אינטעליגענציע אדער טאלעראנץ, הי מינהו עדיף?
26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3429
אינטעליגענציע אדער טאלעראנץ, הי מינהו עדיף?
אין ליכט פון
דעם עירמאנט דאקיומענטערי האב איך געהאט א ויכוח מיט אפאר חבירים איבער דעם נושא פון ראציאנאליזם ווערסוס טאלעראנץ. אינעם דאקיומענטערי אשכול האט לעיקוואד
צוגעצייכנט צו
אן עסיי פון קטלא קניא איבער דעם נושא. קטלא קניא טענה'ט אז פון ליפא און זיין עירמאנט קאמיוניטי וועט נישט קומען אונזער ישועה. אליבא דקטלא, איז עס נישט מער ווי מחליף פרה וחמור, עס בלייבט די זעלבע מיידל מיט א נייע קליידל. ווי איין חבר האט זיך אויסגעדרוקט פאר מיר, "מיר דארפן דען א שול וואו מוטה פראנק קען האלטן דרשות איבער ווי שטארק דער אויבערשטער האט אונז ליב? וואס מיר דארפן איז א שול וואו מארק שפירא קען קומען רעדן איבער
די גרעניצן פון ארטאדאקסישער טעאלאגיע." א צווייטער האט שארפער געזאגט: "מיר דארפן מער פרומט גאלדבערגער'ס און ווייניגער סעם אינדיג'ס". די חבירים שפירן אז אויב דארף אונזער געזעלשאפט א שינוי לטובה, איז עס אין ריכטונג פון אינטעלעקטואליזם, ראציאנאליזם, חופש המחשבה והדיבור.
לעומתם, האלט איך אז עס איז נישט אינטעלעקטואליזם וואס אונזער געזעלשאפט דארף, נאר טאלעראנץ. דער עירמאנטער שול איז נישט באזירט אויף פרייהייט פון טראכטן, נאר אויף טאלעראנץ. לעניית דעתי, איז א טריט אין די ריכטונג פון טאלערנאץ, א טריט אין די ריכטיגע ריכטונג. פון אינטעליגענציע וועלן מיר גארנישט האבן, וויבאלד די המון עם איז נישט אינטעליגענט און איז נישט אינטערעסירט צו זיין אזוי. משא"כ טאלעראנץ - אהבת ישראל ווי זיי האבן עס ליב צו רופן - גיבט אויטאמאטיש מער פרייהייט פאר מענטשן צו לעבן זייער אייגענעם לעבן אן דארפן קאנפארמירן צו אנדערע אין דעם געזעלשאפט. איך בין גאר נייגעריג צו הערן דעם דעת הקהל אויף דעם נושא. פארשטייט זיך אז אידן פאר וועם די סיסטעם ארבעט וועט די ענטפער זיין "נאן אף די עבאוו". אבער צווישן די וואס זוכן יא טויש, וואס איז ענדערש? טאלעראנץ אדער אינטעליגענציע?
מיר איז אויך דורך געלאפן די ספיקות. ווען דער אינגערמאן געט דארט די אינטערוויו אונמיטן זאגט ער. שבת איז מוראדיג זאך. רוב מענטשען פארשטייען נאר נישט די טיפקייט דערפון.
כהאב עם געוואלט פרעגן אפשר ביסטו מיר אפשר מסביר די טיפקייט פון שבת? כקען עם נישט אבער ער זעט נישט אויס צי זיין קיין גרויסע פארשטייער.
הציץ איך בין אויף דיין טיעם.
אינטעליגענציע אליינס איז גארנישט אויב עס ברענגט נישט קיין פאקטישע נוצבארע רעזולטאטן. אויב ספעיס סייענטיסטן וועלן למעשה נישט ברענגן מיט זייער לעבנסלענגליכער שטודירונגען עפעס א נוצן פאר די מענטשליכע ראסע (זיי האבן שוין געברענגט גענוג, איך נוץ עס נאר אלץ א משל) וואס האבן מיר פון זיי. צווייטענס, עס איז דא מער ווי גענוג אינטעליגענציע ביי אונז די פראבלעם איז אז זיי זענען געבינדן צו נוצן זייער אינטעליגעציע צו דינן אן אגענדע און עס ברענגט אונז – פשוטי עם ווייניג נוצן.
