מיין פראבלעם מיט די חרדישע געזעלשאפט (סיסטעם)
96 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15859
מיין פראבלעם מיט די חרדישע געזעלשאפט (סיסטעם)
אפדעיט: אזויווי מיין פוינט איז נישט ארויסגעקומען גענוג קלאר דעם ערשטן מאל איז ראטזאם צו ליינען דעם אפדעיטעד ווערסיע, באזירט אויף פיעדבעק פון די ליינער, די אלטע האב איך געלאזט אז מ'זאל פארשטיין אויף וואס די תגובות פונעם עולם גייט ארויף: 📎 מיין פראבלעם מיט חרדים.pdf
מיט א שטיק צייט צוריק האב איך גערעדט מיט מיין טאטן און בתוך הדברים האט מיך געפרעגט ווען איך "קום צוריק" (צום חרדיש'ן געטאו), זעלבסטפארשטענדליך אז די ערשטע זאך האב איך צוריקגעשאסן ציניש "אויף וואס זאל איך צוריקקומען, זיך צו קענען ווייקן אין סאטמארע מקווה?", אבער למעשה האט עס מיר געמאכט אביסל טראכטן.
ס'הייסט אזוי, אין אנפאנג האט עס געהייסן אז איך זוך פשוט צו אנטלויפן פון די ניו יארקע קאוויד תפיסה, און באמת ווען ס'האט אנגעפאנגען גרינגער צו ווערן האב איך ערנסט געהאט געפלאנט זיך צוריקצוציען, כ'בין געפלויגן אין געטאו אריין פאר א צוויי דריי וואכן זוכן א פלאץ וואו אראפצושטעלן דאס געזינדל אבער נאכ'ן לעבן אינעם לעכטיגקייט אזוי לאנג האב איך פשוט נישט געקענט אויסהאלטן דאס חשכות און פארקריפלטקייט פון די נשמות דארט, כ'האב געמאכט א גרויסן בואי בשלום און אנטלאפן פון דארט כל עוד נשמתי באפי.
באמת האב איך שוין אפאר מאל געטראכט פון גיין באזוכן מיין משפחה, כאטש פאר א פאר טעג, אבער ווי לענגער איך בין אוועקגעוועזן אלץ ווייניגער און ווייניגער האב איך בכלל געהאט א שפראך מיט זיי. ווייסט, אמאל ווען איך פלעג רעדן מיט מיינע עלטערן צו ברידער אויפ'ן טעלעפאון האב איך נאך פארשטאנען וואס זיי רעדן, צומאל פלעגט מען זיך אויך טענה'ן אויף הויכע טענער, ס'איז אבער געקומען צו א מצב וואס איך פארשטיי בכלל נישט וואס זיי זאגן, מ'טענה'ט זיך שוין אפילו נישט, איך זאג מיך דאס מייניגער, זיי זאגן זיך דאס זייעריגע, און קיינער פארשטייט נישט וואס דער אנדערער רעדט…
למעשה האב איך דעמאלטס יא געזאגט פאר מיין טאטן געוויסע זאכן וואס חסידים טוען וואס שטערט מיר זייער (ספוילער אלערט: ס'נישט די מאנגל אין לימודי חול), און מיין טאטע האט מודה געווען אז ס'איז טאקע א פראבלעם, אבער, מ'קען זיך נישט שלאגן מיט די סיסטעם וכו', האב איך איהם געזאגט אז טאקע דערפאר האב איך אפגעלאזט די "סיסטעם" און געגאנגען צו א פלאץ וואו איך דארף מיך נישט שלאגן מיט קיינעם… אבער דו, האב איך פארגעזעצט, דו האלטסט דאך אויך אז ס'איז א קראנקהייט פון א פלאץ, פארוואס ביזטו נאך דארט? וויאזוי קענסטו לעבן אין א פלאץ וואו ס'דא זאכן וואס זענען וויכטיגער פון בעיסיק מענטשליכע געפילן? יא, ס'דא היינט אסאך טיכל טוסדעיס' וואס שערן זיך נישט די האר, אבער דאס איז נאר ווייל מ'האט געטראפן א היתר, ווען ס'זאל ווען שטיין קלאר אין שולחן ערוך "אסור לנשים נשואות שיהיה להן אפילו שער אחד בראש" וואלט קיינער זיך נישט געוואגט עס צו טשעלענדשען, וויאזוי קען מען לעבן אזא מין לעבן? נישט עולם הזה האט מען, נישט עולם הבא, אויף וואס ארויף? (למעשה האט מיך מיין טאטע דאן געזאגט אז "אויב רעדסטו שוין אזוי מיין איך איז בעסער אז דו בלייבסט טאקע דארט… ענדיוועיס…)
און קומטס מיר נישט זאגן (@שמן למאור אלערט) אז דאס איז נישט די "עכטע" אידישקייט, ווייל א) ס'מאכט באמת נישט אויס צו ס'איז עכט צו פאלש אבער דאס איז די טרוקענע מציאות. און ב) במחילת כבודכם איז דיעס געדאנקענגאנג דייקא יא אן אינטעגראלע טייל פון אידישקייט, און כ'וועל ענק ברענגען א ראיה וואס עטץ קענטס נישט אפפרעגן. איך מיין חס ושלום חס ושלום נישט צו האקן אבער די אמת מוז געזאגט ווערן, ס'שטייט אין בראשית ה, כד: וַיִּתְהַלֵּךְ חֲנוֹךְ אֶת הָאֱלֹקִים וְאֵינֶנּוּ כִּי לָקַח אֹתוֹ אֱלֹקִים, זאגט רש"י: צדיק היה וקל בדעתו לשוב להרשיע לפיכך מיהר הקב"ה וסילקו והמיתו קודם זמנו. ווייז דאס פאר סיי וועלכער מענטש וואס וואוינט צווישן קאסוב און קיטוב, מנער ועד זקן טף ונשים, יעדער וועט דיר זאגן מיט א פשטות אז אזוי קומט עס. אוודאי אזוי, די ערקתא דמסאנא איז קינג! א קינד איז מאלעסטעד געווארן? א געפערליכע פראבלעם, אבער צוערשט דארף מען דעם תולי מאסטער אנידערלייגן, דערנאך וועט מען זיך נעמען צו די secondary אישוס. אוודאי אזוי, גדול המחטיאו יותר מן ההורגו! פרויען מוטשען זיך מיט postpartum וויזויהייסטעס? מהיכי תיתי. יא, אוודאי איז עס א פראבלעם אבער געוואלד, וואס איז די אלטערנאטיוו? ב"ק?! דארף מען צאמזעצן אלע חכמי חעלם און צוקומען צו א מסקנא אז אין בית דין מבטל אלא אם כן גדול הימנו בחכמה ובמנין וואטעווער, ביזטו פון קאפ געפאלן? דאס איז די פראבלעם פונעם דור? וואו זענען דיינע פרייאריטיס רח"ל? וואט די עקטשועל העק? און איך קען געבן נאך צענדליגע הארבערע און שוואכערע דוגמאות דערפאר אבער מיין פען לויפט שוין באלד אויס פון טינט… איך האף אבער אז עטץ כאפטס (שמן למאור אלערט) וואס איך וויל ארויסברענגען.
יא, אוודאי איז אין די לעצטערע יארן בעסער געווארן אין אסאך הינזיכטן (הגם אין אנדערע הינזיכטן איז די מצב הדור געפאלן פי כמה לדוגמא די טעראר פון די מוסדות), אבער ווי געזאגט, ווען מ'טוט שוין יא עפעס איז מען נאר מטפל אין די ענפים, די שורש פורה ראש ולענה איז נאך טיעף טיעף איינגעבאקן אינעם סאבקאנשעס פון די קאלעקטיוו אזש ס'כאפט מיר פשוט א שוידער ווען איך טראכט נאר דערפון. און ס'נישט נאר די מעשים, און נאכאמאל, כ'מיין קיינעם נישט וויי צו טוהן אבער די גאנצע לופט טראגט א געוויסע ענערדשי וואס שמעקט פון סאדיזם און מזוכיזם, בשעת איך האב מיך געווייקט דערין האב איך נישט געפילט די גיפט דערפון (נאכאמאל, איך בעט איבער ווער ס'פילט זיך געטראפן) אבער היינט שטערט מיר עס געפערליכך. סתם פאר די אנאלידשי, כ'האב אמאל באזוכט ביי א קאזין מיינער, איך קום אריין אין זיין דירה און איך ווער אנטפאנגען מיט א שמעק פון שימל, אין די גאנצע עקסייטמענט און הו-הא פון די מופן האט ער נישט צופיל צוגעלייגט קאפ (נאז?) צום שמעק און ביז ער האט זיך געסעטלט דארט איז ער שוין געוועהן צוגעוואוינט צום שמעק אזש ער האט געמיינט אז איך טרייב לצנות פון איהם… פארשטייט עטץ? אז נישט איז אויך נישט געפערליך, די עיקר איז אז איך אליין פארשטיי…
Re: מיין פראבלעם מיט די חרדישע געזעלשאפט (סיסטעם)
רביה''ק זי''ע די גאנצע לופט טראגט א געוויסע ענערדשי וואס שמעקט פון סאדיזם און מזוכיזם
תְעַקֵּר וּתְשַׁבֵּר וּתְמַגֵּר וּתְכַלֵּם וְתַשְׁפִּילֵם וְתַכְנִיעֵם בִּמְהֵרָה בְיָמֵינוּ:
איר זענט ביטער גערעכט.
אבער פון האקן אויפן סיסטעם, און זאגן אז סאיז דורך געפוילט, און אנטלויפן פון עס, צו וואו קומט מען אן?
ווען מען דראפעט זיך ארויס פון א לאך, מיט צוגעמאכטע אויגן, העיקר, זיך צו ארויסזעהן פון עס, פאלט מען אריין אין די נעקסטע לאך.
איך האב אויך געוואלט אפלאזן די סיסטעם, און אריינגעפאלן אין א אנדערע סיסטעם. די וועלט איז אויסגעשטעלט, מיט א סיסטעם. יא, סאיז דא געזונטערע, און ווייניגערע. מער שיט, און מער נארמאלקייט. אבער אלעס קומט מיט א פעקעדש.
מיין עקספיריענס, אנטלויפן פון וואס מען איז אויפגעוואקסן העלפט נישט. אויב רופסטו עס שימל = האט זיך עפעס אנגעקלעפט אין דיך.
דיינע זכרונות פון אלס קינד, קען נישט ווערן פארגעסן.
אנשטאט דעם לעב מיט עס. און סעטל זיך אליין. מאך אפ וואס איז גוט פאר דיך, נישט בעיס אנטי סיסטעם. טראכט וואס ארבעט פאר דיין משפחה. גיי וואוין וואו סשמעקט דיך. ווען דו קומסט אן צו א נייע פלאץ, ביסטו וואס דו ביסט, און דו דארפסט נישט אנעמען זייער סיסטעם.
און ווען מען גייט באזוכן פאמיליע, לאמיר זיך נישט פאפן, מיט אלע פראבלעמען, בענקט זיך צו זיי = ביסטו ווייטער דו. יא, ענדשוי א סלייס פטעיטע קוגל, צו קאלטע זיסע פיש, וואס א חילוק, וואס זיי טוען. און אז זיי ווילן לעבן אין די סיסטעם וואס מאכט זיי חרוב? איז וואס?!
האב ביידע וועלטן. ענדשוי דיין לעבן עס איז. לאז אפ יענעם.
דיסקלעימער - איך רעד צו מיך אליין.
Re: מיין פראבלעם מיט די חרדישע געזעלשאפט (סיסטעם)
@מי ימצא, פון איין זייט בין איך מיט דיר אז מען זאל זיך פירן א לעבן פאר זיך, און זיי לאזן אינעם סיסטעם צו זייער שלעכט מזל.
