רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע)
אסאך האבן שוין זיכער געהערט פון דעם פערטן זוהן פון הרה"ק רבי ישראל מרוזשין זצוק"ל, ה"ה האדמו"ר מליאווי, רבי דוב בער, וועלכער האט גורם געווען א הייסע שערוריה אין די חסידי'שע וועלט, וואס לויט טייל מיינונגען האט דאס גאר צוגעברענגט צו דער באקאנטער מחלוקת פון צאנז און סאדיגורא. טראצדעם וואס עס זענען פאראן פילע שמועות ארום דעם פערזאן, מהותו וכוחו, פארט זענען די ידיעות זייער פארנעפלט און מען ווייסט ווייניג פון אים צו זאגן, ווי אויך איבער די באקאנטע פרשה וואס האט זיך אפגעקאכט ארום אים.
יעדער ווייסט, אז א זוהן פונעם רוזשענער, דער ליעווער רבי, איז אנטלאפן, אדער פארכאפט געווארן, און ער איז געזעצן צווישן די משכילים אין טשערנאוויץ. אבער קיינער פארשטייט נישט וואס האט באמת פאסירט, ווי אזוי גייט א רבי פון טויזנטע חסידים אוועק פון די רבי'סטעווע, אנטלויפט פון זיין עולם, ווערט א משכיל? - קען אזא זאך געשען אויך היינטיגע טעג? - וואס האט דארט באמת פאסירט?
מיר וועלן פראבירן אהערצושטעלן אין דעם ארטיקל ידיעות און פאקטן ארום דער מענטש, וכל המוסיף יוסיפו לו מן שמיא כל טוב, ויהא חלקו בין מזכי הרבים.
דער לעווער רבי איז געבוירן געווארן צו זיין גרויסער פאטער אין רוזשין, בערך אין יאר תקפ"א און איז גערופן געווארן 'דוב בער', אדער בלשון חיבה 'בערניו', נאך זיין גרויסער זיידע, הרה"ק ר' דוב בער המגיד ממעזריטש זצוק"ל. ווען ער איז געבוירן געווארן, איז זיין טאטע געזעצן נעבן זיין בעט און זיך אנגערופן "עס איז נולד געווארן דער אור ישראל". אויפגעוואקסן איז ער אין דער מלכות'דיגער רוזשענער הויף, און אזוי ווי אלע אנדערע זוהן פונעם רוזשענער, איז ער אויפגעוואקן ווי א פריץ, פארמאגנדיג אלע זיינע געברויכן, א באזונדערע מלמד איז צוגעשטעלט געווארן צו זיין באנוץ און וואס ער האט געדארפט האט ער באקומען אויף א גאלדענעם טאץ.
ויהי הנער הולך וגדול מאוד, ער איז געשטיגן און געוואקסן אין הויף. בערניו האט זיך אויסגעצייכנט דערמיט וואס ער איז געווען א יפה תואר און זייענדיג אין יונגן עלטער איז ער חתן געווארן מיט הרבנית מרת שיינדל בת הרה"ק רבי מרדכי מטשערנאביל זצוק"ל, זי איז געווען א שוועסטער מיט די קינדער פון דער טשערנאבילער גזע, דער טאלנער, רחסטריבקער וכו'. די חתונה איז פארגעקומען אין יאר תקצ"ה אין טשערנאביל, ווען בערניו איז אלט געווען בלויז פערצן יאר אלט. צו די חתונה איז אנגעקומען דער רוזשענער מיט טויזנטע חסידים, זיך גרייטנדיג צום חופה וואס האט געזאלט פארקומען פרייטאג-צו-נאכטס. אן אינטערעסאנטער עפיזאד האט זיך אפגעשפילט, ווען דער טשערנאבילער האט פלוצלינג מחליט געווען אפצושטיפן די חופה, טענה'ענדיג אז מען טאר נישט אויסמישן די כוונות פון שבת מיט די כוונות פון קידושין, דער רוזשענער האט דערויף געהאט תערומות, זאגנדיג "צי בין איך דען א דארפסמאן וואס ווייסט נישט וואס ער ווייסט?" - למעשה איז די חתונה אפגעשטיפט געווארן אויף נאך שבת.
נאך די חתונה, האט זיך די פאר פאלק באזעצט נעבן דעם רוזשענער, בשעת די גזירות און רדיפות זענען זיי געווען אין הויף און מיטגעגאנגען אינאיינעם מיטן רוזשענער, קיין סאדוגורא און סוף ימיו קיין פאטאק-זלאטי.
