☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחאה

א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחאה

1364 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11501
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28

איסר האטלקי » פרייטאג יוני 9, 2017 12:24 am

· #373935
איינער געדענקט נאך ווען מוהר"א האט נישט געוואלט קומען צו עפעס א כינוס צוליב וואס מען שטעלט זיך צוזאם מיט ליטווישע ציונים און מען קען נישט אויסרעכענען זייערע פערזענליכע אינטערעסן און בייזוויליגע מאטיוון און פאליטישע כונות?

איך מיין אז יענס איז געווען אין די תש"ע יארן, ביי די גיוס מערכה אין בארקלעיס.

פאר מער עי' אין בלאט די ווי עס שטייט עפעס א הסבר אז מען קען נישט גיין צוליב וואס מען שליסט אויס דעם ליטווישן המון, און דער רבי זי"ע האט קיינמאל נישט געוואלט גיין אן זיי.... ודפכ"כ.

קלוגע יודל » פרייטאג יוני 9, 2017 1:29 am

· #373938
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
איסר האטלקי
גאנצל
סאו ווייל ס'האט צוטון מיט דעם זונטאג מיינט דאס אז ער שיקט צום כנוס מ'האט גענומען א זייטיגע בריוו וואס ער האט געשריבען און מ'האט דאס געמאכט אויסזעהן ווי ער רופט צו דעם כנוס

אט דאס איז די דעפינישען פון בלאף

אה, ס'האט שוין צוטון מיט זונטאג? מ'האלט שוין אויף א וועג.
און ער שרייבט אז מען זאל מחזק זיין און צוהעלפן בגוף ובממון? וואס מיינט דאס אויב נישט קומען צום כינוס??

ער שרייבט מען זאל העלפן בגוף ובממון די וואס העלפן די שוואכע בחורים. (ער זאגט מען זאל מאכן ישיבות פאר די שוואכע בחורים)

קלוגע יודל » פרייטאג יוני 9, 2017 1:31 am

· #373939
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
[ציטאט אראפגענומען]


נאר די תירוץ איז, אז די וואס מען האט אנגערעדט שטותים און זיי ווייסן בכלל נישט וואס טוט זיך אין ארץ ישראל האבן גע'חתמ'ט.

ביודעין ווייס איך אז פאר סקולענע רבי מיט באבוב (רמ"ד) האט מען געזאגט אז ויזניץ ב"ב שטיצט די מערכה....

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 9, 2017 6:18 am

· #373953
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
ווי פארקויפט מען די טיקעטס אין לעיקוואד? לויט וואס איך ווייס פארקויפט מען נאר אין סאטמאר, נישט אין אין ב.מ.ג. און נישט די אנדערע שוהלען צו געשעפטען.

איש את רעהו » פרייטאג יוני 9, 2017 6:26 am

· #373954
ליטוואק פון בודאפעסט
ווי פארקויפט מען די טיקעטס אין לעיקוואד? לויט וואס איך ווייס פארקויפט מען נאר אין סאטמאר, נישט אין אין ב.מ.ג. און נישט די אנדערע שוהלען צו געשעפטען.

סאטמאר איז זייער א גיטע צענטער, עס פארמאגט טויזענטער אידן פון די ליטאים וואס גייען במשך'ן וואך אהין דאווענען, אפשר א האלבע פראצענט מתפללים האבן א שייכות צו סאטמאר

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 9, 2017 6:31 am

· #373955
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
יא, אסאך דאווענען דארט, אבער דאס אז אין קיין אנדערע פלאץ ווערען זיי נישט פארקויפט איז די ראיה אז ס׳איז נישט געווארען אנגענומען. דער כלל שטיצט עס נישט.

איש את רעהו » פרייטאג יוני 9, 2017 6:41 am

· #373956
אין לעיקוואד זענען ווייניג אינעם כלל, 90 פראצענט איז א גרויסער צוזאמקום פון אסאך אינדעווידועלן
📎 444444.jpg

טיקעט פאר $300
<a class="postlink" href="http://www.ebay.com/itm/-/292144954136">http://www.ebay.com/itm/-/292144954136</a>

קורקלענד » פרייטאג יוני 9, 2017 11:15 am

· #373968
.
📎 0000.jpg

גאנצל » פרייטאג יוני 9, 2017 11:16 am

· #373969
[quote="איש את רעהו"]דאס איז וואס א מהר"א תומך האט מיר געשריבן,
[quote="שטארקע מהר"א אנהענגער"]די גאנצע שטאט רעשט נאך מיט די מרפסין איגראדיגע קשיא
מה נשתנה א' חקת מא' נשא/שלח

