☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » אשכול אן א טיטל #3340

אשכול אן א טיטל #3340

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3340

— » מיטוואך אפריל 3, 2013 11:07 pm

· #101087

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

ידען » מיטוואך אפריל 3, 2013 11:16 pm

· #101091
[ציטאט אראפגענומען]

איך בין נישט א גוטע מגי' אבער איך פרעג סתם, יעדער זאל יעצט מגי' זיין?..

אויב איינער וויל, זאל מען שרייבען דא און אז נישט יעדער זאל זיך נעמען מגי' זיין אויף אמאל.

בענדזשאמין פרענקלין » פרייטאג אפריל 5, 2013 12:14 am

· #101560
די גאנצע מגיה זיין געראטשקע פעלט נישט אויס, ס'ליינט זיך פיין און פליסיג, אפשר ווען דו וועסט מאכן א בוך פון אלע ארטיקלן זאלסטו עס מגיה זיין, פאר קאווע שטיבל איז עס פערפעקט.
בנוגע דעם עצם ארטיקל, היצא לנו מזה אז ווען נישט די שלש שבועות וואלטן מיר אלע געדארפט זיין פייערדיגע ציונים.
און האסן די בלוט דורשטיגע פאלעסטינע קען מען אפי' מיט די שלש שבועות אינאיינעם

נייגעריגער » פרייטאג אפריל 5, 2013 11:38 am

· #101656
כ'האב נישט געהאט וואס צו טוהן האב'ך ארויפגעלייגט דעם ארטיקל אויף פי.די.עף. פאר די וואס ווילן עס ארויספרינטען!!
דאונלאוד'ס עס פון דראפבאקס: <a class="postlink" href="http://goo.gl/eDLYL">http://goo.gl/eDLYL</a>
------------------
יעצט געטוישט לינק צו איינס וואס כ'האב אביסל בעסער מסדר געווען און צוגעלייגט פעידזש נומערן.

מאראנצןזאפט » פרייטאג אפריל 5, 2013 12:35 pm

· #101685
צו אביסל פארבעסערן די גראמאטיק לויט וויפיל די צייט האט ערלויבט, ולא עליך המלאכה לגמור, ויבוא מי שחכם יותר ויוסיף לקח.

יאיר » פרייטאג אפריל 5, 2013 12:39 pm

· #101688
איך בין נאכאמאל נתפעל פון די הערליכע ארבעט וואס ממי שאמרו האט אריינגעלייגט, א גרויסן יישר כח פאר די אלע ידיעות.
איך וויל פארשטיין, נאך דעם מלחמת השחרור האבן דאך מסתמא געוואוינט פילע אראבער אין די פלעצער וואס מען האט ערשט איינגענומען ביי די זעקס טאגיגע מלחמה, אלזא, וואס איז געשען מיט די אלע פאלעסטינער-אראבער נאך די זעקס טאגיגע מלחמה, זענען זיי געבליבן דארט אדער נישט?
לאמיר פארשטיין נאך א זאך. פאר ישראל האט זיך געגרינדעט האבן די ענגלענדער געהערשט דארט, און פאר דעם האבן די טערקן געווען בעל הבית, מיט וואס זענען די ישראלים ערגער ווי די ענגלענדער, פארוואס מעגן זיי יא הערשן אויף די פאלעסטינער אבער די ישראלים טארן נישט?
אגב, זיי מסביר וואס הייסט זיי וואוינען פליטים לאגערן, זיי האבן אפילו נישט קיין געהעריגע הייזער?

לעמיל » פרייטאג אפריל 5, 2013 1:21 pm

· #101718
יישר כח ממי און א גרויסען יישר כח נייגעריגער פאר די pdf וועמער עס ארויס פרינטען און ליינען שבת מיט א רואיגקייט

דעת תורה » פרייטאג אפריל 5, 2013 2:39 pm

· #101761
יאיר
איך בין נאכאמאל נתפעל פון די הערליכע ארבעט וואס ממי שאמרו האט אריינגעלייגט, א גרויסן יישר כח פאר די אלע ידיעות.
איך וויל פארשטיין, נאך דעם מלחמת השחרור האבן דאך מסתמא געוואוינט פילע אראבער אין די פלעצער וואס מען האט ערשט איינגענומען ביי די זעקס טאגיגע מלחמה, אלזא, וואס איז געשען מיט די אלע פאלעסטינער-אראבער נאך די זעקס טאגיגע מלחמה, זענען זיי געבליבן דארט אדער נישט?
לאמיר פארשטיין נאך א זאך. פאר ישראל האט זיך געגרינדעט האבן די ענגלענדער געהערשט דארט, און פאר דעם האבן די טערקן געווען בעל הבית, מיט וואס זענען די ישראלים ערגער ווי די ענגלענדער, פארוואס מעגן זיי יא הערשן אויף די פאלעסטינער אבער די ישראלים טארן נישט?
אגב, זיי מסביר וואס הייסט זיי וואוינען פליטים לאגערן, זיי האבן אפילו נישט קיין געהעריגע הייזער?

