א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחאה
1364 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11501
א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחאה
אין א גרויסער סטעדיום וועט א' נשא פארקומען א גרויסער כינוס ווי אידן אין חו"ל וועלן צוהעלפן די קול מחאה ממשיך זיין קעגן די וואס ווילן פארשטיקן קולות המחאה נגד שלטון בארה"ק בגזירתם הנוראות.
אין דער בנין וועט עס פארקומען
📎 בנין.jpg📎 Pםדאקר 3.png
📎 Poster 2pp.png
📎 Poster 1.jpg📎 ben yeshiva-.jpg 📎 atzere-s.jpg
ווערטער וועגן די שמד הגיוס געזאגט דורך מהר"א אין שאטען פינעם כינוס
📎 Capture (1).JPG📎 DerYi.jpg 📎 IMG_1498.JPG 📎 images.jpg 📎 6.jpg
אפדעיט
אפדעיט פונעם כנוס
היות די עסקנים זעהן איין אז ס'איז שווער אריין צו ברענגען אינעם צבור א רייץ זיך משתתף צו זיין ס'איז נישטא עפעס ווער ס'זאל מאכן עקסיידעט דעם עולם צו פארן
לייגן זיי עס ארויף אויף דעם אז קיין שום זקן הרבנים אדער עכט גרויסע רבי האט געגעבן זיין גרייטקייט צו השתתפוץ ווי למשל ר' מאטעלע וויזניצער וכדו'
ע"כ האבן זיי זיך געוואנדן צום סקולענע הויף אז דער סקולענע רבי זאל מאכן א אסיפת הרבנים און אלס דר"א צום רבי'ן וועלן אלע קומען וועט זיך אנהייבן א פארע
די סקולענע רבינ'ס קינדער האבן אבער געלאזט מעלדן בלא מילא עניני קדושה אבער ציונות איז נישט עפעס וואס דער סקולענע רבי איז אמאל געגאנגען צו אזא זאך און זיכער נישט עס אנצופירן
זענען געגאנגען די עסקנים און זיך געוואנדן צו זייערע פרענדס אין א"י אז מ'זאל זעין די עדה זאל שיקן א בריוו צום סקולענע רבי זאל מאכן די אסיפה
ועלתה בידם ס'דארף צו הייסן היינט א שטורמישע אסיפה בבית הצדיק התמים זקן הרבנים סקולענע רבי שליט"א צו זעין צו אויפשטורעמען דעם עולם צום כנוס
עצות אז דער עולם זאל וועלען קומען
א. טיילט'ס אומזיסטע עסען. מאכט'ס א הייסע באפעט מיט געשמאקע עסען און קאלטע טרינקען.
ב. ברענגט'ס א שיינעם זינגער צו האלטען דער עולם.
ג. שטעלט'ס אין דער מיט א וויכוח צווישען ר' אהרן און ר' זלמן לייב וועגען איינער פון די נושאים וואס ביידע פונקט האלטען זייער מיינונג און מ'זאל עס אויסשמועסען און דער עולם וועט פאטשען מיט די הענט.
ד. מאכט'ס א גורל צום סוף פאר יעדער איינער וואס האט זיך באטייליגט.
ה. מאכט'ס אן אפציע אז מ'זאל קענען באטייליגען דורך סקייפ פון דער היים.
ו. הענג ריזיגער צעטלעך אז נאר פארהייראטע מעגען באטייליגען.
ז. א בדחן קען שטארק ארויסהעלעפן.
ח. דרוק שוין מאמרים אין צייטונג וועגען דער געלונגענע אסיפה וואס איז געווען און אזוי דארף מען קיינעם נישט אנרייצען.
געהערט איבערגעבן אז אין די הויכע פענסטער פון מדינת ישראל גרייט מען זיך אויף דאאמס-דעי אויס זארג אז די גאנצע מדינה וועט אונטערגיין נאך די סטאדיום פארזאמלונג
חסידי מהר"א לייגן אינעם טעגליכער בלעטל מעלדונגען וועגן די כינוס
📎 05221.jpg
.
