☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחאה

א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחאה

1364 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11501
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28

בן ישי » מאנטאג מאי 29, 2017 8:51 pm

· #372843
באקימען יעצט:
כ״ק מרן רבינו שליט״א(מהר"א) אין רבני קהלתינו הק׳ האבן זיי גראד געזאגט מיר גייען זיך צושטעלן צו סיי וועלעכע פראטעסט קעגן די ממשלת הכופרים,

אבער מיט די תנאים:

א׳ לכתחילה זאל נישט זיין קיין שום דרשה נאר תפילות ישראל ברוב עם

ב׳ אויב מוויל דווקא דרשות מיז עס זיין היימישע סאטמארע בעלי דרשנים נישט קיין חילוק צו זאליס אדער אנ״ש אבי עס זאל נישט פאלן ווערטער וואס איז קעגן אונזער הייליגע שיטה

ג׳ יעדע דרשה זאל ווערן אריינגעגעבן מזאל קענען מגיע זיין פריער אויב עס איז פאסיג אונזערע הייליגע תלמידים וחסידים זאלן עס הערן

ד׳ עס טאר נישט זיין קיין דרשה אין ענגליש

גאנצל » מאנטאג מאי 29, 2017 8:57 pm

· #372844
ב' פארשטיי איך ניט

זאליס זענען שוין לאנג אינגאנצן לינק און גייען מיט די שטראם ווי אזוי די ווינט פארט זיי קענען נאך רעדן ריין ציונות

גאנצל » מאנטאג מאי 29, 2017 9:02 pm

· #372845
לע"ע געקענסעלט

די ליטאים זענען בייז אויף הרב יצחק שטערן דער וואס האט נישט צייט צו געבן עטענשאן

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 29, 2017 9:08 pm

· #372846
די ליטאים האבען געקענסעלט? וואס וועט זיין מיט שראגי קאטלער?

איש את רעהו » מאנטאג מאי 29, 2017 9:10 pm

· #372847
גאנצל
לע"ע געקענסעלט

די ליטאים זענען בייז אויף הרב יצחק שטערן דער וואס האט נישט צייט צו געבן עטענשאן

כהאדיר שוין לאנג נישט געזען אין אזא פריידיגע מאמענט

איש את רעהו » מאנטאג מאי 29, 2017 9:11 pm

· #372848
ליטוואק פון בודאפעסט
די ליטאים האבען געקענסעלט? וואס וועט זיין מיט שראגי קאטלער?

שרגי וועט ווייטער טון פאר לעיקוואד, ער בויעט הערליכע היכלים.

איש את רעהו » מאנטאג מאי 29, 2017 9:14 pm

· #372849
@ליטוואק אייערע גדולים טענה'ן אז רבי יעקב האראוויץ איז די מאן אויף וועם די גאנצער ארענדזשמענט פינעם אסיפה זאל ליגן.

די בלעטער מארגן וועלן באריכטן מער דעטאלען

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 29, 2017 9:27 pm

· #372851
ווער זענען מיינע גדולים? איך זוך זיי נאך

איש את רעהו » מאנטאג מאי 29, 2017 11:27 pm

· #372857
<a class="postlink" href="http://thegius.com/%D7%9E%D7%9B%D7%AA%D7%91%D7%95-%D7%94%D7%9E%D7%A8%D7%98%D7%99%D7%98-%D7%A9%D7%9C-%D7%A8%D7%90%D7%A9-%D7%99%D7%A9%D7%99%D7%91%D7%AA-%D7%A8%D7%91%D7%99%D7%A0%D7%95-%D7%97%D7%99%D7%99%D7%9D-%D7%91%D7%A8/">http://thegius.com/%D7%9E%D7%9B%D7%AA%D ... %91%D7%A8/</a>
<a class="postlink" href="http://thegius.com/wp-content/uploads/2017/05/%D7%9E%D7%9B%D7%AA%D7%91-%D7%94%D7%A8%D7%91-%D7%A9%D7%9B%D7%98%D7%A8-%D7%91%D7%A2%D7%91%D7%A8%D7%99%D7%AA.pdf">http://thegius.com/wp-content/uploads/2 ... %D7%AA.pdf</a>

פרטי הגזירה
<a class="postlink" href="http://thegius.com/wp-content/uploads/2017/05/%D7%97%D7%95%D7%91%D7%A8%D7%AA-%D7%92%D7%96%D7%99%D7%A8%D7%AA-%D7%94%D7%99%D7%A2%D7%93%D7%99%D7%9D.pdf">http://thegius.com/wp-content/uploads/2 ... %D7%9D.pdf</a>

