ס'איז פרייטאג צו נאכטס, כ'האב נארוואס גענדיגט אפגעזינגען שלום-עליכם און אשת-חיל, אפגעזאגט ויהא-רעווא און איך בין גרייט אויף קידוש. מיין קליינער שווענקט מיר אויס דאס בעכער און לאזט איבער אביסעל וואסער כדי מזיגה. כ'שלעפ ארויס דעם ווייכן האלצערנעם טענענבוים שטאפער פונעם רויטן בורגענדי וויין פלאש און כ'שיט אריין דאס ביסל וואסער פונעם כוס אינעם פלאש און וחוזר חלילה גיס איך אריין דעם וויין אינעם בעכער. איך בין מהדק מיין גארטל אויף די לענדן; קרייזל מיר די פאות; פאררעכט מיין בערדל; כ'הייב אויף דעם כוס; איך שפיגל מיך אריין אין די וויין, ס'שיינט מיר צוריק א געשטאלט שלא מעלמא הדין, און איך טו א זינג מיטן פלאנטשע ניגון הידוע:
יום השישי ויכולו השמים והארץ...
און בשעת איך פלאנטעשע זיך אזוי מיטן פלאנטעשע תנועה, רוקט זיך אן צו מיר אן אומערווארטעטע גאסט: דער בעל-דבר בכבודו ובעצמו... באגלייט מיט נישט קיין אנדערן ווי דארווין! יא, יא, טשארליס דארווין פון די ביכער, דער טאטע פון עוואלוציע איז דא ביי מיר אין שטוב, מיטן גאנצע הדרת פנים; מיטן שיינעם פאטריאכאלישן לאנגע ווייסע בארד, שניי ווייסע וואנצעס, און לאנגן שווארצן מאנטל. איך טראכט צו מיר נאר א קאַפּל פעלט אים און ער זעהט אויס ווי א פארצייטישע איד.
איך ווארף א בליק פול מיט פאראכטונג אויפן שטן, ווי איינער זאל זאגן: וואס זוכסטו דא ביי מיר אין שטוב? האסט אפשר שוין געענדיגט מיט איוב? האסט שוין געפארטיג מיט רש"י'ס טאטע אדער מיט ר' אלימלך'ס מאמע אז דו האסט איבעריג צייט זיך צו נעמען צו מיינע ארימע ביינער? און וואס קומסטו אין באגלייטונג פון טשארליס דארווין, קענסט נישט אליינס די מלאכה? און וואס ווילט עטץ פון מיר האבן פרייטאג צו נאכטס ביי קידוש, זעהסט נישט אז איך בין פארנומען צו מאכן א קאָפּ שטימע מיטן פלאנטעשען תנועה?
זיי די שקצים מאכן זיך נישט וויסענדיג פון מיין מבול פון שאלות. דארווין שטעלט זיך נעבן דאס ווייב, און דער בעל דבר נעבן מיר און גלאצט מיר אריין אין די אויגן.. וואס זאל איך אייך זאגן, ס'האט זיך אנגעפאנגען א מלחמה כבדה, איך זאג יום השישי.. ויכל אלקים ביום השביעי און דארווין צועק כנגדי: יום השישי?! ויכל אלקים ביום השביעי?! דו ווייסט אפשר נישט אז דאס באשאף האט גענומען ביליאנען יארן, שלב נאך שלב, אלעס האט עוואלווד איינס פונעם צווייטען?
איך בין אויך נישט טומן ידי בצלחת, איך לאז מיך נישט, איך ענטפער אים: שגץ וואס דו ביסט! ס'איז נישט קיין שום סתירה! זאג נאר, זאג איך אים, האסט שוין געליינט למשל סליפקין?! סליפקין זאגט אז פרשת בראשית שילדערט נישט דעם וויסנשאפטליכן מציאות, נאר אלעגאריע.
נו, נו, מישט זיך דער בעל דבר אריין: אלע גדולים האבן דאך שוין געזאגט אז סליפקין וחבריו זענען טרייף ווי חַזיר; זיינע ספרים האבן א דין ספרי מינים. און אז דו האלטס אויך אזוי ביסטו אליין אן אפיקורס און א כופר. זאגט איך אים: אבער סליפיקן איז דאך באזירט אויפן שיטת רמב"ם נישט אזוי? נא, נא, ענטפערט מיר דער בעל דבר צוריק ווי א גאנצער תלמיד חכם, רמב"ם אהער רמב"ם אהין מהר"ל און נתיבות התורה האסטו שוין אמאל געלערנט? לויטן מהר"ל און רוב גדולי ישראל ההולכים לאורו איז סליפקין וההולכים בשיטתו ריכטיגע אפיקורסים!!!
