסן » מיטוואך יולי 29, 2020 6:35 am

· #455427
רביה"ק, ארויסגעברענגט א גוטע נקודה.

די מעשה אין דיין חתימה קען אונז פיל לערנען אויף מעשיות פון גמרא בכלליות..

גאלד » מיטוואך יולי 29, 2020 11:46 am

· #455446
This [the idea that the Oaths are Aggadeta and not Halachically binding] is undoubtedly the most bizarre of Zionist claims. As we have seen, the Oaths have been invoked by our sages throughout the generations. The Gemara uses it in actual practice, and when Jews have violated them it has brought terrible consequences in its wake. i

There is no opinion that holds the Oaths can be ignored. R. Zvi H. Kalisher invokes them, as did Rabbi Reines of the Mizrachi. Like all Torah principles, the Oaths have their own rules for when they apply, but to simple dismiss them as unbinding is willful delusion. i

~THE EMPTY WAGON Pg 603

איך וויל יעצט נישט אריינגיין איבער דעם ספר און דער מחבר ר' יעקב שפירא, אפשר דארף עס א באזונדער אשכול. כוויל נאר ארויספרענגן זיין פוינט וואס ער ברענגט ארויס. אז די רעיון אז די שבועות איז בלויז אגדתא איז א מאדנע טענה און אילוזיע.

גאלד » מיטוואך יולי 29, 2020 12:00 pm

· #455449
כאב באמת א שטארקע חשד אז דער עולם איז דא גענצליך אומוויסנד דער תוכן פון די גמרא אין כתובות קי"א, יענער גמרא איז א שקלא וטריא לכאן ולכאן פון 2 אמוראים איבער פסוקים אין תנ"ך, ככל סוגיות הש"ס, און עס באציעט זיך אויף א הלכה אין די משנה פון יש מעלין, די סוגיא איז איבער א מעשה רב, נישט קיין הייפיטעטיקלס, עס האט קיין שום שטריכן פון א סארט אגדתא וואס מ'זאל קענען האבן דאס מינדעסטע הוה אמינא אז סאיז בגדר "אין למדין הלכה מאגדה".

גלייבט מיר רבותי, נעמט אפיר א גמ' כתובות, העט איר פארשטיין פארוואס ס'נישט פארהאן קיין איין איינציגער שיטה בכל התוה"כ וואס זאגט אז די שבועות קען מען איגנארירן מחמת אגדתא, אין גם אחד. אפי' שפעטערע גדולים פרא-ציונים, איז נישט עולה על הדעת געווען דאס.

והאיש משה » מיטוואך יולי 29, 2020 12:07 pm

· #455451
@גאלד
כ'האב הנאה אז מסתמא מיט'ן צולייגן די ווערטער אין גם אחד מיינט איר אודאי וואס די חז"ל זאגן אין מיעוט אחר מיעוט אלא לרבות, ווייל באמת ס'אידאך טאקע דא וואס האלטן אז די גאנצע מעשה איז אן אגדתא, ולדוגמא נא לעי' בשו"ת אבני נזר יו"ד תנד אות מ' שכתב להדיא דהשבועות אינו אלא אגדת חז"ל, און נאך אזוי אנדערע אויך, ווייל פון דעם וואס די רמב"ם איז משמיט די א.ג. הלכה פון שלש שבועות איז גאנץ א גלייכער תי' ווייל ס'איז אגדתא, און לאו דוקא הלכה למעשה... אבער כ'בין נישט אויסן דא דן צו זיין די נושא, נאר כדי צו פארענטפערן דיין טאפלטער לשון סנישטא קיין איין מקור וואס זאגט אז סאיז אגדה. אין גם אחד אז די מיינסט זיכער א רבוי און די דוגמא איז די אבנ"ז.

