☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מנחת אלעזר: "מענטשן פלייש איז דען יא גלאט כשר?"

מנחת אלעזר: "מענטשן פלייש איז דען יא גלאט כשר?"

79 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5678
בלאט: 1 2

הוגה » מאנטאג יאנואר 13, 2014 11:30 pm

· #176189
מנחת אלעזר: "מענטשן פלייש איז דען יא גלאט כשר?"
א גוטע ידיד האט מיר היינט געשיקט א געוואלדיגע דרשה פון הרב יוסף יצחק דזשעיקאבסאן. איך וויל דא מעתיק זיין אפאר סיפורים/ווערטלעך וואס ער האט געזאגט.


מענטש פלייש דארף אויך זיין כשר

ער האט געהערט פון א איד - קרויס - וואס איז געשטאנען דערביי בשעת די פאלגענדע מעשה. איין מוצאי שבת איז דער מונקאטשער רב, דער מנחת אלעזר ז"ל געזעצן אין בית המדרש און האט זיך מפלפל געווען אין לערנען מיט אן אנדערע גאון. פלוצלינג מאכט זיך די טיר האסטיג אויף און עס מארשירט אריין דער ראש הקהל פון דעם דערנעבנדן שטעטל, ער שלעפט ביים קראגן די רב פון זיין שטעטל. ווען זיי האבן דערגרייכט דעם מנחת אלעזר זאגט דער ראש הקהל הויך: "דער רב האט מאכיל געווען נבילות וטריפות אין אונזער שטאט פאר לאנגע יארן און איך האב יעצט PROOF מיט וואס איך וועל דאס קענען אויפווייזן, און איין מאל פאר אלעמאל וועט מען קענען פארשיקן דעם רב לעזאזל."

וואס איז געווען די מעשה? איז אזוי. דער ראש הקהל און דער רב זענען זיך - כדרך העולם - נישט אויסגעקומען (מילד גערעדט). דער ראש הקהל האט אלץ גע'טענה'ט אז דער רב איז א וויסטע עם הארץ. ער האט באווארענט זיין ווייב אז זי זאל קיינמאל קיין שאלה פרעגן דעם רב, נאר זי זאל אים פרעגן און ער וועט שוין פסק'נען. דעם פארגאנגענעם ערב שבת האט זיך געמאכט א שאלה אויפן עוף און די מאן, דער ראש הקהל, איז נישט געווען אין שטוב. איז זי בלית ברירה אריבערגעגאנגען צום רב מיטן שאלה און דער רב האט עס מכשיר געווען. דער מאן איז אהיים געקומען הארט פארן זמן און ער קוקט אריין אינעם טאפ. ער דרייט זיך אויס צו זיין ווייב און ער פרעגט איר, "דו האסט נישט באמערקט אז ס'דא א שאלה אויף די עוף?" זאגט זי אז יא און דער רב האט עס מכשיר געווען. "האב איך דיר דען נישט געזאגט אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף דעם רב?" שרייט ער גערעגטערהייט. "דער עוף איז טריפה און מען טאר עס נישט עסן. לאמיר עס אוועקלייגן און יעצט וועל איך קענען איין מאל פאר אלעמאל אויפווייזן פאר אלע די וויסטע אמעראצעס פון רב".

יעצט איז ער געקומען מיטן עוף און האט עס אראפגעלייגט פארנט פונעם מנחת אלעזר, ווארטנדיג אויף זיין הסכמה. דער מנחת אלעזר קוקט איבער דעם עוף און ער רופט זיך אן, "קרויס, ברענג מיר א גאפל". קרויס איז ארויף געלאפן און האט געברענגט א גאפל. דער מנחת אלעזר כאפט אן די גאפל און מיט זיין געווענטליכע התלהבות דקדושה האט ער געמאכט א פלאם-פייערדיגע שהכל און געגעסן פון די עוף. פארשטייט זיך אז א שטערקערע הסכמה אויפן רב האט נישט אויסגעפעלט, ופני ראש הקהל חפו.

ווען די צוויי האבן פארלאזט דאס בית המדרש האט זיך דער אנדערער גאון אנגערופן צום מנחת אלעזר, "איך ווייס גוט אלע צירופים והתרים וואס איר האט גענוצט צו מתיר זיין דעם עוף, פארוואס האט אבער אויסגעפעלט צו עסן דערפון? מיר ביידע ווייסן אז די עוף איז ווייט פון גלאט כשר". דער פנים פונעם מנחת אלעזר איז צוקאכט געווארן, און ער האט געענטפערט בקול רעש גדול, "און מענטשן פלייש איז יא גלאט כשר? צען יאר עסט שוין דער ראש הקהל דעם רב'ס פלייש און זייגט זיין בלוט, דו פרעגסט אויב די עוף איז גלאט, און מענטשן פלייש איז יא גלאט?"

פרשנות אויף דער מעשה איז גענצליך איבעריג.


נאר אויף חלב סתם

עס איז געווען א איד וואס פלעגט זיצן און לערנען אין בית המדרש א גאנצן טאג. מיטאג צייט פלעגט ער וועלן נעמען א קאווע זיך צו דערפרישן די כוחות. אבער עס פלעגט אלץ פעלן מילך. האט ער מחליט געווען אז ער גייט ברענגען זיין אייגענע מילך. די נעקסטע טאג האט ער געברענגט זיין אייגענע באטל מילך און האט עס געלאזט אין די refrigerator. מיטאג צייט קומט ער נעמען א קאווע און ער זעהט אז זיין באטל איז ליידיג. די נעקסטע טאג ברענגט ער נאך א באטל און ער שרייבט דערויף מיט גרויסע אותיות "פרטי, חלב זה שייך ליצחק פייערוועקער", אבער דאס האט מען אויך אויסגעטרונקען. ער האט נישט געקענט פארשטיין וויאזוי ערליכע פרומע אידן, לומדי תורה, קענען טון אזא זאך. די נעקסטע טאג האט ער צוגעשריבן אויף די באטל "לא תגנובו, גזילה וגניבה וכו'", אבער אויך דאס האט מען אויסגעטרונקען. די נעקסטע טאג האט ער צוגעקלעבט די פאלגענדע בריוו צום באטל.

טייערע לומד תורה. דער פסוק זאגט ולרשע אמר אלוקים מה לך לספר חקי, וואס איז אייער תורה ותפלה ווערד אויב עס קומט אויפן חשבן פון גע'גנב'טע מילך. איר ווייסט אז מיט דעם זענט איר מיר גאר שטארק מצער ווי אויך זענט איר גורם ביטול תורה פאר מיר און פאר מיין חברותא? איך בין אייך נישט מוחל בזה ובבא. דאס איז חוץ פון אייער עבירה פון גניבה וגזילה און אונאה וכו' וכו'. ראו הוזהרתם!!!!!

כמובן, ווען דער איד איז צוריק געקומען איז זיין באטל געווען ליידיג. מרוב צער האט ער זיך אויסגערעדט דאס הארץ פאר א קלוגע איד וועלכע האט אים געגעבן די פאלגענדע עצה.

די נעקסטע טאג האט ער געברענגט די מילך און האט ארויף געקלעבט דערויף א סטיקער וואס איז געשטאנען דערויף "חלב סתם". עס איז איבעריג צו זאגן אז אין אזא מקום תורה פון ערליכע פרומע אידן מדקדקים בקלה כבחמורה אז קיינער האט שוין נישט צוגערירט צום באטל מילך.

פונקט ווי די פריערדיגע מעשה, פעלט דא אויך נישט אויס קיין הסברים.


ווען מען מיינט אז אידישקייט שטייט נאר אויף הלכה

"מיום שחרב ביהמ"ק אין לו להקב"ה בעולמו אלא ד' אמות של הלכה בלבד". זאגט דער הייליגער בעש"ט, אויב זעהט איר אז עס איז נאר דא די דקדוק אין די ד' אמות של הלכה דאן איז עס א סימן אז מען האלט נאך ביי די חורבן בית המקדש.


מי בקש זאת מידכם

מורי ורבותי, מיר לעבן היינט אין א צייט פון עקירת הדת אויף די ערגסטע פארנעם. איך וויל נישט אוועק מאכן די געוואלדיגע פארשריטן אין לימוד התורה ודקדוק המצוות וואס מיר האבן היינט, אבער וואס איז דאס אלץ ווערד? אויב מעג מען ווען זאגן א הגשמה ח"ו, וואלט איך געזאגט אז דער אייבערשטער ברעכט פון די אלע הייליגע מצוות און פרומקייטן. מיר זענען ב"ה זוכה מדקדק צו זיין צו עסן די כשר'סטע פלייש און די מהודר'סטע מליחה אן קיין משהו צומת הגידין, מיט אפילו די מותר'דיגע חלבים ארויסגעשניטן. אבער אין די זעלבע צייט איז דם ישראל געווארן הפקר לגמרי. מען פארגיסט אידיש בלוט לעיני כל, שפיכת דמים (אזיל סימקא ואתי חיורא) איז מצוה מן המובחר. צניעות איז אויפן העכסטע סטאנדארט, מען פארקויפט נאר קליידער וואס איז אויסגעהאלטן לויט די שאריע געזעצן. אבער אויסטון א אידיש קינד נאקעט און אריינשמייסן אפאר שמיצן איז מעשים בכל יום. מען איז מהדר נאך אריזאנע ווייץ, מען איז מקפיד אויף חלב עכו"ם און פת פלטר א גאנץ יאר און מען וועט נישט אריינעמען עפעס אין מויל אריין וואס האט א חשש דחשש כשרות, אבער וואס טוט זיך מיט די געלט, איז עס דען יא כשר? גניבה, אונאה, חילול השם איז קיין שום פראבלעם, ווילאנג איר שנדר'ט א ח"י אלפים פאר אונזער מוסדות ביסטו אן איש החסד וכביר המעש. יא, איר הערט גוט, דער פאלנער גנב פון אמאל איז דער שיינער איד היינט.

אסאך וועלן טענה'ן אז אזוי גייט עס אלעמאל. מען קען נישט פארלאנגען אז אלעס זאל זיין אויפן בעסטע פארנעם, מיר לעבן דאך נישט אין די עולם התיקון. די פראבלעם איז אז מען האט אנגעכאפט דעם צושפייז און אויסגעלאזט דאס עיקר. אדער מעגליך דייקא וויבאלד מיר פארלייגן זיך אזוי אויף די צושפייז דאס ברענגט צו אז מ'פארלאזט דעם עיקר. די נביא זאגט, "שמעו דבר ה' קציני סדום האזינו תורת אלקינו עם עמרה. למה לי רב זבחיכם יאמר ה', שבעתי עלות אילים וחלב מריאים ודם פרים וכבשים ועתודים לא חפצתי. כי תבאו לראות פני מי בקש זאת מידכם רמוס חצרי. לא תוסיפו הביא מנחת שוא קטורת תועבה היא לי חדש ושבת קרא מקרא לא אוכל און ועצרה. חדשיכם ומועדיכם שנאה נפשי היו עלי לטרח נלאיתי נשא. ובפרשכם כפיכם אעלים עיני מכם גם כי תרבו תפלה אינני שומע ידיכם דמים מלאו.״


פרומע פאראדאקס

איך ווייס נישט וואו אנצוהייבן; דער נושא ליגט מיר שוין לאנג אויפן הארץ, איך וויין אויף דעם שרעקליכן מצב. אידן און אידענעס דרייען זיך ברחובות וויליאמסבורג, בארא פארק וכו' מיט געשטאכענע הערצער. בחורים און מיידלעך ווערן געווארפן ערגער ווי טויטע נבילות (נבילות האבן כאטש די חשיבות פון ווערן פארקויפט פאר בצע כסף), זיי ליגן אויף די זייט פון די גאס און מען קימערט זיך נישט מיט זיי.

@איש עברי פרעגט א געוואלדיגע שאלה, איז דא היינט א ירידת הדורות אדער איז היינט בעסער. בנוגע חכמה האבן שוין די חכמי השטיבל דעבאטירט דארט אויפן ארט. בנוגע ערליכקייט טרעפן מיר אבער א שרעקליכע פאראדאקס. פון איין זייט איז דא היינט מער לומדי תורה ווי ווען אימער, מער זהירת המצוות ווי ווען אימער און מער חסד ווי ווען אימער. יא, די ליסטע פון גמחי"ם און חסד ארגעניזאציעס איז אין לשער. אויף א פערזענליכע אופן איז נאך די חסד אסאך גרעסער און שענער. אידן העלפן איינער דעם אנדערן, מען שאפט גרויסע געלטער און מען איז אלעמאל גרייט צו טון פאר א צווייטן. עס איז אויך דא אן א שיעור וואס ווערט געטון בסתר אן קיין שום פרסום.

