☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » איבער'ן אינטערנעט און דער מערכה דערקעגן

איבער'ן אינטערנעט און דער מערכה דערקעגן

199 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1478
בלאט: 1 2 3 4

פירש » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 5:02 pm

· #34778
איבער'ן אינטערנעט און דער מערכה דערקעגן
למעלות כבוד רבנים גאונים וצדיקים, אדמורי"ם, ראשי ישיבות, וכל שום וחניכא דאית לכי, כולם קדושים, כולם טהורים, שליט"א.

אחר דרישת שלומכם הרמה בטוב ובנעימים.

פתח דברי, וואלט איך געוואלט בעטן ממעלות כבוד תורתכם מיר צו געבן אפאר פון אייער גאר טייערע מינוטן. איך קום דא נישט פאר מיינעטוועגן, איך קום דא פאר די אינטערעסן פונעם כלל, פון די קומענדיגע דורות, און פאר אייערע אינטערעסן.

אזוי ווי איך שרייב מיך נישט אונטער מיט מיין ריכטיגן נאמען, וועל איך אייך געבן אביסל פרטים איבער מיר. איך בין וואס איר רופט אן א כופר, אדער אן עטאאיסט. איך גלייב נישט אין גארנישט. מיט דעם אלעם, וואוין איך אין א היימישע געגענט, איך האב א פרומע ווייב וואס האט נישט קיין אהנונג איבער מיין "מצב", איך האב זיסע לעכטיגע קינדערלעך וואס לערנען אין אייערע מוסדות, איך בין א "שיך און זאקן" אינגערמאן, און אסאך וועלן זאגן אז איך בין א שטיקל בר אוריין. ווען עס איז עין רואה, פיר איך מיך אויף פרום און ערליך. אבער ווען איך בין בכסה, ווען שלעכטע אויגן זעהען נישט, טוה איך מה שלבי חפץ, אלעס וואס די גוי'אישע וועלט האלט פאר מאראליש און עטיש.

יעצט צום ענין וואס איז עומד על הפרק און ווערט נידון על שלחן מלכים, מאן מלכי רבנן. דאס איז דער ברענעדיגער פראבלעם פאר אידישקייט, דער אינטערנעט.

איך וועל אייך דערציילן אביסל סודות פון חדר. אני הקטן קען צענדליגער היימישע מענטשן וואס זענען כופרים ווי מיר, און אויך זיי פירן זיך אויף ווי פרומע פערזאנען אין אייערע בתי מדרשים. מענטשן וואס זאגען דעם ונתנה תוקף אום יום הקדוש אויפן פולן מאגן. צווישן זיי געפינען זיך: מחוטב עציך ועד שואב מימיך, אנשים ונשים, אייערע ראשי קהלה, שיינע אידן, ווי אויך מגידי שיעור, כלי קודש, און אפילו אזעלכע וואס טראגן דעם טיטל רבנים גאונים וצדיקים. רובא דרובא פון זיי זענען קאליע געווארן אויפן אינטערנעט!

איך קען צענדליגער, און איך קען נאר א מקצת, און אפשר גאר, נאר א מקצת שבמקצת.

איר וועט אודאי פרעגן: פארוואס פארצייל איך אייך דאס? פארוואס גיב איך אייך ארויס סודות וואס איז קעגען מיין אינטערעס אז איר זאלט וויסן? מה לו לכהן בבית הקברות? פארוואס דארפט איר צדיקים וויסן וואס עס גייט פאר בחדרי חדרים? דער תירוץ איז זייער ווייטאגליך.

שוין אן ערך פון פופצן יאר וואס איר רבנים פרובירן אויסצוראטן דעם שטן המשחית, דעם אבן נגף לבית ישראל, דעם "כלי". דער הויכפונקט איז געווען דער כינוס כלל ישראל. זינט דעמאלס, האט איר זיך גענומען מיט אלע כוחות, ביי האק און ביי קראק, דאס אויסצוראטן. טייל האבן גע'אסר'ט קאמפיוטערס אינדערהיים, אנדערע האבן גע'אסר'ט אינטערנעט אינדערהיים, כולם פה אחד האבן גע'אסר'ט אומגעפילטערטע אינטערנעט ווי און ווען אימער. איר פראבירט מיט כל מיני גדרים וסייגים, קהילה פילטערס, ווייט ליסטעס אא"וו. איר פראבירט מיט אלע ערליי טעראר מיטלען, די קינדער, פסול לעדות, נישט קענען דאווענען פאר'ן עמוד, כלי קודש ווערן געסטראשעט מיט זייערע פרנסות, וכו' וכו' וכו'.

און עס ארבעט נישט! ניין, עס ארבעט נישט. צו איר ווילט עס מודה זיין ברבים צו נישט, אבער פרייוועט ווייסן עס די מער קלוגערע און מער באהאווענטע צווישן אייך. דער עולם רעוואלטירט, אין גרויסן!

איר ווילט אודאי פארשטיין מה נשתנה, פארוואס איז דער אינטערנעט עפעס ווי אייערע פסקים און גדרים ווערן נישט אנגענומען ביי כלל ישראל? וואס איז געשעהן אז דער איסור ווערט אויסגעלאכט? כאפט טאקע נישט דער עולם ווי שעדליך עס איז?

איך וועל אייך פראבירן פארשטיין געבען, צוטיילט אויף עטליכע חלקים 1. דער פראבלעם 2. פארוואס אייער וועג ארבעט נישט 3. וואס קען אפשר יא ארבעטן.

***

דער פראבלעם

אנדערש ווי איר מיינט אז דער פראבלעם איז ראיות אסורות און זנות, איז דער פראבלעם א פיל גרעסערער, עס איז מינות וכפירה. דער יסוד פון אידישקייט ווערט אויפגעשאקלט. די דרייצן אני מאמין'ס זענען אויפן וואגשאל.

נישט דער ולא תתורו איז אייער גרעסטער פראבלעם. גוגל, וויקיפידיע, בלאגס, יוטוב אד"ג זענען. דאס פרייהייט פון אינפארמאציע איז דער גרעסטער שטער! איר זענט מער נישט בעל הבית אויף אייערע תלמידים וחסידים'ס מוחות, איר קענט מער נישט קאנטראלירן וואספארא אינפארמאציע זיי זאלן באקומען, און נאך ערגער, איר קענט שוין נישט קאנטראלירן וואספארא אינפארמאציע זיי זאלן "נישט" באקומען! איר האט אן השגה וואספארא חורבנות איין "שבת בלעטל" זייעט אן? איר ווייסט אפילו וואס א שטיקל קטלא קניא מיינט? א לומדות פון שטריימאל? א פראקטיק פון שפיטצעל? א דערהער פון אנפיאות? איינמאל איינער גייט ארויף אויפן אינטערנעט האט איר פארלוירן די עקסקלוסיוו רעכטן אויף זיין/איר מהלך המחשבה!

נעמט מיך פאר א משל. איך בין אויפגעצויגן געווארן אין אייער חינוך סיסטעם, מיט אמונה פשוטה, חלילה צו טראכטן און פרעגן, אלעס וואס מען לערנט אין חדר איז אמת ויציב, צו מען פארשטייט עס יא און אודאי אויב מען פארשטייט עס נישט. עס האט פיין געארבעט, ביז איך בין ארויף אויפן אינטערנעט.

אויף איין מאל האט זיך דער גאנצער וועלט געעפענט. פונעם רמב"ם און דעם כוזרי, ביז שלום עליכם און היטשענס. פונעם ברית החדשה און דעם קאראן, ביז אמנון יצחק און אורי זוהר. אלעס. גארנישט איז מער געווען פארהוילן פון מיר.

פלוצלינג האב איך געטוישט מיין בליק אויף די וועלט. מיינע אויגן און מחשבה האבן זיך געעפענט, זאכן וואס איך פלעג אייביג גלייבן האבן פלוצלינג אנגעהויבן אויסצוזעהן נאריש און נישט צו דער זאך. איך האב אנגעהויבן צו טראכטן און געהאט אסאך קשיות.

איך האב געזוכט, גענישטערט, געפרעגט, געאימעילט, פארברענגט אויף היימישע גרופעס בשבת אחים ואחיות גם יחד, גערעדט מיט גרויסע קירוב אגענט'ן, מיט אפענע אפגעפארענע, מיט באהאלטענע אפגעפארענע, ביז איך בין געקומען צו די החלטה אז אלעס וואס איר האט מיט מיר געלערנט איז נישט ווי איר האט מיר פארקויפט.

אינפארמאציע האט מיך געטוישט, און איך בין נישט דער יוצא מן הכלל. כמעט יעדער איז היינט-צו-טאגס צוגעבונדן צום אינטערנעט, עס איז קרוב אליך הדבר מאוד, עס ליגט אין טאש. און א גרויס חלק האבן שוין גע'גוגל'ט דאס ווארט "גאט".

