☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחאה

א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחאה

1364 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11501
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28

איש את רעהו » זונטאג מאי 28, 2017 2:37 pm

· #372628
📎 unnamed (7).jpg

מעלדונג איבער די דאטום און פלאץ
"כינוס הרבבות" קעגן גזירת גיוס וועט זיין אין "בארקלעיס צענטער"

פארגאנגענעם ערב שבת קודש איז אין ניו יארק געמאלדן געווארן, אז דער כינוס הרבבות און ריזיגע עצרת מחאה - וואס ווערט שוין צוגעגרייט א שטיק צייט אין ניו יארק, מיט'ן ציל צונויפצוברענגען צענדליגער טויזנטער אידן און אינאיינעם אויסשרייען דעם וויי-געשריי קעגן דער ביטערער גזירת גיוס אין ארץ ישראל און אויסדריקן סאלידאריטעט מיט די אחים לדעה וואס ווערן געפירט אין די תפיסות צוליב'ן קעמפן קעגן דער גזירת שמד פון גיין אין ציוניסטישן מיליטער - וועט פארקומען אינעם ריזיגן סטאדיום "בארקלעיס צענטער" אין ברוקלין, און וועט אי"ה אפגעהאלטן ווערן אין צוויי וואכן ארום, זונטאג פרשת שלח, אין שפיץ פון גדולי וצדיקי הדור וראשי ישיבות שליט"א, באגלייט מיט פייערדיגע דרשות איבער חובת השעה.
היו נכונים!

שמעון וואלף » זונטאג מאי 28, 2017 3:03 pm

· #372636
איש את רעהו


מעלדונג איבער די דאטום און פלאץ
"כינוס הרבבות" קעגן גזירת גיוס וועט זיין אין "בארקלעיס צענטער"

פארגאנגענעם ערב שבת קודש איז אין ניו יארק געמאלדן געווארן, אז דער כינוס הרבבות און ריזיגע עצרת מחאה - וואס ווערט שוין צוגעגרייט א שטיק צייט אין ניו יארק, מיט'ן ציל צונויפצוברענגען צענדליגער טויזנטער אידן און אינאיינעם אויסשרייען דעם וויי-געשריי קעגן דער ביטערער גזירת גיוס אין ארץ ישראל און אויסדריקן סאלידאריטעט מיט די אחים לדעה וואס ווערן געפירט אין די תפיסות צוליב'ן קעמפן קעגן דער גזירת שמד פון גיין אין ציוניסטישן מיליטער - וועט פארקומען אינעם ריזיגן סטאדיום "בארקלעיס צענטער" אין ברוקלין, און וועט אי"ה אפגעהאלטן ווערן אין צוויי וואכן ארום, זונטאג פרשת שלח, אין שפיץ פון גדולי וצדיקי הדור וראשי ישיבות שליט"א, באגלייט מיט פייערדיגע דרשות איבער חובת השעה.
היו נכונים!


אדמורי"ם קומען נישט?

I'm back » זונטאג מאי 28, 2017 4:36 pm

· #372664
-

געוואלדיג » זונטאג מאי 28, 2017 4:42 pm

· #372665
איש את רעהו
@אנאנים
אויב א אנגעפילטער סטאדיום הערט און דערהערט אינזער ברידער'ס און שוועסטער'ס פיין אין הייליג לאנד
איז דערמיט א גרויס טייל פינעם צרה לייכטער
ווען די רשעים וואס געוועלטיגן אויף אינזערע ברידער דארט זעהן אז מען קען נישט מסתגל זיין דעם עולם צו מצב פון מגייס זיין אידן אין מיליטער
וועלן זיי זיכען אנדערע עסקים, זיי וועלן זעהן אז דער פרימער ציבור לאזט נישט דאס קאלטקייט און זיין פאסיוו צום מצב שולט זיין

ריכטיג, איך געדענק טאקע עטליכע יאר צוריק ווען לפיד איז געווען אין די רעגירונג און דאן איז געווען א עכטע גזירת גיוס האט די ממשלה זיך געבראכן גלייך נאכן כינוס אויף די ערליכע ריינע מנהטענער גאסן בראשות האחים האדמורי״ם מסאטמאר וואס האבן געמוזט זיצן אויף צווי עקסטערע זייטן.

