☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #3445

אשכול אן א טיטל #3445

70 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3445
בלאט: 1 2

— » מיטוואך אפריל 10, 2013 8:21 pm

· #103516

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

איך אויך » מיטוואך אפריל 10, 2013 10:51 pm

· #103596
[ציטאט אראפגענומען]

דאס איז א כהן חציצה זאק.

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 10, 2013 11:37 pm

· #103618
מיינסט עס ערענסט? ער זיצט אין דעם א גאנצע וועג?
ס'מאכט נישט קיין סענס, ווייל כדי ס'זאל אויסמאכן להלכה פעלט אויס א אוהל, שידה תיבה ומגדל, א פלעסטיק בעג איז אויך א אוהל זרוק?

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 10, 2013 11:43 pm

· #103619
ווער האט אים גע'געבן דעם בעג? שטייט דאך Keep out reach of children?

הוגה » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 8:59 am

· #103738
באקומען אין אימעיל לגבי די פלעסטיק בעג אויפן עראפלאן


הסיפור של האברך עם הנילון: כהן שנתקע בקפריסין וכל הטיסות משם עוברים מעל בתי קברות והרב זילברשטיין פסק לו שבאופן שהוא סגור הרמטי (צמיד פתיל )יוכל לטוס
הכוונה לבתי קברות יהודים בגוש דן

גנדי » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:14 am

· #103742
הוגה
באקומען אין אימעיל לגבי די פלעסטיק בעג אויפן עראפלאן


הסיפור של האברך עם הנילון: כהן שנתקע בקפריסין וכל הטיסות משם עוברים מעל בתי קברות והרב זילברשטיין פסק לו שבאופן שהוא סגור הרמטי (צמיד פתיל )יוכל לטוס
הכוונה לבתי קברות יהודים בגוש דן


איך פארשטיי נישט, איז נישט די אירעפלאן נאך עני טיים א בעסערע אוהל פון א דיזפאזעל בעג?

איך אויך » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:26 am

· #103748
אפאר יאר צוריק האט זיך געטוהן א גאנצע סומאטוכע, איינער האט אויסגעטראפען אז די פליגערס פארן אריבער העכער א בית עלמין אין חולון און עס קומט אויס א פראבלעם פאר די כהנים, א שטיק צייט זענען אזעלכע בילדער געווען א טעגליכע ערשיינונג, עס איז דא אינטרעסאנטע בילדער פון למשל א גאנצע משפחה כהנים אנגעטוהן מיט די זעקלעך ועוד. עס זענען דאן אויך געווען מעשיות פון קאפיטאנען וואס האבען זיך אנטזאגט פון ארויספארן ביז מען נעמט אראפ די 'משוגעים' פון די פליגער.
ביז די עירליינס האבן אנגעבליך געטוישט די פלייט פעטה און מען פארט שוין נישט אריבער יענע פלאץ.

די הלכה חלק וועל איך לאזן פאר אנדערע צו דעבאטירן, אויף בחדרי קענסטו זיכער טרעפען אשכולות פון יענע צייט מיט בילדער/דעבאטעס.

ידען » זונטאג אפריל 14, 2013 9:03 am

· #104467
די כהן מיט די פלעסטיק בעג
אויב סע שוין געווען דא ערגעץ זאל מען לייגען א לינק און מע וועט עס צאמשטעלען.

א בילד פון א מענטש אין א גארבעזש בעג איז ארום געפארען פאריגע וואך און סע געווען א היט, סע געווען וואס האבען געזאגט אז ער האט עס געטוהן וועגען ער האט געוואלט א מחיצה צווישען פרויען אויף די פלעין און שפעטער האט מען שוין געזאגט אז סע א כהן

דא קען מען זעהן מער וועגען דעם.

אבער פארוואס לאכט ער אונז אזוי אויס?

ער פארשעמט מיך דער טערק..

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=FLoBPAr0oTc&feature=youtube_gdata_player">https://www.youtube.com/watch?v=FLoBPAr ... ata_player</a>

דבילה » זונטאג אפריל 14, 2013 10:18 am

· #104478
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/103516">viewtopic.php?p=103516#p103516</a><!-- l -->

דעת תורה » זונטאג אפריל 14, 2013 10:19 am

· #104479
נישטא וואס זיך צו שעמען (אויב די מעשה איז א כהן). ויגבה לבו בדרכי ה׳. ואדברה בעדוותיך נגד מלכים ולא אבוש.

דבילה » זונטאג אפריל 14, 2013 10:20 am

· #104480
דער איד האט פשוט נישט געוואלט ווערן געבאדערט פאר מנין יעדער פאר מינוט... גיי זיי דאס מסביר פאר א טערק!

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 14, 2013 10:26 am

· #104482
דעת תורה
נישטא וואס זיך צו שעמען (אויב די מעשה איז א כהן). ויגבה לבו בדרכי ה׳. ואדברה בעדוותיך נגד מלכים ולא אבוש.

דרך ארץ קדמה לתורה.

דעת תורה » זונטאג אפריל 14, 2013 10:30 am

· #104484
אגב, לויט אל על איז דער בילד געכאפט געווארן פאר צען יאר צוריק שוין, ווען דאס איז געווען אין א געוויסן זין די נארמע פאר כהנים צו טאן - ביז די לופטליניעס האבן געטוישט פלייט דירעקשאנס. ווייזט אויס אז איינער פון אונזערע גוטע פריינט וואס ווערן דערמאנט אין די ערשטע רש״י אין פרשת חוקת, האבן אונז א טובה געטון און עס ארויף געלייגט אויף רעדדיט.

