הויפט זייט » שרייבער » יאיר
יאיר
3,836 פאסטס
1,143 אשכולות
2012–2018
אלע פאסטס (3,836)אשכולות (1,143)
פאסטס פון יאיר (נייסטע ערשט · בלאט 50 פון 77)
- אשכול אן א טיטל #3487קאווע שטיבל · מיטוואך אפריל 17, 2013 9:02 pmאיך רעד פונ'ם צד פונ'ם נותן. מיר איז אסאך וויכטיגער מ'זאל מוסיף זיין עפעס צו וואס איך האב געשריבן אדער מיר טשאלענדזשען זאכליך ווי מ'זאל מיר געבן א לייק.
- "חסידות סקווירא" והמסתעף (צווייטער טייל צוגעלייגט)צימעס · מיטוואך אפריל 17, 2013 8:57 pmאיינער קען מסביר וואס אין די גיהנם באדייטן די מודגש'דיגע חלקים?
- "חסידות סקווירא" והמסתעף (צווייטער טייל צוגעלייגט)צימעס · מיטוואך אפריל 17, 2013 8:56 pmאיך סקווער דאוונט מען מנחה ערב שבת עטליכע מינוט פאר צאת הכוכבים.
- אשכול אן א טיטל #3487קאווע שטיבל · מיטוואך אפריל 17, 2013 8:32 pmמאטי, א זאפטיגער אנאליז! איך קלער אז ס'איז דא נאך א סיבה פארוואס מ'לייקט אזויפיל שנעלער א הומאריסטישע תגובה ווי א תוכנ'דיגע. איך זע דאס אפילו ביי מיר אליין, …
- FB group "Yiddishkeit"אינטערנעט און אידישקייט · מיטוואך אפריל 17, 2013 7:47 pmאויך מיר אן עקסקיוז. אויב דו גלייבסט אין שלא עשני אשה, זיי מוחל און גלייב אויך אין שלא עשני גוי, און מאך נישט קיין ליצנות ווען מען בעט דיר צו טון קירוב. …
- אשכול אן א טיטל #3340היסטאריע · מיטוואך אפריל 17, 2013 7:21 pm[ציטאט אראפגענומען] אפשר ביסטו מער מסביר במאי פליגי מר. ווייס און מי שאמרו?
- נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפטוויסנשאפט · דינסטאג אפריל 16, 2013 8:25 pmא שטודיע האט פעסט געשטעלט אז מענטשן וואס גלייבן אז גאט איז אויפגערעגט און שטרענג האבן מער גייסטישע פראבלעמען ווי ענקזייעטי און אבסעסיעס. כאטש עס איז שווער צו …
- דרשות חז"ל וסיפורי מעשיותתורה און מחשבה · דינסטאג אפריל 16, 2013 7:53 pm[ציטאט אראפגענומען] אויב זיי זענען דיר נאמן אויפ'ן ווארט דעמאלט דארפסטו נישט קיין וועלטן פון דיאמאנטן. דו סאונדסט שוין באלד ווי דעם תלמיד פון רבי יוחנן 🙂.
- דרשות חז"ל וסיפורי מעשיותתורה און מחשבה · דינסטאג אפריל 16, 2013 7:32 pmממי, ערבך ערבא צריך. דו ברענגסט ראיות אז זיי האבן געזען מה למעלה מה למטה פון דעם וואס זיי אליין זאגן אז זיי האבן געזען. אבער די היינטיגע וויסנשאפטלער קענען דאך …
- דרשות חז"ל וסיפורי מעשיותתורה און מחשבה · דינסטאג אפריל 16, 2013 7:13 pmאיך בין יא נוטה צו מי שאמרו אז ער האט עפעס פיזיש געזען, הגע בעצמך, אויב איז דאס געווען סתם א דמיון, פארוואס איז דער דמיון נישט געקומען פריער, און פארוואס איז …
- דרשות חז"ל וסיפורי מעשיותתורה און מחשבה · דינסטאג אפריל 16, 2013 12:13 amאיך שעץ זייער אז ראביי סליפקין פרובירט צו רעקאנסיילן זיינע ראציאנעלע שיטות מיט די פון רבי יוחנן, אבער ווען ער וואלט געווען אן אויפריכטיגער ראציאנאליסט וואלט ער …
- דרשות חז"ל וסיפורי מעשיותתורה און מחשבה · דינסטאג אפריל 16, 2013 12:07 amאון אז מען רעדט שוין פון רב האי גאון, אט איז נאך עטליכע סטעיטמענטס פון אים: דא זאגט ער אז אפילו אויף די אגדתא'ס פון גמרא קען מען זיך נישט פארלאזן, און די אגדות …
- דרשות חז"ל וסיפורי מעשיותתורה און מחשבה · מאנטאג אפריל 15, 2013 8:56 pmעס איז אויך כדאי צוצולייגן וואס דער רבינו חננאל שרייבט אויף די מעשה פון רבי אליעזר אין בבא מציעא ווי די אמת המים און בת קול האבן מוכיח געווען אז ער איז גערעכט, …
- דרשות חז"ל וסיפורי מעשיותתורה און מחשבה · מאנטאג אפריל 15, 2013 7:45 pmתחכמוני, א הערליכער מאמר. איך וויל צולייגן עטליכע קורצע נקודות. ערשטנס, מען זעט פון נאך ערטער אז חז"ל האבן גענומען גאר ערנסט זייערע דברי אגדה, ווי די גמרא אין …
- היכי תמצא'ס און רידלס פון תורה'דיגע נושאיםתורה און מחשבה · מאנטאג אפריל 15, 2013 1:12 amבלי שטר משום לפני עיור.
