☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #3487

אשכול אן א טיטל #3487

68 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3487
בלאט: 1 2

— » דינסטאג אפריל 16, 2013 3:13 pm

· #105446

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

לעמיל » דינסטאג אפריל 16, 2013 3:15 pm

· #105448
קופערניקוס צו אלע דיינע מעלות ביסטו נאך א עניו אויך?

ברסלבער » דינסטאג אפריל 16, 2013 3:34 pm

· #105462
שטעלט אייך פאר ווען אליהו הנביא מיט רבי ברוקא (תענית כב) שפאצירן אריין אין קאווע שטיבל, און רבי ברוקא פרעגט "ווער איז דא א בן עולם הבא?", וואס וואלט אליהו געענטפערט? זיכער קופערניקוס.
רבי ברוקא שיקט גלייך אן אישי צו קופערניקוס: "מאי עובדייכו?" און קופערניקוס שרייבט צוריק: "אינשי בדוחי אנן מבדחינן עציבי", און רבי ברוקא עפנט גלייך א נייעם אשכול אז יעצט פארשטייט ער שוין פארוואס דער קופערניקוס האט אזויפיל לייקס...
אבער די לייקס זענען נאר אזא מתן שכרה בצדה, ווארט נאר ווארט צו זעהן וואס עס ווארט דיך אפ אויבן אין הימל פארן פרייליך מאכן אזויפיל אידן.

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 16, 2013 3:34 pm

· #105463
די 'לייקס ראנגען' מיינט אז דיינס א תגובה האט ערהאלטן די מערסטע לייקס אויף אמאל. דער דאזיגער אשכול איז געווידמעט דערפאר:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/73185">viewtopic.php?p=73185#p73185</a><!-- l -->

דו שרייבסט נישט קיין סאך דא, כסדר זוכט מען דיר אינעם פארשוואנדענעם ניקס אשכול, און דו גיסט א באבע תירוץ אז דו ביסט א וויש-וואשער, ממילא האסטו נישט אזויפיל לייקס ווי אנדערע (עדיקטעד?) שרייבערס.
אבער יעדע איינע פון דיינע תגובות, ווען דו שרייבסט שוין יא, איז זיך צום באלעקן, שפתים יושק, און איין תגובה פון דיינע איז ווערד 20 מאל מער לייקס ווי אנדערע וועלכע באקומען זייערע לייקס צוביסלעך.
פארפאלן - כנ"ל בדברי וויליאמסבורגער - דער ציבור דא גלייכט הומאר און זיסע ווערטלעך. און קיינער קומט נישט צו צום שפיץ נאגל פון קופערניקוס (אפשר מיטן אויסנאם פון בענזשאמין).

טעפל » דינסטאג אפריל 16, 2013 7:14 pm

· #105560
[ציטאט אראפגענומען]

ביסט גערעכט, אבער איך וויל אויך זיי אסאך לייקען אבער פאר דעם דארף איך דורעךליינען גאנצעטע שטיקר און פראבירן צו האלטען מיין קאפ (וואס דערנאך בין איך זיך מחיה) אבער ביי דיר מיט אפאר זאפטיגע גרינגע ווערטער איז מען זיך מחיה!! פארשטייסט???

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 16, 2013 8:00 pm

· #105579
טעפל? ביסט דא צוריק? וועלקאם!

לעיקוואד » דינסטאג אפריל 16, 2013 8:02 pm

· #105580
@אנאנים
אז איך זעה דו בעטסט אזוי שיין, און סאיז ממש נכרים דברי אמת אז דו מיינטס ערנסט די ענווה, און אויך דאס וואס דו שרייבסט אז דו מיינסט נאר כיטער איז דאך קלאר אז דאס אליינס איז נאר דברי ענווה, ביסט אזא עניו דו ווילסט אפילו נישט זאגען אז דו ביסט אן עניו (דא דארף קומען יאנקל אדער יאיר און לינקען עפעס א ויקיפעדיע ארטיקל איבער the paradox of humility). עכ"פ נעתרתי לבקשתך און איך גיב דיר נישט קיין לייק אויף דער אשכול.

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 16, 2013 8:12 pm

· #105586
קופער, איך וואלט דיר געלייקט, אבער אויב לייק איך דיר מיינט עס אז איך שטים מיט אז ס'קומט זיך דיר נישט צו זיין אזוי הויעך אויפן ליסטע, ממילא קען איך דיר נישט לייקן, און איך קריג זיך מיט דיר קאטעגאריש, יעדע לייק איז זיך דיר געקומען ערליך, עס עס מיט אפעטיט, און מאך א נאך ברכה.

גנדי » דינסטאג אפריל 16, 2013 8:23 pm

· #105594
קען מען איינטוישן לייקס אויפ ביט-צענט?

אפשר קופערניקעס, טויש איין און געב מעשר פאר אנדערע...

עסן עסט'זיך » מיטוואך אפריל 17, 2013 5:58 pm

· #105966
גנדי
קען מען איינטוישן לייקס אויפ ביט-צענט?

אפשר קופערניקעס, טויש איין און געב מעשר פאר אנדערע...


וואס מיינט ביט צענט?

טעפל » מיטוואך אפריל 17, 2013 6:23 pm

· #105986
דו ווילסט די לייק בסך הכל אלץ אייניקל פון ר' אלימלך??

לעמיל » מיטוואך אפריל 17, 2013 6:24 pm

· #105988
קופערניקוס איך בין א ראשינקע אדער איך בין נאך א טרויב?