אבער דאס אז מען קען זיך נישט אויסזעהן פונעם סיסטעם, די זכרונות בלייבן, עס ארבעט נישט וכו'
דער שטן פרייט זיך מיט אזאנע ווערטער, דאס איז וואס זיי ווילן דו זאלסט זאגן. דאס איז וואס מען האט אונז מח-געוואשן זינט מיר זענען געבוירן.
צוזאמגעדרייט
דער שטן פרייט זיך מיט אזאנע ווערטער, דאס איז וואס זיי ווילן דו זאלסט זאגן. דאס איז וואס מען האט אונז מח-געוואשן זינט מיר זענען געבוירן.
דעיס איז פלעין וועלטליכע נאטור. חוץ אויב מען ארבעט צו פארגעסן, וואס דעמאלס ווייטער גיבסטו אוועק דיין לעבן פאר זיי ווייטער.
זיך ארויסזעהן פון די סיסטעם, איז א פיזישע מאוו. מיט זכרונות קען מען זיך נישט קריגן.
איך בין נישט געקומען דא זיך טענה'ן אדער אויסשטרעקן מיינע כשר'ע חזיר פיסלעך, אזויפיל וויל איך יא זאגן, מ'קען זיך קלאר יא ארויסרייניגן פונעם "שימל" און די sadomasochism, איך קען נישט זאגן אז איך בין שוין אינגאנצן פטור געווארן דערפון אבער נאך אסאך מעדיטעישן, therapy, ענערדשי הילינג, de-armoring, א.ד.ג. איז א גרויסע פראצענט דערפון שוין הינטער מיר. און נאכמאל, איך בין חס ושלום נישט געקומען האקן, ס'איז פשוט א realization וואס כ'האב נישט געוואוסט וויאזוי עס ארויסצוברענגען אין ווערטער ביז היינט און איך האב נישט געהאלטן ביים עס לאזן שטעקן ביי מיר איך בויך, דעטס אלל.
כ'פריי מיר אז די ענערזשי האט דיר געהאלפן ווייל מיר האט עס נישט.
דארף מען גלייבן דערין ס'זאל ארבעטן? און אויב יא, גלייבסטו דערין? און אויב יא, גלייבסטו אין נאך זאכן? אויב יא, אין וואס?
כ'בין סתם נייגעריג. דארפסט נישט ענטפערן...
איין זאך וואס כ'האב מיך אויסגלערנט אין מיין קורצן לעבן, פון טעארעטישע שאלות קומט מען אין ערגעץ נישט אן, גיי ארויס און זוך וועסטו טרעפן, יגעתי ומצאתי תאמין, דו ווייסט ביי וויפיל phonies איך בין געוועהן פאר איך האב געטראפן legit מענטשן? איך ווייס אויך נישט, כ'האב שוין פונלאנג פארלוירן חשבון.. אזויפיל ווייס איך אז כ'האב שווער געארבעט זיי צו טרעפן, אויב איך קען זאגן עד כדי מסירות נפש. you gotta do what you gotta do, אפשר נישט? וואס ווייס איך דען...
איי דאונט קנאו. פון דיין חתימה פארשטיי איך אז מסי''נ פאר זאכן וואס די ווייסט ניטאמאל אז די גייסט זיי טרעפן איז נישט ממש פון דיינע ענינים...
עם איי מיסינג סאמטהינג?
רביה"ק האט געשריבן:
למעשה האב איך דעמאלטס יא געזאגט פאר מיין טאטן געוויסע זאכן וואס חסידים טוען וואס שטערט מיר זייער (ספוילער אלערט: ס'נישט די מאנגל אין לימודי חול), און מיין טאטע האט מודה געווען אז ס'איז טאקע א פראבלעם, אבער, מ'קען זיך נישט שלאגן מיט די סיסטעם וכו', האב איך איהם געזאגט אז טאקע דערפאר האב איך אפגעלאזט די "סיסטעם" און געגאנגען צו א פלאץ וואו איך דארף מיך נישט שלאגן מיט קיינעם… אבער דו, האב איך פארגעזעצט, דו האלטסט דאך אויך אז ס'איז א קראנקהייט פון א פלאץ, פארוואס ביזטו נאך דארט? וויאזוי קענסטו לעבן אין א פלאץ וואו ס'דא זאכן וואס זענען וויכטיגער פון בעיסיק מענטשליכע געפילן? יא, ס'דא היינט אסאך טיכל טוסדעיס' וואס שערן זיך נישט די האר, אבער דאס איז נאר ווייל מ'האט געטראפן א היתר, ווען ס'זאל ווען שטיין קלאר אין שולחן ערוך "אסור לנשים נשואות שיהיה להן אפילו שער אחד בראש" וואלט קיינער זיך נישט געוואגט עס צו טשעלענדשען, וויאזוי קען מען לעבן אזא מין לעבן? נישט עולם הזה האט מען, נישט עולם הבא, אויף וואס ארויף? (למעשה האט מיך מיין טאטע דאן געזאגט אז "אויב רעדסטו שוין אזוי מיין איך איז בעסער אז דו בלייבסט טאקע דארט"... ענדיוועיס...).
עכ"ל.
פארוואס נישט עולם הבא ?
מ'נעמט אונז צו אונזער קינדער. מ'דארף יא וואוינען צווישן נארמאלע מענטשן. נישען צווישן מענטשן וואס כאפן ביזת הים און גלייבן אין כישוף מיט עבודה זרות פון רימניץ ביז אוקראינה. איך פארשטיי איך האב אפאר דאללער און נישט יעדער האט די יכולת מיט א טוץ סיסטעם קינדער צו רעדן פון מופן, אבער מצפים לישועה מ'דארף מתפלל זיין אויף די משיח עצמי.
מ'טאר אויך נישט וואוינען אין א קהילה געבויעט אויף hate. לאמיר גלייבן די סאטמערע, "די רבי האט געבויעט אידישקייט אין אמעריקא", ער האט טאקע געבויעט אונזער אידישקייט. ס'איז א שטיק hate געפאקט אין א קאלירפול lovely באגאדזש. ווי די רבי האט שוין אויסגערופן ביי די גרויסע אסיפה:
"מ'דארף פיינט האבן די ציונים. משנאך ה' אשנא" "ציונות וכל המסתעף".
@קנאפ פרעגט פארוואס נישט גן עדן? לאמיר אייך פרעגן, דו ווייסט וואס דאס איז גן עדן? 99.9 פראצענט פון חרדים ווייסן נישט וואס דאס איז. מ'איז זיך מוסר נפש דערויף! אבער מ'ווייסט נישט וואס דאס איז.
איך וויס נישט ביז ווי רביה"ק האט זיך געצויגן, אבער היינט צוטאגס זענען שוין דא געגנטער, בעיקר אין די אומגעגענט פון מאנסי, וואס איז איז זייער געשמאק צו לעבן, ווי אויך איז דא פיינע מוסדות אין מאנסי פון אלע סארטן, און איך קען אסאך אידן, ערליכע און נישט ערליכע, וואס האבן זיך אהינגעצויגן נאר וועגן די סיסטעם, אין פאקט איז שיינער'ס שול די מרכז פאר א גרויס טייל פון די אידן, און עס פעלט זיי גארנישט. פאר זייערע משפחות זאגן זיי פשוט אז דארט זענען די דירות ביליג, און אלס איז פיין און וואויל.
די וועג ווי אזוי די סיסטעם וועט זיך טוישן, איז ווען דער עולם וועט אנהויבן שטראמען אין די מאסן צו די מער אפענע "באבלס" אין די סיסטעם, דאן וועלן אפילו די צענטראלע קהילות זיך דארפן עפענען כדי נישט צו פארלירן זייער עולם.
רביה''ק זי''ע
כ'וועל ענק ברענגען א ראיה וואס עטץ קענטס נישט אפפרעגן. איך מיין חס ושלום חס ושלום נישט צו האקן אבער די אמת מוז געזאגט ווערן, ס'שטייט אין בראשית ה:כד וַיִּתְהַלֵּךְ חֲנוֹךְ אֶת הָאֱלֹקִים וְאֵינֶנּוּ כִּי לָקַח אֹתוֹ אֱלֹקִים, זאגט רש"י: צדיק היה וקל בדעתו לשוב להרשיע לפיכך מיהר הקב"ה וסילקו והמיתו קודם זמנו, ווייז דאס פאר סיי וועלכער מענטש וואס וואוינט צווישן קאסוב און קיטוב, מנער ועד זקן טף ונשים, יעדער וועט דיר זאגן מיט א פשטות אז אזוי קומט עס. אוודאי אזוי, די ערקתא דמסאנא איז קינג!
איינער פארשטייט וואס דאס דארף צו מיינען?
זייער פשוט. ס'מיינט אז איינער וואס נעמט אָן פאר 'מציאות' נאר דאס וואס ס'איז דא דערויף 'סייענטיפיק-פרוף' פארשטייט נישט דעם חסד ה' פון אריבערפירן א מענטש פון עולם הזה פריצייטיג, בכדי אים מזכה צו זיין מיט חיי עולם הבא... און ווער רעדט נאך פון די תענוג וואס מיליאנען אידן האבן געהאט ביים זיך מוסר נפש זיין על ערקתא דמסאנא.
נאכ'ן זעהן די אלע תגובות איז מיר געווארן אביסל קאלעמטונע אויפ'ן הארץ ווייל ס'האט מיר נישט אויסגעזעהן ווי איינער האט בכלל פארשטאנען וואס כ'האב געזאגט (הגם כ'האב עס בעיקר געשריבן פאר מיר אליין, אבער דאך), ביז @בתוך עמי איז געקומען און קאממענטירט, בתוך עמי נחמתני. 😃 👍
@אנאנים דיינע ווערטער זענען שפתים יישק, איך עגרי מיט יעדע ווארט דיינע
איך בין אויפגעוואקסן אין א עקסטערעמע קהילה, מיט טייטע הנהגות וחומרות אויף יעדע שריט
און דאך שפיי איך נישט נעגאטיוויטי און האס צו מיין קהילה, צו מיין עבר, סתם א שאד צו פארלירן פאמיליע, און טראגן שווערע געפילן.
איך האב ב"ה חתונה געהאט צו א קלוגן אשת חבר, איך האב געשפרייזט די אוישען, און געפענט מיין אייגענעם בלעטל, אויף מיין אייגענעם דרך, און דאס לעבן ביז מיין חתונה אונטער א סטריקט סיסטעים האט מיר נישט גורם געווען אפצולאזן יהדות, איך האב עס פשוט געלאזט ביהיינד, און די פעסט, מיין עבר אינטערעסירט מיר נישט.
איך האב אפגעלאזט די סיסטעים, איך האב בוחר געווען אין די 613 מצוות און שולחן ערוך וזהו, נישט אין חומרות וחסידות שטיק, און איך האב א חיים טובים,
און דאך האלט איך אן קשר מיט יעדעם, און טראג נישט קיין שנאה אדער שווערע פילינגס צו מיין עבר, און סאם האו דארף איך נישט קיין מעדיטעישן אדער האו נאוס וואט (יעדער האט זיך זיין פערזענליכע סטארי, איך דשאדש נישט קיינעם)
רביה''ק זי''ענאכ'ן זעהן די אלע תגובות איז מיר געווארן אביסל קאלעמטונע אויפ'ן הארץ ווייל ס'האט מיר נישט אויסגעזעהן ווי איינער האט בכלל פארשטאנען וואס כ'האב געזאגט (הגם כ'האב עס בעיקר געשריבן פאר מיר אליין, אבער דאך), ביז @בתוך עמי איז געקומען און קאממענטירט, בתוך עמי נחמתני. 😃 👍
@רביה"ק, איך קען הערן וואס די זאגסט, הגם סאיז מיר שווער זיך אריינצולייגן אין דיינע שיך און פארשטיין (כווייס דאך ניטאמאל וועלכע סייז די טראגסט)
אבער אידעוועי סאיז א בחירה וואס יעדער איז בארעכטיגט צו מאכן, און סאיז נישט דא קיין שום רעכט צו דשאדשן א צווייטן פאר זיינע מעשים
איין זאך האב איך נאר הנאה ווי דער עולם איז געהעריג איינגערעדט אז כ'האב אפגעלאזט אידישקייט, איינער האט זאגאר געהאט אן אישו אז איך האב פארקויפט מיינע תפילין 😂 יא, מיינע רש"י תפילין האב איך פארקויפט ווייל ס'האט מיר געמאכט פראבלעמען (פרעג נישט וואס דאס מיינט ווייל איך גיי דיר נישט ענטפערן סייווי) אבער ר"ת לייג איך נאך אפאר מאל א וואך.