- היכי תמצא'ס און רידלס פון תורה'דיגע נושאיםתורה און מחשבה · מאנטאג אפריל 15, 2013 1:11 amביכורים.
- היכי תמצא'ס און רידלס פון תורה'דיגע נושאיםתורה און מחשבה · מאנטאג אפריל 15, 2013 1:11 amבן פקועה, בהמה שנבראה בספר יצירה.
- היכי תמצא'ס און רידלס פון תורה'דיגע נושאיםתורה און מחשבה · מאנטאג אפריל 15, 2013 12:47 amנפל שמת ומלין אותו קודם קבורה.
- אשכול אן א טיטל #3445געזעלשאפט · זונטאג אפריל 14, 2013 11:03 pmכך קיבלתי מבית אבא, אין מקרא יוצא מידי פשוטו. אויב דו האסט באמערקט, אין די ציטאט וואס דו ברענגסט שטייט אז מען דארף לערנען סייענס, דאס וואס בימי חז"ל איז געווען …
- אשכול אן א טיטל #3445געזעלשאפט · זונטאג אפריל 14, 2013 10:00 pmדו האקסט דאך אונטער אידישקייט! באלד וועסטו נאך זאגן אז מ'דארף נישט גיין א קאפל, מ'מעג זיך שערן די בארד און פיאות, פרויען מעגן גיין מיט הויזן, מ'דארף נישט …
- אשכול אן א טיטל #3445געזעלשאפט · זונטאג אפריל 14, 2013 9:42 pmא פסוק אין משנה תורה איז דיר גוט? ושמרתם ועשיתם כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים אשר ישמעון את כל החקים האלה ואמרו רק עם חכם ונבון הגוי הגדול הזה . כנראה אז …
- איז "טאלעראנץ" א פאנטאזיע?געזעלשאפט · זונטאג אפריל 14, 2013 9:03 pmאוי ביסטו ראנג. זיי וויסן אז בעפאר די מלחמה האבן אידן געפארעמט דאס רוב פון די אינטעלעקטועלן אין דייטשלאנד, דאקטוירים, וויסנשאפטלער, לויערס, ביזנעס לייט, און …
- איז "טאלעראנץ" א פאנטאזיע?געזעלשאפט · זונטאג אפריל 14, 2013 7:18 pmהוגה, אודאי האבן די נאציס גענוצט דארוויניזם אלס אן אויסרייד, אבער דאס מיינט נישט אז "איין שפאן ווייטער איז ריינע ראסע". די נאציס האבן געמאכט אן אבסורדע …
- איז "טאלעראנץ" א פאנטאזיע?געזעלשאפט · זונטאג אפריל 14, 2013 3:17 amוואספארא שייכות האט סורווייוועל אוו די פיטעסט מיט ריינע ראסע? די ערשטע איז א סייענטיפישע פאקט וואס האט פאסירט אין די פארגאנגענהייט, אז בעלי חי וואס האבן בעסערע …
- אשכול אן א טיטל #2405קאווע שטיבל · זונטאג אפריל 14, 2013 2:59 amאז דו פארריכסט שוין וואלטסטו געמעגט שרייבן "קווענקלעניש".
