☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » עביוזען א צווייטע

עביוזען א צווייטע

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6684

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג יוני 26, 2014 9:26 pm

· #208261
עביוזען א צווייטע
עביוזער: זאג נאר שטילע, קענסט אפשר ארויף נעמען היינט א קלייניגייט פאר מיר צום קאנטרי? כ'האב שוין אפגעשיקט א קאר סערוויס, כ'האב פארגעסען א קלייניגקייט, ווייסטעך כ'דרייוו נישט,
שטילע: עעעםם כ'וועל דיר זאגן די אמת, כ'האב אויך געשיקט מיינע זאכן מיט א ווען, כ'וויל פאהרן מיט א ליידיגע קאר, מיינע קינדער זאלן ענדז'יון די טריפ, אבער א קלייניגקייט? פארוואס נישט? נאו פראבלעם.
עביוזער: אקעי,שקויח, ווען קענסטו קומען אויפפיקען? האסט דיך א קאר, ס'שווער צו שלעפען אין דער היצן,
שטילע: צוויי נאכמיטאג איז גוט?
עביוזער: אביסעל פריער איז נישט שייך? אקעי, שוין געב מיך א ריף צוויי אזייגער, כ'וועל שוין עפעס זעהן צו מאכען,
שטליע: אקעי, גרויסע שקויח,
עביוזער: נאו פראבלעם,

ווד"ה? קוק ווי ער האט אויס געדרייט די בילד כאילו ער טוט מיר א טובה,
שוין ך'בין עיהם שולדיג, ווי נישט ווי האט ער מיך לעצטע וואך ביים קידוש שבת אינדערפרי אראפ געשיקט די ז'ינזער עיל

2 נאכמיטאג

שטליע: וואס טוט זיך? כ'קען יעצט קומען אויפפיקען?
עביוזער: סארי כ'האב געדארפט פאהרן אין קאנטרי, מיין רייד איז שוין געגאנגען, כ'האב דיך פראבירט צו רופען (ב"ש) ס'ליגט אין די עפארטמענט בילדלינג אינדרויסען פון מיין טיר אויפן דריטע שטאק, די קאמבינעישען אונטען איז 1 מיט 2 צוזאם אין דערנאך 4, ס'נישט דא קיין סערויס אויפן thruway עלען מיר זיין בקשר, ביי

שטילע זיכט פארקינג אויף 15 עוו, שלעפט זיך ארויף די עלעוועיטער אין אראפ מיט א "קלייניגייט" (בלשון של עביוזער) צוויי אייער באקסיס 😠 😠 😠

7 ביינאכט

שטילע: אה וואס טוט זיך? כ'בין דא אין קאנטרי, כ'האב דיינע צוויי גרויסע באקסיס פאר דיר
עביוזער: טרייב נישט איבער, אבער זאג נאר? ווי גייסטו דאוונען מנחה יעצט? אפשר קענסטו אויפן וועג מאכן א סטאפ אין מיין קאלאני אראפ דראפען די באקסיס? כ'מיין ס'אויפן וועג צו איחוד
שטילע: עעעםםםםם שוין וועט זיי אזוי
עביוזער: פארוואס מיט אזא ביטערקייט? טוע א טובה בשלימות

8 ביינאכט

כ'בין דא אינדערויסען פון די קאלאני אבער ער הייבט נישט אויף די טעלעפאון, א ברירה האב איך? כ'האב געפארקט די קאר, ארויס גענומען די באקסיס, כ'פרעג א אינגעל "זאג נאר? די ווייסט ווי משפחת עביוזער'ס באנגעלוי איז?
די אינגעל ווייסט מיר מיט די פינגער גיי ארויף די בארג מאך א לינקס ביי די סוף, די לעצטע באנגלוי,

מ'טאר נישט אריין גיין מיט א קאר אין די קאלאני כ'האב מיך געשלעפט מיט זיינע באקסיס פארשוויצט וווי א חזיר, כ'פרעג זיך נאך ביי אלע קינדער ווי די באנגעלוי געפונט זיך, גענוי ווי פרעה מיט די פ'זאמעס כ'קום אן צום באנגעלוי כ'זעה קיינער נישט אין די באנגעלוי, כ'ליייג עס אראפ אינדרויסען אויפן פארטש, אין גיי פארשוויצט אהייט צירוק צום קאר אין טראכט פטור א עסק,

9 ביינאכט באקום איך א טעקסט
SORRY COULDN'T PICK UP, I HAVE NO MINUTES LEFT ON MY PHONE, NOT NICE TO LEAVE MY STUFF ON THE PORCH UNATTENDED, THANKS ANYWAY

כ'ווייס נישט צו לאכן אדער וויינען

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יוני 26, 2014 9:32 pm

· #208262
זע ווי דער אינגל האט גלייך געויסט צו זאגן וואו משפחת עביוזער וואוינט... ביזט זיכער נישט זיין ערשטער קרבן 😃

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 26, 2014 10:01 pm

· #208265
פארוואס לאך איך אלץ פון דיינע צרות? שלעכטער וואס איך בין..

