☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחאה

א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחאה

1364 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11501
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28

יעקב מענטש » זונטאג יוני 11, 2017 1:49 pm

· #374152
איך ברענג דא די פולער טעקסט פונעם בריוו איבער'ן דעת פונעם פארשעי'ער רב שליט"א.

איך ווייס אז דא אין קאווע שטיבל איז נישט קיין שום פראבלעם אפצופרעגן איינעם מיט פשוט ליצנות מאכן פון יענעם, אבער ביי מיר זענען זיינע ווערטער יא מאסגעבנד, הגם איך קען נישט דעם פארשעי רב, און איך האב נישט קיין אנונג איבער זיין גדלות, אבער אזוי פיל ווייס איך יא, אז ער איז נישט פון די 'טיפיקל' נעמען וואס מ'זעהט ביי יעדער מערכה, א שטילע איד וואס זיצט זיך אן זיין ווינקל, און האט גארנישט וואס צו פארדינען אדער דערלייגן מיט יא אדער נישט רעדן. און אויך האט ער געמאכט אייגענע ריסוירטש און נישט גענומען פון די זייט אדער יענע זייט אינפארמאציע, נאר אלעס אליין נאכגעגאנגן.


בס''ד



משה האסט מיר געפרעגט וואס איך האלט וועגן דעם כינוס הרבבות, כ'וועל דיר זאגן דעם אמת, ביז יעצט האב איך דאס נישט פארשטאנען געהעריג, איך האב געהאט פראבלעמען מיט דעם, האבנ'דיג אסאך קושיות, אבער יעצט מוצש"ק בין איך אנגעקומען צו מלוה מלכה קיין פארשעי (א חבר מיינע'ר זיינ'ס א חסיד, האט מיר געזאגט אז שוין א גאנצע וואך טומלט זיך דארט, און מן הסתם וועט מען ביי מ"מ הערן נאכאמאל זיין מיינונג), און דארט האט פארשעי רבי שליט"א גערעדט ביי מ"מ, און גוט ארויסגעברענגט וואס דא טוט זיך, האב איך מחליט געווען דיר שרייבן וואס ער האט געזאגט, און דאס איבעריגע וועסטו שוין זיך פארענטפערן.

(במאמר המוסגר, איך ווייס נישט צו ס'איז אים ניחא ס'זאל ארויס ליקן וואס ער האט געזאגט, און עכ"פ איך קען זיכער נישט רעדן אין זיין נאמען, "אבער אז ער האט דאס געזאגט אין פראנט פון צענדליגע אידן" בשעת מ"מ, מיין איך אז איך מעג דיר דאס שרייבן).

ער האט אנגעהויבן מיט א הקדמה, אז ער האט ב"ה אין זיין לעבן נישט געליינט קיין צייטונגען, און הערט נישט קיין נייעס אין די מקוה'ס און קאווע שטיבלעך, און אזוי אויך הערט ער נישט קיין האט-ליינ'ס, אזוי, אז וואס ער גייט דא איבערגעבן, איז נאר וואס ער האט געהערט פון די ערשטע האנט.

ער האט אויך מסביר געווען אז זיין טאטע איז געווען א שטארקער קנאי וועמען מרן רביה"ק מסאטמאר זיע"א האט מכבד געווען אין יאר תשי"ח צו רעדן א דרשה אויף ענגליש (זייענדיג א אמעריקאנער געבוירענער!!! און געקענט א גוטע ענגליש, וואס די אינגערישע אידן האבן דאס קיינער נישט געקענט צושטעלן) קעגן די מדינה, ווען ס'האט ביי זיין טאטע געמיינט אז די פידבע"ק איז געווען נייע שונאים און שטיצער'ס וואס זאלן סטאפן אים שטיצן, וואוינענ'דיג אין די בראונק'ס ווי אלע האבן דעמאלט'ס דארט געשטיצט דעם רעיון הציונית, און קיינער האט אים נישט פארשטאנען, נאר געשפעט פון אים, און גע'רודפ'ט, (זיי האבן גערופן זיין שול מיט א שאנד-ווארט די אראבישע שול), ער האט צוליב דעם דרשה פארלוירן מתפללים און גוטע פריינד.

עכ"פ במשך די פארגאנגענע וואך איז ער געזעצן אויף טעלעפאונען און מיטינגען, רוב שעות היום והלילה, מיט הערשט-האנטיגע אידן, ער האט נישט געוואלט זאגן קיין נעמען, ווייל ס'איז געווען צופיל פרעמדע מענטשן (ס'געווען נאך פרעמדע נישט נאר איך), אבער ער האט יא געזאגט אז דער נאוואמינסקער רבי איז זיין טאטע'ס נעפיו און מ'האלט זיך נאנט מיט אים, און אזוי אויך האט ער געלאזט פארשטיין אז ער האט אליינ'ס גערעדט צו רבני אגו"י און אדמורי"ם מפורסמים פון ארץ ישראל, און מיט נאך גרויסע שישקעס פון די אגו"י, סיי פון די חסיד'ישע און סיי פון די ליטווישע, סיי אין ארץ ישראל, און סיי פון דאהי אין אמעריקא, סיי פון אזעלכע וואס זענען ליידער פארכאפט אין די צבא (ער זאגט ער האט זיך נישט פארלאזט אויף קיינעם, נאר זיי אליינ'ס אנגערופן, און אויסגעפרעגט, און ליידער געהערט שטוינענדע פאקטן), און סיי אזעלכע וואס פרובירן העלפן די באטרעפנדע.

באמת האט ער נישט געהאלטן ביים קריכן אזוי ווייט אינדעם, אבער נאכדעם וואס מ'איז געקומען רעדן צו אים, און ער האט זיך אביסל אריין געלייגט אין די נושא, האט ער זיך אנגעטראפן לכל אורך הדרך מיט אסאך ליגנט'ס סיי אייגענ-געמאכטע מעשיות, און סיי אזעלכע האלבגעפלטשטע מעשיות, און נאך פארשינד'ס פון ביידע צדדים, און דעריבער האט ער אנגעהויבן גרונטליך דורך צו טון די נושא, זיך נישט פארלאזנ'דיג אויף קיינעם, נאר אלעס אליין אנצוקומען צום ערשטע האנט כפשוטו ממש.

אין קורצן וועל איך פרובירן דיר דא איבערגעבן וואס ער האט געזאגט (ער האט גערעדט גאנץ לאנג, און זייער גוט און ברייט ארויסגעברענגט די נקודות, אבער ס'איז מיר שווער יעצט באישון ליל זייער צו מאריך זיין דערין).

ס'דא גוטע קושיות, דער שרייט ס'יא דא א גזירה, און דער שרייט ס'נישט דא א גזירה, אבער מיט דריי פיר יאר צוריק האבן זיי אלע אגודה אדמורי"ם ורבנים פארפירט אז ס'איז דא א גזירה, איינער האט געזאגט ברבים אז קיינער זאל זיך נישט שטעלן, און אויב מ'וועט נעמען אין די תפיסות, וועט ער זיין דער ערשטער צו גיין זיצן, א צווייטער מנהיג האט געזאגט אז ער וועט ארויס שיקן מחנות פון זיינע חסידים און איבערקערן דעם שטאט, מ'איז געווען גרייט פאר א מלחמת חורמה, איז וואס איז יעצט געשעהן?, ווען איז די גזירה וואס זיי שרייען בטל געווארן, ווען און וואס האט זיך ביי זיי די זאך געטוישט, און פארוואס?

ער האט אליינ'ס געפרעגט אפאר פון די גאר גרויסע, פארוואס זיי שווייגן, און האט צוגעלייגט, למעשה דאס ווארט 'גיוס בני ישיבות' אדער 'גיוס בני תורה' איז דאך באמת א ריינע ציוניסטישע געדאנקען גאנג, ווייל למעשה אזוי ווי יעדער פארשטייט אז ווען איינער וויל גיין אין א בתי זונות, ליגט א פליכט אויף יעדער איינער וואס קען נאר, צו טון אלעס אין די וועלט אים אפצוהאלטן דערפון, די זעלבע זאך איז דא, אין דער צבא, טאר קיין שום איד נישט גיין אויף קיין שום פאל, ס'איז א צבא השמד כפשוטו, וואס מ'טוט דארט אפ דאס ארגסטע, די ג' חמורות ע"ז ש"ד און ג"ע נישט דרך משל, נאר די זאך אליינ'ס רח"ל, איז ווי מעג מען בכלל צולאזן, אז שוואכע אידן זאלן יא גיין דארט, דאס אז יענער וויל און איז מסכים, איז נישט קיין תירוץ אז מיר זאלן דאס שטיצן חלילה, און אז מ'קען אים אפהאלטן וואלט מען געדארפט אפהאלטן יעדן חילוני אויך, (ער האט געזאגט, דער חילוני טראכט אז היות ער איז א חילוני דארף ער נישט זיך וואשן קיין מים אחרונים ווייל ער טוט אסאך ארגער פון דעם, אבער אויבן אין הימל איז דאס נישט קיין חשבון, ועל כל אלה יביאך אלקים במשפט, און די זעלבע זאך איז דא, וועמען און וויפיל מ'קען אפהאלטן פון אנקומען אין צבא, ליגט א פליכט אויף ווער ס'האט א ווארט דערין, אזוי צו טון).

יעצט למעשה, זיי נעמען הונדערטער בחורים אין מיליטער, וואס איז די ענטפער פאר די הויכע שווייגעניש וואס קומט ארויס פון זיי? פארוואס טומלען זיי נישט יעצט קעגן דעם, קיינער קען נישט לייקענען און זאגן אז מ'נעמט נישט, אסאך קענען שרייען אז פאקטיש נעמט מען נישט, אבער זייערע פאקטן זענען באזירט אויף שמועות פורחות באוויר פון מקוה זיצער'ס און קאווע טרינקער'ס, אבער איך האב אליינ'ס גערעדט צו אידן וואס זענען ליידער פארכאפט געווארן אין מיליטער, און דא זיצט איינער נעבן מיר, (איך ווייס נישט ווער דער איד איז, אבער עפעס א פערזענליכקייט פון ירושלים, מיט א ספאדיק), און וועט דאס אליין באשטעטיגן (דער איד האט עפעס דערציילט אבער כ'האב נישט געהעריג אויפגעכאפט, אבער ער האט מסכים געווען צו יעדע'ס ווארט, איין זאך האב איך יא אויפגעכאפט, א מעשה וואס ער האט אליינ'ס מיטגעהאלטן פון איינער וואס איז אריין געפאלן אין צבא, און מ'האט אים ליידער מיאוס באהאנדלט ברוחניות ובגשמיות, שאכהמ"ל), איז פארוואס טוט קיינער נישט דאס אפצושטעלן, ער האב דאס געפרעגט פאר דריי גרויסע מנהיגים אין ארץ ישראל, (חוץ וואס ער זאגט אז ער האט דאס געפרעגט פון די פארשידענע משלחת'ן וואס זענען געווען ביי אים), און זיי לייקענען נישט אז ס'דא דער פראבלעם, איינער האט אים אפי' געזאגט, וואס זאל איך אייך זאגן, איר זענט דער ערשטער וואס דריקט מיר אזוי צום וואנט.

איין איינציגע תשובה האבן אים דריי מנהיגים פון א"י יא געענטפערט, אז למעשה הערשט יעצט א קאטאסטראפ"ע אין מדינת ישראל לגבי דאס גיוס, נאר זיי האבן יעצט מורא צו פארפירן ווייל זיי האבן מורא פון עפעס ערגערס (גיי ווייס וואס), און דעריבער ארבעטן זיי יעצט אונטערן טיש דאס צו מסדר זיין, אבער אויף דעם האט ער זיי געזאגט, פאר דריי יאר צוריק האט מען שוין געזאגט, אז מ'ארבייט אינטערן טיש דאס צו מסדר זיין, און אלעס וועט זיין מסודר, יעצט איז מען געוואר געווארן אז לא דובים ולא יער, מ'ארבייט נישט, די מנהיגים האבן זיך פארענטפערט פאר אים, אז זיי האבן געמיינט אז מ'ארבעט טאקע דערויף, נאר יעצט זענען זיי געוואר געווארן אז מ'האט נישט געארבעט, און יעצט פאנגט מען אן צו שוויצן דערויף.

האט ער זיי געזאגט, אויב נאר יעצט זענט איר דאס געוואר געווארן, מיינט דאס עכ"פ אז אייער'ס א ווארט טראגט נישט קיין אחריות און איר זענט נישט פארענטפערטליך פאר אייער'ס א ווארט, ווייל דריי יאר צוריק האב איך שוין געהערט די תירוצים, איז ווי ווילט איר איך זאל שווייגן און ווייטער אייך גלייבן אז יעצט וועט מען שוין יא ארבייטן? איך גיי שרייען דאס וויי געשריי פון כלל ישראל!!! און איר טיט ווי איר פארשטייט.

דערצו, זאגט ער אז ער האט גערעדט צו איינע פון די הויפט רבנים אין אגו"י, און יענער זאגט אים, - איך זעה יעצט דעם חוק הגיוס המתוקן "צום ערשטן מאל", און איך בין ערשיטערט פון וואס איך זעה דא, ממש איך האלט דאס נישט אויס, פרעגט אים דער פארשעי רבי ווילאנג ביסטו שוין דארט? זאגט ער אים אפאר יאר!!! פרעגט ער אים, וואס איז פשט אז מ'לאזט דורך אזעלכע געזעצן און מ'פרעגט אייך נישט??, ס'נישטא קיין מיטינגען צו מ'זאל מסכים זיין צו דעם צו נישט, יענער האט נישט געוויסט וואס צו זאגן, און יעצט אז דו זעסט שוין יא דער חורבן, האט ער אים געפרעגט, יעצט גייסטו שוין יא ארויסקומען זאגן ווי איך האלט?? האט אים יענער מסביר געווען אז ער קען נישט ווייל ער איז געבונדן צו זיין פארטיי.