ווייזער99% פראצענט ס׳ווערט אפגעשטופט.
לטובת באבוב 45
בני ישיבות
און פאר מער צייט.
מ׳גייט נישט פארקויפן קיין זיצן. און עס וועט אי״ה זיין א׳ שלח הבעל״ט אין א פיל גרעסער מקום אי״ה.
הגאון רבי אהרן שעכטער האט געבעטן מען זאל געבן מער צייט ביזן כינוס
כאב אייביג ליב דעם אויסדריק: "מען וועט נישט איינריען"! כאילו עס איז דא עפעס צו טון אויסער א פראטעסט. וואס נאך קען מען טון אויסער זיך אפווישן דעם נאז מיט סטיל וואל.
אויסער חסידי סאטמאר גייט זיין אנדערע הויפן? מה המשיגעת פון אזא מאסיווען סטעדיום?
איך קען באשטיין אהינצוגיין פאר די ריכטיגע פרייז. קאנטאקט אין אישי. ( איך קען אויך אנטון א פלאטשיגס אדער א בעד-דאון לויט אייער באקוועמליכקייט נאר איר דארפט עס צושטעלן, אבער ס'זאל זיין א נייע און נישט קיין גענוצטער. איך וויל נישט האבן יענעמס עבירות).
בן אדםאיך קען באשטיין אהינצוגיין פאר די ריכטיגע פרייז. קאנטאקט אין אישי. ( איך קען אויך אנטון א פלאטשיגס אדער א בעד-דאון לויט אייער באקוועמליכקייט נאר איר דארפט עס צושטעלן, אבער ס'זאל זיין א נייע און נישט קיין גענוצטער. איך וויל נישט האבן יענעמס עבירות).
זיי נישט געזארגט. יודע צדיק נפש בהמתו, ס'דא גענוג קעלבלעך וואס זענען גרייט אהין צו גיין אומזוסט נאך צו גיין זייערע געטרייע פאסטעכער, ס'פעלט נישט אויס סתם א בן אדם.
אויב ביסט סתם אזוי נייגעריג ווי אזוי ס'גייט אויסזעהן האמיר דא אין שטיבל אפאר ניקס וואס וועלען אלעס מעלה גרה זיין.
פרייוויליגכאב אייביג ליב דעם אויסדריק: "מען וועט נישט איינריען"! כאילו עס איז דא עפעס צו טון אויסער א פראטעסט. וואס נאך קען מען טון אויסער זיך אפווישן דעם נאז מיט סטיל וואל.
אויסער חסידי סאטמאר גייט זיין אנדערע הויפן? מה המשיגעת פון אזא מאסיווען סטעדיום?
אודאי איז דא נאך וואס מ'קען טון. די עדה האט שוין געסטראשעט די מדינה אז זיי וועלן זאגן פאר זייערע נאכפאלגער פון חו"ל א זיי זאלן נישט קומען קיין ארץ ישראל.
און לגבי די כינוס וויל איך פארשלאגן פאר די עסקנים א גוטע געדאנק צו שלעפן אן עולם. מ'זאל דעזיגנירן איין זייט פאר ארונים און די אנדערע פאר זלונים און ס'זאל ווערן אזא קאמפעטישאן ווער ס'קען צושטעלן מער פלייש
פרייוויליג, דער סטעדיום איז גארנישט אזוי ״מאסיוו״ ניטאמאל קיין 19,000 זיץ פלעצער, מען וועט זיכער מאכן מיט af פראדאקשנס זאל קומען מסדר זיין אויף א אופן עס זאל אויסקוקן פול ושלום על ישראל.
די כינוס איז אפגעשטיפט געווארן ביז א ווייטערדיגע מעלדונג...
תנחוםדי כינוס איז אפגעשטיפט געווארן ביז א ווייטערדיגע מעלדונג...
פארוואס?
וועגן די מאנטשעסטער אויפרייס ?
די ציונים האבען געבאמבעט מאנטשעסטער כדי אפצושטעלן דער 'הילכיגע קול מחאה', 'מסוף העולם ועד סופו'.
