☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אלטע שיינע געשמאקע אשכולות

אלטע שיינע געשמאקע אשכולות

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15401

שמן למאור » מאנטאג יולי 11, 2022 1:15 pm

· #503972
אלטע שיינע געשמאקע אשכולות
אין די צען יאר וואס קאווע שטיבל שטייט שוין לאוי"ט, איז שוין ארויפגעקומען צענדליגע טויזענטער רייכע, אינהאלטסרייכע, און באלערנדע אשכולות. ב"ה אז עס קומען נאכאלטס צו חדשים לבקרים שיינע נייע אשכולות, אבער די אוצר מלא וואס ליגט פארשטויבט אינעם קוימען איז פי כמה פון די פאר אקטיווע אשכולות וואס די נאקעטע אויג שטויסט זיך סתם אזוי אריין דערין.

אונזער @מי אני דרייט זיך טאקע אין די אלטע שאפעס, און שלעפט כסדר ארויס אלטע גוטע סחורה און לייגט צו דערויף זיינע הגאות, אזוי אז אסאך פיינע אשכולות ווערן אויפגעלעבט אדאנק אים.

אבער עס מאכט זיך אסאך מאל ביי מיר, אז אזוי נישטערנדיג אינעם קעלער טרעף איך א שיינע באשרייבונג אדער נושא, אבער איך האב נישט וואס מוסיף צו זיין דערויף. נו, וויאזוי זאל איך עס אויפלעבן? כ'זאל סתם שרייבן א תגובה... "כוויל אויפלעבן די אשכול"? ס'האט דאך נישט קיין פשט.
(אגב עס פלעגט זיין א ניק דא @אשכולות אויפוועקער וואס פלעגט עס טון).
אבער די חסרון דערפון איז, אז מען באמוטשעט סתם די עולם צו גיין זען וואס דו האסט דא צוגעלייגט צום סוף פונעם שמועס, און צומאל דארף מען בלעטערן ביז די סוף פון אפאר בלעטער, און מען זעט בלויז ווי דו שרייבסט "אויפגעלעבט" וכדומה. עס דארף זיין א מהלך אויפצולעבן די יין ישן פון שטיבל אהן עס דארפן ארויפברענגען אויף די אקטיווע אשכולות אויבערפלאך, אז מען זאל גלייך גיין קוקן וואס דו האסט צוגעלייגט צום נושא. עס דארף זיין אן אשכול וואס איז מיוחד בלויז צו לינקען שיינע אלטע סחורה להנאת הציבור. אזוי אז ווען מען זעט ווי די דאזיגע אשכול קומט ארויף, קען מען גלייך גיין זען וועלכע ארטיקל איז געווארן געלינקט.

האב איך מחליט געווען צו עפענען אט דעם אשכול, אז ווען אימער איינער טרעפט אן אלטע שיינע נאכגעלאזטע אשכול, וואס ער האלט אז דער עולם וועט הנאה האבן דערפון, זאל ער עס קענען אהערברענגען דא. און די אשכול זאל דינען ווי א שטיקל מפתח צו קענען טרעפן אלטע שיינע גוטע סחורה.

איך בעט די עולם וואס וויל מגיב זיין דא, אז מען זאל נישט סתם אנפירקלען די אשכול מיט תגובות אדער מיט אבי אשכולות. נאר זיך האלטן שטרענג צום נושא, און נאר צוברענגען אינטערסאנטע זאכן וואס האבן דיר געכאפט, און די וואלסט געוואלט אז אנדערע זאלן אויך הנאה האבן דערפון.

עס איז ראטזאם צו שרייבן א קורצע דיקריפציע פון וואס די אשכול רעדט זיך, באפארן לייגן די לינק. אזוי אז איינער וואס בלעטערט דורך די אשכול, זאל קענען אויסוועלן וועליכע נושא ער וויל זען, און וואו ער וויל אריינגיין.