איך געב נישט אזוי שנעל אויף, איך שריי צוריק מיט מיין לעצטע כוחות: וואס טוט זיך מיטן מאור עינים פון ר' עזריה מן האדומים וואס דינגט זיך אויפן מהר"ל? (עטץ ברויכטס האלטן קאפ אז דאס האט זיך אלעס אפגעטוען אינמיטען די פלאנטעשע קאפ שטימע).
א קיצור ס'איז געגאנגען אהער און אהין, בינו לבינו טראכט איך צו מיר: הייסט עס אז לויטן מהר"ל זענען מיר אלע סליפקיניקעס רעכטע אפיקורסים. אויב אזוי, רבונו של עולם! דאס וויין!!! דאס וויין ווערט דאך נסך!!!
עטץ דארפטס פארשטיין, דא בין איך מהדר ווי א בריסקער מחמיר צו מאכן קידוש נאר אויף יין שאינו מבושל, איך לאז מיך קאסטן אלע געלטער נאכצוקומען דעם חומרא, ועכשיו נמצא תקנתו זה קלקלתו! לויטן מהר"ל איז דער וויין פראסט נסך און מען האט נישט יוצא געווען קיין קידוש.
פאר מען גייט ווייטער וויל איך מסביר די געוואלדיגע פסיכאלאגישן דרוק וואס ליגט אונטער דעם ענין פון יין נסך. געבט'ס א קוק אז מ'זאגט למשל פאר איינעם: איר האט א דין פון א אפיקורס און אייער שחיטה איז פסול. וועט ער זאגן א געשעפט האב איך, העכסטענס אנשטאט א שוחט וועל איך ווערן א בעל מכשיר. אפילו פון די סטראשע אז אלץ כופר ווערט מען א פסולער מוהל און מ'קען מער נישט מכניס זיין א קינד בבריתו של אברהם אבינו, איז אויך א קנאפע עסק אנשטאט דעם כיבוד פון מל'ן וועט דער שיינער איד זוכן אנדערע כיבודים. דער כיבוד פון סנדקאות, צום ביישפיל, איז נישט אוועק צו מאכן. אפילו דעם אפשרעק אז מען ווערט חלילה א פסול לעדות דארף אויך נישט צעשאקלן דעם גרעסטען רבין ווייל ווער וויל דען זיין עדות? אויב עפעס וויל מען זיין דער מסדר קידושין, און פון דעם, תודה לקל, ווערט מען נישט געפסל'ט קיינמאל. אבער דאס אז מען איז מנסך יין דאס איז איינס און א גוטס דאס שרעקט אפ אפי' דעם גרעסטען קל. אויף איינמאל פילט מען זיך ווי א מנודה לקהל; מען קען נישט טרונקן ארבע כוסות; מ'קען נישט מאכן קידוש. און דאס ארגסטע איז נאך מ'איז גלייך מיט די חברה וואס ווען זיי קומען אריין ביי א שבת סעודה זאגט מען אראפ מיט די וויין ס'ווערט נסך! הערסט דארט, נעם אראפ דעם וויין פון טיש די זעהסט נישט אז דער ערל איז דא! איין באשעפער ווייסט וויפיל אפיקורסים זענען געבליבן פרום נאר וועגן דעם.
צוריק צום קידוש. איך ענדיג אפ מיין קידוש בחפזון. איך פאל אריין און מיין בענקעל ווי א איד פאלט אריין אין זיין זיץ נאך א מוסף שמונה עשרה פון יום כיפור. מיין פנים איז פארפלאמט ווי דער רעבע הושענא רבה. מיין בעקיטשע דורכגעווייקט ווי א חתן נאך זיין חתונה. און איך זאג פאר מיין ווייב, הער נאר! פון היינט און ווייטער קויף מען אין דעם הויז נאר יין-מבושל. איך וויל נישט זען קיין יין שאינו מבושל פאר די אויגן. זי שווייגט. וואס זאל זי זאגן? זי איז שוין צו געוואוינט צו מיינע קאפריזן און אויסברעכען. שוין, אז ער וויל יין מבושל וועט זיין יין מבושל.