תנחוםדי כינוס איז אפגעשטיפט געווארן ביז א ווייטערדיגע מעלדונג...
2 וואכן
לכאורה אפגעשטיפט געווארן צוליב וואס מען קען נישט באקומען די נויטיגע פערמיטן, וואס זאל אקאמעדירן די ערוואטעטע מאסן
איש את רעהותנחוםדי כינוס איז אפגעשטיפט געווארן ביז א ווייטערדיגע מעלדונג...
2 וואכן
ס''וועט זיך העכער שרייען לכאורה!
דארט טענה'ן זיי אז ס'איז נישט דא גענוג פלאץ אין א סטעדיום פון 19000 זיצען, און דא טענה'ט מען אז ס'איז נישט דא גענוג מענטשען אנצופיהלען א קליינעם סטעדיום.
גיי ווייס
ליטוואק פון בודאפעסטדארט טענה'ן זיי אז ס'איז נישט דא גענוג פלאץ אין א סטעדיום פון 19000 זיצען, און דא טענה'ט מען אז ס'איז נישט דא גענוג מענטשען אנצופיהלען א קליינעם סטעדיום.
גיי ווייס
וואס טוט זיך אין די ליטווישע גאס מען גייט קומען אדער נישט
ס׳האט קיינער נישט געהערט דערפון, ביזדערווייל
נאכ'ן הענגן פלאקאטן און אויפפאדערן דעם עולם צו רעזירווערן דעם דאטום וואלטן זיי געמעגט מודיע זיין דעם עולם אז ס'איז געקענסעלט. מענטשן האבן אנדערע זאכן צו ארלעדיגן און וואלטן אפרישיעטעד צו קענען אויסשטעלן זייערע פלענער פון פאראויס. א יונגערמאן וואס ליינט נישט ק"ש אדער אייוועלט, פון ווי דארף ער וויסן אז ס'איז קענסעלט?
# מ'מאכט-פורים-פונ'ם-עולם
איש את רעהוליטוואק פון בודאפעסטדארט טענה'ן זיי אז ס'איז נישט דא גענוג פלאץ אין א סטעדיום פון 19000 זיצען, און דא טענה'ט מען אז ס'איז נישט דא גענוג מענטשען אנצופיהלען א קליינעם סטעדיום.
גיי ווייס
וואס טוט זיך אין די ליטווישע גאס מען גייט קומען אדער נישט
די בעלזער קומען?
.
אפשר קענען זיי העלפן אפהאלטן פון דערשטיקן די קול מחאה?
שוין לאנג שווער געווען די אויסדרוק "מסוף העולם ועד סופו" דער וועלט האט נישט קיין סוף, ס'איז דאך רונדעכיג?
אה, מ'רעדט דא פון די פלאטשיגע וועלט געמיינדע.
לבי אומר לי
עס וועט נישט זיין קיין פראטעסט
די מהלך פון חלומען פון צוזאמברענגען אגודה ,אויערבאך ,ליטאים איז פיינע חלומות
קיין חסידים אויסער סאטמאר און אביסעל ליטאים דאס איז עס ,קיינער נישט מער קענסט עס רופן א איווענט נישט אין א סטעדיום אלעס פיינע חלומות
ווילאנג די פלענער לויפן אויף דמיונות וועט גארנישט זיין בכלל
העכסטענס עפעס א פראטעסט צו אפשר אין א בילדונג מיט 10 טויזענט מענטשן
עטס קענטס אלע שרייען אויף מיר הויך
סאיז די זעלבע דמיונות ווי אין ווילאמסבורג איז נישדא קיין קריזיס וועגן הלמאי איך צאל נאר 2500 רענט פאר א דריי בעדרום דירה און האב דעם אכטער ,סא וואספאר א קריזיס איז דא
מעלעבט אין אייגענע ד אמות און מעמיינט אז די וועלט איז מיט דיר
און בכלל דאס צוגלייכען צי כינוס כלל ישראל פעלט ניטאמאל אויס צו מסביר זיין אז דער עולם דא חלומט הויך
