☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » כי ביצחק יקרא!

כי ביצחק יקרא!

156 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8426
בלאט: 1 2 3 4

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 3:11 pm

· #258284
כי ביצחק יקרא!
הוגה
7) איך האב אין די פריערדיגע תגובה געברענגט א "איזביצא'ער בלאג. איך וויל דא צוצייכענען נאך איינס, מי השילוח, טיפע מאמרים נשגבים מיוסד אויף תורת המי השילוח וממשיכי דרכו. די מחבר, הרב יצחק לאווי איז א געווייקטע חסיד'ישע איד, פון דערויסן זעהט ער אויס ווי א טיפישע חאניאק'ישע איד, אבער בתוך תוכיות איז ער א גאר טיפע און ברייטע טראכטער, מיט ידיעות בכל מכמני התורה והמדע, נגלה ונסתר. גלייבט מיר נישט אויפן ווארט, צייגט אייך אליינס איבער. אגב, האט ער דארט א גאר שיינע מאמר אויף פרשת וישב, די וויכוח צווישן יוסף און זיינע ברודער, עיי"ש ותמצאו נחת. עס איז צום האפן אז ער וועט היי יאר צולייגן די צווייטע חלק צום מאמר אזוי ווי ער האט פארשפראכן.

8) די זעלבע מחבר האט נאך א בלאג מחשבת אמונה, וואס איז פון איין זייט נישט אזוי באארבייט ווי די פריערדיגע, אבער פון די אנדערע זייט איז עס ברייטער און דעקט א גרעסערע ספקטרום פון נושאים. ווער עס לערנט אדורך די מאמרים אויף די בלאג וועט באלד באמערקן ביי א גרויסע טייל, אז די מחבר לופטערט אויס זיינע מחשבות אן צוקומען צו א ספעציפישע מסקנא וודאית. די מאמרים דעקן נושאים מכל השייך צו חכמה, מדע, יהדות, הלכה, מיסטיקה, חסידות, תורת הסוד, פילוסופיה, ועוד ועוד. רוב מאמרים זענען העתקות וואס זענען ארגינעל געשריבן געווארן אין עצכ"ח אדער אין אנדערע מקורות. אויב ווילט איר ווערן א ברייטע ידען איז דער בלאג א גוטע אנהייב.
.


כוכב
נישט געטראפן דארט קיין שום השכלה, פונקט קאפויער, נעם אזא שרייבער ווי הרב יצחק לאווי, א היבשער משכיל וחוקר, אן אקטיווער פעיסבוק באנוצער און פירט אן א בלאג מיט איזשביצער תורות (אגב א מבהיל'דיגער בעל כשרון ועילוי און גאלדענע פענע, הוגה האט אמאל גערעדט פון אים ערגעץ, ויבוא המלנקקים וילנקקו) דארט ווידעראום אין הפעמון שרייבט ער א תמימותדיגע מאמר איבער מפרשי התורה, קאכט זיך אין שטיקער אור החיים הק' און נוצט דעם מעשה איש אלס סעד לתמכו.


יצחק לאווי
שלום עליכם טייערע ידידים און פריינט , דא בין איך במלוא יפי והדרי, בשם המפורש, מיט אלע אינפארמאציע.
דא וועל איך שטיין אונטער מיינע מיינונגען, אלעס מיט מיין נאמען מיין בילד אן זיך באהאלטען אינטער מאדנע ניק-נעמען און אן מורא האבען פון די אייגענע שאטן.
ואליכם אישים שומרי משמרת הקודש אקרא, אז איר האט א פארבלעם מיט עפעס וואס איך שרייב, זייט מוחל הייבט אויף א טעלעפאן, שיקט מיר אן אימעיל, אינבאקס מיר אויף מיין פעיסבוק, שיק מיר א פאקס, שרייבט מיר א צעטל אויף א פאפירוס, שיק מיר א בריעף מיט א טייבל, שרייבט מיר אויף די פארע וואס זאמלט זיך איין אויף מיין פענסטער, קאנטעקט מיר עני וועג וואס עטס ווילסט, נאר מיט איין תנאי, אז איר חתמ'ט זיך אינטער מיט אייער פילער נאמן אן זיך באריפען עפעס א מאדנע פאשקיוויל אינטערשריפט נאמען. מיט 'היהדות החרדית', 'בני הישיבות', 'מרנן ורבנן', 'מקום חותם הבד"ץ', וועל איך נישט האבען צוטוהן.


הרב יצחק לאווי איז א חסידישער יונגער יונגערמאן, ניטאמאל א בן שלשים, א תלמיד חכם וכתבא רבא, באקאנט אלס אן אייגנארטיגער און העכסט אריגינעלער געשטעל וואס פארקערפערט מיט זיך דעם "עילוי" און "משפיעים און זייערע השפעות" זשאנארן, די נאסטאלגישע ערשיינונג פון אן אמאליגן עילוי פון די מעשה ביכלעך, אלץ אין א מאדערנעם און פארגעשריטענעם פענאמען.