אוודאי זענען זיי דארט געבליבן. עזה, מערב ברעג א.א.וו. איז דאך באזעצט דורך זיי.

לגבידיין צווייטע פראגע, ענגלאנדס שליטה האט נישט געשטעל אין געפאר די דאמינאנץ פון די אראבישע קולטור אין פאלעסטינע.

יאיר » זונטאג אפריל 7, 2013 3:45 am

· #101908
די וואך האט די משפחה געהאט א לענגערע אפהאנדלונג איבער די E-1 בויעריי. זיי שרייבן אז דאס וואס די פאלעסטינער טענה'ן אז עס וועט פארמיידן א צוויי סטעיט סאלושן דורך דעם וואס ס'וועט אפהאקן גענצליך דרום פון צפון איז פשוט שקר, ווייל מ'האט דירעקט געבויט א הייוועי ארום און ארום זיי זאלן קענען אנקומען צו צפון דורך אויסקראסן דעם גאנצן מעלה אדומים געגנט.

לעיקוואד » זונטאג אפריל 7, 2013 5:39 am

· #101926
נו וואס טוט זיך דא, קיינער נעמט זיך נישט אן פאר די אראבערס? פאר דעם האבען מיר קעווע שטיבל, אז אלע זאלען פליצלינג מסכים זיין לדעה ימנית אחת?

דעת תורה » פרייטאג אפריל 12, 2013 12:27 pm

· #104194
<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/128033/2013/04/11/birzeit-west-bank-palestinians-building-museum-to-tell-their-story">http://www.vosizneias.com/128033/2013/0 ... heir-story</a>

בדחן » מאנטאג אפריל 15, 2013 1:09 pm

· #104983
[ציטאט אראפגענומען]

אינטערסאנט אז דו האסט אזוי שטארק ארויס געגעבן דיין אינערליכע מהות,
אוצרות איז א רעספעקטפולע אויסגאבע וואס ווערט געשריבען דורוך רספעקטפולע מענטשן און זיי האבן רעספעקטפולע ארטיקלען, אמת אז מען קען כסדר דעבאטירען צו זיי זענענן גערעכט אדער נישט, און עס איז מעגליך אז מיט עטליכע זאכען זענענן עקסטרעם, אבער עס איז דא א מהלך ווי אזוי מען דעבאטירט אזא נושא,

א שאד, איך האב געמיינט ביז די תגובה אז מיט דיין ארטיקעל וועל איך קענענן האבן די קאנטער באלאנס וואס פעלט זיך אויס, זעט אויס אז נישט.

דבילה » מאנטאג אפריל 15, 2013 1:37 pm

· #104988
בדחן
[ציטאט אראפגענומען]

אינטערסאנט אז דו האסט אזוי שטארק ארויס געגעבן דיין אינערליכע מהות,
אוצרות איז א רעספעקטפולע אויסגאבע וואס ווערט געשריבען דורוך רספעקטפולע מענטשן און זיי האבן רעספעקטפולע ארטיקלען, אמת אז מען קען כסדר דעבאטירען צו זיי זענענן גערעכט אדער נישט, און עס איז מעגליך אז מיט עטליכע זאכען זענענן עקסטרעם, אבער עס איז דא א מהלך ווי אזוי מען דעבאטירט אזא נושא,

א שאד, איך האב געמיינט ביז די תגובה אז מיט דיין ארטיקעל וועל איך קענענן האבן די קאנטער באלאנס וואס פעלט זיך אויס, זעט אויס אז נישט.

פארפאלן! בדחן איז נישט צופרידן אז ער האט מער נישט א קאנטער באלאנס פאר משה יודא יואל ווייס דורך חברינו ממי, 'ך בין זיכער אז יעצט 'עט מר בדחן אליינס אננעמען דעם תפקיד פון פארלייגן א באלאנסירטער ויכוח..

בדחן » מאנטאג אפריל 15, 2013 5:30 pm

· #105076
איך וועל זיך מסביר זיין.

