☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ביקורת המקרא - 101

ביקורת המקרא - 101

129 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13871
בלאט: 1 2 3

מי אני » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 11:17 pm

· #493187
דאס איז ווייטער געקוקט דערויף פון א מער פּרעזענטיסט לענס. עפ״י די מאדעל האבן זיך טאקע געדרייט די פריערדיגע דאקומענטן [JE און אפשר P] אבער ביים המון איז דאס געווען מער בע״פ וממילא מיט׳ן צאמשטעלן ספר דברים, וואס איז למעשה ענליך (צי גאר ענליך; מ׳זעהט דאך אז דו למשל האלטסט אז דאס שטימט מיט די איבעריגע חלקי התורה לגמרי). איז צו ענטפערן די שאלות:

1). בּעיסיקעלי יא. און מ׳דארף געדענקען אז אפילו לפי פשט בסתם דארף מען עפעס אזוי זאגן: ס׳איז משמע אז מ׳האט געטראפן יעצט (במלכים ב פכ״ב) א פארגעסענעם ספר - לויט די טראדיציאנאלע מפרשים איז דאס געווען די גאנצע תורה (אבל עיין לעיל בהעיקרים שהבאתי).

2). אז ס׳איז שוין געווען א פריערדיגע ספר וואס משרע״ה אליין האט געזאגט.

זוכער » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 11:33 pm

· #493190
מי אני
דאס איז ווייטער געקוקט דערויף פון א מער פּרעזענטיסט לענס. עפ״י די מאדעל האבן זיך טאקע געדרייט די פריערדיגע דאקומענטן [JE און אפשר P] אבער ביים המון איז דאס געווען מער בע״פ וממילא מיט׳ן צאמשטעלן ספר דברים, וואס איז למעשה ענליך (צי גאר ענליך; מ׳זעהט דאך אז דו למשל האלטסט אז דאס שטימט מיט די איבעריגע חלקי התורה לגמרי). איז צו ענטפערן די שאלות:

1). בּעיסיקעלי יא. און מ׳דארף געדענקען אז אפילו לפי פשט בסתם דארף מען עפעס אזוי זאגן: מ׳האט געטראפן יעצט א פארגעסענעם ספר - לויט די טראדיציאנאלע מפרשים איז דאס געווען די גאנצע תורה.

2). אז ס׳איז שוין געווען א פריערדיגע ספר וואס משרע״ה אליין האט געזאגט.


פיין. לאמיר אהער שטעלן אפאר קליינע פראגן און קלוגער ווערן, זעהן צי דאס האלט אןיס.

1) פאראן בערך 100 נייע מצות / דינים אין חומש דברים.
ס׳טייטש אז בערך 800 נאך מעמד הר סיני פארציילט דער קעניג מיט ניי ערפינדענע הלכות.
גדילים תעשה לך!(דברים כב יב) ס׳טייטש מיין טאטע איז נישט געגאנגען קיין ציצית, קיינער אין דור ווייס נישט דערפון צו זאגן.

2) לא יהיה לכהנים וכו׳ חלק ונחלה עם ישראל (דברים יח א)
האבן די כהנים טאקע נישט געהאט קיין שום נחלה במשך די 800 יאר? פארוואס?
זיי זענען דאך געווען די קאנעקטעד שבט, פארוואס האבן זיי נישט פראטעסטירט היתכן זיי בלייבן אן גארנישט.
האבן זיי יא געהאט? האט עס יאשיהו געקענט אוועקנעמען מיט זיין פרישע געבעקס?

3) די גאנצע פרשה מיט הר גריזים והר עיבל (דברים יא כט) איז דאס א פוסטע געבעקס?
ס׳איז דאך א היסטארישע איווענט וואס האט געדארפט פאסירן מיט 750 פריער.

מי אני » פרייטאג יאנואר 28, 2022 12:06 am

· #493196
1). פארוואס נישט? פונקט אזוי ווי מ'האט געקענט, צב"ש, לגמרי אסר'ן במות ושחוטי חוץ פון דארט און ווייטער. ס'ארבעט צוביסלעכווייז ביז ס'כאפט זיך אָן אינעם פאלק מער און מער; בפרט ווען עס איז בעידוד פונעם מלוכה.

2). דאס איז א גוטע קשיא. צב"ש דר. ריטשערד עליאט פריעדמאן האט א טעזע אז (מער-ווייניגער) שבט לוי זענען געקומען שפעטער (זיי זענען די וואס זענען געווען יוצאי מצרים צו אַן עקסטענט) און האבן קיינמאל נישט געהעריג געהאט קיין לאנד פון די אנדערע שבטים היושבים שם מקודם (דאס קען גיין עפעס צוזאמען מיט די טעזע). זיי האבן זיך אבער אריינגעארבעט אין די קאָלטיק חלקי החיים פונעם פאלק און טאקע דערפאר ווייל זיי זענען נישט געווען פארנומען מיט פעלד-ארבעט און דאס גלייכן. מ'האט עס דערנאך פארמאליזירט אזוי כדי צו געבן א שטערקערע סמך וסיבה פאר זייערע מגרשים און בענעפיטן פונעם פאלק.

3). נו, איז דאס נישט די זעלבע, צי נאך שוואכער, ווי סיפורי יציאת מצרים ומעמד הר סיני? מיינענדיג, די זעלבע וועג ווי אזוי דאס כאפט זיך אריין ביים פאלק מער-און-מער און מ'הייבט דאס אָן צוביסלעכווייז גלייבן. מ'דארף סתם אזוי אוועקנעמען אונזער פּרעזענטיסט אויסקוק פון דאס צוגאנג צו היסטאריע ובכלל פון סקעפּטיסיזם (און וועריפיקעישאניזם) וואס איז געווען פיל ווייניגער בהעולם בכלל אין יענע עפאכע וד"ל; בפרט אז ס'איז אזוי לאנג צוריק וניתן לשכחה. ["ס'שטייט דאך אין א הייליגע בוך! איך האב טאקע נישט געוואוסט דערפון ביז אהער, אבער ס'מוז זיין אמת!"]

זוכער » פרייטאג יאנואר 28, 2022 12:25 am

· #493197
מי אני
1). פארוואס נישט? פונקט אזוי ווי מ'האט געקענט, צב"ש, לגמרי אסר'ן במות ושחוטי חוץ פון דארט און ווייטער. ס'ארבעט צוביסלעכווייז ביז ס'כאפט זיך אָן אינעם פאלק מער און מער; בפרט ווען עס איז בעידוד פונעם מלוכה.

2). דאס איז א גוטע קשיא. צב"ש דר. ריטשערד עליאט פריעדמאן האט א טעזע אז (מער-ווייניגער) שבט לוי זענען געקומען שפעטער (זיי זענען די וואס זענען געווען יוצאי מצרים צו אַן עקסטענט) און האבן קיינמאל נישט געהעריג געהאט קיין לאנד פון די אנדערע שבטים היושבים שם מקודם (דאס קען גיין עפעס צוזאמען מיט די טעזע). זיי האבן זיך אבער אריינגעארבעט אין די קאָלטיק חלקי החיים פונעם פאלק און טאקע דערפאר ווייל זיי זענען נישט געווען פארנומען מיט פעלד-ארבעט און דאס גלייכן.

3). נו, איז דאס נישט די זעלבע, צי נאך שוואכער, ווי סיפורי יציאת מצרים ומעמד הר סיני? מיינענדיג, די זעלבע וועג ווי אזוי דאס כאפט זיך אריין ביים פאלק מער-און-מער און מ'הייבט דאס אָן צוביסלעכווייז גלייבן. מ'דארף סתם אזוי אוועקנעמען אונזער פּרעזענטיסט אויסקוק פון דאס צוגאנג צו היסטאריע ובכלל פון סקעפּטיסיזם (און וועריפיקעישאניזם) וואס איז געווען פיל ווייניגער בהעולם בכלל אין יענע עפאכע וד"ל. ["ס'שטייט דאך אין א הייליגע בוך! איך האב טאקע נישט געוואוסט דערפון ביז אהער, אבער ס'מוז זיין אמת!"]