דער ערא פון האלטן דעם עולם פארמאכט איז געקומען צו אן ענדע!!!

דאס איז דער פראבלעם! דער אידישקייט וואס איך בין אויפגעצויגן געווארן דערין, איז געשטעלט אויף תמימות, עס קען נישט אויסהאלטן קיין אפענקייט, אבער דער היינטיגער וועלט, דער אינטערנעט וועלט, איז געשטעלט אויף אפענקייט. די צוויי זאכן גייען נישט אינאיינעם, עס איז אש ומים.

***

פארוואס אייער וועג ארבעט נישט

איר פרובירט מיט אלע מיטלען צו האלטן דעם עולם אוועק פונעם אינטערנעט. עס האט נישט געארבעט ביז יעצט און עס וועט ווייטער נישט ארבעטן.

איר האט נאך אזא מערכה נישט געהאט, קיינמאל. אדרבה, טראכט אריין, ווען אין די אידישע היסטאריע האט מען געדארפט נוצן קינדער אלס וואפן קעגן עלטערן? קיינמאל! מען האט אויסגעראטן דעם טעלעוויזיע ביי כלל ישראל אן נוצן די מוסדות פאר א שטעקן. דער עולם האט געהארכט און געפאלגט.

אינטערנעט איז אבער גאר אן אדער מסכת, דער שווערסטער מסכת כלל ישראל האט אמאל קענען-געלערענט.

ראשית כל, מען קען נישט לעבן אן דעם, אוממעגליך! מען דארף דאס האבן פאר פרנסה און פאר אלעם אנדערש.

איר קענט דאס אליין פארשטיין. אייער גבאי/הויז בחור/שיק יונגל מוז האבן אינטערנעט, און ער האט. אנדערש וואלט ער נישט געקענט ארויסשיקן די טוויטערס פון אייער לאקאציע יעדע פינף מינוט, די אימעילס מיט אייער פיקטשערס, ער וואלט אייך נישט געקענט דיפענדען אויף די פורומס, ארום שיקן אייער דברי תורה ושיחות חולין, אייער פראפעגאנדע מאטריאל. איר וואלט געווען אויס קאפעלוטש מאכער. אויב איז עס גענוג וויכטיג פאר אייך, איז עס על אחת כמה וכמה לעבנס-וויכטיג פאר איינעם וואס ארבעט פאר פרנסה.

נאך מער, א חלק פון אייך האבן שוין רעזיגנירט צום פאקט אז עס איז וויכטיג פאר פרנסה, אבער האלטן אז פארן טאג-טעגליכן לעבן איז עס מותרות, אומוויכטיג. אבערווייז, נאך ווי איז עס וויכטיג, און וויפיל עס איז יעצט וויכטיג, וועט עס ווערן אלף פעמים ככה וויכטיג אין די קומענדיגע יארן. מייקראסאפט, עפל, גוגל, סעמסאנג אא"וו קומען יעדען טאג אויף מיט נייע המצאות וואס מאכן דעם אינטערנעט א חלק פונעם לעבן, נישט דוקא פאר פרנסה, נאר פארן מינוט ביי מינוט געברויך.

נעמט גוגל'ס "עקס לאבארטאריע" פאר א דוגמא. דארטן זיצט דער ס"מ אליינס, הוא השטן הוא היצר הרע הוא המלאך המות. ער ארבעט דארטן אויף פראיעקטן וואס גייען ארויסקומען אין די קומענדיגע יארן. איבער הונדערט פראיעקטן ווערן דארטן אויסגעארבעט. כמעט קיינער ווייסט נישט פונקטליך וואס, אבער עטליכע זאכן זענען ארויסגערינען, ווי: א קאר וואס דרייווט זיך אליין, טעלערס וואס וועלן האלטן חשבון וויפיל קעלעריס איר עסט, אפלייענסעס וואס וועלן ווערן קאנטראלירט דורכן סעלפאון, גלעזער וואס וועט זיין א קאמפיוטער, שיך וואס מען וועט קענען אנשטעלן צו ווייזן און פירן אויף דעם וועג וואס איר ווילט גיין, און אסאך אנדערע זאכן. אלעס וועט זיין פארבינדן מיטן אינטערנעט. זאגט איר אליין, וועט נאך שייך זיין צו אסר'ן אינטערנעט?

אויב ארבעט ביי גוגל דער ס"מ, ארבעט ביי עפל די לילית. אויך דארטן שלאפט מען נישט, אויך דארטן ווערן פאבריצירט כלים מכלים שונים וואס מען וועט נישט קענען לעבן אן דעם.

נישט אלע זייערע חלומות וועלן זיך אויסארבעטן, אבער אסאך דערפון גייען ווערן א מציאות.

עס איז נישט ווייט די טעג ווען די לעקטער קאמפעני וועט נאר שיקן דעם ביל דורך אימעיל; ווייפיי וועט זיין אומזיסט איבעראל, אלעס וועט זיין פארבינדן מיט דעם, עס וועט נישט זיין מעגליך דאס צו פילטערן; געלט גייט ארויסגיין פון באנוץ, אלעס וועט זיין עלעקטאראניש, אנליין. וועט נאך זיין מעגליך צו אסר'ן אינטערנעט?

טראכט אריין, ווען פרייע ווייפיי וועט זיין איבעראל, מיר וועלן זיין ארומגענומען דערמיט איבעראל, אייביג, מיר וועלן זיין דערינען ווי אין די סוכה, מיט אלע רמ"ח אברים ושס"ה גידים, בנוסף צו דעם וועלן אלע עלעקטאראנישע כלים זיין אנגעבינדן דערמיט, און נישט דוקא דער קאמפיוטער, טעבלויט, און סעלפאון, נאר דער האנט זייגער, וואנט זייגער, וועקער זייגער, דער דיש-וואשער, וואש מאשין, מייקראוועיוו, דער קאר, קעמרא, אלע קינדער שפילערייען, און וואס נישט? וועט דען נאך זיין מעגליך דאס צו אסר'ן?

ועוד, צו ווייסט איר אז עס שוין יעצט איז נישט מעגליך צו פילטערן א סמארטפאון? ווער עס זאגט אייך אנדערש איז א שוטה, א געלט גייציגער, און/אדער א פאוער זיכער. וואס איז אייער עצה צו דעם? אסר'ן סעלפאונס?

און לאמיר שוין זאגן אז מען וועט קענען פילטערן פון שמוץ, ווי אזוי גיבט מען זיך אבער אן עצה מיטן עכטן פראבלעם? מיט אינפארמאציע, מיט דרויסענדיגע השקפות, ווי אזוי פילטערט מען דאס?
דער אינטערנעט האט אריבער א האלב ביליאן וועב-זייטלעך, אפילו איר פילטערט ניין און ניינציג פראצענט דערפון, בלייבט נאך אלץ איבער אריבער א האלב מיליאן אומגעפילטערטע וועב זייטלעך! און קיין איינס דערפון האט נישט קיין הכשר, נישטאמאל פונעם או יו.

און צום לעצט אביסל חומר למחשבה. יעדער ווייסט שוין היינט אז מען קען נישט מחנך זיין קינדער מיט שטרענגקייט און פעטש. יעדע נארמאלע מוסד האט שוין געטוישט דעם חינוך סיסטעם צו גיין מער מיט גוטן (על אף וואס עס פארלאנגט זיך נאך אסאך ארבעט אין דעם נושא, עס איז אן עקסטערע שמועס פאר זיך). אויב ארבעט נישט טעראר ביי קינדער, היעלה על הדעת אז ביי ערוואקסענע וועט דאס יא ארבעטן? איר האלט טאקע אז דער עולם איז גולם? אז איר קענט סטראשענען דעם עולם און מען וועט פאלגן? צו האלט איר טאקע אז איר קענט איינפירן שאריא געזעצן און דער עולם וועט נאכגיין ווי בלינדע שאף? דער אינטערנעט וואס איר פארבירט צו אסר'ן מיט אלע כוחות, האט שוין אראפגעווארפן דיקטאטורן וואס האבן געהאט צו זייער באנוץ מער פון מוסדות, זיי האבן געהאט טאנקען, עראפלאנען, און באמבעס. בדבר אשר זדו, עליהם.

וועקט אייך אויף פון אייערע חלומות און דמיונות. אייערע תכסיסי מלחמה ארבעטן נישט, דעם אינטערנעט קען מען נישט אסר'ן און נישט פילטערן אז עס זאל זיין אויסגעהאלטן על טהרת הקודש, פינטל.

***

וואס קען אפשר יא ארבעטן.

רבותינו, הגיע זמן קריאת שמע, עס איז אנגעקומען די צייט צו לערנען מיט די קינדערלעך דעם שמע ישראל, דעם אחד, דעם ואהבת.