אז איך פארצייל די מעשה פאר א ליטוואק פאנגט ער אן צו לומדות'ן צו די וויין איז טאקע נסך צו נישט, און צו מען קען נישט זאגן 'קים לי' ווי דער 'מאור עינים' אקעגן דעם מהר"ל אזוי ווי מען זאגט 'קים לי' ווי דער סמ"ע אקעגן דעם ש"ך אין חושן משפט, און צו מען איז טאקע נישט יוצא קידוש מיט יין נסך, און צו דער וויין ווערט נסך פארן מנסך אליינס און נאך אזעלעכע ענליכע חקירות און פשט'לך.
אבער אז איך פארצייל די מעשה פאר א חסידישע איד זאגט ער מיר: אה! וואספארא מעשה!! גיב אזא מעשה פארן הייליגן בארדיטשובער און ער וועט מאכן פון אזא מעשה אזעלעכע מטעמים אזש ער וועט קענען פוילן גוטס פאר אידן פאר א גאנצע יובל יארן. אכיה"ר.
בענשאמין, כ'טריי צי פארשטיין ווי די צילסט מיט דיין ארטיקעל,
צי האט טאקע דער דארווין האט אפילו א פראצענט געוויכט אין דיין הארץ קעגען תורת משה, אין אנדערע ווערטער, עניבאדי וואזס שטייט אויף אויף די לינקע זייט אין מאכט א ביך פיהל מיט הבלים וועסטו עס קויפען ?!
אדער האסטע סתם געשריבען אין די וועלט אריין, אין טאמער יא פארוואס פין אזאלכע ענינים, אלא מאי איז עס יא ענינים וואס די טראכסט דערפין, דאן לייג אויס דעם דארווין אויפען טיש וועט מען אויפווייזען אז ער איז מלא שטותים, ס'איז סך הכל א טעאריע וואס ער האט זיך אויסגעחלום'ט, מסתם פאר לאנגווייליקייט,
חזקיהו די גאנצע עוואלאשען איז איין שטיק קאנספיריסי.
כ'ווייס נישט צי עוואלוציע איז א קאנפירעסי , אבער היטלער ימ"ש וואס האט קאנספירירט צי איבערנעמען די וועלט, איז געווען א הייסע דארווין חסיד, ער האט מורא'דיג געהאלטען פין די געדאנק אז כל דאלים גבר, (סארווייוועל אף דע פיטעסט אדער Law of the Jungle),
ווי אויך איז דארווין געווען ווייט פון לאנגווייליג אויב וואלט ער נאך יעצט געלעבט, וואלט ער נאכאלץ געהאט אסאך אסאך ארבעט צו טוהן. אבער ווי געשמועסט איז עס נישט קיין סתירה צו קריעשאן ווי סליפיקין בוך - וואס איז אגב אויך געגעבן געווארן במעמד הר סיני - איז שוין מסביר.
די זאך איז נאר אז כ'האב נישט געהעריג אדורעך געטוהן זיין שיטה, ממילא ווייס איך נישט פינקטליך וואס ער האלט אין וואסערע חידושים זענען פין זיינע נאכשלעפער'ס, ממילא טראכט איך עס אביסעל צי מברר זיין אין נאכדעם וועל איך זיך קענען געהעריג מתווכח זיין איבער דעם ענין,
אךך. איך קען עס נישט בעסער ארויסברענגען ווי דיר.
צי איך שטאם פון א מאנקי? א גוטע קשיא. קינד: טאטי, דו ווייסט, מיין טיטשער זאגט אז מיר שטאמען פון מאנקיס. טאטע: פון מאנקיס?? עה! אפשר דו שטאמסט פון מאנקיס. איך נישט!