גאלד » מיטוואך יולי 29, 2020 12:37 pm

· #455454
כאמיך נישט געפוילט אין נאכגעקוקט דעם אבני נזר,
לא מינהו ולא מיקצתו, שטייט נישט אז "דהשבועות אינו אלא אגדת חז"ל", ער זאגט אז "ישוב אר"י" נישט די "שבועות", און ער זאגט נישט די ווארט "אלא" כאילו ס'עפעס מינדעריג, ער זאגט אז ס'אשטיקל טשעלענדש פאר איהם צו מברר זיין די מצוה "ישוב אר"י" (נישט שבועות) בזה"ז ווייל ס'תלוי אין אגדה, אבער אדרבא ואדרבא ער נעמט זיך די מיה צו מברר זיין די הלכה, מיוסד טאקע אויף דעם גמ' כתובות קי"א, און זאגט נישט קיין מילה אחת אז די שבועות איז נישט מאסגעבנד מחמת ס'אגדה, קיין איין ווארט.

try again

והאיש משה » מיטוואך יולי 29, 2020 1:13 pm

· #455455
כ'האב הנאה אז דו ביזט נישט פויל...
סארי כ'האב דיר געזאגט כ'בין בכלל נישט דן די נושא דא, אין בכלל נישט געזאגט אז ס'איז נישט וויכטיג דורכצוטוהן, נאר אויף די ווארט וואס די האסט געזאגט קיינער\ואף אחד האלט אז די גמ' איז נישט אגדתא האבעך דיר געזאגט אז די אבנ"ז זאגט אז ס'איז א דבר התלוי באגדה, ס'מיינט אודאי נישט צו זאגן אז אגדה איז נישט וויכטיג דורכצוטהון וכו'

מנחם ציון » מיטוואך יולי 29, 2020 1:17 pm

· #455456
#אחר חצות

כרם זית » מיטוואך יולי 29, 2020 1:26 pm

· #455459
תיקון טעות
@גאלד, איך האב היינט נאכגעקוקט די חכמת שלמה (עס איז אין או''ח סימן שיא). שטעלט זיך ארויס אז איך האב זיך טועה געווען. ער זאגט דארטן קלאר, ''והגם דאין לומדים מאגדה, אבל בדבר דהיה מעשה, וגם אין תלמידינו מתנגד לזה, לומדים''.

גאלד » מיטוואך יולי 29, 2020 1:32 pm

· #455460
והאיש משה
@גאלד
כ'האב הנאה אז מסתמא מיט'ן צולייגן די ווערטער אין גם אחד מיינט איר אודאי וואס די חז"ל זאגן אין מיעוט אחר מיעוט אלא לרבות, ווייל באמת ס'אידאך טאקע דא וואס האלטן אז די גאנצע מעשה איז אן אגדתא, ולדוגמא נא לעי' בשו"ת אבני נזר יו"ד תנד אות מ' שכתב להדיא דהשבועות אינו אלא אגדת חז"ל, און נאך אזוי אנדערע אויך, ווייל פון דעם וואס די רמב"ם איז משמיט די א.ג. הלכה פון שלש שבועות איז גאנץ א גלייכער תי' ווייל ס'איז אגדתא, און לאו דוקא הלכה למעשה... אבער כ'בין נישט אויסן דא דן צו זיין די נושא, נאר כדי צו פארענטפערן דיין טאפלטער לשון סנישטא קיין איין מקור וואס זאגט אז סאיז אגדה. אין גם אחד אז די מיינסט זיכער א רבוי און די דוגמא איז די אבנ"ז.

דאס איז סתם געווארפן זאמד אין די אויגן, געבט גארנישט צו, אינו משנה בכלל, סתם געמאלן וואסער. איים-סארי.

דאס וואס איר קומט אויף מיט א סברה אז די רמב"ם איז משמיט די א.ג. הלכה פון שלש שבועות איז גאנץ א גלייכער תי' ווייל ס'איז אגדתא אין לו מקור בכלל, קיינער זאגט עס נישט, די מגילת סתרים זאגט פונקט פארקערט אז פארדעם רעכנט נישט די רמב"ם ישוב אר"י אלס א מצוה, צוליב די שבועות.

איר זעהט די חילוק צווישן מיר אין מיינע חולקים? מיינע סברות איז נישט קיין אייגענע עס האט מקורות פון חז"ל, ראשונים, אחרונים וכו' ווידער מיינע חולקים זענען אייגענע ערפינדענע סברות שאין להם שום מקור.