איך לייען מיט דארשט דיינע ווערטער, איך האב באמת הנאה געהאט פון די אינפערמאציע און פיין דיין סטיל אויף שרייבען, איך האב דיר באדאנקט דערויף, אבער ווי נאר גייסט פערזענליך קעגן דעם צווייטען מיטען אים אנריפען שונא ישראל, אראבער, שקרן וזיפן, תלמיד עד דזשירא, פארלירט דיין ארטיקעל - פאר מיר - ס׳גאנצע ווערט, מיטען גיין פערזענליך מיט אזעלכע טיטלען ברענגסטע דיר צו די שטאפעל פון יענעם׳ס טיטלען, איידעלערהייט הערסטע זיך אסאך בעסער.

בתקווה להבנה.

פשטידא » מיטוואך אפריל 17, 2013 2:25 pm

· #105902
ר' ממי, אפשר ביזטו אונז מזכה מיט דעם ארטיקל? ס'מאכט נישט אינגאנצן קיין סענס וואס דו זאגסט אז ער זאל זיך סותר זיין מיני' ובי' אין איין ארטיקל, אבער כ'פיל נאכנישט וויכטיג צו צאלן 6 דאלאר דערפאר. לאמיר עס זען, ניתי ספר וניחזי.

יאיר » מיטוואך אפריל 17, 2013 7:21 pm

· #106015
[ציטאט אראפגענומען]

אפשר ביסטו מער מסביר במאי פליגי מר. ווייס און מי שאמרו?

פשטידא » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 3:38 pm

· #106354
איך פארשטיי נישט. ער געהער צו די משוגעים פראקציע פון נטורי קרתא? און "אוצרות" לאזט אים עמטליך זיך אננעמען פאר די אראבער? זענען זיי אראפ פון זינען? און איך הער עס נאר דא?!

ר' ממי, כ'מיין דו גייסט מיר שוין באלד אפקאסטן 6 טאלער!

פשטידא » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 6:05 pm

· #106421
צולייגער. גייסט מיר אפקאסטן 6 דאלער, און נאכדעם לייגן 18 דאלער אין עפעס א פושקע?

עסט מוחל זיין אהערגעבן די 18 דאלער, דאן קען מען שמועסן.

פאר הדור » מיטוואך יוני 26, 2013 12:39 pm

· #128130
ב"ה

אשכול הקשור לאותו עניין: <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/3240">viewtopic.php?f=8&t=3240</a><!-- l -->
יש לי בעמ' 3 (עכשיו זו תגובה לפני אחרונה) דברים בעניין עם קישורים.

עמרם » מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 2:48 pm

· #539235
ארויף לאור המצב והזמן

עמרם » מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 2:55 pm

· #539236
און די ארטיקעל - ערשטע תגובה פון די אשכול, שרייבט @אנאנים בזה"ל
אפילו ביז היינט, ווען עס קומט צו ערנסטע פאלעסטינע פארשוינען, ווי למשל עזמי בשארה וועלכעא איז געווען א גרויסער פאלעסטינער און שפעטער אן אראבישער חבר כנסת מטעם די אראבער, אבער צום סוף איז ער אנטלאפן פון ארץ ישראל צוליב דעם וואס ער איז געווען א שפיאן פאר חיזבאללא
איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אזא זאך א שפיאן פון חיזבאלא א ח"כ
וואלט געווען אונטערסאנט אויב איינער קען מער שרייבען איבער דעם אדער אנצייכענען ווי מ'קען ליינען פון דעם אין אידיש

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 10:49 pm

· #539337
עמרם: צוערשט די פאקטן. יא. ס'איז געווען איינער אן אראבער וועלכער איז אויך געווען א מעמבער אין כנסת. און צום סוף
האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער איז גאר געווען א שפיאן פאר די חיזב'אללאה. ער איז שפעטער אנטלאפן קיין סיריע.

איי פרעגט זיך די קשיא. וויאזוי האט מען צוגעלאזט אז א שפיאן זאל זיין א חבר הכנסת? דער ענטפער איז פשוט. מדינת ישראל הייסט דאך א דעמאקראטיע. מ'געט פאר די שונאי ישראל א סאך געלט און פאליטישע מאכט. ער (אזמי באשארא) איז גארנישט אנדערש געווען פון די אנדערע אראבישע חברי הכנסת. זיי אלע טוען נישט עפעס אנדערש ווי שימפן די אידן און די רעגירונג. און וויינען ווי בעיביס אז מ'דיסקרימינירט אקעגן זיי. למשל דר. אחמעד טיבי זאגט קיינמאל נישט קיין גוט ווארט איבער די אידן. נאר וויינט און פאדערט אלץ נאכמער רעכטן (און געלט). אזוי אויך די אראבישע שיקסע ימ"ש (וואס איך האב שוין פארגעסן איהר נאמען) האט געפרעסן און געזויפט זי און איהר משפחה אויפ'ן חשבון פון די אידן. און זי איז אפן געגאנגען מיט די אראבישע און אנדערע שונאי ישראל. ביז מ'האט איהר צום סוף (א ביסל צו שפעט) ארויסגעקאפעט פון כנסת...!

