☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחאה

א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחאה

1364 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11501
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28

יהודי פשוט » דינסטאג יולי 4, 2017 7:59 pm

· #377849
א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחאה
איך האב יעצט אויסגעהערט א גרויסן חלק פונעם אסיפת רבנים, איך בין נישט אזוי באהאווענט אין אסיפת רבנים, איך בין נייגעריג צו אלעמאל האבן אסיפת רבנים אזוי אויס געזעהן, מיט אזעלכע קולות אזש קוים וואס מען לאזט איינער דעם צווייטן אויסרעדן???

איש את רעהו » דינסטאג יולי 4, 2017 8:03 pm

· #377851
diff
איש את רעהו

מע האלט ביי די 1000'טע תגובה דא, איבער 35.000 קנאקע'ס אויפן אשכול.

מערסטע תגובות איז צו אפפרעגען ענקער לגיונות

רבים ביד מעטים
טמאים ביד..
וכו'..

יהודי פשוט

איך בין נייגעריג צו אלעמאל האבן אסיפת רבנים אזוי אויס געזעהן, מיט אזעלכע קולות אזש קוים וואס מען לאזט איינער דעם צווייטן אויסרעדן???

געווענליך קומען רבנים פאר איין מכוון, דאן איז אן אסיפה רואיגער.
דא איז אנדערש געווען
מפני כבוד ת"ח וכבוד האשכול איז נישט גיט אריינצוגיין אין דעטאלן.

יהודי פשוט » דינסטאג יולי 4, 2017 8:15 pm

· #377852
א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחאה
לויט ווי עס קוקט מיר אויס איז דער סאטמאר׳ער רבי מהר״א אביסל צולאזט און איבער היציג ער רעדט געוויסע זאכן גאר גוט אבער אויך אביסל נישט צו די זאך, למעשה לגבי די אנדערע רבנים פירט ער זיך אויף פארהאלטנסמעסיג מענטשליך, ער לאזט אנדערע רעדן ער רעדט צו זיי מער ווייניגער מיטן כבוד וואס געהערט זיי, אויסער דעם עדות וואס ער זאגט גאנץ שארף אז ער גלייבט איהם נישט

diff » דינסטאג יולי 4, 2017 8:23 pm

· #377854
קענסט רופן וואס דו ווילסט. אבער אריינפאלן צי ענק ב"ה נישט

ליפא » דינסטאג יולי 4, 2017 8:26 pm

· #377855
diff
קענסט רופן וואס דו ווילסט. אבער אריינפאלן צי ענק ב"ה נישט

מיט א וואגן ?

diff » דינסטאג יולי 4, 2017 8:37 pm

· #377856
כמיין איש, כווילניש ציטירן זיינע נאנסענס

איש את רעהו » דינסטאג יולי 4, 2017 9:26 pm

· #377861

גאנצל » דינסטאג יולי 4, 2017 11:12 pm

· #377869
[ציטאט אראפגענומען]

מ'האט אפגעפרעגט דעם עדות מער ווי איינמאל ער האט אויף גארנישט געאנטווארט כדרכם פון די סיקריקים

און סאטמאר רב האט גענטפערט נאטורליך ווי א סאטמאר רב דארף ענטפערן

ברוך אשר לא השבית לנו גואל

ליפא » דינסטאג יולי 4, 2017 11:13 pm

· #377870
גאנצל

ברוך אשר לא השבית לנו גואל

😂
סארי כאב ערנסט אויסגעפלאצט, נאטירליך..

גאנצל » דינסטאג יולי 4, 2017 11:16 pm

· #377871
איך פארשטיי דיין ווייטאג

shem-tov » דינסטאג יולי 4, 2017 11:17 pm

· #377872
פרייסלעס: די אויגן פון רבי מרדכי דוד מבאבוב נאכדעם וואס רבי אהרן דערמאנט די פאון קאל פון טראמפ

ליפא » דינסטאג יולי 4, 2017 11:17 pm

· #377873
גאנצל
איך פארשטיי דיין ווייטאג

וועלכע ווייטאג? איך האלט ניטאמאל מיט דעם שמועס געהעריג

diff » מיטוואך יולי 5, 2017 2:09 am

· #377883
איז, ביי וועם ליגט די גאולה
shem-tov
פרייסלעס: די אויגן פון רבי מרדכי דוד מבאבוב נאכדעם וואס רבי אהרן דערמאנט די פאון קאל פון
טראמפ