אזוי אויך האט ער אליינ'ס מיטגעהאלטן אז ס'איז געווען א מיטינג ווי מ'האט ארויסגעלייגט 1200 פייל'ס פון באטרעפנדע וואס זענען ליידער אריינגעדרייט געווארן אין מיליטער, און אלע מיאוס'ע וועגן און טאקטיקן וואס די מדינה האט גענוצט זיי אריין צו שווערצן אין מיליטער, און דאס אזלת יד פון די מכלומרש'טע עוסקים בדבר זיי צו ראטעווען, און למעשה איז געבליבן אז זיי קענען אבער נישט ארויס קומען קעגן דעם און יענעם, צוליב פארשידענע פוילע תירוצים, און נאך פיל שווערערע קאפדרייעניש, און אויגן פארבלענדעניש.

און מ'טאר נישט פארגעסן, די מדינה רעדט אין די גאנצע וועלט בשם כל ישראל, דער גוי ווייסט נישט קיין חילוק צווישן קנאות ציונות אגודה מזרחי, אלעס איז ביי זיי איינ'ס, און אויב די מדינה האט דורך געפירט א געזעץ צו מתיר זיין דאס פארקויפן חמץ אין פסח (ווען מ'האט פארדעם אויך פארקויפט בשתיקה), מיינט דאס אז דער געזעץ איז נאר פאר איין ציל נגד ה' ותורתו, און ווען ס'איז געווען דער מצעד התועבה פאר 11 יאר צוריק, האט דער ניו יארק טיימ'ס געשריבן, אז מדינת ישראל איז די איינציגסטע לאנד אין גאנץ מיטל מזרח וואס לאזט אריין אזא שמוץ רח"ל ממש ערוות מצרים נאך ערגער ווי אין די גאנצע וועלט, און אין תל אביב איז שוין אויך געווען אזאנ'ס, און דעמאלט'ס האט מען זיך געגרייט דאס צו מאכן אין ירושלים עיה"ק, איז אויך א געוואלדיגע חילול ה', און מ'האט שוין דעמאלט'ס געדארפט ארויסגיין מאכן א וויי געשריי, (ער האט אריינגעווארפן, אז ער האט זיך דעמאלט'ס אריין געלייגט אין הלכות קידוש ה' און חילול ה', און געזאגט אז חילול ה' און קידוש ה' איז מער קעגן אידן ווי קעגן דעם גוי, ער האט דאס מסביר געווען, אבער איך גיי נישט יעצט מאריך זיין אין דעם).

און דעריבער יעצט אז ס'נעמט זיך צוזאם א ציבור אידן ארויסצושרייען דאס וויי געשריי קעגן די מדינה, דארף יעדער ירא שמים זיך דארט געפונען.



ס'איז א ווייטאג אז ס'איז געווארן אריין געמישט דערין א פאליטיק, וואס וואלט נישט געדארפט זיין, און ער פארשטייט אז ס'דא אידן וואס האלטן זיך אפ צוליב דעם, אבער ער האט שטארק אויפגעפאדערט זיין ציבור צו גיין מוחה זיין קעגן די מדינת השמד, און בפרט אז די אגודה זייט שרייט אויך נישט אז ס'איז נישטא קיין גזירה, דאס פארקויפט מען נאר פאר די גאס, אבער שטילערהייט האבן זיי אים דאך מודה געווען אז ס'איז יא דא א גזירה, און אז ס'איז א קאטאסטראפ"ע, איז דא א חוב קדוש זיך צו צושטעלן דערצו.

ער האט גראדע ארויסגעברענגט, אז דער טומל ארום דער כינוס האט שוין אויך אסאך אויפגעטון, און וויפיל מ'זעהט ווי ס'רודערט א וועלט, פארשטייט מען נאר ווי וויכטיג דאס איז.

צום שלוס האט ער צוגעלייגט א מעשה, וואס ער האט אליינ'ס גערעדט מיט דעם פארשוין וואס זיצט אין מיליטער (ער האט גערעדט צו אפאר וואס זענען דארט, - אויב פארציילט למשל וועגן פסח, אז א סאלדאט וועמען מ'האט צוגעזאגט אז ער וועט קענען פירן אלעס על דרך התורה, האט געוואלט פירן א סדר, האט מען אים נישט געלאזט, און ווען ער האט זיך שוין ענדליך אליין מסדר געווען עפעס מצות, און געוואלט פירן א שטיקל סדר נאכן פארפירן אז מ'מוז אים צושטעלן דאס וואס מ'האט זיך פארפליכטעט פאר אים, האט מען אים געלאזט זיצן, אבער נישט געלאזט זאגן קיין הגדה וכו' וכו', ער איז אריין אין פרטים, אבער איך קען שוין נישט זייער מאריך זיין, ער האט אויסגעפירט, אז פאר די וועלט ווייזט מען בילדער ווי מ'פירט שיינע סדרים אין מיליטער, אבער דאס איז נאר פאר די פיקטשעס, אבער למעשה לאזן זיי נישט צו קיין שום פרומקייט דארט).

עכ"פ פארציילט אים יענער איד, אז ער דאוונט אין די שטיבלאך אין ירושלים, און יעדן טאג איז צוגעקומען צו אים א איד (ער האט געזאגט א נאמען פון א חסידות, און ער קען דעם איד), און אים פארדרייט א קאפ, ער זאל זיך שטעלן אין מיליטער, דער איד האט געזאגט פאר דעם פארשעי רבי אז ער האט אסאך מאל נישט געהאט קיין ברויט צו לייגן אויפן טיש פאר זיינע קינדער, און יענער פארשוין האט אים פארשפראכן אז ער קען ארבעטן אין צה"ל פאר פרנסה, ער וועט גארנישט דארפן טון, מ'וועט אים געבן עפעס א קלייניקייט צו טון, און ער וועט ווערן שיין באצאלט, און קענען שפייזן זיינע קינדער, נאך א לענגערע צייט איז ער אריין מיט אים אין א דין ודברים, וואס איך אין צבא, מ'וועט מיר דארט אפ'שמד'ן, האט אים דער פארשוין געזאגט, זארג דיך נישט, מ'וועט דיר מאכן פאר א משגיח כשרות, עכ"פ נאך א לענגערע צייט האט ער זיך געלאזט איינרעדן, און ער האט זיך געשטעלט, ווען יענער פארשוין איז אים מסדר צו זיין א משגיח כשרות, - דער איד האט נישט געכאפט, אבער פארשעי רבי האט אים געפרעגט, - ווי אזוי האט יענער פארשוין (וואס קוקט אויס ווי סתם עפעס א חסיד'ישע איד'ל) געקענט מסדר זיין פאר דיר אין די צבא, ווי אזוי האט ער א ווארט דארט ?, אבער דער איד האט נישט געוויסט צו ענטפערן.

עכ"פ דערציילט ער ווייטער, אז דארט איז דא כשרות אזוי ווי אין צפון קארי"א איז דא פריישאפט, ממש מ'מישט בשר בחלב, טריפות לרחצה, ער האט אנגעהויבן פארפירן, האט מען אים געסטראשעט אלעס וואס דרויעט אויף אים אויב ער וועט מאכן א טומל, איז ער געגאנגען צו יענער פארשוין וואס האט אים אריין געדרייט, זאגט אים יענער וואס ווילסטו?, האסט פרנסה, מאך טאקע א שווייג.

דער פארשעי'ער רבי שליט"א האט אויסגעפירט, ער האט אליינ'ס געפרעגט יענער פארשוין, ווי אזוי ער האט געקענט מסדר זיין אין צבא מ'זאל יענעם צושטעלן דעם פאזיציע, און יענער האט געדרייט מיט די צינג, נאר ארויסגעברענגט דאס חסד וואס ער האט אויפגעטון, אז צוליב אים האבן יונגע קינדער וואס צו עסן, וכו', אבער למעשה האט דער פארשעי רבי שפעטער געטראפן אין דעם ביכעלע ווי ס'דא די בילדער פון די אלע ציידים (פאנגער"ס), יענעמ'ס בילד, און אלעס איז שוין געווען פארענטפערט.

עכ"פ משה איך האב שוין צופיל מאריך געווען, איך האף אז די נקודות זענען דיר גענוג קלאר,

גראדע נאך מ"מ האט זיך דארטן פארקויפט טיקעט'ס צום כינוס אינגרויסן.

זיי געבענטשט א גוטע וואך.

גאנצל » זונטאג יוני 11, 2017 2:04 pm

· #374155
ער ווייטיגט שטארק אז מ'האט געשפילט פאליטיק ביים ארגענעזירן דעם כנוס און מיט דעם איז ער הייליג גערעכט מיט די איבריגע זאכן אויך אבער דאס איז עולה על כלנה

איסר האטלקי » זונטאג יוני 11, 2017 2:25 pm

· #374157
גאנצל
ער ווייטיגט שטארק אז מ'האט געשפילט פאליטיק ביים ארגענעזירן דעם כנוס און מיט דעם איז ער הייליג גערעכט מיט די איבריגע זאכן אויך אבער דאס איז עולה על כלנה

און ווער איז געווען דער וואס האט געשפילט דאס מערסטע פאליטיק אויף וואס ער ווייטאגט אזוי שטארק? די ארגעניזירער וואס האבן עס ארגאניזירט אדער די פאליטיקאנטן וואס ווילן נישט גיין צוליב פאליטיק?

גאנצל » זונטאג יוני 11, 2017 2:31 pm

· #374159
קודם כל למאי נפק"מ לאמיר זאגן אויף ביידע

און נאכדעם


ווער האט דא געשפילט פאליטיק נאר די ארגענעזירער ?

berlbalaguleh » זונטאג יוני 11, 2017 2:39 pm

· #374160
פיינע קאווע: איך וויל נישט מצטט זיין שלא לצורך. נאר ממש לצורך גדול. און דיין תגובה איז א ביסל צו לאנג. און ס'איז א שאד צו פארשווענדן אזויפיהל פאפיר און טינט (איך בין נאך א פארצייטישער איד.) און מעגאבייטס איבער'צוחזר'ן דברים פשוטים...! נאר לויט ווי איך זעה האסטו נישט ריכטיג פארשטאנען מיין תגובה. איך האב דאך מדגיש געווען אז כ"ק מהר"א שליט"א אפילו ווען ער זאגט אפ זיך צו באטייליגן ביי א כינוס אדער מעמד מכח איזו סיבה וטעם שהוא, וועט ער נישט אפזאגן מיט בזיונות. נאר בדרך כבוד...! שלא כהדיוטות הקופצים בראש. (מעגן זיי גיין מיט לאנגע זשיפיצעס וואס קערן אויף די פאדלאגע. אדער מיט לאנגע וואנצעס וואס זענען מעכב די אכילה.) נאר ער וועט ענטפערן אויף דעם מענטשליכסטן אופן שהוא...! דאס זענען מיינע ווערטער. לא תוסיפו ולא תגרעו ממנו...!

cictim » זונטאג יוני 11, 2017 2:41 pm

· #374162
יעקב מענטש/יענקעל משה(אייוועלט)
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=88&t=33632&start=800">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... &start=800</a>

קלוגע יודל » זונטאג יוני 11, 2017 2:41 pm

· #374163
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
ווער קען ברענגען אן אפדעיט?
ווי האלט מען דארט?

גאנצל » זונטאג יוני 11, 2017 2:51 pm

· #374164
ס'האט זיך שוין אנגעהויבן 2 א זייגער ווען די שבת בעל'ס האבן געפיפען...........

געזען אין איי וועלט

berlbalaguleh » זונטאג יוני 11, 2017 2:51 pm

· #374165
איסר האטלקי
גאנצל
ער ווייטיגט שטארק אז מ'האט געשפילט פאליטיק ביים ארגענעזירן דעם כנוס און מיט דעם איז ער הייליג גערעכט מיט די איבריגע זאכן אויך אבער דאס איז עולה על כלנה

און ווער איז געווען דער וואס האט געשפילט דאס מערסטע פאליטיק אויף וואס ער ווייטאגט אזוי שטארק? די ארגעניזירער וואס האבן עס ארגאניזירט אדער די פאליטיקאנטן וואס ווילן נישט גיין צוליב פאליטיק?