בר גיורא » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 11:06 pm

· #539341
berlbalaguleh #

גראדע איז טיבי אין אבאס געווען זייער סענסעטיוו און ציריקגעהאלטען די לעצטע 6 וואכען..
לכאורה ציטערען זיי פאר זייער הויט אויב זאגען זיי א ווארט קרום.

וואלווי » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 5:05 pm

· #539451
berlbalaguleh #
עמרם: צוערשט די פאקטן. יא. ס'איז געווען איינער אן אראבער וועלכער איז אויך געווען א מעמבער אין כנסת. און צום סוף
האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער איז גאר געווען א שפיאן פאר די חיזב'אללאה. ער איז שפעטער אנטלאפן קיין סיריע.

איי פרעגט זיך די קשיא. וויאזוי האט מען צוגעלאזט אז א שפיאן זאל זיין א חבר הכנסת? דער ענטפער איז פשוט. מדינת ישראל הייסט דאך א דעמאקראטיע. מ'געט פאר די שונאי ישראל א סאך געלט און פאליטישע מאכט. ער (אזמי באשארא) איז גארנישט אנדערש געווען פון די אנדערע אראבישע חברי הכנסת. זיי אלע טוען נישט עפעס אנדערש ווי שימפן די אידן און די רעגירונג. און וויינען ווי בעיביס אז מ'דיסקרימינירט אקעגן זיי. למשל דר. אחמעד טיבי זאגט קיינמאל נישט קיין גוט ווארט איבער די אידן. נאר וויינט און פאדערט אלץ נאכמער רעכטן (און געלט). אזוי אויך די אראבישע שיקסע ימ"ש (וואס איך האב שוין פארגעסן איהר נאמען) האט געפרעסן און געזויפט זי און איהר משפחה אויפ'ן חשבון פון די אידן. און זי איז אפן געגאנגען מיט די אראבישע און אנדערע שונאי ישראל. ביז מ'האט איהר צום סוף (א ביסל צו שפעט) ארויסגעקאפעט פון כנסת...!
די ראסיסטישע היץ וואס פליסט פון דיין קי-בארד איז פחדים.

שאלתיאל » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 5:11 pm

· #539452
'ראסיזם'?

ער קריטיקירט נישט קיין אראבער ער קריטיקירט די ספעציפישע אראבישע פאליטישענס אין כנסת.
לשיטתך אויב איינער איז אן אראבער באקומט ער א פרי פעס און מען קען אים נישט קריטיקירן? וויאזוי ארבעט עס?

וואלווי » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 5:42 pm

· #539456
שאלתיאל #
'ראסיזם'?

ער קריטיקירט נישט קיין אראבער ער קריטיקירט די ספעציפישע אראבישע פאליטישענס אין כנסת.
לשיטתך אויב איינער איז אן אראבער באקומט ער א פרי פעס און מען קען אים נישט קריטיקירן? וויאזוי ארבעט עס?
ער שרייבט "אלע פון זיי", דאס מיינט נישט "ספעצישע".ער אטאקירט די רעכט פון אלע אראבישע חברים כנסת פאר בעטן פאנדינג וכדומה. דאס הייסט ראסיזם, ווען מ'שמירט פרעדזשידוס אויף א פאלק אדער רעפרעסענטיטיווס פון א פאלק מחמת מעשי יחידים. דאס ענהאלט אפי' בלויז קריטיקירן א פאלק דורך ראסיזם וואס שפייעט אפי' נאר פון פעדער. אז מ'נעמט דאס ווייטער און מ'אינטערדריקט זייערע רעכטן אדער די רעכט צו פארלאנגן רעכטען איז ראסיזם. די רעכטן און בענעפיטס וואס די איזרעילי-אראבס מאנען זענען מצד דעמאקראטיע, זיי מעגן זיין פרא-פאלאסטינער און קעמפען לטובת אראבערס בתוך גבול ישראל ווילאנג זיי האלטן זיך צום געזעץ.

די נקודה איז, מיר פארפירן אויף שנאת ישראל און דזשענעסייד פון יודען, ווען צווישען אונז זיצן ראסיסטן און זענען פונקט אזוי גרייט צו שחט'ן אימשילדיגע באשעפענישן. ווי קומט צו אונז גלות געליטענע אזעלעכע ווילדע אויסריפן ווי "אויס שחט'ן אלע אראבערס". מיר דארפן זיין בעסער פון דעם. ס'האט גארנישט מיט די חמס רציחות אדער מיט די רעכט פון מדינת ישראל זיך דעפענדן. אז די האס האט אונז געברענגט אזעלעכע ביטערע קרבנות, פארוואס מוזן מיר גיין און פוסטריט פון חמס און שפייען האס? ווער ליידט צום סוף? די יודען אליינס, מיר ווערען אראפגעברענגט צו די דרגה פון די רוצחים אקעגען וועם מיר אליינס קעמפען.