ביי פעיק / פראוד ניוז, קומט זיך צו דערמאנען טראמפ

diff » מיטוואך יולי 5, 2017 6:11 am

· #377890
יהודי פשוט
איך האב יעצט אויסגעהערט א גרויסן חלק פונעם אסיפת רבנים, איך בין נישט אזוי באהאווענט אין אסיפת רבנים, איך בין נייגעריג צו אלעמאל האבן אסיפת רבנים אזוי אויס געזעהן, מיט אזעלכע קולות אזש קוים וואס מען לאזט איינער דעם צווייטן אויסרעדן???
יא, אבער נישט אז קליינע רבילך זאלן שרייען א דעה

גאנצל » מיטוואך יולי 5, 2017 1:18 pm

· #377941
[ציטאט אראפגענומען]

טאקע אינטערסאנט אז הרב ראטענבערג גלייבט די עדים ........... אבער פארוואס נישט ? ספעציעיל ווען ער האט אים גערופן עדות זאגן א וודאי גלייבט ער אים

קיין איין אנדערע רב האט אים נישט געגלייבט ספעציעיל ווען מ'האט אים אפגעפרעגט און ער האט נישט געהאט וואס צו ענטפערן

די מטרה פון די מארגני אסיפה איז געווען איבער צו חזר'ן אלע ליגענטס וואס מ'האט געזאגט ביים עצרת ווייל די רבנים ור"י זענען געווען אין טיפן שאק איבער די ליגענטס פון ראבי און איבער דאס פארדרייען דעם גאנצן מערכה צו אייגענע נגיעות

איז געקומען סאטמאר רב און זיך ארויסגעשטעלט איתן כחלמיש אזוי ווי ער האט געזען ביי אבותיו ורבותיו נאך פון סיגוט און איבערגענומען די לייצעס און זיך נישט געלאזט און נאכאמאל איבערגעחזר'ט שיטתו שיטת הויואל משה אין דעם ענין און אובער'ן מהלך ווי אזוי צו צוברעכן די שטילקייט און די עקשנות פון די פרא גיוס

און אלע אנוועזנדע חוץ הרב ראטענבערג האבן אלע מסכים געווען דערצו

בה סאטמאר חי וכים דרך הדברי יואל חי וקים

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 5, 2017 1:30 pm

· #377946
גאנצל
[ציטאט אראפגענומען]

מ'האט אפגעפרעגט דעם עדות מער ווי איינמאל ער האט אויף גארנישט געאנטווארט כדרכם פון די סיקריקים

און סאטמאר רב האט גענטפערט נאטורליך ווי א סאטמאר רב דארף ענטפערן

ברוך אשר לא השבית לנו גואל

גאנצל: איך בין מיט דיר 100%. איך האב שוין נישט קיין כח איבערצוקייען די זעלבע זאך טויזנטער מאל. מהר"א שליט"א האט דא געהאנדלט מיט'ן אמת. מיט שכל. און מיט יושר. די גמ' זאגט דאך אין מס' סוכה. .."אם אין דעת הבדלה מנין"...! מ'דארף קענען מבחין זיין צווישן אן אמת'ן קריזיס און א גזירה אויף אידישקייט ווען מ'דארף ארויסגיין בחוצות העיר און דעמאנסטרירן מיט דעם גאנצן כח.אבער נישט ווען ס'איז נישט מער ווי א פאליטישע און פאלטשע אישו, געטריבן דורך א יחיד. און די אלע עוזרים ומסייעים, אריינגערעכנט די אלע וואוילע עסקנים וואס האבן אהערגעשטעלט דעם כינוס. און זיי זענען געגאנגען שנארן צו די (זאלוני) גבירים, האבן גאנץ גוט געוואוסט דעם אמת. איך בין נישט חושד קיין איינעם פון זיי אין זיין אזוי נאאיוו. און ממילא די גאנצע כינוס און אלעס ארום דעים איז געווען איין שטיק בלאף מתחילת החליבה עד גמר העשייה. אריינגערעכנט דאס ברענגען דעם גרויסן גאון הרב ראב"י פון ארץ ישראל, וועלכער האט גערעדט "לשון הקודש" בהברה אשכנזית...און אלע זיינע אויסגעטראכטע און אויפגעבלאזענע באבע מעשיות...דער תמצית איז. ב"ה אונזער רבי האטציך נישט געלאזט נארן. און ער ווערט נישט נתפעל וואס מ'...זאגט...!'

