☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » ספרים היפך שיטת ויואל משה

ספרים היפך שיטת ויואל משה

506 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2617
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 2, 2015 6:16 am

· #311041
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
דעת תורה
אין קובץ גינת ורדים האט מען אסאך גערעדט דערוועגן

לינק ביטע

גאלד » מיטוואך דעצעמבער 2, 2015 11:48 am

· #311056
מ'האט דא געבעטן אז מ'וויל זעהן דעם מגדל עוז

נאדער
📎 moshiach.jpg

סקרן » דאנערשטאג נאוועמבער 9, 2017 1:55 pm

· #388781
געקויפט לעצטענס א הערליך ספר מענה חכם פון ר' יואל כהן פון ליובאוויטש ווי ער טוהט דורך ויואל משה און על הגאולה לענ"ד איז עס א הערליך ארבעט

יעקב מענטש » דאנערשטאג נאוועמבער 9, 2017 2:24 pm

· #388783
סקרן
געקויפט לעצטענס א הערליך ספר מענה חכם פון ר' יואל כהן פון ליובאוויטש ווי ער טוהט דורך ויואל משה און על הגאולה לענ"ד איז עס א הערליך ארבעט

איז ער מבאר זיין רבינ'ס שיטה אויך?

נישט אתחלתא דגאולה, חלילה א בענקעל אין כנסת, אבער צוריקגעבן שטחים איז מוראדיג הארב!

איך מאך נישט חוזק, ס'איז אבער זייער שווער צו אנצייגן ווי אויפן ספעקטרום ליבאוויטש שטייט

mevakesh » דאנערשטאג נאוועמבער 9, 2017 8:00 pm

· #388806
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
איך בין ווייט פון א לובאוויטשער אבער דאכט זיך אז לגבי די שיטות איז עס זייער פארשטענדליך ער קען זיין אן אנטי ציוני און נאכאלץ האלטן אז עס איז סכנות נפשות צוריקצוגעבן שטחים

Sent from my Z717VL using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג נאוועמבער 10, 2017 3:10 pm

· #388840
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
סקרן: אז דו האסט שוין יא אויפגעברענגט דעם אשכול, וועל איך דיר אנטראגן נאך אפאר הערליכע ספרים אין דעם נושא, כ'ווייס נישט צו איינער האט שוין געשריבן דערוועגן, שווער איבערצוקוקן 28 דפים, אבער ס'שאדט נישט, דאפעלט איז שטערקער זאגט די וועלט.

המדינה היהודית, הרב יעקב משה ברגמן שליט"א.

ר' יעקב משה איז אן אייניקל פון הרב ר' יעקב משה חרל"פ זצ"ל (מן הסתם הייסט ער נאך אים). ער איז געווען א שליח פאר בני עקיבא אין בראזיל. ווי ער האט עוסק געווען אין קירוב, היינט צו טאגס וואוינט ער אין ירושלים.

די ספר איז מן הסתם פון די בעסטע ספרים אין די נושא,
זייער שיין דרך ארץ'דיג אהן קיין שמות וכנויים, חרמות ושמתות, אדער ראשי תיבות'ר. ברענגט צו אלע קשיות, יעדע מראה מקום, פארענטפערט אלעס מיט א פינקטלעכקייט, איז נישט מאריך און אויך נישט מקצר, נישט פארנומען מיט דרשות אדער אגדות, א גרינגע לשה"ק, עכט א הערליכע ספר, ס'קומט אין א ווייכע דעקל, א דינעם ספר

דער גאלדענער אדלער » זונטאג נאוועמבער 12, 2017 1:01 am

· #388873
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
אויך איז כדי צו דערמאנן דעם ספר "יהודי וארצו" פון הרב אברהם קורמאן ז"ל, וואס א חלק פונעם ספר געט ער זיך אפ מיטן ויואל משה און מיטן על הגאולה, אבער די ספר איז נישט דוקא פאר דעם געווידמעט, אבער ער ארבייט אריין און פארענטפערט אלעס בטטוד"ת.