נאכן פטירה פונעם רוזשענער, האבן די קינדער זיך גענומען פירן, יעדער איינער אויף זיין ארט. ר' בערניו האט קודם אנגעהויבן צו פירן אין סקולען, וואו ער האט געוויילט א קורצער צייט. מען דערציילט אז זיין עלטערער ברודער הרה"ק רבי אברהם יעקב מסאדיגורא זצ"ל האט אים אנגעזאגט זיך נישט צו באזעצן אין רומעניע, וויבאלד עס איז געווען א בור ריק, עס איז געווען זייער פראסט אין אידישקייט. צווישן אנדערע האט אים דער סאדיגורער געזאגט, אז רומעניע איז נוטריקון 'רום אין יה' - עס איז נישטא דארט דער באשעפער, האט דער לעווער אים געעענטפערט "איך בין זיכער אז איך וועל אויפהויבן דאס וואונקל".
ווי געשמועסט אינעם פריעדיגן פרק, האט דער לעווער חתונה געהאט מיט זיין ווייב, הרבנית מרת שיינדל, אלט זייענדיג בלויז פערצן יאר. שיינדל ווערט באצייכנט אין עטליכע מקורות, אלס אשה יפת תואר ויפת מראה, אפילו די משכילים וואס האבן איר פיינט געהאט שנאת מות, צוליב איר ראלע אין די נפילה פונעם לעווער, לויבן אויס איר שיינקייט, אויף אזוי ווייט אז א משכיל מיטן נאמען משה אורנשטיין שרייבט, אז ער האט איר געזען אין טשערנאביץ, און זעענדיג איר שיינקייט האט ער געקרעכצט זאגנדיג "וי ליה להאי שופרה דבלי בארעא". אויך שיינדל איז אויסגעוואקסן אין א רבי'שער הויף, אין דער טשערנאבילער הויף, וואס האט זיך אויך געפירט מיט א מלכות, כאטש נישט ווי רוזשין, אבער זי איז אויך אויפגעוואקסן אויף א גאלדענעם טאץ.
די ערשטע יארן פון זייער צוזאמענלעבן, איז די שלום בית אין שטוב געווען אויסערגעווענליך. ווי געשמועסט איז דער לעווער געווען בלויז פערצן יאר אלט ביי די חתונה, און זי איז מסתמא נישט געווען צופיל עלטער, טראצדעם וואס עס איז נישט באקאנט פונקטליך איר עלטער ביי איר חתונה. עס ווערט דערציילט אז דאס פאר פאלק האבן זיך זייער ליב געהאט, זיי פלעגן פארברענגען אינאיינעם אין די נעכט אויף די טאראסע פון זייער שטוב און בייטאג פלעגן זיי אינאיינעם ארויספארן אין וואלד שפאצירן, זיי זענען געזעצן אינאיינעם אין קאטש, איינגעשפאנט צו צוויי פערד, נוסח רוזשין. חסידים פלעגן שמועסן אז דער זיווג איז ביכולות צו ברענגען משיח'ן, וויבאלד דאס איז א שידוך צווישן בית דוד און בית שאול. אנדערש ווי עס איז געווען אנגענומען אין אנדערע הויפן, האבן זיי ארויסגעוויזן חיבה ברבים. אין קורצן, די שלום בית אין די ערשטע יארן איז געווען להפליא.
אבער ווי א יאר עס איז אריבער, האט זיך אנגעהויבן אנצוזען אן אנגעצויגנקייט צווישן זיי צוויי, וואס איז אלס געווארן שווערער און שווערער. קיין קינדער האט דאס פאר פאלק נישט געהאט, א זאך וואס האט זיכער צוגעגעבן צום שווערן מצב. מען זאגט נאך פונעם רוזשענער אז ער האט געזאגט דריי טעמים פארוואס דאס פאר פאלק קען קיין קינדער נישט האבן, און די ערשטע סיבה איז צוליב דעם וואס ער איז פון בית דוד און זי איז פון בית שאול, אן אנדערן נוסח איז פאראן, אז זי איז די שורש נשמה פון מיכל בת שאול וואס האט נישט געקענט האבן קיין קינדער.
עס איז גאנץ מסתבר אז דאס נישט האבן קיין קינדער האט פיל צוגעגעבן צו זייער שלום בית פראבלעם, אבער דאס איז נישט געווען די איינציגסטע פראבלעם צווישן זיי. זי איז געווען א רביצין מיט אן אויער-רינגל, זי איז געווען א פעסטער כאראקטער מיטן גאנצן רבי'שן טראכט, בשעת ר' בערניו איז געווען פון אן אנדערן טייג געקנאטן, ער איז געווען מער אן איידעלן רוזשענער נאטור.