גאנצל » מיטוואך יולי 5, 2017 1:42 pm

· #377954
אזוי ווי דו זאגסט נישט נתפעל געווארן פון די אלע שקרים

אזוי ווי די רבי דער דברי יואל פלעגט אלס שרייען 'מ'זאל פון זיי נישט נתפעל ווערן'

ליפא » מיטוואך יולי 5, 2017 1:44 pm

· #377955
ס'פארן ארום קליפס פון אסיפה. איך הער אז ארונים שעמען זיך זייער

איש את רעהו » מיטוואך יולי 5, 2017 2:39 pm

· #377959
ווי פארט ארום די קליפס?

איש את רעהו » מיטוואך יולי 5, 2017 2:41 pm

· #377961
ליפא
ס'פארן ארום קליפס פון אסיפה. איך הער אז ארונים שעמען זיך זייער

נישט אמת אין די טעלעפאון זאגן זיי מיט א שטאלץ ווי @גאנצל און די בעל עגלה אז דאס וואס אלע ציוניסטישע וועבזייטלעך מאכן אויף שקרים מיט ליגענט אז ער האט גערעדט לטובת די ציונים, אזוי איז אויך געשעהן צום אלטן סאטמארע רב און כל מה שאירע צום פעטער חזר'ט זיך איבער ביים נעפיו שליט"א

diff » מיטוואך יולי 5, 2017 2:45 pm

· #377962
ער האט גערעדט לטובת די ציונים?

diff » מיטוואך יולי 5, 2017 2:53 pm

· #377965

איך אויך » מיטוואך יולי 5, 2017 4:40 pm

· #377972
פשיהא די ערשטע קליפ איז זיכער ווערט קעש ווי ר''א פליקט אריין פאר עמרם טייטעלבוים אין באבענס באבן אריין אזוי אפען און גראב.

signout » מיטוואך יולי 5, 2017 4:57 pm

· #377973
ליפא
ס'פארן ארום קליפס פון אסיפה. איך הער אז ארונים שעמען זיך זייער
קומסט אזוי תמימות'דיג אז די הערסט אז ס'דרייט זיך ארום אין די הערסט אויך אז מהר''א שעמט זיך דערמיט, אינטערסאנט איך הער אז צד מהר''א זענען די וואס געבן עס ארויס צו לאזען הערן די גאנצע אסיפה אן די צושטיקעלטע שטיקלעך וואס מהרז''ל שיקט ארום וואס דארף אויסקוקען ווי מהר''א האט געזאגט אז טראמפ האט פאקטיש גערופן נתני' אדער אז ער שרייט שווייג אויף ר' חיים לייבוש רט''ב, זעהט אויס די הערסט פעיק ניוס

signout » מיטוואך יולי 5, 2017 5:10 pm

· #377975
איך אויך
פשיהא די ערשטע קליפ איז זיכער ווערט קעש ווי ר''א פליקט אריין פאר עמרם טייטעלבוים אין באבענס באבן אריין אזוי אפען און גראב.
אינטערסאנט צו מערקן וואס א באטייליגטער האט מיר פארציילט, אז מ'האט נישט אויסגעזאגט פאר די רבנים ווער ס'גייט רעדן (ס'הייסט אז עמרם טייטלבוים איז זיך געקומען פארשטעלן פאר ר' מלכיאל קאטלער אלס גרויסען עסקן אין ידען קעגן גיוס אין ר''מ האט ניטעמאל געוויסט ווער ער איז פין פריער) אין מהר''א האט ניטעמאל געוויסט אנפאנג אז דער וואס רעדט איז דער מלך הסוקרוקים, די רבנים האבען אויסגעהערט זיין דרשה אין ווען מהר''א האט אים געפרעגט מקורות אדער דעטאלען האט ער זיך ארויסגעדרייט אין געזאגט אז ער וועט שפעטער ענטפרן, אין מהר''א האט תיכף געזעהן אז ער רעדט שקרים מיט אגענדעס, אינצווישן האט מהר''א געכאפט אז ער איז דער ע''ט וואס האט געווארפען שטינק באמבעס אין פאשקעווילן אין טעראזירט די ראב''ד, דשינסקיא רבי, תו''א רבי, ר''נ קופשטיץ אא''וו האט ער געפילט פארשעמט אז פין אזא מענטשן האט מען דא גובה עדות געווען, אין נאך לענגערע צייט האט מהר''א אים אריינגעהאקט, אויפן וועג ארויס ווען עמרם טייטלבוים איז צוגעגאנען צו מהר''א אים פארצוהאלטן פארוואס מ'קען אים נישט גלייבן האט אים מהר''א געזאגט שטארק פארגעהאלטן פאר זיין חרבנות וואס ער זייעט אין מאכט חרוב אזויפיל הייליגע מערכות

