☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחאה

א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחאה

1364 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11501
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יוני 7, 2017 12:18 pm

· #373711
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
גאנצל
זאכן וואס איז שוין זיכער

מהרא מסאטמאר שיקט נישט זיין צבור דערווייל חוץ אז מ'וועט נאך עספייען צו מאכן א אסיפה פון אלע רבנים דורכצושמועסן די גאר האקעלע נושא מיט אלע פרטים כדת של תורה

דער קול קורא מיט די חתימות פון אלע רבנים פון אלע שיכטן און קרייזן איז נאך אויפ'ן וועג

דברים מוטלין בספק

ר' מלכיאל קוטלער'ס השתתפות ובכלל איבער'ן שיקן זיין עולם זה אומר יא וזה אומר ניין (אני בעצמי האב געהערט פון איינע פון די נאנטע צו ר' מלכיאל אז נישט ער וועט זיך משתתף זיין און נישט ער וועט שיקן דעם עולם ווייס איך נישט צו יענער האט א אגענדע אבער אזוי האט ער מיר געזאגט)

ארום ר' לייבוש'ס השתתפות איז דא א ערבוביא (געהערט פון איינעם וואס האט גערעדט מיט יצחק שטערן ווען איך בין געשטאנען דערביי ביים טעלעפאון אז מ'לייגט גרויס האפענונג אז ער וועט סוף קומען אבער אויף זיכער איז עס נאך נישט)

זאכן וואס די גאס ווייסט

אז מ'האט שוין נעכטן פארקויפט אלע 18000 טיקעטס און לויט'ן חשבון גייט מען צולייגן נאך באלד 10000 זיצן פאר די וואס זענען נאך נישט אנגעקומען צו קויפן און אויב לעיקוואד קומט למעשה גיט מען צולייגן נאך 5000 זיצן

אנדערע זאגן אז דערווייל האט מען פארקויפט צווישן 5 און 7 טויזענט טיקעטס מ'האפט אנצוקומען ביז 10000 דעס איז אן לעיקוואד און די איבריגע זיצן גייט מען פארדעקן און דעקירעיטן מיט שיינע טישטוכער

מיין לייק איז פאר די 4 לעצטע שורות

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 7, 2017 12:47 pm

· #373713
ר' מלכיאל קוטלר גייט יא שיקען זיין עולם, נישט שיקען זיין עולם, דאס איז ליצנות. דאס איז בערך ווי פרעגען צו ר' יצחק לעבאוויטש גייט שיקען זיין עולם. ער האט נישט קיין עולם, און ווען לעיקוואוד האט א האלבע הו"א אז דאס איז קעגען הרב שטיינמן, פארען נישט מער ווי 100 נפשות פון מער ווי צען טויזענט. און ווען אלע לעיקוואודער שיקען זייער מענטשען, רבנים ראש ישיבות און עסקנים, קומען נאכאלס נישט קיין 5000 נפשות. מענטשען זענען נישט קיין שעף, און פאר דע ראינטרנט כינוס האט מען גע'ארבעט וואכען און חדשים לאנג ביז מ'האט דער עולם געצווינגען. מוחה זיין איז נישט אונזער ענין, און גייען צו א צווייטער שטאט, שטייען צווישען טויזענטער נפשות וועגען אן ענין אין א דריטער שטאט, איז נישט אונזער וועג בכלל. אפשר איז מוחה זיין שרייבען א בריוו צום כנסת? אפשר איז עס רעדען ביי זיך אין שטוב? ווער און ווען איז מוחלט געווארען אז שטייען צווישען די ראמען פון אן ארגאניזירטע פראטעסט איז די וועג פון מוחה זיין?

גאנצל » מיטוואך יוני 7, 2017 12:51 pm

· #373714
איר האט דאך געמאכט אמאל א מחאה אין מאנהעטן פאר צוויי יאר צוריק פאר פסח דעמאלט ווען מהרא האט באקומען די כבוד פון זאגן ד' מלך ?

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יוני 7, 2017 12:55 pm

· #373715
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
גאנצל
איר האט דאך געמאכט אמאל א מחאה אין מאנהעטן פאר צוויי יאר צוריק פאר פסח דעמאלט ווען מהרא האט באקומען די כבוד פון זאגן ד' מלך ?

יענץ האט די "דין" פון א הסכמה און נישט פון א מחאה

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 7, 2017 1:04 pm

· #373724
דעמאלס האט מען געמאכט צוויי, די ערשטע מטעם די קעגענער פון הרב שטיינמן, און איין באס איז געפארען. די צווייטע האט געהאט אן עולם, אבער נישט קיין 5000. דאס איז געווען מטעם א"י, וועגען דעם איז מען געגאנגען לכבודם (איך נישט, פארשטייט זיך)

בן אדם » מיטוואך יוני 7, 2017 1:09 pm

· #373726
דא איז אויך דא א גזירת גיוס מטעם די אידישע ממשלה

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 7, 2017 1:16 pm

· #373727
די הפגנה איז געווען מטעם די גדולים אין א"י, אז מ'דארף אויסרעדען

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 7, 2017 1:37 pm

· #373732
[ציטאט אראפגענומען]

מ'דארף רעכטען דארט צו ליינען, רעכטען וואס איך האב נישט

גאנצל » מיטוואך יוני 7, 2017 1:50 pm

· #373738
[ציטאט אראפגענומען]


יאפ ס'זעיט אויס ער ווייסט וואס ער רעדט לויט אים האלט מען ביי 12000 טיקעטס פארקויפט און די איבריגע לייגט מען אוועק

גאנצל » מיטוואך יוני 7, 2017 4:16 pm

· #373747
גאסן שמועס

דושינסקיער רב פון ווילי פארט ארויס צו מהרא קיין ק"י איבערשמועסן וועגן השתתפות הרבי

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 7, 2017 4:48 pm

· #373750
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
און ווי גייט זיין א טיקעט פאר׳ן רבי׳ן? ווער וועט דארפען מוסר נפש זיין? עמעזאן, פאר דיר וועט אפשר גענוג זיין 99, און איינס וועסטו געבען פאר דיין רבינ׳ס ברודער?

אגב, יעצט באקומען. ר׳ אהרן איז אין מיטען די האנדלעריי מיט גדולי הרבנים\חכמים\עסקנים פון דער ענין.

signout » מיטוואך יוני 7, 2017 5:50 pm

· #373759
[ציטאט אראפגענומען]
צד מהר''א אין זייער אנגעצויגענסטע צייטן האבען נישט אזוי קינדעריש געפיטערט זייער ציבור אין געטריבן שפייז

signout » מיטוואך יוני 7, 2017 5:51 pm

· #373760
מ'האלט שוין מיטוואך, די קול קורא איז נאך אלס נישט ארויסגעקומען, ווייסט איינער צו חוץ צד מהרז''ל, בני יואל, ר''ש אויבערבאך אין וויען איז דא נאך א קהילה וואס האט געשיקט זייער ציבור?

signout » מיטוואך יוני 7, 2017 5:58 pm

· #373762
[ציטאט אראפגענומען]
אזוי אין אינסייד אין קראנט ווי דעם? SatmarHQ

Just in: HaGuen Reb Malkiel Kuttler, Rosh Yeshiva Bihm"d Gvoiha Lakewood, just proclaimed at Vaad for Talmidei HaYeshiva, that everybody >

בן ישי » מיטוואך יוני 7, 2017 6:14 pm

· #373766
איינער וואס ווייסט אינסייד אינפאו באריכט נישט קיין ראומערס

signout » מיטוואך יוני 7, 2017 6:31 pm

· #373767
דאס אז מ'האט שוין אויספארקויפט די טיקעטס איז אויך א רומער? רמ''ק האט שוין אסאך פאר די רומער געזאגט פאר יצחק שטערן אז ער וויל מיט אים מער נישט ארבייטן, אין אויב ער וויל אים האבען זאל ער אריינשטעלן א ערענסטער אחראי, ס'נישט געווען קיין שום רומער אז ר' מלכיאל האט גערעדט אין ישיבה, אין מ'האט עס נאך אויך געמאלדן אויך אויף די האטליין אין נאכגעפאלגט מיט א פאלטשע בריוו, ס'דא אפי' א ריקארדינג ווי ר' מלכיאל'ס גבאי זאגט פאר איינעם אז ער האט געבעטן שמואל ט''ב זאל עס אראפנעמן פין די האטליין אבער ער נעמט עס נישט אראפ,