לעמיל » מיטוואך אפריל 17, 2013 6:27 pm

· #105990
טענק יא קופערניקוס!
we all love you

טעפל » מיטוואך אפריל 17, 2013 6:54 pm

· #106008
[ציטאט אראפגענומען]

אבער אויפן בילד שמייכעלט ער אזוי ווי ס'שטייט ראשקאל צהלתו בפניו ותוכחותו בכתיבתו.

מאטי » מיטוואך אפריל 17, 2013 7:18 pm

· #106014
א שטיקל אנאליז פארוואס קופערניקוס איז אזא גרויסע לייק מאגנאט

קודם לאמיר זעהן וואס טריגערט דעם ניק צו באקרוינען א תגובה מיט א לייק. קודם דארף ער פשוט ליינען די הודעה ,פארשטיין די הודעה, זיך קענען אידענטיפיצירן דערמיט דהיינו דער טאפיק איז אים צום הארצן. איינמאהל ס׳איז דא די אויבן דערמאנטע ווענדט זיך דאס אינעם ליידזעליגקייט פונעם ניק, ס׳איז דא ניקים וואס לייקן בלויז ווייל דער הודעה איז לייטיש, אנדערע ווארטן אויף א געוויסער חידוש סאיז דא וואס דארפן זעהן ממש א wow factor אויב נישט שפירן זיי ווי זיי אביוזן אינטליגענציע .

יעצט איז אזוי. יעדע נושא האט זיך זיין בעיס פון ניקים וואס לייקן (בעיסט אויף די אויבן דערמאנטע כללים) און א בעיס וואס זענען אויסגעשלאסן און לייקן נישט. ווי למשל אן ארטיקל וואס ברענגט ארויס גאר קאנטראווערסיאלע ענינים פון אידישקייט וועט אויטעמאטיש אויסשליסן אזאליכע ווי שמעקעדיג זר זהב משה געציל וחבריו אפגערעדט פון בדחן דעת תורה וחבריו לאידך גיסא וועט דאס טריגערן איחוד פעלד באקסקאווער יאיר מח שליט יאנקל יידל וכדומה

אזוי אויך לגבי סייענס,פיזיקס,ידיעות התורה,נייעס פון דער וועלט,פאעזיע האט א בעיס לכאן ולכאן. פארשטייט זיך אז סאיז דא נושאים וואס האבן א גרעסערע בעיס פרא לייקס אדער אנטי לייקס
ס׳איז דא אפאר יוצא מן הכלל סיבות וואס טריגערן א לייק למשל אויב מפילט שלעכט פאר א ניק קינות גירושין באס דרייווער וכדומה ,אדער אויב א הודעה דערמאנט און קאמפלאמענטירט א געוויסער ניק ביים נאמען אדער משרייבט א נאטור פו דעם ניק וועט יענער ניק ענדערש לייקן.

והאחרון חביב איז יומער!! אויב האט א הודעה/תגובה ארויסגעברענגט אן אויספלאץ/שמייכל אויף די לעפצן דאן עפענען זיך אויף אלע מחיצות המפסקת בין הניק והלייק מטראכט נישט צוויי מאהל האסט מיר געמאכט לאכן דאן נאדיר א לייק.

יעצט אויב איר וועט באמערקן קופרניקוס' הודעות, רוב דערפון רעדט זיך פון נוטראלער נושאים וואס האבן נאטורליך א גרויסע צאל פרא לייקערס, ווי אויך דערמאנט ער זייער אפט ניקים ביים נאמען ,און ער רעדט כסדר פון נאטורן וואס געוויסע ניקים פארמאגן און צוגאב האט ער א הפלאדיגער באטעם׳טער פעדער,וואס העכערט די טשאנסן אז די הודעה זאל בכלל געליינט ווערן, ועל כולם יומער!!!! נישטא א ניק וואס זאל נישט ווערן אויפגעהייטערט נאכן ליינען א זיסער יומאריסט הודעה פון קופרניקוס.

יעצט פארשטייט זיך אליינס אז אפילו מיר פארמאגן גאר קלוגע ניקים א שטייגער ווי ונבנתה וואס איז א יחיד בדורו אין טיפע בלי גדרים׳דיגע בחינות אדער לעקוואד וואס איז א הפלאדיגער חקרן וידען און אזוי אויך אנדערע גאר קלוגע אינטעלעקטואלס ואטי כי רוכלי .... זענען זיי אבער נישט אומינוזורט פון די אויבן דערמאנטע לייק לימיטאציעס משא״כ קופרניקוס האט יא כמעט אלע סיבות פון אויבן צו באקומען לייקס.

יידל » מיטוואך אפריל 17, 2013 8:17 pm

· #106040
זאל איך דיר יעצט לייקן ווייל האסט מיר דערמאנט?

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 17, 2013 8:19 pm

· #106041
מאטי!
we all love you

טאמבל סאס » מיטוואך אפריל 17, 2013 8:30 pm

· #106046
יעפ. מאטי איז סחורה ווי גאלד.
עטס כאפטס?. ער איז אויפגעקומען מיט חדשות. עפעס יוניק.
נעה. כ'זע עטס כאפטס נישט.