signout » מיטוואך יולי 5, 2017 5:12 pm

· #377976
געהערט אז א מעסעזש וואס פארט ארום זאגט אז ר' מלכיאל האט שוין גערופן מהר''א אין זיך מתנצל געווען אז ער האט נישט געוויסט ווער דאס איז אין האט נישט געכאפט אז ער מאכט ליצנות פין די רבנים צו ברענגן אזא מענטש אויפצוטרעטן פאר זיי

סמבטיון » מיטוואך יולי 5, 2017 5:37 pm

· #377981
קען מיר איינער פארשטיין געבן וואס די קאסענע באמבע קשיא איז געווען?

diff » מיטוואך יולי 5, 2017 5:46 pm

· #377983
זיי האבען געמיינט אז זיי פירן דער זאך

קפה נמס » מיטוואך יולי 5, 2017 5:56 pm

· #377986
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
דיס איז פאני...
הערנדיג ר' אהרן נוצן די סיקריקים קארטל האב איך גלייך געכאפט וואס ר' אהרן'ס ניק אויף ק"ש איז... כ'על נישט זאגן משום גילוי.

שרייען "שווייג" אויף ר' חיים ליבוש איז פלעין נישט קלאסיש, אבער נישט לאזן הגר"א שכטר קומען צום ווארט איז גראבע חוצפה.

וואס נאך ? מר. פישער'ס אנגעצויגענע גרימאסן אויפ'ן פנים ביי די ערשטע קליפ...דעט'ס סאמטינג

סאדאם חוסעין » מיטוואך יולי 5, 2017 5:59 pm

· #377987
איין זאך איז זיכער אז עס איז געווען א גוטע אויספלאנירטע נקמה אקציע אויף מהר"א פארן נישט קומען צום כינוס
און עס איז זיי געלונגען

diff » מיטוואך יולי 5, 2017 6:00 pm

· #377988
עמעזאן. זאגן פאר K15 און פאר פרעמדע אז געלט פארבלענד די ר"י. איז נועם המדות?

קנאק-יענקל » מיטוואך יולי 5, 2017 6:08 pm

· #377994
[ציטאט אראפגענומען]

לא דובים ולא יער.
נישטא קיין שווייג, און נישטא קיין כאב געזאגט שווייג.

נאכן הערן די גאנצע רעקארדירונג הערט מען גוט אז דאס איז פשוט ארויסגענומען א האלבן סענטענס.

ר' אהרן האלט אינמיטן בלעימען די וואס נעמען געלט פון די רעגירונג, וואס צוליב געלט חשבונות שווייגט מען.
זאגט ער דארט אזוי (העתק):
"דער אמת איז, אז ווייל זיי נעמען געלט, שווייגט מען - - -
דא האקט דער פארשעי'ער רב אריין: "איך וויל זאגן א מעשה וואס כ'האב אליין - - -
זאגט אים ר' אהרן (גאנץ קלאסיש): "איין מינוט, אנטשולדיג מיר".
און איז ווייטער ממשיך מיט זיין טענה אויף די געלט נעמער, בזה"ל: "און מ'שווייגט, און מ'שווייגט, אזוי איז דאס מציאות".

יעצט שטעל צוזאם דעם גאנצן סענטענס, זאגט ער א התחלה מיט א סוף:
"דער אמת איז, אז ווייל זיי נעמען געלט, שווייגט מען, און מ'שווייגט, און מ'שווייגט, אזוי איז דאס מציאות"..