ער איז דער פרעצעדענטלאזער טיפ וואס איז משלב און מאחד דעם מיסטישן קבלה'ישן טראכט, די חסיד'ישע לערע, דער פילאזאפישער מיטל-אלטער געדאנקענגאנג, אינאיינעם מיט דער סאציאלער ווירטואלער מאדערנער לעבנסשטייגער, אראפברענגענדיג אלוקית און געטליכקייט ביז למטה מעשרה טפחים. אונטער'ן זעלבן ארעם טראגט הרב לאווי א באנד שפינאזע און אויך דעם רש"ש סידור. ער איז דער כותב פון טיפזיניגע איזשביצער תורות און מאמרים אין חסידות, אין דער צייט וואס ער איז אן אקטיווער בלאגגער און קאמענטאר, און סאציאלער נעטווארק באנוצער.

אין די לעצטע פיר און צוואנציג שעה האבן מיר זוכה געווען צו דעם "ובמורא גדול זו גילוי" ווען הרב לאווי האט זיך מגלה געווען אלס אונזער "לעיקוואד" אויף קאווע שטיבל!
לעיקוואד איז דער ניק וואס מאכט אונז שטוינען און זעלבסטצייטיג שמייכלען, דער וואס געניסט פון אן אומגעהויערע רעספעקט ביי אלעמען, אבער גלייכצייטיג מאכט אונז אמאל דרייען מיט'ן טייטלען-פינגער איבער דעם שטערן מיט א גרימאסע אויפ'ן פנים.

לעיקוואד איז דער ניק וואס איז אומפאראויסזעבאר און אומפאראויסשאצבאר. זיינע מיינונגען קען מען נישט פארשרייבן, ווען מ'מיינט אז מ'קען ערווארטן זיין שטעלונג וועט ער אלץ איבערראשן מיט א פרישן עמוק'דיגן שניט און טראכט. נישט ליבארעל, נישט קאנסערוואטיוו און נישט מעסיג. נישט נעגאטיוו און נישט פאסיוו. עס איז איז די לעיקוואד אידעאלאגיע!

הרב לאווי האט זיך מגלה געווען אלס דער איין און איינציגער לעיקוואד, דעם וועמען מיר האסן און ליבן צו דער זעלבער צייט. דער ניק וואס ברענגט אויפברויז און התפעלות אלעס אויף איינמאל.

אין ביאגראפישן זין איז הרב לאווי מנעוריו א סלאבאדקער און רבי מרדכי בעק תלמיד. נאך אלס בחור האט ער שוין גע'שם'ט אלס דער יוצא דופן'דיגער עובד און משכיל וואס דאוונט מיט כוונת הרש''ש ובקי ברזי דרזין ובכל חדרי תורה וואס ווער ס'איז נאר געקומען מיט אים אין בארירונג איז ארויס פון התפעלות.

מבית אבותיו האט ער דעם כל שהוא ובנו ובן בנו תלמיד חכם. זיין פאטער איז דער משפיע און רב פון רחמסטריווקער שטיבל אין לעיקוואד. דער בוים פאלט נישט ווייט פון עפל און זיין פאטער איז אויך אן אייגנארטיגער טיפ תלמיד חכם, וועלכער האט פאר א שטיק צייט געדינט אלס מגיד שיעור אין ישיבת אור ישראל אבער האט זיך עווענטועל געמוזט אפזאגן, צוליב וואס די אורות זענען געווען גרעסער ווי די כלים, און די תלמידים האבן נישט געקענט מיטהאלטן די טיפזיניגע שיעורים.

זיין מוטער איז א טאכטער פון הרב שמעון ווייספעלד, אן אייגנארטיגער תלמיד חכם און מגיד מישרים אין בארא פארק, א נאנטער תלמיד מובהק פון רבי משה פיינשטיין זצ"ל. ווען הרב ווייספעלד האלט א דרשה ברבים טראגט עס א כאראקטעריסטישן אריגינעלן טעם. זיין אויסגעשפראכנקייט איז צום באוואונדערן ווי ער נעמט שטעלונגען על דא והא וואס מוזן נישט אלעמאל שטימען אדער אריינפאסן מיט'ן אלגעמיינעם שטראם. ער איז נישט נושא פנים פאר קיינעם און פאר גארנישט. טראגט הרב לאווי געוויס מיט זיך די הבטחה פון חז"ל אז שוב אין התורה פוסקת ולא במהרה ינתק. זיין פעטער איז ר' דוד אלי' ווייספעלד, א בארימטער תלמיד חכם מופלא ומופלג אין מאנסי, וועלכער דינט אלס ראש ישיבה אין נייטרא מאונט קיסקא.

אלס בחור איז ער געווען משומעי לקחו פון רבי מאטל זילבער, אבד"ק תולדות יהודה, מיט וועמען ער האט אנגעקנופט א פערזענליכן קשר און פיל פארברענגט במחשבת חסידות. אין די ערשטע יארן נאך דער חתונה האט הרב לאווי געוואוינט אין ארץ ישראל וואו ער איז געווען מבני היכלא קדישא פון רבי איטשא מאיר מארגנשטערן שליט"א. כהיום וואוינט ער אין ניו יארק, וואו ער דינט דעם אויבערשטן והשפעתו ואורו איז זורחת למרחוק פיל ווייטער און ברייטער ווי כותלי ביהמ"ד וד' אמות של הלכה.