איך וועל אנהויבן מיט איין באשרייבונג וואס האט מיר געכאפט, און עס איז אויך ענינא דיומא בענין פארן צום קאנטרי.
עס איז א שיינע ארטיקל ווי @שטילע אינגערמאן (ז"ל) באשרייבט וויאזוי א היימישע אביוזער ניצט אים אויס, צו שלעפן א "קלייניגקייט" פאר אים צו די קאנטרי.
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=6684&hilit=%D7%90%D7%95%D7%99%D7%A1%D7%A0%D7%99%D7%A6%D7%A2%D7%A8#p208261

שמן למאור » מאנטאג יולי 11, 2022 1:38 pm

· #503973
נאך א שיינע אשכול פון @שטילע, ווי ער לייגט אראפ די מצב וויאזוי עס זעט אויס ווען איינער גייט אין מקוה ערב שבת און נעמט מיט עטליכע קינדער
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=53&t=5477#p169486

שמן למאור » מאנטאג יולי 11, 2022 1:44 pm

· #503974
א שטארקע אשכול וואס ברענגט ארויס אז "כפירה" איז גאר די ריכטיגע פראבלעם פון אינטערנעט.
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=26&t=1478#p34778

אגב די פותח האשכול (די איינמאליגע ניק @פירש) האט נאך א ניק אין שטיבל, און ער איז אויך דער מחבר פון די באשרייבונג דא.
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=501966#p501966

(איך ברענג עס נאך, צו ווייזן אז מען מעג דא אויכעט לינקען צו שיינע תגובות בתוך אשכולות)

שמן למאור » מאנטאג יולי 11, 2022 2:02 pm

· #503975
דא טוט מען דורך די נושא, איבער די אינגל וואס האט אנגעבליך נישט באקומען די שנעלקע פונעם מלאך.
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=3873

שמן למאור » מאנטאג יולי 11, 2022 2:58 pm

· #503977
א מייסטער ארטיקל ווי @בענדזשאמין באשרייבט די ספיקות פון א טראכטער, און ברענגט ארויס א גאנצע כפירה דעבאטע וואס קומט פאר ביי אים אין קאפ בשעת קידוש.
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=3808#p115432

שמן למאור » מאנטאג יולי 11, 2022 3:03 pm

· #503978
נאך א מייסטערווערק פון@בענדזשאמין פרענקלין ווי ער באשרייבט זיין איבערלעבעניש ביים כינוס כלל ישראל, זיך פילענדיג בין פטיש לסדין, צעווישן די עקסטרעם פרימע און די עקסטרעם קילע
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=26&t=3752#p114209

שמן למאור » מאנטאג יולי 11, 2022 3:07 pm

· #503979
א באשרייבונג פון @מאראנצןזאפט אויף ידידינו @לעיקוואד נאך וואס עס איז נתגלה געווארן אז ער איז הרה"ג ר' יצחק לאווי שליט"א, פון לעיקוואד עיה"ת.
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=8426#p258284

שמן למאור » מאנטאג יולי 11, 2022 3:13 pm

· #503980
א שטארקע שטיקל פון @שטילע, וויאזוי ער האט מסדר געווען איינער מיט אן אי-ליגעל דרייוו וועי.
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=10620&start=0#p337909

שמן למאור » דינסטאג יולי 12, 2022 1:03 pm

· #504025
מען מוז אהערברענגען די 10,000'סטע תגובה פון @שמעקעדיג, ווי ער באשרייבט א שיינע חלום פון א "קאווע שטעטל"
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=7473#p231552

דוד שריפטליך » מיטוואך יולי 13, 2022 11:25 pm

· #504113
@עצע שיטים א דאנק פאר די אלע לינקס ביזדערווייל זעט אויס אז איך בין דער איינציגסטער וואס רעאגירט מיט א תגובה איך האב נאכנישט דורכגעליינט אלע לינק'ס ווי זאגט מען ביי אונז אין אמעריקע איי סטיל האופ טא דא סאו אבער אזוי דורכנישטערנדיג זע איך וועגן א אביוזער פון קאנטרי דאכצעך אז איך האב שוין געהערט אויסגעעקט די שטיקל דורכן בדחן ר יואל לעבאוויטש

שמן למאור » דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:08 am

· #504125
גאר א שיינע שמועס איבער ווער עס האט שטערקערע טענות ביי א אמונה דעבאטע, און ווער עס האט די ידו על העליונה.
(בכלליות)
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=1919#p46772

