"חסידות סקווירא" והמסתעף (צווייטער טייל צוגעלייגט)
124 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #540
קיין ניק
מדארף קענען דעם סקווערער רבי, ער איז נישט קיין שלעכטע מענשט
כ'האב מיר שוין היבש געווינדערט צי ער איז בטבע א שלעכטע מענטש צי נישט, אין כ'בין געקומען צי די מסקנא אז טאמער איינער האט באמת א גוט הארץ פארנעמט ער נישט אזאלכע זאכען, אין טאמער ס'קוקט אים אויס אז נאר דאס איז די וועג צי פיהרען א קהילה דאן וואלט אזא מענטש געזאגט פאר'ן באשעפער איך האב געטוהן וואס איך קען די העלף מיר, איך וויל נישט פייניגען דיינע קינדער,
אין וויבאלד ער האט עס נישט געטוהן ווייזט דאס אז ער בריהט זיך נישט אזוי שטארק אפ ווען מענטשען ווערען וויי געטוהן, זיין מוסדות אין זיי חסידות שטייט העכער אין די רגע ער האט א נגיעה אין דעי צוויי זאכען אין ער א צווייטע מענטש,
נישט די זעלבע מענטש וואס האט א מינוט פארדעם געקענט מאכען א רושם ווי א מענטש וואס וועט קיין פליג נישט טשעפענען, אין טאקע דארט ביי א נסיון דארט זעהט מען וואס א מענטש איז באמת, טאמער וואלט זיין פינטעל געווען אהבת ישראל אין אהבת ה', וואלט ער נישט געקענט וויי טוהן א איד,
אין ער וואלט געטראכט אויף ווייטער אז ס'זאל נישט ארויס קומען קיין שאדען פאר אידען נישט פין זיינע מעשים אין נישט פין זיין חינוך, איי לאמיר זאגען אז ער האלט אז טאמער טוט ער נישט וואס ער טוט וועט זיין חסידות אינטערגיין אין ער האלט דאך אז דער באשעפער וויל ס'זאל שטיין,
איז אבער די אמת אז מען קען זיך סייווי נישט באווארענען פין אלעס, צום סוף דארף מען סייווי ציקומען צים באשעפער, ממילא טאמער וואלט ער עכט נישט געוואלט וויי טוהן קיין מענטשען וואלט ער ביי אזא פאל באשלאסען אז מען וועט זיך פארלאזען אויפען באשעפער אין דער באשעפער וועט שוין פיהרען לטובה,
ממילא בין איך געקומען צי די מסקנה אז וויבאלד ער איז די פירער פין דעם חסידות אין יעדער ווייסט אז ווען ער וואלט נישט געוואלט זאכען זאלען פאסירען וואלט עס נישט פאסירט, איז אלע צער אין שלעכטס וואס קומט ארויס "זיין" אחריות, ממילא איז מיר זייער שווער צי זאגען אז ער איז א פיינע מענטש, אין מייןם אפיניען איז ער אפשער א פיינע מענטש ביז ס'קומט צי זיין פינטעל, אין דארטען שטעלט זיך ארויס אנדרעש,
קיין ניקער איז נישט קיין בעל מחלוקת
נאר ער צווינגט אנדערע מענטשען, אין מישט זיך אריין אין יענעם'ס פריוואטע לעבען, אין טאמער יענער וויל נישט איז דאך יענער די בעל מחלוקת,
"דערמאנסט פין א מעשה ס'איז געווען איינער וואס האט נישט געלייגט תפילין אזוי ווי סקווער לייגט מיט צוויי שין'ס, האט סקווירא אים געשיקט זאגען אז ער זאל טוישען אין לייגען ווי סקווער ווייל דאס גייט ברענגען שלום אין שטעטעל, אין מה דאך ביי א סוטה האט די תורה געלאזט פארמעקען א שם פאר שלום, אין צילייגען א שם פאר שלום מעג מען דאך זיכער,"
וואס כ'פארשטיי נאר נישט איז פארוואס טאמער א איד לייגט ווי זיין מסורה אנדריעש ווי מען לייגט אין סקווער גייט עס ברענגען מחלוקת, נאר וואס דען מסתם מיינט עס אז טאמער גייסט נישט טוישען גיי איך מיר שלאגען מיט דיר, אזוי בערך ארבעט די שלום נוסח סקווער,
קיין ניקנישט קיין בעל לשון הרע ער שטייט אוועק פון אזעלכע זאכן זייער ווייט
א מקבל לשון הרע אן אויסהערען גוט ביידע זייטען בעסיקלי דער וואס זאגט ערשט אדער דער וואס איז א עסקן אד"ג דער איז גערעכט, דאס ווייסעך פאר א פאקט אז ער איז יא,
קיין ניקער איז א מענטש וועלכע טרייט זיך אנשטרענגען זייער שטארק פאר די הנהגה ער נעמט נישט קיין וואקעישען ווי גרויס די יאר איז
דאס איז שוין שקר, ער האט אלץ גענומען וויקעישען נאך פסח אין נאך סוכות אמאל אין קעמפ אין אמאל ערגעץ אנדרעש, כ'רעד שוין נישט היינט וואס ער פארט קיין יוראפ צי די בעדער אבער ער פלעגט אלע יארען נעמען וויקעישענס, טאקע נישט אין פלארידא, אבער וויקעישען,
קיין ניקדי עיקר פראבלעם איז אז ער איז געווען א בן יחיד זייער געצערטלט און נאך מער איז אז זיין מאמע האט זייער געוואטשט אז קיינער זאל נישט צונעמען פון עם די מלוכה און דורך די יארן האט זי שווער געארבעט פאר דעם.
ס'איז אמת אבער ווען ער וואלט באמת געמיינט דעם אייבערשטען וואס עים דער באשעפער געהאלפען אז דאס אלעס זאל עים נישט פארבלענדען די אויגען, נאר ווען מען לאזט זיך פארפיהרען אין מען פארגעסט זיך, נאר דעמאלץ קען דער בעל דבר פאדרייען,
ווייל באמת אלמלא הקב"ה עזרו לא יכול לו, ממילא ווילאנג מען ווייסט אז מען איז נאר דא פארען באשעפער אין מען האפט יעדע רגע באמת אויף הילף פין דעם באשעפער דאמאלץ העלפט דער באשעפער אין דער באשעפער איז דאך שטארקער פינעם בעל דבר, די רגע מען ווערט אביסעל פארגלייבט אין זיך אין מען מיינט שוין נישט 100 פראצענט דעם באשעפער דאן איז מען פארלוירען ווייל אן דעם באשעפער קען מען נישט געווינען דעם יצר, אין בפרט א מנהיג וואס דער בעל דבר פארלייגט זיך אסאך מער,
מנשה לוסטיגכ'וויל נישט דא פארענטפערן סקווער, ווייל כ'האלט באמת, אז א שיינע טייל מגיבים, זענען נישט גענוג קלוג צו פארשטיין מיינע רייד. און איך בין נישט כאטשיג ווער! ווער ס'קען מיך פערזענליך ווייסט, אז ווען איך זאג עפעס ערענסט איז עס טיף און קראנט.
אין אנדערע ווערטער מיינסטו צי זאגען אז טאמער איינער האלט אנדרעש פין דיר איז נישטא קיין מקום צי זאגען אז אפשער איז יענעם'ס מיינונג אויך עפעס, נאר ס'איז זיכער אז ס'קומט ווייל יענער איז פשוט נישט גענוג קלוג צי פארשטיין,
גאט איט.....
מנשה לוסטיגאבער אז מ'פרעגט מיר געוויסע פרטים, וועל איך גערן ענטפערן, און זען צו ס'איז דא ווער ס'פארשטייט עפעס חכמה אויכעט.
......
מנשה לוסטיג אבער! אז דער רבי ווייסט נישט דערפון און אז דער רבי ווערט פארפירט, איז שוין מיין ידיעה דערין אביסל אנדערש.
חאטשיג מיט איין זאך האלט מיר אייניג,
מקען זאגען אהער מקען זאגן אהין פאר א סיבה איז סקווירא אראפגעקוקט אין די אויגען פון די וועלט ( אין די רבי איז נישט משיגע ער פליט נישט אין הימל ער ווייסט מער ווייניגער וואס טוט זיך)
נישט בעלזא קלויזענבערג באבוב, און אוודאי נישט סקולען אדער רחמיסטריווקא וכו' (איך דערמאן נישט סאטמאר ווייל סאטמאר איז א קהלה און נישט א חסידות...) איז נישט דא אזא הנהגה אין ספעלט זיי גארנישט
די סקווירא הנהגה איז אראפגעקוקט פאר אסיבה אין עס איז נישט דא קיין ענטפר דערויף
און אז איך בין גליקליך מיט סקווער, בין איך הייסט משוגע?
און אגב, כ'זע נאכנישט ביי וועמען עס איז אראפגעקוקט, פארוואס שטראמען מענטשן קיין סקווער מידי שבת בשבתו, און בפרט יעדן טאג יעדע נאכט.
ממש יעצט קום איך פון שוהל, און ס'האט זיך אפגעשטעלט אפאר באסעס, מאדערנע מיידלעך, קומען צום רבין. מסתמא ווייל זיי האבן פיינט סקווער? ווער קוקט אראפ און ווער האט דאגות. איך נישט. אלע ווייסן אז הרב אונגאר איז געווען א ליבליכע און פיינע דיין, נישט געטשעפעט קיינעם, אבער דאך א ירא שמים, און אז ער האט געוואלט דעם גרושים הייזקע בטל, האט ער עפעס אויכעט סתם גע'רודפ'ט אומשולדיגע??