עס איז פאר אונז א כבוד זיך צו באקענען מיט דעם זעלטענעם גדול'ישן געשטעל, וואס טראגט אונז אריין אין א ניכטערער וועלט, מיט ענדלאזע האריזאנטן און אומאפשטעלבארע ברעגעס וואס מאנען אן אייביגער גלוסט פאר אור און אורות.

איך וועל שליסן זיין מיינע ווערטער מיט א ציטאט וואס איך האב געשריבן במקום אחר:

מאראנצןזאפט

אין א סיורויס נאוט איז מרן דער וואס האט ארויפגעשלעפט קאווע שטיבל פון א פארום צו א בית וועד לחכמים, ווען מרן איז פתוח פיו בחכמה ציפט מען זיך אויב עס עקזיסטירט טאקע אזעלכע מענטשן, ווען נישט די טיטלען זענען געטרעיד מארקט פאר בורים וריקים וואלט מען אים באצייכנט אלס חכימי דיהודאי, נר ישראל, עמוד הימיני, פטיש החזק, עס איז מרן וואס די גרעסטע קארפן קעפ דא (און אין עצכ"ח און אין ספר הפנים, ועוד ידו נטוי' ואין מגלין אלא ליודעי ח"ן) זענען מקבל מרות מיט א ביטול גמור.

מרן איז דער ניק וואס הונטער דעם זון פון א ב*טש וואס מיר אלע קענען, ווערט באהאלטן א הארץ פון גאלד, און פאר ווער ס'געדענקט, ווען א ניק האט דא אמאל געוויינט אז ער איז איינזאם, האט אים מרן געאפפערט צו פארברענגען מיט אים 24 ביממה, און אלעמאל גרייט אויפצוהייבן אויף אים די פאון.

בשם מכון מהרנ"פ להוצאות ספרי רביה"ק פרידיריך ניטשה זי"ע וואונטשן מיר א מזל טוב פאר מרן לרגל דאס געבן דעם טויזנטסטן לייק (דאס איז אגב א פעלד וואס מרן צייכנט זיך נישט אויס, און ווען ס'קומט צו דיפלאמאטיע איז ער אן עי"ן ה"א גמור...) למען יאריך ימים על ממלכתו, וכמאמר ז"ל אפילו אתה נותן לי כל כסף וזהב ואבנים טובות ומרגליות שבעולם, איני דר אלא במקום תורה, מיר בלייבן מיט'ן עיר התורה, מרן זאל זיין געזונט (נישט שטארק ווייל ווען יא איז דעינזשרעס) און אונז פירן קעגן משיח'ן במהרה (על צד אז מ'פסק'ענט נישט ווי הלל.)


והיו עיניך רואות את מוריך:

בר דעת » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 3:26 pm

· #258285
א געוואלדיגער ארבעט, א כבוד פאר אונז צו האבן רבי יצחק אלס ראש חכמי השטיבל און מאראנצן זאפט אלס אמתער מבין ובר דעת. מיר דארפן א מבין זאל ענדליך מספיד זיין מאראנצן

לעיקוואד » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 3:27 pm

· #258286
אריין אין מיין מידיע פאלדער אלץ דער ערשטער פראפיל אויף מיר.
אבער פארוואס איז עס נישט פאבליק?

און יעצט מוז איך מאכן נאך א ניק אויף צו קריטיקירען דער יצחק.

פליקער » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 3:28 pm

· #258287
ביטע מלנקק (קערדיט @כוכב) זיין די געוואלדיגע גילוי

בר דעת » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 3:29 pm

· #258288
זארג נישט איבער די קריטיק, מען וועט עס שוין טון פאר דיר. און יעצט צו די מיליאן דאלאר שאלה, רבי יצחק געב אונז ארויס יאיר'ן דיין קאלעגע...

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 3:36 pm

· #258289
לויט ווי איך פארשטיי, האט לעיקוואד צוגעלייגט צו זיין פראפיל זיין פעיסבוק בלאט, זיין טוויטער אקאונט און זיין אייגענע וועבזייטל. מאראנצן האט עס אויפגעכאפט און פארשטאנען דעם רמז מן השמים אז ס'איז געקומען די צייט פון התגלות.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 3:38 pm

· #258290
מאראנצן זיסע, בלייבט אויף דיר די אויפגאבע אצינד צו מגלה זיין דעם עני הרוכב על החמור, און מיר זעמיר אלע געהאלפענע.

הוגה » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 3:39 pm

· #258291
נתגלה העטרה!!! 😃

אגב, די נייע וועבסייט וואס האלט אינמיטן קאנסטראקטירט ווערן להפצת המעיינות.

נ.ב. דער אשכול באלאנגט אין אנשי שם אדער אין העמק דבר אבער נישט אין שבת אחים.


.