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג מאי 29, 2017 11:57 pm

· #372859
איש את רעהו
📎 000.jpg
📎 00000.jpg
📎 00100.jpg

וואו קען איך באקומען די פלאקאטן? כ'פלאן צו מאכן נוי סוכה דערפון.
די ערשטע וואס האט בילדער פון די חרדישע סאלדאטן, האב איך זייער ליעב, כ'האלט און איין קוקן דערויף.
כ'וועל אראפ שניידן די אויבערשטע חלק דערפון דארט ווי ס'שטייט די שקרים וכזבים און עס פארברענען אין שריפת חמץ אדער אין פישטור רבי'ס ל"ג בעומר הדלקה, און שיין איינפרעימען די בילדער פון אינזערע אידישע "חרדישע" ברידערלעך וואס זענען שלוחי דרחמנא צו היטן אויף אחינו בני ישראל, און עס ארום קלעבן מיינע סוכה ווענט

איש את רעהו » פרייטאג יוני 2, 2017 3:22 pm

· #372976
טיקעט'ס פארקויף📎 טיקעטס.jpg
📎 5 (1).jpg
📎 4 (1).jpg

איש את רעהו » פרייטאג יוני 2, 2017 3:26 pm

· #372977
עסקנים בלעיקוואד📎 fdasfsd.jpg📎 jfgjngf.jpg

א גליון ערשינען לקראת די כינוס

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 2, 2017 4:23 pm

· #372981
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
אזא פנים האט עס...
מ׳טרינקט אן א היימישע הכשר ביים אסיפה ביי כ"ק הרה"צ שרגי קוטלר.

וועגען דעם אליינס טאר מען נישט באטייליגען אינ׳ם פראטעסט\מלחמה\מחאת זעם\אסיפת הסברה\צוזאמענקומפ\צייט פארוויילונג

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » פרייטאג יוני 2, 2017 7:11 pm

· #373015
עד'ס בשכונת לעיקוואד
📎 IMG_2802.JPG 📎 IMG_2803.JPG 📎 IMG_2804.JPG

קאווע טרינקער » מוצ"ש יוני 3, 2017 10:52 pm

· #373019
למעשה, קען איך קויפן א טיקעט online?

פליקער » מוצ"ש יוני 3, 2017 11:29 pm

· #373030
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
היות מיר דא גלייבן נישט וואס מען פרעזענטירט אינז און די פורם פון קאלירטע הארץ רייסענדע צעטלען, וואס ענטהאלט יעדע סארט דעמעגאגיע וואס איז פארהאן, ע''כ אויב איינער קען געבען א אמת'ע אנעליז, זאל ביטע דא דאקעמענטירן.

איז דא א גזירה אדער נישט?.

איז פאר א בחור דא א מעגלעכקייט אז ער זאל גיין אין מיליטער שלא ברצונו אדער נישט?

איז שוין דא א בחור וואס מען האט אוועק געשלעפט פון די גמרא אדער נישט?

האט א בחור וואס לערענט נישט גאר פלייסיג א וועג ארויס פון מיליטער אדער נישט?

אגב וואס האט פאסירט מיר די קברים, לעצטענס הער איך נישט אז מען זאל גראבן אין בית שמש, איז עס טאקע ווייל מיר האבן פראטעסטירט אדער ציליב וועלכע אנדערע סיבה...

עס גייט ארים א שמיעה אז דער הייליגער אפטער רב געט מאה אלף אויב מען צייגט אים פינף בחורים וואס מען האט איינגעריקט שלא ברצונם, דערווייל איז נאך קיינער נישט אפירגעקומען.

דער גאלדענער אדלער » זונטאג יוני 4, 2017 12:18 am

· #373042
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
פליקער

מ'עט נאך באלד זאגן אז דו ביזט אן אפיקורס פארן פרעגן קשיות, גיי נאך בעקבי הצאן, קויף דיר א בילעט און גיי שריי וואס מ'עט דיר הייסן און פערטיג

איש את רעהו » זונטאג יוני 4, 2017 12:22 am

· #373044
גיטע נייעס..
📎 Screenshot_2017-06-03-23-49-55.png

איש את רעהו » זונטאג יוני 4, 2017 1:01 am

· #373053
📎 unnamed (3).png

בן ישי » זונטאג יוני 4, 2017 1:08 am

· #373054
די וועג ווי מען פירט זיך אויף אין מאה שערים איז להבדיל ענדליך צו די וועג ווי די אראבערס פירן זיך אויף, מ'שיקט די קינדער צו אטאקירן נאכדעם שרייט מען אז זיי שלאגן קינדער... איך בארעכטיג נישט די ציונים אבער אזוי זעהט עס אויס.