טיטאניק » דאנערשטאג יוני 26, 2014 11:04 pm

· #208266
מאמר החכם
האב נישט קיין טענות אז די וועלט רייט אויף דיר
===די האסט זיך דאך אראפ געבויגען צי זיין זייער פערד'ל, ניין?

נעקסט טיים זאג "איך בין א שלעכטער סעלפישער מענטש קיש מיר ווי דער רבי פלעגט שמייסען"
וכן אני עושה און קיינער עביוזט מיר נישט!
און צים סוף באקים איך נישט די סארט טעקסט אויף מיין פאון
און אויב אמאל ערלויב איך מיר שוין יא צי טין א קליינע טובה באקים איך שקויעכ'ס ביז די לבנה!
ני שטילע ווער קימט בעסער אן?

יואב » דאנערשטאג יוני 26, 2014 11:58 pm

· #208275
עי וואן, הרב שטילער.

אוי! די היימישע אביוזערס! א ביטערן געלעכטער. דיקע ביכער קען מען שרייבן איבער זיי, אזאנע וואס וועט אזש לייגן אין שאטן די ביכער פון באבע תירוצים, וואס מלמדים איבער דער גארער וועלט פארשפרעכן שוין צו פובליצירן פאר יארן.

נולד מאוחר » פרייטאג יוני 27, 2014 12:45 am

· #208280
נו וואס איז אזוי שלעכט צי טאן גוטס פאר א צווייטען מענטש?
מיר טוען עס דען פארן שכוח? מ'טוט עס ווייל איך האב א קאר און יענער קען עס נישט עפארדן.

שטילע אינגערמאן » פרייטאג יוני 27, 2014 1:16 am

· #208283
נולד מאוחר
נו וואס איז אזוי שלעכט צי טאן גוטס פאר א צווייטען מענטש?
מיר טוען עס דען פארן שכוח? מ'טוט עס ווייל איך האב א קאר און יענער קען עס נישט עפארדן.

כ'ליין ריכטיג?
כ'האב געזאגט כ'ווויל נישט קיין טובה טוען פאר קיין צווייטע?
אדרבע כ'האב צופעליג ליב א טובה צו טוען א צווייטע, אפי ארויס גיין פון מיין וועג אויך,אבער אלץ האט א שיעור,
די מעשה וואס כ'האב דערציילט האלסטו איז נישט מער ווי ריכטיג? כ'קען נישט גלייבן די האלסט אזוי

אפטעמיסט » פרייטאג יוני 27, 2014 1:37 am

· #208284
אוי, שטילע, דערמאנסט מיך פון מיין זייף-קאשמאר וואס האט אויפגעשוידערט ק"ש בשעתו. עמך אנכי בצרה!

ציבעלע-קיגל » פרייטאג יוני 27, 2014 6:19 am

· #208288
יואלי לעבאוויטש לייגט דא אראפ אזא... טובה בעטער... אביוזער...
<a class="postlink" href="http://youtu.be/3XbskO8nFFI">http://youtu.be/3XbskO8nFFI</a>

נולד מאוחר » פרייטאג יוני 27, 2014 10:32 am

· #208304
נולד מאוחר
נו וואס איז אזוי שלעכט צי טאן גוטס פאר א צווייטען מענטש?
מיר טוען עס דען פארן שכוח? מ'טוט עס ווייל איך האב א קאר און יענער קען עס נישט עפארדן.

איך האלט ס'איז דא צוויי חלקים צח די שמועס, די דער מטיב און יענער די מקבל.
אויב די שמועס איז מצד די מקבל איז שייך צי זאגן אז ער איז א חיה בצורת אדם און דיזערוועד נישט מזאל עם טון א טובה, נוח לנו שלא נברא.
אויב רעדט מען אבער פון די פרעספעקטיוו פונעם מטיב, איז נישט נוגע די אלע מעשוית. מטוט יענעם א טובה ווייל איך האב יעצט געוויסע מעגליכקייטן וואס יענער נישט, דארף מען דאס טון.