בר דעת » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 3:39 pm

· #258292
איבערבליקנדיג אביסל דעם לעיקוואד\יצחק, זעה איך אז אז עס האנדלט זיך פון א וואונדער קינד, ילד שעשועים, את בנך, את יחידך, אשר אהבת, את יצחק. אבער עס איז נישט די עיר התורה לעיקוואד, עס איז ליבערשט די נייע געגענט לעיקוואד. וואס פון דאס וואונדער קינד וועט זיך אויסקאכן ווייסט קיינער נישט. זיינע מאמרים אין זיינע בלאגס זענען נורא נוראות, מלא לב ונפש. זיינע חידושים דא אין קאווע זענען שארף, שפיזיג, ער איז א חריף ובקי, א בעל מחדש און פארמאגט ביצים גדולים צו קריגן אויף יעדן און זאגן זיין דעה מיט א ברייטקייט. אבער ווי געזאגט איז ער אן עילוי בראשית דרכו און וויאזוי ער וועט זיך אויסקאכן ווייסט קיינער נישט מיר ווארטן געשפאנט. עס קען זיך ענדיגן מיט א מטושטש'דיגער דראג באנוצער וואס ווארפט שפיזיגע רעינות און וויל מאכן א מהפיכה אן א השגה וויאזוי,ער קען ווערן א בעל מקובל מיט אסאך תלמידים. ער קען ווערן א מאדערנער געערטער פילאזאף וואס באקומט תהילת עולם און זיינע ביכער פארקויפן זיך אין די מאסן, און ער קען ענדיגן אלס א מאדנער גורו, קולט פירער. אויך קען ער ענדיגן אלס א ביזנעסמאן, א בעל משפחה, וואס שרייבט אמאל א שיינע מאמר בעת הפנאי. דאס בוים האט אסאך פאטענציאל, מיר מוזן אלע עס באוואסערן. אויב לייקס וועט העלפן, וועל איך אים געבן כל לייקס שבעולם. ר' יצחק די פארמאגסט געטליכע כשרונות, א ריזיגע גאווה און ברייטקייט, די וועלט איז דיינס, כולה שלך, גיי נעם איר איין לטובה!

בר דעת » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 3:45 pm

· #258293
אפשר מאכט מען עפעס א חבורה ווי מען קען הערן דברי תורה וחכמה פון לעיקוואד\יצחק?
אפשר ברענגט מען יאיר, מען בעט די צוויי זאלן שמועסן און די משתתפים זאלן ארומפעסן די שיסל פאפקארן?

אפטעמיסט » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 4:17 pm

· #258296
ב"ה דער עולם הייבט זיך אן מגלה זיין. איך האב אויך געלינקט מיין טוויטער אקאונט אין מיין פראפיל עטליכע טעג צוריק...

הוגה » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 4:23 pm

· #258297
אפטעמיסט
ב"ה דער עולם הייבט זיך אן מגלה זיין. איך האב אויך געלינקט מיין טוויטער אקאונט אין מיין פראפיל עטליכע טעג צוריק...


אויך מיר א גילוי...

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 4:34 pm

· #258298
א געוואלדיגער התגלות!

נישט דער פערזענליכער חלק שבו, נאר כרוב חברי השטיבל האט ביי מיר שטענדיג געהערשט א הערכה פאר לעיקוואד׳ס ברייטפארצווייגטע חכמה און טיפזיניגע רעיונות, אבער ווען א ניק שטעלט זיך אהער אונטער׳ן פאן פון דרייסטקייט און פאדערט קוראזש אינעם חיי יום יום, קומט צומאל אן שווער דאס מקבל צו זיין מיט א אמת׳דיגקייט ווען דער שלייער שטעלט זיך אינדערמיט אלץ מסך המבדיל און א שטיקל אפענע סתירה.

ועכשיו שקרבנו, אז דער אמת איז טאקע יא אמת, קאצק און ר׳ יוזל זענען דא בגלוי און אין פולן קראפט, איז סיי מיין הערכה פילפאכיג געשטיגן, און סיי איז דער התחייבות אנצונעמען דברים נכונים אצינד געווארן א רעאליטעט, בבחינת קבל את האמת ממי שאמרו.

כה לחי!

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 4:34 pm

· #258299
אפטעמיסט
ב"ה דער עולם הייבט זיך אן מגלה זיין. איך האב אויך געלינקט מיין טוויטער אקאונט אין מיין פראפיל עטליכע טעג צוריק...



ס'איז א הסתרה שבתוך ההסתרה.

ברסלבער » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 4:36 pm

· #258300
לעיקוואד האט דאך פארשפראכן צו שרייבן א #למעשה ארטיקל איבער די נחיצות פון זיך מגלה זיין. זעט אויס אז דאס איז די ערשטע טריט פאראויס.

[quote="לעיקוואד"]
פארוואס?
[ציטאט אראפגענומען]

איך ציטער פון וואס ס'קומט.
אבער צום אלעם ערשט בעטן מיר קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא, וממנו ילמדו וכן יעשו. (חוץ ממני, כמובן).

יעדער איינער וואס וויל וויסען ווייסט ווער איך בין, די סיבה פארוואס איך שרייב אינטער לעיקוואד איז נאר ווייל עס איז א בעסער ברענד אויף ק"ש ווי מיין נאמען.. וואס וועט מען זאגען יצחק פון קאווע שטיבל זאגט..? קיינער האט נישט געהערט פון עם בכלל.. לעיקוואד.. אה דאס ווייסט מען.[/quote]

אפטעמיסט » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 4:47 pm

· #258301
אזוי אויך ביי די סאמאטוכע פון משכיל'ס טויט און זיין הספד אויף ק"ש האט לעיקוואד געשריבן וועגן זיין קעגרנשאפט פון זיך באהאלטן אונטער א מאסק. לעיקוואד האט מער ווי איין מאל מרמז געווען זיין אידענטיטעט און דער וואס האט געוויסט האט געוויסט. צווישן אנדערע האט ער אמאל געשריבן אויף זיך און געשריגן מיט טרערן "און איך לו"י יצח"ק בן שרה שאשא וכו' והדברים ידועים.

