☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » די כוזרי ארגומענט

די כוזרי ארגומענט

456 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14982
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

ברוך בענדיט » דינסטאג יאנואר 25, 2022 2:49 pm

· #492806
Re: די כוזרי ארגומענט
עצי שטים
ברוינשטיין
עפעס זאגסטו, די גייסט מיך באלד מאכן טון עבירות, ווייל איך גלייב בלויז מיט אמינא פשיטא, נו אדרבא דערצייל מיך וויאזוי די קומסט איבער די ניסיונות, אדער אפשר קענסטו מיט לאגיק איבערצייגן אין וואס די גלויבסט.

ח''ו טוה נישט קיין עבירות, מען דארף טאקע יא צוקומען מיט די אייגענע שכל אז אידישקייט איז די אמת

און אזוי בין איך טאקע איבערצייגט מיט מיין אייגענע שכל (אכ''פ לויט ווי איך שטיי יעצט)
איך גלייב נישט וואס די פארקויפסט דא....
לויט מיין ערפארונג איז אז איינמאל מען רייסט פון זיך באמת אויס די תמימות'דיגע אמונה פשוטה מיט וואס מען איז אויפגעוואקסן אין מען הייבט נאר אן זעהן א וועלט פון חוקרים מיט פיליזאפן מיט אפיקורסים אין מען ווייסט ביי זיך דעם אמת אז למעשה קען אפשר דאך זיין אז מען איז אויפגעוואקסן מיט ליגענט דעמאלט אפילו די וועסט דיך טרעפן דיינע צוויי ראי'ס וואס גייען באדעקן דיינע געפילן אין זאלסט קענען ווייטער אנגיין מיט דיין געשמאקע דאווענען אין דיין בלאט גמרא טראכטן'דיג אז יעדער ווארט ווערט צוכאפט אין הימל אין די וועסט פראבירן צו אינטשויען א ספיריטאלע לעבן....
נאפ עס וועט נישט גיין.. די וועסט אייביג בלייבן מיט ספיקות אין ניסיונית ווייל אפשר דאך בין איך נישט גערעכט....
שרייב נישט ווי א גאנצע חכם וואס האט שוין געזען אלעס אין ווייסט שוין אלעס מימילה ביסטו א גלויביגער מיט א זיכערקייט....
אמונה פשוטה (אויב מעגליך) האט עס ביי פאר...

Sent from my Pixel using Tapatalk

קהל'ס נער » דינסטאג יאנואר 25, 2022 2:58 pm

· #492810
ברוך בענדיט

You nailed it
דאס מיינט יוסיף דעת יוסיף מכאוב, מען וואנדערט ארום אין חקירה און מען האט נישט קיין לעיבן, unless די גייסט טאקע נעמען שריט אזוי ווי @רביה"ק האט געטין, אבער אויב די פלאנסט מילא גארנישט צי טוישן אין דיין לעיבן, דעמאלטס בעסער זיי א תמים מיט אמונה פשוטה, אין וועסט האבן א גיט לעיבן.

לייבל שטילער » דינסטאג יאנואר 25, 2022 3:23 pm

· #492813
זוכער
די בעסטע הוכחה וואס איך האב אז דער כוזרי איז יא גערעכט, אז אז 600 אלפים מענער - זאגן נישט קיין ליגן, און זענען נישט אלע פארכאפט געווארן אין אילוזיעס.

1) די קריסטן. זייער גאנצע אמונה הענגט אויף די מופתים וואס א גרופע פון 1 מענטש מיט 12 תלמידים. פינטל. מוזט זיי גלייבן.
2) די מוסלמענער. זייער גאנצע אמונה באשטייט פון רעוולעישאנס, נביאות'ן פון 1 מענטש. מוזט גלייבן דעם נביא.
3) ישראלים. זאגן דיר, ס'האט פאסירט מיט דיין זיידע. פינטל. נישט יאנקל האט געהערט, פלוני האט געזען. דיין טאטע האט עס דיר געזאגט.
דאס זאגט נאר אז אידן האבן סה"כ א בעסערע ארגומענט ווי קריסטן, עס קען אבער נאכאלץ זיין אז איינער האט אויפגעמאכט א מעשה און דער עולם האט עס אפגעקויפט ופלמס הזהר הקדוש יוכיח. ועוד, עס איז קיין הוכחה אויף תושעב''פ וכו'.
4) מיר מל'ן ביי די 8 טאג זיך ווייל מיין זיידע האט באקומען דעם באפעל פון גאט און ער האט די זעלבע זאך געטאן מיט זיינע קינדער.
?
5) מיר האבן היינט די בענעפיט פון די KOHEN DNA, וואס צייגט מיט סייענטיפישע עווידענס אז די כוהנים משפחה ציט זיך פון טאטע-קינד, טאטע-קינד ביז אהרן כהנא קדישא.
די Y-chromosomal Aaron גייט צוריק איבער 3000 יאר, וואס צייגט די ריכטיגקייט צו תורת משה.
יעדער איז מודה אז ס'געווען א שבט פון כהנים וואס זענען געווען מיוחד פאר פולחן, און זיי האלטן חשבון אויף זיך אנדערש ווי רוב מענטשן וואס האבן קיין אנונג פון ווי זיי קומען.דאס זאגט אבער נישט ווען ס'האט זיך אנגעהויבן און ווער ס'האט עס אנגעהויבן
דער שכל איז מחייב צו גלייבן, ווייל די עווידענס איז דא.

זוכער » דינסטאג יאנואר 25, 2022 3:48 pm

· #492817
[quote="לייבל שטילער"][quote="זוכער"]די בעסטע הוכחה וואס איך האב אז דער כוזרי איז יא גערעכט, אז אז 600 אלפים מענער - זאגן נישט קיין ליגן, און זענען נישט אלע פארכאפט געווארן אין אילוזיעס.

1) די קריסטן. זייער גאנצע אמונה הענגט אויף די מופתים וואס א גרופע פון 1 מענטש מיט 12 תלמידים. פינטל. מוזט זיי גלייבן.
2) די מוסלמענער. זייער גאנצע אמונה באשטייט פון רעוולעישאנס, נביאות'ן פון 1 מענטש. מוזט גלייבן דעם נביא.
3) ישראלים. זאגן דיר, ס'האט פאסירט מיט דיין זיידע. פינטל. נישט יאנקל האט געהערט, פלוני האט געזען. דיין טאטע האט עס דיר געזאגט.
דאס זאגט נאר אז אידן האבן סה"כ א בעסערע ארגומענט ווי קריסטן, עס קען אבער נאכאלץ זיין אז איינער האט אויפגעמאכט א מעשה און דער עולם האט עס אפגעקויפט ופלמס הזהר הקדוש יוכיח. ועוד, עס איז קיין הוכחה אויף תושעב''פ וכו'.

איך זעה אז דו כאפסט נישט וואס דא שטייט. די קריסטן און די מוסולמענער, האבן געווואסט אז זייער מעשה איז געוואנדן אין איין מענטש אדער מאקסימים 12 מענטשן. זיי האבן אבער נישט געקענט פארקויפן אז 600 אלפים האבן עס געזעהן. ווייל מ'קען פאקטיש נישט פארקויפן קיין געבעקסן וואס מענטשן איבערגעבן פאר זייערע קינדער אז "זיי" האבן עס "אליין" געזעהן. והא ראיה אז די קריסטן האבן עס טאקע נישט געקענט באווייזן. כאטש זיי האבן היינט איבער א ביליאן מענטשן.

4) מיר מל'ן ביי די 8 טאג זיך ווייל מיין זיידע האט באקומען דעם באפעל פון גאט און ער האט די זעלבע זאך געטאן מיט זיינע קינדער.
?
נארמאלע מענטשן וועל ןנישט לייגן זייער קינד אונטער א מעסער ביי די 8 טאג - נאר כדי צו הייסן אידן. מ'קען דאך די זעלבע זאך טאן ביי די 13 יאר. דאס אז מיר אלע טוען עסן. נישט נאר אברהם העברי, אחד היה אברהם, צייגט אז מיר זענען נישט אלע משוגע געווארן.

5) מיר האבן היינט די בענעפיט פון די KOHEN DNA, וואס צייגט מיט סייענטיפישע עווידענס אז די כוהנים משפחה ציט זיך פון טאטע-קינד, טאטע-קינד ביז אהרן כהנא קדישא.
די Y-chromosomal Aaron גייט צוריק איבער 3000 יאר, וואס צייגט די ריכטיגקייט צו תורת משה.
יעדער איז מודה אז ס'געווען א שבט פון כהנים וואס זענען געווען מיוחד פאר פולחן, און זיי האלטן חשבון אויף זיך אנדערש ווי רוב מענטשן וואס האבן קיין אנונג פון ווי זיי קומען.דאס זאגט אבער נישט ווען ס'האט זיך אנגעהויבן און ווער ס'האט עס אנגעהויבן
דער שכל איז מחייב צו גלייבן, ווייל די עווידענס איז דא.