קינדערעלך, מיכאל ווייסט אין וועלכע קאטעגאריע ער קלאובט.. דארט רעדט מען אויף יעדן.
יא יא מיט דעעם אז מען קומט קיין סקווירא איז א ראי אז עס איז אראפגעקוקט דעעס ברענגט עס צו עטרעקטיאן
מדי שבת בשבתו שטראמען מענטשען דעס זענען נישט קיין עמך עולם דאס זענע ע"פ רוב מענטשען וואס האבן שייכות מיט סקווירא און דאס מיינט נישט גארנישט
פרעג עני מאדערנא מענטש א חילוק פון באבוב קיין סקיוורא וועט ער דיר גלייך זאגען
מנשה לוסטיגאון אז איך בין גליקליך מיט סקווער, בין איך הייסט משוגע?
ניין, ס'מיז נישט זיין אז ביסט משוגע, פארדעם, די מעגסט ליב האבען וואס די ווילסט, נאר מעגסט רעספעקטירען יענעם'ס מיינונג אויך, ס'דא מענטשען וואס האלטען אנדרעש אין ס'דא מענטשען וואס שפירען אנדרעש,
די פראבלעם ווערט נאר ווען די פערנעמסט נישט א צווייטען'ס מיינונג, אין שרייבסט געמיינע נעמען אויף איינער וואס האלט אנדרעש
מנשה לוסטיגאון אגב, כ'זע נאכנישט ביי וועמען עס איז אראפגעקוקט, פארוואס שטראמען מענטשן קיין סקווער מידי שבת בשבתו, און בפרט יעדן טאג יעדע נאכט.
רוב מענטשען וואס קומען קיין סקווירא זענען פין מאדערנע קרייזען וואס האבען נישט קיין השגה וואס דארט גייט פאר, פין אונדזערע היימישע קרייזען קומט מען כמעט נישט, חוץ קרובים ביי א שמחה,
מנשה לוסטיגממש יעצט קום איך פון שוהל, און ס'האט זיך אפגעשטעלט אפאר באסעס, מאדערנע מיידלעך, קומען צום רבין. מסתמא ווייל זיי האבן פיינט סקווער? ווער קוקט אראפ און ווער האט דאגות. איך נישט. כ'מיין איינער וואס הייסט מיכאל,
היא אשר דיברתי "מאדערנע מיידלעך",
מנשה לוסטיגקינדערעלך, מיכאל ווייסט אין וועלכע קאטעגאריע ער קלאובט.. דארט רעדט מען אויף יעדן.
כ'ווייס נישט ווער די מיינסט אז איך בין, אבער כ'קלאב נישט אין ערגעץ נישט,
אין כ'ווייס ניש וואס די ווערסט אזוי ווילד, ענפער שוין אמאל ווי א מענטש, אלץ שרייבסטע אזוי ווילד אין קינדעריש,
ווען אין סקווער זאל מען זיך נישט שעמען צו שרייבן וואס איך שרייב, וואלט עטץ שוין געכאפט א מנה אחת אפיים, נאר וואס דען? ס'פעלט טאקע פון איין זייט די ביטחון עצמי ביי אסאך, אבער די מאס ענווה און הצנע לכת שטייגט איבער אלעס, און דו קענסט שרייבן וואס דו ווילסט און אויסער מנשה וועט כמעט קיינער פון סקווערע חסידות נישט אנהייבן נעמען פאר קלוג דיינע זויערע לשון הרע'ס און זינלאזע שקרים. ווי געזאגט, איך האלט נישט ביים מתווכח זיין מיט דומע קעפ, אין דעם וועג. קומט מיט מיר שטרייטן אין פעישעל. פנים בפנים, קען איך די קעצן קעפ אביסל שכל זאלבן. דא איז נישט דאס ארט פאר טיפזיניגע אויפקלערונג פון חסידות סקווירא וואס איז קודש קדשים להשם על ידי דוד מלכינו חי וקים את גאון יעקב אשר אהב סלא
מנשה לוסטיג
ממש יעצט קום איך פון שוהל, און ס'האט זיך אפגעשטעלט אפאר באסעס, מאדערנע מיידלעך, קומען צום רבין.
און קיינער פון זיי האט דיך נישט דערקענט פון פייסבוק?
מנשה איז א פיגור אויפן אינטערנעץ, אין שטעטל בין איך משה חסיד
מנשה לוסטיגמנשה איז א פיגור אויפן אינטערנעץ, אין שטעטל בין איך משה חסיד
נישט משה מרדכי חסיד?
שמואל הלוימנשה לוסטיגמנשה איז א פיגור אויפן אינטערנעץ, אין שטעטל בין איך משה חסיד
נישט משה מרדכי חסיד?
נא!!!! גילו!!!!!
מנשה לוסטיג חסידות סקווירא וואס איז קודש קדשים להשם על ידי דוד מלכינו חי וקים את גאון יעקב אשר אהב סלא
קאמענטארן זענען איבריג...
באקומען אויף א גרופ.. (נ.ב. איך האב דאס נישט געשריבן, און מען מיינט קיינעם פערזענליך.)
א אפענער שמועס צווישן צוויי גוטע פריינט דוד: א גוטען יעקב יוסף, כ'האב דיר שוין לאנג נישט געזעהן. יעקב יוסף: זייט איך האב ארויסגעמופט.... דוד: וואס??? דו האסט שוין אויך ארויסגעמופט??? ווען איז עס געשעהן??? יעקב יוסף: יעדער קומט אמאל צום שכל.. דוד: כ'פארשטיי נישט, דו האסט דאך אייביג אויסגעזעהן אזוי צופרידן דא, דו האסט געהאט א פראבלעם מיט סקווער? יעקב יוסף: איך וועל דיר זאגען די אמת. איך בין קיינמאל נישט געווען צופרידען דא, און אזוי ווי יעדער - האב איך אויך געשפילט.איך בין געגאנגען צו די טישן, ווייל איך בין איינגעשטעלט אין די מוסדות. איך בין געגאנגען מיט שטיוול, ווייל איך האב נישט געהאט קיין ברירה. און איך האב מיטגעהאלטען יעדע שמחה, ווייל איך האב נישט געוואלט אז מיינע קינדער זאלן זיך ווינדערען. דוד: און פארוואס האסטו נאך ביז היינט אריין געטראגען "שקל". פורים האסטו דאך אזויפיל געלט אריין געטראגען. יעקב יוסף: שקל טראג איך נאך יעצט אריין,ווייל מיינע קינדער זענען נאך דארט, און איך וויל זיי ארויס נעמען קומענדיגע יאר, און איך וויל נישט זיי זאלן מיר אונטער שטעלען פיסלעך ביי די אנדערע מוסדות. דוד: ווי אזוי איז טאקע אין מאנסי? יעקב יוסף: האסט נישט קיין השגה. איך פיל ווי יציאת מצרים. די ערשטע שבת בין איך מכובד געווארן מיט א עלי-ה, מ'האט מיר געשיקט צום עמוד - איך בין גראדע נישט געגאנגען, אבער די געפיל אז "איך בין עפעס", איך בין נישט "פלעין א נאמבער" האט אסאך געמיינט פאר מיר. דוד: אבער, לאמיר זיך נישט נארען, דו האסט גאנץ גוט געפילט אז עס פעלט דיר פונעם שבת. יעקב יוסף: וואס רעדסטו נארישקייטען? כ'וועל דיר געבן א ביישפיל פון מיין ערשטע שבת אין מאנסי, און דו וועסט מיר זאגען ווער עס האט און וועם עס פעלט.ביי מיין ערשטע שבת מחוץ לשיכון בין איך געוואר געווארען אז אז איך האב א פרוי און קינדער...ביז היינט בין איך צו געוואוינט געווען,אז נאכן לעכט צינדען עסט מען זיך אן און מען פאקט זיך אריין אין בעט פאר א גוטע שעה, ביז דער רבי קומט אריין צום דאווענען, און ווען מען איז אהיים געקומען איז שוין די גאנצע משפחה געווען האלב פארשלאפען. יעצט גלייך נאכן זמן גייט מען אין שול מיט די קינדערליך, מען זיצט אין א קלענערע שול נאנט צו מזרח וואנט, מיינע קינדער האבן זיך געפילט ווי א וויכטיגע חלק פון די שול. ביי לכה דודי האבן זיי אזוי שיין מיט געזינגען, און געשטאנען לעבן מיר פון הודו ביז נאך ספירה.מיר זענען אהיים געגאנגען און געפירט א שיינע סעודה, נישט געיאגט.צופרי בין איך געגאנגען דאווענען אין א אנדערע שול, וואו מען שטעלט זיך דאווענען ניין אזייגער. דארט בין איך געוואר געווארן פון כיבודים וואס איך האב ביז היינט נישט אפילו געוויסט אז עס איז דא.מ'פארקויפט די עליות. איך האב געקענט קויפען הוצאה והכנסה, ששי און הגבה. פאר מוסף האב איך געזעהן ווי דער רב זאגט פאר א עלטערע יוד: האסט יארצייט? מאך נאך א מנין.איינע פון די חילוקים וואס איך האב געזעהן איז, אז אין סקווער האב איך אלעמאל געהערט פרעגן, "ווען ענדיגט מען דאווענען" - און אויב מען הערט אז עס איז דא עפעס א יארצייט, געבט מען גלייך א קרעכץ.