וואס א יאר עס איז אריבער, אלס מער אנגעצויגן איז געווארן אין שטוב, ביז עס האט געהאלטן ביי א מצב אז ר' בערניו האט איר פשוט פיינט געהאט, עס איז געווען א שנאה פון אים אויף איר, און נישט אומזינסט, אז מיר וועלן באטראכטן איר אויפפירונג במשך די געשיכטע, וועלן מיר קענען אביסל מער פארשטיין וואס עס האט אים אזוי פארפיינטעט אין איר.
דער צווייטער פאקטאר וואס דער לעווער האט פארמאגט, איז פשוט, אז ער האט פיינט געהאט די רבי'סטעווע. דער לעווער האט געהאלטן אז די גאנצער הויף מיט די רבי'סטעווע איז א פשוט'ער וועג פון מאכן געלט, לעבן אין לוקסוס; מען רעדט איין די חסידים אז דער רבי איז גאט, יעדער באווארפט אים מיט גאלד און מען גלויבט אז ער פליעט אין הימל און פועל'ט ישועות, בשעת דער רבי איז פונקט אזא בשר ודם ווי יעדער אנדערער מענטש. אויף זיין פאטער האט ער קיין קושיות נישט געהאט, וויסנדיג אז ער איז געווען אן איש קדוש מאוד, אבער אויף דער עצם מושג פון רבי'סטעווע מיט רבי'שע הויפן, איז געווען אין זיינע אויגן א פאלשע דרך אין עבודת-השם און ער האט געהאלטן אז דער דרך החסידות באשטייט נישט פון מאכן א רבי'ן פאר א מלאך וואס קיינער באגרייפט אים נישט און ער קען טון וואס ער וויל.
דער לעווער האט קיין רבי נישט געוואלט זיין, ער האט געלאכט פון די גאנצע מעשה און זיך געוואלט ארויסדערזען פון דעם מאדנעם געשעפט פון רבי'סטעווע. צווישן די תורות פונעם לעווער זעט מען נישט איינמאל, ווי אזוי ער מאכט אוועק די רבי'סטעווע (און דאס איז שוין בלויז דער חלק וואס מען האט געדרוקט).
אין אן אנדערן ארט וואלט אזא הנהגה נישט געווען קיין גרויסער פראבלעם. מיר געפינען גענוג קינדער פון צדיקים וואס האבן מחליט געווען אז זיי ווילן נישט זיין קיין רבי'ס און זיי זענען טאקע געווארן ווי פשוט'ע מענטשן, אוועקגעפארן פונעם טאטע'נס הויף, געלעבט ווי אנדערע מענטשן וזהו. אבער נישט אין רוזשין... חסידים האבן זיך נישט געקענט פארשטעלן אז דעם רוזשענער'ס א קינד איז א פשוט'ער מענטש. וויפיל ער האט געוואלט אנטלויפן פון דעם חסידות, זענען אים די חסידים נאכגעלאפן, דער מלכות איז געווען אויפן העכסטן גראד און דער הויף האט זיך ווייטער געפירט. נישט איינמאל האט דער לעווער געשריגן ברבים אויף די חסידים "לאזט מיר אפ, איך בין א פשוט'ער בשר ודם פונקט ווי אייך, איך האב פונקט אזא יצר הרע, איך בין גארנישט העכער פון אייך", אבער די אלע ווערטער האבן גארנישט פועל געווען, עס איז בלויז אפגעטייטש געווארן אלס רבי'שע עניוות און בלויז פארשטערקערט זיין צדקות און קדושה אין די אויגן פון די חסידים.
בעצם, פארוואס האט דער לעווער נישט געקענט אויפגעבן די רבי'סטעווע, פארקלאפן די טירן, מער נישט אויפנעמען דעם ציבור און מער נישט פירן קיין טיש? פארוואס האט ער פשוט נישט געקענט פארמאכן דאס געשעפט און אנטלויפן? - דער ענטפער איז, אז ער האט פשוט נישט געקענט. אט דא קומט אריין די רביצין אין בילד, אבער מיר מוזן קודם מיחד זיין עטליכע ווערטער אויף די מהות פון ר' בערניו זעלבסט.