דער גאלדענער אדלער » זונטאג יוני 4, 2017 1:12 am

· #373056
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
בן ישי
די וועג ווי מען פירט זיך אויף אין מאה שערים איז להבדיל ענדליך צו די וועג ווי די אראבערס פירן זיך אויף, מ'שיקט די קינדער צו אטאקירן נאכדעם שרייט מען אז זיי שלאגן קינדער... איך בארעכטיג נישט די ציונים אבער אזוי זעהט עס אויס.

און עקזעקטלי אזוי איז, די פירערס שיקן ארויס די שעפעלעך שרייען און פראטעסטירן און זיי בלייבן זיך אינדערהיים און לאזן זיך וואוילגיין

קפה נמס » זונטאג יוני 4, 2017 1:14 am

· #373057
פליקער
היות מיר דא גלייבן נישט וואס מען פרעזענטירט אינז און די פורם פון קאלירטע הארץ רייסענדע צעטלען, וואס ענטהאלט יעדע סארט דעמעגאגיע וואס איז פארהאן, ע''כ אויב איינער קען געבען א אמת'ע אנעליז, זאל ביטע דא דאקעמענטירן.

איז דא א גזירה אדער נישט?.
ס'איז שוין דא א גזירה פאר די לעצטע 17-18 יאר זינט בג"ץ האט גע'פסק'נט אז פטר'ן ישיבה בחורים איז דיסקרימינעישאן און אומלעגאל. מ'האט זיך ארויסגעדרייט צען יאר מיט איין חוק, מ'האט עס עקסטענדעד פאר נאך אפאר יאר, נאכדעם איז געקומען לפיד און געמאכט א נייע חוק אז מ'מוז גיין, און ב"ה פאר א יאר צוריק האט מען דאס אויך מצליח געווען אפצושטופן...
איז פאר א בחור דא א מעגלעכקייט אז ער זאל גיין אין מיליטער שלא ברצונו אדער נישט?
קיין איין איינציגע בחור וואס האט זיך געשטעלט נארמאל צו לשכת הגיוס איז נאכנישט גענומען געווארן שלא ברצונו
איז שוין דא א בחור וואס מען האט אוועק געשלעפט פון די גמרא אדער נישט?
כנ"ל
האט א בחור וואס לערענט נישט גאר פלייסיג א וועג ארויס פון מיליטער אדער נישט?
אויף דערווייל געבן זיי א דיחוי פאר יעדע בחור וואס קומט מיט די נויטיגע פאפירן אז ער איז א בן ישיבה.

איש את רעהו » זונטאג יוני 4, 2017 1:17 am

· #373058
בן ישי

איך בארעכטיג נישט די ציונים אבער אזוי זעהט עס אויס.

ס'שעמסטי זיך?
נישאיםשאבעס גערעדט דארפן די ציונים קנאקען קינדער עד זוב דם, אבער איך בארעכטיג נישט.

איש את רעהו » זונטאג יוני 4, 2017 1:19 am

· #373059
קפה נמס
פליקער
היות מיר דא גלייבן נישט וואס מען פרעזענטירט אינז און די פורם פון קאלירטע הארץ רייסענדע צעטלען, וואס ענטהאלט יעדע סארט דעמעגאגיע וואס איז פארהאן, ע''כ אויב איינער קען געבען א אמת'ע אנעליז, זאל ביטע דא דאקעמענטירן.

איז דא א גזירה אדער נישט?.
ס'איז שוין דא א גזירה פאר די לעצטע 17-18 יאר זינט בג"ץ האט גע'פסק'נט אז פטר'ן ישיבה בחורים איז דיסקרימינעישאן און אומלעגאל. מ'האט זיך ארויסגעדרייט צען יאר מיט איין חוק, מ'האט עס עקסטענדעד פאר נאך אפאר יאר, נאכדעם איז געקומען לפיד און געמאכט א נייע חוק אז מ'מוז גיין, און ב"ה פאר א יאר צוריק האט מען דאס אויך מצליח געווען אפצושטופן...
איז פאר א בחור דא א מעגלעכקייט אז ער זאל גיין אין מיליטער שלא ברצונו אדער נישט?
קיין איין איינציגע בחור וואס האט זיך געשטעלט נארמאל צו לשכת הגיוס איז נאכנישט גענומען געווארן שלא ברצונו
איז שוין דא א בחור וואס מען האט אוועק געשלעפט פון די גמרא אדער נישט?
כנ"ל
האט א בחור וואס לערענט נישט גאר פלייסיג א וועג ארויס פון מיליטער אדער נישט?
אויף דערווייל געבן זיי א דיחוי פאר יעדע בחור וואס קומט מיט די נויטיגע פאפירן אז ער איז א בן ישיבה.