החוקר » מיטוואך יוני 7, 2017 6:41 pm

· #373769
די חברה זענען משוגע צו וואס? זיי מיינען טאקע אז רעפארטער האבן אן אינטערעס אריינצוגיין?
Reporters:
Don't miss this historic event.
To book a pass: DM,
Call: 2122871273 #4,
Email <!-- e --><a href="mailto:PR@LetOurPeopleGo.Org">PR@LetOurPeopleGo.Org</a><!-- e -->.
#LetOurPeopleGoRally

twitter

בן ישי » מיטוואך יוני 7, 2017 7:21 pm

· #373770
signout
מ'האלט שוין מיטוואך, די קול קורא איז נאך אלס נישט ארויסגעקומען, ווייסט איינער צו חוץ צד מהרז''ל, בני יואל, ר''ש אויבערבאך אין וויען איז דא נאך א קהילה וואס האט געשיקט זייער ציבור?

שאפראן, כ'האב געהערט אז ר' אליעזר חיים בלום שליט"א מקאשוי האט געשריבן א בריוו.

גאנצל » מיטוואך יוני 7, 2017 7:36 pm

· #373772
[ציטאט אראפגענומען]


האהא שוין לאנג נישט אזוי געלאכט ווער איז אינטערסירט דארט זיין הערן רז"ל פילאפ זיפצן........

ליפא » מיטוואך יוני 7, 2017 10:47 pm

· #373777
📎 IMG-20170607-WA0368.jpg

איסר האטלקי » דאנערשטאג יוני 8, 2017 12:03 am

· #373780
[ציטאט אראפגענומען]

מען פלאנט נישט צו נוצן די אויבערשטע רייעס, בלויז 12,000 זיצן וועט באזעצט ווערן. מען קען עס נאך עפענען אויב וועט א גרויסע קהילה צוקומען.

איסר האטלקי » דאנערשטאג יוני 8, 2017 12:07 am

· #373781
די סיבה פארוואס מען האט אויפגעהערט פארקויפן טיקעטס לע"ע איז צוליב וואס עטליכע מענטשן האבן געקויפט גרעסערע קוואנטומען לחזק המערכה, דעריבער וויל מען אז אלעס זאל אויסגענוצט ווערן מען זאל וויסן גענוי וואו מען שטייט אין ציפערן, כדי אז מען זאל וויסן פארקויפט מען נישט נאך אזוי וועלן אלע געקויפטע פארקויפט ווערן צווישן זיך און דערנאך וועט מען ווייטער פארקויפן די געבליבענע 1800 טיקעטס וואס וועט ווארשיינליך אויסגיין אין עטליכע שעה.

בן אדם » דאנערשטאג יוני 8, 2017 12:11 am

· #373782
ליפא
📎 IMG-20170607-WA0368.jpg

ווי שטייט אין דעם 'זעקת קודש' אז מ'זאל גיין צום כינוס?

איסר האטלקי » דאנערשטאג יוני 8, 2017 12:16 am

· #373783
ער שרייבט אז מען זאל זיך צושטעלן צום גרויסן מחאה וואס מען פלאנט אפצורעכטן. וואס נאך זאל ער שרייבן? אפשר קען ער נישט ספעלן בארקלעיס, ער ווייסט נישט אויב בארקלעיס אדער בארקלעי

איש את רעהו » דאנערשטאג יוני 8, 2017 5:17 am

· #373801
א רעקארדירטע שמועס פון הגרמ"ה הירש פון מועצג"ת


העסקנים שהציגו בפני הגרמ"ה שאלות גורליות נוספות נדהמו כשענה על השאלה - "אם בחור שעובד ואינו לומד, אם ילך לצבא או לכלא", השיב הרב הירש: "שישאל את רבו אך לדעתו עליו ללכת לכלא".

"כיכר השבת" מציג תמלול מלא משיחת העסקנים עם ראש הישיבה

עסקן: "בתשובת המדינה לבג"ץ נכתב כי המדינה מתחייבת לעשות ככל שביכולתה כדי לעמוד ביעדי גיוס החרדים, המדינה גם מפרטת שהכשירה אנשים שלומדים את התהליכים בחברה החרדית, כדי שיידעו איך לדבר עם בחורי ישיבות".

הגרמ"ה הירש: "נכון, אני יודע את זה, להגיד שהממשלה והצבא מעוניינים לפתות בחורי ישיבות שיבואו לצבא זה אמת. אמת לאמיתה".

עסקן: "כתוב גם בתשובת המדינה שהמדינה תבטל את מעמד בן הישיבה לבני ישיבות - על פי החלטתה, כדי לעמוד ביעדים".

הגרמ"ה הירש: "הממשלה מבטלת? איך היא יכולה?".

עסקן: "כדי שהצבא יגיע ליעד הגיוס השנתי בכוחו לבטל את המעמד לבני ישיבות כפי ראות עיניו.

"ישנו אברך שמוכן לדבר עם ראש הישיבה, הוא תפקידו לשבת ליד יעקב ראשי אחרי שישב במעצר הרבה חודשים, הוא היה בחור ישיבה רגיל שלא עשה שום דבר רע ולבסוף התגייס לצבא בלית ברירה, זה כבר סיפור מלפני שנתיים - ההסתבכות שלו".

הגרמ"ה הירש: "למה הוא ישב במעצר, הוא לא עשה שום דבר?".

עסקן: "אני לא מכיר את פרטי הסיפור, לכן אני לא יגיד פרטים לא מדויקים"

עסקן נוסף: "למעשה הוא התגייס אבל בגלל שריחמו עליו התפקיד שלו זה פעם בשלושה שבועות ללבוש מדי צבא ולשבת ליד יעקב ראשי. הוא העיד בפניי והוא נכנס איתי למעונו של האדמו"ר מקרלין בבין הזמנים של חודש ניסן השנה כדי לספר על כך, ואותו אברך מספר שבסביבתו של ראשי יש לחץ אטומי להספיק להגיע ליעדי הגיוס של 3,200 בחורי ישיבות לשנה הזאת עד החודש השישי, כי אם הם לא עומדים ביעדים, מישהו שם יצטרך ללכת הביתה".

הגרמ"ה הירש: "מי זה יעקב ראשי?".

עסקן: "הוא מפקד הממ"ח (מרכז מיון חרדים), המקום שבו מתייצבים ומקבלים את הדיחויים והפטורים.

"האברך שיושב ליד ראשי מספר, שהוא רואה את ראשי מבטל מעמד של בני ישיבות על ימין ועל שמאל, האברך מסביר לנו כי האסטרטגיה של ראשי היא שמתוך כמאתיים בחורים שבוטל להם המעמד יישבו בכלא מאה, ומתוך המאה יישברו 20 ויתגייסו, וככה הוא התקדם במכסת היעדים.

הגרמ"ה הירש: "כמה בחורים שהתייצבו והסתבכו יושבים עכשיו במעצר?".

עסקן: "כעת יושבים 10 בחורים במעצר, והעורך דין יכנס היום לבקר אותם. המספר הזה משתנה כל הזמן, לפני פסח ישבו 38 בחורים במעצר אנחנו מדברים אך ורק על בחורים שמתייצבים והם יושבים רק בגלל שלא באו להתחייל אחרי שהורידו להם מעמד בן ישיבה".

הגרמ"ה הירש: "למה עצרו אותם?".

עסקן: "הרבה מהם ספרדים, יש נגדם צווי מעצר אחרי שהורידו להם מעמד בן ישיבה ואף אחד לא טיפל בהם, בגלל שיצאו לחיזוק בישיבות בחו"ל או דברים אחרים נוספים".