פון די אנדערע זייט טוט זיך א גאסיפיראציע אויף גרויליגסטע אופן. דאס זהירות אויף א צווייטענס געפילן איז אסאך מאל נישט בנמצא. יעדער איינער איז געווארן אן אפשאצער אויף יעדעמ'ס ערליכקייט. מען האט טעגס און טיטלען פאר יעדעם און אלעמען. דער איז א באם, א פרוצה, ציוני, קל שבקלים, ברענגט אונטער אידישקייט, א קאלטע, לץ, קארגע, בלאפער, אפגעפארענע, אויפגעקלערטע וכו'. און דאס איז אויף די פרטי'שע פארנעם. ווען עס קומט צו א קהל'ישע שטאנדפונקט איז די מצב אסאך אסאך ערגער. קהלות, רבנים, עסקנים און וועדים למיניהם זענען געשטעלט נאר אויף דעם צוועק צו מחליט זיין מי יחיה ומי ימות, מי בחרב ומי בחיה. און נאר די "צדקה" קען מעביר זיין די רוע הגזירה. וואס איז פשט אין דעם? איז אלעמאל די הנהגה ביי פרומע אידישקייט געווען אויף אזא אופן? האט מען זיך אלעמאל געווארפן מיט אידישע נשמות ווי זיי וואלטן געווען puppets צו בויען א מלוכה? האט מען געשפילט מיט תינוקות של בית רבן ווי זיי וואלטן געווען מצווה קינדער, אלה לחיי עולם ואלה לחרפה ולדראון עולם?

און אז מען רעדט פון די שפיכת דמים אויפן קהל'ישע פארנעם קען מען נישט אויסלאזן די שרעקליכע רציחות וואס ווערן אדורך געפירט יאר יערליך דורך די supposed שומרי כרם ה', די מוסדות הקדושים. מען ווארפט זיך מיט קינדער און מיט משפחות ווי שמאטעס ואין פוצה פה ומצפצף! זיי ווארפן און מיר שטיצן. פארוואס הערט מען נישט קיין קול מחאה במחנה אויסשרייען אז מיר וועלן נישט צולאזען אזעלכע עוולות? פארוואס איז די עולם content? מיר ווייסן אז איר זענט נישט מסכים דערצו, לאזט אייך הערן! לאמיר עכ"פ נישט שטיצן מוסדות וואס באגייען זיך מיט די מדות סדום ועמורה. מאנכע וועלן טענה'ן אז די מוסדות האבן א רעכט אפצוהאלטן פון די וואס שטעלן זיך נישט צו זייערע קאפריזן פון אריינשטעלן זייערע קינדער אין די מוסדות. מען האט ח"ו א רעכט מפקיר צו זיין אט די נשמה'לעך כדי די אנדערע קינדער זאלן אויפוואקסן ערליך און ריין ווי די שמן זך. דער הייליגער חזון איש האלט אבער נישט אזוי. אזוי ווי איך האב שוין אמאל געשריבן אין אן אנדערע אשכול:

דיני נפשות בבי"ד של עשרים ושלשה

עס איז געווען א ישיבה וואס איז געווען תחת חסותו פונעם חזון איש, מען האט דארט געכאפט א בחור רייכערן אום שבת, האט אים דער ראש ישיבה פארשיקט. ס'הייסט, א בחור א מחלל שבת בפרהסיא טאר מען דאך נישט סובל זיין. האט דער חזון איש אריינגערופן דעם ראש ישיבה און ער האט אים פארגעהאלטן היתכן, די משנה זאגט דאך דיני נפשות בעשרים ושלשה, און דארט רעדט מען פון די גשמיות'דיגע נפשות, ועאכו"כ ביי די רוחניות'דיגע נפשות. האסטו צוזאמגעזעצט א בי"ד של כ"ג דן צו זיין אויב מען מעג ארויסווארפן דעם בחור און אים אפ'שחט'ן אויפן גאנצע לעבן? האט די ראש ישיבה געענטפערט אז ס'נישט מעגליך צוזאם צו זעצן א בי"ד של כ"ג. האט די חזון איש געזאגט, אויב אזוי נעם שוין צוריק דעם בחור אין ישיבה. האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער קען בשו"א נישט האלטן א מחלל שבת אין ישיבה. האט דער חזון איש געזאגט, אויב אזוי קענט איר זיך זוכן א צווייטע דזשאב. האט די ראש ישיבה גע'טענה'ט, ווי אזוי האט איר א רעכט אזוי גרינגערהייט מקפח זיין מיין פרנסה. האט די חזון איש געענטפערט אז דיני ממונות איז בשלשה או ביחיד מומחה, איך בין א מומחה און איך קען פסק'נען דיני ממונות ביחיד.

איש עברי טענה'ט אין די אויבנדערמאנטע שמועס אז די וועלט איז געשטיגן אין מאראל. למעשה ביי אונז אבער איז די מאראל פארדארבען, עכ"פ די מאראל פון די פירערשאפט זיכער. @לעיקוואד טענה'ט אל תאמר לימים הראשונים וגו', און איך זאג, וואו נעמט מען א דברי יואל, א דברי חיים און א חתם סופר וואס האבן ליב געהאט א יעדע אידיש קינד פונקט אזויפיל ווי זיי האבן ליב געהאט דעם באשעפער. וואו נעמט מען היינט א מנחת אלעזר וואס האט פארשטאנען אז דער באשעפער קען מוחל זיין פארן מאכיל זיין אידן מיט נישט גלאט כשר'דיגע פלייש אבער נישט פארן עסן מענטשן פלייש. און וואו נעמט מען היינט א בעש"ט וואס פארשטייט אז אידישקייט באשטייט נישט בתוך ד' אמות של הלכה בלבד, אדרבא, ביי ד' אמות של הלכה בלבד איז דא א חורבן בית המקדש.


העיקר והטפל ביהדות

איך וועל צוענדיגן מיין (צו) לאנגע rant מיט א ציטוט פון רבי חיים וויטאל זצ"ל וואס איך האב לעצטענס באגעגנט. רבי חיים וויטאל שטעלט דא קלאר די יסודות היהדות, וואס איז די עיקר און וואס איז די טפל. ליינט און שטוינט!

והנה ענין המדות הן מוטבעות באדם בנפש השפלה הנקראת יסודית הכלולה מארבע בחינות, הדומם והצומחת והבהמית והמדברת. כי גם הן מורכבות מטוב ורע, והנה בנפש הזה תלויות המדות הטובות והרעות והן כסא ויסוד ושורש אל הנפש העליונה השכלית אשר בה תלויין תרי"ג מצות התורה כנזכר לעיל בשער ראשון. ולפיכך אין המדות מכלל התרי"ג מצות, ואמנם הן הכנות עקריות אל תרי"ג המצות בקיומן או בביטולם, יען כי אין כח בנפש השכלית לקיים המצות על ידי תרי"ג איברי הגוף אלא באמצעות נפש היסודית המחוברת אל הגוף עצמו בסוד (ויקרא י"ז י"ד) כי נפש כל בשר דמ"ו בנפשו הוא, ולפיכך ענין המדות הרעות קשים מן העברות עצמן מאד מאד:

ובזה תבין ענין מה שאמרו רבותינו ז"ל (שבת דף ק"ה ע"ב), כל הכועס כאלו עובד עבודה זרה ממש שהיא היותר שקולה ככל תרי"ג המצות, וכן אמרו (סוטה דף ע"א) מי שיש בו גסות הרוח הוא ככופר בעיקר וראוי לגדעו כאשירה ואין עפרו ננער וכו' וכאלה רבות. והבן זה מאד, כי להיותם עקרים ויסודות לא נמנו בכלל תרי"ג המצות התלויות בנפש השכלית, ונמצא כי יותר צריך ליזהר ממדות הרעות יותר מן קיום המצות עשה ולא תעשה כי בהיותו בעל מדות טובות בנקל יקיים כל המצות:

ובזה תבין גם כן דברים מתמיהין שאמרו רבותינו ז"ל בענין המדות, כי הענוה ושפלות מביאין לידי רוח הקדש ושורה עליו שכינה ואמר אליהו זכור לטוב (כלה רבתי פ"ה) אין התורה מתפרשת אלא במי שאינו קפדן, אף אני איני נגלה אלא למי שאינו קפדן, וכמו שאמרו רבותינו ז"ל שלחו מתם (סנהדרין דף פ"א ע"ב) איזהו בן העולם הבא כל שהוא שפל ברך וענותן וכו' וכאלה רבות, לא זכרו בהן קיום המצות אלא המדות הטובות. ושים בעיניך דברים אלו ותצליח דרכיך בלי ספק:

ואמנם כמו שארבעה יסודות גופניים הם שרשים שמהם נוצרו התרי"ג איברי הגוף, כמו כן נפשות הארבעה יסודות האלו הם יסודות לכל מדות טובות ורעות אשר באמצעותם יקיימו או יתבטלו התורה והמצות שהם תרי"ג מארבע אותיות הוי"ה כנזכר לעיל. והמקיימן הם נפש השכלית הכלולה מארבעה היסודות רוחנים אשר משם חוצבו תרי"ג איברי הנפש ההיא. והבן זה מאד, איך היסוד של קיום המצות הם על ידי מדות הטובות וכן בהפכם:



.

פישלע העררינג » מאנטאג יאנואר 13, 2014 11:40 pm

· #176190
די גאנצע תגובה אחת יענעם'ס דרשה? אדער איז דא עפעס הוגה אויכעט?

נהורא נפישא » מאנטאג יאנואר 13, 2014 11:40 pm

· #176191
איך וואלט די חלב סתם אויך אויסגעטרונקן. 😃
ס'קומט פון דעם וואס די גאנצע קיום המצוות ביים המון איז צום בעסטן פאל א טעכנישע פראצעדור און צום ערגסטן פאל גלאט מצוות אנשים מלומדה.

יוסף מ » דינסטאג יאנואר 14, 2014 12:18 am

· #176196
Please be more specific
I never saw all this happening.
Askunim only get involved to help you if you have a problem

קאווע טרינקער » דינסטאג יאנואר 14, 2014 12:23 am

· #176197
פונקט מנחת אלעזר און דברי יואל ניצטו פאר א משל?
זייערע שארפע מהלך (לשם שמים) איז אייער אין א נעסט פון תלמידים שלא שמשו כל צרכם!
קאנטראלען יענעמס אידישקייט, און נאך פון די דערמאנטע הנהגות, קומען נישט פון לערנען אגרות הרא"יה אדער ליקוטי שיחות.
והבן כי קצרתי מפני כבוד חכמי התורה.

בכל אופן, ס'זיכער דברים היוצאים מן הלב. ויהי רצון וכו'.

הוגה » דינסטאג יאנואר 14, 2014 12:26 am

· #176198
פישל'ע העררינג
די גאנצע תגובה אחת יענעם'ס דרשה? אדער איז דא עפעס הוגה אויכעט?


דזשעיקאבסאנ׳ס רייד ענדיגן זיך נאך די ווארט פונעם בעל שם טוב.

נהורא נפישא
איך וואלט די חלב סתם אויך אויסגעטרונקן. 😃


עס איז מיר שווער צו לייקן אזא תגובה... 😉 אבער איך שטעל אויף די חזקה אז אויב טרונקסטו חלב סתם ביסטו יא מקפיד נישט צו טרונקען יענעמ׳ס... 😂

קאווע טרינקער
פונקט מנחת אלעזר און דברי יואל ניצטו פאר א משל?
זייערע שארפע מהלך (לשם שמים) איז אייער אין א נעסט פון תלמידים שלא שמשו כל'.


איך האב דייקא דערמאנט די שארפע און שטארק פרומע פערזענליכקייטן ווייל עס איז ברור לעיני כל בר דעת אז אפילו זיי וואלט קיינמאל סובל געווען די ״היינטיגע רשעות״ וואס ווערט אפגעטון בשם התורה רח״ל.

@יוסף מ איך בין גאנץ ספעסיפיק אינעם ארטיקל. אדער האסטו נישט געליינט די גאנצע אדער האט מען דיר נישט געמיינט.


.

משה געציל » דינסטאג יאנואר 14, 2014 12:33 am

· #176199
זייער אמת און צום פינטל.