איסר האיטלקי: שב ועל תעשה איז אייביג בעסער. ביי דעם איז נישט שייך פאליטיק. איך מוז דאך נישט מיטטאנצן לויט יענעם'ס פידלען. ווייל יענער האט עפעס אן אגענדא. ער איז פערזענליך געקומען צו די מסקנא אז דער יעצטיגער כינוס איז נישט נוגע בעצם כלל ישראל. ס'איז נישט מער ווי א פאליטישער שפיעל דורך געוויסע יחידים. מעגן זיי זיין ווי גרויס זיי זענען. אבער זיי האבן א געוויסן פאליטישן פונקט אדורכצופיהרן. און ער און זיין קהילה זענען נישט מחוייב זיך צו צושטעללן...! נישט אזוי ווי אין די טעג פון רבינו הדברי יואל זצוק"ל, ווען כלל ישראל איז ארויסגעגאנגען מוחה זיין אויף גיוס בנות אדער די געמישטע בריכה/סווימינג פול אין ירושלים עיה"ק. וואס דאס איז נוגע כלל ישראל. און די פרייע חברה וואלטן זיך אנדערש נישט געבראכן. נאר דורכ'ן דרוק וואס איז געקומען פון די אידן אין אמעריקע. משא"כ דא ביי דעם חוק הגיוס איז דא פארשידענע אנדערע נארמאלע און לעגאלע וועגן זיך אן עצה צו געבן. און די ק"ק וועלכע שטייען אונטער די מרות פון כ"ק מהר"א שליט"א און אנדערע נארמאלע מענטשן ארבעטן צוזאם מיט די חברה יעוץ ועזרה. מיט לאיערס. און מ'גייט אויף לעגאלע אופנים. נישט מיט איבערקערן דאס לאנד דורך א פאר תינוקות שנשבו. צוהיצטע בחורים וועלכע ווערן געפיהרט דורך (אנטשולדיגטס) א צודרייטן מנהיג. א תמהוני. וועלכער מאכט משוגע דאס גאנצע יהדות החרדית אין ארץ ישראל...!

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 11, 2017 3:32 pm

· #374169
cictim
יעקב מענטש/יענקעל משה(אייוועלט)
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=88&t=33632&start=800">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... &start=800</a>

פארוואס לאזט מען מיר קיינמאל נישט אריין דארט?

מיר'ער בחור » זונטאג יוני 11, 2017 3:47 pm

· #374170
איז דא ערגעץ ווי מ'קען עס מיטהאלטן live אויף די געוועב?

יהודי פשוט » זונטאג יוני 11, 2017 3:48 pm

· #374171
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
ליטוואק פון בודאפעסט
מ'האט שוין מחליט געווען וויפיהל מענטשען זענען געווען?

יא די ארונים ווייסן שוין אז ס׳געוועהן אפאר הונדערט מענטשן

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 11, 2017 3:48 pm

· #374173
די ווערטער "התאחדות הרבנים" איז אפעציעל אראפ פון די געלע לאטע

cictim » זונטאג יוני 11, 2017 3:49 pm

· #374174
<a class="postlink" href="https://livestream.com/accounts/9067258/events/7498072/player">https://livestream.com/accounts/9067258 ... 072/player</a>
יעצט אנגעפאנגען

גאנצל » זונטאג יוני 11, 2017 3:49 pm

· #374175
די אויבן אן איד אויפ'ן פעלד אונטן

ביי כינוס כלל ישראל איז אויך אזוי געווען ?

גאנצל » זונטאג יוני 11, 2017 4:13 pm

· #374190
נאך צוגעקומען עפעס לעצט מינוטיגע חתימות ?

כפתור » זונטאג יוני 11, 2017 4:19 pm

· #374195
איך פיל עפעס מחוץ למחנה.
די גאנצע מערכה אינטערעסירט מיך נישט כהי זה. סי דערמאנט מיך עפעס פון חדר ווען מ'איז אריינגעקומען נאך לאנטש, און אלע קינדער האבן נאך געהאלטן אינמיטען זיך טעהנ'ן אויף די העכסטע טענער ווער האט 'ג'טאפט' וועמען און ווער איז גערעכט.
סך הכל די איינציגסטע זאך וואס גייט בלייבן דערפון איז די וואטסעפפ גרופעס און די נעקסטע פאר טעג אז מ'גייט זיך טעהנ'ן וויפיל און ווער, און ס'גייט פליען פיקטשער און ווידעאס אהין און אהער. גארנישט גייט זיך טוישן און צבא.

#שוישפיל

החוקר » זונטאג יוני 11, 2017 4:25 pm

· #374197
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
📎 download_20170611_162446.jpg📎 download_20170611_162441.jpg

בן אדם » זונטאג יוני 11, 2017 4:37 pm

· #374207
ס'איז ליידיג... הא? נעקסטע יאר וועט מען שוין מאכן די כינוס אין ראדני!

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 11, 2017 4:47 pm

· #374221
'מערצעשעם, דער אויבישטער וועט העלפען און מ'עט אונז שיקען נאך א גזירה, און אז ער שיקט נישט וועט מען עפעס אויפמאכען, און יענער מאסען פארזאמלונג וועט פאסירען אין די אונטערשטע צימער אין שומרי שבת אין ב.פ. און אינדערזייט וועט מען דאווענען מנחה מעריב

גאלד » זונטאג יוני 11, 2017 4:49 pm

· #374225
שלום עליכם רבותי,

לאמיך דא מסביר זיין פונקלטיך וואס דא גייט פאר, בקצה המזלג

1. ראשית כל, ליידער גייט ארום א שרעקליע הסתה וואס מקורם איז ליידער פון חרדים און אר"י, ספעציפיש די וואס האבן נציגים אינעם איזראעלי פארלאמענט, וואס פארפירן אז עס עקזיסטירט שוין נישט קיין גזירות גיוס, און דער סטאטוס איז צוריקגעשטעלט כבתחלה און מ'זוכט סתם צו מאכן מהומות על לא דבר.

2. רבותי! דאס איז שקר ווי ע"ז! איך בעהט יעדן צו זיך נעמען אפאר מינוטן און אפליינען דעם מכתב קודש פון הרה"ג ר' אהרן שעכטער שליט"א ר"י ר"ח ברלין, ר' אהרן שרייבט ער האט זיך אריינגעלאזט אין דעם ענין לאורכה ולרחבה ער האט קלארע עדות'שאפט און דאקומענטן וואס צייגן קלארע אז די מדינה האט א גאר רעפונירטע פינסטערע קאמפיין צו אריינכאפן וואס מער פרומע אידן אין מיליטער אויף א מער רעפונירטע אופן ווי בעפאר.

3. די רעגירונג האט אנגענומען עמלק'ס מהלך פון "ויזנב בל כל הנחשלים אחריך", דאס איז נישט קיין סאטמארע רעטאריק, ס'איז ממש דאס. עס זענען דא רבבות אידן יראים ושלימים תממים באמנותם, ציזייעט און צישפרייט בארצינו הקדושה און קליינע שטעטלעך אדער סאבערבס, וואס געהערן נישט צו קיין חסידות'ן וואס געהערן נישט צו קיין גרויסע קהלות, אשר אין להם גואל, צו זאל דאס זיין ספרדישע, צו ארימע אומעגראנטן, צו סתם וואוילע אידישע קינדער וואס האבן קיין קאנעקשנס, אט די אידען ציעלן די רשעים ארורים אויף א גאר רעפונירטע און סיסטאמעישע אופן.

4. ווען איר זעהט באריכטן אז מ'האט ארעסטירט עפעס א תו"א איד צוליב גיוס זאלט איר טאנצן פאר שמחה ווייל די אידן וועלן זיין אקעי, וויינען דארף מען פאר די טייערע נשמות וואס זענען נישט אין תפיסה נאר גייען כצאן לטבח אין דעם טמנ'ע צהל פשוט ווייל זיי האבן נישט די השגות, זיי האבן נישט די סופארט, זיי האבן די מוט צו זיך שלאגן מיט א רעגירונג.

5. און ווער איז שולדיג דערין? ליידער אך ורק די פרומע פאלעטישענס און די כנסת. נישט ווייל זיי זענען שטיל און פראטעסטירן נישט, אויב בלויז צוליב דעם החרשתי. נאר זיי זענען גאר די שותפים דערין זיי האבן געמאכט א דיעל מיטן שטן אליין, צו פארשווייגן די מעשה נבלה תחת אז זיי באקומען זייער בינטעל געלט און אז זייערע בני הישיבות זאל מען נישט טשעפען אויפן מאמענט.

6. דאס איז די יסוד וואס ליגט באגראבן אונטער די הסתה אז היות די פאלעטישנס האבן דאך למעשה אויסגעפויעלט צו אפשטעלן די גזירה קעגן זייערע בני ישיבות מיינט דאך דאס אז אמער, "טראסט אונז! אונז טוה מיר אויף" דערווייל במציאות איז דאס בלויז א תחבולה, די רעגירונג האט נאך אלס א געזעץ כהיום יום אז מ'מוז דרעפטן א געוויסע מספר חרדים (קוואט"ע) אינעם מיליטער כדי זיי צו אריינשמעלצן און זאלן קאנטריביוטן צו די אלגעמיינע סאסייעטי, רח"ל הי' לא תהי',

7. יעצט העמיר גיין א שטאפל ווייטער. מאז גזירת גיוס בני הישיבות איז נגזר געווארן האט עס ארויסגעברענגט א ווייגעשריי פון א ברייטערע חלק מאחינו בנ"י נישט נאר קנאישע סאטמרע פראקציעס. דאס איז אזאך וואס יעדערער זעהט. יעדער בר שכל פארשטייט אז דאס דארף זיין א געוואונטשענע זאך און באטראכט ווערן ווי א אפארטוניטי פאר די מחנה הקנאים, וואס מ'טאר חלילה נישט פארפאטשקענען.

8. ליידער אבער קפץ עליו רגזו של שטיינימאן. דאס איז עפעס אמין מעשה שטן ממש לא יאומן כי יסופר. ס'איז ממש צום שטוינען וואס דא גייט פאר. ס'פארן ארום צידרייטע בילבולים ושמעות שוא ושקר אשר אין להם שום שחר בעולם. אז נישט מער אין נישט ווייניגער רב שטיינימאן איז גאר דער שורש הצרה הזאת עד כדי כך אז דער עוורעדש סאטמארע איד גלייבט ערענסט אז רב שטיינימאן אז גאר דער מייסד פון נחל חרדי. און די גאנצע גרימצארן גיעסט מען אויס אויף דעם אלטן תלמיד חכם.

9. רב שטיינמאן האט שוין משמיע געווען חוות דעתו כמה פעמים "בכתב ובעל פה" זיין אומצווייזייטיגער התנגדות צו די גיוס צו די צה"ל וכדומה, אין איין פאל האט ער געזאגט אז שבת זכור ביי מחיית עמלק זאל מען אינזין האבן די רשעי עמינו, נאר היות רב שטיינימאן האט נישט קיין פארטיי קיין פארשטייער און די כנסת קיין ישיבה קיין בחורים, ער איז זייער איזולירט ארום זיינע גבאים, קען מען גרינג אנלייגן אויף איהם וואס ס'לאזט זיך.

10. אינה"נ ער איז נישט קיין סאטמארער, ער איז זיך נישט נוהג 100% בשיטת סאטמאר, אבער רבוש"ע! וואס ווילסטו פונקט פון איהם? אזוי זענען אלע אגודה רבנים. וואס האט מען זיך עפעס ארויפגעווארפן פונקט אויף איהם ווי א חי' טורפות. איך האב נישט קיין שום הסבר אויף דעם נאר אז ס'מעשה שטן צו אנווירטשאפן א ריס בין מחנה החרדים צו מחליש זיין דער כח עדת היראים. אז איינער האט א אנדערע הסבר בין איך גרייט צו הערן.

11. יעצט לענינינו. לאור כל הנ"ל האבן רבנים ומנהיגים אין ניו יארק מכל החוגים איינגעזעהן אז עס פארלאנגט זיך קריטיש א אקציע. נישט די פשט אז די ליטווישע האבן מסכים מיט צו גיין, זיי האבן עס גאר "פארלאנגט".

12. אויב זאל מען מאחד זיין יעדן פרומע איד וואס איז נגד הגיוס תחת קורת גג אחד וואלט 3 בארקליעס נישט גענוג געווען. איך בין לגמרי נישט מגזם, צו עס לייגן אביסל אין פרעספעקטיוו, דער סיום הש"ס ווי א סאטמארער איד איז לא יזכר ולא יפקד, איז געווען אין מעטלייף סטעדיום נעמט אריין פונקטליך 82 טויזנט מענטשן, דער אינטערנעט אסיפה אין סיטיפיעלד נעמט 42 טויזנט + די דערנעבדיגע ארטור עש סטעדיום 23 טויזנט, ס"ה 65 טויזנט. לעומת זה די בארקליעס נעמט אריין נישט מער ווי קארגע 18 טויזנט זיצן! ועוד דער בארקליעס איז ווי עגול רינדיג ווי א ס', און פון די ס' האט מען געמאכט א ח', (די ציפערן קען מען זעהן אנליין אויף וויקיפידיע).

13. יעצט זייער וויכטיג: ווען מ'רעדט פון אנדערע קרייזן מיינט עס בעיקר איין קרייז: ה"ה די "בני הישיבות", אויך באקאנט אלס "ישיבישע מענטשן" אדער "ליטוואקס" אדער "מתנגדים". פארוואס? 1. זיי זענען א ציבור רב קע"ה כ"י, אלע ישיבישע אידן בכל רחבי מעטראפאלעטין זענען לכה"פ טאפעלט ווי ביידע סאטמארס אינאיינעם, בלי גוזמא כלל. און איך שאץ זיי זיכער אונטער. 2. די זענען די מערסטע קרוב צו שיטת סאטמאר לגבי קנאות, כידוע ואין לי געדולד להאריך בזה 3. די עצם מציאות אז א "קאלאפולער" ציבור איז מאוחד איז קריטיש וויכטיג לתועלת הענין, וויכטיגער ווי די מספר פון די מענטשן.