1) אסור׳ן במות שטייט אין נ״ך. 400 יאר פאר יאשיהו.
יאשיהו האט נישט געקענט פארקויפן נייע מצות און איסורים אן שום בעקינג פון תורת משה. - און האט עס טאקע נישט געטאן.
סתם צו שטופן א דעבאנקד טעאריע איז בלינדע אמונה.

2) האבן די לויים נישט געהאט קיינמאל קיין נחלה, פארוואס פעלט אןיס צו זאגן אז זיי באקומען נישט קיין חלקה נאך 800 יאר?
האט שבט לוי געמאכט אן אויפשטאנד?

3) אויב דו האלסט אז יציאת מצרים, גאנץ מעמד הר סיני איז א געבעקס. פארוואס דארפסטו זיך מוטשען מיט חומש דברים?
האט יאשיהו געהאט עפעס א ציל צו פאבריצירן ברכות וקללות על הר גריזים והר עיבל 800 יאר שפעטער?

איך פרעג די קשיות נישט לקנטר, נאר צו עקספאוזן די סופער-מעסיוו בלעק-האולס פון בקורת המקרא !


אדרבא, ביזט מכובד צו ענטפערן.

Nanach » פרייטאג יאנואר 28, 2022 4:18 am

· #493208
זוכער
מי אני
1). פארוואס נישט? פונקט אזוי ווי מ'האט געקענט, צב"ש, לגמרי אסר'ן במות ושחוטי חוץ פון דארט און ווייטער. ס'ארבעט צוביסלעכווייז ביז ס'כאפט זיך אָן אינעם פאלק מער און מער; בפרט ווען עס איז בעידוד פונעם מלוכה.

2). דאס איז א גוטע קשיא. צב"ש דר. ריטשערד עליאט פריעדמאן האט א טעזע אז (מער-ווייניגער) שבט לוי זענען געקומען שפעטער (זיי זענען די וואס זענען געווען יוצאי מצרים צו אַן עקסטענט) און האבן קיינמאל נישט געהעריג געהאט קיין לאנד פון די אנדערע שבטים היושבים שם מקודם (דאס קען גיין עפעס צוזאמען מיט די טעזע). זיי האבן זיך אבער אריינגעארבעט אין די קאָלטיק חלקי החיים פונעם פאלק און טאקע דערפאר ווייל זיי זענען נישט געווען פארנומען מיט פעלד-ארבעט און דאס גלייכן.

3). נו, איז דאס נישט די זעלבע, צי נאך שוואכער, ווי סיפורי יציאת מצרים ומעמד הר סיני? מיינענדיג, די זעלבע וועג ווי אזוי דאס כאפט זיך אריין ביים פאלק מער-און-מער און מ'הייבט דאס אָן צוביסלעכווייז גלייבן. מ'דארף סתם אזוי אוועקנעמען אונזער פּרעזענטיסט אויסקוק פון דאס צוגאנג צו היסטאריע ובכלל פון סקעפּטיסיזם (און וועריפיקעישאניזם) וואס איז געווען פיל ווייניגער בהעולם בכלל אין יענע עפאכע וד"ל. ["ס'שטייט דאך אין א הייליגע בוך! איך האב טאקע נישט געוואוסט דערפון ביז אהער, אבער ס'מוז זיין אמת!"]


1) אסור׳ן במות שטייט אין נ״ך. 400 יאר פאר יאשיהו.
יאשיהו האט נישט געקענט פארקויפן נייע מצות און איסורים אן שום בעקינג פון תורת משה. - און האט עס טאקע נישט געטאן.
סתם צו שטופן א דעבאנקד טעאריע איז בלינדע אמונה.

2) האבן די לויים נישט געהאט קיינמאל קיין נחלה, פארוואס פעלט אןיס צו זאגן אז זיי באקומען נישט קיין חלקה נאך 800 יאר?
האט שבט לוי געמאכט אן אויפשטאנד?

3) אויב דו האלסט אז יציאת מצרים, גאנץ מעמד הר סיני איז א געבעקס. פארוואס דארפסטו זיך מוטשען מיט חומש דברים?
האט יאשיהו געהאט עפעס א ציל צו פאבריצירן ברכות וקללות על הר גריזים והר עיבל 800 יאר שפעטער?

איך פרעג די קשיות נישט לקנטר, נאר צו עקספאוזן די סופער-מעסיוו בלעק-האולס פון בקורת המקרא !


אדרבא, ביזט מכובד צו ענטפערן.

דו ליינסט פון אנהייב אשכול? פון דיינע קשיות זעהט נישט אזוי אויס

מי אני » פרייטאג יאנואר 28, 2022 6:46 am

· #493210
1). לפי די חוקרים/מבקרים איז די חדר פון D וואס האט מחבר געווען דברים אויך די וואס האבן מחבר געווען (עכ״פ רוב פון) די ספרים יהושע, שופטים, שמואל, מלכים, און ירמיה; באזירט אויף סטייל וכדומה. די ספרים זענען געווען זייער ווערסיע פון די היסטאריע פונעם פאלק פאר זייערע מטרות, טעאלאגיע וכו׳. זיי האבן טאקע רעטרוֺידזשעקטעד די איסור במות אז ס׳איז שוין ״באמת געווען פריער״ כדי צו טאקע צענטראליזירן די עבודה וואס זיי האבן געוואלט איינפירן.

2). שוין גע׳ענטפערט. דאס צו פארמאליזירן און מחזק זיין די סיבה פארוואס מען געבט זיי די בּענעפיטן וכו׳.

3). אז מ׳שרייבט א ספר מיט די אָנגעבליכע היסטאריע און (א חלק פון די) אָרידזשינס פונעם פאלק קומט דאס אטאמאטיש מיט מיט סיפורים. די ברכות וקללות בהר גריזים ועיבל שטימען מיט די טעאלאגיע וחוקים פונעם ספר.

זוכער » פרייטאג יאנואר 28, 2022 11:22 am

· #493227
מי אני
1). לפי די חוקרים/מבקרים איז די חדר פון D וואס האט מחבר געווען דברים אויך די וואס האבן מחבר געווען (עכ״פ רוב פון) די ספרים יהושע, שופטים, שמואל, מלכים, און ירמיה; באזירט אויף סטייל וכדומה. די ספרים זענען געווען זייער ווערסיע פון די היסטאריע פונעם פאלק פאר זייערע מטרות, טעאלאגיע וכו׳. זיי האבן טאקע רעטרוֺידזשעקטעד די איסור במות אז ס׳איז שוין ״באמת געווען פריער״ כדי צו טאקע צענטראליזירן די עבודה וואס זיי האבן געוואלט איינפירן.

2). שוין גע׳ענטפערט. דאס צו פארמאליזירן און מחזק זיין די סיבה פארוואס מען געבט זיי די בּענעפיטן וכו׳.

3). אז מ׳שרייבט א ספר מיט די אָנגעבליכע היסטאריע און (א חלק פון די) אָרידזשינס פונעם פאלק קומט דאס אטאמאטיש מיט מיט סיפורים. די ברכות וקללות בהר גריזים ועיבל שטימען מיט די טעאלאגיע וחוקים פונעם ספר.


פראבלעם איז ליידער מ׳האט געפונען ארכיאלאגישע עווידענס פון הר גריזים והר עיבל און די מזבח דארט וואס גייט צוריק צו זמן בואם לארץ ישראל.

די חוקרים דארפן ברענגען פרוף. זיי האבן נישט קיין שום האפט אן עווידענס.