למשל, ווען סאטמאר ברענגט רבי מלכיאל קאטלער צו רעדן ביי א דינער, לאמיר זאגן אז זיי טוען עס ווייל זיי האלטן אז ער איז ערליך, ער האט דעת תורה, ער קען שיין דרש'נען ער איז א גרויסע תלמוד חכם וכו', דאך פארשטייט ער אליין אז ער מוז און מעג נאר רעדן פון עפעס וואס שטומט מיט די סאטמארער אגענדע. און אזוי איז ביי יעדע פאל.
ווען א אוניווערזיטעט נעמט אויף א סייענטיסט צו שטודירן די ענווירעמענט, איז קלאר פון אלע צדדים אז די סייענטיסט מעג און מוז געבן זיין טרעפונגן אפגעזעהן צו עס שטומט מיט די אונווערזיטעט'ס אגענדע. (פארשטייט זיך אז שוחד פארבלענדט די אויגן פון חכמים אויך)
אינטעליגענציע אנע טאלערינץ איז קיין אינטעליגענציע, עס איז אזוי ווי די וואלן אין די דיקטאטארישע לענדער, ווי יעדער האט א זכות בחירה, און עטליכע קאנדידאטן זענען אויף די בעלאט, און דאך סאם האו געווינט די דיקטאטאר 100 פראצענט.
ביי אונז איז דא גענוג און נאך אינטעליגענציע, אבער טאלערינץ און חופש בחירה איז נישט דא, עכ"פ נישט אויף א גרויסע פארנעם. ווען עס וועט זיין טאלערינץ פון אלע זייטן, מען וועט רעספעקטירן יעדעם איינעם אפגעזעהן ווי שטארק ער דינט די אגענדע, און דאס גייט אן ביי פשוטי עם גלייך ווי ביי רבנים, דאן וועט די אינטעליגענציע קענען גענוצט ווערן פאר די וויכטיגע זאכן ווי איידער די שטותים.
למעשה איז נישט דא קיין טאלערינץ דערווייל. טשעינדזש געשעהט ביי אונז גאר גאר שטייטליך. עס הייבט זיך אן מיט די רעבעלס (אינטעליגענט צו נישט) און שטייטליך צוביסלעכווייז וועט זיך טאלערינץ צושפרייטן ביים המון עם. האפענטליך וועלן אונזער קינדער שוין קענען געניסן פון טאלערינץאון אינטעליגענציע איניינעם.
מיר דארפן אינטעליגענטישע טאלערנאץ. ובלע"ז: פלורליזם.
אין ליפא'ס שול איז דא לענ"ד זייער ווייניג פון דעם. איז דארט דא איינער וואס קען אפשטעלן דאס זינגען ליפא'ס ניגון "שלא עשני גוי" און מסביר זיין אז סנישט קיין חכמה זיך גרויס צו מאכען דורך אראפלייגען אנדערע
כמאמר הרב לאבין, למשל?
לעיקוואדמיר דארפן אינטעליגענטישע טאלערנאץ. ובלע"ז: פלורליזם.
אין ליפא'ס שול איז דא לענ"ד זייער ווייניג פון דעם. איז דארט דא איינער וואס קען אפשטעלן דאס זינגען ליפא'ס ניגון "שלא עשני גוי" און מסביר זיין אז סנישט קיין חכמה זיך גרויס צו מאכען דורך אראפלייגען אנדערע
כמאמר הרב לאבין, למשל?
איך דאווען נישט דארט ממילא ווייס איך נישט. אבער לאמיר אגן אז ניין, דאס איז ווייל די טאלערינץ איז נאך נישט דא ביי אונז ממילא איז די אינטעליגענציע אין גלות. טאלערינץ האט זיך ערשט יעצט אנגעהויבן אויף א גאר קליינע פארנעם, און עס וועט זיך שטייטליך צושפרייטן ביז עס ווען אפעקטירן די אינטעליגענציע אויך אז זי זאל קענען ארויס קומען פון באהעלטערניש.
עס מוז זיין טאלערינץ ערשט בעפאר מען וועט האבן ריכטיגע אינטעליגאנציע.
מען איז טאקע נישט געהאלפן אויב מיר האבן טאלערינץ אנע אינטעליגענץ, אבער טאלערינץ איז די די ערשטע סטעפ אין די גוטע ריכטונג.