איש את רעהו » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 5:51 pm

· #258308
wow ! breaking
עס קען ברענגן א פלייץ פון גאטטס און סעלף עסטים ביים ברייטן ציבור זיך אראפצוציען די מאסקעס
עס באפאלט מיר א פחד

יידל » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 5:55 pm

· #258309
מבין ריסי עיניו ניכרין אז דער הרב לאווי איז א חשוב'ער יונגערמאן, אבער צו לעיקוואד קומט ער נישט...

מאטי » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 9:11 pm

· #258351
פארגעס פון שמעלצונג, זיי גייען זיך ארומ'רצח'ן.

יאיר » פרייטאג מערץ 13, 2015 1:30 am

· #258384
האב איך אנגעפרעגט ביי לעיקוואוד'ן אין אישי וואס ער זאגט אויף דעם מר. לאווי, שרייבט ער מיר צוריק אזוי:
קודם כל, די גאנצע זאך פון מאכן א וועבסיייט איז סתם א משוגעת, און דער לאווי אויב איז ער טאקע אזא קלוגער ווי ער שטעלט זיך אהער דארף נישט די אלע שטותים. און בכלל איז ער סתם א טיפישער פאסטמאדערניסט, א גרויסע קונץ צו זיין א פאסטמאדערניסט פונקט נאך מאדערניזם. לאמיר זען ער זאל פאראויסזען וואס די וועלט גייט האלטן הונדערט יאר ארום. מיר זעט אויס ווי ער האט זיך אנגעטרונקען מיט א גלעזל וואדקע און געשריבן אפאר נארישקייטן, און ער רעדט זיך איין אז דא ליגט עפעס טיפע חכמות נשגבות. בכל אופן זעט מיר אויס אז זיין גאנצע טעאריע איז געבויט אויף דעם אז מען ווייסט נאכנישט פונקטליך וואס דאס מיינט רעאליטעט, אויב אזוי ווייסט ער נאכנישט וואס ער אליין איז, און דעמאלט ווייסט ער אודאי נישט וואס ער זאגט, איז וואס זאל איך ליינען איינעם וואס ווייסט נישט וואס ער אליין האלט ואין לי כח להאריך יותר.

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 13, 2015 1:34 am

· #258386
בר דעת: איך בין מסכים מיט איין איינציגן משפט/סענטענס אין דיין מאמר איבער דיין אפשאצונג אויף די געהויבנקייט פון די פערזענליכקייט פון די בריאה וואס רופט זיך דא בשם "לעיקוואוד". נאר אין א סאך מער מוגבל'דיגן זין...! בבחינת אז אפליינען עפעס אין א ברייטערן זין איז א מעלה איבער דעם נידון. ומכלל הן אתה שומע לאו.
נ.ב.: עטץ מיינטס אז בערל בעל עגלה קען נישט שרייבן פילאזאפיש. נאר ס'איז נישט מיין דרך און סטייל...!

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 13, 2015 1:40 am

· #258389
[ציטאט אראפגענומען]

גרא'דעמעכעלע: כ'פארשטיי נישט. כוכב האט דאך געוואלט האבן דעם כבוד. ואם לא כן, למה זה אנוכי...?

לעיקוואד » פרייטאג מערץ 13, 2015 2:27 am

· #258394
יאיר
האב איך אנגעפרעגט ביי לעיקוואוד'ן אין אישי וואס ער זאגט אויף דעם מר. לאווי, שרייבט ער מיר צוריק אזוי:
קודם כל, די גאנצע זאך פון מאכן א וועבסיייט איז סתם א משוגעת, און דער לאווי אויב איז ער טאקע אזא קלוגער ווי ער שטעלט זיך אהער דארף נישט די אלע שטותים. און בכלל איז ער סתם א טיפישער פאסטמאדערניסט, א גרויסע קונץ צו זיין א פאסטמאדערניסט פונקט נאך מאדערניזם. לאמיר זען ער זאל פאראויסזען וואס די וועלט גייט האלטן הונדערט יאר ארום. מיר זעט אויס ווי ער האט זיך אנגעטרונקען מיט א גלעזל וואדקע און געשריבן אפאר נארישקייטן, און ער רעדט זיך איין אז דא ליגט עפעס טיפע חכמות נשגבות. בכל אופן זעט מיר אויס אז זיין גאנצע טעאריע איז געבויט אויף דעם אז מען ווייסט נאכנישט פונקטליך וואס דאס מיינט רעאליטעט, אויב אזוי ווייסט ער נאכנישט וואס ער אליין איז, און דעמאלט ווייסט ער אודאי נישט וואס ער זאגט, איז וואס זאל איך ליינען איינעם וואס ווייסט נישט וואס ער אליין האלט ואין לי כח להאריך יותר.