די עיקר שמועס הייבט זיך אהן אינמיטן, ביי א תגובה פון @יאיר
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=48979#p48979

שמן למאור » דאנערשטאג יולי 14, 2022 12:14 pm

· #504138
די היסטארישע קאפיטל פון פרשת בערעניו, די זון פונעם רוז'ינער, ווערט דא שיין דערציילט און פארזעצונגען דורך @חקרן
הגם ער פירט נישט אויס די מעשה עד הסוף, איז עס דאך גאר א באלערנדע אשכול, און פאר מער קען מען זען א יוטוב קליפ וואס @רביה"ק ברענגט צו צום סוף, אדער קען מען זיכן אויף וויקיפידיע, עיין ערך מחלוקת צאנז-רוז'ין
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=42&t=8703#p268385

קידוש » פרייטאג יולי 15, 2022 7:42 pm

· #504205
יישר כח @עצי שטים פאר די נוצבארע אשכול,
איך זיך אלטע אשכולת וואס מען שמועסט וועגען חברים, אין סאשעל לייף אויב איינער קען צו ווייזען ביטע,

יישר כח

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 6:41 pm

· #504215
קידוש
יישר כח @עצי שטים פאר די נוצבארע אשכול,
איך זיך אלטע אשכולת וואס מען שמועסט וועגען חברים, אין סאשעל לייף אויב איינער קען צו ווייזען ביטע,

יישר כח
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=9472#p296643

שמן למאור » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 11:35 pm

· #505793
טיפע סייענטיפישע קאמיקס איבערגעזעצט אין אידיש
דורך @הציץ ונפגע ע"ה
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=74162#p71239

שמן למאור » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 11:37 pm

· #505794
א שיינע שמועס איבער די שנעלקייט פון לעכטיגקייט
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=19&t=99#p720

קאצקע ציקער » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 12:29 am

· #505801
קידוש
יישר כח @עצי שטים פאר די נוצבארע אשכול,
איך זיך אלטע אשכולת וואס מען שמועסט וועגען חברים, אין סאשעל לייף אויב איינער קען צו ווייזען ביטע,

יישר כח
האסט געבעטן און איך האב דעליווערד מעגסט עס עפרישיעיטען און כאטשיג געבן א לייק

שמן למאור » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 3:31 am

· #505817
א עוואלושן דעבאטע
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=47&t=7583#p234497
זייט געווארנט, אז די צד האמונה ווערט פארגעשטעלט דורך @זוכער וואס קומט אריין זייער שוואך, און האט אויך ביים כוזרי אגומענט אשכול אריינגעקומען שוואך.

דא האט איר די אשכול וואס איז דן איבער די כוזרי ארגומענט. די באקאנטע טענה אז מעמד הר סיני איז זיכער פארגעקומען, ווייל 600,000 מענטשן האבן עס געזען מיט די אייגענע אויגן.
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=487839#p487839

קהל'ס נער » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 3:51 pm

· #505863
עצי שטים
א עוואלושן דעבאטע
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=47&t=7583#p234497
זייט געווארנט, אז די צד האמונה ווערט פארגעשטעלט דורך @זוכער וואס קומט אריין זייער שוואך, און האט אויך ביים כוזרי אגומענט אשכול אריינגעקומען שוואך.

דא האט איר די אשכול וואס איז דן איבער די כוזרי ארגומענט. די באקאנטע טענה אז מעמד הר סיני איז זיכער פארגעקומען, ווייל 600,000 מענטשן האבן עס געזען מיט די אייגענע אויגן.
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=487839#p487839
אוי איז עס געוועהן fun ביי די כוזרי אשכול....