מען קען שוין נישט מחנך זיין א פארמאכטן דור וואס דארף גלייבן ווייל מען דארף גלייבן. עס זענען דא צופיל כוחות דערקעגן, איר שלאגט אייך מיט א רוח שאינו מצויה. איר דארפט פילעווען אמונה מיט די קינדער, מסביר זיין, פארשטיין געבן, זיי אויפבויען. איר דארפט זיי אנגרייטן צו קענען ביישטיין די שרעקליכע ווינטן וואס זיי וועלן זיך באגעגענען ווען זיי וועלן זיין אויפן אינטערנעט, און זיי וועלן זיין אויפן אינטערנעט, רעדט אייך נישט איין אנדערש.

אנשטאט נוצן דעם געווער וואס איר האט אין אייער האנט, די מוסדות, אלץ א טעראר מיטל, ניצט עס מחנך זיין קינדער מיט א פארשטאנד פארוואס מען דארף גלייבן, וואס די אני מאמין'ס מיינען, וואס עולם הבא מיינט, וואס תחיית המתים מיינט, דעם אנכי ולא יהיה לך, ווייזט זיי אויף אז איר פארקויפט זיי דעם אמת, גיבט זיי די כלי מלחמה און די פאנצערס אז זיי זאלן קענען אויסהאלטן דעם שונא'ס שווערע אטאקעס.

והשנית, איר דארפט זיס מאכן אידישקייט, איר דארפט בא'טעמ'ט מאכן דעם פרומען געזעלשאפט און לעבנס שטייגער. זאגן פאר קינדער ווי שלעכט א גוי'איש לעבן איז, האט געארבעט איידער עס איז געווען יוטוב, נעט פליקס, און האולאו. עס ארבעט שוין נישט היינט. מיט איין דרוק, מיט איין קוק, פאלט אלעס אוועק.

עס איז געקומען די צייט צו טוישן. דער מהלך פונעם ראשית חכמה ארבעט נישט היינטיגע צייטן.

הערט אויף מיט דעם נעגאטיוון דרך, ענדיגט מיט די איסורים שאין בהם ממש, ווי: אסר’ן ליפא שמעלצער, קול מבשר, עירוב, פרעס טראק, צוויי שטיקעלדיגע דאסטערס, קאנצערטן, דער שטערן, די פיקטשער ביכלעך, גל פז, ארטסקרול, אד"ג. יעדער ווייסט און זעהט אז עס איז א פורים שפיל, עס מאכט נאר דעם אידישן לעבן אומאנגענעם, פרעשור'דיג. בנוסף וואס עס מאכט אז אייערע אנדערע פסקים, דארט ווי עס האט יא האפט, זאל מען אויך נישט צוהערן.

הייבט אן צו ארבעטן אויף א פאזעטיווער דרך, מאכט דעם עולם וועלן זיין אידיש, זיי זאלן נישט זיין אינטרעסירט צו זוכן עפעס אנדערש. עס איז דא גענוג אינטערטעינמענט בדרך התורה, נוצט עס. קוקט ווי אזוי די "שוואכע" אינגעלייט ווערן צוגעצויגן צו ברסלב, מען טאנצט, מען זינגט, מען זאגט זיי אז זיי זענען וואויל און פיין, זיי באקומען דארט גענוג גייסטישע דראגס אז זיי זענען צופרידן און טראכטן נישט. לערנט אייך פון זיי.

און קורצן, איר דארפט קענען מחנך זיין א אידיש דור וואס קען ארבעטן מיט אינטערנעט!!!

***

איידער איך בין מסיים מיינע רייד.

איר וואונדערט זיך מסתמא פאר וואס איך, א כופר, איז אינטרעסירט אז אידישקייט זאל בליען? פארוואס איך געב אייך עצות ווי אזוי מתקן זיין דעם פראבלעם?

דער ענטפער איז זייער פשוט, מיין הארץ בלוטיגט פאר מיינע אומשולדיגע קינדערלעך, איך פחד אז אויך זיי וועלן געוואויר ווערן אביסל שפעט, ווען זיי וועלן שוין האבן א ווייב/מאן מיט קינדער, איך ציטער אז אויך זיי וועלן מוזן שפילן דעם שרעקליכן באהאלטן שפיל. איך בלוטיג פאר די הונדערטער אויב נישט טויזענטער מענטשן וואס לעבן דאס צוויי-זייטיג לעבן וואס איך לעב. איך בלוטיג פאר די טויזענטער און צענדליג טויזענטער קינדער וואס וועלן אויפוואקסן און דארפן לעבן מיין געצוואונגען פארבארגן לעבן. און איך בלוטיג פאר די אלע עלטערן וואס וועלן בלוטיגן אז זייערע קינדער פארן אפ. קול דמי אחיך צועקים אליכם ראשי ומנהיגי ישראל!

מורי ורבותי! ביטע, הערט אויף צו טוהן וואס איר טוט אייביג; רעאקציע. סאיז צייט, איינמאל פאר אלעמאל צו טוהן אן אקציע!!! זייט מקדם את פני הרע איידער עס איז צו שפעט!

עס איז דא צווישן אייך וואס האבן נישט די כשרונות צו פארשטיין וואס איך האב געשריבן, צו זיי האב איך נישט קיין טענות ותביעות. אנדערע צווישן אייך זענען אונטער די איינפלוס פון "עסקנים" וואס פארקויפן אייך תורת לאקשן, דעם מאנהעטן מיט'ן ברוקלין בריק, צו די בעט איך: עפענט אויף אייער אויגן און זעהטס, זעהטס וואס עס גייט פאר אין אייערע ד' אמות, אונטער אייער נאז. ווידער איז דא צווישן אייך אזעלכע וואס ווייסן אז איך בין גערעכט, איך האב שוין גערעדט מיט עטליכע פון אייך און איר האט מודה געווען אז איר ווייסט אז וואס איך האב געשריבן איז גערעכט, נאר איר האט מורא צו זאגן דעם אמת און טוישן דער סיסטעם, איר ציטערט פון אפאר פאשקעווילן שרייבער, איר ווילט נישט הייסן קיין לינקער, צו אייך האב איך טענות! איר וועט נישט קענען זאגן ידינו לא שפכו את הדם הזה!

און אויב דאס אלעס איז נישט גענוג אייך אויף צו וועקן, וועל איך אייך מגלה זיין נאך איין קלייניקייט: עס איז דא צווישן אייך רבנים וואס האבן קינדער און אייניקלעך מחללי שבת! זיי זיצן ביי אייער טיש און זינגען דעם קה רבון עלם מיט התלהבות, ווייקען זיך ביים צמאה נפשי לאלוקים, דערנאך גייען זיי אהיים און באנוצן זיך מיטן קאמפיוטער. איך קען זיי פערזענליך. אויב כלל ישראל אינטרעסירט אייך נישט, מעגליך אז אייערע דורות וועלן אייך יא אינטרעסירן. עשה למענך אם לא למעננו.

יותר ממה שקריתי לפניכם קען מען באהאנדלען, איך בין א מגלה טפח ומכסה עשרה טפחים, נישט אלעס קען מען באהאנדלען ברבים און נישט אלעס קען איך אייך זאגן, עס איז דא זאכן וואס דארפן בלייבן בסוד כדי איר זאלט נישט וויסן ווי אזוי מענטשן וואס זענען אין מיין מצב גיבן זיך אן עצה. אויב ווילט איר זיך פארבינדן מיט מיר, שיקטס מיר אן אימעיל צום אימעיל אדרעסס וואס איז ביים סוף פון דעם בריוו. אויב איר האט נישט קיין אינטערנעט פארבינדונג קענט איר בעטן אייער גבאי'ן צו שיקן אן אימעיל, איך גאראנטיר אייך, ער האט אינטערנעט.

איך האב נישט די צייט אהיים צו שיקן דעם בריוו צו אייערע היים אדרעסן, ממילא בין איך עס מפרסם אויף עטליכע פלעצער ווי אייערע חסידים ותלמידים פארברענגען אויפן אינטערנעט, מיטן האפענונג אז זיי וועלן עס אייך איבערגעבן.

איך ענדיג מיט א בקשה פון טיפעניש פון הארץ: שמעו נא רבותי, קבל את האמת ממי שאמרו, ביטע מאכט נישט אוועק מיינע רייד מיט ביטול נאר ווייל איך בין נישט קיין שומתו"מ אדער ווייל מיינע טענות זענען אזעלכע וואס ווייניג האבן דעם קוראזש דאס צו זאגן. איר זענט די בקיאים אין ש"ס ופוסקים, ווייל איר פארברענגט מיט דעם א גאנצן טאג. איך אבער, בין א בקי באינטערנעט ואבזרייהו ווייל איך פארברענג מיט דעם א גאנצן טאג, און בתוך עמי אנוכי יושבת, איך ווייס וואס עס גייט פאר ביים עולם.