נאך די סעודה האבן מיר געכאפט א שפאציר די גאנצע משפחה. נאכדעם האט מען מקיים געווען שינה בשבת תענוג. נאכמיטאג האב איך פארהערט מיינע קינדער און געלערנט מיט זיי א פאר שעה. איך האב געמאכט א "שבת פארטי" און געלערנט פרקי אבות. (די היכל התורה ווערט נישט צוגעשפארט פאר די לומדים בשעת א טיש, און די לעקטערס ווערן נישט צוגעמאכט - נאר מען לאזט אידן עוסק זיין בתורה אין די צייט פון די שולחן הטהור רח"ל).א שעה פאר די זמן בין איך געגאנגען אין שול, און נאך מנחה בין איך געוואר געווארן פון נאך א שבתדיגע ענין וואס הייסט"סעודה שלישית". עטליכע מנינים אידן קומען זיך צוזאם און מען זינגט זמירות מיט א ווארעמקייט, מ'הערט דברי תורה און מ'בענטשט צוזאמען. (איך האב אלעמאל געמיינט אז דעמאלטס איז די צייט צו שטיין אין פאליש און ווארטען אויף מעריב). אלס גאסט בין איך מכובד געווארען מיטברהמ"ז (נישט נאר הגבהת הכוס). מען האט טאקע נישט געענדיגט צוויי שעה נאכן זמן, אבער נאך אלץ האט מען זיך געזעגענט פון די שבת המלכה מיט א ווארעמקייט און נישט ארויסגעלאפען פון דעם הייליגן טאג אזוי ווי איך פלעג דארפען טון ביז היינט.אקעי, איך האב שוין גענוג גערעדט פאר יעצט. יעצט דערצייל מיר וואס איך האב פארפאסט אין סקווער אין די לעצטע פאר וואכען. דוד: נישט קיין סאך. איך ווייס אז מען האט גענומען פון די וויין וואס די רבי האט געגאסן ביים סדר נאכט ביי די מכות און מען האט דאס געגאסען אויף די טירן פון אפאר אידן וועלכע האבן שוין געגעסען פון די עץ הדעת (און זעט אויס אז די פאפיר וואס מען האט אונטער געלייגט אונטער די רבי'ס שוך פורים האט נאך נישט געברענגט קיין רעזאלטס - האט מען געטרייט א נייע וועג) און מ'האפט בקרוב צו הערן גוטע נייעס. [די מוראדיגע נייעס איז שוין אנגעקומען צו די אויערען פון דער ווישניצער רבי פון מאנסי. דו ווילסט נישט וויסן וואס ער האט אויף דעם געזאגט]אויך האט א אייניקל פון רבי'ן געקלינגען עמיצן זאגן אז ער מוז זיך פון אים געזעגענען, ווייל מען האט יענעם "געכאפט ביי די מעשה" ווי ער האט ביי א חתונה פאריגע וואך גערעדט מיט א"קלוגער". יעקב יוסף: שוין, דעיס איז שוין א אלטע מנהג, אין סדום האט מען אויך נישט געלאזט רעדן מיט קיין פרעמדע.. דוד: וואס נאך נייעס קען איך דיר זאגן? ר'יושע גבאי איז נפטר געווארן האסטו זיכער געהערט. א"פ האט פארלוירן זיין דשאב ביי די טיש. אה און מען האט אוועק געגעבן פאר ד"ב די כיבוד פון שרייען שא שא ביים טיש.... יעקב יוסף: פליס, שוין צו פיל פאר איינמאל.איך זעה אז איך דארף דיר טרעפן מער אפט. דוד: פאר דו גייסט אוועק וויל איך דיר נאר ווארענען, זאלסטוך אכטונג געבן מיט וועם דו רעדסט, ווייל איינעם פון מאנסי ווייס איך קלאר אז דער רבי האט שוין אויסגעשלאסען פון כלל ישראל...
אוי טאטיבאקומען אויף א גרופ.. (נ.ב. איך האב דאס נישט געשריבן, און מען מיינט קיינעם פערזענליך.)
...ביז היינט בין איך צו געוואוינט געווען,אז נאכן לעכט צינדען עסט מען זיך אן און מען פאקט זיך אריין אין בעט פאר א גוטע שעה, ביז דער רבי קומט אריין צום דאווענען, און ווען מען איז אהיים געקומען איז שוין די גאנצע משפחה געווען האלב פארשלאפען. ...
וואס מיינט דאס? ווען דאוונט מען מנחה אין סקווער, נישט תיכף נאך דעם זמן ווי אין אלע חסידיש מקומות? מדאוונט פריער? מ'עסט די סעודה פאר קבלת שבת?
ווער עס קען מסביר זיין, ביטע!
איך סקווער דאוונט מען מנחה ערב שבת עטליכע מינוט פאר צאת הכוכבים.
אלס גאסט בין איך מכובד געווארען מיטברהמ"ז (נישט נאר הגבהת הכוס). מען האט טאקע נישט געענדיגט צוויי שעה נאכן זמן, אבער נאך אלץ האט מען זיך געזעגענט פון די שבת המלכה מיט א ווארעמקייט און נישט ארויסגעלאפען פון דעם הייליגן טאג אזוי ווי איך פלעג דארפען טון ביז היינט.אקעי, איך האב שוין גענוג גערעדט פאר יעצט. יעצט דערצייל מיר וואס איך האב פארפאסט אין סקווער אין די לעצטע פאר וואכען. דוד: נישט קיין סאך. איך ווייס אז מען האט גענומען פון די וויין וואס די רבי האט געגאסן ביים סדר נאכט ביי די מכות און מען האט דאס געגאסען אויף די טירן פון אפאר אידן וועלכע האבן שוין געגעסען פון די עץ הדעת (און זעט אויס אז די פאפיר וואס מען האט אונטער געלייגט אונטער די רבי'ס שוך פורים האט נאך נישט געברענגט קיין רעזאלטס - האט מען געטרייט א נייע וועג) און מ'האפט בקרוב צו הערן גוטע נייעס. [די מוראדיגע נייעס איז שוין אנגעקומען צו די אויערען פון דער ווישניצער רבי פון מאנסי. דו ווילסט נישט וויסן וואס ער האט אויף דעם געזאגט]אויך האט א אייניקל פון רבי'ן געקלינגען עמיצן זאגן אז ער מוז זיך פון אים געזעגענען, ווייל מען האט יענעם "געכאפט ביי די מעשה" ווי ער האט ביי א חתונה פאריגע וואך גערעדט מיט א"קלוגער". יעקב יוסף: שוין, דעיס איז שוין א אלטע מנהג, אין סדום האט מען אויך נישט געלאזט רעדן מיט קיין פרעמדע.. דוד: וואס נאך נייעס קען איך דיר זאגן? ר'יושע גבאי איז נפטר געווארן האסטו זיכער געהערט. א"פ האט פארלוירן זיין דשאב ביי די טיש. אה און מען האט אוועק געגעבן פאר ד"ב די כיבוד פון שרייען שא שא ביים טיש.... יעקב יוסף: פליס, שוין צו פיל פאר איינמאל.איך זעה אז איך דארף דיר טרעפן מער אפט. דוד: פאר דו גייסט אוועק וויל איך דיר נאר ווארענען, זאלסטוך אכטונג געבן מיט וועם דו רעדסט, ווייל איינעם פון מאנסי ווייס איך קלאר אז דער רבי האט שוין אויסגעשלאסען פון כלל ישראל...
איינער קען מסביר וואס אין די גיהנם באדייטן די מודגש'דיגע חלקים?
איין ווארט האב איך פאר זיי ביידע נעבעך.....! איך בין גראדע איינמאל געווען אויף א משפחה שמחה אין סקווירא אויף שבת, איך קען זאגן פונקט א פארקערטע געפיל/מעשה...
יענעם שבת בין איך מכובד געווארן מיט א עלי', און ווי אויך האט מען מיר צוגעשיקט צום עמוד אבער איך בין נישט צוגעגאנגען. איך האב געפילט אז איך האב עפעס פון דעם שבת, נישט נאר סתם געשלאפן און געשלאפן און נאכאמאל געשלאפן.
לאמיר אנהייבן פון אנפאנג שבת, זייענדיג אינדערהיים: איך בין צו געוואוינט אז נאכן לעכט צינדען דארף מען זיך יאגן צו גיין דאווענען, למען השם מען קען נישט דאווענען אביסל שפעיטער אז מען זאל האבן צייט זיך אביסל אראפצולייגן נאכן צולייגן א האנט ערב שבת אין שטוב וואס ווי די שטייגער אין א אידישע שטוב ווי שפעט די זמן וועט נאר נישט זיין וועט מען אייביג ענדיגן צום זמן, איז מען א היבש ביסל אויסגעמוטשעט און מען וויל זיך אנלענען אביסל, אבער נישטא קיין צייט מען דארף שוין לויפן אין שול, פארשטייט זיך די דאוונענען איז אזוי האלב פארשלאפן, און די קינדער, שוין לאמיר רעדן פון בעסערע צייטן.