דא שטייט אזוי: דאס אז די כוהנים DNA גייט אן ביזן היינטיגן טאג אז קלארע פרוף אויף 2 זאכן:
1) אז כלל ישראל האט אייביג געוואוסט אז "איך בין א כהן", ממילא קינד מיינס, דו ביסט אויך א כהן. דאס גייט אזוי איבער פון דור צו דיר עטליכע הונדערט טאטעס. בערך 200 טאטעס ארויף, דורכאויס אלע גלות'ן, גירוש'ן האט דאס קינד געוואוסט פון זיין טאטע אז מיר זענען כהנים וגוי קדוש, און דאס איז נישט פארלוירן געווארן במשך הדורות - ווי דער שכל דיקטירט.

2) פון די DNA גייט צוריק 3000 יאר, צייגט אז ס'איז נישט במשך הדורות געבוירן א דיקטאטור וואס האט אנגעהויבן פארקויפן לאקשן. נאר ס'שטימט אקוראט ווי ס'שטייט אין תורת משה.

פון אלע זיבן ביליאן מענטשן וועלכע געפונען זיך אויף די וועלט, איז נישט פאראן קיין איין רעליגיע / שבט / פאלק וועלכע האט פאקטישע באווייזן אז "איך" בין א בן-אחר-בן פון די ערשטע גרינדער פון די רעליגיע 3000 יאר צוריק.
פון אלע היינטיגע עגיפטער איז נישטא קיין באווייז אז איינער פון זיי איז אן אייניקל פון די עגיפטער פון 2000 ++ יאר צוריק.

דער פוינט איז: אונזער רעליגיע גייט צוריק דור אחר דור בלי שום שינוי. ביז 3000 יאר צוריק. פינטל.

היסטאריע » דינסטאג יאנואר 25, 2022 6:25 pm

· #492856
איך וויל וויסן, וואס העלפט די כוזרי ארגומענט לגבי תורה שבעל פה?

קען מיר דאס איינער מסביר זיין?

עס העלפט לגבי תורה שבכתב, וואס אונז פאלגען נישט. טאמער עפעס איז עס ראי' לסתור.

פרנס החודש » דינסטאג יאנואר 25, 2022 7:36 pm

· #492867
Re: די כוזרי ארגומענט
זוכער
לייבל שטילער

דאס ווייזט סך הכל אז מוחמד און די קריסטן האבן נישט געקענט אזוי גוט שעכטן ווי שבט לוי אין מדבר,
נישט אז זיי זענען ווייניגער גערעכט.

Sent from my SM-G930V using Tapatalk

קהל'ס נער » דינסטאג יאנואר 25, 2022 7:50 pm

· #492868
קהל'ס נער

You nailed it
דאס מיינט יוסיף דעת יוסיף מכאוב, מען וואנדערט ארום אין חקירה און מען האט נישט קיין לעיבן, unless די גייסט טאקע נעמען שריט אזוי ווי @רביה"ק האט געטין, אבער אויב די פלאנסט מילא גארנישט צי טוישן אין דיין לעיבן, דעמאלטס בעסער זיי א תמים מיט אמונה פשוטה, אין וועסט האבן א גיט לעיבן.

איינער האט מיך געפרעיגט אויף די תגובה אין אישי, און כ'האב עים פארברייטערט די נושא, איך לייג עס דא ארויס אפשר וועל נאך הנאה האבן.

קהל'ס נער אין אישי

כ'וועל אביסל בעסער מסביר'ן
סתם זיצן א גאנץ לעיבן און זיך עסן די געזינט, אפשר איז יא דא א אייבערשטער אפשר נישט, האט נישט קיין פשט מען האט נישט קיין עולם הזה, און נישט קיין עולם הבא, מצוות האבן נישט קיין טעם ווייל מען ווייסט נישט צי ס'איז אמת, אבער עבירות טיט מען נישט ווייל מען האט מורא פון גיהנם, אדער טיט מען יא עבירות און מען פילט זיך ווי א שייגעץ, בקיצור די חלק דארף איך נישט מסביר'ן ס'זעיט אויס ווי די פארשטייסט פון וואס איך רעד.

משא"כ אויב איינער וואס איז חוקר און על דעת אז אויב קימט ער צי א מסקנה אז די גאנצע יודישקייט איז ב.ס. דעמאלט האט א פשט צי חקרנ'ן, (עכ"פ אויב ביסטו גרייט צי מיט מאכן די יסורי נפש) ס'גייט טאקע נישט זיין גרינג טוישן א לייפסטייל איז גאר א שווערע זאך, אבער עט ליסט איז דא ליכטיגקייט צום סוף פונעם טונעל, ער גראבט צי א מטרה, ער זיצט נישט אין עסט די געזינט.

אפילו ער וועט שפעיטער מחליט זיין אז קריסטנטום איז ריכטיג, צי איסלאם, פארט ער ווייטער מיט א מטרה ער האט א מטרה צי וואס ער וויל אנקימען, ס'איז אביסל אזוי ווי עפענען א ביזנעס מען אינוועסט אפאר יאר ביז מען דרייט זיך אריין אין די נייע קאמיוניטי און דערנאך האט מען א גיטע לעיבן.

טאקע ווייל איך בין נישט גרייט צי מאכן קיין טויש אין מיין לעיבן אויב חקירה גייט מיך זאגן אז תורה לא היה ולא נברא, חקר'ן איך נישט אין איך האב א זיסע לעיבן.

זוכער » דינסטאג יאנואר 25, 2022 9:06 pm

· #492883
פרנס החודש
זוכער
לייבל שטילער
זוכער
די בעסטע הוכחה וואס איך האב אז דער כוזרי איז יא גערעכט, אז אז 600 אלפים מענער - זאגן נישט קיין ליגן, און זענען נישט אלע פארכאפט געווארן אין אילוזיעס.

דער פוינט איז: אונזער רעליגיע גייט צוריק דור אחר דור בלי שום שינוי. ביז 3000 יאר צוריק. פינטל.
דאס ווייזט סך הכל אז מוחמד און די קריסטן האבן נישט געקענט אזוי גוט שעכטן ווי שבט לוי אין מדבר,
נישט אז זיי זענען ווייניגער גערעכט.

Sent from my SM-G930V using Tapatalk

הייסט פאר דעם האט ישו הנוצרי נישט קיין 1000 עדות צו זיינע חזיונות?

כ׳האף אז דו פארשטייסט וואס דו האסט געענטפערט.

כרם זית » מיטוואך יאנואר 26, 2022 12:11 am

· #492901
Re: די כוזרי ארגומענט
זייער אינפירמאטיוו.

בנוגע די קשיא אז עס איז שייך אויסצונערן א פאלק מיט פארנעפלטע היסטאריע. קען זיין אז דער כוזרי מיינט בעיקר צו מחזק זיין יהדות קעגן נוצרות און איסלאם ווייל פון אלע מעשיות איז די יודישע די וואס שטימט די בעסטע.

השתא דאתית להכא קען מען שוין זאגן אז אויב יהדות וואלט ווען געווען אן אויפגעמאכטע מעשה, וואלט די נאריטיוו געווען אז ג-ט ב''ה האט זיך מתגלה געווען צו יחידים וויבאלד דאס איז גרינגער צו פראבראצירן. והא ראיה, אזוי זענען רוב רעלעגיע'ס געגרינדערט געווארן.

Sent from my Wiko U316AT using Tapatalk

פאר'ן דאווענען » מיטוואך יאנואר 26, 2022 7:24 am

· #492921
די כוזרי ארגומענט איז בכלל נישט קיין ראיה צו תורה שבכתב, אויב עפעס איז עס נאר מוכיח אז ס'איז דא א גאט, און אפשר אויך צו די עשרת הדברות, עיין כאן

היסטאריע » מיטוואך יאנואר 26, 2022 7:31 am

· #492922
[ציטאט אראפגענומען]

אבער זיינע ראיות דא זעהן אויס צו זיין געוועהנליכע אפאלעדזעטיק סטייל, בכלל נישט מוכרח.
איינער קען מיר ברענגען א ראי' אז מען דארף לייגען תפילין אזוי ווי אונז לייגען, מכח 3000 יאר? העלאו? האלסט טאקע אז 600000 אידען האבען אנגעהויבען לייגען תפילין צומארגענס פין בארג סיני, און מען טרעפט נישט קיין רמז פין ווי זיי זאלען האבען עורות און בתים מאכערס, און ריבוע, און גידין, און אלעס פאר 600000 מענטשען? און אזעלכע קשיות זענען דא ווי בערג.

אם סארי, אבער צו זאגען אז אונזער גלויבען איז "מוכרח" איז א ליצנות גדולה, ווער עס וויל זיך פאטשען אין בייכעל און זאגען שלום עלי נפשי צוליב דער כוזרי, געזונטערהייט. אבער עס האט נישט קיין זין.

און לאמיתו של דבר, מוז מען נישט זוכען און זאגען אז עס זענען דא ראיות פאר אונזער שכל, עס שטייט נישט אין תורה שבכתב אלץ א חוב, איז פארוואס זאל מען דארפען זוכען ראיות פאר אונזער שכל אויף די אמיתית פין תורה שבכתב? איי פארוואס טוסטו די אלע מצוות און חיובים? איין סיבה, און די ווייסט עס, ווייל מען האט דיר אזוי אויפגעצויגען. זיי א מודה על האמת.

פרנס החודש » מיטוואך יאנואר 26, 2022 8:03 am

· #492926
Re: די כוזרי ארגומענט
הודאה על האמת ( מדבר שקר תרחק ) איז נאך אזוי גילטיג ווי דער איבעריגס תורה, ווען האב געהאט מיין תקופה אין די בחורישע יארן
איז דאס געווען וואס האט מיר געשטופט .
אויב איינער גלייבט באמת אין די תורה, פעלט נישט אויס זיך פרובירן
איינצורעדן אז מען גלייבט.