ביטע, מורי ורבותי, ליינט איבער מיינע ווערטער מיט אן אפענעם קאפ, גיבט עס דעם מעגליכקייט אז איך האב גערעכטע פונקטן. עשה למען יונקי שדים שלא יחטאו, עשה למען גמולי חלב שלא יפשעו, עשה למען תינוקות של בית רבן, עשה למען חייכון, ובניכון, וחיי דכל בית ישראל, בעגלא ובזמן קריב.

ווי עס ווייטאגט און פאדערט

אן אפגעפארענער
<!-- e --><a href="mailto:upgafuraner@gmail.com">upgafuraner@gmail.com</a><!-- e -->

--------------------

טייערע ליינער און ליינערן: אויב דארפט איר דעם בריוו אויף א פי. די. עף. ווערסיע, שיקט א בקשה צו מיין אימעיל אדרעסס און איך וועל פראבירן נאכצוקומען אייער פארלאנג.

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 5:27 pm

· #34787
הרב פירש, אויב ביזטו טאקע אזא כופר וואס גלייבט אין גארנישט, וואס מיינט וואס דו שרייבסט "איר דארפט פילעווען אמונה מיט די קינדער, מסביר זיין, פארשטיין געבן, זיי אויפבויען" אויפבויען וואס? אויב איז אידישקייט, גאט, און די תורה נישט מער ווי א לעגענדע, און עקסעס צו אינפארמאציע ווארפט אלעס אוועק, ווי אזוי קען מען מחנך זיין זיך אפצוהיטן?
דו שרייבסט "ווייזט זיי אויף אז איר פארקויפט זיי דעם אמת" וואסערע אמת? דו האלטס דאך אז דאס איז שקר?
דו ביזט גערעכט מיט דיינע פוינטס אויף וואס מ'דארף טוישן, אבער פאר סאם ריזען גלייב איך נישט אז איך רעד צו א כופר באלוקים, נאר צו א אינגערמאן א ירא שמים וואס וויל אז די דרך החינוך ביי אונז זאל "עוואלווען", און מיט דעם ביסטו הייליג גערעכט.

DotCom » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 5:33 pm

· #34791
א מענטש וואס זאגט קלאר ער גלייבט נישט אין גאט רח"ל טאר מען זיך מיט אים נישט טענה'ן! כ'בעט ענק אחי ורעי! ענדערש עפענט אויף עקסטערע אשכולות און דיסקוטירט דארט אלעס אפענערהייט, זיינע רייד זענען נישט אזוי פשוט, און מ'קען און מ'מעג דיסקוטירן, (באמת האט מען שוין יעדע זאך גערעדט דא כמ"פ) אבער נישט מיט אים! אין משיבין לאפיקורס!

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 5:36 pm

· #34792
DotCom
א מענטש וואס זאגט קלאר ער גלייבט נישט אין גאט רח"ל טאר מען זיך מיט אים נישט טענה'ן! כבעט ענק אחי ורעי! ענדערש עפענטס אויף עקסטערע אשכולות און דיסקוטירט דארט אלעס אפענערהייט, זיינערייד זענען נישט אזוי פשוט און מ'קען און מ'מעג דיסקוטירן, (באמת האט מען שוין יעדע זאך גערעדט דא כמ"פ) אבער נישט מיט אים! אין משיבין לאפיקורס!

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 5:40 pm

· #34797
ער איז לכאורה נישט קיין אפיקורס, נישט קיין כופר. לייען צווישן די שורות. ער האט נאך גאט אין הארצן!
די פינטעלע איד ברענט אים נאך! ס'איז נאך דא האפענונג.

לעמיל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 5:41 pm

· #34798
DotCom
א מענטש וואס זאגט קלאר ער גלייבט נישט אין גאט רח"ל טאר מען זיך מיט אים נישט טענה'ן! כבעט ענק אחי ורעי! ענדערש עפענטס אויף עקסטערע אשכולות און דיסקוטירט דארט אלעס אפענערהייט, זיינערייד זענען נישט אזוי פשוט און מ'קען און מ'מעג דיסקוטירן, (באמת האט מען שוין יעדע זאך גערעדט דא כמ"פ) אבער נישט מיט אים! אין משיבין לאפיקורס!

איך האלט מיט דיר! איך מיין אז די הנהלה זאל צושפארען די אשכול

chasid » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 7:02 pm

· #34873
די באשוואוירענע ליינערס פון די אלע בלאגס דערהערן וואס ער שרייבט דא??
פירש
איר האט אן השגה וואספארא חורבנות איין "שבת בלעטל" זייעט אן? איר ווייסט אפילו וואס א שטיקל קטלא קניא מיינט? א לומדות פון שטריימאל? א פראקטיק פון שפיטצעל? א דערהער פון אנפיאות?

קאמפיאטער » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 7:12 pm

· #34887
דאס מיינט באמת אויספאפן דעם ייצר.
פיין פיין גיט געזאגט פילעווען אין אמונה, אריינבאקן אין אינזערע קינדער די דרייצען אני מאמין'ס.
אוי טאטע קיק אן וואס מען דארף שוין היינט טין אז אידן זאלן נתעורר ווערן אבער פארפאלן אז דאס וועט ציהעלפן אפשר לוינט עס.

שרייבער » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 8:15 pm

· #34908
ס'קוקט מיר אויס ווי א געזעגענונג'ס בריוו פון דעם יונגערמאן וואס מען האט היינט גערעדט פון אים דא ביי די צופרי קאווע

רעבעל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 9:14 pm

· #34923
געפילטע פיש
הרב פירש, אויב ביזטו טאקע אזא כופר וואס גלייבט אין גארנישט, וואס מיינט וואס דו שרייבסט "איר דארפט פילעווען אמונה מיט די קינדער, מסביר זיין, פארשטיין געבן, זיי אויפבויען" אויפבויען וואס? אויב איז אידישקייט, גאט, און די תורה נישט מער ווי א לעגענדע, און עקסעס צו אינפארמאציע ווארפט אלעס אוועק, ווי אזוי קען מען מחנך זיין זיך אפצוהיטן?
דו שרייבסט "ווייזט זיי אויף אז איר פארקויפט זיי דעם אמת" וואסערע אמת? דו האלטס דאך אז דאס איז שקר?
דו בוזט גערעכט מיט דיינע פוינטס אויף וואס מ'דארף טוישען, אבער פאר סאם ריזען גלייב איך נישט אז איך רעד צו א כופר באלוקים, נאר צו א אינגערמאן א ירא שמים וואס וויל אז די דרך החינוך ביי אונז זאל "עוואלווען", און מיט דעם ביסטו הייליג גערעכט.

פארוואס זאלסטו אים נישט געבען די benefit of the doubt? זיין פוינט איז לויט ווי איך פארשטיי. אריגאנעלע אידשקייט קען זיך פארמעסטן מיט אטאאיזים, אבער אונזער פארמאט אויף אידישקייט קען נישט.

חכם מחוכם » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 9:23 pm

· #34925
לפי עניות דעתי איז דער איש א נארמאלער מענטש, און איז אפשר מדקדק בקלה כבחמורה, סתם ער האט א טענה אויף די חינוך היינטיגע צייטן וואס מיט דעם איז ער אביסל גערעכט, ער האט עס פשוט אראפגעלייגט אביסל צו שארף, אפשר וויל ער מזאל אים לייקן פאר די באשרייבונג

רעבעל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 9:50 pm

· #34930
DotCom
א מענטש וואס זאגט קלאר ער גלייבט נישט אין גאט רח"ל טאר מען זיך מיט אים נישט טענה'ן! כבעט ענק אחי ורעי! ענדערש עפענטס אויף עקסטערע אשכולות און דיסקוטירט דארט אלעס אפענערהייט, זיינערייד זענען נישט אזוי פשוט און מ'קען און מ'מעג דיסקוטירן, (באמת האט מען שוין יעדע זאך גערעדט דא כמ"פ) אבער נישט מיט אים! אין משיבין לאפיקורס!

וואס הייסט מען טאר נישט! דאס איז פונקליך זיין פוינט. עס איז שוין צייט אוועק צו לייגן די אלע טעניקאלעטיס, און ענטפערן צו דערזאך.

רעבעל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 9:53 pm

· #34933
שרייבער
ס'קוקט מיר אויס ווי א געזעגענונג'ס בריוו פון דעם יונגערמאן וואס מען האט היינט גערעדט פון אים דא ביי די צופרי קאווע

פאר מיר קוק עס אויס ווי איינער וואס איז געווארן אינספייערד פון די פרשה און ארויס געברענגט אינדרויסן וואס עס טוט אים שוין וויי פון אינווייניג פאר א לאנגע צייט.