14. ממילא פארשטייט יעדער בר דעת כל מי שיש לו קצת מוח בקדקוד אז ס'ממש א עוון בל יכופר נישט צו בארבעטן די זאך אז די בני ישיבות זאלן זיין א חלק פון די זאך, מ'וויל דאך דא א תכלית הנרצה,

15. יעצט וואס האבן די ליטוואקעס פארלאנגט? 2 סימפל זאכן, איינס, אז מ'זאל מאכן גרויסע אסיפות פון אלע רבנים מכל המינים און אפי' אראפגיין פערזענליך צו די גרויסע רבנישע פערזענליכקייטן און זיי פארלייגן מיט קליפ און קלארע באווייזן וואס עס טוט זיך איבער די גיוס אזוי זיי זאלן וויסן דעם אמת הדבר, ווייל כהיום יום זענען נאך זייער אסאך אונטער די פאלשע אומפרעשן אז ס'נישטא קיין גיוס, מ'טשעפעט זיך אן אויף גראדע ווענט וכדומה,

16. נאך מער, די בני ישיבות האבן געזאגט אז זיי זענען גרייט אויב נאכן אויפווייזן די חומר הדבר וועלן זיך נאך אלס עקשנן געוויסע רבנים, וועלן זיי זיך נעמען צו יענע רע-בנים'ס ביינער און מאכן א מערכה קעגן זיי. איר הערט ווערטער?!!

17. צווייטענס האבן זיי פארלאנגט אז זיי ווילן א פולקאמער גאראנטי אז די עצרת וועט געפירט ווערן לפי רוחם, און דאס מיינט איין זאך, יא איר הערט גוט: "נישט פוגע זיין בכבודו של רב שטיינימאן, לא במישרים ולא בעקיפין"

18. יעצט די ליטוואקעס זענען נישט קיין בטלנים זיי האבן נישט געהאט קיין שום טראסט צו גלייבן באמונה שלימה אז די סאטמארע וועלן זיי פאלגן, ממילא האבן זיי נאר געוואלט אז זיי זאלן אויך זיין אין טשארדש און אויך פירן די אגענדע פונעם עצרת, עכ"פ מיט א גלייכע שיתפות

19. די 2 פארשטענדליכע פארלאנגען איז נישט מעגליך געווען ע"פ דרך הטבע צו נאכקומען אין איין וואך, מ'דארף רופן רבנים, מיט אסיפות וכדומה. און להוי ידוע די פאלי סקווער עצרת איז אויך געווען נאך חדשים פון פארהאנדלונגען ביז עס ארויסגעקומען א דבר השוה,

20. יעצט דא קומט אריין די סאטמארע חאזעריי, וואס קאכט אין זיעט שוין ב"ה פאר 17 יאר קע"ה כולם שוים לטובה , באקל יור סיט בעלט! אמער היות דער באנדיט ר' אהרן טייטלבוים איז גאר געווען דער וואס האט פארלאנגט אז לתועלת הענין זאל מען אפשטופן די אסיפה, אה! דאס איז שוין עק וועלט, גזירות גיוס מהיכי תיתי, אבער אהרן טייטלבוים זאלן פירן די אגענדע פון כלל ישראל קעגן ר' זלמן לייב'ן?? נא נא, דאס טאר מען בשום אין פנים ואופן צילאזן, וויפיל מ'האט זיך געבעטן בתחנונים ביי אנשי רז"ל זיי זאלן אפשטיפן די זאך איז אלעס געפאלן אויף טויבע אויערן, אן קיין שום ראשינאלער סיבה, אדרבא צו האבן געלייגט פרעשור אויף די ליטוואקעס, ביז ממש דארנשטאג נאכט איז נאך געווען קאמיונקאציעס צווישן די מארגני העצרת און געוויסע ראשי הישיבות, און ווארשיינליך לא עלתה בידם און קיין איינע פון די ראשי ישיבות גייען נישט און זיי שיקן נישט זייערע תלמידים,

21. ביני לביני האבן פרישע מאכערס ארויסגעשפראצט, מיט עפעס א #LetMyPeopleGo קאמפיין און עס פארוואנדלט אין א פאליס ברוטעליטי אישו. קיינער ווייסט ווערט די עלעמענטן זענען, #וואספאראלדאסגוטיאר איז דאס? איך זאג נישט, אוואדי איז געפערליך אז פאליציי שלאגן אידן, אבער ווער האט דיך געבעטן, ס'עפעס משמע אז אלמלי פאליציי שלאגן נישט זעמיר צופרידן מיט די גיוס, מ'פרוביר מיר דאך צו ארויסברענגן די גיוס נקודה ווער בעהט דיך צו פארוואסערן מיט אנדערע זאכן

22. די זאליס זענען נישט געזיצן פארלייגט מען איז ארןמגעלאפן צו אלע חסידישע רבי'לעך, פאר קיינעם האט מען אוואדי נישט געזאגט קיין מוק אז ס'דא א צד צו אפשטיפן, דאס גאנצע וואס מ'האט זיי געזאגט אז ס'דא א גזירת גיוס און ממאכט א פראטעסט. שארט סטאפ... נו וואדע זענען זיי מסכים, למה לא? יעדער בענדאון וואס האט אינדארסירט די עצרת איז געווארן כמוצא שלל רב

23. עניוועי מיטוואך נאכמיטאג איז דער עצרת שוין לאנג נישט געווען איבער א גזירות גיוס, ווי וואס ווען, ס'פארוואנדלט געווארן אין א כ"א כסלו אין מיטן זומער, לא עלינו, דער תכלית ומטרה איז געווארן לפאר לרומם להדר לנצח לברך לעלה ולקלה כבוד ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א, צו ווייזן כל העולם כולו, נאך 17 יאר זיך גראדשענען אז ר' זלמן לייב האט אסאך פאוער,

24. ווי זאגט נאר אונזער פרעזידענט ירום הודו. SAD

cictim » זונטאג יוני 11, 2017 4:52 pm

· #374228
ווי זאגט נאר אונזער פרעזידענט ירום הודו. FAKE NEWS

פארוואס דרש'נט מען בנוסח הספד?

ליפא » זונטאג יוני 11, 2017 5:23 pm

· #374267
📎 Screenshot_20170611-172215.jpg

ליפא » זונטאג יוני 11, 2017 5:24 pm

· #374269
5:05 איז געווען באלד 14 טויזענט טיקעטס געסקענט

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 11, 2017 5:25 pm

· #374271
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
מר גאלד - איהר פארדרייט היסטאריא. ס׳איז נישט געווען קיין איין טאג אין די געשיכטע פון מדינת ישראל ווי מ׳האט געקענט נישט גייען אין מיליטער בלויז צוליעב דאס זיין א חרדי. יעדער מוז גייען, כחרדים כמזרחניקעס וציונים גם יחד. גדולי ישראל האבען נאכאנאנד געקעמפט אז מ׳זאל פטר׳ן בני הישיבות. יא, ווי דו הערסט. אז דער וואס וויל לערנען תורה זאל מעגען, צו א ציוניסט צו א חרדי. אזוי איז אלץ געווען און פאר דעם, און בעיקר פאר דעם, האבען אלע גדולי ישראל וואס זענען געווען נאנט צום ענין געפאדערט און געשטורעמט אז מ׳טאר נישט זיצען אין דער זייט, מ׳מוז באקעמפען דער גזירת גיוס, און טאקע באקעמפען הונדרעט פערצענט. וואס מיינט הונדרעט פערצענט? אין די אופן וואס האט די בעסטע אויסזיכטען צו געלונגען. הפגנות אין אמריקה, קובצי הסברה, אויסרופען די ׳ווייגעשריי׳, און אלע אנדערע קינדערישע לאזונגען האבען קיין גזירה נישט אפגעווארפען. נאר אין אופן וואס קען העלפען, דאס הייסט חנופה, פאליטיק און מאכען א שווייג. דער חזו"א פלעגט זאגען "דער פטור בני הישיבות איז א זאך וואס מ׳טאר נישט רעדען דערפון".

נאר אזעלכע וואס פארשטייען נישט דעת גדולי ישראל, זענען נישט נכנע צו תלמידי חכמים, און לעבען אן א טראפ אחריות, קענען ארויסגייען פאדערען א פטור פאר אלע חרדים. דאס טוט ריזיקירען די גאנצע זאך וואס מ׳האט אויפגעשטעלט בדם.

ווען מ׳האט געשטעלט א חק טל מיט א נחל חרדי, האבען די גדולי ישראל געקעמפט מיט די פרייער, נישט דורך נערישקייטען און תאוות הנצחון, נאר דורך וועגען וואס קענען העלפען. מ׳האט געמאכט א נחל חרדי פאר חרדים וואס לערנען נישט, זייער פיין. אבער דער עיקר, די בני הישיבות, האט מען געראטעוועט.

שפעטער ביים אראפווארפען פון חק טל, האבען זיי געמאכט נייע געזעצען, און נאכאמאל האט מען געקעמפט. מ׳האט געבעטען ביים ציבור ׳גיב נישט אויף אייער רעכטען, לאז נישט די מחלוקת פארפיהרען אז מ׳זאל אונזער בחורים דערלייגען׳. אבער די תאוות הנצחון האט געבוזשעוועט און מ׳האט דערלייגט א זיץ.

די מצב כהיום איז, אין א געוויסע זינען, בעסער ווי פאר חק טל, און אין א געוויסע זינען, ערגער. די דיחוי פאר אן אלגעמיינע בן ישיבה איז פיהל לייכטער, טאמער ער לערנט טאקע און ער האט שכל, פאסירט גארנישט. ער גייט מיט די גאנצע ישיבה זיינער זיל צו שטעלען אין אן אפיס ווי ס׳איז נישט דא קיין ווייבער. מ׳האט אויך לייכטער געמאכט דאס באקומען א פטור (דעריבער זענען באלד 5000 אראפ פון די רשימה פון בני הישיבה, ווייל 4000 פון זיי האבען באקומען א פטור) ביי די 24 קען מען שוין באקומען א פטור. ווידער אבער, האבען זיי זיך פארשטערקט קעגען די קונץ מאכערס. גדולי ישראל האבען געווארענט אז מ׳זאל זיך נישט באנוצען מיט׳ן דיחוי בני הישיבות פאר אזעלכע וואס לערנען נישט, ואת אשר יגרנו בא. די מדינה אנשטאלטען האלטען שטארק קאפ און אויג, און איינער וואס קומט אריין נישט ווי א געהעריגע ישיבה בחור איז טאקע אין געפאר. איינער וואס האט א פעיסבוק קאנטע, ווי ער רעדט ארום זיין ארבעט ערפארונג, ווערט געכאפט. דער לעזונג דערצו איז טאקע, אז מ׳זאל אויסלערנען ראש ישיבות און בחורים וויאזוי זיך צו פיהרען ביים לשכת הגיוס, וויאזוי צו רעדען און וויאזוי צו גייען אנגעטוהן. און אויך נישט געבען א מעמד בן ישיבה פאר איינער וואס לערנט נישט אין ישיבה געהעריג.

הפגנות אין אמריקה זענען נאנסענס, א שאד די צייט. די ליטווישע ציבור אין אמריקה וואלט קיינמאל נישט געגאנגען ווען די מנהיגים אין א"י, וואס פיהרען אן דער זאך, הייסען נישט. ס׳האט דאך נישט קיין פשט אז נאר פונדערווייטענס ווייסט מען וואס טוט זיך. לעיקוואוד מענטשען רעדען פון דעם ווי א ליצנות, און קיין אסיפה מיט ר׳ מלכיאל און זיין בערד וואלטען נישט געהאלפען

כלבאשבוע » זונטאג יוני 11, 2017 10:10 pm

· #374499
סארי גאלד, געווענליך רעדסטו צום זאך אבער דא מוטשעסטו און קוועטשסט סאיז אבער שוואכע הסברים, מהאט פשוט געבעטן אפצושטופן א וואך צוויי....... סארא נאנסענס

זאג פשוט, דיין רבי האט נישט ליב צו שפילן second fiddle און שוין, נאטינג ראנג, ער איז גענוג א גרויסע רבי און ער איז ענטייטלט צו זיינע אייגענע דיסיזשענס און ער קען זיך מאכן אייגענע אסיפות וויאזוי סשמעקט אים, נאר דריי נישט קיין קאפ מיט קינדערישע תירוצים

גרויסע מענטשעלע » זונטאג יוני 11, 2017 10:16 pm

· #374500
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
ליפא
5:05 איז געווען באלד 14 טויזענט טיקעטס געסקענט


דעי בילדער זענען פיינע פאטאשאפ

שמעון וואלף » זונטאג יוני 11, 2017 11:49 pm

· #374509
חיים'ס ישיבה
שבת פרשת נשא בין איך געווען אין וואדרידש ובתוך שיחה מיט הגאון המופלג מוואדרידש וועגן די כינוס האט ער געזאגט א שארפע אויסדריג "שקץ תשקצנו" שקץ ר"ת שטערן. קלאר. צימערמאן.
די 3 מאכן חרוב די דור


איך בין מסכים אז די קליקע מאכן א חורבן אבער פאר די וואס קענען וואדריזשע רב ווייסן אז דאס איז בכלל נישט זיין שפראך.
ובכלל איז ער זייער נזהר נישט צו אטאקירן קיינעם פערזענדליך און אודאי נישט ביים נאמען

שמעון וואלף » מאנטאג יוני 12, 2017 12:15 am

· #374511
למעשה איז יעדער ארויס א לוזער:
זלונים: זיי האבן נישט געקענט צאמברענגן אנדערע קרייזן
ארונים: מ'האט זיך אן עצה געגעבן אן זיי
אגודה/דגל: האבן באקומען קאפוויי און דארפן זיך מיטשן צו ספינען מיט זייער עולם מסביר צו זיין פארוואס ס'נישטא קיין גיוס
נטורי קרתא: ביים פראטעסט איז למעשה נישט געווען קיין התחברות לרשעים

שבת אחים » מאנטאג יוני 12, 2017 12:25 am

· #374512
מ׳דארף מאכן א וויי געשריי אז דא אין אמעריקא איז נישטא ווי צושיקן די קינדער און בחורים, א עוורידזש בחור אויב קומט ער נישט פון גאר א ״שיינע משפחה״ און דער טאטע האט נישט קיין געלט ווארפט מען דאך צו די הונט...! די זעלבע רבנים וואס שרייען אויף די טמנע ציונים אז נעמען נעבעך בחורים און שמדן זיי אפ טוהן דאך אקאורט די זעלבע זאך...