Sent from my SM-G930V using Tapatalk

היסטאריע » מיטוואך יאנואר 26, 2022 8:08 am

· #492927
דער "תקופה" איז אויך געוועהן צוליב נארישקייטן וואס מען האט דיר איינגערעדט, זאל מען לכתחילה נישט איינרעדן קיין שטותים וועלען נישט זיין קיין "תקופות" וואס מען דארף ראטעווען דורך פאלשער כוזרי ארגומענטען.

פרנס החודש » מיטוואך יאנואר 26, 2022 8:20 am

· #492931
Re: די כוזרי ארגומענט
איך בין דווקא חולק דערויף
שטותים רעדט מען איין איבעראל , נישט מעגליך אנדערש.
נאר אין אנדערע מקומות זענען די שקרים נישט אזוי
emotionally charged .
די "תקופה" איז א תוצאה פון דעם עמאציאנעלן צושטאנד
ביי אונזער ציבור, וואס איז א תוצאה פונעם שואה.
די שקרים זענען פיל עלטער , און פלעגן נישט פאראורזאכן אזעלכע
טיפע אידענטעט קריזיסן.

Sent from my SM-G930V using Tapatalk

ברוך בענדיט » מיטוואך יאנואר 26, 2022 10:16 am

· #492941
Re: די כוזרי ארגומענט
היסטאריע
דער "תקופה" איז אויך געוועהן צוליב נארישקייטן וואס מען האט דיר איינגערעדט, זאל מען לכתחילה נישט איינרעדן קיין שטותים וועלען נישט זיין קיין "תקופות" וואס מען דארף ראטעווען דורך פאלשער כוזרי ארגומענטען.
גם אני מצטרף לחלוק עלך אבל לא מטעמא....
עס זעט אויס ווי די האסט טענות פארוואס מען האט דיר איינגערעדט שטותים...
וואס דען דארף מען טין דיר גלייך אויסזאגן די מציאות אז די גאנצע זאך איז מוטל בספק?
וואלסטו דאך גלייך געהאט אזא דערביטערטע לעבן וואס די האסט יעצט....
פארקערט מען דארף אלעס אין דער וועלט איינרעדן ווייל אפשר דאך וועט ער זיך לאזן אין גלייבן אין אזוי האבן א גוט געשמאַק לעבן מיט אמונה פשוטה....
אפילו עס איז זיכער אז עס עקזעסטירט גארנישט דאך וואס זאל מען טין אז א גלויביגע ספיריטאלע לעבן איז געשמאַק....
אגב קען מען אפשר דורך דעם אפפרעגן דאס אז אין אדם מוריש שקר לבניו עס איז געווען א קבוצה וואס האט באשלאסן אינז גיימער ראטעווען די וועלט מיטן אויפשטעלן אן היפש נארמאלע רעליגיע אין וואס מען גייט אינז גלייבן ווייל אין אדם....
אין נישט סתם נאר אונזערע קינדער גייען זיין די אויסדערוועלטע לויט די ריליגיע אין אינז העמער באקומען א לאנד מיט רעכט....
וואלסט עס נישט פראבירט צו טין מיט דיינע קינדער?

Sent from my Pixel using Tapatalk

שמן למאור » מיטוואך יאנואר 26, 2022 10:36 am

· #492942
ברוך בענדיט
עצי שטים
ברוינשטיין
עפעס זאגסטו, די גייסט מיך באלד מאכן טון עבירות, ווייל איך גלייב בלויז מיט אמינא פשיטא, נו אדרבא דערצייל מיך וויאזוי די קומסט איבער די ניסיונות, אדער אפשר קענסטו מיט לאגיק איבערצייגן אין וואס די גלויבסט.

ח''ו טוה נישט קיין עבירות, מען דארף טאקע יא צוקומען מיט די אייגענע שכל אז אידישקייט איז די אמת

און אזוי בין איך טאקע איבערצייגט מיט מיין אייגענע שכל (אכ''פ לויט ווי איך שטיי יעצט)
איך גלייב נישט וואס די פארקויפסט דא....
לויט מיין ערפארונג איז אז איינמאל מען רייסט פון זיך באמת אויס די תמימות'דיגע אמונה פשוטה מיט וואס מען איז אויפגעוואקסן אין מען הייבט נאר אן זעהן א וועלט פון חוקרים מיט פיליזאפן מיט אפיקורסים אין מען ווייסט ביי זיך דעם אמת אז למעשה קען אפשר דאך זיין אז מען איז אויפגעוואקסן מיט ליגענט דעמאלט אפילו די וועסט דיך טרעפן דיינע צוויי ראי'ס וואס גייען באדעקן דיינע געפילן אין זאלסט קענען ווייטער אנגיין מיט דיין געשמאקע דאווענען אין דיין בלאט גמרא טראכטן'דיג אז יעדער ווארט ווערט צוכאפט אין הימל אין די וועסט פראבירן צו אינטשויען א ספיריטאלע לעבן....
נאפ עס וועט נישט גיין.. די וועסט אייביג בלייבן מיט ספיקות אין ניסיונית ווייל אפשר דאך בין איך נישט גערעכט....
שרייב נישט ווי א גאנצע חכם וואס האט שוין געזען אלעס אין ווייסט שוין אלעס מימילה ביסטו א גלויביגער מיט א זיכערקייט....
אמונה פשוטה (אויב מעגליך) האט עס ביי פאר...

איך האב קיינמאל נישט געזוכט אויסצורייסן מיין אמונה פשוטה, און איך האב נישט געגאנגען הערן וואס אלע פיליזאפן אויפן כדור הארץ האבן צו זאגן, אולי וועט איינער רעדן צו די זאך
וואס איך האב נאר געוואלט קלאר מאכן איז, אז סתם גלייבן ווייל אזוי האט מיר מיין טאטע אדער רבי אויסגעלערנט, איז נאריש, באותו רגע לערנט די מוסלאמענער אויס זיין זוהן די ריכטיגקייט פון איסלאם, און די קריסט לערנט זיין זוהן קריסטיעניטי, וכד'
איז פארוואס זאלסטו סתם טראכטן אז די ביסט גערעכט אהן האבן מינאמאלע יסודות וואס איך האב געשריבן אינעם אשכול 'אידישקייט: די ריכטיגע רעליגיע'
דאס איז אלעס א חלק פון אמונה פשיטה,
איך בין א נאר און איך גלייב איז טאקע געזאגט געווארן פאר נאר'נים

ברוך בענדיט » מיטוואך יאנואר 26, 2022 10:48 am

· #492944
Re: די כוזרי ארגומענט
סא וואס די זאגסט איז אז די האסט זיך קיינמאל נישט אריינגעטאן אין חקירה אין עס אינטרעסירט דיר ניטאמאל צו הערן וואס זיי זאגן נאר די האסט דיך דיינע פאר בעסיקס אין און דעם גלייבסטו ווי כאילו די מצווה פון אמונה פשוטה וואלט חל געווען אויף דעם....
די מיטעלע רבי האט אמאל מסביר געווען אז אמונה איז א זאך וואס א קשיא מאכט עס נישט שוואכער אין א תירוץ נישט שטערקער זעט אויס אז ער האט יא פארשטאנען אז חקירה טראגט צו עפעס וואס מאכט דיך טראכטן אין ספקנן איבערן ווארהייט פון תורה אין האט געוואלט מען זאל בלייבן מיט אמונה פשוטה... וואס לפי שכתבתי איז נישט מעגליך אז ער האט געהאט.....
די זאגסט אז א נאר טיפשים גלייבן פלען אין וועלט אריין אין שרייבסט אויך אז די האסט נאך אמונה פשוטה היך יתקיימו שניהם?
פליז זיי דיך מער מסביר...

Sent from my Pixel using Tapatalk

שמן למאור » מיטוואך יאנואר 26, 2022 11:08 am

· #492945

ווען איך זאג אז איך האב מיך נישט אריינגעטון אין חקירה, מיין איך צו זאגן, אז איך האב נאכנישט דורכגעלערנט ספר הכוזרי, אויך נישט מורה נבוכים, אדער שער היוחד,
איך בין נישט דא צו זיכן פרישע קשיות און זיי פארענטפערן אגאנצן טאג
אבער איך בין יא נייגעריג צו ענטפערן די בעיסיק קשיות וואס א יעדן רעכטדענקיגן מענטש האט

די מוטעלע רבי פארשטיי איך נישט פונקטליך, אדרבה זיי מסביר, לכאורה רעדט ער פון די אמונה פון פויערן און פרויען און קינדער, וואס ווען מען פרעגט זיי א קשיא, שטאפן זיי צו די אויערן און שרייען 'אפיקורס'

און אזא איינער איז א טיפש, איינער וואס מען קען נישט רעדן צו אים, ער באגראבט זיינע פשוטע שאלות וואס נאדזן אין קאפ, און פראבירט צו איבערשרייען זיינע אינערליכע קשיות מיט זיינע 'העכערע' געוואלדעס פון 'אמונה פשוטה' איז פינקט ווי דער נארישע קריסט וואס ווען די פרעגסט אים א שאלה שרייט ער אויך אפיקורס

היסטאריע » מיטוואך יאנואר 26, 2022 11:23 am

· #492949
לאו דוקא.
לדעתו ווען איינער פרעגט א קשיא, זאגט מען, מיר איז עס נישט נוגע. איך ווייס נישט אויב עס איז יא דא א תירוץ אדער נישט. איך גלייב עניוועי.
דער אמת איז אז ער איז גערעכט, ווען עס וואלט געוועהן א הוכחה, וואלט עס נישט געוועהן אמונה. אמונה מיינט גלייבען אין א זאך וואס איז נישט זיכער.
דער סטופידיטי פין זאגן אז אידישקייט מוז מען "גלייבען" ווייל עס איז דא "הוכחות" איז א סתירה מיניה וביה.