מי אני » פרייטאג יאנואר 28, 2022 11:43 am

· #493229
ס׳איז א ראיה אז ס׳איז דארט געווען [נאר ביי הר עיבל וואו די געפינס איז] א מזבח בימות ווען מ׳געבט אָנגעבליך אָן כיבוש יהושע (הגם עס איז דעיטעד צו בערך 100-300 יאר נאכ׳ן אָנגעבליכן כיבוש). נישט מער. דאס איז ווי אזוי וויקיפידיע איז עס מסכם:
Although the excavating archaeologist believed that the site was the compound containing Joshua's altar, the filled walled structure being the altar itself – the filling being a part of the altar rather than debris (and indicative of an Assyrian style altar, like that specified in the Book of Exodus as being hollow with boards) – and the wall between the two courtyards being a ramp (in accordance with the no steps instruction in Exodus), most other archaeologists believe it to be something else. The site has a significant issue in regard to the Biblical account of Joshua's altar, as it is located on the north side of the mountain, and not the south side facing Mount Gerizim, making a curse and blessing ritual held there and on Gerizim somewhat difficult to hold antiphonally; the excavating archaeologist proposed that this could be resolved by identifying a mountain to the north as Gerizim rather than the usual location, though the suggestion was ridiculed by both the Samaritans, who found it offensive to move the centre of their religion, and by other scholars and archaeologists

Though some archaeologists agree with the consideration that the site was an altar compound (though not constructed by Joshua), and some (including Israel Finkelstein) at least agree that it was a cultic location (though not necessarily involving an altar), others believe that it was simply a farmhouse, a guard tower or the Biblical tower of Shechem. Those considering it to be a farmhouse and/or the tower of Shechem, argue that the paved areas are simply rooms, the sloping wall simply an eroded partition wall, and the infilled enclosure a room that was later changed into a tower – the foundation of the tower being the infill, and the rest of the tower now destroyed

ובכלל, קען דאך זיין אז די שרייבערס האבן כולל געווען דערין א לעגענדע/מעשה איבער הרי גריזים ועיבל וואס האט זיך געדרייט ביים פאלק בע״פ און נאכנישט געווען פארשריבן ביז דאן.

אגב, איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז לפי החוקרים איז די מאטעריאל אין ספר יהושע איבער גריזים ועיבל קודם פון די אין ספר דברים. מ׳האט עס אריינגעשטעלט נאכדעם אלס א שטערקערע באזיס פון פריער דערצו.

און דאס איז וואס צבי קאניגסבערג (פון די ארכיעאלאגן דערויף וואס האלט אז עס איז יא דער מזבח וואס ווערט רעפערענסט אין דברים ויהושע) שרייבט בנוגע דעם:
Moreover, since the site was buried under stones (Stratum IA) in around 1140 B.C.E., the tradition behind this text — perhaps even the text itself — must go back to this period. In other words, the author of Deut 27:5-7 either saw the altar while it was in use, or knew from tradition, after it was decommissioned in the mid-twelfth century, what lies under those rocks. Either way, the account of an altar on Mount Ebal must have been based on factual knowledge that only someone living in the early Iron I could have had

זוכער » פרייטאג יאנואר 28, 2022 3:04 pm

· #493278
טרעפט מען סימנים פון א מזבח אין הר עיבל = עה, דער שרייבער אין דברים האט עס גענומען פון דא!
טרעפט מען נישט קיין סימנים = קוק, נישטא קיין עווידענס!

באטעם ליין: די חוקרים מוזן מודה זיין בע״כ אז ס׳דא ארכיאלאגישע עווידענס. ווייל ס׳דא דא.
יעצט וועט מען עס שוין מאכן פשטלעך.

איך דארף נישט קיין באווייז אויף דברים אז ס׳איז געגעבן דורך משה רבינו, און האט מיט יאשיהו אדער עזרא פונקט ווי קאווע שטיבל.

די בייבל קריטיקער האבן בערג מיט קשיות אומפארענטפערט.
פיל גרעסערע קשיות אויף זייער דעבאנקד טעאריעס - ווי אויף חומש דברים.

מי אני » פרייטאג יאנואר 28, 2022 4:25 pm

· #493283
גערעכט ואיה״נ. דאס איז א ריכטיגע טענה און דאס איז די שוואכקייט פון די פעלד וואס אט וועגן דעם קען דאס בהדיא נישט זיין א דעמאנסטרעטיווע פעלד וואו עס איז שייך אויפצוווייזן, און ווי איך האב דא צוגעברענגט עפ״י הנ״ל באשכול זו; עס איז נישט געהעריג פאָלסיפייעבּל.

עס דארף אבער באטאנט ווערן אז לעומת זה איז דאס אויך (עכ״פ בדרך כלל זיכער) א שוואכקייט פון רעליגיעזע קלעימס אינעם ראם פון חקירה. ועיין לדוגמא באשכול זו.

ביידע פון זיי זענען דייעלעקטיקעל פעלדער וואו דאס ״מסתבר׳דיגקייט״ פון די עגרעגעיט פון ראיות לזכותם, און וואס דער אינדיווידואלע מענטש טרעפט מאסגעבענד, איז וואס קען אפשר (פאר אים) מכריע זיין. קען זיין אז דאס איז טאקע וואס ליגט אונטער דאס וואס דו האסט דא געזאגט.

מי אני » פרייטאג אפריל 8, 2022 6:00 pm

· #497813
ולגבי חיבור ספר קהלת איז אין אָנהויב פון די ווילנא משניות איז דא מאמר על דקדוק לשון המשנה מהרב ר׳ שלמה לעווינזאהן. ער שרייבט דארט אין א הגה: 📎 4DAC906E-9620-4364-85B0-2BB0DB0C37B5.jpeg
הרב משה יצחק אשכנזי ז״ל, אין זיין הואיל משה, זאגט אז אין ספר משלי זענען אויך דא ארמי׳שע ווערטער, אבער דאס איז אז דורך דעם וואס מ׳האט דאס איבערגעגעבן דור אחר דור מפה אל פה און דאדורך האבן זיך די ווערטער צוביסלעך אריינגעכאפט (ולכאורה אפילו שוין בימי חזקיה וסייעתו, ועיין בב״ב טו.).

כרם זית » מוצ"ש אפריל 9, 2022 9:04 pm

· #497816
Re: ביקורת המקרא - 101
ר' מלך שפירא האט ערגעץ (קען זיין אין זיין אינטערוויאו צו דער וועקער) חוזק געמאכט אז די נייע משניות האט ארויסגענומען די הקדמה 'בית רבי' למחבר ספר בר יוחאי וויבאלד ער דערמאנט רמ''ד, אבער די 'אפיקורסישע' ווערטער פון ר' שלמה לעווינסאהן האבן זיי געלאזט...

אגב, לפע''ד איז נישט אזא עולה ארויסצונעמען א 'גאנצע' ארטיקל צוליב וואס ער דערמאנט רמ''ד, צענזור ווערט נאר אנגעריפן ווען מען לאזט יענמ'ס ווערטער און מען טוט מיט דעם כבתוך שלו.

מי אני » דאנערשטאג מאי 26, 2022 3:00 pm

· #500990
עס איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צום (אנטראפאלאגישן) געדאנק פון יוּהעמעריזם, באזירט אויף די געדאנק פונעם פילוסוף יוני יוּהעמערוס (און פריערדיגע) אז אלע מיטאלאגיעס זענען בעצם באזירט אויף היסטארישע געשעענישן וואס זענען געווארן (גאר) שטארק מוגזם במשך הדורות. דאס זעלבע איז בנוגע די געטער אין די מיטאלאגיעס וואס זענען באזירט אויף היסטארישע מענטשן וואס זענען געווען די קעניגן און העלדן אין די געשעענישן. צב״ש, עפי״ז האט דער פארטוגעזישער בישאף מאַרטין פון בּראַגאַ זענען די גריכישע געטער געווען פון די בני נח לאחר המבול וואס זענען במשך הדורות פארגעטערט געווארן [עפּאַטיִאוסיס].

מי אני » פרייטאג אקטאבער 14, 2022 12:18 pm

· #510263
מי אני
הרב דר. יהושע בערמאן אינעם הקדמה פון זיין בוך אני מאמין שרייבט:
The Orthodox engagement with the challenges of biblical criticism today is more robust than any since prewar Germany. To my mind, however, the current state of the discussion is deficient in four respects.