- איז "טאלעראנץ" א פאנטאזיע?געזעלשאפט · פרייטאג אפריל 12, 2013 1:28 pmבאתי רק להעיר: האסט שוין עטליכע מאל געמאכט דעם טעות. עס דארף זיין מורידין ולא מעלין. ס'איז בלשון סגי נהור...
- איז "טאלעראנץ" א פאנטאזיע?געזעלשאפט · פרייטאג אפריל 12, 2013 12:59 pmריינע ראסע האט געקענט זיין אויך פאר דארוויניזם, אבער עס האט קלאר אנגענועמן א פרישע ראדיקאלע צורה ווי קיינמאל פריער צוליב דארוויניזם, ווען מען האט אנגעהויבן …
- איז "טאלעראנץ" א פאנטאזיע?געזעלשאפט · פרייטאג אפריל 12, 2013 12:54 pmדו פרעגסט א גוטע קשיא, איך ווייס נישט צו ס'איז דא א קלארער ענטפער. אבער אויפ'ן שפיץ גאפל דארף מען פארשטיין אז מיר לעבן אין אן אנדערע וועלט היינט, אויב ווילן …
- איז "טאלעראנץ" א פאנטאזיע?געזעלשאפט · פרייטאג אפריל 12, 2013 12:41 pmווער זאגט אז איך פארגלייך עס? איך זאג נאר אז די ערשטע האט געברענגט די צווייטע. און בכלל דארף מען וויסן דעם פונקטליכן אפטייטש פון love your enemy.
- איז "טאלעראנץ" א פאנטאזיע?געזעלשאפט · פרייטאג אפריל 12, 2013 12:39 pmדי איראניע איז אז דא שטייט בכלל נישט קיין טאלעראנץ אין דעם מובן וואס מיר האבן היינט, ישעיה איז פול מיט פרעדיגונגען קעגן אלע פעלקער, זיין ציל איז אז אלע וועלן …
- איז "טאלעראנץ" א פאנטאזיע?געזעלשאפט · פרייטאג אפריל 12, 2013 12:25 pmאיך ווייס אויכעט פון דער פסוק חמור שונאך ודרשת חז"ל עליו. דאך לאמיר זיך נישט נארען, די וועלט ווייסט פון דעם ענין פונ'ם דרשה אויפ'ן בארג און נישט פון דער פסוק, …
- איז "טאלעראנץ" א פאנטאזיע?געזעלשאפט · פרייטאג אפריל 12, 2013 11:27 amנאטורליך ציט דער מענטש דוקא יא צו מאראל, וואס איז דער שורש פון טאלעראנץ. קוק נאר ווי ווייט די וועלט האט זיך גערוקט, פון אן עקסטרעמיסטישע מיטל אלטער וואו מען …
- איז "טאלעראנץ" א פאנטאזיע?געזעלשאפט · פרייטאג אפריל 12, 2013 11:21 amדער אמת'ער שורש איז ואהבת לריעך כמוך. (הגם שיש אומרים שאין המובן כפשוטו, ודי בזה). טאקע דער שרש השרש, אבער מרעדט דאך דא פון ואהבת לשונאך, וואס דאס איז נישט …
- איז "טאלעראנץ" א פאנטאזיע?געזעלשאפט · דאנערשטאג אפריל 11, 2013 8:20 pmדער אמת'ער שורש איז ואהבת לריעך כמוך. (הגם שיש אומרים שאין המובן כפשוטו, ודי בזה).
- איז "טאלעראנץ" א פאנטאזיע?געזעלשאפט · דאנערשטאג אפריל 11, 2013 8:18 pmטאלעראנץ איז נאך אזא אידישע ווארט ווי אינטעליגענציע און טראנספארטאציע. הצד השוה שבהן אז ס'קומט פון די הייליגע שפראך דייטש וואס אונזערע אור עלטערן האבן גערעדט …
- אינטעליגענציע אדער טאלעראנץ, הי מינהו עדיף?געזעלשאפט · דאנערשטאג אפריל 11, 2013 8:14 pmמ'דארף עס אנהייבן לערנען אויך מיט יונגלעך, און אפילו ביי די מיידלעך זאל מען אריינגעבן א חשיבות דערין, אויסלערנען אז מען דארף קוקן אויף די וועלט מיט א שכל'דיגע …
- דער בריסקער מהלך הלימודתורה און מחשבה · דאנערשטאג אפריל 11, 2013 8:12 pmאויף דעם מהלך וואלטן זיי געדארפט אוועקשניידן דריי פערטל תורה שבעל פה.