ברוך בענדיט » מיטוואך יאנואר 26, 2022 11:32 am

· #492953
Re: די כוזרי ארגומענט
עצי שטים
ברוך בענדיט
סא וואס די זאגסט איז אז די האסט זיך קיינמאל נישט אריינגעטאן אין חקירה אין עס אינטרעסירט דיר ניטאמאל צו הערן וואס זיי זאגן נאר די האסט דיך דיינע פאר בעסיקס אין און דעם גלייבסטו ווי כאילו די מצווה פון אמונה פשוטה וואלט חל געווען אויף דעם....
די מיטעלע רבי האט אמאל מסביר געווען אז אמונה איז א זאך וואס א קשיא מאכט עס נישט שוואכער אין א תירוץ נישט שטערקער זעט אויס אז ער האט יא פארשטאנען אז חקירה טראגט צו עפעס וואס מאכט דיך טראכטן אין ספקנן איבערן ווארהייט פון תורה אין האט געוואלט מען זאל בלייבן מיט אמונה פשוטה... וואס לפי שכתבתי איז נישט מעגליך אז ער האט געהאט.....
די זאגסט אז א נאר טיפשים גלייבן פלען אין וועלט אריין אין שרייבסט אויך אז די האסט נאך אמונה פשוטה היך יתקיימו שניהם?
פליז זיי דיך מער מסביר...

ווען איך זאג אז איך האב מיך נישט אריינגעטון אין חקירה, מיין איך צו זאגן, אז איך האב נאכנישט דורכגעלערנט ספר הכוזרי, אויך נישט מורה נבוכים, אדער שער היוחד,
איך בין נישט דא צו זיכן פרישע קשיות און זיי פארענטפערן אגאנצן טאג
אבער איך בין יא נייגעריג צו ענטפערן די בעיסיק קשיות וואס א יעדן רעכטדענקיגן מענטש האט

די מוטעלע רבי פארשטיי איך נישט פונקטליך, אדרבה זיי מסביר, לכאורה רעדט ער פון די אמונה פון פויערן און פרויען און קינדער, וואס ווען מען פרעגט זיי א קשיא, שטאפן זיי צו די אויערן און שרייען 'אפיקורס'

און אזא איינער איז א טיפש, איינער וואס מען קען נישט רעדן צו אים, ער באגראבט זיינע פשוטע שאלות וואס נאדזן אין קאפ, און פראבירט צו איבערשרייען זיינע אינערליכע קשיות מיט זיינע 'העכערע' געוואלדעס פון 'אמונה פשוטה' איז פינקט ווי דער נארישע קריסט וואס ווען די פרעגסט אים א שאלה שרייט ער אויך אפיקורס
וואס ער רעדט פון איז גראדע די שטערקסטע אין אפפרעגבארסטע וועג פון אמונה וואס דאס איז די חב"דסקע אמונה אז טאקע מען דארף נישט האבן אמונה פשוטה אין ע"י חקירה איז טאקע נישט מעגליך אויפצוווייזן...
נאר אמונה איז א מציאות מיט וואס א יעדע איד ווערט געבוירן מיט אין האט עס ביי זיך אין הארץ...
איי מען זעט אידן וואס גלייבן נישט? (דער אלגעמיינער ענטפער איז אז זיי גלייבן יא נאר עס איז א ענטפער צו פארשטאפן שילד געפילן)
ענטפער ער אזיע אנטלויפן אין פארשטאפן עס אז עס גייט טאקע אוועק פון זייער קאנטשעס אבער דאך בלייבט עס....
די איינציגסטע זאך וואס מען קען פרעגן איז פין ווי ווייסטו דעם פאקט?
אויף דעם זאגן זיי אז עס איז שוין געווען אסאך אפיקורסים וואס האבן באמת נישט געגלייבט אין ווען עס איז געקומען צו זיך ביקן צום צילם האבן זיי געשריגן שמע ישראל ווייל זייער פינטל מיט וואס יעדער ווערט געבוירן האט זיך אויפגעוועקט פארן זיך אינגאנצן אפרייסן
איי מען זעט אסאך וואס ביקן זיך יא?
אויף דעם זאגן זיי אז דעס איז א גוטע קשיא אין קען זיין זייער יחידה האט זיך נישט אויפגעוועקט אבער למעשה איז דא א ראי'פון די וואס נישט
מען קען עס אפשר אפפרעגן..
אבער נישט נאריש בכלל....
לאמיר נישט פארפארן פון ענין..
איך האב סתם געוואלט פריער ארויסברענגען אז עס לוינט זיך אסאך בעסער צו פראבירן מחנך זיין מיט אמונה פשוטה וויל למעשה איינמאל די טיסט זיך באמת אריין אין חקירה הייבסטו אן צו ספקנן...
משא"כ די זאגסט יעצט אז דא רעדט מען בכלל נישט פון פארשטיין אל פי חקירה נאר האבן אפאר בעסיקס וואס אויף דעם זאל מען גלייבן אפילו מען האט זיך נישט באמת אריינגעטאן..
העל מודים אז אמונה פשוטה איז נאריש עס איז ניטאמאל דא וואס דו צו זיין די זאך וואס איך פארשטיי נישט פון דיר איז ווי אזוי האסטו אמונה אן אמונה פשוטה אין אויך אן חקירה אזוי ווי די זאגסט...
אפשר אל פי חב"ד קען מען עס פארשטיין...

Sent from my Pixel using Tapatalk

שמן למאור » מיטוואך יאנואר 26, 2022 1:17 pm

· #492970
ריף עס וויאזוי די ווילסט אמונה פשוטה, חקירה, וואטעווער, אלעס קען מען פארדרייען און זאגן אז עס מיינט גאר עפעס אנדערש, דעטס נאט די פוינט
איך רעד פשוט פון דעם אז מען מעג, און מען דארף אביסל ניצן די קאפ, און דאס טריי איך צו טון

בנוגע דעם וואס די זאגסט אז עס איז דא א ראיה אז יעדער האט אמונה, פון דעם אז אפיקורסים זענען זיך אויך אמאל מוסר נפש, איי די וואס נישט? תיקו, אבער די ראיה איז פון די וואס זענען זיך יא מוסר נפש,
אפשר זאג פארקערט, פון דעם אז ס'דא וואס זענען זיך נישט מוסר נפש, איז א ראיה אז ס'נישט דא אן איינגעווארצלטן אמונה אין יעדן איד, ווייל ווען יא וואלט זיך עס געדארפט אויפוועקן, איי די וואס זענען זיך יא מוסר נפש? תיקו, אבער די ראיה איז פון די וואס זענען זיך נישט מוסר נפש,
און מ'קען גראדע פארשטיין שכל'דיג פארוואס א כופר זאל זיך מוסר נפש זיין, איך קען עס זען געשען ביי א מוסלאמענער כופר אויך
למעשה האלט ער ביים שטארבן, און דאך האט מען אים מחנך געווען א געוויסע וועג, און הגם ער איז א כופר איז ער דאך נישט זיכער 100% ממילא וועקט זיך אויף א שטארקע געפיל צו ווייזן אזא מין שטארקייט און גיין על קיה''ש

ברוך בענדיט » מיטוואך יאנואר 26, 2022 3:08 pm

· #492987
Re: די כוזרי ארגומענט
אויף דעס וואס די זאגסט אז מען קען גיין פארקערט...
פשטות וואלט מען זיך נישט געדארפט מוסר נפש זיין אין א מ'איז זיך יא דארף עס אן ענטפער...
משא"כ פארקערט וואס מען קען אייביג זאגן אז יחידה מיז זיך נישט אייביג אויפוועקן עס פרעגט נישט אפ די ראי'אז מען האט עס...
לגבי די סברא.... מען רעדט דא פון מעשיות פון מענטשן וואס קומען פון פרייע שטיבער וואס סך הכל ווייסן זיי אז זיי זענען אידן אין וואס עס מיינט...
א מענטש וואס האט אנגעפיפען דעם אויבערשטן א גאנצ לעבן אין נישט געגלייבט אין אים.... גיי ביג דיך צום צילם אין גא אן...
פארשטייט זיך אז די גאנצע ראי' איז געבויט אויף א זאך וואס איז אויך נישט ערשטהאנטיג...
אבער איינמאל מען לעבט אדער מ'הערט אזא זאך פון א קראנטע מקור איז עס נישט אוועקצומאכן ...
וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען אז נאראנעם קען מען זיי נישט אנרופן..
זיי האבן נישט סתם געשאסן אז זיי פארשטייען אידישקייט דורך חקירה אין מיט אפאר סברות זיך צוגעמאכט די אויגן נישט צו זעהן די איבריגע
זיי האבן גענומען גאנץ פיליזאפיע אין חקירה געלייגט אין מיסט אָן עס אפילו דורך טין מיט גאנץ א שכל'דיגע פשט אין אמונה פשוטה.....