רביה''ק זי''עאיין זאך האב איך נאר הנאה ווי דער עולם איז געהעריג איינגערעדט אז כ'האב אפגעלאזט אידישקייט, איינער האט זאגאר געהאט אן אישו אז איך האב פארקויפט מיינע תפילין 😂 יא, מיינע רש"י תפילין האב איך פארקויפט ווייל ס'האט מיר געמאכט פראבלעמען (פרעג נישט וואס דאס מיינט ווייל איך גיי דיר נישט ענטפערן סייווי) אבער ר"ת לייג איך נאך אפאר מאל א וואך.
סתם פאר קוריאסיטי, וואס האט ר"ת זוכה געווען ?
(משמע פון דיינע ווערטער אז רש"י שוין נישט אבער ר"ת יא)
למעשה כאפ איך נאכנישט פארוואס איך בין דא געטעגט געווארן דורך רביה"ק. איך בין בכלל נישט קיין גרויסע דעפענדער פון די סיסטעם, איך בין אפן צום פאקט אז אונזער סיסטעם איז מלא פראבלעמען און איך האלט מיך נישט אפ פון אליין קריטיקירן דאס וואס איז צריך תיקון.
אבער ווי @מי ימצא האבן שוין אנגעמערקט ארבייט די וועלט אז מער ווייניגער איז יעדער ממילא אין א סיסטעם. קענסט ארויסגיין פון אונזער סיסטעם, אבער דאן וועסטו זיך טרעפן אין די אמעריקאנע סיסטעם וואס איז מער ווייניגער איינגעטיילט אין צוויי, אדער די רעכטע קריסטליכע סיסטעם, וואס דאס איז אזא מחליף פרה בחמור, אדער קענסטו ווערן א לינקע ליבעראל, מיט איין קינד א לעסביאן, די צווייטע וואס איז טרענס, און ביי די פיפציג וועסטו זיך טרעפן אליינס אן קיינער וואס זאל דיר אנקוקן. יא, אונזער שידוכים סיסטעם איז פארקריפלט, אבער וואו נאך האסטו א סיסטעם ווי ביי די אכציג יאר האסטו אכט קינדער וואס זארגן זיך פאר דיין וואוילזיין? יא, מען דארף טאקע וויסן וועלכע רבנים צו פרעגן צו באקומען א היתר אויף בורט קאנטראל, אבער ווען דיין רעדל כאפט א פלעט ווילסטו ווארטן דריי שעה פאר AAA אדער די ווילסט קענען ריפן חברים און ביז 15 מינוט ביסטו גוט טו גאו? איך בלעים קיינער נישט וואס איז געווארן ארויסגעשפיגן פון די סיסטעם, אבער פון אלע אנדערע סיסטעמס איז אונזער סיסטעם נישט אזוי אוועקצומאכן.
אוודאי די וואס זענען גאר שטארק אדוק צום סיסטעם ליידן מער, אבער ווי @אנאנים האט שוין ארויסגעברענגט קען מען זיך מער ווייניגער מסדר זיין מיט אלעם אן דעם וואס די סיסטעם זאל אזוי שטארק שטערן אינעם טאג טעגליכן לעבן. אודאי איז דא זאכן וואס שטערט אלעמאל, און פאר איינעם שטערט עס מער און פאר א צווייטער ווייניגער. אבער נעמענדיג אין באטראכט די אנדערע אפציעס, איז שווער צו זאגן אז בלייבן אין די סיסטעם איז נישט די קליגסטע זאך פאר דער וואס קען עס טון.
איך וועל זיין זייער אפן, ווען איך קען ווען מתחילה ווערן אריינגעבוירן אין א צווייטע סיסטעם, וואלט איך מסתמה ענדערש אויסגעוועלט א מער מאדערן ארטאדאקסישע סיסטעם. אבער למעשה בין איך געבוירן דא, און גיין זיך אריינגלידערן אין א צווייטע פלאץ איז שוין אויך נישט אזוי געשמאק, און בפרט אז דאס וועט אויך מיינען זיך צו דערווייטערן פון די משפחה און מצער זיין מיינע ארומיגע און אפהאקן פון מיינע יעצטיגע חברים. דערווייל זעט מיר אויס די בעסטע אפציע זיך צו מאכן דאס לעבן באקוועם אונעם סיסטעם און שוין.
דו זאגסט זייער גוט, ווען נישט קאוויד וואלט איך מיך לכאורה נאכאלץ געווייקט אין סאטמארע מקווה, כנ"ל. קענסט צוריקקוקן צו מיינע פריערדיגע תגובות וועסטו זעהן אז אמאל פלעג איך זינגען אקוראט דעם זעלבן ניגון, נאר היינט ווען איך קוק צוריק זעה איך ווי נאריש איך בין געוועהן. ווער ס'האט נאר אמאל טועם געוועהן אונגארישע וויין דעם קען מען שוין נישט אפנארן...
נעקסט לעוועל רביה''ק זי''עאיין זאך האב איך נאר הנאה ווי דער עולם איז געהעריג איינגערעדט אז כ'האב אפגעלאזט אידישקייט, איינער האט זאגאר געהאט אן אישו אז איך האב פארקויפט מיינע תפילין 😂 יא, מיינע רש"י תפילין האב איך פארקויפט ווייל ס'האט מיר געמאכט פראבלעמען (פרעג נישט וואס דאס מיינט ווייל איך גיי דיר נישט ענטפערן סייווי) אבער ר"ת לייג איך נאך אפאר מאל א וואך.
סתם פאר קוריאסיטי, וואס האט ר"ת זוכה געווען ?
(משמע פון דיינע ווערטער אז רש"י שוין נישט אבער ר"ת יא)
ער גייט פאר רבינו תם אל דע וועי, רבינו תם'ס תפילין און רבינו תם גאטשעס...
תרמב נעקסט לעוועל רביה''ק זי''עאיין זאך האב איך נאר הנאה ווי דער עולם איז געהעריג איינגערעדט אז כ'האב אפגעלאזט אידישקייט, איינער האט זאגאר געהאט אן אישו אז איך האב פארקויפט מיינע תפילין 😂 יא, מיינע רש"י תפילין האב איך פארקויפט ווייל ס'האט מיר געמאכט פראבלעמען (פרעג נישט וואס דאס מיינט ווייל איך גיי דיר נישט ענטפערן סייווי) אבער ר"ת לייג איך נאך אפאר מאל א וואך.
סתם פאר קוריאסיטי, וואס האט ר"ת זוכה געווען ?
(משמע פון דיינע ווערטער אז רש"י שוין נישט אבער ר"ת יא)
ער גייט פאר רבינו תם אל דע וועי, רבינו תם'ס תפילין און רבינו תם גאטשעס...
אבער נאר אפאר מאל א וואך... 😂
איך וואלט גראדע באפארצוגט שימושא רבא גאטשעס...
כ'דערמאן זיך א ווערטל. איינער האט באמערקט אין מקווה ווי זיין חבר גייט מיט סאמעט אויף די ר"ת גאטשעס, האט ער אים געפרעגט, מה פשט.
האט אים זיין חבר מגלה געווען אז ער איז א צדיק נסתר...
אז מ'רעדט שוין האב איך מיך יעצט דערמאנט נאך א ביישפיל פון די חרד'ישע מזוכיזם און פארדרייטע פרייאריטיס. ס'געווען ווען איך בין געווען א בחור אין ישיבת מיר, און פארשטייט זיך אז איך בין געווען פון די קליקע ערנסטע הייליגע בחורים, איז איינמאל בין הזמנים האט מען געזוכט עפעס מיט וואס זיך צו דערפרישן, קיין אילת קען מען דאך נישט גיין ווייל מיר זענען דאך ערנסטע בחורים, איז מען אויפגעקומען מיט א וואזשנעם איינפאל אז מ'קען קויפן א טענט און גיין קעמפינג כ'ווייס נישט וואו. בקיצור, איז מען געזעצן איין טאג און אויסגערעכנט פונקטליך וואו מ'גייט דאווענען מיט מנין, וואו מ'גייט טרעפן עסן מיט א הכשר פון די עדה, וכו' וכו'. איין פראבלעם איז נאר געוועהן, וואס וועט זיין מיט נעגל וואסער, בקיצור, מ'האט זיך בשום אופן נישט געקענט אן עצה געבן... אני הקטן האב זיך ארומגעדרייט פאר'דאגה'ט אפאר שעה צו טרעפן עפעס א פאטענט אבער ס'נישט געגאנגען, מיטאמאל גיב איך מיר א כאפ, משוגע בין איך? פאר נעגל וואסער? פאר דעם גיי איך אנוואוירן מיין גאנצע געפלאנטע פאן? זענען מיינע פריאריטיס אזוי פארקריפלט? יא, ר' זושא האט פארלוירן זיינע מדרגות ווייל ער האט אמאל בטעות אראפגעטרויטן פון בעט אן נעגל וואסער, אבער איך יואלי, האב איך דען נישט אויך אמאל בטעות אראפגעטרויטן פון בעט אן נעגל וואסער און גארנישט איז נישט געשעהן? הכלל, כ'האב ביי מיר באשלאסן אז די קעמפינג איז מיר וויכטיגער ווי דאס פאנטאזירן אז איך בין אין ר' זושא'ס מדריגות און אפגעמאכט פטור צו ווערן פון די נעגל וואסער פחד איינמאל פאר אלעמאל, כ'האב גענומען די טענט, געגאנגען קעמפינג, נישט געוואשן קיין נעגל וואסער, און מער קיינמאל נישט צוריקגעקוקט. (וויאזוי איך בין פטור געווארן פון די פחד פון "הארבערע" זאכן גיי איך אוודאי נישט שרייבן דא אין שטיבל ווייל מ'גייט עס פארמעקן סייווי, אבער ס'איז אלץ געגאנגען אויף אן ענליכן אופן. כ'האב געהאט א פחד, כ'האב גוט אריינגענומען אין קאפ וואס איך פארליר אלץ בזכות דעם פחד, כ'האב מקיים געווען די משנה הוי מחשב שכר עבירה כנגד הפסדה... און כ'האב מקיים געוועהן דעם מוח שליט על הלב און זיך גענומען אין די הענט אריין. יעצט אויב א ישיבה בחור האט די ביצים זיך צו נעמען אין די הענט אריין וואסערע תביעה איז עס אויף מיטליעריגע אידן?)
נו שוין! איז ער דאך יא גערעכט געווען די ר' זושה, מיט איין מאל פארפאסן נעגל וואסער..... קוק ווי ביסט אנגעקומען.... גראדע ש'כח פארן דערמאנען, כ'האב פינקט פארגעסן אנצוגרייטן נעגל וואסער. דרך אגב האלט איך שוין א לאנגע צייט אז מ'דארף בויען די הייזער מיט א סינק נעבן די בעט און פטור אן עסק
תרמב
ער גייט פאר רבינו תם אל דע וועי, רבינו תם'ס תפילין און רבינו תם גאטשעס...