אפשר זאגסטו מיר פון וועלכע טעאריע פונקטליך דו רעדסט 🙂

לעיקוואד » פרייטאג מערץ 13, 2015 2:28 am

· #258395
[ציטאט אראפגענומען]

דערווייל האט עס נישט געארבעט ווייל מארנצן האט זיך אנגעשריבען א גאנצער טאץ מיט הגזמות און שבחים כמנהג בעלי בתים חשובים דקהילתינו און האט פארגעסן ארויסברענגען די חסרונות און עבירות. וועלן מיר מוזן ווארטן אויף א צווייטער זאל טאקע פארציילן די גאסיפ און קריטיק.

טאמבל סאס » פרייטאג מערץ 13, 2015 12:51 pm

· #258446
די מערסטע בין איך לעקיוואד'ן מקנא אויף וואס
מאראנצןזאפט אויף לעיקוואד
אפילו אתה נותן לי כל כסף וזהב ואבנים טובות ומרגליות שבעולם, איני דר אלא במקום תורה

איך טראג צו אים א טיפן רעספעקט צוליב דעם.

בר דעת » פרייטאג מערץ 13, 2015 1:20 pm

· #258452
עס איז צייט פאר א פרישע גילוי, איך בין נאך א ניק פון דעם זעלבן עילוי לעיקוואד\יצחק. די סטיל איז אנדערש אבער ברוב גאונותי קען איך ארומטוישן (כידוע בקבלה פושט צורה ולובש צורה און אין ליטעראטור איז עס גאר אסאך דא, והדברים ידועים ואין כאן מקומו)


אופס, איך האב זיך איינגעשריבן מיטן בר דעת ניק, אוי איך האב יעצט געוואלט מגלה זיין מיין יידל ניק. אקעי, איך וועל זיך נאכאמאל איינשרייבן און מאכן א גילוי אחר גילוי

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 13, 2015 4:02 pm

· #258480
בר דעת: ווען דו מאכסט א גילוי אחר גילוי זאלסטו נאר זען אז ס'זאלל נישט מקויים ווערן וואס ס'שטייט אין פסוק נאך ..."ולא תעלה במעלות על מזבחי אשר לא תגלה"...!

ישמעאל הכהן » פרייטאג מערץ 13, 2015 5:00 pm

· #258497
אדער איז אין גילו אחר גילו אלא לכסה

געוואלדיג » זונטאג מערץ 15, 2015 3:07 pm

· #258680
יאוועט זיך דער עולם איבער א אשכול מיטן נאמען יסודות פון אמונה 1 כוזרי און יעידער שרייבט זיין מיינונג,
זיץ איך ביים קאמפיוטער און פראביר זיך אויס'משל'ען דעם @מאטי ווער איז ער און וויאזוי זעהט ער אויס,
איך קען מחליט זיין אז ער איז א ראדני איד מיט א ריכטיגע שטאפענע (סעלפאון פון די לעצטע וואך, קרעדיט: שטאפענע קאפעליטש) און ער האלט אז בעצם קען מען גוט אויפווייזן אמונה עפ"י כוזרי אבער ער איז חושש אז אנדערע פארשטייען דאס נישט גענוג מען האט נאך נישט גענוג מסביר געווען, נו וואס טוהט מען? מען וועט פראבירן אפפרעגן, און מיני ומינך תסתעיה מילתא וויל איך איהם א וודאי טרעפן און זאגן א הארציגע יישר כח,
אדער קען איך מיר זיך פארשטעלן ווי מאטי איז גאר א ווייס גאי א מורד אין די סיסטעם פון אונזערע אנוסים און ער האלט טאקע אז אמונה איז א נארישע זאך אוטן ער שטעלט דא פאר זיין מיינונג, און אויב אזוי וויל איך מיט איהם נישט שטיין אין ווארט,
אדער קען זיין אז ער איז סתם א דורכשניטליכער אינגערמאן וואס וויל אמת'דיג פארשטיין וואס מען וויל אין יענעם אשכול,
אדער פלעין אזא איינער מיט א פולע פעך שווארצע בארד און ביי די זייטן פון דעם מויל אזא סארקאסטישן שמייכל זעענדיג וואו ער דרייט דעם רעדל און ער באטראכט ווילאנג וועט נאך אנגיין די צויבער ראד וואס יעדער זאגט איבער און איבער די זעלבע זאך.

מצד שני דער @געוואלדיג קען זיין איינער וואס איז א ריכטיגער ארויס געפאלענער, ברוגז אויפן סיסטעם און וויל פשוט מאכן דאס גענאר פון דעם עולם און ארויף ברענגען נארישע טענות בשבח הוכחות האמונה און אזוי וועט יעדער זעהן אז מען קען דאס נישט אויף ווייזן, און נאך יעדע תגובה לאכט ער א גוטס ווען ער זעהט ווי זיין פלאן ארבעט זיך אויס און מען פרעגט איהם גוט אפ, ער ווארט קוים אויף די מינוט וואס מען מאכט אוועק הוכחות,
אדער פילט ער טאקע אין דעם א שליחות ללמד תועים בינה צו אויפווייזן פאר די וואס ווייסן נישט די אמת'דיגקייט פון תורה און עס איז בלתי לה' לבדו,
און אויך קען זיין אז ער איז גאר דער וואס זיין גאנצע שרייבן איז נאר אז דער אשכול זאל נישט איינשלאפן און זאל אנציען וואס מער זייטן,
דאס איז ווילאנג איך קען נישט ביידן און איך ליין נאר זייערע ווערטער, אבער אין די מינוט וואס מען איז זיך מגלה וואס האט טאקע אסאך מעלות אין דערזייט האט דאס אבער די חסרון אז עס נעמט אוועק די שטארקייט פון די ווערטער און עס מישט זיך אריין אויך יענעמס כאראכטער און לבוש חסידות וכדו' ולכן דעתי הקלושה איז קעגן התגלות, (חוץ אויב וועל איך חלילה פארן חול המועד און פון הימל וועט מען גוזר זיין צו נתגלה ווערן).