עסקן נוסף: "ראש ישיבת... פנה עם סיפור ושלחתי אותו בשעתו לראש הישיבה והוא הגיע לעוד כמה ראשי ישיבות ואף אחד עדיין לא הצליח לעזור, מדובר בבחור שכבר באו אליו הביתה לעצור אותו".

הגרמ"ה הירש: "אתה מדבר על הבחור כהן".

עסקן: "כן. אני שלחתי אותו שידבר עם ראש הישיבה, מדובר בבחור שראש הישיבה שלו שלח אותו לחיזוק בצרפת, הוא חזר לארץ ולא ידע מכלום והסתבך".

הגרמ"ה הירש: "הוא הלך בשליחות הראש ישיבה שלו".

עסקן: "אז זה בעיה של הראש ישיבה שלו, והראש ישיבה שלו טוען שזה בעיה שקרתה בגלל 'ועד הישיבות' שלא מזהיר על כלום. שנתיים שולחים פה לחיזוקים בישיבות בחו"ל ולא מזהירים".

הגרמ"ה הירש: "אני שאלתי את ראש הישיבה והוא אמר לי שהוא שלח כמה חיזוקים".

עסקן: "השנה זו השנה הראשונה שהוא שלח לחיזוקים בחו"ל. מדובר פה על ביטולים של מעמד בן ישיבה".

הגרמ"ה הירש: "זה אני שומע, אני שומע".

עסקן: "מה עושים כעת כשיש למעלה משלושת אלפים בחורים שמסובכים עם הצבא? ואנשים אומרים זה לא שלושת אלפים בחורים שמסובכים כי הבחור ההוא עובד וכו'".

הגרמ"ה הירש: "דיברתי איתו גם, הוא חושב שמדובר על 1,250 או 1,300 שמסובכים עם הצבא".

עסקן: "מי אומר את זה?".

הגרמ"ה הירש: חיים אהרון קאופמן מוועד הישיבות.

הגרמ"ה הירש: "יש פה שני חלקים כנראה, בספרדים יש 1,250 או 1,300 בחורים שמסובכים עם הצבא, ויש את החלק של כמות בחורים מסובכים שהצטברו בכמה שנים האחרונות שזה עוד דבר".

עסקן: "למה הוא לא פותר את הבעיות? הבחורים האלה יש כנגדם כבר צווי מעצר ובאים לעצור אותם".

הגרמ"ה הירש: "הוא אומר שמדברים, אני לא רוצה להגיד שהיה פשיעה של מישהו, אבל זה ודאי שצריך להיות שכל ראש ישיבה יידע בדיוק את החוק, גם הבחורים צריכים לדעת את החוק ולעשות כמו החוק".

עסקן: "עכשיו אני שואל, שנתיים הבחורים האלו מסובכים, שנתיים לא טיפלו ולא אמרו שצריכים לעשות משהו, יש בחורים שהסתדרו במהלך השנתיים הללו אבל יש גם בחורים שלא הסתדרו".

הגרמ"ה הירש: "קודם כל לגבי האלפים של בחורי הישיבות שלא הסתבכו, כל ראש ישיבה צריך לדעת את החוקים ואת הבעיות שלו".

עסקן: "יש אברך מקרית גת, הראש ישיבה יודע במי מדובר, אותו אברך למד בכולל קטן ואיש כמובן לא הסביר לו שהוא בבעיה עם הכללים החדשים של הכוללים, וכך בוקר אחד הגיעו אליו הביתה לעצור אותו מספר שבועות אחרי שאשתו ילדה, הראש ישיבה דיבר אז עם וועד הישיבות והם דאגו שיתנו לו דחיית שירות לתקופה של חצי שנה תוך הבטחה שבתקופה הזאת הם יסדרו את הבעיה.


"למעשה דיברתי אתמול עם אחד הרבנים שלו איפה שהוא למד בתור בחור, והוא סיפר לי מה באמת היה. וועד הישיבות שלחו את האברך לקצין מסוים שהוא יעזור לו, האברך הלך לאותו קצין שאמר לו 'תחתום פה על מסמך שדוחה את השירות בחצי שנה, אותו אברך חתם כמו ילד טוב וכפי שהורו לו בוועד הישיבות. האברך שהלך לאחר מכן לוועד בישיבות שמע מהם כי הוא חתם על מסמך התחייבות להתגייס לצה"ל ולכן אי אפשר לעזור לו. 'חתמת שאתה מתגייס' אמרו לו שם. אני לא יודע אם זו התעללות או שזה פשיעה".

עסקן: "אני שואל את הראש ישיבה, אומרים לנו ולכל הציבור שאין בעיות עם הצבא, מה הולך פה".

הגרמ"ה הירש: "יש פה בעיה וצריכים לטפל בכל הדברים האלו. לפי מה שאני שומע ממך צריכים לעשות יותר תקין את הממסד של וועד הישיבות, אלה הדברים שאני שומע".

עסקן: "לפני שלושה חודשים מה קאופמן אמר לראש הישיבה, כמה בחורים מסובכים יש כעת?".

הגרמ"ה הירש: "לא משנה".

עסקן: "אני שמעתי שהוא אמר שיש שלוש מאות בחורים מסובכים, הנתונים האלו לא נכונים, מדובר בכמה אלפים".

הגרמ"ה הירש: "אשר על כן?!".

עסקן: "יש פה בעיה".

הגרמ"ה הירש: "זו המציאות, אבל על איזה בעיה אתה מדבר?".

עסקן: "מסתירים פה מידע מהציבור עד לרגע זה, הראש ישיבה יכול לתת בהם אימון כשבמשך שנתיים הם משקרים? עכשיו הוא מבטיח שהוא יעזור, איך בדיוק הוא יעזור כששנתיים הוא לא הצליח לעזור לאלפי בחורים, מה יקרה בדיוק עכשיו שהוא כן יעזור משהו?.

"שנתיים הוא שיקר ואנחנו חטפנו את הנזק הזה - כל הארגונים שעוזרים, אנחנו לא קשורים לעץ, יש פה חמשה ארגונים שמתעסקים אך ורק עם בחורים שמתייצבים, בחור שלא מתייצב לא מקבל עזרה, מעיפים אותו.

"היינו אצל ר' דן סגל הגענו אליו עם קלסרים עם 900 מקרים של בחורים מסובכים עם הצבא, הוא פתח את הקלסר ותפס את המקרה הראשון שהוא ראה, ר דן התקשר לקאופמן מוועד הישיבות ושאל אותו על המקרה, קאופמן חזר אליו אחרי זה ואמר לו שאותו בחור הוא לא בישיבה אלא עובד".

הגרמ"ה הירש: "ומה האמת?".

עסקן: "שזה לא נכון, הבחור לא עובד אלא יושב ולומד, וראיה לכך שבסוף חזר לו המעמד של בן ישיבה, אם הוא היה עובד זה הרי לא היה קורה.

"אז קאופמן אומר שהבחור עובד, עכשיו למי ר' דן סגל מאמין? הוא מאמין לקאופמן ולא לנו, וכך במקום לעזור לבחורים הללו אנחנו צריכים לחטוף את הנזקים האלה ולטפל בהם".

עסקן: "יש לי פה רשימה שהתחלתי לאסוף מאתמול של קרוב ל-50 בחורים שבגלל הסתבכות עם הצבא הם התגייסו, הם היו בחורי ישיבות לכל דבר וענין - שהתגייסו, או בגלל גייסים שהתלבשו עליהם או בגלל ביטולי מעמד בן ישיבה מכל מיני סיבות שהביאו אותם לבסוף לכלא ושם הם נשברו והתגייסו".

הגרמ"ה הירש: "תאסוף את החומר ותביא אליי, אני יטפל בזה".

עסקן: "אני יביא לראש ישיבה טבלה מסודרת עם כל ה-1300 מקרים".

הגרמ"ה הירש: "יש בעיה בוועד הישיבות, ושאין ידע בבעיות והחוקים, וצריכים לדאוג שהבחורים לא יזלזלו בחוקים".

עסקן: "מה עושים עם הכוללים הקטנים הלא מוכרים, שאי אפשר להגיש דיחוי? אין מה לעשות איתם".