איש את רעהו » זונטאג מאי 28, 2017 4:57 pm

· #372667
נע וואדע האבן זיי זיך געבראכן
זעהסט דען נישט ווי היינט איז מער קיין גזירה נישטא

I'm back » זונטאג מאי 28, 2017 5:03 pm

· #372672
איש את רעהו
נע וואדע האבן זיי זיך געבראכן
זעהסט דען נישט ווי היינט איז מער קיין גזירה נישטא


איז וואס מויכעט מען?

געוואלדיג » זונטאג מאי 28, 2017 5:05 pm

· #372674
דאס איז צו פארדאנקען די פרומע חברי הכנסת וואס האבן דאס געמאכט א תנאי צו אריין קומען אין די קאאליציע

איש את רעהו » זונטאג מאי 28, 2017 5:16 pm

· #372677
ליטוואק פון בודאפעסט
מ'האט מיר יעצט פארציילט, אז די מאמר וואס מ'האט פריער דערמאנט פון הרב אהרן שעכטער, וואס האט ערשיינט אין דער אומזיסטע צייטונג FJJ האט מען פראבירט פאר דעם אריינצולייגען אין דער יתד נאמן פון פנחס ליפשיץ


דער יתד וועט נישט לייגן מאמרים וואס אין אר"י וואלט די יתד נישט אריינגעלאזט.

דער עד אין FJJ
📎 1 Polgjh (7).jpg

איש את רעהו » זונטאג מאי 28, 2017 5:17 pm

· #372678
געוואלדיג
דאס איז צו פארדאנקען די פרומע חברי הכנסת וואס האבן דאס געמאכט א תנאי צו אריין קומען אין די קאאליציע

נעע
חוץ חורבנות מאכן זיי גארנישט, זיי קענען מפשר זיין וזהו
קוק יעצט ווי די ליבאוויטשע ישיבות זענען אפיציעל אינעם ליסטע פון ישיבות המעודדים לגיוס, דאס הייסט עפעס דערגרייכט ?

I'm back » זונטאג מאי 28, 2017 5:18 pm

· #372679
-

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 28, 2017 5:20 pm

· #372683
איך בין אינגאנצען צומישט. די חברי כנסת טוהן גארנישט אויף, אני מאמין כן באמונה שלמה. אלזא, קיין מיליטער האלטען זיי נישט אפ. נאר מחאות אין אמעריקא העלפן. מ'האט מוחה געווען אויף די מיליטער, און ס'איז פלוצלונג פארשוואנדען געווארען. יעצט דארף מען מוחה זיין ווייל די חברי כנסת טוהן גארנישט? נישט דאס האט הרב שכטר גע'חתמ'ט? איז נישט בעסער אז זיי טוהן גארנישט? האט מען דען נישט מוחה געווען אויפ'ן עקזיסטענץ פון די מדינה, און אזוי איז קיין מדינה שוין נישט דא?
איך דארף א שטארקן טרינק

איש את רעהו » זונטאג מאי 28, 2017 5:24 pm

· #372687
ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין אינגאנצן צומישט. די חברי כנסת טוען גארנישט אויף, אני מאמין כן באמונה שלמה.
אלזא, קיין מיליטער האלטן זיי נישט אפ. נאר מחאות אין אמעריקע העלפן.
מ'האט מוחה געווען אויף די מיליטער, און ס'איז פלוצלונג פארשוואונדען געווארן.
יעצט דארף מען מוחה זיין ווייל די חברי כנסת טוהן גארנישט? וואס?
נישט דאס האט הרב שכטר גע'חתמ'עט? איז נישט בעסער אז זיי טוען גארנישט? וואס?
האט מען דען נישט מוחה געווען אויפ'ן עקזיסטענץ פון די מדינה, און אזוי איז קיין מדינה שוין נישט דא?וואס?