אויסער דעם מוזן מיר געדענקן אז טאלערינץ איז א חיוב, א must ווייל עס אפעקטירט די מענטשנ'ס רעכטן, אינטעליגענציע איז א חסד א פריוועלידזש.
איך מיין אז די צוויי גייען האנט אין האנט, א פארשטענדיגע מענטש וועט געווענליך פארשטיין נישט צו באקירדווען איינעם נאר ווייל ער טראכט אדער טוהט אנדערש ווי עם, ראסיזם, און איגנאראנץ גייט געווענליך צוזאמען מיט קליין קעפיגקייט, און אזוי אויך וועט א טאלעראנטע מענטש\קהילה דולדן איינער וואס זיין אינטעליגענץ נעמט עם ערגעץ אנדערש.
לגבי עירמאנט איז זיכער אז ס'איז א סטעפ אין די רייט דיירעקשאן, איך וואלט מיך נישט געפונען די פלאץ דארט מחמת סיבות השמורים במערכת, אבער איינער וואס זיין דרך החיים לאזט עם נישט וואוינען אדער מאכט עם אומבאקוועם צו וואוינען ציווישן רבבות עמך בית ישראל האט וואו זיך צו קערן. דאס אז מארק שפירא קען נישט אהינגיין האלטן א דרשה מיינט נישט אז זיי זענען גארנישט אנדערש ווי אונז, ווייל אויב וועסטו דארפן וועטן מיט איינעם ווי ער וועט ערשט אנקומען, סאטמאר ראדני (אדער הופער, איך דיסקרימיניר נישט), אדער בית מדרש הגדול דקהילת עירמאנט, וואלט איך געלייגט מיין געלט אויף די צווייטע, ווייל הגם זיי האלטן נאך נישט דארט, אבער זיי האלטן נענטער וואו אונז.
געפילטע, זייער שיין ארויסגעברענגט אין קלארגעשטעלט מיט דיינע לעצטע צוויי און א האלב שורות, און עס איך אויך אמת אז עס נעמט אינטעליגענץ צו קענען זיין טאלעראנץ אויפן ריכטיגע פארנעם. אבער עס גייט נישט דוקא האנט אין האנט איינער מיטן אנדערע. איך קען מענטשן וואס זענען זייער טאלעראנט אבער האבן שכל ווי מיין טיש. און פארדעם טאלערירן זיי אפילו איינער וואס מאכט זיי די טויט. און פון די אנדערע זייט האבן נישט געפעלט קיים אינטעליגענטע מענטשן אי דייטשלאנד אונטער היטלער וכדומה.
אוודאי איז דא יוצאים מן הכלל, ס'דא אסאך דאמי יאפי'ס וואס וועלן אקצעפטירן יעדעם, פון יעדע מין גענדער פרעפרענס, צו טראנס-סעקסואל, צו גאטהיק געלעכערטע און באפירקלטע גופום, זיי וועלן פאר יעדן פרייז אקצעפטירן יעדען, און ס'אויך דא פון די קלוגסטע פראפערסארן וואס קענען נישט דולדן איינער וואס האלט נישט ווי זיי.
אבער שטודיעס ווייזען אז ראסיזם קומט מיט לאוער איי קיו, און איך מיין אז מ'קען מאכן א גזירה שוה פון ראסיזם צו נאנ-קאנפארמיטי, הגם זיי זענען אנדערש, אבער ביידע רעדן זיך פון קענען דולדן איינער וואס איז אנדערש ווי דיר.
דייטשלאנד איז לאו דוקא געווען אומטאלערנץ, נאר ענדערש א מאסן ברעין וואשינג, וואו געוויסע האבן גענומען די אויפברויז פון די מאסן און עס געוואנדען צו די אידן, און אויך האבן זיי געהאלטן מיט זייער פארקרומטע שיטה אז זיי ברויכן דאס טוהן למען קיום העולם וה'ריינע ראסע', פטור צו ווערן פון די קרענק, עפ"ל, וואס הייסט איד.