די רביצן שיינדל איז געקומען פון א רבי'שע שטוב, פון דער טשערנאבילער הויף, און האט חתונה געהאט מיט ר' בערניו, וויסנדיג אז ער איז א רוזשענער קינד און ביום מן הימים וועט ער זיין א גרויסער רבי, וואס דאס מיינט אז זי וועט נאטורליך זיין א גרויסע רביצין. זי האט בשום אופן נישט געוואלט דערהערן אזא סארט געדאנק אז איר מאן וועט קיין רבי נישט זיין. זי האט דעריבער געריטן אויף זיינע געהירן, אים געצווינגען צו פירן רבי'סטעווע מיט גוטן און מיט בייזן. לויט ווי דער לעווער האט שפעטער דערציילט פאר די משכילים אין טשערנאוויץ, פלעגט זי אים סטראשען אז זי וועט זיך דערווייטערן פון אים און זיך צוריקהאלטן פון געשלעכטליכע באציאונגען מיט אים און זיך נישט צושטעלן מיט וואס א אידישע טאכטער דארף זיך צושטעלן. זי האט נישט נאר געסטראשעט נאר זי האט טאקע געהאלטן ווארט... יעדע מאל ער האט געלאזט הערן עפעס א ווארט אז ער וויל קיין רבי נישט זיין, האט זי מקיים פסק געווען און זיך צוריקגעהאלטן פון אים, און אזוי אויך יעדע מאל ער האט זיך אויפגעפירט נישט ווי עס פאסט פאר א רבי, האט זי דאס נישט פארשוויגן.
באופן מסוימת האט זי דערמיט געהאט די שטיצע פון זיינע ברידער, די אנדערע רוזשענע קינדער, וועלכע האבן פארשטאנען אז א רוזשענער קינד איז העכער פון סתם מענטשן, און פארמאגט א העכערע כח. דער אויפפירונג פון זייער ברודער האט באיזה אופן עטוואס פארשעמט די רוזשענער דינאסטיע, זייענדיג אנדערש פון אלע אנדערע ברידער און ווייזנדיג אז א קינד פונעם רוזשענער קען זיין א פשוט'ער מענטש. עס איז דעריבער געווען נארמאל אז זי פלעגט פאר'מסר'ן איר מאן פאר זיינע ברידער, וועלכע פלעגן פראבירן משפיע זיין אויף אים און אים זאגן אז ער איז בעצם א העכערע נשמה און דעם טאטע'נס א קינד. זי פלעגט אויך כסדר שיקן בריוו צו איר ברידער קיין טאלנע, צו הרה"ק ר' דוד'ל טאלנער זצ"ל, וועלכער פלעגט אויך פראבירן צו משפיע זיין אויף אים.
קיין גט איז נישט געקומען אין באטראכט, וויבאלד די ברידער און זיינע נאנטע מענטשן האבן אים אפגערעדט דערפון, צוליב כבוד בית רוזשין אדער אנדערע חשבונות, זיי האבן געהאלטן אז עס איז בעסער ווילאנג ער איז מיט איר, אזוי האלט זי אים אין די ראמען, און זייענדיג א שוואכער כאראקטער, און נישט זיך קענענדיג שלאגן מיט זיינע ארומיגע, האט ער אויך געגלויבט אז עס איז בעסער אזוי, און אזוי האט ער נעבעך געלעבט זיין ביטערע לעבן, זיך מוטשענעדיג מיט זיך, און זיך געפינענדיג אין א גאלדענע תפיסה.
די באציאונגען צווישן די צוויי זענען געווארן וואס אמאל ערגער און ערגער, ביז עס איז געקומען צו א מצב אז ער איז כסדר געווען אונטער איר אבוואזיציע, זי האט אים נאכגעקוקט אויף יעדע ריר, און אויב איז איר עפעס נישט געפאלן האט זי דאס תיכף באריכטעט צו איר ברידער קיין טאלנע און צו זיינע ברידער. אין טשערנאביץ האט ער אויך געזאגט פאר די משכילים "אלע יסורים פון טויט און חיבוט הקבר זענען פון איר געקומען, זי פלעגט זיצן ווי א רויב-פויגל אין מיין צימער, נאכקוקנדיג יעדן טריט און אויב האט זי געזען עפעס וואס איז איר נישט געפאלן, האט זי דאס דערציילט פאר איר ברודער לבן הארמי (הרה"ק ר' דוד'ל טאלנער) און פאר מיין ברודער אברהם יעקב (פון סאדיגורא), און זיי האבן צוזאמען פלאנירט וואס צו טון ווייטער מיט מיר."