פארוואס האט דעמאלט יעדער מיטגעשטאנען אזעלכע ווי ראחמיסטריווקא פאפא וכדו' פארוואס יעצט לאכט יעדער

ווי איז געווען די מכלומרשטע מוראדיגע דרוק דעמאלט
[/quote]
ערעב איד איר לעבט אין חלומות
ווער האט דעמאלטס געשפירט דרוק ? ? ? ? ווער זענען געווען דעמאלטס די דרוקער'ס און וועמען האט מען געדריקט ? ?
אדרבה ברענגטס די דאקומענטן /באריכטן איבער דרוק וואס זאל דעמאלטס פארקומען
קוק וואס טוט זיך יעצט אין די פרעסע די מכתבי הרבנים/ קללת החכי"ם מאמרי הלבלרים
די גאנצע רעש וואס טוט זיך אצינד נאך בעפאר איינער האט איבערגעטרעט די שוועלן אין בארקליעס האט שוין א מיליאן מאל מער אפעקט ווי גאנץ פאולי סקווער[/quote]

דרוק איז דעמאלט געווען פון די אייגענע מענטשן יעדן טאג א נייע תירוץ פ"וו נישט צו קומען
הייסט ר' מלכיאל קוטלער האט דערמאלט נישט געהאט קיין דרוק ? ווילסט מכחיש זיין שמש בצהריים
און דאך האט מען ארויסגעשלעפט א היסטארישע קאלירפול ציבור

וועם פאפסטו ?

גאנצל » פרייטאג יוני 9, 2017 11:18 am

· #373970
[ציטאט אראפגענומען]



גרויסע נייעס ר' אהרן א אגודיסט דעס איז שוין א אלטע זאך

זיין פעטער האט ביי ניתוחי מתים זיך צוגעשטעלט צו מזרחיסטן ער איז שוין איין דרגה בעסער

לערנט אייך אויס ווי אזוי צו פירן די מערכה מיט די ציונים קען סאטמאר רב באשליסן נישט קיין עסקנים

דעס ווייסטו אויך אז ווען מהרא האט געפרעגט די צוויי רבנים ווער ס'גייט רעדן וואס גייט מען רעדן וואס גייט זיין די מעסיזש גייט מען רעדן פון אויערבאך'ס פאליטיק ? אויף דעם אלעם האבן זיי קיין תירוץ נישט געהאט

גאנצל » פרייטאג יוני 9, 2017 11:22 am

· #373972
איסר האטלקי
איינער געדענקט נאך ווען מוהר"א האט נישט געוואלט קומען צו עפעס א כינוס צוליב וואס מען שטעלט זיך צוזאם מיט ליטווישע ציונים און מען קען נישט אויסרעכענען זייערע פערזענליכע אינטערעסן און בייזוויליגע מאטיוון און פאליטישע כונות?

איך מיין אז יענס איז געווען אין די תש"ע יארן, ביי די גיוס מערכה אין בארקלעיס.

פאר מער עי' אין בלאט די ווי עס שטייט עפעס א הסבר אז מען קען נישט גיין צוליב וואס מען שליסט אויס דעם ליטווישן המון, און דער רבי זי"ע האט קיינמאל נישט געוואלט גיין אן זיי.... ודפכ"כ.


גענוי וואס זיין פעטער האט געטון ביי ציונים האט ער זיך צוזאםגעשטעלט מיט די אגודה כל זמן ער האט עס געפירט און געלאדענט די אגודה צו זיך

און ביי פירצות הדור ווי ביי האר האט ער קיינמאל געגאנגען אנפרעגן די ליטווישע עולם ווי זוי זיך צו פירן

און אוודאי איז ער נישט געזיצען מיט און געהערט דברי כפירה פון א אגודיסט און געבליבען זיצן באקוועם און אויסגעהערט און ניטאמאל האט עס אים וויי געטון

גאנצל » פרייטאג יוני 9, 2017 11:48 am

· #373976
איז שוין דא עפעס א סדר היום ?

אז מ'ווייסט אז די ליטווישע שטעלן זיך אפיציעיל נישט צו פ"וו מאכט מען עס דאן אין א סטעדיום ?

סאדאם חוסעין » פרייטאג יוני 9, 2017 12:53 pm

· #373983
גאנצל
איז שוין דא עפעס א סדר היום ?

אז מ'ווייסט אז די ליטווישע שטעלן זיך אפיציעיל נישט צו פ"וו מאכט מען עס דאן אין א סטעדיום ?

ווייל יעצט איז שוין זייער שפעט צו טוישן פלאץ.