----

קאווע, מכח די 2 פסוקים וואס כאב פריער געברענגט פלוס דעם פסוק וואס די גמרא ברענגט אין ברכות אין חכמה ואין עצה ואין תבונה נגד ה׳, מוז מען בהכרח צוקומען אז די משנה וואס דו ברענגסט דא איז זייער נישט אין פלאץ.

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 14, 2013 10:35 am

· #104485
דארפסט נאך מראי מקומות? גיב מיר א רגע, לאמיר אנצונדען דעם אוצר החכמה..
כ'מיין, גיוו מי א ברעיק, נניח אז דאס איינציגסטע וועג וויאזוי צו בלייבן אן הייליג כהן איז דורך זיך איינפאקען אינעם בעג, אבער מאן יימר ער מוז בכלל פארן אויפן פליגער? ס'קומט נישט אריין דא "אין חכמה ואין [גבורה 🙄 ] (תבונה) נגד השם.
ועוד, כבר שנינו במסכת דרך ארץ, לעולם לא יהא אדם עומד בין היושבים וכו'.

דעת תורה » זונטאג אפריל 14, 2013 11:00 am

· #104488
ואלא דוד למה הלך נגד מלכים ודיבר בעדוותיו? שאני דוד שהיה צריך לאותו דבר.

פירש"י: כלומר, היה נחוץ לו להיות שם מחמת דברי המלכות, ושוב לא מנע עצמו מעסק התורה מחמת שחוק ששחקו ממנו המלכים:

תוד"ה צריך. נראה דה"ה כל מי שהולך לדרכיו ולחפציו אין לו להימנע מלעשותם דא"כ נמצא כלוא בבית ואי אפשר לעשות כלום. אלא ילך ויעשה כרצונו, ולא יבוש מפני המלעיגים. וההוא דאבות שאמרו דרך ארץ קדמה לתורה כבר פירשה ר' עקיבא['לע] דהכוונה לא להיות מחוצף בחדר. עוד י"ל דוודאי אם אפשר לו לא לעשות דברים מוזרים בעיני הבריות לא יעשה, וזה אמרם דר"א קדמה וכו' אבל אם צריך לילך או לעשות איזה דבר, לא ימנע עצמו מלקיים דברי התורה אלא יגבה לבו בדרכי ה' כדפרישית.

(בבלי מסכת דרך ארץ ב,א)

נולד מאוחר » זונטאג אפריל 14, 2013 11:17 am

· #104491

ידען » זונטאג אפריל 14, 2013 11:37 am

· #104495
דבילה
http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=103516#p103516

ישר כח

צאמגעשטעלט

diff » זונטאג אפריל 14, 2013 12:14 pm

· #104505
To JFK many planes pass montifoiry and beth david cemetery

טאמבל סאס » זונטאג אפריל 14, 2013 1:09 pm

· #104522
עטס מיינטס אז די בעג האט אים אויך צוגעהאלפן פאר עשיית נקביו? אויסער אויב ס'נישט געווען געסיעלט.

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 14, 2013 1:26 pm

· #104528
[ציטאט אראפגענומען]

הפך בה והפך דכל הסיסטעם במשפט הזה.

גימפל » זונטאג אפריל 14, 2013 1:30 pm

· #104530
פאר ווער עס וויל אדורכטוהן די נושא בעיון רב.
זע דא <a class="postlink" href="https://dl.dropboxusercontent.com/u/1448492/735713.pdf">https://dl.dropboxusercontent.com/u/1448492/735713.pdf</a>

נולד מאוחר » זונטאג אפריל 14, 2013 1:33 pm

· #104533
די טערקן לאכן סקען נישט זיין אז גאט וויל זאלכע נארישע זאכן.
כבין כמעט ברור אז די טערקן האבן פיינע משוגתן וואס זיי זענען מחשיב, נישט אלץ ריליגיע. זייערע סעלעברעטי'ס סטיילס און שטותים. מאכן כמעט אזויפיל סענעס.

דעת תורה » זונטאג אפריל 14, 2013 1:51 pm

· #104539
[ציטאט אראפגענומען]


יתכן אז איינער פון די אויסגערעכנטע וואלטן זיך אפשר געמאכט אזא חומרא נישט צופארן, אבער אויב וואלטן זיי געדארפט פארן וואלטן זיי געפארן מיט גרויס שטאלץ, כמה דאת אמר ויגבה לבו בדרכי ה'. עס איז זיך נישטא מער וואס צו שעמען מיט א כהן בעג, ווי מיט א פרה אדומה. די זעלבע שטן ואומות העולם מונין את ישראל. נעווער העירד פון א איידיע צו טון מצוות באהאלטענערהייט צו פארשענערן אונזער אימעדזש ביי די גויים. זיי וואלטן מסתמא אפילו נישט געזוכט קיין היתר.

בכלל ווייס איך נישט פארוואס דו האסט מחליט געווען אז אלע דיינע אנדערשקייטן פונעם גוי אקצעפטירט ער יא, און עס אין זיינע אויגן נארמאלער ווי די כהן בעג. דער חילוק איז בסה"כ אין דיר, זינט דו ביסט נישט אויפגעוואקסן אין אזא נארמע. דערפאר איז גוט צו האלטן פאר די אויגן אז די בילד איז פון פאר צען יאר צוריק וואס פאר א שטיק צייט איז דאס געווען די כמו נארמע.