דערווייל האט ר' בערניו פראבירט צו טון וואס ער קען זיך ארויסצודערזען פון דעם פלאנטער, אבער ווי עס שיינט האט ער קיין ערפאלג נישט געהאט. ממש לעצטנס האט מען געפינען א בריוו וואס ר' בערניו האט געשריבן בסוד סודות צו די ראשי-הקהילה אין יאס, וואו ער שרייבט אז ער וויל קומען וואוינען קיין יאס און ער וויל ווערן ווי א פשוט'ער חבר אין די קהילה, ער בעט דעריבער די ראשי-הקהילה זאלן אים אנערקענען ווי א פשוט'ער חבר הקהילה, א מיטגלידער ווי אלע. עס איז נישט באקאנט וואס די ראשי-הקהילה האבן אים געענטפערט, און צי זיי האבן אים בכלל געענטפערט אויף דעם בריוו.
וואלט ר' בערניו געהאט א געזונטע שלום-בית, וואלט אים זיין ווייב פארשטאנען און זיי וואלטן געלעבט א שיינעם לעבן, ווייט פון די חסידים, און אלעס וואלט געפארן בשלום ובשלוה. וואלט ר' בערניו נישט געבוירן אין רוזשין, נאר אין אן אנדערן רבי'שער הויף, וואלטן אים זיינע ברידער פארשטאנען, און אפילו אויב זיין רביצין וואלט נישט געוואלט מוותר זיין אויף די רבי'סטעווע, וואלטן אים די ברידער געהאלפן, צי דורך ערקלערן די רביצין און אין שארפן פאל וואלט זיך עס געענדיגט מיט א גט. האט אבער די מזל פון ר' בערניו געשפילט אז ער איז געבוירן אין רוזשין און אריינגעפאלן מיט א שווערן שלום-בית, בשעת זי האט געטאן אלעס אין איר מעגליכקייט פאר די רבי'סטעווע, און די מזל האט נאך צוגעשפילט אז קיין קינדער האבן זיי נישט פארמאגט, אזוי אז ר' בערניו האט זיך געפינען אין א שווערן קלעם, א קלעם וואס איז נאר געווארן ערגער און ערגער און עווענטואל געברענגט צו א מיסע שרעקליכע פרשה וואס האט אויפגעשוידערט דעם גאנצן חסידי'שער וועלט, און ביז היינט ליידן מיר נאך פון די דאזיגע קאנסעקווענצן.
ווי אזוי זאגן אונז חז"ל: חכמת נשים בנתה ביתה וכו'...
ווי אזוי האט זיך ר' בערניו ארויסדערזען פון דעם פלאנטער? - וואס האט ער געטאן? - אין קומענדיגן פרק וועלן מיר זען ווי אזוי די געשעענישן האבן זיך ווייטער אנטוויקלט.
אגב, דער בילד וואס דו האסט געברענגט איז גענומען געווארן אין טשערנאוויץ, בשעת דער לעווער האט זיך אויפגעהאלטן צווישן די משכילים.
עס האבן דעמאלס געלויטעט פארשידענע שמועות אז ער האט זיך גע'שמד'ט אדער אז ער האט אראפגענומען די בארד און פיאות. דער עולם האט געגלויבט די שמועות און מען האט דאס אנגענומען אלס אמת, מען האט אפילו דערציילט אז עס איז פאראן בילדער פונעם לעווער אן די בארד מיט קורצע קליידער. די שמועות זענען געווען פאלש, אדרבה, אויב וואלט ער אזוי געטאן, איז נישט קיין ספק אז די משכילים וואלטן זיך פארסמאקעוועט דערויף און געשריבן דערוועגן אין זייערע צייטונגען. דאס האט אבער נישט אפגעהאלטן דעם עולם פון גלויבן די שמועות. מאנכע האבן אפילו דערציילט אז עס איז ארויסגעקומען בילדער פונעם לעווער אן די בארד און פיאות, נאר די רוזשענער חסידים האבן צוזאמענגענומען אלע בילדער און זיי מבער געווען.
אין יענע צייט איז ארויסגעקומען דער בילד וואס האט געוויזן אז ער איז געבליבן געהעריג און ער זעט נאך אויס די זעלבע.