אלע צוזאמען » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 6:12 pm

· #539459
וואלווי #

ער קריטיקירט אלע אראבישע חברה כנסת, זעה איך נישט ווי ראסיזים שטעקט דא, יא די 6-7 אראבישע מעמבער’ס טוען די זעלבע צוויי זאכן, בעטן געלט, און שפייען האס אויף די מדינה.

וואלווי » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 6:15 pm

· #539461
פארוואס האבן זיי נישט קיין רעכט צו בעטן געלט?

אלע צוזאמען » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 6:21 pm

· #539462
זיי קענען בעטן, אבער דאס ארויסצופוינטן מאכט אים נאכנישט פאר קיין ראסיסיט.

וואלווי » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 6:44 pm

· #539464
ער האט נישט ארויסגעפוינט א סטאטיסטיק. ער האט אראפגעקלאפט די רעכט פון אזרעילי סיטיזענס פאר פאנדינג. די אראבישע חברי כנסת רעפרעזענטירן איינוואונער אין לאנד. די איינוואוינער האבן א רעכט סיי פאר פאנדינג און סיי פאר זאגן זייער פאליטישע און אידיאלאגישע אפיניאנס הויעך און קלאר. דאס איז אנגענומענע דעמאקראטיע אין די גאנצע וועלט, ביי אונז אין אמעריקא אויך. אז מ'שרייבט און פרעדיגט צו אוועק נעמען בעסיק רעכטן פון ציווילע בירגער איז דאס ראסיזם.

ס'איז נישט קיין פערזענליכע באשולדינג ח"ו, אבער ס'איז דאך איגנארענט ראסיזם. פרוביר צו פליפן זיינע ווערטער כאילו לינקע אנטי-סעמיטן דא אין אמעריקא וועלען שרייבן אויף יודען אז זיי ווילען נאר געלט און וואויסן זייער אידילאגיע, ממילא זייערע אידישע רעפרעזענטירן באלאנגן נישט אין קאנגרעס. פארוואס? ווייל זיי זענען גע'מלט, עסען שחיטה, און העצן אויף זייערע קרובים אין מידל איסט צו אוועק נעמען לאנד פון א צווייטע פאלק...

ים רויבער » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 7:13 pm

· #539465
עמרם #
און די ארטיקעל - ערשטע תגובה פון די אשכול, שרייבט @אנאנים בזה"ל
אפילו ביז היינט, ווען עס קומט צו ערנסטע פאלעסטינע פארשוינען, ווי למשל עזמי בשארה וועלכעא איז געווען א גרויסער פאלעסטינער און שפעטער אן אראבישער חבר כנסת מטעם די אראבער, אבער צום סוף איז ער אנטלאפן פון ארץ ישראל צוליב דעם וואס ער איז געווען א שפיאן פאר חיזבאללא
איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אזא זאך א שפיאן פון חיזבאלא א ח"כ
וואלט געווען אונטערסאנט אויב איינער קען מער שרייבען איבער דעם אדער אנצייכענען ווי מ'קען ליינען פון דעם אין אידיש
https://en.wikipedia.org/wiki/Azmi_Bishara#Resignation_from_Knesset

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 7:17 pm

· #539467
וואלווי #
berlbalaguleh #
עמרם: צוערשט די פאקטן. יא. ס'איז געווען איינער אן אראבער וועלכער איז אויך געווען א מעמבער אין כנסת. און צום סוף
האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער איז גאר געווען א שפיאן פאר די חיזב'אללאה. ער איז שפעטער אנטלאפן קיין סיריע.