און האפענטליך אן עושר ווי דער ר"ת!
Re: מיין פראבלעם מיט די חרדישע געזעלשאפט (סיסטעם)
שמן למאורתיקון.
קענסט ארויסגיין פון אונזער סיסטעם, אבער דאן וועסטו זיך טרעפן אין די אמעריקאנע סיסטעם וואס איז מער ווייניגער איינגעטיילט אין צוויי, אדער די רעכטע קריסטליכע סיסטעם, וואס דאס איז אזא מחליף פרה בחמור, אדער קענסטו ווערן א לינקע ליבעראל, מיט איין קינד א לעסביאן, די צווייטע וואס איז טרענס, און ביי די פיפציג וועסטו זיך טרעפן אליינס אן קיינער וואס זאל דיר אנקוקן.
שוין לאנג נישט געשריבן דא, אבער אזויפיל זאכליכע ווערטער געשריבן דא אין דעם אשכול, אזוי ריכטיג און אביעקטיוו, מ'דארף צייגן אויסצוגן פון דאס געשרייבעכט'ס דא פאר די וואס שטייען שוין מיט א פוס אינדרויסן און חלומען שוין פון די געוואלדיגע עולם הזה וואס ווארט זיי אפ ווי נאר זיי פארלאזן גענצליך די היימישע וועלט.
איך קוק זיך אסאך מאל צו אויף די סאושעל מידיא פלאטפארמע'ס, ס'קומט צו וויינען ווען מ'זעט די לעסביען און טרענס אקאונטס וואס זענען קינדער פון היימישע אוועקגעפאלענע, פילייכט קען מען נישט דן זיין די וואס האבן גענומען דעם שריט און אנטלאפן, אסאך האט דארט סיפורים ווי מ'האט זיי גערודפט וכו', קען זיין ביסט גערעכט, אבער ווען די ווייסט ווען פארדעם אז די גייסט מעגליך צאלן א טייערע פרייז וואלסטו עס אויך געטון?
דער גאלדענער אדלער תרמב
ער גייט פאר רבינו תם אל דע וועי, רבינו תם'ס תפילין און רבינו תם גאטשעס...
און האפענטליך אן עושר ווי דער ר"ת!
נעע... צו א חרד'ישע וואונטש...
אבי גערעדט שמן למאורתיקון.
קענסט ארויסגיין פון אונזער סיסטעם, אבער דאן וועסטו זיך טרעפן אין די אמעריקאנע סיסטעם וואס איז מער ווייניגער איינגעטיילט אין צוויי, אדער די רעכטע קריסטליכע סיסטעם, וואס דאס איז אזא מחליף פרה בחמור, אדער קענסטו ווערן א לינקע ליבעראל, מיט איין קינד א לעסביאן, די צווייטע וואס איז טרענס, און ביי די פיפציג וועסטו זיך טרעפן אליינס אן קיינער וואס זאל דיר אנקוקן.
שוין לאנג נישט געשריבן דא, אבער אזויפיל זאכליכע ווערטער געשריבן דא אין דעם אשכול, אזוי ריכטיג און אביעקטיוו, מ'דארף צייגן אויסצוגן פון דאס געשרייבעכט'ס דא פאר די וואס שטייען שוין מיט א פוס אינדרויסן און חלומען שוין פון די געוואלדיגע עולם הזה וואס ווארט זיי אפ ווי נאר זיי פארלאזן גענצליך די היימישע וועלט.
איך קוק זיך אסאך מאל צו אויף די סאושעל מידיא פלאטפארמע'ס, ס'קומט צו וויינען ווען מ'זעט די לעסביען און טרענס אקאונטס וואס זענען קינדער פון היימישע אוועקגעפאלענע, פילייכט קען מען נישט דן זיין די וואס האבן גענומען דעם שריט און אנטלאפן, אסאך האט דארט סיפורים ווי מ'האט זיי גערודפט וכו', קען זיין ביסט גערעכט, אבער ווען די ווייסט ווען פארדעם אז די גייסט מעגליך צאלן א טייערע פרייז וואלסטו עס אויך געטון?
ווי ארויסגעברענגט באריכות
דא, איז אונזער סיסטעם גאנץ פיין 'בכלליות', עס טויג אויף אנצופילן הויעכע בארענטשעס, אבער ווען עס קומט צו יחידים, וועט עס גאר אסאך מאל זיין זייער שווער פאר געוויסע מענטשן. און דאס איז בעצם איינע פון די פראבלעמען פון א סיסטעם בכלל, עס טוט נאר סערווירן די מאסן. שיין וואלט טאקע געווען ווען די סיסטעם קען ווען אריינעמען און פארנעמען יחידים וואס זענען אנדערש.
למעשה איז פאר רוב עולם טאקע בעסער די אפציע פון פארבלייבן למחצה לשליש אין די סיסטעם און פראבירן צו געניסן פון ביידע וועלטן, אבער פאר אונזער להט"בים איז זייער שווער צו זאגן אז זיי זאלן זיך פראבירן צו מאכן באקוועם אינעם סיסטעם. אונזער סיסטעם האט בכלל נישט קיין פלאץ אז זיי זאלן זיך פירן ווי זייער נאטורליכע נויגונג פארלאנגט פון זיי, ווידערים זיך באצווינגען די נאטורן און לעבן אגאנצן טאג מיט א מין וואס די גוף רידזשעקט איז אויך נישט קיין מהלך, און עס ענדיגט זיך געווענליך נישט גוט. (חוץ אפשר די ביי'ס וואס קענען פשוט איגנארירן די אנדערע נויגונג)
סאו די סארט קען איך נישט דן זיין, עס איז קלאר אז פאר געוויסע איז יא בעסער ארויסצוגיין פונעם סיסטעם ווי פארבלייבן. גאר אסאך מאכן אפילו נישט די החלטה אז זיי ווילן גיין, זיי ווערן פשוט ארויסגעשטיפט דורך די געזעלשאפט אליין. וכמאמר כ'געדענק שוין נישט ווער, "נישטא אזוי ווייט קיין דראפאוטס, ס'איז מער פושאוטס"
רביה''ק זי''עאז מ'רעדט שוין האב איך מיך יעצט דערמאנט נאך א ביישפיל פון די חרד'ישע מזוכיזם און פארדרייטע פרייאריטיס. ס'געווען ווען איך בין געווען א בחור אין ישיבת מיר, און פארשטייט זיך אז איך בין געווען פון די קליקע ערנסטע הייליגע בחורים, איז איינמאל בין הזמנים האט מען געזוכט עפעס מיט וואס זיך צו דערפרישן, קיין אילת קען מען דאך נישט גיין ווייל מיר זענען דאך ערנסטע בחורים, איז מען אויפגעקומען מיט א וואזשנעם איינפאל אז מ'קען קויפן א טענט און גיין קעמפינג כ'ווייס נישט וואו. בקיצור, איז מען געזעצן איין טאג און אויסגערעכנט פונקטליך וואו מ'גייט דאווענען מיט מנין, וואו מ'גייט טרעפן עסן מיט א הכשר פון די עדה, וכו' וכו'. איין פראבלעם איז נאר געוועהן, וואס וועט זיין מיט נעגל וואסער, בקיצור, מ'האט זיך בשום אופן נישט געקענט אן עצה געבן... אני הקטן האב זיך ארומגעדרייט פאר'דאגה'ט אפאר שעה צו טרעפן עפעס א פאטענט אבער ס'נישט געגאנגען, מיטאמאל גיב איך מיר א כאפ, משוגע בין איך? פאר נעגל וואסער? פאר דעם גיי איך אנוואוירן מיין גאנצע געפלאנטע פאן? זענען מיינע פריאריטיס אזוי פארקריפלט? יא, ר' זושא האט פארלוירן זיינע מדרגות ווייל ער האט אמאל בטעות אראפגעטרויטן פון בעט אן נעגל וואסער, אבער איך יואלי, האב איך דען נישט אויך אמאל בטעות אראפגעטרויטן פון בעט אן נעגל וואסער און גארנישט איז נישט געשעהן? הכלל, כ'האב ביי מיר באשלאסן אז די קעמפינג איז מיר וויכטיגער ווי דאס פאנטאזירן אז איך בין אין ר' זושא'ס מדריגות און אפגעמאכט פטור צו ווערן פון די נעגל וואסער פחד איינמאל פאר אלעמאל, כ'האב גענומען די טענט, געגאנגען קעמפינג, נישט געוואשן קיין נעגל וואסער, און מער קיינמאל נישט צוריקגעקוקט.
איך פארשטיי נישט אינגאנצן די מאסאכיזם מכח נעגל וואסער - עכ״פ ממבט ההלכה און נישט פון דאס וואס מ׳ברענגט זיך אליינס אָן. באו״ח סימן ד סעיף כב, לגבי דיני נטילת ידים דשחרית/נעגל וואסער, ווערט דאך געברענגט לגבי וואס צו טוהן לנקות הידים אויב ס׳איז נישטא קיין מים ע״ש. ולכאורה איז אין דעם אויך נכלל אז מ׳דארף נישט דייקא זיך מעכב זיין פון גיין ערגעץ וויבאלד עס גייט נישט זיין דארט קיין וואסער. ואפילו פון דאס וואס ווערט געברענגט שפעטער בסימן צב סעיף ד לגבי עד כמה צריך לחזור אחר מים, איז אויך יש להקל עפ״י המשנ״ב שם בס״ק טז ע״ש. איז די הלכה אליין דא קעגן מאסאכיזם?!
וואס מ׳קען טענה׳ן איז אז די מאסאכיזם דא (ודון מינה וכו׳) איז אין דאס דגוש וואס מ׳לייגט אין די געזעלשאפט אויף די ״סקערי״ און ״spooky״ מיסטישע אספעקטן דערפון. לדוגמא, ביי די משל דא, דאס וואס שטייט דארט אין סעיף ד בהמחבר ״ויועיל לתפילה, אבל לא להעביר רוח רעה שעליהן.״ נו, דאס איז דאך שוין מער א סארט אנטאלאגישע גלויבונג און איז נישט דוקא אָנגעוואנדן בהלכה פּער סע: אליבא דהלכה זיי דיך מנקה די הענט, דאווען (לרוב הפוסקים), און וואש דיך אפ די הענט ווען דו האסט די מעגליכקייט.
ואגב,
דא טוהט הרב דר. מארטין גארדאן דורך דעם געדאנק פון נעגל וואסער במשנתו הראציאנאלי של הרמב״ם (ועיין בלחם משנה הל׳ שביתת עשור פ״ג ה״ב). דער רמב״ם בעצם האט נאר אָנגענומען דעם טעם פון נקיות ווי איידער רוח רעה (אדער עכ״פ דאס געגעבן עפעס א ראציאנאלן אפאלאגעטישן טוויסט עפ״י פסיכאלאגיע).
עכ״פ די אינדייטמענט פון ״מאסאכיזם״ דא איז
נישט קעגן
שמירת הלכה פּער סע; עס איז נגד דאס געזעלשאפט׳ס זיין אדוק אין אבערגלויבענס עפ״י זייער ליטעראלן אפטייטש פון אגדות חז״ל, וואס אויף דעם האט דאך דער רמב״ם זיי
אויך גערופן בפי׳ המשנה בהקדמתו לפ׳ חלק ״רק עם סכל ונבל הגוי הקטן הזה״.
(ווי אויך איז דאס אַן אינדייטמענט קעגן עמעראַצעס אין דאס, "בקיצור, מ'האט זיך בשום אופן נישט געקענט אן עצה געבן... אני הקטן האב זיך ארומגעדרייט פאר'דאגה'ט אפאר שעה צו טרעפן עפעס א פאטענט אבער ס'נישט געגאנגען"...)
