Nanachעצי שטיםזוכער: כ'האב יעצט אראפגעלייגט דאס טרייבל מיטן פרייע איד, ער איז גרייט צו גיין צום דעבאטע ווי נאר די ביסט גרייט
ער איז אפילו גרייט אראפצולייגן $1,000 דולער אויב די געווינסט, און אויב ער געווינט דארפסטו 'גארנישט' געבן, די הערסט? קענסט מאכן איזי מאני
אגב זאגט ער מיר, אז יארן צירוק אין די בראשית יארן פלעגט ער זיך דרייען אויף קאווע שטיבל, און בשעת'ן רעדן מיט אים היינט, איז ער אויך ארויף אויף קאווע שטיבל צו זען במה דברים אמורים, סאו האסט שוין נישט די טענה אז ער איז נישט פון קאווע שטיבל,
(גייסט יעצט זאגן אז נאר דער וואס איז געווען אגאנצע צייט, און האט געלאזט מינימום צען תגובות? קאם אן)
א ווארט איז א ווארט, לאמיר מאכן די דעבאטע, ער איז גרייט צו דיסקוסירן אידישקייט, עוועלושן, וואס די ווילסט, ער איז אויסגעקאכט אין אלעם
(איך מיין, וואס האסטו געוואלט?, דעבאטירן מיט מיר?, וואס איך זאג קלאר אז איך גלייב 90% אין אידישקייט, און די זאגסט אז מען קען פראווען 100%, און אונז וועלן זיך טענה'ן וויפול פראצענט אונז האלטן באמת? דאס איז סתם נאריש,
האסט זיכער געמיינט איינער וואס איז 100% אז עס איז 'נישטא קיין ג-ט' אדער אז אידישקייט איז פאלש, אדער יענער איז אכ''פ 90% אין דעם, און נאר אזוי וועט די אמת ארויסקומען, נישט אזוי?)
איך בין נישט חושד אז די האסט אפגעריסן די גאלדענע קייט פון נישט זאגן ליגנט, וואס ציט זיך שוין פון מתן תורה ביז צו דיין טאטע, און די האסט באמת נישט קיין פראבלעם זיך ארויסצושטעלן מיט דיין פנים כדי צו דעבאטירן און צוקומען צום אמת
הער אויף מיט די ארויסגעדרייאכצער, און לאמער גיין תכלית, ווען וועסטו זיין גרייט צום דעבאטע?
Wow wow!!! כל הכבוד!!
נא!
@זוכער ווי ביסטע? איך ווארט שוין קוים צו מיטהאלטן, בד”וו איך האף אז
@זוכער וועט געוואונען, כאטש איך געב עס שוואכע טשאנסען, נישט ווייל מען קען נישט געוואונען נאר ווייל ער זעהט נישט אויס צו זיין גענוג אויסגעקאכט. אבער never say never
איך האב זיך אמאל געטענהט מיט אן אידישן אטעאיסט און בתוך הדברים זאג איך אז ס'איז היינט דא א מערת המכפלה, ס'איז דא א קבר רחל וכו' - שוין איבער 4000 יאר וואס די גאנצע וועלט ווייסט, דאס קענסטו נישט פארלייקנען.
ער נעמט זיך לאכן, ס'איז באבסקע מעשות און ער גלייבט נישט אין די אלע זאכן. אויסגעטראכטע שקרים, נישט געווען קיין אברהם יצחק יעקב.
די גאנצע בייבל איז איין שטיק געבעקס נישטא קיין גאט און קיין פאלק, ס'איז אלעס אויסגעזויגן פון פינגער. נישטא קיין שום עווידענס. כלשונו. מיט אזא איינעם קען איך נישט טענה'ן און אוודאי נישט געווינען. אפשר א צווייטער קען. מעגליך. איך בין נישט בכח.
לגבי וואס זאג איך דאס: מיט איינעם וואס זאגט אפן אז ער גלייבט גארנישט איז נישטא קיין דעבאטע. פינקט ווי די האלעקאוסט לייקענער וועלן לייקנען שטיין און ביין אז ס'איז קיינמאל קיין האלעקאוסט נישט געווען. מ'האט נישט גע'הרגט קיין 6 מיליאן אידן. ס'איז א אידישע שקר. די ציונים און די זקני ציון האבן עס אויסגעטראכט. קענסט אים ווייזן קרעמיטאריומ'ס קענסטו אים ברענגען לעבעדיגע מענטשן וואס האבן דאס אליין מיטגעטעלעבט. והוא באחד: אלע זענען ליגנער. און ע
ס זענען פאראן צענדליגער טויזענטער האלאקאוסט לייקענער, וואס קיין שום פרוף וועט זיי נישט טוישן. - ווייל זיי האבן א נגיעה.