עס דערמאנט מיר די ווארט וואס מען זאגט נאך בשם איינער פון די מגידים; "ואנכי תולעת ולא איש" דוד המלך בעט זיך, "האב רחמנות איך בין נישט קיין מענטש וועם מען מעג שופך דם זיין... איך בין בס"ה א ווארימעל אויף וועם דו ביסט מדקדק נישט עובר צו זיין ח"ו אויף צער בעלי חיים"...

נהורא נפישא » דינסטאג יאנואר 14, 2014 12:42 am

· #176200
איך מיין איך נישט דער ריאלער איך, איך מיין דער ווירטיואלער איך וואס איז אנוועזנד דא אין פארם פון געדאנקן אן קיין גוף וצורה, וואס זי טרינקט למעשה נישט קיין פיזישע מילעך, אבער איז זיך מקריב איר רעפוטאציע ארויסצוברענגן א געדאנק אויף א סאטירישן אופן, אז ס'זענען פארהאן די וואס זענען נישט מקפיד אויף שמירת המצוות אויך נישט צוגאב צו דעם וואס זיי פירן זיך נישט מענטשליך, וואס איז א שטאפל ערגער, כאטש די ערשטע קוקן אויס מער היפאקריטיש.

יאיר » דינסטאג יאנואר 14, 2014 12:46 am

· #176202
פייערדיגע רייד וואס ציפט און רייסט. הוי, ווען איך וואלט געהאט כח וואלט איך געלאפן אין די גאסן און געשריגן הויך, "וואשט אייך אויס די הערצער! גייט אויסהערן הוגה'ס שובבים תורה!"
יא, די ליסטע פון גמחים און חסד ארגעניזאציעס איז אין לשער. אויף א פערזענליכע אופן איז נאך די חסד אסאך גרעסער און שענער. אידן העלפן איינער דעם אנדערע, מען שאפט גרויסע געלטער און מען איז אלעמאל גרייט צו טון פאר א צווייטע. עס איז אויך דא אן א שיעור וואס ווערט געטון בסתר אן קיין שום פירסום.

פון די אנדערע זייט טוט זיך א גאסיפיראציע אויף גרויליגסטע אופן. דאס זהירות אויף א צווייטענס געפילן איז אסאך מאל נישט בנמצא. יעדער איינער איז געווארן אן אפשאצער אויף יעדעמ׳ס ערליכקייט. מען האט טעגס און טיטלן פאר יעדעם און אלעמען. דער איז א באם, א פרוצה, ציוני, קל שבקלים, ברענגט אונטער אידישקייט, א קאלטע, לץ, קארגע, בלאפער, אפגעפארענע, אויפגעקלערטע וכו׳. און דאס איז אויף די פרטי׳שע פארנעם. ווען עס קומט צו א קהל׳שע שטאנדפונקט איז די מצב אסאך אסאך ערגער. קהלות, רבנים, עסקנים און וועדים למיניהם זענען געשטעלט נאר אויף דעם צוועק צו מחליט זיין מי יחיה ומי ימות, מי בחרב ומי בחיה. און נאר די ״צדקה״ קען מעביר זיין די רוע הגזירה. וואס איז פשט אין דעם? איז אלעמאל די הנהגה ביי פרומע אידישקייט געווען אויף אזא אופן? האט מען זיך אלעמאל געווארפן מיט אידישע נשמות ווי זיי וואלטן געווען puppets צו בויען א מלוכה? האט מען געשפילט מיט תינוקות של בית רבן ווי זיי וואלטן געווען מצווה קינדער, אלה לחיי עולם ואלה לחרפת ולדראון עולם?

איך האב אמאל געהערט א געוואלדיגע אמת'דיגע ווארט פונעם חפץ חיים. די גמרא זאגט,מקדש שני, שהיו עוסקין בתורה ובמצות וגמילות חסדים מפני מה חרב? מפני שהיתה בו שנאת חנם. שטעלט זיך דער ח"ח, אויב ס'איז געווען גמילות חסדים, ווי אזוי איז שייך אז ס'איז געווען שנאת חינם. אלא מאי מוז זיין, האט ער געענטפערט, אז מען קען טון די גרעסטע חסדים ווען א איד איז אין א צרה, אבער ווען מען טרעפט אים סתם אזוי אין בית המדרש איז די א שנאה, און פאר נארישע, קינדישע סיבות.
איי, איי, איי.

הוגה » דינסטאג יאנואר 14, 2014 12:55 am

· #176205
נהורא נפישא
איך מיין איך נישט דער ריאלער איך, איך מיין דער אבסטראקטער איך וואס איז אנוועזנד דא אין פארם פון געדאנקן אן קיין גוף וצורה, וואס זי טרינקט למעשה נישט קיין פיזישע מילעך, אבער איז זיך מקריב איר רעפוטאציע ארויסצוברענגן א געדאנק אויף א סאטירישן אופן, אז ס'זענען פארהאן די וואס זענען נישט מקפיד אויף שמירת המצוות אויך נישט צוגאב צו דעם וואס זיי פירן זיך נישט מענטשליך, וואס איז א שטאפל ערגער, כאטש די ערשטע קוקן אויס מער היפאקריטיש.


די ערשטע - היפאקראטישע מהלך איז ערגער. אזוי ווי די ציטירטע ווערטער פון די נביא ישעיה צייגט אונז. די אייבישטער רעגט זיך דערויף.

נהורא נפישא » דינסטאג יאנואר 14, 2014 1:01 am

· #176207
היפאקראטיע טריגערט כעס, כעס איז לאו דוקא ראציאנאל. די נביא זאגט ס"ה אויב אזוי ברויך איך נישט ענקער שמירת המצוות אבער ס'מיינט נישט אז דער וואס האט גארנישט שטייט בעסער.
אבער למעשה ביזטו גערעכט אז ס'איז נישט כדאי אוועקצומאכן די תוכחה וואס זענען געזאגט בדרך הפלגה ווייל מ'נעמט דערמיט אוועק דעם ציל.

מאטי » דינסטאג יאנואר 14, 2014 1:41 am

· #176209
חלב סתם לשיטת האוסרים איז מטמטם דעם לב ומח א מעוות לא יכול לתקון. , גניבה קען מען זאגן אז ס'איז געליגן במקום הפקר, נאכדערצו דאס צווייטע דריטע מאהל האט דער בעל הבית געזען אז מ'נעמט, האט ער זיכער מוחל געווען. מיגו דחשיד אממונא לא חשיד אשבועתו ווערט שוין דערמאנט אין חז"ל.

איש עברי » דינסטאג יאנואר 14, 2014 4:09 am

· #176213
@הוגה געוואלדיגע ווערטער ס'ציפט ס'ברענט ס'מאנט און ס'פאדערט, און געוואלדיג קלאהר ארויסגעברענגט און גלייכצייטיג אריינגעלייגט די ווייטאג און פארדרוס. די ווערטער זענען ווי קאלטע וואסער אויף מידע זעלער און סלעכערט און נידערט ביז די קעמערליך פון בויך.

אבער די שילוב מיט ירידת הדורות איז קונצליך און מקען טראכטען צו סאיז טאקע א נייע פראבלעם, ס'איז געווען אלע דורות אנגענומען אז פרומאקעס זענען רשעים וואס מ'דארף שטיין ווייט פון זיי, נאר אמאל איז נישט געווען אזוי אין סטייל צו זיין פרום, נעם למשל די ווארט פון ראפשיצע רב איבער די ראשי תיבות פון פרום, אדער די מימרא'ס פון צאנזע רב און די ליובאוויטשע רבי'ס, מען זעהט אז אלעמאל איז דאס געווען די כאראקטער פון א פרומער, שאקעלט זיך ווי א לולב, גלייזט מיט די אויגן ווי א כישוף מאכער, און טונקט זיך אין מקוה ווי א פיש, אבער דורך און אדורך א רשע מרושע [קרעדיט הרב ראזנבלום פון שערי יושר]

חסידישע רבי'ס האבן אלץ גענוצט די סטיריאוטיפ פון א פינסטערע מתנגד וואס דרייט זיך ארום זויער און אויפגערעגט און זוכן ווי מען קען טרעפן נאך א חומרא אדער דקדוק הלכה, און גלייצייטיג זענען זיי מזניח אהבת השם און אהבת ישראל.
נאר די פראבלעם אז היינט איז מען געווארן מיקסד אפ און פונקט ווי יעדער איינער טראגט זיך ארום אין בויך מיט א פעקל שיטות און דרכים אין עבודת השם, מען עסט זיך אהן מיט ברסלבע תורה'ס, און מען איז א שטיקל חבד'סקער און א אנהענגער פון זילבערבערג און מ'נאשט פון ר' טודרוס און פאר קינוח סעודה דרייט מען זיך אין ראחמעסטארעריווקא, און איבער אלעם געהערט ער נאך צו די א סאטמערע פארטיי, אזוי אויך איז אוועקגעגאנגען די אמאליגע הבחנה צווישן עהרליך און פרום, אז איינער איז עובד'ל מוז ער אויטאמאטיש האלטן יעדע חומרא וואס פאלט ביי פאר א פלוני און מאנרא אדער א אלמוני אין בני ברק.

היינט קען זיין איינער וואס איז א חסידישע רבי וואס זיין גאנצע גדלות איז אז ער קומט אויף מיט הידורים און חומרות יעדע מאנטאג און דאנערשטאג, דאס ווייזט ווי ס'איז נטשטש געווארן די גבולים פון חסידיש און פרום וכו'.

איך וויל נאר צולייגן א זיסע מעשה וואס כ'האב געהערט פון א זוהן פון ר' שלמה זלמן אוירבאך: איינמאל קום איך אריין צו מיין טאט'ן פרייטאג צונאכטס און איך זעה אז ער איז ממש צוקאכט און אויפגערעגט אינגאנצן נישט כהרגלו, פרעג איך אים וואס איז געשעהן זאגט ער מיר אז אויפ'ן וועג אהיים פון דאווענען זעהט ער א עלטערע איד גייט און שלעפט א שווערע באנק, און אונטער אים גייט זיין איידעם א יונגערמאן און לייגט נישט צו קיין פינגער, איך בין צוגעגאנען פרעגן דעם יונגערמאן היתכן ער העלפט נישט זיין שווער שלעפן, זאגט די יונגערמאן אז ער מאכט א שלום זכר און מען דארף האבן בענק אבער ער איז מחמיר און טראגט נישט מיט'ן עירוב דעריבער טראגט זיין שווער די בענק, פון די מחזה איז ר' שלמה זלמן צושטורעמט געווארן און כעדותו פון זיין זוהן האט ער אים קיינמאהל נישט געזעהן אזוי אויפגערעגט.

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:28 am

· #176222
הוגה
יא, איר הערט גוט, דער פאלנער גנב פון אמאל איז דער שיינער איד היינט.

================

@איש עברי פרעגט א געוואלדיגע שאלה, איז דא היינט א ירידת הדורות אדער איז היינט בעסער. בנוגע חכמה האבן שוין די חכמי השטיבל דעבאטירט דארט אויפן ארט. בנוגע ערליכקייט טרעפן מיר אבער א שרעקליכע פאראדאקס. פון איין זייט איז דא היינט מער לומדי תורה ווי ווען אימער, מער זהירת המצוות ווי ווען אימער און מער חסד ווי ווען אימער. יא, די ליסטע פון גמחי"ם און חסד ארגעניזאציעס איז אין לשער. אויף א פערזענליכע אופן איז נאך די חסד אסאך גרעסער און שענער. אידן העלפן איינער דעם אנדערן, מען שאפט גרויסע געלטער און מען איז אלעמאל גרייט צו טון פאר א צווייטן. עס איז אויך דא אן א שיעור וואס ווערט געטון בסתר אן קיין שום פרסום.

פון די אנדערע זייט טוט זיך א גאסיפיראציע אויף גרויליגסטע אופן. דאס זהירות אויף א צווייטענס געפילן איז אסאך מאל נישט בנמצא. יעדער איינער איז געווארן אן אפשאצער אויף יעדעמ'ס ערליכקייט. מען האט טעגס און טיטלען פאר יעדעם און אלעמען. דער איז א באם, א פרוצה, ציוני, קל שבקלים, ברענגט אונטער אידישקייט, א קאלטע, לץ, קארגע, בלאפער, אפגעפארענע, אויפגעקלערטע וכו'. און דאס איז אויף די פרטי'שע פארנעם. ווען עס קומט צו א קהל'ישע שטאנדפונקט איז די מצב אסאך אסאך ערגער. קהלות, רבנים, עסקנים און וועדים למיניהם זענען געשטעלט נאר אויף דעם צוועק צו מחליט זיין מי יחיה ומי ימות, מי בחרב ומי בחיה. און נאר די "צדקה" קען מעביר זיין די רוע הגזירה. וואס איז פשט אין דעם? איז אלעמאל די הנהגה ביי פרומע אידישקייט געווען אויף אזא אופן? האט מען זיך אלעמאל געווארפן מיט אידישע נשמות ווי זיי וואלטן געווען puppets צו בויען א מלוכה? האט מען געשפילט מיט תינוקות של בית רבן ווי זיי וואלטן געווען מצווה קינדער, אלה לחיי עולם ואלה לחרפה ולדראון עולם?