הגרמ"ה הירש: "יש כולל ברמת השרון שהוא יותר בעייתי ויש שם רק מספר קטן מאוד של אברכים. אז מחפשים פתרונות, הם עכשיו באמצע לחפש עצות על זה".

עסקן: "אבל אברכים לא יודעים, הם אובדי עצות, שיגידו להם לכל הפחות שהם בבעיה, למה אומרים שהכל בסדר?.

"הכל תקין, אין גיוס בחורי ישיבות, אין פיתויים ושכנועים בממ"ח, הכל כאילו בסדר".

הגרמ"ה הירש: "שכנועים ופיתויים יש".

עסקן: "אז כל ראש ישיבה חייב לדבר אצלו בישיבה נגד הפיתויים?".

הגרמ"ה הירש: "בוודאי , כן".

עסקן: "אברכים באו לישיבה ברכסים שכבר נפלו משם 3 בחורים לצבא כדי לדבר על זהירות מול הפיתויים, לא נתנו להם לדבר, אמרו שזה פוליטי".

הגרמ"ה הירש: "למה לא נתנו לדבר?".

עסקן: "אמרו שזה פוליטי, זה עץ".

"הבוקר כל מי שפותח את יתד נאמן רואה שהכל שטויות וליצנות, ופלא על גדולי התורה באמריקה איך הם מאמינים לשטויות האלה. זה מה שכתוב הבוקר ביתד נאמן. מה יעשה הבן ולא יחטא?".

הגרמ"ה הירש: "זה לא רלוונטי, מה שרלוונטי פה זה לחשוב על מי מוחים בסיפורים האלו. צריכים לדאוג ולעבוד שוועד הישיבות ישתפר, רק בלי התלהמות אלא לעשות את זה בשקט.

"אם הייתם באים אליי לפני שנה או שנתיים, אליי או לר' דב לנדו, ומראים לנו איך מסתבכים הדברים. חבל שלא באתם עד עכשיו. תביאו אליי את הדברים, תביאו לר' יגאל רוזן, לר' ברוך וייסבקר".

עסקן: "היינו אצל ר' ברוך וייסבקר, הוא עלה איתנו לביתו של הגרי"ג אדלשטיין שאמר כי 'הכל גוזמה, אני לא מאמין, חיים אהרון קאופמן אמר שהכל גוזמה". הרב וייסבקר אמר לנו שאין לו הרבה מה לעשות ושינסה לפעול".

הגרמ"ה הירש: "אשר על כן, מה שצריכים לעשות, צריכים לתקן את המצב".

עסקן: "האם הראש ישיבה מסכים לעמוד מאחורי יוזמה שיעברו אברכים מישיבה לישיבה וידברו עם הבחורים על הדברים מה צריכים להיזהר בלשכת הגיוס, למשל: להגיע רק עם כובע וחליפה, לא לפטפט איתם שם יותר מידי, ואם הוא בן להורים גרושים לא לספר להם על המצב בבית, ואם הוא בחור ספרדי אז לא להזכיר את העובדה שאחיו או דוד שלו שירת אולי בצבא?

"האם אפשר לומר בשם הראש ישיבה שדעת כל גדולי ישראל שאסור בשום פנים ואופן לאף בחור ישיבה להתפתות ולחשוב על כזה צד לעזוב את הישיבה וללכת לצבא?".

הגרמ"ה הירש: "אתה יכול לומר את זה מאה אחוז בשמי".

עסקן: "בחור ששואל אותי 'מה עדיף, לשבת בכלא או להתגייס לצבא' מה אני עונה לו?".

הגרמ"ה הירש: "לשבת בכלא".

עסקן: "הראש ישיבה מוכן לעמוד מאחורי זה?".

הגרמ"ה הירש: "כן כן".

עסקן: "הראש ישיבה יוציא מכתב על זה? כי בחורים לא יאמינו".

הגרמ"ה הירש: "לא במכתב, תביא לי אליי כל בחור שאתה רוצה ואני יגיד לו את זה, לא דרך כתב ולא בטלפון, אני יגיד לו את זה בעצמי".

הגרמ"ה הירש: "אם מדברים על הספרדים, אז צריך שחכם שלום כהן יאמר".

עסקן: "הוא אומר שהוא לא יכול, הוא רועד מפחד גם שיגידו שזה פוליטי וגם מחברי הכנסת הספרדים של ש"ס.

"האם אפשר לומר לראשי הישיבות הספרדיות בשם הראש ישיבה שאין צד כזה בעולם שבחור ילך לצבא גם במחיר כלא, ושחשוב שידברו על כך בישיבה?".

הגרמ"ה הירש: "כן".

עסקן: "בחור שעובד ולא לומד בישיבה, צריך ללכת לצבא או לכלא?".

הגרמ"ה הירש: "שישאל את הרב שלו. אני הייתי אומר לו ללכת לכלא, אבל לא כל אחד יכול לעשות את זה, אבל אני באופן כללי אומר ללכת לכלא".

עסקן: "מה דעת הראש ישיבה על המאמר אתמול ביתד נאמן שאין אף בחור שמתייצב שניזוק, האם אנחנו לא רואים מציאות אחרת?".

הגרמ"ה הירש: "אני לא סניגור של יתד נאמן, ולגבי הלכה למעשה אמרתי מה צריך לעשות".

עסקן: "דיברתי אתמול בלילה עם ר' אביעזר פילץ והוא אומר שהוא רוצה לכנס את ראשי הישיבות שיצליבו נתונים מול וועד הישיבות. ר' אביעזר אמר לי אתמול שהוא מפחד להביא את הנתונים עם שמות של בחורים לעסקנים, אנחנו נביא המידע שלנו לראשי הישיבות וועד הישיבות יביא את הנתונים שלו לפני ראשי הישיבות. והם יחליטו מה צודק.

"היום הוא (קאופמן) מודה שלוועד הישיבות יש היום מעל 1,200 בחורים שמסובכים עם הצבא, פעם הוא כפר בזה"..

הגרמ"ה הירש: "היום הוא מודה, זה המציאות. וגם חייבים לחזק את העניין של ידע זה גם מציאות".

עסקן: "צריכים להתכונן לאסיפת ראשי הישיבות? להתחיל סדר נתונים?".

הגרמ"ה הירש: "אני נוסע לחוץ לארץ מחר, תביאו הכל לר' אביעזר פילץ הכל במתינות וללא כל התלהמות".

עסקן: "לגבי ר' דב לנדא, להעביר אליו את הנתונים?".

הגרמ"ה הירש: "כשתעביר את כל המידע הוא כבר גם יידע מהכל"

איש את רעהו » דאנערשטאג יוני 8, 2017 5:20 am

· #373802
ח"כ משה גפני אטאקירט די רבני ומשתתפי העצרת
גיי ווייס וואס אינטערסירט אזוי גפני וואס אפאר אידן וועלן לאזן הערן

"אנחנו נקרא בשבת הבאה את פרשת המרגלים, שכתוב 'ותשא כל העדה ויתנו את קולם ויבכו העם בלילה ההוא'. 'כל העדה', אומר רש"י, אלו הסנדהרהות, זאת אומרת אנשי ציבור. המצב היה בסדר גמור, זאת אומרת - הם היו במדבר אבל היה להם מן, היה להם מים וענני כבוד, ואז הקב"ה קבע מכיוון שהם בכו בכי חינם אז יהיה להם בכי קבוע בט' באב".

בשלב הזה עובר גפני להתייחס למצב בארץ ואומר: "אני מכיר את המדינה כאן הרבה שנים. לא הייתה תקופה כל כך טובה כמו התקופה הזו. אנחנו במדבר - אבל לא היה טוב כמו שהיום".