יענעם שבת אין סקווירא: מען דאווענט דארט בערך א שעה און צען מינוט נאך זייער זמן, איך מיין זייער זמן לעכט צינדן איז 25 מינוט פארן שקיעה, דאס מיינט אז מען שטעלט זיך צו מנחה בערך 25 מינוט פאר זמן ר"ת, ממילא האב איך געהאט צייט זיך אראפצולייגן און געשלאפן אזא טיפן שלאף פאר א 3/4 שעה נאך זייער זמן, נאכן אויפשטיין און גיין אין בימ"ד ווי אן אנדערע מענטש, האב איך נאך געהאט צייט צו שמועסן אביסל מיט מיינע קינדער און דורכשפאצירן דעם בית מדרש באטראכטן דעם ארון קודש זייערן, די דאווענען איז געווען א מחי', איך דענק שווער אזא געשמאקן דאווענען ביי מיר אינדערהיים.
נאכן דאווענען זייענדיג אינדערהיים: פרעג נישט וואספארא שווערע זאך דאס איז פירן א סעודה אזוי מיעדערהייט, מען מאלט אפ די סעודה כדי צו קענען לויפן אין בעט, ניטאמאל קיין כח צו גיין פארברענגן אין בימ"ד צו ביי א שלום זכור וכד', די שאלות און תורות לאזט מען איבער אויף די בייטאג סעודה, בקיצר יענץ פנים.
יענעם שבת אין סקווירא: אויסגערוהטערהייט בין איך אנגעקומען אינדערהיים נאר צו טרעפן אז די בני בית שלאפט א געשמאקן שלאף, ווייל זי האט געהערט אז די דאווענען נעמט לענגער ווי ביי אונז זייענדיג אינדערהיים, נאכן אויפוועקן האבן מיר געפראוועט א סעודה, אוי איז דאס געווען געשמאק, די קינדער - וואס זענען אויך מיטגעשלאפן נאכן זמן - האבן געהאט צייט יעדע איינע צו פארציילן זיינע/אירע מעשיות, און תורות, די ניגונים האט זיך עפעס געזונגען אסאך אסאך גרינגער און שענער, איך האב זיך געפילט ווי אין הימל, די סעודה האט מיר גענומען מער ווי דאפלט די צייט ווי מיין סעודה אינדערהיים.
נאכן סעודה זייענדיג אינדערהיים: שלאפט מען....
יענעם שבת אין סקווירא: זייענדיג אויסגערוהט האב איך מחליט געווען לאמיר אריבער גיין זען ווי אזוי דער סקווערער פירט טיש, איך בין אנגעקומען האט מען שוין געהאלטן ביים צוויבל קיגל/זיפ, די כל מקדש איז גראדע געווען זייער ווארעם, עס גייט מיט א נוסח חזן וקהל, נאכדעם האבן זיי געזונגען א ניגון, אבער איז דאס געווען א ניגון, איך וויל נאך אלץ מברר זיין פון ווי דאס קומט וועמענס דאס איז, עפעס אזאנס... איך האב נישט די ווערטער דאס אראפצומאלן, עס האט מיר אינגאנצן צענומען, די קה רבון עלם, נו שוין! צור משלו עפעס א מארש(?! איך בין נישט באקאנט מיט די נעמען פון ניגונים, אבער ס'איז נישט געווען א לעבעדיגע ניגון, מער ווי א מארש) גאנץ שיין געווען, נאכדעם זינגן זיי קה אכסוף, זייער ווארעם, גראדע געזעצט די ווערטער אביסל אנדערש ווי איך בין געוואוינט, נאכדעם האבן זיי געזונגען לעבעדיגע ניגונים, האט מיר אויסגעזען מער אז די בחורים האבן פשוט א געלעגנהייט ווי זיך אויסצוגעבן, גאנץ א אינטרעסאנטע איבערלעבעניש, נאכדעם האט ער געזאגט תורה, אבער איך בין שוין געווארן מיד בין איך אהיים.
צופרי האב איך נישט געזען קיין גרויסע חילוק צווישן די דאווענען אינדערהיים צו דארט, איין חילוק אינדערהיים דאווענט מען ביי אונז ניין אזייגער, נאכן שלאפן כמעט א בייגל אין די ווינטער, און דארט אין סקווירא דאווענט מען טאקע שפעט, אבער נאכן זיין ביים טיש ביז שפעט איז עס געווען גאר גוט, מיר האבן זיך פיין אויסגערוהט. ווי געזאגט האט מען מיר צוגעשיקט אבער איך בין נישט צוגעגאנגען, מען פארקויפט נישט די עליות אין סקווירא, דאס איז מיר גראדע גאנץ שטארק געפאלן, ווייל ביי אונז פארקויפט מען עס סתם לשם פארקויפן, קיינער איז כלל נישט אינטרעסירט צו קויפן, און מען שלעפט סתם די צייט דערפאר... מוסף האט גראדע יענע וואך געדאווענט עפעס א עלטערע איד וואס מען האט נישט געהערט קיין ווארט, זאגט מיר מיין שכן אז יענער האט געהאט יארצייט, נו שוין.
נאך די סעודה זייענדיג אינדערהיים: גייט מען שלאפן און מען שלאפט און שלאפט און שלאפט און שלאפט, ביז בומס מען דערוועקט זיך, מען זעצט זיך צו א גמרא מיט האלב פארמאכטע אויגן, די קאפ איז כלל נישט דארט, ס'איז עפעס נישט, ס'איז א זאך וואס איך פרעג כסדר מיינע חברים וואס קען מען טון מיט די גרויסע נאכמיטאג, וואלט שוין בעסער געווען מען זאל זיך שטעלן דאווענען מיט צוויי שעה שפעטער, אזוי פארדינט מען פון די געשמאקע נאכט שלאף נאך צוויי שעה..... איך פארשטיי אז איינער וואס איז נישט צוגעוואוינט דערצו, איז די ערשטע פאר וואכן אנדערש, אבער ווארט נאר ווארט, וועסט דיך טרעפן אין א שטיק צייט ארום וואונדערן, וואס טוט מען מיט די גרויסע נאכמיטאג'ס...
יענעם שבת אין סקווירא: האב איך געטראכט אנשטאט זיצן איבער א גמרא שטיפן די צייט אן קענען צו לייגן קאפ צו וואס איך לערן, וועל איך צוגיין צום סקווערע'נס טיש, די טיש איז געווען גאנץ קורץ, אביסל ווייניגער ווי א שעה (אזוי האט מען מיר געזאגט, ווייל ער יאגט זיך צו דאווענען מנחה פארן שקיעה שבת), איך בין אנגעקומען אינמיטן ברוך ה' יום יום ער זאגט עס מיט זיין נוסח חזן וקהל, נאכדעם האבן זיי געזונגען א ניגון, אויך א ניגון וואס איך האב קיינמאל געהערט, גאר א שיינעם, נאכן טיש האט ער געדאווענט מנחה, און איך בין אהיים פראווענען שלוש סעודות.
שלוש סעודות האב איך געפראוועט די זעלבע ווי אינדערהיים, צוזאמען מיט די קינדער.
נאכן ענדיגן שלוש סעודות זייענדיג אינדערהיים: גייט מען אריבער אין בימ"ד און מען שמועסט און שמועסט און מען ווארט שוין נו, ווען ווערט שוין מוצאי.... וואס גייט דעמאלטס זיין? איך ווייס אויך נישט, קודם זאל מען האלטן שוין נאך מעריב, נאכדעם וועט מען זען, בשעת די רב זאגט תורה קוקט מען שוין צו די דריי שטערן זענען שוין ארויס, און די עלטערע אידן שישקענען, ביז מען גייט ארויס און מען דאווענט ביים ערשטן מנין, און פארטיג מיטן שבת.
יענעם שבת אין סקווירא: בין איך אריבער צום סקווערע'נס טיש, ער הייבט אן ממש פארן זמן, איך שעם זיך עס צו זאגן, אבער איך דענק נישט אזא התעוררות ביי מיר, די זמירות מיט די פארמאכטע לייט'ס, איך בין געזיצן אין די בעק, קיינער זעט דיר נישט, און די ווערטער רעדן צו דיר, ס'איז טאקע געווען אויף סקווערע נוסח, אבער ס'האט געשניטן, נאכדעם די ברוך קל עליון, זיי האבן געזונגן די ניגון וואס איז דא אויף די סידי (גיי געדענק די נאמען) גאר א שיינעם ווארעמע ניגון, נאכדעם זינגן זיי א ניגון וואס דארף צו זיין די זעלבע ווי די ליבאוויטשער, און נאכדעם א לעבעדיגע ניגון, ס'איז מיר געווען אזא גוטע געפיל פון תשובה די שעה צייט, עפעס אויסטערליש, נאכן אנצינדן די לייט'ס איז שוין געווען די זעלבע ווי בייטאג די זמירות סוף טיש איז געווען אויף זיין נוסח. בקיצור איך האב זיך דערזען כמעט צוויי שעה נאכן זמן פאר מעריב... הלוואי יעדע וואך, אנשטאט זיכן וואס צו טון מיט די מוצאי שבת, האב איך געהאט א געשמאקע שלוש סעודות.
אבי גערעדט.