יאסל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 10:13 pm

· #34937
שאני מינות דמשכי איז נישט קיין היינטצייטיגער סלאגאן פון די רבנים צו וועמען פירש שרייבט. איך גיי זיך דא נישט אננעמען פאר קיין איינע פון זיי, וכבוד תורתם פון די רבנים במקומם מונח, אבער דאך איז גוט פאר פירש'ן צו וויסן אז ווען ער איז פארכאפט אונטערן פארטוך פון כפירה דאן איז א שאד סיי וועמען צו בלעימען אויסער זיך זעלבסט.

זיין א פירש'ניק האט מען אמאל - פאר דעם אינטערנעט - אויך געקענט. צו קומען און ארויסברענגן די שוואכקייטן פון אונזער עיקבתא דמשיחא דור מיט אלע פארבן איז נאר גוט יעצט אז מען קען וויינען הויך און פון זיך אראפווארפן יעדעס ביסל שולד געפיל (וואס וועט אים סיי ווי באגלייטן ביז צום לעצטן טאג פון לעבן).

געדענק נאר וואס אונזערע קלוגסטע האבן שוין געווארנט: שובו בנים שובבים, חוץ מאחר!

chasid » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 10:47 pm

· #34949
פאר די אלע וואס טראכטן אז עס איז געמאכטע זאכן, וויל איך לאזן וויסן אז ס'איז געשריבן געווארן דורך א עכטע כופר ליידער
(פרעגטס מיר נישט ווי אזוי כ'ווייס)

חכם מחוכם » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 10:51 pm

· #34951
א צווייטער ניק 😠

chasid » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 11:05 pm

· #34955
חכם מחוכם
א צווייטער ניק 😠

איך גיי נישט קיין שווארצע זאקן..

DotCom » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 11:08 pm

· #34956
רעבעל
וואס הייסט מען טאר נישט! דאס איז פונקליך זיין פוינט. עס איז שוין צייט אוועק צו לייגן די אלע טעניקאלעטיס, און ענטפערן צו דערזאך.

דער אינגערמאן האט גארנישט געפרעגט אז מ'זאל דארפן "ענטפערן צום זאך", ער האט געזאגט אפאר פוינט'ס וואס איז צופעליג נישט אזוי אפגעפרעגט, די פראבלעם דא איז נאר אז ער האט זיך אפן ערקלערט אלס כופר און עפ"י הלכה טאר מען מיט אזא איינעם נישט רעדן בעניני אמונה, חוץ איינער וואס האט שוין גרונטליך אדורכגעטהון די ענינים און איז זיכער ביי זיך אז ער וועט אים קענען צוריק ענטפערן ביז'ן סוף.

zurich » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 11:18 pm

· #34961

I m ready!!!

חכם מחוכם » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 11:22 pm

· #34963
Zurick קודם דארפסו טייפן אויף אידיש 😉

zurich » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 11:42 pm

· #34967
איז אזוי לערנען אמונה. מיט קינדער אזוי ווי ער שרייבט, מיין איך וועט נישט העלפען לגבי שמיץ,חז"ל זאגן שוין אין אפוטרופות לערוית, גרויסע יודן, אמוראים ווען ס'געקימען די תאווה לידיו האבן זיי געהאט א הארד טיים, ווי ס'באקאנט די עובדא פון א אמורא אז ער האט שוין צוגעלייגט די לייטער מרוב תאוותו ארויפצוגיין צו די פרוי. האט ער זיך גענימען שרייען אז ס'דא א פייער אין הויז ע"ש

ממילה וואס העלפט יא? א פילטער!!! דאס איז די איינצוגסטע. זאך וואס העלפט,קענסט זיין די גרעסטע צדיק און די גרעסטע מאמין און האבן שטודירט אלע חקירה ספרים,גארנישט וועט דיר העלפען!!

יידל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 2:05 am

· #34998
וואו קומט אריין שמוץ דא?

טעלעפאן » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 2:12 am

· #34999
אודאי העלפט א פילטער! אבער זאל דער פילטער קומען פון אייגענעם שכל.

און דער עיקר פונקט איז לעניית דעתי, אז מען דארף זיך טאקע נישט קענען טענה׳ן מיט אן אפיקורס, אבער כאטשיג זאל מען זיין אויפן שטאפל נישט צו ווערן אזוי ״שוואך״ און ״אפגעפרעגט״ וואס דאס איז א חלק פון אונזער פארדארבענעם חינוך אז א אינגערמאן ווערט ממש ״געשאקט״ ווען ער הערט עפעס וואס איז אלץ געווען אינגאנצן אפגעפרעגט, נו אודאי גייט ער זוכן פאר מער אינפארמאציע. אבער א אינגערמאן וואס ווייסט אז ״עס איז דא שאלות אבער נאך אלץ - און טאקע דערפאר - גלייב איך מיט די אלע נסיונות ווייל דער רמב״ם און פילע אנדערע זענען געווען קלוגער פון מיר און איך פארלאז זיך אויף זייער מסקנא״ וועט נישט אזוי שנעל זוכן אויף גוגל און ווערן פארלוירן. ודו״ק כי קצרתי

פירש » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 5:38 pm

· #35302
קודם כל א יישר כח פאר די הנהלה וואס האט געלאזט דעם קאנטרעווערשאל אויסזעענדע בריוו דא אויפן פורום, מיט עטליכע שינויים. עס ווייזט אויף אייער קוראזש.

דאס וואס מען האט עס אביסל צענזורירט, איז דער שטארקסטער ראיה לדברי. איך פארשטיי, דא איז א פלאץ פאר היימישע אידן און עטליכע ווערטער פון מיין בריוו פאררופט זיך צו אנדערע שיטות און געדאנקען וואס היימישע אידן וואלטן נישט געדארפט וויסן. אבער די קשיא איז געפערליך, אויב נאר דערמאנען די ווערטער קען האבן אן השפעה, ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה מיטן פולן אינטערנעט וואו די זאכן ווערן אויסגעשמוסט בכל פרטיה ודקדוקיה??? טראכט דען איינער אז מענטשן זענען אנליין נאר אויף די היימישע פורום'ס? ווי אזוי וועלן זיך אונזערע קינדער אן עצה געבן מיט דעם?

דער גאנצער שמועס אויב איך בין א ריכטיגער כופר אדער גאר א ירא שמים, איז אירעלעווענט. צו וואס איז דאס נוגע? דער בריוו איז נישט איבער מיר, עס איז איבער דעם מצב הדור, איבערן שרעקליכן מצב אין וואס אידישקייט געפינט זיך יעצט און דעם פיל ערגערן מצב וואס גייט קומען אין די קומענדיגע יארן. פארדרייען דעם שמועס איבער מיין פריוואטן מצב, איז זיך אליין ווארפן זאמד אין די אויגן און שרייען שלום עלי נפשי, ער איז א כופר און זיינע ווערטער זענען נישט מאסגעבענד.

און צו די אלע מענטשן וואס אימעיל'ן מיך לכאן ולכאן, מיט חיזוק און מיט קריטיק, פארוואס שעמט איר זיך צו זאגן אייער מיינונג דא ברבים?

צום לעצט, איינער האט דא דערמאנט א אינגערמאן וואס גייט אדורך שווערע צייטן. נישט אז איך בין נאנט מיט אים און איך האב נישט קיין השגה וואס דארט גייט פאר. אבער ווי אזוי האבן מענטשן שומרי תורה ומצות נישט קיין פראבלעם מיט מבזה זיין א מענטש ברבים? מיט לשון הרע? מיט רכילות? און אסאך אנדערע איסורים. יעדער נארמאלער מענטש ווייסט אז גאסן שמועות זענען ווערט לצור על פי צלוחותו, וואספארא רעכט האבן מענטשן דאס ווייטער צו פארשפרייטן? ווי אזוי האט איינער נישט קיין פראבלעם צו זאגן אז ער איז דער מחבר פון דעם בריוו ווען דער זאגער האט נישט קיין מעגליכקייט צו וויסן אויב עס איז אמת צו נישט? ביטע, האלט אייך צוריק פון מבזה פריוואטע מענטשן.

שרייבער » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 5:49 pm

· #35312
מיסטער פירש, קאן זיין ביסט א תלמיד חכם, אבער חפץ חיים האסטו קיינמאל נישט געלערנט, הלכות לה"ר ורכילות גייט נישט אן אויף דעם מענטש
איי וועסטו פרעגן פון ווי ווייס איך אז די עצם מעשה איז אמת? וועל איך דיר זאגן, איך בין פון די קרובים אל החלל, און איך האב עס מברר געווען, ליידער ליידער איז עס אמת (כ'האף נאר אז ביי דיר נישט...)

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 6:07 pm

· #35320
פירש
פארדרייען דעם שמועס איבער מיין פריוואטן מצב, איז זיך אליין ווארפן זאמד אין די אויגן און שרייען שלום עלי נפשי, ער איז א כופר און זיינע ווערטער זענען נישט מאסגעבענד.