[אגב פאר די ת"ח שבינינו, אין תוס' ברכות דף כ ד"ה שב איז גראדע דא א משמעות אז כבוד הבריות איז יא דוחה די לאו פון טומאת כהנים].

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 14, 2013 1:55 pm

· #104542
ער וואלט נישט געדארפט פארן. אויב איז ער סטאק געווארן - זאל ער פארן מיט א שיף.

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 14, 2013 2:49 pm

· #104564

נולד מאוחר » זונטאג אפריל 14, 2013 2:57 pm

· #104567
היימישער ליטוואק
ער וואלט נישט געדארפט פארן. אויב איז ער סטאק געווארן - זאל ער פארן מיט א שיף.

פארוואס נישט. דער ארטיסט מיט זיין צידרייטע האר סטייל מעג יא פארן?

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 14, 2013 3:02 pm

· #104571
ער מעג. ער דארף אבער נישט.
על מנת אנצוהאלטן כבוד היהדות און נישט פארשעמן די תורה וואס ער רעפרענזענטירט.

דעת תורה » זונטאג אפריל 14, 2013 3:04 pm

· #104575
היימישער, ברענג א מקור צו דיינע ווערטער אז כבוד התורה מעסט זיך ווי ווייט א גויאישער קאפ פארשטייט דאס.

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 14, 2013 3:05 pm

· #104578
אויף דעם איז געווען א שיעור דעם שבת דורך רב גלדהבר, לאמיר פרעגן.

@אנאנים-תורה: איינער מיט דעת תורה דארף נישט קיין מקור אז מ'דארף זיין נארמאל.

דעת תורה » זונטאג אפריל 14, 2013 3:42 pm

· #104590
דו מיינסט מסתם די מימרא אז ווער עס פרעגט ווי עס שטייט איז אן אפיקורס?...

ווי איך בין אויפגעוואקסן - סאטמאר בפרט, חסידים בכלל - האט מען זייער שטארק געלערנט און גערעדט די נקודה אז א איד דארף זיך נישט שעמען פאר א גוי - מיט זיין פראקטיצירן אידישקייט. א שטריימל דאן איז נישט געווען ווייניגער אויפפאלנד - אבער יא פיל ווייניגער וויכטיג - ווי די כהן בעג. אנדערע קרייזן האבן נישט געהאט דעם גאות דקדושה, והיינו דאהני להו אז פראצענטואל זענען זייערע קינדער פיל מער אוועקגעפאלן פון אידישן וועג אין די ת"ר יארן, כידוע דברי הח"ח בנושא.

דאס צו מאכן פאר א שיטה אז מען "דארף" זיך גאר אהערשטעלן פאר די גוים און נישט פארשעמען די תורה אונזערע, איז ככל הנראה א בייפאל און געדאנק פון א געוויסן גאר באקאנטן און גאר גרויסן אידישן חכם און פיליזאף וואס האט געואוינט אין בערלין, איבריג צו זאגן אז אף חכמתו לא עמדה לו און אלע זיינע קינדער האבן זיך ל"ע גע'שמד'ט. דאס האט שוין ביים ערשטן דור געוויזן אז אפילו ער זאל האבן א פוינט טעעאראטיש, קען מען למעשה נישט מגדל זיין קיין ערליכע דורות אויף אזא וועג.

נ.ב. שלא כהרגלי... האב איך גערעדט מער מצד א השקפה'דיגער און קולטורעלער בליק; איך טרעף נישט - אויף די מינוט - צופיל מקורות הלכתיות וואס זאלן ווייזן אויף די ספעציפישע נושא, חוץ די פסוקים המורים כן כנ"ל.

איך בין עס » זונטאג אפריל 14, 2013 8:49 pm

· #104734
וואס גייט דא פאר? אוי באשעפער העלפ שוין אלע יודן
📎 IMG-20130414-WA0001.jpg

לעיקוואד » זונטאג אפריל 14, 2013 9:29 pm

· #104741
דעת תורה
איך מיין איר זענט אביסעל מגזים מיט דער צושטעל פון אנקוקען א פלעסטיק בעג אויף א פלעין פאני ביז די שיטה פון רמ"ד. (איך רעד שוין נישט פון דעם וואס די גאנצע ראיה פון זיינע קינדער איז נישט קיין ראיה מער פון די אייניקלאך פון נודע ביהודה וואס זענען בערך אזוי פרום ווי רמ"ד'ס אייניקלאך). אז א כהן זאל דארפן זיך אריינשטעלן אין א בעג אין א פלעין איז פאני נישט נאר לפי עפעס א גויישע קולטור נאר אויך ווען די גאנצע פלעין איז פול מיט יודען איז עס פאני. און עס איז פאני אויך אין דער הלכה אליינס אז עס זאל פאדערן אזעלכע זאכען. כלומר עס איז זייער נישט מסתבר אז אזוי זאל זיין די הלכה, דאס איז א ריינע הלכהדיגער שיקול אז סדארף מאכען עפעס א סארט סענס, און די סארט פסק איז מוראדיג פאני, אפילו אז מזאל שוין יא פארשטיין די הנחה אז א כהן טאר זיך נישט מטמא זיין למתים, אזויווי די טערקן האבען גאנץ פיין ארויסגעברענגט. און פוסקים מיט שכל רעכענען זיך שטארק מיט אזא שיקול אין הלכה, אז עס האט נישט קיין זין אז עס זאל ארויסקומען א חוכא וטלולא. אמת, דאס איז נישט די איינציגסטע פאני פסק וואס איז ארויס פון די סארט מקומות ווי מהאט אינגאנצען געשיקט נארמאלקייט, שכל, און מענטשליכקיט ליפטערן, עס איז נאר מער אויפפאלנד, און ברענגט טאקע ארויס די פראלבעם מיט די סארט פסקים אויך אין אנדערע פעלער.