יעקב מענטש » זונטאג נאוועמבער 12, 2017 12:18 pm

· #388946
mevakesh
איך בין ווייט פון א לובאוויטשער אבער דאכט זיך אז לגבי די שיטות איז עס זייער פארשטענדליך ער קען זיין אן אנטי ציוני און נאכאלץ האלטן אז עס איז סכנות נפשות צוריקצוגעבן שטחים

Sent from my Z717VL using Tapatalk

זיין פראבלעם איז געווען שלימת הארץ, נישט סעקיוריטי

הקטן » זונטאג נאוועמבער 12, 2017 12:31 pm

· #388949
יעקב מענטש

זיין פראבלעם איז געווען שלימת הארץ, נישט סעקיוריטי

גרעד האט ער פין סעקיוריטי

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 12, 2017 3:51 pm

· #388989
ביסט גערעכט אז רוב דער שטורעם זיינער איז געווען סעקיוריטי, אבער ביים ׳עד דמשק׳ דרשה האט ער לכאורה נישט געמיינט סעקיוריטי.

הקטן » זונטאג נאוועמבער 12, 2017 4:44 pm

· #388995
פין וואו נעמסטו דאס?

מלחמת יום הכיפורים זענען זיי געקימען אויף עטוואס מער וואו אויף עסקי קש ותבן.
דער חבדסקער האט נישט געמאכט קיין סוד אז דאס זאל מען ניצען אלס א פאנדל צי מאכן א הסכם שלום מיט סיריע.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 12, 2017 4:50 pm

· #388998
איך האב עס נישט גרונטליך דורכגעטוהן, אבער דער אויסדרוק 'עד דמשק' קומט פון א משיח'יסטישע טראכטסגאנג, אז עתידה ירושלים שתתפשט עד דמשק.

הקטן » זונטאג נאוועמבער 12, 2017 4:55 pm

· #388999
מעגליך אז משיח האט אויך געשפילט א ראלע
דאס איז נישט ממש די זעלבע וואו שלימות הארץ

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 12, 2017 5:12 pm

· #389005
איך האב פארשטאנען אז די אלע נישט ציונים קוקען אן די מדינה אלס עפעס אן קיין רעליגיעזע געוויכט, נאר א פראקטישע זאך, פונקט ווי ווען איינער קויפט ערגעץ א הויז און ער לייגט דארט א שלאס.
ווען דער ליובאוויטשער רבי האט געהייסען עד דמשק, האט ער געהאלטען אז ס'איז א חלק פון א גאולת הארץ, נישט סתם פראקטיש.

אפשר מאך איך א טעות, אבער אזוי האט מיר אויסגעקוקט.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 12, 2017 5:55 pm

· #389011
ליטוואק פון בודאפעסט: לאמיר לייגן די שיטה אין א זייט. איינער וועלכער איז נישט דווקא א פארברענטער ציוניסט. אבער אלס איד פיהלט ער גוט אז ארץ ישראל איז אין אידישע הענט. ווי איידער אין אראבישע אדער בריטישע הענט...!

(כ'עלל דיר אויסזאגן א סוד. אז דאס איז די פיהלינג ביי 90% פון נארמאלן סאטמאר'ע עולם. מ'רעדט דא נישט פון די עקסטרעמיסטן.)

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 12, 2017 5:58 pm

· #389013
א פילינג איז פיין און וואויל. ס'איז מיר אבער נישט מסתבר אז דער ליובאוויטשער רבי האט אזוי פארפירט פאר א פילינג. עפעס א טיפערע זאך האט געמוזט שטעקן דערין.

קען זיין טאקע נאר סעקיוריטי. ס'איז גענוג א וויכטיגע זאך אויף וואס צו שטורעמען. מיר האט עפעס געשמעקט מער ווי דעם. אפשר נישט. ווייס איך נישט.

סקרן » מיטוואך דעצעמבער 6, 2017 4:39 pm

· #390595
איך האב יעצט געענדיגט אגרת א' אין די ספר מענה חכם פון ר' יואל כהן איך ווייס נישט וויאזוי איינער וואס לייענט/לערנט עס ווערט נישט איבערצייגט אז ס'איז זייער וואקעלדיג די גאנצע סאטמארע שיטה{חלילה דאס נעמט נישט אוועק קיין כי הוא זה פון די גרויסקייט}

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 23, 2018 2:56 pm

· #403245
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
<a class="postlink" href="http://forum.otzar.org/download/file.php?id=58239">http://forum.otzar.org/download/file.php?id=58239</a>
דורכגעלערנט די סוגיא

קוקט׳ס אויך דא <a class="postlink" href="https://www.yhe.center">https://www.yhe.center</a>

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נקודת-אמת » מיטוואך מאי 23, 2018 6:35 pm