Sent from my Pixel using Tapatalk

זוכער » מיטוואך יאנואר 26, 2022 7:55 pm

· #493022
היסטאריע
[ציטאט אראפגענומען]

אבער זיינע ראיות דא זעהן אויס צו זיין געוועהנליכע אפאלעדזעטיק סטייל, בכלל נישט מוכרח.
איינער קען מיר ברענגען א ראי' אז מען דארף לייגען תפילין אזוי ווי אונז לייגען, מכח 3000 יאר? העלאו? האלסט טאקע אז 600000 אידען האבען אנגעהויבען לייגען תפילין צומארגענס פין בארג סיני, און מען טרעפט נישט קיין רמז פין ווי זיי זאלען האבען עורות און בתים מאכערס, און ריבוע, און גידין, און אלעס פאר 600000 מענטשען? און אזעלכע קשיות זענען דא ווי בערג.

אם סארי, אבער צו זאגען אז אונזער גלויבען איז "מוכרח" איז א ליצנות גדולה, ווער עס וויל זיך פאטשען אין בייכעל און זאגען שלום עלי נפשי צוליב דער כוזרי, געזונטערהייט. אבער עס האט נישט קיין זין.

און לאמיתו של דבר, מוז מען נישט זוכען און זאגען אז עס זענען דא ראיות פאר אונזער שכל, עס שטייט נישט אין תורה שבכתב אלץ א חוב, איז פארוואס זאל מען דארפען זוכען ראיות פאר אונזער שכל אויף די אמיתית פין תורה שבכתב? איי פארוואס טוסטו די אלע מצוות און חיובים? איין סיבה, און די ווייסט עס, ווייל מען האט דיר אזוי אויפגעצויגען. זיי א מודה על האמת.

הייסט ס׳איז פשוט אוממעגליך צו מאכן אין איין טאג 600 אלפים זוג תפילין?

האט נישט יעדער איד געהאט עדרי צאן און סטאדע מיט בהמות מיט טאנען עורות צו מאכן בתים?

מ׳האט געגעבן א שיעור כללי, און דער עולם האט געשריבן פרשיות.
און ביז דעמאלט האט מען געבארגט פון דעם וואס האט שוין עספיהעט צו ערגענצן תפילין.

שרייבן 13 ספרי תורה ביום פטירתו האסטו נאך פארשטאנען, דא האסטיך עפעס אפגעשטעלט?

ליב צו וויסן » מיטוואך יאנואר 26, 2022 9:31 pm

· #493026

קענטיג אז דיין אינפארמאציע איז געבויעט אויף חסידישע מעשה ביכלעך.
האלסט אז ס'איז נישט פארהאן אזעלכע מעשיות ביי קריסטן? מארמאנען? מוסלעמענער?

ליב צו וויסן » מיטוואך יאנואר 26, 2022 9:40 pm

· #493027
זוכער
לייבל שטילער
זוכער
די בעסטע הוכחה וואס איך האב אז דער כוזרי איז יא גערעכט, אז אז 600 אלפים מענער - זאגן נישט קיין ליגן, און זענען נישט אלע פארכאפט געווארן אין אילוזיעס.

1) די קריסטן. זייער גאנצע אמונה הענגט אויף די מופתים וואס א גרופע פון 1 מענטש מיט 12 תלמידים. פינטל. מוזט זיי גלייבן.
2) די מוסלמענער. זייער גאנצע אמונה באשטייט פון רעוולעישאנס, נביאות'ן פון 1 מענטש. מוזט גלייבן דעם נביא.
3) ישראלים. זאגן דיר, ס'האט פאסירט מיט דיין זיידע. פינטל. נישט יאנקל האט געהערט, פלוני האט געזען. דיין טאטע האט עס דיר געזאגט.
דאס זאגט נאר אז אידן האבן סה"כ א בעסערע ארגומענט ווי קריסטן, עס קען אבער נאכאלץ זיין אז איינער האט אויפגעמאכט א מעשה און דער עולם האט עס אפגעקויפט ופלמס הזהר הקדוש יוכיח. ועוד, עס איז קיין הוכחה אויף תושעב''פ וכו'.

איך זעה אז דו כאפסט נישט וואס דא שטייט. די קריסטן און די מוסולמענער, האבן געווואסט אז זייער מעשה איז געוואנדן אין איין מענטש אדער מאקסימים 12 מענטשן. זיי האבן אבער נישט געקענט פארקויפן אז 600 אלפים האבן עס געזעהן. ווייל מ'קען פאקטיש נישט פארקויפן קיין געבעקסן וואס מענטשן איבערגעבן פאר זייערע קינדער אז "זיי" האבן עס "אליין" געזעהן. והא ראיה אז די קריסטן האבן עס טאקע נישט געקענט באווייזן. כאטש זיי האבן היינט איבער א ביליאן מענטשן.

4) מיר מל'ן ביי די 8 טאג זיך ווייל מיין זיידע האט באקומען דעם באפעל פון גאט און ער האט די זעלבע זאך געטאן מיט זיינע קינדער.
?
נארמאלע מענטשן וועל ןנישט לייגן זייער קינד אונטער א מעסער ביי די 8 טאג - נאר כדי צו הייסן אידן. מ'קען דאך די זעלבע זאך טאן ביי די 13 יאר. דאס אז מיר אלע טוען עסן. נישט נאר אברהם העברי, אחד היה אברהם, צייגט אז מיר זענען נישט אלע משוגע געווארן.

5) מיר האבן היינט די בענעפיט פון די KOHEN DNA, וואס צייגט מיט סייענטיפישע עווידענס אז די כוהנים משפחה ציט זיך פון טאטע-קינד, טאטע-קינד ביז אהרן כהנא קדישא.
די Y-chromosomal Aaron גייט צוריק איבער 3000 יאר, וואס צייגט די ריכטיגקייט צו תורת משה.
יעדער איז מודה אז ס'געווען א שבט פון כהנים וואס זענען געווען מיוחד פאר פולחן, און זיי האלטן חשבון אויף זיך אנדערש ווי רוב מענטשן וואס האבן קיין אנונג פון ווי זיי קומען.דאס זאגט אבער נישט ווען ס'האט זיך אנגעהויבן און ווער ס'האט עס אנגעהויבן
דער שכל איז מחייב צו גלייבן, ווייל די עווידענס איז דא.

דא שטייט אזוי: דאס אז די כוהנים DNA גייט אן ביזן היינטיגן טאג אז קלארע פרוף אויף 2 זאכן:
1) אז כלל ישראל האט אייביג געוואוסט אז "איך בין א כהן", ממילא קינד מיינס, דו ביסט אויך א כהן. דאס גייט אזוי איבער פון דור צו דיר עטליכע הונדערט טאטעס. בערך 200 טאטעס ארויף, דורכאויס אלע גלות'ן, גירוש'ן האט דאס קינד געוואוסט פון זיין טאטע אז מיר זענען כהנים וגוי קדוש, און דאס איז נישט פארלוירן געווארן במשך הדורות - ווי דער שכל דיקטירט.

2) פון די DNA גייט צוריק 3000 יאר, צייגט אז ס'איז נישט במשך הדורות געבוירן א דיקטאטור וואס האט אנגעהויבן פארקויפן לאקשן. נאר ס'שטימט אקוראט ווי ס'שטייט אין תורת משה.

פון אלע זיבן ביליאן מענטשן וועלכע געפונען זיך אויף די וועלט, איז נישט פאראן קיין איין רעליגיע / שבט / פאלק וועלכע האט פאקטישע באווייזן אז "איך" בין א בן-אחר-בן פון די ערשטע גרינדער פון די רעליגיע 3000 יאר צוריק.
פון אלע היינטיגע עגיפטער איז נישטא קיין באווייז אז איינער פון זיי איז אן אייניקל פון די עגיפטער פון 2000 ++ יאר צוריק.

דער פוינט איז: אונזער רעליגיע גייט צוריק דור אחר דור בלי שום שינוי. ביז 3000 יאר צוריק. פינטל.

הרב "זוכער", דו קענסט האלטן אז ס'איז פאראן 600,000 דור אחר דור -טאטע צו זוהן-, אבער נ"ך האלט אנדערש (ווי שוין מערערע מאל אויסגעשמועסט אויף ק"ש).

אבער וואס איז דען נ"ך ווען אונז האמיר דעם רבי'ן, וד"ל.

זוכער » מיטוואך יאנואר 26, 2022 10:25 pm

· #493028
ליב צו וויסן
זוכער
לייבל שטילער
זוכער
די בעסטע הוכחה וואס איך האב אז דער כוזרי איז יא גערעכט, אז אז 600 אלפים מענער - זאגן נישט קיין ליגן, און זענען נישט אלע פארכאפט געווארן אין אילוזיעס.

הרב "זוכער", דו קענסט האלטן אז ס'איז פאראן 600,000 דור אחר דור -טאטע צו זוהן-, אבער נ"ך האלט אנדערש (ווי שוין מערערע מאל אויסגעשמועסט אויף ק"ש).