ליטווישע ,און חסידים אויסער סאטמאר גייען קיינמאל קומען צו א פראטעסט נישט קיין חילוק וואספאר א נאמען וועסט עס רופן און נישט קיין חילוק וואספאר א סארט בידלונג סאיז
די דמיונות חלק ווייס איך פון קראנטע מקורות אז סאיז נישטא קיין פלאן ביזדערווייל אויסער די דמיונות אויפן מאכן א טראסק אבער קיין מהלך איז נישדא
קרעדיט "ווייסע זאקן"
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=33632&start=400">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... &start=400</a>
פרייטס ענק חסידישע קינדער, פרייטס ענק. איינער א ראש ישיבה איז אויף ענקער זייט. מ'כאפט זיך אזוי צו צו דעם ר' אהרן שכטר אזוי ווי מ'פלעג זיך צו כאפן אין טאהש צו א מגולח מיט א נעקטיי וואס האט געבארגט אויף שפעזען. פון די אלע ראשי ישיבות און חברי מועצת הגדולה שטייט ר' אהרן שכטר אין די נידעריגסטע ראנג וואס חוץ זקנה איז ער קנאפ א דעת תורה אין די ברייטע ישיבישע וועלט און ער רעפרעזענט ניטאמאל אן עדה פון בני תורה וואס געבען א דעם אויף ליטווישע ישיבישע פרומענישען. זיין גאנצע קרייז זענען מענטשען ערליכע אבער ווען ס'קומט צו השקפה איז דזשואיש פרעס פונקט גוט.
נישט צו פארדרייען אבער די ניימאן בראדערס האבען גאנץ גוט געוויסט דעם חילוק צווישן סאפדי ודומיו און א מגולח א קבצן.
📎 b.jpg📎 OV_FullStadm.jpg
וואלוויפרייטס ענק חסידישע קינדער, פרייטס ענק. איינער א ראש ישיבה איז אויף ענקער זייט.
עס איז נישט איינער
ב"ה אז דאהי בגלותינו גלות אמעריקא האבן נאך נישט שולט געווען לגמרי די אגרופי רשע
עס איז נאך דא א יכולת צו משמיע זיין וואס מען האלט
רבוש"ע וואס זוכט א חסידישע אינגערמאן אין בארקלעיס סענטער ר"ל... און נאכדערצו גדולי ישראל וצדיקי דורינו ?? אוי. סארא בושות!!
מען קען שוין טוישן דעם קעפל צו א' שלח
אינעם מידיא אפאראט פון מהר"א'ס חסידים ווערט איבערגעגעבן פאזיטיוו דער כיונס הרבבות
זיי מעלדן אז מהר"א מיט זיינע עסקנים לדבר מצוה וועלן זיצן אינאיינעם אויסארבעטן וויאזוי צו קענען צוזאמברענן דעם עולם תחת קורת גג אחד
א שיינע צוגרייטונג צום יו"ט.
אויב זאלן מיר אנפילן די פלאץ איז עס א געלונגענער מעסעדזש וואס אינז קענען פין אינזער ארט שיקן צו אינזערע ברידער אין ארץ ישראל
📎 Bark 1.jpg📎 barclays-center-flors40x427.jpg
[ציטאט אראפגענומען]
שוואכע מעשות. כ'האף ס'דא בעסערע וועגען ווי אזוי צו שפירן א טעם איסור בהיתר...
[ציטאט אראפגענומען]
וועלכע קלייענטעל? אפשר די האלבע זאליס, אבער פאר זיי איז גענוג ר' חיים הערש פון ארץ ישראל, וואס ווי די רעדע איז וועט ער אויפטרעטן ביים עצרת...