· #403263
ליטוואק פון בודאפעסט
קוקט׳ס אויך דא <a class="postlink" href="https://www.yhe.center">https://www.yhe.center</a>

דער בעל ה'ילקוט השבעתי אתכם' איז גאנץ א באקאנטער בעל אדזשענדע
מ'קען זיך פארלאזן אויף זיינע מסקנות, אזוי ווי להבדיל בקודש ומקודש רבינו ב'ויואל-משה' או ב'על-הגאולה'
אדער אויף פרומן האמור וואס נוצט די זעלבע שפראך פון איין זייט איז אינגאנצן גערעכט און דער אנדערער איז א שגץ.
נאר פרומן נוצט דאס אויף די נישט ריכטיגער זייט (אזוי ווי די בעלזער האט זיך דערוואגט תשמ"ב)

אבער פאר ווער ס'ווויל מעהר א מכובד'יגער טענה ומענה, דאכט זיך מיר אז די מענה חכם איז א גוטע אדרעס (המדינה היהודית האב איך ניט געזעהן)

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 23, 2018 6:36 pm

· #403264
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
וואס? ער האט דאך א הסכמה פון ש"ש טעללער?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש חזון » דאנערשטאג מאי 24, 2018 1:45 pm

· #403346
דער גאלדענער אדלער
אדער ראשי תיבות'ר

Gimpel » דאנערשטאג מאי 24, 2018 3:22 pm

· #403352
לאחרונה מוחקים הרבה תגובות ידע הציבור ויזהר

יוסף יוזפא » דאנערשטאג מאי 24, 2018 3:48 pm

· #403355
Gimpel
לאחרונה מוחקים הרבה תגובות ידע הציבור ויזהר

למה מוחקים?
ואיך נזהרים מזה?

Gimpel » דאנערשטאג מאי 24, 2018 5:15 pm

· #403366
כנראה מנהל מוחק אם לא מוצא חן בעיניו

מארמאראשער » מאנטאג יולי 16, 2018 8:59 pm

· #408976
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
א הערליכע שיעור און ויואל משה דורך הרב אשר מרדכי רובין אויף חומת הדת. לוינט זיך מיטציהאלטן

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יולי 16, 2018 9:03 pm

· #408979
עפעס נייעס דארט, אדער די זעלבע אלטע ספינס?

מארמאראשער » מאנטאג יולי 16, 2018 9:17 pm

· #408984
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
וועליכע זעלבע ספינס? האסט שוין אמאל געלערנט דעם ספר? זיי נישט קיין נער כאפ דיך מיט

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יולי 16, 2018 9:20 pm

· #408985
אויב ער זאגט עפעס חידושים וועל איך טראכטן פון עס איבערלערנען.

מארמאראשער » מאנטאג יולי 16, 2018 9:22 pm

· #408987
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
חזקה על ר אשר מרדכי אז ער לערנט נישט עברי טייטש, ער וועט לכאורה אריינווארפן עפעס אקטואל ביי יעדע שורה

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יולי 16, 2018 9:23 pm

· #408988
חזקה על סאטמארער...

calculator » מיטוואך יולי 18, 2018 7:03 pm

· #409224
מארמאראשער
חזקה על ר אשר מרדכי אז ער לערנט נישט עברי טייטש, ער וועט לכאורה אריינווארפן עפעס אקטואל ביי יעדע שורה

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk




דא האסטו איינע פין די אקטואלע זאכן פין אשר מרדכי.
calculator
אשר מרדכי רובין האט זיך גענuמען פאר לערנען ויואל משה אויף די חומת הדת האטליין אין נעכטען האט ער אויפגעטוען א מורה'דיגע חידוש ער זאגט אזוי מענטשען פרעגן פארוואס דארף מען לערנען ויואל משה, דאס איז די נסיון הדור? ציונות? יושב ארץ ישראל? עס איז דאך דא טעכנאלאגיא נסיונות אויף די ריגטיגע ריינע אמונה, שכר ועונש מענשטען ווערן מגושם אין נאך, זאגט ער אזוי אז די רמ"ע מפענו ברענגט אז אין ארץ ישראל פארלייג זיך די יצר הרע די מערסטע אין די שפע פאר די גאנצע וועלט קומט פין ארץ ישראל, קומט אויס זאגט אשר מרדכי, אז אויס אז אויב אין ארץ ישראל זענען דא רשעים איז עס משפיע אויף די פאר די גאנצע וועלט איז וועגן דעם פלאגן מיר זיך זייער שטארק אויף אינזערע נסיונות דא אין אמעריקא טעכנאלאגיא, וכו' קומט אויס אז ויואל משה איז א יסודת'דיג ספר, אין אז מען וועט לערנען ויואל משה וועט דער אייבישטער העלפען אז די רשעים פין ארץ ישראל נישט האבן קיין השפעה וועט אסאך גרינגער ווערן אינזערע נסיונות.
wath a joke