יאיר » מיטוואך אפריל 17, 2013 8:32 pm

· #106047
מאטי, א זאפטיגער אנאליז!
איך קלער אז ס'איז דא נאך א סיבה פארוואס מ'לייקט אזויפיל שנעלער א הומאריסטישע תגובה ווי א תוכנ'דיגע. איך זע דאס אפילו ביי מיר אליין, אפטמאל, ווען איך מאך עפעס א נארישע וויץ באפאלט מען מיר מיט לייקס, און ווען איך שטרענג זיך אן צו אהערשטעלן עפעס א זאכליכע תגובה מיט מקורות און ציונים, קען דאס אפטמאל ווערן כמעט איגנארירט. נישט אז איך דארף עס, פארשטייט זיך, ווער ס'קען מיך ווייסט אז מיין סעלף קאנפידענץ איז שוין סייווי אזוי הויך, אז אויב די לייקס וואלטן נאך צוגעלייגט צו מיין קאנפידענץ וואלט איך געווארן א געשוואלענער בעל גאוה, און דאס איז דאך זיכער נישט אמת, כידוע לכל יודעי ומכירי אז איך בין פון די גרעסטע בעלי ענוה בדורינו. עניוועי, איך מיין אז די עיקר סיבה איז ווייל נאך א שטיקל הומאר ווערט מען אויטאמאטיש אויפגעלייגט, און ווען מען איז אויפגעליי"קט ווערט דאס הארץ ברייטער. כנלע"ד.
און אז מ'רעדט שוין, לאמיר אייך מגלה זיין אז מגיב זיין אויף א תגובה און צוגעבן א הערה איז אסאך אינטערעסאנטער ווי א טרוקענער לייק. אויף דעם זאגט דער נביא, הלואי לֵיקָתִי עזבו ותגובתי שמרו.

טאמבל סאס » מיטוואך אפריל 17, 2013 8:39 pm

· #106050
אינרעסאנטער פארן מקבל? אדער פארן נותן? פונעם ובנביאים וואס דו ברענגסט צו, זעה איך אז דו רעדסט פונעם געבער.
טאקע א פוינט

טאמבל סאס » מיטוואך אפריל 17, 2013 8:43 pm

· #106052
איך האב שטענדיג געהאלטן, כיאיר ועוד לקרא.
עס איז די הומאר וואס מאכט געבן די לייק. יעצט קען מען שוין דן זיין צי ווייל די הארץ ווערט ברייטער, ממילא פארגינט מען מער. אדער פארגינט מען אים אויך, מיט הויכע נומערן. נישט נאר דו.
צי ווייל פשוט, די הומאר ווערט געווענליך געזאגט אין א קורצע ווערטל, לייכט צו לייענען, און מ'געט א לייק אין א זין, כדי צוהערן פון אים נאך אויף ווייטער. אויך א געוויסע פארעם פון "יעדער מיינט זעך, און עך מיין מעך"

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 17, 2013 8:52 pm

· #106057
טאמבל סאס
אינרעסאנטער פארן מקבל? אדער פארן נותן? פונעם ובנביאים וואס דו ברענגסט צו, זעה איך אז דו רעדסט פונעם געבער.
טאקע א פוינט

יותר ממה שהעגל רוצה לינק...

טאמבל סאס » מיטוואך אפריל 17, 2013 8:57 pm

· #106059
אינו דומה לנמשל, ווייל די תגובה טאר נישט זייגן.

יאיר » מיטוואך אפריל 17, 2013 9:02 pm

· #106064
טאמבל סאס
אינרעסאנטער פארן מקבל? אדער פארן נותן? פונעם ובנביאים וואס דו ברענגסט צו, זעה איך אז דו רעדסט פונעם געבער.
טאקע א פוינט

איך רעד פונ'ם צד פונ'ם נותן. מיר איז אסאך וויכטיגער מ'זאל מוסיף זיין עפעס צו וואס איך האב געשריבן אדער מיר טשאלענדזשען זאכליך ווי מ'זאל מיר געבן א לייק.

טאמבל סאס » מיטוואך אפריל 17, 2013 9:11 pm

· #106068
אה. איך האב גערופן דעם לייק געבער - נותן. און דעם מגיב - מקבל. בקיצור, מיין רעכטס דיין לינקס.
----
מ'האט עס ברייט ארומגערעדט אין דעם אשכול. <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/14074">viewtopic.php?f=4&t=676&p=14074&hilit=%D7%9C%D7%99%D7%99%D7%A7%D7%9F#p14074</a><!-- l -->
אבער כ'פארשטיי נישט וויאזוי דו שטעלסט עס צאם. אויב האט ער מוסיף צו זיין אדער טשאלדענדזשן וועט ער מגיב זיין. אבער אויב האט ער סתם אזוי הנאה, וואס זאל ער דאן טוהן?

יאיר » מיטוואך אפריל 17, 2013 9:13 pm

· #106072
דעמאלט זאל ער געבן א לייק 🙂.

טאמבל סאס » מיטוואך אפריל 17, 2013 9:22 pm

· #106076
אה. און דער נ"מ וועט כאפן: אז ווען די תגובה וועט זיין בייסיג/טשאלענדזשינג. וועסטו פונדעסטוועגן מער הנאה האבן דערפון ווי פון א לייק.
ענדליך געכאפט. יאיר, חזר דיך גוט איין דיין נומער לייק'ס אונטער דיין אוועטער, ווייל איך מיין אז מהיום והלאה דארפסטו מער נישט קוקן דארט בכלל.

יואב » מיטוואך אפריל 17, 2013 9:44 pm

· #106083
נאך א סיבה פארוואס הומער באקומט מער לייקס, איז אויב מ'האט סיי וואספארא מינאמאלע געדולד עפעס צו ליינען וועט הומער געווענדליך זיין אקצעפטירבאר, בעת תורה און וויסענשאפט אפעלירט נישט צו די גאר שוואכערע, און אפילו די דורכשניטליכע וואס ווילן ליינען שטופט מען אלץ אפ לכשאפנה. דערנאך קען מען טייל מאל זיין אומאיינשטימיק, מילא שפירט מען זיך גוט אז כאטש אויפן לייק קנעפל איז איינער בעל הבית.