פון ווי איך ווייס? ווייל איך האב יעצט א פערצן יעריגע בחור וואס כוואלט געשאצט פאר עוורידזש און מ׳נעמט אים נישט אן אין קיין איינציגע מוסד, מיין עקס פלאגט זיך אים אריינצושרייבן אין א נארמאלע ישיבה און פארשטייט זיך קיינער גייט אים נישט אננעמען, מיין זוהן אליינס האט מיר געזאגט ״קיין איין נארמאלע ישיבה גייט מיך נישט אננעמען״!!!


ער איז נאך פרום דערווייל!

פירטס ענק ווייטער אויף אזוי! סאיז בעסער פאר מיר!

מיט די ציונים זענען זיי ביזי? סאיז א דיסטרעקשאן! זיי זענען די גרעסטע ״בלוט צאפערס״ און ״גזלנים״ די אנפירערס פון די ״נערישע כינוס״-
סתם ארויסגעווארפן געלט און געבן עטענטשאון פאר די רע-בנים וואס זענען ביזי מיט פראבלעמען פון ״בני ישיבות״ פינף טויזנט מייל אוועק פון זייערע פאלאצן בשעת זיי אליינס ווארפן זיך מיט זייערע אייגענע בחורים....

שמעון וואלף » מאנטאג יוני 12, 2017 12:55 am

· #374518
שבת אחים
מ׳דארף מאכן א וויי געשריי אז דא אין אמעריקא איז נישטא ווי צושיקן די קינדער און בחורים, א עוורידזש בחור אויב קומט ער נישט פון גאר א ״שיינע משפחה״ און דער טאטע האט נישט קיין געלט ווארפט מען דאך צו די הונט...! די זעלבע רבנים וואס שרייען אויף די טמנע ציונים אז נעמען נעבעך בחורים און שמדן זיי אפ טוהן דאך אקאורט די זעלבע זאך...

פון ווי איך ווייס? ווייל איך האב יעצט א פערצן יעריגע בחור וואס כוואלט געשאצט פאר עוורידזש און מ׳נעמט אים נישט אן אין קיין איינציגע מוסד, מיין עקס פלאגט זיך אים אריינצושרייבן אין א נארמאלע ישיבה און פארשטייט זיך קיינער גייט אים נישט אננעמען, מיין זוהן אליינס האט מיר געזאגט ״קיין איין נארמאלע ישיבה גייט מיך נישט אננעמען״!!!


ער איז נאך פרום דערווייל!

פירטס ענק ווייטער אויף אזוי! סאיז בעסער פאר מיר!

מיט די ציונים זענען זיי ביזי? סאיז א דיסטרעקשאן! זיי זענען די גרעסטע ״בלוט צאפערס״ און ״גזלנים״ די אנפירערס פון די ״נערישע כינוס״-
סתם ארויסגעווארפן געלט און געבן עטענטשאון פאר די רע-בנים וואס זענען ביזי מיט פראבלעמען פון ״בני ישיבות״ פינף טויזנט מייל אוועק פון זייערע פאלאצן בשעת זיי אליינס ווארפן זיך מיט זייערע אייגענע בחורים....


יא יא. דאס שרייט דאך וואדריזשע רב זז"ג. ס'איז אלץ גרינגער צו טרעפן עבירות ביי יענעם און אנווייזן וואס מ'דארף פאררעכטן מעבר לים בעת ווען ביי אונז ווארפט מען זיך ארום מיט אידישע נשמות.

שמעון וואלף » מאנטאג יוני 12, 2017 1:07 am

· #374522
נישט ריכטיג. דאס וואס דו האסט "עומד געווען" קומט פון אזעלכע וואס ווילן זאגן שלום עלי נפשי און מוחה זיין אויף יענעמ'ס עבירה און אלץ בעקינג פאר זייערע פארקרימטע שיטה זענען זיי תולי בוקי סרוקא אויפ'ן סאטמאר רב כאילו ער האט זיך אזוי געפירט. אמת, סאטמאר רב האט זיך אסאך אריינגעמישט אין ענינים וואס האט נישט געהאט מיט אים, אבער דאס איז געווען א טפל צו דאס וואס ער האט געטון פאר זיינע אייגענע מענטשן. אנגעהויבן מיט חינוך הבנים ובנות, כשרות, פרנסות, צניעות, שטעטל.

איש את רעהו » מאנטאג יוני 12, 2017 1:16 am

· #374527
@גאלד איר זענט זיך טועה, ווי ליטוואק שרייבט שוין וועט ביי די ליטווישע וכו' קיינמאל נישט אין אזא סיטועישאן געלונגען צו אהערשטעלן א מעין דמעין פין א מעמד סיום הש"ס איר קענט דערפון פארגעסן
דאס מאקסימום וואס ס'שייך צו ברענגן ביי זיי אויפמערקזאמקייט, און אז טייל פון זייערע רבנים האבן געקענט בפועל קומען אדער שיקן שטיצע בריוו/ שיקן בריוו קיין ארץ ישראל דאס איז ב"ה געשעהן,

פון די הויעכפונקטן ביים כינוס פון עטליכע טויזענט אידן ווי מען האט איבערגעשמועסט די שרעקליכע גזירה, איז בלי ספק געווען בעת ווען מרן הגאון מ'פשעווארסק איז ערשינען מלובש בבגדי שב"ק, טראץ די דרוק וואס מען האט פון דגה"ת געשיקט אין זיין ריכטונג בריוו, און די גערע המודיע חברה זענען אויך נישט געזעצן פארלייגט מיט די הענט בעת וואס זייער מנהיג איז נאנט צום גאון שליט"א, וברוך השם לא עלתה בידם אפצוהאלטן דעם גאון שליט"א פון קומען ארויסווייזען שטיצע פאר די וואס שטעלן זיך ארויס נגד הגזירה.

גאלד » מאנטאג יוני 12, 2017 1:44 am

· #374533
דער בריוו פון ר' אהרן וואס זענען קילורין לעינים
📎 IMG_20170611_100748.jpg

איש את רעהו » מאנטאג יוני 12, 2017 2:23 am

· #374536
נאך א גאר שטארקע געווינס פינעם נעכטיגן כינוס
📎 אגרת.png
📎 אגרת2.png

גאנצל » מאנטאג יוני 12, 2017 2:44 am

· #374537
קודם א יישר כח פאר מייסטער שריבער הרב גאלד זייער שיין אראפגעלייגט דעם ענין דבר דבור על אופניו

און צום סוף האסטו זייער שיין ארויסגעברענגט ווי די גאנצע זאך איז פארוואנדעלט געווארן צוריק איבער די אור אלטע מחלוקה פון סאטמאר

למעשה שטעלט זיך ארויס אז נאנט צו פיר פינף טויזנט טיקעטס זענען נישט פארקויפט געווארן

וויפיל יא איז א מחלוקה די גרעסטע נומער וואס מ'געט ארויס איז צווישן 14 און 15 טויזענט טיקעטס

צווישן זיי בחורים און יונגלעך ווי איך האב דאס געזען לייוו אויפ'ן אפיציעלן 'מראות קודש' פונעם כינוס הרבבות

דאס מיינט אז מערסטענס האט מען צוזאםגעקלאפט עטוואס מער פון א רבבה פון בעלי בתים -קומט אויס בערך א פערטל פון וואס מ'האט צוזאםגענומען א' חקת- און דאס איז שוין נאך אלע פארפירינישען מיט אלע דרוקערי אויף אלע רבנים און בעיקר נאכדעים וואס עס איז פארוואנדעלט געווארן אין די סאטמארע חאזעריי און ווען ס'קומט קעגן אאאאאאאררררררןןן איז דאך שוין ארגער ווי שטיינמאן

למעשה וואס מ'האט געוואלט מיט דעם כנוס ווייסט נאך קיינער צוזאםגענומען א עולם און געהאלטן שיינע דרשות פארדעם האט מען געברויכט ארויסשלעפן דעם עולם צו א סטעדיום ר' הלל וויינבערגער מיט ר' אנשיל אשכנזי קענען עפעס נישט רעדן אין א געהעריגע גרויסע זאל

ווי עס זעיט אויס איז געווען זייער א שיינע געלונגענע מעמד

תמים » מאנטאג יוני 12, 2017 3:20 am

· #374543
גאנצעלע אנטשולדיקט מיר זייער, אבער דו ביזט זייער מיסאינפארמירט מיט נומערן.. די בארקלי מיט 14 טויזענט, איז נישט קיין פערטל פון א' חוקת, ווי לויט די פאליציי האבן זיך באטייליגט איבער 100 טויזענט אידן, ווי באריכטעט דעמאלטס אין דער בלאט, ס'איז קרוב צי א זיבעטל..

די געווינס פון די נאכט גייט פאר די ארוינים וואס מ'זעהט יעצט קלאר למפרע אז די איבריגע 84 טויזענט געהערט קלאר פאר זיי!

גאנצל » מאנטאג יוני 12, 2017 3:33 am

· #374545
100000 איז א גוזמאותדיגע צייטונג געשרייבעכץ אבער נאנט צו א דרייסיגער איז געווען דארט

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 12, 2017 4:04 am

· #374548
גאנצל: און אז א קיבוץ אידן בליעה"ר האט געהאט כשר'ע ענטערטעינמענט. פיין פארברענגט אין אן עיר קאנדישאנ'ד סטאדיום מיט פרעטצלס און סאודע. און נאכדערצו געהערט דרשות פון די חכמי וגדולי ישראל אשטייגער ווי ר' הילל וויינבערגער און הרב ראב"י שליט"א אין לשון הקודש בהברה האשכנזית/הונגרית...! וואס איז שלעכט מיט דעם. איך פארגין זיי עס מיט'ן גאנצן הארץ...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 12, 2017 4:41 am

· #374551
[ציטאט אראפגענומען]

לדאבונינו, ווייס איך נישט צו דו מיינסט עס ערנסט צו בבדיחותא.
דאס איז דען מעגליך? ביסט א גר צדק? האסט געהערט פון א שקאצעריי, א נידריגע פאסקודנאציע פון פטר׳ן די אייגענע פראבלעמען דורך זיך זיין פארנומען מיט יענעמ׳ס, אבער ווען מ׳איז מתבונן אז א צווייטע האט עס שוין געטוהן אין היסטוריא, איז אלץ פארענטפערט און וואויל?! מ׳האט קיין שום ווירדעס נישט, גארנישט. א מעשה פון א רבי זכרוינעלברוכע און שוין נישט דא קיין מענטשליכקייט, קיין וואוילקייט, קיין גלאטקייט, קיין אחריות, קיין אמת, גארנישט!

גאלד » מאנטאג יוני 12, 2017 8:47 am

· #374560
כזעה מאיז דא מער אונטערסירט צו דיסקאסן מיינע לעצטע פונקטן איבער די סאטמאר פאליטיק חלק.
which proves my point
בכלל כ'דריי זיך ארום אין סאשעל מידיע, די וואטסעפפ און טעלעגרעם גרופס אלעס דרייט זיך איבער איין זאך אהרן וזל קיין מוק איבער די גיוס, קיין שום מידיע לינק וכדומה,
which again proves my point

איך בין נישטא צו קומען מיט "תירוצים" איך בין דא צו פארציילן דברים כהוויתן, אז איינער האט קשיות, איז עס א קשיא אויף א מעשה
און אויב זענט איר זיך מחולק זענט איר מכובד צו פארציילן אייער ווערסיע און זאל יעדער גלייבן וועם מוויל
כגיי מיך לגמרי נישט איינבעטן מיך צו גלייבן

אגב אויב איינער איז נייגעריק אין פונקטליכע ציפערן דער פלאץ ענהאלט בערך 18,000 פלעצער און מהאט נאר צוגעגרייט בערך
14,000 אין די בעק פון די סטעידש האט מען אפגעשפארט אסאך זיצן.
דאס ווייס איך פון א מקור. נישט קיין השערות. און כעל לגמרי נישט ברוגז זיין אז איינער העט עס נישט מקבל זיין.

סאדאם חוסעין » מאנטאג יוני 12, 2017 10:42 am

· #374573
א אי מעיל וואס איינער האט מיר אריין געשיקט

א תערובות פון גזירות
און א גזירה פון תערובות...