סתם ארום דרייען, און בכלל ברענגסטו א גאסט וואס האט א בחירה, און ביסט עס מדמה צו א געצווינגענע וועג פין מוזען דאווענען שפעט, און פארברענגען דארט א גאנצער טאג.
שבת אינדערהיים: שלאפן שלאפן שלאפן. עסן עסן עסן. שמועסן שמועסן שמועסן. לערנען לערנען לערנען. פארברענגען פארברענגען פארברענגען.
שבת אין סקווער: טיש טיש טיש טיש טיש טיש טיש טיש טיש טיש טיש טיש טיש טיש טיש טיש טיש טיש טיש טיש טיש טיש טיש טיש טיש טיש טיש טיש
באנוצער'ניקאיין ווארט האב איך פאר זיי ביידע נעבעך.....! איך בין גראדע איינמאל געווען אויף א משפחה שמחה אין סקווירא אויף שבת, איך קען זאגן פונקט א פארקערטע געפיל/מעשה...
יענעם שבת בין איך מכובד געווארן מיט א עלי', און ווי אויך האט מען מיר צוגעשיקט צום עמוד אבער איך בין נישט צוגעגאנגען. איך האב געפילט אז איך האב עפעס פון דעם שבת, נישט נאר סתם געשלאפן און געשלאפן און נאכאמאל געשלאפן.
לאמיר אנהייבן פון אנפאנג שבת, זייענדיג אינדערהיים: איך בין צו געוואוינט אז נאכן לעכט צינדען דארף מען זיך יאגן צו גיין דאווענען, למען השם מען קען נישט דאווענען אביסל שפעיטער אז מען זאל האבן צייט זיך אביסל אראפצולייגן נאכן צולייגן א האנט ערב שבת אין שטוב וואס ווי די שטייגער אין א אידישע שטוב ווי שפעט די זמן וועט נאר נישט זיין וועט מען אייביג ענדיגן צום זמן, איז מען א היבש ביסל אויסגעמוטשעט און מען וויל זיך אנלענען אביסל, אבער נישטא קיין צייט מען דארף שוין לויפן אין שול, פארשטייט זיך די דאוונענען איז אזוי האלב פארשלאפן, און די קינדער, שוין לאמיר רעדן פון בעסערע צייטן.
יענעם שבת אין סקווירא: מען דאווענט דארט בערך א שעה און צען מינוט נאך זייער זמן, איך מיין זייער זמן לעכט צינדן איז 25 מינוט פארן שקיעה, דאס מיינט אז מען שטעלט זיך צו מנחה בערך 25 מינוט פאר זמן ר"ת, ממילא האב איך געהאט צייט זיך אראפצולייגן און געשלאפן אזא טיפן שלאף פאר א 3/4 שעה נאך זייער זמן, נאכן אויפשטיין און גיין אין בימ"ד ווי אן אנדערע מענטש, האב איך נאך געהאט צייט צו שמועסן אביסל מיט מיינע קינדער און דורכשפאצירן דעם בית מדרש באטראכטן דעם ארון קודש זייערן, די דאווענען איז געווען א מחי', איך דענק שווער אזא געשמאקן דאווענען ביי מיר אינדערהיים.
נאכן דאווענען זייענדיג אינדערהיים: פרעג נישט וואספארא שווערע זאך דאס איז פירן א סעודה אזוי מיעדערהייט, מען מאלט אפ די סעודה כדי צו קענען לויפן אין בעט, ניטאמאל קיין כח צו גיין פארברענגן אין בימ"ד צו ביי א שלום זכור וכד', די שאלות און תורות לאזט מען איבער אויף די בייטאג סעודה, בקיצר יענץ פנים.
יענעם שבת אין סקווירא: אויסגערוהטערהייט בין איך אנגעקומען אינדערהיים נאר צו טרעפן אז די בני בית שלאפט א געשמאקן שלאף, ווייל זי האט געהערט אז די דאווענען נעמט לענגער ווי ביי אונז זייענדיג אינדערהיים, נאכן אויפוועקן האבן מיר געפראוועט א סעודה, אוי איז דאס געווען געשמאק, די קינדער - וואס זענען אויך מיטגעשלאפן נאכן זמן - האבן געהאט צייט יעדע איינע צו פארציילן זיינע/אירע מעשיות, און תורות, די ניגונים האט זיך עפעס געזונגען אסאך אסאך גרינגער און שענער, איך האב זיך געפילט ווי אין הימל, די סעודה האט מיר גענומען מער ווי דאפלט די צייט ווי מיין סעודה אינדערהיים.פ
נאכן סעודה זייענדיג אינדערהיים: שלאפט מען....
יענעם שבת אין סקווירא: זייענדיג אויסגערוהט האב איך מחליט געווען לאמיר אריבער גיין זען ווי אזוי דער סקווערער פירט טיש, איך בין אנגעקומען האט מען שוין געהאלטן ביים צוויבל קיגל/זיפ, די כל מקדש איז גראדע געווען זייער ווארעם, עס גייט מיט א נוסח חזן וקהל, נאכדעם האבן זיי געזונגען א ניגון, אבער איז דאס געווען א ניגון, איך וויל נאך אלץ מברר זיין פון ווי דאס קומט וועמענס דאס איז, עפעס אזאנס... איך האב נישט די ווערטער דאס אראפצומאלן, עס האט מיר אינגאנצן צענומען, די קה רבון עלם, נו שוין! צור משלו עפעס א מארש(?! איך בין נישט באקאנט מיט די נעמען פון ניגונים, אבער ס'איז נישט געווען א לעבעדיגע ניגון, מער ווי א מארש) גאנץ שיין געווען, נאכדעם זינגן זיי קה אכסוף, זייער ווארעם, גראדע געזעצט די ווערטער אביסל אנדערש ווי איך בין געוואוינט, נאכדעם האבן זיי געזונגען לעבעדיגע ניגונים, האט מיר אויסגעזען מער אז די בחורים האבן פשוט א געלעגנהייט ווי זיך אויסצוגעבן, גאנץ א אינטרעסאנטע איבערלעבעניש, נאכדעם האט ער געזאגט תורה, אבער איך בין שוין געווארן מיד בין איך אהיים.
צופרי האב איך נישט געזען קיין גרויסע חילוק צווישן די דאווענען אינדערהיים צו דארט, איין חילוק אינדערהיים דאווענט מען ביי אונז ניין אזייגער, נאכן שלאפן כמעט א בייגל אין די ווינטער, און דארט אין סקווירא דאווענט מען טאקע שפעט, אבער נאכן זיין ביים טיש ביז שפעט איז עס געווען גאר גוט, מיר האבן זיך פיין אויסגערוהט. ווי געזאגט האט מען מיר צוגעשיקט אבער איך בין נישט צוגעגאנגען, מען פארקויפט נישט די עליות אין סקווירא, דאס איז מיר גראדע גאנץ שטארק געפאלן, ווייל ביי אונז פארקויפט מען עס סתם לשם פארקויפן, קיינער איז כלל נישט אינטרעסירט צו קויפן, און מען שלעפט סתם די צייט דערפאר... מוסף האט גראדע יענע וואך געדאווענט עפעס א עלטערע איד וואס מען האט נישט געהערט קיין ווארט, זאגט מיר מיין שכן אז יענער האט געהאט יארצייט, נו שוין.
נאך די סעודה זייענדיג אינדערהיים: גייט מען שלאפן און מען שלאפט און שלאפט און שלאפט און שלאפט, ביז בומס מען דערוועקט זיך, מען זעצט זיך צו א גמרא מיט האלב פארמאכטע אויגן, די קאפ איז כלל נישט דארט, ס'איז עפעס נישט, ס'איז א זאך וואס איך פרעג כסדר מיינע חברים וואס קען מען טון מיט די גרויסע נאכמיטאג, וואלט שוין בעסער געווען מען זאל זיך שטעלן דאווענען מיט צוויי שעה שפעטער, אזוי פארדינט מען פון די געשמאקע נאכט שלאף נאך צוויי שעה..... איך פארשטיי אז איינער וואס איז נישט צוגעוואוינט דערצו, איז די ערשטע פאר וואכן אנדערש, אבער ווארט נאר ווארט, וועסט דיך טרעפן אין א שטיק צייט ארום וואונדערן, וואס טוט מען מיט די גרויסע נאכמיטאג'ס...
יענעם שבת אין סקווירא: האב איך געטראכט אנשטאט זיצן איבער א גמרא שטיפן די צייט אן קענען צו לייגן קאפ צו וואס איך לערן, וועל איך צוגיין צום סקווערע'נס טיש, די טיש איז געווען גאנץ קורץ, אביסל ווייניגער ווי א שעה (אזוי האט מען מיר געזאגט, ווייל ער יאגט זיך צו דאווענען מנחה פארן שקיעה שבת), איך בין אנגעקומען אינמיטן ברוך ה' יום יום ער זאגט עס מיט זיין נוסח חזן וקהל, נאכדעם האבן זיי געזונגען א ניגון, אויך א ניגון וואס איך האב קיינמאל געהערט, גאר א שיינעם, נאכן טיש האט ער געדאווענט מנחה, און איך בין אהיים פראווענען שלוש סעודות.
שלוש סעודות האב איך געפראוועט די זעלבע ווי אינדערהיים, צוזאמען מיט די קינדער.