שקר
ס'קיינמאל קיין גזירה נישט געווען , ס'נישטא און וועט נישט זיין
ס'דא וואס זאגן אז דער גאנצער איינרעדעניש אז ס'דא א שלטון אין ארץ ישראל דורך אידן איז אויך אויסגעזויגן פין די פינגער.

וואלווי » זונטאג יוני 4, 2017 1:21 am

· #373060
דער גאלדענער אדלער
בן ישי
די וועג ווי מען פירט זיך אויף אין מאה שערים איז להבדיל ענדליך צו די וועג ווי די אראבערס פירן זיך אויף, מ'שיקט די קינדער צו אטאקירן נאכדעם שרייט מען אז זיי שלאגן קינדער... איך בארעכטיג נישט די ציונים אבער אזוי זעהט עס אויס.

און עקזעקטלי אזוי איז, די פירערס שיקן ארויס די שעפעלעך שרייען און פראטעסטירן און זיי בלייבן זיך אינדערהיים און לאזן זיך וואוילגיין

סעים ש*ט ענאדער פלעיס. אזוי ווי וועל מ'פלעג שרייען אויף די עירוב טראגערס האט מען געלאזט די יונגלעך שרייען און די שיינע יודען זענען געבליבען אינדערהיים.

פארוואס זאל איינער אפילו גלייבן וואס די היץ קעפ שרייבן און פארקויפן. אז ס'וואלט געווען אן אמת'ער פראבלעם וואלט עס געווען כהלכה אז מצוה בגדולים דוקא.

בן ישי » זונטאג יוני 4, 2017 1:27 am

· #373061
איש את רעהו
בן ישי

איך בארעכטיג נישט די ציונים אבער אזוי זעהט עס אויס.

ס'שעמסטי זיך?
נישאיםשאבעס גערעדט דארפן די ציונים קנאקען קינדער עד זוב דם, אבער איך בארעכטיג נישט.

די קענסט מיך ווייזן ווי איך האב געזאגט אז זיי דארפן שלאגן?? איך האב ס"ה געזאגט אז מ'פירט זיך אויף אין מאה שערים זייער ענדליך ווי להבדיל די אראבערס, לייג נישט אריין קיין ווערטער אין מיין מויל.

גר ותושב » זונטאג יוני 4, 2017 1:35 am

· #373064
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/373063">viewtopic.php?p=373063#p373063</a><!-- l -->

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 4, 2017 7:35 am

· #373090
דאס אז די איזרעאליס ענדלען די אראבער איז פונקט ווי אין אלע לענדער ענדלען די אידען אין די לאקאלע גויים. אין אמעריקא לויפט מען נאך געלט, אין ענגלאנד רעדט מען ליגענט, אין שווייץ האט מען נישט קיין צייט פאר גארנישט צוליב די אלע דאנקע שעהנ'ס וכו'. אזוי אויך איז די מיטל מזרח קולטור.

איש את רעהו » זונטאג יוני 4, 2017 7:36 pm

· #373194
מען שטייט און דינגט זיך צוליב'ן בעפארשטייענדן כינוס צו ס'יא פארהאן א גזירה צו נישט

קען עמיצער אויסקלארן וואס די בריוו איז? איז יא דא גיוס איז נישט דא גיוס ?
ס'זייער פארנעפלט
📎 WhatsApp Image 2017-06-04 at 11.07.00 AM.jpeg📎 WhatsApp Image 2017-06-04 at 11.07.02 AM.jpeg

און פארוואס אין אנטווארט צו אזא בריוו קומט דער ח"כ גפני און פרוש מיט אזא אטאקע אין זייער צייטונג אויף צוריק
עס ווארפט זייער א טינקעלע בילד אויף די ווערטשאפט פון די רעליגיעזע פארטייאישע פירערשאפט

איש את רעהו » זונטאג יוני 4, 2017 8:35 pm

· #373203
במציאות די נומער'ן פארן מאוומענט אז כבר הי' לעולמים מען האט מגייס געווען בחורים
און די נומערן נאכדעים
📎 טבלה.PNG

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 4, 2017 8:59 pm

· #373208
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
דער סייט ׳כבר היה לעולמים׳ איז טאקע מורא׳דיג. מ׳זאל עס מפרסם זיין מיט די לינק. זיי האבען גוטע סחורה דארט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » זונטאג יוני 4, 2017 9:06 pm

· #373211
ליטוואק פון בודאפעסט
ווער זענען מיינע גדולים? איך זוך זיי נאך

ווען מע טרעפט זיי
זאגסטו אפאר שמ'קים פון חו"ל
סידאס ?