נאר וואס עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן איז, אז דער באקאנטער בילד פון הרה"ק רבי דוד משה מטשארטקוב זצוק"ל, איז בעצם דער זעלבער בילד פונעם לעווער, נאר פשוט מיט א קלענערע בארד און שענערע פיאות. ווען מען נעמט יענע בילד זעט מען פונקט די זעלבע תנועה, זיצנדיג נעבן די בלומען, בשעת איין האנט איז אויף די פיס און די צווייטע אויפן טיש, די בילד איז אקאראט די זעלבע. עס איז אינטערעסאנט פארוואס מען האט גענומען דעם לעווער בילד אלס בילד פונעם טשארטקובער.
די נישט האבן קיין קינדער איז גיוועהן א ברכה פון ר' מרדכי טשערנאבילע ניין? כידוע האט מען געשלאסן די שידוך פון דערווייטענס און ווען ר' מרדכי טשערנאבילע איז געקומען צו פאהרן צום חתונה און אים גיזעהן האט ער חרטה באקומען אויפן שידוך און ווי מען זעהט פון וואס עס איז שפעטער גישעהן פארוואס טאקע ער האט חרטה באקומען (משום כבוד בית ריזשין וויל איך נישט שרייבן די אנערע זייט פון די מטבע נאר לאזן די עולם קויפן חקרן'ס תורות) האט זיך ר' מרדכי טשערנאבילע אנגערופן איך וועל נישט אפלאזן די שידוך אבער קיין דורות וועלן זיי נישט איבערלאזן.
די נישט האבן קיין קינדער איז גיוועהן א ברכה פון ר' מרדכי טשערנאבילע ניין? כידוע האט מען געשלאסן די שידוך פון דערווייטענס און ווען ר' מרדכי טשערנאבילע איז געקומען צו פאהרן צום חתונה און אים גיזעהן האט ער חרטה באקומען אויפן שידוך און ווי מען זעהט פון וואס עס איז שפעטער גישעהן פארוואס טאקע ער האט חרטה באקומען (משום כבוד בית ריזשין וויל איך נישט שרייבן די אנערע זייט פון די מטבע נאר לאזן די עולם קויפן חקרן'ס תורות) האט זיך ר' מרדכי טשערנאבילע אנגערופן איך וועל נישט אפלאזן די שידוך אבער קיין דורות וועלן זיי נישט איבערלאזן.
דער טשערנאבלער מגיד האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט זיין טאכטער? נאר אלא מאי? די האסט אפשר א פראבלעם מיט די טשערנאבלער מגיד.
סארי איך צו צריק פליז זאג נישט איבער איך זעה די ביסט דא אין דער אשכול מיט אן אנגענדע ווי די שרייבסט דא
דובר משרים
בעצם בין איך נישט קיין פרעמדער דא, נאר היות איך האב אפאר וויכטיגע מודעות צו שרייבן אין א געוויסע אשכול וואס איך קען עס נישט טון מיט מיין געווענליכן ניק, האב איך מים אויסגעוועלט דעם נייעם ניק וואס אגב האט מער שייכות צו מיינע מודעות. אסאך וועלען הנאה האבן, און דער וואס נישט, אויך נישט געפערליך. קיין טענות וועלן זיי נישט האבן (איך בין דאך נישט אנאנים)
ממילא איז עס בכלל נישט אינטערסאנט די ביסט סך הכל דא אראפצורייסען ווער עס קוקט אויף אים מיט אביסל א נעגאטיווא ליכט און וויל נישט אננעמען ווי חקרן אז ער איז גיוועהן אזא צדיק און זיין רעביצין אזא שלאק
אין נר ישראל פארציילן זיי אז "לאחר המעשה הידוע" איז זי געווען ביי איר ברודער דער טריסקער מגיד, און זי האט מורא'דיג אויסגעוויינט אז ווי אזוי האט מען געקענט פייניגן אזא הייליגן גוף! אגב, די רוז'נער הויפן זענען גאנץ בייז אז מ'האט דערמאנט א זכר פון דעם אין נר ישראל.
איך קום יעצט אריין, זעה איך פיל הערות און געדאנקען פון די טייערע חברים, אסאך מער פון וואס איך האב זיך געראכטן. איך האב פיל צו ענטפערן, ארומרעדן און שרייבן דערוועגן פון מיין פערספעקטיוו, די שאלה איז וואס עס איז די ריכטיגע זאך יעצט צו טון:
מיין שאלה צום עולם דא, וואס וויל דער עולם בעסער: א. גיין ווייטער מיט די געשיכטע, און זיך נישט מתיחס זיין יעצט צו די הערות פונעם ציבור. ב. ענטפערן קודם און ארומרעדן איבער די הערות פון די חברים. ג. עפענען א באזונדער אשכול, צו דעבאטירן די געשיכטע.