הוגה » זונטאג מערץ 15, 2015 3:27 pm

· #258685
עס קען גאר זיין אז מאטי און געוואלדיג זענען איינס און די זעלבע. 😕

לעצם הענין, די פאקט אז דו ווילסט שטערקער ארויסברענגן א פונקט גיבט נישט קיין רעכט צו מאכן די גענאר פון אלע אנדערע ק"ש מיטגלידער. ובכלל, אויב ביסטו אויף א mission צו האבן א השפעה לטב או למוטב, בין איך דיר מודיע אז אזאנע געימס אין פאנטאזיע לאנד האבן א גאר קנאפע השפעה אין דער real world.


אגב, וואו קומט דער שמועס אריין אין יצחק'ס אשכול? לאמיר נישט פארדרייען יענעמ'ס שמועס.


.

ביבער » זונטאג מערץ 15, 2015 5:29 pm

· #258722
וואו וואוינט דער רבי?

יאיר » זונטאג מערץ 15, 2015 9:44 pm

· #258779
ביבער
וואו וואוינט דער רבי?

אין די אינטערנעט. ווען די אינטערנעט ווערט לאנגווייליג גייט ער אריין אין דעם קאווע שטיבל שמועסן אביסל גאסיפ.

שמערל » זונטאג מערץ 15, 2015 9:50 pm

· #258781
ער מיינט צו פרעגן שבת

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 15, 2015 10:08 pm

· #258787
וואס דער שאלה? בביתו נאווה קודש.

ונבנתה העיר » זונטאג מערץ 15, 2015 10:29 pm

· #258794
יאיר
ביבער
וואו וואוינט דער רבי?

אין די אינטערנעט. ווען די אינטערנעט ווערט לאנגווייליג גייט ער אריין אין דעם קאווע שטיבל שמועסן אביסל גאסיפ.

עם הארץ, דו ווייסט נישט אז דער רבי האלט אז אינטערנעט איז קיין חפצא ניט?

יאיר » זונטאג מערץ 15, 2015 10:43 pm

· #258797
אבער איך האלט אז יא. און דער רבי האט אונז געלערנט דברי הרב ודברי התלמיד שומעין דברי התלמיד.

מאטי » זונטאג מערץ 15, 2015 11:05 pm

· #258804
ונבנתה העיר
יאיר
ביבער
וואו וואוינט דער רבי?

אין די אינטערנעט. ווען די אינטערנעט ווערט לאנגווייליג גייט ער אריין אין דעם קאווע שטיבל שמועסן אביסל גאסיפ.

עם הארץ, דו ווייסט נישט אז דער רבי האלט אז אינטערנעט איז קיין חפצא ניט?


אבער מורינו איז דאך נישט תופס מקום, איז דאס נישט קיין פראבלעם.

כוכב » מאנטאג מערץ 16, 2015 12:21 pm

· #258955
אור מופלא רום מעלה הרב @יצחק לאווי אין א מצב פון שוועבנדער דביקות בין רומי השמים לעומקי התהום, מיט א פארפלאמטן געזיכט כולו אומר שלוות וחדוות הנפש בעת עבודתו בקודש דעם פארלאפענעם פורים תשע"ה.

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 16, 2015 4:35 pm

· #259001
געווענליך איז די קאליר פון 'אור' אראנדזש
זעהט אויס אז 'אור מופלא' איז פורפל..

מאטי » מאנטאג מערץ 16, 2015 4:50 pm

· #259009
אינאיינוועגס באקענט מען זיך מיט דעם גרויסן ברען וואס מורינו פארמאגט, ח"ו, נישט עובר צו זיין אויף צער בעלי חיים, האנט ביי האנט מיטן נישט ח"ו מוותר זיין אויף דעם חסידיש'ן לבוש, אויסוועלענדיג א שטריימל מיטן קלענסטן מאס ביבער שוואנצן וואס איז נאר שייך.

טאמבל סאס » מאנטאג מערץ 16, 2015 4:55 pm

· #259011
פאר מ'באשאפט פאר אים א וויקיפידיע פעידזש, האט ער שוין אן עולם אין רעיל לייף?

אפטעמיסט » מאנטאג מערץ 16, 2015 7:25 pm

· #259039
מרן עסט און גייט אין ביהכ"ס אדער איז ער א מלאך במלוא מובן המילה?