דער חילוק פון "גזירת גיוס" און "גזירת הסתגלות" - דער שענדליכער פארראט פון די אגודי'סטישע פארטייען אין מדינת ישראל - הונדערטער בחורים און יונגעלייט שומרי תומ"צ פאלן קרבנות רח"ל - וואס איז די עכטע לאנג טערמיניגע לעזונג צו "גיוס בני הישיבות"? - דאס שענדליכע תערובות פון פאליטישע אינטערעסן אין די איצטיגע מלחמה קעגן די איצטיגע און צוקונפטיגע גזירות, און די גרויזאמע לאנג-טערמיניגע חורבנות פונעם א.ג. 'כינוס ההצלה'

ס'איז באקאנט דאס ווארט פון הייליגן קאצקער זי"ע אויפ'ן פסוק "צדק צדק תרדוף", אז אויך דעם צדק דארף מען נאכלויפן מיט צדק, און נישט נוצן שקר נאכצולויפן דעם צדק. און ס'איז ידוע אז דאס איז אלעמאל געווען נר לרגלם פון רבוה"ק זי"ע לדורותיהם, אויך ווען מ'איז געווען געצווינגען צו פירן מערכות אלקים חיים האט מען אלעמאל זיכער געמאכט אז דאס זאל זיין געבויט אויף געזונטע און אויסגעהאלטענע יסודות, סיי מצד התורה און סיי מצד המציאות, והדברים עתיקין.

למעשה דער ווינט אין די גאס אין די לעצטע האלבע יאר איז אין דירעקטן קעגנזאץ צו דעם פאקט. די אלארמען וועלכע ווערן געפיטערט און געמוטיגט מהכא ומהתם שרייען איבער שרעקליכע גזירות. מ'פארדרייט דעם מציאות און מ'נעמט עפעס וואס איז באמת א געוואלדיגער פראבלעם (זע באלד) און מ'מאכט דערפון א "גזירת הגיוס" און "גזירת השמד", מ'מאכט א קוגל און מ'פארקאכט א קאשע, און מיט האלבע אמת'ן און גאנצע ליגנטס דרייט מען איבער די וועלט. איינער שרייט און עולם גולם זינגט נאך, יעדער האט מורא צו זאגן א ווארט אז מ'זאל אים נישט חלילה באשייגעצן אלס "פרא-גיוס", און אזוי האט מען גענומען עפעס וואס דארף ווען באהאנדלט ווערן מיט השכל ודעת, אבער אדאנק די געשאפענע היסטעריע האט מען גורם געווען שרעקליכע חורבנות, אשר תוצאותיו מי ישורנה.

אשר על כן על של עתה באתי, איך בין נישט דער שופר פון כלל ישראל אבער ההכרח לא יגונה ולא ישובח, פאר אלעם מוז קלאר און דייטליך געזאגט ווערן, לויט ווי דער מצב האלט מאמענטאל איז נישט פאראן קיין גזירת גיוס חובה! יא, פאר 3-4 יאר צוריק איז געווען א גזירת גיוס חובה וואס האט געדארפט אריינגיין אין קראפט היי יאר. און יא, ס'איז העכסט ווארשיינליך אז אין 6-7 יאר ארום, ווען די פארשאלטענע ציונים ימ"ש וועלן זיך ארומזען אז די ישיבות האבן זיך נאך אלץ נישט אויסגעליידיגט, וועט דאן ארויסקומען א נייער אורטייל פונעם טמא'נעם בג"ץ פונקט ווי אין יאר תשע"ב, וואס וועט דאן פריש אריינווארפן דעם גאנצן יהדות החרדית אין ארה"ק אין א נייע גזירת הגיוס מיט אומפאראויסגעזעענע קאנסעקווענצן, אבער ווי מ'האלט יעצט איז נישטא קיין גזירת גיוס חובה.

כמעט יעדער איינציגער בחור וואס "וויל" באקומען א דיחוי אלס תורתו אומנתו קען באקומען אזא דיחוי. מ'דארף אמאל דורכגיין שוועריקייטן, אבער מ'קען עס באקומען. דעם פארלאפענעם יאר האבן 43,000 בחורים און אברכים באקומען דעם דיחוי פון "תורתו אומנתו", וואס קומט אויס צו רוב מנין און רוב בנין פון די חרדי'שע יוגנט אין ארץ הקודש [ידעתי גם ידעתי אז לויט דעם א.ג. "חוק הגיוס המתוקן" דארף אין אפאר יאר ארום אריינגיין אין קראפט א פרישע גזירת גיוס בכפי', אבער איין קליינע שורה אינעם חוק 'המתוקן' וואס זאגט אז דער באשלוס וועט ליגן אין די הענט פונעם שר הבטחון מיינט אז בדרך הטבע איז נישטא קיין מציאות וואס צענדליגער טויזנטער בחורים וועלן ווערן געשלעפט בכפי' אין צה"ל. (ס'וועט העכסטנס זיין די זעלבע בחינה ווי מיט די אמעריקאנער אמבאסאדע אין מדינת ישראל, וואס דארף לויט'ן אמעריקאנער געזעץ שוין פאר 30 יאר אריבערגיין קיין ירושלים, אבער יעדער איינציגער פרעזידענט שרייבט יעדעס איינציגע יאר אונטער א "וועיווער", און מפטירין כדאתמול ווען די אמבאסאדע פארבלייבט אין תל אביב). דער שר הבטחון דארף 40,000 חרדים אין מיליטער ווי א לאך אין קאפ (און דאס איז גאנץ זיכער אפילו אויב די חרדי'שע פארטייען וועלן נישט זיין אין די קאאליציע].

הגע בעצמך, די לעצטע ציפערן (וואס טוישן זיך ממש פון וואך צו וואך) אלארמירן אז ס'זענען פאראן "זעקס טויזנט חרדים" אין מיליטער! רח"ל. א שרעקליכער ציפער אויב ס'איז אמת, אבער טראכט נאר איין רגע, אויב איז אמת'דיג דא 6,000 חרדים אין מיליטער וואלטן זיי זיך געדארפט משוגע מאכן מיט אריינשיקן אפאר צודרייטע חרדקי"ם אין די היימישע געגנטער צו מאכן פראוואקאציעס? אזא ריזיגער ציפער פון זעקס טויזנט בחורים מיינט מער ווי 10% פון די חרדי'שע יוגנט אין מיליטער עלטער אין ארץ ישראל, דאס וואלט נישט נאר געמיינט אז אסאך גרויסע ישיבות וואלטן זיך געדארפט ממש אויסליידיגן, עפעס וואס וואלט איבערגעדרייט גאנץ ארץ ישראל, (שטעלט זיך פאר ווען 100 בחורים פון סאטמאר-קווינס שרייבן זיך איין אין וועסט פוינט צום מיליטער, וואלט דאס נישט געווען ניכר אויף טריט און שריט? וואלט נישט די וועלט זיך איבערגעדרייט? וואלט מען געדארפט ווארטן אויף א בריוו פון ראשי ישיבות אין בעלגיע צו אלארמירן דערוועגן?!).

נאכמער, די מדינה וואלט מער נישט געדארפט מאכן קיין שום פראפאגאנדע און קיין שום חרד"ק פראוואקאציעס, זיי וואלטן פשוט געדארפט פארשפרייטן בילדער פון א ריזיגע "מחנה אימונים" מיט טויזנטער און טויזנטער בחורים, מיט בארד און פיאות, ווי זיי זענען אנגעטון אין מונדירן און גייען אדורך די מיליטערישע טרענירונגען! מ'וואלט נישט געדארפט ווארטן אויף א כינוס און א קאמפיין וואס פארשפרייט עטליכע (שוידערליכע און הארצרייסנדע) בילדער פון בחורים מיט פיאות און מיליטער. זיי אליין וואלטן עס אויסגעווארפן אויף אלע גאסן און צושפרייט אין אלע צייטונגען מיט די גרעסטע מאס נצחון און פאראדע!

וואס יא?

דאס יהדות החרדית אין אר"י שטייט אונטער א שרעקליכע "גזירת הסתגלות". די רעגירונג ארבעט אויף אלע פראנטן צו 'עפענען' די מוחות און שווענקען דאס חרדי'שע יוגנט בפרט און חרדי'שער ציבור בכלל, זיי איינצופרעגלען אז גיין אין מיליטער איז 'נישט אזוי געפערליך'. מ'קען זיין א פיינער איד אפילו אויב מ'פאלט אריין אין דעם שוידערליכן שמעלץ טאפ. זיי האבן טאקע געמאכט "יעדים" און "מכסות" איבער וויפיל חרדים זיי דארפן אריינשלעפן אין מיליטער יעדעס יאר אבער דאס איז בעיקר א צירקוס שפיל פאר'ן בג"ץ און די פרייע גאס, (און זיי שפילן זיך גוט ארום מיט די ציפערן, וואס כ'וועל נישט יעצט אריינקריכן אין די גאנצע "מיהו חרדי" סוגיא, דער געפעכט וואס איז אנגעגאנגען צווישן יאיר לפיד און משה גפני נאך מיט 4 יאר צוריק, און וואס די מיליטער נוצט היינט אנצובלאזן די ציפערן פון וויפיל 'חרדים' זיי האבן אריינגעשלעפט, ואכמ"ל).

די וויכטיגסטע זאך פאר זיי איז יעצט צו מאכן 'נארמאל' ביי די חרדים צו גיין אין מיליטער, און אויך צו 'ארומשניידן די עקן', ד.ה. גאר שטארק איינצוימען די געגנטער און קרייזן וואו מ'גייט נישט אין מיליטער (ווי צב"ש ביי די ספרדים, וואס ווער ס'קען היסטאריע ווייסט אז אמאל איז געווען זייער נארמאל ביי די ספרדי'שע, אפילו 'חרדים', צו גיין אין מיליטער, און טייל פון די העכסטע ש"ס פירער היינט האבן אמאל געדינט האלב אדער אינגאנצן אין מיליטער, נאר אין די לעצטע יארן האבן זיי אויך אנגעהויבן אסאך שטארקער צו נוצן דעם תורתו אומנתו דיחוי, און דאס וויל דער מיליטער צוריק אפשטעלן).

א וויכטיגער טייל פון די "גזירת הסתגלות" איז טאקע דאס ווערן גאר שטרענג מיט אלע זאכן וואס זענען ביז לעצטנס פארקוקט אדער פאררוקט געווארן. סיי דורך בעצם שווערער מאכן די קריטעריעס וואו מ'קען קריגן א דיחוי, און סיי דורך נעמען גאר שטרענג יעדע מינדסטע פארלעצונג פון די "רולס און רעגולאציעס". מינדערוויכטיגע זאכן וואס מ'האט אמאל נישט גענומען צו שטרענג ווערן יעצט דורכגעקוקט אונטער א פארגרעסערונג'ס גלאז.

אין די זעלבע צייט ארבעטן זיי אויך בפה-רך, מיט ארויסשיקן פארשאלטענע "כאפערס", פונקט ווי אין צארישן רוסלאנד. נאר אויב דארט האט מען געכאפט קליינע קינדערלעך מיט שטעקענעס און קייטן, גייט מען היינט כאפן נארישע בחורימ'לעך מיט די זיסטע ריידעלעך. הבטחות פון געלט און 'דו ביזט דאך עניוועי נישט קיין עכטער ישיבה בחור', 'עס וועט דיר זיין אזויפיל בעסער און באקוועמער אין מיליטער', 'וועסט קענען ארויסגיין ארבעטן, זיך לערנען א פאך'. ועוד כהנה וכהנה.

ליידער ליידער, טאקע אדאנק דאס התקרבות פון די חרדי'שע פארטייען צו די שלטונות המדינה, בפרט זינט תשל"ז ווען די חרדים זענען פאניע בראט מיט די רעכטע פארטייען אין די מדינה, וואס האט אויסטערליש פארשטארקט דעם ציוני'סטישן גייסט אינערהאלב די חרדי'שע קרייזן, וואו זייער אסאך באטראכטן זיך זאגאר אין גייסט אלס איינס מיט די מזרחי'סטישע מתנחלים רח"ל, און דאס האט געברענגט אז דער עצם געדאנק פון גיין אין מיליטער איז נישט אפגעפרעגט ביי זיי, ס'איז נאר דא דער 'קליינער' פראבלעם אז דער צה"ל איז א שמד-שמעלץ-טאפ, און זיי געבן זיך מיט דעם אן עצה דורכ'ן זיך איינרעדן אז מ'גייט אין א נחל חרדי אדער מסלול חרדי, אזוי אז דאס איז אויך נישט קיין פראבלעם.

אזוי האט מען זיך געטראפן ביי א מציאות אז עטליכע הונדערט בחורים שומרי תורה ומצוות זענען אין די לעצטע 2-3 יאר אריינגעפאלן אין די נעגל פונעם טריפה'נעם מיליטער רח"ל, ביי פילע פון זיי דערקענט מען שוין דעם חילוק אויך אין די חיצוניות, ווען זיי האבן צוביסלעך אראפגעווארפן פון זיך אלע סימנים פון אן ערליכן איד, אבער ביי אנדערע איז עס דערווייל נאכנישט געגאנגען אזוי ווייט, און זיי דרייען זיך נאך ארום מיט דעם חרדי'שן אויסזען, וואס דאס נוצט די מדינה גוט אויס אין זייער פראפאגאנדע, סיי דורך פארשפרייטן בילדער פון בחורים מיט לאנגע פיאות און נאך לענגערע ביקסן ה"י, און דורך זיי אריינשיקן אין די היימישע געגנטער אנצודרייען פראוואקאציעס און צוביסלעך האפן זיי אז ס'וועט ווערן 'נארמאל' און א געהעריגע ערשיינונג פון חרדי'שע בחורים אין מיליטער, אזוי אז עווענטועל וועלן זיי קענען פאנגען א גרעסערע צאל ערליכע בחורים אין זייער נעץ.