הומער ווידעראום, וואס איז שווה לכל נפש (כמעט), קען מען ליינען פארטאגס מיט די אזויגערופענע קלארן קאפ, און ביינאכט מיט קלעבעדיגע אויגן.
בכלל יעדע ערענסטע צייט ביי די פריעדיגע (כמעט א גאנץ יאר) איז דא אן עקסטערן געשמאק פאר הומאר, אזא להוציא מליבן סטייל. תשעה באב, ביים סדר, תיקון ליל שבועות, אא"וו.

נאכדעם איז פארהאן אז רוב ניקים האבן קלאר אין פרופייל אנדערע ניקס, און זייער לייק געווארפאכטס איז תלוי בזה, ד.ה. קופערניקס וואס מיט פולן רעכט האט זיך ערווארבן דעם ברענד נעים, וועט קריגן לייקס אפילו ווען ער ווארפט אריין א פארעווע תגובה'לע וואס אויב בדחן וואלט עס ווען געשריבן קריגט ער א שטויס מאחורי, אדער מאקסימום א לייק פון זר.

טאמבל סאס » מיטוואך אפריל 17, 2013 9:48 pm

· #106086
דאס איז אגב פאר די שטויס מאחורי פון "בדחן"
איז בדחן בכלל אין מאחורי אדער איז ער שוין ארויסגעשטויסן געווארן פון דארט. אין דארט..

יאיר » מיטוואך אפריל 17, 2013 10:51 pm

· #106102
איך האלט מ'זאל מאכן אן עקספערימענט. קופערניקוס זאל אויף איין וואך שרייבן אלע זיינע הומאריסטישע תגובות אונטער א פרישע ניק, אזא סארט ניק וואס נעמט זיך אייביג אן פאר רבנים, און מאכט זיכער צו זיין גענוג אויפגעקלערט צו אויפרעגן די ערליכע אידן בתוכנו, אבער גענוג פארפרומט צו אויפרעגן די אויפגעקלערטע בתוכינו. העמער זען צו ער וועט נאכאלס קריגן די זעלבע צאל לייקס. דער עולם איז מסכים?

מאטי » מיטוואך אפריל 17, 2013 10:56 pm

· #106105
יואב דיין לעצטע 3 שורות ווי דו זאגסט אז ס׳איז תלוי אין ווער סאיז א ברענד נעים האב איך גראדע געטראכט צו שרייבן אין מיין אנאליז כ׳האב אבער מורא געהאט מ׳עט מיר פארשרייען אלס א ראסיסט וואס גלייבט און superior Races.
אגב האב איך א געוויסער פארקערטער געפיל צו לייקן ניקס וואס האבן זיך נאכנישט ערווארבן קיין פיר דיזשיטס לייקס. און א בחינה פון בויען די שוואכערע ווייל יעדער לייק מאכט פאר זיי א דיפערענס משא״כ די לייק רייכע ניקים.
כ׳וואלט נישט געזאגט אז ס׳קומט נאר פון הארציגע כוונות נאר ענדערש פונעם געפיל זיך צו באשיצן פון אויסקוקן ווי סתם א לייק פארשווענדער זאל כאטש די געשיקטע לייקס עפעס אויפטון פאר אן אנדערן.

מאטי » מיטוואך אפריל 17, 2013 11:28 pm

· #106115
יאיר
איך האלט מ'זאל מאכן אן עקספערימענט. קופערניקוס זאל אויף איין וואך שרייבן אלע זיינע הומאריסטישע תגובות אונטער א פרישע ניק, אזא סארט ניק וואס נעמט זיך אייביג אן פאר רבנים, און מאכט זיכער צו זיין גענוג אויפגעקלערט צו אויפרעגן די ערליכע אידן בתוכנו, אבער גענוג פארפרומט צו אויפרעגן די אויפגעקלערטע בתוכינו. העמער זען צו ער וועט נאכאלס קריגן די זעלבע צאל לייקס. דער עולם איז מסכים?

בפשטת וועט ער קריגען לייקס אבער נישט אזוי סאך אויך וועט זיין אייגענארטיגער הומאר ארויסגעבן זיין אידענטיטעט און ווייסט וואס כ׳עלל דיר זאגן ס׳פאלט מיר יעצט ביי א שרעקעדיגס !! מי יודע אפשר איז בדחן גאר קופרניקוס אליין, שפילענדיג גוט שלעכט פאליציי.. הא? 😂

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:49 am

· #106132
טשי הא, כאב הנאה פון מאטי, ער האט ארויס אן עסק. כ'וויל קומען צום פוינט בנוגע דאס לייקן און מיין לייקן. קודם כל לעצטענס איז מיין משוגעת פון אפשטופן דאס ליינען געווארן ערגער און שווערער, דאדורך קען אויסקומען אז איך לייק עימעצן 2 וואכן שפעטער. און ס'אמת אז איך לייק נישט אויבער חכמישע תגובות ווייל דאס איז מיר נישט קיין נייעס, אויב זאל מיר איינער צאלן צו זיין אן אויבער חכם (דעווילס עדוואקעט) וועליך טון א בעסערע דזשאב פון רוב אויבער חכמים דא, ס'קארני, קינדעריש, קריכט פון די נאז. -- אסאך מאל דארף מען בלויז קוקן וועכע גרופ האט געלייקט איטליכן תגובה צו וויסן אז דער תוכן איז נישט פאר מיר און מ'קען גיין ווייטער... אבער אסאך מאל באדערט מיר ווען איינער שרייבט גאר זאפטיג און גוט, אבער ווי א נער ווארפט ער אריין עפעס א קיהלקייט און פיניש.. כ'קען מער נישט לייקן, ווייל קיין האלבע לייקס איז נישט פארהאנען.