אגב, אויך דער נקודה פון הייסען פרויען טוישען סיטס אויף א פלעין ווייל דיר געפעלט נישט זיצען נעבן א פרוי, שהעירו עליהם הטורקים הנ"ל, דארף מען טוהן מיט חכמה. און אויב מקען נישט מעג מען בכלל זיצען נעבן א פרוי ע"פ הלכה.

MickyMouse » זונטאג אפריל 14, 2013 9:34 pm

· #104744
לכאורה גייט ער זיין די כהן גדול גלייך ווען משיח וועט קומען
איך קען נישט אנדערש טראכטן.

בדחן » זונטאג אפריל 14, 2013 9:40 pm

· #104745
גיין מיט ציצית און צו עסן צוויי כזתים מצה בהעלם אחת אדער מציצה בפה איז אויך נישט גרינג מסביר צו זיין פאר א גוי. נאר אידן האבן קיינמאל נישט געשטרעבט אז דער טערק זאל אונז פארשטיין, אלמלא אז ער וועט צו קימען אז ווער אונז שוין עטוואס פארשטיין, וועט זיך דערנאך אריינמישען די הלכה בידוע.

אגב. עס איז פאני אוועק צו מאכען די ענין פינעם בעג אויפן סמך ווייל עס איז פאני... אפגעזען די סטאטוס אין אידישקייט מאכט מען נישט אוועק קיין הלכה אז עס מאכט נישט קיין סענעס אויפן סמך ווייל אז עס איז פאני.

יאיר » זונטאג אפריל 14, 2013 9:42 pm

· #104748
דעת תורה
נ.ב. שלא כהרגלי... האב איך גערעדט מער מצד א השקפה'דיגער און קולטורעלער בליק; איך טרעף נישט - אויף די מינוט - צופיל מקורות הלכתיות וואס זאלן ווייזן אויף די ספעציפישע נושא, חוץ די פסוקים המורים כן כנ"ל.

א פסוק אין משנה תורה איז דיר גוט?
ושמרתם ועשיתם כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים אשר ישמעון את כל החקים האלה ואמרו רק עם חכם ונבון הגוי הגדול הזה.
כנראה אז עפעס וואס ברענגט א פארקערטע אפעקט איז לכאורה נישט נכלל אין די חוקים.

לעיקוואד » זונטאג אפריל 14, 2013 9:54 pm

· #104753
בדחן
גיין מיט ציצית און צו עסן צוויי כזתים מצה בהעלם אחת אדער מציצה בפה איז אויך נישט גרינג מסביר צו זיין פאר א גוי. נאר אידן האבן קיינמאל נישט געשטרעבט אז דער טערק זאל אונז פארשטיין, אלמלא אז ער וועט צו קימען אז ווער אונז שוין עטוואס פארשטיין, וועט זיך דערנאך אריינמישען די הלכה בידוע.

אגב. עס איז פאני אוועק צו מאכען די ענין פינעם בעג אויפן סמך ווייל עס איז פאני... אפגעזען די סטאטוס אין אידישקייט מאכט מען נישט אוועק קיין הלכה אז עס מאכט נישט קיין סענעס אויפן סמך ווייל אז עס איז פאני.


איך האב דיר געזאגט איך רעד בכלל נישט כלפי דער גוי. איך רעד פשוט ווי מלערנט אפ א סוגיא אין הלכה. אז איך מיט מיין חברותא זיצען אין בית מדרש און זענען דן אין דער שאלה פון טמאת כהנים אויף אן עראפלאן, וועל איך גלייך זאגען אז א פסק אז מדארף א פלעסטיק בעג איז זייער פאני און נישט מסתבר. עס איז א שטארקע און יסודישע שיקול אין הלכה אז סזאל נישט ארויסקומען קיין חוכא וטלולא. עס איז א שיקול וואס ליגט אינטער זייער אסאך פסקים אין הלכה, אם בפירוש ואם מכללא. און סבכלל נישט פאני צו זאגען אזא סברא.