ער האט 'דא' נישט באוואשן קיינעם.
אויב איז דא איינער "נישט קלאסיש" (קרעדיט: קפה ננס), איז עס דער אריינהאקער (מגדולי ישראל החדשים לבית ראטענבערג).

איש את רעהו » מיטוואך יולי 5, 2017 6:16 pm

· #377996
סאדאם חוסעין
איין זאך איז זיכער אז עס איז געווען א גוטע אויספלאנירטע נקמה אקציע אויף מהר"א פארן נישט קומען צום כינוס
און עס איז זיי געלונגען

עס קוקט טאקע אויס ווי א אינטערגעשטעלטע באמבע אויף מהר"א וואס האט אויפגעריסן אויף מהר"א

וויפיל איך האב מיטגעהאלטן אין די עטליכע טעג פאר די אסיפה, האט מען ערשט דאנערשטיג מחליט געווען אין איילעניש עס צו פארופען, רבי מלכיאל האט זיך דוקא גע'עקשנט דערויף אז מהר"א זאל דארט זיין און מיטהאלטן
עס איז נישט שכל'דיג אז רבי מלכיאל האט אויסגערעכנט די אקציע נגד מהר"א
דאס ברענגן די עסקנים איז געווען אויפן רוף פון א עסקן אינערהאלב די אגודה [גענויגט צו די מנגדים נגד גיוס] וואס האט געהאלטן אז א ריכטיגער קאנטער הגדת עדות צו מאיר פרוש זענען די עסקנים
דערווייל האט זיך איבערצייגט אז מען האט זיי גאר געשיקט אויף אנדערע מיסיע'ס, דאס האט זיכער קיינער פון פאראויסגעפלאנט.

איסר האטלקי » מיטוואך יולי 5, 2017 6:45 pm

· #378004
די ווידיאו און רעקארדינג ווי ר' אהרן זאגט אז די רבנים שווייגן איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי באזונדערע פלעצער.

ער האט איינעם אנגעשריגן "שווייג" און מען האט צושטיקלט צוויי אנדערע דרשות פונעם אסיפה און צוזאמגעשטעלט עס זאל אויסקוקן ווי יענס איז די שווייג דרשה... און די שווייג זאגט ער אויף די רבנים אין ארץ ישראל "מ'שווייגט" און נישט אויף ראטענבערג.

ער האט יא געשריגן שווייג אן אנדערע מאל אינעם אסיפה. קוקטס דעם ווידיאו און נאכדעם זייטס דן.

signout » מיטוואך יולי 5, 2017 7:05 pm

· #378008
איסר האטלקי
די ווידיאו און רעקארדינג ווי ר' אהרן זאגט אז די רבנים שווייגן איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי באזונדערע פלעצער.

ער האט איינעם אנגעשריגן "שווייג" און מען האט צושטיקלט צוויי אנדערע דרשות פונעם אסיפה און צוזאמגעשטעלט עס זאל אויסקוקן ווי יענס איז די שווייג דרשה... און די שווייג זאגט ער אויף די רבנים אין ארץ ישראל "מ'שווייגט" און נישט אויף ראטענבערג.

ער האט יא געשריגן שווייג אן אנדערע מאל אינעם אסיפה. קוקטס דעם ווידיאו און נאכדעם זייטס דן.

וועלכע קליפ זעהסטו? אויף די קליפ פין די אסיפה זעהט מען קלאר אז ער שרייט אז מ'שווייגט

signout » מיטוואך יולי 5, 2017 7:09 pm

· #378009
איש את רעהו
סאדאם חוסעין
איין זאך איז זיכער אז עס איז געווען א גוטע אויספלאנירטע נקמה אקציע אויף מהר"א פארן נישט קומען צום כינוס
און עס איז זיי געלונגען

עס קוקט טאקע אויס ווי א אינטערגעשטעלטע באמבע אויף מהר"א וואס האט אויפגעריסן אויף מהר"א