כוכב » פרייטאג יוני 27, 2014 11:24 am

· #208306
נולד מאוחר
נו וואס איז אזוי שלעכט צי טאן גוטס פאר א צווייטען מענטש?
מיר טוען עס דען פארן שכוח? מ'טוט עס ווייל איך האב א קאר און יענער קען עס נישט עפארדן.

ברך משה פלעגט זאגן, כקום צו א חופה, כדארף נישט קיין כבוד, אבער כבין נישט מחויב קומען כאפן בזיונות.
קיינער גלייכט נישט צו באקומען שטיינער, כש'כ ביים טון א טובה פאר א צווייטן.

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 27, 2014 1:12 pm

· #208313
ר' שטילע: ייש:כ. דו האסט עס מורא'דיג גוט אראפגעלייט. כ'בין זיכער אז א יעדער פון אינז קען אזא מענטש.? און מ'האט שוין אדורכדעמאכט אן ענליכע עקספיריענס. די פאני זאך איז, אז דער בעל דבר, דער אויסניצער וועט קיינמאל נישט טראכטן אז אפשר פיהרט ער זיך אויף שלא ביושר. די איינציגע עצה , צו אויסמענטשלען אזא מין בריאה איז, צו גיין עד קצה האחרון. יא. א טובה טון דאס יא. אבער דו ברענג מיר צו דעם חפץ של מצוה. אנישט, איז נישט. די זעלבע איז ביים דעליווערן. ביסט נישט דארט פערזענליך אפצונעמען דיינע זאכן. איך לייג עס אראפ וואו ס'גוט פאר מיר. איך מיין נאך א צוויי אדער דריי מאל וואס ער באקומט אזא טריעטמענט, וועט ער כאפן דעם מעסעדזש... 😕 😎 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😉 😮

שטילע אינגערמאן » מאנטאג יוני 30, 2014 12:16 am

· #208568
פעךךךך,
א דור פון עביוזער'ס, כ'וויל נישט דערציילן נאך א מעשה יעצט, אבער גלייבסט מיר, מענטשן זענען גראוליג

ישמעאל הכהן » מאנטאג יוני 30, 2014 12:21 am

· #208570
דערצייל יא!
אז דו האסט זיך אנגעליטן, קעש כאטש ארויס אפאר לייקס דערפון...

שרייבער » מאנטאג יוני 30, 2014 8:52 am

· #208599
אוי שטילער, נעקסטע מאל ווען דו באקומסט אזא בקשה, די ערשטע דירעקשאן די זעסט ס'גייט ראונג, למשל אין דעם פאל ער איז שוין געפארן פיק עס ביטע אויף, מאך זיכער אז דיין בעטערי ברענט אויס און דיינע מינוטן גייען אויס

שמייכל » מיטוואך יולי 2, 2014 4:28 pm

· #209242
א גוטן

איך בין געווארן אהערגעלינקט דורך א פריינט. עס איז ארומגעפארן אויף WhatsApp און איך האב ׳זייער׳ געגליכן דעם ארטיקל, סיי צוליב די טאפיק וועלכע איז זייער בנמצא (ליידער) און סיי צוליב די סארקאסטישע וועג וויאזוי דער שרייבער האט דאס אראפגעלייגט..

בעסיקעלי האבעך נישט עכט וואס צוצולייגן, ס׳איז מיר נאר אינטערעסאנט צו טראכטן וויפיל פון די ליינער האבן זיך געפונען צווישן די שורות, און אפשר גאר די וואס האבן זיך געפונען אלס די ׳עביוזער׳ האבן זיך פשוט געשעהמט פון זיך אליינס ווי מ׳קען אמאל נעמען עדווענטעדזש פון יענעם שוואכן קערעקטער וואס לאצעך טרעיטן ווי א הינדל..
כ׳האב אמאל געהערט נאכזאגן פון א גוטן יוד, ס׳איז געווען ראש השנה. האטער געזאגט: פארוואס עפעס עסט מען א ראש כבש, פארוואס נישט א ראש ארי (א קאפ פון א לייב)? זאגטער, ווייל דער לייב וואלט זיך ווען קיינמאל נישט געלאזט שחט׳ן.. ודפח״ח.

איז אזוי - דאס איז זיכער אז דער שטילער יוד איז א גרויס רחמנות, און דער עביוזער איז סתם א אוממענטש, אבער פון די אנדערע זייט איז זיך דער שטילער אליינס שולדיג. וכנ״ל וד״ל וזה ברור ונכון ודו״ק..