אבער וואס איז דען נ"ך ווען אונז האמיר דעם רבי'ן, וד"ל.

צו א מאמין וועל איך ברענגען ראיות פון נ״ך.

צו @ליב צו וויסן וואס לאכט דאך פון נ״ך ענטפער איך מיט DNA

איך גלייב אז דאס גלייבסטו יא. ריכטיג?

תוהו ובוהו » מיטוואך יאנואר 26, 2022 10:42 pm

· #493032
זוכער
צו א מאמין וועל איך ברענגען ראיות פון נ״ך.

האסט עס צוגענאגעלט, אלע ראיות זענען טאקע דאס: ראיות פאר א מאמין..
זוכער
צו @ליב צו וויסן וואס לאכט דאך פון נ״ך ענטפער איך מיט DNA

איך גלייב אז דאס גלייבסטו יא. ריכטיג?

@ליב צו וויסן איז דער וואס גלייבט אין נ"ך, און דו ביסט דער וואס לאכט דערפון..

זוכער » מיטוואך יאנואר 26, 2022 10:52 pm

· #493035
תוהו ובוהו
זוכער
צו א מאמין וועל איך ברענגען ראיות פון נ״ך.

האסט עס צוגענאגעלט, אלע ראיות זענען טאקע דאס: ראיות פאר א מאמין..
זוכער
צו @ליב צו וויסן וואס לאכט דאך פון נ״ך ענטפער איך מיט DNA

איך גלייב אז דאס גלייבסטו יא. ריכטיג?

@ליב צו וויסן איז דער וואס גלייבט אין נ"ך, און דו ביסט דער וואס לאכט דערפון..

וואס רעדן מיר אין צירקלס.
איך ברענג אים א ראיה פון DNA, קומט דער חכם @ליב צו וויסן אפ׳חוזק׳ן פון נ״ך.

צולייגער: ביטע רעדט פון DNA.

זוכער » מיטוואך יאנואר 26, 2022 10:57 pm

· #493038
האסט אפשר 10 מוסולמענער וועלכע קענען אויפווייזן מיט די.ען.עי. אז זיי זענען אייניקלעך פון מוכאמאד בן אחר בן?

די פאינט אז מיר אידן קענען יא אויפצייגן - איז קלארע פרוף אז מיר גייען צוריק טאטע-זון, טאטע-זון ביז מעמד הא סיני.

די פאקטן זענען דא. דער כוזרי איז אייזן שטארק.

קהל'ס נער » מיטוואך יאנואר 26, 2022 11:09 pm

· #493040
זוכער
האסט אפשר 10 מוסולמענער וועלכע קענען אויפווייזן מיט די.ען.עי. אז זיי זענען אייניקלעך פון מוכאמאד בן אחר בן?

די פאינט אז מיר אידן קענען יא אויפצייגן - איז קלארע פרוף אז מיר גייען צוריק טאטע-זון, טאטע-זון ביז מעמד הא סיני.

די פאקטן זענען דא. דער כוזרי איז אייזן שטארק.

און אויב איך קען דיר אויפווייזן אז מים חיים איז בעסער פון coke, איז עס א קלארע פרוף אז ס'קימט א דריטע וועלט מלחמה, מה ענין שמיטה אצל הר סיני? וואס האט כוהנים זיין איין משפחה מיט מתן תורה?

ועוד, די ווילסט מיר אויפווייזן דורך סייענס, אז די תורה איז אמת, בשעת די תורה גלייבט נישט אין סייענס? די ברעינגסט א ראיה פון איינעם וואס די גלייבסט נישט? אבסורד.

זוכער » מיטוואך יאנואר 26, 2022 11:56 pm

· #493047
אויב האט זיך כלל ישראל נישט געהאלטן שטארק בתורה ומצוות דור אחר דור פון מתן תורה
וואלט קיין די.ען.עי. נישט געקענט זיין היינט נאך 3000 טויזנט יאר.

דער מציאות אז ס׳איז דא כהנים פון אלערליי קרייזן און שיכטן פון אידישן פאלק: שרייט מעמד הר סיני גאר גאר הויך!

די כופרים׳לאך מוזן זיך גאר שטארק פארשטאפן די אויערן, און נאך מיר הערמעטיש פארשליסן די ברעין-קאנאלן און די לאגיק וועיווס!

מיר טרעפן כהנים פןן תימן, בוכארא, אפריקע, אסטראליע, ספרדים און אשכנזים צוגלייך - וועלכע ציען גענעטישע שטריכן צו אהרן הכהן! אימפרעסיוו.

אויב וואלט די פרויען פון כוהנים מזנה געווען תחת בעליהן - וואלטן זייערע קינדער נישט געהאט קיין דעם כהן די.ען.עי.
אויב וואלט כלל ישראל נישט געהאלטן די תורה ביז דע צייטן פון עזרא ג׳ ת״ח - כמעט גאנצע טויזנט יאר פון קבלת התורה - וואלטן כהנים נישט געזאגט פאר זייערע קינדער אז מיר זענען כהנים.

פונקט ווי 99 פראצענט כלל ישראל ווייסט נישט פון וועלכן שבט מ׳שטאמט.

מאנטריאל » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 12:31 am

· #493050
Re: די כוזרי ארגומענט
כהנים אין יענע צייט איז געווען א נארמאלע זאך איבער אלע גוישע קולטורן ווי מען טרעפט אין די תורה אין מצרים כהנים און אין אנדערע פעלקער צוגלייך טרעפן מיר דאס.
סא ברענג נישט קיין ראיותַ מיט דעם וואס די גאנצע וועלט איז געווען די נארם צו האבן אזא זאך.
אויכעט ווער זאגט אז די כהנים האבן נישט מקריב געווען קרבנות פאר אלע געטער וואס עס איז געווען.
וואס האט כהנים מיט תפילין און אנדערע מצות פון די תורה.?

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

זוכער » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 12:55 am

· #493056
מאנטריאל
כהנים אין יענע צייט איז געווען א נארמאלע זאך איבער אלע גוישע קולטורן ווי מען טרעפט אין די תורה אין מצרים כהנים און אין אנדערע פעלקער צוגלייך טרעפן מיר דאס.
סא ברענג נישט קיין ראיותַ מיט דעם וואס די גאנצע וועלט איז געווען די נארם צו האבן אזא זאך.
אויכעט ווער זאגט אז די כהנים האבן נישט מקריב געווען קרבנות פאר אלע געטער וואס עס איז געווען.
וואס האט כהנים מיט תפילין און אנדערע מצות פון די תורה.?

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

יענע צייטן איז געווען נארמאל צו האבן כהנים. WOW!

וואס דברסטו לוקשים? איז די טשעין געפארן פון טאטע-קינד 100 יאר?

די פאקטן צייגן אז איבער 3 טויזנט יאר פון מתן תורה - האט די טשעין געארבעט פון טאטע-קינד ביז היינט.
ס׳הייסט אז תורה ומצוות האט אן המשכה און אידישע פרויען האבן נישט מזנה געווען תחת בעליהן - ווייל מ׳האט זיך געהאלטן בקדושה וטהרה און געהאלטן די דיני התורה.

די.ען. עי. יוכיח!

ביטע ליין עס איבער 3 מאל איידער דו ענטפערסט נאך נאנסענס.

זוכער » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 1:02 am

· #493058
עס קומט צום לאכן ווי די כופרים׳לעך וועלן פרובירן מיט אלע סטופיד שטרוי ארגומענטן כדי צו אפווענדן א כוזרי.
ווען עס געלונגעט נישט, קומען אפיר הויפענס ניקס, פיצי דזשעליס איינס קלענער פון אנדערן און שיסן פערדעריי, אז עס דוכט זיך אז מ׳רעדט פון גלויביגע קיהען.

פאר איינער וואס גלייבט נישט - פאסט נישט צו שיסן נאנסענס.

קהל'ס נער » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 1:17 am

· #493059
זוכער
עס קומט צום לאכן ווי די כופרים׳לעך וועלן פרובירן מיט אלע סטופיד שטרוי ארגומענטן כדי צו אפווענדן א כוזרי.
ווען עס געלונגעט נישט, קומען אפיר הויפענס ניקס, פיצי דזשעליס איינס קלענער פון אנדערן און שיסן פערדעריי, אז עס דוכט זיך אז מ׳רעדט פון גלויביגע קיהען.

פאר איינער וואס גלייבט נישט - פאסט נישט צו שיסן נאנסענס.

האסט געזאגט אז איך בין א קי און א פערד און א ג'לי בין, יעצט גיי איך שוין גלייבן אין מתן תורה אויך אין התאחדות הרבנים, אבער פליז נעם אראפ די אלע חרמות פון מיך, ווייל איך האלט שוין נישט אויס צי זיין א ג'לי בין.

זוכער » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 1:36 am

· #493060

ביטע טויש נישט די נושא!

ענטפער צום ענין.

רשכבהג » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 1:43 am

· #493061
זוכער
מאנטריאל
כהנים אין יענע צייט איז געווען א נארמאלע זאך איבער אלע גוישע קולטורן ווי מען טרעפט אין די תורה אין מצרים כהנים און אין אנדערע פעלקער צוגלייך טרעפן מיר דאס.
סא ברענג נישט קיין ראיותַ מיט דעם וואס די גאנצע וועלט איז געווען די נארם צו האבן אזא זאך.
אויכעט ווער זאגט אז די כהנים האבן נישט מקריב געווען קרבנות פאר אלע געטער וואס עס איז געווען.
וואס האט כהנים מיט תפילין און אנדערע מצות פון די תורה.?