איש את רעהו » פרייטאג יוני 9, 2017 1:22 pm

· #373984
📎 unnamed (6).png

דרשת הרב הערצאג

<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/0Bw2_irazbWAKZXhkQkRjYnZyZlU/view?usp=drive_web">https://drive.google.com/file/d/0Bw2_ir ... =drive_web</a>

איש את רעהו » פרייטאג יוני 9, 2017 1:29 pm

· #373985
📎 1111.png
📎 1111 %282%29.jpg

green sunday » פרייטאג יוני 9, 2017 2:07 pm

· #373987
עס איז דא א סיבה פארוואס געוויסע רבנים פון וויליאמסבורג האבן געחתמט דעם קול קורא קעגן זייער ווילן ואכהמ"ל

פיינע קאווע » פרייטאג יוני 9, 2017 2:10 pm

· #373989
ר' ז.ל. פילעף מיט פייע רב זענען ארויף צו פאפא רב בעטן צו חתמנ'ן פאר'ן פראטעסט האט פאפא רב געזאגט ער וויל נישט ווילאנג עס איז נישט דא אן אסיפת הרבנים דערוועגן און עס איז פארהאן חילוקי דיעות האבן זיי אים געבעטן א פשוטע בריוו אזוי ווי סקולנע רביס בריוו פשוט צו מחזק צו זיין די עסקנים קעגן גיוס האט ער נישט געוואלט האבן זיי אים געבעטן א ברכה בכתב אויפן פראטעסט נישט אז מען מיז זיך בטייליגען האט ער זיך אויפגעהויבן און ארויס געגאנגען
כך שמעתי פון א ב"ב פון פאפא רב

גאנצל » פרייטאג יוני 9, 2017 2:19 pm

· #373991
איש את רעהו
📎 unnamed (6).png

דרשת הרב הערצאג

<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/0Bw2_irazbWAKZXhkQkRjYnZyZlU/view?usp=drive_web">https://drive.google.com/file/d/0Bw2_ir ... =drive_web</a>


אז קאלמנאוויץ זאגט איז שוין ניטא קיין צוויי ברירות

נעבעך דער יצחק שטערן האט א שווערע ארבייט שפאנט איין יעדן וואס ער קען פון א"י ביז אהער (נאכדעם ווי די וואס ער האט געחלומט צו האבן האבן אים נישט פותר חלום געווען )

דער קאלמענאוויץ איז געווען זייער אקטיוו צו רודפ'ן דעם ראב"ד עדה החרידית פאר די חוצפה ארויס צו זאגן זיין דעת תורה אקייגען ר' דוד שמידל'ס חברה

איז טאקע אויפ'ן פלאץ נאכצוזאגען א דבר מצחיק וכאוב איינע פון רבנים אין נוי יארק זענען געגאנגען באזוכן דעם ראבד ירושלים ביי א באזוך אין א"י האט דער רב געפרעגט דעם ראב"ד וואס טוט זיך מיט די אנשי רשע וואס האבן אים געפייניגט ביי די פראיעקט אין בית שמש

זינט זיי האבן באשלאסן אז מ'מעג שוין רעדן פונעם גיוס האבן זיי אפגעלאזט און עס איז שוין נישטא קיין פראבלעים פון חטוטי שכבי .............

גאנצל » פרייטאג יוני 9, 2017 2:20 pm

· #373992
[ציטאט אראפגענומען]


ר' אהרן א קנאי ?.......

אינטערסאנט ביים כנוס כלל ישראל האסטו זיך גאנץ ווינציג גערעכנט מיט די קנאישע רבנים און דא אויפאמאל צוריק צו קנאישע רבנים
דעמאלט האט מען זיך געלערנט קנאות פון סקולען אין פאפא די וואס האבן זייער אסאך געהאט מיט סאטמאר

עולם הפוך ראיתי

בלויז קלאר צו מאכן מהרא האט זיך נאך נישט ארויסגעשטעלט קעגן דעם כנוס ער האט בסה נישט געשיקט זיין עולם ווייל ער האלט אז די כנוס האט נישט קיין הוראת רבנים מ'האט נישט געמאכט קיין אסיפה פארדעם ע"כ האט ער מורא ס'וועט אויסקוקן פונקט ווי דעם כנוס כלל ישראל ווי מ'האט גערעדט זאכן קעגן סאטמאר און נאך אזעלכע חששות ער פילט אז א מחאה קעגן ציונים וואס ווערט געפירט אויף אזא וועג איז ארגער און ענדערש גייט מען נישט

גאנצל » פרייטאג יוני 9, 2017 2:44 pm

· #373999
ביז די בית שמש פרשה קיינמאל געהערט פון אים ניט פון קאלמענאוויץ און ניט פון טורטשין