קלעבט נישט איינס צו 2טען

איש את רעהו » זונטאג מאי 28, 2017 5:29 pm

· #372691
בנוגע די וואס קענען אלץ דילדען, נאר נישט די וואס זענען מנגד צו די מינים.
📎 777.JPG

I'm back » זונטאג מאי 28, 2017 5:31 pm

· #372693
איש את רעהו
בנוגע די וואס קענען אלץ דילדען, נאר נישט די וואס זענען מנגד צו די מינים.


.

איש את רעהו » זונטאג מאי 28, 2017 5:46 pm

· #372696
אויב זאלן נאר צעהן טויזענט מענטשן ביים עצרת זיך אויפסיינען אז ביי יעדן ארעסט פון א בחור אדער אינגערמאן וועלן זיי תורם זיין '"איין דוללער"
וועט אריינקומען 10,000 פאר יעדע קעיס. מ'וועט מיט די געלט קענען העלפן זיין משפחה, לויערס, אדער א פייערליכען קבלת פנים. הכל לפי המקום והמצב. דאס גייט מאכן א גאר שטארקן פראנט. און פון די אנדערע זייט וועלן זיי טראכטן צוויי מאל פאר זיי ארעסטירן...

מ'קען עס מאכן אויף
Go fund me..

מ'זעהט יעצט ווי זיי שעלטן איבער די געלט פאר דעם אינגערמאן פון בית שמש.
די חברה וועלן עס נישט אדורכטראגן.

הלוואי זאל מען מאכן עפעס אזא סארט זאך.

אגב, די חברה זענען אין א ספאט. פון איין זייט איז יעצט וויכטיג פאר זיי ס'זאל ווי שטילער, יעצט איז תקופות ההסתגלות, זיי קענען זיך נישט ערלויבן צופיל ארעסטן. פון די אנדערע זיחט, היות ס'איז נישט דא קיין הונדערטער ארעסטן -דערווייל-, געבט
עס די מעגליכקייט צו מאכן גרויסע קבלת פנים'ס און אטענשן פאר יעדן קרבן. און יעצט מיט די אמעריקאנע "קיצונים"וואס שיקן געלט פאר די אסורים.

I'm back » זונטאג מאי 28, 2017 5:51 pm

· #372698
-

איש את רעהו » זונטאג מאי 28, 2017 6:25 pm

· #372704
הישיגים
מתועדפות תקציבית
מסמך חושף: ישיבות חב"ד - "מעודדות גיוס"
מסמך שמציג את רשימת הישיבות שזוכות לתקציב 'עידוד גיוס',
כולל בתוכו גם שתי ישיבות של חסידות חב"ד. ל"כיכר השבת" נודע כי ישיבות חב"דיות נוספות יצטרפו לרשימה (חרדים, ארץ

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 28, 2017 6:28 pm

· #372706
ווי קומט חב"ד דא אריין? זיי האבען עפעס מיט די חברי כנסת? זיי זענען משועבד צו וואס די חברי כנסת מטעם אגודה\דגל טוהן? זיי מאכען דאך אייגענע הסכמים לויט זייער פארשטאנד. די געזעץ האט נישט מיט זיי און די מחאה האט נישט מיט זיי.

איך אויך » זונטאג מאי 28, 2017 6:35 pm

· #372709
כ'הער אז עוז והדר ארבייט אויף סדר מחאות המבואר.

איש את רעהו » זונטאג מאי 28, 2017 6:35 pm

· #372710
ליטוואק פון בודאפעסט
ווי קומט חב"ד דא אריין?
זיי האבען עפעס מיט די חברי כנסת?
זיי זענען משועבד צו וואס די חברי כנסת מטעם אגודה\דגל טוהן?
זיי מאכען דאך אייגענע הסכמים לויט זייער פארשטאנד.
די געזעץ האט נישט מיט זיי
און די מחאה האט נישט מיט זיי.

אזוי גאר ? ?
די פרשה פון הבלין און די דברי עידוד וואס רי"ד רוקח האט געשיקט/און געוויזיט הבלין צו אנגיין מיט די פשרות איבער גיוס האט גארנישט מיט די געזעץ פון מיליטער ? ?
דאס מיליטער האט יא מיט די חק הגיוס ? ?
גיי רעד מיט די אידן אין חב"ד וואס זענען דערקעגן, הער פון זיי
וואס איז דער אימעיל אדרעסע giushv222gmail.com ??