און דאס זעלבע איז בנוגע א צוגאנג צו הלכה אז עס איז כדי זיך ״צו היטן און זיך ארויסצודרייען פון ג-ט׳ס צארן״. אין אנדערע ווערטער, דאס איז דומה אין דעם צו יעדעס אנדערע לעגאלן
געזעץ סיסטעם. מיינענדיג, איינער וואס איז א law abiding citizen מכח זיין קאנסטענט מוראה של מלכות און פונעם פּאליסמאן, איז בעצם פונקט אזא ״מאסאכיסט״. וואס מ׳דארף איז זיך ארויסזעהן פון דעם ערשטן שטאפל אין/פון
קאהלבערג׳ס שטאפלען פון דאס מאראלישע אנטוויקלונג צו כאטש דאס צווייטע. און אפילו פון דעם אויך צום דריטן שטאפל צו טוהן דאס ריכטיגע זאך מחמת ס׳איז דאס ריכטיגע זאך צו טוהן.
א. דאס קעפל פון דעם אשכול איז "מיין פראבלעם מיט'ן חרדיש'ן סיסטעם" מיט הלכה האב איך אינגאנצן נישט קיין פראבלעם, ס'נאר די חרדישע פרייאריטיס (וואס איז נוגע אין אלע תחומים פון לעבן, נישט נאר הלכה) מיט וואס כ'האב א פראבלעם. אינדרויסן פון די חרדישע וועלט איז מען אויך גורס הלכה אבער ס'דא בעיסיק נארמאלקייטן און מענטשליכקייטן וואס שטייען העכער אין די פרייאריטיס ליסטע (דרך ארץ קדמה לתורה?).
ב. איך בין מוחה אז דו רופסט אן די חסידישע צוגאנג צו הלכה "עמעראצעס" (איך נעם מיך פשוט אן פארן כבוד בית אבותי).
ג. איינער וואס איז גרייט צו ליידן, אדער אויפצוגעבן אויף זיינע באקוועמליכקייטן, אבי נישט אליין אנצופילן גאזאלין אין ניו דשערזי (וואס איז אסור לויט די דארטיגע געזעץ) איז א חולה נפש, בתקווה להבנה.
שמן למאור תרמב נעקסט לעוועל רביה''ק זי''עאיין זאך האב איך נאר הנאה ווי דער עולם איז געהעריג איינגערעדט אז כ'האב אפגעלאזט אידישקייט, איינער האט זאגאר געהאט אן אישו אז איך האב פארקויפט מיינע תפילין 😂 יא, מיינע רש"י תפילין האב איך פארקויפט ווייל ס'האט מיר געמאכט פראבלעמען (פרעג נישט וואס דאס מיינט ווייל איך גיי דיר נישט ענטפערן סייווי) אבער ר"ת לייג איך נאך אפאר מאל א וואך.
סתם פאר קוריאסיטי, וואס האט ר"ת זוכה געווען ?
(משמע פון דיינע ווערטער אז רש"י שוין נישט אבער ר"ת יא)
ער גייט פאר רבינו תם אל דע וועי, רבינו תם'ס תפילין און רבינו תם גאטשעס...
אבער נאר אפאר מאל א וואך... 😂
איך וואלט גראדע באפארצוגט שימושא רבא גאטשעס...
כ'דערמאן זיך א ווערטל. איינער האט באמערקט אין מקווה ווי זיין חבר גייט מיט סאמעט אויף די ר"ת גאטשעס, האט ער אים געפרעגט, מה פשט.
האט אים זיין חבר מגלה געווען אז ער איז א צדיק נסתר...
ביי שימושא רבא גיי איך בכלל נישט קיין גאטשעס...
רביה''ק זי''עא. דאס קעפל פון דעם אשכול איז "מיין פראבלעם מיט'ן חרדיש'ן סיסטעם"; מיט הלכה האב איך אינגאנצן נישט קיין פראבלעם, ס'נאר די חרדישע פרייאריטיס (וואס איז נוגע אין אלע תחומים פון לעבן, נישט נאר הלכה) מיט וואס כ'האב א פראבלעם. אינדרויסן פון די חרדישע וועלט איז מען אויך גורס הלכה, אבער ס'דא בעיסיק נארמאלקייטן און מענטשליכקייטן וואס שטייען העכער אין די פרייאריטיס ליסטע (דרך ארץ קדמה לתורה?).
איך פארשטיי אז דו מיינסט דערמיט א "נארמאלע" צוגאנג צו הלכה, וכעין געזעץ. דאס ענטעילט לכאורה אָן די דגוש אויף די אבערגלויבונג בּעגעדזש. דאן ביסטו גערעכט, ולזה כוונתי.
רביה''ק זי''עב. איך בין מוחה אז דו רופסט אן די חסידישע צוגאנג צו הלכה "עמעראצעס" (איך נעם מיך פשוט אן פארן כבוד בית אבותי).
דיין בית אבא וואלט נישט מסכים געווען צו דעם וואס שטייט מפורש בהלכה? בפרט במצב כזו?
רביה''ק זי''עג. איינער וואס איז גרייט צו ליידן, אדער אויפצוגעבן אויף זיינע באקוועמליכקייטן, אבי נישט אליין אנצופילן גאזאלין אין ניו דשערזי (וואס איז אסור לויט די דארטיגע געזעץ) איז א חולה נפש, בתקווה להבנה.
וואס דו זאגסט דא איז אז די סארט OCD מדקדק עד קוצו של יוד אין די הלכה סיסטעם איז א פראבלעם, פונקט אזוי ווי אזא צוגאנג צו געזעץ איז א פראבלעם. איה"נ. איך האלט אבער נישט אז די נעגל וואסער משל דא גייט אריין אין דעם כלל, בפרט וואו הלכה
אליין וויל זיך דא באווארענען דערקעגן (עס איז קעגן די מאסאכיזם וכנ"ל).
דאס אליינס אז מ'כאפט זיך ארויף אויף יעדעס ביישפיל עקסטער וואס איך ברענג מיט פילאזאפישע חקירות און מ'קען נישט נוצן דעם אייגענעם קאמפעס צו כאפן די צד השווה וואס איך וויל ארויסברענגען דאס אליינס ברענגט ארויס די חורבן, כ'וועל ברענגען נאך איין ביישפיל און מיט דעם וועל איך (האפענטליך) מסיים זיין. א מאדערן ארטאדאקסישע פרוי האט מיר אמאל געזאגט מיט גרויס שוידער אז א חסידישע פרוי האט איר געזאגט אז זי וואלט ענדערש געוואלט אז איר קינד זאל שטארבן ווי איידער ער זאל גיין OTD, זאגט מיר די מאדערנע פרוי אז זי קען עס פשוט נישט פארשטיין, וואו איז די בעיסיק בעיסיק מוטערליכע געפילן? וואספארא מין גערעדאכץ איז דאס? וויאזוי קען א מאמע אפילו אזוי רעדן? נעבעך, זי האט זיך אזוי געגעסן די געזונט... כ'האב איר פרובירט מסביר צו זיין אז חסידים גלייבן באמת אין גיהנם וכו' האט זי אביסל אנגעפאנגען צו פארשטיין אבער זי האט נאכאלץ נישט געקענט צו זיך קומען. כ'האב מיך איינגעהאלטן פון איר זאגן אז דיעס געדאנקענגאנג איז א בפירוש'ע רש"י ווייל כ'האב איר נישט געוואלט צומישן...
מיר אלע ווייסן אז ס'דא א הלכה אז פיקוח נפש איז דוחה די גאנצע תורה (אויסער נעגל וואסער וואס לויט'ן רמב"ם איז עס אן "אבערגלויבן" עבודה זרה רח"ל ל"ע און מ'דארף זיך מוסר נפש זיין נישט מקפיד צו זיין דערויף. זעהסט, איך קען מיך אויך ארויפכאפן אויף דעטאלן 😛 ), כאילו ווען נישט וואס ס'שטייט אזא הלכה און דו גייסט שבת אין גאס און דו זעהסט דיין קינד שטיין אינמיטן גאס און א קאר קומט צופליען וואלסטו איהם טעארעטיש גערעדט געדארפט צו לאזן שטארבן ווי איידער איהם טראגן ד' אמות אין רשות הרבים. אינטערעסאנט אז אין די אמעריקאנע געזעץ איז קיינעם נישט איינגעפאלן אריינצולייגן אזא clause, און וואונדער איבער וואונדער, יעדער אמעריקאנער מיט אן IQ העכער פופציג פארשטייט אליינס אז אויב דארף ער קראסן א רויט לייט צו ראטעווען א קינד פון אן אנלויפענדע קאר וועט איהם די געזעץ מוזן מוחל זיין. יא, די מאדערנע אידן קוקן טאקע אן די ענין פון פיקוח נפש ווי דאס שטייט טאקע, אז במקום פיקוח נפש זאל מען איגנארירן הלכה, כאילו ס'איז אינדרויסן פונעם הלכה'דיגן פרעימווארק, ס'שטייט העכער אין די פרייאריטיס ליסטע פון הלכה. ס'הייסט אז בעצם וואלט עס טאקע נישט געדארפט צו שטיין, און אין די תורה אליינס שטייט עס טאקע נישט, נאר במשך הזמן האט עס געמאכט זיין וועג אינעם טעקסט אריין, אבער ווען ס'וואלט נישט געשטאנען וואלטן זיי עס אליינס געזאגט, און זיי זאגן עס טאקע אפילו אין פלעצער וואו ס'שטייט נישט...
חרדים עפעס האבן נישט די ביצים זיך אנצונעמען פאר זייערע מענטשליכע באדערפענישן, ממש ווי אברהם אבינו, גאט האט איהם געהייסן שחט'ן זיין זוהן איז ער גלייך געלאפן שחט'ן אן קיין קשיות. זיי קענען נישט נעמען אביסל גאטס ווי משה רבינו, גאט האט איהם געהייסן גיין אויסלייזן די אידן האט ער געזאגט "ר' איד! כ'האב אן עלטערע ברודער וואס גייט זיך באליידיגן אז דו האסט איהם נישט געשיקט, אפשר שיקסטו איהם?". ער הייסט ר' יוסף קארו באקומט ער א get out of jail free card און אין אחר דבריו כלום אויסער אויב א צווייטער ברענד נעים קריגט זיך אויף איהם, און וואו זענען די רויע מענטשליכע געפילן אין די גאנצע געים? דאס הארץ פון בלוט און פלייש וואס פאמפט און רוישט אן אויפהער? גארנישט. ווער דארף א הארץ בכלל? א מעכאנישע פאמפ וואלט פונקט גוט געוועהזן... אה כ'האב פארגעסן, מ'דארף דאך האבן א הארץ ווייל די תפילין של יד דארף דאך זיין נעבן הארץ ... שוין, האסט מיר געכאפט ביים ווארט. ווייסטו וואס? ביזט גערעכט. אבער אך און וויי פאר אזא גערעכטיגקייט... ווי ראפשיצער רב האט געזאגט, אויב איך קום ארויף אין הימל נאכ'ן 120 און איך זעה א נאר זיצן אויפ'ן העכסטן פלאץ אין גן עדן וועל איך צוגיין צו איהם און איהם זאגן: "א נאר ביזטו געוועהן ביים לעבן און א נאר ביזטו געבליבן נאכ'ן שטארבן אויך, און איך בין דיר נישט מקנא אפילו מיט דיין העכסטע פלאץ אין גן עדן!"