(גראדע ציצית איז טאקע פאני היינט וויבאלד מגייט נישט קיין בגד פון ארבע כנפות, עסן צוויי כזיתים פון א שיעור וואס איז נישט געווען אין גאנץ היסטאריע בהעלם אחת שלא כדרך אכילה איז טאקע פאני, מציצה בפה איז טאקע פאני און נישט אויסגעהאלטן הלכהדיג און איז ממש היפך הכוונה, די גאנצע חיוב איז וועגן רפואה, און היינט וואס עס איז גאר א ספק סכנה האלט מען עס נאך אן. ואכמ"ל)

[איך האב נישט קיין השגה וואס מישסטו דא אריין הלכה בידוע , ממעג שוין ארויסוואקסען דער קינדערישע מהלך פון דאס דערמאנען יעדער מאל וואס מרעדט פון איינער וואס איז נישט קיין יוד]

יאיר » זונטאג אפריל 14, 2013 10:00 pm

· #104755
דו האקסט דאך אונטער אידישקייט! באלד וועסטו נאך זאגן אז מ'דארף נישט גיין א קאפל, מ'מעג זיך שערן די בארד און פיאות, פרויען מעגן גיין מיט הויזן, מ'דארף נישט ווארטן זעקס שעה צווישן מילכיגס מיט פליישיגס, עסן פון א אידישע קאמפאני דארף נישט קיין הכשר, מ'מעג עסן נאכטמאל חוץ לסוכה, מ'דארף נישט טאנצן הקפות, מ'דארף נישט קיין האלצערנע לעפל פאר בדיקת חמץ..... רחמנא ליצלן וואו דו ווילסט אונז פירן מיט דיינע הלכות!

לעיקוואד » זונטאג אפריל 14, 2013 10:04 pm

· #104756
דער האלצערנער לעפל פון בדיקת חמץ איז מיר נאך שטארק לבי ממאן מתיר צו זיין, מחומרא דפסח.

לעיקוואד » זונטאג אפריל 14, 2013 10:12 pm

· #104758
דווקא מצד די גויים גיט מיר טאקע נישט אן. יעדער האט רעכט צו טוהן וואסארא משוגעת ער וויל, פון טאנצען מיט א ננח קאפל אויף אינטערסעקשין'ס אין תל אביב ביז זיך פארבען די האר גרין רויט און ארענדזש. פון גיין א ברייטער ביבער הוט אין דער זון ביז גיין דריי פערטל נאקעט אין דער ווינטער. עס גייט מיר אינגאנצן נישט אן. צו מהאלט די טיר אפען פאר א אלטער לעידי אין א סטאר זאגט מער וועגן דער מענטש ווי די אלע זאכען צוזאמען.

נולד מאוחר » זונטאג אפריל 14, 2013 10:16 pm

· #104762
רבתי פליז אביסעל טאלערנץ פארן כהן מיטן פלעסטיק זעקל.
עט ליעסט אזויפיל טאלערנץ וואס איר פארלאנגט פאר די עירמאנט חברה.
כהאב מורא הוגה איז גרעכט.

גנדי » זונטאג אפריל 14, 2013 10:44 pm

· #104771
נייער אויסדריק:

גיי לערן דעם טערק נגעים ואוהלות.

דעת תורה » זונטאג אפריל 14, 2013 10:53 pm

· #104777
יאיר
דעת תורה
נ.ב. שלא כהרגלי... האב איך גערעדט מער מצד א השקפה'דיגער און קולטורעלער בליק; איך טרעף נישט - אויף די מינוט - צופיל מקורות הלכתיות וואס זאלן ווייזן אויף די ספעציפישע נושא, חוץ די פסוקים המורים כן כנ"ל.

א פסוק אין משנה תורה איז דיר גוט?
ושמרתם ועשיתם כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים אשר ישמעון את כל החקים האלה ואמרו רק עם חכם ונבון הגוי הגדול הזה.
כנראה אז עפעס וואס ברענגט א פארקערטע אפעקט איז לכאורה נישט נכלל אין די חוקים.


דא האסטו וואס די גמרא און מפרשים האבן צו זאגן אויף דעם פסוק:

התורה מייחסת חשיבות למעמדו של עם ישראל בעיני העמים:
דברים ד6: "וּשְׁמַרְתֶּם וַעֲשִׂיתֶם, כִּי הִוא חָכְמַתְכֶם וּבִינַתְכֶם לְעֵינֵי הָעַמִּים, אֲשֶׁר יִשְׁמְעוּן אֵת כָּל הַחֻקִּים הָאֵלֶּה וְאָמְרוּ 'רַק עַם חָכָם וְנָבוֹן הַגּוֹי הַגָּדוֹל הַזֶּה'."
מה צריך לעשות כדי להיחשב חכמים בעיני העמים?
א. לקיים את התורה

על-פי הפשט, כדי שניחשב חכמים בעיני הגויים יש לקיים את התורה במדוייק, כמו שנאמר בתחילת הפסוק "ושמרתם ועשיתם": "אז, כשלא תשכחו אותם ותעשום על אמתתם, תחשבו חכמים ונבונים; ואם תעוותו אותם מתוך שכחה, תחשבו שוטים" (רש"י על פסוק 9). מדוע קיום התורה יגרום לנו להיחשב חכמים? 1. חוקי התורה מקרבים את ה' אלינו, ובזכותם ה' מקבל את תפילותינו: דברים ד7: "כִּי מִי גוֹי גָּדוֹל אֲשֶׁר לוֹ אֱלֹהִים קְרֹבִים אֵלָיו כה' אֱלֹהֵינוּ בְּכָל קָרְאֵנוּ אֵלָיו": "הם תועלת גדולה שאין כמותה, שהשם יהיה קרוב להם בכל קראם אליו, וכן העמים יתבוננו בזה וידעו כי החוקים נעשים בחכמה ובינה לקרבה אל האלהים וייראו מהם" (רמב"ן). ההערכה של הגויים היא גדולה במיוחד כשהם רואים את החוקים, שהם המצוות שטעמן אינו ידוע לאדם: מכיוון שאנחנו מקפידים על חוקים שאף אחד לא מבין איך הם פועלים, ובכל זאת הם גורמים לכך שתפילותינו מתקבלות, הדבר מראה שיש לנו חכמה מיוחדת: "בראות העמים שישראל, בעשית החוקים שאין להם טעם, ידבקו באלהי יתברך, ויהיו קרובים אליו, יגזרו אומר שבלי ספק החוקים ההם, עם היות טעמם נעלם מעיניהם, הנה יש בהם חכמה מופלגת וטעמים גדולים, יורה עליו עוצם התועלת ההוא היוצא מהם" (אברבנאל).