הוגה דיינע ווערטער זענען עפעס אויסטערליש, גוט שארף, און צו דער זאך... ליידער.

אבער צווישן דיינע ווערטער (זעה דעם ציטאט) קוקט אויס אז דאס איז בלויז א היינטיגע פראבלעם, כאילו אמאל איז נישט געווען אזוינס.
דער פאלנער גנב פון אמאל... אוי האבן אמאליגע חברה געשווינדלט און געשווערצט, עס איז נישט געווען קיין אנדערע וועג, ליידער כדי צו קענען בודזשעטן דאס מינימום און חתונה מאכן די קינדער האבן מאנכע געמוזט אביסל צושווינדלען אין דער זייט, און ליידער זענען היינט אויך פאראן אזעלכע וואס בלית ברירה וועט מען שווינדלען. איך פארשטיי אז פילייכט רעדסטו פון די וואס שווינדלען מיליאנען פון די בענק, נישט די וואס שווינדלען פאר ברויט אויף פרישטאג, אבער דאך איז דער קאנצעפט שוין נישט קיין נייער.

און ווייטער די הנהגה בין אדם לחבירו איז דען נישט אזוי געווען? אין די צייטן פון מנחת אלעזר און דברי יואל האט מען דען נישט געפייניגט מתנגדים? טעראריזירט די קעגנערס? דו ברענגסט דאך אליינס די גמרא אז די סיבה פון חורבן איז דאך שנאת חנם, עס איז גארנישט געווען בעסער ווי היינט, אין דעם חלק איז נישט פאראן קיין ירידת הדורות אדער עליית הדורות, היסטאריע שפילט זיך פשוט איבער בכל דור ודור, מה שהיה הוא שיהי', הגם ס'איז אפשר נישט געווען אויף אזא וועלטס פארנעם ווי היינט, אבער מחלוקת איז ליידער פון אייביג געווען א שרעקליכע זאך צווישן אידן, אפטמאל אונטערן שלייער פון פרומקייט, און איך גלייב אז אך ורק משיח צדקינו וועט קענען באווייזן צו מאכן שלום, ס'איז גארנישט גרינגער ווי "וגר זאב עם כבש ונמר עם גדי ירבץ", אדרבה, אולי אפשר גאר שווערער, און אליהו הנביא וועט מקיים זיין דעם "והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם", עס וועט זיין האמת והשלום אהבו, און ביז דאן, קען מען שרייבן הארצרייסענדע דרשות, אבער אן ערפאלג. די איינציגסטע זאך וואס מיר קענען - און דארפן - טון: אנהייבן ביי זיך זעלבסט, מתקן זיין זיך אליינס. איך וועל נישט בארעדן און באשייגעצן אנדערע אידן, פרובירן צו העלפן כפי יכלתי, און שמייכלען צו יעדן און פרובירן מרבה זיין אהבה ואחוה ושלום ורעות, זיין א אוהב שלום ורודף שלום, און נאר אזוי וועט די וועלט בעסער ווערן.

ואסיים מעין הפתיחה, דיין מאמר איז גאלד, אסאך תוכן ליגן אין די שורות, און הלואי זאלן מיר זעהן עפעס פירות דערפון כאטש צווישן אונז, וואס ליינען דיינע שורות.

ודי למבין » דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:55 am

· #176235
נישט דא וואס צוצולייגען! מ'דארף פון די קעפל פון די אשכול מאכן בומפער סטיקערס און אויסטיילן אויף אלע פרשת דרכים'ס און היטש פלעצער פון די חרידישע וואוין-ערטער. די גאנצע תוכן האשכול דארף מען מאכן קאפיעס און אויסטיילן פאר די אלע וואס זענען מקפיד אויף חלב סתם און ליינען נישט קאווע שטיבל, זאלן זיי אויך עפענען די אויגן - ולו במעט- צו זען וואס דא גייט פאר...

ליידער איז קיין איין ווארט נישט קיין גוזמא און בידעי ומכירי קאמינא וואס ס'גייט פאר בכלל און בפרט וויאזוי מוסדות ניצן קינדער פאר זייערע אייגענע אינטערעסן און אנשאוינגען, א טראטשאק יונגערמאן שלא קרא ולא שנה קען זיך זעצן מיט א הייסע קאווע און מחליט זיין וועלכע קינד וועט יא האבן די זכיה צו זיין אין דיין "הייליגע" מוסד און וועלכע נישט. אויפ'ן וועג טוט מען אריינקריכן אין די קינדס, זיין טאטע'ס און מאמעס פריוואטע לעבן אויף א הימל-שרייענדע פארנעם.

הוגה, שכח!

איחוד פעלד » דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:41 am

· #176245
סא, צו מאכען א שטיקל סך הכל, קומט אויס, אז די פשוטי עם זענען די זעלבע ווי אמאהל אדער בעסער, ווידער די מנהיגים זענען שוואכער ווי אמאהל, און דער ירידה איז גאר גרויס.

אינטרעסאנט אז זיי זענען די וואס זאגען אייביג אז די דורות זענען שוואכער געווארען..............

ממרום שלח אש » דינסטאג יאנואר 14, 2014 11:23 am

· #176255
איך וויל נישט רעגענען אויף הוגהס פאראדע, אבער יאקאבסאןס חלב סתם מעשה איז לא היה ולא עתיד להיות נאר דרוש ושתה דם האסאטמורים.

א פארדאדאקס? יא, א טעות? נע, א אויסגעטרעטענע מהלך.

מצטמק ויפה » דינסטאג יאנואר 14, 2014 11:27 am

· #176256
הוגה, די זאגסט זייער גוט, כאטש איך פארשטיי נישט געהעריג דיין ווייטאג, פשוט ווייל איך האב נאך נישט מיטגעהאלטן אז מען זאל ווארפען קינדער פון מוסדות (השם יעזור), אבער איך האב שטארק מיטלייד מיט דיר.

די מעשה מיט די חלב סתם, דערמאנט מיר א גמרא אין ברכות כב', וואו די גמרא ברענגט ארויס די מעלה פון טבילת עזרה אין ארבעים סאה, און די גמרא ברענגט א מעשה, אז עס איז געווען אמאל א מאן וואס האט תובע געווען פון א מיידעל זאכ'ן וואס באלאנגען אין מאחורי ..! און די מיידעל האט איהם אנגעשריגן "ריק, די ליידיגייער די האסט דאך נישט קיין ארבעים סאה אין וואס זיך צו מטהר זיין נאכדעם",
און ווי ער האט דאס געהערט, איז ער גלייך אוועק געגאנגען. ווי אזוי זאגט הוגה? "פרשונת אויף די מעשה איז גענצליך איבריג.

אויס מענטש » דינסטאג יאנואר 14, 2014 11:39 am

· #176257
ספעציעל צו הרב הוגה
כהאב מיר גענומען די מיה און זיך איינגעשריבן, נאר צו קענען אויס שטרעקן מיין האנט צו הוגה'ן און אים געבן א ברכה! כה לחי, יישר כח פאר די ווערטער, עס איז קילורין לעינים, און עס איז א חיזוק אז מען הערט אמאל די עכטע גוטע וועג אין אידישקייט, און אז אידישקייט איז נישט נאר די פינסטערקייט, וואס איז ליידער מעשה שטן הצליח אריינצולייגן במוחינו ובינינו.

א יישר כח פארן נאך ברענגען די הערליכע ווערטער פון הרב דשעקעבסון, מי יתן און דער עולם זאל אים אויס הערן יעדע וואך, עס וואלט אסאך אוועקגעשטעלט אמתע אידישקייט ביים עולם.

א שטיקל נחמה איז דא אז דער עולם זיכט היינט אביסל צו הערן די סארט געדאנקען, כדוגמא קטנה די דרשות פון בערל טויבער און הרב אלימלך בידערמאן וכו' וכו' .

מען ברויך אבער זייער שטארק וויסן ביי זיך אז דאס איז דאס באמת אידישקייט, און זיכער דער דרך החסידות, און נישט ווערן אפגעפאטשט און זיך לאזן פון די פינסטערע עלעמענטן יושבי חושך זיי זאלן טאקע געווינען די קריג, מיטן אונז אליינס באיינפלוסן אז מיר זענען נישט די עכטע אידן נאר זיי גאר חס מלהזכיר, דאס איז געווען דער מהלך פון בעש"ט הק' און אלע גדולי החסידות, אידישקייט איז שמחה פינטל.
ווי הוגה האט שוין ערווענט.

וואס מען דארף ארויס נעמען איז, חיזוק זיך צו הלאטן שטארק מיט די אמת'ע אידישקייט און נישט חלילה ציען קיין פארקערטע מסקנות. אז אידישקייט איז שלעכט און לאמיר שטיין ווי ווייטער פון דעם, דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט להיטיב לברואיו אויף אלע פארמען און אין אלע אספעקטן.

אויס מענטש » דינסטאג יאנואר 14, 2014 11:40 am

· #176258
@ ממרום וואס איז פשט פון די שנאה דיינע, און דיינע חבירים אין פאליש, אויף חב"ד ???

shem-tov » דינסטאג יאנואר 14, 2014 11:58 am

· #176261
סדא מענטשען וואס איך האב ביטערלעך פיינט, למשל איינער וואס קומט אונז מוסר זאגן בשעת ער רעדט זיך איין אז ער איז שוין מעכטיג אויפגעקלערט. נעם דעם חכם אתיק זשעקאבסאן א אפגעפליקטער תלוש און די חלב סתם מעשה איז ערשטענסט קיינמאל נישט געשעהן און צווייטענסט איז עס א שטאלץ וואס נאר אן ערליכער יוד קען פארשטיין. ער רעדט נאך פונעם מנחת אלעזר און דער סאטמארער רב זוילען פון אלע בנינים און מנהגים טובים וואס ער האט פיינט. סארי חברים באט כקאן אים גיט

ודי למבין » דינסטאג יאנואר 14, 2014 12:03 pm

· #176264
די מעשה איז -אפשר - קיימאל נישט געווען אבער די נמשל געשעט יעדע מינוט.

עס איז א שטאלץ וואס נאר אן ערליכע יוד "היינטיגע צייטן" קען פארשטיין אז גנבנען מעג איך, אבער חלב סתם מעג איך נישט. דאס איז די גאנצע פוינט פון דעם ארטיקל און יא, שם-טוב דו זאלסט זיין שטאלץ מיט דעם!!!

ברסלבער » דינסטאג יאנואר 14, 2014 12:23 pm

· #176269
shem-tov
סדא מענטשען וואס איך האב ביטערלעך פיינט, למשל איינער וואס קומט אונז מוסר זאגן בשעת ער רעדט זיך איין אז ער איז שוין מעכטיג אויפגעקלערט. נעם דעם חכם אתיק זשעקאבסאן א אפגעפליקטער תלוש און די חלב סתם מעשה איז ערשטענסט קיינמאל נישט געשעהן און צווייטענסט איז עס א שטאלץ וואס נאר אן ערליכער יוד קען פארשטיין. ער רעדט נאך פונעם מנחת אלעזר און דער סאטמארער רב זוילען פון אלע בנינים און מנהגים טובים וואס ער האט פיינט. סארי חברים באט כקאן אים גיט

איך קען אים נישט, איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אים. אבער די ווערטער וואס ער זאגט זענען דברים של טעם, ער רעדט צו די זאך, ער ברענגט ארויס גוטע נקודות, און @הוגה לייגט עס שיין אראפ.
צו די מעשיות זענען אמת צו נישט מאכט נישט אויס, פאר א משל איז עס זיכער גוט. און עס ברענגט ארויס די נקודה אז מיר דארפן זיך פארבעסערן בין אדם לחבירו, און ער איז ליידער גערעכט.