איך האב פאקטיש אויפגעוויזן דא פאר יעדן איינעם אנגעהויבן פון @מי אני, ביז @עצי שטים און אלע 20 אנדערע מווכחים, אז
אלע דעבאנקד טעאריעס פון די ביביל קריטיקער איז פוסטע שקר - זיי פאבריצירן א פאלשע נעראטיוו - און פרובירן עס אריינשטיפן אין פסוק. איי אלע מפורשים זאגן אז דער פסוק זאגט בפירוש נישט דאס.
ער איז דאך אבער א גלויביגער אין ביקורת המקרא, און וויל האלטן וואס ער האט אפגעמאכט - צוליב זיין נגיעה.
נאכאמאל, מיר אלע האבן נגיעות ווי איך האב שוין געשריבן אויבן. איך האב א נגיעה אז תורת משה איז אמת ויצייב 100 פראצענט. בלי שום ספק, מיט קלארע פרוף.
פון אלע 20 ק"ש מעמבערס וועלכע האבן זיך געדונגען מיט מיר, האט קיינער נישט געקענט אפווענדן מיינע ראיות פון די פסוקים און פון די גמרא. אבער פונקט ווי איך קען נישט איבערצייגן דעם נאציסטישע האלעקאוסט לייקענער, וואס וועט לייקענען שמש בצהרים און וועט אויף אלעם זאגן: נישט אמת. נישט קיין ראיה. די זעלבע האב איך מיט קיין פרייען איד / אטעאיסט נישט וואס דעבאטירן. ווייל ער גלייבט נישט קיין איין אות פון תורת משה.
איך בין רעדי זיך צו טענה'ן מיט יעדן. איך טוה דאס שוין 50 יאר צו גוטן ב"ה, איך האב זיך געראכטן אויף פיל שטערקערע קשיות, נאך אלעם האב זיך זיך ארומגעריסן מיט 20 חברה. די קשיות וואס מ'האט דא געשטעלט זענען קיין שום קשיות נישט. די טעאריעס זענען וואסעריג, און געבויט אויף הונענערע פוס. - א שטיקל סורפרייז.
פון די עטליכע הונדערט רעגיסטרירטע באנוצער אין ק"ש -
האט קיין איינציגער ניק פון ק"ש נישט דעפענדעד תורת משה. אין גם אחד. נישט געווען קיינער זיך אנצונעמען אז מעמד הר סיני איז יא אמת, אז כלל ישראל איז יא געווען איין פאלק מאז ועד עתה, ווי עס איז דער טרוקענער מציאות און ווי אלע פסוקים שטעלן קלאר, אינטערגערגעשטיצט מיט פסוקים און מיט די DNA באווייזן. און דער כלל פון "
אין אדם מוריש שקר לבניו" וואס מ'קען אויף דעם בויען. ווען געוויסע האבן אראפגעריסן די פירער פון כלל ישראל אלץ רוצחים און מערדער האט זיך קיינער נישט אנגענומען פאר משה און אהרן. - נישט קיין סופרייז.
איך האב זיך אליין געשלאגן און אפגענטפערט יעדע איינציגע טענה - און MAKE NO MIKSTAKE - נישט איך בין שטערקער. נאר דער אמת און די תורה הקדושה איז שטערקער פון אלעמען - פאר א סיבה האט עס א קיום. - נישט קיין סורפרייז.
איך האב קיינעם נישט אנגעגריפן אדער געטשעפעט
פערזענליך. אין גם אחד. אויב האב איך זיך שארף אויסגעדרוקט אויף איינעם,
בין איך אים מפייס ברבים. אין א דעבאטע קען זיך אמאל ארויסריקן פון קאנטראל. נאכאמאל, איך געדענק נישט אמאל צו שרייבן קעגן א יחיד פערזענליך.
ווער עס איז גרייט, זאל מיר לאזן וויסן. אויב איך בין Wראנג וועל איך מודה זיין. און איך ערווארט דאס זעלבע פון די אפאנענטן. כאטש ביז היינט האב דאס נישט דערלעבט.
ידידכם ומוקירכם,
זוכער