איך אויך » זונטאג מאי 28, 2017 6:38 pm

· #372711
דער האט נעבעך א רוקח פעטיש אז ס'גייט א רויך.

איש את רעהו » זונטאג מאי 28, 2017 6:40 pm

· #372712
איך אויך
דער האט נעבעך א רוקח פעטיש אז ס'גייט א רויך.

הבלין מטעם חב"ד האט באקימען שטיצע צו אנגיין מיט פשרות אויף גיוס פון רב רוקח פון די יהדוה"ת פארטיי.

I'm back » זונטאג מאי 28, 2017 6:49 pm

· #372715
.

איש את רעהו » זונטאג מאי 28, 2017 6:55 pm

· #372716
I'm back
איך אויך
דער האט נעבעך א רוקח פעטיש אז ס'גייט א רויך.


סדרן שיקט מיר ווארענען,

שרייב נאך אזעלכע וועט עס מסתמא צוגעבן צו דיין טענה.

טייל פון די היינטיגע פערל רייד פון @איך בין צוריק
I'm back

ממש אזוי? אן קיין שום ספק?
I'm back

עס איז בלתי שום ספק א חיוב מוחה צו זיין. ווילסט קומען מיט מיר?
I'm back

ער קען נישט נעמען קיין אחריות אויף וואס דו לערנסט ארויס.
I'm back

ברענג א פאטאפאסט ביטע.
I'm back

ברויכסטו פרעגן ר' יונה אליין.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 28, 2017 7:04 pm

· #372719
איך ווייס נישט פון וואנעט דו באקומסט דיין אינפארמאציע, אבער מיט דער היינטיגע הפגנה האט עס גארנישט. וואס טוט זיך אין חב"ד ווייס איך נישט, און וואס ס'האט מיט אונזער באליבטע גיוס גזירה ווייס איך אויך נישט. די שלוחי דרבנן האבען געמאכט א געזעץ אז ליובאוויטשער בחורים מוזען גייען אין מיליטער?

איך אויך » זונטאג מאי 28, 2017 7:10 pm

· #372720
I'm back
איך אויך
דער האט נעבעך א רוקח פעטיש אז ס'גייט א רויך.


סדרן שיקט מיר ווארענען, אבער דער פארשטונקענע איש את רעהו לאזט מען ווייטער שיסן נפוחות.
זייטס מיר געזונט

איך פארשטיי דאס אויך כלל נישט, פארוואס מען סאקירט נארמאלע ניקס בעוד דער מינע בריאה גייט אן כמעט אומגעשטערט. אבער ווי האט בעלזער רב געזאגט? מען איז אין גלות ביי אידן.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 28, 2017 7:16 pm

· #372722
מ'האט עס שוין עטליכע מאל מסביר געווען. איש את רעהו איז א שוטה, ער גלויבט וואס ער שרייבט און ער וויל דערמאנען זיין מיינונג. ער קומט נישט טשעפענען (עפ"י רוב). דו צוויי קומען שרייבען נאר אז יענער זאל געטשעפעט ווערען. נישט צוצולייגען א מיינונג, נישט אויסדרוקען וואס איז אויפ'ן הארץ. דאס איז א טראלל. אפשר וועלען עטץ גיכער משדך זיין איינער מיט די אנדערע, אבער אין אן אינטרנט סייט איז א טראלל א פראבלעם, א שוטה ווייניגער.

איך אויך » זונטאג מאי 28, 2017 7:17 pm

· #372723
נו מען האט דיר שוין אומצאליגע מאל געזאגט אז צו חסידות פארשטייסטו קנאפ....