נאכן ענדיגן שלוש סעודות זייענדיג אינדערהיים: גייט מען אריבער אין בימ"ד און מען שמועסט און שמועסט און מען ווארט שוין נו, ווען ווערט שוין מוצאי.... וואס גייט דעמאלטס זיין? איך ווייס אויך נישט, קודם זאל מען האלטן שוין נאך מעריב, נאכדעם וועט מען זען, בשעת די רב זאגט תורה קוקט מען שוין צו די דריי שטערן זענען שוין ארויס, און די עלטערע אידן שישקענען, ביז מען גייט ארויס און מען דאווענט ביים ערשטן מנין, און פארטיג מיטן שבת.
יענעם שבת אין סקווירא: בין איך אריבער צום סקווערע'נס טיש, ער הייבט אן ממש פארן זמן, איך שעם זיך עס צו זאגן, אבער איך דענק נישט אזא התעוררות ביי מיר, די זמירות מיט די פארמאכטע לייט'ס, איך בין געזיצן אין די בעק, קיינער זעט דיר נישט, און די ווערטער רעדן צו דיר, ס'איז טאקע געווען אויף סקווערע נוסח, אבער ס'האט געשניטן, נאכדעם די ברוך קל עליון, זיי האבן געזונגן די ניגון וואס איז דא אויף די סידי (גיי געדענק די נאמען) גאר א שיינעם ווארעמע ניגון, נאכדעם זינגן זיי א ניגון וואס דארף צו זיין די זעלבע ווי די ליבאוויטשער, און נאכדעם א לעבעדיגע ניגון, ס'איז מיר געווען אזא גוטע געפיל פון תשובה די שעה צייט, עפעס אויסטערליש, נאכן אנצינדן די לייט'ס איז שוין געווען די זעלבע ווי בייטאג די זמירות סוף טיש איז געווען אויף זיין נוסח. בקיצור איך האב זיך דערזען כמעט צוויי שעה נאכן זמן פאר מעריב... הלוואי יעדע וואך, אנשטאט זיכן וואס צו טון מיט די מוצאי שבת, האב איך געהאט א געשמאקע שלוש סעודות.
קאפי רייט ©2013 ועד פראפאגאנדע שע״י חסידי סקווירא שיכון נו סקווער נו יארק יצ״ו
איחוד פעלדאבי גערעדט.
סתם ארום דרייען, און בכלל ברענגסטו א גאסט וואס האט א בחירה, און ביסט עס מדמה צו א געצווינגענע וועג פין מוזען דאווענען שפעט, און פארברענגען דארט א גאנצער טאג.
איך פארשטיי נישט פארוואס די זאגסט סתם ארום דרייען, איך פארציילן דיר א מציאות וואס האט פאסירט, איך האב נישט געזען אז נאר איך אלץ גאסט זאל האבן די בחירה, איך האב באגעגענט היבש אסאך אידן גראדע אויסגעקוקט צו זיין חשובע אידן, וואס זענען בכלל נישט געווען ביים טיש, איך האב געכאפט א שמועס מיט איינעם, פרעגענדיגט טאקע די פראגע, האסט נישט מורא נישט צו זיין ביים טיש, זאגט ער מיר ווילאנג די טוסטו נישט עפעס קעגן די הנהגה/קהילה, קענסטו לעבן דיין לעבן כאילו די וואוינסט אין מאנסי, מיט איין חילוק, אז שבת צופרי מוזטו דאווענען שפעט, און די דאווענען קען נעמען מיט בערך פופצן צוואנציג מינוט לענגער ווי אין די בימ"ד ווי איך דאווען (דאס איז לויט די חשבון וואס ער האט מיר געזאגט ווען מען ענדיגט דאווענען א וואך וואס דער סקווערער דאווענט מוסף פארן עמוד).
ער האט מיר געזאגט זיין סדר השבת, ס'באשטייט די זעלבע ווי מיין סדר אינדערהיים, חוץ פרייטאג צונאכטס זאגט ער מיר איז ער זיך מחי' מיט בלעטער שו"ע וואס ער הארעוועט ביז גאנץ שפעט ביינאכט, אזוי איז ער צופרידן מיט דעם וואס מען דאווענט שפעט, און נאך אזאך ער זאגט אויס גאנץ תהלים יעדן שבת פארן דאווענען, וואס דאס אליין נעמט אויך צייט, און אויפן שאלה, וואס טוסטו שבת נאכמיטאג, ווערסט נישט צופלאצט, ענטפערט ער מיר אז איה"נ ווען ער פילט אז זיין קאפ איז נישט ביים לערנען גייט ער צום טיש, און ער איז זיך מחי' היות ס'איז נישט א וועכנטליכע זאך פאר אים. גראדע שלוש סעודות זאגט ער מיר קומט ער יא יעדע וואך, טאקע צוליב די התעוררות וואס ער שפירט ווען די לעקטער איז פארלאשן. דאס הייסט אז ער פירט זיך דארט כאילו אלץ גאסט יעדע וואך.
ער זאגט מיר ער פארשטייט גראדע די וואס האלטן נישט אויס דארט צו זיין, ווייל איינער וואס קומט פון דארט אנפאנג נאכן חתונה קומט ער נאך צום טיש, אבער נישט יעדער האט א געפיל צו א ווארעמע פארברענג, און אפי' אויב יא, איז דא וואס ס'איז בארינג פאר זיי יעדע וואך כמעט די זעלבע זאך, און זיי קומען געצווינגענערהייט, און די איינציגע תירוץ וואס ער קען ענטפערן פאר זיינע חברים פארוואס ער הערט אויף צו קומען איז אז ער איז פארשלאפן, ממילא די שלאף איז אים אויך געצווינגענערהייט, שטייט ער שוין אויף פרי, אבער למעשה דאווענט מען דאך דארט שפעט, ווערט ער ווייטער צוקראכט, זאגט ער מיר, ער האט מחליט געווען, אז ער לעבט פאר זיך, ער דארף פאר קיינעם נישט אפגעבן דין וחשבון פארוואס ער האט אויפגעהערט קומען צום טיש, ער קומט נישט יעדע וואך צום טיש, אבער למעשה די צייט זיצט ער אין לערנט אינדערהיים, אזוי פארדינט ער פון ביידע זייטן, און קיינער זאגט אים נישט קיין ווארט.
זאג ארויס דעם אמת, וואס געשענט צו איינעם וואס גייט נישט (ח״ו) זעקס וואכען און א צו צום טיש??
און וואס טוט זיך מיט א אינגערמאן וואס ווארט שוין פון איבער א שעה נאכען זמן צו דאווענענן, דערנאך איז דא א דאווענענן פון א גיטע צוויי שעה דערנאך א סעודה אינדערהיים פון בערך אנדערהאלבן שעה, הכלל מען האלט שוין באלד פינף שעה נאכען זמן און ער וויל ליידער גיין .......... איך שעם זיך צו זאגען... אבער ער וויל גיין שלאפן, זיין ווייב וויל אויך גיין שלאפן.
מעג מען??
זייער שיין ארויסגעברענג ביידע זייטן...
און היפש איבערגעטריבן פון ביידע זייטן...
איך בין שוין אסאך מאל געווען אין סקווירא אויף שבתים.
אוי טאטי (אדער דער וואס די שרייבסט נאך) איז זייער מגזם.
האסט אראפ געלייגט פון איין זייט א ריכטיגע חסיד'שע שבת (זייער איבערגעטריבן כדלהלן), פון די אנדערע זייט האסטו אראפגעלייגט זייער א בעלבעתישע שבת...
עטליכע דוגמאות:
א שעה מיט 10 מינוט נאך די זמן דאווענט מען אין די ווינטער ווען די זמן איז פרי, און אזויווי באנוצטער זאגט איז עס זייער א געשמאקע זאך צו האבן רווח בין פרשה לפרשה.
אין די זומער דאווענט מען היפש פריער, אזוי אז מ'זאל זיך שטעלן ברכו ביי זמן ר"ת, אזוי ווי מ'איז זיך נוהג אין אסאך חסידישע מקומות.
פון די אנדערע זייט איז נישט דא די אפציע פון מחליט זיין איך האב געהאט אן אפגעמיטשעטע וואך, די וואך וויל איך דאווענען פריער, וכדומה.
מידעקייט ביי די סעודה אין די שומער איז די זעלבע סיי אויב מ'שטעלט זיך דאווענען ביי די שקיעה, אדער 20 מינוט שפעטער...
די חילוק פון א קלייע שול און א גרויס שול האט גארנישט מיט סקווירא, ס'איז א מציאות וואס איז דא איבעראל, יעדע גרויסע חסידות/קהילה איז יעדער איינער א נאמבער, איו א קליינע ביהמ"ד אדער שטיבל איז יעדער אנערקענט.
ששי אדער אנדערע רבי'שע כיבודים פארקויפט מען נישט אין מיין קליינע שול אויך נישט, דער רב שליט"א באקומט עס.
די זעלבע זאך מיט די "געשמאקע" דאווענען אז די קינעדר שטייען נעבן די טאטע, דאווענען מיט פון הודו ביז נאך עלינו, וכו', איז נישט קיין חילוק ווי גרויס די שול איז.
די געשמאקע אטמעספער פון די שבת נאכמיטאג איז אויך דא אין סקווירא, ס'איז דא איבער גענוג צייט צו שלאפן, לערנען, פארברענגן, פארהערן, ס'איז נאך דא צייט פאר א טיש.