איי פרעגט זיך די קשיא. וויאזוי האט מען צוגעלאזט אז א שפיאן זאל זיין א חבר הכנסת? דער ענטפער איז פשוט. מדינת ישראל הייסט דאך א דעמאקראטיע. מ'געט פאר די שונאי ישראל א סאך געלט און פאליטישע מאכט. ער (אזמי באשארא) איז גארנישט אנדערש געווען פון די אנדערע אראבישע חברי הכנסת. זיי אלע טוען נישט עפעס אנדערש ווי שימפן די אידן און די רעגירונג. און וויינען ווי בעיביס אז מ'דיסקרימינירט אקעגן זיי. למשל דר. אחמעד טיבי זאגט קיינמאל נישט קיין גוט ווארט איבער די אידן. נאר וויינט און פאדערט אלץ נאכמער רעכטן (און געלט). אזוי אויך די אראבישע שיקסע ימ"ש (וואס איך האב שוין פארגעסן איהר נאמען) האט געפרעסן און געזויפט זי און איהר משפחה אויפ'ן חשבון פון די אידן. און זי איז אפן געגאנגען מיט די אראבישע און אנדערע שונאי ישראל. ביז מ'האט איהר צום סוף (א ביסל צו שפעט) ארויסגעקאפעט פון כנסת...!
די ראסיסטישע היץ וואס פליסט פון דיין קי-בארד איז פחדים.

ב"ה. אבי איינער באמערקט. איך בין א ראסיסט (און נאך ערגער) לגבי רוצחים וועלכע מיך און אלע אידן זעהן געהרג'עט, ח"ו,היל"ת...דו ווייסט נישט וואספארא פאנטאזיעס איך האב לגבי די (פארשאלטענע) אראבערס און אנדערע שונאי ישראל...!

דו זיצט אפשר אין וויליאמסבורג אדער בארא פארק ארומגענימען מיט דיינע אייגענע בני משפחה און חברים. דו שפירסט נישט די שנאת ישראל און רציחה וואס שפריצט פון זייערע טמא'נע נפשות.

וואלווי » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 7:21 pm

· #539468
ווער אין נצרת האט דיך געוואלט הארגענען, און ווי אזוי איז דאס אויס געמיטן געווארן...?

דערמאנסט מיך פון א מעשה (יא, ביסט נישט דער איינציגער וואס קען מעשיות...). כ'האב אמאל געלערנט ביי א באקאנט ראש ישיבה, און ביים שיעור האט ער חוקר געווען ביי קנינים די נפק"מ בין ישראל לעכו"ם אין סמיכות דעת. אזוי צו אזוי רופט זיך אן א חסידיש בחור, אז ביי ישראל איז מחשבה טובה הקב"ה מצרף למעשה. דער ראש ישיבה האט אויסגעבראכן אין א זעלעכע קולות אויף די הוילע שטותים, שרייענדיג "אז א גוי וועט וועלען הרג'נען דיין טאטען וועסטע זאגן קדיש..?!"

וואס ראסיזם קען צו ברענגן. א גוי אין נצרת "וויל" הרגענען, און בערל באשטעלט שוין די אותיות הי"ד אויף קברי ישראל...

שאלתיאל » מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 12:40 pm

· #539515
דאס איז א גוטס.

ביי א ראלי אין וואשינגטאן ארגאניזירט דורך ראשידא טאליב זענען זיך צוזאמענגעקומען רעבע'ס און רעבעצינ'ס אויסדרוקן זייערע תפילות דער באשעפער זאל זיך דערבארעמען און אפשטעלן דאס פייער אין גאזא. איינער פון די רביצינ'ס האט דארט פארגעליינט קריאת התורה. מה עשה הקב"ה? זי האט פונקט געליינט די פסוקים וואס שטייט דארט איבער די הבטחה פון דיי אייבערשטער צו געבן דאס לאנד פאר די יודן. וואס טוט מען? אנקומענדיג צו די ווערטער ''כי לך ולזרעך אתן את הארץ הזאת'' און שפעטער ביי ''ונתתי לזרעך את כל הארצות האל'' האט זי מיסטעריעז 'פלוצים' פארמינערט דאס קול און זיך גענומען שעפשען אן קיין בושה.

חחח

https://x.com/Lazer_Cohen/status/1726337109437681700?s=20

ברוך שפינוזה » מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 2:00 pm

· #539516
נו די פסוק דארט מיינט דאך די מוסולמענער כמבואר בקוראן וחדיתים.

שאלתיאל » מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 2:49 pm

· #539517
ברוך שפינוזה #
נו די פסוק דארט מיינט דאך די מוסולמענער כמבואר בקוראן וחדיתים.
פון דאס שעפשען קוקט אויס ווי זי האלט מיט אונז

קהל'ס נער » מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 3:07 pm

· #539518
שאלתיאל #
דאס איז א גוטס.