גדעון » דינסטאג יאנואר 14, 2014 12:35 pm

· #176270
ער האט געהערט פון א איד - קרויס


איז דאס דער חזן מיט די וואנצען?

געפילטע פיש » דינסטאג יאנואר 14, 2014 12:54 pm

· #176271
shem-tov
סדא מענטשען וואס איך האב ביטערלעך פיינט, למשל איינער וואס קומט אונז מוסר זאגן בשעת ער רעדט זיך איין אז ער איז שוין מעכטיג אויפגעקלערט. נעם דעם חכם אתיק זשעקאבסאן א אפגעפליקטער תלוש און די חלב סתם מעשה איז ערשטענסט קיינמאל נישט געשעהן און צווייטענסט איז עס א שטאלץ וואס נאר אן ערליכער יוד קען פארשטיין. ער רעדט נאך פונעם מנחת אלעזר און דער סאטמארער רב זוילען פון אלע בנינים און מנהגים טובים וואס ער האט פיינט. סארי חברים באט כקאן אים גיט

די מעשה מיט'ן פוקס וואס האט גערעדט צו די פיש איז אויך קיינמאל נישט געשעהן, וואס איז ראנג מיט מענטשען דא? Sheesh!

shem-tov » דינסטאג יאנואר 14, 2014 2:08 pm

· #176293
גלייב מיר כוועל ענדערשער אויסהערן וואס דשאול אוסטין האט צו זאגן, אדער וועל איך קויפן א סעלף העלפ בוק פון זיגי זיגלער, ווי איידער א יודישער סעלף אפוינטעד מוסר זאגער וואס האט זיך זיינע אגענדעס

איש עברי » דינסטאג יאנואר 14, 2014 2:12 pm

· #176295
shem-tov
גלייב מיר כוועל ענדערשער אויסהערן וואס דשאול אוסטין האט צו זאגן, אדער וועל איך קויפן א סעלף העלפ בוק פון זיגי זיגלער, ווי איידער א יודישער סעלף אפוינטעד מוסר זאגער וואס האט זיך זיינע אגענדעס


ביטע לייג אראפ דיין קעיס און זיי מסביר מיט דברים של טעם פארוואס דו האלטסט אז ער רעדט נישט צו די זאך, טאמער די קענסט נישט דאן שווייג און קבל את האמת ממי שאמרו

אקעי?

shem-tov » דינסטאג יאנואר 14, 2014 2:25 pm

· #176298
איש עברי
shem-tov
גלייב מיר כוועל ענדערשער אויסהערן וואס דשאול אוסטין האט צו זאגן, אדער וועל איך קויפן א סעלף העלפ בוק פון זיגי זיגלער, ווי איידער א יודישער סעלף אפוינטעד מוסר זאגער וואס האט זיך זיינע אגענדעס


ביטע לייג אראפ דיין קעיס און זיי מסביר מיט דברים של טעם פארוואס דו האלטסט אז ער רעדט נישט צו די זאך, טאמער די קענסט נישט דאן שווייג און קבל את האמת ממי שאמרו

אקעי?


אקעי.

אבער נישט יעצט

ראש הישיבה » דינסטאג יאנואר 14, 2014 5:34 pm

· #176342
@שמעקעדיג

און ווייטער די הנהגה בין אדם לחבירו איז דען נישט אזוי געווען? אין די צייטן פון מנחת אלעזר און דברי יואל האט מען דען נישט געפייניגט מתנגדים? טעראריזירט די קעגנערס? דו ברענגסט דאך אליינס די גמרא אז די סיבה פון חורבן איז דאך שנאת חנם, עס איז גארנישט געווען בעסער ווי היינט, אין דעם חלק איז נישט פאראן קיין ירידת הדורות אדער עליית הדורות, היסטאריע שפילט זיך פשוט איבער בכל דור ודור, מה שהיה הוא שיהי', הגם ס'איז אפשר נישט געווען אויף אזא וועלטס פארנעם ווי היינט, אבער מחלוקת איז ליידער פון אייביג געווען א שרעקליכע זאך צווישן אידן, אפטמאל אונטערן שלייער פון פרומקייט, און איך גלייב אז אך ורק משיח צדקינו וועט קענען באווייזן צו מאכן שלום.

עס איז א גרויסער חילוק, ווייל אמאהל האבן די חסידים גערודפט די מתגדים אדער פארקערט, וכן איין קהילה האט גערודפט די צווייטע, וואס כאטש עס איז נישט קיין הצדקה, אבער עס איז נישט די זעלבע ווי היינט. היינט, זענען מיר ארום גענומען מיט כלבים פון די אייגענע קהילה וואס מיט די איצטלא פון פרומקייט, באגראבט מען די אייגענע פריינט/ברודער/קרוב. שפכו דמם כמים בחוצות

ראש הישיבה » דינסטאג יאנואר 14, 2014 5:43 pm

· #176346
shem-tov
סדא מענטשען וואס איך האב ביטערלעך פיינט, למשל איינער וואס קומט אונז מוסר זאגן בשעת ער רעדט זיך איין אז ער איז שוין מעכטיג אויפגעקלערט. נעם דעם חכם אתיק זשעקאבסאן א אפגעפליקטער תלוש און די חלב סתם מעשה איז ערשטענסט קיינמאל נישט געשעהן און צווייטענסט איז עס א שטאלץ וואס נאר אן ערליכער יוד קען פארשטיין. ער רעדט נאך פונעם מנחת אלעזר און דער סאטמארער רב זוילען פון אלע בנינים און מנהגים טובים וואס ער האט פיינט. סארי חברים באט כקאן אים גיט


@shem-tov טייערער: אין דיין קאפ,פארשטייסטו אז דזשעקעבסאהן האט פיינט סאטמאר, דאס קומט פון די פארסאמטע חינוך וואס אונז האבן, אז אויב איינער האלט אנדערש ווי אונז האט ער אונז פיינט. לאמיתו של דבר ער האט קיינעם נישט פיינט, בסך הכל איז דא געוויסע זאכן וואס ער האלט אנדערש ווי אונז און ער האלט אז סאטמאר איז זיך טועה. אי משום הא, מעג ער נישט פארציילן א מעשה וואס ער האט מקבל געוועהן פון א מקור ראשון? ועוד והוא העיקר, ביי אונז איז דא א אפמאך, אז פרומקייט קומט מיט שלעכטקייט רשעות שנאת ישראל. אבער ביי די צדיקים ווי די דברי חיים און די דברי יואל, מנחת אלעזר איז נישט געוועהן אזוי, זיי זענ ען געוועהן אויסגעארבעט מיט אמת'ער אהבת ישראל פאר זיי זענען געווארן פרום. ממילא יא, קען זיין אז זיי וואלטן נישט סובל געוועהן אזא רשעות וואס גייט היינט פאר

shem-tov » דינסטאג יאנואר 14, 2014 6:45 pm

· #176365
בין איך משוגע אדער זענט איר גיט משוגע און פארדרייט. היינטיגע צייטען גייען מענטשן אראפ פון וועג??? איר ווייסט וואסע האט זיך אפגעטאן מיט א הונדערט יאר צוריק. היינט איז די טענה אז מען איז צו פרום??? די זעלבע טענה האט מען אלץ געהאט אויף אלע גדולי ישראל אבער אין זייערע צייט זענען אכציג פראצענט פון כלל ישראל ליידער אראפ פון וועג אנגעהויבן פון השכלה ביז די מכה בפטיש ציונות. היינט איז ב"ה דא א סיסטעם ווי מען מאכט יעדען פילן וועלקאם און אויב געפעלט אייך עס סנישט קענט איר גיין צו א צווייטע כנופיא. רבותי לערנט אביסעלע היסטאריע. פאטסטעפס ארבעט שוין 10 יאר צו פארשאפן א מנין יודן קאמפערט צו מיליאנען אפגעפארענע פארן קריג. און אויף דעם קענט איר שרייען אכשר דרא. היינט קומט דער לובאוויטשער דשעקאבסאן און דערציילט מיר אונזערע פראבלעמען. נעכטן איז עס געווען דער ליסקער פריעדלענדער. שכח אייך אבער קריכט אראפ פון אונז מיר זוכען סיבות ליב צוהאבן אונזער סיסטעם און נישט פיינט צו האבן. איך האלט אז יעדער יחיד קען דערגרייכען זיינע שאיפות. ארבעט שווער וועסטו האבן א גליקלעך לעבן. אאון אז נישט וועסטו נאך קרעכטצען ביי די אכציג און אין בעסטן פאל וועסטו זעהן דיינע אייניקלעך אין די ארמי. דאס ווילסטו אפשר

ראש הישיבה » דינסטאג יאנואר 14, 2014 6:52 pm

· #176368
נאך די כינוס כלל ישראל, בין איך געוועהן ביי א דרשה פון א רב אין זיין קהילה. בתוך הדברים האט ער געוואלט מחזק זיין די כינוס. זאגט ער אז די מציאות האט געוויזן אז די אלע וואס זענען נישט מיט געגאנגען מיט די גדולי ישראל (נאר מיט די נעלאגן), איז גארנישט געבליבן פון זייער קינדער, אפילו אויב זיי אליננס זענען געוועהן ערליך. בשעת מעשה טראכט איך צו מיר, איין מינוט, דיין (די רב'ס) זיידע איז אויך געוועהן פון די נעלאגן, וואסקען זיין בעסער אז מיין זוהן וועט אויסוואקסן א רב און זאגן אז מען מוז פאלגן די גדולי ישראל???

הוגה » דינסטאג יאנואר 14, 2014 6:56 pm

· #176370
אפאר נקודות להבהרה.

1) די עולם האט זיך צוגעכאפט דייקא צו די דוגמא פון די מוסדות וואס איז טאקע א הימל שרייענדע ווייטאג. אבער לא לזה קאתינא. איך האב געמיינט דאס ועוד ועוד. עס זענען דא פארשידנארטיגע פעלער און דיאלאגס וואס ליגן מיר יעצט אין קאפ וואס צייגן ווי די מדות טובות המושרשות בטבעיות אינעם מין האנושי איז אויסגעריסן געווארן פון דעם איד דורך די פרומענישן. אסאך מאל כאפט מען זיך נישט און מען רעדט מיט א קאלטע אכזריות' אן די מינדעסטע ידיעה אז מען דארף זיך שעמען דערמיט. עס איז שווער אויסצופאקן אזוי פיל אויף אמאל און אולי מיט די צייט וועט מען לאזן דא און דארט פאלן אפאר ווערטער למען נחדל מעושק ידינו און כדי מיר זאלן זיך קענען מחזק זיין און זיך האלטן SANE.

2) ובדרך אגב, פאר די אלע וואס פרעגן מיר אין אישי, איך האב נישט גערעדט פון א ספעציפישע פאל וואס איך בין עפעס יעצט אדורך. (לויט @אפטעמיסט בין איך דאך א דייטשע פלעטבושער און ס'נישט שייך ביי אונז בכלל דאס ווארפן פון מוסדות.) דער וואס קען מיך ווייסט אז איך בין זייער א סאושעל מענטש, איך האב חבורות באקאנטע און אסאך ידידים אין אלע היימישע שטעט דאהי און מעבר לים. איך אליינס קען לכה"פ צען פעלער אין די לעצטע יאר צוויי וואס זענען אדורך אונטער די אינקוועזיצישע נעגל פון ראשי המוסדות און די א.ג. וועדים. אויב טראכט איר פון איינער וואס האט דאס מיטגעמאכט דאן זאלט איר וויסן אז איך רעד טאקע פון יענעם. די גרעסטע ווייטאג איז אז מיר זענען געווארן immune צו די רשעות אז מיר הייבן עס שוין אן צו פארשטיין און מיר זענען אפילו מסביר פארוואס די מוסדות מוזן דאס טון. מיר טארן נישט פארלירן אונזער מענטשליכע געפילן! ווען מיר הערן אזא מעשה דארף עס אונז א יעדעס מאל פריש אויפשאקלן און מיר מוזן שרייען אז מיר זענען נישט מסכים.

3) דאס וואס איך האב געשריבן כאילו איך בין מחולק מיט דברי @לעיקוואד/שלמה המלך, וויל איך מבהיר זיין אז איך האב עס טאקע נאר געזאגט TONGUE IN CHEEK. אזוי ווי לעיקוואד האט שוין שיין ערקלערט אין די פאסיגע אשכל. איך האב גענוצט די שטארקייט פון די "ירידת הדורות" טענה ארויסצוברענגן מיין פוינט. אבער באמת אין לנו אלא דברי לעיקוואד. עס איז נישט געווען בעסער אמאל און עס איז נישט בעסער היינט. אנדערש יא, אבער נישט בעסער.