יא יא. די וואס קענען זיך גוט אויס אין מאכן די שיינע בילדער, בלייבן אבער מיט צו ווייניג צייט "צו קענען געהעריג אדורכטוהן זיין שיטה און זיך געהעריג מתווכח זיין איבער דעם ענין"
כ'האב הנאה, אז קודם די ערשטע זאך נעמסטו אן די תורה כפשוטו ווי עס איז. זע נישט צוריק צו ציען ווען דארווין הייבט אן מאכן סענס. 🤓
כ'ווייס נישט וואס די ווילסט, טאמער וועסטו מיר ווייזען א געוויסע פרט אין דארווין'ס שיטה וואס קען מאכען סענס אין ס'נישט קיין סתירה מיט תורת משה האב איך נישט קיין גרויסע פראבלעם דערמיט, אבער זיין שיטה בכלליות איז בשקר יסודה,
דערווייל קומט מיר אויס אז די ביסט בכלל נישט אויסגעקאכט אין דארווין'ס שיטה, די רעדסט אלץ ארום אין ארום, אין ווען ס'קומט צים עצם דארווין זאגסטע אז די קענסט עס נישט אזוי גוט אראפ לייגען ווי אים, אין די ליטא האט מען געזאגט "אז ס'פעלט אין הסברה פעלט אין הבנה",
הגם בעצם זע איך נישט עס זאל זיין א גרויסער פראבלעם אנצונעמען דארווין׳ס מהלך בכלליות, אבער דער חלק פון דער אפשטאם פון א מענטש איז ממש מפורש אין די פסוקים אז דער אייבישטער האט גענומען ערד און באשאפן א מענטש. שטייט נישט אז ער האט גענומען א מאנקי און געמאכט דערפון א מענטש. איך גיי ליבערשט מיט א מהלך צו זאגן אז דארווין איז נישט כפשטיה... וואס דארף איך פארדרייען די תורה, ענדערש פארדרייען דארווין. (אויב איז דא ענליכע שטריכן אין א מאנקי צו א מענטש קען דאך עס זיין להיפך, אז דער מאנקי האט עוואלווד פון א מענטש כאשר באמת כן היה בדור הפלגה כמבואר במדרשים).
@אנאנים תורה דארווין׳ס פוינט איז אז סעללס ווערן קליגער און קליגער במשך די יארן, אלזא אז מאנקיס קומען פון מענטשן איז לויט זיין שיטה אפגעפרעגט. חוץ אויב איין טאג וועלן מיר געוואויר ווערן אז זיי זענען גאר קליגער, ווער ווייסט?

שוין ווייטער נעמסטו צו מיין טאמבל-טאלאנט. אבער דאס מוז איך מודה זיין אז ס'איז שוין טאקע א עק-שטיק. (פון אונטן אויף ארויף) אדער אפשר בעסער א "פינקע עק שטיק"
אויב עס איז אמת די קאנספיראציע אז מענטשן ווערן געבוירן פון א מאמע נאכדעם וואס דער טיפה סרוחה פונ'ם טאטן האט געוויילט דארט א קנאפע ניין חדשים, וויל איך וויסן אויב אזוי האבן דער בעל שם טוב און דער חוזה פון לובלין אויסגעזען דעמאלט אין די ערשטע פאזע פון זייער לעבן:
הגם בעצם זע איך נישט עס זאל זיין א גרויסער פראבלעם אנצונעמען דארווין׳ס מהלך בכלליות, אבער דער חלק פון דער אפשטאם פון א מענטש איז ממש מפורש אין די פסוקים אז דער אייבישטער האט גענומען ערד און באשאפן א מענטש. שטייט נישט אז ער האט גענומען א מאנקי און געמאכט דערפון א מענטש. איך גיי ליבערשט מיט א מהלך צו זאגן אז דארווין איז נישט כפשטיה... וואס דארף איך פארדרייען די תורה, ענדערש פארדרייען דארווין. (אויב איז דא ענליכע שטריכן אין א מאנקי צו א מענטש קען דאך עס זיין להיפך, אז דער מאנקי האט עוואלווד פון א מענטש כאשר באמת כן היה בדור הפלגה כמבואר במדרשים).
איך וואלט ליבערשט געזאגט אז מער ווי דיין תמימות'דיגע פארלירן יעדן יכולת צו מפרש זיין דעם פסוק שלא כפשוטו ושנכתב לסבר את האוזן אזוי ווי ותחת רגליו כמעשה לבנת הספיר, ליגן אונטער דעם דיינע אנכיות'דיגע געפילן וועלכע קענען נישט שלום מאכן מיט'ן מצב אז דו האסט אין דיין אכט מיליאן יעריגע יחוס בוים א בעל חי וואס פארמאגט אויך א פראמינענטער ארט אין דעם אכט מיליאן יעריגער יחוס בוים פון די טשימפאנזי. נישט געזארגט, רבי'שע ליידן אויך אויף יחוס. you're in good company...