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 18, 2018 8:30 pm

· #409232
איך ווילל נאר פארשטיין:וועגן די ציונים אין ארץ ישראל גייט דער פראסטער'ער עולם אין סאטמאר און געט זיך נאך אלע תאוות עוה"ז. זיי גייען אין די קאסינאס. און פארן אויף אלע מקומות המזוהמות אין מעקסיקא און פארטא ריקא...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 18, 2018 9:36 pm

· #409250
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
דער פרעדיגער גלייבט אליינס זיין ווערטער? טאמער יא, דארף מען א דאקטאר, זאפארט. טאמער נישט, פארוואס זאגט ער עס? די צוהערערס גלויבען עפעס דארט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מארמאראשער » מיטוואך יולי 18, 2018 10:49 pm

· #409255
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
ליטוואק פון בודאפעסט
דער פרעדיגער גלייבט אליינס זיין ווערטער? טאמער יא, דארף מען א דאקטאר, זאפארט. טאמער נישט, פארוואס זאגט ער עס? די צוהערערס גלויבען עפעס דארט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
גראדע איך גלייב עס ווייל די רמע מפאני איז ביי מיר א באגלייבט ספר, און געס וואט.. די ויואל משה אויך.
אפשר ווען ער וואלט געזאגט א ווילדן חידוש וואלט איך געלאכט פון אים באט וואס ער זאגט איז פון א פריערדיגער און א פשוטע זאך וואס מאכט סענס מיטן שכל

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

מארמאראשער » מיטוואך יולי 18, 2018 10:53 pm

· #409257
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
berlbalaguleh
איך ווילל נאר פארשטיין:וועגן די ציונים אין ארץ ישראל גייט דער פראסטער'ער עולם אין סאטמאר און געט זיך נאך אלע תאוות עוה"ז. זיי גייען אין די קאסינאס. און פארן אויף אלע מקומות המזוהמות אין מעקסיקא און פארטא ריקא...!
גראדע בין איך סאטמארער געווען און א פארטא ריקא קאסינא און אויפן באס אויפן וועג גיין מעקסיקא האב איך געטראפן צוויי בעלזע מיט א פאפענע שמיסן

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יולי 18, 2018 10:57 pm

· #409258
מארמאראשער
גראדע איך גלייב עס ווייל די רמע מפאני איז ביי מיר א באגלייבט ספר,

די רמ"ע מפאנו האט קיינמאל נישט געזאגט אז רשעים וואס וואוינען אין ארץ ישראל קענען צוריקהאלטן די השפעה, אדער אז דורך לערנען ויואל משה פארלירן די רשעים אין ארץ ישראל זייער שליטה, ס'איז זיין אייגענע ברעכאץ וואס איז איהם ארויפגעקומען לערנעדיג דעם רמ"ע מפאנו.

די ויואל משה איז ביי מיר נישט באגלייבט, כ'האב איהם שוין געכאפט ביי אפענע ליגנס.

מארמאראשער » מיטוואך יולי 18, 2018 10:57 pm

· #409259
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
כגון דא פלעגט מען ביי אונז זאגן ווען א יוד און בעלז טוט זיך אויס די הויזן בענדלעך שמד זיך א יוד און ווארשא


Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יולי 18, 2018 11:00 pm

· #409260
תיקון טעות: ווען א חסידישע איד בינדט זיך צו די שיך...

מארמאראשער » מיטוואך יולי 18, 2018 11:02 pm

· #409261
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
רביה''ק זי''ע
מארמאראשער
גראדע איך גלייב עס ווייל די רמע מפאני איז ביי מיר א באגלייבט ספר,

די רמ"ע מפאנו האט עס נישט געזאגט, ס'איז זיין אייגענע ברעכאץ וואס איז איהם ארויפגעקומען לערנעדיג דעם רמ"ע מפאנו.