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

יענע צייטן איז געווען נארמאל צו האבן כהנים. WOW!

וואס דברסטו לוקשים? איז די טשעין געפארן פון טאטע-קינד 100 יאר?

די פאקטן צייגן אז איבער 3 טויזנט יאר פון מתן תורה - האט די טשעין געארבעט פון טאטע-קינד ביז היינט.
ס׳הייסט אז תורה ומצוות האט אן המשכה און אידישע פרויען האבן נישט מזנה געווען תחת בעליהן - ווייל מ׳האט זיך געהאלטן בקדושה וטהרה און געהאלטן די דיני התורה.

די.ען. עי. יוכיח!

ביטע ליין עס איבער 3 מאל איידער דו ענטפערסט נאך נאנסענס.

גראדע גלייב איך אז משה אמת ותורתו אמת.
אבער דיין די ען עי יוכיח איז פוסטע לאקשן. קודם האבן עס 3% פון גויים 2% פון אידן אין 50% פון כוהנים. איך ווייס נישט וואס דו ווילסט אויף ווייזן דערמיט. צווייטנס איז דא אסאך וואס האלטן אז די קאמאן ענסעסטער איז פון זמן בית ראשון וואס איז כמעט 1000 יאר נאך מתן תורה. בכל אופן האט מענטשהייט נאכנישט שטודירט געניג דערוועגן אז מ׳זאל קומען צו קאנקריט מסקנות.

וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 1:50 am

· #493062
זוכער

די.ען. עי. יוכיח!

איר האקט סתם. DNA איז נישט עקסקלוסיו. די ancestry DNA קען זאגען אז מ'האט א פערסענטעדזש פון א געוויסע מקור. ס'איז ווייט פון אן איידענטיקל ראי'. ווי אויך כהנים וואס האבן חתונה געהאט מיט גויטעס לאזן איבער א DNA אין אינדיע אויך. בכלל, איז דא אסאך פון די כהן chromosome ביי נישט יודען אויך. ס'איז נישט קיין פרוף אז אנדערע נישט, און אזא מהלך ברענגט נישט קיין שום ראי' צו גארנישט חוץ פון די צוזאמשטעל פון די DNA כשלעצמו פאר דעם מענטש.

לשיטתך, אויב מ'וויל דוקא יא ברענגן א ראי' צו כהנים, דארף מען טעסטען דריי טויזענט יאהר ארויף, הונדערטע דורות ארויף, אזוי קען מען מברר זיין צו די כהנים DNA קומט טאקע נאר פון בא"ב פון אהרן הכהן, אזוי האט מען א בעסיס מיט וואס צו קאמפערן. בקיצור, ס'איז בכלל נישט א מעסטער ארויס צו נעמען אן עקסקלוסיוו ראי' ווייל ancestry DNA איז בכלל נישט געמאכט צו זיין עקסקלוסיו, ניטאמאל איידענטיקעל צווילינג מוזען זיין עקסקלוסיוו ווען מ'זעט עס ביי א DNA טעסט. איבערהויפט אז ביי אנדערע טעסטינג קאמפאניס קען די טעסט ריזאלטס זיין אנדערש.

בכלל, איז דאס נישט קיין שום ראי' אז ס'קען נישט זיין אז פאר אפאר הונדערט יאהר צירוק האט זיך א שיינער יוד אויפגעשטעלט איין טאג נאך א טיפע שבת נאכמיטאג חלום אין "דערציילט" אז זיי זענען כהנים און פון דארט איז שוין געווארן א חלום בהקיץ, בשעת וואס ס'קען גאר זיין אז ער איז סך הכל א בא"ב פון שבט זבולון, און ס'האט עם פשוט אנגעכאפט א תאוה צו זיך פאריפן ע"ש די כהנים וואס ווערט דערמאנט אין די תורה וואס די כוזרי רעדט פון. DNA זאגט גארנישט אין א רוחניות'דיגע סענס. ס'האט נישט קיין שום פשט נאך צו זאגען א כוזרי נאר ווייל מ'פייערט אנכי ה' אלוקיך און מאכן פון סברות פאקטן, ווייל איינמאל ס'ווערט שוין א סברא/פאקט, קען מען שוין איין טאג גלייבן אז די סברא/פאקט פון DNA סייענס איז שוין אויך קובע רעליגיע.

דיין גאנצע קאמף הערט זיך פונקט ווי אן אונגערישער יוד פון מאה שערים איז אויפגעשטאנען איין אינדערפרי און זיך דערקלערט אלס מקובל און געקומען פארקויפן נביאות פאר "חסידיו ומעריציו" אין ווילאמסבורג. פיינע סברה, אבער גארנישט קובע ומפטירין כדאתמול.

קהל'ס נער » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 1:54 am

· #493063
זוכער
קהל'ס נער
זוכער
עס קומט צום לאכן ווי די כופרים׳לעך וועלן פרובירן מיט אלע סטופיד שטרוי ארגומענטן כדי צו אפווענדן א כוזרי.
ווען עס געלונגעט נישט, קומען אפיר הויפענס ניקס, פיצי דזשעליס איינס קלענער פון אנדערן און שיסן פערדעריי, אז עס דוכט זיך אז מ׳רעדט פון גלויביגע קיהען.

פאר איינער וואס גלייבט נישט - פאסט נישט צו שיסן נאנסענס.

האסט געזאגט אז איך בין א קי און א פערד און א ג'לי בין, יעצט גיי איך שוין גלייבן אין מתן תורה אויך אין התאחדות הרבנים, אבער פליז נעם אראפ די אלע חרמות פון מיך, ווייל איך האלט שוין נישט אויס צי זיין א ג'לי בין.

ביטע טויש נישט די נושא!

ענטפער צום ענין.

Again ווער האט פארדרייט די נושא?
ווער ענטפערט נישט צים ענין, איך פרעיג אפ דיינע ראיות, ענטפערסטו אז איך בין א פערד, מאך איך חוזק פון דיך, ווערסטו מיר אזוי הייליג אז מען טאר נישט פארדרייען א אשכול, בקיצור די ווילסט נישט באמת חקר'נן, די ווילסט נאר זיכן ראיות אז די ביסט גערעכט, ס'איז מיר א שאד די צייט, האב מיר אין זיי מיר, אין שטעק אריין דיין קאפ אין זאמד טיף טיף, און אויב ס'העלפט נישט וועל איך ריפן איצא שייגעץ וכת דיליה דיך אויסלערנען וויאזוי מען טיט עס, די עיקר איז אז מען רעדט זיך איין אז מען האט געווינען, ווייל מען האט שטיל געמאכט די אנדערע זייט, cancel culture בעצמיתו, אבער געדעינק די האסט אמונה ע"י חקירה.

קהל'ס נער » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 1:54 am

· #493064
.

קהל'ס נער » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 1:54 am

· #493065
.

קהל'ס נער » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 1:55 am

· #493066
.

קהל'ס נער » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 1:57 am

· #493067
..

קהל'ס נער » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 1:57 am

· #493068
..

ברוך בענדיט » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 5:59 am

· #493072
Re: די כוזרי ארגומענט
ליב צו וויסן
ברוך בענדיט
אויף דעס וואס די זאגסט אז מען קען גיין פארקערט...
פשטות וואלט מען זיך נישט געדארפט מוסר נפש זיין אין א מ'איז זיך יא דארף עס אן ענטפער...
משא"כ פארקערט וואס מען קען אייביג זאגן אז יחידה מיז זיך נישט אייביג אויפוועקן עס פרעגט נישט אפ די ראי'אז מען האט עס...
לגבי די סברא.... מען רעדט דא פון מעשיות פון מענטשן וואס קומען פון פרייע שטיבער וואס סך הכל ווייסן זיי אז זיי זענען אידן אין וואס עס מיינט...
א מענטש וואס האט אנגעפיפען דעם אויבערשטן א גאנצ לעבן אין נישט געגלייבט אין אים.... גיי ביג דיך צום צילם אין גא אן...
פארשטייט זיך אז די גאנצע ראי' איז געבויט אויף א זאך וואס איז אויך נישט ערשטהאנטיג...
אבער איינמאל מען לעבט אדער מ'הערט אזא זאך פון א קראנטע מקור איז עס נישט אוועקצומאכן ...
וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען אז נאראנעם קען מען זיי נישט אנרופן..
זיי האבן נישט סתם געשאסן אז זיי פארשטייען אידישקייט דורך חקירה אין מיט אפאר סברות זיך צוגעמאכט די אויגן נישט צו זעהן די איבריגע
זיי האבן גענומען גאנץ פיליזאפיע אין חקירה געלייגט אין מיסט אָן עס אפילו דורך טין מיט גאנץ א שכל'דיגע פשט אין אמונה פשוטה.....

Sent from my Pixel using Tapatalk

קענטיג אז דיין אינפארמאציע איז געבויעט אויף חסידישע מעשה ביכלעך.
האלסט אז ס'איז נישט פארהאן אזעלכע מעשיות ביי קריסטן? מארמאנען? מוסלעמענער?
פאר דעם האב איך מקדים געווען אז פארשטייט זיך אז עס איזה געבויעט אויף א נישט ערשטהאנטיגע מציאת..