איך מיין אז מ'דארף קוקן פון א היסטארישע בליק. דער פאקט איז אז ווי נאר מ'איז ארויס פון די פינסטערע פאנאטישע מיטלאלטער, און מענטשן האבן אנגעהויבן נוצן דעם אייגענעם שכל אנשטאט נאכפלאפלען פון אריסטו, איז געקומען די ישועה פון דעמאקראטיע. דער פראבלעם איז אז מען קען נישט זאגן פאר א חסידישער איד אז ער זאל זיין טאלעראנט און רופן מארק שפירא האלטן א דרשה איבער די אני מאמין'ס, ווייל זיין שכל זאגט אים אז דאס איז דאס ארגסטע, ממילא קודם מוז מען אויפקלערן דעם עולם, מסביר זיין וואס מיינט חכמה, און דערנאך קען קומען טאלעראנץ. לבי אומר לי אז ווען מ'זאל לערנען היסטאריע און סייענס אויף א גרונטליכער אופן מיט יונגלעך און מיידלעך וואלט נישט געבליבן קיין זכר פון חרדיזם ביז געציילטע דורות, אבער אויב מען זאל יעדע וואך האלטן א שיינע דרשה אז מען דארף ליב האבן יעדן איד, בין איך גאר שטארק מסופק צו ס'וואלט עפעס אויפגעטון.
למאי נ"מ בעצם?
השאלה שכן מעניינת פה, זה למה ליפא ודומיו כבר יש להם בתי כנסיות והתארגנויות שונות, ואילו החכמים והמשכילים עוד נמצאים מאחורי הפרגוד בניקים מוזרים. אני חושד שזה מפני שהם יותר חכמים וד"ל. אבל ייתכנו עוד סיבות, ואני מחכה לשמוע מכם.
לעיקוואדלמה ליפא ודומיו כבר יש להם בתי כנסיות והתארגנויות שונות, ואילו החכמים והמשכילים עוד נמצאים מאחורי הפרגוד בניקים מוזרים. אני חושד שזה מפני שהם יותר חכמים וד"ל. אבל ייתכנו עוד סיבות, ואני מחכה לשמוע מכם.
פאר די זעלבע סיבה פארוואס קאפאטיליזם און די יענקיס האבן מער פענס ווי סאציאליזם און די מעטס, יעדער וויל זיין מיט די געוואונענדע טיעם אפגעזעהן צו עס שטימט מיט זייער אידיאלאגיע און אינטעליגענץ.
דאס מיינט נישט אז איך האלט אז ליפא איז א קליינע חכם... 😕
יאיראיך מיין אז מ'דארף קוקן פון א היסטארישע בליק. דער פאקט איז אז ווי נאר מ'איז ארויס פון די פינסטערע פאנאטישע מיטלאלטער, און מענטשן האבן אנגעהויבן נוצן דעם אייגענעם שכל אנשטאט נאכפלאפלען פון אריסטו, איז געקומען די ישועה פון דעמאקראטיע. דער פראבלעם איז אז מען קען נישט זאגן פאר א חסידישער איד אז ער זאל זיין טאלעראנט און רופן מארק שפירא האלטן א דרשה איבער די אני מאמין'ס, ווייל זיין שכל זאגט אים אז דאס איז דאס ארגסטע, ממילא קודם מוז מען אויפקלערן דעם עולם, מסביר זיין וואס מיינט חכמה, און דערנאך קען קומען טאלעראנץ. לבי אומר לי אז ווען מ'זאל לערנען היסטאריע און סייענס אויף א גרונטליכער אופן מיט יונגלעך און מיידלעך וואלט נישט געבליבן קיין זכר פון חרדיזם ביז געציילטע דורות, אבער אויב מען זאל יעדע וואך האלטן א שיינע דרשה אז מען דארף ליב האבן יעדן איד, בין איך גאר שטארק מסופק צו ס'וואלט עפעס אויפגעטון.
אין אסאך גאר פרומע סקולס אין בארא פארק לערנט מען היסטאריע גאנץ בעיון. מען ווייסט גאנץ אסאך צו זאגען פון אזעלכע נושאים ווי די codes of Hammurabi. אויך לערנט מען גאנץ שטארק די גורמים פון מלחמות, די גורמים פון די רעוועלאצויעס קעגן די קעניגן. מען רעדט וועגן רעניסאנס וכדו'. וראה זה פלא, מען לערנט אפי' עוואלושען. אמת אז בענין עוואלושען לערנט מען ממש אפאר ווערטער פשוט אויף יוצא צו זיין, און כדי מען זאל קענען ענטפערען די government regents. די טיטשער זאגען די בעיסיקס, און לייגט צו אז זי פארשטייט עס אליין נישט, און מען זאל נאר געדענקען די ווערטער, מען דארף נישט פארשטיין. ובזה יוצאים ידי חובתם.