רב קורמאן איז מסביר, אז דאס גאנצע קידוש געמאכעץ פון רבי להבחל"ח, איז געווען א שמועה וואס די בני משפחה האבן פארשפרייט, אז מ'זאל מיינען אז ער לעבט נאך. על דרך די צוואה פון רבי, אז "נר יהא דלוק על שלחני", וואס די מטרה איז געווען אז די רומישע מלוכה וואס איז געווען בידידות מיט רבי זאל ווייטער זיין גוט צו די אידן, לכבוד זייער ידיד רבי וואס איז נאך כאילו בין החיים... מיט דעם איז ער מסביר נאך מאמרי חז"ל... ואין העת להאריך ווייל די לעצטע מנין שחרית שטעלט זיך שוין. אדון עולם אשר מלך, בטרם כל יציר נברא..... לעת נעשה בחפצו כל... אלעס איז געשעהן פונקט ווי גאט האט געוואלט, צו איך ווייס יא וויאזוי די בריאה איז געווען צו איך ווייס נישט, דארט געווען בין איך נישט, ס'איז אויך נישט נוגע למעשה, אזוי צו אזוי, לעת נעשה בחפצו כל, אזי מלך שמו נקרא... א גוטן טאג.
הגם בעצם זע איך נישט עס זאל זיין א גרויסער פראבלעם אנצונעמען דארווין׳ס מהלך בכלליות, אבער דער חלק פון דער אפשטאם פון א מענטש איז ממש מפורש אין די פסוקים אז דער אייבישטער האט גענומען ערד און באשאפן א מענטש. שטייט נישט אז ער האט גענומען א מאנקי און געמאכט דערפון א מענטש. איך גיי ליבערשט מיט א מהלך צו זאגן אז דארווין איז נישט כפשטיה... וואס דארף איך פארדרייען די תורה, ענדערש פארדרייען דארווין. (אויב איז דא ענליכע שטריכן אין א מאנקי צו א מענטש קען דאך עס זיין להיפך, אז דער מאנקי האט עוואלווד פון א מענטש כאשר באמת כן היה בדור הפלגה כמבואר במדרשים).
moti107
@אנאנים תורה דארווין׳ס פוינט איז אז סעללס ווערן קליגער און קליגער במשך די יארן, אלזא אז מאנקיס קומען פון מענטשן איז לויט זיין שיטה אפגעפרעגט. חוץ אויב איין טאג וועלן מיר געוואויר ווערן אז זיי זענען גאר קליגער, ווער ווייסט?
און וויאזוי וועט מען מסביר זיין דאס וואס דעת תורה האט צוגעברענט אז השי״ת האט פרייטיג באשאפן א מענטש פון ערד? אלא מאי מוז מען זאגען ווי דעת תורה אז עס איז בעסער גיין מיט די מהלך התורה און נישט פארשטיין דארווין׳ס מהלך, ווי איידער פארקערט.

און וויאזוי קען מען מסביר זיין דאס וואס עס שטייט אין תורה אז השי"ת האט א מויל, נאז, אויערן און הענט, און אז השי"ת האט געזאגט נעשה אדם? אלא מאי מוז מען זאגן אז עס איז בעסער צו גיין מיט די מהלך התורה און נישט פארשטיין דעם רמב"ם'ס מהלך ווי איידער פארקערט. (חלילה, ורח"ל מהאי דעתא, לא כתבתי אלא כדי להראות הטיפשות שבדבריך).

דו זעסט, אלע דיינע שאלות האט גאר גיטע תירוצים און טייל פון די תירוצים ווייסטע אליינס, נאר וואס דען? איינמאל דו מיזט גיין פערזענליך כדי מסביר צו זיין דיין פוינט האט שוין נישט קיין פשט אז איך זאל פראבירען ענטפערן, ווייל ווען מען גייט פערזענליך איז די טאפיק שוין נישט די נושא.
דאס איז שוין לכאורה אמת, מיר טיילן אפשר טאקע איין מקור מוצא. די חיות זענען לכאורה אויך באשאפן געווארן פון ערד.
די עוואלאציע פון דעת תורה... ציביסלעך.. קודם שטאמען מיר אלע פון די זעלבע ערד. דערנאך קומט אריין די זעלבע צעלן. דערנאך די זעלביגע צירופים פון צעלן. דערנאך די זעלבע פישעלעך. וכו'.