שלוש סעודות: אין די ווינטער צוט מען אריין טיף אין די נאכט אריין אזוי ווי אין אנדערע חסידשיע הויפן, מ'ווארמיט זיך מיט די שבת המלכה, מאיז פון די מאחרים לצאת מן השבת וואס שטייט גרויסע זאכן אויף דעם.
אין די זומער הייבט זיך אן די שלוש סעודות היפש פארן זמן, אויב געדענק איך גוט בענטשע מען ארום 45 מינוט נאך די זמן, און ס'איז דא אן אפיציעלע מנין מעריב גלייך ביי די זמן (אין די זומער).
אויב ביסטו בי היינט געשטאנען אין פאליש און געווארט אויף מעריב, דאן רעד מיר נישט איין אז די נעקסטע וואך ביסטו פלוצלינג געווארן זייער ווארעם צו פארברענגן שלש סעודות מיט ניגונים ודברי תורה, ווייל אין סקווירא זאגט/זינגט מען אויך שיינע זמירות און ניגונים ביי שלש סעודת.
ביי אונז אין ביהמ"ד איז אויך דא די נערוועזע אידען וואס אפילו ווען די זמן איז 6:00 זענען זיי שוין נערוועז ווען 6:05 פארוואס מ'בענטש נאך נישט.
פון די אנדערע זייט, באנוצטער ברענגט זייער שיין ארויס די מעלות פון סקווירא, אבער נאר פאר א גאסט, ס'איז דא א בחירה, די וואך וויל איך טון אזוי און אזוי, וכדומה.
איינער וואס וואוינט דארט און דארף דאס טון יעדע וואך, האט נישט די ברירה פון טון א משהו אנדערש, קען זיך נישט מאכן אביסל באקוועמער, איז דאס שוין בכלל נישט אזוי געשמאק.
איינער פון די חשובע מגידי שעורים אין עיה"ק סקווירא האבן אריין געטייטשט אינם פסוק בעבור דוד עבדיך אל תשב פני משיחך, אז אינז זאגן פארן רבוש"ע, כאטש אדוניו מורינו ורבינו איז דאך צדיק הדור, (און עס וואלט נישט אויסגעפעלט צו ברענגען דעם בן דוד, פרעג נאר מנשה ליסטיג) נאכאלץ א תשב פני משיחך, האלט נישט צוריק משיח, און ברענג איהם.
עס איז דא א ביסל א אנדערע פשט, דאס וועל איך לאזן פאר א צווייטן...
וואלפה, מיינסט מסתמא דער פשט, אז אפילו ס'איז דא איינער וואס לאזט אים ליידער נישט קומען, דאך - אל תשב פני משיחך...
דאס מיינסטו?
ענדליך נעמט זיך איינער אן פאר סקווער <a class="postlink" href="http://finskver.wordpress.com">http://finskver.wordpress.com</a>
היינט פעלט אויך נישט פון די נארישע סעקטעס וואס פראבירן אפלייקענען און שפעטן פון כל הקדוש. איינער רופט זיך מיטן שלייער תורה א צווייטער מיטן שלייער חכמה א דריטער מיטן שלייער מאמין בהשם סטרייט.. איינער שטריימל איינער פיאות איינער פיפיק, די עיקר עסן טשולענט און בלאזן אויף אלע ערליכע מיטן רויעך און שטינק.
נאר שטיוול איז כשר...
ערנסט גערעדט, מנשה: איז דא אן אדם גדול מישראל וואס איז נישט כפוף צו סקווירא, פון וועמען דו האלסט און זיין דעה וואלט גערעדט צו דיר? אדער איז נישט שייך אזא זאך...
זאג דו ווער איז דאס, ווער איז א אדם גדול און ער איז נישט סקווירא געשטימט.
סקווערע רבי וואס איז דער אדון השלום, ער האט גורם געווען די שלום צווישן די היסטארישסטע מחלוקת'ן, ער האט א ציל צו זיין בשלום מיט יעדע ערליכע יוד, זאג דו מיר, ווער א דעת תורה אמת א גדול וואס איז נישט סקווער געשטימט.
וואס מיינט סקווירא געשטימט?
אז ער געבט אפ כבוד פארן סקווערן רבין אלץ איינע פון די העכסטע מנהיגי הדור
וואס מיינט אדון השלום ?
וואס געשעט מיטן אדון השלום ווען עס קומט צו איינער וואס וואוינט יא אין סקווירא ? דארטן איז אויך דער אדון השלום?
האלטס און איין זאגן ווער איז נישט סקווירא געשטומט
איך וויל דו זאלסט ברענגען ווער עס איז יא,
דאכציך רבי מאטעלע וויזניצער איז מיט יארן צוריק ארויסגעקומען עפנטליך -דאס וואס אלע האבן געהאלטן אין בויך-, אקעגן זיין שוואגער אז ער גייט נישט בדרך אבותיו
יא, איינער וואס איז איינשטימיג מיט די תורה, מיט דעת תורה, און איז פאלגזאם מיטן דרך וואס מיר האבן מקבל געווען מדור דור, און ווערט געפירט ווייטער לויט די אנווייזונג פון רבנים יושבים על מדין, און דורך די השפעה פון צדיקים במוסרה קדושה, ווערן חשוב געהאלטן ווי עס שטייט אין די הייליגע תורה סיי בגוף און סיי בנפש, און חסד און אהבה ווערט געגעבן.
דעקעגן איינער וואס איז פורש מן הציבור,און אין פלטרין של מלך, טוהט ער פראפאגאנדירן קעגן בית דין קעגן דער מרא דאתרא קעגן מנהג און תקנות המקום, ווערט שוין געברענגט פון אלע ראשונים כמלאכים אז מ'דארף יענעם אריינשיבן אין אויווען אריין..
היינט וויבאלד יד הדעמאקראטיע גברה במקצת, ווערט דאס געטון עד שידינו מגעת, און השם יגמור בעדינו.
וואס איז שייך שלום קעגן מחריבי כרם ישראל, ולרשע אמר אין שלום לרשעים
מנשה לוסטיגזאג דו ווער איז דאס, ווער איז א אדם גדול און ער איז נישט סקווירא געשטימט.
למשל דעם רחומסטריבקער רבי, וועמען איר האט ארויסגעיאגט פון שטעטל. האלסט למשל אז ער איז אן ערליכער איד?
אדער למשל טאהשער רבי... ער האט גארנישט מיט סקווירא, מער פון וויפיל ער האט מיט אנדערע רבי'ס. איז ער אן ערליכער איד? - איז זיין דעה דיר מחייב?
אדער להבחל"ח, למשל דער אלטער תולדות אהרן רבי, אדער דער נתיבות שלום מסלונים. זענען זייער דעה ביי דיר מאסנגעבנד?
וואלפההאלטס און איין זאגן ווער איז נישט סקווירא געשטומט
איך וויל דו זאלסט ברענגען ווער עס איז יא,
דאכציך רבי מאטעלע וויזניצער איז מיט יארן צוריק ארויסגעקומען עפנטליך -דאס וואס אלע האבן געהאלטן אין בויך-, אקעגן זיין שוואגער אז ער גייט נישט בדרך אבותיו
ר' מאטעלע איז אויך ארויסגעקומען עפענטליך וואס טוט זיך ביי עהם אין שול? ער איז אויך ארויסגעקומען עפענטליך וואס ער האט געטוישט מדרכי אבותיו?
און ר' מאטעלע איז נישט קיין מרא דאתרא און קיין דיין און קיין בעל הבית איבער סקווערע מנהגים און הנהגה, זיין שווער וואלט עהם היינט פארטריבן פון זיך, מיט די מחאות ווער ער פראוועט יעדע ליאדע צייט, און ס'איז א דבר פשוט פארוואס ער טוהט עס און ס'איז א דבר גלוי, אז ער האט נאכנישט אויפגעטון אין כלל ישראל'ס געביטן וואס סקווער האט.
דער סקווערע רבי איז דער גרעסטער פארזארגער איבער אלץ און אלעמען וואס אנבאלאנגט צרכי הכלל. סקווער האט ארויסגעשיקט דיינים איבער די וועלט וואס ווי זיי גייען זענען זיי די העכסטע רב אין שטאט, סקווער האט אויסגעשפרייט חסד וואס ווי מ'האט נאר געברויכט ליגט די סקווערע חתימה 'חסד פון סקווער'. האט ר' מאטעלע אויסער מוחה זיין געטון א ברעקל ווי דעם?
און בכלל איז באקאנט, אז ר' מאטעלע האט געוואלט האבן א חלק פונעם סקווערן שטעטל אלץ ירושה. האט עהם דער סקווערע רבי זאל געזונט זיין, געזאגט, א חלק שטעטל גייט מיט א חלק חובות. וואס ווי באקאנט איז דער אלטע רבי אוועק מיט אומגעהויערע חובות אין די מיליאנען.
ביי די חובות איז ער מער נישט געווען קיין מבין אבער צו מ'האט משנה געווען און קריטיקירן איז ער מחותן מכל הצדדים..?
און מיט א לאנגע ווייסע בארד ווערט מען מנהיג הדור? אפשר שלעזינגער פון מאנסי איז אויך א גדול הדור????
מורינו הרבמנשה לוסטיגזאג דו ווער איז דאס, ווער איז א אדם גדול און ער איז נישט סקווירא געשטימט.