נ.ב. עס טוט מיר אביסל וויי אז מען לערנט אפ פאלש מיינע ווערטער... אין קורצן וויל איך בלויז ארויסברענגען אז דער לעווער האט גארנישט שלעכט געטאן, דער מצב וזמן האט זיך פשוט דערקייקלט וואו עס האט זיך דערקייקלט. אין אנדערע ווערטער, ער איז פשוט געשטאנען אויף דער נישט ריכטיגער ארט אין דער נישט ריכטיגער צייט, וד"ל. אויך פונעם צאנזער צד (וואס איך פלאן נישט יעצט אריינצוגיין אין די אנטוויקלונג פון די מחלוקת), איז אויך צו פארשטיין וואס אים האט געבאדערט, נישט אז דאס נעמט עפעס אוועק פונעם לעווער, אבער עס האט זיך אזוי דערקייקלט דער מצב, והדברים ארוכין.
דו גיי ווייטער מיט די מעשה פון דיין היסטארישן שטאנדפונקט, און מען קען קען עפענען א צימעס אשכול ווי די סאדיגערער מיט די צאנזער חסידים וועלן זיך קענען געהעריג אויספראסקענען.
רוב פון די מקורות וועגן די פרשה זענען משכילים וואס האבן געשריבן מיט א אגענדע, אדער חסידים מיט א פאקערטע אדענדע, סא אונז דארפן אלעס אננעמען אזוי ווי 6 געדרייט האט געזאגט, בעירבון מוגבל.
אזוי אויך חקרן, בין איך זיך מצטרף אז זאלסט אנגעבן דיינע מקורות , א דאנק.
אויף די שאלה איבער מיינע מקורות: קודם כל איז וויכטיג צו באמערקן, אז עס איז פאראן ממש ווייניג מקורות איבער די געשיכטע פונעם לעווער. פון חסידי'שע מקורות איז כמעט נישט דערמאנט געווארן, אויסער אין קליינע רמזים דא און דארט, און טאמער איז יא ערגעץ דערמאנט געווארן איבער די געשיכטע, האט מען דאס שוין לאנג מעביר געווען אז עס איז נישטא צו געפינען. די עיקר מקורות וואס מיר האבן היינט איז פון די משכילים, דעריבער האב איך זיך געמוזט באנוצן בעיקר פון זייערע שרייבונגען, וואס איז אגב - אין גרעסטן טייל - גאנץ נאטראל.
די וויכטיגסטע מקור איז לדעתי פון משה אורנשטיין, דער משכיל וואס האט נאכגעשריבן די מעשה לויט וואס דער לעווער האט אים אליין דערציילט. פון איין זייט האבן זיינע ווערטער א שטארקע נאמנות, וויבאלד דאס איז נאכגעשריבן געווארן פונעם לעווער, מאידך גיסא איז ער פארט געווען א משכיל, בנוסף דערצו וואס ער ברענגט ארויס בלויז דער צד פונעם לעווער, ווייל ער שרייבט דאס נאך פון זיין מויל. מען דארף געדענקען אז אורנשטיין האט נישט איבעריג ליב געהאט דעם לעווער, נאך וואס ער איז אנטלאפן פון די משכילים און געפארן קיין סאדיגורא. עס איז אויך וויכטיג צו באמערקן אז דער באקאנטער בריוו פונעם לעווער, וואס איז געשריבן געווארן אין טשערנאוויץ, איז געשריבן געווארן דורך משה אורנשטיין, דאס זעט מען קלאר פון די לשונות און משה אורנשטיין זעלבסט באשטעטיגט דאס, נאר ער טענה'עט אז דאס זענען געווען די מיינונגען פונעם לעווער וואס ער האט מנסח געווען. משא"כ דער לעווער זעלבסט האט גע'טענה'עט שפעטער, אז מען האט אים מחתים געווען דערויף בערמה, אזוי אז עס איז מעגליך אז מען קען נישט גלויבן אורנשטיין. ווער רעדט נאך אז בסוף ימיו האט אורנשטיין נישט געוואלט רעדן פונעם לעווער בכלל, עס איז פאראן א צד אז די משכילים האבן אים בידים איבערגעגעבן פארן סאדיגורער, פאר גוט באצאלט. בקיצור, טראצדעם וואס מען קען מפקפק זיין אויף די נאמנות פון אורנשטיין, איז דאס פארט דער ערשטער און נאנסטער מקור צו די מעשה און עס טראגט א וויכטיגער געוויכט.