בלייבט געזונט
שמייכל

שטילע אינגערמאן » מיטוואך יולי 2, 2014 4:37 pm

· #209243
יא יא, השי''ת האט מיך באשאפען אלץ א שעמעדיגע שטילע נאך געלאסטע, וואס קען איך טוען?
כ'ציטיר פון מענטשן, כ'ציטיר צו זאגן ניין, מיין ניק איז ממש א שטיק גלוי,
גראדע האט מיך געקאסט א לאך ווען א חבר האט מיך געשיקט די ארטיקעל, האהא, ווען ער ווייסט איך בין די מחבר...

מודה אני » מיטוואך יולי 2, 2014 4:40 pm

· #209245
שטילע אינגערמאן
יא יא, השי''ת האט מיך באשאפען אלץ א שעמעדיגע שטילע נאך געלאסטע, וואס קען איך טוען?
כ'ציטיר פון מענטשן, כ'ציטיר צו זאגן ניין, מיין ניק איז ממש א שטיק גלוי,
גראדע האט מיך געקאסט א לאך ווען א חבר האט מיך געשיקט די ארטיקעל, האהא, ווען ער ווייסט איך בין די מחבר...


דאנט ביליו איט!!
איז איט ריילי יו?

😳 😳 😳 😳

שמייכל » מיטוואך יולי 2, 2014 4:57 pm

· #209249
קודם כל דיין ניק איז ׳שטילער אינגערמאן׳ וואס דאס אליינס צינדט אן דעם רויט לעמפל.. לאל

לאמיר דיר עפעס זאגן. מיר מיינען דיר נישט צו בעשן אז דו ביסט א לעמעלע פארן זיך לאזן. איך גלויב אז דו האסט א גוט הארץ און דו פארגינסט יענעם א טובה. עס איז פשוט אזוי ווייטאגליך ווייל מיר אלע קומען שוין פון דארטן עט 1 פוינט. יעדער פון אונז איז אמאל דער שטילער און אמאל דער עביוזער, ס׳ווענצעך וואו דער חמור שטייט איין. עס זענען דא מענטשן פאר וועמען מיר האבן דרך ארץ און ס׳זענען דא מענטשן וועמען מיר האבן פארפאקט אין ביזעם. און אז מען טראכט גוט אריין וואס עס איז דער גורם צו מיר זאלן רעספעקטן אדער דיסרעספעקטן א צווייטן, וועט איר זעהן אז אין רוב פעלער ווענדט זיך עס אין די וועג וויאזוי יענער טוט איינקורסירן זיין אייגענע כבוד. דאס מיינט - יעדער מענטש איז אליינס אחריות אויף זיין אימעדזש וויאזוי אנדערע זאלן אים אנקוקן (עס איז אן אריכות וואס קען פארנעמען גאנצעטע בענדער, אבער דו ווייסט וואס איך מיין). אלזא ווען איינער קומט דיר עביוזן, פארשטיי דערפון אז יענער שפירט אז ער האט די מעגליכקייט דיר צו עביוזן ווייל ער קען דיך שוין, ער האט שוין א ׳אימעדזש׳ אויף דיר אלס עמיצער וואס לאזט זיך טרעטן. און דיס קעיס וועסטו מוזן ארבעטן צו פארריכטן דיין אימעדזש. מיטן נישט אויפהייבן ממש ׳יעדע׳ טעלעפאון קאל אדער ענטפערן יעדן טעקסט פון יענעם וועסטו אים גאנץ שנעל דעליווערן דעם מעסעדזש אז דו האסט דיינע באונדריס און עס האט א לימיט וויפיל דו מען קען דיר אויסנוצן..

עניוועי - מ׳קען מאריך זיין אין די נושא עד אין שיעור - תכלית איז אבער צו רעדן ווייניג און טוהן אסאך.

הצלחה

מ גפני » מיטוואך יולי 2, 2014 5:42 pm

· #209266
שטילע אינגערמאן
גראדע האט מיך געקאסט א לאך ווען א חבר האט מיך געשיקט די ארטיקעל, האהא, ווען ער ווייסט איך בין די מחבר...