לענינו קומט אויס אז לערנען היסטארי אין סייענס מאכט נישט דוקא דעם טויש וואס דו רעדסט.
מ'דארף עס אנהייבן לערנען אויך מיט יונגלעך, און אפילו ביי די מיידלעך זאל מען אריינגעבן א חשיבות דערין, אויסלערנען אז מען דארף קוקן אויף די וועלט מיט א שכל'דיגע בליק.
פון ליינען דא קומט מיר אויס אס סאיז די הינדל און אייער געדאנק.
הגם איך בין שטארק מחולק מיט דיין ציהל צו "טוישן" אידישקייט, בין איך אבער מסכים אז די וועג וויאזוי מ'טוישט עפעס איז נישט דורך אפעלירן צום אינטעלעקט פון מענטשען, זייער א קליינע פראצענט נוצן פאקטיש דעם של ראש, נאר ענדערש אפעלירן צום עמאצינאלן חלק פונעם מוח, אז דו ווילסט זעהן א דוגמא זאלסטו פאללאוען פאליטיק און באטראכט די פראזן וואס די פאליטיקאנטן נוצן צו איבערצייגן דעם עולם אין זייער קאנדידאטור, וועסטו זעהן אז ס'איז כמעט נישט בנמצא אז מ'זאל פראבירן צו מסביר זיין א אידעאלאגיע, ס'נעמט צו לאנג און איז צו קאמפליצירט פאר רוב המון עם, נאר ענדערש קומט מען מיט ארגומענט וואס אדרעסירט די געפיהלן פונעם ציבור, לדוגמא "רעכטן" "פאטריאטיזם" וכו'
חזרתי בי, טאלעראנץ עדיף.
יאירחזרתי בי, טאלעראנץ עדיף.
איך וועל טאלערירן דיין ספאנטאנישע חזרה, אבער איך עקספעקט אן אינטעלעגענטע ערקלערונג.
מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר?
יאירחזרתי בי, טאלעראנץ עדיף.
כשם שמקבל שכר על הדרישה כך מקבל שכר על הפרישה...
Re: אינטעליגענציע אדער טאלעראנץ, הי מינהו עדיף?
אוודאי אז ביידע דעוועלאופן זיך צוזאמען האנט ביי האנט. און בשעת וואס די עמך איד ברויך מער ער זאל קריגן 'טאלעראנץ' כדי צו שטייגן, איז פאר דער אינטעלעקטואל, 'אינטעליגענץ' ווי ברויט צום קערפער. און זיין אינטעליגענט פיערט נישט נעסעסערעלי צו טאלערירן אנדערע. עליטיזם איז פונקט אזא נגע ממארת ווי רעליגעיזע פרעד'זידעס. אבער עס איז אויך דא אן עלעמענט פון 'עקספיריענס'. ד.ה. איידיעלס, ווי אזוי זאכן זאלן געשעהן, אלעס פיין און וואויל. אבער אין די ריעל וועלט, ברענגט דאס פילן אומטאלעראנץ אויף די אייגענע הויט - צו טאלערירן אנדערע. באמצעות וואס? הוי אומר, אינטעליגענץ. בכלל, אינטעליגענץ און טאלעראנץ איז עפעס נישט קיין פארגלייך. ווען א פושיטער פראסטער יישובניק טאלערירט א כופר מיט אלע קליפערליך, ווייל ער לעבט אין די וועלט און ער פרעסיווד איר דורך עקספיריענס, מיט זיינע פינף חושים, קען מען דען נישט זאגן אז דער איכר איז מער אינטעליגענט אין דעם הינזיכט ווי דער סקאהלער, כלוא בבית, אונטערן הויפן ביכער?