לדאבונינו ארבעטן די חרדי'שע פארטייען פולקאם מיט מיט דעם פלאן. זיי נעמען אן א פול מויל מיט וואסער און פרובירן צו דערשטיקן און פארשווייגן די מערכת הסברה פון ערליכע געטרייע עסקנים לשם שמים [וועלכע ארבעטן סיי אויפצוקלערן די בחורים פון שוואכערע שטיבער אדער דרויסנדיגע געגנטער אז זיי זאלן זיך נישט לאזן ארייננארן אינעם נעץ פון די נשמה כאפערס רח"ל, און סיי דורך ארויסהעלפן מיט לעגאלע און אנדערע ראט פאר די בחורים וועלכע טרעפן זיך פארכאפט אינעם נעץ פון די פארצווייגטע און פארשטייפטע צה"ל ביוראקראטיע, וועלכע האט פלוצלונג, פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן, זיך גענומען מאכן גאר שווערע פראבלעמען פאר יעדע מינדסטע פארלעצונג, ווי צב"ש ווען איינער איז ארויסגעפארן קיין חו"ל און צוריקגעקומען אפאר וואכן שפעטער ווי ער האט געמעגט זיין אינדרויסן, עפעס וואס זיי פלעגן אמאל פארקוקן, וכדו']. די חרדי'שע פארטייען, סיי דורכ'ן ועד הישיבות און סיי דורך זייערע אנדערע פאליטישע נעצן, ארבעטן גאר שווער צו האלטן דעם גאנצן פראבלעם פון די גזירת הסתגלות פאררוקט אונטער'ן טעפיך אז קיינער זאל נישט רעדן און קיינער זאל נישט וויסן דערפון.

שטילערהייט, מפה לאוזן, זאגן זיי פאר די יראים אין זייער מחנה א תירוץ אז זיי האבן נישט קיין ברירה, דער בג"ץ שטייט העכער זיי מיט א זודיג קעסל פון הייסע בליי, און אויב ס'וועלן דורכגיין עטליכע יאר און דער צאל חרדים אין מיליטער וועט נישט וואקסן, וועט דער בג"ץ עווענטועל צוריק אויפוועקן די אלטע גזירת הגיוס פונקט ווי עס האט פאסירט אין תשע"ב, נאך וואס דער "חוק טל" האט נישט באוויזן ערנסט צו הייבן דעם צאל חרדים אין מיליטער, און מ'וועט נאכאמאל מוזן דורכגיין די פיינליכע גזירת הגיוס פון תשע"ג ווען ס'איז שיעור צושטאנד געקומען אז מ'זאל זיך נעמען ארעסטירן צענדליגער טויזנטער בחורים פאר'ן זיך נישט שטעלן צום מיליטער. זיי זאגן, מיט א קול דממה דקה פארשטייט זיך, אז ס'איז נישטא קיין ברירה. מ'מוז מקריב זיין די שוואכערע בחורים כדי אזוי צו 'ראטעווען דעם עולם התורה'.

באמת איז עס אבער א שרעקליכער פארראט שאין כדוגמתו. קודם כל איז עס אקוראט ווי אין די תקופה פון די קאנטאניסטן, ווען די רייכע אנגעפרעסענע ראשי הקהלה האבן געשיקט די כאפערס צו די ארימע קינדער כדי צו ראטעווען זייערע אייגענע קינדער פונעם פארשאלטענעם צאר. קיינער האט זיי נישט געגעבן די רעכט צו דן זיין דיני נפשות ומה חזית דדמא דידך סומק טפי.

והשנית, והוא העיקר, איז דער גאנצער תירוץ א פאלשער. ווייל באמת לאמיתו איז דער ענטפער צום "גזירת גיוס בני הישיבות" א גאר פשוט'ער. זיי דארפן פשוט זיך אויפשטעלן זאגן "אין לנו חלק ונחלה במדינת ישראל". פונקט ווי די מיידלעך נעמט מען נישט אין מיליטער אויב זיי זענען שומרי תורה ומצוות "מטעמי מצפון", דארפן זיי ווען זיך נעמען זינגען דעם זעלבן ניגון אז אן ערליכער בחור וויל נישט גיין אין מיליטער "מטעמי דת", מ'קען נישט זיין דארט קיין ערליכער איד, און אונז האמיר נישט דארט וואס צו זוכן. ס'וואלט געדארפט ווערן אויסגעארבעט אז יעדער בחור וואס זאגט אז ער וויל נישט דינען אין מיליטער צוליב רעליגיעזע אורזאכן זאל פאר דעם אליין באקומען א געהעריגן פטור, אן צו דארפן נוצן דעם פאלשן תירוץ פון "תורתו אומנתו" וואס גיבט די מעגליכקייט פאר'ן מיליטער צו זאגן אז מ'דארף נישט האבן אזויפיל בחורים אין ישיבה וכו'.

נאר וואס דען, אויב וואלטן זיי זיך אויפגעשטעלט זאגן אז חרדי'שע אידן "ווילן נישט גיין אין מיליטער", וואלט דער באלדיגער ענטפער פון די מדינה געווען "אויב אזוי, אויב איר זענט נישט קיין חלק פון די מדינה, דאן וועט איר מער נישט קענען באקומען קיין געלט פון די רעגירונג קאסע", אפשר וועלן זיי אפילו מאכן א געזעץ אז ווער ס'גייט נישט אין מיליטער קען אויך נישט גיין צו די בחירות, וואס וועט זאפארט קאסטן פאר די חרדי'שע חברי הכנסת זייערע באקוועמע און טייערע בענקלעך, און דאס קען מען דאך שוין נישט זאגן. וואספארא פנים וועט משה גפני האבן אלס פשוט'ער כולל אינגערמאן אדער כלל עסקן?!

מוז טאקע גאנץ כלל ישראל ליידן פונעם בג"ץ, פון די כסדר'דיגע דראאונג איבער'ן גזירת הגיוס, אבי נישט חלילה אפצושפארן די ריזיגע געלט קראנען פון וואו ס'גיסן זיך הונדערטער מיליאנען יעדעס איינציגע יאר!

וואס נאך?!

ס'האט פאסירט נאך עפעס, אין וואס כ'האב נישט עכט קיין חשק מאריך צו זיין. א געוויסע פראקציע האט פארלוירן איר עווענטועלע בענקל אין כנסת (ווען די פראקציע פון הרב שטיינמאן האט ארויסגעווארפן מנחם כרמל פון די ליסטע צו ווערן א חבר הכנסת, וויבאלד כרמל איז א מקורב צו הרב אויערבאך שליט"א, און די אומגעהויערע שתדלנות און פארהאנדלונגען פונעם אויערבאך לאגער אז מ'זאל צוריקשטעלן כרמל אויפ'ן פלאץ פונעם נייעם חבר הכנסת יעקב אשר האבן זיך נישט אויסגעארבעט), און דעריבער האט מען אנגענומען דארט א גאר שטארק קנאות'דיגן צוגאנג.

באמת האט הרב אויערבאך אלעמאל געהערט צו די פראקציע פון ליטווישע ראשי הישיבות וועלכע האבן פארפירט אז שיקן א בחור אין מיליטער, יהי' מי שיהי', איז בגדר "יהרג ואל יעבור" [אזוי האבן אויך געהאלטן הגרמ"ש שפירא זצ"ל און אנדערע, קעגן די מיינונג פון הרב שך און הרב שטיינמאן וועלכע האבן געהאלטן אז שוואכע בחורים זאלן יא גיין אין מיליטער - און למען האמת האט רביה"ק זי"ע קיינמאל נישט געזאגט אז גיין אין ציוני'סטישן מיליטער איז ביהרג ואל יעבור. פאקטיש, אין ביידע סאטמארס געפינען זיך היינט צו טאגס קינדער און אייניקלעך פון חשוב'ע אידן וועלכע האבן צוליב פארשידענע סיבות געדינט אין מיליטער אין די בראשית יארן פון די מדינה, און פילע געדענקען נאך וויאזוי אין די יום כיפור מלחמה איז מען געקומען רופן מערערע ערליכע אידן פון די סאטמארע און אנדערע קנאות'דיגע שולן צו קומען עמערזשענסי זיך אנשליסן אין די מילואים סאלדאטן, והדברים עתיקין. ס'איז מעגליך אז דער רבי זי"ע וואלט אנדערש גע'פסק'עט מיט 3-4 יאר צוריק אויב ער וואלט עס באטראכט אלס "שעת הגזירה", אבער מי כמוהו מורה און מיר קענען זיך נישט טרויען אריינצורעדן דערין].

אבער אפילו הרב אויערבאך שליט"א האט אויך נאר לעצטנס אנגענומען דעם נייעם צוגאנג, אז בחורים זאלן זיך בכלל נישט שטעלן אין לשכת הגיוס אפילו צו באקומען א פטור אדער א דיחוי, עפעס וואס איז קיינמאל נישט געווען דער אנגענומענער מהלך אפילו נישט ביי די קנאי'שע קרייזן, און דער רבי זי"ע איז נאך געווען אזויפיל קנאי און אזוי ערליך ווי סיי וועלכע היינטיגע מנהיגים, און ער האט ברוחב בינתו פארשטאנען אז מ'טאר נישט איבערציען די שטריק, און זיך נישט רייצן צופיל מיט'ן ס"מ. ס'האט נישט קיין שום נארמאלן צוגאנג דאס נעמען הונדערטער אדער גאר טויזנטער בחורים און זיי אריינשטעלן אין סכנה סתם 'פאר טריץ', און 'צו ווייזן'.

בכלל, דער מיטל פון זיך נישט שטעלן צום לשכת הגיוס איז עפעס וואס איך וואלט גערופן די "נוקלעארע אפציע", דאס דארף זיין דער סאמע לעצטער מיטל אויב עס קומט אמאל ווידער ארויס א ברייטער "גזירת הגיוס" אזויווי דאס וואס איז דורכגעפירט געווארן אין תשע"ג און האט געדארפט אריין אין קראפט היי יאר, תשע"ז. אין אזא פאל קען טאקע זיין אז דער ענטפער וועט זיין אז מיר שטעלן זיך נישטאמאל צום לשכת הגיוס, און לאז זיך ארויס ארעסטירן צענדליגער טויזנטער בחורים... אבער דאס איז עפעס וואס דארף זיין דער לעצטער קויל. מ'שיסט נישט אויס דעם לעצטן קויל ביים אנהייב פון א מלחמה.

און אגב, דער פאקט אז אויך הרב אויערבאך קומט נישט ארויס אפן מיט דעם פארלאנג ווי פריער דערמאנט, אז די מדינה זאל בכלל מבטל זיין דעם גיוס חובה פון חרדי'שע בחורים און אז ווער עס וויל זאל קענען באקומען א פטור "מטעמי דת", צייגט אויך דעם אמת אז די 'בני תורה' פראקציע איז בכלל נישט גרייט אפצוהאקן גענצליך מיט די מדינה, און אפילו אויב מאמענטאל גייען זיי נישט צו די בחירות און טייל פון זייערע מוסדות נעמען נישט קיין געלט, האבן זיי נאך אלץ חלומות אז ביום מן הימים וועלן זיי קענען צוריק אריינגיין, און פאר דעם זאגן זיי נישט אז זיי ווילן גענצליך אפהאקן פון די מדינה ואין לנו חלק ונחלה במדינת ישראל!

נאך א שטיק צייט האט יענע פראקציע אנגעטראפן אן אוזן קשבת ביי אן אנדערע פראקציע פון א געוויסע חסידות אין ברוקלין, וואו קנאות איז א גאנגבאר ארטיקל און ספעציעל קנאות וואס 'גייט מיט די קאפ אין די וואנט'. ישוב הדעת איז קיינמאל נישט געווען עפעס מיט וואס זיי האבן זיך 'אויסגעצייכנט'... זיי זענען אפשטאמיגע פון די זעלבע וועלכע האבן אמאליגע צייטן געווארפן פאשקעווילן "רבינו סר מן הדרך" און קעגן וועמען דער רבי זי"ע האט געשטורעמט אין די הייליגע נשא תורה אז "זיי צוברעכן און פארדארבן" נאכמער ווי די ציונים זעלבסט.

און פון די דאזיגע נייע שותפות איז יצא העגל הזה. מ'פירט מערכות אן קיין שום חשבון, אן קיין שיקול הדעת, אן די ריכטיגע הנהגה פון גדולי ישראל (אפילו דער יעצטיגער כינוס איז נישט געווען א באשלוס פון גדולי ישראל וואס האבן גערופן די עסקנים, נאר פארקערט, די עסקנים האבן באשלאסן און די 'גדולי ישראל' האבן זיך מיטגעכאפט אויפ'ן גאלאפירנדן וואגן').

דאס האט געברענגט דעם שרעקליכן אלארם איבער דעם "גזירת הגיוס" און די "גזירת השמד", וואס האט באמת געמיינט צו צילן בעיקר ארונטערצורייסן די פראקציע פון הרב שטיינמאן און דגל התורה, וועלכע קאנטראלירט אצינד דעם ועד הישיבות. מ'האט געזאגט די הגדה און געמיינט די קניידלעך.