די ויואל משה איז ביי מיר נישט באגלייבט, כ'האב איהם שוין געכאפט ביי אפענע ליגנס.
איך האף אז די ויואל משה ווענדסטו בעסער אפ ווי די רמע מפאני

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יולי 18, 2018 11:03 pm

· #409262
די ויואל משה דארף מען נישט אפווענדן, ס'איז מופרך ועומד.

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יולי 18, 2018 11:56 pm

· #409264
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
רביה''ק זי''ע
די ויואל משה דארף מען נישט אפווענדן, ס'איז מופרך ועומד.
רבינו סר מן הדרך[emoji23][emoji23][emoji23] ב"ה מ'האמער דערלעבט, משיח! קענסט שוין קומען

הקטן » דאנערשטאג יולי 19, 2018 1:33 am

· #409272
berlbalaguleh
איך ווילל נאר פארשטיין:וועגן די ציונים אין ארץ ישראל גייט דער פראסטער'ער עולם אין סאטמאר און געט זיך נאך אלע תאוות עוה"ז. זיי גייען אין די קאסינאס. און פארן אויף אלע מקומות המזוהמות אין מעקסיקא און פארטא ריקא...!

קען נישט זיין??

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 19, 2018 6:40 am

· #409275
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
מארמאראשער
כגון דא פלעגט מען ביי אונז זאגן ווען א יוד און בעלז טוט זיך אויס די הויזן בענדלעך שמד זיך א יוד און ווארשא


Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
דא זאגסטו אז די שטאט בעלזא איז די שרש, און דער רמ"ע מפאנו וואס מ׳האט פארדרייט זאגט אז ארץ ישראל איז די פלאץ. וויאזוי שטימט עס?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

יעקב מענטש » דאנערשטאג יולי 19, 2018 12:24 pm

· #409293
רביה''ק זי''ע
די ויואל משה דארף מען נישט אפווענדן, ס'איז מופרך ועומד.

היבש אינטערסאנט!

א ניק א טוטער, האט נאך קיין פרישטאג נישט פארפאסט פאר כבוד שמים, נניח אז ער 'קען' לערנען (ווייסטעך וויאזוי די היינטיגע 'קענערס' רעדן), קומט און איז 'מחליט' אז א ספר וואס א איד א אויסעגווענליכע עובד ה' א צדיק הדור, א גאון מופלג וכו' האט פארפאסט, איז 'מופרך ועומד'.


נישט ווייל דו מוזט פסקנ'ן ווי אים אויב דיינע רביים האבן געהאלטן אנדערש, אבער פון דאס ביז שרייבן 'מופרך ועומד' איז פאלג מיר א גאנג

נקודת-אמת » דאנערשטאג יולי 19, 2018 12:59 pm

· #409302
ליטוואק פון בודאפעסט
מארמאראשער
כגון דא פלעגט מען ביי אונז זאגן ווען א יוד און בעלז טוט זיך אויס די הויזן בענדלעך שמד זיך א יוד און ווארשא
דא זאגסטו אז די שטאט בעלזא איז די שרש, און דער רמ"ע מפאנו וואס מ׳האט פארדרייט זאגט אז ארץ ישראל איז די פלאץ. וויאזוי שטימט עס?
גראדע די צוויי געדאנקען זענען איינס היפך דער אנדערער,
דער בעלזער ווארט קומט זאגן אז דער פרומער זאל זיך אכטונג געבן אויפ'ן קוצו של יו"ד וואס דורך דעם וועט דער שוואכערער יוד נישט אנקומען צו זיך שמד'ן,
(עטליכע ווערסיע'ס און גירסאות ארום געשמועסט אין אן אנדערן אשכול איבער די ווארט, און איך טרעף דאס ניט איצטער).
משא"כ דאס ווארט פון אשר מרדכי רובין געבויט אויף רמ"ע מפאנו באדייט דאס פארקערטע.
וויבאלד ס'זענען דא רשעים אין ארץ ישראל, קומט אראפ א קליפה'דיגע השפעה אויפ'ן גאנצען וועלט,
און אויב מ'וועט זיך מחזק זיין מיט'ן ריינע-אמונה וועט דאס השפעה ריינער ווערן.