כ'האב עס אויך קודם באקומען אויף וואצעפ פארן זען דא שטילע דו ביסט געוואלדיג, כ'האף אז ס'וועט אויך אנקומען צום אביוזער און ער זאל זיך זען דערין

שטילע אינגערמאן » מיטוואך יולי 2, 2014 7:23 pm

· #209309
נא וועי, דער עביוזער האט א אבאמא טעלעפאון,

קפנדריא » מיטוואך יולי 2, 2014 8:00 pm

· #209330
איין זומער ווען כ'אב זיך געלאזט "וואוילגיין" און געדינגען א קאר פאר'ן זומער פאר אן אפותיקי, און איין שכן האט דערשנאפעט אז דער פרישער אינגערמאן וועט גערן זיך לאזן פירן ביים לעפעל, און ער איז גראדע גערעכט געווען.. צו מאכן די לאנגע מעשה קורץ, "ער האט מיך באשטעלט" פאר 12 אזייגער, ווייל כ'אב אים מודיע געווען אז 5 איז נישט גוט ווייל כ'על שוין זיין אונטערוועגענס צוליב טרעפיק, א'קיצור, איך רוף אים אן 12 אזייגער אז איך בין ביין'אים אין דריי מינוט, כ'קום אן און ווארט און ווארט, ענדליך שרייט ער ארויס פון פענסטער "ענטשולדיגט, איך גיי שוין בענטשן".. מיין יצר טוב האט מיר געשריגן פוץ אפ און לאז אים בענטשן, דערנאך וועט ער שוין שעלטן די אלע רוחות.. אבער כ'בין דאך א'ניידעלער אינגערמאן, נאך א פינף צען מינוט קומט ער אראפ, (צו זיין צידקות האט ער געשלעפט די פעקלעך ביז אונטן), איך האב אנגעלאדענט דעם טראנק ביז מ'האט שוין נישט געקענט פארמאכן, נאך א פעקל צוויי אין די אונטער זיץ, ער האט זיך אפגעזעגנט מיט א שטארקע אנזאג אז כ'זאל אים רופן תיכף ווען כ'קום אן ווייל זיי זענען וויכטיגע פעקלעך.. און יאללא, געפארן!

אנקומענדיג נאך א לאנגע וועג, איך רוף און רוף, ואין קול ואין עונה, איך זיץ אנגעצויגן מיט די וויכטיגע פעקלעך, איך דארף זיך יאגן צו מיין קאנטרי, און קיינער נעמט נישט אפ די גאר וויכטיגע לאסט.. כ'באשלוס אז כ'פאר צו זיך אהיים, זאל ער מיך אויפזוכן.

יא יא, וויבאלד כ'נעם אריין דעם ערשטן לעפל פון נאכטמאל און ער רופט! ווי ביסטו? מיין ווייב און טאכטער ווארטן שוין "אזוי לאנג" ביים טויער.. ווי א "שטילער אינגערמאן" הייב איך זיך אויף, בעטנדיג אנטושלדיגונג פון מיין שלום בית, ביז צען מינוט בין איך ביים טויער פון זיין קאנטרי ווי קיינער ווארט נישט.. נאך עטליכע מינוט ארומלויפן ווי פרעה ביי מכת בכורות, קומט א פרוי פארסאפעט צו לויפן מיט איר שויים זעקל אין די האנט, און באדע ראוב אין די אנדערע, און ווייזט מיר אן וואו זייער באנגעלוי געפינט זיך...

צוויי וואכן שפעטער, דער טייערער שכן ווואס האט פארגעסן מיך אנצורופן באדאנקן (זיין ווייב האט מיך גראדע יא באדאנקט מיט פיל ברכות) איז דא נאכאמאל, איך בין קלוגער פון אים, איך הייב שוין נישט אויף קיין טעלעפטן צו אים, אבער לאכן לאכט דער וואס האט דעם לעצטן לאך.. ער רופט מיך פון א צווייטן'ס טעלעפאן, ר'העאט מיך איבערגעקלוגט און איך בין אין זאק! עטליכע שעה דערויף שטיי איך ביי זיין טיר ווי א וואוילע שעפסעלע, ער לייגט אריין בלויז צוויי באקסעס פון גראסערי, מיט בלויז עטליכע גרויסע זעקלעך צודערזייט, איך זאג אים אז דאס מאל וועט ער עס מוזן אפנעמען, איך קען עס נישט אפטראגן, ווייל מיין רוקן..(..) ער ענטפערט איך פארלאז מיך אויף דיר, דו ביסט "אללרייט".