איש את רעהו » זונטאג מאי 28, 2017 7:18 pm

· #372724
ליטוואק פון בודאפעסט

אבער מיט דער היינטיגע הפגנה האט עס גארנישט.
עס האט יא
וואס טוט זיך אין חב"ד ווייס איך נישט,
אז די ווייסט נישט נו זאג אזוי, נישט דריי ארום
און וואס ס'האט מיט אונזער באליבטע גיוס גזירה ווייס איך אויך נישט.
אה"נ, נו אז די ביסט נישט באקאנט פרעג זיך נאך פאר אינפא
די שלוחי דרבנן האבען געמאכט א געזעץ אז ליובאוויטשער בחורים מוזען גייען אין מיליטער?
די חכי"ם מאכן פשרות
מען ווארפט ביינדליך פאר'ן כלב
עי' במכתב והביקור מטעם אגוד"י אצל הבלין

I'm back » זונטאג מאי 28, 2017 7:21 pm

· #372725
ליטוואק פון בודאפעסט
מ'האט עס שוין עטליכע מאל מסביר געווען. איש את רעהו איז א שוטה, ער גלויבט וואס ער שרייבט און ער וויל דערמאנען זיין מיינונג. ער קומט נישט טשעפענען (עפ"י רוב). דו צוויי קומען שרייבען נאר אז יענער זאל געטשעפעט ווערען. נישט צוצולייגען א מיינונג, נישט אויסדרוקען וואס איז אויפ'ן הארץ. דאס איז א טראלל. אפשר וועלען עטץ גיכער משדך זיין איינער מיט די אנדערע, אבער אין אן אינטרנט סייט איז א טראלל א פראבלעם, א שוטה ווייניגער.


ביטע נישט אנרופן אנדערע מיטן נאמען ''שוטה''.

איש את רעהו » זונטאג מאי 28, 2017 7:27 pm

· #372727
ליטוואק פון בודאפעסט

דו צוויי קומען שרייבען נאר אז יענער זאל געטשעפעט ווערען. נישט צוצולייגען א מיינונג, נישט אויסדרוקען וואס איז אויפ'ן הארץ. דאס איז א טראלל. אפשר וועלען עטץ גיכער משדך זיין איינער מיט די אנדערע, אבער אין אן אינטרנט סייט איז א טראלל א פראבלעם.


הגם א חלק פון דיין תגובה איז נישט לרוחי
אין די צוויי שורות איז זייער קלאר אפגעטייטשט די שרייבעריי פון @איך אויך און @איים בעק, שיסן סתם לויזע ווערטער אהן אינהאלט און פארשטאנד
ווען מען דערמאנט די פשרה פון הבלין און עידוד מטעם בעלז, קומט לופטיגע לויזע אויפרייסען אנשטאט ענטפערן.

געוואלדיג » זונטאג מאי 28, 2017 8:29 pm

· #372736
רבותי, די אשכול האלט שוין אט אט ביים שליסונג, נאר ווייל געוויסע מעמבערס נעמען זיך אלעס צום הארצן און ענטפערן מיט פערזענליכע טשעפעס, אדער סתם טראללן דעם צווייטן, פליז האלט זיך צום נושא.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 28, 2017 9:07 pm

· #372744
תכלית, מ'גייט יעצט מוחה זיין צוליב חב"ד? די סאטמארער יונגעלייט וואס גייען מויכען ווייסען אז דאס איז די נושא? מ'גייט איינליידען חב"ד אנטייל צו נעמען? ס'איז דאך זייער חגיגה?

איש את רעהו » זונטאג מאי 28, 2017 9:33 pm

· #372750
ליטוואק פון בודאפעסט


תכלית, מ׳גייט יעצט מוחה זיין צוליעב חב"ד?
אזעלכע ביינדליך צו ווארפן פארן ציוניסטישן הינט קען מארגן פאסירן מיט נאך, עס איז לאו דוקא חב"ד


די סאטמארער יונגעלייט וואס גייען ווייסען אז דאס איז די נושא?
יעדער ווייסט איבער די גזירה


מ׳גייט איינליידען חב"ד אנטייל צו נעמען?
וואס האבן זיי דארט פארלארען ?





k

גאנצל » זונטאג מאי 28, 2017 10:25 pm

· #372753
איך גלויב אז זינט הרב אויערבאך האט געטון די זעלבע עבירה ווי בעלזא רב מיט'ן נעמען די טרייסט וואונטש פון ניר ברקת וואס איז אין א געוויסע ענין ארגער ווי ביבי ווייל ניר האט א אקטיווע חלק אין חלול שבת און נאך מער ווי דער פעדערל גאי ביבי

טוט זיך @איש את רעהו אפשאקלען פון די גאנצע כינוס לטובת הרב אויערבאך

איש את רעהו » זונטאג מאי 28, 2017 10:31 pm

· #372754
ביסט גערעכט מען שאקלט זיך אפ.