Sent from my Pixel using Tapatalk

היסטאריע » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 7:42 am

· #493078
זוכער
היסטאריע
[ציטאט אראפגענומען]

אבער זיינע ראיות דא זעהן אויס צו זיין געוועהנליכע אפאלעדזעטיק סטייל, בכלל נישט מוכרח.
איינער קען מיר ברענגען א ראי' אז מען דארף לייגען תפילין אזוי ווי אונז לייגען, מכח 3000 יאר? העלאו? האלסט טאקע אז 600000 אידען האבען אנגעהויבען לייגען תפילין צומארגענס פין בארג סיני, און מען טרעפט נישט קיין רמז פין ווי זיי זאלען האבען עורות און בתים מאכערס, און ריבוע, און גידין, און אלעס פאר 600000 מענטשען? און אזעלכע קשיות זענען דא ווי בערג.

אם סארי, אבער צו זאגען אז אונזער גלויבען איז "מוכרח" איז א ליצנות גדולה, ווער עס וויל זיך פאטשען אין בייכעל און זאגען שלום עלי נפשי צוליב דער כוזרי, געזונטערהייט. אבער עס האט נישט קיין זין.

און לאמיתו של דבר, מוז מען נישט זוכען און זאגען אז עס זענען דא ראיות פאר אונזער שכל, עס שטייט נישט אין תורה שבכתב אלץ א חוב, איז פארוואס זאל מען דארפען זוכען ראיות פאר אונזער שכל אויף די אמיתית פין תורה שבכתב? איי פארוואס טוסטו די אלע מצוות און חיובים? איין סיבה, און די ווייסט עס, ווייל מען האט דיר אזוי אויפגעצויגען. זיי א מודה על האמת.

הייסט ס׳איז פשוט אוממעגליך צו מאכן אין איין טאג 600 אלפים זוג תפילין?

האט נישט יעדער איד געהאט עדרי צאן און סטאדע מיט בהמות מיט טאנען עורות צו מאכן בתים?

מ׳האט געגעבן א שיעור כללי, און דער עולם האט געשריבן פרשיות.
און ביז דעמאלט האט מען געבארגט פון דעם וואס האט שוין עספיהעט צו ערגענצן תפילין.

שרייבן 13 ספרי תורה ביום פטירתו האסטו נאך פארשטאנען, דא האסטיך עפעס אפגעשטעלט?

איך זעה די האסט א שוואכע הבנה. די האקסט סתם.
שרייבען 13 ספרי תורה ביום פטירתו שטייט הערשט נישט בפירוש אין די תורה וואס 600k זענען מעיד. איך רעד, לויט דיין "זיכערקייט" וואס איז געבויט אויף די כוזרי, און אז דאס איז חל אויף די תורה וואס אונז היטען מיר היינט, דהיינו תורה שבעל פה, און דארט שטייט אז מען דארף טראגען תפילין וויאזוי אונז גייען מיר היינט, פארוואס שטייט נישט א נס פין ווי מען האט געהאט תפילין פאר יעדער איינער. האסט א תירוץ? זאג. דריי נישט אין קאפ מיט אנדערע נסים, כאילו דאס איז א ראי' אויף אמיתית התורה.

די שרייבסט
האט נישט יעדער איד געהאט עדרי צאן און סטאדע מיט בהמות מיט טאנען עורות צו מאכן בתים?

הייסט עס אז דאס שטייט אויך אין דיין תורה? שקרן איינער.

ליב צו וויסן » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 8:15 am

· #493081
זוכער
תוהו ובוהו
זוכער
צו א מאמין וועל איך ברענגען ראיות פון נ״ך.

האסט עס צוגענאגעלט, אלע ראיות זענען טאקע דאס: ראיות פאר א מאמין..
זוכער
צו @ליב צו וויסן וואס לאכט דאך פון נ״ך ענטפער איך מיט DNA

איך גלייב אז דאס גלייבסטו יא. ריכטיג?

@ליב צו וויסן איז דער וואס גלייבט אין נ"ך, און דו ביסט דער וואס לאכט דערפון..

וואס רעדן מיר אין צירקלס.
איך ברענג אים א ראיה פון DNA, קומט דער חכם @ליב צו וויסן אפ׳חוזק׳ן פון נ״ך.

צולייגער: ביטע רעדט פון DNA.

?!
געשאסן א סטיעטמענט... איי ס'איז ליגנט? מען מעג אויב ס'העלפט ארויס די קירוב מאוומענט 😂 😂

מי אני » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 8:16 am

· #493082
היסטאריע
דו שרייבסט
זוכער
האט נישט יעדער איד געהאט עדרי צאן און סטאדע מיט בהמות מיט טאנען עורות צו מאכן בתים?

הייסט עס אז דאס שטייט אויך אין דיין תורה? שקרן איינער.

דאס שטייט גראדע יא (שמות יב לח) וצאן ובקר מקנה כבד מאד. (איך פארשטיי אז די גמרא אין צב״ש בכורות ה: מאכט דאס נאכמער און שטערקער.)
***

ולגבי DNA אין די סארט נושאים שרייבט דר. סטיווען ווייצמאן אז דאס איז תלוי ווי אזוי מ׳טייטשט דאס אלס אפ.

ליב צו וויסן » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 8:23 am

· #493083
זוכער
עס קומט צום לאכן ווי די כופרים׳לעך וועלן פרובירן מיט אלע סטופיד שטרוי ארגומענטן כדי צו אפווענדן א כוזרי.
ווען עס געלונגעט נישט, קומען אפיר הויפענס ניקס, פיצי דזשעליס איינס קלענער פון אנדערן און שיסן פערדעריי, אז עס דוכט זיך אז מ׳רעדט פון גלויביגע קיהען.

פאר איינער וואס גלייבט נישט - פאסט נישט צו שיסן נאנסענס.

ביז אהער האב איך געהאט א ה"א אז דער 'זוכער' איז א נארמאלער מענטש וואס האט זיך פשוט איינגערעדט אז ער האט ארויס DNA.

נאך די תגובה אבער דאכט זיך מיר, אז ער איז מיין שכן וואס שווערט זיך אז זיין רבי איז רשכבה"ג, והא ראיה אז דער סענאטאר רעדט זיך דורך מיט אים....

שמן למאור » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 10:25 am

· #493086
לאמיר עפעס קלאר מאכן פאר די וואס זענען אזוי 'זיכער' אין די DNA ראיה,

לאמיר זאגן אז אלעס איז שטיתים, דהיינו, נישטא קיין ג-ט, נישט געווען קיין מעמד הר סיני, נישט געווען קיין משה רבינו, אלעס איז הוילע בלאף, איי אונז האבן מקובל די אלע זאכן מדור דור?
זייער פשוט, ס'געווען גענוג צייטן וואס עס שטייט קלאר אז די אידן האבן נישט געהאלטן די תורה און 'לא ידעו את ה', ביז עס איז געקומען ר'.... וחזר ויסדום,
איז לאמיר נעמען פאר א משל, בזמן עזרא, ס'געווען א פאלק וואס האבן געוואונט אין ארץ ישראל (גארנישט רעליגיע רילעיטעט, נאר פינקט ווי די כינעזער אין כינע) און עס איז געקומען א פיינט אין זיי פארטריהן צו בבל, וכ' וכ'
ביז עס איז געקומען א גאר כריזמאטישע קולט פירער וואס האט געהייסן 'עזרא' און ער האט צאמגענומען 'כלל ישראל' און זיי צוריק געברעגט קיין א''י, און ער האט געהאלטן פייערדיגע רעדעס, אז מען דארף זיך 'צירוקערן' צו די 'אלטע' 'פארגעסענע' רעליגיע, וואס אונזערע אלע עלטער-זיידעס האבן געהאלטן, ער האט 'אנדעקט' אן אלטן ספר תורה, (וואס ער האט אגב אליין אויסגעטראכט אין אפגעשריבן) אין עס איז געווארן א אידישקייט מאוומענט, וכ' וכ' ער האט אויסגעטראכט א באבע מעשה פון א 'משה רבינו' 'מתן תורה' יציאת מצרים' בקיצור לא היה ולא נברה
ער האט אפילו געוויסט צו זאגן פון א תורה שבע''פ, אלעס אלעס האט ער אויסגעזויגן פון פינגער,

עזרא האט געזאגט אז ער איז א 'כהן' א אייניקל פון 'אהרן הכהן' (פיקטיווע קערוקטער) און ממילא האט ער מער רעכטן ווי גיין קודם אין די שורה כ', און מען דארף אים געבן תרומה וכ', וכ' אין שטייטצעך אויך פאר זיינע קינדער און אייניקלעך עד סוף כל הדורות

און אזוי ציט זיך שוין דורות א פאלשע רעליגיע, אויסגעטראכט, פינקט ווי איסלאם וכד' פאר טויזענטע יאר,
עד שבא א 'זיכערע איד' וואס גייט גאר 'אויפווייזן' אז משה אמת ותורתו אמת, מיט א ראיה פון DNA אז אלע כהנים היינט זענען פון איין משפחה,
עם איי מיסינג סאמטינג?
איך זאג נישט אז אידישקייט איז טאקע פאלש און אויסגעטראכט, איך זאג נאר אז די DNA ווייזט נישט גארנישט
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10