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 4, 2017 10:12 pm

· #373223
לויט ווי ס'קוקט יעצט אויס וועט די עצרת זיין קעגען די מנהלים אין אייוועלט וואס פארמאכן יעדע אשכול וואס איז נישט כולו פך שמן טהור.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 4, 2017 10:48 pm

· #373226
בן ישי
די וועג ווי מען פירט זיך אויף אין מאה שערים איז להבדיל ענדליך צו די וועג ווי די אראבערס פירן זיך אויף, מ'שיקט די קינדער צו אטאקירן נאכדעם שרייט מען אז זיי שלאגן קינדער... איך בארעכטיג נישט די ציונים אבער אזוי זעהט עס אויס.

איך בארעכטיג יא די ציונים. ווייל די סיקריקים און אומזינסטע פרעסערס, וועלכע ווערן משוגע פאר ליידיגגיין און איבערפלוס פון נישט אויסגעניצטע ענערגיע האבן זיך דערקייקלט צו אזא שפל המצב אז שלאגן זייערע אייגענע ברודערס על לא דבר איז ביי זיי א מצוה. זיי האבן פארגעסן דעם מאמר חז"ל אז..."הרמת יד, נקרא רשע"...! און דעם פסוק אין די תורה..."רשע, למה תכה רעיך"...!

איש את רעהו » זונטאג יוני 4, 2017 10:55 pm

· #373228
Boro Park - Kinus-Tickets:
Bihm"d Hg' 52, Karlsburg, Burshtin, Ungvar, Tosh, Beis Chaim Yoshua, Siget, Sdei Moshe Neitra, Vyoel Moshe 49th >
Nirbatur, Tartikuv, Beis HaMesivta 17x50, Kolel Neipest, Kolel Nesivos HaTalmid, Kolel VYoel Moshe - Satmar 15 & by "Greenfelds Taleisim". >
More locations to follow! groups call BP Ticket office: 347-452-9683

שמעקעדיג » זונטאג יוני 4, 2017 11:15 pm

· #373240
berlbalaguleh
בן ישי
די וועג ווי מען פירט זיך אויף אין מאה שערים איז להבדיל ענדליך צו די וועג ווי די אראבערס פירן זיך אויף, מ'שיקט די קינדער צו אטאקירן נאכדעם שרייט מען אז זיי שלאגן קינדער... איך בארעכטיג נישט די ציונים אבער אזוי זעהט עס אויס.

איך בארעכטיג יא די ציונים. ווייל די סיקריקים און אומזינסטע פרעסערס, וועלכע ווערן משוגע פאר ליידיגגיין און איבערפלוס פון נישט אויסגעניצטע ענערגיע האבן זיך דערקייקלט צו אזא שפל המצב אז שלאגן זייערע אייגענע ברודערס על לא דבר איז ביי זיי א מצוה. זיי האבן פארגעסן דעם מאמר חז"ל אז..."הרמת יד, נקרא רשע"...! און דעם פסוק אין די תורה..."רשע, למה תכה רעיך"...!

פיר אויס, משא"כ די הייליגע ציונים פארגעסן קיינמאל נישט קיין שום מאמר חז"ל אדער פסוק אין די תורה, נאר זענען מקפיד בקלה כבחמורה.

איש את רעהו » זונטאג יוני 4, 2017 11:20 pm

· #373245
בקשת הגרמ"ד בן הגאון הגדול מ'בריסק זצ"ל
בקריאה לתושבי חו"ל מוסיף: "מה כואב לראות את היהדות החרדית בחו"ל שכמעט אינה עושה דבר בנידון, הלא המציאות היא שהציונים אינם מתחשבים בדעת החרדית בארץ ישראל, היהדות החרדית בחו"ל יש לה השפעה גדולה עליהם, וכבר פנו כמה פעמים לראשי הישיבות דשם שלא יבליגו, אלא יעשו אסיפות ועצרות תפילה… אולם ללא הועיל, הלא בידיהם להפוך עולמות ולהציל…

בראיון מיוחד למוסף "עטרת" של הגליון "קהלא קדישא", מתבטא מרן הגרמ"ד סולוביצ'יק בחומרה רבה ביחס לגזירת הגיוס הנוראה המאיימת על הציבור החרדי בארה"ק.