ס'איז אמת אז כמעט אלע פון קנאישן חדר האבן זיך צוגעשטעלט צו דעם כנוס

אבער ווען נישט ד איין קנאי וואלט נאך היינט אויערבאך דער ציוני געווען נדער קנאי פונעם דור

מילא איז דער איין קנאי וואס טרויעט זיך צו זאגן דעם אמת קייגען די שטראם פון די וועלט מער ווערט ווי אלע

ועוד דער פירכא פון די רבנים האסטו אליין צונישט געמאכט מיט דיין השתתפות צום בנוס כלל ישראל

פיינע קאווע » פרייטאג יוני 9, 2017 3:12 pm

· #374003
[ציטאט אראפגענומען]


היתכן טאקע אז די צוויי רבנים חברי הביד"ץ של סאטמאר זאלן גיין זיך לעקן פאר א חתימה צו איינעם וואס האט קיינמאל ליב געהאט סאטמר מילד גערעדט. הישמע כזאת ?

גאנצל » פרייטאג יוני 9, 2017 3:13 pm

· #374004
צו וואס האט ער געברויכט שרייבן עקסטערע און פארוואס געווארט ביז ערב שבת ?

גאנצל » פרייטאג יוני 9, 2017 3:32 pm

· #374008
נישט קיין שיינע זאך צו פארגעסן פונעם שאפראנער תלמיד רבינו הק' און געדענקן פון ר' יעקב יוסף האלבערשטאם

פארוואס טאקע איז נישט געלונגען צו האבן א קאלירפולע עולם ? דיקא ביי די נושא ווי עס פון די סאמע וויכטיגסטע זאכן צו האבן אפי' פרעמדע

שמעון וואלף » פרייטאג יוני 9, 2017 3:41 pm

· #374009
איך קלער אז מעגליך האט די שאפראנער רב נישט געוואלט חתמנ'ן ווילאנג ס'איז געווען א קלער אז מ'גייט צוזאמען מיט די ליטווישע (כינוס כלל ישראל) האט ער טאקע נישט געשטיצט. איינמאל די קול קורא איז ארויס און ס'איז געווארן קלאר אז נאר סאטמאר וועט עס פירן האט ער געחתמ'ט

signout » פרייטאג יוני 9, 2017 4:11 pm

· #374012
[ציטאט אראפגענומען]

האמיר דא א גיטע פארהערער, די גאונות ווערט געמאסטן ביי אים לויט וויפיל בריווען ער גיבט פאר די פארטיי, שטעלסט ענק שוין פאר וואסערע גאון ר' ישראל חיים מנשה איז...

signout » פרייטאג יוני 9, 2017 4:13 pm

· #374013
[ציטאט אראפגענומען]

ספינקא לייקענט זיין חתימה ועל הכלל כולו יצא, אין אפילו אויב יא איז קיין שום קשיא פאר ווער ס'ווייסטו וויאזוי די חתימות גייען

signout » פרייטאג יוני 9, 2017 4:16 pm

· #374014
למעשה שטעלט זיך ארויס אז לעיקוואד ראש ישיבה האט קיינמאל גרעדט אין ישיבה דערוועגען, קיין שום גרויסע קהילה שטעל זיך נישט צוה חוץ די גרויסע וויען'ע קהילה, קען מען עס שוין מאכען אין מאנהעטן אויף די גאס ווי ס'קען ווען ארויסקומען אסאך א שטערקערע קול, סתם א שאד פאר די בארקלעי צענטער

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 9, 2017 4:22 pm

· #374015
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
אדער ביים נעקסטע חתונה\ברמצוה אין די סאטמאר ווסמב"ג פארטיי

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

רויטע וואנצעס » פרייטאג יוני 9, 2017 6:20 pm

· #374019
איז דא א קבר אין בית שמש פאר די אשכול?

שמעון_ברוך » פרייטאג יוני 9, 2017 6:21 pm

· #374020
פיינע קאווע
ר' ז.ל. פילעף מיט פייע רב זענען ארויף צו פאפא רב בעטן צו חתמנ'ן פאר'ן פראטעסט האט פאפא רב געזאגט ער וויל נישט ווילאנג עס איז נישט דא אן אסיפת הרבנים דערוועגן און עס איז פארהאן חילוקי דיעות האבן זיי אים געבעטן א פשוטע בריוו אזוי ווי סקולנע רביס בריוו פשוט צו מחזק צו זיין די עסקנים קעגן גיוס האט ער נישט געוואלט האבן זיי אים געבעטן א ברכה בכתב אויפן פראטעסט נישט אז מען מיז זיך בטייליגען האט ער זיך אויפגעהויבן און ארויס געגאנגען
כך שמעתי פון א ב"ב פון פאפא רב


דאס האב איך ערהאלטן מיטוואך, שטימט נישט אינגאנצן מיט וואס דו שרייבסט. דשאסט סעינג..