למשל דעם רחומסטריבקער רבי, וועמען איר האט ארויסגעיאגט פון שטעטל. האלסט למשל אז ער איז אן ערליכער איד?
אדער למשל טאהשער רבי... ער האט גארנישט מיט סקווירא, מער פון וויפיל ער האט מיט אנדערע רבי'ס. איז ער אן ערליכער איד? - איז זיין דעה דיר מחייב?
אדער להבחל"ח, למשל דער אלטער תולדות אהרן רבי, אדער דער נתיבות שלום מסלונים. זענען זייער דעה ביי דיר מאסנגעבנד?
ווער איז נאך אזוי סקווער ווי ר' איציקל ראכמיסטריווקער, ער האט גוט פארשטאנען אז ער קען נישט וואוינען דארט, דאך האט ער געוואוינט דארט איבער צוועלעף יאר נאכן פטירה פונעם אלטן רבין, און דאן נאך זיין טאטנס פטירה האט ער הערשט ארויסגעמופט, מיט הונדערט אלפים אין האנט, וואס אונזער רבי האט עהם געגעבן.
איך זע די ווייסט 'זילטש', וואס איז נוגע רביס. ווייל טאשער רבי איז געווען נפשו קשורה בנפשו פונעם רבין אונזערע, א טייל מנהגים פירט ער זיך אליין סקווערע מנהגים, דאס האב איך געהערט אליינס פון זיין הויז בחור נאך אין זיינע גאר געזונטע יארן. ר' יוחנן וואזנער סקווערע דיין אין קאנאדע איז א בן בית דארט און ער איז א שליח תמידי צווישן די צוויי הויפן.
תולדות אהרן רבי איז ממש א נאנטער ביי אונז אין הויף, לויט דיינע פראגעס זע איך ווייסטו ממש גארנישט קיין היסטאריע און ידיעה אין הויפן
אויך דער אלטער תולדות אהרן רבי האט געהאט שטארקע קשרים ווי מ'זעט אין די בריווען זיינע אהער.
אלע אבער אלע סלאנימע רביס זענען מורא'דיג בידידות זייט ר' משה בטלן איז געווען מיט איבער פופציג יאר צוריק דער מתווך צווישן די צוויי הויפן, ווען א מנין בחורים זענען געקומען לערנען קיין סקווער פון סלאנימער ישיבה.
איך ליין גוט? - האדמור מראכמסטריבקא שליטא האט ארויסגעמופט פרידליך מיט הונדערט אלפים אין די האנט, וואס?
מילא די אנדערע רבי'ס וואס דו האסט געשריבן, נו, קען איך דיר נישט אפפרעגן, הגם, איך ווייס נישט... אבער מיט רכמסטריבקא זאלסטו מיר נישט פארקויפן, ווייל דארט ווייס איך יא אביסל...
אבער איין זאך פארשטיי איך נישט: פארוואס פארן רכמסטריבקער האט ער געגעבן א הונדערט אלפים און פאר ר' מאטעלע האט ער נאר געוואלט געבן חובות? איז ער נישט פונקט אזא איידעם?
נאך א זאך: דער רבי ז"ל האט נישט געוויסט וואספארא סחורה ער קויפט זיך איין מיטן נעמען ר' מאטעלע'ן פאר אן איידעם? - האט ער נישט געהאט רוח הקודש?
איך זע וואס דו ווייסט אלץ..
איך דארף פארענטפערן דער אלטע סקווערע רבי?
שכוח פארן נישט ענטפערן. יעצט האסטו מיר שוין געענטפערט אלעס.
איז סך הכל ווער איז נישט סקווער געשטימט? איך ווייס ווער, ווער ס'קען נישט שלונגען זייער הצלחה, אבער דאס איז נישט קיין איינער וואס האט אין זיך דעת תורה ויראת שמים
מנשה וואס זיכסטו דא גיי צי די טיש שעפן יו"ש.
די טיש איז פיניש.
חוץ מזה האט דאך שוין קופערניקוס מגלה טפחיים געווען איבער די הארבע עונשים וואס באטרעפט דעם אמבאסאדאר וואס איז מועיל אין זיין שליחות.
משה געציל.. 😂 😂 😂
👍 👍 👍
מנשה לוסטיגאיז סך הכל ווער איז נישט סקווער געשטימט?
סאטמאר רבי פון וויליאמסבורג מהרי"י
יעצט יא אבער איך מיין אז די ביסט דא געווען פאר דעם
מנשה לוסטיגווער איז נאך אזוי סקווער ווי ר' איציקל ראכמיסטריווקער, ער האט גוט פארשטאנען אז ער קען נישט וואוינען דארט, דאך האט ער געוואוינט דארט איבער צוועלעף יאר נאכן פטירה פונעם אלטן רבין, און דאן נאך זיין טאטנס פטירה האט ער הערשט ארויסגעמופט, מיט הונדערט אלפים אין האנט, וואס אונזער רבי האט עהם געגעבן..
פארצייל אונז אביסל ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען זיין פארשטיין, איינער האט עס עם מסביר געווען באיזה אויפן?
און פארוואס נאכדעם וואס ער האט אליינס פארשטאנען אז ער באלאנגט נישט דארט האט ער באקימען הינדערט טויזענט דאלער? האט מען אים דאס געגעבן משחד צו זיין אז ער זאל יא בלייבען?
איך האב גארנישט קעגן סקווער, און איך האלט אויך אז ער האט געדארט מופען, אין שני מלכים משתמשין בשטעטל אחד, אבער א מישה דארף מאכען סענעס.
דרייסט דעם רעדל אהין און צוריק אבער ענטפערן האסטו נאכנישט גענטפערט וועלעכע רבי אדער גדול רעספעקטירט סקווירא.
שנית סקווירא האט ב"ה ארום געשיקט איבעראל דיינים וואס דער וועלט רודערט ממש מיט זייער תשובות ניין?!
איינער האט אמאל געהערט פון סקווירא דיינים חוץ פון אייינעם וואס מען האט שוין יא געהערט ר' מ. שטיינמעטץ וואס ער און אפגערעדט זיינע קינדער (וואס האבן זיך אויסגעטוהן די שטיוול) זענען אויפגערעגט אויף סקווירא און איז נאר דארט פאר די טשעק, איך נעם נישט אוועק די גוטסקייט אז ער שטעלט צו דיינים וואס האבן ארויסגעגעבן א ספר אויף תולאים און ברכת הפירות, אבער א' אזוי ווי געשריבען זענען זיי נישט אנערקענט, ב' דאס גאנצע געשיקאכטס איז ממש נאר לשם פאמפ סקווירא.
שלישת: וויזניץ האט מיר נישט באצאלט אז איך זאל זיך אננעמען פאר זיי אבער וואס איך קען יא זאגן איז 1 אז דיין חשובע רבי קען קיין איין, נאכאמאל קיין איין!! אלטע חסיד זאגען מיט אן אמתדיגקייט אז דער רבי איז געווען א פיינע יונגערמאן, איך וויל נישט גיין ווייטער... און אויב די אלטע סקווירא רבי וואלט ווען געווילט איינעם משלח זיין איז עס טאקע דיין ג-ט, רבי מאטעלע האט ער געגעבן צוויי פון זיינע טעכטער, און האט זיך געטשאטקעט מיט איהם און רבי מאטעלע גייט און זיינע וועגען הן מיט ערליכקייט און אלעס ארום ווי למשל נישט נעמען קיין בילדער (בעצם פארשטיי איך עס נישט), נישט אזוי ווי דיין רבי וואס טוט נאר נאך די טאטע ווען עס קומט צו טעראר, און ערליכקייט האט ניטאמאל א שמעק ווי זיין טאטן , און בילדער לאזט ער יא כאפן.
2 רבי מאטעלע איז שוין פון אלטס קליינקינד געווען א מתמיד ווי פילע זענען מעיד און ער איז נישט פליצלונג געווארן הייליג, אויב וויזניץ וועט מיך הייערן וועל איך ווייטער ממשיך זיין...
און צום לעצט : האסטיך פריער געשריבן אז קיינער האט זיך נישט וואס אריין צי מישן אין סקווירא פאליטיק, איז טאקע וועגען דעם האסטו נאר א דאזען רבנים וואס האסט געדארפט אוועק מאכן אלעס פאר דיין שמייליגער וואס מאכט א מעסיוו דזאב אויף ענק אלע.
צום לעצטן שלאס איך גיי נישט זיין דיין נאכט פארברענגער בלייב מיטן לעצטן ווארט און דו האסט טאקע אויסגעפורט...
פארגעס נישט צו פארקרוכען און נישט ענטפערן אויף אלעמענס שאלה " ווער זענען די רבנים וואס שטייען אויף דער הייליגער סקווירא זייט"
וואלפהסקווירא האט ב"ה ארום געשיקט איבעראל דיינים וואס דער וועלט רודערט ממש מיט זייער תשובות ניין?!
אויף סקווירא קען מען זאגן אז זיי האבן אפגעראטעוועט אידישקייט אין אמעריקא. ווען נישט זיין שיקן ארום דיינים אין די גאנצע וועלט, ווער וואלט אונז גע'פסק'ענט שאלות? - זיי האבן אויפגעטאן און געראטעוועט כלל-ישראל פון א טאטאלע אונטערגאנג.\
ניין מנשה?