אנו מצטטים את החלק הנוגע לגזירת הגיוס כפי שהופיע בגליון:

וכאן עבר מרן ראש הישיבה שליט"א להתייחס לגזירה המרחפת על בני הישיבות בימים אלו "גזירת הגיוס", ובהעלות מרן ראש הישיבה שליט"א המילים המפחידות האלו "גזירת הגיוס" הזדעק: איום ונורא! איום ונורא! מה אומר ומה אדבר, כבר בתחילת הגזירה אמרתי וכבר כתבתי ע"ז כמה וכמה מכתבים שאם היו עושים רעש גדול אדיר וחזק היו מבטלים את הגזירה. לא שזה ענינינו מה הם גוזרים, השאלה מה אנו עושים, הזוכרים אתם מה שהרעישו עולם ומלואו על גזירת השירות הלאומי?! "ס'האט געשטורעמט די וועלט!" און זיי האבן נישט נאכגעגעבן! דער חק איז דורכגעגאנגען אין כנסת (העולם געש ורעש והם לא נכנעו והחוק עבר ואושר בכנסת), וכשראו את ההתנגדות החריפה מצידנו אנו, פשוט לא יכלו להוציא לפועל את החוק וכמו הקפיאו את החוק הזה, "מ'האט אים אריינגעלייגט אין פריזדער!"…

רבינו שליט"א נאנח, ורואים עד כמה הדברים מגיעים אל לבו וגוזלים ממנו טיפת שלוותו האחרונה, ובתוך הדברים אומר, כי אינו רוצה להוציא מפיו דברים כאלו ומתיירא הוא לומר, אבל לפי מצב ההתנגדות של דור שכזה, הם הולכים כבר גם על גיוס בנות! רחמנא לשיזבן מהם ומהמונם, אך צריך לדעת, כי הם בודקים הדק היטב מה מצב הדופק אצלנו, האם חזקים אנו כנגדם והאם נשמע קול רעש בעולם על זה, ואנחנו לא נדע מה נעשה כהיום הזה "אז עס אהרט קיינעם ניט!". לדעתי כהיום המצב הוא ממש שעת השמד והגזירה שחייבים למסור את הנפש ולא להסכים לשום דבר שדורשים, שכבר אין מסתירים כוונותיהם אלא אומרים בפירוש שרצונם בכל זה להביא לידי 'ריקון הישיבות' ולהפסיק את המצב שנמצאים אלפי בני תורה בישיבות ובכוללים, אלא יצאו כולם לשוק העבודה ויהיו מעורבים ב'חברה הישראלית', וכבר לא מדברים על גיוס לצבא בלבד, שזה בפני עצמו ג"כ שמד, אבל הוסיפו לכרוך בזה עוד מטרה בפני עצמה להוציא את הבחורים והאברכים מן הלימוד, ומקציבים הרבה זמן וכסף לתכנן איך לדבר על ליבם של לומדי התורה לעזוב את התורה ולצאת לרחוב, לא יאומן כי יסופר! כי מה שנאמר בגויים הרשעים "על עמך יערימו סוד ויתיעצו על צפוניך" (תהלים פ"ג ד'), מתקיים בבני אברהם יצחק ויעקב שעמדו על הר סיני, הלא ברור ופשוט כי כוונתם היא לסגור את כל הישיבות, אולי ישאירו איזה קצת ישיבות למשמרת, אבל מבחינתם הוא לסגור את כל הישיבות, וכבר בשנת תש"ח אמר מרן הגרי"ז ז"ל שיש לחשוש שתוך ט"ו שנה לא ישארו ישיבות בארץ ישראל כמו שברוסיה אין ישיבות, ובדרך הטבע באמת היה צריך להיות כדברי מרן הגרי"ז ז"ל, אלא שנס ופלא נעשה עמנו משמים שיש עדיין חדרים וישיבות, אך כעת כאשר בשנים האחרונות החליטו לעקור את הכל, הן בגזירות תוכנית הליב"ה בחדרים וישיבה קטנה, והן בגזירות הגיוס בכל מיני תכסיסים ואופנים, והן בהוצאת האברכים לרחוב.

והנה מלבד שצריכים להתפלל ולזעוק אל ד' שיושיענו מגזירה חמורה זו, וצריכים לעורר את כל הציבור לזה, אבל לא בזה נגמרת המערכה, צריך לנהל מערכה שלימה של מלחמה, בדורון תפילה ומלחמה, לא מספיק לפרסם מודעות של רבנים שזו גזירה נוראה, זה אכן חשוב לכתוב כן, אמנם כבר היו כאן כמה עצרות תפילה ואסיפות, אבל המערכה הנוראה שצריכה להיות על גזירות נוראות אלו עדיין לא התחילה.