"לשבת בארצות הברית ולבכות על המצב, זה בדיוק כמו המרגלים"

שמעון_ברוך » דאנערשטאג יוני 8, 2017 7:27 am

· #373804
איסר האטלקי
ער שרייבט אז מען זאל זיך צושטעלן צום גרויסן מחאה וואס מען פלאנט אפצורעכטן. וואס נאך זאל ער שרייבן? אפשר קען ער נישט ספעלן בארקלעיס, ער ווייסט נישט אויב בארקלעיס אדער בארקלעי


ווי שרייבט ער דאס?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 8, 2017 7:49 am

· #373805
הרב הירש קומט אריין ווי "צום פינטל".

diff » דאנערשטאג יוני 8, 2017 8:13 am

· #373806
איך מיין אז סאטמער מאכט זיך אליין פראבלעמען, ווייל אז מ'עט ניש נעמען די ספרדים עט מען מוזן טאקע נעמען די ארבייטערס. און שניידן דער פטור

איש את רעהו » דאנערשטאג יוני 8, 2017 9:10 am

· #373808
שמעון_ברוך
איסר האטלקי
ער שרייבט אז מען זאל זיך צושטעלן צום גרויסן מחאה וואס מען פלאנט אפצורעכטן. וואס נאך זאל ער שרייבן? אפשר קען ער נישט ספעלן בארקלעיס, ער ווייסט נישט אויב בארקלעיס אדער בארקלעי


ווי שרייבט ער דאס?
אין א בריוו

גר ותושב » דאנערשטאג יוני 8, 2017 9:13 am

· #373809
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
📎 IMG-20170608-WA0000.jpg

החוקר » דאנערשטאג יוני 8, 2017 9:21 am

· #373815
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
Wow just wow!

איש את רעהו » דאנערשטאג יוני 8, 2017 9:22 am

· #373816
📎 bfuemb1t__w968h1250q95.jpg

איש את רעהו » דאנערשטאג יוני 8, 2017 9:26 am

· #373817
די בלאט גרייט צו דעם עולם
מקבלים שכר על הפּרישה"