2. משפטי התורה הם צדיקים (= נותנים לכל אחד את המגיע לו); דברים ד8: "וּמִי גּוֹי גָּדוֹל אֲשֶׁר לוֹ חֻקִּים וּמִשְׁפָּטִים צַדִּיקִם כְּכֹל הַתּוֹרָה הַזֹּאת אֲשֶׁר אָנֹכִי נֹתֵן לִפְנֵיכֶם הַיּוֹם": קל לשמור על חוקים צודקים בחברה קטנה ומשפחתית שבה כולם מכירים את כולם; אבל בגוי גדול, שיש בו הרבה קבוצות עם אינטרסים שונים, הנטיה הטבעית של כל אחד היא לקחת לעצמו מעבר למה שמגיע לו, על-חשבון הזולת; כשגוי גדול כמו עם ישראל מצליח לשמור על משפטים צודקים, הדבר מראה על חכמה מיוחדת: "והטעם שתיחשבו חכמים בעיני האומות, בשמרכם את חוקי האלהים ואת תורותיו, הוא, שלא היו אז שום גוי במציאות כזה שיהיו לו חוקים מורים מציאות האל ודרכיו, ומשפטים צדיקים שאין בם עניין לתועלת הדיין ולא לשכר חזניהם וסופריהם, אבל כל עניינם משפט וצדק" (ספורנו).

3. קיום החוקים והמשפטים יוצר חברה מתוקנת שהיא מופת לעמים אחרים: "החוקים והמשפטים בעצמם הם צדיקים, ישרים וטובים בישוב העם והמדינות" (רמב"ן).
ב. לעסוק במדע

חז"ל פירשו שיש לעסוק גם בעניינים מדעיים, עניינים שהחכמה שבהם גלויה לעין כל, גם לעיני הגויים שאינם מבינים בתורה: "מנין שמצוה על האדם לחשב תקופות ומזלות? שנאמר ושמרתם ועשיתם כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים - איזו חכמה ובינה שהיא לעיני העמים? הוי אומר: זה חישוב תקופות ומזלות" (ר' שמואל בר נחמני בשם ר' יוחנן, תלמוד בבלי שבת עה.).

(קרעדיט)

לויט די גמרא אין שבת באציט זיך דער פסוק נאר אויף תקופות ומזלות. (הגם דאס איז א צ"ע זינט אין פסוק שטייט כל החוקים האלה).

על כל פנים דער אברבנאל ווייזט אן א מורא'דיגע נקודה, אז פון פסוק זעלבסט איז מופרך דיין פשט. דער פסוק רעדט דאך דא פון חוקים, וואס די גוים לאכן דערפון, השטן ואומות העולם מונין את ישראל מה המצוה הזאת ומה טעם יש בה, דוקא אויף די זאכן וואס דער טערק (מי זה?) לאכט דערפון, דאס איז אונזער חכמה.

לעיקוואד » זונטאג אפריל 14, 2013 10:59 pm

· #104781
(הרהור כפירה: אפשר איז דער פסוק טאקע א קשיא אויף דער הנחה אז 'חוקים' איז טייטש חוקים אן א טעם אדער פשט? אדער אפשר איז דער כלל געזאגט געווארען נאר אויף געוויסע פעלער למשל ווי סשטייט כפול, און איז נישט א כלל אלעמאל אויפן טייטש פון דער ווארט חוק?)

יאיר » זונטאג אפריל 14, 2013 11:03 pm

· #104783
כך קיבלתי מבית אבא, אין מקרא יוצא מידי פשוטו.
אויב דו האסט באמערקט, אין די ציטאט וואס דו ברענגסט שטייט אז מען דארף לערנען סייענס, דאס וואס בימי חז"ל איז געווען חכמת התקופות והמזלות, כדי די גויים זאלן זען אונזער חכמה. איך מיין אז דאס איז נאר מחזק דעם פשוט'ן פשט פונ'ם פסוק. און עס וואלט טאקע נישט געווען שלעכט מען זאל אויך מקיים זיין דרשות חז"ל און אנהייבן לערנען מיט די קינדער געהעריג מאטעמאטיק און סייענס און א גוטער ענגליש, כדי עס זאל נישט זיין קיין חילול ה' ווען די חסידישע אידן קענען זיך נישט אויסקראצן דעם ענגליש אינ'ם מעדיקעיד אפיס. אינאיינווענגס קען מען שוין אויך לערנען מעננערס און עטיקעט, נישט זיך שטופן, נישט שרייען, וכדו'.
אגב, דעם אברבנאל'ס פשט, במחילת כבוד תורתו, איז רחוק מן הפשט כרחוק מזרח ממערב.