First, I am troubled by the blind and obsequious manner in which some in the Orthodox world view the authority of the academy as the repository of ultimate truth. We find individuals who identify as Orthodox and proclaim acceptance of “the findings of biblical criticism”, with no attendant caveat of what they do not accept. Let me be clear: I am not speaking about a failure to establish theological red lines. What I mean is that in some quarters there is no critical eye turned on the criticism itself. Everything is accepted in the name of truth, but nothing is rejected in the name of truth. “The findings of biblical criticism” are embraced whole hog, as it were. Go to the major academic conferences in biblical studies and you will see that there is hardly a conclusion anymore that is accepted consensus. The field is more fractured concerning its most basic methodologies and conclusions than ever before. Ironically, there is far more criticism of “the findings of biblical criticism” among the critics themselves than there is in certain corners of the halakhically observant community.
ער איז דאס אביסל מדמה דארט צו דאס אָננעמען אלעס וואס רבנים זאגן אלס ״דעת תורה״; דא איז עס נאר ״דעת מדע״.
דר. יורם חזוני שרייבט אויך ענליך:
Critical Bible scholarship is in this regard neither better nor worse than any other academic discipline. There are brilliant people in “the Guild,” and some good ideas as well. But this is an academic discipline that Solomon Schechter, who knew a thing or two about scholarship, correctly referred to as “Higher Anti-Semitism.” And while academic Bible studies has changed in some ways in the century since these words were written, it has not changed anywhere near as much as many Jews who are active in the field seem to think. Among other things, it is still given to the natural human inclination to laziness, unthinking acceptance of authority, stupidity, and groupthink. And so there is no reason in the world why its practitioners should be afforded any kind of authority over what Jews are taught to believe either in Orthodox institutions or in any other part of the Jewish community

So the question I would put to the Open Orthodoxy movement after my first time attending an Open Orthodoxy event is this: there seems to be a tendency among certain young rabbis to accept the premises and major findings of the dominant school of critical Bible scholarship as being so secure as to be impervious to reasonable doubt. In other words, they are willing to be skeptics about literally everything that is handed down to them by way of Jewish tradition. But they are unwilling to subject academic scholarship to this same skeptical or critical challenge. I have corresponded with some young rabbis and scholars who even think that they are “saving Judaism” (this is an actual quote) by importing critical Bible scholarship into Orthodox Judaism lock, stock and barrel

What I want to know is: Where does Open Orthodoxy stand here? Is it committed to the uncritical acceptance of whatever happens to be the current consensus among university Bible scholars on matters in which “the Guild” sees itself as expert — first in the area of the historical study of the Bible and its composition; and now, increasingly, in the area of Jewish theology as well? Or does Open Orthodoxy have the capacity for a truly skeptical or critical appraisal of academic biblical criticism — by which I mean an appraisal that may involve the rejection of many of the premises and conclusions that the academic Bible Studies consensus holds dear?

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 8:13 pm

· #513947
א שיעור פונעם באקאנטן מבקר המקרא דר. יגאל בן-נון וואו ער לערנט אפ מיט זיין גאלדענעם שפראך די מעשה פונעם "אנטדעקונג" פונעם ספר תורה אין בית המקדש פסוק ביי פסוק, זייער א שטארקע שיעור, ווי דר. בן-נון זאגט אנפאנג שיעור אז פון דעם שיעור אליינס קען מען פארשטיין די גאנצע מהלך פון ביקורת המקרא און פארוואס מ'קען ממש נישט אפלערנען דעם תנ"ך אנדערש. אויב איינער פארשטייט נאכנישט וואס די מבקרי המקרא ווילן האט ער דא א געלעגנהייט אין בלויז איין שעה ארויסצוהאבן די גאנצע נושא, דארפסט נישט ליינען גאנצעטע ביכער און כל-ערליי בלאגס און אויסהערן פאדעקסטס מיט כ'ווייס נישט וואס, בלויז איין שעה און דו פארשטייסט די גאנצע מהלך דורך און אדורך! מומלץ בחום! לא נפלאת היא ממך ולא רחוקה היא. לא בשמים היא לאמר מי יעלה לנו השמימה ויקחה לנו וישמענו אתה ונעשנה. ולא מעבר לים היא לאמר מי יעבר לנו אל עבר הים ויקחה לנו וישמענו אתה ונעשנה. כי קרוב אליך הדבר מאד בפיך ובלבבך לעשותו!
https://youtu.be/l31jFcxSMJY

נ.ב. די שמועס וואס פאנגטזיך אן ביי 27:18 איבער חולדה'ס "נבואה" און די דיוקים וואס ער לערנט ארויס דערפון האט מיך דאס מערסטע געכאפט, כ'קען נישט פארשטיין וויאזוי כ'האב עס פארפאסט ביז היינט, ס'נישט קיין חידושים פאר זיך אבער דאס אז ס'איז א בפירוש'ע פסוק איז שוין איינמאל א חידוש.

מי אני » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 11:58 pm

· #513954
דאס פירט אריין אין צו די געדאנק ארויסגעברענגט אין @יעקב מעקסוועל'ס אשכול איבער מענות פון מפרשי המקרא לקושיות הביקורת, און די קעגנזייטיגע הנחות קדומות וואס מ'האט ווען מ'גייט צו צום טעקסט. למשל לגבי נבואת חולדה הנביאה אודות יאשיהו המלך פרעגן שוין די מפרשים דארט במלכים ב (כב כ) על אתר אז ער איז דאך גע'הרג'עט געווארן ע"י המורים המצריים און עס איז דאך נישט "ונאספת אל קברותיך בשלום"? און זיי ענטפערן אז דאס איז לגבי דעם אז ער וועט נישט צוזעהן החורבן און וועט למעשה ווערן נקבר בקברו בשלום, כי הובילוהו ממקום המלחמה לקברות באין מוחה (מלבי"ם) ע"ש. דאס איז מכח זייערע הנחות קדומות דערין אז עס איז היסטאריש/דברים כהווייתן און אז עס איז אָלטימעטלי נישטא קיינע סתירות דערין אא"וו. דר. יגאל בן-נון נעמט דאס נישט אָן און זאגט טאקע להשוות הסתירה בהפסוק אז עס זענען באזונדערע שרייבערס, און ער טוהט אויף/נעמט אָן אז שפעטערע שרייבערס גייען בשו"א נישט מעקן פריערדיגע שרייבערס אפילו ווען וואס זיי לייגן צו, עפ"י וואס זיי ווייסן שפעטער, שאפט א סתירה מיניה וביה אינעם זעלבן פסוק ממש. די פרומע וועלן לכאורה שרייען אז די אויפטוה איז א דוחק, פונקט אזוי ווי די מבקרים וועלן שרייען אז תירוץ המפרשים איז א דוחק (כדי לקיים נבואה זו, ובפרט לפי מש"כ הרמב"ם בהקדמתו לפירוש המשנה אודות נבואה/יעוד טובה שאינה חוזרת ריקם). דר. בן-נון קען אבער מאכן א שילוב פון די צוויי און זאגן אז מעיקרא וואלט מען נישט געשריבן אזא נבואה וואס קיומה קען נאר פארטייטשט ווערן בדוחק, אבער דערנאך, ווען מ׳לייגט צו און מ׳וויל נישט מעקן, פארלאזן זיך די שפעטערע שרייבערס במכוון אויף די סארט דוחקים ותירוצים כדי נישט צו דארפן מעקן.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 12:43 pm

· #513984
למעשה דארפן חרדים צו זיין די ערשטע צו פארשטיין אזא מהלך אז מ׳טוישט נישט די גירסא אפילו ס׳שטימט נישט הונדערט פראצענט, אפילו עוז והדר לייגט געווענליך נישט אריין זייערע בויך סברות אינעם טעקסט אליינס נאר זיי שרייבן עס צו אינעם גליון.