איינער האט דא דערמאנט פון פעיווארטיזם, עפעס אזוי. ביי מיר איז עס זיכער דא, און כ'בין דאך נאר א מענטש, אויב איז א ניק בדעה אחת מיט מיר אויף כמעט אלע נושאים, ווערט ער אויטאמאטיש א אונזעריגער (א מיינ'ער) און ס'לייקט זיך אים גרינגער ווען ער שרייבט עפעס זאכליך וואס אויב וואלט יענער זעלבע זאכליכע תגובה געשריבן געווארן דורך 'היימישער ליטוואק' וואס בן גריונ'ס קיבוץ גליות קריצט מיר נאך אין די אויגן וואלט זיך עס זיכער שווערער גע'לייקט, און כ'האב גארנישט קעגן היימישער ליטוואק איי עקשועלי לייק הים, ער איז מער טאלאנטפול ווי מיר.

יעצט נאך איינער וואס פארלירט מיינע לייקס, איז למשל קאך-לעפל, לעצטענס האב איך אים עטליכע מאל געוואלט לייקן אינעם עירמאנט אשכול למשל, (איינס האט ער יא באקומען). -- אבער מיינע פרינציפן לאזן מיר נישט לייקן איינעם וואס האט שוין 100 לייקס און געלייקט האט ער נאר 4 מאל... דא פיל איך ווי יענער אפרישיעט נישט א לייק, איז עס סתם ארויסגעווארפן ענערגיע, יעדער איבעריגער דרוק מיט'ן מייזל ברענגט נענטער די גלאבאלע ווארמינג.

ווייטער האט מיר לעצטענס א נייער שגעון אנגעכאפט, ווען איינער שרייבט צו פערפעקט איז עס דייקא נישט אן אינוויטעישאן פאר א לייק, כ'קען נישט פונקטליך פינפוינטן די סיבה, כעל עס דארפן דורך רעדן מיט מיין לאקאלן פסיכיאטער. עפעס יא סימנים זענען דא אז ס'גייט סינאנים מיט קיהלקייט, איי וועט שמעקעדיג זיך רעגן וואס איז ער שולדיג, דארף מען יעצט אנהייבן שרייבן קרום? ניין, אבער פון קרום ביז דייטשישע פונקטליכקייט איז א מהלך. און כ'מיין נישט קיינעם, ווי באקאנט האמיר דא אסאך אזעלכע גאר פערפעקטע שרייבערס. כ'זאג נאר את אשר אם לבבי. און אויב וועט איר באמערקן האב איך שוין א שטיק צייט אנגעהויבן שרייבן דוקא נישט אזוי פערפעקט, א 'נולד מאחור' סטייל תגובה האט אנגעהויבן נושא חן זיין ביי מיר, ס'שרייט פון זיך עניוות.

און ווען איינער שרייבט הומאר, א אייגענעם וויץ אדער סארקאסטיש אויב ער ענדיגט עס צו מיט 3 פינטעלעך האט עס מער טשאנסן פאר א לייק ווי אויב ער ענדיגט עס צו כאילו דא איז גארנישט פארגעקומען... אפילו איך כאפ דעם וויץ פארשטייטזעך. דאס איין פינטעלע נאך סארקאזם שמעקט פון פוסטע גאוה.

יעצט וואו זענען מיינע טאבלעטן?

בדחן » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:59 am

· #106133
מיינע צוויי סענט אינעם אשכול, קודם וויל איך שרייבען א קליינע פוינט, צוויי ניקים האבן מיר געשיקט א אישי זיך אנטשולדינגען פאר וואס זיי קענענן זיך נישט אנעמען פאר מיר ווייל זיי האבן מורא אז טאמבל סאוס וועט זיי אויך צומאלען און זיכען זיך נישט קיין פראבלעמען, אזוי בין איך געוואר געווארען מיין נאמען איז דא. (אני כשלעצמי וואלט נישט אריינגעקימען דא ווייל די ענין פון לייק׳ס אינטערסירט מיר נישט), איך וועל איבערשרייבען וואס איך האב געענפערט אין אישי, ייש״כ פאר די חיזוק אבער עס איז באמת נישט וויכטיג, ווייל ווי לאנג מיין מיינוג איז די אנגענימענע מיינוג און גאס און איך קען מיר אינדעפעצירען דערמיט סיי ווי און די טריי סטעיט עריע בין איך אקעי, משא״כ טאמבל סאוס מיט זיינע קינדער דארפן גיין צו די מגלחים זיכען חיזוק דארט ווי מען לערנט א משנה א טאג און מען זינגט אמר רבי עקיבא.

בנוגע לייק׳ס, איך האלט אז די גאנצע זאך דארף א טויש, און אויב עפעס זאלן לייק׳ס עקספייערען נאך א אפשניט פון דריי חדשים ווייל עס קימען כסדר צו נייע גיטע געלונגענע שרייבער׳ס און די אלט געזעצענע האבן א אבנענערמאלע אויבערהאנט און די וואס דארפן די לייק׳ס קענענן נישט קאמפיטען,

איך וועל עס אביסל בעסער מסביר זיין, באמת איך פארשטיי נישט פינקטליך די אמת׳ע בענעפיט פון די לייק סיסטעם, אויב איז עס געמאכט געווארען במקום ייש״כ דאן איז עס - לדעתי - א דורכפאל בעסער וואלט געווען אז מען נעמט עס אוועק און מען זאל צושרייבען א ייש״כ, וכן אני נוהג, עס האט א גרעסערע חשיבות און עס העלפט זייער פאר א דיסקאשען ווי מער מענטשן עס שרייבען, און אויב די לייק סיסטעם איז געמאכט געווארען צו געבן א שטיפ פאר שרייבערס צו שרייבען, וואלט מען געדארפט מאכען ווי איך האב פריער געזאגט אז לייקס זאל עקספייערען פיר מאל א יאר און עס זאל זיין אמת׳ע קאמפעטישען. העכסטענס זאל מען צולייגען א vol.נומבער, למשל יידל וועט האבן 45 עקטיוו לייקסכך וכך לייק׳ס, טאטעל 2334 וואס די לעצטע נומבער וועט זיין די עקטיוו לייק׳ס אינאיינעם מיט די אוםעקטיוו לייק׳ס,