4) און דאס וואס איך האב גענוצט די דברי חיים, דברי יואל, מנחת אלעזר, בעש"ט און רח"ו צו צייגן די נקודה העיקרית פון מיין ארטיקל, וויל איך קלארשטעלן די פאלגענדע. מיר דארפן נישט קיין רח"ו אונז צו זאגן אז מדות איז די עיקר און יסוד צו תורה ומצוות. מיר דארפן נישט קיין בעש"ט זאל אונז זאגן אז ד' אמות של הלכה בלבד איז א חורבן. מיר דארפן נישט קיין דברי חיים זאל אונז זאגן אז מען דארף זיין מענטשליך. מיר דארפן נישט קיין מנחת אלעזר זאל אונז לערנען אז די וואס עסן מענטשן פלייש זענען בארבארן, מיר דארפן נישט קיין דברי יואל אונז צו לערנען מענטשליכקייט. מיר ווייסן דאס אליינס. מיר זענען געבוירן געווארן מיט די ידיעות מושרש אין אונזער נפש. איך האב דא ווידער נאר גענוצט די נעמען אלס א מיטל צו מאכן די נקודה שטערקער און אינטערעסאנטער.

אט די מענטשן זענען די וואס מיר קוקן ארויף אויף זיי היינט אז זיי זענען געווען צדיקי אמת מיט די ריכטיגע דעת תורה. די סאטמארער רב איז געווען די רבי פון אלע קנאים (די נישט בייגעדיגע קניען - כלשון @איש עברי) מיט דעם אלעם איז ברור כשמש אז ער וואלט נישט סובל געווען די רשעות, בטלנות, שלעכטסקייט, ליידיגייערשאפט און חורבנות וואס די היינטיגע קנאים טוען. האט דא איינער א ספק אז ער וואלט געלאזט די גרויסע נעזער שרייען אקעגן די תולדות אהרן רבי? אדער אפילו אקעגן הרב שטיינמאן? די מנחת אלעזר איז געווען די שארפער, די פרומער און די שלהבת י-ה, און ער האט אויך פארשטאנען אז רשעות האט נישט קיין מקום ביי אן ערליכע איד אדער אויפן וועלט. און אזוי ווייטער אלע. דאס מיינט נישט אז איך האלט אז זיי זענען געווען פעלער-לאז אדער נישט, באט יו געט דע פוינט.

אויס מענטש
וואס מען דארף ארויס נעמען איז, חיזוק זיך צו הלאטן שטארק מיט די אמת'ע אידישקייט און נישט חלילה ציען קיין פארקערטע מסקנות. אז אידישקייט איז שלעכט און לאמיר שטיין ווי ווייטער פון דעם, דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט להיטיב לברואיו אויף אלע פארמען און אין אלע אספעקטן.


דאס איז דאך מיין כוונה. נישט חס ושלום צו זאגן אז אידישקייט איז באנקראט, נאר אז דער פארם פון רעליגיע/פרומקייט איז נישט אידישקייט! לאמיר אפלאזן די דרכי עקלקלתון און זיך צוריק קערן צום דרך השם אשר נלך בה באש ובמים לקדש שם שמים.



.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג יאנואר 14, 2014 7:05 pm

· #176377
הוגה
די סאטמארער רב איז געווען די רבי פון אלע קנאים (די נישט בייגעדיגע קניען - כלשון @איש עברי) מיט דעם אלעם איז ברור כשמש אז ער וואלט נישט סובל געווען די רשעות, בטלנות, שלעכטסקייט, ליידיגייערשאפט און חורבנות וואס די היינטיגע קנאים טוען. האט דא איינער א ספק אז ער וואלט געלאזט די גרויסע נעזער שרייען אקעגן די תולדות אהרן רבי? אדער אפילו אקעגן הרב שטיינמאן?

זיכער נישט און וועלכע רב אדער רבי לאזט דאס דען יא צו היינט? מ'קען דאך גארנישט טון מיט צימערמאן וכת דילי


.

הוגה » דינסטאג יאנואר 14, 2014 7:11 pm

· #176382
דער (פינטעל) איד
הוגה
די סאטמארער רב איז געווען די רבי פון אלע קנאים (די נישט בייגעדיגע קניען - כלשון @איש עברי) מיט דעם אלעם איז ברור כשמש אז ער וואלט נישט סובל געווען די רשעות, בטלנות, שלעכטסקייט, ליידיגייערשאפט און חורבנות וואס די היינטיגע קנאים טוען. האט דא איינער א ספק אז ער וואלט געלאזט די גרויסע נעזער שרייען אקעגן די תולדות אהרן רבי? אדער אפילו אקעגן הרב שטיינמאן?

זיכער נישט און וועלכע רב אדער רבי לאזט דאס דען יא צו היינט? מ'קען דאך גארנישט טון מיט צימערמאן וכת דיל.


ביזט גערעכט. האסט מיר געכאפט ביים ווארט. און דער סעלעקציע אין די מוסדות און זיך ווארפן מיט נשמות וואלט ער דען יא צוגעלאזט? אודאי נישט! והא ראיה עס איז נישט פארגעקומען בזמנו.

יאיר » דינסטאג יאנואר 14, 2014 7:13 pm

· #176384
וואס בלייבט למעשה, איז מענטשן פלייש כשר?

סאו וואט » דינסטאג יאנואר 14, 2014 8:20 pm

· #176411
יאיר
וואס בלייבט למעשה, איז מענטשן פלייש כשר?


הרב שם טוב יחי' האט דערמאנט ליסקער, נזכרתי מה שראיתי בדרכי הישר והטוב תולדות רבי צבי הירש מליסקא ז"ל
פעם אחת היה לו [להרב מליסקא זצ"ל] ויכוח עם רב אחד על סכין של שו"ב אחד, שהרב היה מרגיש פגימה דקה, והרה"ק מליסקא ז"ל אמר שאינו מרגיש, ואמר בהתלהבות,
יאמין לי, שאם אני איני מרגיש הפגימה, גם השור לא ירגישנה.

איחוד פעלד » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:38 am

· #176488
אויף וויפיל דער אשכול ברענגט ארויס א וויכטיגע נקודה ווי מען ווארפט זיך מיט מענטשען און קינדער אין די מוסדות, איז עס נישט מובן וואס עס האט מיט א ירידת הדורות.

אמאהל איז נישט געוועהן קיין מוסדות טאקע, ממילא איז נישט שייך געוועהן ארויס צו ווארפען קינדער, אבער דאס מרחק זיין מענטשען מתוך העדה איז געוועהן א נארמאלע זאך אמאהל פונקט ווי היינט, צו ווען א טראגעדיע איז געשעהן און מען האט עס ארויף געווארפען אויף די חטאים פין די "נעבעך" מענטשען, אדער לאמיר נישט אריין גיין אין דער פארווייטאגטע נושא פין די קאנטאניסטען ווען מען האט געמוזט שטעלען קינדער אין מיליטער אין רוסלאנד, ווען מען האט גענומען די קינדער פין די עניים, קינדער פין אלמנות, און די גבירים האבען געשמירט. און מען קען ברענגען כמה דוגמאות, אבער קאראפציע און זיך ווארפען מיט מענטשען איז נעבעך אייביג געוועהן, און לאמיר האפען אז מיר וועלען עס קענען ברענגען צו א סטאפ.

אבער לכאורה מיט ירידת הדורות האט עס גאר קנאפ. הן אמת דער רבי זי"ע, און אנדערע גדולים ווי צ.ב.ש. דער קלויזענבערגער (הגם זיי ברענגען מעשיות פין אים אז ער האט קיינמאל נישט נאכגעגעבען קיין שכר לימוד, און האט געצווינגען מענטשען צו באצאלען, און געטענה'ט אז יענער זאל עסען ווייניגער, און ווייניגער קויפען נייע מלבושים, נאר צאלען שכר לימוד - דאס איז אבער א שמועס בפני עצמו), און אזוי אלע וואס האבען געפירט מוסדות אין די ערשטע צענליג יאר אין אמעריקא האבען זיך נישט געווארפען מיט קיין קינדער, קען זיין ווייל זיי זענען געוועהן בעסערע מענטשען, אבל העיקר נראה לי, אז נישט פארדעם, נאר פשוט ווייל דעמאלס איז געוועהן אסאך ווייניגער קינדער, און אפילו כמה וכמה פין די עלטערען וואס האבען אדורך געלעבט דער קריג, האבען געהאלטען ביי ווייניגער, האט מען געוואלט האבען אבער א גרעסערע צאל קינדער אין די מוסדות, ווייל מען האט געוואלט בויען א חסידות, האט מען יעדעם אנגענומען, אהן קיין שאלות צו דער מאמע גייט האר אינטער די שייטעל, אדער צו מען האט א טעללעוויזיע אינדערהיים, מען האט פשוט איגנארירט מיט דער געוועהנליכע הנחה פין המטרה מקדש את האמצעים, און געוואלט האבען מער קינדער וואס וועלען שפעטער זיין ערליכע חסידישע אידען.

היינט אבער זענען די מוסדות איבערגעפילט, און עס איז באמת דא צו ווייניג מוסדות פאר אלע קינדער, ממילא ווארפט מען זיך מיט די קינדער, און אז מען דארף נישט אהנעמען צוואנציג פראצענט, וועלכע צוואנציג פראצענט שיקט מען אוועק, פארשטייט זיך די זיבורית און די נישט באצאלערס.

איך מאך עס נישט גערעכט, כ'ברענג נאר ארויס דער פוינט.

ווען עס זאלען זיך עפענען היינט נאך צען מוסדות התורה אין ב"פ און ווילי, וואלטען שוין די מוסדות געכאפט א שאק, און אהנגענומען כל צרי וכל זב, אהן קיין אויסנאמען, פאר סיי וועלכע פרייז.

איש עברי » מיטוואך יאנואר 15, 2014 6:43 am

· #176522
דער (פינטעל) איד
הוגה
די סאטמארער רב איז געווען די רבי פון אלע קנאים (די נישט בייגעדיגע קניען - כלשון @איש עברי) מיט דעם אלעם איז ברור כשמש אז ער וואלט נישט סובל געווען די רשעות, בטלנות, שלעכטסקייט, ליידיגייערשאפט און חורבנות וואס די היינטיגע קנאים טוען. האט דא איינער א ספק אז ער וואלט געלאזט די גרויסע נעזער שרייען אקעגן די תולדות אהרן רבי? אדער אפילו אקעגן הרב שטיינמאן?

זיכער נישט און וועלכע רב אדער רבי לאזט דאס דען יא צו היינט? מ'קען דאך גארנישט טון מיט צימערמאן וכת דילי
.


דאס זאגן אז צימערמאן וכת דיליה זענען א טראגישע אויסנאם, דערמאנט מיך ווי די אראבישע און מסולמענער זאגן אייביג אז איסלאם איז א פרידליכע רעליגיע נאר ס'איז דא אפאר אויסנאם פעלער
אלזא ס'זאל קלאהר זיין איינמאהל פאר אלעמאל, צימערמאן ער איז א טייערע אינגערמאן איך האב אים ליב אהבת נפש, ער מיינט נאר צו טוהן גוט'ס און זיין גאנצע עוולה איז אז ער שעמט זיך נישט צו טוהן זאכן וואס אנדערע האלטן זיך צוריק, סזאל זיין קלאהר צימערמאן איז א קרבן א וויקטים נישט קיין אנגרייפער, ער איז נעבעך א פראדוקט פון א חינוך סיסטעם און א שליח פון צינישע עסקנים וואס באהאלטן זיך אונטער אים, עס איז נישטא אזא זאך צימערמאן וכת דיליה, בשעת צימערמאן שטייט אויפ'ן פאדיום און שרייט ווי א צודרייטער שטייען אונטער די קוליסן צינישע רשעים וואס רייבן זיך די בייכער און מוטיגען אים אנצוגיין מיט זיינע הייליגע מערכות.
בארא פארק האט נישט געקענט ערצייגען קיין צימערמאן פלעטבוש אויך נישט, דאס איז נישט איינער וואס האט געכאפט א וואנזיניגקייט, טאמער יא וואלטן שוין די עסקנים אים אריינגעפירט אין שפיטאל, פשט איז אז וואס ער טוט איז אנגענומען, מען באטראכט אים פאר א מסירת נפש אינגערמאן נישט פאר א סייקא וואס געהערט אין בעלוויו.