רביה''ק זי''עא מאדערן ארטאדאקסישע פרוי האט מיר אמאל געזאגט מיט גרויס שוידער אז א חסידישע פרוי האט איר געזאגט אז זי וואלט ענדערש געוואלט אז איר קינד זאל שטארבן ווי איידער ער זאל גיין OTD, זאגט מיר די מאדערנע פרוי אז זי קען עס פשוט נישט פארשטיין, וואו איז די בעיסיק בעיסיק מוטערליכע ליעבשאפט? וואספארא מין גערעדאכץ איז דאס? וויאזוי קען א מאמע אפילו אזוי רעדן? נעבעך, זי האט זיך אזוי געגעסן די געזונט... כ'האב איר פרובירט מסביר צו זיין אז חסידים גלייבן באמת אין גיהנם וכו' האט זי אביסל אנגעפאנגען צו פארשטיין אבער זי האט נאכאלץ נישט געקענט צו זיך קומען. כ'האב מיך איינגעהאלטן פון איר זאגן אז דיעס געדאנקענגאנג איז א בפירוש'ע רש"י ווייל כ'האב איר נישט געוואלט צומישן
הגם איך בין נישט מסכים מיט די חסידי'שע פרוי איז עס נישט מטעמיך. צו נוצן אַן עקסטרעמן משל, גלייב איך אז ווען די מאדערנע פרוי'ס זוהן זאל ווען ווערן אַן אייסיס מעמבּער וואלט איר איר "מוטערליכע ליבשאפט" נישט צוריקגעהאלטן פון וואונטשן אז דאס זוהן וואלט ווען ענדערש געשטארבן. און מ'פארשטייט דאס אז ממבט נורמלי טרעהט דאך דאס קינד אויף בּעיסיק עטיקס און איז נישט קיין "גוטער מענטש". און דאס איז איר cutoff point ביז וואו זי קען אקצעפטירן, וואס דארט ענדיגט זיך איר טאלעראנץ (ועיין באשכול
זו וערך
טאלעראנץ פּאראדאקס). עכ"פ יעדעס מענטש האט א סאבּיעקטיוו cutoff point ביי דעם און טאקע אין וואס ער/זי דעפינירט אלס "גוטער מענטש".
ואיה"נ איך פארשטיי אז מ'קען טענה'ן אז נארמאטיווע עטיקס, צו וואס ראציאנאלע מענטשן זענען מודה, ווי
די גאלדענע געזעץ פון מה דעלך סני לחברך לא תעביד, איז שוין יא א מער אבּיעקטיווע cutoff point. אבער איך גלייב אז מ'קען פארשטיין ווען א קינד ווערט א, צב"ש, סתם ״חרדי׳שער״ מוסלעמענער (אָן די רציחה) מיט א (למעשה) גאנץ אנדערע סיסטעם פון core ווירדן ועטיקס, אז דאס איז עפעס וואס מ'וואלט ענדערש געוואלט אז דאס קינד זאל שטארבן ווי איידער דאס טוישן - דאס איז דאך וואס ער האלט "גוטער מענטש" באדייט.
די סיבה פארוואס איך בין נישט מסכים צו די חסידי'שע פרוי איז ווייל מ'קען טענה'ן אז דאס'ן אָננעמען אזא סארט קינד איז בתוך אירע הנחות גופא. והיינו, אז נארמאטיווע עטיקס דארפן זיין בתוך די עדיפיס און סיסטעם פון "הלכה" גופא. און אין אזא פאל וואו דאס ווערט נישט געטרעטן אויף, דארף מען נישט צו דערווייטערן (ואפילו וואו דאס קינד ווערט ל"ע א מוסלעמענער). און ווי צוגעברענגט מהגמרא בשבת לא. מה דעלך סני לחברך לא תעביד זו היא כל התורה כולה.
(והוא כעין מה שחידש החזו"א ביו"ד סימן ב ס"ק טז לגבי ההלכה של מורידין ולא מעלין, וואס ער האט לכאורה מבטל געווען מהאי טעמא. דאס גייט שוין אריין אין דאס גאנצע דיון פון זיך אַן עצה געבן מיט די אימאראלישע ציוויי התורה, און זיי טאקע מאכן שטימען מיט נארמאטיווע מאראל ועטיקס.)
רביה''ק זי''עמיר אלע ווייסן אז ס'דא א הלכה אז פיקוח נפש איז דוחה די גאנצע תורה, כאילו ווען נישט וואס ס'שטייט אזא הלכה און דו גייסט שבת אין גאס און דו זעהסט דיין קינד שטיין אינמיטן גאס און א קאר קומט צופליען וואלסטו איהם טעארעטיש גערעדט געדארפט צו לאזן שטארבן ווי איידער איהם טראגן ד' אמות אין רשות הרבים. אינטערעסאנט אז אין די אמעריקאנע געזעץ איז קיינעם נישט איינגעפאלן אריינצולייגן אזא געזעץ, און וואונדער איבער וואונדער, יעדער אמעריקאנער מיט אן IQ העכער פופציג פארשטייט אליינס אז אויב דארף ער קראסן א רויט לייט צו ראטעווען א קינד פון אן אנלויפענדע קאר וועט איהם די געזעץ מוזן מוחל זיין. יא, די מאדערנע אידן קוקן טאקע אן די ענין פון פיקוח נפש ווי דאס שטייט טאקע, אז במקום פיקוח נפש זאל מען איגנארירן הלכה, כאילו ס'איז אינדרויסן פונעם הלכה'דיגן פרעימווארק, ס'שטייט העכער אין די פרייאריטיס ליסטע פון הלכה, ווען ס'וואלט נישט געשטאנען וואלטן זיי עס אליינס געזאגט, און זיי זאגן עס טאקע אין פלעצער ווי ס'שטייט נישט...
דיין שאלה איז אז היתכן מ'האט פארמאליזירט בתוך הלכה א סענקטיפיקעישאן פאר לעבן און דאס טאקע געשטעלט העכער איר?! איז דאס נישט קיין שטארקייט דערפון, וואו מ'פארמאליזירט דאס גאר? דו ביסט מדייק א "ווען נישט", אבער מאן יימר? (ואולי האבן דאס חז"ל טאקע קאדיפיצירט כדי צו ראטעווען פון די וואס וואלטן דאס געוואלט נוצן/פארדרייען אין א פונדאמענטעליסט וועג. אבער דאס איז נישט צו זאגן אז די פונדאמענטעליסט וועג איז די דיִפאָלט - די "ווען נישט".)
ואגב, דער
דור רביעי בפתיחה למס' חולין זאגט טאקע אז וואס איז מהנימוס און נארמאלקייט איז נכלל בתוך די סיסטעם פון הלכה ממש, הגם עס שטייט נישט בפירוש, ע"ש.
רביה''ק זי''עחרדים עפעס האבן נישט די ביצים זיך אנצונעמען פאר זייערע מענטשליכע באדערפענישן, ממש ווי אברהם אבינו, גאט האט איהם געהייסן שחט'ן זיין זוהן איז ער גלייך געלאפן שחט'ן אן קיין קשיות. זיי קענען נישט נעמען אביסל גאטס ווי משה רבינו, גאט האט איהם געהייסן גיין אויסלייזן די אידן האט ער געזאגט "ר' איד! כ'האב אן עלטערע ברודער וואס גייט זיך באליידיגן אז דו האסט איהם נישט געשיקט, אפשר שיקסטו איהם?". ער הייסט ר' יוסף קארו באקומט ער א get out of jail free card און אין אחר דבריו כלום אויסער אויב א צווייטער ברענד נעים קריגט זיך אויף איהם, און וואו זענען די רויע מענטשליכע געפילן אין די גאנצע געים? דאס הארץ פון בלוט און פלייש וואס פאמפט און רוישט אן אויפהער? גארנישט. ווער דארף א הארץ בכלל? א מעכאנישע פאמפ וואלט פונקט גוט געוועהזן... אה כ'האב פארגעסן, מ'דארף דאך האבן א הארץ ווייל די תפילין של יד דארף דאך זיין נעבן הארץ ... שוין, האסט מיר געכאפט ביים ווארט. ווייסטו וואס? ביזט גערעכט. אבער אך און וויי פאר אזא גערעכטיגקייט... ווי ראפשיצער רב האט געזאגט, אויב איך קום ארויף אין הימל נאכ'ן 120 און איך זעה א נאר זיצן אויפ'ן העכסטן פלאץ אין גן עדן וועל איך צוגיין צו איהם און איהם זאגן: "א נאר ביזטו געוועהן ביים לעבן און א נאר ביזטו געבליבן נאכ'ן שטארבן אויך, און איך בין דיר נישט מקנא אפילו מיט דיין העכסטע פלאץ אין גן עדן!"
ולגבי די עקידה טאקע עיין באשכול
זו ו
כאן, וואו מ'האט געברענגט מהלכים אז אברהם האט גאר נישט געטוהן ווי מ׳ברויך, עפ"י תורה וג-ט. אין אנדערע ווערטער, משרע"ה איז דער וואס האט געטוהן... עםם... כהלכה.
און ווי דו ברענגסט צו פון ראפשיצער זצ"ל און וואס קען ליגן אין זיינע ווערטער, איז דאס'ן נישט זיין א נאַר טעקניקעלי נכלל אין הלכה.
שוין, ס'זעהט נישט אויס ווי איינער האט בכלל פארשטאנען מיין אישו און ווער יא האט נישט וואס צוצולייגן, מ'קען זיך ווייטער ארומ'טענה'ן סתם אזוי איבער די פילאזאפישע אספעקטן ארום און ארום אבער פון מיין זייט איז די טאפיק פון די פתיחת האשכול געשלאסן. כ'לייג דא פאר מיין אישו (ח"ו נישט קיין פילאזאפישע/מאראלישע טענות, פשוט מיין פערזענליכע סאביעקטיווע אישו) אין א PDF פייל, בהוספת א מימרא פונעם חזון איש - פון די טאטעס פון די חרדישע מאוומענט אינעם פאוסט-האלאקאסט עפאכע - וואס ברענגט זייער גוט ארויס מיין נקודה, ליינט און זייט מזכה אנדערע.
📎 מיין פראבלעם מיט חרדים.pdf
רביה''ק זי''עאיך בין נישט געקומען דא זיך טענה'ן אדער אויסשטרעקן מיינע כשר'ע חזיר פיסלעך, אזויפיל וויל איך יא זאגן, מ'קען זיך קלאר יא ארויסרייניגן פונעם "שימל" און די sadomasochism, איך קען נישט זאגן אז איך בין שוין אינגאנצן פטור געווארן דערפון אבער נאך אסאך מעדיטעישן, therapy, ענערדשי הילינג, de-armoring, א.ד.ג. איז א גרויסע פראצענט דערפון שוין הינטער מיר. און נאכמאל, איך בין חס ושלום נישט געקומען האקן, ס'איז פשוט א realization וואס כ'האב נישט געוואוסט וויאזוי עס ארויסצוברענגען אין ווערטער ביז היינט און איך האב נישט געהאלטן ביים עס לאזן שטעקן ביי מיר איך בויך, דעטס אלל.
אפשר העלפסטו מיר ארויס מיט די מעדיטעשען א לינק א פוין נאמבער צו וועם מען קען גיין?
מתבודדכ'פריי מיר אז די ענערזשי האט דיר געהאלפן ווייל מיר האט עס נישט.
דארף מען גלייבן דערין ס'זאל ארבעטן? און אויב יא, גלייבסטו דערין? און אויב יא, גלייבסטו אין נאך זאכן? אויב יא, אין וואס?
כ'בין סתם נייגעריג. דארפסט נישט ענטפערן...
איך בין געגאנגע צום פוינט, געבעטן א פוין נאמבער, אדער א לינק,
לאמער זעהן צו ער גייט מיר עס געבן,
און סתם אגב אז מען רעד שוין וועלעכע סארט ענערזטשי ביסטו געגאנגען צו?
קענסט מיר אפשר געבן א פוין נאמבער א לינק ביטע
נעקסט לעוועל@אנאנים דיינע ווערטער זענען שפתים יישק, איך עגרי מיט יעדע ווארט דיינע
איך בין אויפגעוואקסן אין א עקסטערעמע קהילה, מיט טייטע הנהגות וחומרות אויף יעדע שריט
און דאך שפיי איך נישט נעגאטיוויטי און האס צו מיין קהילה, צו מיין עבר, סתם א שאד צו פארלירן פאמיליע, און טראגן שווערע געפילן.