אני כשלעצמי לכתחלה גדר גדרתי בעדי נישט צו געבן קיין לייק׳ס, ווייל דעתי נוטה אז א לייק איז ווי גלייך מען האט געשריבען די תגובה מען איז מסכים דערצו, און וויבאלד איך וויל נישט שרייבען שלא ע״פ תורה, און אויף זייער אסאך תגובות בין איך געווען אומזיכער צו עס איז אויסגעהאלטן אדער נישט שערפאר משום דרכי שלום האב איך אינגאנצען נישט געגעבן קיין לייק׳ס, אזוי אויך איז דא געווען זייער אסאך סומאכטע אשכולות ווי מען האט גערעדט אויף אידן, און איך האב א פאלאסי איך רעד נישט קעגן קיין שום איד, ניטאמאל א מחלל שבת, דערפאר האב פון אנפאנג קיינעם נישט געלייק׳ט, אבער ווי באלד מען האט מיר קריטעקירט דערויף מען האט עס נישט פארשטאנענן האב איך מיר גענימען לייק׳ען און איך זיך צו לייקען קורצע אינהאלטלאזע תגובות אזוי אז איך זאל נישט נכשל ווערן, איך וואלט מסתם געהאט מער לייק׳ס אלמלא איך לייק ווען אבער איך זיך עס נישט עס אינטערסירט מיר נישט.

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:04 am

· #106137
אין אייוועלט באשטייען גאנצעטע שטיקער אשכולים מיט סמייליס און שכח'ס. ווען מ'זעהט דארט אן אשכול וואס איז פריש אויב אן דארף מען טראכטן 2 מאל צי ס'פעלט אויס אריינצוגיין ווייל גרויסע טשאנסן איז אז איינער האט זיך פשוט דערמאן צוזאגן "שכח". און דאס קריכט אויף די נערווען. דאס איז די גרעסטע מעלה פונעם לייק סיסטעם.

מאטי » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:06 am

· #106138
זר יישר פאר די קאמפלומענט רעדנדיג פון לייקס קען איך מיר נישט צירוקהאלטן פון אנווייזן אז ביי דיינע ערשטע 5000 תגובת ביזטו אנגעקומען צו סך הכל 1100 לייקס (איינער האט דאס פאראייביגט ערגעץ דא אין שטיבל) און בלויז מיט 1500 תגובת מער האט דאס דיר א שטופ געגעבן פאר אויס צו דיין צווייטען אלף דאס איז בערך א 42% העכערונג לייקס פער תגובה
so whatever you do to improve your quality of posting keep it up....

געפילטע פיש » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:21 am

· #106141
ער שרייבט ער דאך און זיין חתימה, "כ'האב טאטאלי געטוישט פערסאנאליטעט".
(די און אנשטאט אין איז ספעשל פאר דיר, זר)

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:23 am

· #106142
געפילטע פיש
(די און אנשטאט אין איז ספעשל פאר דיר, זר)

ניין, גראדע דאס טאלעריר איך נישט...!!
----

אה הערשט יעצט (1:30) כאפעך וואס דו מיינסט... לאל

טאמבל סאס » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 4:41 am

· #106157
זר זהב
טשי הא, כאב הנאה פון מאטי, ער האט ארויס אן עסק. כ'וויל קומען צום פוינט בנוגע דאס לייקן און מיין לייקן. קודם כל לעצטענס איז מיין משוגעת פון אפשטופן דאס ליינען געווארן ערגער און שווערער, דאדורך קען אויסקומען אז איך לייק עימעצן 2 וואכן שפעטער. און ס'אמת אז איך לייק נישט אויבער חכמישע תגובות ווייל דאס איז מיר נישט קיין נייעס, אויב זאל מיר איינער צאלן צו זיין אן אויבער חכם (דעווילס עדוואקעט) וועליך טון א בעסערע דזשאב פון רוב אויבער חכמים דא, ס'קארני, קינדעריש, קריכט פון די נאז. -- אסאך מאל דארף מען בלויז קוקן וועכע גרופ האט געלייקט איטליכן תגובה צו וויסן אז דער תוכן איז נישט פאר מיר און מ'קען גיין ווייטער... אבער אסאך מאל באדערט מיר ווען איינער שרייבט גאר זאפטיג און גוט, אבער ווי א נער ווארפט ער אריין עפעס א קיהלקייט און פיניש.. כ'קען מער נישט לייקן, ווייל קיין האלבע לייקס איז נישט פארהאנען.

איינער האט דא דערמאנט פון פעיווארטיזם, עפעס אזוי. ביי מיר איז עס זיכער דא, און כ'בין דאך נאר א מענטש, אויב איז א ניק בדעה אחת מיט מיר אויף כמעט אלע נושאים, ווערט ער אויטאמאטיש א אונזעריגער (א מיינ'ער) און ס'לייקט זיך אים גרינגער ווען ער שרייבט עפעס זאכליך וואס אויב וואלט יענער זעלבע זאכליכע תגובה געשריבן געווארן דורך 'היימישער ליטוואק' וואס בן גריונ'ס קיבוץ גליות קריצט מיר נאך אין די אויגן וואלט זיך עס זיכער שווערער גע'לייקט, און כ'האב גארנישט קעגן היימישער ליטוואק איי עקשועלי לייק הים, ער איז מער טאלאנטפול ווי מיר.