פאר דעם זעלבן צוועק האט מען למשל נישט געקענט נאכקומען דעם פשוט'ן פארלאנג צו ווארטן אפילו נאך איין וואך מיט'ן כינוס צו זען וואס דער ועד הישיבות איז גרייט צו פארריכטן, טראץ וואס דאס וואלט געהאט דעם פאטענציעל צו ברענגען א פאראייניגטן פראנט און א 'עכטע' קידוש שם שמים מיט ווייטגרייכנדע רעזולטאטן (און וואס ארגינעל האט דער סערדאהעלער רב מסכים געווען עס אפצושטופן, נאר שפעטער האט ער צוריקגעצויגן נאכ'ן זיך דורכרעדן מיט די עסקנים), אבער אין דעם פאל וואלט עס דאך טאקע פארלוירן דעם כח פון זיין א פראטעסט קעגן הרב שטיינמאן, און "דאס" איז דאך געווען דער עכטער ציל פונעם כינוס.

ווי מ'האט עס טאקע געזען ווען א היפשער טייל פונעם כינוס איז געווען געווידמעט צו מחזק זיין דעם נייעם מהלך פון זיך נישט שטעלן צום לשכת הגיוס, בפרט צום סוף מיט דעם מאדנעם ספעקטאקל פון איבערזינגען "ה' עמכם גבורי החיל" און די קינדערישע קלאטשערייען וועלכע האבן נאכגעפאלגט (מסתמא קעגן דעם רצון פון איינעם פון די אנוועזנדע גדולים, וועלכער האט זיך אמאל זייער שארף אויסגעדרוקט קעגן דעם גוי'אישן מנהג פון קלאטשערייען), עפעס וואס האט קלאר געדינט ארויסצוברענגען דעם קאנטראסט און מחזק זיין די אויערבאך פראקציע קעגן די שטיינמאן פראקציע.

איז וואס איז דער פראבלעם?

א חורבן נורא!

פון איין זייט האט דער כינוס טאקע באמת געמאכט א שטארקע התעוררות איבער די שווערע פראבלעמען און איבער די "גזירת הסתגלות" וואס הערשט יעצט אין מדינת ישראל, אבער פון די אנדערע זייט, דאס פארפירן כאילו ס'איז דא יעצט א פולקאמער גזירת הגיוס - וואס איז קלאר נישט אמת - און דורך פארוואנדלען דעם כינוס אין א פאליטישע פארמעסט קעגן א געוויסע פראקציע אינערהאלב דגל התורה, האט מען צושפאלטן דעם קריטישן אחדות וואס האט אנגעהאלטן אין די לעצטע יארן ביי כלל ישראל איבער דעם גזירת הגיוס.

יעדער פארשטייט אז דער פראטעסט האט נישט געצילט צו שטארקן דאס קנאות אינערהאלב סאטמאר. פאר כמעט יעדן וואס איז געווען אין בארקלעיס צענטער דעם זונטאג האט מען נישט געדארפט צופיל מחזק זיין, און זיכער נישט ארויסשלעפן אין א הייסן זומערדיגן זונטאג קיין מאנהעטן און שיקן יעדן, טויזנטער בחורים און קינדער, מיט די טרעינס זיך אנצוזאפן מיט 'יראת שמים' וד"ל. דער עיקר צוועק פון אזא כינוס האט געדארפט זיין צו מחזק זיין אחינו בני ארץ ישראל הנתונים בצרה ובשביה, דורך צייגן א געמיינזאמען כח און א מאסיוון רוקנביין פון שטיצע וואס שטייט גרייט זיי צו העלפן מיט אלעם, און לכל הפחות שאפן גרויסע געלטער פאר'ן מרכז עזרה וייעוץ און אנדערע הילפס ארגאניזאציעס, ארויסצוהעלפן בגוף ובממון ובנפש די אלע וועלכע זענען אין געפאר פארכאפט צו ווערן, און עיקר שבעיקרים צו שיקן א מעסעדזש פאר די עומדים בראש המדינה, אז זיי זאלן וויסן דאס איז א שפיל מיט פייער.

אין די לעצטע 4 יאר איז געווען 4 גרויסע כינוסים איבער דעם גזירת הגיוס. דערפון 2 גאר גרויסע (איינס אין אמעריקע און איינס אין ארץ ישראל) וועלכע האבן צוזאמגענומען "גאנץ" כלל ישראל, אלע שיכטן און קרייזן, און די דאזיגע כינוסים האבן געשיקט דעם הילכיגסטן מעסעדזש אז דער יהדות החרדית וועט שטיין פאראייניגט קעגן די פרואוון פון די מדינה דורכצוברעכן דעם חומה בצורה פון די הייליגע ישיבות, און דאס האט געהאט א גאר טיפן אפקלאנג אין די קארידארן פון די מדינה קעפ, וואו מ'האלט פונקטליך חשבון כסדר צו 'טאפן דעם דופק' ווי ווייט מ'קען גיין מיט די חרדים.

אצינד, ווען מ'שטייט דוקא ביי די שווערסטע חלק פון די מערכה, די "פה רך" פאזע פונעם תקופת ההסתגלות, וואלט א פאראייניגטער כינוס געקענט האבן א מורא'דיגע השפעה, סיי פון חיזוק אינערהאלב דעם מחנה היראים זעלבסט, און בעיקר צו שיקן דעם מעסעדזש פאר די מדינה אז מיר 'האבן געכאפט דעם פארטל'. זייערע שטיקעס וועלן נישט ארבעטן, און די הסתגלות וועט זיך זיי נישט איינגעבן חלילה וחלילה.

אנשטאט דעם איז דער מעסעדזש ארויס אויף די האר פארקערט!

ווען מ'ליינט למשל דעם "מעריב" ארטיקל (כ'האב נאך נישט געזען די אנדערע צייטונגען) איז דער מעסעדזש ארויסגעקומען אז ס'איז דא א פייט צווישן די חרדים צי מ'זאל יא אדער נישט לאזן בחורים גיין אין מיליטער! אין אנדערע ווערטער, מ'דארף נאר אביסל מער לייגן דרוק, און איין גרויסע פראקציע פונעם חרדי'שן לאגער וועט לאזן בחורים גיין אין מיליטער!

ווען מ'הערט אין היימישע קרייזן רעדן א שפראך כאילו ס'איז דא אין ארץ ישראל א "אנטי-גיוס" לאגער און א "פרא-גיוס" לאגער, איז עס א חורבן נורא! די 'בני תורה' פראקציע פון הרב אויערבאך און זיינע מענטשן שפירט זיך אפשר גוט אויף די מינוט, זיי האבן 'געסקאורט' פאליטישע 'פוינטס'. זיי האבן מאמענטאל גוט 'צוגעפאכעט' די הרב שטיינמאן פראקציע וואס דארף שטיין און זיך פארענטפערן אז זיי זענען נישט עכט פרא-גיוס. 'אוי האט מען זיי צוגעפיקסט'. מ'האט צוזאמגעשלעפט טויזנטער מענטשן, פארקויפט א מעשה אז די שטיינמאן פראקציע שטיצט א "גזירת הגיוס" רח"ל, און מ'האט זיי פארשווארצט דאס פנים. גוט געלונגען!

אבער דער שפאלט וואס דער זונטאג כינוס האט געשאפן און דעם ריס וואס זי האט פארשארפט אין די מערכה קעגן גיוס בני הישיבות איז עפעס וואס וועט פארבלייבן א בכי' לדורות! די "אבינו מלכינו'ס" וועלן יעצט דארפן ארבעטן אווערטיים 100 מאל צו קענען ראטעווען די יושבי ארץ ישראל פון די גזירות וואס ערווארט זיי נאך, ווייל ווען ס'וועט חלילה אנקומען דער ריכטיגער גזירת הגיוס אין עטליכע יאר ארום, הי' לא תהי', וועט מען שוין האבן א פערמאנענטן שפאלט צווישן די יהדות החרדית, און ס'וועט נישט זיין קיין געמיינזאמע תכסיסי מלחמה און כח פון אחדות.

ותוצאותיו מי ישורנה!

shem-tov » מאנטאג יוני 12, 2017 12:12 pm

· #374601
איך ליין דא איינער שרייבט א מגילה אז אדמו"ר מפארשעי שליט"א האט צום סוף יא מסכים געווען צום כינוס ב"ה נאך א מזל ער האט זעך צוגעשטעלט נאך אזא לאנגע אינוועסטיגעישאן (ברוך הטוב והמטיב ווי רבי אהרן זאגט) אבער סתם פאר נייגעריגקייט האט אים איינער געזעהן ביים כינוס?

געוואלדיג » מאנטאג יוני 12, 2017 12:27 pm

· #374614
ער האט געטוהן ווי ר׳ אהרן און געשיקט זיין ברודער דער הילקרעסטער, און דרך אגב איז דאס די עכטע סיבה פארוואס סקווירא האט זיך נישט באטייליגט.

גאנצל » מאנטאג יוני 12, 2017 12:30 pm

· #374617
[ציטאט אראפגענומען]


ווי געזאגט טאקע דערפאר ווייל יעצט זיצן זיי על סיר הבשר און זיי קענען זאגען אז ס'איז נישטא קיין גזירה האט זיך אויסגעפעילט א עקסטערע אפהאנדלונג ווי זוי זאכן דארפן ריכטיג צו גיין

גאנצל » מאנטאג יוני 12, 2017 12:48 pm

· #374636
סאו ר' אהרן קריגט זיך מיט זיי, ער פארשטייט נאך אזוי גוט ווי די צוויי, ובפרט ווען ער איז געקומען מיט א מעשה רב פון רבינו יואל זצ"ל

און וועגן דיינע אנדערע קינדערישע חלומות וויל איך דיר סתם אזוי זאגן, אז דאס וואס מ'האט נעכטן נישט געהערט קיין ווארט בנוגע דעם נייעם צדיק און קנאי אויערבאך איז צו פארדאנקען דעם ריכטיגן השקפה פון ר' אהרן פון קר"י

איש את רעהו » מאנטאג יוני 12, 2017 1:04 pm

· #374646
סאדאם חוסעין

אבער דער שפאלט וואס דער זונטאג כינוס האט געשאפן און דעם ריס וואס זי האט פארשארפט אין די מערכה קעגן גיוס בני הישיבות איז עפעס וואס וועט פארבלייבן א בכי' לדורות! די "אבינו מלכינו'ס" וועלן יעצט דארפן ארבעטן אווערטיים 100 מאל צו קענען ראטעווען די יושבי ארץ ישראל פון די גזירות


ותוצאותיו מי ישורנה!


דאס ליצנות איז גרויס,
אבער די פאראגראף האט קאליע געמאכט דעם גאנצן לאנגן מגילה דיינער
מען הערט שוין ברימען פון די סאמע העכסטע פענסטער'ס פון די מהר"א אינערן סירקל, אז דאס איז עס! מער קען מען שוין גארנישט טון איבער די גזירה וועגן מיליטער!, דער בארקלעיס האט פארזיכערט אז די זממת הרשעים זאל אויסגעפירט ווערן, און מהיום והלאה וועט גענוי ווי ביי די קברים הפגנות, חסידי מהר"א וועלן זיין אפוועזנד פין יעדע פעולה צו ראטעווען בחורי ישראל פין די שוידערליכע גזירה איומה וואס איז פארשארפט געווארן נאכן בארקלעיס חק וואס איז אריבער מיט די גוטהייטסונג פון אריבער 14 טויזענט חרדישע אידן א.ג. קנאים אויף וועמען עס איז שוין מיט יארן צוריק געזאגט געווארן די שארפע נשא תורה וכו' וכו'

גאנצל » מאנטאג יוני 12, 2017 1:08 pm

· #374648
עס איז א שטארקע סברה צו זאגן אז די נעכטיגע פליג וועט האבן א שווערע אפקלאנג

אבער ברוך אשר לא השבית לנו גואל איך פארלאז מיך אויף סאטמאר רב שליט"א אז ער וועט נישט איינרוען ביז מ'וועט צוריק ברענגען די נושא צו נארמאל נאכדעים וואס די שטויב וועט זיך זעצן

און מ'וועט אנהייבן צוריק צו ארבעטן אויף די נושא כדת של תורה בדרך הויואל משה

ובשם ד' נעשה ונצליח

איש את רעהו » מאנטאג יוני 12, 2017 1:17 pm

· #374651
גאנצל



און מ'וועט אנהייבן צוריק צו ארבעטן אויף די נושא כדת של תורה בדרך הויואל משה

ובשם ד' נעשה ונצליח


ס'שווער אזוי צו אנעמען, ווייל דאס מציאות איז אז מהרי"י מיט זיינע עסקנים [ווי נעכטן ארויסגעוויזען זענען זיי נישט קיין מפיל קינדער] ארבעטן אקטיוו במעש ובממון און זענען אנטשלאסן אויף יעדן פרייז צו העלפן די צד הפלג ירושלמי
וואס לויט ווי די לעגענדע לויטעט וועט דער גזירה האיומה בלייבן, און דאס איז צו פארדאנקען די תומכים/חותמים/ ומשתתפים בגזירת בארקלעיס תשע"ז.

גאנצל » מאנטאג יוני 12, 2017 1:24 pm

· #374654
היו לא תהי', דער אויבערשטער איז נישט באנקראט, פון די גזירה וועט אי"ה גארנישט בלייבן קיין כי הוא זה

רז"ל ומקורביו שטיצן שוין דעם ציוני הרב אויערבאך נישט פון היינט
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28