איש את רעהו » זונטאג מאי 28, 2017 10:36 pm

· #372756
הדו"ח מצביע על כך שהגדודים המעורבים מתאפיינים במוטיבציה נמוכה הן בקרב הבנים והן בקרב הבנות.
אחת הסיבות המרכזיות שאליהן מפנה המבקר היא כפיה של מפקדים וחיילים לשרת בגדודים מעורבים בניגוד לרצונם.
חוסר רצון זה הוא תמרור אזהרה ביחס לתפקוד הגדודים המעורבים. חיילים אלו יכלו לשרת ביחידות קרביות אך למען ערכי שילוב הנשים הם שולבו ביחידות מעורבות שהוקמו ושתפקודן לקוי

@ליטוואק מען נעמט זיך נישט צוזאם ביים כינוס וועגן די מזרחי אישו'ס מיט מיליטער
אבער אויב וויל מען עס זאל מארגן נישט פארקומען אזעלכע סארט באריכטן ביי ליבאוויטשע און נאך ליטווישע/חסידישע קרייזן, טאר מען נישט זיין שטיל און מעסיג צו די גזירת הגיוס.

איש את רעהו » מאנטאג מאי 29, 2017 8:38 am

· #372794
די פאליציי וואס זענען אנוועזנד ביי די צאמקומען וועגן גיוס אין אר"י האבן אנגעהויבן מיט א נייע מעטאד, מען ארעסטירט קליינווארג און נשים.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 29, 2017 9:01 am

· #372796
ס׳איז דא אזא גייסט, א רעליגיע, וואס אגרופם אלהיהם, זייער מהלך החיים איז מיט פויסטען. לכתחילה פיהרט מען אויס יעדער זאך מיט קלעפ.

דער גאנג פון איידעלע מענטשען איז מיט גוטנס, מ'פראבירט משכנע צו זיין, מ'פראבירט צו קומען צום טיש מיט יענעם אז יענער זאל זיך איינרעדן ער האט געוואונען. די זענען אלע מיטלען א. צו האלטן די אייגענע איידעלקייט, און ב. אויסצופיהרען אויפ'ן בעסטן אופן. דער ח"ח פלעגט זאגן 'אז דו גייסט זיך שלאגען מיט איינעם, מאך זיכער אז דו ביסט שטערקער און אז ער איז פרומער'. דעריבער האבן גדולי ישראל געהאלטן זיך דוקא נישט צו רייצן מיט די פרייע, צו טרעפן א וועג אז אונזער שלעכטס זאל נישט אויפגעוועקט ווערן, און אויך אז זיי זאלן נישט אנקוקן תומ"צ ווי זייערע פיינט.

איש את רעהו » מאנטאג מאי 29, 2017 9:16 am

· #372797
ליטוואק פון בודאפעסט
דער גאנג פון איידעלע מענטשען איז מיט גוטענס, מ׳פראבירט משכנע צו זיין, מ׳פראבירט צו קומען צום טיש מיט יענעם אז יענער זאל זיך איינרעדען ער האט געוואנען.
דהיינו מען רעדט זיי איין אז מען געט זיי דא דארט אפאר ספרדים און ליבאוויטשע בחורים
און דער איידעלער רעדט זיך איין אז ער האט געוואונען קעגן דעם רשע



אויך אז זיי זאלען נישט אנקוקען תומ"צ ווי זייערע פיינט.
זיי קעמפן קעגן היטן תומ"צ, ווי קען מען זיי איינרעדן אז נישט דאס זענען זיי

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 29, 2017 9:18 am

· #372798
גאנץ רעכט, דאס איז דיין גאנג טאקע. דער חזו"א, ר׳ חיים עוזר ודעימייהו האבען אנדערש געהאלטען.