ידיעות אנ"ש פאפא, מיטוואך פרשת בהעלותך תשע"ז

היינט נאכמיטאג האט אפגעשטאט א באזוך אצל כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, א חשובע משלחת פון חברי ביד"ץ דקהל יטב לב אין וויליאמסבורג, הרבנים החשובים והמפורסמים, הגה"צ ר' יקותיאל יודא פילאפף שליט"א מחותנו של רבינו, און הגה"צ ר' שלמה לייב וויינבעגער שליט"א אב"ד פאיע.

דער רבי שליט"א האט אויפגענומען די רבנים ביותרת הכבוד, מ'האט אריינגעברענגט כיבוד און לחיים, און ס'האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בענינים שונים און סיפורים פון צדיקים הקודמים. צווישן אנדערע האבן די רבנים אויך אויפגעברענגט פארשידענע רדיפות וואס אחינו בני ישראל בארה"ק שטייען אויס מצד די פרייע וועלכע קענען נישט צוקוקן ווי די חרד'ישע באפעלקערונג ההולכים בתורת ד' בליעט און וואקסט על אפם וחמתם. דורכאויס די שמועס האבן אנוועזנדע עסקנים דערציילט פאר'ן רבי'ן איבער די פלענער פון די גרויסע פארזאמלונג וואס ווערט אראנזשירט אין דאונטאון ברוקלין.

צום שלוס האט דער רבי שליט"א געטרינקן לחיים און ווארעם געוואונטשען ברכות לרוב, אז די זכות וואס מען טוט אזויפיל פאר כבוד שמים, און מען ווייזט אז איין איד זארגט זיך פאר'ן צווייטן, וועט זיכער ביישטיין פאר אלע עוסקים בצרכי ציבור באמונה. דאן האט דער רבי שליט"א ארויסבאגלייט די חשובע רבנים שליט"א, ונפרדו לשלום

קאווע טרינקער » פרייטאג יוני 9, 2017 6:30 pm

· #374021
[ציטאט אראפגענומען]


אנאנים, סתם לטובתך, זאלסט נישט אריינקומען דא ווי א נער, וואס וואלסטו געטוהן, ווען:
1) ביסט איינגעשטעלט אין א אפיס, דיין וועכענטליכע געהאלט קומט פון די "קאנסעליי" (זעה קינדליין לעצטע וואך בילדער פון די שטויביגע קאנצעליי), מ'לייגט אויף די לחץ צו חתמ'ענען, און אויב דו חתמ'עסט נישט מיינט דאס אז דו שטעלסט דיך ארויס קעגען מהורז"ל... וואלסטו נישט געגעבן א שאקל מיטן קאפ: נו, טו וואס דו ווילסט, לאמיך אפ.
2) ביסט א קליינע רבי מיט קוים 4 מענטשען וואס זענען נייגעריג אין דיין מיינונג, און גרויסע עסקנים געבן דיר די כבוד צו חתמ'ענען....
3) ביסט א חשובע רב, מ'האט דיר געבעטן דיין חתימה און דו האסט געזאגט אז דו וועסט עס איבערטראכטן, שטייסט אויף אינדערפרי און דו זעהסט דיין חתימה... דו האסט א ברירה זיך צו ביליג מאכן, און שרייבן א בריוו "מעולם לא חתמתי...." און זיין בפי כל הבריות ללעג ולקלס. אדער, וואס איך וואלט געטוהן, און אקוראט אזוי האב איך גע'עצה'ט פאר א רב וואס האט מיך געטעקסט נעכטען נאכט! - לאז לויפן.... טו נישט גארנישט, אז איינער פרעגט, מערסטענס וואס דו קענסט זאגן "איך שלאג זיך נישט, ווער, ס'דארף מיין חתימה זאל עס ניצן..."

רוב חתימות גייען אריין אין די כלל, זיי וואלטן עס געטוהן פאר די גרויסע חתימות אויך, אבער דארט איז שוין א פראבלעם ווייל די גרויסע האבן גבאים וואס וועלן מפרסם זיין די שקר.

יעצט גיי איבער די רשימת החותמים.

בד"וו, די וואס קענען ויואל משה ווייסען אז אן א מיטונג איז עס נישט קיין דעת רבים, סאו ר' אהרן און פאפא רבי זענען גערעכט, מ'מאכט נישט קיין עצרת איידער ס'דא אן אסיפת הרבנים.