דעת תורה » זונטאג אפריל 14, 2013 11:13 pm

· #104788
לעיקוואד
דעת תורה
איך מיין איר זענט אביסעל מגזים מיט דער צושטעל פון אנקוקען א פלעסטיק בעג אויף א פלעין פאני ביז די שיטה פון רמ"ד. (איך רעד שוין נישט פון דעם וואס די גאנצע ראיה פון זיינע קינדער איז נישט קיין ראיה מער פון די אייניקלאך פון נודע ביהודה וואס זענען בערך אזוי פרום ווי רמ"ד'ס אייניקלאך). אז א כהן זאל דארפן זיך אריינשטעלן אין א בעג אין א פלעין איז פאני נישט נאר לפי עפעס א גויישע קולטור נאר אויך ווען די גאנצע פלעין איז פול מיט יודען איז עס פאני. און עס איז פאני אויך אין דער הלכה אליינס אז עס זאל פאדערן אזעלכע זאכען. כלומר עס איז זייער נישט מסתבר אז אזוי זאל זיין די הלכה, דאס איז א ריינע הלכהדיגער שיקול אז סדארף מאכען עפעס א סארט סענס, און די סארט פסק איז מוראדיג פאני, אפילו אז מזאל שוין יא פארשטיין די הנחה אז א כהן טאר זיך נישט מטמא זיין למתים, אזויווי די טערקן האבען גאנץ פיין ארויסגעברענגט. און פוסקים מיט שכל רעכענען זיך שטארק מיט אזא שיקול אין הלכה, אז עס האט נישט קיין זין אז עס זאל ארויסקומען א חוכא וטלולא. אמת, דאס איז נישט די איינציגסטע פאני פסק וואס איז ארויס פון די סארט מקומות ווי מהאט אינגאנצען געשיקט נארמאלקייט, שכל, און מענטשליכקיט ליפטערן, עס איז נאר מער אויפפאלנד, און ברענגט טאקע ארויס די פראלבעם מיט די סארט פסקים אויך אין אנדערע פעלער.

אגב, אויך דער נקודה פון הייסען פרויען טוישען סיטס אויף א פלעין ווייל דיר געפעלט נישט זיצען נעבן א פרוי, שהעירו עליהם הטורקים הנ"ל, דארף מען טוהן מיט חכמה. און אויב מקען נישט מעג מען בכלל זיצען נעבן א פרוי ע"פ הלכה.


די שאלה איז נישט צי עס איז פאני אדער ניין, מען דארף נישט שטאמען פון מענדלסאן צו האלטן אז עס איז פאני, אפילו נאר צווישן אידן. אדרבה, איך פריוואט וואלט מסתמא געזוכט - און אנגענומען - א היתר פון וועם אימער, זאל עס אפילו זיין מכון צומת. איך קוק נאר זייער שטארק ארויף דעם איד וואס האט געהאט די קוראזש עס דורכצופירן. הלואי וואלט איך עס געהאט.

די מדובר דא איז בכלל נישט צי דאס איז טאקע די הלכה און דאס פארלאנגט טאקע די תורה, די מדובר איז בעיקר אין טעאריע, לו יהא אז די הלכה איז זייער קלאר אז דאס איז וואס מען מוז טון, צי זאל אזא איד ענדערש פארן מיט א שיף נישט צו פארשעמען די תורה ונושאי דגלה פאר די גוים, אז די גוים זאלן שפעטן פון אונז און פון די תורה אז זי האט אזאלכע חוקים, אדער פארקערט, אדרבה זאל דער איד שטיין שטאלץ איינצוהאלטן די חוקי התורה און האבן דעם גוי אין בוידעם. איך מיין אז דער ענטפער אויף דעם ווענדט זיך זייער שטארק צווישן סאטמאר - חסידות, און מענדלסאן - השכלה - היה יהודי בביתך ואדם בצאתך.

בכלל ביסטו נישט גערעכט לדעתי מיט דיין גישה צום בירור ההלכה, ווייל איינמאל דער עיקרון דער קאנצעפט איז אוועקגעשטעלט אז א כהן טאר זיך נישט מטמא זיין און טומאה בוקעת ועולה עד לרקיע, קענען שוין נישט די שיקולים אויס מאכן בכלל. בכלל איז די סברא נישט מוכרח; איך מיין גאר אז די גאנצע פלעסטיק בעג איז נאר א קולא זיך ארויסצודרייען פון די הלכה, עפעס אזוי ווי שייטלעך. ווער זאגט אז הלכה גיט דיר בכלל א אויסוועג צו קענען פליען העכער א בית החיים?

לגבי טוישן א זיץ וועגן א פרוי, איז אוודאי נישט קיין שום חיוב וכן נוהגים לא לשנות. חוץ אז עס איז פאר איינעם אומבאקוועם מחמת זיין קאפ לויפט אים אין איין ספעציפישע ריכטונג א גאנצן טאג און עס מאכט אים נסיונות.

דעת תורה » זונטאג אפריל 14, 2013 11:18 pm

· #104790
יאיר, דער פשט איז מוכרח אנלעס דו ווילסט מהפך זיין קערה על פיה אז חוק זאל מיינען משפט וכהרהור כפירה של לעיקוואוד.

ממרום שלח אש » זונטאג אפריל 14, 2013 11:22 pm

· #104796
יאיר

ושמרתם ועשיתם כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים אשר ישמעון את כל החקים האלה ואמרו רק עם חכם ונבון הגוי הגדול הזה.
כנראה אז עפעס וואס ברענגט א פארקערטע אפעקט איז לכאורה נישט נכלל אין די חוקים.