פארקערט, איך האב געשריבן אז דו ביזט זייער גערעכט מיט דיינע פוינטס, נאר אז ס'האט זיך נישט געפילט ווי די שרייבער פון די שורות וואס איך לייען איז א כופר.

יעצט לאמיר דיר פרעגן ערענסט, ווי אזוי קען מען צוגרייטן א דור צו קענען זיין עקספאוזד צו די זאכן און בלייבן אידן? דו טענה'סט דאך אז מ'איז עקספאוזד צו אינפארמאציע און מ'ווערט געוואר דעם "אמת"?
איך פאר מיר האב איך נישט קיין פראבלעם, ווייל ביי מיר איז עוועלאשען נישט קיין סתירה מיטן בראשית ברא, אבער דו וואס די אינפארמאציע האט דיך געמאכט פאר אן אטעאיסט, ווי אזוי קען מען מחנך זיין א קינד זאל זיין אימיונד צו אינפארמאציע?

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 6:10 pm

· #35321
פירש

דאס וואס מען האט עס אביסל צענזורירט, איז דער שטארקסטער ראיה לדברי. איך פארשטיי, דא איז א פלאץ פאר היימישע אידן און עטליכע ווערטער פון מיין בריוו פאררופט זיך צו אנדערע שיטות און געדאנקען וואס היימישע אידן וואלטן נישט געדארפט וויסן. אבער די קשיא איז געפערליך, אויב נאר דערמאנען די ווערטער קען האבן אן השפעה, ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה מיטן פולן אינטערנעט וואו די זאכן ווערן אויסגעשמוסט בכל פרטיה ודקדוקיה??? טראכט דען איינער אז מענטשן זענען אנליין נאר אויף די היימישע פורום'ס?

איך האף אז דו פארשטייסט אז די הנהלה איז נישט אחריות אויפן גאנצן אינטערנעט, אבער זיי קענען נישט געבן א פלאטפארמע אין זייער שטיבל צו אויסלופטערן זאכן וואס קענען אויסזעהן ווי כפירה אין יסודות פון אמונה.

טעלעפאן » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 6:15 pm

· #35326
פירש
קודם כל א יישר כח פאר די הנהלה וואס האט געלאזט דעם קאנטרעווערשאל אויסזעענדע בריוו דא אויפן פורום, מיט עטליכע שינויים. עס ווייזט אויף אייער קוראזש.

דאס וואס מען האט עס אביסל צענזורירט, איז דער שטארקסטער ראיה לדברי. איך פארשטיי, דא איז א פלאץ פאר היימישע אידן און עטליכע ווערטער פון מיין בריוו פאררופט זיך צו אנדערע שיטות און געדאנקען וואס היימישע אידן וואלטן נישט געדארפט וויסן. אבער די קשיא איז געפערליך, אויב נאר דערמאנען די ווערטער קען האבן אן השפעה, ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה מיטן פולן אינטערנעט וואו די זאכן ווערן אויסגעשמוסט בכל פרטיה ודקדוקיה??? טראכט דען איינער אז מענטשן זענען אנליין נאר אויף די היימישע פורום'ס? ווי אזוי וועלן זיך אונזערע קינדער אן עצה געבן מיט דעם?

דער גאנצער שמועס אויב איך בין א ריכטיגער כופר אדער גאר א ירא שמים, איז אירעלעווענט. צו וואס איז דאס נוגע? דער בריוו איז נישט איבער מיר, עס איז איבער דעם מצב הדור, איבערן שרעקליכן מצב אין וואס אידישקייט געפינט זיך יעצט און דעם פיל ערגערן מצב וואס גייט קומען אין די קומענדיגע יארן. פארדרייען דעם שמועס איבער מיין פריוואטן מצב, איז זיך אליין ווארפן זאמד אין די אויגן און שרייען שלום עלי נפשי, ער איז א כופר און זיינע ווערטער זענען נישט מאסגעבענד.

און צו די אלע מענטשן וואס אימעיל'ן מיך לכאן ולכאן, מיט חיזוק און מיט קריטיק, פארוואס שעמט איר זיך צו זאגן אייער מיינונג דא ברבים?

צום לעצט, איינער האט דא דערמאנט א אינגערמאן וואס גייט אדורך שווערע צייטן. נישט אז איך בין נאנט מיט אים און איך האב נישט קיין השגה וואס דארט גייט פאר. אבער ווי אזוי האבן מענטשן שומרי תורה ומצות נישט קיין פראבלעם מיט מבזה זיין א מענטש ברבים? מיט לשון הרע? מיט רכילות? און אסאך אנדערע איסורים. יעדער נארמאלער מענטש ווייסט אז גאסן שמועות זענען ווערט לצור על פי צלוחותו, וואספארא רעכט האבן מענטשן דאס ווייטער צו פארשפרייטן? ווי אזוי האט איינער נישט קיין פראבלעם צו זאגן אז ער איז דער מחבר פון דעם בריוו ווען דער זאגער האט נישט קיין מעגליכקייט צו וויסן אויב עס איז אמת צו נישט? ביטע, האלט אייך צוריק פון מבזה פריוואטע מענטשן.

נו וואס פונקטליך ווילסטו???

קאם אן, איך פארשטיי ביזט זייער אויפגערעגט אבער גיין אינגאנצן צו די אנדערע זייט איז בכלל נישט קיין תירוץ.

א גרויסער חכם צו זאגן "איך בין א כופר". וויפיל פונקטליך האסטו שוין דורכגעטון?? אויף ביידע צדדים?

מען דארף מחנך זיין אונזערע קינדער נישט נתפעל צו ווערן פון א מאן דהוא וואס קומט ארויף אויף קאווע שטיבל ווי א גרויסער צולייגער און ווייזט חכמות

פון וואו דו גייסט פון דארט קום איך שוין....

איך בין נאך פונקט אזוי קעגן דעם סיסטעם. אנטשולדיגט מיין פריינד אבער איר זענט אויף זייער נישט גוטע רעלסן...

אחוץ מזה, אויב ביזטו א כופר וואס פונקטליך ווילסטו פון די קאווע שטיבל לייענער? לייען דורך קאווע שטיבל וועסטו זעהן אז דו האסט בכלל נישט פארציילט קיין נייעס

משה געציל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 9:15 pm

· #35395
פירש
קודם כל א יישר כח פאר די הנהלה וואס האט געלאזט דעם קאנטרעווערשאל אויסזעענדע בריוו דא אויפן פורום, מיט עטליכע שינויים. עס ווייזט אויף אייער קוראזש.

דאס וואס מען האט עס אביסל צענזורירט, איז דער שטארקסטער ראיה לדברי. איך פארשטיי, דא איז א פלאץ פאר היימישע אידן און עטליכע ווערטער פון מיין בריוו פאררופט זיך צו אנדערע שיטות און געדאנקען וואס היימישע אידן וואלטן נישט געדארפט וויסן. אבער די קשיא איז געפערליך, אויב נאר דערמאנען די ווערטער קען האבן אן השפעה, ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה מיטן פולן אינטערנעט וואו די זאכן ווערן אויסגעשמוסט בכל פרטיה ודקדוקיה??? טראכט דען איינער אז מענטשן זענען אנליין נאר אויף די היימישע פורום'ס? ווי אזוי וועלן זיך אונזערע קינדער אן עצה געבן מיט דעם?

נישט יעדער איינער דא זענען אזעלכע בר אוריינ׳ס ווי דיר וואס זיכן די סארט זאכן, מיר זענען פשוטע נערישע קאווע שטופערס פאטעטע קעפעלעך ממילא זיכן מיר נישט צו הערן דא די סארט חכמה.
פירש

צום לעצט, איינער האט דא דערמאנט א אינגערמאן וואס גייט אדורך שווערע צייטן. נישט אז איך בין נאנט מיט אים און איך האב נישט קיין השגה וואס דארט גייט פאר. אבער ווי אזוי האבן מענטשן שומרי תורה ומצות נישט קיין פראבלעם מיט מבזה זיין א מענטש ברבים? מיט לשון הרע? מיט רכילות? און אסאך אנדערע איסורים. יעדער נארמאלער מענטש ווייסט אז גאסן שמועות זענען ווערט לצור על פי צלוחותו, וואספארא רעכט האבן מענטשן דאס ווייטער צו פארשפרייטן? ווי אזוי האט איינער נישט קיין פראבלעם צו זאגן אז ער איז דער מחבר פון דעם בריוו ווען דער זאגער האט נישט קיין מעגליכקייט צו וויסן אויב עס איז אמת צו נישט? ביטע, האלט אייך צוריק פון מבזה פריוואטע מענטשן.