שמן למאור » זונטאג אוגוסט 28, 2022 10:36 am

· #507478
א שטארקע ארטיקל פון @יאיר ז"ל איבער זיין ערפארונג אלטס בחור מיט די "חיוב" פון וויינען אין די הייליגע טעג...
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=23&t=4713#p148697

שמן למאור » זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 6:08 pm

· #508814
לאור המצב ברענג איך ארויף די צוויי ארטיקלען פון @בעל בעמיו, בענין די סדר החינוך אין למודי חול פון די היימישע מוסדות
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=12214&p=399165#p399165

http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=12282&p=401676#p401676

שמן למאור » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 11:11 pm

· #509644
א געשמאקע ארטיקל פון @אנאנים איבער דעם הדיוט וואס זיצט אין די סוכה אפילו עס רעגנט.
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=11038&p=352796#p352795

שעצונג » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 11:21 pm

· #509646
😃 😃 😃

שמן למאור » פרייטאג אקטאבער 21, 2022 1:00 pm

· #510456
א שטארקע ארטיקל וואס קומט יעצט אריין נאך די יו"ט סיזאן. ווי @בעל בעמיו לייגט שיין אראפ די מצב ווי "חרדישקייט בליעט"...
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=7400&p=229247#p229247

שמן למאור » מאנטאג דעצעמבער 5, 2022 6:01 pm

· #513395
אונזער שמעקעדיג, האט אמאל אפגעשריבן א הערליכע מייסטער-ארטיקל איבער אונזערע שווערע מצב הפרנסה.
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=6877&sid=716210cd8a8588e153e838c501d7d90e#p214421

איינער איז געגאנגען און עס אריבערגעברענגט אויף אייוועלט אויף א צענזורירטע אויפן.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=23731
ער האט געשריבן אז עס קומט פון שמעקעדיג פון ק"ש. דאס האט גלייך געטריגערט די עולם דארטן צו טרעפן די השכלה שבו, און עס האט זיך געעפנט א גאנצע ארטיקל ווי מען האט אראפגעריסן קאווע שטיבל און שמעקעדיג.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=73&t=23811#p914258

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג דעצעמבער 5, 2022 6:49 pm

· #513398
Re: אלטע שיינע געשמאקע אשכולות
שמן למאור
אונזער שמעקעדיג, האט אמאל אפגעשריבן א הערליכע מייסטער-ארטיקל איבער אונזערע שווערע מצב הפרנסה.
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=6877&sid=716210cd8a8588e153e838c501d7d90e#p214421

איינער איז געגאנגען און עס אריבערגעברענגט אויף אייוועלט אויף א צענזורירטע אויפן.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=23731
ער האט געשריבן אז עס קומט פון שמעקעדיג פון ק"ש. דאס האט גלייך געטריגערט די עולם דארטן צו טרעפן די השכלה שבו, און עס האט זיך געעפנט א גאנצע ארטיקל ווי מען האט אראפגעריסן קאווע שטיבל און שמעקעדיג.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=73&t=23811#p914258
ייש"כ פאר'ן ארויף ברענגן דעם ארטיקל פון ידידי היקר @שמעקעדיג באלד גיימער עס אפלערנען.
יעדעס מאל איך ליין אין אייוועלט ווי מ'רייסט אראפ אינזער הייליגן שטיבל ק"ש, מאכט עס מיך גאר עקסיידעט אז כ'האב קיינמאל געשריבן דארט און איך פארמאג ניטאמאל א ניק דארט.
א מין קליינקעפיקייט! פארדעם אליין ברויך מען מער שרייבן דא ווייל מ'זעהט ווער ס'רייסט אינז אראפ. זאלן זיי זיין פארנומען צו צענזורירן און מעקן ווי מער און אונז אראפצורייסן, ואנחנו קמנו ונתעודד!

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

מתבודד » מאנטאג דעצעמבער 5, 2022 7:29 pm

· #513401
לפי זכרוני האט הרב @שמעקעדיג עס אליינס אריבערגעטראגן אהין ליהנות בו בני אדם, נאכן עס אליינס צענזורירן.
די תגובה וואס ווערט נעבעך אראפגעריסן אויף יענע וועלט, איז פון די מאוסט לייקד תגובות אין אונזער הייליג שטיבל יצ''ו...