איש את רעהו » מאנטאג מאי 29, 2017 9:25 am

· #372799
ליטוואק פון בודאפעסט
גאנץ רעכט, דאס איז דיין גאנג טאקע.
דער גאנג איז נישט מיינע, דאס טוען היינט די אידן וועמען די בארעכטיגסט אז זיי טוען גוט וויאזוי זיי האנדלען וועגן מיליטער

דער חזו"א, ר׳ חיים עוזר ודעימייהו האבען אנדערש געהאלטען.
ווי האבן די 2 גדולים דן געווען איבער א נידון ווי רשעים ווילן נעמען דיין און מיין בחור אין זייער מיליטער.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 29, 2017 9:28 am

· #372800
זיי האבען אלץ גערעדט פון זיך נישט רייצען מיט די פרייע. די גאנג איז געווען בדרכי נועם. לגבי בחורים אין מיליטער האט דער חזו"א גערעדט בפרטיות.

קנאות איז א הירוס פון די צלם אלקים, מ'מאכט חיות טרף פון איידעלע בחורים און קינדער. דער ענין אז דער ציל פארהייליגט די מיטלען איז געלערנט געווארען פון די ציונים. וכמאמר העולם, ווען מ'מישט דרעק, שטינקט מען. די וואס זענען באשעפטיגט מיט ציונות א גאנצן טאג, זענען די ערשטע און די מערסטע מושפע צו ווערן.

איש את רעהו » מאנטאג מאי 29, 2017 9:52 am

· #372802
מען זעהט טאקע אז ביי די קרייזן ווי די אדמורי"ם/מנהיגים פלעגן עוסק זיין נגד ציונות איז דא די גרעסטע אויסמישונג מיט די פרייע און דינסט אין זייערע אנשטאלטען
ווידער די אנדערע קרייזען זעהט זיך אן כסדר א דראסטישע ירידה,
הלא דבר הוא

איש את רעהו » מאנטאג מאי 29, 2017 9:58 am

· #372803
פון צה"ל ווערט געמאלדן אז א בחור א איינו מתייצב וואס זיי האבן פאר 8 טאג געהאלטן אין ארעסט וועט גרייט זיין צו דינען אין מיליטער אויב וועט ער נישט קענען מסדר זיין די מעמד בן ישיבה.
דער ציוניסטישער פרעסע איז פרייליך אז ענדליך איז געלינגען צו פארכאפן א בחור פון הרב אויערבאך וואס וועט מעגליך ווערן א טייל אין זייער כור ההיתוך.
_______________________________


דאס איז ריכטיג ? ?
איינער פרעגט אויב די חברה ווייסן דערפון, איז אינטערסאנט, כ'בין לעצטנס געוואר געווארן אז אין כנסת המינים איז דא א לייבערי ווי אלע צייטונגען ווערן געברענגט דבר יום ביומו,
און אויך די היימישע צייטונגעון פון ניו יארק, און יא, די חברי כנסת המינים זעהן עס, און עס שמעקט נישט פאר קיינעם צו זעהן א בילד פון טויזענטער היימישע אידן וואס שרייען אויס: רוצחים גזלנים עוכרי ישראל!

איש את רעהו » מאנטאג מאי 29, 2017 1:51 pm

· #372813
📎 image.png
📎 Israel Police Brutality Exposed.pdf

איש את רעהו » מאנטאג מאי 29, 2017 1:57 pm

· #372815
בראשור צום בעפארשטייענדן כינוס
📎 Hשלןמקד.png




📎 Back ahagy.png




📎 unnamed.png




📎 unnamed (1).png

איש את רעהו » מאנטאג מאי 29, 2017 2:46 pm

· #372818
די חלום פין די מחוללי רעיון הציוני
📎 picjpg.jpg

איש את רעהו » מאנטאג מאי 29, 2017 4:59 pm

· #372826
📎 000.jpg


📎 00000.jpg


📎 00100.jpg

איש את רעהו » מאנטאג מאי 29, 2017 6:18 pm

· #372828
דער בלאט דאהי האט נישט געמאלדן דערווייל די כינוס
די ארץ ישראלדיגער בלאט מעלדט יא
📎 קהלא.JPG
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28