איך האב אויך אסאך גענאשט פון די באשרייבונג פון יצחק רפאל, א בריוו וואס א סאדיגורער חסיד האט געשריבן צו ניסן באק קיין ירושלים, דארט ווערט געברענגט אלעס וואס עס האט זיך אפגעטאן אין הויף, הגם עס איז אויך פיל מיט דמיונות און שקרים. עס איז אויך דא א ספר פון הרב מתתיהו יחזקאל גוטמאן, מיטן נאמען 'רבי דוב מליאובה: חייו, אישיותו ותורתו' - טראצדעם וואס ער פארגלייכט ר' בערניו צו ר' נחמן ברסלבער און צום חוזה מלובלין, מיט נאך פילע גוזמאות און הגזמות, איז ער פארט גאנץ אמת'דיג און פראבירט נישט צו באהאלטן זאכן. איך האב אויך גענומען זאכן פון בית רוז'ין, אויסער דעם האב איך גענומען א שמעק פון דא און א שמעק פון דארט, פון פארשידענע אנדערע פלעצער.
עס דארף באמערקט ווערן, אז עס איז פאראן ווייניג קלארע מקורות. דער אמת וואס דארט איז געווען ווייסן מיר מסתמא יעצט אויך נישט, אפילו פון די מקורות וואס זענען פאראן, איז דא דערין אזויפיל סתירות איינע צום צווייטן אז מען ווייסט שוין נישט וואס צו גלויבן, לדוגמא, א שרייבער מיטן נאמען יאסל דיק, וואס איז אנגעבליך געווען א נאנטער פריינד מיט ר' בערניו, שרייבט אז זיין ווייב שיינדל איז געווען א מיסע פרוי און ר' בערניו האט דאס נישט אויסגעהאלטן, לויט זיינע ווערטער האט ער שוין געהערט דערפון ווען ער איז געווען א חתן. למעשה שרייבן רוב שרייבער פארקערט, אפגערעדט פונעם פאקט אז דער זעלבער יאסל דיק שרייבט פיל אנדערע שטותים וואס שטימען נישט מיט די מציאות. דאס זעלבע איז מיט ר' בערניו זעלבסט, בשעת עס זענען פאראן וואס מאכן אים פאר א טיפער דענקער און טראכטער, די געלונגענסטער פון די רוזשענער קינדער, מאכן אים אנדערע פאר אן אומגעלונגענער שטיקל וואס איז בטעות אריינגעפאלן אין א רבי'שע משפחה. אויב איינער שרייבט אז ער איז געווען א תלמיד-חכם, שרייבן אנדערע אז ער איז געווען אן עם-הארץ. איינער שרייבט אז ער האט פיינט געהאט זיין ווייב, צוליב דעם וואס ער האט זיך געדרייט ביים פריץ אין שטוב און האט געווארפן אויגן אויפן טאכטער פון פריץ און אנגעקניפט אינטימישע באציאונגען מיט איר, קומט דער אנדערער און שרייבט פונקט פארקערט, אז שיינדל האט מזנה געווען מיט זיין גבאי... גראדע שרייבט אזוי אויך משה אורנשטיין, אז ר' בערניו האט אים געזאגט אז זי איז שטענדיג מזנה מיטן גבאי. בקיצור, אין די מעשה איז פאראן א געוואלד מיט ווערסיעס, איך האב סך-הכל פראבירט צו מאכן די בעסטע פון וואס עס איז דא.
די אויבנדערמאנטע ווערק וואס איר ברענגט, קאנצערטרירט זיך בעיקר אויף די מחלוקת גופא, אבער נישט איבער דאס לעבן פון דעם לעווער זעלבסט. איך האב טאקע עטוואס גענאשט פון דארט, אבער נישט בעיקר.
חקרן: ייש"כ פאר ברענגען די מעשה. איך האב איין לימוד פון די גאנצע געשיכטע. אז די ספוילד רעבישע קינדער פון אמאל זענען געווען די זעלבע ווי היינט. און ס'איז געווען לאוו סטאריס און אנדערע סקאנדאלן וואס מ'האט אייביג געטרייט צו לייגן דערויף א ספין אז דאס איז הייליגע זאכן, הויכע עניינים וואס אונז פראסטע מענטשן פארשטייען נישט. ואין להרהר אחריהם. די גאנצע חילוק איז אז היינטיגע צייטן מיט די (טמא'נע) אינטערנעט קענמען שוין נישט פארקויפן קיין לאקשן פאר'ן עולם...!