☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אלעס איבער געפילטע פיש והמסתעף

אלעס איבער געפילטע פיש והמסתעף

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3425

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 1:29 am

· #103692
אלעס איבער געפילטע פיש והמסתעף
אסאך האבן ליב געפילטע פיש מיט א צושפייז אין דער זייט, אממערסטנס באקאנט איז חריין, ווי בעלי מליצים האבן שוין ממליץ געווען אז אפילו די געפילטע פיש איז אומגעלונגען, די סארקאזם אומגעצייטיגט, אבער מיט אביסעלע חריין איז "על כל פשעים תכסה אהבה", דהיינו די מסתעף איז נאך מער באליבט ווי די עצם געפילטע.

איך אליינס האב ליב געפילטע פיש כמו שהוא, סיי די עכטע און סיי די ניק, אנע חריין. בכלל עס איך ווייניג דיפס, און מיש נישט קיין מסתעף זאכן אין ערגעץ. ווען איך עס א טונא סענדוויטש, עס איך טאקע אט דאס: טונא! נישט חומוס מיט צוויבל פעטרישקע טאמעיטע לעטוס פיקל קיוקומבערס והמסתעף, כאטש דער סערווירער לייגט דאס אריין פאר בחנם/ביצי כנים. וויייל דאס איז א "ערוב" סענדוויטש, וואס איז גורם א דבר שחין אין מאגן, און מאכט דערנאך קולות פון ארבה, און א גערוך פון טויטע פיש בדם וכו' עשר מכות והסימנים דצ"ך והמסתעף.

ממילא שבת קודש ווען איך נעם די פיש אין האנט (לייען: גאפל), מיש איך נישט קיין עולמות, ס'איז דא פארשידענע מדריגות און מסתעפים, און אנדערע טרינקען צו בראנפן און דער פנים ווערט רויט פון מדריגות. אביסעלע קאטשעניו - דאס יא. דאס מיט געפילטע איז תרי ריעין דלא מתפרשין.

איך רעד שוין פון מידקייט והמסתעף, איך ווייס נישט וואס איך שרייב דא, עס קוקט ענדערש אויס ווי שנארכעצן והמסתעף, חלום חלמתי ואיני יודע מה היא, כ'האב גע'חלומ'ט פון כאצימאטידית והמסתעף. ווער קען מיר פותר חלום זיין?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 1:32 am

· #103694
😂

געפילטע פיש » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 1:37 am

· #103697
קאווע טרינקער
😂

מוח שליט » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 1:39 am

· #103701
שמעקעדיג
חלום חלמתי ואיני יודע מה היא, כ'האב גע'חלומ'ט פון כאצימאטידית והמסתעף. ווער קען מיר פותר חלום זיין?
מותר לך, וגו', והמסתעף.

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 1:42 am

· #103705
קאווע טרינקער
:lol:


געפילטע פיש
קאווע טרינקער
😂

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 1:44 am

· #103706
פאר אזאנס קומט זיך מער ווי איין לייק. שמעקעדיג, דו האסט א ווארט, זעה מ'זאל קענען דאבבל לייקן..

יאיר » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 2:05 am

· #103714
איך האב ליב די פיש וואס האט אסאך פליישיגע דיבוקים און נשמות אין זיך.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:17 am

· #103744
פארוואס?
צדיקים האבן א גוטע טעם?

געפילטע פיש » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:31 am

· #103752
עפעס 'שמעקט' פישיג דא.

אויס מענטש » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 6:55 pm

· #103982
שמעקעדיג איז מבוס"ם אנשטאט מבוש"ם.

=
אין מיין נייע עברית איז מסתעף דער אנטווארט פאר סומעטאכע.

ולא זכיתי שתיאמר מפני שבא אותו חכם וזממה בתגובתו הרמה, "די מסתעף סומעטאכע"
ונפל פיתא בבירא

וואלפה » פרייטאג אפריל 12, 2013 12:50 am

· #104111
אפשר וואלט געווען מער פאסעג אריין צו לייגען דעם אשכול אינעם תורהדיגן אשכול פארגאנגענע וואך ווי דו תורה רעדט פון זאת תאכלו דוקא מיט סמני טהרה אין דער עולם בראקעוועט אריין רוילס פון גפילטע און איך זעה נישט אז עס זאל האבען די סמני טהרה
📎 IMG-20130408-WA00401176636579.jpg

chosen people » זונטאג יוני 9, 2013 11:54 pm

· #123453
ער האט ליב..
📎 IMG-20130609-WA0028-1.jpg

boxcover » מאנטאג יולי 8, 2013 11:53 am

· #131432

גוטע פינטעלך » מאנטאג יולי 8, 2013 12:42 pm

· #131440
איך ווייס נישט וויאזוי אונז'רע אונגרישע טאטע'ס האבען געלאזט זיך אוועקרירן פון די ריכטיגע 'מסורה' פון 'געפילטע פיש', דהיינו אמאל האט מען גענומען דעם פיש מיט די ביינער און עס אנגעפילט מיט די צוריבענע און מען האט דערלאנגט א הערליכען סלייס פיש אנגפילט פון אלע זייטען, אזש האט דאס געהאט א פיינעם טעם, די פעט פון די פיש איז אריין גלייך אין די געפילטע. אבער היינט איז געווארען א פירצה מען עסט בלויז געפילטע, אזוי פארטרוקנט, און נאך מיט חריין. עס איז ממש אזוי ווי דער וואס האט גענומען עקסטער די קאווע און עקסטער די וואסער און עקסטער די צוקער וכו'.