אויב ביז קומענדיגן זונטאָג פרשת שלח וועט נישט אַנשטיין אַ שינוי אינעם ענין בהוראת גדולי ומנהיגי היהדות החרדית אין אמעריקע, וועלן צענדליגער טויזנטער חרדישע אידן פון ניו יאָרק, ניו דזשערסי און פון אנדערע מקומות, צווישן זיי יוצאי אונגאַרן, יוצאי גאַליציע ופּוילן און יוצאי ליטא, ווינטשן – פונדערהיים – אַ ברכת צלח ורכב פאַר די טויזנטער אידן וואָס וועלן זיך פאַרזאַמלען אין אַ ריזן ברוקלינער סטאַדיום אַרויסצוברענגען אויף זייער שטייגער דעם וויי-געשריי קעגן גזירת הגיוס בארה"ק.
פאַרוואָס פונדערהיים? ווייל די צענדליגער טויזנטער ווינטשער האָ‎בן דערווייל קיין הוראה פון זייערע רביים און גדולים אַנטיילצונעמען ביים "כינוס הרבבות" אין ברוקלין, און ס'איז זיכער אז די צענדליגער טויזנטער וועלן באַקומען מן השמים שכר על הפּרישה, כשם שמקבלים שכר על הדרישה.
רבבות אלפי ישראל פון אלע טיילן פונעם יהדות החרדית בארה"ב בראשות די גדולי ישראל האמיתיים שליט"א, וואָס די הנהגות און יסודות המלחמה פון די פריערדיגע גדולי ישראל מדור הקדום זענען נר לרגלם – געדענקען גוט די אַלע מחאות און דעמאָנסטראַציעס בחוצות ניו יארק, צי דאָס איז געווען אויף די גאַס ברחובה של עיר, צי דאָס איז געווען אינעווייניג אין אַ גרויסער זאל אדער סטאדיום, וויאַזוי די אמאליגע דעמאָנסטראַציעס זענען געקרוינט געוואָרן מיט אַ זעלטענעם סוקסעס, הן דורכ'ן השתתפות פון אַלע סאָרט קרייזן, ווי פריער-דערמאַנט אריינגערעכנט יוצאי אונגארן, גאַליציע, פוילן און ליטא, און הן מיט'ן הופעות פּאר פון די גדולי ישראל, אדמורי"ם רבנים וראשי ישיבות פון די אלע קהילות און קרייזן.
ביי גדולי דורינו שליט"א ליגט פאַר די אויגן די מחאות ווען אויפ'ן אויבנאָן ווערן געזען אויף די רעכטע זייט פונעם בעל דרשן (וועלכער איז געשטאַנען אין צענטער פון בימת הכבוד): רביה"ק הדברי יואל מסאַטמאַר זי"ע, רביה"ק הברך משה מסאַטמאַר זי"ע, הגה"ק בעל מגדלות מרקחים מצעהלים זצוק"ל, הגה"ק בעל ויחי יוסף מפּאפּא זצוק"ל וכו', הגה"צ משאפראן זצ"ל, הגה"צ משארמאש זצ"ל, הגה"צ מוואוידיסלאוו זצ"ל, הגה"צ מקאשוי זצ"ל, הגה"צ מפריימאן זצ"ל, הגה"צ מפאלטישאן זצ"ל, הגה"צ מסאמבאטהעלי זצ"ל – און אויף די לינקע זייט פונעם רעדנער: הגאון האדיר רבי משה פיינשטיין זצ"ל ראש ישיבת תפארת ירושלים ובעל אגרות משה, הגאון האדיר רבי יעקב קאַמינעצקי זצ"ל ראש ישיבת תורה ודעת, הגאון הגדול רבי יעקב יצחק רודערמאַן זצ"ל ראש ישיבת נר ישראל-באלטימאר, הגאון רבי פּנחס טייץ זצ"ל אבד"ק עליזאבעט, ניו דזשערזי וחבר נשיאות אגודת הרבנים דארה"ב וקאנאדא. (הרב טייץ ז"ל איז מער ווי איינמאל געווען פון די ראשי המדברים ביי די פאראייניגטע דעמאנסטראציעס, אין די אנוועזנהייט פון רביה"ק הדברי יואל מסאטמאר זי"ע.)
טראָץ וואס די צדיקים וגדולי ישראל אויף די רעכטע זייט פונעם בימת הכבוד האבן געהאַט פאַרשידענע חילוקי דעות בעניני תורה ואמונה והשקפות הזמן מיט די גדולי ומנהיגי יהדות ליטא אויף די לינקע זייט פונעם בימת הכבוד, אַריינגערעכנט השתתפות בבחירות האסורות, שטיצן דעם חינוך-עצמאי נעץ, אַנערקענען די ציוניסטישע רעגירונג אלס דע-פאַקטא, לערנען אין די חדרים און שולעס אויף די טריפה'נע העברעאישע שפּראַך און נאך – דאָך ווען עס איז געקומען אָפּצושרייען אַ גזירה פון די ציונים, איז געווען אָנגענומען "הלכה וכן מורין כן" אַז מען טוט זיך לשעה פאַראייניגן און מ'לייגט אינדערזייט די חילוקי דעות.
ביי די סאַמע ערשטע ריזיגע דעמאָנסטראַציע קעגן מדינת ישראל, וואָס איז פאָרגעקומען אין יאר תשי"ד אין מאַנהעטן קעגן גזירת גיוס בנות, זענען אָנוועזנד געווען אלע אָרטאָדאָקסישע, חסידישע און ליטווישע, קהילות און קרייזן פונעם חרדישן אידנטום אין ניו יארק (מיט'ן אויסנאַם פון חב"ד). באזונדער געדענקט מען פון יענע דעמאנסטראציע דאס השתתפות פונעם סקווירא רבי'ן מהרי"י טווערסקי זצוק"ל און השתתפות פונעם וויזניצער רבי'ן מהרח"מ האגער זצוק"ל וועלכער האָט זיך דאַן געפונען אין אמעריקע.
במשך קרוב צו די לעצטע זיבעציג יאָר זינט'ן אנטשטייאונג פון די ציוניסטישע מדינה, זענען פאָרגעקומען מערערע דעמאָנסטראַציעס, פאַררופן דורך "התאחדות הרבנים" בפקודת הקודש פון די נשיאים מרן רביה"ק הדברי יואל זי"ע און מרן רביה"ק הברך משה זי"ע, און יעדע דעמאָנסטראַציע פאַר זיך איז געווען א קידוש ה' צוזעענדיג די פאַראייניגונג, אויף לשעה, פונעם אָרטאָדאָקסישן אידנטום אין אמעריקע.
ווי געלונגען זענען געווען די הכנות צו די דעמאָנסטראַציעס ווען מ'האָט געהערט אז בבית מדרשו פון הגה"ק מהר"ש מבאבוב זצוק"ל האָט מען שבת קודש פריער אויסגערופן אַז מ'זאָל גיין צו די דעמאָנסטראַציע פון די התאחדות הרבנים, און ביים דעמאנסטראציע זעלבסט, האָט מען געזען די לעכטיגע צורה פון הגה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זצוק"ל בשליחות אביו הגה"ק מבאבוב זצוק"ל, וועלכער האָט מיט זיך מיטגעברענגט הונדערטער באבובער חסידים.
אַ מחזה הוד איז געווען צו זען ווי דער אויבנאָן ווערט באשיינט דורך דעם גאון וצדיק רבי משה ניישלאס זצ"ל אבדק"ק שיכון סקווירא, וועלכער איז געקומען בשליחות הקודש פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, ואתו עמו בני כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א און הונדערטער אידן פון עדת חסידי סקווירא, די עדה הקדושה וואס איז זיך שוין היינט צעוואקסן אין די פילע טויזנטער בליעה"ר.
טויזנטער און טויזנטער אידן, בעיקר אידן פון די מיטעלע יארן, וועלן קיינמאָל נישט פארגעסן דאס השתתפות פון הרה"ק מריבניץ זי"ע, הרה"ק מסקולען זי"ע, יבדלחט"א כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-מאנסי שליט"א און נאך גדולים וצדיקים, ביים מאַסן דעמאנסטראציע אין מעדיסאן סקווער גארדען אין יאר תשל"ט אום חודש אדר.
(במאמר המוסגר: טראץ וואס די דעמאנסטראציעס קעגן די מדינה זענען שוין פארגעקומען בלויז ברחובה של עיר, אנגעהויבן פון די מיטעלע כ' יארן ביז תשל"ט, מיטן איינזעעניש אז א דעמאנסטראציע אויף די גאס האט א פילפאכיג-שטארקערע אפקלאנג בקרב אומות העולם – איז אבער די דעמאנסטראציע קעגן די ציוניסטישע מדינה בכלל און אירע גזירות פון חיטוטי שכבי ביי די קברים פון אביי ורבא, חילול שבת מיטן בויען דעם שאסיי אינעם רמות געגנט, באקאנט אלס "כביש רמות", און נאך אנדערע איבלען, יא פארגעקומען אום חודש אדר תשל"ט אינעם גיגאנטישן סטאדיום "מעדיסאן סקווער גארדען", ווייל מ'האט געוואלט אז אויך דער נשיא פון התאחדות הרבנים, מרן רביה"ק הדברי יואל מסאטמאר זי"ע זאל זיך משתתף זיין, און די דרויסנדיגע ציפעדיגע קעלט זאלן נישט זיין קיין עיכוב פאר'ן רבינ'ס ערשיינונג. דאס האט מען אבער זיכער געמאכט, אז אויב מ'מאכט יא אינעווייניג, זאל דאס זיין אין מאנהעטן, די הויפטשטאט פון דער וועלט, ווייל א געשעעניש אין אירע גרעניצן הילכט אפ פיל בעסער און שטערקער ווי אין אנדערע געגנטער אין ניו יארק.)
כהנה וכהנה קען מען אויסרעכענען פילצאליגע דעמאָנסטראַציעס פון די י' יאָרן, כ' יאָרן, ל' יאָרן, מ' יאָרן, נ' יאָרן, ע' יאָרן, וואָס מ'האט געוואוסט אַז דאָס זענען נישט קיין "סאַטמאַרער" דעמאָנסטראַציעס. מען האָט אַלע יאָרן געצילט צו שיקן א מעסעדזש פאַר די אלגעמיינע וועלט, הן פאַר די גויאישע און הן פאַר די פרייע, אַז צענדליגער און צענדליגער טויזנטער אידן פון אַלע שיכטן און קרייזן דערקלערן אַז די ציוניסטישע מדינה רעדט נישט אין נאָמען פון כלל ישראל; געבן חיזוק און מוט פאַר אחינו בני ישראל תושבי ארה"ק וועלכע שטייען אויפ'ן פראָנט נישט נאכצולאָזן פון די קאַמפן קעגן די רשעי ישראל, ועל כולם אַוועקצונעמען דעם חרון אף וואָס די רשעי הציונים שאַפן ליידער מיט זייער כפירה און גזירות נגד הדת ומרידה במלכות שמים.
ועתה על של עתה באנו: אין די לעצטערע טעג איז געשען אַן ערדציטערניש אין די אידישע גאס, ווען אַמעריקאַנער ראשי ישיבות, טייל פון זיי שטאַרקע אָנהענגער פון די ראשי ומנהיגי דגל התורה פּאַרטיי אין מדינת ישראל, האָבן געבראָכן זייער שטילשווייגעניש און געשיקט אַ וויי-געשריי בריוו צו די ראשי ומנהיגי דגל התורה, מיט טענות היתכן מ'פאַרשווייגט און מ'פאַרלייקנט אַז עס עקזיסטירט אַ גזירה פון גיוס חרדים בארה"ק.
דער בריוו פון 5 אמעריקאנער ראשי ישיבות ובתוכם נאוואמינסקער רבי שליט"א, וואס אלע צייטונגען אין ארץ ישראל, פרייע און פרומע, האָבן באצייכנט ווי אַן אַטאָם באָמבע – צייגט אַז עס דאָ אַ דורכברוך אינעם חומת השתיקה קעגן די גזירה, און וואָס אַ טאָג מער עס וועט פאַרביי גיין, וועט דער דורכברוך פיל ברייטער ווערן בעז"ה.
ביי אַ באזוך היינטיגע וואָך פונעם גאלאנטער רבי'ן שליט"א און פונעם מאונט-קיסקא-נייטרא דיין שליט"א בביתו נאוה קודש פון מרן הגה"ק מסאַטמאַר שליט"א, וואו ס'איז אויפגעברענגט געווארן די געפלאנטע דעמאנסטראציע אינעם ברוקלינער סטאדיום און דער אטאם באמבע-בריוו פון די אמעריקאנער ראשי ישיבות, ווי אויך די בקשה פון די ראשי ישיבות אז לעת עתה זאל "סאטמאר" נישט מאכן א דעמאנסטראציע און לאזן די אטאם-באמבע "מאכן דעם דזשאב" אויך צווישן אנדערע בלינדע אנהענגער פון די דגל התורה מנהיגים – האָט דער סאטמארער רבי דערציילט אַ "בעיני ראיתי" עובדא.
אין יאָר תשכ"ז איז געווען פאַררופן אַ מעכטיגע דעמאָנסטראַציע קעגן די גזירה פון ניתוחי מתים. די הכנות צום פּראָטעסט זענען שוין געווען אין פולן שוואונג; מיט באַריכטן אין די צייטונגען, פּלאַקאַטן אין אלע גאַסן, אין די באַנען, אין די בתי מדרשים און מ'האָט אינוועסטירט צענדליגער טויזנטער דאָלאַרן מיט טייערע אַנאָנסן אינעם פּרעסטיזשפולן "ניו יארק טיימס" א.ד.ג.