גאנצל » פרייטאג יוני 9, 2017 6:57 pm

· #374023
[ציטאט אראפגענומען]


נאכ'ן בקשה פון הרב יעקב הורוויץ וואס טוט אסאך פאר די גזירה ארבעט אסאך צוזאם מיט סאטמאר רב שוין זינט די חקת פראטעסט

וכמעשה רב פון הייליגן דברי יואל וואס ער האט אויך געהייסן אפשטיפן א פראטעסט אויפ'ן פארלאנג פון מזרחיסטן

פליקער » פרייטאג יוני 9, 2017 8:10 pm

· #374025
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
סך הכל וועט עס זיין ווארשיינדלעך זיין א שיינע כ''א כסליו צאמקום, א שוד מונא קען נישט דארט זיין מיט די געהויבענע שירה אינגעלייט.

ירח בן יומו » מוצ"ש יוני 10, 2017 11:40 pm

· #374031
אינטערסאנט.

אין סקולענער ביהמ"ד דעם שבת איז נישט געווען קיין רמז קל פון קיין בריוו פון דעם רבי'ן.

אויך אין די גאסן ארום דעם בית מדרש איז נישט געהאנגן קיין שום פלאקטען בנוגע דעם עצרת. זעט אויס אז זיי ווילן נישט אז ד רבי זאל עפעס זעהן ווען ער גייט שפאצירן.

איסר האטלקי » זונטאג יוני 11, 2017 12:02 am

· #374033
גאנצל
[ציטאט אראפגענומען]


נאכ'ן בקשה פון הרב יעקב הורוויץ וואס טוט אסאך פאר די גזירה ארבעט אסאך צוזאם מיט סאטמאר רב שוין זינט די חקת פראטעסט

וכמעשה רב פון הייליגן דברי יואל וואס ער האט אויך געהייסן אפשטיפן א פראטעסט אויפ'ן פארלאנג פון מזרחיסטן

א חוקת האט זיך אויסגעלאזט א בוידעם מיט דעם הורוויץ, ביידע סאטמאר פארטייען האבן אים געוואלט צורייסן אויף שטיקער נאך וואס עס האט זיך ארויסגעוויזן בריש גלי אז ער האט גארנישט געברענגט, נאר אנגעדרייט טויטע קאפ-וויי אויף טריט און שריט. לגבי דעם מעשה רב קען מען ברענגען זעכצן מעשיות פארקערט.

סאטמארער יונגערמאן » זונטאג יוני 11, 2017 12:15 am

· #374037
קאווע טרינקער
....
3) ביסט א חשובע רב, מ'האט דיר געבעטן דיין חתימה און דו האסט געזאגט אז דו וועסט עס איבערטראכטן, שטייסט אויף אינדערפרי און דו זעהסט דיין חתימה... דו האסט א ברירה זיך צו ביליג מאכן, און שרייבן א בריוו "מעולם לא חתמתי...." און זיין בפי כל הבריות ללעג ולקלס. אדער, וואס איך וואלט געטוהן, און אקוראט אזוי האב איך גע'עצה'ט פאר א רב וואס האט מיך געטעקסט נעכטען נאכט! - לאז לויפן.... טו נישט גארנישט, אז איינער פרעגט, מערסטענס וואס דו קענסט זאגן "איך שלאג זיך נישט, ווער, ס'דארף מיין חתימה זאל עס ניצן..."

מיר האט ער אויך געטעקסט. זעהט אויס ער האט נישט אזוי שנעל געוואלט אננעמען דיין עצה

shem-tov » זונטאג יוני 11, 2017 1:06 am

· #374039
מיינע פאר סענס.

קודם כל איי וועלט איז א צודרייטע פלאץ מיט זייערע יא דיבאטעס נישט דיבאטעס סתם שווערע שלעכטע מענטשן וואס האבן שוין יא עפעס א נארמאלע סייט לאזן זיי מער נישט זיך אויסשמועסן איך וואונטש זיי אביסל שכל.

די זאליס יעצט אויף די מינוט זענען די קלארע געווינער איינס ווייל זיי גייען אנפילן א גאנצע סטעדיאום פארשטייצעך א דאנק דעם טאקע ווייל רבי אהרן קומט נישט און צווייטענס ווייל אויף זייער קול קורא זענען אונטערגעשריבן בלויז סאטמארע רבנים נישט קיין חילוק צו ער האט 100 יודן אין זיין שול צו נאר 5.