וויפיל איך האב מיטגעהאלטן אין די עטליכע טעג פאר די אסיפה, האט מען ערשט דאנערשטיג מחליט געווען אין איילעניש עס צו פארופען, רבי מלכיאל האט זיך דוקא גע'עקשנט דערויף אז מהר"א זאל דארט זיין און מיטהאלטן
עס איז נישט שכל'דיג אז רבי מלכיאל האט אויסגערעכנט די אקציע נגד מהר"א
דאס ברענגן די עסקנים איז געווען אויפן רוף פון א עסקן אינערהאלב די אגודה [גענויגט צו די מנגדים נגד גיוס] וואס האט געהאלטן אז א ריכטיגער קאנטער הגדת עדות צו מאיר פרוש זענען די עסקנים
דערווייל האט זיך איבערצייגט אז מען האט זיי גאר געשיקט אויף אנדערע מיסיע'ס, דאס האט זיכער קיינער פון פאראויסגעפלאנט.

אזוינע שטותים, ''די רבנים האט מען גערופן עמערזשענסי זינטוג צופריה, ר' מלכיאל האט לכאורה נישט געוויסט ווער עמרם ט''ב איז אין האט גארנישט געמיינט מיטצישפילן דא, די אגודה האט נישט קיין פראבלעם מיט עמרם ט''ב ספעצעיל, עמרם'ס געווער איז נישט זיין צינגעל, זיין געווער איז שטינק באמבעס, פאשקעווילן, נאכשרייען אא''וו

איסר האטלקי » מיטוואך יולי 5, 2017 7:34 pm

· #378018
signout
איסר האטלקי
די ווידיאו און רעקארדינג ווי ר' אהרן זאגט אז די רבנים שווייגן איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי באזונדערע פלעצער.

ער האט איינעם אנגעשריגן "שווייג" און מען האט צושטיקלט צוויי אנדערע דרשות פונעם אסיפה און צוזאמגעשטעלט עס זאל אויסקוקן ווי יענס איז די שווייג דרשה... און די שווייג זאגט ער אויף די רבנים אין ארץ ישראל "מ'שווייגט" און נישט אויף ראטענבערג.

ער האט יא געשריגן שווייג אן אנדערע מאל אינעם אסיפה. קוקטס דעם ווידיאו און נאכדעם זייטס דן.

וועלכע קליפ זעהסטו? אויף די קליפ פין די אסיפה זעהט מען קלאר אז ער שרייט אז מ'שווייגט

אויך שרייט ער אן דעם קאסאנער רבי'ן "שווייג". צוויי באזונדערע מעשיות.

קוק איבער יענעם קליפ פון וואס דו רעדסט, עס איז פון צוויי באזונדערע זייטן געכאפט געווארן, קודם איז ר' אהרן רעכטס דערנאך לינקס... עס איז גוט צאמגעשטעלט.

signout » מיטוואך יולי 5, 2017 7:36 pm

· #378019

יעצט איבער געקוקט, קופט אייך נייער בריל''ן

איסר האטלקי » מיטוואך יולי 5, 2017 7:43 pm

· #378020
האט נישט ר' אהרן פלוצלינג געטוישט זייטן??

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 5, 2017 7:45 pm

· #378021
איסר האטלקי
האט נישט ר' אהרן פלוצלינג געטוישט זייטן??

יא, יעצט איז ער בעד ניו דזשערזי ווייץ, און לאנגע שארטקאטס, און קעגען ביינער אין בית שמש.

איך אויך » מיטוואך יולי 5, 2017 8:04 pm

· #378029
קאלטע קריעם אויך?

קורקלענד » מיטוואך יולי 5, 2017 8:40 pm

· #378035
איצט דורכגעקוקט אלע קליפס. ר' אהרן איז זייער נארמאל (לויט זייערע סטאנדארטן). גארנישט דא פאר ר' אהרן אדער די ארונים זיך צו שעמען.