איש עברי » מיטוואך יאנואר 15, 2014 7:06 am

· #176526
shem-tov

בין איך משוגע אדער זענט איר גיט משוגע און פארדרייט. היינטיגע צייטען גייען מענטשן אראפ פון וועג???
מיר זענען אביסל משוגע און איר זענט אויך אביסל ס'איז דא גענוג פאר יעדן ביטע נישט אריינפאלן אין א פאניק
איר ווייסט וואסע האט זיך אפגעטאן מיט א הונדערט יאר צוריק. היינט איז די טענה אז מען איז צו פרום???
אפשר ביזטו מער מרחיב וואס האט זיך אפגעטוהן פאר 100 יאהר צוריק יר ווייסען נישט טאמער איר ווייסט יא דאן ביטע נעם דיך פאקן

די זעלבע טענה האט מען אלץ געהאט אויף אלע גדולי ישראל אבער אין זייערע צייט זענען אכציג פראצענט פון כלל ישראל ליידער אראפ פון וועג אנגעהויבן פון השכלה ביז די מכה בפטיש ציונות.
לאמיר דיר מגלה סוד זיין, אמאל איז אזוי געווען פשוט ווייל עס איז נישט געווען קיין מויער ארום די יהדות החרדית, די וועג איז געווען אפן פאר יעדער וואס האט געוואלט פארלאזן די אידישע וועג, היינט איז דא א אייזענע פארהאנג, און עס איז דא ליידער א געוואלד וואס לעבן ווי אנוסים ואכמ"ל,
אזוי אויך אמאל זענען געווען באוועגונגען וואס האבן פארכאפט די יוגנט, היינט איז ב"ה נישט דא, דעריבער איז די צושטעל ממש נישט ממין הטענה


היינט איז ב"ה דא א סיסטעם ווי מען מאכט יעדן פילן וועלקאם און אויב געפעלט אייך עס נישט קענט איר גיין צו א צווייטע כנופיא. רבותי לערנט אביסעלע היסטאריע.
דאס ווייזט ווי דיסקאנעקטעד דו ביזט, מען מאכט פילן יעדן וועלקאם?? קודם כל איך זוך בכלל נישט צו באלאנגען צו א סיסטעם, און איך זוך נישט צו זיין אנגעוויזן אויף מענטשן וואס זאלן מיך אויפנעמען וועלקאם, די רבוש"ע מיט זיין תורה פאדערען נישט קיין "סיסטעם"
אבער וואס פונקטליך מיינט ביי דיר מען מאכט פילן וועלקאם? ווער פונקטליך? די גאס וואס טאמער איינער גייט א טראפ אנדערש ווי די המון מאכט מען אויף אים א כאראקטער מארד? און אז אז טאמער א בחור מוטשעט זיך אביסל ווערט ער ארויסגעווארפן און שפעטער טאמער גליטשט ער ווערט א פלעק אויף די משפחה לנצח נצחים?


פאטסטעפס ארבעט שוין 10 יאר צו פארשאפן א מנין יודן קאמפערט צו מיליאנען אפגעפארענע פארן קריג. און אויף דעם קענט איר שרייען אכשר דרא. היינט קומט דער לובאוויטשער דשעקאבסאן און דערציילט מיר אונזערע פראבלעמען. נעכטן איז עס געווען דער ליסקער פריעדלענדער. שכח אייך אבער קריכט אראפ פון אונז מיר זוכען סיבות ליב צוהאבן אונזער סיסטעם און נישט פיינט צו האבן. איך האלט אז יעדער יחיד קען דערגרייכען זיינע שאיפות. ארבעט שווער וועסטו האבן א גליקלעך לעבן. אאון אז נישט וועסטו נאך קרעכטצען ביי די אכציג און אין בעסטן פאל וועסטו זעהן דיינע אייניקלעך אין די ארמי. דאס ווילסטו אפשר

פארוואס ווערסטו אזוי איבערגענומען און בכעס?? פארוואס קענסטו נישט אראפשלונגען לעגיטימע קריטיק? נעכטן איז געווען פלוני היינט דער און לאמיר האפן אז ס'וועט אייביג בלייבן מענטשן וואס זאלן אונז מעורר זיין און אויפמערקזאם מאכן אויף זאכן וואס מיר גייען אין די שלעטע ריכטונג, וויפיל איז די נביא פול מיט שאנד ווערטער אויף אזעלכע וואס ווילן נישט הערן קיין מוסר. גענוי דאס מיינט מען!
לאמיר גוט צוהערן וואס יעדער זאגט און יעדער זאל טוהן כל מה שבידו צו פאררעכטן די פעלערן וואס ס'איז דא ביי אונז!

אויס מענטש » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:05 pm

· #176581
סאיז א שאד מרחיב בדיבור צו זיין, ווייל יעדע שורה וואס מען שרייבט קען מען שרייבן אונטרע דעם נאך צען רויטע שורות ואין לדבר סוף.
נאר כדי אביסל אהערצושטעלן אן אנדערע זייט פון די בילד, איז וויכטיג ארויס צוברענגען געוויסע נקודות, ווי מזאגט גלייך צו מאכן די פאקטן.
אבער דאס איז נישט קיין עטנפער אדער פראגע צו עפעס וואס שטייט דא אויבן, ולכן איז דאס נישט מחייב, עפעס אן אפענטפער און יעדער זאל גלייבן און האלטן וואס ער וויל, וואס דאס איז א תוצאה פון דעם וואס מען האט אים געפיטערט און דאס זאגט ער אז ער וויל.

קודם א קלייניקגייט,
1) יוסף יצחק דעשקעבסאן רעדט נישט צו סאטאמרע אידן בכלל ,ער רעדט צו זיין אודיענס וואס ווילן אים הערן, און אשר על כן רעדט ער כמעט נישט בנוגע די ענינים ווי אונזער סיסטעם, און ער אטאקירט נישט קיינמאל אונזער מהלך, אויב קומט עס ארויף בתוך הענינים רעדט ער פון דעם זייער איידל, און דעמאלט איז אינטרעסאנט עס צו פארציילן פארן עולם און דאס איז וואס ידידינו מר הוגה האט געטון, אבער גלייבט מיר אז יוסף יצחק האט נישט געטראכט בשעת די מצוה פון אונז בכלל.
2) צו זאגן אז מען קען אים גוט, איז בפשטות א שטארקע ליגנט/טעות, ווייל עס איז אזוי ווי מיין מלמד האט געוויסט אסאך מעשיות פון אינעווייניג אויפן קלויזענבארגער וכו' וכו'.

יעצט לענינינו. אידישקייט איז נישט קיין רעליגיע, דהיינו אנדערע רעליגיעס איז דא רולס וואס מען פאולאוט, וואס אזוי איז מען א ערלכיע קריסט, אראבער, וכו' להבדיל ביי אידן קען מען מקיים זיין תרי"ג מצוות און דער אייבערשטער קען נאך אלץ עס רופן מצוות אנשים מלומדה, און פרעגן מי ביקש זאת מידכם רמוס חצירי, ווייל דער ציל פון תורה ומצות, איז נתקרב ווערן דורך דעם צום אייבערשטען, און מגלה זיין אלקות אויף דעם עולם, וכלשון המדרש לעשות לו דירה בתחתונים, און מען דארף צו צמאכן דעם דירה איבעראל בעולם הזה, און אין דעם האט א חלק יעדע איינציגע אידישע נשמה בכל מקום וזמן שהוא דורך דעם וואס ער אנערעקענט און איז מגלה זיין חלק אלוקי ממעל, קומט אויס אז אמצוה איז מקשר דעם נפש און געפילן פון א מענטש צו זיין נשמה, און רוב מאל דורך א חפץ גשמי, ווי סוכה ד' מינים תפילין מצה, וואס די אלקות פון די נשמה איז דורך דעם מגלה מלכותו וכבודו ית"ש, בזה העולם התחתון והגשמי.

אידישיקייט וואס האט אין זיך מדות רעות, אדער ברענגט שנאת ישראל צו אן אנדערן איד, קען נישט זיין קיין אידישקייט, ווייל אלע אידן זענען פארבינדן און זענען איינס דורך די נשמות, און אויב א מצוה דארף דיך מקשר זיין מיט דיין נשמה, ווי איז שייך אז דאס זאל דיך דערווייטערן פון א צווייטן איד וואס זיין נשמה איז איינס מיט דיין ????
וועגן דעם האט ר' עקיבא געזאגט ואהבת לרעך כמוך דאס איז דער כלל אין די תורה, אזוי ווי א יעדע כלל מיינט א רול וואס אזוי גייט די געים, אדער ביזנעס וכו', איז אין די תורה אויך דא א כלל, אין די תורה איז דא א רול פון ואהבת לרעך כמוך, אויב גייט דיין תורה אנדערש, איז דאס נישט די תורה וואס קוב"ה פארלאנגט פון דיר, סארי אז די פלאגסט דיך, אבער הייב אן דינען דעם אייבערשטען מיט דעם כלל, און זעה לאורך הדרך דער כלל זאל שטימען דאס איז דער כלל גדול בתורה, אין דער פשט דערפון כנ"ל איז זייער פארשטענדליך, קענסט זיין זייער רעליגיעז, אבער נישט קיין איד, קענסט מקיים זיין כל התורה כולה, אבער עס כגוף בלי נשמה, און אויב נוצט מען עס נאך צו דערווייטערן אן אנדערע איד, האסטו נועץ געווען חרב בקודש הקדשים, און משתמש געווען בשרביטו של מלך צו פייניגן זיינע קינדער, און נישט גענוג די דינסט אן אנדערן גאט -כלשון החובת הלבבות-, איז נאך ידיכם דמין מלאו פון דערווייטערן אנדערע אידן פון אביהם שבשמים.

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:11 pm

· #176583
אויס מענטש, שטארקע ווערטער!!

אויס מענטש » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:21 pm

· #176593
בקשתי שטוחה לכל מי שבידו להרחיב בדיבור כי עט"י אינו בידי להרחיב בדבר כראוי, וקיצורן זו היא גריעותן.

shem-tov » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:47 pm

· #176602
טייערע ידידים איך האלט פונקט ווי אייך. סנאר דא איין חילוק. איך טוה אין חינוך ממילא ווייס איך פוירסט הענד ווי שווער סאיז און די אלע טשאלענדשעס.

די עט ריסק יוגענט האלט נישט ביי גארנישט זיי זענען זייער פארגויאישט סאיז נישטא וואס סזאל זיי האלטן אויף די מסורה. פרוביר אים נאכצוגעבן, זיי מאכן אלעס אוועק פון משה רבינו ביזן איבערשטן. ער שרייט אז ער גלייבט נאר אין תורה שבכתב ממילא גייט ער נישט מיט קיין ציצית. ביז די ווייזט אים אין די זעלבע תורה די תוכחה אדער עפעס אנדערש גלייבט ער ווייטער נישט. די קענסט מיט יודישקייט נישט מאכן קיין פשרות און די קענסט אים נישט געווינען מיט נאכגעבן ווייל די פארלירסט אים אינגאנצן אין אן אויגענבליק.