אויב איך בין נאך געווען מסופק צו די ביזט א ריכטיגע כופר צו נישט, האסטו יעצט מיט די סארט לשה״ר אטאקעס קלאר געמאכט אז דו ביזט טאקע פון די ריכטיגע, מיטן אטאקירן די היימישע אידן וואס -פאר עפעס א אומפארשטענדליך סיבה- ווערט אייביג גענוצט דורך די וואס האלטן זיך ווייט פון אידישקייט.

DotCom » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:25 pm

· #35422
אנאנים, גאנץ גוט, איך וואלט אבער געראטן אן עקסטער אשכול, איי אויב איז עס אמת דעמאלטס זאל מען זיין א קבל את האמת ממי שאמרו?

דער תירוץ איז ווייל איינער וואס האט זיך דערקלערט אפיקורס האט עס דא געפרעגט און אים טאר מען נישט ענטפערן, דער גרויסער רמב"ם וואס האט ארויסגעגעבן די קאנטראווערסיעלע ספר מורה נבוכים ספעציעל פאר עניני אמונה, און כידוע האט ער געהאט געפירט גרויסע וויכוחים מיט אסאך גרעסערע געלערנטע ווי אונזער פירש, פסק'נט ער אבער אין הלכות ע"ז פ"ב הלכה ה' אז מען טאר זיי בכלל נישט ענטפערן, וזלה"ק:

וכן האפיקורסים מישראל אינן כישראל לדבר מן הדברים ואין מקבלים אותם בתשובה לעולם שנאמר כל באיה לא ישובון ולא ישיגו ארחות חיים. והאפיקורסים הם התרים אחר מחשבות לבם בסכלות דברים שאמרנו עד שנמצאו עוברים על גופי תורה להכעיס בשאט בנפש ביד רמה ואומרים שאין בזה עון. ואסור לספר עמהן ולהשיב עליהן תשובה כלל שנאמר ואל תקרב אל פתח ביתה.

אלזא מיינע טייערע פריינט באגייט'ס נישט דעם טעות וואס איך מיט נאך זענען באגאנגען, לאמיר אלעס אויסשמועסן אבער נישט מיט אים, ער איז אונז סייווי נישט מגלה קיין חדשות נו פארוואס זאל מען אים געבן קרעדיט?

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:19 am

· #35475
דאט,
דו פארגלייכסט דעם רמב״ם׳ס סארט אפיקורסים מיט דעם בריוו שרייבער?

DotCom » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:49 am

· #35492
שמעקעדיג
דאט,
דו פארגלייכסט דעם רמב״ם׳ס סארט אפיקורסים מיט דעם בריוו שרייבער?

אבסאלוטלי, פארוואס דען נישט?

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:14 am

· #35562
אקעי, ס'איז א אריכות הדברים.
אבער לאמיר פרובירן בקיצור.

דער רמב"ם האט געמיינט עכטע נידריגע אפיקורסים, מומרים להכעיס, וואס ווילן עוקר זיין דעם באשעפער'ס נאמען און זיין תורה, נישט א יונגערמאנטשיקל וואס האט זיך פשוט געעפנט דעם קאפ און וויל נאך אלץ אז זיינע קינדער זאלן יא זיין ערליכע אידן.
א ראצערל וואס רופט זיך כופר, איז ווייט נאך נישט קיין כופר. ער קען נאך - און וועט מסתמא - תשובה טון בקרוב... עס איז נאר אביסל קיל זיך צו רופן כופר....

פארשטאנטא?

לעמיל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:18 am

· #35567
איך האלט נישט אז דו ביסט גערעכט, אז איינער שרייבט קלאר אז ער איז א כופר טאר מען נישט על פי הלכה מער רעדן מיט אים, נישט א חילוק ווי א גרויס אדער קליינע כופר ער איז.

יידל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:18 am

· #35568
שמעקעדיג
אקעי, ס'איז א אריכות הדברים.
אבער לאמיר פרובירן בקיצור.

דער רמב"ם האט געמיינט עכטע נידריגע אפיקורסים וואס ווילן עוקר זיין דעם באשעפער'ס נאמען און זיין תורה, נישט א יונגערמאנטשיקל וואס האט זיך פשוט געעפנט דעם קאפ און וויל נאך אלץ אז זיינע קינדער זאלן יא זיין ערליכע אידן.
א ראצערל וואס רופט זיך כופר, איז ווייט נאך נישט קיין כופר. ער קען נאך - און וועט מסתמא - תשובה טון בקרוב... עס איז נאר אביסל קיל זיך צו רופן כופר....

פארשטאנטא?

דערמאנסט מיר פון ר' שלום שוואדראן'ס ווארט, והדברים עתיקין.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:19 am

· #35569
דערמאן מיר ביטע, וועלכע ווארט?

לעמיל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:19 am

· #35570
יידל
שמעקעדיג
אקעי, ס'איז א אריכות נדברים.
אבער לאמיר פרובירן בקיצור.

דער רמב"ם האט געמיינט עכטע נידריגע אפיקורסים וואס ווילן עוקר זיין דעם באשעפער'ס נאמען און זיין תורה, נישט א יונגערמאנטשיקל וואס האט זיך פשוט געעפנט דעם קאפ און וויל נאך אלץ אז זיינע קינדער זאלן יא זיין ערליכע אידן.
א ראצערל וואס רופט זיך כופר, איז ווייט נאך נישט קיין כופר. ער קען נאך - און וועט מסתמא - תשובה טון בקרוב... עס איז נאר אביסל קיל זיך צו רופן כופר....

פארשטאנטא?

דערמאנסט מיר פון ר' שלום שוואדראן'ס ווארט, והדברים עתיקין.

וועלכע ווארט? עס איז דא אסאך ווערטער פין אים

יידל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:22 am

· #35573
א בחור האט אים אמאל געזאגט אז ער האט געהאט אזויפיל קושיות און ער איז געווארן אן אפיקורס. האט ר' שלום אנגעהויבן לאכן. פרעגט אים דער בחור פארוואס ער לאכט, זאגט אים ר' שלום, דו מיינס מ'האט אפאר קושיות און מ'קען זיך שוין דערקלערן אלס אפיקורס? מ'גייט עסן אביסל טריפות אין א תל אביב'ע רעסטוראנט אין מ'איז שוין א שגץ? ניין ניין, זאגט אים ר' שלום, ס'גייט נישט אזוי גרינג... לאמיר נאר זען ס'זאל קומען איין ערנסטע פראבלעם, וועט ער זיך שוין טרעפן שעפשען א תפלה צו גאט. וואו איז זיין אפיקורסות דעמאלטס?

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:24 am

· #35578
לעמיל
איך האלט נישט אז דו ביסט גערעכט, אז איינער שרייבט קלאר אז ער איז א כופר טאר מען נישט על פי הלכה מער רעדן מיט אים, נישט א חילוק ווי א גרויס אדער קליינע כופר ער איז.

און ווי אזוי טייטשטו דעם "ודע מה שתשיב לאפיקורס".
נישט אז דאס איז דער תירוץ, ס'איז נאר א ווערטל.

בקיצור, מיר האלטן ביידע אז מען טאר זיך נישט טענה'ן מיט א כופר. איך בין מודה.
מיר קריגן זיך נאר צו דער שרייבער איז טאקע א כופר.
מחלוקת הפוסקים.

========

יידל האקט.
גוט ארויסגעברענגט מיין נקודה!!!!
הערליך.

לעמיל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:25 am

· #35580
יידל
א בחור האט אים אמאל געזאגט אז ער האט געהאט אזויפיל קושיות און ער איז געווארן אן אפיקורס. האט ר' שלום אנגעהויבן לאכן. פרעגט אים דער בחור פארוואס ער לאכט, זאגט אים ר' שלום, דו מיינס מ'האט אפאר קושיות און מ'קען זיך שוין דערקלערן אלס אפיקורס? מ'גייט עסן אביסל טריפות אין א תל אביב'ע רעסטוראנט אין מ'איז שוין א שגץ? ניין ניין, זאגט אים ר' שלום, ס'גייט נישט אזוי גרינג... לאמיר נאר זען ס'זאל קומען איין ערנסטע פראבלעם, וועט ער זיך שוין טרעפן שעפשען א תפלה צו גאט. וואו איז זיין אפיקורסות דעמאלטס?

א שטארק ווארט

DotCom » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:33 am

· #35589
דער רמב"ם זאגט קלאר וואס ער מיינט, און יא דער אינגערמאן דא פיט דעם פערפעקט בילד וואס דער רמב"ם לייגט אראפ, איה"נ ס'דא סתם ליידאקעס וואס זענען א. ג. כופרים אהן אפילו וויסן פונקטליך עס מיינט, אבער דא איז ליידער דער בילד נישט אזוי.