כנראה? בכלל נישט נראה.
נאר וואס דען, אויב דער גוי פארשטייט נישט איין זאך איז עס א חסרון אינעם גוי נישט אינעם דין.
לו חכמה ישכילו, וואלט ער ווען פארשטאנען, אבער זאגט שוין דער פסוק כי גוי אובד עצות ואין בהם תבונה וכו.

לעיקוואד » זונטאג אפריל 14, 2013 11:24 pm

· #104798
(תמחלו לי על העברית, כך מנהגי אחר 11 בלילה)

כלפי הענין התרבותי כבר כתבתי שלדעתי אין זה תלוי לא במנדלסון ולא בסאטמער, ולדעתי רשות לכל אחד לעשות מה שלבו חפץ ואין צריך להתבייש מאף אחד. אין צריך לתת דין וחשבון לאף אחד על שום דבר שאתה עושה כל זמן שזה לא פוגע באחרים. ואין שום צורך לעשות חשבונות אם זה מבזה את התורה או משהו, זה בכלל לא השיקול. לננח מותר לרקוד עם כיפת הננח שלו בשם הקב"ה ולחזונאישניק מותר לילך עם הפלעסטיק בעג שלו.
כל המהלך הזה לתלות כל דבר שני במחלוקת מנלסון וסאטמער הוא בעצמו שיטת סאטמער.

דברתי רק לגופו של ענין והלכה שפסקים כאלה עושים ממנה צחוק והבל. ואכן, גם אם העיקרון שטומאה בוקעת עד לרקיע, פשוט שיש צד גדול שגם לזה יש גבול, וכשאמרו רז"ל עד לרקיע הרי בפירוש לא התייחסו למטוס שנוסע ברקיע כפשוטו. באופן כללי, גם אחרי שההלכה נקבעת לפי גדרים מסויימים, אין זה אומר כלל שיש להשליך את הסברא וללכת רק אחריהם. ובוודאי לא היכא דהווי חוכא וטלולא.
ובבחינת דעת התורה עצמה כשהלכים אחרי חיצוניות ההלכות עד לגבול האבסורד, זה כן בזיון התורה. לא כי יש גוי שיצחק, אלא כי מבחינת תופסי התורה עצמה צריך ליזהר לא לעשות ממנה צחוק.
לומר שע"פ הלכה אין היתר כלל ליסוע במטוס הוא עוד יותר מופרך. לא ניתנה תורה למלאכי השרת.
שיהיה ברור: הגוי בכלל לא העסק פה ואין לי דין ודברים אתו כלל. הוא מקפיד להסתכל בכל יום איך אנשים קטנים רוקדים על מסך בביתו, ואני מקפיד להניח בתים של עור על מצחי. שניהם משוגעים באותו מידה. אני מדבר אך ורק מבחינת התורה עצמה.

לעיקוואד » זונטאג אפריל 14, 2013 11:28 pm

· #104801
דעת תורה
יאיר, דער פשט איז מוכרח אנלעס דו ווילסט מהפך זיין קערה על פיה אז חוק זאל מיינען משפט וכהרהור כפירה של לעיקוואוד.

הרי בררור שרז"ל והראשונים לא פירשו כך שהרי התאמצו להסביר איזה חלק מן התורה שייך שגם גוים יבינו והסיקו שזה חישוב תקופות. גם בדברי הרמב"ן בדרשת תורת ה' תמימה מאריך לבאר את זה כפשוטו ולא אסיק אדעתיה דיוק האברבנאל. גם הרמב"ם בהקדמה לפיה"מ חלק מזכיר את זה כפשוטו וקורא על אלו שמבארים אגדות רז"ל כפשוטם שלפי דעתם היה ראוי ליכתב רק עם סכל ונבל הגוי הקטן הזה, א"כ הרמב"ם השתמש ממש בסברת יאיר, וכולם לא העלו על דעתם דיוק לשון חוקים, ומזה עצמו ראיה ל'הרהור כפירה' שלי.

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 14, 2013 11:48 pm

· #104810
יאיר
כך קיבלתי מבית אבא, אין מקרא יוצא מידי פשוטו.
אויב דו האסט באמערקט, אין די ציטאט וואס דו ברענגסט שטייט אז מען דארף לערנען סייענס, דאס וואס בימי חז"ל איז געווען חכמת התקופות והמזלות, כדי די גויים זאלן זען אונזער חכמה. איך מיין אז דאס איז נאר מחזק דעם פשוט'ן פשט פונ'ם פסוק. און עס וואלט טאקע נישט געווען שלעכט מען זאל אויך מקיים זיין דרשות חז"ל און אנהייבן לערנען מיט די קינדער געהעריג מאטעמאטיק און סייענס און א גוטער ענגליש, כדי עס זאל נישט זיין קיין חילול ה' ווען די חסידישע אידן קענען זיך נישט אויסקראצן דעם ענגליש אינ'ם מעדיקעיד אפיס. אינאיינווענגס קען מען שוין אויך לערנען מעננערס און עטיקעט, נישט זיך שטופן, נישט שרייען, וכדו'.
אגב, דעם אברבנאל'ס פשט, במחילת כבוד תורתו, איז רחוק מן הפשט כרחוק מזרח ממערב.

ווען מ'קומט אין דעם מדיקייד אפיס מיט א בעסרן ענגליש איז דער חילול ה' נאך גרעסער. וד"ל.
בלאט: 1 2