איך האב ב"ה חתונה געהאט צו א קלוגן אשת חבר, איך האב געשפרייזט די אוישען, און געפענט מיין אייגענעם בלעטל, אויף מיין אייגענעם דרך, און דאס לעבן ביז מיין חתונה אונטער א סטריקט סיסטעים האט מיר נישט גורם געווען אפצולאזן יהדות, איך האב עס פשוט געלאזט ביהיינד, און די פעסט, מיין עבר אינטערעסירט מיר נישט.
איך האב אפגעלאזט די סיסטעים, איך האב בוחר געווען אין די 613 מצוות און שולחן ערוך וזהו, נישט אין חומרות וחסידות שטיק, און איך האב א חיים טובים,
און דאך האלט איך אן קשר מיט יעדעם, און טראג נישט קיין שנאה אדער שווערע פילינגס צו מיין עבר, און סאם האו דארף איך נישט קיין מעדיטעישן אדער האו נאוס וואט (יעדער האט זיך זיין פערזענליכע סטארי, איך דשאדש נישט קיינעם)
איך שעץ דיך זייער אויף וואס די זאגסט, אבער סאיז דא א מימרא פון ר' נחמן אז א פאס וויין וואס איז פיל מיט עסיג אויב סליגט א לאנגע צייט און מען עפענט עס אויף און מען קוקט אריין וועט מען טרעפן א ריינעם פאס וויין און מען וועט נישט זעהן קיין זכר פון עסיג, אבער נעם נאר א שעפ לעפיל און פאנג אן מישען אה וועט די עסיג דיך ענטפאנגען מיט אלע אירע קאלירען,
לעינינו אוועקגיין און פארגעסן פון אלעס און עס נישט זעהן פאר די אויגען איז אפשר א סילאשען אבער לכאורה ליגט די עסיג טיף באהאלטען, געב עס נאר א שאקעל אויף קום צירוק נאר פאר א וויקעשען פאר א וואך צוויי פון ווי די קומסט און זאג מיר צו ביסט ריין פון עסיג
סוי מעבי מעדיטעשען איז די סילאשען.
שוין. רביה"ק האט זיך שוין ענדליך געהעריג מסביר געווען, נישט די סיסטעם שטערט אים, נאר די תורה שטערט אים. ווי ער זאגט אליין בתוך דבריו:
רביה''ק זי''ע
און קומטס מיר נישט זאגן (@שמן למאור אלערט) אז דאס איז נישט די "עכטע" אידישקייט, ווייל במחילת כבודכם איז דיעס געדאנקענגאנג דייקא יא אן אינטעגראלע טייל פון אידישקייט.
גערעכט ביסטו! א גרויס טייל פון דיינע 'טענות' זענען טאקע אויף ריכטיגע חלקים פון אידישקייט.
פונעם סיסטעם האבן מיר שוין פריער קער גענומען, יא, אונזער סיסטעם ווי אלע אנדערע סיסטעמס האט זיך זיינע פראבלעמען. בורט קאנטראל מיט די גרויסע איסור פאר פרויען זיך צו שערן אדער דרייוון, זענען טאקע חלקים פונעם סיסטעם וואס מען דארף זען וויאזוי זיך אן עצה צו געבן דערמיט. אבער דיר שטערט עפעס אנדערש אינגאנצן.
וואס שטערט דיר איז דער יסוד פון אידישקייט אז דער באשעפער איז די אויסשליסליכער בעל הבית אויף אונזערע מעשים, ער האט די רעכט דיר איינצוטיילן וואס דו מעגסט יא אדער נישט טון. פיין, ווען עס שטימט מיט 'דיינע' ווירדן, און עס שטימט מיט 'דיין' שכל דעמאלטס האסטו נישט קיין פראבלעם. ווען אידן לויפן אויף הצלה קאלס אינמיטן די נאכט, אדער ווען אידן שענקען זייערע גלידער פאר פרעמדע מענטשן, ביסטו צופרידן פון די אידישער גאט, אבער ווען ער הייסט זיך מוסר נפש זיין אויף ערקתא דמסאנא, אדער אז ער נעמט צו חנוך'ן פאר די צייט אלס מורא אז ער וועט קאליע ווערן, ווערסטו שוין פארלוירן, דו ווערסט שוין באלד א מוריד במלכות שמים.
אם סארי, אבער אויב עפעס זענען די חרדים טאקע גערעכט. דו רעדסט אזוי ציניש ווי דו האסט מסביר געווען פאר דעם מאדערנע פרוי אז די פאנאטישע חסידים גלייבן טאקע אז גיהנם איז עכט... יע יע... סאו גאנץ אידישקייט איז ביי דיר איין גרויסע דזשאוק? פיין! זאג קלאר ארויס הויעך און קלאר, רבותי, איך בין א כופר הכל! גאנץ אידישקייט איז עפעס אן אויסגעטראכטע רעליגיע פון אפאר אלטמאדישע איזרילייט שבטים, און פטור אן עסק. וואס איז דאס דעם 'איך גיי נאך ר"ת תפילין' קאפ דרייענישן?
דו ווילסט אז אלע תרי"ג געזעצן זאלן דיר אריינפיטן אין דיין קאפ, אלעס מוז שטימען לויטן 2023 מעסטערל, און די רגע גאט איז קעגן געי, איז ער שוין פסול. די רגע ער בעט דיר זיך אביסעלע אנצושטרענגען, די רגע עפעס ווערט א טראפקעלע אומבע'טעמ'ט, איז ער שוין מופרך מעיקרא.
אויב איז אמת אז גאט האט באשאפן די וועלט אז אונז זאלן אים דינען פון דאהי, נתאווה לו להקב"ה להיות לו דירה בתחתונים, ער וויל אונז זאלן זיך באהעפטן צו אים דורך פאלגן זיין תורה און מצות וואס ער האט אונז געגעבן ביים בארג סיני, דאן וואו קומט דיינע פרעפרענצעס אריין אונעם בילד בכלל?
אויב איז טאקע דעם עולם הזה דומה צו א קליינער קורצער פרוזדור, ווי מען דארף בלויז פאר א קליינע קורצער תקופה טון דעם רצון השם אפילו עס קומט אמאל אן אביסל שווער, און דערנאך איז מען זוכה צו זיצן אינען טרקלין צוזאמען מיט אלע אנדערע צדיקים בעטרותיהם בראשיהם, און מען איז נהנה מזיו השכינה לנצח נצחים, דאן איז דען נישט פארשטאנדיג דעם מאמר פון עקביא, מוטב לי להקרא שוטה כל ימי, ולא ליעשות שעה אחת רשע לפני המקום!? וואס איז דען אפאר יאר קעגן א נצח נצחים? אויב וועט חנוך קאליע ווערן סוף ימיו, און מיט דעם אנווערן זיין גאנצע עולם הבא, דאן פארוואס טאקע זאל אים גאט לאזן דא אויפן וועלט? אז ער זאל זיך קענען אנעסן מיט אביסל פיצא און אייזקריעם, און דערנאך זיין נדחה פונעם טוב האמיתי לנצח? וואט די עקטשועל העק? (קרעדיט: רביה"ק) אויב גלייבט די ערליכע חסידישע מאמע אז איר או טי די קינד איז מיט זיינע טעגליכע עבירות זיך מרחק פונעם באשעפער, און רייסט אפ זיין קשר עליון מיט גאט, דאן פארוואס איז אזוי אומפאשטענדליך אז זי וויל אז גאט זאל אים פריער נעמען צו זיך פאר ער מאכט זיך מער קאליע דעם נשמה?
'גדול המחטיאו יותר מן ההרגו' איז נישט קיין מליצה אדער וויץ, עס איז פשוט פשט! אויב איז א רוצח געקומען און געשאסן אן ערליכע איד צום טויט, גייט ער כאטש ארויף צו א גוטע פלאץ אויף אן אייביגע רוה ארט. אבער וואס געשעט ווען א מחטיא שיסט ליידער אריין אין א ערליכע איד'ס נשמה שעדליכע רייד וואס נויגט אים אפ פונעם דרך הישר? אפשר אויף די וועלט זעט מען נישט די שרעקליכע תוצאות, אבער וואס וועט זיין פארווארפענע, פארפלעקטע נשמה טון נאכן הונדרעט און צוואנציג יאר?
עס איז נישט מער ווי רעכט פאר א ריכטיגע מאמין בשם צו נעמען די תורה און מצוות מיט אן ערנסטקייט. וואס די תורה פארלאנגט און ערלויבט, דאס איז טייער און הייליג, און וואס נישט, טוט מען נישט אפילו די אמעריקאנע גאס האלט אנדערש. בלויז ווייל אפאר לינקע הויכהילכערס האבן אפגעמאכט אז עפעס איז מאראליש, צו גאר פארקערט ווי מאראליש, מיינט נאכנישט אז דאס איז טאקע אזוי. און אפילו די גאנצע גאס מיט דיינע געפילן אינאיינעם זאגן דיר אז מען דארף זיך פירן אויף עפעס א געוויסע וועג, איז אין לנו אלא דברי בן עמרם! די חזון איש איז שוין איינמאל גערעכט!
@שמן למאור, דיינע ווערטער זענען שמן זית זך. עס דערקוויקט, און זעטיגט דאס זעהל.
שטארקע ווערטער. אייזן.
א לייק איז נישט גענוג. א עקסטערע שכח, פארן מיך דערווארעמען מיט דיינע ווערטער.
שמן, א דאנק פאר די ווארימע שובבי"ם תורה!
@שמן למאור: א דאנק פאר די ווארימע חיזוק רייד, עס דערקוויקט און זעטיגט דאס masochist'ישן זעהל! כ'האב שוין אנגערופן א סופר פון לב טהור צו באשטעלן א נייע פאר רש"י תפילין, מיין ווייב האט זיך שוין דעם צופריה גלייך געגאלט מיט א גאל מעסער און געגאנגען קיין וואלמארט איינקויפן פעך-שווארצע XXXL קליידער אויף ביזדערווייל, זי האט זיך אפילו איבערגעטוהן אין די וואלמארט טוילעט, חס ושלום נישט נהנה צו זיין פונעם עולם הזה פאר איין איבעריגע סעקונדע... כ'האב שוין באשטעלט טיקעטס קיין JFK, כ'האב שוין אויך אן אפפוינטמענט ביי מנשה פליפ-פלאפ מסדר צו זיין א דרך תשובה פאר מיין זינדיגן זעהל. שוין, איך דארף אויפהערן צו שרייבן ווייל ס'איז מיר שווער צו טייפן אזוי מיט די כלי אין איין האנט און די גמרא אין די צווייטע האנט (כ'מיין יעדעס ווארט איז דאך א מצווה לנצח נצחים! 200 מצוות יעדן מינוט! משוגע דארף איך זיין דאס אנצואווערן פאר דעם נארישן קאוועשטיבל...), איך שטיי דא ביים פייער גרייט אריינצואווארפן מיינע טמא'נע כלים רח"ל, אללא הוא אכבר!!!
ערנסט גערעדט: איך בין אינגאנצן נישט צופרידן פון דעם וואס אידן לויפן אויף הצלה קאלס אינמיטן נאכט ווייל ר' יוסף קארו האט געהייסן, אפילו מ'טוט שוין יא עפעס צום זאך איז עס נאר ווייל מ'האט געהייסן. מ'עסט שוין יא א פעטן שטיקל קוגל מוז עס זיין לעילוי נשמת רבי שייע בן רבי משה. מ'קען זיך נישט פשוט און פראסט אויפשטעלן און זיך אננעמען פאר די אייגענע באדערפענישן. וואו איז די סעלף עסטיעם? פשוט א באנדע אויסגעלאשענע, פארקריפלטע נשמות. גאט גאט וואו איז דיין איד?