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
איינער האט מיר געפרעגט אין אישי, הלמאי מ׳האט נישט געמאכט אן עצרת הסברה אין א"י וועגען די מציצה בפה סומאטוכע?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק, זעהט אויס ביסט נישט אזוי באהאווענט אין אונזער געזעלשאפט. מ'מאכט נישט קיין כינוסים סתם ווייל ס'איז בייגעפאלן פאר אפאר עסקנים אז מ'דארף עקשאן. דא איז געקומען א ספעציעלע בקשה פון די עדה"ח צו התאחדות. די מזכיר העדה האט טעלעפאנירט צום מזכיר התאחדות און געבעטן הילף אין די מערכה. נאך לאנגע קווענקלענישן און אסיפת הרבנים האט התאחדות זיך אינטערגענומען צו אנפירן די מערכה
@אנאנים
אויב א אנגעפילטער סטאדיום הערט און דערהערט אינזער ברידער'ס און שוועסטער'ס פיין אין הייליג לאנד
איז דערמיט א גרויס טייל פינעם צרה לייכטער
ווען די רשעים וואס געוועלטיגן אויף אינזערע ברידער דארט זעהן אז מען קען נישט מסתגל זיין דעם עולם צו מצב פון מגייס זיין אידן אין מיליטער
וועלן זיי זיכען אנדערע עסקים, זיי וועלן זעהן אז דער פרימער ציבור לאזט נישט דאס קאלטקייט און זיין פאסיוו צום מצב שולט זיין
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
שמעון וואלףליטוואק, זעהט אויס ביסט נישט אזוי באהאווענט אין אונזער געזעלשאפט. מ'מאכט נישט קיין כינוסים סתם ווייל ס'איז בייגעפאלן פאר אפאר עסקנים אז מ'דארף עקשאן. דא איז געקומען א ספעציעלע בקשה פון די עדה"ח צו התאחדות. די מזכיר העדה האט טעלעפאנירט צום מזכיר התאחדות און געבעטן הילף אין די מערכה. נאך לאנגע קווענקלענישן און אסיפת הרבנים האט התאחדות זיך אינטערגענומען צו אנפירן די מערכה
די צוויי סעקרעטארען זענען צוויי ערליי מענטשען? צו גאר איינס און די זעלבע?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטדי צוויי סעקרעטארען זענען צוויי ערליי מענטשען? צו גאר איינס און די זעלבע?
די זעלבע נשמה זעכער, נאר מיט אנדערע fonts...
שמעון וואלףליטוואק, זעהט אויס ביסט נישט אזוי באהאווענט אין אונזער געזעלשאפט. מ'מאכט נישט קיין כינוסים סתם ווייל ס'איז בייגעפאלן פאר אפאר עסקנים אז מ'דארף עקשאן. דא איז געקומען א ספעציעלע בקשה פון די עדה"ח צו התאחדות. די מזכיר העדה האט טעלעפאנירט צום מזכיר התאחדות און געבעטן הילף אין די מערכה. נאך לאנגע קווענקלענישן און אסיפת הרבנים האט התאחדות זיך אינטערגענומען צו אנפירן די מערכה
וואס איז פשט אז דער מזכיר התאחדות האט געווענקעלט? 😂
מ'האט מיר יעצט פארציילט, אז די מאמר וואס מ'האט פריער דערמאנט פון הרב אהרן שעכטער, וואס האט ערשיינט אין דער אומזיסטע צייטונג FJJ האט מען פראבירט פאר דעם אריינצולייגען אין דער יתד נאמן פון פנחס ליפשיץ, וואס לויפט נארמאל מיט דער פילאדעלפיא ישיבה מהלך און הרב שמואל קמנצקי. ער האט נישט מסכים געווען דאס צו דרוקען. אין פלעטבוש איז געבליבען א מאנגעל פון FJJ צייטונגען. איך באקום עס געווענדליך נישט, ממילא ווייס איך נישט מער ווי דעם.
נאך א שטיקל נייעס
📎 מכתב קודש - שלזינגר.PNG
פארוואס באטיטלט עס
@ליטוואק פון בודאפעסט קעגן ב"ב, הרב שלעזינגער איז דען דא לוחם קעגן דער רב שטיינמאן פון ב"ב
ער זאגט אז די מטרת הציונים איז להשמיד הכל
___________
גראדע הרב שלעזינגער זאגט פאר אידן אז שוין זינט ער קען הראי"ל פון שווייץ קען ער אים אלץ איינער וואס פעלט אים אמונה אין די עיקרים, אבער דאס האט קיין שייכות צום איצטיגן גזירה
-