נ.ב. ווען מ׳לערנט נ״ך מיט׳ן פירוש המלבי״ם דארף מען וואוסן אז דער מלבי״ם איז נישט קיין ראשון, קוים אן אחרון, סך הכל א דייטשע רב פון 200 יאר צוריק, א תלמיד פונעם עטרת צבי פון זידיטשויב וועם ס׳נישט געפאלן אז מענטשן נוצן די מהלך פון לערנען תנ״ך וואס מיר האבן מקובל פון די ראשונים צו טרעטן אויף די ארטאדאקסישע הלכה, און די אלטע טאטיק פון חז״ל פון מנעו בניכם מן ההגיון האט שוין נישט געארבעט האט ער ממציא געוועהן א נייע דרך הלימוד פון אפאלאגעטיקע וואס איז טיילווייז געבויט אויף חז״ל הגם חז״ל האבן עס קיינמאל נישט גענומען אזוי ווייט ווי איהם.

מי אני » פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 2:49 pm

· #513985
יא יא. אבער חרדים וואלטן פונקט אזוי גארנישט צוגעלייגט אויך נישט, און טאקע מהאי טעמא גופא אלס׳ן ווענערעישאן פונעם טעקסט. זאגן און מחלק זיין אז מ׳קען (באהאלטענערהייט) רעדאגירן און פאטשקענען מיט׳ן טעקסט דורכ׳ן צולייגן אייגענס אבער נישט אראפ נעמען, איז שוין נישט דומה לכהיום (ובפרט אז וואו חרדים פאטשקענען יא דורכ׳ן צולייגן אדער אראפנעמען איז מען מגיה אין די זייט כדי עס זאל זיך דייקא דערקענען א פאטשקעריי). כמובן, פרעגט דאס נישט אפ דר. בן-נון און דאס לייגט דאך ארויף אונזער פּרעזענטיסט מהלך בנוגע ווענערעישאן פון טעקסטס און זיי מגיה זיין אויף די פריערדיגע כותבי התנ״ך; אבער קיין ראיה פון חרדים כהיום האט מען נישט קעגן דעם וואס זיי וועלן לכאורה שרייען דערויף ״דוחק״ (ווי אויך איז דר. בן-נון, לגבי דעם חלק פון נישט מעקן, אויך אביסל פּרעזענטיסט).

ועיין ערך תיקון סופרים בכל זה וואו עס איז לכאורה משמע אז שפעטערע האבן (באהאלטענערהייט?) יא ממש אראפגענומען און געטוישט אינעם טעקסט אליין; עכ״פ אינעם ווארט/ווערטער אליין. דאס איז שוין טאקע אינעם פעלד פון ״lower״ בּיבּלישע קריטיסיזם.

לגבי מפרש זיין דעם טעקסט זעה איך נישט ס׳זאל זיין א נפק״מ אין וועלכע תקופה ער לעבט; ער קען זיין א היינטיגער אויך. די איינציגסטע זאך וואס ווענדט זיך איז לגבי די (shared) הנחות/assumptions קדומות מ׳האט בנוגע די טעקסט. ענליך צו דעם אז דר. בן-נון, אדער עני אקאדעמישער מבקר, קען בעצם זאגן אַן אייגענעם פירוש מה שלא עלה על דעת, צב״ש, וועלהאַוּזען, הגם זיי שׁערן די זעלבע עסאָמפּשענס/הנחות לגבי דעם טעקסט.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 5:25 pm

· #513987
מי אני
לגבי מפרש זיין דעם טעקסט זעה איך נישט ס׳זאל זיין א נפק״מ אין וועלכע תקופה ער לעבט; ער קען זיין א היינטיגער אויך. די איינציגסטע זאך וואס ווענדט זיך איז לגבי די (shared) הנחות/assumptions קדומות מ׳האט בנוגע די טעקסט. ענליך צו דעם אז דר. בן-נון, אדער עני אקאדעמישער מבקר, קען בעצם זאגן אַן אייגענעם פירוש מה שלא עלה על דעת, צב״ש, וועלהאַוּזען, הגם זיי שׁערן די זעלבע עסאָמפּשענס/הנחות לגבי דעם טעקסט.
אט דאס זאג איך טאקע, דעם פירוש המלבי"ם טיילט נישט די זעלבע הנחות קדומות ווי די אלגעמיינע הנחות ביז זיינע צייטן, די אלגעמיינט הנחה ביז דאן איז אלץ געוועהן מנעו בניכם מן ההגיון און המתרגם פסוק כצורתו הרי זה מחרף ומגדף אזש רב כהנא האט געקענט זיין א גרויסע רב און נאכאלץ נישט האבן געהערט פון אזא מושג פון פשוטו של מקרא. חז"ל האבן זיך קיינמאל נישט גענומען איבער'ן תנ"ך אויף אזא שטייגער ווי תוספות נעמט זיך אויף א שווערע שטיקל גמרא, די פאר מאל וואס זיי זענען זיך יא מתייחס צו כלומפרשטע קשיות אינעם טעקסט התנ"ך איז עס אלץ נאר א מיטל צו קענען דרש'נען. חז"ל ווילן ארויסברענגען די צדקות פון שאול המלך האט מען זיך ארויפגעכאפט אויפ'ן פסוק פון בן שנה שאול במלכו, מ'האט געוואלט מפליג זיין אין שלמה'ס רייכטום האט מען געפרעגט א סתירה אז אין איין פסוק שטייט אז ער האט געהאט 400 שטאלן און אין אן אנדערן פסוק שטייט 4,000 שטאלן זאגן חז"ל אז ער האט געהאט 400 מאל 4,000, שוין, בלייבט מען כאטש מיט א זיסן טעם אין מויל, וואס וויל אבער דער מלבי"ם ארויסברענגען מיט זיינע פילפולים? אז ווען חז"ל האבן געזאגט מנעו בניכם מן ההגיון זענען זיי סתם געוועהן פאראנויד? וואס קרענקט מיר מיט'ן מלבי"ם אז ס'דא א געוויסע אסכולה צווישן חרדים וואס זענען דוגל מיט'ן מלבי"ם כאילו ס'איז נתינתו מסיני און אויפ'ן אבן עזרא מאכט מען א גרויסע תיקו כאילו ס'איז מהיכי תיתי. רבותי, זייטס דוגל מיט'ן רשב"ם און רד"ק און לאזטס דעם מלבי"ם מיט'ן תיקו, די גאנצע פירוש המלבי"ם איז נאר געשריבן געווארן לצורך השעה ווייל די משכילים האבן גענוצט ביקרת המקרא אלץ א תירוץ צו קענען עסן טשיעזבורגערס, איינמאל די משכילים האבן שוין געהאט אייגענע רבנים וואס קענען זיי מתיר זיין די טשיעזבורגערס מיט'ן זיך סומך זיין אויפ'ן ועשית ככל אשר יורוך אפילו אומר לך על ימין שהיא שמאל ועל שמאל שהיא ימין איז די גאנצע צורך פאראיבער, יעצט איז די געפעכט ווער ס'קען מאכן אידישקייט געשמאקער און מער relatable פאר'ן המון עם, און מיט'ן דוגל זיין מיט'ן מלבי"ם מאכט מען אידישקייט נאר זויערער און ווייניגער relatable, אין אזא פאל וואלט אפילו דער מלבי"ם געזאגט אז ס'שוין העכסט צייט צוריקצוגיין צו די אריגינעלע אויסגעטרויטענע וועג פון חז"ל און רבותינו הראשונים אשר מפיהם אנו חיים.

מי אני » מוצ"ש דעצעמבער 17, 2022 7:03 pm

· #513988
די אייניגע ״הנחות קדומות״ איבער המקרא וואס מ׳איז דן אויף זענען די פיר וואס דר. דזשעימס קוגל ברענגט ארויס צו וועלכע איך האב צוגעצייכענט. אין די זענען זיי אייניג.

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש דעצעמבער 17, 2022 9:40 pm

· #513995
צוריקמישענדיג זעה איך אז דעם ערשטן מאל דו האסט דעם קוגעל ציטירט האב איך מיך שוין געדינגען מיט איהם און ארויסגעברענגט אז דאס וואס ער רופט אן "טראדיציאנאל" איז שוין גארנישט אזוי טראדיציאנאל, זעהט אויס ווי ער איז אויך אריינגעפאלן אינעם טרעפ פון מלבי"ם מקלנבורג ענד קא. הגם פאר די סעיק פארוואס כ'האב בכלל אהערגעברענגט דעם בן-נון'ס שיעור מאכט באמת נישט אויס צו דער מלבי"ם איז טראדיציאנאל צו נישט, די פוינט איז אז פון זיין שיעור קען מען פארשטיין פארוואס די חולקים אויפ'ן מלבי"ם זענען נישט צופרידן מיט זיינע הנחות.