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 8, 2013 3:27 pm

· #131479
boxcover

This content is currently unavailable
The page you requested cannot be displayed right now. It may be temporarily unavailable, the link you clicked on may have expired, or you may not have permission to view this page.

boxcover » מאנטאג יולי 8, 2013 5:59 pm

· #131535
געפילטע פיש
boxcover

This content is currently unavailable
The page you requested cannot be displayed right now. It may be temporarily unavailable, the link you clicked on may have expired, or you may not have permission to view this page.

עס איז אויף פעיסבוק.

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 9, 2013 11:27 pm

· #132053
מ'סתם אויף א פארשפארטע פראפיל.

כוכב » מאנטאג יולי 14, 2014 9:13 pm

· #211738
מוירעם וראבויסעם, ס'צייט צו נעמען דעם קאנטשיק אין דער היינט, און לערנען בלק, כ'מיין מאטעס, כ'מיין מאקעס.
מאכט זיך אמאל א ניק, ס'פארגלוסט זיך אים נעבעך יענע מעשה רח'ל, ער וויל מ'זאל אים טעגן אין די פארשוואונדענע ניק אשכול.
נא, רצונו של אדם השכם להרגו זאגט דאך דער רבי, אבער מ'שטיינס געזאגט, דאס איז ביי סתם א רענדאם ניק, קענען מיר אזא קאשמאר פארדייען. קיינמאל קיין ערגערס.
טוט זיך אבער ווען ס'איז געפילטע אליין, דאס איז שוין א סקאנדאל, געפילטעגעיט, און מיר פאדערן די באלדיגע רעזיגנאציע פון פרעזידענט אבאמא צוליב די אנשויאונג פון די סטאק, פראסק ענד געפילטע ראלל פראגרעם, אז נישט וועט מען דורכפירן אן אימפיטשמענט מיט דער גוטסהייסונג פון קארל ראוו, סעוועטש, און ישמעאל הכהן.
אלנפאלס געפילטע, מיט א מייער הויערן אויף דיין בייכל צי אן, דע זשאוק איז אווער, איטס געים טיים, העסטע ארויסגעבן יוסף'ל איז גוט, און אז נישט, זאל נישט אויסגערעדט ווערן מגיימיר קיין דויסן.

רויטע וואנצעס » מאנטאג יולי 14, 2014 9:35 pm

· #211748
מעשה שהיה כך היה. פאלקעוויטש פיש סטאר אין פלעטבוש אדווערטייזט אז ער ברענגט ארויס @געפילטע פיש צו די קאנטרי. ובכן זיי האבן געקידנעפט געפילטע פיש, צוגעבינדן די פליסן פון אינטן, אריין אין טראנק און יעלה, מ'פארט. דערווייל האט זיך געמאכט א עיכוב אז א גרויסע עולם איז ארויף צו די קאנטרי אן באצאלן די פיש ביל. פאלקעוויטש האלט דערפאר געפילטע פיש האסטעזש ביז די רענסאם ביל'ס ווערן באצאלט ווערן.

כוכב » מאנטאג יולי 14, 2014 9:41 pm

· #211749
צו דער זעלבער צייט האט דער טרעקל פון פריינדס פיש זיך אנגעטון א קוטשמע מיט שרייעדיגע אויפשריפטן 'קעטש מי איף יו קען' און אין דעם טראנק ווערט די געפילטע כסדר געראלט יעדעס מאל ער ווערט געטעגט אין ק'ש און געפילטע לאכט פונעם פוקס הא, הא, הא,
אין דער וואסער בלויז
מיר קענען לעבן
ווייל תורה
דאס איז דאך די בעסטע סחורה.
(קרעדיט: מחניים)
#געפילטעגעיט

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 14, 2014 9:49 pm

· #211751
אוי דער אשכול פון קעלער דערמאנט מיר זיסע זכרונות

איך אויך » מאנטאג יולי 14, 2014 10:20 pm

· #211756
נו זעהסטו אז סתם ציהלאזע אויפגעוועקעכטץ פעלט נישט אויס? אויב מען האט עפעס זאכליך איז גוט און אז נישט יהא מונח עד שיבוא כוכב.

נאך א פשט » מאנטאג יולי 14, 2014 10:24 pm

· #211757
שמעקעדיג, ווי אזוי געט מען א לייק והמסתעף?

אה, אפשר אזוי 👍

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 15, 2014 5:17 pm

· #211935
אקעי אקעי, כ'בין צוריק, נאו וואט?