גאלד » מיטוואך יולי 29, 2020 1:42 pm

· #455464
כרם זית
@גאלד, איך האב היינט נאכגעקוקט די חכמת שלמה (עס איז אין או''ח סימן שיא). שטעלט זיך ארויס אז איך האב זיך טועה געווען. ער זאגט דארטן קלאר, ''והגם דאין לומדים מאגדה, אבל בדבר דהיה מעשה, וגם אין תלמידינו מתנגד לזה, לומדים''.

דער ר"ת אין ספר הישר דף תרי"ט שרייבט, און די פרי מגדים בספרו מים חיים קכ"ח פסקנט אזוי להלכה, אז מ'פסקנט פון אגדתא אויסער אויב ס'נגד הלכה ברורה.

אגב איך וואלט נישט געווען סורפרייזד אז סדא "טויזענטער" (יא טויזנטער) הלכות אין רמב"ם וטוש"ע וואס מקורם איז פון אקוראט דער זעלבער סארט "אגדתא" ווי די שלש שבועות.

יעצט פליעט מיר אריין אין קאפ 3.

1. דאווענען מיט מנין איז א א"ג "אגדתא" גמרא אין ברכות פון א פסוק אין נ"ך
2. נישט עסן פארן דאווענען איז א א"ג "אגדתא" גמרא אין ברכות פון א פסוק אין נ"ך
3. נישט הערן מוזיק בגלות איז א א"ג "אגדתא" גמרא אין גיטין פון א פסוק אין נ"ך

מנחם ציון » מיטוואך יולי 29, 2020 2:19 pm

· #455465
וואשן נעגל וואסער
צובינדן די לינקע פאר די רעכטע

גאלד » מיטוואך יולי 29, 2020 2:46 pm

· #455471

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יולי 29, 2020 6:38 pm

· #455502
ליב צו וויסן
רביה"ק, ארויסגעברענגט א גוטע נקודה.

די מעשה אין דיין חתימה קען אונז פיל לערנען אויף מעשיות פון גמרא בכלליות..

דריי נקודות.

ערשטנס: כ'האב נישט געזאגט אז מ'קען נישט ארויסלערנען הלכות פון א מעשה, אוודאי קען מען יא, מ'דארף פשוט וואוסן די קאנטעקסט, ווי די גמרא זאגט אפאר מאל אויף געוויסע הלכות "לאו בפירוש איתמר אלא מכללא איתמר", פשט איז אז דער אמורא האט נישט געזאגט "די הלכה איז אזוי" נאר מ'ווייסט אז ער האט אזוי געטון ממילא קען מען נישט אננעמען די הלכה פאר face value אן וואוסן די איינצעלהייטן ארום, און די גמרא קומט גלייך און שמועסט אויס פונקטליך די קאנטעקסט פון די מעשה אז מ'זאל וואוסן ווען מ'קען זיך פארלאזן אויף דעם מעשה רב און ווען נישט. לאמיר טאקע נוצן מיין פריערדיגע ביישפיל פון די אבות, אויב וואלטן אונז למשל געוואוסט אויף זיכער אז פשט אינעם מדרש איז אז אברהם אבינו האט געהיטן אלע מצוות דאורייתא און דרבנן און א"י און חוץ לארץ, און מ'וואלט געזעהן אין די תורה צו גמרא אז אברהם אבינו האט געטון אזוי און אזוי וואלט מען געוואוסט אז ס'איז אויסגעהאלטן צו טון אזוי, עכ"פ לויט יענעם בעל המדרש.

די זעלבע זאך איז מיט די גמרא וועגן די שלוש שבועות, די גמרא פארציילט אז רב יהודה האט נישט געלאזט רבי זירא ארויפגיין אויף ארץ ישראל ווייל ס'דא א שבועה אז מ'טאר נישט ארויפגיין אויף ארץ ישראל פון בבל, רבי זירא איז אבער יא ארויף אויף ארץ ישראל ווייל ער האט געהאלטן אז די שבועות איז עפעס אנדערש, די שלוש שבועות. יעצט וויבאלד אונז זעהען אז רב יהודה האט נישט געלאזט ארויפגיין פון בבל קיין ארץ ישראל ווייסן אונז אז לויט רב יהודה טאר מען דאס נישט טוהן, אויך וויבאלד אונז זעהען אז רבי זירא איז יא ארויף אויף ארץ ישראל ווייסן אונז אז לויט רבי זירא מעג מען דאס יא טוהן, פון דארט און ווייטער קען מען נישט גארנישט ארויסלערנען למעשה ווייל די גמרא איז נישט מסביר וואס פונקטליך רבי זירא'ס שבועות מיינען למעשה. די גמרא זאגט נאר וואס רב יהודה'ס שבועה מיינט למעשה און וואס רבי זירא'ס שבועה מיינט נישט, אבער וואס רבי זירא'ס שבועה מיינט יא איז די גמרא נישט מסביר.