און תשובה טהון קען ער אייביג, אזוי ווי דער רמב"ם שרייבט קלאר אין הלכות תשובה אפילו כפר בעיקר וגו' און די מפרשים פארענפערן שוין די סתירה.

און ודע מה שתשיב מיינט זאלסט וויסן וואס צו ענטפערן, און דער רמב"ם האט געוויסט דעריבער האט ער גענטפערט, אבער אונז ווילאנג אונז ווייס מיר נישט איז אין משיבין.

יידל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:35 am

· #35591
דאט קאם, וויאזוי לערנסטו פשט אין ודע מה שתשוב לאפיקורס?

DotCom » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:36 am

· #35597
יידל האקט, כאב עס יעצט צוגעשריבן צו מיין פריערדיגע תגובה.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:39 am

· #35600
DotCom
דער רמב"ם זאגט קלאר וואס ער מיינט

אפשר ווילסטו ציטירן דעם רמב"ם'ס ווערטער?
אדער כאטש צייגן א מראה מקום?

איך קען באשטיין צו וויסן.
ייש"כ.

פארשטאנד » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:40 am

· #35602
שמעקעדיג
אקעי, ס'איז א אריכות נדברים.
אבער לאמיר פרובירן בקיצור.

דער רמב"ם האט געמיינט עכטע נידריגע אפיקורסים, מומרים להכעיס, וואס ווילן עוקר זיין דעם באשעפער'ס נאמען און זיין תורה, נישט א יונגערמאנטשיקל וואס האט זיך פשוט געעפנט דעם קאפ און וויל נאך אלץ אז זיינע קינדער זאלן יא זיין ערליכע אידן.
א ראצערל וואס רופט זיך כופר, איז ווייט נאך נישט קיין כופר. ער קען נאך - און וועט מסתמא - תשובה טון בקרוב... עס איז נאר אביסל קיל זיך צו רופן כופר....

פארשטאנטא?

ביסט אזוי נישט גערעכט אז איך קען עס ניטאמאל ארויסברענגען אויפן פאפיר, די רמב"ם רעדט פון די זעלבע כופרים וואס האבן 'פארשטאנען' אז ס'איז ח"ו גארנישט דא (עפ"ל), אזעלכע וואס האבן 'בדעתם' געפארשט און געוויסט, פונקט ווי אנ"ש הכופרים, און באמת איז נישטא קיין תירוץ אויף יעדע קשיא, און לאו דוקא קשיות, נאר עיונים דקות'דיגע מחשבות (פאר ווער עס פארשטייט..) אן אמונה פשוטה סוף כל סוף קען מען קיין איד נישט זיין, די תניא אליין כמה פעמים זאגט ער וועגן די סתירה פון שמע ישראל מיט ברוך שם, און ער איז מסביר אז נאר א יוד קען גלייבן אין א סתירה און פאר דעם זענען מיר אידן באמונה פשוטה נאך אלע חכמות און חיקורים, איי אנדערע אידן טרעפן אן א וואנט? א מלחמה כבידה למאוד מאוד מיט די אייגענע מחשבות און הרהורים וכו'? און זיי שטייען נישט ביי? אויף דעם איז געזאגט געווארן דברי האר"י אז א נשמה קען זיך פארטוישן, און יא דאס אז די גלייבסט נישט סוכ"ס באמונה פשוטה איז א ראי' אז דיין נשמה איז פארטוישט ליידער.

אבער דאס נעמט נישט אוועק די ריכטיקייט פון די מציאות אז רוב רובם פון אידן היינט צוטאגס זענען ליידיג, זיי דינען נישט דעם אויבערשטן פונקט ווי די כופרים, (הגם ביידע טוען לפנים די זעלבע מעשה המצוה, ביידע שאקלען לולב און עסן מצה, אבער ביידע מיינען נישט דעם אויבערשטן, דער כופר ליידער דארף מען נישט מסביר זיין, און דער עמך איד טוט מצות אנשים מלומדה קיין שייכות צו הקב"ה), די מציאות איז אבער ליידער זייער ריכטיג, הגם צו זאגן אז ס'איז דא הונדערטער אדער גאר טויזענטער איז זייער איבערגעטריבן, אבער אסאך איז דא, ושכינה מה אומרת??

יידל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:40 am

· #35604
אינטערעסאנט, דער רמב"ם אליינס, אין פירוש המשניות שרייבט אז ודע מה שתשוב איז נאר ביי אן אפיקורס גוי, אבער אפיקורס ישראל טאר מען נישט.

DotCom » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:41 am

· #35606
כעת האב איך נישט א רמב"ם מיט מיר, אבער קוק דעם לינק פון פריער, עס איז אין יענע פרק.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:51 am

· #35614
פארשטאנד
שמעקעדיג
אקעי, ס'איז א אריכות נדברים.
אבער לאמיר פרובירן בקיצור.

דער רמב"ם האט געמיינט עכטע נידריגע אפיקורסים, מומרים להכעיס, וואס ווילן עוקר זיין דעם באשעפער'ס נאמען און זיין תורה, נישט א יונגערמאנטשיקל וואס האט זיך פשוט געעפנט דעם קאפ און וויל נאך אלץ אז זיינע קינדער זאלן יא זיין ערליכע אידן.
א ראצערל וואס רופט זיך כופר, איז ווייט נאך נישט קיין כופר. ער קען נאך - און וועט מסתמא - תשובה טון בקרוב... עס איז נאר אביסל קיל זיך צו רופן כופר....

פארשטאנטא?

ביסט אזוי נישט גערעכט אז איך קען עס ניטאמאל ארויסברענגען אויפן פאפיר, די רמב"ם רעדט פון די זעלבע כופרים וואס האבן 'פארשטאנען' אז ס'איז ח"ו גארנישט דא (עפ"ל), אזעלכע וואס האבן 'בדעתם' געפארשט און געוויסט, פונקט ווי אנ"ש הכופרים, און באמת איז נישטא קיין תירוץ אויף יעדע קשיא, און לאו דוקא קשיות, נאר עיונים דקות'דיגע מחשבות (פאר ווער עס פארשטייט..) אן אמונה פשוטה סוף כל סוף קען מען קיין איד נישט זיין, די תניא אליין כמה פעמים זאגט ער וועגן די סתירה פון שמע ישראל מיט ברוך שם, און ער איז מסביר אז נאר א יוד קען גלייבן אין א סתירה און פאר דעם זענען מיר אידן באמונה פשוטה נאך אלע חכמות און חיקורים, איי אנדערע אידן טרעפן אן א וואנט? א מלחמה כבידה למאוד מאוד מיט די אייגענע מחשבות און הרהורים וכו'? און זיי שטייען נישט ביי? אויף דעם איז געזאגט געווארן דברי האר"י אז א נשמה קען זיך פארטוישן, און יא דאס אז די גלייבסט נישט סוכ"ס באמונה פשוטה איז א ראי' אז דיין נשמה איז פארטוישט ליידער.

אבער דאס נעמט נישט אוועק די ריכטיקייט פון די מציאות אז רוב רובם פון אידן היינט צוטאגס זענען ליידיג, זיי דינען נישט דעם אויבערשטן פונקט ווי די כופרים, (הגם ביידע טוען לפנים די זעלבע מעשה המצוה, ביידע שאקלען לולב און עסן מצה, אבער ביידע מיינען נישט דעם אויבערשטן, דער כופר ליידער דארף מען נישט מסביר זיין, און דער עמך איד טוט מצות אנשים מלומדה קיין שייכות צו הקב"ה), די מציאות איז אבער ליידער זייער ריכטיג, הגם צו זאגן אז ס'איז דא הונדערטער אדער גאר טויזענטער איז זייער איבערגעטריבן, אבער אסאך איז דא, ושכינה מה אומרת??

פארשטאנד, עפעס זאגסטו אבער נישט גענוג קלאר.
ביטע זיי מסביר בעסער.
אויב זעה איך איין אז מ'איז גערעכט גיב איך אויף.
אבער איך וויל פארשטיין קלארער.

לעמיל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:53 am

· #35615
וועלכע פארט פארשטייסטו נישט? פארוואס מ'טאר אים נישט ענפערען?

DotCom » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:04 pm

· #35620
יידל
אינטערעסאנט, דער רמב"ם אליינס, אין פירוש המשניות שרייבט אז ודע מה שתשוב איז נאר ביי אן אפיקורס גוי, אבער אפיקורס ישראל טאר מען נישט.

גערעכט כאב פארגעסן דערפון, נו דעמאלט טאר מען אים ממ"נ נישט ענפערן.

און דער רמב"ם און אנדערע ראשונים וואס האבן ארויסגעגעבן ספרים איבער אמונה איז עס געווען אדער געווען פאר גוים אפיקורסים, אדער פאר אידן מאמינים וואס האבן געוואלט וויסן און פארשטיין.
בלאט: 1 2 3 4