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
בנוסף צו די גאר חשובע נקידות וואס די חברים האבען שוין אויפגעברענגט, וויל איך מסביר זיין א נקודה, אז די שאלה פון אינטעליגענציע ווס. טאלעראנץ איז די זעלבע שאלה פון מוח ווס. לב, און דארט איז דיתשובה אז מקען זיך נישט רירען אן ביידע דאס זעלביגע איז דא, נאר דארטען דארף מען זיכער מאכען אז די מוח האט דאס לעצטע ווארט, איז דא אביסעלע פארקערט אז מדארף זיכער מאכען אז צום לעצט האט דאס ווארט די חלק הטאלערנעץ ,
אין א פארשטויבטן בוידעם אין אן אלטע הייזקעלע אינעם שטעטל לוד איז די פראגע פארגעלייגט געווארן פאר קנאפע צוויי טויזענט יאר צוריק פאר די אידישע חכמים, תלמוד גדול או מעשה גדול, וואס איז וויכטיגער דאס איינהאנדלן וויסענשאפט, אדער דאס זיך פירען אין גוטע וועגן, עס איז באשלאסן געווארן אז תלמוד גדול שמביאה לידי מעשה. די מפרשים ערקלערן אז למעשה זעט מען פון דעם אז מעשה איז פיל גרעסער ווייל די תכלית פון לימוד איז אז דאס זאל ברענגען לידי מעשה. נאר סוכ"ס לערנט אונז דאס אז אן לימוד קען מען נישט אנקומען לידי מעשה. ווייל אנע לערנען די נויטיגע לימודים וואס ברענגען די מענטש די הכרה פון די שיינקייט פון די בריאה און אז מיר זענען אלע דא אינדעם אינאיינעם איז שווער צו דערגרייכן א דאנקבארקייט פאר טאלערענץ.
Re: אינטעליגענציע אדער טאלעראנץ, הי מינהו עדיף?
אין אנדערע ווערטער, קאווע שטיבל האט שוין עקזיסטירט מיט צוויי טויזענט יאר צוריק.
Re: אינטעליגענציע אדער טאלעראנץ, הי מינהו עדיף?
[ציטאט אראפגענומען]
דו האסט פארמישט טאלעראנץ מיט פאפיוליזם. א זאך וואס איז על פי רוב דער היפך פון טאלעראנץ.
טאלעראנץ איז פונקט אזוי אומפאפולער ביים אומוויסנדער המון עם ווי אינטעלעקטואליזם
יאירחזרתי בי, טאלעראנץ עדיף.
א זייער אינטעליגענטע באשלוס.
Re: אינטעליגענציע אדער טאלעראנץ, הי מינהו עדיף?
טאלעראנץ מיינט לאזן במנוחה א צווייטן. דער רעפארמיסט דעם ארטאדאקס, דער קאמוניסט דעם דעמאקראט, און אין אונזער פאל רעדט מען דער פרומער זאל טאלערירן דעם אויפגעקלערטן משכיל.
איך זעה נישט וואס זיך אראפלאזן צום המון עם און אפעלירן צו זייערע זארגן, האט מיט טאלעראנץ, טראמפ נעמט זייער גוט אויס ביים המון עם, און איז דער סאמער היפך פון טאלעראנץ.
ליפא'ס שוהל האט זיך אויסגעצייכענט אז זי האט טאלערירט אפילו אזוינע מושב זקנים סטיל אידן, און איז טאקע פארדעם געגאנגען באנקראט, ווייל טאלעראנץ איז נישט פאפולער אפילו ביי די שטריקעס אין עירמוינט.
און טאקע פארדעם האלט איך אז די גאנצע חקירה אין די אשכול איז נישט נוגע להלכה, ווייל די צוויי זאכן אינטעלעקטואליזם און טאלעראנץ זענען געקנופט און געבינדן און גייען נישט איינע אן די צווייטע.
אויב זאל טעארעטיש זיין שייך זיי יא אפצוטיילן, וואלט איך אודאי גוואלט טאלעראנץ איבער אינטעלעקטואליזם ווי דער פסוק זאגט טוב כלב החי מהאריה המת, זיי א טיפש א בהמה, אבער לעב און לאז לעבן. ווי שרייבט דער פותח האשכול, "טאלעראנץ - אהבת ישראל ווי זיי האבן עס ליב צו רופן - גיבט אויטאמאטיש מער פרייהייט פאר מענטשן צו לעבן זייער אייגענעם לעבן אן דארפן קאנפארמירן צו אנדערע אין דעם געזעלשאפט."
מיטן ברייטסטן בליק, גייט טאקע טאלאראנץ צוזאמען מיט חכמה, כי הכל הבל ואלוקות, אבער ביז מען קומט צו אזא החלטה אויף למעשה, קענען די צוויי מידות שטיין גאנץ אפגעשיידט.