דערציילט דער רבי שליט"א: איך בין דעמאָלט געווען מיט'ן טאַטן זכרונו לברכה ביים פעטער זכרונו לברכה אין שטוב ווען עס איז אָנגעקומען אַ דעלעגאציע פון פינף מזרחיסטישע רבנים (אנע בערד) פון ניו יאָרק; זיי האָבן געבעטן דעם פעטער זכרונו לברכה מען זאָל נישט איצט מאַכן דעם פּראָטעסט, און זיי נעמען אויף זיך צו פאָרן קיין מדינת ישראל און זיך טרעפן מיט'ן פּריים מיניסטער (לוי אשכול) און וועלן משתדל זיי ביי אים מבטל צו זיין די גזירה.
האָט דער פעטער זכרונו לברכה געפרעגט, וויפיל צייט דאַרפט איר? זיי האָבן געגעבן אַ צייט און דער רבי האָט מסכים געווען. ער האָט אָפּגערופן די דעמאָנסטראַציע.
ווען זיי האָבן פאַרלאָזט – דערציילט דער סאַטמאַרער רבי שליט"א וועלכער איז דערביי געווען – האָט דער פעטער זכרונו לברכה געזאָגט, "וואָס קען איך דען טון קעגן די אַלע גזירות? איין זאַך, שרייען! נו, זאָל איך אויסנוצן מיין לעצטן קויל? לאָמיר זיי געבן אַ שאַנס און אויב דאָס וועט דורכפאַלן – אַ דעמאָנסטראַציע קען מען מאַכן שפּעטער אויך."
דער רבי שליט"א האט דאס דערציילט פאר די 2 דערמאנטע רבנים שליט"א, פון די היינטיגע מנהיגים פון "התאחדות הרבנים", ביים באזוך בביתו נאוה, כלפי דעם פרישן פאל ווען ממש אין די לעצטע טעג זענען עטליכע חשוב'ע ראשי ישיבות פון אַמעריקע, נישט פון די מזרחי קרייזן, נאר דייקא פון די קרייזן וואס מיט זיי האט מען זיך אלעמאל משדך געווען ביי די דעמאנסטראציעס, געקומען מיט אַ בקשה אז מ'זאל לעת עתה אפשיבן די געפלאנטע דעמאנסטראציע, טראץ וואס מ'האט שוין אויסגעגעבן גרויסע געלטער און כוחות. זיי בעטן מען זאָל זיי געבן אַ שאַנס און זאָגן אַז אויב וועט זיין שטיל אין אַמעריקע אויף א שטיק צייט, און זיכער שטיל פון א "סאטמארער" דעמאנסטראציע, איז דאָ האָפענונג אויפצוטאן גדולות ונצורות.


דער סאַטמאַרער רבי שליט"א האָט פארענדיגט חות דעת קדשו, אַז אין אַזאַ פאַל דאַרף מען זיך געוויס פירן לויט די מעשה רב וואָס ער האָט אַליין צוגעזען ביי מרן דודו רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע. גלייכצייטיג איז דער געשפרעך אין די אידישע גאס אז אויך אַנדערע גדולי ישראל, רבנים ואדמורי"ם שליט"א האבן מחליט געווען צו געבן אַ שאַנס פאַר די אמעריקאנער ראשי ישיבות פאָרצוזעצן מיט זייער דרך המלחמה קעגן די גזירה און נישט יעצט דורכפירן א גרויסע דעמאנסטראציע.

סוף כל סוף, אויב די דעמאנסטראציע וועט יא פארקומען אום א' שלח י"ז סיון, וועט דאס זיין אזויפיל ווי פופציג טעג נאכדעם וואס דער בי"ד הגדול שבירושלים האט געבעטן אויפצורודערן דאס יהדות החרדית בגולה דורכ'ן מכתב זעקה וואס זיי האבן געשריבן קיין אמעריקע אום כ"ז ניסן העעל"ט.
נו, אויב האט מען געקענט ווארטן פופציג טעג לקיים דברי חכמים פונעם בית דין הגדול שבירושלים, קען מען ווארטן נאך א צען-פופצן טעג.

וכשם שמקבלים שכר על הדרישה כך מקבלים שכר על הפרישה.

איש את רעהו » דאנערשטאג יוני 8, 2017 9:28 am

· #373819

איש את רעהו » דאנערשטאג יוני 8, 2017 9:29 am

· #373820

בן אדם » דאנערשטאג יוני 8, 2017 9:49 am

· #373823
איש את רעהו
שמעון_ברוך
איסר האטלקי
ער שרייבט אז מען זאל זיך צושטעלן צום גרויסן מחאה וואס מען פלאנט אפצורעכטן. וואס נאך זאל ער שרייבן? אפשר קען ער נישט ספעלן בארקלעיס, ער ווייסט נישט אויב בארקלעיס אדער בארקלעי


ווי שרייבט ער דאס?
אין א בריוו

עטס קענטס נישט קיין לשון הקודש! ( און אוודאי נישט קיין עברית...)

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 8, 2017 9:55 am

· #373824
כמו @קאווע טרינקער בין איך זייער נתפעל פון הרב משה הלל הירש. איבערהויפט אז מ'נעמט אין חשבון אז ער איז גארנישט אזא כיטרע מענטש. ער איז א לעיקוואודער, נישט קיין ארץ ישראל'דיגע, און ער דארף נישט כאפען די שטיקלעך און קונצען פון עסקנים למיניהם. פון דעסטוועגען האלט ער די מויל שטארק, ער רעדט נישט קיין ווארט וואס מ'קען נעמען פאר עפעס א צד אינדערויסען פון וואס ער וויל, און ער האלט אין קאפ דער עיקר ציל פון אלעם, אז בחורים זאלען נישט דארפען גייען אין מיליטער, ותו לא. דאס וואס ער האלט נישט ביים געבען א בריוו וואס רייצט זיך מיט די רעגירונג, דאס וואס ער וויל נישט הייסען א בחור וואס ארבעט צו טוהן זאכען למעלה מכפי יכולתם. ער איז מורא'דיג.

איך וויל צולייגען. א חבר האט יעצט גערעדט מיט איהם דאהי אין אמעריקא, און ער האט געזאגט "מצוה גדולה נישט צו גייען צום עצרת. ס'איז נערישקייטען, ס'איז א שטות, ס'גייט גארנישט ווערען פון דעם און דאס איז א פגיעה אין די כבוד התורה פון די תלמידי חכמים אין א"י"
א קלארען פסק.

איש את רעהו » דאנערשטאג יוני 8, 2017 10:26 am

· #373827
ליטוואק פון בודאפעסט

איך וויל צולייגען. א חבר האט יעצט גערעדט מיט איהם דאהי אין אמעריקא, און ער האט געזאגט "מצוה גדולה נישט צו גייען צום עצרת. ס'איז נערישקייטען, ס'איז א שטות, ס'גייט גארנישט ווערען פון דעם און דאס איז א פגיעה אין די כבוד התורה פון די תלמידי חכמים אין א"י"
א קלארען פסק.


ווען נישט די געוואלדיגע מצוה גדולה וואס איז נוצר געווארן פינעם עצרת א' שלח וואלט ער רואיג געזיצן אינדערהיים ווייטער און די אושוויצע באנען וואלטן ווייטער שטילערהייט געפארן
יעצט לפחות ברענט זיי די ערד, שוין נישט צופיל נוגע דאס יא גיין אדער נישט, ער האט זיך שוין משתתף געווען מיטן מטרת העצרת.

איש את רעהו » דאנערשטאג יוני 8, 2017 10:27 am

· #373828
📎 IMG-20170608-WA0037.jpg
📎 IMG-20170608-WA0065.jpg

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 8, 2017 10:29 am

· #373829
דער נסיעה פון הרב משה הלל איז אן אלטע פלאן, און ער קומט בכלל נישט צום ניו יארק אומגעגענט. זיין פליגע האט געלאנדעט אין נ.י. און ער גייט גלייך ווייטער קיין טשיקאגא פאר'ן אלט געפלאנטע געלט אקציע פאר זיין ישיבה. פאר צופאל האט איהם איינער געפרעגט, האט ער גע'ענטפערט.

איש את רעהו » דאנערשטאג יוני 8, 2017 10:34 am

· #373830
ליטוואק פון בודאפעסט
דער נסיעה פון הרב משה הלל איז אן אלטע פלאן, און ער קומט בכלל נישט צום ניו יארק אומגעגענט. זיין פליגע האט געלאנדעט אין נ.י. און ער גייט גלייך ווייטער קיין טשיקאגא פאר'ן אלט געפלאנטע געלט אקציע פאר זיין ישיבה. פאר צופאל האט איהם איינער געפרעגט, האט ער גע'ענטפערט.