און אז דו ווילסט דווקא, דא האסטו א שטיקל ווי בן-נון רעדט ווי א גאנצער מאמין... (טראדיציאנאל?)

ענדיוועיס, אז מ'רעדט פון ביקורת המקרא און יגאל בן-נון, דא רירט ער אביסל צו ביקורת הקוראן... ספוילער אלערט: ס'איז צרות ווי א בארג (פאר איסלאם פארשטייט זיך...)

מי אני » זונטאג דעצעמבער 18, 2022 1:09 am

· #514012
דאס וואס די פירוש המיוחס לרש"י ברענגט צו בדברי הימים א (ח כט) אז מצאו מגילות שונות לענין יוחסין וביטלו המרובין את המועט, איז אָנגעבליך קעגן דעם דריטן הנחה וואס דר. קוגל זאגט בנוגע די טראדיציאנאלע מפרשי המקרא אז "אז עס האט נישט קיינע סתירות אדער טעותים/איבעריגקייטן". מ'ברענגט דאך ביידע אראפ?

דר. בּלעיר פרענטש פרעגט טאקע אויף אַן ענליכע שיטה פון דר. קוגל (און אנדערע) אז פאר חז"ל און די טראדיציאנאלע מפרשים איז יעדעס ווארט פון תנ"ך געווען (מער-ווייניגער) אויפ'ן זעלבן לעוועל וואס דאס מאכט דאס אזוי אז מ'קען טאקע דרש'ענען פון איינע צום צווייטן. זי זאגט אבער אז דאס איז נישט אזוי ווייט נוגע לספר דברי הימים וואס איז געווען שפעט. אין דעם האבן חז"ל דאס נישט גענוצט אויף צו מפרש זיין אנדערע מקראות וספרים, נאר איידער דאס מפרש געווען וואו זיי האבן געקענט עפ"י פריערדיגע ספרים; די "לא ניתן דברי הימים אלא להידרש".

זי שרייבט (לגבי הגמרא בב״ב יד:):
The Talmud’s depiction of Chronicles may also have allowed the Rabbis to forge a link between themselves and biblical transmitters of God’s word. Going back to the baraita, it states that ‘Ezra wrote his book and the genealogies to his own’—meaning, that in addition to his own book, Ezra wrote the first part of Chronicles. The baraita, however, leaves open the authorship of the remainder of the book, making Chronicles the only text with an anonymous author. Given this description, it is reasonable to assume that nameless scribes picked up where Ezra left off. The effect is twofold. Ezra’s authorship of the first part of Chronicles elevates the role of the scribe, whereas the anonymous authorship of the second part of Chronicles indicates that it is not necessary to be as renowned as Ezra to be a tradent of revelation. The baraita potentially laid the groundwork for the Rabbis to assume this role for themselves
דר. ארן וויזעל שרייבט אויך:
Whether Saadya Gaon in the 10th century or Rashi and Abraham Ibn Ezra in the 11th and 12th century or Isaac Abarbanel at the end of the Middle Ages – all supposed that Scripture is internally consistent and harmonious. (In this context it is important to emphasize that Ibn Ezra's (and others) famous identification of post-Mosaic insertions into the biblical text are not a matter of flaw in Scripture. Cf. among others Joseph Ben Eliezer (Tzophnath Paaneach) on Ibn Ezra's commentary to Gen 12:6: “Since we are obliged to believe in the words of tradition and the words of prophecy, what difference can there be if Moses wrote it or another prophet, since the words of every prophet are true and divinely inspired”; David Herzog ed. (Cracow: Joseph Fisher, 1913) 92.) They all viewed themselves as committed to sensitivity to context, and when problems arose they were all naturally inclined to resolve them by means of harmonization, usually by one of the two above-mentioned methods: X=Y or X+Y. Only in light of this nearly universal methodological unity can we properly appreciate the distinctiveness of some of the commentaries on the book of Chronicles which, on the one hand, exhibit supreme adherence to the harmonistic method but, on the other hand, depart from it to a greater or lesser extent

Chronicles contains many passages that are paralleled in other books of the Bible, especially Torah (1 Chronicles 1–9), and the books of Samuel and Kings (1 Chronicles 10 ff.). Comparison with these parallels shows many differences, both in minor details and on major and significant points. These instances of discrepancy and contradiction appear in other books as well and, as noted above, the exegetes dealt with them effectively by means of harmonization. Theoretically, then, there was nothing preventing the commentators to Chronicles from applying this approach as well; in every place that they encountered a problem of inconsistency, they could have suggested a harmonistic resolution of one of the two common types (X=Y or X+Y). And in fact, there are dozens of solutions of these types. Nevertheless, the sheer volume of inconsistencies and contradiction was so great that the commentators could not contain the problem by means of individual harmonizing solutions
ער זאגט אז די פירוש המיוחס לרש"י על דברי הימים האט אָנגענומען די געדאנק אז עזרא האט דאס צאמגעשטעלט פון מערערע מקורות (גאנצע און קארופטירטע), אבער נאר לגבי די מגילות יוחסין. (און אפילו אין דעם איז די פירוש מחדרו של הרס"ג געווען דערקעגן.) דר. וויזעל שרייבט אויך לגבי די פירוש וואס ברענגט ארויס און איז באוואוסטזימיג צו די בּייעס לדוד פון דברי הימים:
Historians of medieval thought have remarked upon the naïve understanding of history on the part of intellectuals in that era. Medieval thinkers viewed history as nothing more than a sequence of ontological facts. The eyewitness report was viewed as the most reliable type of evidence, and a historian was one who assembled reported facts alongside one another, picking out significant events that he considered to merit preservation from unimportant events that were not worthy of being remembered. Emergence from this naivete, i.e., the recognition that a personal report is subject to the biased perspectives of an individual and is thus fundamentally skewed, began only in the modern era. Against the background of this naïve worldview, the stance of the author of the commentary attributed to Rashi is all the more remarkable. He identified complex authorial and editorial considerations which he understood to be the product of the author's biases. In doing so, this anonymous author acknowledged that there is a gap between the actual occurrence of an event in historical reality and the documentation of that event in Scripture, and he recognized the subjectivity of ostensibly factual historical reporting

All this undermines the universally accepted axiom that all books of Scripture are complete and perfect in every way and internally consistent in absolute harmony. Chronicles does not always provide all the information that is relevant to the reader and does not always present historical reality as it was, as it is reported in the other biblical books. In contrast to the accepted view, the difficulties in the book are genuine problems, and accordingly, the general solutions found in the commentary attributed to Rashi do not come to minimize them or to rationalize them away via harmonization in order to demonstrate that the problems are only apparent. Instead, the commentator's broad hypotheses acknowledge the difficulties and aim to shed light on the presence of the difficulties in the text
‏פון הרב דר. יעקב קורצווייל: 📎 E8C8E0AE-85F8-4CEE-A158-BDA1AD514800.jpeg

רביה''ק זי''ע » זונטאג דעצעמבער 18, 2022 2:25 pm

· #514039
בקיצור, קורצווייל בלייבט מיט א פליאה, לויט ווי איך האב געזאגט שטימט עס זייער גוט, די שאלה איז נאר פארוואס בלייבן שטעקן מיט א קשיא ווען די תירוץ איז אזוי פשוט?

רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 8:51 pm

· #514263
וואס אנבאלאנגט מיין שיטה איבער די חילוק צווישן די טראדיציאנאלע מפרשים (ביז מלבי"ם/מקלנבורג) און די מבקרי המקרא, האב איך יעצט אנגעטראפן א שמועס/וויכוח צווישן יגאל בן-נון און קריסטליכע טעאלאגן וואו צוויי מינוט אריין רייסט מען זיך שוין ארום ביי די קעפ איבער ביקורת המקרא. הכלל, איך האלט אז דיזע קריסטליכע טעלאגן'ס צוגאנג צום תנ"ך/בייבל איז די אויטענטישע טראדיציאנאלע צוגאנג פון חז"ל און ראשונים וואס דער מלבי"ם און מקלנבורג האבן משנה געווען אין זייער מלחמה מיט די משכילים. https://youtu.be/OYmNSJkXEJA

רביה''ק זי''ע » פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 10:36 am

· #514713
א מאמר פון ישראל קנאהל איבער ביקורת המקרא על פי חז"ל. https://www.daat.ac.il/daat/kitveyet/deot/kanohel.htm

מי אני » זונטאג יוני 16, 2024 11:09 am

· #565037
עס איז מערקווידיג צוצוברענגען פונעם דרשה וואס דר. פליקס פּרלס האט געהאלטן אין 1927 אינעם אוניברסיטה העיברית בירושלים, איבער דאס נחיצות פאר אידן עוסק צו זיין אינעם אקאדעמישן פעלד פון ביקורת המקרא. ער האט דאס פארגליכן צו די פראיעקט פונעם רמב״ם בשעתו:
מי יתן שלא תכזיבני תקותי שאוכל לרומם קרן מדע זה, ולהראות חשיבותו לכל מי שרוצה לראות. כי כמו שהמקרא הוא היסוד החזק לדתנו ולספרותנו, כן מדע המקרא הוא היסוד לכל מדעי היהדות. ומלבד זאת אני מקוה שאצליח להסיר לכל הפחות קצת מן המכשולים העומדים נגד מדע זה. לא נעלם ממני שעדיין רבים וביניהם אנשי שם חוששים להתעסק במדע המקרא, ולא זאת בלבד אלא שנלחמים נגדו מלחמה גמורה בחשבם שמדע זה עלול להרוס את בנין דתינו. על כן חובה עלי להוכיח כי מדע זה אינו בא לסתור אלא לבנות ובעשותי כן להחזיר לנו עטרה שניטלה ממנו.

אינני מכחיש שדרך מדע המקרא עוד איננה סלולה ועלי להתפלל שלא תארע תקלה על ידי. אלא הסכנה תלך ותגדל במדה שחכמי ישראל יחשבו למותר להשתתף בחקירת המקרא, ויסתפקו לקרות עליה: "סורו סורו טמא טמא!" אבל אם רצונינו לכתת את חרבות כמה מבקרים קיצונים שבין חכמי הגוים היוצאים לזלזל את תורתנו ולחרף את אלקינו ואת עמינו, יש לנו להזדיין בכל כלי קרב המדעיים. כי אין ספק שהמרבים לצעוק חמס על מדע המקרא אינם יודעים ומבינים בו כלום ומדברים עליו כדבר העוור על הגונים.

לדאבוני הגדול, אני מוכרח להודות שמספר חכמי עמנו העובדים בשדה זה עדיין קטן מאד. אני רואה בזה חרפה גדולה והפסד גדול לישראל. אני רואה בזה חרפה גדולה. בימי הבינים יד ישראל רמה במדע המקרא. בימי הבינים עמדו גם כן על הרמב"ם וחשדו בו שהוא מבטל את התורה, והיום אין איש נבון בקרבינו יכול להכחיש שהרמב"ם עשה טובה לישראל ביסדו את בנין היהדות ברוח החקירה. אבל אויביו עשו רעה לישראל וענו את כח רוחו ומי יודע אם לא לעתיד ידונו כן על דורנו ויאמרו על המתנגדים למדע המקרא: "אוי להם שׁהחשׁיכו את עינינו ועשו לתורה שתשתכח מישראל!"

הלא אנחנו עומדים פה על הר הצופים הגבוה מכל הסביבה ונותן מראה בלתי מגבל לכל הצדדים. כן יש לנו לקוות שתפקחנה עיני העם גם אודות מדע המקרא שישתקו כל הספקות ושידעו כל הנבונים שיש לנו לעבוד בשדה מדע זה ולהחזיר בעבודה זו את המקרא בפי עמנו ובלבב עמנו. והמתנגד לעבודתנו זו למי הוא דומה? לאם שדואגת לבריות ילדה ומרוב חבתה ודאגתה שלא יפגע בו האויר הקר היא כולאה אותו בבית עד שיתנוון כנטיעה הצומחת בבית זכוכית.

וחי בהם » זונטאג יוני 16, 2024 11:43 am

· #565039
Re: ביקורת המקרא - 101
לדאבוני קראתי הרבה חיבורים של מבקרי המקרא המזרוחניקים.. ויש להם עשרות שיטות בזמן מי נתחבר כל המקרא שלפנינו מזמן משה ועד החשמונאים.

אני מאמין באמונה שלמה שהיה אבות הק' ויציאת מצרים מעמד הר סיני בו ניתנו בעשרת הדברות והלוחות והחוקים כו', והיו כתובים מגילות מגילות כמו "ספר הברית" "ספר הישר" "משנה תורה" וכו', ונראה שחיבור כל המקרא כסגנונו לספר אחד היה בתחילת זמן המלכים, ע"פ המלך כי רצו שכל עם ישראל שנתאחדו בראשונה תחת מלך אחד תהיה להם תורה אחת בלשון אחד, ועל זה נמצא שבזמן העקידה נאמר א"שר יאמר היום בהר ה' יראה", כי רצו להוכיח קדושת הר המוריה מאז ימי אברהם לכל שבטי ק-ה שעד אז היו מקריבים בבית ק-ל ושילה וכו', וכן הכתוב ואלה המלכים אשר מלכו קודם, וכן והכנעני אז בארץ, וכן כי הנה ערשו ברזל שראו אותו בימי כיבוש דוד את רבת עמון, וקבורת רחל עד היום הזה שכתוב במלכים ועוד הרבה הרבה ראיות. והכל נכתב ע"פ נביאים. ואם טעיתי...

כרם זית » זונטאג יוני 16, 2024 12:31 pm

· #565049
Re: ביקורת המקרא - 101
@מי אני איך האב געטראכט אפילו מער ווי דר. פליקס אז אפילו ביקורת המקרא וועט אפפרעגן אלס וואס אינז האבן געגלייבט פאר די לעצטע צוויי טויזנט יאר, לוינט זיך נאך אלס אז אידן זאלן עוסק זיין דערין. ווייל ווי רבי סעדיה גאון זאגט איז דאך אין אומתינו אומה אלא בתורה, ממילא אויב וועט די תורה אפגעפרעגט ווערן דורך גוים און אנטיסעמיטן וועט אויסקומען אז אינז האבן מער גארנישט וואס האלט אינז אלס א פאלק וויבאלד די תורה איז דאך נישט מן שמים. אבער אויב וועלן מיר קאכן אין ביקורת המקרא דאן וועט כאטש די 'לימוד' התורה אינז פאראייניגן אלס א פאלק.