יעצט נאך איינער וואס פארלירט מיינע לייקס, איז למשל קאך-לעפל, לעצטענס האב איך אים עטליכע מאל געוואלט לייקן אינעם עירמאנט אשכול למשל, (איינס האט ער יא באקומען). -- אבער מיינע פרינציפן לאזן מיר נישט לייקן איינעם וואס האט שוין 100 לייקס און געלייקט האט ער נאר 4 מאל... דא פיל איך ווי יענער אפרישיעט נישט א לייק, איז עס סתם ארויסגעווארפן ענערגיע, יעדער איבעריגער דרוק מיט'ן מייזל ברענגט נענטער די גלאבאלע ווארמינג.

ווייטער האט מיר לעצטענס א נייער שגעון אנגעכאפט, ווען איינער שרייבט צו פערפעקט איז עס דייקא נישט אן אינוויטעישאן פאר א לייק, כ'קען נישט פונקטליך פינפוינטן די סיבה, כעל עס דארפן דורך רעדן מיט מיין לאקאלן פסיכיאטער. עפעס יא סימנים זענען דא אז ס'גייט סינאנים מיט קיהלקייט, איי וועט שמעקעדיג זיך רעגן וואס איז ער שולדיג, דארף מען יעצט אנהייבן שרייבן קרום? ניין, אבער פון קרום ביז דייטשישע פונקטליכקייט איז א מהלך. און כ'מיין נישט קיינעם, ווי באקאנט האמיר דא אסאך אזעלכע גאר פערפעקטע שרייבערס. כ'זאג נאר את אשר אם לבבי. און אויב וועט איר באמערקן האב איך שוין א שטיק צייט אנגעהויבן שרייבן דוקא נישט אזוי פערפעקט, א 'נולד מאחור' סטייל תגובה האט אנגעהויבן נושא חן זיין ביי מיר, ס'שרייט פון זיך עניוות.

און ווען איינער שרייבט הומאר, א אייגענעם וויץ אדער סארקאסטיש אויב ער ענדיגט עס צו מיט 3 פינטעלעך האט עס מער טשאנסן פאר א לייק ווי אויב ער ענדיגט עס צו כאילו דא איז גארנישט פארגעקומען... אפילו איך כאפ דעם וויץ פארשטייטזעך. דאס איין פינטעלע נאך סארקאזם שמעקט פון פוסטע גאוה.

יעצט וואו זענען מיינע טאבלעטן?

נאו! דאס איז נישט אונזער אלטע זר זהב .
ער האט טאקע געטוישט פערסאנאליטעט. כ'האב מורא ער טיילט בשותפות זיין ניק.
אבער כאטשיג איז עס עוואלווט געווארן. אנטוויקלט צו בעסערונג. אבער סופער בעסער.
זר'ל כ'האב מיך געווארפן פאר געלעכטער.

יואב » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 2:52 pm

· #106338
יאיר
איך האלט מ'זאל מאכן אן עקספערימענט. קופערניקוס זאל אויף איין וואך שרייבן אלע זיינע הומאריסטישע תגובות אונטער א פרישע ניק, אזא סארט ניק וואס נעמט זיך אייביג אן פאר רבנים, און מאכט זיכער צו זיין גענוג אויפגעקלערט צו אויפרעגן די ערליכע אידן בתוכנו, אבער גענוג פארפרומט צו אויפרעגן די אויפגעקלערטע בתוכינו. העמער זען צו ער וועט נאכאלס קריגן די זעלבע צאל לייקס. דער עולם איז מסכים?


קופערניקס האט שוין דיין עצה לאנג געטאהן, עד כדי כך אז ער איז אזוי פארנומען צו שרייבן אונטער אנדערע ניקס, אז דאס איז טאקע די סאמע סיבה פארוואס ער ווערט פארשווינדן פאר חדשים. די קאנספיראציע גייט נאך ווייטער. ער שרייבט אונטער אזוי פיל ניקס, אז ס'קיין ווינדער ווען ער וועקט זיך אויף ווי דער בער נאך ווינטער קריגט ער אזויפיל לייקס. איך גלייב נישט ער זיצט אין א קאמענד צענטער מיט פילע קאמפיוטערס איינגעשפאנט פאר דער מיסיע, קענסטו זיך פארשטעלן ס'איז קיין לייכטע ארבייט זיך אויסצושרייבן און אריינשרייבן אזוי פיל מאל, מיט יעדע ניק באזונדער לייקן.
אבער דער יואב ניק איז א זעלבסשטענדיגע, (אשאד) און איך רעדט בלויז פאר קנאה, און איך לייק אים באמת פשוט ווייל ער שאקעלט אויף מיינע לעפצן. הלוואי בין איך איינע פון זיין פארצווייגטע ניק פליפעריי.

מאטי » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 3:02 pm

· #106341
און ווער זאגט אז איך דארף גלייבן יואב׳ן ווען ער דיקלערט זעלבסטשטענדיגקייט? אפשר איז דאס א חלק פונעם קאווער? איז דען דא א וועג פאר א ניק צו פראווען אינדעפענדענסי פון אן אנדערן ניק?

יואב » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 3:15 pm

· #106344
moti107
און ווער זאגט אז איך דארף גלייבן יואב׳ן ווען ער דיקלערט זעלבסטשטענדיגקייט? אפשר איז דאס א חלק פונעם קאווער? איז דען דא א וועג פאר א ניק צו פראווען אינדעפענדענסי פון אן אנדערן ניק?