צווייטנס: פון די מעשה אין מיין חתימה מיט רב נחמן קען מען זיכער ארויסלערנען הלכה למעשה, עכ"פ לויט די וואס האלטן אז מ'טאר נישט משנה זיין קיין זיז כל שהוא, די גמרא דארט גיבט שוין די פרטים ארום די מעשה צו וואוסן ווען מ'קען זיך פארלאזן אויף די מעשה און ווען נישט.

דריטנס: מ'האמיר שוין פריער גערעדט אז די אלע כללים פאלן אוועק ווען ס'קומט אונטער אן אגענדע, דער יעב"ץ אין זיין באקאנטע תשובה צו מתיר זיין extra marital affairs (שאילת יעב"ץ חלק ב' סימן ט"ו) מאכט מטעמים פון דעם מעשה. מיין אגענדע מיט דעם מעשה איז אז מ'זאל זיך נישט דערשרעקן פון אזעלכע שרעקעדיגע ווערטער ווי "אסור על פי הלכה" אדער "ס'שטייט אין שולחן ערוך" ווייל אויף אלעם קען מען טרעפן א היתר, און נישט סתם א היתר, א היתר וואס אפילו דער צדיק הדור רב נחמן האט זיך פארלאזט דערויף. אויך טאר מען זיך נישט דערשרעקן פון אזעלכע ווערטער ווי "מסורה" אדער "מ'טאר נישט משנה זיין" ווייל אפילו דער וואס שרייט עס גלייבט נישט אין זיינע אייגענע ווערטער, והא ראיה אז ס'איז איהם קיינמאל נישט איינגעפאלן צו מתיר זיין וואס רב נחמן האט געטון.

ליב צו וויסן » מיטוואך יולי 29, 2020 6:50 pm

· #455504
ליב צו וויסן
וואלט געוואלט פארשטיין: אידן לעבן אין ארץ ישראל ווערן באפאלן פון יוונים, שלאגן זיך צוריק, קיין פראבלעם פון שלש שבועות, אדרבה, העלדן!... ווערן באפאלן פון רומיים, העי! שלש שבועות!
ווערט געזוכט א מקור ווען שלש שבועות האט אנגעהויבן חל זיין..

בקיצור, תשובות דערווייל:
1-רוחני וו"ס גשמי (ביהמ"ק גשמי?!)
2-א מלחמה וואס מען געווינט וו"ס א מלחמה וואס מען פאלירט און מען פאטרייבט..

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יולי 29, 2020 7:18 pm

· #455505
מנחם ציון
וואשן נעגל וואסער
צובינדן די לינקע פאר די רעכטע

איך ווייס נישט וואו די גמרא רעדט פון נעגל וואסער, אבער לאמיר זיך טאקע באציען צו דיין אנדערע ביישפיל וועגן אנטון די רעכטע פאר די לינקע און צובינדן פארקערט, ס'קומט טאקע זייער שטארק אריין דא. דאס איז איינמאל זיכער אז אן ערליכע איד פרובירט מקיים צו זיין אלע ענינים וואס שטייט אין ש"ס ופוסקים, איך גלייב שווער אז אפילו דער אבני נזר אדער אור שמח וואלט בפועל געגאנגען עובר זיין אויף די שלוש שבועות, למשל גיין טון עבירות צו מרחק זיין דעם קץ הגאולה אדער גיין עצה'נען בנימין נתניהו צו מורד זיין אין די UN, אן א גוטע סיבה דערפאר, פונקט ווי זיי האבן מקיים געווען די ענין פון אנטון די רעכטע פאר די לינקע און אויך אלע אנדערע ענינים וואס שטייט. זיי וואלטן זיך אבער נישט צופיל צוקראצט אויב וואלטן זיי בטעות אנגעטון די לינקע פאר די רעכטע, און זיי וואלטן זייער גרינג מקיל געווען אין דעם ווען ס'וואלט אויסגעפעלט, און אז זיי וואלטן געהערט אז ס'דא געוויסע באלעבאתים וואס זענען נישט מקפיד דערויף וואלטן זיי אפשר אפשר מעורר געווען איין מאל, זיי וואלטן אבער קיינמאל נישט ארויסגעקומען מיט א קול קורא וועגן אזעלכע ענינים, ווער רעדט נאך פון א ספר, און מ'זאל דאס נאך מאכן אלס די עיקרי הדת?! מאן דכר שמיה.