ביי א ראלי אין וואשינגטאן ארגאניזירט דורך ראשידא טאליב זענען זיך צוזאמענגעקומען רעבע'ס און רעבעצינ'ס אויסדרוקן זייערע תפילות דער באשעפער זאל זיך דערבארעמען און אפשטעלן דאס פייער אין גאזא. איינער פון די רביצינ'ס האט דארט פארגעליינט קריאת התורה. מה עשה הקב"ה? זי האט פונקט געליינט די פסוקים וואס שטייט דארט איבער די הבטחה פון דיי אייבערשטער צו געבן דאס לאנד פאר די יודן. וואס טוט מען? אנקומענדיג צו די ווערטער ''כי לך ולזרעך אתן את הארץ הזאת'' און שפעטער ביי ''ונתתי לזרעך את כל הארצות האל'' האט זי מיסטעריעז 'פלוצים' פארמינערט דאס קול און זיך גענומען שעפשען אן קיין בושה.

חחח

https://x.com/Lazer_Cohen/status/1726337109437681700?s=20
די אייבערשטער האט א סענס אוו הומאר…..

בר גיורא » מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 7:09 pm

· #539531
berlbalaguleh #
וואלווי #
berlbalaguleh #
עמרם: צוערשט די פאקטן. יא. ס'איז געווען איינער אן אראבער וועלכער איז אויך געווען א מעמבער אין כנסת. און צום סוף
האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער איז גאר געווען א שפיאן פאר די חיזב'אללאה. ער איז שפעטער אנטלאפן קיין סיריע.

איי פרעגט זיך די קשיא. וויאזוי האט מען צוגעלאזט אז א שפיאן זאל זיין א חבר הכנסת? דער ענטפער איז פשוט. מדינת ישראל הייסט דאך א דעמאקראטיע. מ'געט פאר די שונאי ישראל א סאך געלט און פאליטישע מאכט. ער (אזמי באשארא) איז גארנישט אנדערש געווען פון די אנדערע אראבישע חברי הכנסת. זיי אלע טוען נישט עפעס אנדערש ווי שימפן די אידן און די רעגירונג. און וויינען ווי בעיביס אז מ'דיסקרימינירט אקעגן זיי. למשל דר. אחמעד טיבי זאגט קיינמאל נישט קיין גוט ווארט איבער די אידן. נאר וויינט און פאדערט אלץ נאכמער רעכטן (און געלט). אזוי אויך די אראבישע שיקסע ימ"ש (וואס איך האב שוין פארגעסן איהר נאמען) האט געפרעסן און געזויפט זי און איהר משפחה אויפ'ן חשבון פון די אידן. און זי איז אפן געגאנגען מיט די אראבישע און אנדערע שונאי ישראל. ביז מ'האט איהר צום סוף (א ביסל צו שפעט) ארויסגעקאפעט פון כנסת...!
די ראסיסטישע היץ וואס פליסט פון דיין קי-בארד איז פחדים.

ב"ה. אבי איינער באמערקט. איך בין א ראסיסט (און נאך ערגער) לגבי רוצחים וועלכע מיך און אלע אידן זעהן געהרג'עט, ח"ו,היל"ת...דו ווייסט נישט וואספארא פאנטאזיעס איך האב לגבי די (פארשאלטענע) אראבערס און אנדערע שונאי ישראל...!

דו זיצט אפשר אין וויליאמסבורג אדער בארא פארק ארומגענימען מיט דיינע אייגענע בני משפחה און חברים. דו שפירסט נישט די שנאת ישראל און רציחה וואס שפריצט פון זייערע טמא'נע נפשות.
אלס א כלל בין איך גאר שטארק אנקעגען ראסיזעם.
אבער פאר די רעקארד ווייזען די סטאטיסטיקס אז 87 פארצענט פון "פאלעסטינער" און יהודה ושומרון מיט מאכמוד אבאס בראשם (נישט איזראעלי אראבער) זענען גאר ציפרידען פון די חאמאס שמחת תורה אטאקע!
איך מיין אז מיט אזא נומער הייסט שוין נישט "קעטעגארייזען" א גאנצע באפעלקרונג.
נקודה למחשבה.

לייביששרייבער » מוצ"ש דעצעמבער 9, 2023 11:10 pm

· #540854
[ציטאט אראפגענומען]
משה יודא יואל ווייס האט נישט קיין אנונג וואס ער רעדט ער מאכט גוגל טראנסעלעיט און איז מגיה. און לייגט צו זיינע סאטמארישע שוואנצוניס וואס ער קען אויך נישט. און עס האט נישט קיין טרענסאלעישן אפשען.
רשש''ט ווייס איך נישט. קיינמאל זיינע זאכן נישט געליינט. א סותרה פון מיי''וו אז פשוט עפעס ראנג מיטן טרענסאלעישאן. דאנט בלעים מי.