יענע אווענט האב איך ארויסגעלייגט די געפעק נעבן מיין באנגעלוי, און אנגערופן זיין באנגעלוי נומער מודיע זיין וואו זיינע באגאזשן געפינען זיך, און זיי זאלן עס ביטע אפנעמען, זי האט ארויסגעקעקצט, אוממממ, מיין מאן איז נישטא, איך האב שנעל אראפגעלייגט דעם טעלעפאן, ביינאכט נאך מעריב זענען זיינע געפעק נאך געלעגן ביי מיין טיר ווי אן אבן שאין לו הופכין, ביינאכט איז פון הימל געגאנגען א שלאקס רעגן, און די רעסט איז היסטארי..

ער האט מיך שוין נישט גערופן נאכאמאל...

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 2, 2014 8:08 pm

· #209331
דאס איז א גוטע געשיכטע מיט א העפי ענדינג....

איך אויך » מיטוואך יולי 2, 2014 8:10 pm

· #209334
אין עושין קפנדריא...

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 3, 2014 1:11 am

· #209371
שמעקעדיג
דאס איז א גוטע געשיכטע מיט א העפי ענדינג....

און א קורצע. ווייל די סאגא וואלט זיך נאך געקענט שלעפן א גאנצן זימער. אדער לכה"פ ביז נאך שבת נחמו... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😠 😠 😠 😛 😳 😈 😈 😞 😢 😮

הוגה » דאנערשטאג יולי 3, 2014 8:57 am

· #209396
שמעקעדיג
דאס איז א גוטע געשיכטע מיט א העפי ענדינג....


אפשר ווען ער העלפט ווען די פרוי ארויפנעמען די באקסעס און אויספאקן אין איר באנגעלאו, וואלט געווען א ריכטיגע העפי ענדינג.... 😛

מצטמק ויפה » דאנערשטאג יולי 3, 2014 10:29 am

· #209454
יואלי לעבאוויטש
<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/s/zp8w5e09smdrwwq/AUD-20140703-WA0022.mp3">https://www.dropbox.com/s/zp8w5e09smdrw ... WA0022.mp3</a>

שטילע איך האף עס איז געווען מיט דיין רשות.

מ גפני » דאנערשטאג יולי 3, 2014 10:42 am

· #209464
מיינע צוויי צענט: יואלי לעבאוויטש וואלט ווען געדארפט לייגן דעם רעבעזעכרוינעלעבראכע קול מיט די פארשטאפטע נאז אלץ'ן אביוזער און נישט אלץ שטילע
#לאמיר מוחה זיין אויפן שטילע'ס בזיון

סאשי פיש » דאנערשטאג יולי 3, 2014 11:24 am

· #209485
מצטמק ויפה
https://www.dropbox.com/s/zp8w5e09smdrwwq/AUD-20140703-WA0022.mp3

שטילע איך האף עס איז געווען מיט דיין רשות.

די סוף זאגט ער נישט דאס איז דאך די עיקר?!

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג יולי 3, 2014 12:15 pm

· #209514
יואלי טייערע,
דאס אז ס'איז אן רשות, גייט מיך נישט אן, ווי קענסעו מיר פרעגן רשות טאמער האסטו נישט קיין ניק דא?

אבער דאס אז די ניצט פאר די ''שטילע אינגערמאן'' די שלימזל שטימע, דער יואסלע שטימע, דאס שטערט מיך אין לשער,
כבין צובראכען ווי א שארב, לפע''ד וואלט דיר עביוזער געדארפט האבן די שלימזל שטימע,
וועגען כבין א גוטע אדער א שטילע ווער איך א שלימזל?

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יולי 3, 2014 12:27 pm

· #209521
שטילע, ווען מ'רעדט מיט טעיפ אויפן מויל, האט מען אזא שטימע. לאל.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 3, 2014 12:50 pm

· #209543
ווען מען רעדט פון א שטילער אינגערמאן רעדט מען ווי א שטילע, און ווען מ'רעדט פון א עביוזער רעדט מען הויך מלא חימה, אזוי קומט עס, אנדערש וואלט דער שפיל נישט געווען פארשטענדליך און נישט אינטרעסאנט.

שמייכל » דאנערשטאג יולי 3, 2014 1:30 pm

· #209563
יואלי האט עס גע׳הרג׳ט..
זייער שלעכט און פאלש אראפגעלייגט.. ער קען אסאך בעסער ווי דאס.

שמייכל » דאנערשטאג יולי 3, 2014 3:35 pm

· #209664
שמעקעדיג
ווען מ'רעדט פון א עביוזער רעדט מען הויך מלא חימה

ענדערש ׳מלא גאווה׳ וואלטעך געזאגט..