יואליש » דינסטאג מערץ 17, 2015 9:56 am

· #259190
שאוטאוט לחביבי יצחק! ווען כ'קען ווען נישט פערזענליך יצחק וואלט איך דיסמיסט די אשכול אלס אייוועלט הייפ. אבער יצחק איז א פליאה פון א געניעס פארהוילן פונעם אויבערפלעכליכן אויג. מ'קען פאברענגן מיט אים פאר חדשים און ווי א גנב שטעלט ער זיך פאר ווי איינער וואס ווייסט נישט ווען די ברית וועט זיין. ווען די עסט מיט אים און דו פרעגסט, "יצחק טשיקען אר ביעף? זופ אדער סאלאט?" און ער קווענקעלט און זאגט "כ'ווייס נישט, ס'אלעס איינס" כאפט מען נישט אז ער רעדט פון א פיליזאפישע, פסיכילאגישע, עטישע, כעמישע פערספעקטיוו, אן השתוות וועלכע קומט ארויס פון זיין סאמע עקזיסטענץ. כ'בין גארנישט מגזם.

שמערל » דינסטאג מערץ 17, 2015 10:17 am

· #259195
פילאזאפיש ווייסעך נישט, אבער כעמיא קען ער זיכער נישט, ווי קומט טשיקען צו ביף?

יואליש » דינסטאג מערץ 17, 2015 10:45 am

· #259198
שמערל
פילאזאפיש ווייסעך נישט, אבער כעמיא קען ער זיכער נישט, ווי קומט טשיקען צו ביף?


אז איך קען מאכן די קעיס וואלט מען מיך דא באזינגן. בין איך בלויז יואליש און יצחק איז יצחק.

petergrifin » דינסטאג מערץ 17, 2015 2:01 pm

· #259256
די נעקסטע מאל מען פרעגט דיך "טשיקען אר ביף" ענטפער פיש!!

שלמה המלך » מיטוואך מערץ 18, 2015 12:15 am

· #259454
אבער וואס איז פשט פון די צווי בילדער?
BEFORE AND AFTER?
אדער מוחין דגדלות VS מוחין דקטנות?
דער פורים בילד מאכט א שטיקל קוגל צווישען ביידע....
אלענספאל דער גאנצער גילוי דא איז מדהים! מדהים!

טאמבל סאס » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 8:31 pm

· #262171
כוכב
אור מופלא רום מעלה הרב @יצחק לאווי אין א מצב פון שוועבנדער דביקות בין רומי השמים לעומקי התהום, מיט א פארפלאמטן געזיכט כולו אומר שלוות וחדוות הנפש בעת עבודתו בקודש דעם פארלאפענעם פורים תשע"ה.



וי להאי שופרא...ווי אזוי די רבי האט געזאלט אויסצוזען...אז מ'וועלמיר זוכה זיין.
19106_10153443808500839_8966751854640460471_n.jpg

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 30, 2015 8:14 am

· #262761
דער וואס קען דער טאטע פון הרב יצחק קען זיך אביסל מנחם זיין. אויף איהם קען מען אויך שרייבען א לאנגער ארטיקל פון זיין גדלות און מעלות און ברייטקייט. און דערמיט א ריזיגע תלמיד חכם, קודם אין נגלה און סוגיות פון ש"ס און פוסקים, וואס ער ליגט דערין און איז מחדש דערין, און אויך אין 'טשיקאווע' עניינים, וואס ער פארשטייט און קענט און האט ליב צו הערען פון אנדערע. סתם א באליבטע מענטש.

איך האב אמאל צוגעשטעלט א ווערטעל צו איהם. אין די כתבים פון הרב משה מידנער ז"ל שטייט אזא מימרא, דוכט זיך בשם דער לעכאוויטשער. ווען א קעיניג דארף א מאל אויסטוהן זיין קרוין, האט ער מורא ארויפצולייגען אויפ'ן קאפ פון איינער פון די שרים, ווייל אויף מארגען וועט ער זיך איינרעדען אז ער איז גאר קעניג. דעריבער לייגט ער עס אויף א פשוט'ער טשוואק אין וואנט. כליל תפארת בראשו נתת לו, אז משה רבינו איז גאר געווען דער טשוואק.
ווען א רעבעלע האט גע'עפענט א שטיבל אין לעיקוואוד, און האט נאך נישט געהאלטען ביים שיקען א קינד צו זיין דומ"ץ ורב דארט, האט ער געמוזט נעמען א צווייטען וואס וועט איהם נישט שטייען אין וועג ווען ער דארף אן אייגען קינד שיקען. דער איינציגסטע אויף וועמען ער קען זיך פארלאזען איז געווען הרב שלום לאווי שליט"א, וואס פארמאגט טאקע א דרגא פון עניוות און פשטות פון משה רבינו.
אסאך נחת, און געדענק ר' יצחק, די נגלה פון תורה איז פונקט אזוי חכמהדיג על אף ס'גלאנצט נישט אזוי פיל ביים ערשט'ן בליק, און צוזאמען מיט עכטע יראת שמים האבען דיין חכמות אסאך מער חן און שיינקייט, פונקט ווי דיין טאטע.

יואליש » מאנטאג מערץ 30, 2015 10:05 am

· #262769
סארא אראגאנץ צו מוסר'ן איינעם אין פובליק אויף כתה ט' שפראך.
בלאט: 1 2 3 4