שמן למאור » מאנטאג דעצעמבער 5, 2022 8:14 pm

· #513402
מתבודד
לפי זכרוני האט הרב @שמעקעדיג עס אליינס אריבערגעטראגן אהין ליהנות בו בני אדם, נאכן עס אליינס צענזורירן.
די תגובה וואס ווערט נעבעך אראפגעריסן אויף יענע וועלט, איז פון די מאוסט לייקד תגובות אין אונזער הייליג שטיבל יצ''ו...
ניין, א צווייטער האט עס נאכגעברענגט. אזוי פיל יא, שמעקעדיג האט זיך געעפנט א ניק דארטן זיך צו דיפענדן פון די אלע טענות.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 5, 2022 9:10 pm

· #513405
דער גאלדענער אדלער
שמן למאור
אונזער שמעקעדיג, האט אמאל אפגעשריבן א הערליכע מייסטער-ארטיקל איבער אונזערע שווערע מצב הפרנסה.
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=6877&sid=716210cd8a8588e153e838c501d7d90e#p214421

איינער איז געגאנגען און עס אריבערגעברענגט אויף אייוועלט אויף א צענזורירטע אויפן.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=23731
ער האט געשריבן אז עס קומט פון שמעקעדיג פון ק"ש. דאס האט גלייך געטריגערט די עולם דארטן צו טרעפן די השכלה שבו, און עס האט זיך געעפנט א גאנצע ארטיקל ווי מען האט אראפגעריסן קאווע שטיבל און שמעקעדיג.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=73&t=23811#p914258
ייש"כ פאר'ן ארויף ברענגן דעם ארטיקל פון ידידי היקר @שמעקעדיג באלד גיימער עס אפלערנען.
יעדעס מאל איך ליין אין אייוועלט ווי מ'רייסט אראפ אינזער הייליגן שטיבל ק"ש, מאכט עס מיך גאר עקסיידעט אז כ'האב קיינמאל געשריבן דארט און איך פארמאג ניטאמאל א ניק דארט.
א מין קליינקעפיקייט! פארדעם אליין ברויך מען מער שרייבן דא ווייל מ'זעהט ווער ס'רייסט אינז אראפ. זאלן זיי זיין פארנומען צו צענזורירן און מעקן ווי מער און אונז אראפצורייסן, ואנחנו קמנו ונתעודד!
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ פאר אהערברענגען.

איך האב (באמת) נישט געוויסט אז ס'זענען נאך דא אזעלכע בהמות (גסות) ביי אידן. כ'רעד שוין נישט פן דעם אומפארגינערישקייט און שלעכטקייט..!
Sent from my SM-G991U using Tapatalk

שמן למאור » מאנטאג פעברואר 6, 2023 1:09 am

· #516629
א גאר שיינע און וויכטיגע אשכול פון החכם @הוגה, ווי ער ברענגט ארויס ווי פון איין זייט זענען מיר טאקע גאר פרום בין אדם למקום, אבער פון די אנדערע זייט ווען עס קומט צו בין אדם לחברו, ברויכן מיר א תיקון גדול עד מאוד.
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=5678#p176189

טראמפ 24' » מאנטאג אוגוסט 28, 2023 10:40 pm

· #534672
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=3&t=16503&p=534389&hilit=%D7%90%D6%B7%D7%9F+%D7%90%D7%A9%D7%9B%D7%95%D7%9C#p534389
איינער ווייסט פארוואס דעי אשכול איז געווארן אפגעשפארט?

קייןנאמען » מאנטאג אוגוסט 28, 2023 10:44 pm

· #534674
ס'מן הסתם א גליטש אינעם סיסטעם... ס'מאכט זיך אמאל...

קהל'ס נער » מאנטאג אוגוסט 28, 2023 11:36 pm

· #534691
.

אינגערמאנטשיקל » דינסטאג אוגוסט 29, 2023 12:06 am

· #534697
מ'פארציילט אויף בנו בכורו פון גורער רבי שליט"א, וואס כידוע איז ער נישט געקנאטן פון די קלוגסטע מאטריאל.

פאר ער האט חתונה געמאכט איז ער געגאנגען בשליחות אביו מכבד זיין כ"ק דער בעלזער רב זז"ג מיט סידור קידושין.

די רב זז"ג האט זיך מיט עניוות אנגערופן "פארוואס פונקט איך?".

האט בנו הגדול מ'גור רעאגירט "יא, כ'האב מיך טאקע אויך געוואונדערט"...

לענינינו, כ'האב מיך טאקע אויך געוואונדערט פארוואס מען האט פארשפארט יענעם אשכול ..