לייביששרייבער » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 5:06 pm

· #540957
הזמן יוכלי והם לא יוכלי, עס איז דא אזוי פיהל חומר און אזוי פיהל קלייניגקייטן וואס קיין איין לאנד אין די וועלט האט נישט קיין הונדערסטל דעפרון ווי א"י, אבער די ארבעט דא און די קוצר הדברים מיט אזא קלארע ידיעה איז די איינציגע ווארט וואס מען קען ניצן
וואו ווי.
עס מוז באטאנט ווערן די ארבעט וואס מע"כ האט דא אראפ געלייגט איז מרפסן איגרא, איך ארבעט שוין אויף בערך אז ארטיקעל פאר א וויילע. די פארש ארבעט און נאך גיין א יעדעס איינציגע נקידה איז א ים. טויזנט לייקס איז נישט גענוג פאר אזא ארבעט אין גומרין עליו את ההלל.

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 5:28 pm

· #540962
לייביששרייבער #
[ציטאט אראפגענומען]
משה יודא יואל ווייס האט נישט קיין אנונג וואס ער רעדט ער מאכט גוגל טראנסעלעיט און איז מגיה. און לייגט צו זיינע סאטמארישע שוואנצוניס וואס ער קען אויך נישט. און עס האט נישט קיין טרענסאלעישן אפשען.
רשש''ט ווייס איך נישט. קיינמאל זיינע זאכן נישט געליינט. א סותרה פון מיי''וו אז פשוט עפעס ראנג מיטן טרענסאלעישאן. דאנט בלעים מי.
לייביששרייבער: אזוי ווי איך וויל קיינעם נישט אטאקירן פערזענליך וועל איך נישט זאגן מיין מיינונג איבער משה יודא יואל ווייס. נאר ר' ש.ש.ט. וועלכער איז יא א תלמיד חכם און ידען איז אויכעט א דעמאגאג. ער מיינט אז אויב ער וועט ארויסהייבן די "מפלות" פון די ציונים און אראפברענגען די (און מאכן גלייבן) "תירוצים " פון די אראבערס פארוואס זיי טוען די רציחות אויף אידן , ככתבם וכלשונם, וועט ער מקיים זיין די שיטה.

א סאך מאל (ספעציעל זייט שמח"ת תשפ"ד) ווען איך ליין דעם בלאט דאכט זיך מיר אז איך ליין דעם נאצישן "שטירמער". נאר אפשר איז "דער בלאט" נאך ערגער פון דעם שטירמער (עיין רש"י פ' וישב עה"פ ויט אליה יהודה. דישטורני"ר בלע"ז). ווייל דער שטירמער האט אמאל , אין א נעגאטיוון וועג משבח געווען די אידן ווי גרויס און שטארק זיי זענען. נאר דער בלאט פרובירט אייביג אויפצו ווייזן און רעדן "בגנות הציונים". פונקט ווי דער כעלעמר וועלכער האט זיך געלאזט האקן אין די נאז כדי צו "געווינען" א ויכוח.

לייביששרייבער » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 6:22 pm

· #540974
עס איז בכלל נישט פשוט ווי שוין ערווענט א מדינה'לע פון קארגע 70 יאר און אזוי פיהל האט זיך שוין דארט אפגעטוהן. ארויס צו האבן זייער אנהייב און זייער איצט אז איינע פון די עבודת הקשה'ס בכתיבה.

אין די גאנצע ארטיקעל איז נאך נישט אנגערירט די נושא פון די גרופעס בדוגמה פאטאך חאמאס וכו' @אנאנים האט גשריבען אז עס דארף ווען צו זיין 5000 ווערטער און אויפדערווייל איז נאר דא 2500, איך זעה נישט ווי אזוי די היסטאריע קען אריין פיטן אין נאר 5000 ווערטער.

מיין ידיעה אין א"י היסטאריע מיט די שטערקסטע קצירת האומר (לפי מיין שוואכער טאלאנט אין שרייבן) נעמט וועי מאר ווי 5000 ווערטער. אבער דער בעל מחבר האט מיך סורפרייזד, יתכן אז חלק ב' וועט זיין א גרעסערע סורפרייז.

א יעדן טאג ווערט פרישע היסטארי קריעטעד דארט. 70 (יאר) מאל 365 טעג איז א אנסטרימאשר סכום פון טעג וואס א יעדעס איינציגער טאג איז א ביכעל פאר זיך פון ביידע צדדים.
איבער 25 טויזענט טעג היסטאריע וואס דארף באשריבען ווערן צו פארשטיין וואס דארט טוהט זיך היינט.

לייביששרייבער » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 3:32 pm

· #541477
[ציטאט אראפגענומען]
ממש א שאד די שפייעכטץ (טונט, קי באורד קלאפערייען) אוועק צו געבן פאר זיינע ארטיקלען און אינטעלעקט ער האט נישט קיין אנונג וואס ער שרייבט און וואס ער זאגט.