איש את רעהו » מיטוואך יולי 5, 2017 9:19 pm

· #378041
signout
איש את רעהו
סאדאם חוסעין
איין זאך איז זיכער אז עס איז געווען א גוטע אויספלאנירטע נקמה אקציע אויף מהר"א פארן נישט קומען צום כינוס
און עס איז זיי געלונגען

עס קוקט טאקע אויס ווי א אינטערגעשטעלטע באמבע אויף מהר"א וואס האט אויפגעריסן אויף מהר"א

וויפיל איך האב מיטגעהאלטן אין די עטליכע טעג פאר די אסיפה, האט מען ערשט דאנערשטיג מחליט געווען אין איילעניש עס צו פארופען, רבי מלכיאל האט זיך דוקא גע'עקשנט דערויף אז מהר"א זאל דארט זיין און מיטהאלטן
עס איז נישט שכל'דיג אז רבי מלכיאל האט אויסגערעכנט די אקציע נגד מהר"א
דאס ברענגן די עסקנים איז געווען אויפן רוף פון א עסקן אינערהאלב די אגודה [גענויגט צו די מנגדים נגד גיוס] וואס האט געהאלטן אז א ריכטיגער קאנטער הגדת עדות צו מאיר פרוש זענען די עסקנים
דערווייל האט זיך איבערצייגט אז מען האט זיי גאר געשיקט אויף אנדערע מיסיע'ס, דאס האט זיכער קיינער פון פאראויסגעפלאנט.

די אגודה האט נישט קיין פראבלעם מיט עמרם ט''ב ספעצעיל, עמרם'ס געווער איז נישט זיין צינגעל,

איר הייבט נישט אהן צו קענען די 2 חברה טייטלבוים און בוימרינד זיי זענען קעש, ווען מאיר פרוש קומט פארקויפן בלאף וועגן גזירת גיוס פאר די רבנים
זענען די 2 בוימרינד און ט"ב די פאסיגע אים צו מסדר זיין על צד היותר
למעשה האט זיך אויסגעשטעלט אז זיי זענען גאר אריינגעפאלן ביי מהרא אין די האנט

בן אדם » מיטוואך יולי 5, 2017 10:53 pm

· #378060
ליטוואק פון בודאפעסט
מיר שטערט עס ווי אלע ענק עזות פנימ׳ער רעדען אויף גדולי החכמים ווי הרב שטיינמן און הרב אויערבאך כאילו זיי הייסען טייטעלבוים צו הגר. זיי זענען נישט קיין יורשים פון פערפעל טיילערס און ס׳קומט זיך זיי ביידער דרך ארץ. עכ"פ א הרב קומט זיך זיי. לאנג איידער ס׳איז געווען א פאליטיק, האבען זיי געשמ׳ט אלץ דערהויבענע אידען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

די פארשטייסט נישט די עבודה פון פערפעל טיילן און איך פארשטיי נישט צו קיין 'חכמים'. למעשה, אפגעזען צו זיי קוועטשן די סטענדער אדער טיילן פערפעל האבן זיי אויף די עלטער אלע געלאנדעט אין דעם זעלבן טשולענט טאפ.

קפה נמס » מיטוואך יולי 5, 2017 11:01 pm

· #378062
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
בן אדם
ליטוואק פון בודאפעסט
מיר שטערט עס ווי אלע ענק עזות פנימ׳ער רעדען אויף גדולי החכמים ווי הרב שטיינמן און הרב אויערבאך כאילו זיי הייסען טייטעלבוים צו הגר. זיי זענען נישט קיין יורשים פון פערפעל טיילערס און ס׳קומט זיך זיי ביידער דרך ארץ. עכ"פ א הרב קומט זיך זיי. לאנג איידער ס׳איז געווען א פאליטיק, האבען זיי געשמ׳ט אלץ דערהויבענע אידען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

די פארשטייסט נישט די עבודה פון פערפעל טיילן און איך פארשטיי נישט צו קיין 'חכמים'. למעשה, אפגעזען צו זיי קוועטשן די סטענדער אדער טיילן פערפעל האבן זיי אויף די עלטער אלע געלאנדעט אין דעם זעלבן טשולענט טאפ.

וואס ? רב שטיינמן און רב אויערבאך קוועטשן סטענדערס ? לאמיר הערן, וואס האט יא א חשיבות ביי דיר ?