גאלד » מיטוואך יולי 29, 2020 8:51 pm

· #455510
רביה''ק זי''ע
ליב צו וויסן
רביה"ק, ארויסגעברענגט א גוטע נקודה.

די מעשה אין דיין חתימה קען אונז פיל לערנען אויף מעשיות פון גמרא בכלליות..

דריי נקודות.

ערשטנס: כ'האב נישט געזאגט אז מ'קען נישט ארויסלערנען הלכות פון א מעשה, אוודאי קען מען יא, מ'דארף פשוט וואוסן די קאנטעקסט, ווי די גמרא זאגט אפאר מאל אויף געוויסע הלכות "לאו בפירוש איתמר אלא מכללא איתמר", פשט איז אז דער אמורא האט נישט געזאגט "די הלכה איז אזוי" נאר מ'ווייסט אז ער האט אזוי געטון ממילא קען מען נישט אננעמען די הלכה פאר face value אן וואוסן די איינצעלהייטן ארום, און די גמרא קומט גלייך און שמועסט אויס פונקטליך די קאנטעקסט פון די מעשה אז מ'זאל וואוסן ווען מ'קען זיך פארלאזן אויף דעם מעשה רב און ווען נישט. לאמיר טאקע נוצן מיין פריערדיגע ביישפיל פון די אבות, אויב וואלטן אונז למשל געוואוסט אויף זיכער אז פשט אינעם מדרש איז אז אברהם אבינו האט געהיטן אלע מצוות דאורייתא און דרבנן און א"י און חוץ לארץ, און מ'וואלט געזעהן אין די תורה צו גמרא אז אברהם אבינו האט געטון אזוי און אזוי וואלט מען געוואוסט אז ס'איז אויסגעהאלטן צו טון אזוי, עכ"פ לויט יענעם בעל המדרש.

די זעלבע זאך איז מיט די גמרא וועגן די שלוש שבועות, די גמרא פארציילט אז רב יהודה האט נישט געלאזט רבי זירא ארויפגיין אויף ארץ ישראל ווייל ס'דא א שבועה אז מ'טאר נישט ארויפגיין אויף ארץ ישראל פון בבל, רבי זירא איז אבער יא ארויף אויף ארץ ישראל ווייל ער האט געהאלטן אז די שבועות איז עפעס אנדערש, די שלוש שבועות. יעצט וויבאלד אונז זעהען אז רב יהודה האט נישט געלאזט ארויפגיין פון בבל קיין ארץ ישראל ווייסן אונז אז לויט רב יהודה טאר מען דאס נישט טוהן, אויך וויבאלד אונז זעהען אז רבי זירא איז יא ארויף אויף ארץ ישראל ווייסן אונז אז לויט רבי זירא מעג מען דאס יא טוהן, פון דארט און ווייטער קען מען נישט גארנישט ארויסלערנען למעשה ווייל די גמרא איז נישט מסביר וואס פונקטליך רבי זירא'ס שבועות מיינען למעשה. די גמרא זאגט נאר וואס רב יהודה'ס שבועה מיינט למעשה און וואס רבי זירא'ס שבועה מיינט נישט, אבער וואס רבי זירא'ס שבועה מיינט יא איז די גמרא נישט מסביר.

צווייטנס: פון די מעשה אין מיין חתימה מיט רב נחמן קען מען זיכער ארויסלערנען הלכה למעשה, עכ"פ לויט די וואס האלטן אז מ'טאר נישט משנה זיין קיין זיז כל שהוא, די גמרא דארט גיבט שוין די פרטים ארום די מעשה צו וואוסן ווען מ'קען זיך פארלאזן אויף די מעשה און ווען נישט.