מי אני » מאנטאג יולי 8, 2024 11:45 am

· #567572
זלמן עפּשטיין האט געשריבן:
ידובר בבקורת המקרא, שלחרדים היא פסולה והם רואים בה הריסות הדת. אך לא מיניה ולא מקצתיה. לא מנקודת-הראיה של היהדות החרדית ידובר, אך מנקודת-הראיה הכלל-ישראלית, וזה לא היינו הך. כלל-ישראל אינו נרתע לאחור מפני בקורת המקרא בגבול המדע המדויק ויסודי היהדות במלוא היקפם. הרמב“ם לא נסוג אחור מהבחנה פילוסופית-אריסטוטילית ונשאר נאמן ליהדות המסורתית; וככה גם כלל-ישראל בדורנו לא יירא ולא יפחד מן הבחנת בקורת המקרא, כאילו היא יכולה לשבר ולנפץ עד היסוד בו את כל בנינו הרוחני ההיסטורי, שבו הוא חי ומתקיים ורואה עולמו לפניו בזה ובבא. ניצוצי בקורת המקרא ישנם גם בתלמוד, (די להזכיר את המימרא הידועה: “התורה מגילות מגילות ניתנה”), הראב”ע גם הוא בחריפות שכלו עמד על הרבה והרבה סעיפים של בקורת המקרא, ואף הרשב“ם, אחד משלומי אמוני ישראל במובן היותר מלא ושלם, מבקר את המקרא ומשמיע את משפטיו לא לפי המקובל בבית-המדרש הישן. וגם בדורותינו האחרונים חכמי ישראל כהרנ”ק, שי“ר, שד”ל והרבה כמותם, שעמדו במלוא קומתם בתוך המחנה, שלמים עם עמם ועם היהדות על כל היקפה, לא הסתלקו מבקורת המקרא, אם גם לא לפי רוח החרדים.
לגבי חיבור מגילת קהלת שרייבט ער:
ובחפצנו להעריך כראוי את הספר המיוחד במינו הזה עלינו, ראשית כל לדעת באיזו תקופה נכתב. שלמה המלך אי-אפשר שיהיה מחברו. דבר זה נראה ברור לא רק מפאת המחשבה שאינה הולמת את תקופתו של שלמה המלך, אך גם מפאת הסגנון וצורת הלשון, שבימי ראשית בנין הבית הראשון היו לגמרי אחרים, ועוד לא הגיעו לשלמות ספרותית כזו. כל הקורא את כתבי-הקודש בעין פקוחה ובשיקול הגיוני וטוב טעם ימשש זאת כמו בידים. המסורה מיחסת את הספר לשלמה, כמו שנאמר בפסוק הראשון: “דברי קהלת בן דוד מלך בירושלים”. אך הלא גם על איוב נאמר בפירוש: “איש היה בארץ עוץ איוב שמו” – ובכל זאת הרשה לו אחד מחכמי התלמוד להחליט, שאיוב לא היה ולא נברא אלא משל היה.

‎כפי שאפשר לשער, נכתב הספר בשנות המאות הראשונות של הבית השני, אחרי חתימת כתבי-הקודש של הנביאים. זה היה זמן המעבר מתקופת התורה שבכתב לתקופת התורה שבעל-פה. היהדות לא היתה מבוססת ומוצקת גם בעיון וגם במעשה לפי הדפוס של חכמי הפרושים הראשונים. מחברו של ספר קהלת היה בודאי אחד מגדולי חכמי-ישראל בזמנו. דבר זה נראה מן ההיקף הרחב של דעותיו וגם פקפוקיו.
שמעון ברנפלד שרייבט לגבי כותבי התנ"ך און די סתירות ביניהם:
הכותב יש לו המעלה היתרה, אשר בה נצטיינו בכלל כל בעלי כשרון ושאָר רוח בתקופה הקדומה הזאת, היא התמימות הטבעית (Naivität) השמורה בלבם, להאמין במה שהם מוצאים מפיהם, באופן שלפי דעתם אי אפשר להטיל ספק במה שקבלו הם ונודע להם. הוא מחזיק באמונתו, כי עם ישראל מסור בהשגחה פרטית אל ממשלת הבורא, אשר בידו נפש כל חי וכל מקרי העמים, “והוא מהשנא עדניא וזמניא, מהערה מלכין ומהקם מלכין”. בזמן שישראל עושים רצונו של מקום הם שוכנים בטח בארצם, אשר נתן להם אלהים, ובזמן שהם סרים מאחרי ה‘, הוא מגרה בהם שכנים רעים, להיות להם למוקש.

ואולם אם גם הטביע המסדר את חותם השקפתו הדתית על פני הציורים האלה בכללם, בפרטיהם אתה מוצא צבעים אוריגינליים. הספורים הבאים בספרים האלה הם ציורי הקולטורא הישראלית מזמן כניסת עמנו לארץ כנען עד יום גלותו מן הארץ. המסדר לא הניף ידו על פרטי הספורים. לשלול מהם את סגנונם ואת קלסתר פניהם המיוחדים להם. הוא שמר רק את הכלל, שיהיו כל הספורים מתאימים עם “הכלל העולה” מדבריו לפי העיקר הנזכר; אבל בפרטים לא דק. מזה נמשך ההבדל בסגנון הלשון והמליצה, וכן מוצאים אנו לפעמים סתירות בסדר המקרים והענינים. וכבר העירותי במקום אחר (מאמרי “ארנסת רנן ויחוסו אל היהדות”. “השלח” כרך א' עמוד ר"ו), כי אלו הסתירות הן עדים נאמנים על אמתת הרשמים ההסטוריים האלה וכי עשה המסדר את מלאכתו באמונה. שהרי מי שמשנה פני הדברים למטרה מיוחדת ידקדק בדבר, למחות כל הרשמים המזכירים זיופו. וזה מראה לנו, כי המסדר בתום לבו אמנם השפיע מרוחו על הספורים האלה, כי כן נראו לו בסקירתו לפי הלך רוחו; אבל לא חש מלאסוף יחד ספורים סותרים זה לזה בפרטיהם, יען כי כן נמסרו לו הדברים בכתב ובתמימותו לא מצא בזה סתירה, או לא אבה להכריע, ומי שידע הגיד. למשל בדבר מלוכת שאול, אשר ממאורע זה וגם מראשית ממלכתו היו נודעים שני מקורות והאחד סותר בכמה פרטים את חברו, והנה המסדר הביאם שניהם מבלי להכריע משכלו ביניהם. כן בנוגע לפגישת דוד עם שאול, שגם בספור זה מעורכים שני מקורות, והמסדר אספם יחד ולא השגיח בזה. ואמנם נודע מה שהשתדלו אחר כן המפרשים לישב הסתירה הזאת; אבל, כאמור, אין צורך בדבר, ונהפוך הוא: הסתירות האלה (שהן נראות רק בפרטים) חביבות לנו כעדים נאמנים על אמתת הספורים בכלל. כי נמצא בהן שיחות שני מספרים נפרדים זה מזה אשר רק בענינים קטני הערך לא בא ההסכם בדבריהם, אבל בכלל מתאימים דברי האחד עם דברי השני.

ולא רק במאורעות אנו רואים ברשמים הקדומים סתירה בין האחד להשני, כי אם גם בהשקפה הדתית (בנוגע לפרטים). וגם בזה נאמר, כי חביבות עלינו הסתירות, המוכיחות עד כמה לא שלח המסדר ידו (בכונה!) לשנות את צורת הספורים שהשתמש בהם, נודע ומפורסם הוא, כי המסדר גנה בכלל את הבמות, אף אם הקריבו עליהן לגבוה, מדם אלהי ישראל. כי רוח אהבת ציון דוברת בו, והוא מקנא את קנאת מקדש ה' אשר בירושלים. וכן הוא מדבר גם בגנות אלה המלכים, אשר בכלל צדקו בעיניו, על כי לא הפקידו על הדבר הזה, כי בימיהם “הבמות לא סרו ­– עוד העם מזבחים ומקטרים בבמות”. ואולם בתמימותו לא חש המסדר למחות את ספור שמואל ושאול, אשר ממנו נראה, כי בזמן מן הזמנים הותרו להם הבמות וגם אנשים אשר לא מזרע אהרן הכהן הקריבו עליהן עולה ונרצה להם לפני ה‘. גם אליהו התשבי הקריב עולה על הר הכרמל וה’ ענהו באש. כל אלו הן סתירות, אשר כבר עמדו עליהן גם חכמי התלמוד והשתדלו לישבן על פי כללים שהמציאות בחכמתם. כן נראה מספור דוד בנוב עיר הכהנים, כי בזמן מן הזמנים אכלו גם “זרים” לחם קדש, אשר לפני ה', “אם נשמרו… אך מאשה”, אם כי זה סותר למה שנתקבל באומה (גם בזה חתרו חכמי התלמוד לתרץ הסתירה). ואולם המסדר לא שלח ידו לשנות ממטבע שמצא בספורים הנרשמים וסדרם בחריצות ובנאמנות גם יחד, ולכן יגדל כבודו בעינינו.
בלאט: 1 2 3