ומה כואב לראות את היהדות החרדית בחו"ל שכמעט אינה עושה דבר בנידון, הלא המציאות היא שהציונים אף שאינם מתחשבים בדעת החרדים בארץ ישראל, מ"מ היהדות העולמית יש לה השפעה גדולה עליהם, וכבר פנו כמה פעמים לראשי הישיבות דשם שלא יבליגו אלא יעשו אסיפות ועצרות תפילה בארה"ב אולם ללא הועיל, הלא בידיהם להפוך עולמות ולהציל יותר מאשר יש לחרדים כאן.

בשעתו בעת גזירת גיוס בנות מרן מילה שיוצאת מפיו מה שאפשר לעשות במצב שכזה, שהיו צריכים כל הישיבות להתאחד ולהכריז קול צלול וברור אם מניחים אתם לנו ולנפשינו להגות בתורה כמימים ימימה מוטב ואם לאו נקום ונעזוב את ישיבתנו פה ונברח עד חוץ לארץ! זה מה שאני חושב להוראה שאפשר לעשות כהיום הזה פשוט לקום ולברוח כמו שעשו בווילנא ובכל מקום שהיתה גזירת גיוס על בחורי ישראל, שהיו צריכים לעזוב את המדינה ולברוח למקום שבו אין גזירות חמורות כאלו על הדת כאשר אין ברירה אחרת. אם עד לפני הגזירה היתה המציאות שבחורי ישראל החרדים הינם פטורים מעול הצבא הרי שנשתנו הדברים וכיום ע"פ החוק החדש הרי שהבחורים בעצם חייבים לשרת בצבא, ורק כדי לסגל את הציבור פרסו את החוק לכמה שנים עד שכולם יגיעו לשמור על חוק זה, מלבד איזה מיעוט של אלף או יותר עילויים ישארו כדי שיהיו להם גם רבנים. האם זו לא גזירה? מי עיוור ולא יראה את אשר לפניו "עס איז דאך ביטער און פינצטער!" מרן רה"י שליט"א ממשיך כממתיק סוד באומרו כדברים האלו: אומר לכם את האמת שאם היה ביכלתי הייתי אני בעצמי קם ובורח מכאן! וזו העצה היחידה לבחורי ישיבה שרוצים להמשיך להתקיים כאשר עשו כל הדורות בבחינת הוי גולה למקום תורה שברחו ממקום גזירה. א' הנוכחים שואל: האם אפשר לעשות כן למעשה? רבינו רה"י שליט"א נענה לעומתו, וכך הוא אומר: מ'דארף אפרעדן מיט מדינות, אז מיר זוכן א ארט צו קענען לעבן רוהיג ע"פ תורה (צריכים לנהל משא ומתן עם מדינות העולם שאנו מחפשים מקום לחיות חיי תורה). אחד מחשובי הנוכחים במקום אומר שבאם רק יתפרסם שקיים משא ומתן עם אחת ממדינות העולם שהישיבות יברחו לשם זה לבד יעשה רעש גדול להטיל אימה על גוזרי הגזירות. מרן רה"י שליט"א מהנהן ומנענע בראשו וממשיך שאם יפרסמו בעיתונים כן בוודאי יפחדו מזה.

גאנצל » זונטאג יוני 4, 2017 11:25 pm

· #373246
איינער איז אינפארמירט ווי עס האלט מיט חסידישע קהלות

וועלכער האבן זיך שוין אפיציעיל געשטעלט און וועלכע נישט

זיכער יא ווייס איך דערווייל נאר קהלת מהרי"י

זיכער נישט וויזניץ מאנסי מפי השמועה

ווייסט איינער מער איבער אנדערע ?

איש את רעהו » זונטאג יוני 4, 2017 11:27 pm

· #373247
וויליאמסבורג
📎 Willamsburg.jpg

איש את רעהו » זונטאג יוני 4, 2017 11:28 pm

· #373249
בארא פארק
📎 BP.jpg

איש את רעהו » זונטאג יוני 4, 2017 11:29 pm

· #373250
מאנסי
📎 Monsey.jpg

איש את רעהו » זונטאג יוני 4, 2017 11:30 pm

· #373252
קרית יואל
📎 KY.jpg

איש את רעהו » זונטאג יוני 4, 2017 11:32 pm

· #373254
📎 7.jpg

📎 6 (1).jpg

געוואלדיג » זונטאג יוני 4, 2017 11:33 pm

· #373255
ווייסט אפשר איינער פארוואס די נאמען איז געטוישט געווארן פון ״כינוס הרבבות ומחאת זעם״ צו ״כינוס הרבבות ועצרת מחאה״? אפשר האט פשוט די זעם לעוועל גענידערט היל״ת?