די גרעסטע טעות וואס ביידע סאטמערע מאכן איז ווען זיי לויפן נאך די פרעמדע רבנים איך רעד פון וויזשניץ מאנסי סקולען פשעווארסק גרין וכדו די אלע זאלן זיך האלטן מיט זייערע חתימות ווייל סייווי שרייבט ער נאר אונטער שוואכער צו מאכן קומענדיגע מערכת ואכמ"ל. ווי צו זאגן מיט דעם האלט איך יא ווי סאטמער אבער מיט דעם און דעם נישט פארוואס דארף דאס סאטמאר האבן.

די אהרונים זאלן בעסער אויפקומען מיט עפעס א מעכטיגע כינוס בקרוב ממש ווייל דער עולם יעדער מיט וועם איך רעד איז גוט אנגעווייטאגט. יא יעדער פארשטייט אז רבי אהרן האט זיך נישט געדארפט צושטעלן צו אפאר עסקנים וואס האבן דיסיידעד צו מאכן א אסיפה אבער וואס יא? מען קען עס נישט סתם איגנארן.

זיצן אפאר לצים און דיסיידן מסדר צו זיין רבי אהרן מען גייט מאכן א כינוס וועט רבי אהרן קומען האמיר אים געוויזן ווער סאיז בעה"ב וועט ער נישט קומען וועט מען אים נאכשרייען ציוני. שווער צו זיין רבי אהרן די טעג.

הצד השווה די גזירה איז ביטער איך זעה שוין נישט קיין וועג ארויס גיוס איז היער טו סטעי א חוץ אויב סגייט אריינגיין אין מסירת נפש השם ירחם על עמו השארית ישראל

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 11, 2017 1:21 am

· #374042
אז ר׳ זלמן לייב זאל לאזן די ילדי צרפת ארויף קיין ישראל, וועלן זיי זיין אין מילטער, און די חרדים וועט מען לאזן אין ישיבה. אבער אז האלט זיי צוריק, מוזן די ישראלים מגייס זיין בני ישיבה.
דא קומט אריין די באקאנטע סאטמארע פייער לעשער משל.

קלוגע יודל » זונטאג יוני 11, 2017 1:52 am

· #374046
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
קאווע טרינקער
אז זלמן לייב זאל לאזן די ילדי צרפת ארויף קיין ישראל, וועלן זיי זיין אין מילטער, און די חרדים וועט מען לאזן אין ישיבה. אבער אז האלט זיי צוריק, מוזן די ישראלים מגייס זיין בני ישיבה.
דא קומט אריין די באקאנטע סאטמארע פייער לעשער משל.

וואס איז די משל?

שמעון_ברוך » זונטאג יוני 11, 2017 2:05 am

· #374048
ענדליך.. ר' שמואל אויערבאך.
📎 IMG-20170611-WA0038.jpg

גאנצל » זונטאג יוני 11, 2017 2:30 am

· #374052
דער עולם האט דאך מיטגעהאלטן פאריגע וואך דאנערשטאג ווען קאומי האט זיך געלאזט פארהערן ביים סענאט

אין די ענד אויף די געים האט יעדער איינער געווינען

דעמאקראטן האבן זיך אנגעכאפט אויף דעם ליגנער קאומי אז ער האט געזאגט אויף טראמפ אז ער איז א ליגנער הלמאי ער האט דאך מיר געזאגט אז ער טוט א גוטע זשאב און נאכדעם האט ער געזאגט א ז נישט א מין שטוינענדע ליגענד

די רעפאבליקען'ס האבן געקלעימט געווינען ווייל קאומי האט מער ווייניגער מסכים געווען צו וואס זיי טענה'ן שוין די לעצטע שטיק צייט

די ווארט בקיצור אלס קען מען טרעפן א געווינס

ר' אהרן מיט זיינע מענטשן זענען פרייליך און צופרידן אין גם אחד וואס איז אנגעווייטאגט און ס'איז נישט דא אויף וואס איך מיין הרב יצחק שטערן האט געוואלט דערליווערן דאס וואס ר' אהרן האט דערליווערט א חקת און ס'איז נישט געגאנגען נעקסט פעיזש, ער גייט יא צוזאםנעמען אלע זיינע ישיבות כולל און אנהענגער און צוזאםקלאפן א קנאפע רבבה אידן זייער פיין קיינעם באדערט דעס נישט וועם זאל באדערן אז די זאליס נעמען זיך צוזאם ? זאלן זיי עס טון איינמאל א יאר און זיך מחזק זיין און שוין

וויטער די זאליס זיי טרעפן אנדערע נחמה'ס יעדע צוויי מינוט הרב שטערן האט אליין באוואונדערט זיין מישען פ"וו ווייל יעדער רעדט פון זיין דורכפאל מילא איז מישען עקאמפלושד.........