ער העלפט די מצוה גדולה ביים מסית זיין אנדערע נישט צו העלפן די שטורעם קעגן גיוס
אבער מיט זיינע פעולות טוט ער גדולות ונצורות.

איש את רעהו » דאנערשטאג יוני 8, 2017 10:56 am

· #373831
דער בלאט חלומ'ט בהקיץ מיטן שרייבן אז ס'דא א שאנס אז די ראשי ישיבות אין ארצות הברית קענען עפעס מער ווי שיקן א בריוו אנפרעגן שאלות ביי די מועצגה"ת אין ארץ ישראל
ביי די ראשי ישיבות אויב חלילה ס'דא א הרהור אז די טעמע פון יא שמד'ן יודן נישט שמד'ן איז חלילה פוגע אין די גרויסע/פארכטיגע/הייליגע כבוד פינעם... איז ביי זיי נישטא וואס צו רעדן מער פון די סאבדזשעקט.
דאס מאקסימום ס'שייך, איז שוין ב"ה יעצט ארויס ווען אין ליכט פינעם א' שלח מסיבה אין בארקליעס איז די ליטווישע הנהגה אריינגעפאלען אין א פאניק מיט צעיושעטע אטאקעס.

איש את רעהו » דאנערשטאג יוני 8, 2017 11:19 am

· #373832
די נשיא פון די מועצת הספרדים ווארנט נישט צו גיין אין בארקלעי סטעדיום עס קען חלילה ברענגן שלעכטס צו אידן אין ארץ ישראל📎 frg4wte8.jpg



עס איז כדאי אנצומערקן די קיצניות'דיגע דיפערענצן וואס די מכתבים הנ"ל האבן
פון איין זייט שרייבן פילע רבנים אז
ונפסק בשו״ע שעל כיוצא בזה מצוה לשום לדרך פעמיו להשתדל בהצלה אף בשבת"

פון די אנדערע זייט שרייען די רבנים פון די פארטייען וואס זיצן אין כנסת אז ס'איז זייער א הארבע פארברעך דאס השתתפות בכינוס

I'm back » דאנערשטאג יוני 8, 2017 11:37 am

· #373834
א אינגערמאן האט מיר יעצט געוויזן א בינטל מיט טיקעטס וואס ער האט געקויפט. ער זאגט אז ער האט עס געקויפט מיט מעשר געלט, און ער גייט עס נישט נוצן.

איך מיין אז מען זאל פארקויפן צוויי טיקעטס פאר יעדער זיץ, צו זיין זיכער אז ס'זאל נישט בלייבן קיין ליידיגע זיצן.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 8, 2017 11:41 am

· #373835
אינטרעסאנט, ווען מ'רעדט פון דער עץ פארטיי, הערט מען נאכאנאנד אז זיי זוכען נישט קיין לעזונג, זיי זוכען נישט צו ראטעווען, ביי זיי איז גענוג אנצודרייען כאאס. איך קען זיי נישט און איך ווייס נישט ווי קראנט איז דאס, אבער איין זאך זעט מען פון @איש את רעהו, ער איז צופרידען מיט דעם אז (לדעתו) די גדולי ישראל זענען אין פאניק. וואס העלפט עס איהם? וואס פארא חילוק מאכט דער גוסטע פון די גדולים אין א"י כלפי דער 'מלחמה אויף ציונות'? ווער פארדינט פון דעם אז מענטשען זענען 'צויושט'? נאר ווען דער תכלית איז כאאס, און סם פארדרייען מענטשען א קאפ, איז עס א געוואלדיגע פארדינס. איי, דער ספרדישע בחור טרעפט זיך אין מיליטער צוליעסב דעם? נו, וועמען גייט עס אן דער נערישע פרענק?

בן אדם » דאנערשטאג יוני 8, 2017 12:00 pm

· #373838
ווער גייט אלס רעדן ביי דעם כינוס?

געוואלדיג » דאנערשטאג יוני 8, 2017 12:27 pm

· #373843
זאגט מיר איינער מען רעדט פון א כינוס פון אלע שיכטן און קרייזן,
דערווייל קומען קוים איין שיכט פון איין קרייז...

גאנצל » דאנערשטאג יוני 8, 2017 1:15 pm

· #373848
נייעס און קרישקעלעך
דער לאנג ערווארטעטע קול קורא פון די רבנים פון אלע שיכטן און קרייזן איז שוין ארויסגעקומען (וואונדער פון די גאס : נאכן זעין אלע חתימות הערשט א וואונדער וואס האט מען דא געדארפט פארציען דעם קול קורא ? די חתימות ליגט דאך שוין אין לעדל פון די לשכת התאחדות דעס האט מען געקענט רואיג ארויסגעבן נאך פאר וויסן סיי וועלכע דעטאל ווי דאטום פונעם כנוס וכדו')

סקולען רבי איז ארויסגעקומען מיט א עקסטערע מכתב (די ליצנות איבער דעם און איבער די תוכן המכתב האפענטליך אין צימעס נישט דא אין די נייעס אשכול)

אויך איז ארויסגעקומען מכתבים פון רי"ט ווייס גאבד עדה החרידית (פארלאנגט אויך א צימעס באהאנדלונג די געקונצעלטע לשונות ) און פון הרב יעקב מאיר שעכטער שליט"א

לגבי די ליטא דארף צו הייסן אז ס'איז געווען א אסיפה נעכטן אבער האט זיך נישט קיין סאך געטוישט לגבי זייער השתתפות

פון ר"ל לייזער הערט מען נאך אויך נישט קיין אנדייטונג אז ער גייט זיך משתתף זיין (לכוארה וועט ער אין די לעצטע מינוט אנקומען )

לגבי די טיקעטס איז נישט דא קיין גרויסע אפדעיט אבער איין זאך איז זיכער אז אלע טיקעטס זענען שוין פארקויפט לויט מאנכע

א צווייטע גירסא זאגט אז ס'איז פארהאן א אפציע פון נוצן נאר א האלבע סטעדיום און דאס גייט מען נוצן מאכט נישט קיין סענס לכוארה

א דריטע גירסא אז מ'האט פארקויפט נאנט צו 10000 טיקעטס און די איבריגע לייגט מען דערווייל אוועק אולי וועט נאך צוקומען א גרעסערע קרייז אדער קהלה

ס'איז געווען באריכטעט אז רז"ל מסאטמאר האט געזאלט נעכטן גיין אויפקלערן דעם סקולענע רבי שליט"א די מצב אבער למעשה איז געקומען פון שטוב א אנטווארט אז ס'פעילט שוין נישט אויס און דער סקולען רבי וועט געבן זיין חתימה אן דעם אזוי אויך איז געווען באריכטעט אז ער האט געברויכט צו גיין צום פאפא רב שליט"א אויך אויפקלערן די וויכטיקייט פונעם מצב למעשה נישט געגאנגען

דער עיקר איז אז ס'זאל זיין מיט גרויס הצלחה און ס'זאל דינען דעם ציל

גאנצל » דאנערשטאג יוני 8, 2017 1:16 pm

· #373849
איש את רעהו
דער בלאט חלומ'ט בהקיץ מיטן שרייבן אז ס'דא א שאנס אז די ראשי ישיבות אין ארצות הברית קענען עפעס מער ווי שיקן א בריוו אנפרעגן שאלות ביי די מועצגה"ת אין ארץ ישראל
ביי די ראשי ישיבות אויב חלילה ס'דא א הרהור אז די טעמע פון יא שמד'ן יודן נישט שמד'ן איז חלילה פוגע אין די גרויסע/פארכטיגע/הייליגע כבוד פינעם... איז ביי זיי נישטא וואס צו רעדן מער פון די סאבדזשעקט.
דאס מאקסימום ס'שייך, איז שוין ב"ה יעצט ארויס ווען אין ליכט פינעם א' שלח מסיבה אין בארקליעס איז די ליטווישע הנהגה אריינגעפאלען אין א פאניק מיט צעיושעטע אטאקעס.


ביז יעצט האט געחלומט דער איד יעצט חלומט דער בלאט, דער איד האט זיך נאר אויפגעוועקט צו שפעט
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28