דער גאלדענער אדלער » זונטאג יוני 4, 2017 11:36 pm

· #373258
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
געוואלדיג
ווייסט אפשר איינער פארוואס די נאמען איז געטוישט געווארן פון ״כינוס הרבבות ומחאת זעם״ צו ״כינוס הרבבות ועצרת מחאה״? אפשר האט פשוט די זעם לעוועל גענידערט היל״ת?

ס'האט ארויס געברענגט גרויסע פראטעסטן פון גי גלאבאלע ווארמינג גרופעס

איש את רעהו » זונטאג יוני 4, 2017 11:36 pm

· #373259
די 'זעם' האט דער יתד נאמן און המבשר איבערגענימען

תנחום » מאנטאג יוני 5, 2017 12:10 am

· #373265
כהאב עס אויך באמערקט. וואס מען טוט נאר צו שלעפן די ליטאים...

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 5, 2017 12:30 am

· #373267
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
תנחום
כהאב עס אויך באמערקט. וואס מען טוט נאר צו שלעפן די ליטאים...

און ביזדערווייל העלפט עס א קאדאכעס. רוב לעיקוואד ווייסט כמעט נישט פון די גאנצע מעשה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » מאנטאג יוני 5, 2017 12:32 am

· #373268
גאנצל
איינער איז אינפארמירט ווי עס האלט מיט חסידישע קהלות

זיכער יא ווייס איך דערווייל נאר קהלת מהרי"י

זיכער נישט וויזניץ מאנסי מפי השמועה

ווייסט איינער מער איבער אנדערע ?

מפי השמועה:
אחוץ די סאטמארע און לעיקוואדע רביים ומנהיגים וועלן אויך מפאר זיין בראש
רב דירושלים רבי י"ט ווייס שליט"א
מרן מ'פשעווארסק הגר"ל לייזר שליט"א
מרן מ'וויזניץ מאנסי
מרן מ'סקולען ספק
ועוד אלפי ישראל שליט"א

ליטוואק פון בודאפעסט
תנחום
כהאב עס אויך באמערקט. וואס מען טוט נאר צו שלעפן די ליטאים...

און ביזדערווייל העלפט עס א קאדאכעס. רוב לעיקוואד ווייסט כמעט נישט פון די גאנצע מעשה
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אין קול שמשון און קול ארי' איז עס געווען די לעצטע 2 טאג א מדובר, אפשר אין אנדערע ווינקלען נישט

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 5, 2017 12:35 am

· #373269
שמעקעדיג
berlbalaguleh
בן ישי
די וועג ווי מען פירט זיך אויף אין מאה שערים איז להבדיל ענדליך צו די וועג ווי די אראבערס פירן זיך אויף, מ'שיקט די קינדער צו אטאקירן נאכדעם שרייט מען אז זיי שלאגן קינדער... איך בארעכטיג נישט די ציונים אבער אזוי זעהט עס אויס.

איך בארעכטיג יא די ציונים. ווייל די סיקריקים און אומזינסטע פרעסערס, וועלכע ווערן משוגע פאר ליידיגגיין און איבערפלוס פון נישט אויסגעניצטע ענערגיע האבן זיך דערקייקלט צו אזא שפל המצב אז שלאגן זייערע אייגענע ברודערס על לא דבר איז ביי זיי א מצוה. זיי האבן פארגעסן דעם מאמר חז"ל אז..."הרמת יד, נקרא רשע"...! און דעם פסוק אין די תורה..."רשע, למה תכה רעיך"...!

פיר אויס, משא"כ די הייליגע ציונים פארגעסן קיינמאל נישט קיין שום מאמר חז"ל אדער פסוק אין די תורה, נאר זענען מקפיד בקלה כבחמורה.

זיי פארגעסן נישט. זיי מאכן זיך נאר נישט וויסנדיג...אבער. מה עניין שמיטה אצל הר סיני...?! נאר ס'ווייזט אויף אז איך בין גערעכט מיט מיין אנאליז אויף געוויסע מענטשן...כאטש זיי זאגן אז איך בין נישט גערעכט... 😂 🙄
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28