דעס איז צימעסדיג גערעדט

אבער נארמאל גערעדט גייט זיין א שיינע צוזאםקום מארגן פון חסידי מהרז"ל אינאינעם מיט די וויענע קהלה און נאך אפאר זייטיגע און מ'גייט שרייען אויף די גזירת גיוס זאלן זיי האבן גרויס הצלחה

גאנצל » זונטאג יוני 11, 2017 2:32 am

· #374053
[ציטאט אראפגענומען]


טאקע ווער נישט ?

שטעל ארויס נאך אפאר בקשו רחמים'ס ס'פעילט זיך וויכטיג אויס צו בארואיגן די מצב

גר ותושב » זונטאג יוני 11, 2017 2:32 am

· #374054
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
[ציטאט אראפגענומען]
[/quote]

פארשטייט זיך ווייל פון נאכן עפענען די טוערן וועט זיין בישות אקאמפלישד.

גאנצל » זונטאג יוני 11, 2017 2:37 am

· #374055
איסר האטלקי
גאנצל
[ציטאט אראפגענומען]


נאכ'ן בקשה פון הרב יעקב הורוויץ וואס טוט אסאך פאר די גזירה ארבעט אסאך צוזאם מיט סאטמאר רב שוין זינט די חקת פראטעסט

וכמעשה רב פון הייליגן דברי יואל וואס ער האט אויך געהייסן אפשטיפן א פראטעסט אויפ'ן פארלאנג פון מזרחיסטן

א חוקת האט זיך אויסגעלאזט א בוידעם מיט דעם הורוויץ, ביידע סאטמאר פארטייען האבן אים געוואלט צורייסן אויף שטיקער נאך וואס עס האט זיך ארויסגעוויזן בריש גלי אז ער האט גארנישט געברענגט, נאר אנגעדרייט טויטע קאפ-וויי אויף טריט און שריט. לגבי דעם מעשה רב קען מען ברענגען זעכצן מעשיות פארקערט.


מיסאינפארמעישן

הורוויץ האט געברענגט רז"ל צום כנוס ער האט געברענגט הרב וואכטפויגל און זיינע פאר הונדערט מענטשן

גאנצל » זונטאג יוני 11, 2017 2:39 am

· #374057
אין איין ווארט די גאנצע תירוץ קנאותדיגע רבנים איז די צווייטע אפשען אדער דע דריטע דאס איז נישט געווען די לכתחלהדיגע פלאן און פארטיג דו ווייסט דאס בעסער פון מיר

גאנצל » זונטאג יוני 11, 2017 2:44 am

· #374060
פון וועם מאכסטו חוזק זינט ווען האלטסטו תולדות אברהם יצחק פאר א פארשטייער ?

אויסערדעם האט ער געשריבען א בקשו רחמים צעטיל

און דעס אליין אז אזעלכע בקשו רחמים צעטלעך איז פון ענקערע געווינסען איז דע גרעסטע דורכפאל

גאנצל » זונטאג יוני 11, 2017 2:46 am

· #374061
[ציטאט אראפגענומען]


די שטעלט זיך ארויס וואס דו שרייבסט איז גארנישט אזוי אומשולדיג און די הו"א איז איך גארנישט אומשולדיג די אלע זאכן האט מען געוואוסט פאראויס און דאס האט ר' אהרן מסביר געווען פאר'ן גאלאנטער אז טאקע דערפאר דארף דא די זאך ערנסט באהאנדעלט ווערן מיט א געהעריגע אסיפה

שמעון_ברוך » זונטאג יוני 11, 2017 2:46 am

· #374062
[ציטאט אראפגענומען]


להעתיר בתפלה ותחנונים... כלשון אחיו מתולדות אהרן.

גאנצל » זונטאג יוני 11, 2017 2:49 am

· #374065
[ציטאט אראפגענומען]


וואס מיינט בקשו רחמים איז זייער פשוט ער שרייבט נישט קיין ווארט וועגן כנוס ער שרייבט אז מ'זאל מתפלל זיין

גאנצל » זונטאג יוני 11, 2017 2:51 am

· #374066
[ציטאט אראפגענומען]


וואס איז געשען מיט די שרייבערס פון די רבנים זיי קענען שוין נישט שרייבן געהעריג וואס זיי ווילן אלעס דארף מען פארשטיין ????.......

סקולען מיינט צו זאגן כנוס תוא"י מיינט צו זאגן כנוס יעדער מיינט צו זאגן
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28