- דער בריסקער מהלך הלימודתורה און מחשבה · דאנערשטאג אפריל 11, 2013 7:43 pmדאס איז א כלליות'דיגע קשיא אויף תורה שבעל פה, נעמליך, מ'לייגט אריין דרשות אין פסוקים וואס יעדער פארשטייט אז ס'איז נישט פשוט פשט, און ווייטער אויך אין גמרא אז …
- דער בריסקער מהלך הלימודתורה און מחשבה · דאנערשטאג אפריל 11, 2013 7:34 pmס'איז פשוט, הגאון דזעי בי האט דאך געזאגט אז רבי חיים איז געווען שטערקער אין הבנה ווי דער גר"א, און דער גר"א אליין איז געווען אזוי גרויס ווי א ראשון, קומט אויס …
- דער בריסקער מהלך הלימודתורה און מחשבה · דאנערשטאג אפריל 11, 2013 7:30 pm[ציטאט אראפגענומען] איך פארשטיי אז ס'איז א באזונדערע טענה, אבער איינמאל מיר קומען צו די הנחה אז ביידע, סיי די ספרי פלפול און סיי די ספרי בריסק זענען נישט אמת, …
- אינטעליגענציע אדער טאלעראנץ, הי מינהו עדיף?געזעלשאפט · דאנערשטאג אפריל 11, 2013 7:14 pmאיך מיין אז מ'דארף קוקן פון א היסטארישע בליק. דער פאקט איז אז ווי נאר מ'איז ארויס פון די פינסטערע פאנאטישע מיטלאלטער, און מענטשן האבן אנגעהויבן נוצן דעם …
- דער בריסקער מהלך הלימודתורה און מחשבה · דאנערשטאג אפריל 11, 2013 2:12 amס'קומט פון דארט. און איך ענטפער פאר קלוגער, על הראשונים אנו מצטערין, בא ר' חיים להוסיף עליהן?
- אלעס איבער געפילטע פיש והמסתעףא שמייכל · דאנערשטאג אפריל 11, 2013 2:05 amאיך האב ליב די פיש וואס האט אסאך פליישיגע דיבוקים און נשמות אין זיך.
- נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפטוויסנשאפט · מיטוואך אפריל 10, 2013 10:41 pmסייענטיסטן האבן געטראפן די עלטסטע דיינעסאר איי מיט די שיריים פון אן אומגעבוירענע עובר אינעווייניג. די רעזולטאטן צייגן אז די דיינעסאר איז געוואקסן צו אן …
- געדאנק: וועכענטליכע בלעטל דורך קאווע שרייבערקאווע שטיבל · מיטוואך אפריל 10, 2013 10:23 pmכ'האב אמאל שפאצירט אויף די וויליאמסבורגער גאסן אין א גרינעם דאנערשטאג, און אן אלטע פרוי שרייט ארויס פון פענסטער, "זאג נאר, וואס איז היינט, דאנערשטאג אבער …
- דער בריסקער מהלך הלימודתורה און מחשבה · מיטוואך אפריל 10, 2013 10:12 pmהרב אליקים שלעזינגער שרייבט אין זיין ספר (שכחתי שמו) אז דער חזון איש האט נישט געלאזט יעדן איינעם זען זיינע השגות, און ער וואלט זיכער געווען ברוגז אז מען האט עס …
- וויאזוי קומט איר אריין אין שטיבל?שלום עליכם · מיטוואך אפריל 10, 2013 10:08 pmבוקמארק צו מאחורי הפרגוד.
- דער בריסקער מהלך הלימודתורה און מחשבה · מיטוואך אפריל 10, 2013 9:53 pmמשה געציל, 👍 אזא שארפער און דורגרינגליכער אנאליז אויף תורת בריסק האב איך שוין לאנג נישט געליינט!
- עליונים ששו ותחתונים עלזוגעזעלשאפט · מיטוואך אפריל 10, 2013 8:11 pmאויב א קאווע שטיבל ליינער איז א משכיל מוז זיין אז אידישקייט שטייט היינט אויף גאר א הויכע שטאפל.
- דער בריסקער מהלך הלימודתורה און מחשבה · מיטוואך אפריל 10, 2013 8:04 pmוואס איז די שאלה, אודאי באקומט מען שכר. אפילו פאר'ן זאגן אלף בית באקומט מען אויך שכר. די שאלה איז אויב עס איז אן אויסגעהאלטענער מהלך הלימוד פאר אונזערע …