אפשר זאל מען זיך פארבינדן מיט דער מייסטער קאנספיראציע וועבער Alex Jones.

מ'קען אפשר בעהטן זר זאל נוצן זיין פראטעקציע ביי מייקל סעוועדש, סעוועדש פלעגט טרייבן לצנות אמאל פון אים, נאך אלעם איז ער אן אנדערן טאוק שאו האוסט, אבער לעצטנס האבן זיי געהאט א ווארימען אינטערוויו איבער א קאנספיראציע וועלעכע האט אויפגעריסן איבער זיין בוך
"A TIME FOR WAR".

מאטי » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 7:21 pm

· #106461
איך האב מיר טאקע איינגעשריבן אונטער קופערניקוס ניק, איך האב געוואלט מסדר זיין מיין טאטע ניק


דערמאנסט מיר פון דעם ventriloquist Terry Fator נאך א show ווי ער האט געזונגען מיטן מויל פרעגט אים איינער דו קענסט אויך זינגען?

לעמאן דזשוס » פרייטאג אפריל 19, 2013 11:02 am

· #106658
לייק. 👍

מאטי » פרייטאג אפריל 19, 2013 12:46 pm

· #106709
[ציטאט אראפגענומען]

א Vantriloquist איז איינער וואס רעדט/זינגט מיטן גארגל אן דעם וואס ער רירט זיין מויל/צונג צו די זעלבע צייט מאנאווירט ער פאפעטס וואס רעדן זינגען צום טאקט פון זיין באהאלטענע גערעדאכטס.
Terry Fator איז א יחיד בדורו נאכצומאכן פאפולערע זינגערס וואנטרילאקוויסטיש בעת ער מאנאווירט א פאפעט וואס איז פארשטעלט ווי דער וועם ער מאכט נאך.
דער פרעגער אין אונזער עפיזאד איז הפנים געווארן אזוי פארגאפט און מקושר צום דאמי זינגער אז ווען ער האט געהערט Terry זינגען נארמאל מיטן מויל האט ער נישט גלייך צוגעשטעלט דעם פאפעטס געזינגאכץ ווי א ראייה און א כל שכן אז terry אליין קען זיכער זינגען.

די זעלבע אופן ווי דער subnik וויל חרוב מאכן דעם טאטע ניק זיך נישט כאפענדיג אז זכור ושמור בניק אחד אמרו.

קינות גירושין » פרייטאג אפריל 19, 2013 1:20 pm

· #106720
בדחן האט געשריבען:
אויב די לייק סיסטעם איז געמאכט געווארען צו געבן א שטיפ פאר שרייבערס צו שרייבען, וואלט מען געדארפט מאכען ווי איך האב פריער געזאגט אז לייקס זאל עקספייערען פיר מאל א יאר און עס זאל זיין אמת׳ע קאמפעטישען. העכסטענס זאל מען צולייגען א vol.נומבער, למשל יידל וועט האבן 45 עקטיוו לייקסכך וכך לייק׳ס, טאטעל 2334 וואס די לעצטע נומבער וועט זיין די עקטיוו לייק׳ס אינאיינעם מיט די אוםעקטיוו לייק׳ס עכ״ל
איך מיין אז אויב א טויש וואלט ענדערשט בעסער געווען, אז מזאל מאכען א סיסטעם אז מזאל קענען זעהן די ״לייקס פער תגובה״ ד.ה. וויפיל פערסענט פון די ניקס תגובה ווערן גלייקט אזוי וועט א פרישע ניק קענען האבען די זעלבע כבוד ווי א אלטע, בדחן מסכם?

לעמיל » פרייטאג אפריל 19, 2013 1:36 pm

· #106729
ביסט נישט גערעכט קוק אזא ניק ווי ממי שאמרו און אזא קורצע צייט האט ער שוין איבער 1000 לייקס

קינות גירושין » פרייטאג אפריל 19, 2013 3:42 pm

· #106789
איך וואלט צוגלייגט נאך א גדר (וואס איז געבליבען ממעג לערנען די בריסקע מהלך?)
סאיז דא שרייבערס וואס זענען מער שטחיותדיג דהיינו זיי זענען גוט געשמעק, אבער לייגען נישט אריין ספיציעל מחשבות אין זייערע תגובת, לאידך גיסא קען מען זען שרייבערס וואס זענען משקיע אסאך מחשבה פאר זיי זאגען ארויס א ווארט
איך וואלט מדמה געווען דעם ערשטען מער צו סאטמער רב וואס האט גערעדט און גערעדט 90 יאר און נישט אויף גהערט רעדן, און די צווייטען מער צו די סטייפלער וואס האט זייער געוואשט אויף יעדע ווארט זיינעם, ביידע זענען גיט אבער פון דעם צווייטען טיפ האבען מענטשען מער רעספעקט, און זיינס א ווארט האט מער חשיבות.

יואב » דינסטאג מאי 7, 2013 3:26 pm

· #112751
-

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 7, 2013 3:32 pm

· #112754
[ציטאט אראפגענומען]

מילא אויף דיין חשבון ביסטו א עניו, שיין פון דיר! אבער אויף דיינע עלטערן'ס חשבון פראוועסטו אויך עניוות? דאס האסטו אינזין ביי "אבל אנחנו ואבותינו חטאנו"?

[ציטאט אראפגענומען]

דאס איז דאך יעדער מענטש אייניג, אלע זענען ערום יצאו מבטן אמם...

[ציטאט אראפגענומען]

נישט געוואוסט אז דו האסט א שטארקע פעטיש... זאפארט אריין אין מאחורי!
בלאט: 1 2