לגבי די באקוועמע אויפגעקלעקטע אנגעפרעסענע פראפעסערס וואס מוסרן דעם פרומען פארמאכטן עולם, וויל ענק נאר זאגן די אנדערע זייט פון די מטבע.
די פראבלעם מיט די אלע מוסר זאגערס און עסקנים וואס ווילן אונז נאר פרובירן אויסמענטשלען און אזוי אויך די אלע אדוואקאטן איז אז זיי נעמען זיך איבער א זאך. איין זאך אין זיי בויען דאס אויף אלץ אן עיקר און די איבעריגע מאכן זיי אוועק בשתי ידים. די קענס זיין א מחלל שבת בפרהסיא און אויך קענסטו זיין א יוד אין הארץ און אויך קענסטו עובר זיין על כל התורה כולה אויב ביסט א קינדער אדוואקאט אא"וו יעדער מיט זיין אגענדע

איך הער אין ישיבה ווי א15 יעריגער באם פרעגט זיין תמימות דיגן מגי"ש פארוואס דארף מען גיין מיט א קאפל. סאיז נאר א מנהג. בקיצור דער איידעלער מגיש פרובירט אים צו ענטפערן מיט א רואיגקייט. סווערט געברענגט אין "מגן אברהם" אז.... דער בחור דידן גיט אים א האק איבער. זאג פאר דעם "מאגי" אברהם.... אז

אויף דעם זאג איך אייך מיינע טייערע ברידער. ניין סגייט נישט אזוי צו זיין א יוד איז ביטער שווער מאך נישט אוועק אונזער שוועריקייטן פון זיך איינהאלטן פון טרינקן חלב סתם ווייל נאר אויף דעם האלט זיך נאך יודישקייט. מאך נישט אוועק אונזערע מנהגים און גדרים ווייל סוועט גארנישט בלייבן

בד"וו האט סאטמאר רב זי"ע אמאל אינמיטן א דרשה געשריגן מיט ווייטאג פחדימדיגע ווערטער. וזל"ק. כקאן נישט איין יוד וואס האט שוין אמאל אוועקגעגעבן אפי' א גלעזעל קאווע פארן אייבערשטען. ע"כ
הפלא ופלא

אין די וואכעדיגע סדרה ברענגט דער נועם אלימלך שיין ארויס. סשטייט וידבר ה' את "כל" הדברים האלה לאמר. אנכי ה אלקיך ברענגט ער ארויס בערך אזא בחינה אז אנכי ה דאס גלייבט יעדער, יעדער זאגט ער גלייבט, אבער די הקדמה צו גלייבן איז את כל הדברים האלה מען מיז גלייבן אין די גאנצע תורה. ווי דער סלאנימער ברענגט עס פון די גמרא אז אנכי איז נוטריקן אנוכי נפשי כתיבת יהבית. אין די תורה וועסטו טרעפן דעם אייבערשטן. אז נישט ווייסטו נישט וואס אנכי מיינט

נאך א נקודה. קוק אן די אלע וואס האבן נאכגעלאזט אזוי ווי עטס פארלאנגטס אז מען איז צו שטרענג. ווי זענען זיי היינט. איינמאל מען ווערט פארגויאישט איז געים אווער. דיינע קינדער וועלן דיר לאכן אין פנים אריין פון יעדעס ביסל יודישקייט.

איך ברויך נישט אייערע לייקס אויף מיינע דברי אלוקים חיים און אויך נישט קיין הסכמה וזאת התורה לא תהא מולפת

ישמעאל הכהן » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:53 pm

· #176604
שם-טוב 👍

shem-tov » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:56 pm

· #176605
טייערער אויס מענטש. וכל החברים הדרים פה. אדרבה ילמדינו רבינו. איך וויל פארשטיין אביסל איבער דעם דרך וויאזוי איר לערנט דעם ואהבת לריעך כמוך זה כלל גדול בתורה. ווען די זאגס דאס פאר דיין שוואכן בחור אדער תלמיד און די רעדסט פון דעם פרייען יודס אדער חילוניס מעלות וואס ברויך אים אפצוהאלטן נישט צו שטרעבן צו זיין ווי אים. אדרבה זאגט מיר וויאזוי טיילט איר אפ דעם לאוו אפעיר צווישן יודן ביזן זאגן פאר דיין קינד תלמיד אבער די ח"ו זאלסט אזוי אויסקוקען

אויס מענטש » מיטוואך יאנואר 15, 2014 1:18 pm

· #176606
shem-tov
טייערע ידידים איך האלט פונקט ווי אייך. סנאר דא איין חילוק. איך טוה אין חינוך ממילא ווייס איך פוירסט הענד ווי שווער סאיז און די אלע טשאלענדשעס.

די עט ריסק יוגענט האלט נישט ביי גארנישט זיי זענען זייער פארגויאישט סאיז נישטא וואס סזאל זיי האלטן אויף די מסורה.


מיין הענט ציטערט און מיין מוח האט זיך אפגעשטעלט דא !

כקען דיר נישט ענטפערן. ואתכם הסליחה

יא כבין אויס מענטש.

נאר א פיצי קשיא וואס וועסטו טון, אויב ח"ו היל"ת דיין פופצן יעריגע בחור זאל ח"ו דיר פרעגן אזא קשיא וועגן די קאפעל אדער כיוצא בזה? הא ? גייסטו אויפגעבן ?
הא ? אה עס איז יענעםס בחור

אבער געדענק אלעס איז דעם אייבערשטען'ס קינדער.
גיי זעץ זיך לערנען אביסל ספרי חסידות וועסטו האבן עצות אויף אלעמען.

(קענסט אויך אביסל אויסהערן יוסף יצחק דזשעקעבסאן ער וועט דיר באלייכטן די אויגן)

ברסלבער » מיטוואך יאנואר 15, 2014 1:47 pm

· #176610
shem-tov
די עט ריסק יוגענט האלט נישט ביי גארנישט זיי זענען זייער פארגויאישט סאיז נישטא וואס סזאל זיי האלטן אויף די מסורה. פרוביר אים נאכצוגעבן, זיי מאכן אלעס אוועק פון משה רבינו ביזן איבערשטן. ער שרייט אז ער גלייבט נאר אין תורה שבכתב ממילא גייט ער נישט מיט קיין ציצית. ביז די ווייזט אים אין די זעלבע תורה די תוכחה אדער עפעס אנדערש גלייבט ער ווייטער נישט. די קענסט מיט יודישקייט נישט מאכן קיין פשרות און די קענסט אים נישט געווינען מיט נאכגעבן ווייל די פארלירסט אים אינגאנצן אין אן אויגענבליק.

דאס איז נאכדעם וואס דו האסט אים אנגעפילט מיט אסאך שטותים און זייטיגע זאכן וואס האבן קיין שייכות מיט די תורה, און ווען ער זעהט שוין אז דאס איז שטותים מיינט ער אז אלעס איז שטותים. אבער אז דו געבסט אים לכתחילה א נארמאלע תורה, וועט ער עס געווענליך יא איינהאלטן.
אז דער מגיד שיעור מאכט א גרויסן קוגל פון לייגן תפלין/פלעסטיק גלעזער/היטן שבת/חנוכה פארטיס/דאווענען/תאוות אכילה, טראכט דער בחור אז אויב ער גייט יא צו די טריפה'נע חונכה פארטי דארף ער שוין אויך נישט לייגן קיין תפלין. דאס איז אפשר אן עקסטרעמע משל, אבער עפעס אזוי גייט עס צו.

shem-tov
אין די וואכעדיגע סדרה ברענגט דער נועם אלימלך שיין ארויס. סשטייט וידבר ה' את "כל" הדברים האלה לאמר. אנכי ה אלקיך ברענגט ער ארויס בערך אזא בחינה אז אנכי ה דאס גלייבט יעדער, יעדער זאגט ער גלייבט, אבער די הקדמה צו גלייבן איז את כל הדברים האלה מען מיז גלייבן אין די גאנצע תורה. ווי דער סלאנימער ברענגט עס פון די גמרא אז אנכי איז נוטריקן אנוכי נפשי כתיבת יהבית. אין די תורה וועסטו טרעפן דעם אייבערשטן. אז נישט ווייסטו נישט וואס אנכי מיינט

הונדערט פראצענט. זיכער דארף מען האלטן די גאנצע תורה, אבער דאס איז זייער ווייט פון די אלע צוגעלייגטע היינטיגע שטותים.

איך אויך » מיטוואך יאנואר 15, 2014 2:05 pm

· #176614
ברסלבער

דאס איז נאכדעם וואס דו האסט אים אנגעפילט מיט אסאך שטותים און זייטיגע זאכן וואס האבן קיין שייכות מיט די תורה, און ווען ער זעהט שוין אז דאס איז שטותים מיינט ער אז אלעס איז שטותים.

הפוך בה והפוך בה דכולה בה ,דאס איז דאך די נקודה הפנימית און מיט דעם איז סאטמאר די מערסטע געשלאגן נישט קיין חילוק אויב עס געפעלט פאר שם טוב צו נישט.

איש עברי » מיטוואך יאנואר 15, 2014 2:46 pm

· #176626
הרב שם טוב לאמיר ריפרעימען דא די גאנצע ויכוח פון מתחלה עובדי ע"ז...

הרב הוגה האט אויפגעברענגט א נקודה איבער מענטשן וואס זענען פארפרומט און גלייזן מיט די אויגן צום הימל. אבער גלייכצייטיג זענען זיי איגנאראנט, שלעכט צו אנדער און טיילמאל עובר ממש איסורי תורה בעניינים שבין אדם לחבירו.

כדאי ארויסצוברענגען זיין פוינט האט ער זיך באנוצט מיט א בערלערנדע מעשה [אדער א משל ס'נישט קיין חילוק לעצם הענין] אין נאמען פון הרב יאקאבסאן, וואס דאס האט עפעס ארויסגערופן דיין צארן אויף א געפערליכע אופן אזש אז די האסט פארלוירן דיין געווענליכע עלעקוואנטע באטעמ'טע שפראך און זיך ממש צולאזט און געשריבען "סדא מענטשען וואס איך האב ביטערלעך פיינט, למשל איינער וואס קומט אונז מוסר זאגן בשעת ער רעדט זיך איין אז ער איז שוין מעכטיג אויפגעקלערט. נעם דעם חכם אתיק זשעקאבסאן א אפגעפליקטער תלוש" דברים כדרבונות.

איך האב נישט וואס צו ענטפערן אויף אזא אטאקע נאר דאס וואס מיינע חברים אין חדר האבן מיר געענטפערט ווען איך בין געווארן אין כעס הא הא די אמת באדערט, מען האט געזעהן אז שם טוב איז עפעס געפערליך צושטורעמט געווארן און די ווערטער פון דשעיקבסאן האבן אים אנגערירט עפעס א האקעלע אדער אדער א אפענע וואונד.

צוביסלעך האט זיך אויסגעקלארט די בילד. עס ווערט נתגלה אז שם טוב איז א מגיד שיעור אדער א משגיח אין ישיבה און די אלע סארט גערעדעכצער מאכט אים קאליע די חינוך, ער האלט אז אויב מ'וועט זאגן פאר קינדער אז חוץ פון פיינט האבן רשעים דארף מען אויך זיין ארנטליך און פריינטליך און ליבליך, וועלן די קינדער פארלאזן אידישקייט אין די מאסן.

מען רעדט פון ריין אידישע אידיאלן, אהבת הבריות, כבוד הבריות, אהבת ישראל, שמירה על ממון חבירו, פארוואס פילסטו אז דאס טוט באדראען דיין סיסטעם? געוואלד מען טאר נישט מחנך זיין די יוגנט אז מען דארף ליב האבן א איד ווייל דאס קען אים שאטן. א כפרה פאר אזא אידישקייט!

דו רעדסט פון יוגנט עט ריסק, וואס דו האלטסט אז זיי זענען פשוט שלעכט, זיי זענען איינפאך געבוירן געווארן מיט א טיפע שנאה צום אייבערטען און צו משה רבינו? שם טוב זאלסט וויסן אז זיי זענען פראסטרעיטעד פון דיר און פון דיינע לאקשען תורה וואס דו האסט אויסגעטראפען צו ריפלעיסן תורת ה' און תורת משה.

איך האב ליב די תורה און איך גלייב אז יעדע בחור און יונגל קען דאס ליב האבן אויב מען וועט אים געבן צו שפירן די זיסקייט און די לאגיק וואס ליגט אין דעם

דו רעדסט איבער א בחור וואס האט געפרעגט א מגיד שיעור פארוואס מען דארף גיין א קאפל, די בחור האט פיין געפרעגט זיי מוחל ענטפער אים א נארמאלע לאגישע צופרידנשטעלנדע תירוץ, דו האסט נישט? מוטשע זיך, האסט נאך אלץ נישט גייט האק האלץ! דיין פלאץ איז נישט אין חינוך.

די אידישע תורה איז נישט אזוי פרעדשייל אז ווען א יונגע בחור פרעגט קשיות צופאלט די גאנצע יסוד, עס איז דיין נארישע אויבערפלעכליכע פאנאטישע סיסטעם וואס איז געלעכערט און זינלאז, מיר האלטן די תורה ווייל ס'איז אמת און אז קינדער פרעגן קשיות פלאג דיך און ענטפער א תירוץ נישט נוץ עס פאר א אויסרייד אויף צו אונטערדריקן נאך מער....

די יוגנט וואס די רופסט עט ריסט זענען די בעסטע מאטריאל מיט וועם צו ארבעטען זיי טראכטען זייער קאפ איז אפן זיי ווילן האבן משמעות אין וואס זיי טוען און ווילן נישט בלויז נאכטאנצען אויב אין אונזער חינוך סיסטעם איז נישטא קיין פלאץ פאר זיי זענען מיר גוט אויף צרות.
און מיר זענען ליידער...
בלאט: 1 2