דריטנס: מ'האמיר שוין פריער גערעדט אז די אלע כללים פאלן אוועק ווען ס'קומט אונטער אן אגענדע, דער יעב"ץ אין זיין באקאנטע תשובה צו מתיר זיין extra marital affairs (שאילת יעב"ץ חלק ב' סימן ט"ו) מאכט מטעמים פון דעם מעשה. מיין אגענדע מיט דעם מעשה איז אז מ'זאל זיך נישט דערשרעקן פון אזעלכע שרעקעדיגע ווערטער ווי "אסור על פי הלכה" אדער "ס'שטייט אין שולחן ערוך" ווייל אויף אלעם קען מען טרעפן א היתר, און נישט סתם א היתר, א היתר וואס אפילו דער צדיק הדור רב נחמן האט זיך פארלאזט דערויף. אויך טאר מען זיך נישט דערשרעקן פון אזעלכע ווערטער ווי "מסורה" אדער "מ'טאר נישט משנה זיין" ווייל אפילו דער וואס שרייט עס גלייבט נישט אין זיינע אייגענע ווערטער, והא ראיה אז ס'איז איהם קיינמאל נישט איינגעפאלן צו מתיר זיין וואס רב נחמן האט געטון.

מאכסט א פארדריסליכן טעות, פון די שקלא וטריא זעה מיר אז לכולי עלמא איז דא די שלש שבועות, בין לר' זירא בן לרב יהודה אויף דעם איז נישטא קיין חולק, זיי לערנען עס נאר פון אנדערע פסוקים, זיי דינגען זיך נאר איבער א יחיד צו ער מעג עולה זיין מבבל לאר"י. עיין שם.

גאלד » מיטוואך יולי 29, 2020 8:56 pm

· #455511
רביה''ק זי''ע
מנחם ציון
וואשן נעגל וואסער
צובינדן די לינקע פאר די רעכטע

איך ווייס נישט וואו די גמרא רעדט פון נעגל וואסער, אבער לאמיר זיך טאקע באציען צו דיין אנדערע ביישפיל וועגן אנטון די רעכטע פאר די לינקע און צובינדן פארקערט, ס'קומט טאקע זייער שטארק אריין דא. דאס איז איינמאל זיכער אז אן ערליכע איד פרובירט מקיים צו זיין אלע ענינים וואס שטייט אין ש"ס ופוסקים, איך גלייב שווער אז אפילו דער אבני נזר אדער אור שמח וואלט בפועל געגאנגען עובר זיין אויף די שלוש שבועות, למשל גיין טון עבירות צו מרחק זיין דעם קץ הגאולה אדער גיין עצה'נען בנימין נתניהו צו מורד זיין אין די UN, אן א גוטע סיבה דערפאר, פונקט ווי זיי האבן מקיים געווען די ענין פון אנטון די רעכטע פאר די לינקע און אויך אלע אנדערע ענינים וואס שטייט. זיי וואלטן זיך אבער נישט צופיל צוקראצט אויב וואלטן זיי בטעות אנגעטון די לינקע פאר די רעכטע, און זיי וואלטן זייער גרינג מקיל געווען אין דעם ווען ס'וואלט אויסגעפעלט, און אז זיי וואלטן געהערט אז ס'דא געוויסע באלעבאתים וואס זענען נישט מקפיד דערויף וואלטן זיי אפשר אפשר מעורר געווען איין מאל, זיי וואלטן אבער קיינמאל נישט ארויסגעקומען מיט א קול קורא וועגן אזעלכע ענינים, ווער רעדט נאך פון א ספר, און מ'זאל דאס נאך מאכן אלס די עיקרי הדת?! מאן דכר שמיה.

מזל טוב! זעמיר שוין געקומען צו די הכרה אז אגדה קען יא זיין הלכה פסוקה בשו"ע. האלט מיר שוין ערגעץ,

וואזשע דען יעצט קומסטו מיט א פרישע המצאה אז ס'נישט אזא וויכטיגע הלכה, פיין, געזונטערהייט, אי"ה נעקסט טיים העמיר זיך טענה'ן איבער דעם.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11