מארמאראשער » דאנערשטאג יולי 19, 2018 1:14 pm

· #409306
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
כפארשטיי נאך נישט גענוי דיין פירחא כוועל באלד מעיין זיין און דעם
אבער דעס איז נאר פאר די פרעמדע גאס כלשון רבי אשר מרדכי אבער אונז ווייס מיר דאך אז ציונות ביי אונז און וויליאמסבורג פלאקערט ווי קיינמאל בעפאר
איז אונז תלמידי רבינו וועלן פילעווען אונעם ויואל משה און די תלמידי הגהק אונעם על הגאולה, און אויסרייסן די קליפה פון אונז און בדרך סגולה די טומאה פון ארץ ישראל עד שתכלה מלכות הזלה

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

סקרן » דאנערשטאג יולי 19, 2018 1:19 pm

· #409308
מארמאראשער
כפארשטיי נאך נישט גענוי דיין פירחא כוועל באלד מעיין זיין און דעם
אבער דעס איז נאר פאר די פרעמדע גאס כלשון רבי אשר מרדכי אבער אונז ווייס מיר דאך אז ציונות ביי אונז און וויליאמסבורג פלאקערט ווי קיינמאל בעפאר
איז אונז תלמידי רבינו וועלן פילעווען אונעם ויואל משה און די תלמידי הגהק אונעם על הגאולה, און אויסרייסן די קליפה פון אונז און בדרך סגולה די טומאה פון ארץ ישראל עד שתכלה מלכות הזלה

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

ווער איז רבינו און ווער איז הגהק
איך נאר וויסן ווער ס'וועט לערנען ויואל משה און ווער על הגאולה
אלס א סייד נאוט די איינציגסטע וואס זענען שולדיג אז ציונות פלאקערט אין ווילי ווי קיינמאהל פריער זענט עטס
ווען איינער וואקסט אויף און פארשטייט אין וואס ער גלייבט קען ער זיך האלטן ביי דעם
משא"כ ווען יעדעס מאהל ער פרעגט שרייט מען אים אן ציוני! אדער שעמסט זיך נישט צו פרעגן אויפן הייליגן רבי'ן איז זייער שווער צו בלייבן ביי דעם
נאך דערצו ווען אלע זיינע חברים אין ישיבה גלייבן נישט אין דעם

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 19, 2018 1:25 pm

· #409311
ליטוואק פון בודאפעסט
מארמאראשער
כגון דא פלעגט מען ביי אונז זאגן ווען א יוד און בעלז טוט זיך אויס די הויזן בענדלעך שמד זיך א יוד און ווארשא


Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
דא זאגסטו אז די שטאט בעלזא איז די שרש, און דער רמ"ע מפאנו וואס מ׳האט פארדרייט זאגט אז ארץ ישראל איז די פלאץ. וויאזוי שטימט עס?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט: אפילו לויט די וואס זאגן אז דאס ווארט שטאמט פון בעלזא איז עס נישט די שטאט, נאר דער רב. ומעשה שהיה כך היה. (אין דעם ווארט אליינס איז אויך דא עטליכע גירסאות.) איינער פון די יושבים אין בעלזא איז אמאל אריינגעקומען אין ביהמ"ד מיט געפוצטע שטיוול. און דער רב האט דאס באמערקט. האט ער איהם אויפמערקזאם געמאכט אויף דעים. האט דער יושב געפרעגט..."רבי, וואס האביך דען געטון"...?! האט איהם דער רב געזאגט א טייטש אויף דעם פסוק יעקב חבל נחלתו. אז די אידן זענען אזוי ווי א שטריק. אויב א יושב אין בעלזא פוצט זיך די שטיוול, שמד'ט זיך א איד אין פאריז...! וי"א אז די מעשה איז געווען מיט קנעפלעך אויפ'ן העמד. ווייל ביז דאן איז מען געגאנגען מיט בענדלעך אויפ'ן העמד. און א חסיד איז אמאל אריינגעקומען מיט דעם מאדערנעם לבוש, קנעפלעך...!

מארמאראשער » דאנערשטאג יולי 19, 2018 1:31 pm

· #409314
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
סדא טערעפי פאר אזע איינעם, איימין סאיז זייער נישט עטיש אפצילייקענען א שיטה וואס האט צענדליגע ספרים אויף דעם ווייל איינער האט אנגעשריגן דיין שכן'ס חבר פארן פרעגן א קשיא



Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

מארמאראשער » דאנערשטאג יולי 19, 2018 1:35 pm

· #409316
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
אגב די רמע מפאני טייטשט עס אויך אויף די פסוק יעקב חבל נחלתו והיינו הך בעלז און ווארשא מיט ארץ ישראל און חוץ לארץ

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11