די לייקס זענען פאר'ן אזוי גוט ארויסברענגען די בראך פון חרדיזם, מ'דערקוויקט זיך גאר מיט'ן מזוכיזם! רח"ל. איך אליין וואלט עס נישט געקענט אזוי גוט אראפלייגן מיט אלע רוישיגע פארבן ווי דיר. האפענטליך פארשטייט שוין יעצט דער עולם וואס מיין אישו איז, צו מ'איז מסכים איז שוין א צווייטע זאך, כאטש פארשטייט מען וואס איך זאג.
Re: מיין פראבלעם מיט די חרדישע געזעלשאפט (סיסטעם)
רביה''ק, דו לעבסט צוזאמען מיט א ווייב?
זי פארשטייט יא דיין קאמפליצירטע טעאלאגיע, אדער איז זי פשוט אן אשה כשרה?
זי איז פשוט א מענטש וואס וויל ענדשויען דאס לעבן און נישט בלייבן סטאק מיט זאכן וואס סערוון איר נישט גארנישט, פארקערט, ווען איך ווייז איר מקורות וואס זענען מקיל אין זאכן האט זי זייער שטארק הנאה. כ'געדענק אין אנפאנג ווען זי האט מיר געזאגט וואו איר אידישקייט האלט (ליידער?) און זי האט פרובירט זיך צו פארענטפערן און מסביר זיין איר השקפה וויאזוי זי קוקט אן די גאנצע זאך און איך האב איר געברענגט א טוץ מקורות פון די תורה אונטערצושטיצן איר "מהלך" אין אידישקייט איז זי אויפגעשפרינגען פאר שמחה.... צו זי פארשטייט ממש אלע מחשבות וואס איך לופטער דא אויס און וויאזוי מ'קען אלעס אריינקוועטשן אין די תורה? לכאורה נישט. און מ'קען שוין מיינען, כאילו איך פארשטיי אלע בלאגס וואס זי פלעגט שרייבן... מ'האט שוין געהערט אזאנס.
איך ווער מער און מער צומישט איבער וואס דו ווילסט. אין אָנהויב האב איך פארשטאנען אז דיין טענה איז קעגן אזא סארט ליטעראליסט "ראשית חכמה סטייל" אפטייטש אין שמירת הלכה. מיינענדיג, דאס אנטאלאגישע ישות וואס מ'געבט פאר דעם וואס שטייט "אונטער און וואס טוהט זיך אפ מכח" הלכה און די מיסטישע טעמים דערביי. און דאס ברענגט צו אַן OCD "מאסאכיסט" מהלך דערין. דאס האב איך געזעהן און פארשטאנען אין דיין נעגל וואסער מעשה.
דערנאך האסטו עס געדרייט צו א טענה וואו דאס געזעלשאפט הייבט הלכה
(די דיון איז אויף די געזעלשאפט'ס צוגאנג צו "הלכה" - נישט די "זיך שאקלען ביים רבי'נס טיש" וכדומה; די קולטוראלע חלקים וואס זענען נישט אָנגעוואנדן אין הלכה) אויף צו אַן אייניגע שטאפל מיט עטיקס (צי גאר העכער פון איר) וואס זענען, און באדארפן צו זיין, מוסרי הטבעי. ועכ"כ אז זיי טוהן קאדיפיצירן עטיקס, ווי זיי פארשטייען עס
(ווייל פונקטליך איז עטיש אדער נישט ווענדט זיך ביי קולטור, ועיין להלן), אלס הלכה ממש. (דיין נעגל וואסער מעשה האט אבסאלוט גארנישט מיט עטיקס, ופשוט.)
אויף דעם, ווי איך פארשטיי אים, האט
@שמן למאור גע'ענטפערט אז זיי נעמען אָן א
דיוויין קאמענד טעאריע מהלך אין דעם, וואו הקב"ה איז גענצליך בעה"ב און ער איז דער וואס קאדיפיצירט טאקע וואס איז "עטיש/ריכטיג" און וואס איז "אומעטיש/אומריכטיג". און דיין אנטווארט צו דעם איז נישט קיין לאגישע פראבלעם דערין (לדוגמא, אז עס מאכט עטיקס ומאראל אָרבּיטרערי וכדומה), נאר "אללא הוא אכבאר" וכדומה. לענ"ד איז דאס פשוט חוזק געמאכט ביי גוזמא, ווייל דו ווייסט אליין אז דיינע משלים זענען גומאות (ולכאורה במכוון אזוי מחמת הפּאָלעמיק) און רעפּרעזענטירן נישט דאס געזעלשאפט צו וועלכע דו באציהסט דיך.
Is that the best you can do?
אין אנדערע ווערטער, פון א פילאזאפישן פּערספּעקטיוו איז קאדיפיצירן וואס איז ריכטיג, בפרט אין
דעסקריפּטיוו מאראליטעט, גארנישט אזוי פשוט, און ווענדט זיך טאקע ביי קולטור. (און דאס איז נאך פאר מ'קומט אָן צום מבוכה פון
מאראלישע ריעליזם און קאגניטיוויזם.) יעצט, וואו מ'טרעהט בגלוי אויף ברייטע
נארמאטיווע עטיקס/מאראליטעט וואס יעדעס רעכטדענקענדע ראציאנאלער מענטש פארשטייט און נעמט אָן (כעין מניעת רציחה וגזילה וכדומה), דאן לחיי, פארשטיי איך וואס דיין טענה איז. אבער דאס איז נישט דיין טענה דא - עס איז פשוט אז זיי טוהן נישט עטיקס מדעת עצמם
(ווער זאגט? ואפילו אז יא, דאן האבן זיי זייער עטיקס קוׂיד וואס זאגט זיי צו זיין עטיש. וואס איז די פראבלעם דערמיט? געדענק, דיין טענה איז נישט דא אז זיי זענען אומעטיש. חוץ טאמער גייסטו נאכאמאל טוישן דיין טענה), און זענען "מאסאכיסטיק" ווען עס קומט להלכה. די צווייטע איז א סאבּיעקטיווע pejorative לעיבּעל אָן קיין ניואנס
(וואס איז, אגב, לכאורה אליינס קעגן נארמאטיווע עטיקס פון דעניגרעיטן א קולטור וואס טרעהט נישט בגלוי אויף נארמאטיווע עטיקס. וממילא איז דאס'ן דאס זאגן נישט תחת גדר "גוטער מענטש", פאר וועלכע דו כנראה ביסט דא לוחם בעד, און וואלט נישט געדולדעט געווארן ווען דו טוהסט דאס קעגן אַן אנדערע קולטור, ואפילו מיט אַן איבערבעהטונג גראד דערנאך), וואס איז אויך בכלל ניתן לדון; ווי געזאגט פריער ביסטו פּלענטי מגזם. און וכמובן איז דאס'ן זיין א דיוויין קאמענד טעאריסט מיינט נישט אז ער/זי איז א "מאסאכיסט" בנוגע אט די דיוויין קאמענדס.
איך פארשטיי נישט, יעדע זאך וואס מ'קען נישט טרעפן קיין פילאזאפישע סיבה פארוואס ס'איז "אומריכטיג" דארף איך אננעמען און זיך שטיקן דערמיט? און אז איך קען נישט טרעפן קיין פילאזאפישע סיבה פארוואס ס'איז אומעטיש צו עסן מאיענעז מיט א לעפל דארף איך מיך אנשטאפן דערמיט אגאנצן טאג? לא בא לי! ניין, כ'האב נישט ליעב די אויסזעהן פון אן אפגעגאלטן קאפ, אויך נישט פון Andrew Tate, כ'האב נישט ליעב צו פרעפלען דריי מאל א טאג אין דער וועלט אריין, כ'האב נישט ליעב צו דארפן אויסרעכענען יעדע ביזנעס צו וועקעישן טריפ וואו מ'גייט טרעפן א מנין, כשר'ס צו עסן, און וויין פאר קידוש, און איך האב נישט ליעב ווען איך דארף אהיימקומען צו א נערווירטע אנגעצויגענע ווייב אין א לאנגע שבת נאכמיטאג ווייל זי קען נישט ארויסטראגן דאס קינד אין רשות הרבים. לא בא לי! איך בין נישט פילאזאפיש און עטיש אויסגעהאלטן? על הזיין שלי! אין דיין דמיון סאונד איך ווי היטלער? לאמיר טאקע מאכן א פאלל ווער דער עולם האלט סאונדט מער ווי היטלער, איך צו מנשה פילאפ צו עני אנדערע חרדישע רב... אז דו ווילסט זיין אן "אויסגעהאלטענע" און "עטישע" cyborg כל הכבוד, איך האלט נישט דערביי. איך בין א מענטש, איך האב געפילן, איך האב געברויכן, איך האב אייגענע רצונות, אייגענע מיינונגען, און וועם ס'געפעלט נישט זאל זיך גיין לעזאזאל. אויסער דעם האסטו מיר נאכנישט געזאגט וואס איז דיין פילאזאפישע היתר צו גיין מיט סליפפערס נאך צעהן אזייגער ביינאכט, אמער, ס'דאך אסור לויט'ן געזעץ! כ'בין זיכער אז דו האסט אויסגעארבעט עפעס א היתר ווייל ווען נישט וואלסטו עס נישט געטוהן... אדער אפשר טוסטו עס טאקע נישט... 😂 😂 😂
ווי איך פארשטיי און זעה איז דא דא א געמיש פון צוויי טענות:
1). דו דרייסט יעצט צוריק צו דאס "OCD קוצו של יוד" ערשטע טענה
2). א נייע טענה אז איינער וואס סאָבּמיט צו א געזעץ (ליין "הלכה") סיסטעם, מיט אירע פּראָהיבּישאנס, און גייט נישט מיט א מהלך פון "בשרירות לבי אלך" פון וואס "איך האב ליב", איז א "cyborg"
אויף די ערשטע טענה הא'מיר שוין גערעדט אז די הלכה סיסטעם געבט דיר אין אלגעמיין די מיטלען דאס מסדר צו זיין, ווען עס טרעהט אזוי אויף די געברויכן (עיין לדוגמא הלכות עירובין פאר דיין משל). אז א מענטש האט OCD דאס נישט צו נוצן אלס "מורא" צי וואס, איז דאס זיין אייגענע פראבלעם. איך האלט נישט אז דו קענסט דאס, פּער סע, לייגן ביי די פיס פונעם געזעלשאפט, אחוץ טאמער מישטו אריין זייער אלגעמיינע פראבלעם פון אדיקות אין אבערגלויבנס (עכ"פ ביי א גרויס חלק).
די צווייטע טענה האלט נישט אויס, וויבאלד, ווי דערמאנט, ביסטו מודה אז ביי אלגעמיינע עטישע ווירדן איז נישט קיין חילוק וואס דו "האסט ליב" מוזטו זיך צושטעלן דערצו. איז איינער וואס נעמט אָן אז די הלכה סיסטעם, די דעסקריפּטיוו סעט פון ווירדן, איז ריכטיג, וואס דו טענה'סט נישט דא אז עס איז נישט אזוי, דאן מאי שנא אז ביי דעם דארף מען יא נאכגיין וואס מ'האט ליב קעגן דעם?
בקיצור, איך דארף יעצט גיין משוגע מאכן די קאונטי באורד אז איך דארף בויען א שטריק ארום מיין גאנצע געגנד און נאך צאלן אפאר טויזענט דאללער דערפאר, פארוואס פונקטליך? ווייל איינער מי אני האט אן אישו אז איך בין נישט "עטיש", נאר דאס פעלט מיר אויס, צו ענדיגן מיין לעבן אין משוגעים הויז...