בן אדם » מיטוואך יולי 5, 2017 11:03 pm

· #378064
ליטוואק פון בודאפעסט
איך מיין דער מציאות וואס דער שרייבער זאגט איז נישט אין גאנצען אמת. ביי חק טל, האבען אלע גדו"י געזאגט אז מיר מאכען נישט קיין נח"ל, מיר זענען נישט משתתף דערמיט, און מיר האבען גארנישט דערפון. מאנכע האבען געהאלטען מ'זאל באיקאטירען די גאנצע וועדה דאס אויפצוווייזען, און רוב מנין ובנין, ובתוכם הגרי"ש אלישיב, הגר"ש וואזנער, ולהבחל"ח הגראי"ל שטיינמן, האבען געזאגט אז באיקאטירען איז נישט קיין חכמה און נישט קיין תכלית ווען זיי מאכען גזירות און געזעצען אויף אונז. עכ"פ אפילו די וואס האבען יא געהאלטען מ'זאל באיקאטירען האבען נישט געהאלטען אז משתתף זיין הייסט געמאכט א נחל, און אפילו די וואס האבען געהאלטען אז מ'דארף נישט באיקאטירען, האבען נישט געהאלטען אז דאס איז צוליעב דעם אז מיר ווילען יא מאכען א נחל חרדי.

אוודאי האבען זיי פון דערויסען געוואלט זאגען אז הרב שטיינמן איז מיט זיי, און מ'האט מיט טרור נישט צוגעלאזט אז הרב שטיינמן זאל קענען זאגען זיין מיינונג בפומבי, און אזוי איז געווארען א טשטוש המושגים. איך האב ביי זיך די גאנצע השתלשלות העניינים פאר דער וואס וויל.

קענסט ביטע ארויפלייגן?

ארי נוהם » מיטוואך יולי 5, 2017 11:05 pm

· #378065
קפה נמס
בן אדם
ליטוואק פון בודאפעסט
מיר שטערט עס ווי אלע ענק עזות פנימ׳ער רעדען אויף גדולי החכמים ווי הרב שטיינמן און הרב אויערבאך כאילו זיי הייסען טייטעלבוים צו הגר. זיי זענען נישט קיין יורשים פון פערפעל טיילערס און ס׳קומט זיך זיי ביידער דרך ארץ. עכ"פ א הרב קומט זיך זיי. לאנג איידער ס׳איז געווען א פאליטיק, האבען זיי געשמ׳ט אלץ דערהויבענע אידען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

די פארשטייסט נישט די עבודה פון פערפעל טיילן און איך פארשטיי נישט צו קיין 'חכמים'. למעשה, אפגעזען צו זיי קוועטשן די סטענדער אדער טיילן פערפעל האבן זיי אויף די עלטער אלע געלאנדעט אין דעם זעלבן טשולענט טאפ.

וואס ? רב שטיינמן און רב אויערבאך קוועטשן סטענדערס ? לאמיר הערן, וואס האט יא א חשיבות ביי דיר ?

איינער וואס רעדט אזוי, פארדינט נישט קיין ויכוח. ר' קפה, טרעפט נארמאלערע מענטשן מיט וועם זיך מתווכח צו זיין.

בן אדם, אביסל דרך ארץ פאר אידן וואס קענען איינשלינגען דיין תורה, חכמה, און יראת ה' פאר פרישטאג, און ביטע ענטפער נישט צוריק מיט ביליגע ליצנות.

בן אדם » מיטוואך יולי 5, 2017 11:07 pm

· #378066
קפה נמס

וואס ? רב שטיינמן און רב אויערבאך קוועטשן סטענדערס ? לאמיר הערן, וואס האט יא א חשיבות ביי דיר ?

גראדע האלט איך יא פון זיי, און אפילו א שטיקל חסיד (פון רב שטיינמאן, און אויך פון ר"ש אלס דעם טאטנ'ס א זון כמנהג חסידים) אבער כ'האב געמיינט דא אן אנדערע נקודה.

---
ארי נוהם האקט, עמיר קוקן נאכדעם

בן אדם » מיטוואך יולי 5, 2017 11:08 pm

· #378067
@ארי נוהם אנטשולדיגט. גראדע וואלט איך זיי אויך געגעבן סנדקאות.

איסר האטלקי » מיטוואך יולי 5, 2017 11:12 pm

· #378068
קורקלענד
איצט דורכגעקוקט אלע קליפס. ר' אהרן איז זייער נארמאל (לויט זייערע סטאנדארטן). גארנישט דא פאר ר' אהרן אדער די ארונים זיך צו שעמען.

נו זאג זיי, איך האב גערעדט צו עטליכע וואס שעמען זיך געפערליך.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28